☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר

202 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1767
בלאט: 1 2 3 4 5

ידען » דינסטאג סעפטעמבער 4, 2012 12:13 am

· #42928
רבינו יואל טייטלבוים זצ"ל מ'סאטמאר
אינטערעסאנט אז סע נישט דא א אשכול וואס רעדט פון דעם גרויסן איד און סע טאקע דא אסאך וואו מען רעדט וועגען איהם און מען דערמאנט איהם אבער נישט א עקסטערע אשכול וואס מען זאל רעדן פון זיינע גרויסע אויפטוען.

וואס עפעס האבעך מיך יעצט דערמאנט? שוין לאנג נאך די יאהרצייט. אבער איך האב פונקט יעצט געזעהן א פאר אלטע אויסגאבעס פון די "עמי מאגעזין" און דארט האבען זיי ממש יעדע וואך א ארטיקעל פון נאנטע מענטשען וואס באשרייבען איהם מיט א גרויסע יראת הכבוד.

קודם האבן זיי געהאט פון הערץ פרענקל וואס איז געווען נאנט צום רבין ז"ל און האט אראפגעגעבען זיינע פערזענלעכע ענינים וואס ער האט געהאט מיטן רבין און לעצטענס האט זיך די ארטיקל אונטערן נאמען "דע רעבבע" ממשיך געווען מיט דעם בארימטע היסטאריקער ר' בערל וויין.

איך וועל אראפשרייבן א פאר אינטרעסאנטע זאכן וואס איך לייען דא און מען קען מיך ארויסהעלפן ווייטער.

ער שרייבט אז יעדער האט מורא געהאט פונעם רבי'ן. די ליטוואקעס. די ראשי ישיבות. אנדערע רבנים און אויך זייערע חסידים האבן גע'פחד פון רבין. און אזוי האט ער געהאלטען אלעמען אין טשעק.

ער שרייבט ווייטער אז זייט דעמאלטס איז נאכנישט געווען א מענטש וואס האט געהאט אזא כח.

ער דערציילט אויך ווי די רבי האט איהם ארויסגעהאלפן ווען ער איז געווען א אינגע רב.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:12 pm

· #44200
ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

שטערן » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 8:17 pm

· #44202
קאווע טרינקער
ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

אבער נישט פון
רבינו יואל טייטלבוים זצ״ל מ׳סאטמאר 

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 6, 2012 9:15 pm

· #44229
קאווע טרינקער
ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

דארט איז חצקל גערעגט אויף סאטמאר רבי. די אשכול האבעך געמאכט צו שרייבען זיין ביאגרעפי, און אלעס וואס האט א שייכות צו איהם. די כעס קעמען לאזען אין יענע אשכול...

דא איז מער א כל בו אשכול. קענסט אויך פרעגען אויף זיינע שיטות אבער געווענלעך וועט מעט מאכען א עקסטערע אשכול אויף זיינע מלחמות, למשל ציונות, עירוב וכו׳

קאווע טרינקער » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 10:43 am

· #44383
ידען
קאווע טרינקער
ס'איז יא דא אשכול אויף סאטמער רב
HERE

דארט איז חצקל גערעגט אויף סאטמאר רבי. די אשכול האבעך געמאכט צו שרייבען זיין ביאגרעפי, און אלעס וואס האט א שייכות צו איהם. די כעס קעמען לאזען אין יענע אשכול...

דא איז מער א כל בו אשכול. קענסט אויך פרעגען אויף זיינע שיטות אבער געווענלעך וועט מעט מאכען א עקסטערע אשכול אויף זיינע מלחמות, למשל ציונות, עירוב וכו׳

דאן וואס איז אזוי שטיל דא.
זייט דינסטאג?

פערינא » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 11:55 am

· #44636
דער איד האט גאנץ א שיינע סיריעס לעצטענס, ווי זקנים פארציילן, איי פיינד איט זייער אינטערעסאנט.

לעצטע פאר וואכן האבן זיי ליפא לעפקאוויטש'ס ברודער ברוך, ער האט אינדערהיים משמש געווען פרידיאדעקטלי דעם רבי במקום מאנדערער, און ער פארציילט אינטערעסאנטע אינטימיט דיטעילס פונעם רבי מיט רב שלום לעיזערעל ראצפערטער,

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 12:07 pm

· #44640
עס איז שוין פאראן הונדערטער טויזענטער באשרייבונגען אויף אים, אין עטליכע שפראכן, איבער אלע זיינע ענינים.
פארוואס טראכסטו אז איינער זאל זיך דא נעמען שרייבן אויף זאכן וואס הזמן יכלה והם לא יכלו? וואו זאל מען אנהייבן?

