☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 8:40 pm

· #172955
טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
א גוט יאר מיינע טייערע חברים און גוטע פריינד פונ'ם שטיבעל,

איך עפען דא א נייעם אשכול וואס כשמו כן הוא "טשיקאווע ענינים אויף די סדרה " . איך וועל יעצט אנהייבן, אבער איך בעט ענק טייערע פריינד זייט'ס ממשיך ווייל דאס איז זייער אינטערסאנט פאר א גרויסען עולם.

און מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 2, 2014 9:00 pm

· #172972
עס שטייט און סידור היעב"ץ ז"ל (הלכות פדיון בכור) א טעם פאר די מצוה פון פדין בכור; אז די בכורים פון כלל ישראל וואלט'ן אויך געדארפט שטארבן ביי מכות בכורות צוזאמען מיט די בכורי מצרים, אלס א שטראף אויף מכירת יוסף וואס איז געווען די בכור פון רחל, נאר דער בורא עולם האט אויף אונז רחמנות געהאט אין געגעבן די מצוה פון פטר בכור, און ווייל די ברודער האב'ן פארקויפט יוסף פאר פינעף סלאים, דארף מען זיך אויסלייזן מיט דעם זעלבן סכום.

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 3, 2014 3:34 pm

· #173217
אויף "בנך" זאגט דער תרגום א "בראך"....

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 4, 2014 6:59 pm

· #173248
מצטמק ויפה
א גוט יאר מיינע טייערע חברים און גוטע פריינד פונ'ם שטיבעל,

איך עפען דא א נייעם אשכול וואס כשמו כן הוא "טשיקאווע ענינים אויף די סדרה " . איך וועל יעצט אנהייבן, אבער איך בעט ענק טייערע פריינד זייט'ס ממשיך ווייל דאס איז זייער אינטערסאנט פאר א גרויסען עולם.

און מדרש תהלים שטייט אז ביי מכות בכורות, האט א יעדער איד גענומען זיין כלב ( יא אידען האב'ן געהאט כלבים...! ) און גענומען צו דער מצרי וואס האט איהם געפאניגט און געזאגט "הונטעלע טייערע בייס אראפ די האנט פון די מצרי וואס האט מיך געשלאגן, און עס אויף די הארץ וואס האט נישט רחמנות געהאט אויף מיר" .

איך קען נישט גלייבען אז אידען זאלען דעס טוהן.

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 5, 2014 12:40 am

· #173407
וועלכע חלק קענסטו נישט גלייבן? אז זיי האבן געהאט כלבים, אדער אז זיי האבן נקמה גענומען פון דעי וואס האבן זיי געפאניגט רדו שנים?

