☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 18, 2014 7:43 am

· #184490
לשוא הכיתי
פרשת כי תשא

כיון שראה אותו סרחון שסרחו במעשה העגל, אמר היאך אני נותן להם את הלוחות, מזקיקני אותן למצות חמורות ומחייבני אותם מיתה לשמים, שכן כתוב בהן לא יהיה לך אלהים אחרים על פני, וחזר לאחוריו, וראו אותו שבעים זקנים ורצו אחריו, הוא אחז בראש הלוח והן אחזו בראש הלוח, חזק כחו של משה מכולן, שנאמר (דברים ל"ד) ולכל היד החזקה ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל....

האסט פארגעסן ציצישרייבן פון ווי די ברענגסט דאס נאך

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:00 am

· #184500
די חתם סופר ברענגט אז ווייל כלל ישראל האט קיינמאל נאכנישט פרובירט די אלע מלאכות וואס מען האט געדארפט צום משכון, אזוי ווי; נייען, און אלע אנדערע מלאכות, האט משה רבינו קודם געהייסן מען זאל מאכן א 'מיניטשער' פון די משכון, מיט אלע יריעות און קרשים און קליין, און נאכדעם וואס ער האט געזען אז עס איז שיין אויסגעקומען, האט מען זיך גענומען צום גרויס'ן משכון.

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:49 am

· #184504
פלעין יודיש
לשוא הכיתי
פרשת כי תשא

כיון שראה אותו סרחון שסרחו במעשה העגל, אמר היאך אני נותן להם את הלוחות, מזקיקני אותן למצות חמורות ומחייבני אותם מיתה לשמים, שכן כתוב בהן לא יהיה לך אלהים אחרים על פני, וחזר לאחוריו, וראו אותו שבעים זקנים ורצו אחריו, הוא אחז בראש הלוח והן אחזו בראש הלוח, חזק כחו של משה מכולן, שנאמר (דברים ל"ד) ולכל היד החזקה ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל....

האסט פארגעסן ציצישרייבן פון ווי די ברענגסט דאס נאך

אבות דרבי נתן

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:18 pm

· #184576
פרשת ויקהל

ביי די כיור טרעפט מען אז עס איז געווען געמאכט פון מראות הצובאות, און ווי רש"י איז מסביר אז מען רעדט פון שפיגלעך ממש.
איז לכאורה צו וואס האט מען דאס געדארפט? נאר עס ווערט געברענגט פון ריקאנטי ז"ל, אז די סיבה דערצו איז געווען, ווייל בשעת די זריקת הדם פון א קרבן דארף די כהן קוקען אויף דער וואס ווערט מכפר, און אויב איז דער וואס ברענגט די קרבן א פרוי, וועט ער דאך נישט קענען קוקען ווייל אסור להסתכל בצורת אשה, איז וועגען דעם האט מען געדארפט די שפיגלען אז די כהן זאל איר קענען זען דורך די שפיגלען.

אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:50 pm

· #184585
און דורך א שפיגעל איז הסתכלות יא מותר?

קרעמער1 » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:52 pm

· #184586
אפטעמיסט
און דורך א שפיגעל איז הסתכלות יא מותר?

דאס איז די טשיקאווע חלק...

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:55 pm

· #184588
אפטעמיסט
און דורך א שפיגעל איז הסתכלות יא מותר?

א פיינע שאלה, ווייל אין הלכות נדה ווערט געברענגט אז הסתכלות איז אסור אפילו דורך א שפיגעל.

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 2:55 pm

· #184590
מצטמק ויפה
פרשת ויקהל

ביי די כיור טרעפט מען אז עס איז געווען געמאכט פון מראות הצובאות, און ווי רש"י איז מסביר אז מען רעדט פון שפיגלעך ממש.
איז לכאורה צו וואס האט מען דאס געדארפט? נאר עס ווערט געברענגט פון ריקאנטי ז"ל, אז די סיבה דערצו איז געווען, ווייל בשעת די זריקת הדם פון א קרבן דארף די כהן קוקען אויף דער וואס ווערט מכפר, און אויב איז דער וואס ברענגט די קרבן א פרוי, וועט ער דאך נישט קענען קוקען ווייל אסור להסתכל בצורת אשה, איז וועגען דעם האט מען געדארפט די שפיגלען אז די כהן זאל איר קענען זען דורך די שפיגלען.

