סקימט מיר פאר ווי די זאלסט זיך טענה'נען מיט אכמעדינישזאד צי עס איז געווען א האלאקאסט , לאגיק וועט נישט העלפען סאיז אשאד יעדע ווארט
זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5537
בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס עס פעלט אויס אראפצורייסן די חסידישע גדולים כדי גרויס צו מאכן די ליטווישע גדולים. עס איז דא גענוג פאר יעדן, יעדער וואס האט געהארעוועט פארן אייבערשטנ'ס וועגן, און געהאלפן און געברענגט נאך אידן צום אייבערשטן, איז זייער חשוב און טייער, אפגעזעהן פון וועלכע גזע ער איז געקומען.
שמעקעדיג טענה'ט אז עס איז א שאד דאס רעדן ווען עס גייט סיי ווי נישט אריין אין אויער. איך האב שוין אפגעזאגט מיינס, ובזה יצאתי ידי חובת מחאה אויף די נארישע נידערטרעכטיגע דיבורים מיט וואס דער ליטוואק האט אנגעהויבן דעם שמועס.

ענטפער פשוט, וואס נאך וואלט ער געטוהן אין יענער צייט אנשטאט׳ס פירען טיש׳ן? און פון וואנעט ווייסטו?
ליטוואק, אויב וואלט איך רעפרעזענטירט די ליטווישע וואלט איך דיר באצאלט געלט פאר יעדע תגובה וואס דו שרייבסט נישט! וויאזוי קען איינער שרייבן אזוי בעיביש? ס'שווער פאר אן ערוואקסענעם מיט א שכל הישר זיך צו באפאסן מיט אזעלכע נארישע טפשותדיגע פראגען און הנחות
נמנו וגמרו, סאטמארער רב איז געווען דער ערשטע וואס האט געפירט טיש.
ווילסט עפן אן אשכול איבער דעם עניין פון טיש במשנת חסידות וואס האט עס מיט סאטמארער רב דו שוטה וגס רוח.