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:39 am

· #173433
געווען איז אמאל א גרויסען עם הארץ, ( לכאורה אין די תקופה ווען מאשקע איז נעבעך געזיצן איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער פאר'ן נישט באצאהלן די געהאלט פונם קרעטשמע! ) וואס האט געהאט א מיידל שוין א באה בשנים, און מען האט אנגעהויבן אפיהר צו זיכען גאר א געראטנע בחור, איז אונזער ע"ה וויל פארשטייט זיך נישט אבי ווער, נאר א בחור מיט אלע מעלות, און אויך א תלמוד חכם, נו ווי אזוי פארזיכערט מען אז מען באקומט א בחור א תלמוד חכם? , טראכט ער צו זיך" אז ער אליין בכבודו ובעצמו וועט פארהערן דעם בחור און זעהן אויב ער איז פאסיג חתונה צו האבן מיט זיין געראטנע טאכטער.
ויהי היום דער שדכן רופט אן אז ער האט א פיינער בחור איינס אין דער וועלט, פיין זאגט דער טאטע, אבער איך מוז קודם רעדן מיט'ן בחור און זעהן צו ער איז טאקע א תלמוד חכם אזוי ווי איך דארף. מען באשטומט א זמן און ענדליך זיצט שוין אונזער בחור פארנט פונם מחותן, און אונזער ע"ה פארשטייט זיך לייגט איהם גלייך פאהר א גאונישע קשיא, די משנה זאגט און מסכת שבת " במה מדליקין ובמה אין מדליקין. אין מדליקין לא בלכש, ולא בחותן, וכו' ולא בחלב, נחום המדי אומר, מדליקין בחלב מבושל וכו' " פרעגט דער ע"ה אזוי, " זאג מיר בחור'ל טייערע, פארוואס שטייט און די משנה ולא בחלב נחום? וואס אין די וועלט האט דער נחום חוטא געווען אז מען זאל נישט מעגן ניצן זיין חלב?!" הייבט דער בחור אן צי לאכ'ן און פראבירט מסביר צו זיין אז אין די משנה שטייט נישט ולא בחלב נחום, נאר ולא בחלב, און דערנאך נחום המדי אומר וכו' אבער דער ע"ה זאגט " נע נע די פרובירסט זיך ארויס צו דרייען, איך דארף א געהעריגן תירוץ!"
און וואו פארשטענדליך איז דער בחור נישט געווארן זיין איידעם.
אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה עטליכע מאל, ווי דער לייגט פאר זיין באמבע קשיא, און דער בחור טוט איהם מאכ'ן אויפמערקזאם, אז מען דארף לייגן א פינטעלע נאך "ולא בחלב", און נחום גייט אויף אראפ, "נחום המדי אומר וכו' ", אבער דער ע"ה האלט זיך ביי זיינס אז ער דארף א געהעריגען תירוץ, און איז נישט צופרידן מיט דעים וואס מען דרייט זיך ארויס.
ענדליך ענדליך, האט מען אנגעטראגן פאר דעם פאטער א בחור בדומה לו, איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא, און דער פאטער טרעפט זיך מיט איהם, און לייגט איהם פאר זיין קשיא, פארוואס קען מען נישט ניצן נחום'ס חלב? וואס האט ער שלעכט געטוען?, דער בחור ווערט פארטראכט און קנייטשט איין די שטערן און הייבט אן אז ער מיינט ער האט א שטיקל מהלך, ווייל אין פרשת בשלח שטייט אזוי "ויהי בשלח פרעה את העם " פרעה האט ארויס געשיקט די אידען פון מצרים, "ולא נחם" אבער נחום האט נישט געוואלט גיין, אזוי!, דער נחום וויל נישט ארויסגיין?, האט מען איהם געגעבן א עונש אז זיין חלב טאר מען נישט ניצען פאר שבת ליכט, פששש! איז דער פאטער ארויס פון די כלים, אזוי קלאר און שיין, נאר אזוינס זיך איך, און מען איז פארשטייט זיך געגאנגען ברעכן טעללער, מזל טוב!!

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 5, 2014 1:54 am

· #173434
מצטמק ויפה
איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא

😂 😂
הנאה געהאט פון דעם אויסדרוק...

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:02 am

· #173475
מצטמק, מישט אויס צוויי מעשיות.

דער ערשטער מעשה האט מיט נחום גייט ארויף, נחום גייט אראפ, דער צוויטער האט ר' נחום טשערנאבלער געזאגט, ולא נחום אלקים, ער איז טאקע נישט קיין גאט, אבער דרך ארץ פלישתים, פלישתים האטס דרך ארץ.

מצטמק ויפה » זונטאג יאנואר 5, 2014 9:08 am

· #173476
די פשט פון ר' נחום טשערנאבלער איז דאך גאר עפעס אנדערש, איך ווייס נישט וואס איר זעהט אין דעם א סתירה צו מיין מעשה,

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 5, 2014 3:01 pm

· #173595
די מעשה האב איך געהערט מיט אן אנדערע ענדינג.
פארוואס האט טאקע נחום נישט געוואלט ארויסגיין? דער נחום האט געהאט א ליכט פאבריק אין גושן, און לעצטענס האט זיך די ביזנעס צושפרייט, פאר מכת חושך האבן די מצריים אויסגעליידיגעט זיינע שעלווס, צוגרייטענדיג צום גרויסן טונקלעקייט, און אזוי אויך נאך מכת בכורות איז זיין נארוואס ניי געמאכטע שיפמענט געווארן אויספארקויפט אין געציילטע מינוט'ן צוליב די פילע נשמה ליכטעלעך פאר אלע טויטע, און פונקט יעצט ווען ביזנעס גייט גוט וויל מען ארויסגיין? איך בלייב דא, עטס קענטס גיין לחיים ולשלום.

ממילא פאר דעם, דו ווילסט נישט ארויסקומען פון מצרים? ס'גייט דיר גוט דארט? בלייב טאקע דארט, אבער קיין ליכט וועלן מיר ביי דיר נישט קויפן, אקעי? ולא בחלב נחום!

