☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

טשיקאווע ענינים אויף די סדרה

302 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5585
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ברסלבער » זונטאג אפריל 6, 2014 10:22 am

· #194858
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִדַּם הָאָשָׁם וְנָתַן הַכֹּהֵן עַל תְּנוּךְ אֹזֶן הַמִּטַּהֵר וגו'.
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִלֹּג הַשָּׁמֶן וְיָצַק עַל כַּף הַכֹּהֵן הַשְּׂמָאלִית. וְטָבַל הַכֹּהֵן אֶת אֶצְבָּעוֹ הַיְמָנִית מִן הַשֶּׁמֶן אֲשֶׁר עַל כַּפּוֹ הַשְּׂמָאלִית וְהִזָּה וגו'.

פארוואס ביי די בלוט האט דער כהן איינגעטינקען זיין פינגער גלייך אין די כלי, און ביי די אויל האט ער קודם אריינגעגאסן אין זיין לינקע האנט און דארט איינגעטינקען זיין פינגער?
האב איך געזעהן די וואך פונעם ריזשענער זי"ע אז אזוי ווי די איבריגע אויל פונעם פלאש איז געגעבן געווארן פאר די כהנים צו עסן, פאסט נישט דארט איינצוטינקען די פינגער.

דריידל » זונטאג אפריל 6, 2014 11:34 am

· #194865
גאלד
קען זיין איך זאג א אמעראצעס,
אבער איך האב מיך אזוי מעיין געווען אין פרשת החודש די וואך, כאניש געזעהן אין ערגעץ וואו מ'זאל ארויסנעמען אז דער "החודש" הזה לכם איז חודש "ניסן", כאב דורכגעקוקט יעדן איינציגן פסוק כאנישט געזעהן ווי דער הכרח איז אז יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, ער זאגט החודש "הזה", וואס "הזה"? אפשר איז עס חודש תמוז צו ווען?

למעשה שפעטער אין משנה תורה פ' ראה זאגט אבער יא דער פסוק ארויס מפורש "...כי בחדש "האביב" הוציאך ה' אלהיך ממצרים..." וואס דאס איז טאקע קלאר חודש ניסן, פרילינג, וואס הייבט זיך אן תקופות ניסן,
אבער ביז פ' ראה איז טאקע נישטא קיין שום הכרח?

כבוד @ברסלבער@גאלד, אמעראצים וואס מיר זענען! מ'זאגט דאך דאס יעדן טאג : היום אתם יוצאים בחודש האביב. דאס שטייט סוף פרשת בא
שעים אן אס

לשוא הכיתי » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:51 pm

· #195053
גאלד
קען זיין איך זאג א אמעראצעס,
אבער איך האב מיך אזוי מעיין געווען אין פרשת החודש די וואך, כאניש געזעהן אין ערגעץ וואו מ'זאל ארויסנעמען אז דער "החודש" הזה לכם איז חודש "ניסן", כאב דורכגעקוקט יעדן איינציגן פסוק כאנישט געזעהן ווי דער הכרח איז אז יציאת מצרים איז געווען אין חודש ניסן, ער זאגט החודש "הזה", וואס "הזה"? אפשר איז עס חודש תמוז צו ווען?

למעשה שפעטער אין משנה תורה פ' ראה זאגט אבער יא דער פסוק ארויס מפורש "...כי בחדש "האביב" הוציאך ה' אלהיך ממצרים..." וואס דאס איז טאקע קלאר חודש ניסן, פרילינג, וואס הייבט זיך אן תקופות ניסן,
אבער ביז פ' ראה איז טאקע נישטא קיין שום הכרח?

בדרך אגב, עפ"י משאחז"ל שהראהו לבנה בחידושו הפי' בהחודש הז"ה הוא על חידוש הלבנה. שבחידושו יקבע ר"ח. וצ"ע שמציאות החדשים הוא רק גלגל חידוש הלבנה. ומה חידשה תורה בזה?

לשוא הכיתי » מאנטאג אפריל 7, 2014 12:57 pm

· #195054
מצטמק ויפה
רש"י דה טהורות. פרט וכו' לפי שהנגעים באים על לשון הרע וגו'
איך וויל נאר אויפמערקזאם מאכן, אז דאס וואס די קינדער זאגן אין חדר, אז ווער עס רעדט לשון הרע גייט אלע זיינע מצוות פאר דעם וועם ער האט בארעדט, איז נישט סתם א באבע מעשה, נאר עס ווערט געברענגט אין חובת הלבהות שער הכניעה פרק ז', אז די עבירות פון וועם מען האט בערעדט גייט צו דער וואס האט גערעדט, און פארקערט מיט די מצוות.

הפליאה הוא על מקורו של הרב בחיי על דבר זה שלא מצאנוה בדחז"ל. ובכלליות הרבה יש לדבר על בנין ספר חוה"ל שבנוי על פילוסופי' ערבית ודרך העבודה בה הוא בכלליות אוניברסלי ולאו דוקא יהודית...

