טשיקאווע ענינים אויף די סדרה
302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
הנני נותן לו את בריתי שלום
פארוואס פונקט יעצט האט פנחס באקומען די ברכה פון שלום.
זאגט איינע פון די גור'ע רבי'ס, אז יעצט ווען ער איז געווארן א "קנאי" האט אים ספעציעל אויסגעפעלט די ברכה, ווייל א קנאי איז געווענטליך נישט בשלום מיט אנדערע...
עקב
שבט לוי האט נישט באקומען א נחלה אין ארץ ישראל, זיי האבן זיך געשפייזט פון די תרומות ומעשרות וואס זיי האבן געקליבן בבית הגרנות.
דער חת"ס ברענגט ערגעץ ארויס אז למעשה האבן זיי באקומען מער פונעם גאנצן עולם, בעת וואס יעדע שבט האט נאר באקומען א 12'טל פון די פראדוקציע האבן זיי באקומען א 10'טל.
טאקע א אינטרעסאנטע נקודה
אבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
דריידלאבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
זאג עס פאר די צאלמערס
דריידלאבער ס'אינו דומה ווען מ'האט אייגענס צו גיין שנארן
אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבין של חבירו
ראה
כי ירחק ממך המקום וגו' וזבחת מבקרך, פון דעם פסוק לערנט ר' עקיבא (חולין י"ז ע"א) אז די חיוב שחיטה האט זיך ערשט אנגעהויבן אין ארץ ישראל, אין מדבר האט מען נישט געדארפט שחט'ן קיין חולין, בשר נחירה איז אויך געווען מותר.
פרעגט ר' ירמי', וואס איז די הלכה אויב איינער האט אריינגעברענגט בשר נחירה פונעם מדבר קיין אר"י, האט ער עס געמעגט עסן אדער נישט.
זענען דא פוסקים וואס נעמען פון דא א היתר צו עסן אין די ניין טעג פלייש וואס איז איבערגעבליבן פון שבת, וויבאלד עס האט געהאט א שעת היתר אין שבת.
די בני יששכר אויף חודש תמוז-אב מאמר א' אות י' ברענגט עס. אגב פרעגט ער צוויי קשיות אויף דעם א' פארוואס דוקה דאס וואס בלייבט איבער פון שבת, דאס וואס בלייבט איבער פון פאר די ניין טעג אפילו פון דערוואכן דארף האבן די זעלבע היתר? ב' אז ס'איז נישט דומה ווייל דארט איז נישט געווען קיין חיוב שחיטה אויף די בהמה און די פלייש וואס מ'האט אריינגעברענגט קיין א"י איז געווען אזוי ווי פירות משא"כ די ניין טעג ווי ס'איז דא א איסור אכילה אויף פלייש, וואס זאל העלפן דאס אז ס'איז איבערגעבליבן פון א שעת היתר?
די ישמח משה די וואך אויפ'ן פסוק פתוח תפתח את ידך ברענגט א דבר חידוש פון די אסיפת זקנים (שיטה מקובצת) אז דאס וואס די גמרא זאגט אז מ'דארף געבן אפילו עבד לרוץ לפניו, דאס איז נאר ביי אן עני שאינו מפורסם אבער טאמער איז באוויסט אז ער איז אן ארעמאן, באקומט ער נאר וואס עס פעלט זיך אויס.
ראה
כי ירחיב ד' את גבולך וגו' ואמרת אכלה בשר כי תאווה נפשך לאכול בשר וגו' ( יב, כ)
רש"י ברענגט אז די תורה קומט דא לערנען דרך ארץ אז א מענטש זאל נישט עסן קיין בשר נאר מתוך רחבת ידים און עשירות.
די ש"ך על התורה צייכנט צו אז אדם הראשון האט קיינמאל געגעסן קיין פלייש. אזוי אויך אברהם אבינו אזוי וי עס שטייט ויקח חמאה וחלב ובן הבקר אשר עשה "לפניהם" ויאכלו, אבער ער אליין האט נישט געגעסן.
יצחק האט נישט געוואלט הנאה האבן פון זיין אייגן פלייש נאר געשיקט עשיו כאפן פון וואלד.
יעקב איז געווען ביי שם ועבר און בבית לבן האט ער אוודאי נישט געגעסן קיין פלייש.
ביי די בני יעקב שטייט וישבו לאכול לחם. אבער נישט פלייש.
און דאס וואס ביי יוסף שטייט וטבוח טבח והכן זאגט ער איז מן הסתם געווען בשר עוף ווייל אין מצרים האבן זיי נישט געקענט עסן בשר בהמה ווייל עס איז געווען זייער עבודה זרה.