ידען » זונטאג סעפטעמבער 9, 2012 12:40 pm

· #44653
שמעקעדיג
עס איז שוין פאראן הונדערטער טויזענטער באשרייבונגען אויף אים, אין עטליכע שפראכן, איבער אלע זיינע ענינים.
פארוואס טראכסטו אז איינער זאל זיך דא עמען שרייבן אויף זאכן וואס הזמן יכלה והם לא יכלו? וואו זאל מען אנהייבן?

ווי טרעף איך די אלע הונדערטע טויזענטע באשרייבונגען?

למשל בערעל וויין לייגט יעצט די ערשטע מאל ארויס זיינע שיכות מיטען רבין. א נייע זאך. און איך לייען נישט די עמי אזויפיל אבער איך האב א פאר שטיק וועלעך לייגען ווען כעל קענען און אנדערע קענען אויך לייגען וואס זיי איז אינטערעסאנט למשל דער וואס לייענט די איד און זעהט עפעס אינטערעסאנט קען עס לייגען.

אויס מענטש » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:45 pm

· #46172
רוב זאכן האט שוין ר' בערל וויין פארציילט און עס איזדא טעיפס פון דעם קענסט אריין גיין אין א געשעפט וואס האט זיינע טעיפס
זיי וועלן דיר עס קענען פארשאפן.
נישט אין וומ"ס וד"ל

רואיק » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:56 pm

· #46201
וואס הייסט ״רבנו״? ביזט אפשר א בנש״ק וואס זאגט אויף זיך א לשון רבים, מיר, אונז, רבנו?

villager » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:08 am

· #47287
איך האב מיר אנגעשטויסן לעצטענס אין א קליפ ווי א רב אין מיאימי-פלארידא איז מגדיר דעם סאטמאר'ן רב, פאר מיר איז דאס געווען זייער אינטערסאנט.

זר זהב » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 am

· #47293
ישר כח. כ'געדענק ליינען א באריכט אין איד איבער די מאורע און איבער די דרשה. (מאורע איז ריכטיג? וויאזוי ספעלט מען עס?)

ידען » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:47 am

· #47338
א נייע זאך וואס כאב נישט געוויסט ביז יעצט אז סאטמאר רבי האט געהאט בלויע אויגען.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:05 am

· #47361
ס'זעהט נישט אויס ווי ער רעדט פון די סאטמארע רבי וואס האט געוואוינט אין וומ"ס.

ווער איז דער ראביי?

אוהב דעת » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:36 am

· #50035
[ציטאט אראפגענומען]

זאגט ער די 4 זאכען ? אין ווען און פארוועם האט דאס די רבי געזאגט?

איחוד פעלד » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 11:56 am

· #50047
יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.

villager » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:07 pm

· #50055
דו ווייסט ניטאמאל וועלכע זייט מען עפענט א תשובה ספר אבער דו האסט שוין א מיינונג ווי א ווילנער גאון.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:22 pm

· #50065
איחוד פעלד
יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.

אויב דזשאדזש'טו זיין גאונות בלויז פון זיינע תשובה ספרים, דאן האסטו נישט ארויס דעם בילד.
קודם כל די תשובות איז גאר א קליינע חלק פון אלע זיינע תשובות, מען וואלט געקענט ארויסגעבן א גאנצע סעט, עטליכע בענדער.
קוק אויך אריין אין זיינע חידושי סוגיות, ס'איז דא וואס נתפעל צו ווערן.

אבער בעיקר בעל פה, וואו ער איז געגאנגען און גע'דרש'נט האט ער ארויסגענומען דעם עולם (תלמידי חכמים וגאונים) פון די כלים
סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, ווי גרויסע גאונים האבן זיך מיט אים אדורכגעשמועסט מיט אים בכל מכמני התורה, ממש כל רז לא אניס ליה.
און אלעס האט ער געוואוסט בטוב טעם ודעת, כאילו ער האט עס נארוואס געלערנט.