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:34 pm

· #195467
פרשת אחרי
ושפך את דמו וכסהו בעפר (יז, יג)
און רשב"ם און אין חזקוני שטייט אז די טעם פון כיסו הדם, איז וויבאלד די דם איז אסור באכילה האט מען עס געהייסן צודעקן מיט זאמד, אזוי וועט עס מער נישט זיין ראוי לאכילה.
אבער אין מדרש שטייט אז ווען קין האט געהארגעט הבל, זענען געקומען חיות ועופות און מכסה געווען די דם, איז וועגן דעם האבן מיר א מצווה פון כיסו הדם.

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 9, 2014 12:44 pm

· #195468
פרשת אחרי
אין וולאזי'ן האט אמאהל געוואוינט א גרויסער עושר א בעל צדקה און יראת שמים. געווען אמאהל וואס ער איז געווען זייער פארנומען אין א משולח איז פונקט דאן געקומען נאך געלט פאר א ישיבה, האט איהם דער עושר אנגעשריגן אז איך בין זייער פארנומען אין לאמיך אפ. דער משולח איז אוועק פון דארט בפחי נפש.
ווען דער עושר האט זיך געכאפט וואס ער האט דא געטוען און אזוי פארשעמט א איד האט עס איהם זייער געבאדערט, און האט גערופן דעם משולח און געזאגט: און הלכות כיסו הדם שטייט אז מ'קען מכסה זיין מיט עפרות זהב אויך, אויב האט מען נישט קיין געהעריגע זאמד. ממילא אזוי ווי איך האב דיר פארשעמט און פארגאסן דיין בלוט, וויל איך עס מכסה זיין מיט עפרות זהב, און האט איהם אהינגעגעבן גאר א שיינע סכום פאר'ן ישיבה....

פלעין יודיש » מיטוואך אפריל 9, 2014 5:18 pm

· #195520
מצטמק ויפה
ושפך את דמו וכסהו בעפר (יז, יג)
אבער אין מדרש שטייט אז ווען קין האט געהארגעט הבל, זענען געקומען חיות ועופות און מכסה געווען די דם, איז וועגן דעם האבן מיר א מצווה פון כיסו הדם.

איך ווייס נישט פון וועלעכע מדרש די רעדסט פון, אבער אין מדרש תנחומא פרשת בראשית שטייט אז ווען קין האט געהארגט הבל האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט דו גוף פון הבל (אלס ערשטע מת האט ער נישט געוויסט וואס צו טון מיט א טויטע קערפער) האט די באשעפער ציגעשיקט צוויי פייגעלעך וואס איינע האט דערהארגעט דעם צווייטען, דערנאך האט די לעבעדיגע פייגעל באערדיגט די צווייטע, אזוי האט זיך קין אויסגעלערנט אז א טויטע קערפער באערדיגט מען מיט ערד, ובשכר זאת האבן די פייגעלעך זוכה געווען אז מ'מאכט כיסוי הדם אויף זייער בלוט.

מצטמק ויפה » מיטוואך אפריל 9, 2014 8:26 pm

· #195562
א דאנק @פלעין יודיש פאר'ן מעורר זיין. אגב האסט עס געמאכט נאך מער טשיקאווע ..!
און בנוגע מיין מדרש, איך האב עס נאר געזען צוברענגן, און לכאורה האט יענער געמאכט א שטיקל טשולענט פונ'ם מדרש.

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 2, 2014 6:20 pm

· #198733
אמור
איך געדענק נישט וואו איך האב געזעהן אז דער מקלל האט געהאט דעם נפש פון אותו האיש, פארדעם ווערט ער נאר דערמאנט מיט'ן מאמע'ס נאמען, און ונוקב שם ה' איז ר"ת יש"ו.

אינעם ספר עץ הדעת טוב [וואס ר' חיים וויטאל האט מחבר געווען ע"ד הנגלה ע"פ ציווי רבו האריז"ל] איז ער מרמז דעם אותו האיש און מוחמד אויף צוויי ערטער אין די תורה.

אין פרשת בלק:

לא איש אל ויכזב וכו׳ בכל ימי עולם לא נמצא כענין שני אנשים שהא' עשה א"ע אלוה והוא יש״ו הנוצרי, והשני עשה עצמו נביא והוא של הישמעאלים, וחידשו דתות חזקות קיימות לעולם, וכל העולם נתחלק לשתי אמונות אלו בלבד, ובלעם נתנבא עליהם תחלה, וכנגד הראשון אמר כי הנה איש ילוד אשה הי׳ ואי אפשר שאיש יהי׳ אל, ואם הוא אומר שהוא אל, דעו כי [מ]כזב לכן אל תטעו אחריו, וכנגד השני שהודה שהוא בן אדם ואינו אל, אמנם עשה עצמו נביא מחדש דתות, גם זה שקר וסופו להתנחם ממה שעשה.

והנה ביש"ו כולם מודים שהוא איש ילוד אשה מרים, אבל אינו בן אדם, אלא מאליו נולד ואדם לא ידעה, לכן אמר כי אעפ׳׳י שאמר שאינו בן אדם, הרי אמר שהוא איש, וא״כ אי אפשר שהאיש יהי׳ אל, אבל בהישמעאלים שלא די שהודה שהוא איש, אלא כי גם בן אדם הוא, ולזה קראו בן אדם, והנה ההוא, ר״ל אם ח"ו יש״ו הי' הוא האל בעצמו, איך זה שאמר לא יעשה, וכן אם אינו הוא האל, שהוא נביא שדבר אליו האל, איך לא ׳קימנה, וז״ש דיבר ולא יקימנה.

