טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
פרשת חקת
די צאמשטעל פון צוויי זאכן וואס באטרעפן די זעלבע (גימטריא) איז נישט איינע פון די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן, דהיינו מ'קען נישט אויסבויען קיין הלכות פון דעם (וכמבואר בפי' הרא"ש נזיר ה.). נאר דארטן ווי די חכמים און שפעטערע צדיקים האבן געוויסט אז צוויי זאכן האבן א שייכות האט מען אויך גענוצט א גמטריא לסבר את האוזן אז מ'זאל קענען צאמברענגן די צוויי זאכן אזוי ווי א משל וואס מ'זאגט כדי מ'זאל קענען פארשטיין עפעס אנדערש. און דעריבער רעכנט מען אמאל צו דעם כולל אדער די אותיות ונקודות ווייל ס'מוז נישט באמת באטרעפן די זעלבע נאר אבי מ'זאל זעהן עפעס א צאמשטעל פון די צוויי זאכן.
טייטשט די דגל מחנה אפרים: על כן (כן גימ' סוד) - ווען מ'וויל מסביר זיין סודות התורה, יאמרו המשלים וועלן די וואס דרש'נען געווענדליך מיט משלים זאגן בואו חשבון לאמיר מאכן די חשבון און זעהן אז ס'איז בגימטריא די זעלבע
אלס געווינדערט אז מ'איז מקפיד מסיים זיין בכי טוב בפרט ביים ליינען אזוי ווי ס'שטייט אין בני יששכר אויף והימים ימי ביכורי ענבים וכו' פארוואס איז מען נישט מקפיד אויך אן צו הייבען בכי טוב כמובא בירשלמי מגילה פ"ג ה"ז זה שהוא עומד לקרות בתורה צריך שיהא פותח בדבר טוב וחותם בהדבר טוב. האב איך געזען אין "ענין" מעגעזין פון המודיע אז כך נהגו הספרדים באלעפא סוריא אייביג צו ליינען צוזאמען פרשויות קרח חוקת און נישט חוקת אליינס ווייל חוקת הייבט זיך אן זאת חוקת התורה וואס אויף דעם זאגט דער תרגום דער לשון דא גזרת אורייתא (וואס אויף דעם אליינס איז שוין דא איז דא אין ק"ש צוויי אשכולות מיט'ן נאמען ו' חוקת...).
📎 untitled.jpg
פרשת פינחס
קח לך את יהושע בן נון וכו' ונתת מהודך עליו
די גמרא אין ב"ב זאגט אויף דעם: מהודך ולא כל הודך, זקנים שבדור אמרו פני משה כפני החמה, פני יהושע כפני הלבנה.
די ווילנער גאון איז מסביר וואס עפעס האבן דווקא די זקנים דאס געזאגט? איז ער מסביר אז די יונגער עולם האט געזאגט, אמת, יהושע איז טאקע נישט די זעלבע ווי משה אבער משה איז דאך שוין אן אלטער איד פון 120 יאר און א רבן של ישראל אזויפיל יאר, ווען יהושע וועט אנקומען צו די יארן וועט ער אויך זיין אויף די מדריגה. זענען געקומען די זקנים וואס זיי האבן נאך געדענקט משה פון די יונגע יארן, און געזאגט ניין, ס'איז נישט קיין דמיון פון די צוויי!
!Ouch
שופטים
א שיין שטיקל הומעניזם און ענווייראמענטאליזם פונ'ם איז'ביצער אין מי השילוח:
רק עץ אשר תדע כי לא עץ מאכל הוא אותו תשחית וגו'
מזה הפסוק הקשו על הרמב"ם ז"ל (הלכות טומאת מת פ"ט הי"ב) שסובר שספיקא דאורייתא מדאורייתא לקולא, הלא כתיב רק עץ אשר תדע בודאי כי לא עץ מאכל הוא אבל ספקו אסור, אכן מה שהתורה מקילה בספק מפני שלא תחמיר על ישראל בספק איסור לאהבת ישראל, אבל כאן מה שאסרה התורה להשחית עץ מאכל הוא גם כן לאהבת ישראל שיהנה ממנו נמצא שגם בספק לא ישחית כי זה הוא מחמת טובת ישראל.
לך לך
והיה ברכה, זאגט רש"י ז"ל יכול יהי' חותמין בכולן ת"ל והיה ברכה בך חותמין וכו'. אין תפארת שלמה די וואך ברענגט ער אראפ אן אינטערסאנטער מעשה פון איינעם אז אמאל יום כפור אין דער שטאט חברון האט געפעלט נאך איינער צום מנין איז צוגעקומען אברהם אבינו ע"ה און משלים געווען די מנין ביז נאך נעילה, און מיט דעם טייטשט ער בך חותמין אז מיט אאע"ה האט מען גענדיגט דאווענען ביז נאך די חתימה. עיי"ש.
ס'נאר אינעטעסאנט צו מ'קען מצרף זיין איינער פון יענעם וועלט צו מנין. אין ספר החלומות פון ר' צדוק איז ער פארנומען מיט א תשובה פונ'ם חכם צבי וועגען די גולמים וואס מ'האט באשאפען דורך ספר יצירה און ר' צדוק האט אלע מינע צדדים אהין און אהער וועגען די הלכות וואס איז שייך צו די אלע אומנאטורליכע בריות. עכ"פ, לכאורה אויב איינער איז נישט מחויב אין די אלע מצות קען מען איהם דען מצרף זיין?
וירא
יקח נא מעט מים.
