ר' בערל הי''ו ,א שאד זיך צו רעגן דער נארישע בליק איז נישט ווערט אייער בלאט פרעשור הייבינג.
זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5537
מיט א ריכטיגע בּליקאיך בין נישט קיין שרייבער איך האב אויפען קלאזענבורגער ז"ל קיין װארט גערעדט. הגם זיין היסטארי האב איך גיט קענען געלערנט איך בעט אייך מאך מיך נישט רעדן....
ס'דיני נפשות.. איך טשאויק זיך פאר געלעכטער..
שעפטלווען א קלויזענבורגער חסיד וואלט ווען געשריבן אויפן סאטמערער וואלסטו געשפרינגן.
אז דו ווילסט מ'זאל רעספעקטירן דיין סאטמארער, רעספעקטיר יענעם'ס.[/size]
היינא טעמא דשופר היינא טעמא דמגילה.. אט דאס איז די סיבה וואס איך האב ארויסגעברענגט סאטמאר אויפן אויבערפלאך, זע נאר וויאזוי עס שפירט זיך, ווען מ'ציפט דיר וואס איז ביי דיר טייער.
ביסט גרייט צו געבן זאלסטו זיין גרייט צו כאפן.
דער אמת איז, אז ביז תשל׳׳ט וואלט מען אפשר געקענט גלייבען דער א.ג. ריכטיגע פליק, נאר ווען ס׳איז ארויסגעקומען דער תשובות דברי יואל קען מען שוין קיינעם נישט איינרעדען אז ׳דער סאטמארע׳ איז עפעס אזא תנא קמא אין לערנען, זיכער נישט קיין בר פלוגתא מיט׳ן טשעבינער רב חזו׳׳א ר׳ משה פיינשטיין וכדו׳, און אויך נישט מיט ר׳ יונתן שטייף און ר׳ משולם ראטה און ר׳ הירש פסח ועוד. אן אונגארישע רב מיט א שטעקען סך הכל. ווידער די לעכטיגע טישען און דערהויבענער תפלות איז פאר׳ן ווייבער שול, און מענטשען מיט שכל פארען זיך נישט מיט אזעלכע שטותים (אחוץ ווען דער איד דינגט איהם צו באשרייבען דער אויסנאמליכע מסע מלכות). דער גמילות חסדים בממון שאחרים נתנו לו איז גאנץ פיין, נאר פרעג איך דיר-וואס האט ער אוועק געגעבען פון זיך זעלבסט פאר יענעם? איז ער געווען גרייט צו רעדען עבריט מחזק צו זיין א צווייטע איד? ט׳האט ער געקענט ביישטיין צו דאווענען פריער כדי א איד וואס וויל מאכען א ברית ביי איהם זאל קענען גייען צום ארבעט נאך דעם? אפשר נישט שלעפען דער יום טוב אדער א הושענא רבא דאווענען צו לאנג אז אנדערע אידען זאלען הנאה האבען פון א יו׳׳ט סעודה. אדער זענען זיין אייגענער משוגעת׳ן געווען וויכטיגער ווי מחזק צו זיין א איד? ווען דער טשעבינער רב אדער הרב שך צו סיי אנדערע תלמידי חכמים זענען געשטערט געווארען פון א משוגענ׳ער אין מיט׳ן לערנען און זיי האבען זיך געלאזט פאר זיי איז דאס מער גמילות חסדים ווי דיין רבי זכיגנייני׳ס אוועק געבען אנדערע מענטשענ׳ס געלט.
איך זאג נישט, ער איז געווען א פיינער איד און א קלוגער טיכטיגער מנהיג, אבער ביטע שטעל איהם נישט צו צו די ריכטיגע חכמי וצדיקי הדור.
איך זאג נישט, ער איז געווען א פיינער איד און א קלוגער טיכטיגער מנהיג, אבער ביטע שטעל איהם נישט צו צו די ריכטיגע חכמי וצדיקי הדור.
עפרא לפומך
נעבעך דיין אבסורדישקייט, אומוויסנדקייט און ילדות מאכט ברעכן.
די חורבן פון א פרייע פארום, אז אזעלכע ווי דו האבן דעם רשות הדיבור.
א גרויל.
די חורבן פון א פרייע פארום, אז אזעלכע ווי דו האבן דעם רשות הדיבור.
א גרויל.
ליטוואק, ס'איז נישט עטיש.
קאווע טרינקערליטוואק, ס'איז נישט עטיש.
שמעקעדיגעפרא לפומך
מיין באבע האט מיר געלערנט אז מען שעלט ווען מען ווערט געטשעפעט מיט עפעס צי גיטס און מען האט נישט וואס צי ענפערען צי די זאך
פון דיין קללה עפרא.... האסטי נישט מער ווי געגעבען חיזוק צי זיינע ווערטער
פון דיין קללה עפרא.... האסטי נישט מער ווי געגעבען חיזוק צי זיינע ווערטער
ממש דברי חכמה טיטאניק, ווען א
מענטש איז מכחיש שמש בצהריים אין זאגט אזא נארישע סטעיטמענטט ווי אסאמא בין לאדין האט אויך א צד, וכדומה ווערטער וואס זענען אפגעפרעגט ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש, איז זינלאז זיך אריינצולאזן אין א ביאור פאר וואס יענער איז נישט גערעכט.
שמעק האט געוואלט יוצא זיין בלויז דעם שלא יאמרו מדשתקי וכו'.

יא גערעכט נישט גערעכט, זאל אײנער איהם ענטפערען צום זאך אײנמאל פאר אלע מאל װי ס׳ברויך זײן ער
זאל נישט קענען איבערקײען די זעלבע זאך. דורך נישט שרײבען א לענגערע ארטיקעל און ארויסברענגען די
גדלות אין תורה פון די סאטמער רבי זצ״ל בלײבט עס בײ ״זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?״
זאל נישט קענען איבערקײען די זעלבע זאך. דורך נישט שרײבען א לענגערע ארטיקעל און ארויסברענגען די
גדלות אין תורה פון די סאטמער רבי זצ״ל בלײבט עס בײ ״זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?״
אז איינער האט כתבי יד און באהאלטענע תורה׳ס פונ׳ם רבי׳ן, אדרבה ווייזט אויף. אבער דברי יואל קעגען מבשר טוב אדער הר צבי איז נישט קיין פארגלייך. און כ׳׳ש נישט קעגען דברות משה און חזון איש.
כוכבנעבעך דיין אבסורדישקייט, אומוויסנדקייט און ילדות מאכט ברעכן.
די חורבן פון א פרייע פארום, אז אזעלכע ווי דו האבן דעם רשות הדיבור.
א גרויל.
וועלכע רשעות ליגט דא? ער מיז האלטען פונקט ווי דיר?
אז איינער גייט באשרייבען די קלויזענבורגור אדער די חבדסקער, איז נישט קיין גרויל, אבער די סאטמערע רבי דעלמאטס איז שוין, א גרויל, ע"לפ , וכו,
גראוי אפ די בעבישקייט
איך האב נישט קיין ווערטער פאר די אלע וואס זענען מכחיש שמש בצהרים, נאר אז עטץ קענטס ענק צאמשטעלן מיט אלע האלאקאוסט לייקענער אין די זעלבע שורה.