כוכבנמנו וגמרו, סאטמארער רב איז געווען דער ערשטע וואס האט געפירט טיש.
ווילסט עפן אן אשכול איבער דעם עניין פון טיש במשנת חסידות וואס האט עס מיט סאטמארער רב דו שוטה וגס רוח.
גוט אז די האסט אויסגעלאזט 'רשע' ווייל מען ברויך האבען אביסעל אייקיו זיך צו פארדינען אזא טיטול.
שמעקעדיג - דו טאנצסט ארום היינט. איך האב אין אנהייב רע'אגירט צו דער וואס האט געזאגט אז דער רבי זי"ע איז דער גאון הגאונים. אז דו ווילסט גלויבען אזוי, מעגסטו, אבער מיט אביעקטיווער אמת האט עס נישט. שפעטער האב איך גערעדט פון גמילות חסדים, האסטו צוזאמענגעמישט און געמאכט א קוגעל.
די סאטמורים האבען זיך אלס בארימט אז ביי זיי איז דער עמוד החסד עמוד התורה ועמוד העבודה. למעשה זייער רוקביין איז ווייל זיי האבען געהאט אסאך פלייש. ווען מ'גייט מעסטען די דריי עמודים מיט אן אפענעם אויג, זעט מען שוין דער אמת.
אלזא, תורה (יעצט רעדט מען פון תורה און נישט עפעס אנדעריש) איז כנ"ל, נישט קיין בר פלוגתא פון די חכמי הדור. יעדער קען עס זען. דער תשובה וועגען הזרעה מלאכותית קומט מיט אזויפיל לעכער אז בעסער נישט צו רעדען, און אתרוגי שביעית עי' אגרות משה אורח חיים חלק א סימן קפו וז"ל ולכן אין לחוש למה שאסרם גאון אחד ליקחם ולצאת בהם, ומה שהפריז אותו גאון עוד לומר שהמוכר וקונה אותם הוא ככופר במעשה בראשית ואם בפרהסיא הוא כמחלל שבת בפרהסיא שהוא כמומר וחשוד על כל התורה הוא טעות בדבר משנה בכורות דף ל' החשוד על השביעית א"ח על המעשרות, וגם בשבת גופה הוא רק בחשוד על ל"ת ולא על עשה ואיסור סחורה הוא רק עשה, ובגיטין דף נ"ד איתא נחשדו ישראל על השביעית, אף לעבוד, ומ"מ ודאי לא היו חשודין על כל התורה. משה פיינשטיין. ע"כ און נאך אזעלכע משלים וד"ל.
עבודה - ווייסט קיינער נישט וואס טוט זיך ביי יענעם. אסאך אידען דאווענען מיט פארוויינטע הערצער, און ס'דוכט זיך אז דער וואס האט געהערט דער קלויזענבורגער רבי דאווענען איז אויך אזוי נתפעל געווארען.
גמילות חסדים - מיינט נישט שיקען בחורים נאך געלט און בויען אן עמפיריע פון חסד. ס'מיינט אוועק געבען פון זיך פאר יענעם. ביים חפץ חיים אונ'ם חזו"א איז דאס וויכטיגסטע געווען דער צייט. דאס זעט מען פון זייערע לעבען-שטייגער (נישט פון אמונה אז טאמער זיי זענען געווען חשוב'ער אידען איז זיכער צייט ביי זיי געווען חשוב), און טראץ דעם האבען זיי אוועקגעגעבען צייט פאר יענעם, און ביים חפץ חיים רעדט מען אין יענער מעשה פון א גאנץ ליל יוהכ"פ, מיינט דאס עפעס. דער בעל דברי יואל האט מען נישט געזען אז זיין צייט איז געווען מוקדש פאר עפעס אנדעריש. ער האט אנגעהויבען פירען טישען אפילו ווען ס'האט קיינעם נישט אויסגעפעלט. איז דער צייט פונ'ם טיש וכדו' נישט געווען זיין וויכטיגסטע. איז רבוש"ע וואס האט ער אוועק געגעבען פון זיך פאר יענעם?
און דער משל פון עברית איז זייער צום זאך. עברית איז נישט קיין איסור, נאר אזא הנהגה וואס ער האט געהאלטען ס'איז בעסער פאר זיין אידישקייט. (ווען ער האלט אז ס'איז אן עכטע איסור איז ער סתם א בהמה, און דאס האב אפילו איך נישט געזאגט) יעצט אוועק געבען אזא זאך אויף צו קענען העלפען א צווייטען וואלט געווען א חשוב'ער מעשה, פונקט ווי ר' משה פיינשטיין צו דער טשעבינער רב אוועק געבען זייערע טייערע וויכטיגע צייט פון לערנען אויסצוהערען א משוגענ'ער.
די מעלות פון א מענטש קען מען צוטיילען אין צווי; א. פערזענליכע מעלות, ב. מעלות במעשים. ד.ה. א מענטש קען זיך אויפבויען אלס אן אויסגע'ארבעטע מענטש, אויך קען ער זין א בעל מעלה מיט די מעשים וואס ער האט געטוהן. אלע גדולי ישראל וואס אונז ווייסען מיר פון זיי זענען דער שילוב פון ביידער. ד.ה. אז זיי האבען זיך אויפגעבויעט אין תורה מדות תפלה יר"ש אהבת ה' א.א.וו. און דערפון האבען זיי געהאט א השפעה אויף אנדערע און אזוי האט זיך איבערגעגאסען זייער מעלות אויף אנדערע. דאס איז דער סימבאל פון א אמת'ער גדול בישראל. דער גדלות בתורה פון הרב חיים עוזר און זיין גדלות אין עסקנות זענען נישט צוויי פארשידענער זאכען. די עסקנות איז גאר א חלק פון זיין גאונות בתורה און אזוי האט עס אן אנדערע באדייט ווי סתם אן עסקן. דער חפץ חיים האט זיך באנוצט מיט זיין מעלות און עבודות מחזק צו זיין אנדערע, אבער דאס איז אלס נאך יארען פון ארבעטען אויף זיך. דאס איז אמת בתורה און בעבודה און ביראת שמים. דאס האט נישט מיט מיין גלויבונג אז תורה איז דער עיקר.
אז מ'וויל אנקוקען א מענטש נאר לויט זיין מעשים און נישט וואס ס'איז א פועל יוצא פון פערזענליכע מעלות, האט מען אסאך אנדערע וואס האבען פונקט אזויפיל מחזק געווען אידען מיט זייער צוזאמענקומענישען, כגון דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל, וואס איז אויך נישט דער גאון הגאונים דער אויסגע'ארבעטער צדיק, אבער מחזק צו זיין אידען און זיי אויפבויען האט ער יא געקענט.
דער בעל דברי יואל איז געווען א פיינער טיכטיגער עסקן און א בעל כשרון. ווען ער וואלט נאר זיך אריינגעלייגט אין לערנען און פערזענליכע עבודה און לערנען אייעדר ער האט געמוזט מאכען שבת פאר זיך אין זיין יונגער יארען וואלט כלל ישראל אסאך בעסער און שענער געהאט פון איהם.