כ'האב געזעהן א ווארט וואס ווערט געברענגט פון עטליכע בעלי מוסר. מ'דארף פארשטיין פארוואס האט אברהם געבעטן מ'זאל ברענגען נאר "מעט" מים, ער האט דאך סערווירט מיט א ברייטקייט, גע'שחט'ן דריי בן בקר'ס א.א.וו. און פונקט וואסער האט ער געקארגט, נאכדערצו אזא הייסע טאג?
ענטפערן זיי מיט א מעשה פון ר' ישראל סלנטר אז ער איז געווען אויף א פלאץ און זיך געוואשן נטילת ידים מיט זייער ווייניג וואסער. ווען די ארומיגע האבן זיך געווינדערט פארוואס ער גיסט נישט בשפע (כמבואר בגמרא) האט ער געזאגט אז דער משרת וואס גרייט אן די וואסער ארבעט נעבעך ביטער שווער פאר זיין געהאלט און שלעפט זיך מיט די וואסער יעדע אינדערפרי, וועל איך גיין זיין א פרומער אויף זיין חשבון?!
די זעלבע איז געווען ביי אברהם, ער האט טאקע פראבירט מקיים צו זיין הכנסת אורחים מיט א ברייטקייט אבער דאס איז נאר ווילאנג ער טוט די ארבעט, ווען ער האט געהייסן א צווייטן טון איז ער נישט געווען קיין גוטער אויף יענעמ'ס חשבון.
בשלח
כלבאשבוע
די וואך אין אבן עזרא:
ירקב שם חוי שאמר כי המן הוא הנקרא בלשון פרסי תרנגבי"ן ובלשון ערבי מ"ן ובלשון לע"ז מנ"א.
כי קושיות רבות עמדו עליו:
האחת: כי איננו יורד היום במדבר סיני כי ההר ידוע
ואני ראיתי זה הדומה למן במלכות אלצכי"ר. והוא יורד בניסן ובאייר ולא בחדשים אחרים.
ועוד: אם תשימהו לשמש לא ימס.
ועוד: כי בלילה לא יבאש.
ועוד: כי איננו חזק ואין צורך שידוכנו אדם במדוכה, שיעשה ממנו עוגות.
ועוד: כאשר יושם בלשון יומס.
ועוד: כי איננו משביע שיוליד דם טוב, רק הוא נכנס ברפואות.
ועוד: כי ביום השישי היה יורד משנה.
ועוד: כי לא היה יורד בשבת.
ועוד: כי ירד לכל מקום שיחנו.
ועוד: כי עבר עימהם את הירדן, ולא שבת עד חצי ניסן על דרך הפשט.
זעט אויס אז די אבן עזרא האט נישט געהאלטן פון עוועלוציע.
שוין, וואס קען מען טון...?
פרשת משפטים
היינט אין ביהמ"ד איז געווען א איד אין די פערציגער יארן וואס זיצט נאך אין כולל און שטייגט. האט ער געזאגט אן אכשר דרא'דיגע פשט, ווי פאלגענט:
אם כסף תלוה את עמי, דארף מען פארשטיין פשט אין דער "אם", לכאורה וואלט געדארפט שטיין בלויז כסף תלוה את עמי? נאר פשט איז אז באמת איז געלט א מיאוסע זאך און א מענטש דארף נישט און זאל נישט ארבעטן צו האבן געלט, נאר אם כסף - טאמער ביסטו יא אריין אין ביזנעס און האסט יא געמאכט געלט איז תלוה את עמי - זאלסטי כאטש זעהן צו טון מצוות מיט די געלט און ארויסהעלפן אנדערע אידן.
שמעון וואלף
אם כסף תלוה את עמי, דארף מען פארשטיין פשט אין דער "אם", לכאורה וואלט געדארפט שטיין בלויז כסף תלוה את עמי? נאר פשט איז אז באמת איז געלט א מיאוס'ע זאך און א מענטש דארף נישט און זאל נישט ארבעטן צו האבן געלט, נאר אם כסף - טאמער ביסטו יא אריין אין ביזנעס און האסט יא געמאכט געלט, איז תלוה את עמי - זאלסטו כאטש זעהן צו טון מצוות מיט די געלט און ארויסהעלפן אנדערע אידן.
און איך קאנסידער מיך און מיין בני בית א חלק פון די "אנדערע יודען" און אויב איך ארבעט שוין יא און כ'בין עוסק אין די מיאוס'ע געלט האב איך א מצוה אויסצוהאלטן א איד א ת"ח יר"ש בר אבהן יקר המציאות אבן יקר וכו' וכו' וכו' מיט א משפחה מיט קינדער...
אשרי שומרי משפט עושה צדקה בכל עת וכי אפשר לעשות צדקה בכל עת דרשו רבותינו שביבנה ואמרי לה ר' אליעזר זה הזן בניו ובנותיו כשהן קטנים
(כתובות מט:)
און דער וואס צאלט פאר דעם אלטן כולל יונגערמאן צו פארן אויף וואקאציע און חתונה מאכן זיינע קינדער מיט לוקסוס דירות און אלע פיטשיווקעס, דער טוט יא א גוטע זאך מיט'ן געלט. און אז איך קויף מיר א גוטן סענדווייטש אדער אן אייזקריעם, טוה איך א נישט גוטע זאך...?!
א בן תורה קומט זיך אלעס, אפילו עבד לרוץ לפניו
וואלווילך לך
והיה ברכה, זאגט רש"י ז"ל יכול יהי' חותמין בכולן ת"ל והיה ברכה בך חותמין וכו'. אין תפארת שלמה די וואך ברענגט ער אראפ אן אינטערסאנטער מעשה פון איינעם אז אמאל יום כפור אין דער שטאט חברון האט געפעלט נאך איינער צום מנין איז צוגעקומען אברהם אבינו ע"ה און משלים געווען די מנין ביז נאך נעילה, און מיט דעם טייטשט ער בך חותמין אז מיט אאע"ה האט מען גענדיגט דאווענען ביז נאך די חתימה. עיי"ש.