און אין פרשת ראה:

כי עתידין לקום בעולם שני בני אדם להטעות את הבריות ואת ישראל, הא׳ הוא מחמ״ד נביא הישמעאלים, כי ע״י חלום שחלם שראה אילן צומח בכף ידו אלף מדרגות כנודע עשה עצמו נבי"א להטעות את ישראל, כי סיפר חלומו לחכם אחד ישראלי ופתר לו שעתיד למלוך וכו׳, נמצא כי ע״י החכם הנז׳ שהוא מקרבינו הי׳ זה, וז"ש מקרבך, והזהירנו כי גם שיקום ויתן לנו אות או מופת כנודע לא יאמין בו, וכנגדו כתב פרשת כי יקום בקרבך וכו׳.

ופרשת כי יסיתך אחיך שלאחר פרשה זו, ניבא ענין יש״ו הנוצרי, כי עשה כשפים והסית והדיח את ישראל לע״ז, והיה מכשף לנערי בני ישראל שיעבדו עבודה זרה כנזכר כתלמוד בבלי וירושלמי, והנה זה היה כמוני ישראלי, וז"ש כי יסיתך אחיך, האמנם הי׳ ישראל אחינו כמוני מצד מרי״ם אמו, אך לא מן אביו כי הי׳ פנדיר״א הנוצרי כנודע, וז"ש בן אמך ולא אמר בן אביך.

והנה הראשון שהוא של הישמעאלי׳ לא בידינו להמיתו הוא, אמנם בישרנו כי יומת ע״י הנערה הכהנת כנודע, אך זה השני הישראל אשר בידינו הי׳ להמיתו כנז׳ במסכת סנהדרין, צוונו בפירוש כי הרוג תהרגנו ע״י ב״ד סנהדרי ישראל, וידינו של בני ישראל היתה להמיתו בראשונה בערב פסח בחודש ניסן הראשון, וז"ש בראשונה, וגם ירמוז אל מה שנודע כי תחילה נדון בסנהדרין ואח״כ לקחו רשות מהפקיד רומ״א ששמו פילאטו״ס היושב אז בירושלים, וז"ש ויד כל העם באחרונה.

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:56 pm

· #199596
ברסלבער
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִדַּם הָאָשָׁם וְנָתַן הַכֹּהֵן עַל תְּנוּךְ אֹזֶן הַמִּטַּהֵר וגו'.
וְלָקַח הַכֹּהֵן מִלֹּג הַשָּׁמֶן וְיָצַק עַל כַּף הַכֹּהֵן הַשְּׂמָאלִית. וְטָבַל הַכֹּהֵן אֶת אֶצְבָּעוֹ הַיְמָנִית מִן הַשֶּׁמֶן אֲשֶׁר עַל כַּפּוֹ הַשְּׂמָאלִית וְהִזָּה וגו'.

פארוואס ביי די בלוט האט דער כהן איינגעטינקען זיין פינגער גלייך אין די כלי, און ביי די אויל האט ער קודם אריינגעגאסן אין זיין לינקע האנט און דארט איינגעטינקען זיין פינגער?
האב איך געזעהן די וואך פונעם ריזשענער זי"ע אז אזוי ווי די איבריגע אויל פונעם פלאש איז געגעבן געווארן פאר די כהנים צו עסן, פאסט נישט דארט איינצוטינקען די פינגער.

זייער שיין אפשר קאנסטי מיר זאגן ווי דאס שטייט (אותיות מחכימות)

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 2:23 pm

· #199604
איך האב עס געזעהן אין איינע פון די תורה בלעטלעך יענע וואך. איך געדענק נישט אין וועלכע.

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 8, 2014 2:44 pm

· #199609
ברסלבער
איך האב עס געזעהן אין איינע פון די תורה בלעטלעך יענע וואך. איך געדענק נישט אין וועלכע.

אבער איך האב געפרעגט איטליכע ריזשענע folowers אין זיי האבן מיר געזאגט זייער שיין אבער דעס האט די ריזשענער ניט געזאגט !

ברסלבער » דאנערשטאג מאי 8, 2014 3:01 pm

· #199613
דאס איז געשטאנען אינעם גליון "סיפורי צדיקים" פ' מצורע.
אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייסט איך נישט. אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.
📎 rishon.JPG

ברוך שאמר » דאנערשטאג מאי 8, 2014 3:14 pm

· #199616
ברסלבער
דאס איז געשטאנען אינעם גליון "סיפורי צדיקים" פ' מצורע.
אויב ס'איז אמת אדער נישט, ווייסט איך נישט. אבער א גוט ווארט איז עס זיכער.

יישר כוחכם

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 12, 2014 9:59 pm

· #200221
פרשת בחוקותי
ואולך אתכם קוממיות.
די גמ' זאגט אין סנהדרין אז לעתיד לבוא, וועלן מענטשען זיין הויך 200 אמות, ווייל די קומה פון אדם הראשון איז געווען 100 אמה (גמ' חגיגה), און קוממיות מיינט דאך צוויי קומות, קומט אויס צוויי הונדערט אמות.

