זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?
188 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5537
זענען די אדמורים די ריכטיגע מנהיגי ישראל?
דער בארימטער אידישע נייעס וועבסייט "וואס איז נייעס?" האט היינט
צוגעברענגט אן אפ עד פון
הרב עדין שטיינזלץ אויף די פראגע "
ווער וועט זיין אונזערע מנהיגים?" וואס ער האט אנגעשריבן עטליכע טעג צוריק און ער באהאנדלט באריכות דער פארווייטאגטער נושא פון וועלכע סארט מנהיגים מיר האבן און ער בליקט אביסל אויף פאראויס.
גלען זילבער פון "וואס איז נייעס?" צונעמט עס אביסל און פראבירט אריינצוקריכן אין זיינע ווערטער וואס זענען בעיקר געבויט אויף די וויכטיגקייט פון האבן א מנהיג וואס זאל ארויסווייזן ליבשאפט און האבן מיטגעפיל צו זיינע נאכפאלגער.
נישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק.... 😂
#שלוםעליכם
רעדאגירט מיין אונטערשריפט צו פארשטיין מיט וועלכער רעכט איך האב זיך אנגעטון אזעלכע גרויסע קליידער.
NO WAY
אונז האמיר שוין one and only ר' בערל...
--
וואס שרייבן הרב שטיינזאלץ אינעם ארטיקל?
ברענג ארויף אפאר נקודות, לאמיר דעבאטירן..
קאווע טרינקערנישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק.... 😂
#שלוםעליכם
קאווע,
די זאגט דאך אזוי גיט אבער איך בין מיך אביסל מחילוק מיט דיר
קיין איין מנהיג איז נישט קיין ניק, דאס זענען זיי ליידער.
עפ״י חסידות: מען זאגט נאך פין בעש״ט הקדוש (איך ווייס נישט צי די מעשה איז טאקע אמת אבער די פאקט שטימט) אז ער האט אמאל זייער געוויינט אז ער זעט בעקבתא דמשיחא וועלן די רביס אפהאלטן משיח׳ס קומען (די גרעסטע joke איז די היינטיגע רביס זאגן עס נאך)
עפ״י ראשנים : די ספורנו אין פרשת וישלח אויפן פסוק ויגע בכף ירכו זאגט אז די שר של עשיו האט געוויזן פאר יעקב אבינו די עבירות פין די מנהיגים דאס האט אים שוואך געמאכט וכו׳
מקען גיין on and on ספעילט נאר נישט אויס מיר אלע קענען זיי
די הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
קאווע טרינקער
אונז האמיר שוין one and only ר' בערל...
ייש"כ קאווע: אבער לפי עניית דעתי איז קאווע שטיבל גענוג גרויס אז מ'דארף האבן צוויי באס דרייווערס. נאר די צווייטע טענה איז א ריכטיגע. דער מנהיג ישראל דארף רעדן צו דער זאך. 😎 😂 🙄
קאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
די חת״ם סופר אויפן לעצטע משנה אין סוטה פני הדור כפני הכלב אז כלב זענען די מנהיגים
Btw קאווע טרינקער די זעהסט מיר אויס זייער היימיש
מנשה לוסטיגקאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
גיי לערן מיט א גוי ברטנורא.
מנשה,
ביסט נעבעך אומשילדיג
אומשולדיג וואס? קענסט ענטפערן א איינפאכע ענטפער כ'זאל פארשטיין א תירוץ אויף מיין שאלה? אדער קענסט בלויז מפטפט זיין
מנשה, דער דברי חיים שרייבט נישט ״כל״ נאר ״רוב״. יעצט הגע בעצמך איז פון די רוב?
להרגיע דעתך לייג אויך אריין דיין רבי אינעם מיעוט. והכל על מקומו יבא בשלום.
ניין ניין, כ'וויל באמת פארשטיין דעם שפראך, וויאזוי קען מען זאגן אויף יענעם? ער איז יא און יענער איז נישט? ביי אונז הערט מען נישט אזא שפראך צווישן די פולע מאמרי רבותינו הק'
פרעגסט אויפ׳ן דברי חיים? הא, איך בין נישט זיין לאויער, און בכלל בין איך זייער פארגלייבט אין אים, וכל דבריו קדושים וטהורים ברוח הקודש נאמרו.
