☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:39 pm

· #242685
ויגש
אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:19 pm

· #243394
וידברו אליו את כל דברי יוסף אשר דבר אליהם
וגו'.

די רמב"ן ברענגט אז די ברודער האבן למעשה קיינמאל פארציילט פאר יעקב אז זיי האבן פארקויפט יוסף נאר יעקב האט געמיינט אז ער האט זיך פארלוירן, און אראבער האבן איהם געטראפן.
אין פסיקתא שטייט אויך אז דאס איז די סיבה פארוואס יוסף איז קיינמאל געגאנגען באזוכן יעקב הערשט ביז יעקב האט איהם גערופן, ווייל ער האט מורא געהאט אז ער זאל איהם נישט אויספרעגן פונקטלעך וואס עס האט פאסירט מיט איהם.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 7:35 pm

· #243395
ויאמר ישראל אל יוסף אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך כי עודך חי.

די אלשיך הק' ברענגט אויפן פסוק "ויאמר ישראל רב עוד יוסף בני חי אלכה ואראנו בטרם אמות", אז יעקב האט געזאגט איך מוז גיין זען דעם יוסף ווייל עס קען נישט זיין ער האט נישט חוטא געווען אין אזא מקום זוהמה, און ער איז נישט געווארן בארואיגט ביז ער האט איהם געזען "שכן היו מכירים בזמנים ההם, כי שלומי אמוני ישראל קדושים אשר בארץ אשר היו לפנינו בימים ראשונים, מטוהר נפשם וחלאת חולשת זוהמתן, יכירו וידעו בהביט אל פני אדם גם פני איש, הצדיק הוא הרשע, ויעידון ויגידון פרטי מעללי איש בהכרת פניו ולא יחטיאו".

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:02 pm

· #243402
מצטמק ויפה
וידברו אליו את כל דברי יוסף אשר דבר אליהם
וגו'.

די רמב"ן ברענגט אז די ברודער האבן למעשה קיינמאל פארציילט פאר יעקב אז זיי האבן פארקויפט יוסף נאר יעקב האט געמיינט אז ער האט זיך פארלוירן, און אראבער האבן איהם געטראפן.
אין פסיקתא שטייט אויך אז דאס איז די סיבה פארוואס יוסף איז קיינמאל געגאנגען באזוכן יעקב הערשט ביז יעקב האט איהם גערופן, ווייל ער האט מורא געהאט אז ער זאל איהם נישט אויספרעגן פונקטלעך וואס עס האט פאסירט מיט איהם.

פליעס פארצייל די תורה פאר די הייליגע ארגאניזאציע פון די אנשי נטרונא. דאס איז זייער פרייליכע נייעס אז די אראבערס זענען זייער וואוילע מענטשן. און די ציונים צווינגען זיי נעבעך אדורכצופיהרן די אלע מעשי רציחה וטעראר אויף אידן... 🙄

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:39 pm

· #243413
ונבנתה העיר
אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

איך פארשטיי נישט די קושיא . נאך איין פסיעה גסה בלייבט איבער 499 פון די ראי', ביים נעקסטן גייט נישט אראפ א גאנצע חלק נאר א 1/500 פון 499 און אזוי ווייטער. פארוואס זאל מען בלינד ווערן נאך 500 טריט?

ירח בן יומו » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:45 pm

· #243416
מצטמק ויפה
ויאמר ישראל אל יוסף אמותה הפעם אחרי ראותי את פניך כי עודך חי.

די אלשיך הק' ברענגט אויפן פסוק "ויאמר ישראל רב עוד יוסף בני חי אלכה ואראנו בטרם אמות", אז יעקב האט געזאגט איך מוז גיין זען דעם יוסף ווייל עס קען נישט זיין ער האט נישט חוטא געווען אין אזא מקום זוהמה, און ער איז נישט געווארן בארואיגט ביז ער האט איהם געזען "שכן היו מכירים בזמנים ההם, כי שלומי אמוני ישראל קדושים אשר בארץ אשר היו לפנינו בימים ראשונים, מטוהר נפשם וחלאת חולשת זוהמתן, יכירו וידעו בהביט אל פני אדם גם פני איש, הצדיק הוא הרשע, ויעידון ויגידון פרטי מעללי איש בהכרת פניו ולא יחטיאו".

די קאזניצע מגיד אין עבודת ישראל ברענגט דאס אראפ און ער טייטש מיט דעם דעם פסוק ויעל יוסף לקראת אביו אז יוסף האט זיך גארנישט געהאט מיט וואס זיך צו שעמען, און ער האט גארנישט געהאט וואס צו באהאלטן, נאר ער האט געלאזט יעקב איהם קוקן אין פנים.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:54 pm

· #243421
משולם שטיינפעלד
ונבנתה העיר
אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

איך פארשטיי נישט די קושיא . נאך איין פסיעה גסה בלייבט איבער 499 פון די ראי', ביים נעקסטן גייט נישט אראפ א גאנצע חלק נאר א 1/500 פון 499 און אזוי ווייטער. פארוואס זאל מען בלינד ווערן נאך 500 טריט?