רמב"ן:
וייתכן שירמוז הכתוב למה שהוא אמת, כי בנפשות בקצת האנשים כח נבואיי ידעו בו עתידות, לא ידע האיש מאין יבא בו, אבל יתבודד ותבא בו רוח לאמר "ככה יהיה לעתיד לבא בדבר פלוני". ויקראו לו הפילוסופים "כהין", ולא ידעו סיבת הענין, אך הדבר נתאמת לעיני רואים. אולי הנפש, בהתבודדה, תדבק בשכל הנבדל ותתכוין בו.
אויף וועלכע פסוק זאגט דאס די רמב"ן?
י"ג, ב.
שופטים
די גמרא אין מס' ברכות דערציילט אז די חכמי ישראל זענען אריינגעגאנגען צו דוד המלך זאגענדיג עמך ישראל צריכים פרנסה, האט דוד המלך געזאגט לכו והתפרנסו זה מזה. האבן זיי געזאגט אין הבור מתמלא מחלייתו האט דוד המלך געזאגט פשטו ידיכם בגדוד, דאס הייסט מאכטס א מלחמה מיט די גוים און נעמטס איין זייערע נכסים.
שטעלט זיך די פראגע: איז דאס יושר? פארוואס זאל מען צונעמען פארמעגן פון אנדערע פעלקער?
האב איך געהערט א טייער ווארט בשם די טשעבינער רב ז"ל. די פסוק די וואך דערציילט אז פאר מ'איז ארויס אין מלחמה האט די כהן אויסגעריפען מי האיש אשר בנה בית חדש וכו', מי האיש אשר נטע כרם וכו'. האט דוד המלך געטראכט אזוי, מ'עט גיין אין מלחמה און ווען די כהן וועט אויסריפען און מ'עט זעהן ווער ס'גייט צוריק וועט מען אים נאכשרייען: האלאו, נעכטן האסטי קאמפלעינט אז די האסט נישט קיין געלט? דא זעה איך אז די האסט דיך געבויט א נייע הויז וכו'
שכח
@דריידל זייער שיין.
אגב ברענגט די רמב"ן א ירושלמי אז עס איז נישט גענוג סתם מען זאגט איך האב געבויט א הויז וכדו' נאר מ'דארף ברענגען עדית אלס א ראיה.
כי תצא
רמב"ן (כ"ב, ו): כידוע בטבחים שוחטי השורים הגדולים והחמורים, שהם אנשי דמים, זובחי אדם, אכזרים מאד.
בראשית
נישט טשיקאוו, אבער עס איז מיר געווען אינטערעסאנט.
דער סאטמאר'ער רב ז"ל שרייבט (חידושי תורה פרשת ויקרא תשט"ז) אז בפשטות איז די תחילת (וסיבת) החטא פון אדם הראשון געווען אז מען האט איהם מצוה געווען לעבדה ולשמרה, אז ער זאל נישט אריינלאזן די חיות אינעם גן, און ער האט אריינגעלאזט דעם נחש.
די חלק אז 'לשמרה' מיינט פון די חיות האב איך געטראפן אין אבן עזרא, די צווייטע חלק איז מיר געווען אינטערעסאנט.
נח
ואל אמה תכלנה מלמעלה. זאגט רש"י: כסויה משופע ועולה עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
אויף די רש"י מיטשענען זיך אסאך צו פארשטיין פשט, וואס האט אויסגעפעלט אז ס'זאל בלייבן אן אמה פלאך אינמיטן דאך? ס'דא וואס זאגן גאר אז די אמה איז בכלל נישט געווען ציגעדעקט אבער וויבאלט ס'איז א קליין פלאץ האט נישט אריינגערעגנט, אבער דאס האט דאך אויך נישט קיין ביאור פארוואס ס'זאל נישט אריינרעגענען ווען ס'איז אפען אן אמה? אין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
האב איך געזען אמאל א גוטער פשט אין ספר שאר ישב (על רש"י) פונעם קיוויאשדער רב ז"ל זאגט ער אז "ואל אמה תכלנה" קומט צו זאגן וויפול די שיפקייט (roof pitch) זאל זיין, דאס הייסט אז די תיבה איז דאך געווען ברייט פיפציג אמות און ס'איז געווען שיף פון ביידע זייטן וואס יעדע זייט איז געווען 25 אמות אין פאר 25 אמות אין די לענג דארף זיין אן אמה הויך כדי וואסער זאל אראפרינען. לויט די פשט זענען די ווערטער פון רש"י ממש ווי געגאסן: כסויה משופע ועולה עד שהוא קצר מלמעלה - ס'איז געגאנגען שיף בין אויבן ווי ס'איז געווארן גאר שמאל, ועומד על אמה כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן - די שיפקייט איז געגאנגען הויך אן אמה כדי די וואסער זאל קענען אראפ רינען.