פארוואס גלייבסטו אין עהם? אז ער קען זאגן אזעלכע זאכן, פאר די געלט גלייב בעסער אין ווער ס'זאגט בעסערע זאכן, מער פאזעטיוו
מנשל'ה באראוגט דיר, ער האט נישט געמיינט די טשערנאבל'ע אייניקלעך די זענען אנדערע סוג נשמות, ווי כהאב שוין אמאל מסבר געווען, מקען זיך טענה'ן צו איין לאנד האט גרעסערע באמבעס ווי די אנדערע, האט דאס נישט קיין שייכות מיט א לאנד וואס האט א קליינע נוקליר באמבע וד''ל
נאר די צווייטע טענה איז א ריכטיגע. דער מנהיג ישראל דארף רעדן צו דער זאך. 😎 :
חדש אסור מן התורה! ווי האסטו צוגעזעהן אזא זאך? קיינער פין אונזערע היינטיגע [אזוי גערופענע] מנהיגים רעדען נישט צו דער זאך. 😞
מנשה לוסטיגפארוואס גלייבסטו אין עהם? אז ער קען זאגן אזעלכע זאכן, פאר די געלט גלייב בעסער אין ווער ס'זאגט בעסערע זאכן, מער פאזעטיוו
למשל ?
איך מיין וואספארא גערעדטאכטס איז דאס, געפעלט דיר נישט א מאמר פון אים איז אויס מיט אים.
לידיעתך איך גלייב אויך אין די טשערנאבלע גזע, סיגוטע גזע, בעלזא, גור קאצק, וכו׳ וכו׳ כולם קדושים כולם טהורים עושים באימה וביראה רצון קונם!
קאווע טרינקער
וואס שרייבן הרב שטיינזאלץ אינעם ארטיקל?
ברענג ארויף אפאר נקודות, לאמיר דעבאטירן..
ער שרייבט אז מנהיגים זענען נישט קיין פאליטישענס און נישט די וואס מיינען אז זיי האבן א סעלושען צו יעדער פראבלעם. מנהיגין זענען די וואס ווייסען פון אלע פראבלעמען (נישט נאר וואס גייט פאר ביי זיי אין הויף [כולי האי ואולי]) (ער ברענגט משלים וואס איך קען נישט צוטירן דא, עיין שם) און האט מיט געפיהל מיט א יעדען יודס צרה.
ער ברענגט א שיינע מעשה פון הרב דוד צבי חן (כ'ווייס נישט ווער דאס איז) אז א בחור איז געקומען זיך רעגעסטרירען פאר א שידוך, און איבערקוקענדיג זיינע יוחס האט ער געזעהן אז ער איז א ממזר. פארציילט זיין זון הרב אברהם חן אז ער איז אריינגעקומען אין שטוב און געזעהן ווי זיי ביידע וויינען צוזאמען. ער האט נישט געהאט א סעלושען צו זיין פראבלעהם אבער ער האט געהאט א שטארקע מיטגעפיהל.
פיטומי מיליקאווע טרינקערנישט יעדער וואס מ'רופט "מנהיג ישראל" איז טאקע א מנהיג ישראל.
אסאך מאל איז דאס נאר א ניק.... 😂
#שלוםעליכם
קאווע,
די זאגט דאך אזוי גיט אבער איך בין מיך אביסל מחילוק מיט דיר
קיין איין מנהיג איז נישט קיין ניק, דאס זענען זיי ליידער.
עפ״י חסידות: מען זאגט נאך פין בעש״ט הקדוש (איך ווייס נישט צי די מעשה איז טאקע אמת אבער די פאקט שטימט) אז ער האט אמאל זייער געוויינט אז ער זעט בעקבתא דמשיחא וועלן די רביס אפהאלטן משיח׳ס קומען (די גרעסטע joke איז די היינטיגע רביס זאגן עס נאך)
עפ״י ראשנים : די ספורנו אין פרשת וישלח אויפן פסוק ויגע בכף ירכו זאגט אז די שר של עשיו האט געוויזן פאר יעקב אבינו די עבירות פין די מנהיגים דאס האט אים שוואך געמאכט וכו׳
מקען גיין on and on ספעילט נאר נישט אויס מיר אלע קענען זיי
גוט אז די ביסט נישט געגאנגן on and on ווייל זאלסט מיר אנטשולדיגן אבער די שרייבסט זייער נישט צו זאך.