מ גפני » דינסטאג מאי 13, 2014 4:52 pm

· #200338
מצטמק ויפה
ואולך אתכם קוממיות.
די גמ' זאגט אין סנהדרין אז לעתיד לבוא, וועלן מענטשען זיין הויך 200 אמות, ווייל די קומה פון אדם הראשון איז געווען 100 אמה (גמ' חגיגה), און קוממיות מיינט דאך צוויי קומות, קומט אויס צוויי הונדערט אמות.

לויט דעם קומט אויס אז אין די שטאט/דערפל קוממיות איז נאר דא צוויי שטאקיגע הייזער...

פלעין יודיש » דינסטאג מאי 13, 2014 5:10 pm

· #200346
מ גפני
מצטמק ויפה
ואולך אתכם קוממיות.
די גמ' זאגט אין סנהדרין אז לעתיד לבוא, וועלן מענטשען זיין הויך 200 אמות, ווייל די קומה פון אדם הראשון איז געווען 100 אמה (גמ' חגיגה), און קוממיות מיינט דאך צוויי קומות, קומט אויס צוויי הונדערט אמות.

לויט דעם קומט אויס אז אין די שטאט/דערפל קוממיות איז נאר דא צוויי שטאקיגע הייזער...

און לכבוד דעים האסטו אנגעהויבן אריינגיסן לחיים אין "צוויי" גלעזער...

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 19, 2014 4:44 pm

· #201143
פרשת במדבר
שאו את ראש בני כל עדת בני ישראל למשפחותם לבית אבותם במספר שמות כל זכר לגלגלותם (א, ב).

אין חידושי הרי"ם שטייט אז די טעם פארוואס די אייבישטער האט מצווה געווען צו ציילן די אידן, איז וויבאלד עס זאל זיין א דבר שבמנין וואס ווערט נישט בטל אפילו באלף, און כאטש בעצם איז עס נאר מדרבנן, דאס אז עס ווערט נישט בטל, אבער דא וויבאלד די תורה האט מצצוה געווען צו ציילן, דאן ווערט מען נישט בטל אפילו מדאורייתא.

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 19, 2014 4:56 pm

· #201144
פרשת במדבר
בני נפתלי (א,מב).

די בעל הטורים איז מדייק, פארוואס איבעראל שטייט, לבני ראובן, לבני שמעון וכו', אבער דא שטייט בני נפתלי. זאגט ער אז די סיבה איז, ווייל שבט נפתלי האט געהאט אסאך מער מיידלעך ווי אינגלעך. ער לייגט צו אז עס איז מרומז אין די ברכה פון נפתלי, אילה שלוחה הנותן איז ר"ת אשה.

גאלד » מאנטאג מאי 19, 2014 5:17 pm

· #201145
רש"י און וזאת ברכה זאגט אז אשר איז געווען געבענטשט מיט שיינע מיידלעך,

דריידל » מאנטאג מאי 19, 2014 5:33 pm

· #201150
אין תפארת יהונתן פון ר' יהונתן אייבשיץ שטייט פארוואס ביים ציילן שבט לוי שטייט נישט לגלגלותם. זאגט ער אז די גמרא אין מס' מנחות ברענגט אז פלימו האט געפרעגט אויב איינער ווערט געבוירן מיט צוויי קעפ, אויף וועלעכע זאל ער לייגן די תפילין? זאגט די גמרא אז רבי איז געווען ברוגז פארוואס ער פרעגט זאכן וואס זענען נישט נוגע. זענען די מפרשים מסביר, אז כאטש ס'טרעפט זיך אז א קינד זאל געבוירן ווערן אזוי (תוס' ברענגט צו די באקאנטע מעשה מיט שלמה המלך), איז עס אבער א טריפה און קען נישט לעבן ביז ער זאל זיין גענוג אלט צו זיין מחויב בתפילין.

זאגט רבי ר' יהונתן זייער שיין. אלע יודען האט מען געציילט מבן עשרים שנה ומעלה, האט מען געקענט ציילן לגלגלותם - לויט די קעפ. אבער שבט לוי האט מען געציילט מבן חודש, און די תורה האט נישט געוואלט מ'זאל רעכענען א מענטש מיט צוויי קעפ פאר צוויי, פארדעם שטייט נישט לגלגלותם ביי שבט לוי.

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 19, 2014 5:55 pm

· #201154
כאשר יחנו כן יסעו (ב, יז).

די רמח"ל שרייבט אז עס זענען דא מענטשען וואס אינדערהיים פירן זיי זיך אויף גאר אנדערש ווי אין די גאס ציווישען מענטשן, וואס בעת אינדערהיים זענען זיי מקיל אויף געוויסע זאכן וועלן זיי מחמיר זיין ווייל אנדערע זעהן. אויף דעם זאגט די פסוק כאשר יחנו כן יסעו זאלסט זיך אויפפירן אויפן גאס ציווישען מענטשען פונקט ווי אינדערהיים....

יין שרף » מאנטאג מאי 19, 2014 7:03 pm

· #201177
מצטמק ויפה
כאשר יחנו כן יסעו (ב, יז).

די רמח"ל שרייבט אז עס זענען דא מענטשען וואס אינדערהיים פירן זיי זיך אויף גאר אנדערש ווי אין די גאס ציווישען מענטשן, וואס בעת אינדערהיים זענען זיי מקיל אויף געוויסע זאכן וועלן זיי מחמיר זיין ווייל אנדערע זעהן. אויף דעם זאגט די פסוק כאשר יחנו כן יסעו זאלסט זיך אויפפירן אויפן גאס ציווישען מענטשען פונקט ווי אינדערהיים....