איך האב געמאכט אביסול ריסורטש איז מיר געווען אינטערעסאנט אז מבינים שרייבן אז כדי וואסער זאל אראפרינען פעלט זיך אויס א פיטש פון מינימום 1/4:12, דאס הייסט פאר א פיס אין די לענג דארף זיין כאטשיג א פערטל אינטש אין די הייעך. אן אמה הויך פאר 25 אמות אין די לענג איז עטוואס ווייניגער ווי 1/2:12 וואס איז א משהו מער ווי די מינימום.
אינטערעסאנט, די ווערטער 'עד שהוא קצר מלמעלה' האבן אבער נישט קיין פשט לפי"ז.
דריידלאין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
רש"י זאגט נישט 'ועומד על אמה כדי שיזובו המים', ער זאגט: כסויה משופע ועולה - עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה - כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
ונבנתה העיראינטערעסאנט, די ווערטער 'עד שהוא קצר מלמעלה' האבן אבער נישט קיין פשט לפי"ז.
פארוואס נישט? משופע ועולה - ס'גייט שיף אויף ארויף, עד שהוא קצר מלמעלה - ביז ס'ווערט שמאל פון אויבן
ונבנתה העירדריידלאין בכלל, וואס זאגט רש"י "ועומד על אמה כדי שיזובו המים", דער אמה האט דען געמאכט די וואסער זאל אראפרינען?
רש"י זאגט נישט 'ועומד על אמה כדי שיזובו המים', ער זאגט: כסויה משופע ועולה - עד שהוא קצר מלמעלה ועומד על אמה - כדי שיזובו המים למטה מכאן ומכאן.
[/quote]
ביסט גערעכט אז מ'קען טאקע זינגן אנדערש אבער בפשטות ווען רש"י זאגט "כדי" גיט ער א הסבר אויף דאס וואס ער האט נארוואס געזאגט וואס אין דעם איז אויך נכלל "ועומד על אמה"
ויטע נח כרם, וישת וישכר
כ'האב געזען אין א ליקוט ספר'ל ברענגען פון חתם סופר, א טעם פארוואס האט נח געזען די ערשטע זאך נאכן מבול זיך צו נעמען צום ביטערען טרעפן?
ענטפערט דער הייליגער חתם סופר אז דער גאנצער פראבלעם פון די דור המבול איז געווען אז זיי האבן צופיל געחקר'ט און פילאזאפירט, און דאס האט גורם געווען אז זיי זאלן כופר בעיקר זיין.
במילא האט נח געוואלט דאס זאל מער נישט פאסירן האט ער מחדש געווען דעם משקה המשכר אז מענטשן וועלן טרינקן וועלן זיי ווייניגער טראכטן, וועלן זיי נישט ווער אויפגעקלערט...
מה יענו אנן איזובי הקיר בתריה, וויפיל פלעשער זעקס און ניינציגער עלען מער מיזן אראפטרינקן מיר זאלן קענען אין אזעלכע שווערע זמנים האלטן מיטן אויסגעטרעטענעם דרך החתם סופר.
(ער צייכנט צו צו די נייע תורת משה פינעוו בענדער פון מכון חת"ס ירושלים, אבער כ'האב עס אליין נישט נאכגעקוקט, אויב איינער האט עס ביטע ארויפשטעלן א קאפי.)
עבדת נח
איך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
ברוך שאמראיך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
עס איז א גמרא אין סנהדרין קח, די נאמען פון די פייגל איז אורישנה, און נח האט איהם דערביי געבענטשט אז ער זאל קיינמאל שטארבן.
די תפארת יונתן ברענגט אויף ויסגור השם בעדו, אז די טאג וואס די מבול האט זיך אנגעהויבן איז געווען שבת, ממילא האט נח נישט געקענט פארמאכן די טיר מיט האמער און נאגל, האט עס די אייבישטער געטוען פאר איהם. און דאס איז פשט ויסגור השם בעדו.
אבל קשה לפי דברי הירושלמי ראש השנה, דהקב"ה מקיים כל התורה, ואי משום קיום העולם, א"כ נח בעצמו היה יכול לסוגרו וצ"ע.