אויב אזויפיל גאוני הדור זענען נתפעל געווארן, וואס דארפסטו מער ווי דעם.

הציץ ונפגע » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 12:25 pm

· #50069
נישטא וואס צו רעדן, סאטמארער רב איז געווען א גאון! אבער זיין כוח איז נישט געלעגען אין הלכה בכלל און אין הלכה'ישע תשובות בפרט.

אוהב דעת » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:20 pm

· #50347
שמעקעדיג
איחוד פעלד
יאך האלט אז מען מאכט אים פאר א גרעסערע גאון ווי ער איז געועהן.
ער איז טאקע נישט אוועק צומאכען, אבער פין זיינע תשובות זעהט מען נאכנישט עפעס ווער ווייסט וואס.

אויב דזשאדזש'טו זיין גאונות בלויז פון זיינע תשובה ספרים, דאן האסטו נישט ארויס דעם בילד.
קודם כל די תשובות איז גאר א קליינע חלק פון אלע זיינע תשובות, מען וואלט געקענט ארויסגעבן א גאנצע סעט, עטליכע בענדער.
קוק אויך אריין אין זיינע חידושי סוגיות, ס'איז דא וואס נתפעל צו ווערן.

אבער בעיקר בעל פה, וואו ער איז געגאנגען און גע'דרש'נט האט ער ארויסגענומען דעם עולם (תלמידי חכמים וגאונים) פון די כלים
סיי אין חוץ לארץ און סיי אין ארץ ישראל, ווי גרויסע גאונים האבן זיך מיט אים אדורכגעשמועסט מיט אים בכל מכמני התורה, ממש כל רז לא אניס ליה.
און אלעס האט ער געוואוסט בטוב טעם ודעת, כאילו ער האט עס נארוואס געלערנט.

אויב אזויפיל גאוני הדור זענען נתפעל געווארן, וואס דארפסטו מער ווי דעם.

בע״פ האט מען עפ״י רוב גהערט נאר דרוש נישט עמקות אדער פולפול ,וואס מהאט גהערט האט מען פארשריבען,איך גלייב נישט אז עס איז דא נאך עפעס נישט געדריקט

villager » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:41 pm

· #50366
נישט דרוש נישט עמקות און נישט פלפול מאכט איינעם פאר א גאון, בקיאות מאכט און ער איז געווען א בקי כידוע

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 27, 2013 10:39 am

· #118386
אין אנדערע אשכלות באוואשט מען אפט דעם סאטמאר רבי'ן, איך פארשטיי אז מאנכע דא זענען אנגעווייטאגט אויף אים, צו מיט רעכט צי אן רעכט, ס'איז נישט נוגע אהער.
איך וויל נישט אלץ פארדרייען דעם שמועס אין אנדערע אשכולות, און כ'מיין אז דא איז דער ריכטיגער אשכול עס אויסצושמועסן.

[quote="smartinof"]
זר זהב
לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.

אבער זיין תאווה פון הערשען אויפ'ן מענטשהייט, האט ער יא אויסגעפירט...
כ'זאג נישט, הרב יואל האט אין זיך אייגענארטיגע חשיבות, אבער מאל עס נישט אזוי אראפ ווי פון זיין נאטור וואלט ער דאס נישט געטון נאר ווי נעבעך אן אונס איז ער אריין און די גאנצע מערכה, די סיבה העקרי פון זיין מערכה איז געווען די נגיעה פון זיין נאטור, נאר גראדע איז ער געווען גאנץ גאט פארכטיג, האט ער געבויגן זיין נאטור צו געטליכע ענינים[/quote]
ווער איך געוואר א נייע זאך, אז דער סאטמאר רב האט געהאט א תאוה פון הערשן אויף די מענטשהייט.
קען מיר איינער זאגן פון וואו דאס שטאמט? עס זענען פאראן אזויפיל סיפורים ווי דער איד איז אנטלאפן פון כבוד, די מערסטע באקאנטע מעשה איז ווי ער האט אויסגעשפילט זיין רייכע קבלת פנים אין סאטמאר,
ער האט זיך געקענט אראפלאזן צו א קליין קינד מיט א ליבשאפט און ענווה,
ער איז ארויס אקעגן די מדינה ווען מען האט אים פארשעמט און באזידעלט איבער די גאנצע וועלט, ער האט נאר דערלייגט דערפון מענטשן און געלט און געבליבן אויסגעשפילט, בבחינת כי במקלי עברתי, ווי א מלך אביון, ער איז געווען גרייט אוועקצוגעבן זיין לעבן פאר דעם, אויב האט ער געהאט א תאווה צו הערשן אויף מענטשן, HOW COME אז ער האט זיך געשאסן אוין די פוס און געטון זאכן וואס האט פארשיקט מענטשן און האבן אים בארעדט?? אתמהה.