סמיילי מאך זיך נישט תמ'עוואטע, קיינער מוז נישט האלטן גארנישט, מען דארף נאר נוצן אביסל שכל נישט זיך צו האלטן קלוגער פון רוב רבנים וצדיקים פון יענעם דור, און אוועקמאכן יענעמ'ס תורה ועבודה כאילו דאס איז א ווייבער שול זאך (רח"ל מהאי דעתא) און סך הכל איז ער געווען א טיכטיגער מנהיג מיט א שטעקן איז בכלל נישט קיוט.
טיטאניק זיסער, אז יענער פארדרייט פאקטן און יוצרות אויף א שענדליכן אופן דארף מען נישט מער ווי מוחה זיין, וכדברי כוכב הנ"ל מדשתקי וכו', איך האב אסאך געלערנט פון דעם צדיק, אינאיינעם מיט אנדערע הונדערטער טויזענטער אידן, און אזעלכע נארישע דברי טיפשות ושחצנות גרילצט אין די אויערן. מען מוז נישט מסכים זיין צו אלעם, אבער אוועקמאכן דעם גאנצן פערסאנאליטי פון א גאון וצדיק וואס האט זיך דעם העמד אוועקגעגעבן פאר א צווייטן און אויפגעשטעלט א וועלט פון תורה ויראה איז ממש משוגע, און ווער עס מאכט עס יא אוועק איז א שוטה רשע וגס רוח.
עס איז אין דרכי בכך, איך אטאקיר נישט קיין ניקס געווענליך, אבער יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל, און איך מיין עס איז זייער פארשטענדליך פאר יעדן בר דעת.

איך שפיר זיך באמת צופרעדען אז נאר צוליב מיר איז שמעקעדיג ארויס מגדרו.
ס׳וואלט געווען לייכטער ארויפצוברענגען די תשובות וואס ווייזען דער שמש בצהרים.
פון די אלע רע׳אגירונג׳ס, דארף איך דען מוחה זיין אויף כבודם של הטשעבינער רב, חזו׳׳א, ר׳ משה פיינשטיין, הרב משולם ראטה, הרב יונתן שטייף און ר׳ הירש פסח? אדער זענט עטץ מסכים אזופיל צו זייער גדלות בתורה?

ב.ד.וו. כוכב, תנן במתני׳ אין בין 'עפרא לפומך' לשתיקה ולא כלום, ועדיין נוכל לומר מדשתקי.
ignoring is the best policy
דארפסט אטענשאן ליטוואק ? וואס באדערט דיך , אפשר א הלוואה ?
דארפסט אטענשאן ליטוואק ? וואס באדערט דיך , אפשר א הלוואה ?
Yossy, דו גייסט מיר בארגען דיין אייגענע געלט, אדער א צווייטענס?
ליטוואק פון בודאפעסטYossy, דו גייסט מיר בארגען דיין אייגענע געלט, אדער א צווייטענס?
ווען די רבי וואלט געלעבט וואלט איך דיך געשיקט צים רבין ער פלעגט העלפן אפילו זיינע שונאים , יעצט דארף איך טראכטען 😕
ערנסט גערעדט סדא אזויפל היינטיגע רע בנים אויף וועם זיך אויסציגעבען, ספעלט נישט אויס די גאנצע שמועס ...
@ליטוואק פון בודאפעסט דו געדענקסט מן הסתם בעסער פון אונז אלע אמעריקאנער, וויאזוי דער סאטמערער איז געווען אלעמאל א רודף ("צדקה וחסד" מאן דכר שמי') ווער ס'איז נאר געקומען אין זיינע ד' מאה פרסה האט שוין געהאט צו הערן פון זיינע סטראשינקעס, און א גרויסע צאל רבנים האבן אפילו באקומען צו קאסטן פון זיין ווייטאגליכע לאפע, זאל עס זיין ר' אביש'ל פון קראלי, אדער ר' אהר'לע ראטה, צו די מנחת אלעזר, ועוד הרבה.
אויך געדענקסטו נאך פון אונגארן ווי רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן האבן אים נישט געקענט סובל זיין, און נישט געדארפט אלס רב/טעראריסט אין שטאט.
אויך געדענקסטו נאך פון אונגארן ווי רוב מנין ובנין פון ערליכע אידן האבן אים נישט געקענט סובל זיין, און נישט געדארפט אלס רב/טעראריסט אין שטאט.
ליטוואק פון בודאפעסטאיך שפיר זיך באמת צופרעדען אז נאר צוליב מיר איז שמעקעדיג ארויס מגדרו.
אין די ליטא לערנט מען סיפוק אויף אזא גאנג.
דיין צופרידנהייט צייגט אויף דיין גראדער קאפ, און קוק אויף א זאך.
די ספר דברות משה און נאך וואס די האסט צוגעצייכענט ווייזט אויף א שוואכע קוק און הבנה בגדולי ישראל ות''ח אמיתיים, עס איז א שאד זיך צו טענה'ן איבער דיין 'שמש בצהרים' ווען עס קוקט אויס ענדערש ווי א עור הממשש באפילה.
קען מיר איינער טון א טובה און צייגן די "שמש בצהריים"? סך הכל וואס איך זעה דערווייל איז ענן וערפל.
עפל סיידער, איך האב געהאט א זייער קאמישע ערציהונג און מ׳האט מיר איינגערעדט אז א תלמיד חכם איז איינער וואס קען תורה און פארשטייט תורה און האט א גרויסע היקף און א טיפע פארשטאנד אין יעדער הלכה. איך ווייס, איך בין אביסל ברעינוואש׳׳ד, מ׳האט מיר נישט געזאגט אז תלמיד חכם מיינט באמת........... אז איהר קענט מסביר זיין אויפ׳ן אמת וואס איז א תלמיד חכם אפשר וועל איך פארשטייען אז דער בעל תשובות דברי יואל קען אסאך בעסער לערנען ווי הרב משולם ראטה, ווייל ביזדערווייל לויט די אמונות טפלות וואס מ׳האט מיר איינגעבאקען אז תלמיד חכם האט צו טוהן מיט קענען תורה, שטייט ער אסאך העכער.
מבקר - איך האב געשריבען פונקט וואס איך האב געמיינט, און אלטע פאליטיק איז נישט יעצט מיין נושא.
אגב, פאר אלע סאטמארער וואס ליינען דא און מאלען זייער ציינער ווייל מ׳נעמט אראפ זייער געטשקע און זיי ווייסען טיף אין הארצען אז זיי האבען נישט קיין אמת׳ער תירוץ און דער גאנצע שיטה הקדושה איז מער נישט ווי א באקוועמליכער גלויבונג, יעצט ווייסטו וואס אונזער ידיד @מנשה לוסטיג דארף דורכגייען ווען ענק עפענען אייער מיילער אויף זיין רבי׳ן.

הוגהקען מיר איינער טון א טובה און צייגן די "שמש בצהריים"? סך הכל וואס איך זעה דערווייל איז ענן וערפל.
שמש בגבעון דום....הלא היא כתובה על ספר הישר
אגב בודאפעסטער, מזאגט נאך פון חזון איש, אז די לעצטע חילוק פון א תלמיד חכם ביז אן עמ הארץ איז, אז דער תלמיד חכם קען לערנען.