ס'נאר אינעטעסאנט צו מ'קען מצרף זיין איינער פון יענעם וועלט צו מנין. אין ספר החלומות פון ר' צדוק איז ער פארנומען מיט א תשובה פונ'ם חכם צבי וועגען די גולמים וואס מ'האט באשאפען דורך ספר יצירה און ר' צדוק האט אלע מינע צדדים אהין און אהער וועגען די הלכות וואס איז שייך צו די אלע אומנאטורליכע בריות. עכ"פ, לכאורה אויב איינער איז נישט מחויב אין די אלע מצות קען מען איהם דען מצרף זיין?
ויש להסתפק לדעת רח"ל כ"ץ אז די וואס זענען געבוירן דורך בוני עולם זענען נישט קיין בני אדם און אפילו נישט קיין נגעי בני אדם, אויב מען קען זיי מצרף זיי צו מנין.
אישתישבי
ויש להסתפק לדעת רח"ל כ"ץ אז די וואס זענען געבוירן דורך בוני עולם זענען נישט קיין בני אדם און אפילו נישט קיין נגעי בני אדם, אויב מען קען זיי מצרף זיי צו מנין.
שווערע עסק. א שילוב פון לעגענדע, דרוש, מחשבה און קנאות....
אישתישביא בן תורה קומט זיך אלעס, אפילו עבד לרוץ לפניו
אישתשבי: אין די גמ' שטייט נישט...בן טעירעה...ס'שטייט עני. אן ארימאן. און אז ער קען נישט קיין 500 בלאט גמרא תוס' אויסנווייניג, איז ער שוין נישט קיין מענטש....? דארף מען איהם לאזן הונגערן...!
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
שו"ע יו"ד רנ"א סעי׳ י"א
רבי שהיה מצטער שנתן פתו לעם הארץ משום דהוו שני בצורת ומה שהיה אוכל עם הארץ יחסר לתלמיד חכם הא לאו הכי חייב להחיותו אבל אם בא לפנינו מת ברעב חייב להחיותו אע"פ שהוא ספק אם יחסר לתלמיד חכם אחר כך:
דאס האט אבער נישט אהער. איינער וואס איז צוגעוואוינט צו א סוס לרכוס עליו וכו׳, דארף מען איהם צדקה געבען ביז זיין געוואוינהייט, נישט וויכטיג צו ער איז א בן תורה צו א נישט בן תורה (אפילו מ׳עסט מאשין מצות און מ׳דארף ניטאמאל אנקומען צו בני תורה).
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
שמעון וואלףהיינט אין ביהמ"ד איז געווען א איד אין די פערציגער יארן וואס זיצט נאך אין כולל און שטייגט. האט ער געזאגט אן אכשר דרא'דיגע פשט, ווי פאלגענט:
אם כסף תלוה את עמי, דארף מען פארשטיין פשט אין דער "אם", לכאורה וואלט געדארפט שטיין בלויז כסף תלוה את עמי? נאר פשט איז אז באמת איז געלט א מיאוסע זאך און ר מענטש דארף נישט און זאל נישט ארבעטן צו האבן געלט, נאר אם כסף - טאמער ביסטי יא אריין אין ביזנעס און האסט יא געמאכט געלט איז תלוה את עמי - זאלסטי כאטש זעהן צו טון מצוות מיט די געלט און ארויסהעלפן אנדערע אידן.
שמעון וואלף: און דער עלטערער כולל יונגערמאן איז גרייט צו נעמען...! מ'דערציילט אויף הרה"צ ר' נפתלי מראפשיץ זי"ע אז, איינמאל נאך א דרשה וואס ער האט געזאגט אין ביהמ"ד איבער קמחא ד'פיסחא, האט איהם זיין רעבעצין געפרעגט אויב ער האלט אז ער האט עפעס אויפגעטוהן. האט ער געענטפערט, ברוב חכמתו. אז ביי א האלבן עולם עולם האט ער שוין געפועל'ט. די ארימעלייט זענען שוין גרייט צו נעמען. יעצט דארף ער נאך פועל'ן ביי די עשירים אז זיי זאללן זיין גרייט צו געבן...!
אין אוהייא איז דא א שטעטל
צוער, ע"ש די שטאט וואס די מלאכים האבן פארשוינט לכבוד לוט.
געהערט אז אמאל איז יארעמע רב געווען ערגעץ שבת אינטערטעינען די עולם אויף א שמחה. פרייטאג צו נאכטס האט ער געפרעגט אזא קשיא: די וועלט זאגט אז לוט איז ר"ת לוט וויל טרינקן, איז דאך שווער, ער וואלט דאך געקענט הייסן טול - טרינקן וויל לוט?
ער האט נישט פארענטפערט די קשיא נאר געהאלטן דעם עולם געשפאנט ביז שלוש סעודות ווען ער האט מגלה געווען די תירוץ.
והנה: טאמער וואלט ער געהייסן טול וואלט ער געדארפט הייסן טוט ודו"ק.
נ. ב. טאמער איינער כאפט נישט וועל איך עס מסביר זיין
ווען אברהם אבינו האט געזען דריי מלאכים פארשטעלט ווי אראבער האט ער זיי געזאגט "אל נא תעבור מעל עבדיך" פארטס מיך נאר נישט איבער.
ויצא
והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו. רש"י מוטשעט זיך פארוואס קודם עולים און ערשט דערנאך יורדים.
אלס קינד האט דער הייליגער רוזשינ'ער גענטפערט: דו פרעגסט א קשיא אויף א חלום? אזוי האט ער גע'חלומ'ט...