קינות גירושין » מאנטאג מאי 27, 2013 11:00 pm

· #118699
נישט אז איך האלט אז ער איז דער מורעדיגע כבוד זוכער
אבער די אלע זאכען זענען נישט קיין סימנים פון ענוה

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 28, 2013 12:22 am

· #118728
כ'האב נישט דאס געזאגט. איך פרעג פון וואו סמארט-אינאף נעמט אז ער האט געהאט א תאוה צו הערשן איבער אנדערע.

דעת תורה » דינסטאג מאי 28, 2013 12:33 am

· #118731
סאיז נישט קיין חסרון צו האבן א תאוה, יעדער מענטש קומט מיט תאוות. די קונץ איז עס אויסצוארבעטן. סמארטאינאף נעמט עס מסתמא פון חיים ליבערמאן, אין זיין ביכל דער רבי מיטן שטן, ווי ער טענה'ט אז מען זאגט אויפן סאטמאר רב אז אלע זיינע תאוות האט ער זיך געבראכן חוץ דאס.

דאס איז זיכער אז באהערשן פון אנדערע האט ער זיך זיכער נישט געלאזט. דאס איז א נאטור. און מער ווייניגער איז ער געווען אין טשארדזש פון זיין סביבה, נישט פארקערט. און דאס האט נישט מיט כבוד, זיכער נישט כבוד המדומה ווי די דוגמאות וואס דו ברענגסט אראפ, ווייל פון כבוד האט ער באמת סולד געווען אויף א שטארקן פארנעם. קענסט עס ענדערש אנרופן תקיפות, איתן בדעתו וכדומה. ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף דער עלטער, אז ווען נישט זיין נאטור וואלטן אים זיינע אייגענע מענטשן פארווארפן ווייט ווייט.

גאלד » דינסטאג מאי 28, 2013 7:24 am

· #118776
קאווע טרינקער
ס'זעהט נישט אויס ווי ער רעדט פון די סאטמארע רבי וואס האט געוואוינט אין וומ"ס.

ווער איז דער ראביי?

דאס איז ר' יעקב שפירא פון בעיסוואטער פאר ראקעוועי, א נעפיו פון הרבנית אלטא פיגא ע"ה

בעריש » דינסטאג מאי 28, 2013 10:36 am

· #118795
דעת תורה

דאס איז זיכער אז באהערשן פון אנדערע האט ער זיך זיכער נישט געלאזט. דאס איז א נאטור. און מער ווייניגער איז ער געווען אין טשארדזש פון זיין סביבה, נישט פארקערט. און דאס האט נישט מיט כבוד, זיכער נישט כבוד המדומה ווי די דוגמאות וואס דו ברענגסט אראפ, ווייל פון כבוד האט ער באמת סולד געווען אויף א שטארקן פארנעם. קענסט עס ענדערש אנרופן תקיפות, איתן בדעתו וכדומה. ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף דער עלטער, אז ווען נישט זיין נאטור וואלטן אים זיינע אייגענע מענטשן פארווארפן ווייט ווייט.

מהאט אזאנס געזען ביי אנדערע צדיקים ענינים וואס ער האט געהאלטן לדעת אז סאיז נוגע כבוד שמים איז ער געגאנגען דערויף אן קיין פשרות.

קינות גירושין » דינסטאג מאי 28, 2013 12:05 pm

· #118823
סאיז אפשר נישט דא די פלאץ, כהאב ערגעץ געזעהן א געפעכט ווער סאיז די ערשטער יואלי נאכען רבי׳ן, איך בין געווען אין א״י האב איך אנגעטראפען א ספרדישע איך בערך 50-60 יאר אלט ער הייסט יואלי נאכען רבי׳ן ווער סאיז אינטערעסירט קען עם קאנטאקטען. בלאבלאבלא
<!-- e --><a href="mailto:ayal52@gmail.com">ayal52@gmail.com</a><!-- e --> 

איך אויך » דינסטאג מאי 28, 2013 8:05 pm

· #119061
שמעקי פרעגסט גוט, עס איז א לענגערע שמועס דעם גאנצן ענין אבער עס איז נישט געווען ער אליינס נאר די גאנצע שטוב און מקורבים פון די סאמע אויבן ביז אראפ א באנדע מאפיאנערן און ער אליינס האט זיך אויך אסאך אנגעליטן פון זיי כידוע.