דאס איז טאקע תוס' תירוץ עיי"ש, נאר עס שטערט איהם סוף סוף פארוואס נעמט די ערשטע מער אוועק ווי די צווייטע.

מצטמק ויפה » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:38 pm

· #243608
ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו

אין ספר יד יוסף ווערט געברענגט פון רבי שלמה אלקבץ אז יהודה האט יא דערקענט יוסף נאר האט נישט געוואלט דערציילן די ברודער דערפון.

מצטמק ויפה » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:40 pm

· #243609
וישבת בארץ גושן והיית קרוב אלי.
היאךיהיה קרוב אליו, הרי יוסף לא גר בארץ גושן רק בעיר המלוכה? ופירש הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן, שכך הוא דרכו של עולם, אם המשפחה גרים יחד באים לידי מריבות וקטטות, לכן אמר יוסף מן הראוי שתשב בארץ גושן, ואני אגור בעיר הבירה, ואזי "והיית קרוב אלי" נשאר קרובים וידידים...
( גליון יין ישן)

מצטמק ויפה » פרייטאג דעצעמבער 26, 2014 1:43 pm

· #243610
קחו לכם מארץ מצרים עגלות.

אין דעת זקנים איז ער מדייק קחו "לכם" אז דווקא זיי זענען געגאנגען מיט עגלות אבער יעקב האבן די קינדער געהאלטן אויף די אקסעל.

דריידל » מוצ"ש דעצעמבער 27, 2014 10:52 pm

· #243693
ונבנתה העיר
אל תרגזו בדרך - פסיעה גסה נוטלת אחת מת"ק מאור עיניו של אדם.

פארוואס ווערט מען נישט אינגאנצן בלינד נאך 500 פסיעות? זאגט תוס' (תענית י' ע"ב) אז די ערשטע פסיעה נעמט אוועק מער ווי די שפעטערע אלס כל התחלות קשות.

ס'קען זיין אז יעדע פסיעה נעמט אוועק א פינף הונדרעטסטל פון וואס ס'איז געבליבן קומט אויס אז ווי שפעטער גייט אלץ אראפ ווייניגער. ודו"ק

יעצט באמערקט אז משולם שרייבט שוין די זעלבע, ומשנה לא זזה ממקומה.

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 12:28 am

· #243715
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/243421">viewtopic.php?p=243421#p243421</a><!-- l -->

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 28, 2014 9:50 am

· #243758
מצטמק ויפה
ויכר יוסף את אחיו והם לא הכירוהו

אין ספר יד יוסף ווערט געברענגט פון רבי שלמה אלקבץ אז יהודה האט יא דערקענט יוסף נאר האט נישט געוואלט דערציילן די ברודער דערפון.

איז פארוואס האט יהודה אזוי גערודערט?

דריידל » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 8:11 pm

· #247171
היינט ביים ליינען איז מיר בייגעפאלן צו טייטשן בדרך רמז, ווי פאלגענד:
תבן אין ניתן לעבדיך - יונגעלייט רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט גענוג צו ברענגען פרנסה אין שטוב, ולבנים אומרים לנו עשו - מ'הייסט זיי מאכן נאך און נאך קינדער (די רבנים אסר'ן בירט קאנטראל), והנה עבדיך מוכים וחטאת עמך - איז מען געצווינגן צו מאכן פארשידענע אומאויסגעהאלטענע דריידלעך צו פארדינען געלט. ויאמר נרפים אתם נרפים - זאגט מען זיי: עטץ זענטס פוילע חברה, על כן אתם אומרים נלכה נזבחה לה' - פארדעם ווילט עטץ בלייבן אין כולל און נישט גיין ארבעטען. ועתה לכו עבדו - גייטס טרעפן א זשאב ותבן לא יינתן לכם - הערטס אויף מיט די פוד סטעמפס, ותוכן לבנים תיתנו - וועט עטץ אליין קענען עפארדן וואס ס'פעלט אויס פאר די קינדער.

ירח בן יומו » מוצ"ש יאנואר 10, 2015 8:41 pm

· #247178
דריידל
היינט ביים ליינען איז מיר בייגעפאלן צו טייטשן בדרך רמז, ווי פאלגענד:
תבן אין ניתן לעבדיך - יונגעלייט רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט גענוג צו ברענגען פרנסה אין שטוב, ולבנים אומרים לנו עשו - מ'הייסט זיי מאכן נאך און נאך קינדער (די רבנים אסר'ן בירט קאנטראל), והנה עבדיך מוכים וחטאת עמך - איז מען געצווינגן צו מאכן פארשידענע אומאויסגעהאלטענע דריידלעך צו פארדינען געלט. ויאמר נרפים אתם נרפים - זאגט מען זיי: עטץ זענטס פוילע חברה, על כן אתם אומרים נלכה נזבחה לה' - פארדעם ווילט עטץ בלייבן אין כולל און נישט גיין ארבעטען. ועתה לכו עבדו - גייטס טרעפן א זשאב ותבן לא יינתן לכם - הערטס אויף מיט די פוד סטעמפ, ותוכן לבינים תיתנו - וווועט עטץ אליין קענען עפארדן וואס ס'פעלט אויס פאר די קינדער.