איך זיך נאך די אדמו"ר וואס וועט דאס זאגען ביי שאלעשידעת....

מצטמק ויפה » פרייטאג מאי 23, 2014 10:47 am

· #202033
פרשת במדבר
די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.

מבקר » פרייטאג מאי 23, 2014 2:13 pm

· #202084
פרשת במדבר נשא
אין פרשת במדבר ווערט אויסגעשמועסט די דגלים ווי יעדע שבט זאל רוען, און ווער ס'איז די ראש פון יעדע דרייער. וואס אויבנאויף איז דאס אן א סדר, נישט לויט די עלטער און נישט לויט די אמהות.
נאר וואס דען, האב איך געזעהן ערגעץ אזא הסבר, מען צוטיילט די שבטים לויט די אמהות קבוצה א' בני לאה ראובן, שמעון, לוי, יהודה, יששכר, זבולן, קבוצה ב' בני רחל יוסף=אפרים, מנשה, (ע"פ סדר הברכות של יעקב אבינו) בנימין, קבוצה ג' בני השפחות דן, נפתלי, גד, אשר,
יעצט צוטיילט מען בני לאה אויף צוויי דרייערס א' ראובן, שמעון, לוי, ב' יהודה, יששכר, זבולן, יצא לוי לסביב המשכן, ליידט מען אריין גד, די בכור פון שפחת לאה. האמיר שוין יעצט די פיר קבוצות על הסדר א' ראובן, שמעון, גד,
ב' יהודה, יששכר, זבולן,
ג' אפרים, מנשה, בנימין,
ד' דן, נפתלי, אשר,
אבער היות יהודה איז די מלך פון די שבטים, אשר על כן איז זיין קבוצה די ערשטע.
אבער וואס ערוועקט נייגער איז אז אין פרשת נשא ביי די פרשה פון חנוכת המזבח האבן די נשיאים אויך געברענגט אין די סדר, וואס על פי פשטות איז דאס פארגעקומען א חודש פאר מען האט מסדר געווען די דגלים, איז אויב אזוי וואס קומט די סדר אריין אין פיקטשער? בשלמא יהודה די ערשטע ניחא, אבער עס דארף דאך נישט זיין קיין דרייער גרופעס, איז וואס קומט נאכדעם יששכר, זבולן, אין ווי קומט גד נאך שמעון?

מצטמק ויפה » פרייטאג מאי 23, 2014 4:08 pm

· #202097
פרשת במדבר
לשמעון שלמיאל בן צורישדי (א,ו).
די גמ' אין סנהדרין זאגט אז זמרי בן סלוא וואס האט חוטא געווען מיט כזבו בת צור, איז באמת געווען שלמיאל בן צורישדי.

עפ"ז ווערט געברענגט אין לקוטי חבר בן חיים בשם די הייליגע חת"ס, אויף דעם וואס די וועלט פירט זיך אז איינער וואס האט נישט קיין מזל זאגט מען ער איז א "שלומיאל", אז דאס קומט פון די גמרא, ווייל מען זעהט דאך אז פנחס האט איהם געהארגעט מיט זעקס ניסים (כמבואר בגמרא), און ער האט נישט געהאט קיין מזל...

מבקר » פרייטאג מאי 23, 2014 4:25 pm

· #202100
מצטמק ויפה
לשמעון שלמיאל בן צורישדי (א,ו).
די גמ' אין סנהדרין זאגט אז זמרי בן סלוא וואס האט חוטא געווען מיט כזבו בת צור, איז באמת געווען שלמיאל בן צורישדי.

עפ"ז ווערט געברענגט אין לקוטי חבר בן חיים בשם די הייליגע חת"ס, אויף דעם וואס די וועלט פירט זיך אז איינער וואס האט נישט קיין מזל זאגט מען ער איז א "שלומיאל", אז דאס קומט פון די גמרא, ווייל מען זעהט דאך אז פנחס האט איהם געהארגעט און ער האט נישט געהאט קיין מזל...

ווען איינער ווערט גע'הרג'ט מיינט דאס אז ער האט נישט געהאט מזל??
אבער לפי מה שהמשורר היהודי-גרמני היינריך היינה טוען בשירו "יהודה בן הלוי" (יהודה הלוי) כי קיימת מסורת עממית, כי לא היה זה זמרי שבו פגע פינחס, אלא אדם בשם שלומיאל, שהוא "אבי שושלת השלומיאלים". מובן הדבר היטב
(דרך אגב, זיי מיר נישט חושד אז איך גלייב דעם היינריך, מיט זיינע באבע מעשה'ס)

מצטמק ויפה » פרייטאג מאי 23, 2014 6:17 pm

· #202108
די גמרא ברענגט אז עס איז געווען זעקס ניסים ביי די הריגה פון זמרי בן סלאו, וואס נאר אזוי האט פנחס איהם געהרגט. עיי"ש.

אגב, שלום עליכם מבקר, שפירט אייך היימיש און לאזט זיך הערן.