ונבנתה העיר: אבער לויט ווי רש"י זאגט איז עס געווען א ווירקליכע וויזיע. איז דאך וויכטיג צו וויסן און פארשטיין פארוואס ס'איז געווען עולים און דערנאך יורדים...!
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
יעקב אבינו האטעך געשפעט פון יוסף'נס חלום איבער די לבנה וואס איז מרמז רחל רז ס'קען נישט זיין זי זאל זיך ביקן צו אים.
לשיטתיה אז אפילו אביו שמר את הדבר האט געקענט זיין דברים בטלים אויך ה"ה כאן.
וישב
רמב"ן:
ויש אומרים (הרד"ק, ומהר"ם מרוטנברג): כי היה דרכם שיקרא האב שם הבכור, ותקרא האם שם השני, על כן הראשון ויקרא את שמו, והשני ותקרא, ואמר בשלישי ותקרא, כי יהודה היה בכזיב בלדתה אותו ואיננו שם שיקרא לו שם. ואין בזה טעם או ריח.
מצטמק ויפהאון מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .
@שבת אחים אלערט. 😃
אין זיין אלעגארישען וועג פון מבאר זיין די מעשה פון חוה מיט די נחש זאגט דער אבן עזרא אזוי: והנה עתה אגלה לך ברמז סוד הגן והנהרות והכתנות. ולא מצאתי לאחד הגדולים זה הסוד, רק לר׳ שלמה בן גבירול ז״ל, בעבור שהיה חכם גדול בסוד הנפש. עדן – הוא העליון, והגן – המלא ההמון כמו נטעים, והנהר – כאם לכל הגויות, וארבעה ראשים – הם השרשים, והאדם – החכמה שקראה שמות, וחוה – כמשמעה הרוח החיה, והנחש – המתאוה, גם השם יוכיח שהוא מגזרת: כי נחש ינחש (בראשית מ״ד:ט״ו), עץ הדעת – המשגל ומן הגן כחו, והנה הצומח – בעפר, וזרע האשה – ישוף הראש העולה, וסוף החי – ראש צומח, וכתנות עור – מפורש שהוא הגוף, וגורש מגן עדן לעבוד את האדמה אשר לקח משם – כי זה כל האדם, ועץ החיים – דעת עליון וכתוב: עץ חיים היא למחזיקים בה (משלי ג׳:י״ח), והכרובים – הם המלאכים, ולהט החרב – משל לשמש. והנה נראה בסוד הזה, כי נשמת יודע דעת עליון עומדת עם כסא הכבוד, מתענגת על שם הנכבד והנורא.
ווייסט איינער וואס ער קען מיינען?, אין פארטיקיולאר: 'עדן – הוא העליון'?
איך האב אן איידיע אבער איך וויל קודם הערן וואס אנדערע זאגן.
און די אבסענס אף עני הסבר וועל איך זאגן וואס איך טראכט. עדן העליון - מיינט ער די אינסופיות'דיגע גאט; הגן - מיינט ער די מענטשן, די ברואים אויף דער ערד; נהר - מיינט ער די מאמע וואס גיבט געבורט צו די קערפערס; שרשים - ווייס איך נישט פונקטליך; האדם, חוה ונחש - זענען פשוט; עץ הדעת - משגל היות ס'שטאמט פונעם חומר. וזרע האשה ישוף ראש העולה - פארשטיי איך נישט; 'וסוף החי - ראש צומח' אויך נישט. אחוץ אויב איך זאל מיך לאזן טראכטן אלאנג די גענעטילישע חלקים פונעם קערפער וואס דעמאלטס וועט מען זאגן איך בין וואן טרעק מיינדעד.
ווייטער דער רלב"ג האט אויך פארשטאנען די פרשה, אויב נישט גענליך, כאטש פארטלי, ע"ד משל:
גן הוא רמז אל השכל ההיולאני ואופן ההמשל בזה שכמו שימצאו בגן הצמחי' אשר הוא כחיי עליהם בכח כן ימצאו בשכל ההיולאני המושכלות אשר הוא כחיי עליהם בכח וכבר נכפל ההמשל בזה האופן בשיר השירים כמו שביארנו שם. ובדברי רז"ל תמצא ג"כ זה ההמשל אמרו בשני מחגיגה פרק אין דורשין. ד' נכנסו לפרדס וכו' ואמר ' נטעו כי בזולת זה לא יהיו הצמחים בו בכח קרוב והנה הודיענו בזה המאמר שהשכ' ההיולאני אינו במדרגת העדר והכח הגמור אבל הוא צורה ידבק בה זה הכח ולזאת הצורה היה לאדם מה שהוא ואופן נטיעת זה הגן שהוכנו לו כלים להשגת הדברים המוחשים אשר בהם יגיעו אלו המושכלות בשפע השוע לו מהשכל הפועל כמו שיגיעו לגן הנטוע הוית פירותיו בנהר אשר ישקה אותו באופן הראוי, עדן, הוא רמז אל השכל הפועל וקראו עדן להיותו תכלית התענוג האפשרי לנו שנדבק בו ונשיגהו באופן האפשרי לנו וזה התענוג לא ישוער להפלגתו עד שאין יחס לתענוגים הגופניים אליו וכבר יהיה זה התענוג לאדם על תכליתו אחר המות וזה יתבאר מהערבו' והתענוג אשר נשיגהו אנחנו במה שנשיג המושכלות בהיותינו דבקים בהומר אשר לא ידבק בנו כי אם זמן מועט מאד לקושי השמע השפע כחו' הנפש אל השכל אשר בנו עד שישלים לו כל ההתבודדות הראוי לו בהשגתו והנה אנחנו נמצא התענוג ההוא נפלא מאד עד שאין יחס לתענוגנו הגופיים אליו וכל שכן יהיה התענוג ההוא בהשגה שתהיה אחר הפרד מהחומ' יותר חזק להיותו בלתי נפסק ולהיות השכל משיג אז יחד כל המושכלות אשר קנה בהיותו דבק עם הגוף ולזה נקרא עדן כי התענוג השלם יהיה לאדם בדבקו בו כפי מה שאפש' וכבר העירו בו רז"ל על זה הביאור אמרו בפרק חלק מאי דכתיב עין לא ראתה אלהים זולתך אלהים יעשה למחכה לו ואמרו קצתם זה עדן שלא שלטיה בו עין מעולם ואם תאמר אדם הראשון היכן היה דר בגן וא"ת גן הוא עדן ת"ל ונהר יוצא מעדן הנה כבר ביארו לך מה שהעירונו עליו ואולם אמרם שלא שלטה בו עין מאולם הוא מבואר שאינו גוף שתשלט בו העין ועין השכל האנושי גם כן לא יתכן שישיגהו בשלמות כמו שביא' במה שאין ספק בו בא' ממלחמות יי'.