בעריש » מיטוואך מאי 29, 2013 11:08 am

· #119214
איך אויך
שמעקי פרעגסט גוט, עס איז א לענגערע שמועס דעם גאנצן ענין אבער עס איז נישט געווען ער אליינס נאר די גאנצע שטוב און מקורבים פון די סאמע אויבן ביז אראפ א באנדע מאפיאנערן און ער אליינס האט זיך אויך אסאך אנגעליטן פון זיי כידוע.

אינטערסאנט צי הערן פון א בעלזער איבער די סאטמארע מאפיאנערן, אולי פראבירסטי א ראן דאון בעפאר פון די בעלזער מקורבים/גבאים מפיאנערן

איך אויך » מיטוואך מאי 29, 2013 11:11 am

· #119217
אדרבא האסט וואס צו זאגן זאג!

כתר מלכות » דאנערשטאג מאי 30, 2013 10:11 pm

· #119830
קינות גירושין
סאיז אפשר נישט דא די פלאץ, כהאב ערגעץ געזעהן א געפעכט ווער סאיז די ערשטער יואלי נאכען רבי׳ן, איך בין געווען אין א״י האב איך אנגעטראפען א ספרדישע איך בערך 50-60 יאר אלט ער הייסט יואלי נאכען רבי׳ן ווער סאיז אינטערעסירט קען עם קאנטאקטען. בלאבלאבלא
<!-- e --><a href="mailto:ayal52@gmail.com">ayal52@gmail.com</a><!-- e --> 

איך מיין אז דאס קען מען נישט אנרופען "נאכן" רבי'ן, היות דער רבי האט נאך געלעבט.

שמעתי אז דער ערשטע יואל "נאכן" רבי'ן איז כ"ק אדמו"ר מפעסט שליט"א

איש צדיק תמים » מאנטאג יוני 3, 2013 3:27 am

· #120670
ווער עס קען די היסטאריע פון די מלחמה קען ציונת קען נישט פאסעבלי זאגן אז רבינו יואל זי״ע האט געהאט א תאווה פאר כבוד.
ווען דער רבי זאל ווען האבן א כל שהוא פון א תאווה פאר כבוד וואלט ער די מלחמת כבידה קעגן ציונות קיינמאל נישט געפירט.

ווען ער זאל ווען זיין אויף די זייט פון די אגודה וואלט מען אים דאך געטראגן אויף א גאלדענעם טאץ, סאטמאר וואלט געהאט דעפאטוטען און כנסת מיט אלע קליפערלעך און כבוד וואס עס קומט דערמיט, ער וואלט געווען די וועלטס רבי.

האט ער גענומען די גאנצע כבוד און דאס געווארפן איבערן דראנג, יעדן סאטמערער יוד האט מען דאן נאכגעשריגן איבער אלע גאסן, די צייטונגען האבן נישט אויפגעהערט חוזק צו מאכן פון הרבי מסאטמאר, כבוד האט ער זיכער פון די גאנצע מערכה נישט געהאט.

דערנאך מיט די בעלזער פרשה ווען די רבי האט אויף קיין כבוד נישט געקוקט (עס איז דא אסאך שיטת און די פרשת בעלזע, אבער דאס איז הכל מודים) אז דער רבי האט זיך בכבודו ובעצמו אויפגעהויבן און געפארן זיך טרעפן מיט הרה״ק מבעלז אויסצישמיעסן די שיטה ווען ער האט געוויסט אז קיין כבוד וועט ער אויף דעם באזוך זיכער נישט שעפן.

ווער עס קען זאגן אז דער מענטש וואס עס האט אים געפאסט צו רעדן מיט יעדעם חדר יונגל מיט אזא צוגעלאזענקייט און פשטות, איז גאר געווען א כבוד זיכער ח״ו, קען קיין היסטאריע נישט.

atmybest » מאנטאג יוני 3, 2013 9:43 am

· #120701
איש צדיק תמים

Lol

איך אויך » מאנטאג יוני 3, 2013 12:09 pm

· #120732
די ציטיר האט נישט אויסגעפעלט.