כ'וואלט זייער נישט געוואלט טשעפען, אבער איך שפיר אז כ'מוז 'אביסעלע' מוחה זיין אויף ליטוואק פון בודאפעסט [כאטש די נאמען מאכט מיך לאכן יעדעס איינציגע מאל..] ווייל איך האלט באמת אז מ'טאר נישט סתם אראפרייסן סאטמאר, און נישט פאפא, און נישט פאנאוויטש, און נישט קיינער וואס זיין נשמה איז געשטאנען ביים בארג סיני - עכ''פ ווער ס'גלייבט אין מתן תורה.
אבער איך האלט שוין לאנג אז קאווע שטיבל איז א צרכים שטיבל.. ממילא איז עס נישט קיין מקום אויף מחאות, אבער דאך האט ליטוואק גוט איבער'גע'חזר'ט מיין נקודה, אז אויב מ'גייט מיט אהבת ישראל דארף מען טראכטן פון יענעמס נידערלאגע אויך.

כוכב - הייסט׳ס פאר דער חילוק דארף מען וויסען צווישען א מ׳׳ם און אן ענדער מ׳׳ם! (עמ הארץ/עם הארץ)
זייער צו דער זאך זיך ארויפצוכאפן אויף א טייפא פון איינעם וואס שרייבט פון א טעלעפאן.
אויב ביזט נייגעריג צו הערן, הרב מולר שרייבט אין זיין בריסקער ביכל אז דער רב האט געזאגט: ווען איך רעד מיטן טשעבינער רב ווער איך נתפעל פון זיין בקיאות און ער פון מיין חריפות און מיר ביידע ווערן נתפעל פון סאטמארער רב'ס בקיאות און חריפות.

אין מיין דיקשאנערי ווערט א "מנהיג ישראל" איבערגעטייטשט אלס "א פירער פון אידן". דאס האט גארנישט מיט גאונות און תלמיד חכמ'שאפט. איינער וואס קען גוט לערנען, ער קען גוט און בליציג פארענטפערן א הארבן רמב"ם, איז א גרויסער תלמיד חכם און אפשר אפילו א גאון, אבער נישט קיין "מנהיג ישראל", דאס איז א באזונדערע זאך אינגאנצן.
איך האב נעכטן געלערנט אין פרקי אבות, משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים און דאס גייט אזוי ווייטער מדור לדור. אין יעדן דור זענען דא מנהיגים וואס געבן איבער די תורה פאר כלל ישראל. גלייך ווערט שווער די קשיא צו וואס פעלט דאס אויס? איינמאל מיר האבן א תורה וואס דארט שטייט אלץ וואס מען האט צו טוהן, פארוואס דארף מען נאך האבן מנהיגים בכל דור ודור? די תורה לויבט אויס די אידן ויאמינו בה' ומשה עבדו, אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא, חז"ל זאגן אין לך אלא כהן שבימיך, און נאך פילע מראי מקומות וואו מען זעהט אז אין יעדן דור דארף מען האבן א רבי א מנהיג וואס זאל פירן די אידן.
פארוואס פעלט דאס אויס? זייער פשוט, אלעס שטייט טאקע געשריבן, אבער למעשה איז דא א שטארקע יצר הרע, מיט וועם נישט יעדער קען זיך אליין פארמעסטן, דעריבער דארף מען א מנהיג וואס זאל מעורר זיין און מחזק זיין און נישט לאזן איינשלאפן, ער וועקט און מאנט אז מען דארף אויסנוצן די טעג צו דינען דעם אייבערשטן, און זיך גוט אנגרייטן צום לעצטן טאג.
א "מנהיג ישראל" איז איינער וואס קען דאס באווייזן, ער קען שטארקן אידן און זיי דערנענטערן צום באשעפער. נישט יעדער מנהיג איז פאסיג פאר יעדן מענטש, יעדער מנהיג האט זיך זיינע מהלכים ווי אזוי ער באווייזט דאס, דעריבער דארף זיך יעדער אויסקלויבן א רבי/משפיע/מנהיג/ משגיח, אדער סיי וועלכע נאמען דו געבסט אים, וואס קען דאס באווייזן. דאס קען מען נישט פאפן, דאס קען יעדער זעהן ביי זיך, אויב ווערט ער נתעורר פון דעם מענטש איז ער זיין ריכטיגער מנהיג, און אז נישט איז נישט.
צי סאטמאר רב האט יא אדער נישט געקענט גוט לערנען איז בכלל נישט מעלה ומוריד, אויב וואלט ער געקענט פארענטפערן שווערע קשיות ביי זיינע שלש סעודות תורות וואלט ער געווען בעסער? זיכער אז נישט! אפשר וואלט דער רמב"ם בעסער געשטימט, דער פסוק וואלט בעסער געווארן פארענטפערט, אבער די מענטשן דארט וואלטן נישט געהאלפן געווארן פון דעם, פאר זיי איז דער רמב"ם גוט געווען פארדעם אויך, ביי זיי איז דער פסוק אויך גוט געווען אן די גאנצע שקליא וטריא, זיי האבן געדארפט א מענטש וואס זאל אריינבלאזן אין זיי א חיות, וואס זאל זיי ערוועקן און שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן, און דאס איז וואס ער האט געטוהן אויסגעצייכנט, לויט ווי עס דערציילט דער פריערדיגער דור, זענען זיי אהיים געגאנגען נאך די שלש סעודות תורות, אדער נאך די הושענה רבה דרשות מיט א נייעם חיות מיט א פרישע העפענונג, צו אוועקווארפן דאס שלעכטס מאחורי גבם און אנהויבן א נייע בלעטל אין לעבן.
איך זעה נישט זיין גרויסקייט פון זיינע תשובות, און נישט פון זיינע שיינע תורות, נאר פון די העתקות פון די שלש סעודות תורות. ווען איך טראכט ווי אזוי די אידן וועלכע זענען דארט געווען האבן געפיהלט נאך אזא תורה, מאכט עס מיר טשילס. און עס איז בכלל נישט משנה אויב דער פשט שטימט יא גוט אין פסוק אדער נישט, דער עיקר איז אז די מענטשן מיט זייערע פראבלעמען שטימען.
זיינע תלמידים האבן געזעהן אין אים א טאטע און א מאמע, זיי האבן געהאט א רוקן ביין וואס האט זיי אונטערגעלאנט אין אלע שווערע מצבים ברוחניות ובגשמיות, אין זייערע פרייליכע צייטן און אין זייערע טרויעריגע צייטן.
דאס איז אויפן שפיץ גאפל ווי אזוי איך קוק אן אז עס מעסט זיך א מנהיג ישראל. איך ווייסט נישט ווי אזוי עס מעסט זיך אין די ליטא, אבער דער וועג ווי אזוי דער בודאפעסטער לייגט עס אראפ, לייגט זיך בכלל נישט אויפן שכל.

ביטע ליין איבער דער משנה. וואס האט משה רבינו מקבל געווען אויף בארג סיני? ערוועקען און חיות און בלאזעניש? איך מיין שטייט עפעס אנדעריש. און דאס דארף א רבי איבערגעבען פאר זיין תלמידים. אז דו ווילסט בויען א נייעם שטיקעל תורה, ווייז אויף, אבער יעצט זאגט דער משנה וועגען דער מוסר התורה נישט דער מוסר החיות.