והנחש. הוא משל לכח הדמיוני והמשילהו לנחש להיותו מזיק לאדם בהגעת שלמותו כמו שקדם ולהיות כל השגתו מגעת בנסיון ר"ל שכאשר הושג בחוש בדבר פלוני שהוא מתוך הנה יצייר אותו הכח הדמיוני בזה האופן ולזה תמצא ענין הנחש נופל בנסיון אמר נחשתי ויברכני יי' בגללך. אמרו ז"ל על הנחש שהוא היה כשעור גמל וסמאל רוכב עליו ושהקב"ה שחק על גמל ורוכבו וכבר יפילו ז"ל שם סמאל על היצר הרע להיותו נגזר מהשמאל אשר היא הנטייה הדרך הישר וכבר התבאר לך במה שקדם שהכח הדמיוני מנהיג באופן מה הכח המתעורר ומוליך אותו לאשר יפנה במה שיציירהו מהטוב והרע בדברים. מכל חית השדה. הנה קרא הכחות הנפשיי' המצאים באדם ובזולתו מהב"ח חית השדה להיותם כמו חיצונים ממהותו המיוחד לו ואמנם היה זה כן לפי שהשדה חוץ לעיר ולזה תמצא שהשתמשו הרבה ליחס מה שהוא חוץ מהדבר אל השדה עד שכבר ביארו ז"ל ובשר בשדה טרפה לא תאכלו הבשר שיצא חוץ למחיצתו כמו שנזכר בפרק בהמה המקשה ובמקומות רבינו מהתלמוד. ולזאת הסבה בעינה נקרא הב"ח המדברי חית השדה להיות מקומו חוץ מהמקום שיהיה בו ישוב בני אדם אמר וחית השדה הושלמה לך ואופן היות הכח הדמיוני ערום יות' משאר הכחות המשיגו' ההיולאניות הוא מבואר כי הוא יצייר מה שרצה לציירו כשלא ימנעהו מזה כחות הנפש ולא ימצא בכל הכחות המשיגות היולאניות כח מצייר זולת הדמיון ומזה הצד היה למדמה מבוא גדול בעניין הנבואה ובמה שידמה לה'.
ואולם בענין וה אין בכאן סבה תחייב שיהיה לפי המשל כמו שאתה רואה מדברינו ר"ל שכבר נמשך לנו ביאור זה הספור עם הניחנו חוה הנקבה הנבראת עם האדם וכבר יתבאר ג"כ שאנה לפי המשל ממה שהמשיחה התורה לזה הספור שכבר הולידה חוה קין והבל ושת שאי אפשר שיהיה משל ואולם הרב המורה נראה שהבין שענין חוה הוא גם כן משל לכח אחד מכחות הנפש האנושי ולא נתבאר מדבריו אי זה כח הוא זה הכח שישלם בו הסתת הבחש וסמאל שהוא רכוב עליו
אין אפאר ווערטער: גן - מיינט מען די טראכטענדיגע/אינטעלעקטואלע שכל; עדן - מיינט מען די טוענדיגע שכל - שכל הפועל; נחש - מיינט מען די אימאדזשינעישן - די שכל הדמיוני.
רש"י זאגט אז ווען גאט האט צומישט די שפראכן ביי די דור הפלגה, האבן זיי זיך אנגעהויבן ארומצושלאגן, וז"ל: זה שואל לבנה וזה מביא טיט וזה עומד עליו ופוצע את מוחו. (בראשית יא,ז). איז שווער, אויב איינער פארשטייט נישט וואס זיין חבר בעט פון איהם גיבט ער איהם נישט גארנישט, פארוואס זאל ער איהם געבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן?! אלא מאי, אז זיי האבן גענוצט גוגל טרענסלעיט...
רביה"ק זי"ע: דיין "פשט" אין די פרשה דערמאנט מיך פון א דזשאוק וואס וואלט אפשר געדארפט אריינגיין אין צימעס, אין מילתא דבדיחותא. אדער גאר אין ערגעץ נישט...
והנה, א פרישער אימיגראנט פון יוראפ איז געקומען קיין אמעריקע, און ער האט געזוכט א דזשאב. די איינציגע דזשאב וואס מ'האט געטראפן פאר איהם איז געווען ביי א קאמפעני וועלכע האבן (אין יענע צייטן) אויפגעפיקט יענע מעשה (צואה, בלע"ז) ארויפגעלייגט אויף טראקס און אוועקגעפיהרט צו א פלאץ וואו ס'איז געווען א גרויסער גרוב, און מ'האט עס דארט באגראבן. אבער דער טראק האט נישט געקענט צו פאהרן ביז'ן גרוב. האט ער זיך געשטעלט ביים עק פון ראוד, און פון דארט ביז'ן גרוב איז געווען א לאנגע ליין פון מענטשן וועלכע האבן איבערגעגעבן די סחורה אינער פאר'ן צווייטן, ביז ס'איז אנגעקומען צום גרוב.