מצטמק ויפה » מאנטאג יאנואר 6, 2014 2:51 pm

· #173954
און רוקח שטייט אז ביים ארויסגיין פון מצרים האט משה רבינו אריינגעלייגט די עצמות יוסף און הויט פון א שעפעלע, און מחמת טרדת הדרך האט דאס משה רבינו פארגעסען, איז געשען א נס אז עס איז געווארן א לעבעדיגע שעפעלע און עס איז מיט געגאנגן מיט כלל ישראל ארויס פון מצרים.

טיטאניק » מאנטאג יאנואר 6, 2014 3:00 pm

· #173959
מצטמק ויפה
געווען איז אמאל א גרויסען עם הארץ, ( לכאורה אין די תקופה ווען מאשקע איז נעבעך געזיצן איינגעשפארט ביים פריץ אין קעלער פאר'ן נישט באצאהלן די געהאלט פונם קרעטשמע! ) וואס האט געהאט א מיידל שוין א באה בשנים, און מען האט אנגעהויבן אפיהר צו זיכען גאר א געראטנע בחור, איז אונזער ע"ה וויל פארשטייט זיך נישט אבי ווער, נאר א בחור מיט אלע מעלות, און אויך א תלמוד חכם, נו ווי אזוי פארזיכערט מען אז מען באקומט א בחור א תלמוד חכם? , טראכט ער צו זיך" אז ער אליין בכבודו ובעצמו וועט פארהערן דעם בחור און זעהן אויב ער איז פאסיג חתונה צו האבן מיט זיין געראטנע טאכטער.
ויהי היום דער שדכן רופט אן אז ער האט א פיינער בחור איינס אין דער וועלט, פיין זאגט דער טאטע, אבער איך מוז קודם רעדן מיט'ן בחור און זעהן צו ער איז טאקע א תלמוד חכם אזוי ווי איך דארף. מען באשטומט א זמן און ענדליך זיצט שוין אונזער בחור פארנט פונם מחותן, און אונזער ע"ה פארשטייט זיך לייגט איהם גלייך פאהר א גאונישע קשיא, די משנה זאגט און מסכת שבת " במה מדליקין ובמה אין מדליקין. אין מדליקין לא בלכש, ולא בחותן, וכו' ולא בחלב, נחום המדי אומר, מדליקין בחלב מבושל וכו' " פרעגט דער ע"ה אזוי, " זאג מיר בחור'ל טייערע, פארוואס שטייט און די משנה ולא בחלב נחום? וואס אין די וועלט האט דער נחום חוטא געווען אז מען זאל נישט מעגן ניצן זיין חלב?!" הייבט דער בחור אן צי לאכ'ן און פראבירט מסביר צו זיין אז אין די משנה שטייט נישט ולא בחלב נחום, נאר ולא בחלב, און דערנאך נחום המדי אומר וכו' אבער דער ע"ה זאגט " נע נע די פרובירסט זיך ארויס צו דרייען, איך דארף א געהעריגן תירוץ!"
און וואו פארשטענדליך איז דער בחור נישט געווארן זיין איידעם.
אזוי האט זיך איבער געשפילט די זעלבע מעשה עטליכע מאל, ווי דער לייגט פאר זיין באמבע קשיא, און דער בחור טוט איהם מאכ'ן אויפמערקזאם, אז מען דארף לייגן א פינטעלע נאך "ולא בחלב", און נחום גייט אויף אראפ, "נחום המדי אומר וכו' ", אבער דער ע"ה האלט זיך ביי זיינס אז ער דארף א געהעריגען תירוץ, און איז נישט צופרידן מיט דעים וואס מען דרייט זיך ארויס.
ענדליך ענדליך, האט מען אנגעטראגן פאר דעם פאטער א בחור בדומה לו, איינער וואס האט זיך זייער נישט ליב צו מישן אין מחלוקת אביי ורבא, און דער פאטער טרעפט זיך מיט איהם, און לייגט איהם פאר זיין קשיא, פארוואס קען מען נישט ניצן נחום'ס חלב? וואס האט ער שלעכט געטוען?, דער בחור ווערט פארטראכט און קנייטשט איין די שטערן און הייבט אן אז ער מיינט ער האט א שטיקל מהלך, ווייל אין פרשת בשלח שטייט אזוי "ויהי בשלח פרעה את העם " פרעה האט ארויס געשיקט די אידען פון מצרים, "ולא נחם" אבער נחום האט נישט געוואלט גיין, אזוי!, דער נחום וויל נישט ארויסגיין?, האט מען איהם געגעבן א עונש אז זיין חלב טאר מען נישט ניצען פאר שבת ליכט, פששש! איז דער פאטער ארויס פון די כלים, אזוי קלאר און שיין, נאר אזוינס זיך איך, און מען איז פארשטייט זיך געגאנגען ברעכן טעללער, מזל טוב!!