צ"ע מהא דאמרינן במסכת ברכות דף כ"ה ע"ב א"ר צואה בעששית מותר לקרא ק"ש כנגדה. ערוה בעששית אסור לקרא ק"ש כנגדה וכו´ ערוה לא יראה בך ערות דבר אמר רחמנא והא קא מחזיא.
ולד' הרב יהוסף שווארץ א"ש וד' הריקאנטי לכאו' ראי' לדבריו.

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:10 pm

· #184593

אין לדמות דיני ק"ש לכאן, דשם הוא משום בזיון וכאן מיירי באיסור הסתכלות שהוא משום הרהורים.

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:22 pm

· #184597
מצטמק ויפה

אין לדמות דיני ק"ש לכאן, דשם הוא משום בזיון וכאן מיירי באיסור הסתכלות שהוא משום הרהורים.

חילוק זה מנא לך? דיני ערוה בברכות כד. ילפינן מפסוקי שיר השירים.
אמר שמואל קול באשה ערוה שנא' (שיר השירים ב, יד) כי קולך ערב ומראך נאוה, פרש"י ערוה - להסתכל וכן באשתו לק"ש: קולך ערב - מדמשבח לה קרא בגוה שמע מינה תאוה היא:

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 3:45 pm

· #184602
מצטמק ויפה
פרשת ויקהל

ביי די כיור טרעפט מען אז עס איז געווען געמאכט פון מראות הצובאות, און ווי רש"י איז מסביר אז מען רעדט פון שפיגלעך ממש.
איז לכאורה צו וואס האט מען דאס געדארפט? נאר עס ווערט געברענגט פון ריקאנטי ז"ל, אז די סיבה דערצו איז געווען, ווייל בשעת די זריקת הדם פון א קרבן דארף די כהן קוקען אויף דער וואס ווערט מכפר, און אויב איז דער וואס ברענגט די קרבן א פרוי, וועט ער דאך נישט קענען קוקען ווייל אסור להסתכל בצורת אשה, איז וועגען דעם האט מען געדארפט די שפיגלען אז די כהן זאל איר קענען זען דורך די שפיגלען.

עיין כאן ותמצא נחת

מצטמק ויפה » דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:21 pm

· #184608
יעצט געזען כדברי הריקאנטי ז"ל אין ספר פענח רזא איינע פון די בעלי תוספות, און אויך אין מושב זקינים מבעלי התוספות.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:34 pm

· #184611
מצטמק ויפה
אפטעמיסט
און דורך א שפיגעל איז הסתכלות יא מותר?

א פיינע שאלה, ווייל אין הלכות נדה ווערט געברענגט אז הסתכלות איז אסור אפילו דורך א שפיגעל.

אולי איז הסתכלות א איסור עצמי, משא”כ ביי א נדה איז עס א גדר הרחקה, ונפק”מ הסתכלות בשטיקל גלאז הנקרא שפיגל.

לשוא הכיתי » דינסטאג פעברואר 18, 2014 5:47 pm

· #184635
ונבנתה העיר

אולי איז הסתכלות א איסור עצמי, משא”כ ביי א נדה איז עס א גדר הרחקה, ונפק”מ הסתכלות בשטיקל גלאז הנקרא שפיגל.

רבא אמר זונות ממש אחאב איש מצונן היה ועשתה לו איזבל שתי צורי זונות במרכבתו כדי שיראה אותן ויתחמם.
סנהדרין לט:

משמע שאסור בהרהור גם בצורה, ויל"ע בין איסור הסתכלות שמביא לידי הרהור, ובין ההרהור בעצמיותו.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 18, 2014 6:36 pm

· #184647
עס שטייט נישט דארט א איסור.

לשוא הכיתי
ויל"ע בין איסור הסתכלות שמביא לידי הרהור, ובין ההרהור בעצמיותו.

בטח.

און אז איינער וועט האבן הרהורים פון א טיש, וועט געשאפן ווערן א איסור הסתכלות (מצד עצמו) אויפן טיש?