די ביסט נישט דער ערשטער וואס שרייבט די דברי חכמה, אין בין אריין אמאל אין עפעס א בית המדרש (קענסטך אליין פארשטעלן וועלעכע) זעה איך אויפן וואנט א צעטל מיט גאנצע מאמרים אויף די מנהיגים בעיקבתא משיחא, ציטירט דארט אנגעהויבן פין יחזקאל הנביא ביז מנשה פילאפ, אין איך שטיי אין איך ווינדער מיר, ווער האט עם פארציילט אז עיקבתא משיחא איז פין תשל"ט ביז תשע"ג? שטייט דען א דעיט אין די אלע ספרים? אפשר קען עס אויכט ארויף גיין אויף די מנהיגים פין ביפאר תשל"ט? ס'מיר הינדערט פראסענט קלאר אז די משכילים האבן אויך געניצט די זעלבע מאמרים אנקעגן די הייליגע חתם סופר אדער אנדערע.
אין צו די קשיא צו זענען די אדמורי"ם די ריכטיגע מנהיגי ישראל, איז מר שלוםעליכם אויב די זיכסט טאקע א תשובה האסטו עס געפרעגט אין די נישט ריכטיגע פלאץ, כ'על דיר זאגן פארוואס, די הויפט סיבה פארוואס מ'הערט היינט די שפראך, "אלע גדולים זענען שקרנים, קאט די קרעפ ס'איז באלאני", איז נישט וועגן אינז זעמער היינט אין א דור וואס קען נאר דעליידן אמת אין אויב מ'טרעפט ביי עפעס א גדול א משהו שקר מיז מען עס שוין מפרסם זיין בכל קצבות תבל, ניין נישט דאס איז די סיבה, נאר וואס דען, מיר האבן אלע ליב דעם שלום עלי נפשי שפראך לאז מיר צירוה, מאך נישט טו נישט, אין ווען עס קומט איינער וואס זאגט וואס צו טוען איז די גרינגסטע וועג צו אוועק מאכן אין זאגן, ווער ער? ער איז דאך סתם א געלט פרעסער, איז לעניננו אויב איינער וויל קענען ווייטער שרייבן אויף קאווע שטיבל קען דיר נישט זאגן, יא עס איז דא צדיקים מנהיגים, ווייל זיי לאזן נישט זיין דא אין שטיבל..... כ'האף מ'וועט מיר נישט באשטיינרן, אין כ'האב גארנישט קעגן קאווע שטיבל נאר דא האט מען דאך ליב open discussions, האב איך געשריבן מיין צוויי סענט.
וואס פאר א גערעדדעכטץ, רוב זענען נישט... וואס עפעס?
פאטעטא קוגעל וועק דיך אויף יעצט בעפאר דיינע יאשקעלאך גייען דיך אויף וועקן
ווייסטו וואס פאטעטא קוגל אדרבה זאג מיר א מנהיג וואס איז באמת אן ערליכן איד אין א צדיק היינטיגע צייטן איך זיך אזא איינעם
פיטומי. איז דען נישט דא ערליכע אידן וואס זענען נישט מנהיגים? דו האלטסט אז פונקט ביי די מנהיגים קען מען נישט טרעפן ערליכע? וואס איז שלעכט מיט צעהלימע רב אדער פאפא רבי אדער יאוואזשנע אדער בורשטינע רב זיי זענען אלע פארדארבענע אידן ווייל זיי האבן בתי מדרשים?
אפשר האט זיי צאנזער רב געמיינט?
פינטעל איד,
נישט מנהיגים איז דא פיל ערליכע אידן. דא אין קאווע שטיבל אליין איז פיל מיט עהרליכע אידן די אלע מימרא׳ס גייט ארויף דוקא אויף מנהיגים
פיטומי מיליווייסטו וואס פאטעטא קוגל אדרבה זאג מיר א מנהיג וואס איז באמת אן ערליכן איד אין א צדיק היינטיגע צייטן איך זיך אזא איינעם
ווי איך פארשטיי ביססו געזעצן ביי יעדע רב אין רבי אין פארהערט גמרא רש"י תוס' מיט ראשית חכמה אין געטשעקט זיין מידות בעקגראנד, ביז ביסט אנגעקומען צו אן החלטה נאך אזוי פיל 'זיכן', אז עס איז טאקע נישט דא קיינעם, אין ביסט שוין גרייט צו דעבאטירן דערוועגן... GROW UP
דער צאנזער רב האט עס געזען ברוח קדשו?
פאטעטע קוגל,
איך לאז דיך טון דעם homework איך בעט דיר קום מיט א פארטיגע זאך
In any event גלייבטס אלע אין וועם עטץ ווילסט פארדרייטס נאר נישט יענעם די קאפ. ווי האט הרב דאמפ געזאגו יחטפו תפוחים וישירו ניגונים
מ'טאר עהם נישט רופן דעם דאפ קאפ 'הרב' ער איז געווען א כופר בתורת משה
צו וואס נאכברענגן אמרות פון דעם שמיציגן פיסקל סוחר הצלמים? לאז עם רוהען ווערעווער ער איז איצט.