די סארט סיפורים קען געשען היינט אויך נאר אויף א אנדערעם פארנעם
יעדער טעפל האט זיין דעקל

מצטמק ויפה » פרייטאג יאנואר 17, 2014 11:41 am

· #177148
עס שטייט פון רמב"ן אז די סעודה וואס מען האט געמאכט ווען יתרו איז אנגעקומען אין מדבר, אזוי ווי די פסוק זאגט "ויבא אהרן וכל זקני ישראל לאכל לחם עם חתן משה לפני האלהים," איז געווען א סעודת ברית מילה פון יתרו.
אגב שטייט פון חתם סופר אויף דעם וואס עס שטייט "ויבא אהרן וכו' ", אז לכו' ווי איז משה רבינו געווען? ( עיין רש"י) , נאר און דעם פסוק נאכדעם שטייט "ויהי ממחרת וכו' ", און רשי זאגט אז עס איז געווען מוצאי יום כיפור, איז דאך לכאורה זייער שווער ווייל עס קומט אויס אז די אויבער דערמאנטע סעודה איז געווען אום יום כיפור, נו ווי אזוי האט מען געקענט עסן אום יום כיפור?, נאר זאגט די חתם סופר, אז משה רבינו איז אראפ געקומען מיט די לוחות הערשט אונמיטען יום כיפור, קומט אויס אז כלל ישראל האט נישט מקבל תענית געווען פאר יום כיפור ווייל משה רבינו איז נישט געווען מיט זיי דאס צו לערנען, ממילא האט מען טאקע נישט געפאסט יענע יאר יום כיפור, משא"כ משה רבינו האט דאך יא מקבל תענית געווען, קומט אויס האט ער טאקע נישט געקענט מיט-עסן.

מאטי » זונטאג יאנואר 19, 2014 2:14 pm

· #177352
געפילטע פיש
די מעשה האב איך געהערט מיט אן אנדערע ענדינג.
פארוואס האט טאקע נחום נישט געוואלט ארויסגיין? דער נחום האט געהאט א ליכט פאבריק אין גושן, און לעצטענס האט זיך די ביזנעס צושפרייט, פאר מכת חושך האבן די מצריים אויסגעליידיגעט זיינע שעלווס, צוגרייטענדיג צום גרויסן טונקלעקייט, און אזוי אויך נאך מכת בכורות איז זיין נארוואס ניי געמאכטע שיפמענט געווארן אויספארקויפט אין געציילטע מינוט'ן צוליב די פילע נשמה ליכטעלעך פאר אלע טויטע, און פונקט יעצט ווען ביזנעס גייט גוט וויל מען ארויסגיין? איך בלייב דא, עטס קענטס גיין לחיים ולשלום.

ממילא פאר דעם, דו ווילסט נישט ארויסקומען פון מצרים? ס'גייט דיר גוט דארט? בלייב טאקע דארט, אבער קיין ליכט וועלן מיר ביי דיר נישט קויפן, אקעי? ולא בחלב נחום!

און איך האב געהערט א דריטע ווערסיע. דער ע"ה האט געפרעגט דעם בחור "בשלח פרעה את העם ולא נחם" פארוואס האט נחם נישט זוכה געווען ארויסצוגיין פון מצרים? האט ער געענפערט ; "ס'שטייט דאך אז בזכות נשים צדקניות שלא שינו את מלבושם נגאלו. און נחם איז דאך יא נאכגעגאנגען די מאדעס, אזויווי ס'שטייט נחום "המדי" אומר, ממילא איז ער געבליבן אין מצרים.