דעם נייעם ארבעטער האט מען געשטעלט דעם לעצטן לעבן דעם גרוב, ער האט איבערגענומען די סחורה פון דעם לעצטן מענטש פאר איהם. מיט די צייט, ווי ער האטציך אלס ארויפגעארבעט האט מען איהם שטענדיג ארויפגערוקט אין די ליין, ביז ער איז שוין אנגעקומען גראד צו דעם טראק. ווען ער איז געקומען אהיים יענעם טאג, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב...
I am not taking sh*t from anyone anymore...!
רביה''ק זי''ערש"י זאגט אז ווען גאט האט צומישט די שפראכן ביי די דור הפלגה, האבן זיי זיך אנגעהויבן ארומצושלאגן, וז"ל: זה שואל לבנה וזה מביא טיט וזה עומד עליו ופוצע את מוחו. (בראשית יא,ז). איז שווער, אויב איינער פארשטייט נישט וואס זיין חבר בעט פון איהם גיבט ער איהם נישט גארנישט, פארוואס זאל ער איהם געבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן?! אלא מאי, אז זיי האבן גענוצט גוגל טרענסלעיט...
ער איז געווען אזוי אויפגערעגט אז ער פארשטייט נישט וואס דער חבר זאגט אז להכעיס האט ער אים געגיבן עפעס וואס ער האט נישט געבעטן ווייל סקען נישט זיין אנדערש נאר דער חבר דרייט אים א קאפ. דרייקאפ בלע"ז כדפרש"י במקום אחר..
דער אפודי האט אויך פארשטאנען דער סיפור מיט די נחש על דרך משל: ר"ל הנחש היה הכח המדמה ונקרא כן בעבור היותו מיוחד למנחשים ולקוסמים.
פרשת בראשית
📎 עיתון שחרית יום חמישי בראשית תשע%27%27ט.PNG
אין קאננעקשאן מיט מיינע לעצטע תגובות, דער לשון הרמב"ם אין מורה איז אזוי: וממה שצריך שתתבוננהו מאד - זכרו בריאת 'אדם' ב'ששת ימי בראשית', ואמר: "זכר ונקבה ברא אותם", וחתם הבריאה כולה ואמר: "ויכולו השמים והארץ וכל צבאם". ופתח פתח אחר לבריאת חוה מאדם, וזכר 'עץ החיים' ו'עץ הדעת' ודבר ה'נחש' והענין ההוא; וזכר שזה כולו היה אחר שהושם אדם ב'גן עדן'; וכל ה'חכמים ז"ל' מסכימים שזה הענין כולו היה יום ששי ושלא נשתנה ענין בשום פנים אחר 'ששת ימי בראשית'. ולזה לא ירוחק דבר מן הענינים ההם, כמו שאמרנו - שעד הנה לא היה טבע נח: ועם זה כבר זכרו דברים, אשמיעם לך מלוקטים ממקומותיהם, ואעירך גם כן על דברים, כמו שהעירונו הם ז"ל. ודע כי אלו הדברים אשר אזכרם לך מדברי ה'חכמים' אמנם הם דברים בתכלית השלמות, מבוארי הפרוש לאשר זכרום לו, מתוקנים מאד - ולזה לא ארבה בפרושם ולא אשימם פשוטים, שלא אהיה 'מגלה סוד': אבל זכרי אותם בקצת סדר ובהערה מעוטה מספיק בהבנתם לכיוצא בך: ומזה - אמרם, שאדם וחוה נבראו כאחד, מתאחדים גב לגב, ושהוא נחלק, ולוקח חציו, והוא - חוה, והובא אליו. ואמרו: "אחת מצלעותיו" - רוצה בו: אחד מחלקיו; והביאו ראיה מ"צלע המשכן", אשר תרגומו: 'סטר משכנא' - וכן אמרו: 'מן סטרוהי'. והבן איך היה הבאור, שהם שנים בצד אחד והם אחד, כמו שאמר: עצם מעצמי ובשר מבשרי". והוסיף זה חיזוק באמרו, שהשם על שניהם יחד - אחד: "אשה - כי מאיש לוקחה זאת". וחיזק היותם אחד, ואמר: "ודבק באשתו, והיו לבשר אחד". ומה גדול סכלות מי שלא יבין שזה כולו - לענין בהכרח.
ענדיגט ער צו: ווי נאריש זענען דיע וואס ריאליייזען נישט אז די פארשידענע אויסטייטשונגען וואס מיר זעען אין חז"ל בשייכות מיט יצירת חוה אנטהאלטן מער פון דאס וואס ס'שטייט קלאר געשריבן אין פסוק...און ממילא אונז אויכעט וכו' וכו'...
דער לשון מאכט נישט ממש סענס. אבער דאס איז איז תיבון פארטיישענדיג.
אבער אז מען קוקט ווי ר"י קאפאח האט געהאט דעם לשון רמב"ם אין זיין אראבישע כתב יד, שרייבט ער אין זיינע הגהות אין משנה תורה הל' שבת: בהתאם לשטתו שכל אותו התיאור של אדם וחוה והנחש בבראשית ב הוא מונחים אליגוריים וכמ"ש במו"נ ח"ב פרק ל 'ולא חוה האשה הטבעית היא שגרמה מיתה לאדם ע"ש...
