@berlbalaguleh זייער א פיינע תשובה!
א קורצע הערה'לע:
זייער אפט ווען דער זעלבער אות קומט צוויי מאל נאכאנאנד רעדט מען אים ארויס נאר איינמאל, למשל: פא
רריכטן, אוי
פפירן, אוי
סשפילן
(וועגן דעם לעצטן ביישפיל: די קלאנגען ס' און ש' זענען אזוי ענליך, אז מע רעדט נאר ארויס דעם ש' [אוישפילן])
פאראן א צווייטער כלל פון אידישן ארויסרעד/הברה (ס'איז אביסל קאמפליצירט...) וואס צוליב אים רעדט מען ארויס די אלע ווערטער וואס הייבן זיך אן מיט "אפגע-" אזוי ווי זיי וואלטן געווען געשריבן "אגע-", למשל: "ניין אזייגער האב איך אפגעדאוונט" (געוויינליך: "אגעדאוונט" אז מע רעדט שנעל און נאטירליך, איא?)
מע דארף אויך דערמאנען דעם אלף אנהייב ווארט: איבער, אונגארן, אייז (דאס איז דאך דער "שטומער אלף")
(פאקטיש קומט דער שטומער אלף נישט נאר אנהייב ווארט, אבער אויך אנהייב שורש: "די פאראייניגטע שטאטן" רעדט מען ארויס "פארייניגטע". ס'קלינגט דאס זעלבע ווי "פאררייניגט", דהיינו, ריין-געמאכט)
און אין געוויסע דיאלעקטן איז דער קאנסאנאנט [ה] שטום. "מיר האבן" קלינגט ווי "מיר אבן"