גזירתך קשה משל פרעה

דריידל » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:27 pm

· #249804
ומושב בני ישראל אשר ישבו בארץ מצרים ארבע מאות ושלשים שנה. שטעלט זיך די קשיא אז די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?
האב איך געהערט פון מיין פעטער, בטעם זקנים, אז געווען זענען זיי טאקע נאר פאר 210 אבער א מושב האבן זיי איבערגעלאזט פאר 430 יאר

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 24, 2015 7:54 pm

· #249818
דריידל
ומושב בני ישראל אשר ישבו בארץ מצרים ארבע מאות ושלשים שנה. שטעלט זיך די קשיא אז די אידן זענען דאך געווען אין מצרים בלויז 210 יאר?
האב איך געהערט פון מיין פעטער, בטעם זקנים, אז געווען זענען זיי טאקע נאר פאר 210 אבער א מושב האבן זיי איבערגעלאזט פאר 430 יאר

דריידל: די זיסע תורה האט דער בעל מנחת אלעזר, דער מונקאטשער רב זצ"ל געזאגט ווען, נאך די ערשטע וועלט מלחמה האבן זיך באזעצט א קבוצה אידן אין אן אפארטמענט בילדינג און איבער געלאזט א גרויסן מושב... 😂 🙄

חאצקעל שניידער » מוצ"ש מערץ 21, 2015 11:16 pm

· #260336
פרשת ויקרא
מחת״ס בדרשות שמעתי אז א עשרון סולת פאר א קרבן מנחה מיט די אויל און די לבונה איז מער געלט פון א קליין טייבעלע אויב אזוי פארוואס איז עס פאר די דלי דלות ? ומתרץ אז דער דלי דלות ארימאן האט אפילו נישט דער איין דאלער למשל וואס קאסט דער טייבעלע , נאר וואס די חיטים דאס באקומט ער בחינם פון לקט שכחה פאה מעשר עני .מיט פארשטייט מען וואס דער פסוק זאגט ונפש כאילו הקריב נפשו ,ער האט דאך אוועקגעגעבן זיין ביסן פון מויל. וואוזוי ער פארענפערט די אויל מיט די לבונה ווייס איך נישט.

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 22, 2015 3:24 am

· #260397
חאצקעל שניידער
מחת״ס בדרשות שמעתי אז א עשרון סולת פאר א קרבן מנחה מיט די אויל און די לבונה איז מער געלט פון א קליין טייבעלע אויב אזוי פארוואס איז עס פאר די דלי דלות ? ומתרץ אז דער דלי דלות ארימאן האט אפילו נישט דער איין דאלער למשל וואס קאסט דער טייבעלע , נאר וואס די חיטים דאס באקומט ער בחינם פון לקט שכחה פאה מעשר עני . וואוזוי ער פארענפערט די אויל מיט די לבונה ווייס איך נישט.

מסתמא איז דא עפעס א פראגראם אויף דעם אויך. אפשר פוד סטעמפס אדער כולל קיופאנס... 😂

ונבנתה העיר » מאנטאג אפריל 20, 2015 9:09 pm

· #267957
וטמא טמא יקרא, לערנט דער רמב"ם: און דער טמא זאל אויסרופען אז ער איז טמא, ודלא כאונקלוס.

ברוך שאמר » מוצ"ש יוני 6, 2015 10:49 pm

· #280997
פרשת בהעלותך
יעצט געהערט ביי די תורה אז די מנורה איז באהאלטן געווארן ברענעדיגער הייט (בשם חידושי הרי"ם) איינער ווייסט אפשר ווי דאס שטייט?

וויל קענען » זונטאג יוני 7, 2015 8:10 am

· #281068
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
ברוך שאמר
יעצט געהערט ביי די תורה אז די מנורה איז באהאלטן געווארן ברענעדיגער הייט (בשם חידושי הרי"ם) איינער ווייסט אפשר ווי דאס שטייט?

איך האב עס געזעהן שבת בספר דברי יואל בהעלותך וה״ה בדף רנ״ה ומלשונו משמע שהוא חידשו בעצמו
ואם כבר קדמו החי׳ הרי״ם איני יודע

שמעון וואלף » זונטאג יוני 7, 2015 9:08 am

· #281071
די מנורה איז דען באהאלטן געווארן? ס'ליגט דאך אין די וואטיקאן ווי ס'לויטעט די באקאנטע שער טיטוס

אבות דרבי נתן פרק מא

חמשה דברים העשויין וגנוזין. אלו הן. אהל מועד וכלים שבו. ארון ושברי לוחות [שבו]. צנצנת המן. וצלוחית של שמן המשחה. והמטה. ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה. ובגדי כהונה ובגדי כהן משיח. אבל מכתשת של בית אבטינס שלחן ומנורה ופרוכת וציץ עדיין מונחין ברומי