ממרום שלח אש » מאנטאג יוני 3, 2013 12:59 pm

· #120754

נכון

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 3, 2013 1:08 pm

· #120755
איך אויך
די ציטיר האט נישט אויסגעפעלט.

ג"כ נכון (כ'רעד צו ממרום)

איך אויך » מאנטאג יוני 3, 2013 1:17 pm

· #120758
נכון.

היימישער ליטוואק » זונטאג יוני 9, 2013 5:19 pm

· #123241
Rabbi Shmuel Goldin, RCA President, said, “It is an insult to the memory of the Satmar Rov, ob"m, that his disciples a generation later would take to the streets to publicly aid the many enemies who stand ready to destroy, G-d forbid, the Jewish State - and all Jews. For all his well-known opposition to a secular state, he always put the protection of Jewish lives first. It is unthinkable that as the largest Jewish community in the world deals with a nuclear threat from Iran, a military front opening with Syria, and the mushrooming of global anti-Semitism, that he would have countenanced aiding and abetting our enemies.”
Rabbi Mark Dratch, Executive Vice President of the RCA, added, “We call on all Jews, Orthodox and not, to redouble their efforts to explain to their fellow Americans their commitment to the Jewish State and its central position in their thinking, even when they find fault with certain positions of its government, as happens with the policies of any true democracy.”

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/132842/2013/06/09/new-york-the-rabbinical-council-of-america-condemns-satmar-anti-israel-rally/">http://www.vosizneias.com/132842/2013/0 ... ael-rally/</a>

פאר הדור » דינסטאג יוני 11, 2013 11:35 am

· #123916
ב"ה

ראו כאן דעתם של גדולי עולם רבים, וגם דורות לפני הגרי"ט מסטמר זצ"ל, שדעתם לגבי שלוש השבועות הייתה שונה בתכלית מדעתו של הרב מסטמר:
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2893340&forum_id=1364">http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?t ... um_id=1364</a>

היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:51 am

· #164306
מרן הרב שטינמאן שליט"א מיט סטאמאר רבי זצ"ל
אין די שווייץ באלד נאך די מלחמה.
📎 untitled (2).jpg

קרעקער » זונטאג נאוועמבער 24, 2013 2:05 pm

· #164388
מנשה לוסטיג ווי ביזטו?
קוק דער רבי טראגט בוצעס

שמעקעדיג » זונטאג מאי 25, 2014 1:54 pm

· #202287
מערקווירדיג צו ליינען דעם ביאגראפיע פון סאטמאר רבי'ן דורך די ברילן פון א מזרחי'סט.

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928</a>

שמעקעדיג » זונטאג מאי 25, 2014 3:39 pm

· #202324
אויב איימיצער דאונלאודט דעם PDF דארט און האט הערות, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן און אויסשמועסן.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 3:46 am

· #239162
שמעקעדיג
מערקווירדיג צו ליינען דעם ביאגראפיע פון סאטמאר רבי'ן דורך די ברילן פון א מזרחי'סט.

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=22928</a>

שמעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען דעם לינק צו דעם גאר וויכטיגן דאקומענט (ממש א יחיד במינו.). הגם איך טוה יעצט א גרויסע עבירה מבחינת כמה קוראי ותומכי הקאוע שטיבל שיחיה. ניין. ס'איז נישט קיין טעות אין דקדוק, אדער אמעראצעס מצדי. איך מיין טאקע דעם קאווע שטיבל. קאמענטירן אויף אן אלטן מאמר (ווי אלט?! 6 חדשים...!). האביך מיך נישט געקענט גובר זיין אויפ'ן יצר הרע צו קאמענטירן און באדאנקען פאר צו לינקן. ווייל אט דער דאקומענט איז גאר חשוב פאר ווער ס'האט א ביסל געקענט דעם סאטמאר'ער רבי זי"ע פון די נאנט. ווייל דער מחבר איז מדגיש אין די הקדמה אז ער גייט נישט אריין אין קיין ספעקולאציעס און שמועות איבער די פערזענליכקייט און מהות פון סאטמאר'ער רבי. ער פארלאזט זיך נאר אויף דאקומענטירטע פאקטן און מצבים, אין זיין פארשונג ארבעט...!