און אגב, קוק אין רבינו יונה און אין רמב׳׳ם אין הקדמה לספר היד אז דער מסורה איש מפי איש איז נאר ביז חתימת התלמוד. דערנאך גילט עס שוין נישט.
און אגב, קוק אין רבינו יונה און אין רמב׳׳ם אין הקדמה לספר היד אז דער מסורה איש מפי איש איז נאר ביז חתימת התלמוד. דערנאך גילט עס שוין נישט.
ביטע ליין נאכאמאל איבער מיין תגובה. איך האב נישט גערעדט פון מסורה איש מפי איש לגבי קבלת התורה, איך האב גערעדט פונעם מציאות אז כדי מקיים צו זיין די תורה כראוי, דארף מען האבן א מנהיג וואס זאל צולייגן א פלייצע און מחזק זיין דעם מענטש צו שמירת התורה, איינער וואס קען דאס באווייזן פאר זיינע תלמידים איז א מנהיג ישראל, און נישט איינער וואס קען גוט פארענטפערן א הארבן רמב"ם.
ליטוואק מ'קען ניצן דיין דעמאגאגיע איבעראל. כקען פונקט אזוי שרייבן, כפארשטיי נישט די גדלות פון רבי חיים, אפאר תורהלעך אויפ'ן רמב"ם אינטרעסאנט פאר א ישיבה קטנה בחור. אויף א נייעם דרך וואס דער רמב"ם האט ניטאמאל געוואוסט סעקזיסטירט, שלא אליבא דהילכתא פלפולא סרק .
איר פארשטייט, א חכם דארף האבן דעם גאנצן בילד פאר ער רעדט, אז נישט שטויסט ער זיך אין קטנותדיגע ראדיקאליזם מיט וואס אייערע רייד זענען געשלאגן.
פון איין חלק האב איך גראדע הנאה, דיין ידידות ודעה אחת מיט מנשה לוסטיג.

חז"ל זאגן אז ווען דער אויבערשטער האט געזעהן ווי משה רבינו איז זיך מצטער בצרתן של ישראל "וירא בסבלותם" און ער לייגט צו א פלייצע זיי צו העלפן דאן האט דער אייבערשטער געזאגט אז ער וועט זיין דער ריכטיגער מנהיג פאר אידן. ווען משה רבינו איז נאכגעלאפן די דורשטריגע שעפעלע, האט דער אויבערשטער געזעהן אין אים א פאסיגן קאנדידאט פאר מנהיגות. א מנהיג איז ווער עס קען ארויסהעלפן אידן ברוחניות ובגשמיות, נישט איינער וואס קען גוט לערנען.
איך מאך נישט אוועק די חשיבות פון לימוד וידיעות התורה, אבער מיט מנהיגות האט דאס גארנישט צו טוהן.
איך מאך נישט אוועק די חשיבות פון לימוד וידיעות התורה, אבער מיט מנהיגות האט דאס גארנישט צו טוהן.
שווער צו פארגלייכען למשל דברי יואל צו דברות משה, דאס זענען צוויי אנדערע דרכי הלימוד אינגאנצען, וואס איז לויט דער א קשיא איז לויט דער א תירוץ. ליטוואק מעג האלטען אז נאר דברות משה און חזון איש איז א ריכטיגער דרך הלימוד, אבער דאס איז נאר פון זיין קוק-ווינקעל. אין דער צווייטער קוק - ווינקעל איז פונקט פארקערט.
טראץ דעם, איז שווער צו טענה'ן אז אין קענען לערנען איז סאטמער רב פיל מער ווי די אנדערע וועלכער ליטוואק האט דערמאנט.
לגבי די טענות פון האלטען דער עולם לאנג ביים הושענה רבה דאווענען און ברית'ן, דאס איז ווייטער קולטורישע חילוקים, עס איז נישט קיין זאך וואס איז שייך זיך צו טענה'ן. נאריש צו מאכען פון דעם אן עסק.

לעיקוואוד - איך האב געפרעגט איין זאך. וועלכע וויכטיגע זאך האט דער בעל דברי יואל אוועק געגעבען? דער געלט איז דאך נישט געווען זיינס. דער חפץ חיים איז געזעסען א גאנצע נאכט יום כפור און געשמועסט מיט א צובראכענע בחור. ר׳ חיים עוזר דער גאון הגאונים האט גענוצט זיין כשרונות צו העלפען אלמנות. א חתן כלה זענען אריין צו איהם ביים קריג אז זיי גייען חתונה האבען. הערענדיג אז זיי קענען נישט קיין הלכות נדה (אנטשולדיגס, הלכות טהרה שביו׳׳ד ח׳׳ב) האט ער אליינס איבערגעגעבען פאר׳ן כלה (יא, ווי דו ליינסט) די נויטיגע וויסענשאפטען. דאס הייסט אוועק געגעבען פון זיך וואס איז וויכטיג. ביים סאטמארער רבי׳ן איז וויכטיג געווען הושע׳׳ר? לאמיר הערען אז ער האט עס אוועקגעגעבען פאר א צווייטען.
וואס האט ער נישט אוועק געגעבן? ער האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן צו העלפן אידן. טאג און נאכט האט ער אויסגעהערט מענטשן און זיי געהאלפן, ער האט אויפגעשטעלט און געפירט מוסדות צו העלפן אידן. ער האט געזאגט שלש סעודות און הוש"ר תורות פאר זיך? וואס האט ער געהאט פון דעם? ער האט דאס געטוהן צו העלפן זיינע תלמידים און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן, זיי האבן זיך מחי' געווען מיט יעדע ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל.
דאס אלעס האט ער געטוהן פאר כבוד? כבוד האט ער אפשר אנגעהויבן צו באקומען אין די שפעטערע יארן, פון אנפאנג איז ער געווען ללעג ולקלס איבער די גאנצע וועלט, ער האט געפירט זיין הייפעלע חסידים מיט איבערגעגעבנקייט, ער האט געזארגט פאר זייער גשמיות און פאר זייער רוחניות, יעדע קלייניקייט איז מען זיך געקומען דורכרעדן מיט אים און ער האט יעדן געהאלפן צוגלייך.
וואס פונקטליך האט ער נישט אוועק געגעבן?

The good thing of being a knoi is that you are always allowed to shelt everybody. No matter if you are the attacker or being attacked
ליטוואק פון בודאפעסטביטע ליין איבער דער משנה. וואס האט משה רבינו מקבל געווען אויף בארג סיני? ערוועקען און חיות און בלאזעניש? איך מיין שטייט עפעס אנדעריש. און דאס דארף א רבי איבערגעבען פאר זיין תלמידים.
אפשר איז זיין ישיבה פון קרוב צו טויזענט בחורים (פון די גרעסטע בשעתו) ווי ער האט איבערגעגעבן תורה אויך א ווייבערישע זאך? כ'קען זיך שוין נישט אויסרעכענען מיט דיר. דו ביסט אין די באקס פון וועמענס געלט ער האט געטיילט מיט טישן, כאילו דאס האט ער טאקע געטון פון צופרי ביז ביינאכט. ווער נאך פון אלע חסידישע רביים ווי אים האט אוועקגעמאכט די אלע רבי'שע שטיק און פארלאנגט לימוד והתמדת התורה פון זיינע תלמידים?