והאי לך לשון הספרי זוטא פרק ח

מניין שיהיו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי? ת"ל "אל מול פני המנורה", וכן הוא אומר "והוא יושב ממולי". אמר ר' שמעון: כשהלכתי לרומי וראיתי שם את המנורה היו כל הנרות מוסטרין כנגד נר האמצעי

למעשה איז דא א מדרש רבה פרשה טו אות י

ולפיכך כשחרב ביהמ"ק נגנזה המנורה, וזה אחד מחמשה דברים שנגנז: הארון, והמנורה, והאש, ורוח הקדש, והכרובים. וכשישוב הקב"ה ברחמיו ויבנה ביתו והיכלו הוא מחזירן למקומן לשמח את ירושלים שנא' "יְשֻׂשׂוּם מִדְבָּר וְצִיָּה וְתָגֵל עֲרָבָה וְתִפְרַח כַּחֲבַצָּלֶת. פָּרֹחַ תִּפְרַח וְתָגֵל

דאס איז לכאורה די איינציגסטע פלאץ ווי ס'שטייט בכלל אז מ'האט באהאלטן די מנורה.

קען זיין אז די מדרש רעדט פון בית ראשון און די אנדערע מקורות איז פון בית שני אדער די מנורות וואס שלמה המלך האט געמאכט אבער ס'איז סותר די גמרא אין הוריות יא: ווי ס'ווערט נישט דערמאנט די מנורה

משנגנז ארון, נגנז שמן המשחה וצנצנת המן, ומקלו של אהרן שקדיה ופרחיה, וארגז ששלחו פלשתים דורון לישראל, שנאמר: "ואת כלי הזהב אשר השבותם לו אשם תשימו בארגז מצדו ושלחתם אותו והלך", ומי גנזו? יאשיהו מלך יהודה גנזו

וויל קענען » זונטאג יוני 7, 2015 10:02 am

· #281073
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
שמעון וואלף

דאס איז שוין אן אלטע שאלה והרבה קולמוסות כבר נשברו ע״ז
קודם דאס וואס די זאגסט אז נאר אין איין מדרש שטייט אז די מנורה איז נגנז געווארן אין זה נכון כ׳האב יעצט נישט קיין צייט צו זיכען אבער לפי ידיעתי שטייט עס בכמה כמה מדרשים
כהאב נישט געליינט קיין גליונות די וואך אבער איך שטעל מיר פאר אז זיי רעדן פון די מחלוקת
לפי מה שאני זוכר איז די בעסטע פשט כדי ס׳זאל נישט זיין קיין מחלוקת אז מנורת משה נגנז דמעשה משה לא נפלו בידי זדים וברומי יש א׳ מהמנורות שעשה שלמה –דשלמה עשה י׳ מנורות ועי״ז לא יקשה על צורות המנורה דתלי בפלוגתה ממה שנמצא שם

וויל קענען » זונטאג יוני 7, 2015 10:11 am

· #281075
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
ברוך שאמר
יעצט געהערט ביי די תורה אז די מנורה איז באהאלטן געווארן ברענעדיגער הייט (בשם חידושי הרי"ם) איינער ווייסט אפשר ווי דאס שטייט?

יעצט ארויסגענומען א חידושי הרי״ם פון שראנק ומצאתיו עס שטייט בתחילת פרשת בהעלותך אז די נר מערבי דלק בשעת ס׳איז נגנז געווארן ועודו דולק שם

ונבנתה העיר » מוצ"ש יוני 27, 2015 11:58 pm

· #285507
בלק
תו"מ תשט"ו:

איתא בזהר טעם להענין ד"ויפתח ה' את פי האתון" – דאל"כ הי' אפשר לדמות שאילו ניתן לבעלי-החיים לדבר, מי יודע אילו חכמות נפלאות היו שומעים מהם!... ולכן "ויפתח ה' את פי האתון" – כדי להראות ש"חכמתה" של האתון אינה כל-כך נפלאה ("ס'איז גאָר ניט אַזוי געוואַלדיק")...

דריידל » מאנטאג יולי 13, 2015 12:06 pm

· #289026
פרשת מטות
ס'דא א ספר ילקוט הגרשוני פון די לודאשע רב מיט אסאך זיסע טייטשן. שרייבט ער אז ווען מ'האט אים אויפגענומען אלץ רב איז געווען פרשת מטות און כנהוג האט מען אים מכבד געווען מיט א דרשה שבת.

פאר די דרשה האט זיך די ראש הקהל אויפגעשטעלט און געזאגט אז אין פרשת מטות איז דא גענוג וואס צו רעדן און זאגן פלפולים ווי פרשת נדרים, געולי נכרים, תנאי בני גד ובני ראובן וכו'. ער וויל אבער אז די רב זאל רעדן אויפ'ן פסוק "וחמורים אחד ושישים אלף".