יין שרף » מוצ"ש מאי 24, 2014 10:20 pm

· #202121
שטייט א לשון יחיד וימת נדב ואביהו, ברענגט די ילקוט האורים א קושיא, אז לכאורה וואלט ווען געדארפט שטיין א לשון רבים?
נאר זייער חטא איז געווען אז בנים לא היו להם, ווייל זיי האבן נישט חתונה געהאט.
פארן חתונה איז מען א פלג גופא, ממילא צוויי האלבע זענען געווען איין גאנצע...
וועגן דעם שטייט א לשון יחיד...

שטילע אינגערמאן » זונטאג מאי 25, 2014 12:25 am

· #202152
וואס איז פשט ביי אלע שבטים שטייט מזאל זיי ציילען לגלגלתם, א חוץ ביי שבט לוי שטייט נישט לגלגלתם?

זאגט ר' יונתן אייבשיץ די גמרא פרעגט טאמער איינער איז געבוירען מיט צוויי קעפ וואס איז די הלכה לגבאי לייגן תפילין? דארף מען לייגן אויף בייידער??
ענטפערט די גמרא, בתמיה. וואס הייסט? אזא איינער לעבט דאך נישט לענגער ווי א יאר איז צו וואס איז נגוע די גאנצע שאלה פון לייגן צפילין? וואס דאס טוט מען נאר ביי דיי דרייצען?

מיט דעים האט ר' יונתן געזאגט, ביי גאנץ כלל ישראל וואס מ'גייט ציילן מבן עשרים איז נישט קיין פראבלעם מ'קען ציילן ביי די קעף (לגלגלותם) ווייל איינער מיט צווינ קעפ וועט נישט דערלעבן די מבן עשרים ולמעלה
אבער ביי שבט לוי ווואס מ'האט שוין געציילט מחודש ולמעלה טאמער מ'וועט ציילן ביי די קעפ וועט מען ציילן איינער מיט צוויי קעפ צוויי מאל.

אפטעמיסט » זונטאג מאי 25, 2014 12:33 am

· #202154
כבר קדמך @דריידל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/201150">viewtopic.php?p=201150#p201150</a><!-- l -->

דריידל » זונטאג מאי 25, 2014 2:08 am

· #202186
פרשת נשא
יברכך השם וישמרך איז דא א מדרש יברכך בבנים וישמרך בבנות. זאגט די חתם סופר יברכך בבנים - אז וועסט האבן ערליכע זין וואס וועלן נישט גיין אחורי אשה, וועט דאך איינער מוזן אבאכט געבן אויף די מיידלעך און פרויען, פארדעם וישמרך בבנות.

מצטמק ויפה » מאנטאג מאי 26, 2014 9:06 pm

· #202695
פרשת נשא
דבר אל בני ישראל ואמרת אלהם איש איש כי תשטה אשתו וגו' (ה,יב)
אין מדרש שטייט אז די פרשה פון סוטה איז געזאגט געווארן לדורות. ר' יונתן אייבשיץ איז מסביר ע"פ די גמרא אין יומא, אז אין מדבר האט נישט אויסגעפעלט די גאנצע מים המאררים, ווייל מען האט געקענט זעהן לויט די מן ווער עס איז גערעכט. דהיינו אויב איז די מן פון די פרוי געפאלן ביי איר טאטע אין שטוב האט מען געוויסט אז זי האט מזנה געווען, משא"כ אויב איז עס געפאלן ביים מאן אין שטוב האט מען געוויסט אז עס איז סתם געווען א הוצאת שם רע.

ונבנתה העיר » מאנטאג יוני 2, 2014 5:19 pm

· #204263
בהעלותך
די וואך לערנט מען ארויס אז די לויים האבן זיך געדארפט לערנען 5 יאהר פאר זיי האבן געטוהן די עבודה, פון די 25 ביז די 30.

דער כסף משנה (פ”ג מהל' כלי המקדש ה”ז) שרייבט אז די 5 יאהר האט נאר אויסגעפעהלט 'לשיר, שהיא חכמה גדולה וצריכה לימוד המוסי”קא', אבער אויף די אנדערע זאכן האט מען זיך נישט געדארפט לערנען.

ברוך שאמר » מאנטאג יוני 2, 2014 11:30 pm

· #204357
מצטמק ויפה
די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.

די אוהח" הק מאכט אוועק דעם רמב"ן ווייל אין דברי הימים זעט מען אז זיי זענען יא פילפאכיג געוואקסן על כן זאגט ער אז די טעם וואס די בני לוי זענען געווען אזוי ווייניג איז ווייל ווען פרעה האט געהייסן אז מען זאל הארגענען אלע קינדער האבן די בני לוי זיך פורש גווען אין נאר עמרם האט מען געהייסן פין הימל אז ער זאל ציריק גיין צי יוכבד וד"ל

איחוד פעלד » מאנטאג יוני 2, 2014 11:38 pm

· #204360
ברוך שאמר

און דער חיד"א פרעגט שוין אויף דער אוה"ח אז אין די גמרא שטייט בפירוש עמדו "כולן" והחזירו נשותיהן.

והוא פליאה עצומה.