סאו וואט » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:07 pm

· #185758
פרשת פקודי

דו גמרא זאגט און מסכת סנהדרין ס"ט ע"ב: אז ווען בצלאל האט געבויט דעם משכן, איז ער סך הכל אלט געוועהן דרייצען יאר.
וז"ל: וכי עבד בצלאל משכן בר כמה הוי? בר תליסר. דכתיב (שמות ל"ו ד') איש איש ממלאכתו אשר המה עושים.

אבער און אלשיך הק' זאגט ער גאר און פרשת ויקהל (שמות ל"ו ל"א) אז בצלאל איז סך הכל אלט געוועהן אכט יאר ווען ער האט געבויעט דער משכן.

סאו וואט » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:11 pm

· #185761
פרשת פקודי

מיר געפונען גאר אן אונטרעסאנטע זאך און דער פרשה, אז מיר טרעפן נישט דעם טיטל "טהור" ביי קיין שום כלי המקדש נאר ביים מנורה און שלחן.
זאגט דער הייליגע חזקוני (שמות ל"א ח') דער טעם פארוואס טאקע? ענטפערט ער מורא'דיגע ווערטער: לפי שלא היה עליהם שום מתן דמים.

שטעלט זיך א מורא'דיגע קשיא. ווי קען מען אנרופען דו אלע אזוי באקרוינטע גערופענע "הקדוש והטהור", ווען און דער זעלבע צייט, פארגיסען זיי אידיש בלוט, מיט זיירע גזירות איסורים תקנות?

ונבנתה העיר » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:44 pm

· #185774
אינטערעסאנט אז פונקט ביי מתן דמים שטייט טאקע 'הזה על טהרו של מזבח'.

מאטי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:07 am

· #185888
סאו וואט
פרשת פקודי

מיר געפונען גאר אן אונטרעסאנטע זאך און דער פרשה, אז מיר טרעפן נישט דעם טיטל "טהור" ביי קיין שום כלי המקדש נאר ביים מנורה און שלחן.
זאגט דער הייליגע חזקוני (שמות ל"א ח') דער טעם פארוואס טאקע? ענטפערט ער מורא'דיגע ווערטער: לפי שלא היה עליהם שום מתן דמים.

שטעלט זיך א מורא'דיגע קשיא. ווי קען מען אנרופען דו אלע אזוי באקרוינטע גערופענע "הקדוש והטהור", ווען און דער זעלבע צייט, פארגיסען זיי אידיש בלוט, מיט זיירע גזירות איסורים תקנות?

נו, פארדעם איז דאס טשיקאווע.

לשוא הכיתי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:56 pm

· #186263
סאו וואט
פרשת פקודי

מיר געפונען גאר אן אונטרעסאנטע זאך און דער פרשה, אז מיר טרעפן נישט דעם טיטל "טהור" ביי קיין שום כלי המקדש נאר ביים מנורה און שלחן.
זאגט דער הייליגע חזקוני (שמות ל"א ח') דער טעם פארוואס טאקע? ענטפערט ער מורא'דיגע ווערטער: לפי שלא היה עליהם שום מתן דמים.

מנחות כט.
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן מאי דכתיב (ויקרא כד, ד) על המנורה הטהורה שירדו מעשיה ממקום טהרה אלא מעתה (ויקרא כד, ו) על השלחן הטהור שירדו מעשיו ממקום טהור אלא טהור מכלל שהוא טמא הכא נמי טהורה מכלל שהיא טמאה בשלמא התם כדריש לקיש דאמר ריש לקיש מאי דכתיב על השולחן הטהור מכלל שהוא טמא כלי עץ העשוי לנחת הוא וכל כלי עץ העשוי לנחת אינו מקבל טומאה אלא מלמד שמגביהין אותו לעולי רגלים ומראים להם לחם הפנים ואומר להם ראו חיבתכם לפני המקום מאי חיבתכם כדריב"ל דא"ר יהושע בן לוי נס גדול נעשה בלחם הפנים סילוקו כסידורו שנאמר (שמואל א כא, ז) לשום לחם חם ביום הלקחו אלא הכא טהורה מכלל שהיא טמאה פשיטא כלי מתכות נינהו וכלי מתכות מקבלין טומאה אלא שירדו מעשיה ממקום טהרה.