מצטמק ויפהברוך שאמראיך האב געהערט אז אין תיבת נח איז געווען איין פויגל וואס איז געזעצן אין א ווינקל שטילל אין ווען נח האט איהם געפרעגט על מה זה האט ער גע ענטפערט אז ער וויל איהם נישט באדערן האט נח איהם אנגעווינשן ער זאלל קיינמאל נישט שטארבן
עס איז א גמרא אין סנהדרין קח, די נאמען פון די פייגל איז אורישנה, און נח האט איהם דערביי געבענטשט אז ער זאל קיינמאל שטארבן.
א גרויסע יישר כח
אחורי ארי ולא אחורי אשה
וישאר אך נח, ברענגט רש"י א מדרש: ויש אומרים שאיחר מזונות לארי והכישו.
האב איך געהערט א שיינעם פשט, די גמרא זאגט אחורי ארי ולא אחורי אשה, ענדערש זאלסטו פארשפעטיגן דאס עסן פארן לייב, און דו וועסט כאפן א גוטן ביס אזוי ווי נח, אבער ולא אחורי אשה, פאר א פרוי זאלסטו קיינמאל נישט פארשפעטיגן צו ברענגען דאס געלט ווייל דאן וועט עס זיין אסאך ערגער.
פרשת לך לך
פארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
דריידלפארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
Btwמען הערט טאקע פין א סאך מענטשן פרשת לך.
ברוך שאמרדריידלפארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
Btwמען הערט טאקע פין א סאך מענטשן פרשת לך.
הערט מען כאטש אויב זאגט ער לך אדער לך, אבער אויב שרייבט מען נאר לך און נישט לך לך וועט מען נישט וויסן אויב מיינט ער לך אדער לך ודו״ק
ברסלבערוישאר אך נח, ברענגט רש"י א מדרש: ויש אומרים שאיחר מזונות לארי והכישו.
האב איך געהערט א שיינעם פשט, די גמרא זאגט אחורי ארי ולא אחורי אשה, ענדערש זאלסטו פארשפעטיגן דאס עסן פארן לייב, און דו וועסט כאפן א גוטן ביס אזוי ווי נח, אבער ולא אחורי אשה, פאר א פרוי זאלסטו קיינמאל נישט פארשפעטיגן צו ברענגען דאס געלט ווייל דאן וועט עס זיין אסאך ערגער.
איך האב געהערט אן אנדער ווארט.
ס'דא א מדרש פליאה. "אחורי ארי ולא אחורי אשה. הני מילי בדאיכא דרכא אחרינא אבל בדליכא דרכא אחרינא ילך אחורי כלב."
פרשת וירא
ויגדל הילד ויגמל ויעש אברהם משתה גדול ביום הגמל את יצחק. שטייט אין מדרש ביום ה"ג-מל, אין די אכטע טאג האט ער גע'מל'ט יצחק. זאגט די חת"ם סופר אז אברהם אבינו האט געמאכט א סעודה יעדעס יאר אין דעם טאג וואס ער האט גע'מל'ט יצחק, כדוגמת סעודת יום הולדת. א קינד זייגט דאך צוויי יאר און וויבאלט יצחק איז געבוירן די ערשטע טאג פסח, האט זיך די צוויי יאר געענדיגט די ערשטע טאג פסח און אברהם האט נישט געוואלט געבן פאר יצחק קיין חמץ, האט שרה אים געזייגט פאר נאך זיבן טעג און די אכטע טאג, וואס איז אסרו חג פסח האט יצחק אויפגעהערט צו זייגן. דאס איז אויסגעקומען ביום הברית און פארדעם האט ער געמאכט א משתה גדול לכבוד די צוויי שמחות.
פרשת וירא
ולשרה בן
שטייט אין ספורנו אז דאס אז שרה האט געהאט א אינגעל איז געווען שלא כדרך הטבע, וויייל בדרך הטבע די וואס האבן א קינד אויף די עלטער געבוירן א נקיבה.
אין צייטן פון רבינו הקדוש איז שוין געווען מאשין מצות?