ביטע קריך ארויס פון דיין באקסל. קיינער וועט דיר נישט ארויפקוקן פארן אנכאפן איין משל און דאס איבערנוצן ביי יעדע תגובה.
ברסלבערביטע ליין נאכאמאל איבער מיין תגובה. איך האב נישט גערעדט פון מסורה איש מפי איש לגבי קבלת התורה, איך האב גערעדט פונעם מציאות אז כדי מקיים צו זיין די תורה כראוי, דארף מען האבן א מנהיג וואס זאל צולייגן א פלייצע און מחזק זיין דעם מענטש צו שמירת התורה, איינער וואס קען דאס באווייזן פאר זיינע תלמידים איז א מנהיג ישראל, און נישט איינער וואס קען גוט פארענטפערן א הארבן רמב"ם.
אויב אזוי ברענג נישט די משנה וואס ברענגט גאר ארויס פונקט די פארקערטע 1. מנהיג ישראל לא נזכר, נאר ווער ס'האט אויסגעלערנט די תורה.
2. עס ווערט אויסגערעכנט עד תקיפת כתיבת המשנה
3.די גאנצע המשך המסכת וואלט לויט דיר נאר געדארפט געלערנט ווערן דורך די א.ג. מנהיגי ישראל, און זיי וועלן שוין אויפפלאקערן די אידישע הערצער, און אז מ'זעהט אז "רבינו הקדוש" (ח"ו נישט מישן מיטן סאטמערן) האט עס אריינגעלייגט אין סדר המשנה מיינט עס אז יעדער אליין קען עס לערנען, און ס'איז גענוג.
שמעקעדיגאפשר איז זיין ישיבה פון קרוב צו טויזענט בחורים (פון די גרעסטע בשעתו) ווי ער האט איבערגעגעבן תורה אויך א ווייבערישע זאך?
עי' כאן.
מבקראויב אזוי ברענג נישט די משנה וואס ברענגט גאר ארויס פונקט די פארקערטע 1. מנהיג ישראל לא נזכר, נאר ווער ס'האט אויסגעלערנט די תורה.
2. עס ווערט אויסגערעכנט עד תקיפת כתיבת המשנה
3.די גאנצע המשך המסכת וואלט לויט דיר נאר געדארפט געלערנט ווערן דורך די א.ג. מנהיגי ישראל, און זיי וועלן שוין אויפפלאקערן די אידישע הערצער, און אז מ'זעהט אז "רבינו הקדוש" (ח"ו נישט מישן מיטן סאטמערן) האט עס אריינגעלייגט אין סדר המשנה מיינט עס אז יעדער אליין קען עס לערנען, און ס'איז גענוג.
גערעכט.
אויף די איבריגע נקודות אין מיינע תגובות האסטו אויך עפעס צו זאגן, אדער נאר אויף די משנה וואס איז א זייטיגע מראה מקום?
לאמיר לערנען א פסוק חומש במדבר כ"ז, ט"ז-י"ז.
יִפְקֹד ה' אֱלֹקֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר "אִישׁ עַל הָעֵדָה". אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם "וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה".
רש"י: אמר לפניו: רבש"ע, גלוי וידוע לפניך דעתו של כל אחד ואחד ואינן דומין זה לזה, מנה עליהם מנהיג שיהא סובל כל אחד ואחד לפי דעתו:
די נקודה איז זייער פשוט, א מנהיג ישראל איז איינער וואס פירט אידן אויפן ריכטיגן וועג מיט סבלנות און איבערגעגעבנקייט, זיין גרויסקייט ווענדט זיך טאקע נאר אין דעם אויב ער פירט זיי אויף די גוטע וועג אדער נישט.
מנשה לוסטיגקאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
פרעג נישט דיין קשיא משתמע לתרי אנפין, דעק דיך אויף און מאך קלאהר דיין פראגע
ברסלבערוואס האט ער נישט אוועק געגעבן? ער האט זיך אינגאנצן אוועק געגעבן צו העלפן אידן. טאג און נאכט האט ער אויסגעהערט מענטשן און זיי געהאלפן, ער האט אויפגעשטעלט און געפירט מוסדות צו העלפן אידן. ער האט געזאגט שלש סעודות און הוש"ר תורות פאר זיך? וואס האט ער געהאט פון דעם? ער האט דאס געטוהן צו העלפן זיינע תלמידים און זיי מקרב זיין צום אייבערשטן, זיי האבן זיך מחי' געווען מיט יעדע ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל.
דאס אלעס האט ער געטוהן פאר כבוד? כבוד האט ער אפשר אנגעהויבן צו באקומען אין די שפעטערע יארן, פון אנפאנג איז ער געווען ללעג ולקלס איבער די גאנצע וועלט, ער האט געפירט זיין הייפעלע חסידים מיט איבערגעגעבנקייט, ער האט געזארגט פאר זייער גשמיות און פאר זייער רוחניות, יעדע קלייניקייט איז מען זיך געקומען דורכרעדן מיט אים און ער האט יעדן געהאלפן צוגלייך.
וואס פונקטליך האט ער נישט אוועק געגעבן?
פליז, פארצייל מיר נישט קיין מעשה'ס. וואס וואלט ער געטוהן מיט די טייערע וויכטיגע צייט זיינער ווען ער זאגט נישט שלש סעודות תורה'ס? ער האט אנגעהויבען פירען טישען בערך ביי די צוואנציג יאר, ווילסטו מיר זאגען אז ער האט עס געטוהן פאר יענעם? ער האט עס געטוהן ווייל דאס איז געווען זיין career און נאר דאס האט ער געקענט, און ווען ער טוט עס נישט האט ער קיין אנדערע זאך נישט צו טוהן.
און שמעקעדיג, איך האב גערעדט פון זיין גמילות חסדים. אז דו ווילסט רעדען פון זיין תורה, עי' מש"כ לעיל. און זיין ישיבה פון טויזענט בחורים (יעדער איינער וועגט בערך 150 פונד, איז ס'רעט זיך פון הונדרעט פיפציג פונד פלייש, פאר די וואס זענען מוכר בשר אדם באיטליז) האט עפעס מיט מרביץ תורה זיין? דאס זיינען די מוסדות וואס א ווערטשאפט ברויך, און ער האט זיך געבויט א ווערטשאפט. גארנישט שלעכט אבער פארצייל מיר נישט קיין מעשה'ס וועגען גאונות פון א ספר וואס שטייט אין א שטאפעל ווי חיי הלוי, און פארצייל מיר נישט וועגען גמילות חסדים וואס האט נישט צוטוהן מיט אוועק געבען עפעס וואס איז צו איהם געווען וויכטיג. ווייל דו ווילסט נישט עפענען א מוסד מיינט נישט אז דער וואס עפענט יא גיבט עפעס אוועק, והמציאות יוכיח, אז די וואס עפענען מוסדות היינט האבען גארנישט מיט בין אדם לחבירו צו טוהן.
ברסלבערלאמיר לערנען א פסוק חומש במדבר כ"ז, ט"ז-י"ז.
יִפְקֹד ה' אֱלֹקֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר "אִישׁ עַל הָעֵדָה". אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם "וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה".