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:09 am

· #186351
למעשה האט מען ערשט געבויעט די משכן נאך די כלים זענען געווען פערטיג, נו? וואס איז די גאנצע נידון וואס צו בויען בעפאר?

**
צוריק א רגע צו פ' כי תשא, א ליטוואק קומט צו א חסיד: די ! אלעס זענט איר שולדיג ווען נישט מען איז אזוי פאר'חלש'ט פאר א רבי וואלטען אידען נישט געמאכט קיין עגל,
זאגט דער חסיד @ליטוואק פון בודאפעסט ווען נישט אייער יעקישקייט מיטען 'פונקטליכען' זייגער וואלטען אידען אויסגעהאלטען צו ווארטען א שעה צוויי פאר'ן רבין.

פלעין יודיש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:34 am

· #186381
על טהרת הקודש
למעשה האט מען ערשט געבויעט די משכן נאך די כלים זענען געווען פערטיג, נו? וואס איז די גאנצע נידון וואס צו בויען בעפאר?

**
צוריק א רגע צו פ' כי תשא, א ליטוואק קומט צו א חסיד: די ! אלעס זענט איר שולדיג ווען נישט מען איז אזוי פאר'חלש'ט פאר א רבי וואלטען אידען נישט געמאכט קיין עגל,
זאגט דער חסיד @ליטוואק פון בודאפעסט ווען נישט אייער יעקישקייט מיטען 'פונקטליכען' זייגער וואלטען אידען אויסגעהאלטען צו ווארטען א שעה צוויי פאר'ן רבין.

טייערע גאסט
אזא מין תגובה געהערט אין שמייכעל
ציביסלעך וועסטו דיך אויסלערנען
DONT WORRY

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 11:45 am

· #186424
דער ערשטער שורה איז געווען דער עיקר, דאס איבריגע איז נאר נ.ב.

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 3, 2014 9:25 am

· #188025
פרשת ויקרא

זכר תמים יקריבנו (א, ג.) אין ספר דרוש שמואל ברענגט ער א מדרש רבה אז עס איז געווען אמאהל א שור וואס האט נישט געוואלט גיין להקרבה בשום אופן, און למעשה האט מען געטראפן א נאדל און זיין בני מעיים וואס דאס מאכט איהם טריפה, און עס איז געווען מן השמים אז די שור זאל זיך נישט לאזן, פירט ער אויס אז דאס איז פשט זכר "תמים" יקריבנו, אז די זאלסט נישט מורא האבן אז אפשר איז די בהמה טריפה, נאר וויבאלד ער לאזט זיך שיין גיין מקריב זיין איז זיכער אז דאס איז א כשר'ע בהמה.

איחוד פעלד » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:28 am

· #188041
א מעשה שלא היה.

א בהמה ווערט נישט טריפה אויב האט עס א נאדל אין די בני מעיים, און ווי אזוי האט מען געטראפען די נאדל?

די מקור איז אזוי

(2) מדרש רבה ויקרא פרשה ג פסקה ה
מעשה בשור אחד שהיו מושכין לקרבן ולא נמשך בא עני ובידו אגודה אחת של טרוקסימא והושיט לו ואכלה וגעש השור והוציא מחט ונמשך לקרבן נראה לבעל השור בחלומו קרבנו של עני קדמך.

מצטמק ויפה » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:43 pm

· #193289
פרשת תזריע
אין ספר חיי אברהם, שטייט א טעם פארוואס מען איז מל א קינד פונקט אין די אכטע טאג. אז די גמרא זאגט אין נדה (ל ע"ב), אז ווען א קינד איז במעי אמו לערנט מען מיט איהם כל התורה, און פאר'ן ארויסגיין בא מלאך וסטרו על פיו, און ער פארגעסט די גאנצע תורה. ממילא איז ער די ערשטע זיבען טעג אזוי ווי א אבל, פאר'ן פארלירען אזא מתנה, ממילא ווארט מען ביז'ן אכטען טאג.