ביסט ממש פאני ליטוואק, ברענגסט א ראיה אז דער דברי יואל איז געווען אן עם הארץ ווייל ר משה פיינשטיין דינגט זיך אויף עם און זאגט ער איז טועה בדבר משנה. גוט מארגען, האסט אמאל געהערט פון אזא מין זאך א מחלוקת להלכה? ר' משה האלט אזוי. סאו. דער דברי יואל האלט פארקערט, איז אפשר איז א ראיה אז ר משה איז געווען אן עם הארץ?
ועל הכלל כולו יצא.
ועל הכלל כולו יצא.
רעדסט פון א טיש וואס פעלט יא אדער נישט אויס פאר איינער. ביסט אמאל געווען ביי א טיש? דו ווייסט וואס דאס איז? איך וועל דיר מגלה זיין, דארט עסט מען א שבתדיגער סעודה, מען זינגט, מען זאגט תורה, בערך אזויווי אלע אידען טוהן ביי זיך אינדערהיים, זה בא בארוכה וזה בקצרה. אפשר ביסטו מסביר וואס דו ווילסט מיט דעם.
שכל הישרמנשה לוסטיגקאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
פרעג נישט דיין קשיא משתמע לתרי אנפין, דעק דיך אויף און מאך קלאהר דיין פראגע
אויב דו שטעלסט אוועק א מאמר, דארפסטו עס דעקן. אז דו זאגסט אז מ'פארשטייט נישט וואס דער צאנזער רב האט געמיינט. ממילא. אבער אז דו ווילסט דא אראפרייסן, רייסטו אראפ דעם בעל המאמר, ווייל אויב איז יעדער איז ער אויך.
[ווי מ'פלעגט זאגן אין חדר בדרך קטנות, ווער ס'זאגט אויף יענעם ער איז אליינס.. חח]
איך זעה מ'האלט שוין ביי אריבער 160 הודעות. איך האב שנעל דורכגעבליקט די זיבן בלעטער און וויל אצינד אריינווארפן מיינע צוויי צענט.
דער סאטמאר רב איז לכולי עלמא געווען עט ליעסט א גרויסע תלמוד חכם. לויט ווי טייל האלטן איז ער געווען א גאון אויכעט, אבער דאס איז שוין עפעס וואס מ'דארף גלייבן, ווייל אין זיינע ספרים זעהט מען נישט קיין גאונות. ווען ער האט געשריבן די לענגערע תשובות ווי אתרוגי שביעית, הזרעה מלאכתיות, ויואל משה וכדומה, האט עס געקענט נעמען וואכן און חדשים ביז ער האט עס געענדיגט. עס איז באקאנט אז ער פלעגט איבערשמועסן מיט תלמידי חכמים וואס האבן ציגעשטעלט מראי מקומות און מ'האט עס מגיה געווען כפי הצורך פאר ער האט ארויסגעגעבן די תשובות. איך מיין נישט ח"ו צו פארמינערן זיין גדלות בתורה, אבער דאס איז געווען די מציאות כפי ששמעתי.
מ'זעט אז ער האט נישט געהאט א גוטע פעדער שרייבענדיג אין לשה"ק. דאס איז בלי ספק געווען איינע פון די סיבות פארוואס ס'האט געדארט אזוי לאנג צו שרייבן א תשובה.
איך זעה אבער נישט פארוואס ליטוואק וויל אראפקלאפן זיין גדלות בתורה. בכלל דארף מען וויסן אז בלי ספק איז זיין ידיעות בתורה שוואכער געווארן נאכ'ן מלחמה ווען ער האט דורכגעמאכט די שווערע צייטן און דערנאך ווען ער איז געווען טרוד בעניני הכלל כמעט אגאנצן טאג. ס'איז זייער נאריש צו זאגן אז ער האט זיך נישט אוועקגעגעבן פאר א צווייטן. ער וואלט זיכער הנאה געהאט צו זיצן אין ביהמ"ד אפאר שעה א טאג און לערנען. איך האב געהערט פון א תלמיד זיינער וואס האט אראפגעלייגט מיט וואספארא שמחה ער פלעגט געבן די שיעורים אין ישיבה, און פונדעסטוועגן האט ער אוועקגעגעבן פון זיין צייט לטובת הציבור.