רש"י: אמר לפניו: רבש"ע, גלוי וידוע לפניך דעתו של כל אחד ואחד ואינן דומין זה לזה, מנה עליהם מנהיג שיהא סובל כל אחד ואחד לפי דעתו:
די נקודה איז זייער פשוט, א מנהיג ישראל איז איינער וואס פירט אידן אויפן ריכטיגן וועג מיט סבלנות און איבערגעגעבנקייט, זיין גרויסקייט ווענדט זיך טאקע נאר אין דעם אויב ער פירט זיי אויף די גוטע וועג אדער נישט.
לדעתי מיינט מען דא צו לעזן א פראבלעם אויף די פארצייטישע מהלך, (פאר דעמאקראטיע) אבער היינט גייט דאס שוין צו מיט וואט"ס והמ"י. (פון משתלטים על הציבור בכפיה, ואח"כ תובעים מהמוניהם להאמין בהם ולא להרהר אחריהם, אין כאן זכר ואפילו לא רמז כלשהיא.)
שמעקעדיגליטוואק פון בודאפעסטביטע ליין איבער דער משנה. וואס האט משה רבינו מקבל געווען אויף בארג סיני? ערוועקען און חיות און בלאזעניש? איך מיין שטייט עפעס אנדעריש. און דאס דארף א רבי איבערגעבען פאר זיין תלמידים.
אפשר איז זיין ישיבה פון קרוב צו טויזענט בחורים (פון די גרעסטע בשעתו) ווי ער האט איבערגעגעבן תורה אויך א ווייבערישע זאך? כ'קען זיך שוין נישט אויסרעכענען מיט דיר. דו ביסט אין די באקס פון וועמענס געלט ער האט געטיילט מיט טישן, כאילו דאס האט ער טאקע געטון פון צופרי ביז ביינאכט. ווער נאך פון אלע חסידישע רביים ווי אים האט אוועקגעמאכט די אלע רבי'שע שטיק און פארלאנגט לימוד והתמדת התורה פון זיינע תלמידים?
ביטע קריך ארויס פון דיין באקסל. קיינער וועט דיר נישט ארויפקוקן פארן אנכאפן איין משל און דאס איבערנוצן ביי יעדע תגובה.
שמעקעדיג דו נעמסט עס צו ערענסט,
פארשטייסט נישט אז ער איז א ליטוואק פון בודאפעסט(קטן+שוטה),
איך האב אמאל געהערט פון א סאטמערע תלמיד דו זעלבע סארט שפראך אויף איינע פון דו ליטווישע גדולים אז חוץ פון אביסעל לערנען איז ער גארנישט געווען..,
און ר' מ''ד ווייסמאנדעל האט געקענט א גלח וואס האט אויך געקענט לערנען וכ'ו
איך בין דן ליטוואק לכף זכות , עפעס קוועטשט עם, שוין אגאנצען טאג זיצט ער דא אין קייט איבער די זעלבע חירוף וגידוף 😢 😲
ליטוואק פון בודאפעסטפליז, פארצייל מיר נישט קיין מעשה'ס. וואס וואלט ער געטוהן מיט די טייערע וויכטיגע צייט זיינער ווען ער זאגט נישט שלש סעודות תורה'ס? ער האט אנגעהויבען פירען טישען בערך ביי די צוואנציג יאר, ווילסטו מיר זאגען אז ער האט עס געטוהן פאר יענעם? ער האט עס געטוהן ווייל דאס איז געווען זיין career און נאר דאס האט ער געקענט, און ווען ער טוט עס נישט האט ער קיין אנדערע זאך נישט צו טוהן.
און שמעקעדיג, איך האב גערעדט פון זיין גמילות חסדים. אז דו ווילסט רעדען פון זיין תורה, עי' מש"כ לעיל. און זיין ישיבה פון טויזענט בחורים (יעדער איינער וועגט בערך 150 פונד, איז ס'רעט זיך פון הונדרעט פיפציג פונד פלייש, פאר די וואס זענען מוכר בשר אדם באיטליז) האט עפעס מיט מרביץ תורה זיין? דאס זיינען די מוסדות וואס א ווערטשאפט ברויך, און ער האט זיך געבויט א ווערטשאפט. גארנישט שלעכט אבער פארצייל מיר נישט קיין מעשה'ס וועגען גאונות פון א ספר וואס שטייט אין א שטאפעל ווי חיי הלוי, און פארצייל מיר נישט וועגען גמילות חסדים וואס האט נישט צוטוהן מיט אוועק געבען עפעס וואס איז צו איהם געווען וויכטיג. ווייל דו ווילסט נישט עפענען א מוסד מיינט נישט אז דער וואס עפענט יא גיבט עפעס אוועק, והמציאות יוכיח, אז די וואס עפענען מוסדות היינט האבען גארנישט מיט בין אדם לחבירו צו טוהן.
איך פארשטיי באמת נישט ווי דיין קאפ לויפט. וואס מיינט ביי דיר א מנהיג ישראל? איינער וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג? אדער איינער וואס פירט אן עדה אידן?
וואס מיינט אז דאס איז געווען זיין קעריער? יא, ער האט גענומען א קעריער צו העלפן אידן און זיי פירן אויפן דרך הישר, איינס פון די הויפט וועגן דערצו איז געווען דורכ'ן פירן טיש, פירן טיש מיינט צוזאם נעמען אידן און פארברענגן אינאיינעם, רעדן צו זיי פון תורה ותפלה, זיי אויסלערנען את הדרך ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון. אויב וואלט ער געהאלטן דרשות אנשטאט פירן טיש וואלסטו יא געווען צופרידן? וואס שטערט עס דיר אז ער האט געטוהן די זעלבע זאך זיצנדיג ביים טיש מיט געשמאק?
מען דערציילט אז הרב שך האט חרטה געהאט סוף ימיו פארוואס ער האט נישט געפירט קיין שיינע שבת טישן ביי זיך אינדערהיים, ער האט תולה געווען אז דערפאר האט ער נישט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, ער האט מקנא געווען זיין שכן וואס איז געווען א פשוטער איד און איז געזיצן מיט זיינע קינדער שבת און געזינגען מיט זיי און זיי דערציילט סיפורי צדיקים און דערנאך האט יענער געזעהן גרויס נחת פון זיינע קינדער. ער האט שנעל אפגעענדיגט די סעודה און זיך געזעצט לערנען רמב"ם.
מענטשן זענען נישט קיין ראבאטן, מען קען זיי נישט הייסן טוה אזוי און אזוי און פארטיג. מענטש זענען לעבעדיגע באשעפענישן וואס דארפן חיות און געשמאק, און מיטן מיטהאלטן א געשמאקן טיש, באקומען זיי די כח פאר די גאנצע וואך צו קענען זיין ערליך און דינען דעם אייבערשטן כדבעי.
און ווי אזוי קענסטו פארלייקענען את השמש בצהרים אז זיין טיר איז געווען אפן 24 שעה פאר יעדן צובראכענעם איד, אויסצוהערן און צו העלפן יעדן מענטש יותר מכפי יכולתו. אויב דאס הייסט נישט אוועק געגעבן פאר א צווייטן, וואס הייסט יא אוועק געגעבן?