ברוך שאמר » דינסטאג יוני 3, 2014 1:24 am

· #204372
איחוד פעלד
ברוך שאמר
מצטמק ויפה
די וואך ווערט אויסגערעכנט די מספר פון כלל ישראל יעדע שבט באזונדער. אבער שבט לוי זעהט מען, האט געהאט די קלענסטע מספר פון צוויי און צוואנציג טויזענט, בעת וואס אנדערע שבטים האבן געהאט אסאך מער. די רמב"ן זאגט אז די סיבה דערצו איז, ווייל כלל ישראל איז געבענטשט געווארן מיט ששה בכרס אחד צוליב "וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרץ", אבער שבט לוי איז נישט געווען אונעם שעובד ממילא האבן זיי נישט געהאט די ברכה פון; ירבה ויפרץ.

די אוהח" הק מאכט אוועק דעם רמב"ן ווייל אין דברי הימים זעט מען אז זיי זענען יא פילפאכיג געוואקסן על כן זאגט ער אז די טעם וואס די בני לוי זענען געווען אזוי ווייניג איז ווייל ווען פרעה האט געהייסן אז מען זאל הארגענען אלע קינדער האבן די בני לוי זיך פורש גווען אין נאר עמרם האט מען געהייסן פין הימל אז ער זאל ציריק גיין צי יוכבד וד"ל

און דער חיד"א פרעגט שוין אויף דער אוה"ח אז אין די גמרא שטייט בפירוש עמדו "כולן" והחזירו נשותי
והוא פליאה עצומה.

טאקע אינטערסאנט וויי איז דער חוד"""

פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 12, 2014 6:14 pm

· #205772
געזען אראפברענגן פון ספר מאור האפלה (קיקט אויס ווי א ספר פון איינער פון די ראשונים)
שישי מילידי הענק האט אזוי געהייסן ציליב דעים וואס ער איז געבוירן געווארן מיט זעקס פינגער אויפן הענט און אויפן פיס

מבקר » פרייטאג יוני 13, 2014 12:18 pm

· #205879
פלעין יודיש
ספר מאור האפלה (קיקט אויס ווי א ספר פון איינער פון די ראשונים)

זעה דא זיין ביאגראפיע
פלעין יודיש
שישי מילידי הענק האט אזוי געהייסן ציליב דעים וואס ער איז געבוירן געווארן מיט זעקס פינגער אויפן הענט און אויפן פיס

דא ווערט עס אראפ געברענגט

ברוך שאמר » פרייטאג יוני 13, 2014 12:32 pm

· #205884
איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?

מבקר » פרייטאג יוני 13, 2014 12:47 pm

· #205887
ברוך שאמר
איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?

וואס איז דיין שאלה? אדורך צו קוקן א גאנצע לאנד דויערט סך לענגער ווי איין שטאט יריחו, און גיין פון נאנט צום ירדן איז שנעלער ווי פונעם מדבר.
בדרך אגב, אותו האיש "ישוע" האט נאך דעמאלסט נישט געלעבט 😉 נאר ס'געווען "י-ה-ושע בן נון".

diff » פרייטאג יוני 13, 2014 3:50 pm

· #205908
how about
בקר
instead of
מבקר

מבקר » פרייטאג יוני 13, 2014 4:38 pm

· #205917

קענער » דאנערשטאג יוני 19, 2014 2:59 pm

· #206919
א רעבעצין פירט דאס רעדל-צום גוטן!
עס איז ידוע די ווערטל, דער גאנצער חסידות האט מורא פון א קאץ!
?
די חסידים האבן מורא פון דער רבי, דער רבי האט מורא פון די רעבעצין, די רעבעצין האט מורא פון א קאץ
א באקאנטע פאקט אזז רעבעצינס זענען די ריכטיגע מנהיגים אונטער די קוליסן
אבער א רעבעצין וואס ניצט דאס אויס לטובה בלייבט איינגעקריצט אין די היסטאריע מיט גאלדענע אותיות
די גוטע ביישפיל איז די ווייב פון און בן פלת וואס מיט חכמת נשים האט זי אפגעהאלטן און פון ווערן א חלק אין די מחלוקה
און די שלעכטע ביישפיל איז די ווייב פון קרח, כידוע האט איר העצעריי אסאך צוגעלייגט צו די פייער

רוח קדים » דאנערשטאג יוני 19, 2014 3:01 pm

· #206920
קענער
עס איז ידוע די ווערטל, דער גאנצער חסידות האט מורא פון א קאץ!
?
די חסידים האבן מורא פון דער רבי, דער רבי האט מורא פון די רעבעצין, די רעבעצין האט מורא פון א קאץ
א באקאנטע פאקט אזז רעבעצינס זענען די ריכטיגע מנהיגים אונטער די קוליסן
אבער א רעבעצין וואס ניצט דאס אויס לטובה בלייבט איינגעקריצט אין די היסטאריע מיט גאלדענע אותיות
די גוטע ביישפיל איז די ווייב פון און בן פלת וואס מיט חכמת נשים האט זי אפגעהאלטן און פון ווערן א חלק אין די מחלוקה
און די שלעכטע ביישפיל איז די ווייב פון קרח, כידוע האט איר העצעריי אסאך צוגעלייגט צו די פייער

זייער שיין! אבער וואס האט דאס מיט טשיקאוו?

מצטמק ויפה » דאנערשטאג יוני 19, 2014 6:28 pm

· #206946
פרשת קרח
ותפתח הארץ את פיה (טז, לב.)