לכאורה האט דער דברי חיים יא געמיינט דער טשערנאבלער גזע, סארי מנשה. אבער דיין רבי איז גרעסער פין דברי חיים, וואס גייט דיך אהן?
דער דברי חיים האט געזאגט אזוי "רוב רביס זענען סתם נישט ערליך, און אפילו די וואס יא, טויגען אויך נישט, און דערפאר שטייט דער וועלט זייער געמיין". עכ"ד.
און זיך האט ער געהאלטן פון די גוטע?
מנשה,
בארואיג דיך ס׳גארנישט געשען נעם עס נישט אן ערנסט לייג עס נאר אוועק ס׳וועט דיך נאך אמאל ציניטץ קומען
אין אן אמת אריין האב איך אפשר נישט געדארפט רעיסן מיין אפיניון זייט איך האב געהערט נאכזאגען פין חת״ס (איך האב איז נישט געזען איך האב עס נאר געהערט) אז ווען נישט דער באשעפער הייסט צי נעמען די ע״ז פין מצריים פאר זייער אויגן פאר א קרבן וואלט מען וועין נישט געטארט דאס טוען . די זעלבע זאך ספעילט נישט אויס מבזה זיין א צווייטן׳ס רבי . אונזער מנשקלה איז אזוי סענסטיוו עס האט באמת נישט אויסגעפעילט
מנשה לוסטיגקאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
א שאד אז אזא חכם ווי דיר זאל בעקען אזעלכע פערדען, ביסט קליגער פון דעם, זיי נישט אזא עניו
כתר מלכותפרעגסט אויפ׳ן דברי חיים? הא, איך בין נישט זיין לאויער, און בכלל בין איך זייער פארגלייבט אין אים, וכל דבריו קדושים וטהורים ברוח הקודש נאמרו.
ביי מיר. אויב איז דא א וויכוח צווישן הייליגן דברי חיים און ר' דויד טווערסקי שליט"א פון ניו סקווער. פארשטייצעך אליינס מיט וועים איך גיי. ווען ר' דויד 'עט קענען אזויפיל לערנען בנגלה ובנסתר ווי דער דברי חיים, 'עמער שמועסן. 😂 🙄 😳
רחמנא לשייזבן, איך קען נישט גלייבען אז מיר האבן דעם דיסקאשען, צי פארגלייכען דער הייליגע דברי חיים צום סקווירא רבי, אוי לדור שכך עלתה בימנו צי רעדן אזוי
מנשה לוסטיגמ'טאר עהם נישט רופן דעם דאפ קאפ 'הרב' ער איז געווען א כופר בתורת משה
מיט דעים בין איך מסכים מיט דיר 100%. 🙄
דערווייל איז נאר דער מנהיג למחצה לשליש ולרביע, אבער פאר דער קומענדיגע דור וועט ער זיין דער "ריכטיגע מנהיג ישראל".
📎 בן החכם.jpg
טיטאניקמנשה לוסטיגקאווע טרינקערדי הייליגע דברי חיים (די רבי פון די רבי זכותויגנעלינו) שרייבט אין פרשת כי תשא "רוב רוב של מנהיגי הדור הם מערב רב".
וואס מיינט דער דברי חיים צו זאגן, אז ער איז אויך? אדער ער איז נישט
א שאד אז אזא חכם ווי דיר זאל בעקען אזעלכע פערדען, ביסט קליגער פון דעם, זיי נישט אזא עניו
איך בעק נישט קיינעם, איך צייג אייך אז איר האט נישט קיין תשובה אויף מיין שאלה, און חסרון הסברה איז חסרון הבנה, איר פארשטייט אליינס נישט וואס מיינט גלייבן אינעם יודישער תורה
berlbalagulehכתר מלכותפרעגסט אויפ׳ן דברי חיים? הא, איך בין נישט זיין לאויער, און בכלל בין איך זייער פארגלייבט אין אים, וכל דבריו קדושים וטהורים ברוח הקודש נאמרו.
ביי מיר. אויב איז דא א וויכוח צווישן הייליגן דברי חיים און ר' דויד טווערסקי שליט"א פון ניו סקווער. פארשטייצעך אליינס מיט וועים איך גיי. ווען ר' דויד 'עט קענען אזויפיל לערנען בנגלה ובנסתר ווי דער דברי חיים, 'עמער שמועסן. 😂 🙄 😳
ווי כאילו די האסט געקענט דעם דברי חיים, און דו זעסט עהם נאך יעצט פאר די אויגן לעבעדיג.. און האסט עהם זיכער פארהערט, און די וועגסט און שרייבסט די מסקנה..