נאך א וועג צו העלפן אידן איז געווען צו עפענען פאר זיי מוסדות אז זיי זאלן האבן וואו מחנך צו זיין זייערע קינדער אויפן ריכטיגן וועג, דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, ובפרט בימים ההם. און דו נעמסט עס אזוי פאר גרענטעט אז אזוי קומט עס, האסטו שוין אמאל געזאגט א ש'כח פאר די בעלי בתים פון די מוסדות וואס האבן אריינגענומען דיינע קינדער?
און א ישיבה פאר טויזנט בחורים איז נאר חשוב אויב זיי אלע קענען קצות און נתיבות? א זאך וואס וועט זיי נישט צופיל צוניץ קומען אין לעבן. און אויב די ישיבה איז געשטעלט צו אויפשטעלן ערליכע בחורים וואס זאלן זיין נאמנים לה' ולתורתו, ערליכע באלעבאטים און ארבעטערעס וואס האבן א שיעור צופרי און ביינאכט איז עס נישט חשוב?
דאס איז וואס די פליישיגע אויגן קענען זעהן, א איד וואס האט זיך כל כולו אוועק געגעבן פאר אנדערע אידן. צי ער האט דאס אלעס געטוהן ממש נאר פאר כבוד און עטענשאן, קען זיין. איך בין נישט קיין יודע מחשבות. אבער אפשר האט דער חזון איש און די אנדערע גדולים אויך נאר געלערנט פלייסיג פשוט פאר כבוד צו קענען ווייזן ווי גוט זיי קענען און פארשטייען לערנען. כ'מיין, וואסערע מין גערעדאכץ איז דאס?
דער אמת איז אזוי, איך האב זיך איבערצייגט אז ליטוואק איז סטאק אין זיין באקסל פון א.ג. "טעירע" ותו לא מידי, און וויפיל מען וועט אים ענטפערן, צב"ש אז משה רבינו איז אויך נישט געזעצן כל ימיו און געלערנט תורה נאר ער איז געווען א מנהיג, געמאכט מופתים, געהאלפן אידן, וכו', און אזוי אויך יהושע, און אזוי אין אלע דורות, צי למשל די גמרא ב"מ דף פ"ה פון "כמה גדולים מעשי חייא", ווי די גמ' פארציילט אז "רבי חייא עשה שלא תשתכח תורה מישראל" אויף פארשידענע אופנים, דאס אלעס איז א ברכה לבטלה.
איך וועל איבער'חזר'ן צוויי תגובות וואס איך האב געשריבן אין דעם ענליכן אשכול צו ליטוואק, און כנראה איז עס אריין אין אויער און ארויס פון די צווייטע (אדער לכתחילה געפאלן אויף טויבע אויערן):
און די צווייטע:
ממילא, אויף דעם חלק האב איך שוין אויפגעגעבן. איך האב שוין אויך אנגעמערקט אין אן אנדערן אשכול אז פון די קליין ביסל שו"ת וואס איז פאראן פונעם סאטמאר רב איז נישט קיין באווייז אויף זיין כח התורה. אפס קצהו תראה פון אנדערע תשובות, עניני שמיטה, אתרוגי א"י, הזרעה מלאכתית, און נאך אנדערע ענינים. זיינע חידושי סוגיות איז אויך א שטיקל אנדייטונג. אבער איה"נ עס איז טאקע נישט פאראן קיין באמבאסטישע 11 שו"ת ספרים א שטייגער ווי מנחת יצחק.
אבל אי קשיא הא קשיא, איך קען נישט משיג זיין ווי אזוי א נארמאלער מענטש קען רעדן אזעלכע שטותים ווי טענה'ן אז ער האט קיינמאל נישט אוועקגעגעבן קיין אייגענס ווייל עס איז געווען "יענעמ'ס געלט"! מרא דעלמא, אזוינע טיפשות צו רעדן? און וועמענ'ס געלט האט דער חפץ חיים אוועקגעטיילט? ער האט געארבעט אין א קאמפאני און פארדינט? וועמענ'ס געלט האט דער הייליגער רבי ר' אלימלך געטיילט און נישט געלאזט איבערנעכטיגן? דער הייליגער צאנזער רב זצ"ל? לאמיר שוין אננעמען אז דו ביסט גערעכט, איז אין בעסטן פאל איז ער געווען א געוואלדיגער גבאי צדקה, ער האט געשאפט ריזיגע סכומים פאר צדקה פאר ארימע אידן, נכלל זיינע שונאים און קעגנער! ואיבעית אימא, אז דאס איז גאר זיין פרנסה, ער פועל'ט ישועות פאר אידן דורך באקומען א פדיון. ווי אזוי קען מען אפילו טראכטן אזא פארקרומטע סברא? איך האב געמיינט איך האב שוין געהערט אלע נארישקייטן, דערווייל זעה איך אז איך בין נאך ווייט אונטערשטעליג!
ער וואלט געקענט רואיג נתעשר ווערן פון די קוויטל געלט, אזוי ווי רוב אנדערע רבי'ס וואס באקומען קוויטל געלט טוען. אבער ער איז געווען א איד וואס האט נישט געלעבט פאר זיך בכלל. אנשטאט האט ער אלעס צוטיילט פאר מוסדות התורה (אפילו פרעמדע), פאר ארימע צובראכנע אידן, אוועקגעגעבן אן קיין חשבונות אוצרות מיט געלט, זיך אנגעבארגט און זיך אנגע'חובות'ט. ווען מען האט בערוב ימיו געוואלט אינסטולירן ביי אים אין שטוב א עירקאנדישאן צוליב די שרעקליכע היץ און יומידעטי איז ער געווען בייז אויף די "לוקסוס", ער וואלט עס גערן אוועקגעגעבן פאר א צווייטן איד אנשטאט!
מען פארציילט גראדע אויפן סאטמאר רבי'ן א מעשה ווי זיין מאמע האט אים אלס יונג קינד געקויפט א אייוועלע אין זיין חדר הלימוד, און ער האט דאס אוועקגענומען און געטראגן צו א ארימע שטוב ווי מען האט אוועקגעציטערט פאר קעלט. נו, האסטו שוין א מעשה רב. דאס איז שוין חוץ מזה וואס ער האט אריינגעפלאנצט די כח החסד און מדת הצדקה אין זיינע תלמידים מער ווי סיי וועלכע אנדערע פלאץ, נישטא נאך אזא פלאץ ווי אידן זענען אזוי נתבעים ונותנים ווי זיינע חסידים ותלמידים, ער האט געאטעמט חסד, פארלאנגט און מחנך געווען צו חסד, זיינע בחורים און אינגעלייט האבן געמוזט ארומגיין נאך געלט פאר אנדערע אידנ'ס וועגן, ער האט פארלאנגט בחורים צו גיין שלאפן אין די שפיטעלער מיט חולי ישראל, סאטמאר האט מייסד געווען א געוואלד חסד ארגאניזאציעס, אנגעהויבן נאך בימיו מיט די סאטמאר ביקור חולים, און נאך אנדערע ארגאניזאציעס למיניהם, אלעס בזכותו של אותו זקן, פון וועמען עס האט איבערגערינען אהבת ישראל און חסד וצדקה.