מצטמק ויפה » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:03 am

· #178977
אין חזקוני ווערט געברענגט א פלא פון א טעם פארוואס מען בּארט די אויער פון א עבד ביים טיר, זאגט ער אז אויס מורא אז דער עבד וועט אנטלויפן, און מען וועט דאך נישט וויסען ווער עס איז געווען דער עבד, אבער דורך דעם וואס מען בּארט די אויער וועט מען וויסן אז דאס איז זיין עבד, ווייל מען וועט צושטעלן דעם עבד צום טיר, און מען וועט זעהן אז די לאך פון זיין אויער איז פונקט אזוי הויך און גלייך מיט די לאך פון די טיר, וועט מען וויסען אז דאס איז עס.
און אזוי אויך וועט דער בעה"ב נישט קענען זאגן אויף אן אנדערען אז יענער איז זיין עבד, ווייל מען וועט זען אז זיין לאך שטימט נישט מיט די לאך פון די טיר.

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:39 am

· #178983
ס'מיר געווען אינטרעסאנט צו זען אז די רשב"ם לערנט ועבדו לעולם כפשוטו; כל ימי חייו.

מורינו הרב » זונטאג יאנואר 26, 2014 12:32 pm

· #179224
דער רשב"ם לערנט אייביג פשוט פשט, אפילו ווען עס איז אמאל קעגן חז"ל, בכגון דא.

הערשי » זונטאג יאנואר 26, 2014 5:15 pm

· #179330
געהערט נישט ממש דא, אבער ס'איז טשיקאווע און ס'האט א שטיקל שייכות מיט פאריגע סדרה, און כ'וויל נישט עפענען אן אשכול לכבוד דעם. א שאלה פון אן אשכול לבטלה.
פון דא
IMG.jpg

פלעין יודיש » מיטוואך יאנואר 29, 2014 4:47 pm

· #180117
נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל

מצטמק ויפה » מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:04 pm

· #180122
פלעין יודיש
נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל

געב א לייק אויף א פריעדיגע תגובה, וועט מען וויסען אז דער עולם האט הנאה פון דעם, און דאס געט א שטופ צו שרייבן נאך.

פלעין יודיש » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:54 am

· #180343
מצטמק ויפה
פלעין יודיש
נו רבותי
עפעס אויף תרומה
תלמידי חכמים ויודעי דבר
פליז זעטס צו אפדעיטן די אשכול
ליידער קען איך נישט ווייל איך בין א קנאפפע תלמוד חכם
I LOVE TCHICAVE
טשיקאווע שטיבל

געב א לייק אויף א פריעדיגע תגובה, וועט מען וויסען אז דער עולם האט הנאה פון דעם, און דאס געט א שטופ צו שרייבן נאך.

יעדען טאג לערן איך מיר אויס נאך א שטאפל וויאזוי מבאניצט זיך מיטן קאווע שטיבל
מינווייל האב איך נאכנישט ארויס דעם גאנצע לייק'ן סיסטעם
אבער ווארט נאר ווארט מיין קאפ וועט עס אט אט כאפן And i will not stop to like

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:24 am

· #180351
אין מדרש תנחומה (שמיני) ווערט געברענגט, אז די אייבישטער האט געוויזען פאר משה מיט זיין פינגער ווי אזוי צו מאכ'ן די מנורה, און משה האט נישט פארשטאנען, האט די אייבישטער אויסגעקרוצט די צורה פון די מנורה אויף משה'ס האנט-פלאך, אבער משה האט נאך אלס נישט פארשטאנען , דעמאלטס האט די אייבישטער געזאגט פאר משה אז ער זאל נעמען א שטיק גאלד און אריין ווארפען אין פייער, און עס וועט ארויסקומען א פארטיגע מנורה.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:04 pm

· #180512
אין ספר מושב זקינים, איינע פון די בעלי תוספות, פרעגט ער א שיינע קשיא, די גמרא אין שבת צב' זאגט אז אלע לווים זענען געווען צען אמות הויך, און די משכן איז דאך אויך געווען צען אמות, נו ווי אזוי איז אהרן אריין און זיך געדריידט אונ'ם משכן? ווייל אמתא באמתא היכי יתיב?, און אפילו מען זאל זיך מיט דעם א עצה געבן, אבער ער דאך געהאט א מצנפת וואס האט איהם געמאכט נאך העכער?.
אויב איינער האט געזעהן א תירוץ ביטע לאזן וויסען.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:40 pm

· #180532
אהן די מצנפת איז לכאורה נישט אזוי שווער, ווייל די יריעות זענען געלעגען 'אויף' די קרשים וואס זענען געווען 10 אמות.

בכלל איז יענע גמ' א פלא, די גמ' וויל ארויסלערנען אז אלע לוויים זענען געווען 10 אמות פון דעם וואס משה איז אזוי געווען, בבחינת מדשבע כבשו שבע חלקו.