אין ילקוט שמעוני שטייט אז אפילו א נאָדעל וואס איז געווען געבארגט פאר א צווייטען איז אויך מיט געגאנגען אין די ערד.
לכאורה וואס איז טאקע פשט אז אפילו די נאדלעך זענען מיט געגאנגען? נאר עס שטייט אין ספר גנא דפלפלי, אז די גמרא זאגט אין ברכות אז די לייז וואס קומען צו א מענטש נאכן שטארבן, שפירן אזוי ווי א נאָדעל אויף א לעבעדיגע מענטש. איז דא ביי קרח אז ער איז נישט געשטארבן איז דאך נישט געקומען קיין לייז נו חוטא נשכר?! איז וועגן דעם איז מיט געקומען די נאדלעך, וואס דאס האט זיי געשטאכן, וואס שפירט די זעלבע ווי לייז אויף טויטע.

יין שרף » דאנערשטאג יוני 19, 2014 7:24 pm

· #206953
ברוך שאמר
איז דא אין איינע פון די מפרשים על הסדרה די אינטערסאנט קייט אז דא האט משה רבינו געדארפט שיקן 12 מרגלים אויף 40 טעג אין ישוע האט געשיקט נאר 2 מרגלים אין נאר אויף צוויי טעג ?

רבינו בחייי רעדט דערפון.
Capture.JPG

יין שרף » זונטאג יוני 22, 2014 1:40 am

· #207310
רב לכם כי כל העדה כלם קדושים
זאגט די הייליגע אמרי חיים, קרח האט גע׳טענה׳ט אז זיי זענען אלע ערליכע מענטשען, איי פארוואס זעהט מען עס נישט אן אין די עפענטליכקייט? דאס איז ווייל ובתוכם ה׳ זיי האלטן דעם אויבישטען ביי זיך אין הארץ, זיי זענען ״דתי בלב״...

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:59 pm

· #208229
חקת
ביי די נחש הנחושת שרייבט דער רמב"ן:

והנראה בעיני בסוד הדבר הזה כי הוא מדרכי התורה שכל מעשיה נס בתוך נס תסיר הנזק במזיק ותרפא החולי במחליא, כמו שהזכירו (מכילתא ויסע א) בויורהו ה' עץ (שמות טו כה), וכן במלח אלישע במים (מלכים ב ב כא).

וידוע מדרכי הרפואות שכל נשוכי בעלי הארס יסתכנו בראותם אותם או בראות דמותם, עד כי נשוכי הכלב השוטה וכן שאר הבהמות השוטות אם יביטו במים יראה להם שם בבואת הכלב או המזיק וימותו כמו שכתוב בספרי הרפואות ומוזכר בגמרא במסכת יומא (פד), וכן ישמרו אותם הרופאים מהזכיר בפניהם שם הנושך שלא יזכרו אותם כלל כי נפשם תדבק במחשבה ההיא ולא תפרד ממנה כלל עד שתמית אותם.

וכבר הזכירו דבר מנוסה מפלאות התולדה כי נשוך הכלב השוטה אחרי שנשתטה בחליו אם יקובל השתן שלו בכלי זכוכית יראה בשתן דמות גורי כלבים קטנים ואם תעביר המים במטלית ותסננם לא תמצא בהם שום רושם כלל וכשתחזירם לכלי הזכוכית וישתהו שם כשעה תחזור ותראה שם גורי הכלבים מתוארים, וזה אמת הוא בפלאי כחות הנפש.

וכשיהיה כל זה כך ראוי היה לישראל נשוכי הנחשים השרפים שלא יראו נחש ולא יזכרו ולא יעלו על לב כלל, וצוה הקב"ה למשה לעשות להם דמות שרף הוא הממית אותם, וידוע כי הנחשים השרפים אדומי העינים רחבי הראש שגופם כעין הנחשת בצוארם ולכן לא מצא משה לקיים מצותו בשרף בלתי שיעשה נחש נחשת כי הוא דמות נחש שרף ואם יעשנו מדבר אחר היה דמות נחש ולא דמות שרף ומה שאמרו מן הלשון הנופל על הלשון כי הזכרת השם בלבד תזיק.

והכלל כי צוה השם שיתרפאו במזיק הממית בטבע, ועשו דמותו ושמו וכשיהיה האדם מביט בכוונה אל נחש הנחשת שהוא כעין המזיק לגמרי היה חי, להודיעם כי השם ממית ומחיה.

ברוך שאמר » זונטאג יוני 29, 2014 11:39 am

· #208451
נישט אויף די סדרה אבער איך האב געהערט די וואך א אינטערסאנטע מדרש אפשר קען מיר איינער זאגן ווי דאס איז וזה החלי "ווען משה רבינו איז געקימען צי די אידן אין מצרים אין ער האט זיי געזאגט (בערל שפתים)אז הגיע זמן גאילתכם האבן די אידן איהם נישט געוואלט גלייבן אבער אזויווי ער האט אנגעהויבן צי ווייזן ווינדער זענען די אידן געגאנגען צי די זקנה הדור סרח בת אשר אין זיי האבן איר געפרעגט וואס מען טיט אין זי האט גענטפערט אז זי האט מקיבל אז די גואל וועט זיין א ערל שפתים !
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7