ליטוואק פון בודאפעסט
עי' אגרות משה אורח חיים חלק א סימן קפו וז"ל ולכן אין לחוש למה שאסרם גאון אחד ליקחם ולצאת בהם, ומה שהפריז אותו גאון עוד לומר שהמוכר וקונה אותם הוא ככופר במעשה בראשית ואם בפרהסיא הוא כמחלל שבת בפרהסיא שהוא כמומר וחשוד על כל התורה הוא טעות בדבר משנה בכורות דף ל' החשוד על השביעית א"ח על המעשרות, וגם בשבת גופה הוא רק בחשוד על ל"ת ולא על עשה ואיסור סחורה הוא רק עשה, ובגיטין דף נ"ד איתא נחשדו ישראל על השביעית, אף לעבוד, ומ"מ ודאי לא היו חשודין על כל התורה. משה פיינשטיין. ע"כ און נאך אזעלכע משלים וד"ל.
מנהגי הוא זיך נישט אריינצומישען אין אזא שמועס, אבער ס'מיר א ווינדער ווי קיינער שרייבט נישט די מציאת הדברים, איז במקום שאין איש וועט מען עסען געפילטע פיש, סאטמארע רב האט געשריבען די קונטרת שלש תשובות וועגן אתרוגי שמיטה, מ'טרעפט דארט נישט אזא זאך ווי, שהמוכר וקונה אותם הוא ככופר במעשה בראשית ואם בפרהסיא הוא כמחלל שבת בפרהסיא שהוא כמומר וחשוד על כל התורה נאר וואס, אין סאטמאר בהימ''ד האט געהאנגען א צעטעל א לשון הרמב''ן שכל הכופר בשביעית אינו מודה במעשה בראשית, מפריז געווען האט די וואס האט אים נישט גוט איבער געגעבן.
נ''ב "ליטוואק פון בודאפעסט" ווייסט פון דעם און דאך פאר די לעצטע 60 יאר גייט אזוי די סלאגען ע"כ און נאך אזעלכע משלים וד"ל. (ניין כ'בין נישט אזוי אלט אבער מיין טאטע האט דאס שוין געהערט אלץ יונגעל...)
ליטוואק פון בודאפעסטדער בעל דברי יואל איז געווען א פיינער טיכטיגער עסקן און א בעל כשרון. ווען ער וואלט נאר זיך אריינגעלייגט אין לערנען און פערזענליכע עבודה און לערנען איידער ער האט געמוזט מאכען שבת פאר זיך אין זיין יונגע יארען וואלט כלל ישראל אסאך בעסער און שענער געהאט פון איהם.
זעהט אויס אז דו האקסט שוין ווייטער אין קאפ בעפאר האסט מברר געווען די פשוט'ע פאקטן.
נישט געווען נאך איינער ווי אים כמעט בדורו וואס האט זיך אזוי אוועקגעגעבן פאר תורה פון די גאר פריע יוגנט יארן, געהארעוועט דערין טאג און נאכט. איך בין נישט זיכער אז סיי וועלכער פון דיינע רבי'ס/ראשי ישיבה האבן געלערנט מער פון אים אין די יונגערע יארן.
אויף די אגרות משה בנוגע הזרעה מלאכתיות האבען 'אנדערע' נישט די סאטמאר רבי געשריבען,
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל
נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.
מען ברויך זיין א טיפוש מרחם, וגס רוח מיום הוולדו, בכלל מדמה צו זיין די צוויי גדולי ישראל.
שפעטער נאך אסאך דרוק האט דער אגרות משה געשריבען א הבהרה
בדבר זריקת הזרע שכתבו בשמי שהתרתי מצאתי לנכון להודיע שאני לא התרתי אלא בשעת הדחק גדול… וחלילה לשום רב להורות היתר בנידון זה מתוך ספרי…
אכן מכיון שיש לחוש עדיין שיקילו בזה להורות אלה שאינם ראויים לדון בענין חמור כזה... צריך לגדור גדר שלא יתירו זה בשום אופן אף רב היותר מובהק.