מ גפני » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:03 pm

· #180540
און וויאזוי איז ער ארויף די טרעפלעך צום מנורה? און בכלל צו וואס האט אויסגעפעלט די טרעפ, לויט דעם האט ער זיך געדארפט אראפבייגן צו צינדן !!!

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:13 pm

· #180542
אפשר נאר לוים נישט כהנים.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:45 pm

· #180551
מצטמק ויפה
אין ספר מושב זקינים, איינע פון די בעלי תוספות, פרעגט ער א שיינע קשיא, די גמרא אין שבת צב' זאגט אז אלע לווים זענען גווען צען אמות הויך, און די משכן איז דאך אויך געווען צען אמות, נו ווי אזוי איז אהרן אריין און זיך געדריידט אונ'ם משכן? ווייל אמתא באמתא היכי יתיב?, און אפילו מען זאל זיך מיט דעם א עצה געבן, אבער ער דאך געהאט א מצנפת וואס האט איהם געמאכט נאך העכער?.
אויב איינער האט געזעהן א תירוץ ביטע לאזן וויסען.

ער לייגט דארט צו, אז מ'קען נישט זאגן אז ער האט זיך אראפגעבויגען, ווייל עס איז נישט קיין כבוד זיך צו ביקען פאר'ן בוכ"ע שלא לשם השתחווה.

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:46 pm

· #180552
מאטי
אפשר נאר לוים נישט כהנים.

זיי זענען דאך אלע פון שבט לוי.

סאו וואט » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:23 pm

· #180575
לענ"ד יש לתרץ באופן פשור לפי מה שאמרו חז"ל במס' מגילה דף י' ע"ב, מקום ארון אינו מן המדה.
וביאר הכוונה, דלפי גודל הארון היה הקודש קדשים צר וקטן, אך במקום ששורה השכינה אזי מועט מחזיק המרובה,
וא"כ י"ל דגם אצל הלוים היה כן, דמועט מחזיק המרובה, וכעין מה שכ' בדרשות חתם סופר לחנוכה, שנס זו היה בשמן חנוכה בזמן החשמונאים.
והדברים עתיקים.

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:47 pm

· #180600
כ'מיין דער חת"ם סופר זאגט אויף זיין אייגענע ישיבה אז ס'איז געווען דארטן "מועט מחזיק את המרובה". ויבא המסורפין ויסורפי

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 31, 2014 9:33 am

· #180665
יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, אפשר איז אהרן נישט געווען אזוי הויך?
אין ספר מנחה בלולה (אין צייט פון בית יוסף) זאגט ער אויפן פסוק וידי משה כבדים ויקחו אבן וישימו תחתיו וישב עליה ואהרן וחור תמכו בידיו, אז פאר זיי האבן געוואלט אונטערהאלטן משה'ס הענט האבן זיי אים אים קודם געברענגט א שטיין זיך אראפצוזעצן, ווייל שטייענדיג האבן זיי נישט געקענט דערגרייכן זיין הענט ווייל ער איז געווען עשר אמות. פון דעם זעהט אויס אז אהרן איז נישט געווען עשר אמות.

און אויב ער איז יא געווען האט ער זיך אפשר טאקע געדארפט אביסל בייגן ביים אריינגיין אין משכן.
דער מהרי"ל דיסקין טייטשט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה, אז כאטש ער האט זיך באמת נישט געדארפט באנוצן מיט די טרעפ ביי די מנורה, האט ער אבער נישט משנה געווען און עס יא גענוצט.

פלעין יודיש » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 6:50 pm

· #182119
נא וואס וועט זיין מיט עפעס א גיטע טשיקאווע אויף פרשת תצוה
איך בין דארשטעריג

מצטמק ויפה » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 11:19 pm

· #182161
פרשת תצוה
אין תפארת יונתן פון ר' יונתן אייבשיץ זצ"ל, ווערט געברענגט פון ילקוט שמעוני אז ווען מען האט געגאסען די שמן המשחה אויפ'ן כהן גדול , איז אויב ער איז געווען נידריג איז ער דאן געווארן הויך, אויב איז ער געווען א שווארצער איז ער געווארן ווייס, און אויב האט ער געהאט אן אראפ-געלאזטע פנים איז ער געווארן א פרייליכ'ער , ע"כ וואס שטייט אין ילקוט שמעוני.
און ר' יונתן לייגט צו, אז די קליידער פון כהן גדול האט דאך געמוזט זיין צוגעפאסט, נישט גרויס און נישט קליין, נו אויב אזוי, ווען מען האט געמאכט די קליידער פאר'ן כהן גדול , ווי אזוי האט מען געוויסט ווי גרויס ער וועט זיין נאכ'ן זאלבען מיט די שמן המשחה ? , נאר זאגט ער אז מען האט אויך געזאלבט די קליידער, און עס איז אויך מיט-געוואקסען לויט די מדה פון די כהן גדול.

מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 9, 2014 12:15 pm

· #182400
פרשת כי תשא
די אבן עזרא ברענגט, אז ווי קען דאס זיין אז אהרן הכהן זאל האבן געמאכט די עגל?, עס שטעלט זיך נישט אויפ'ן שכל אז דער גרויסע כהן גדול זאל אנקומען צו אזא זאך.

ברענגט ער דארט בשם אחרים אז אהרן פון די פרשת העגל איז גארנישט אהרן הכהן משה'ס ברודער, נאר גאר א צווייטע אהרן! אבער למעשה זאגט ער דארט אויף די פשט אז עס איז הבל , און עס קען נישט זיין.

מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 9, 2014 12:18 pm

· #182401
פרשת כי תשא

אין מדרש אגדה שטייט אז נאך די מעשה עגל האט משה רבינו געוואלט הרגענען אהרן , און פאר דעם האט אהרן זיך געבעטן ( לב כ ) "אל יחר אף אדוני".

איחוד פעלד » זונטאג פעברואר 9, 2014 3:25 pm

· #182427
פארוואס טאקע נישט? עבודה זרה איז מחייב מיתה.

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 9, 2014 4:36 pm

· #182457
מאכן אן ע”ז איז נישט מחייב מיתה.

מאטי » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:07 pm

· #182558
דאן פארוואס יא?

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 9, 2014 10:23 pm

· #182564
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/178813">viewtopic.php?p=178813#p178813</a><!-- l -->

מאטי » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:10 pm

· #182576
9. מדרש תנחומא פרשת תצוה סימן ג

א"ר חנינא סגן הכהנים: אני הייתי משמש בבית המקדש, ומעשה נסים היה במנורה. משהיו מדליקין אותה מראש השנה לא היתה מתכבה עד שנה אחרת. ופעם אחת לא עשו הזיתים שמן התחילו הכהנים לכבות (ס"א לבכות) 
האט ר' חיים בריסקער געפרעגט דעם גור'ער רבין. "וויאזוי האט מען מקיים געווען די מצוה פון הדלקת הנרות אויב ס'איז געבליבן ברענען אגאנץ יאר?
האט ער געענפערט: ס'איז דאך דא אן הלכה אז אויב איינער איז מוסף שמן לנר איז חייב משום מבעיר, קומט דאך אויס אז ווען מ'איז מוסף הייסט דאס א מעשה הדלקה. קען מען זאגן אז די מעשה הדלקה האט דער כהן גדול געטון.

מצטמק ויפה » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:35 pm

· #182585

נו אויב האט מען צוגעלייגט אויל איז דאך עס גארנישט קיין נס?.
ווי איך האב פארשטאנען פון די מדרש איז, אז די נס איז געווען אז עס האט געברענט א גאנץ יאר מיט אביסעל אויל, ניין ?.

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:40 pm

· #182588
מען האט צוגעלייגט א משהו לקיים המצוה.

אין בריסק פארשטייט מען אבער אודאי אז הבערה און הדלקה זענען צוויי גאר אנדערע דינים.

מאטי » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:53 pm

· #182590
די שאלה איז, אויב האט דאס סייווי געברענט מנס, האט ער דאך נישט געמאכט קיין עכטע מעשה הבערה מיטן מוסיף זיין שמן.
די גאנצע טעם פארוואס מ'איז חייב משום מבעיר איז נאר ווייל ער מאכט די נר זאל ברענען לענגער.
וכי תימא אז אויב האט ער צוגעלייגט און מיט דעם געגעבן פאטענציאל אז ס'זאל קענען ברענען לענגער גייט מיר נישט אן אז א נס האט זיך אריינגעמישט און דאס געגעבן כח צו ברענען.
איז דאס נישט פונקט ווי הדביק פת בתנור און איינער נעמט דאס ארויס פארן אפבאקן, וואס דאן איז ער נישט חייב כאטש ער האט געמאכט א מעשה אפייה, ווייל סוף כל סוף איז דאס ברויט נישט געווארן אפגעבאקן. די זעלבע זאך דא, כאטש מ'האט געמאכט א מעשה הדלקה אבער וויבאלד ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז בדרך נס האט דאס סייווי געברענט, האט זיין הוספה פאקטיש נישט מוסף געווען זמן דליקה.