צחק עשה לי אלקים כל השומע יצחק לי דע אייבערשטער האט ציגעזאגט פאר שרה פיר זאכן אין אלע זענען מרימז אין די נאמען יצחק #1ער וועט געבן די תורה (עשרת הדיברות) #2זי וועט האבן א קינד בגיל צ #3אלע קינדער וועט מען מלן בן שמונת ימים #4אברהם וועט האבן א קינד בגיל ק האט שרה געזאגט צחק עשה אבער ווען עס וועט זיין כל השמע (נעשה ונשמע) וועט זיין יצחק לי
📎 IMG-20141107-WA0003.jpg
עס שטייט אין פסוק די וואך ווען אליעזר איז געגאנגען זיכן א שידוך פאר רבקה "ויבא האיש הביתה ויפתח הגמלים"
זאגט רש"י התיר הזמיר שלהם,
אז ווען אליעזר איז אנעקימען קיין חרן האט ער געפענט די מויל שלאס
שהיה סותם את פיהם שלא ירעו בשדות של אחרים
ער האט זיי פארמאכט דאס מויל אז זיי זאלן ח"ו נישט פאשען אין פרעמדע פעלדער
שטעלט זיך א קשיא וואס האבן די בהמות געדארפט א מויל שלאס
די בהמות פין אברהם אבינו וועלן דען פאשען אין פרעמדע פעלדער ????
דער תירוץ איז "ווען א מענטש גייט טוען א שידוך דארף מען זיכער מאכן אז אלע בהמות האבן א פארמאכט מויל"
C/P
לערנענדיג חומש רש״י מיט מיינע צדיקים ווי אברהם האט געהייסן זיין קנעכט אליעזר שווערן, זאגט מיר מיין קליינער ״אמת היינטיגע צייטן מעג שוין נישט שווערן?״ רופט זיך די גרעסערע אן ״יא, ווייל היינטיגע צייטן מען מען שוין נישט לייגן די הענט דארט...!״
פרשת תולדות
ויתרוצצו הבנים בקרבה. אומרים חז"ל שיעקב מפרכס לצאת על פתחי בתי מדרשות ועשו מפרכס לצאת על פתחי בתי עבודה זרה. ותלך לדרוש את ה' . נשאלת השאלה מה היתה הדאגה של רבקה? אולי יש לה צדיק אחד בבטן שבבתי מדרש רוצה לצאת ללמוד ובבתי עבודה זרה רוצה לצאת לעשות מחאה ולהפגין. מתרץ ר' אברהם יפהן שזה היה ברור לרבקה שמי שיוצא למחאות והפגנות הוא לא מאלה שלומדים בבתי מדרשות.
כעת חיה ולשרה בן
די מלאכים זענען געקימען צי אברהם אין שרה אין זיי האבן מבשר געווען אז זיי וועלן האבן א זין האט אברהם געזאגט אז ער האט שוין א זין האבן די מלאכים איהם גענטפערט אז " כעת חיה יעטצט האט ער א חיה פערע אדם אבער ולשרה וועט זיין א בן .. וזה כפתור ופרח
געטראפן א אינטרעסאנטע מושב זקנים (מבעלי תוס׳) אין פ׳ תולדות. וידו אוחזת בעקב עשו. פארוואס פונקט האט יעקב אנגעכאפט עשו ביים פוס, ווייל עשו איז געווען א חזיר, ווי רש״י זאגט יכרסמנה חזיר מיער, און די חזיר האט איין סימן טהרה, געשפאלטענע פוס, וואס וועגן דעם שפרייט ער אלס אויס זיין פוס צו ווייזן כאילו ער איז טהור. יעקב איז געווען אזוי הייליג אז ער האט אים נאר געקענט אנכאפן ביים פוס ווי ס׳דא א סימן טהרה...
די רא״ש עה״ת זאגט אז די סיבה הפשוטה פארוואס ויתרוצצו הבנים בקרבה, איז ווייל עשו איז געווען א האריגע בריאה און יעקב איז געווען א איש חלק, און עשו׳ס האר האט אים געשטאכן און געקיצעלט...
דריידלפארוואס האט די נאמען פון (כמעט) יעדע פרשה נאר איין ווארט און די פרשה האט צוויי? האב איך געקלערט אז ס'קען זיין ווייל אויב וואלט עס געהייסן פרשת "לך", וואלט מען נישט געוויסט אויב ס'איז לֶךְ אדער לְךָ
ס'איז אזוי ווי "פאפא". לכאורה וואס דארף מען שרייבן צוויי מאל פא? נאר אויסער אלע אנדערע טעמים ודרושים איז פשוט. ווייל ביי די דין תורה וואס די אחים הקדושים האבן געהאט, האבן די רבנים געפסק'נט אז איין ברודער זאל נעמען "פא" און דער אנדערער ברודער אויך ":פא"...