איך קען גיין ווייטער ווי דיר, אז דו ווילסט. דער חזון איש איז דען געווען א אוהב ישראל בכלל? האט ער דען אמאל מאסאזשט אנדערע אידן'ס רוקן אין מקוה בור? און דער חפץ חיים? האט ער אמאל געקראצט די פוס פאר אידן? פארשטייט זיך אז מיין האנט ציטערט מיר צו שרייבן אזעלכע פראסטע משלים אויף די קדושים וטהורים וה' הטוב יכפר, איך וויל נאר פשוט אויס'משל'ען דיין מהלך המחשבה!
אזעלכע משוגענע שאלות ווי "האט ער אמאל גערעדט עברית צו מחזק זיין אן אנדערן איד", איז פונקט ווי איך זאל פרעגן צי דער חפץ חיים האט אמאל מחלל שבת געווען צו העלפן א צווייטן איד. וואס האקסטו אין קאפ? מוזט נישט מסכים זיין צו זיין שיטה אין ציונות, אבער ער פאר זיך האט געהאלטן אז עס איז פונקט אזוי הארב און מען טאר נישט רעדן די שפראך. און מען קען טאקע מיינען אז ער האט טאקע נישט מחזק געווען קיין אידן נעבעך. איך ווייס נישט צו נאך איינער אין זיין דור האט מחזק געווען אזויפיל אידן ווי אים. דאס זענען נישט קיין "מושיען של ישראל" מעשיות, נאר איש מפי איש ממקור ראשון פון מיינע אייגענע משפחה מיטגלידער. און אז איינער מאכט חוזק דערפון איז עס ביי מיר, יא, כמכחיש שמש בצהרים.
ממש עס קריכט מיר נישט אין קאפ אריין ווי מענטשן קענען רעדן אזעלכע דיבורים, עס קוקט אויס ווי זיי לעבן אין א אנדער פלאנעט, דער מזרחי'סט רעדט שוין נארמאלער ווי אפאר ליטוואקעס....
טענקס גאט אז עס איז פארהאן כאטש עפעס חידושים און טעיפס פון זיינע תפלות, תורות און דרשות. ווען נישט דאס וואלט מען דאס אויך געלייקענט...
איך וועל איבער'חזר'ן צוויי תגובות וואס איך האב געשריבן אין דעם ענליכן אשכול צו ליטוואק, און כנראה איז עס אריין אין אויער און ארויס פון די צווייטע (אדער לכתחילה געפאלן אויף טויבע אויערן):
שמעקעדיגליטוואק, ביז היינט האב איך געלייענט דיינע נארישע תגובות געשריבן זייער אומאיידל - מילד גערעדט - אקעגן אידן קדושים וטהורים, אבער כ'האב זיך נישט גענומען די מיה צו ענטפערן, פשוט איך בין נישט דער גרויסער ידען צו פארשטיין יעדן גדול זיינע מעלות און חסרונות און איך האב נישט דער מעסטער וואס דו פארמאגסט צו מעסטן יענעמ'ס גרויסקייט, איך לאז עס איבער למי שה'מעסטער שלו, אויבן אין הימל, ס'איז זיינע דאגות, נישט מיינע.
אבער דא איז פאראן איין גרויסע טעות וואס דו האסט, וואס צוליב דעם קוקסטו אן די אלע זאכן מיט זייער א קרומע מיינונג, און - כ'וועל נוצן דיינע אייגענע דיבורים - "דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס איז אנדערש".
אין איין ווארט: דו האסט באשלאסן אז תורה איז אלעס, אלעס, אלעס. נישטא גארנישט אויסער דעם. אלע אנדערע זאכן וואס צדיקים וקדושים טוען אויף פאר אידישקייט איז כאפס וכאין אקעגן א איד וואס זיצט ביי זיך אין צימער און לערנט א גאנצע טאג תורה. צי גיי איך אוועקמאכן די חשיבות פון אזא איד וואס איז כל כולו תורה? חס מלהזכיר. איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר אזוינע אידן. אבער תורה איז נישט אלעס!! הערסט?? ניין, און נאכאמאל ניין! מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט. אפילו אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל האט אויך געמוזט אוועקלייגן די גמרא אין א זייט גענוג מאל כדי אויפצוטון פארן דור, און איך קען דיר טרעפן צענדליגער מאמרי חז"ל וואס הייבן ארויס די גרויסקייט פון אידן וואס זענען מפקיר זייער אייגענע ד' אמות של הלכה כדי ארויסצוהעלפן אנדערע אידן און אויפשטעלן אידישקייט -- און דאס מיינט א ריכטיגער מנהיג! איינער וואס לערנט אויכעט (נישט קיין ליידיגגייער), פירט זיך יעדע זאך לויטן דין (און אפילו לפנים משורת הדין) און במשכ'ן טאג טוט ער אויף גדולות ונצורות למען ה' ותורתו למען הכלל.
אך און וויי וואלט געווען פאר כלל ישראל ווען עס זאלן נאר זיין גדולים וועלכע לערנען אך ורק תורה און תורה און קוקן נישט אויף קיין צווייטן. "היינו דאמר רבי כמה גדולים מעשי חייא.... דלא תשתכח תורה מישראל". צדיקים זענען ארומגעגאנגען אויפטון פאר אנדערע, קוק אן במשך הדורות, טויזענטער דוגמאות פון הייליגע אידן וואס דאס איז געווען זייער ציל אין לעבן, ובזכותם אנו חיים וקיימים.
אודאי איז "ותלמוד תורה כנגד כולם", אבער פארגעס נישט פונעם 'כולם', עס מוז געטון ווערן.
יעצט נעם דיר דעם איינעם פונקט אין האנט, און קוק איבער דיינע ווערטער פון אנהויב אשכול, וועסטו זעהן אז דיין גאנצע בסיס פאלט ארונטער, דיינע ווערטער האבן נישט קיין שום משמעות, דו בויעסט אויף הוילע לופט. דו"ק ותשכח.
און די צווייטע:
שמעקעדיגמען נעמט א נארישע מעשה וואס האט - אדער יא אדער נישט - פאסירט, און מען מאכט דערפון א תורה שלימה, כאילו סאטמאר רב האט נישט משים געווען לילות כימים און געהארעוועט אין תורה כל ימי חייו, אנשטאט גיין שלאפן אין א בעט האט ער אפילו אין די שווערסטע צייטן געלערנט, און גראדע ער האט כסדר געפאדערט פון זיינע בחורים אך ורק תורה, נישט קיין חסידות, נאר שווערע סוגיות אדורכאקערן, זיין גאנצע חיות אויף דער וועלט איז געוען תורה, ממש כל רז לא אניס ליה, כידוע כמה מעשיות ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די תוה"ק זאת נחמתי בעניי, נאך אלע צרות וואס ער איז אדורך און פארלוירן אלע קינדער בחייו ה"י.
צי מען קען טרעפן פעלערן אויף אים? מעגליך, ער איז נאך אלעם געווען א מענטש, און אפילו משה רבינו האט געקענט מאכן א טעות, אבער עטליעסט זעה אז דער פעלער זאל מאכן סענס אויף אים! אז דו ווילסט זאגן ער האט איבערגעטריבן מיט צניעות, ציונות, קען איך כאטש דערהערן דיין טענה, אבער אוועקמאכן זיין תורה און גאונות וואס דאס איז איינע פון זיינע שטארקסטע מעלות און מדריגות וואס גדולים וטובים גאונים זענען נשתומם געווארן דערפון צוליב א נארישע מעשה, איז ביליגע ליצנות.