דא האסטו קאפח'ס תרגום וואס איז ביי טשענס כמעט דאס זעלבע ווי תיבון.
והבן זה היאך בא הביאור שהם שנים מבחינה מסוימת, והם אחד, כמו שאמר עצם מעצמי ובשר מבשרי 80, והוסיף חיזוק לכך באומרו כי השמות אחידים על שניהם יחד, אשה כי מאיש לוקחה זאת, וחזק איחודם ואמר ודבק באשתו והיו לבשר אחד. והנה כמה חמורה סכלות, מי שאינו מבין שכל זה לעניינים בהכרח, והנה נתבאר זה.
לגבי דעם אבן עזרא איז דאס לכאורה פון די שטיקלעך וואס זענען דאס מערסטע נתפרש געווארן אין די אלע צענדליגער א.ג. "פירושים" - חיבורים ארום אבן עזרא. זע אין חומש עוז והדר וויאזוי זיי לערנען.
קאררעקשאן: דאס וואס איך האב געקוואט איז פון קאפאח, איז ווי אזוי האט ער פארשטאנען אין רמב"ם, ווי-אזוי גענוי ווייס איך נישט. עכ"פ, יעצט זע איך דאס איז נישט אים ברענגענדיג דעם רמב"ם'ס לשון אין פרק ל'.
כ'טראכט, אפשר האט ער אזוי פארשטאנען פון דיע ווערטער: ועוד מן האמירות הנפלאות אשר פשוטן בתכלית הזרות, ואם הבנת פרקי מאמר זה כפי שראוי להבינם תתפלא על חכמת המשל הזה ותיאומו למציאות וכו' (וואס איז דער לשון הרמב"ם אין זיין, קאפאח'ס, תרגום. )
וואס מיינסטו צו זאגן מימון, אז דער אבן עזרא וואס איך ברענג פון אויבן איז אויך א תרגום?
דו האסט געפרעגט פשט אין דעם אבן עזרא וואס איז מן הסתם פון די מערסטע סתום'דיגע ווערטער אין זיין פירוש, און האסט זיך אפגערעדט אז דו טרעפסט נישט קיין פשט האב איך צוגעצייכנט אז אויף דעם שטיקל איז מסתמא דא די מערסטע פירושים אין די אלע צענדליגער פירושים וואס זענען דא אויף אבן עזרא ווי יעדער איז מפרש וויאזוי ער האט ממילא געוואלט זאגן... צווישן די פירושים זענען כספי מוטוט טוב-עלם צרצה משקוני קרשקש כומטינו פרנקו פלקירה ועוד ועוד פאר מער זע חכמות חיצוניות חלק ג אין וועקער נומ. 15
מיימוןדו האסט געפרעגט פשט אין דעם אבן עזרא וואס איז מן הסתם פון די מערסטע סתום'דיגע ווערטער אין זיין פירוש, און האסט זיך אפגערעדט אז דו טרעפסט נישט קיין פשט האב איך צוגעצייכנט אז אויף דעם שטיקל איז מסתמא דא די מערסטע פירושים אין די אלע צענדליגער פירושים וואס זענען דא אויף אבן עזרא ווי יעדער איז מפרש וויאזוי ער האט ממילא געוואלט זאגן... צווישן די פירושים זענען כספי מוטוט טוב-עלם צרצה משקוני קרשקש כומטינו פרנקו פלקירה ועוד ועוד פאר מער זע חכמות חיצוניות חלק ג אין וועקער נומ. 15
דו מיינסט וויאזוי דער מפרש האט ממילא געוואלט זאגן..?! 😠
איך העזיטיר געווענליך צו אריינקוקן אין א מפרש, ספעציעל ביי קאנטראווערסיאלע שטיקלעך. מיין צוגאנג איז, אויב איך פארשטיי עס נישט מסתם רעדט דער אבן עזרא נאכנישט צו מיך יעצט. משאכ פרעגן פון חבירים איז יותר קרוב ללמד בעצמו. אויך איז עס less authoritative
יא אבן עזרא רעדט זייער ברמז און מען קען דארט אריינלייגן אלעס פון קבלה ביז כפירה און ביקורת המקרא כל חוד לפי דרגא דיליה. אין חומש עוז והדר לפי הנראה במבט חטוף האבן זיי געמאכט גאנץ א גוטע ארבעט לפרש דבריו לפי דברי עצמו המפוזרים בכמה מקומות צו מפרש זיין על דעת וכוונת המחבר. א שאד נאר אז עס איז נאכנישט געווען ווען איך האב זיך געמוטשעט אויף אבן עזרא.
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
פרשת לך
הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את. רש"י זאגט אז צוליב צניעות האט אברהם אבינו נישט געוויסט ווי שרה קוקט אויס, נאר איצט ביים גיין אין וואסער האט עס אפגעשפיגעלט איר געזיכט אין אברהם האט עס געזעהן.
איז באקאנט די קשיא, אמער, אסור לקדש אשה עד שיראנה, האט ער דאך געמוזט האבן איר געזעהן פון פריער? איין תירוץ האב איך געזעהן אין שפתי חכמים אז ער האט טאקע געקוקט אויף איר פאר'ן חתונה האבן, נאר נאכדעם האט ער מער נישט געקוקט, האט ער געמיינט אז איצט אויף דער עלטער האט זי פארלוירן איר גלאנץ. יעצט אבער אז ער האט איר נאכאמאל געזעהן האט ער געזאגט הנה נא ידעתי, איך ווייס אז דיין שיינקייט פון אמאל איז נאך געבליבן ביז איצט.