ווארט חזק ששמעתי השבוע,
בפרשתנו מובא הסיפור של לקיחת התרפים של לבן בידי רחל אמנו,
לבן הארמי שואל את יעקב אבינו היכן הם וההמשך ידוע.
נשאלת השאלה, מדוע לא ענה לו יעקב כמו שענה אברהם אבינו לאביו תרח אודות ניתוץ הפסלים, שהפסל הגדול לקח פטיש והשתולל בחנות וכו'.
כך גם יעקב היה צריך לענות ללבן שהתרפים יצאו לטיול או משהו דומה.
אלא טמון כאן מסר עמוק: "לא כל סיפור שאפשר למכור לאבא אפשר למכור לשווער"........
C/P
שוין אביסעלע שפעט, אבער מוצאי נח האב איך פארהערט מיין נעפיו, נאך וואס מיין עלטערע שוואגער איז אוועקגעפארן אויף אויסלאנד. דער עלעף יעריגס דערציילט מיר, אז זיין רבי האט געזאגט אז ער וועט אויסלאזן יעדע פאר רשי'ס, ווייל ער וויל זען אויב דער עולם הערט אויס, און אויב וועט מען קומען איבערפרעגן פון די רשי'ס, וועט ער וויסן אז מען האט נישט אויסגעהערט.
דאס הייסט "זיך אן עצה געגעבן".
יין שרףגעטראפן א אינטרעסאנטע מושב זקנים (מבעלי תוס׳) אין פ׳ תולדות. וידו אוחזת בעקב עשו. פארוואס פונקט האט יעקב אנגעכאפט עשו ביים פוס, ווייל עשו איז געווען א חזיר,
כ'האב געמיינט אז נחום ראזנברג איז דער ערשטער וואס האט מעורר געווען אז ווער ס'כאפט אן א צווייטענס פיס איז א חזיר
יין שרףלערנענדיג חומש רש״י מיט מיינע צדיקים ווי אברהם האט געהייסן זיין קנעכט אליעזר שווערן, זאגט מיר מיין קליינער ״אמת היינטיגע צייטן מעג שוין נישט שווערן?״ רופט זיך די גרעסערע אן ״יא, ווייל היינטיגע צייטן מען מען שוין נישט לייגן די הענט דארט...!״
מסתמא האבן דיינע קינדער צו פיהל געקוקט אויף נחומ'ס בלאג... 😂
מצטמק ויפהולשרה בן
שטייט אין ספורנו אז דאס אז שרה האט געהאט א אינגעל איז געווען שלא כדרך הטבע, וויייל בדרך הטבע די וואס האבן א קינד אויף די עלטער געבוירן א נקיבה.
אויפ'ן פסוק "ולשרה בן" איז דא א שאלה וויאזוי מ'זאגט עס ארויס מיט א פינטל אדער אן.
איז פאראן א מדרש פליאה אז אמאל האט הרהגה"צ ר' הערשל מ'אוסטראפאליע זיך געקריגט מיט זיין שוועסטער שרה, איבער א מארעך ביין. האט זי געברענגט א ראיה פון פסוק וואו ס'שטייט "ולשרה בן", אז דער ביין באלאנגט פאר שרה. ווען ר' ר' הערשל האט עס אוועקגעכאפט פון איהר האט זי זיך גענומען וויינען, האט ער געזאגט אז יעצט שטייט אין פסוק "ולשרה בן"/וויין... 😂
אם יבא עשו אל המחנה האחת ״והכהו״
שטייט אין ספר אמרות ה׳, והכהו גייט אהין און צוריק... ודו״ק
פרשת וישב
ויבא יוסף את דבתם רעה אל אביהם. זאגט די רבינו בחיי:
כל לשון מביא דבה הוא אומר אמת כי הוא מביא ראיה לדבריו, וכל לשון הוצאת דבה הוא שקר שמוציא דברי שקרים מלבו כלשון האמור במרגלים ויציאו דבת הארץ רעה, וכתיב [ו]מוציא דבה הוא כסיל.
ס'איז מיר אבער שווער געווען פון די גמרא פסחים ג: אז רב יהושע בריה דרב אידי האט נישט געוואלט זאגן אז רב כהנה איז נסתלק געווארן וועגן ומוציא דבה הוא כסיל, זעה מיר דאך אז מוציא דבה איז אפילו אויף אמת. ואולי, איז פשוט נישט בטעמ'ט איבערצוגעבן א שלעכטע בשורה און די פסוק ווערט געברענגט נאר כעין אסמכתא.