מצטמק ויפה » פרייטאג מערץ 28, 2014 2:52 pm

· #193292
אגב, אין טו"ז (יו"ד סימן רסה) ווערט געברענגט אז דאס איז די טעם פארוואס מען מאכט א שלום זכר, כדי מנחם צו זיין דעם קינד פאר'ן פארגעסן די תורה.
לויט דעם טעם, גיי פארשטיי פארוואס דער עולם מאכט על פי רוב דעם שלום זכר אין ביהמ"ד שלא במקום התינוק?

דריידל » פרייטאג מערץ 28, 2014 5:47 pm

· #193310
אין די גמרא שטייט די טעם פארוואס מען מאכט די ברית די אכטע טאג, שלא יהיו הכל שמחים ואביו ואמו עצבים. פשט איז ווייל מן התורה איז א יולדות טמא זיבן טעג זענען די עלטערן נישט בשמחה.

טיטאניק » פרייטאג מערץ 28, 2014 5:50 pm

· #193311
פרשת תזריע הייבט מען אן ביי שני
פרעגט דאס קינד "פארוואס "?
נו פארוואס טאקע?
בכלל איז עס געווען א טשיקאווע זאך די נגעים
ביסט א שיינער איד? איא? נאדער א נגע!

טיטאניק » פרייטאג מערץ 28, 2014 5:53 pm

· #193312
א שאד היינט איז דאס נישט פארהאן

שטעלט אייך פאר אז אין בחצר הקודש וועט מען מעלדען אז דער צאדיק זיצט מחוץ למחנה ווייל ער האט געפלאפעלט

צי אין. כל העולם כולו איז דא בילדער ווי רעביס שרייען טמא טמא
אוי וואלט דאס געווען זיסלעך

שמעקעדיג » פרייטאג מערץ 28, 2014 6:56 pm

· #193316
פרשת תזריע

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/172999">viewtopic.php?p=172999#p172999</a><!-- l -->
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/162313">viewtopic.php?p=162313#p162313</a><!-- l -->

דריידל » מוצ"ש מערץ 29, 2014 11:27 pm

· #193340
כ'דערמאן מיך יעצט א טייטש וואס איך געדענק נישט בשם וועמען מ'האט עס נאכגעזאגט.
אשה כי תזריע - אויב די ווייב ארבעט, דעמאלטס וילדה זכר - זאל די מאן געבוירן די קינדער

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 1:24 pm

· #193440
אזויווי די וואכעדיגע פרשה רעדט וועגן עניני נידה וזבה, האב איך געקלערט אז איך זאל עס אהערשטעלן. קודם, פאר די וואס ווערן עקסיידעט וויל איך זאגן אז ניין, דאס איז נישט קיין מאחורי שמועס.

איך האב דאס געזעהן לאנג צוריק אין א ספר און איך זיך עס שוין פאר יארן אבער קען עס נישט טרעפן, ולמצוה גדולה יחשב פאר דער וואס קען אנצייכענען די מקור.

שטייט דארט אז דם נידות איז דאך איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן פאר'ן חטא עץ הדעת. די גמרא אין מס' סנהדרין דף ק"א זאגט אז א טייל פון די דור הפלגה זענען געווארן מאנקיס. איז זייער אינטערעסאנט אז א טייל מאנקיס ווי טשימפענזינס און גארילעס האבן אויך דם נידות, אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים. דאס איז שלא יהא חוטא נשכר - די אנשי דור הפלגה וואס זענען געווארן מאנקיס האבן מיטגענומען די קללה וואס איז געיארשענט פון די באבע חוה.

נאכאמאל, ווער עס קען צושטעלן די מקור איז ווערי עפרישיעטעד

ברוך שאמר » זונטאג מערץ 30, 2014 1:43 pm

· #193444
מצטמק ויפה
אין ספר חיי אברהם, שטייט א טעם פארוואס מען איז מל א קינד פונקט אין די אכטע טאג. אז די גמרא זאגט אין נדה (ל ע"ב), אז ווען א קינד איז במעי אמו לערנט מען מיט איהם כל התורה, און פאר'ן ארויסגיין בא מלאך וסטרו על פיו, און ער פארגעסט די גאנצע תורה. ממילא איז ער די ערשטע זיבען טעג אזוי ווי א אבל, פאר'ן פארלירען אזא מתנה, ממילא ווארט מען ביז'ן אכטען טאג.