שרייבט ער אז אויפ'ן פלאץ איז אים בייגעפאלן די פאלגענדע. ביי מענטשן איז דאך קיינער נישט א מושלם, פונדעסוועגן צווישן אסאך מענטשן קען מען פאר יעדע מעלה טרעפן איינעם, איינער קען דאס און א צווייטער טויג צו עפעס אנדערש אבער צווישן אלע צוזאמען איז דא אלע מעלות. ביי בהמות אבער, איז די זעלבע איינס אדער טויזענט, יעדער טויג בלויז אויף צו אקערן און שלעפן פעק. דאס זאגט די פסוק וחמורים, אחד ושישים אלף איז איינס און זעכציג טויזענט די זעלבע.

ונבנתה העיר » דינסטאג יולי 28, 2015 11:12 pm

· #292489
ואתחנן
פיה"מ להר"מ פרק חלק:

וזו הכת עניי הדעת, יש להצטער עליהם לסכלותם, לפי שהם מכבדין ומנשאין החכמים כפי דעתם, והם משפילים אותם בתכלית השפלות, והם אינם מבינין זה. וחי השם יתברך כי הכת הזה מאבדים הדרת התורה ומאפילים זהרה, ומשימים תורת ה' בהיפך המכוון בה. לפי שהשם יתברך אמר בתורה התמימה אשר ישמעון את כל החוקים האלה ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה, והכת הזאת מספרים משפטי דברי החכמים ז"ל מה שכששומעים אותו שאר האומות אומרים רק עם סכל ונבל הגוי הקטן הזה.

דריידל » מאנטאג אוגוסט 24, 2015 5:11 pm

· #297597
כי תצא
וכי יהיה לאיש בן סורר ומורה איינער האט א קינד וואס דאווענט נישט ערליך און כיפערט אפ ברכות וכדומה איז עס ווייל איננו שומע בקול אביו, ער הערט נישט די טאטע דאווענען (שבת אין שול איז ער ביזי שמועסן) און דעמאלטס ויסרו אותו ולא ישמע אליהם קענען די עלטערן זאגן וויפול מוסר זיי ווילן אבער ס'וועט פאלן אויף טויבע אויערן

(תפארת בנים מבעל דרכי תשובה)

בן אדם » מאנטאג אקטאבער 19, 2015 2:37 pm

· #305103
.

וכדומה.. » דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:11 pm

· #306865
והנה איל אחר נאחז בסבך בקרניו

יב הלוי סאלאווייטשיק » פרייטאג אקטאבער 30, 2015 2:04 am

· #306945
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
[ציטאט אראפגענומען]

שטארק!!!!!
לאמותו של תורה... מקום היניחו לך...

Sent from my iPad using Tapatalk

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 8, 2015 4:06 pm

· #308141
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=263649#p263649

די שרייבסט עס שוין צום דריטן מאל. זאג נאר, די קאלעכסט?

וואלווי » מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 8:07 pm

· #308483
תולדות

אויפן ויתרוצצו הבנים האט פאר רבקה געבאדערט אז ווען זי גייט אריבער די בתי כנסיות וויל דאס קינד ארויס אין אזוי אויך ביי די בתי עבו"ז. אויב אזוי וואס איז זי ציפרידען געווען ווען מ'האט איר מגלה געווען אז שני גוים בבטנך אין איינער וועט סיי ווי זיין אן עובד עבו"ז?
מאנכע זאגן אז די עיקר שטער איז געווען אז עס זאל נישט זיין איין קינד א ליטוואק וועס טאנצט אויך צווי חתונות...

אזוי ווי מ'דערציילט אז אמאל האט מען געדרוקט אין א"י א קליינע פארמאט פין די קצות, האט די ישועות משה ז"ל, וואס האט געהאט גרויס אהבה צי די ליטוואקן... כידוע, זיך אנגערופן אז די תועלת וועט זיין אז דער ליטוואק אין טעאטער בין גברא לגברא זאל אויך האבן ווי אריינציקוקן

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 3:20 am

· #308855
תולדות

די חת"ס שרייבט די ווואך אין די הפטורה אויף'ן פסוק והבאתם גזול ואת הפסח ואת החולה (מלאכי א') אז די בזיון איז אז אויב ממילא איז ער א נוטל שאינו שלו זאל ער שוין גזל'ן די בעסטע...

קען זיין ע"ד צחות וועגען דעם זאגט די גמ' אין סוכה ל' ע"א אויף דעם פסוק אז דאס הייסט א מצוה הבאה בעבירה, ווייל די גמ' זאגט אין סוטה ג' ע"א אין אדם עובר עבירה אא"כ נכנס בו רוח שטות, אויב אזוי דער שוטה אז ער איז שוין געגאנגען גנבענען פאר וואס האט ער געגנבעט א קראנקען קרבן.

וואלווי » זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:57 pm

· #309019
ויצא

יעקב אבינו ע"ה האט געבעטן ונתן לי לחם לאכול ובגד ללבוש. וצ"ב וואס דען זאל זיין די לחם אויב נישט צי עסן אין די בגד אויב נישט צי טראגן?