הוגה העט יעצט האבן א שווערע ארבעט זיך אפצושאקלען פון צובאדאפראסקעטער ליטוואק, דערנאך וואס אפילו דער מלך האויבער חכמים לעיקוואד האט אים דן געווען אלס איינער וואס איז פאני...
חרבונה
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל
הרב יודא ארי' עזרין מברוקלין שרייבט דאס, מי הוא זה ?
נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.
הרב אמסעל, עורך "המאור" שרייבט דאס
חרבונה טייערער,
ווער זענען די "אנדערע" וואס די ברענגסט זייער געשרייבאכץ? סך הכל איז דאס געווען געדרוקט אין קובץ המאור אנאנאמיס, קען זיין עפעס א כולל יונגערמען.
די שרייבסט אז מ'דארף זיין א "טיפוש מרחם" מדמה צו זיין ר' משה צום סאטמאר רב. חוץ וואס דאס איז א ביליגע קונדערישע שפראך, איז עס אויך נעריש. ס'קוקט אויס די האסט נישט קיין השגה ווער ר' משה איז געווען און בסך הכל קענסטי אים פון וואס די האסט געהערט אלץ בחור. איך ווייס אויך נישט אינגאנצן ווער ער איז געווען אבער וויפול איך האב געהערט ווייס איך אז ער איז געווען א געוואלדיגער יר"ש ענוותן ושפל ברך וואס האט געזיכט מזכה צו זיין אידן און זיי אפ האלטן פון עבירות ווי ווייט מעגליך. דאס פארשטייט זיך איז חוץ פון זיין גאונות און התמדת התורה.

outspokenחרבונה
וברור אצלי דכל מי שמתיר זה, אומר אני עליו, שאין שם לא חכמה ולא גאונות, אלא חסרון דעת תורה בעלמא, והוא הגורם שעל ידי זה יהיה הדור פרוץ בזנות, כבימי דור המבול ר"ל
הרב יודא ארי' עזרין מברוקלין שרייבט דאס, מי הוא זה ?
נאך א נוסח איבער די היתר הנ''ל
והנה לא אמנע טוב מבעליו, מכבוד ידיד הגאון מהר"מ שליט"א, לאמר בכל גלוי לב, שעל הוראותיו לאיסורא בודאי יש לסמוך עליהן, כי מכיון שאסר הרי ברור שאין עוד מקום בזה להתיר, אבל לתשובותיו להיתרא, יש להתייחס אליהן בכל הזהירות, כי כחא דהיתר של הגאון הזה שליט"א, עולה פי כמה על כל המקילים שהיו בישראל.
הרב אמסעל, עורך "המאור" שרייבט דאס
איך זאג נאר געב א 'קוק' די שפראך וואס מען האט געניצט איבער די היתר און וויאזוי דער בעל אג''מ האט געברויכט שרייבען די הבהרה, עס צייגט אז ער איז געווען אן אנדער סארט גדול בכלל אבער ווי קומט עס צו די סאטמארע רבי.
דריידלאיך ווייס אויך נישט אינגאנצן ווער ער איז געווען אבער וויפול איך האב געהערט ווייס איך אז ער איז געווען א געוואלדיגער יר"ש ענוותן ושפל ברך וואס האט געזיכט מזכה צו זיין אידן און זיי אפ האלטן פון עבירות ווי ווייט מעגליך. דאס פארשטייט זיך איז חוץ פון זיין גאונות און התמדת התורה.
מען איז חלילה נישט מהרהר דא אויף זיין גדלות בתורה צו קדושה וצדקות, און זיין זיך זארגען למען הכלל מען רעדט נאר איבער די קעפל וואס ליינט זיך ''מנהיגי ישראל'' און אויף דעם האב איך געשריבען די הגדרה אויף די וואס שטעלן אים צו צום סאטמאר רבי, עס איז אינגאנצען נישט דאס.
אודאי איז ער געווען אן אנדערע סארט, ער איז דאך אויפגעוואקסן מיט גאנץ אן אנדערע מסורה. אבער וואס מאכט אים וויי יערליכע מנהיג ווי סאטמאר רב?
מ'דארף פארשטיין אז ר' משה האט זיך געפארעט מיט גאנץ אן אנדערע סארט אידישקייט ווי סאטמאר רב. די וועסט זיכער מודה זיין אז סאטמאר רב'ס סטייל הנהגה וואלט נישט געארבעט פאר 95% אידן