איך פארשטיי נישט פארוואס מען דארף א טעם ! ווייל די תורה האט געזאגט ןביום השמיני ימול בשר ערלתו !!!!!!

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 2:24 pm

· #193461
ר' שמעון דרש טעמא דקרא

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 2:58 pm

· #193477
דריידל
אזויווי די וואכעדיגע פרשה רעדט וועגן עניני נידה וזבה, האב איך געקלערט אז איך זאל עס אהערשטעלן. קודם, פאר די וואס ווערן עקסיידעט וויל איך זאגן אז ניין, דאס איז נישט קיין מאחורי שמועס.

איך האב דאס געזעהן לאנג צוריק אין א ספר און איך זיך עס שוין פאר יארן אבער קען עס נישט טרעפן, ולמצוה גדולה יחשב פאר דער וואס קען אנצייכענען די מקור.

שטייט דארט אז דם נידות איז דאך איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן פאר'ן חטא עץ הדעת. די גמרא אין מס' סנהדרין דף ק"א זאגט אז א טייל פון די דור הפלגה זענען געווארן מאנקיס. איז זייער אינטערעסאנט אז א טייל מאנקיס ווי טשימפענזינס און גארילעס האבן אויך דם נידות, אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים. דאס איז שלא יהא חוטא נשכר - די אנשי דור הפלגה וואס זענען געווארן מאנקיס האבן מיטגענומען די קללה וואס איז געיארשענט פון די באבע חוה.

נאכאמאל, ווער עס קען צושטעלן די מקור איז ווערי עפרישיעטעד

און פארוואס האבן קיען, בערן, און זעברא'ס אויך דם נידות, אזויווי אלע Mammals?

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 3:44 pm

· #193506
קען זיין איך זאג א אמעראצעס,
אבער איך האב מיך אזוי מעיין געווען אין פרשת החודש די וואך, כאניש געזעהן אין ערגעץ וואו מ'זאל ארויסנעמען אז דער "החודש" הזה לכם איז חודש "ניסן", כאב דורכגעקוקט יעדן איינציגן פסוק כאנישט געזעהן ווי דער הכרח איז אז יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, ער זאגט החודש "הזה", וואס "הזה"? אפשר איז עס חודש תמוז צו ווען?

למעשה שפעטער אין משנה תורה פ' ראה זאגט אבער יא דער פסוק ארויס מפורש "...כי בחדש "האביב" הוציאך ה' אלהיך ממצרים..." וואס דאס איז טאקע קלאר חודש ניסן, פרילינג, וואס הייבט זיך אן תקופות ניסן,
אבער ביז פ' ראה איז טאקע נישטא קיין שום הכרח?

ברסלבער » זונטאג מערץ 30, 2014 3:49 pm

· #193513
מכילתא שמות י"ב:

[list]החדש הזה - זה ניסן. אתה אומר זה ניסן, או אינו אלא אחד מחדשי השנה? כשהוא אומר: חג האסיף בצאת השנה, וחג האסיף תקופת השנה אמרת. צא וראה אי זה חדש שיש בו אסיף ותקופה ושנה יוצאה בו וקרוי שביעי? אי אתה מוצא אלא תשרי, לאחר שלמדת ששביעי זה תשרי, ראשון זה ניסן, ואע"פ שאין ראיה לדבר, זכר לדבר, בחדש הראשון, הוא חדש
ניסן, ראש חדשים, מגיד שניסן ראש לחדשים. [/list:u]

עפל סיידער » זונטאג מערץ 30, 2014 3:58 pm

· #193522
גאלד
קען זיין איך זאג א אמעראצעס,

ווי קומט עס צו אזא גאלד'ענע שרייבער צו פארזעהן א מכילתא?