משמיה דהה"ק מהר"י ט"ב מסאטמאר ענפערט מען אז די גמ' זאגט אין ביצה ט"ז ע"א כל מזונותיו של אדם קצובין לו מר"ה וכו' אויב אזוי פין ווי האט אן אוכל נבילות וטרפות צי עסען מ'האט אודאי נישט מקצה געווען געלט אויף דעם פין הימל, נאר דער זעלבער גייען דאך נישט אנגעטון צניעות'דיג נאר מיט קארצע קלייגער אין וואס בלייבט מיט די ווערט פין די סחורה וואס איז נכלל אינ'ם קצוה , האט מען גענומען די קצבה פין דא אין גערוקט אהין אין אויף דעם האט יעקב אבינו מתפלל געווען לחם לאכול ובגד ללבוש אז עסן זאל בלייבן עסן אין בגדים זאל בלייבן בגדים

אין ספר טל חיים פין הגה"ק ר"ח מאנטניא ענפערט ער אז עס וועלן אודאי זיין דע וואס וועלן זאגן אז ס'דא העכערע כוונות לחם פאר די נשמה אין בגדים פאר די נשמה וכדו' האט ער געוואלט קלאר מאכן אז ער דארף לחם לאכול אין בגד ללבוש צי לעבן אין נישט על דרך פרד"ס

געוואלדיג » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:46 pm

· #310308
וישלח
דער ערבי נחל זאגט די וואך אז יעקב האט געשיקט צו זאגן פאר עשו די גאנצע עשירות וואס ער האט, ווייל עשו איז געווען א בא בטענה ווי מעג יעקב האבן געלט מען האט זיך דאך צוטיילט און יעקב האט גענומען בלויז עוה"ב, האט יעקב איהם געשיקט זאגן אז היות מרבה נכסים מרבה דאגה איז ווי מער ער האט, האט ער ווייניגער עוה"ז.

הלוואי אויף אונז געזאגט אזא עוה"ב

ונבנתה העיר » מוצ"ש נאוועמבער 28, 2015 10:44 pm

· #310646
וישלח
א שטיקל וואס ר"ר יונתן שרייבט, מרפסין איגרא.

והנה בזמנ׳ היה מנקר אחד אפילו בעל תורה ומומחה למאוד ונשתבש בדעתו לומר על גיד אחר שהוא הגיד האמיתי, ועד היום הזה טעינו נחנו ואבותינו בגיד שאינו גיד שאסרה התורה. והי' הולך ושב בכל ארץ אשכנז ומרעיש הבריות עד שבא לפראג והציע דבריו לפני ולפני חכמי העיר הגאונים. ואני חקרתי ובדקתי את הדבר ומצאתי שזה הגיד אינו רק בבהמות זכרים ולא בבהמות נקבות ואז הראיתי לו סמ"ג שכתב דגיד הנשה נוהג בזכרים ונקבות, ועי"כ אשתקל מילולי'.

ראה שו"ת חת"ס יו"ד סי' ס"ט.

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 8:58 am

· #310663
ונבנתה העיר
א שטיקל וואס ר"ר יונתן שרייבט, מרפסין איגרא.

והנה בזמנ׳ היה מנקר אחד אפילו בעל תורה ומומחה למאוד ונשתבש בדעתו לומר על גיד אחר שהוא הגיד האמיתי, ועד היום הזה טעינו נחנו ואבותינו בגיד שאינו גיד שאסרה התורה. והי' הולך ושב בכל ארץ אשכנז ומרעיש הבריות עד שבא לפראג והציע דבריו לפני ולפני חכמי העיר הגאונים. ואני חקרתי ובדקתי את הדבר ומצאתי שזה הגיד אינו רק בבהמות זכרים ולא בבהמות נקבות ואז הראיתי לו סמ"ג שכתב דגיד הנשה נוהג בזכרים ונקבות, ועי"כ אשתקל מילולי'.

ראה שו"ת חת"ס יו"ד סי' ס"ט.

די פתחי תשובה אין הלכות גיד הנשה צייכענט עס צו. אויך צייכענט ער דארט אן צום ספר תולדות אדם פון ר' זלמן וואלאזינער (א ברודער פאר ר' חיים) וואס דארט ברענגט ער כמה וכמה גדולים וואס האבן געמאכט טעותים ווי די פני יהושע, מהרש"א וכו' און אויך דערמאנט ער דעם פלתי.