כ'מיין אז בימיו האט מען די זעלבע געזאגט אויף עהם קעגן צוויי דורות פריער, אז ווער דער צאנזער רב זאל קענען אזויפיל וכו' וכו' ווי ווייסעך ווער, וואלט מען געשמועסט. סארא שמועס.. חחח
וואס ווען וואו? קענסט מיר ענטפערן ווי מ'ענטפערט א פאלנער תם? פון ווי נעמסטו דעם דברי חיים אונטערן ארעם און זאגסט 'וואס ער זאגט גיי איך פאר דעם מיט פארמאכטע אויגן'. פארוואס
בימיו פונעם צאנזער רב האט מען געזאגט אז מען זעהט נישט מיט וואס דער חוזה האט געקענט זיין גרעסער פון אים, נאר מען גלייבט דאך וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז דער חוזה איז געווען גרעסער.
דעת תורהבימיו פונעם צאנזער רב האט מען געזאגט אז מען זעהט נישט מיט וואס דער חוזה האט געקענט זיין גרעסער פון אים, נאר מען גלייבט דאך וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז דער חוזה איז געווען גרעסער.
מען דארף עס צולייגן צו די שבת בלעטל אני מאמין'ס...
מנשה,
נאך אלץ נישט ברואיגט ?
מנשה,
הגע לעצמך ווי nuts די ווערסט פאר די חסידות משוגעת, אין זאג די מיר אויב סאיז א נארמאלע זאך
ליבאוויטשע רבי איז נאך געווען אזוי גרויס אין זיינע חסידים ווערן נישט אזוי צידרייט ווען זיי הערן איינער רעדט אויף זייער רבין ווי די ווערסט ווען איינער רעדט אויף דיינעם
וואס ווערט עטס אזוי אויפגעהייטערט פון מנשה? ער פרעגט א פשוטע שאלה, צו עם סאונד די מימרא צו זיין self contradictory, צו אייך נישט?
איך בין זייער רואיג, און כ'פרעג א ווילדע קשיא.. סקווערע רבי איז עפעס נישט סאטמארע רב, פארוואס? אזוי ''גלייבסטו''.. נו? אפשר ביסטו א שוטה פארן גלייבן אין סאטמארע רב ככל היוצא מפיו קודש, אדער צאנזער רב, איין חילוק פאר ווער ס'גלייבט גלייבט, און ווער ס'האקט, קען מען האקן אויף יעדן, ווער איז דער נביא אמת?
איך לעולם גלייב אין אלע צדיקים וואס איז אנגענומען ביי אונז, דאגעגן אין סאטמאר איז אנגענומען 'נאר' איין מימרא רוב זענען נישט.. און ווער יא אויך אזוי אזוי.. חוץ? סאטמארע רב.. וואס איז? וואס עפעס? ווי זעסטו דארט בעסער געזאגט וואס זעסטו נישט?? ביים סאטמארע רב האט מען נישט געזען קיין סתירות? ס'איז סתם א קולט, א שיגעון מרחם אזוי האט מען אויפגעצויגן דעם וואקס טאפ, פוי פוי און ווער ס'זאגט אנדערש בכל קצוי תבל איז פוי שייגעץ טמא פושעי
ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלע זענען צדיקים ועמך כולם צדיקים, אבער פאשענען פאשעט מען נישט פון זיבן טייכן, מ'זייגט נישט פון פינעף קיען, מ'נעמט דעם דרך וואס מ'האט מקבל געווען, דאס איז אוטענטיש, און דאס האלט מען, און נהרי נהרי ופשטיה, אבער יענער איז פוי? איז קיינמאל ביי אונז נישט געווען א ווארט
דעת תורהבימיו פונעם צאנזער רב האט מען געזאגט אז מען זעהט נישט מיט וואס דער חוזה האט געקענט זיין גרעסער פון אים, נאר מען גלייבט דאך וואס צדיקים האבן מעיד געווען אז דער חוזה איז געווען גרעסער.
זיי פלעגען זאגען אזוי, מען דארף גלייבען אז דער רר"א איז געוועהן גרעסער פין צאנזער רב, כאטש מען ווייסט נישט מיט וואס.
לכאורה איז דאס פין די נייע אני מאמין'ס טאקע, ווייל אין דער תורה איז נישטא קיין חיוב צו גלייבען גרעסער אדער קלענער נאר אויף משה רבינו, ווייל דער תורה אליין זאגט ולא קם נביא עוד וכו'.