מאטי » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:04 pm

· #239205
איך לערן אפ דעם וואונדער פון די אייוועלט מגיבים אז זיי האבן גערעכנט אז א מזרחי וועט אפלערנען דעם קנאי מיט די זעלבע ברילן וואס א קנאי לערנט אפ דעם מזרחי.

אבער באמת אז מ'באקענט זיך מיט דעם מזרחי'סטישע בליק פון דער נאנט איז לגמרי נישט קיין חידוש די מסקנות וואס דער סטודענט איז אנגעקומען. פארמאגן אן אנדערע דיעה ווי א צווייטער דארף בכלל נישט מיינען, אין די אויגן פון א מזרחי'סט, אז איך בין חשוב'ער און יענער איז ווייניגער. דעם ערך און שויות פון א גדול אדער סתם א מענטש פון אן אנדערן לאגער איז רעספעקטירט אויפן העכסטן פארנעם כאטש אפגערוקט מיילן בהשקפה.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:14 pm

· #239207
אין הכי נמי. אונז קען מיר זיך אפלערנען פון דעם. נאכמער. דער שרייבער פון די דיסערטאציע האט בכלל נישט גענומען אין באטראכט די אלע קאנטראווערסיעס און מחלוקת'ן וועלכע האבן זיך געדרייט ארום דעם רבינ'ס קומען אלס מרא דאתרא סיי קיין ארשיווע און סיי קיין קראלע...ער האט זיך שטרענג געהאלטן צו די היסטארישע, דאקומענטירטע פאקטן....!

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:59 pm

· #244812
ומה שאינו ידוע מה שאמרה זקנתי עליה השלום, איני מאמין איך יכול להיות שיהודי שגר במאנט קיסקא כחצי שעה מברוקלין שלא ילך לשמוע תורת כאלו.

סיריעסלי, מענטשען זאלן האבן אזוי ווייניג קאנפידענס אין זייער רבי אז מ'דארף צו קומען צו עפעס אן אויסדריק פון ר מיכאל בער??? 😢 😢 😢 😢 😢 😢
📎 satmar.jpg

ישמעאל הכהן » זונטאג יאנואר 4, 2015 11:52 pm

· #245886
ער רעדט ווי א גרעסערער סאטמאר חסיד מער ווי אסאך סאטמארע חסידים.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 5, 2015 9:32 pm

· #246107
איך האב היינט געענדיגט אדורכליינען דעם ביכל "דער רבי און דער שטן" פון דעם שרייבער חיים ליבערמאן.
איך נעם ארויס צוויי מסקנות פון דעם ביכל. 1) ס'איז שטארק איבערגעשאצט. אוועררעיטעד, בלע"ז.: 2) ער ברענגט דארט אראפ א סאך אייגענע בויך סברות און מסקנות. נישט קיין דאקומענטירטע פאקטן...!

איך האב אייביג געמיינט אז דער שרייבער אין פארווערטס, חיים ליבערמאן איז געווען א היימישער איד פון די סאטמאר'ע קהילה, וועלכער האט איין טאג רעוואלטירט. אבער פון זיין שרייבן איז משמע אז ער איז קיינמאל נישט געווען קיין "אינסייד" מענטש אין די קהילה.
זייער א סאך פון די נעגאטיווע, מחלוקת היסטאריע פון אייראפע ווייסט ער נישט. ווייל ער וואלט עס זיכער אראפגעברענגט. און ער דערמאנט גארנישט וועגן דעם. אויך. עטליכע פון די הויפט גרויסע געשעענישן אין די משפחה פון סאטמאר'ער רבי'ן זצ"ל ברענגט ער נישט און ווייסט נישט די אונטערלאגע פון א סאך מצבים...!

והעולה על כולנה. א חוץ פון די אידעאלאגישע דיפערענצן, שילדערט ער דעם סאטמאר'ער רבי'ן זצ"ל, ווי ער וואלט (ח"ו) געווען אן איינפאכער באנדיט און קרימינאל, וועלכער פיהרט אן מיט א כנופיא פון רויבערס און באטריגערס...ממילא איז עס נישט קיין אביעקטיווער רעפארט...!
בלאט: 1 2 3 4 5