די ארטאדאקסי און שטארק רעכטע שטרעמונגען ביים כלל ישראל האבען אלס געהאט צו הערן אזעלכע נימוקים אז שטרענג אידישקייט איז נאר פאר א קליין פראצענט פון אידען.
Most of you are making him big, only to discredit his opponents. What do you have from him being great. Nothing
דאס איז אן אלטע זאך ביי פארטיי מענטשען, אבער נישט ממש ווי דו זאגסט. פארוואס האלט א חבדס׳קער אז ׳זיין׳ רבי איז משיח. אזוי קען ער זיך בארימען אויף א צווייטען. ס׳פאסט איהם נישט צו זאגען אז ׳איך׳ בין גרעסער/שטערקער/קלוגער ווי דיר, זאגט ער אז ׳מיין׳ רבי קען בעסער.
דער וואס זיין רבי איז מאיר אמסעל וועט אפשר באלד אזוי רעדען אויך. ער האט אזוי פיל מוסר נפש געווען פאר תורה, געדריקט קובצים חודש׳ליך פול מיט אלף-בית אותיות און אדווערטייזמענט׳ס פאר כשר׳ע פיש און סאלאמי. ער האט זיך געשלאגען מיט פייער קעגען דער ליטוואק פונ׳ם איסט סייד וואס האט זיך געווארגט צו פסקנ׳ען א הלכה פון די תורה ארויס און איהם נישט געפרעגט. ער האט אוועק געשטעלט אן אמפיריה פון שמות פראדוקציע וואס ביז צום היינטיגע טאג פאקט עס אן יעדע שטיבל, ביהמ׳׳ד און מקוה מיט געדרוקטע פאפירען וואס מ׳באגראבט (!) מיט׳ן שמות. ער האט מוחה געווען אויף יעדער פרצה און געשטעלט דעם דור על רגליו.

אגב, דער הבהרה איז א שקר גס, דער אגרות משה האט עס קיינמאל נישט געזאגט, והדברים עצמם יוכיחו. ׳שכתבו בשמי שהתרתי׳ ניין, ער האט אליינס געדרוקט אין זיין ספר דברות משה אויף כתובות און דערנאך צוגעלייגט אין אגרות משה אפאר תשובות. דאס איז די שקר פון די עמי הארץ אשר עיניהם צרה בתלמידי חכמים לומדי תורה און ווילען קענען פסקנ׳ען אן צו קענען תורה. האבען זיי פאבריצירט א מין רעליגיע המכונה ׳אידישקייט׳ צו קלאפען די וואס קענען מער פאר זיי.
יעצט האב איך געפינען די רייד פון די סאטמארע רבי וואס האט לכ' דיר געברענגט דיין ילדות.
ותמה אני היאך יעלה על הדעת להקל באיסורים נוראיים כאלו של אשת איש וממזרות בפיטומי מילים כאלה שאין בהם ממש כלל".
אבער איך זע אז דער גאון בעל חלקת יעקב האט אויך היבש שארף געשריבען איבערדעם.
כמובן שמצד דתנו האיסור ברור ומבורר שלא לעשות דברים כעורים ומעוכרים כאלו הדומים למעשי ארץ כנען ותועבותיהם