אגב, אין סמ"ג ווערט עס בכלל נישט געברענגט, ע"כ זענען דא וואס ווילן זאגן אז ער צייכענט גאר צו אן אנדער ספר און דארט רעדט ער יש פון מענטשן זכרים ונקבות (ראה ליקוטי הערות אויף תשובות ח"ס)

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 12:42 pm

· #310692
שמעון וואלף
אגב, אין סמ"ג ווערט עס בכלל נישט געברענגט, ע"כ זענען דא וואס ווילן זאגן אז ער צייכענט גאר צו אן אנדער ספר און דארט רעדט ער יש פון מענטשן זכרים ונקבות (ראה ליקוטי הערות אויף תשובות ח"ס)

<a class="postlink" href="http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=41901&st=&pgnum=259&hilite=">http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... 59&hilite=</a>

גר ותושב » זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:14 pm

· #310763
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
געהערט די וואך א ווארט איך געדעינק נישט פון וועים מען האט עס נאכגעזאגט אז אויב זענען די שבטים געוועין אזעלכע גיבורים ווי די פסוק זאגט ויהי חתת אלוקים פארוואס האט זיי אויסגעפעילט די ערמה זיי צו הייסן זיך מלה'ן פארוואס האבן זיי זיי סתם אזוי נישט אויסגעהארגעט נאר די תירוץ איז אז ווען א א יוד ווערט געהארגעט דורך א גוי פילט זיך דער עולם גולם אן די מויל מיט וואסער און מען הערט נישט קיין פארדאמען וכדומה מה שאין כן ווען א יוד הרגעט א גוי איז דאך דיי וויי געשריי גענוג הועך צו אויף וועקן די געהארגעטער און פון דעים האבן די שבטים חושש געוועין האבן זיי קודם געהייסן זיי זאלן זיך מלה'ן און נאכדעים האט מען זיי געהארגעט האט טאקע די וועלט געשוויגן.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 7, 2015 12:19 pm

· #311570
וישב
בספ' טל חיים להגה"ק ר"ח מאנטניא ז"ל שהיום יומא דהילולא דיליה כותב ע"ד צחות מש"כ ולא זכר שר המשקים את יוסף וישכחהו שיוסף קאי על הצדיק ושר המשקים על התלמוד שהוא דולה ומשקה דהיינו דולה מתורת רבו ומשקה דהיינו תומך ברבו ואם התלמיד זוכר את רבו לקחת דברי מוסר וגם תומכו אז גם הרב זוכרו אבל אם שר המשקים לא זכר את רבו ואינו תומכו אז וישכחהו אז גם הצדיק שוכח את החסיד...
עוד כתב שמצינו בנח איש צדיק דורשים לשבח ולגנאי וכן ביוסף הצדיק שיש דורשים לשבח ולגנאי ח"א מלאכתו ממש וח"א לעשות צרכיו וכו' אבל בדהמע"ה אמרו כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה והיינו רק לשבח. ומת' ע"ד צחות שדוד מלך הי' ואסרו חז"ל לדוש בו כי מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא ואין לנו עסק בנסתרות משא"כ יוסף ונח צדיקים היו ועל צדיקים נוהגים לדבר...

ונבנתה העיר » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:17 pm

· #314818
שמות
איש מצרי הצילנו מיד הרועים, שטייט אין מדרש אז עס גייט אויפן מצרי וועמען משה האט גע'הרג'עט וואס דורך דעם האט ער געמוזט אנטלויפן קיין מדין.

בן אדם » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 11:37 pm

· #314824
ונבנתה העיר
איש מצרי הצילנו מיד הרועים, שטייט אין מדרש אז עס גייט אויפן מצרי וועמען משה האט גע'הרג'עט וואס דורך דעם האט ער געמוזט אנטלויפן קיין מדין.

מ'קען אפשר זאגן ווייל מ'זעט דאך שפעטער האט יתרו געזאגט:
וְאַיּוֹ; לָמָּה זֶּה עֲזַבְתֶּן אֶת-הָאִישׁ, קִרְאֶן לוֹ וְיֹאכַל לָחֶם איז למעשה אביסל א וואונדער אויף די טעכטער. זיי האבן געזען די נס שעלו המים לקראתו, און ער האט זיי געראטעוועט, און ס'זיי נישט איינגעפאלען עם איינצוליידענען אהיים? נאר זיי זענען געווען באגלייבט און זייער טאטן'ס ע"ז, און ביי זיי איז משה געווען פסול נאו מעטער וואט. און ווען זיי האבן געזאגט איש מצרי וכו' האבן זיי טאקע פארציילט די מעשה, אבער זיי האבן בעיקר געמיינט ארויסצוברענגען אז משה איז אן איליגעל מענטש. ער איז אן אנטלאפענע פון מצרים און פונרט דורך דעם זענען אונז געראטעוועט געווארן. אבער יתרו האט זיי אויסגעמוסר'ט און געזאגט זיי זאלן דוקא עם יא צוריקריפן. והבן