גאלד » זונטאג מערץ 30, 2014 4:18 pm

· #193525
שכוח ברסלבער,

דער מכילתא באשטעטיגט טאקע מיין אבזערוואציע אז פונעם גאנצן פרשת החודש איז נישטא קיין שום קלארע הכרח אז יציאת מצרים איז געווען בחודש ניסן,
כאב נאכגעקוקט אינעווייניג אין ילקוט שמעוני, ווייל כאניש געכאפט וואס דער אע"פ שאין ראי' לדבר איז, שטעלט זיך ארויס אז דער מדרש באציעט זיך אויף א פסוק אין מגילת אסתר "בחדש הראשון הוא חדש ניסן בשנת שתים עשרה למלך אחשורוש" נו וואס ברויך מען מער ווי דעם?

עפל סיידער » זונטאג מערץ 30, 2014 4:21 pm

· #193526
גאלד
שכוח ברסלבער,

דער מכילתא באשטעטיגט טאקע מיין אבזערוואציע אז פונעם גאנצן פרשת החודש איז נישטא קיין שום קלארע הכרח אז יציאת מצרים איז געווען בחודש ניסן,
כאב נאכגעקוקט אינעווייניג אין ילקוט שמעוני, ווייל כאניש געכאפט וואס דער אע"פ שאין ראי' לדבר איז, שטעלט זיך ארויס אז דער מדרש באציעט זיך אויף א פסוק אין מגילת אסתר "בחדש הראשון הוא חדש ניסן בשנת שתים עשרה למלך אחשורוש" נו וואס ברויך מען מער ווי דעם?

איך האב פארשטאנען אז עס איז נישט סתם אן אמעראצעס.

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 5:29 pm

· #193555
איך געדענק עפעס א גמרא, אפשר אין מסכת ראש השנה וואס איז דן איבער דעם און איז מברר אז יצי"מ איז געווען אין ניסן.
עמער נאכקוקן שפעטער אין בית מדרש

דריידל » זונטאג מערץ 30, 2014 8:48 pm

· #193640
געפילטע פיש
דריידל
אזויווי די וואכעדיגע פרשה רעדט וועגן עניני נידה וזבה, האב איך געקלערט אז איך זאל עס אהערשטעלן. קודם, פאר די וואס ווערן עקסיידעט וויל איך זאגן אז ניין, דאס איז נישט קיין מאחורי שמועס.

איך האב דאס געזעהן לאנג צוריק אין א ספר און איך זיך עס שוין פאר יארן אבער קען עס נישט טרעפן, ולמצוה גדולה יחשב פאר דער וואס קען אנצייכענען די מקור.

שטייט דארט אז דם נידות איז דאך איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן פאר'ן חטא עץ הדעת. די גמרא אין מס' סנהדרין דף ק"א זאגט אז א טייל פון די דור הפלגה זענען געווארן מאנקיס. איז זייער אינטערעסאנט אז א טייל מאנקיס ווי טשימפענזינס און גארילעס האבן אויך דם נידות, אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים. דאס איז שלא יהא חוטא נשכר - די אנשי דור הפלגה וואס זענען געווארן מאנקיס האבן מיטגענומען די קללה וואס איז געיארשענט פון די באבע חוה.

נאכאמאל, ווער עס קען צושטעלן די מקור איז ווערי עפרישיעטעד

און פארוואס האבן קיען, בערן, און זעברא'ס אויך דם נידות, אזויווי אלע Mammals?

ס'זענען דא צוויי אופנים פון menstruation
די ערשטע הייסט Overt menstruation וואס דאס טרעפט זיך ביי יומענס און ביי פארשידענע מאנקיס. ביי די סארט קומט די בלוט ארויס פון די גוף.
ביי אלע אנדערע מעמעלס הייסט עס covert menstruation און ביי זיי ווערט אלעס איינגעזאפט אין די גוף און קומט נישט ארויס.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 30, 2014 8:57 pm

· #193644
אהא.

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 31, 2014 9:54 am

· #193753
פרשת מצורע
אין מושב זקינים, פון די בעלי תוספות, ווערט געברענגט, מצאתי כתוב אז ווען איינער גייט נעבן א מצורע זאל ער זייער נזהר זיין נישט צו שפייען, ווייל אויב וועט ער שפייען און די מצורע וועט זיך אנשמירען מיט זיין שפייאכץ, וועט דער מצורע ווערן אויסגעהיילט און די צרעת וועט גיין אויף דער וואס האט געשפיגען. און ער פירט אויס "ואין לגלות הטעם למה.