איך האב שוין לאנג נישט גיהערט אזא גיטע אנאליז אויף סאטמארע רב ז''ל. ער ברענגט ארויס דעם רבין תורה עבודה גמ''ח מיט א אנדערע בליק. למשל דעס אז רבי משה פיינשטיין ז''ל האט אנגעשיקט פרעגן ביים רבין שװערע קשיות אין באַקימען אנטװארט כהרף עין. הער פֿין מינוט 24. װי אזוי אױך דער רבי האט אנגעצייכענט אויף א מאמ''ר חז''ל װאס אן אחרון ברענגט אראף אין דער רבי האט געזאגט פאר ראדזינע רבי ר' ירוחם ליינער ז''ל אז דע חז"ל איז נישט דא. פלא והפלא דער רבי איז דער איינציגסטער װאס האט געזאגט אז דע חז"ל איז נישט דא אין מיט היינטיגע קאמפיאטער פראגראם טרעפֿט מען טאקע נישט דע חז''ל. אין אנפרעגענדיג רבי חיים קנייװסקי שליט''א װי דע חז''ל איז האט ער גענטפערט "איני זכור' הער פֿין מינוט 21. עס כדאי פאר װער עס װיל הערען דברים של טעם אין מקור ראשון װעט זיך באלעקען די פינגער נאדער די לינק
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=1QFzm7yJ344">https://www.youtube.com/watch?v=1QFzm7yJ344</a>
לזכה את הרבים ביטע װער עס קען דאנלאדען די גאנצע קליפּ פאר די װאס קענען נישט עפענען די לינק
נ.ב. ביטע געטץ הארות אויב איר הערט דאס באמת א גיטע ארבייט. דער מגיד איז רבי יעקב שפירא פין פֿייף טאנס

מערקווירדיג, דבר בעתו מה טוב, איך האב פונקט געלייענט דעם אויסגאבע "אוצר" פון די אנשי בני יואל דעם חודש, ווי זיי באשרייבן אביסל דעם גדלות בתורה פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע.
הגם איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון די עקסטרעמע בני יואל פראקציע וואס נוצן דעם רבי'ן אלס אן עבודה זרה, און געוויסע טיטל'ען זענען פילייכט שטארק איבערגעטריבן, ווי אים רופן "אורים ותומים" וכדומה, ממילא קען מען אראפנעמען געוויסע גוזמאות, אבער אפילו לו יהא אויב נאר האלב דערפון איז אמת איז אויך גענוג צו זעהן אביסל זיין גדלות.
די מעלה פון די ארטיקל איז אז עס איז נישט אבי געשריבן אונטער א באהאלטענעם פען נאמען, נאר עס איז א אינטערוויאו מיט א איד א משב"ק וואס האט זיך געדרייט ביים רבי'ן א לענגערע צייט, און די מעשיות האבן אויטענטישע נעמען פון גדולים (אויך פון ליטא!), מקומות, און דאטומען ווי די אלע ערציילונגען האבן פאסירט.
(אגב, דריידל, דא שטייט אן אנדערע נוסח פארוואס דער ויואל משה האט גענומען אזוי לאנג...)
כאטש איך גלייב שווער אז ליטוואק וועט מקבל זיין א ווארט פון דעם באשרייבונג, מען קען אים נישט פארדרייען דעם קאפ מיט פאקטן ווייל ער האט שוין אפגעמאכט וואס ער האלט, אבער אפשר פאר אנדערע וועט עס יא שיינען א שטיקל ליכט.
.