געוואלדיג » מיטוואך יאנואר 20, 2016 5:46 pm

· #318256
א אינטרעסאנטן חידוש פונעם ערבי נחל

לכן העולה בלבי דבר חדש, כי הוה קשיא לן מעיקרא למה לא הלכו המצריים מצד השני ויהיו לישראל פנים בפנים והוצרכנו לומר דזה מכלל הנסים שסכל ה' עצתם. ויש בזה דוחק, כי מה שהוא נס היה מהראוי שיבואר בפסוק לכל הפחות ברמז. לכן יש לומר כי באמת כך עשו המצריים ורדפו לתוך הים אחרי ישראל להלחם בם באמצע המים, והלכו מצד האחר והלכו פניהם נגד פנים של ישראל, ולכן כדי שלא ילחמו באמת באמצע הים הוצרך ה' לעשות נסים חדשים כי מיד בקרבם סמוך לישראל שלח ה' מורך בלבבם ויאמרו אנוסה וקיימו דבריהם וינוסו, ואין הניסה כשאר הנסים שהופכים פניהם ונסים כי היו יראים לנוס בדרך שבאו בו דאם כן הרי ישראל בהליכתם רודפים אחריהם אלא נסו כדרך הליכתן. ור"ל כי בפגעם בישראל באמצע הים בא להם מורך ולא נלחמו, אלא אדרבה רצו ויעבורו את ישראל שהלכו ישראל למזרח והם לדרכם למערב נמצא נסו מפניהם. ומאחר שכן יש חשש שינצלו המצריים מן מי הים, כי כשם שישראל יצאו מן הים בקצה המזרחי של הדרך אשר בים כך יצאו הם בקצה המערבי, כי בעוד שיצאו ישראל יוכלו הם לצאת ולהנצל דכך היה שיעור מהלכם שוה אלה מזה ואלה מזה, לכן הוצרך ג"כ נס דהסרת האופנים והליכתם בכבדות אשר במשך זמן שהלכו ישראל מן אמצע הים מקום פגיעתם עד שבאו כולם ליבשה לא הלכו המצריים באותו המשך רק דבר מועט והיו עדיין כולם בים וחזר הים עליהם ונטבעו, וממילא מיושב הכל שהוצרכו כל הנסים מאחר שהלכו המצריים לתוך הים מקצה השני והיו רוצים להלחם באמצע הים לכן הוצרך לשלוח מורך בלבבם וינוסו וגם להסרת האופנים וכאמור:

ונבנתה העיר » מיטוואך יוני 8, 2016 3:07 pm

· #337231
במדבר
ס'זענען געווען 22,000 לויים, נאך 300 זענען אויך געווען בכורים.

22,000 צוטיילט אין 300 קומט אויס 73 קינדער פאר יעדע משפחה - צוטיילט אין 2 פאר די וועלכע האבן קודם געהאט א מיידל - קומט אויס 36 קינדער פאר א משפחה.

ששה בכרס אינדיעד.

וואלווי » מיטוואך יוני 8, 2016 6:30 pm

· #337261
א מאן האט געקענט האבען מער ווי איין פרוי און קען זיין ס'זענען געווען מערערע פרויען פון אנדערע שבטים וואס האבן חתונה געהאט צי לווים. נאך אלס שישה אבער נישט בכרס אחד...

עכ"פ נישט די זעלבע מאמע האט געדארפט פעמפערען אויף איינמאל

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:32 pm

· #337469
ונבנתה העיר
ס'זענען געווען 22,000 לויים, נאך 300 זענען אויך געווען בכורים.

22,000 צוטיילט אין 300 קומט אויס 73 קינדער פאר יעדע משפחה - צוטיילט אין 2 פאר די וועלכע האבן קודם געהאט א מיידל - קומט אויס 36 קינדער פאר א משפחה.

ששה בכרס אינדיעד.

די גאנצע מעשה שטימט מיר נישט.

ביי די אידן זענען געווען 603,550 מענטשן און 22,273 בכורים, לפי החשבון הנ"ל האבן סתם אידן געהאט נאר 13 קינדער א משפחה?

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 9, 2016 5:37 pm

· #337472
למעשה האט מען ביי די לויים גערעכנט פון א חודש, משא"כ די אידן פון צוואנציג יאהר, וועט מען זאגן אז צוויי דריטל זענען געווען אונטער צוואנציג?

מפוזרי » דאנערשטאג יוני 9, 2016 8:53 pm

· #337510
Re: טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
דו רירסט אן אפאר נקודות פון איין גרויסע מבוכה; די מספּר הלוויים לעומת די אַנדערע שבטים. הרבה קולמוסים נשתברו על זה בכל הדורות.
אני הקטן האב אסאך געטון דערין ועלה בידי דבר נכון לאמיתו של תּורה שמיישב את כל המעקשים.

יעצט, נאר אויפן שפיץ גאפל.
רוב לוויים זענען געווען אומפארהייראט, (דער אוה״ח זאגט עס אויף תקופת קושי השעבוד, ואני אומר מתוך ראַיות מוכרחות גם בימי הגאולה ואחרי מתן תורה,) די מיעוט לוויים וואס האבן יא חתונה געהאט זענען געבענטשט געווארן מיט ריבוי בנים הרבה יותר מכל שאר שבטי ישׂראל.

דוק בזה ותמצא אז אן א שיעור קושיות און אינטרעסאנטער חז״ל'ן ווערן מיושב.

נ״ב מיט לאמיתו של תּורה מיין איך לפי חז״ל כמובן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7