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 9, 2014 11:56 pm

· #182591
און וואס איז אויב איינער איז מוסיף שמן א רגע פאר צאת השבת?

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:02 am

· #182592
ביי רידוי הפת רעדט מען טאקע פון אזא ציור, ביי מבעיר איז אבער מסתבר אז דער חיוב שטאמט פועם אריינגיסן אליין.

ווען דער גור'ער רבי וואלט געווען א בריסק'ער וואלט ער מסביר געווען אז די מצוה איז די עצם מעשה הבערה\הדלקה, אפגעזעהן די נס.

chosen people » מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:38 am

· #182595
יומא דף כא ע''ב דתניא (ויקרא א ז) °ונתנו בני אהרן הכהן אש על המזבח אע"פ שאש יורדת מן השמים מצוה להביא מן ההדיוט...

מאטי » מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:55 am

· #182596
עד שאתה הולך ליומא ובמזבח, כלך אצל שבת ונרות גופיה.
שבת כב עמוד ב'
מתיב רב ששת(ויקרא כד, ג) מחוץ לפרוכת העדות יערוך וכי לאורה הוא צריך והלא כל ארבעים שנה שהלכו בני ישראל במדבר לא הלכו אלא לאורו אלא עדות היא לבאי ...

פלעין יודיש » מאנטאג פעברואר 10, 2014 6:57 am

· #182597
מאטי
די שאלה איז, אויב האט דאס סייווי געברענט מנס, האט ער דאך נישט געמאכט קיין עכטע מעשה הבערה מיטן מוסיף זיין שמן.
די גאנצע טעם פארוואס מ'איז חייב משום מבעיר איז נאר ווייל ער מאכט די נר זאל ברענען לענגער.
וכי תימא אז אויב האט ער צוגעלייגט און מיט דעם געגעבן פאטענציאל אז ס'זאל קענען ברענען לענגער גייט מיר נישט אן אז א נס האט זיך אריינגעמישט און דאס געגעבן כח צו ברענען.
איז דאס נישט פונקט ווי הדביק פת בתנור און איינער נעמט דאס ארויס פארן אפבאקן, וואס דאן איז ער נישט חייב כאטש ער האט געמאכט א מעשה אפייה, ווייל סוף כל סוף איז דאס ברויט נישט געווארן אפגעבאקן. די זעלבע זאך דא, כאטש מ'האט געמאכט א מעשה הדלקה אבער וויבאלד ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז בדרך נס האט דאס סייווי געברענט, האט זיין הוספה פאקטיש נישט מוסף געווען זמן דליקה.

יעצט ביזטו שוין אריין און די שאלה וואס מ'פרעגט ביי חנוכה, אויב איז עס געווען א נס אז ס'האט געברענט אכט נעכט ווי האט מען מקיים געווען די מצוה פון הדלקה.
נא! אויף דעם דרייט זיך שוין איבער א וועלט פון ספרים וואס זענען דן די ענין דארט, פינקט אזוי פיל ווי אויפן בית יוסף'ס קשיא

ברוך שאמר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:18 am

· #182605
פלעין יודיש
נא וואס וועט זיין מיט עפעס א גיטע טשיקאווע אויף פרשת תצוה
איך בין דארשטעריג

קיק אריין אין ר' וואלף ז------נס ספר וועסטי טרעפן וואס די זיכסט !

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 17, 2014 5:50 pm

· #184353
פרשת כי תשא

כיון שראה אותו סרחון שסרחו במעשה העגל, אמר היאך אני נותן להם את הלוחות, מזקיקני אותן למצות חמורות ומחייבני אותם מיתה לשמים, שכן כתוב בהן לא יהיה לך אלהים אחרים על פני, וחזר לאחוריו, וראו אותו שבעים זקנים ורצו אחריו, הוא אחז בראש הלוח והן אחזו בראש הלוח, חזק כחו של משה מכולן, שנאמר (דברים ל"ד) ולכל היד החזקה ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל....
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7