המשך
.
.
דער סאטמאר רבי זצ"ל איז דאך אבער אוועק מיט 35 יאר צוריק! כמעט צוויי דורות! מ'רעדט דאך פון היינטיגע אדמו"רים, צו זיי זענען די ריכטיגע מנהיגי ישראל!
ר' וואלף איז געווען פון די עייל בלא בר, זיין ווייב איז אויך געווען קעכערען, די גאנצע ווערטשאפט האבן זיי דארט געפירט, ער האט א גרויסע מעלה אז ער איז נישט מגזם.
הירשל ציגדער סאטמאר רבי זצ"ל איז דאך אבער אוועק מיט 35 יאר צוריק! כמעט צוויי דורות! מ'רעדט דאך פון היינטיגע אדמו"רים, צו זיי זענען די ריכטיגע מנהיגי ישראל!
יא, א גרויס חלק סאטמאר'ע אידן לעבען מיט אים ווי ער איז דא.
do you mean st mary
שיץ קעצעלע
(DIFF איך רעד צו דיר)
(DIFF איך רעד צו דיר)
איך בין שאקירט!
ס'איז א בושה אז איין טראציגער שרייבער וואגט זיך צו פוגע זיין בכבוד פון הייליגן צאנזער רב זצוק"ל, איך האב נישט קיין ווערטער, איך וועל נאר מעתיק זיין איין טשערנאבילער ווארט אויף א פסוק אין תהלים. דוד המיילעך זאגט: "שלח ידיו בשלומיו, חילל בריתו", טייטשט ער, אויב עפענט זיך איינער דאס פיסקל אויף שלומיו - ערליכע אידן, דאן איז א סימן אז חילל בריתו.
צו דער זעלבער צייט וויל איך אויסדרוקן מיין אנטריסטונג און וויי געשריי אקעגען די וואס האבן זיך נישט געשראקן צו פוגע זיין בכבוד פון אנדערע גדולי ישראל זכר צדיקים לברכה אין דעם אשכול.
ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.

און ווער האט געזאגט אז אונזערע רבנים נעמען נישט קער פון די עכטע פראבלעמען פון אונזער דור?
Psak halacha issued for kohanim about visiting ground zero

נאך דעם וואס כאב אדארעך געליינט דע בני יואל קונטרס ברענג איך דאס אהער,
דאס שרייבט דער "אורחות צדיקים" שער כ"ז, שער התורה עמוד ב'
ומתוך שאדם עוסק בתורה לשמה וטרח ויגע לשם שמים אז נעשו שתי כליותיו כשני מעיינות ומוציא טעם והלכות מעצמו מה שלא למד מעולם ומה שלא ניתן אפי׳ למשה מסיני. כאשר מצינו באברהם אבינו ז״ל שלא למד מעולם משום אדם אך מעצמו הי׳ יושב ומחשב אחר המצות

געפילטע פישאון ווער האט געזאגט אז אונזערע רבנים נעמען נישט קער פון די עכטע פראבלעמען פון אונזער דור?
Psak halacha issued for kohanim about visiting ground zero
א ערנסטע באזוך דארט, אפשר לייגט מען אהער די פיקטשערס, און מ'שרייבט די נעמען ווער ס'האט זיך משתתף געווען דארט איך קען נישט רוב רבנים דארט
די וואוינסט אין אפגאניסטאן? וועלכע רבנים דא קענסטו נישט דאס זענען אלע בעסי"ק בארא פארק רבנים וואס מען זעהט ביי יעדע אסיפה
ר' יחזקאל אנאנים, ר' משה מנחם ווייס, ר' מיכל שטיינמעטץ, ר' משה ראטה, ר' יהושע רובין, ר' משה פריעדמאן, ר' יצחק שטיין, דאכט זיך מיר איינס איז פריעדלענדער היבנוב, ר' לייבל וויליגער, ר' מאיר יוסף רובין ראחמאסטריווקא דיין, צעהן פון ר' יחזקאל'ס אייניקלעך איך האף די ביסט נישט נייגעריג אין אלע זייער נעמען, יעצט די קראך היטן און בענ"ד דאונ"ס זאל איינער פון אונזער ליטוואקעס זאגן.

“If the rabbis want to decide who is a Jew, Jews have to decide who is a rabbi” he continued.
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/171387/2014/07/15/jerusalem-peres-if-rabbis-want-to-decide-who-is-a-jew-jews-have-to-decide-who-is-a-rabbi/">http://www.vosizneias.com/171387/2014/0 ... s-a-rabbi/</a>
מענין לענין באותו ענין