אבער אין תרגום יונתן שטייט אז ווען זיי האבן דורך געוואקט די וואסער האט שרה אויפגעהויבן די קליידער ס'זאל נישט נאס ווערן, און אברהם האט געזעהן איר פיס. קומט אויס אז פאר די חתונה האט ער איר טאקע באטראכט, ווי דער דין איז, די פיס אבער האט ער קיינמאל נישט געזעהן, און איצט אז ער האט עס געזעהן האט ער איר קאמפלימענטעד.
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
יעצט פארשטיי איך פארוואס אין בעלז(א) האט מען געהאט א "קפידא" נישט צו לערנען שפתי חכמים...!
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
שטייט די וואך און פרשה ביי רבקה:
ויתרצצו הבנים בקרבה ותאמר אם כן למה זה אנכי ותלך לדרש את ה'
ויאמר ה' לה שני גיים בבטנך ושני לאמים ממעיך יפרדו וגו'
די מפרשים זאגן אז רבקה האט געמיינט אז ס'איז איין קינד און זי איז געקומען פרעגן וואס איז פשט אז ווען זי גייט דורך בתי מדרשים שטויסט די קינד און ווען מ'גייט דורך בתי עבודה זרה שטויסט עס ווייטער, וויאזוי קען דאס גיין צוזאמען.
האט מען איר געענטפערט אז ס'איז צוויי קינדער און איינער וויל ארויסגיין ביי די בתי מדרשים און איינער ביי די בתי ע"ז.
לכאורה איז שווער פארוואס האט זי נישט געטראכט אז ס'איז טאקע איין קינד און ווען מ'גייט דורך א ביהמ"ד וויל ער ארויסגיין לערנען, און ווען מ'גייט דורך א בית ע"ז וויל ער גיין ווארפן שטיינער?
נאר זעהט אויס אז ס'גייט נישט צוזאמען!
דער וואס לערנט ווארפט נישט קיין שטיינער און דער וואס ווארפט שטיינער לערנט נישט!
(געהערט בשם הרה"ק מ'קלוזענבורג זצ"ל)
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
בן ישי: נאר ס'איז דא אנ'אנדער ווערטל. בשם דער חת"ם סופר. כידוע האט ער שטארק געקעמפט אקעגן די רעפארמער. ער פרעגט א "קשיא". פארוואס איז בכלל געווען א ויתרוצצו? ווען רבקה איז אדורך א ביהמ"ד האט יעקב געוואלט ארויסגיין אבער עשיו נישט. און פארקערט. ביי א בית עבודה זרה האט (נאר) עשיו געוואלט ארויסגיין. און נישט יעקב...!
נאר, פיהרט ער אויס. אז רבקה איז (מסתמא) אדורך א רעפארם טעמפל האבן ביידע פון זיי געוואלט ארויסגיין. זיי האבן נישט געוויסט אויב ס'איז א שול אדער א בית עבודה זרה...!
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
עם אשר תמצא את אלהיך לא יחיה נגד אחינו הכר לך מה עמדי וקח לך ולא ידע יעקב כי רחל גנבתם:
יעקב האט געזאגט פאר לבן אז ער האט נישט געגאנבעט זיינע אפגעטער און ער קען עס זוכן.
שטעלט זיך א קשיא, פארוואס האט יעקב נישט געניצט די זיידע אברהם'ס מהלך ווען זיין טאטע האט עם אפירגעהאלטן וועגן די אפגגעטער, און געענטפערט לבן אז די געטשקעס זענען אליין אוועקגעגאנגען?
נאר מיז זיין אז נישט יעדע ליגנט וואס ארבעט מיט א טאטע ארבעט אויך ביים שווער.
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
זייער שיין בן ישי.
אגב, מען בענקט זיך נאך דיר... פלעגסט שרייבן זייער געשמאק... קום אריין אפטער!
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
שמעקעדיג #
זייער שיין בן ישי.
אגב, מען בענקט זיך נאך דיר... פלעגסט שרייבן זייער געשמאק... קום אריין אפטער!
מיין פנים איז רויט!
שכח פאר די קאמפלימענט, באמת!
איך האב נישט אזויפיל צייט צו שרייבן אבער איך בין דא און פרוביר ווען איך קען (ווען בחצרות הקודש וואלט צוריק געווארן ברוין וואלט געווען מער געשמאקער זיך צו דרייען דא...)
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
בן ישי #
שטייט די וואך און פרשה ביי רבקה:
ויתרצצו הבנים בקרבה ותאמר אם כן למה זה אנכי ותלך לדרש את ה'
ויאמר ה' לה שני גיים בבטנך ושני לאמים ממעיך יפרדו וגו'
די מפרשים זאגן אז רבקה האט געמיינט אז ס'איז איין קינד און זי איז געקומען פרעגן וואס איז פשט אז ווען זי גייט דורך בתי מדרשים שטויסט די קינד און ווען מ'גייט דורך בתי עבודה זרה שטויסט עס ווייטער, וויאזוי קען דאס גיין צוזאמען.
האט מען איר געענטפערט אז ס'איז צוויי קינדער און איינער וויל ארויסגיין ביי די בתי מדרשים און איינער ביי די בתי ע"ז.
לכאורה איז שווער פארוואס האט זי נישט געטראכט אז ס'איז טאקע איין קינד און ווען מ'גייט דורך א ביהמ"ד וויל ער ארויסגיין לערנען, און ווען מ'גייט דורך א בית ע"ז וויל ער גיין ווארפן שטיינער?
נאר זעהט אויס אז ס'גייט נישט צוזאמען!
דער וואס לערנט ווארפט נישט קיין שטיינער און דער וואס ווארפט שטיינער לערנט נישט!
(געהערט בשם הרה"ק מ'קלוזענבורג זצ"ל)
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=236961#p236961Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
זעה איך אז דארט איז עס מיט א אנדערע מקור