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 31, 2014 10:03 am

· #193758
פרשת מצורע
רש"י דה טהורות. פרט וכו' לפי שהנגעים באים על לשון הרע וגו'
איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן, אז דאס וואס די קינדער זאגן אין חדר, אז ווער עס רעדט לשון הרע גייט אלע זיינע מצוות פאר דעם וועם ער האט בארעדט, איז נישט סתם א באבע מעשה, נאר עס ווערט געברענגט אין חובת הלבהות שער הכניעה פרק ז', אז די עבירות פון וועם מען האט בערעדט גייט צו דער וואס האט גערעדט, און פארקערט מיט די מצוות.

דריידל » מאנטאג מערץ 31, 2014 11:02 am

· #193765
מצטמק ויפה
אין מושב זקינים, פון די בעלי תוספות, ווערט געברענגט, מצאתי כתוב אז ווען איינער גייט נעבן א מצורע זאל ער זייער נזהר זיין נישט צו שפייען, ווייל אויב וועט ער שפייען און די מצורע וועט זיך אנשמירען מיט זיין שפייאכץ, וועט דער מצורע ווערן אויסגעהיילט און די צרעת וועט גיין אויף דער וואס האט געשפיגען. און ער פירט אויס "ואין לגלות הטעם למה.

מיינסט אפשר דעת זקנים?

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 31, 2014 11:29 am

· #193772
דריידל
מצטמק ויפה
אין מושב זקינים, פון די בעלי תוספות, ווערט געברענגט, מצאתי כתוב אז ווען איינער גייט נעבן א מצורע זאל ער זייער נזהר זיין נישט צו שפייען, ווייל אויב וועט ער שפייען און די מצורע וועט זיך אנשמירען מיט זיין שפייאכץ, וועט דער מצורע ווערן אויסגעהיילט און די צרעת וועט גיין אויף דער וואס האט געשפיגען. און ער פירט אויס "ואין לגלות הטעם למה.

מיינסט אפשר דעת זקנים?

ניין, מושב זקנים

מצטמק ויפה » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:23 pm

· #194704
פרשת מצורע
אין מדרש תנחומא שטייט א פלא פון א זאך; אז די צייכענ'עס וואס א נחש האט אויף זיך, איז צרעת, און עס איז זיך איהם געקומען ווייל ער האט גערעדט לשון הרע אויפ'ן אייבערשטען, ווען ער האט געזאגט ( בראשית ג, ה) כי יודע אלוקים, כי ביום אכלכם ממנו ונפקחו עיניכם והייתם כאלוקים יודעי טוב ורע.

diff » פרייטאג אפריל 4, 2014 3:18 pm

· #194712
הה"ד (איוב כ, כח): "יִגֶל יְבוּל בֵּיתוֹ נִגָּרוֹת בְּיוֹם אַפּוֹ" יהו גוררין ומוציאין אימתי ביום שיגרה הקדוש ברוך הוא אפו באותו האיש הא כיצד אדם אומר לחבירו השאילני קב חטים ואמר לו אין לי קב שעורים אין לי קב תמרים אין לי אשה אומרת לחברתה השאילני נפה היא אומרת אין לי השאילני כברה ואומרת אין לי מה הקב"ה עושה מגרה נגעים בתוך ביתו ומתוך שהוא מוציא את כליו הבריות רואות ואומרות לא היה אומר אין לי כלום ראו כמה חטים יש כאן כמה שעורים כמה תמרים יש כאן לווט ביתא באילן לווטיא רבי יצחק ברבי אליעזר מייתי לה מן הדין קרא (ויקרא יד, לז): "שְׁקַעֲרוּרֹת" שקע ביתא באלין לווטיא לפיכך משה מזהיר את ישראל כִּי תָבֹאוּ אֶל אֶרֶץ כְּנַעַן
<< · ויקרא רבה · יז · ג · >>
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7