זוכט אלטע פאשקעווילן
212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5547
איך וויל נישט אריינגיין אין אויסרעכענען ליסטעס יעצט פון ווער ס'האט מער און ווער ווייניגער,
אבער אז דער ליטאי רעדט שוין פון דרך הרעק''א ועוד וועל איך אים בלויז אנצייגען א קליינער דוגמא פון א מענטש (אז ער מיינט'ס אמת'דיג זאל ער אנפרעגן אין אישי די אדרעס ווי ער קען זיך גיין איבערצייגען) וואס איז כל כולו אויסגעקאכט אין די הייליגע ספרים און אין די קבלה תורה'ס פון די הייליגע שרפי מעלה מתלמידי בעש'ט און ער פאקט איין מיט זיין גאונות און אפלערנען א תוס' א הו''א א מסקנא א מהרש''א א ברוך טעם קצות נתיבות רעק''א וכו' וכו' סך סך מער פון די הייליגע גאון עולם דער בעל אג''מ זצ''ל ולהבחל''ח דער גאון ר''ח קאניעווסקי שליט''א אדרבה נעם דיר די מיה און גיי אריבער צו דעם יוד גראדע א שטארקע שלש סעודות תורה זאגער און א מוכיח בשער, גיי צייג דיר אביסעל איבער דיין ריין אפיקורסות מיט'ן מבטל זיין די וואס קערן זיך ניש אהן צום גזע הליטאי, נאכאמאל אז די מיינסט'ס פרעג אהן באישי.
איין זאך קען מען נישט מבטל זיין אין דיינע תגובות די נקודה פינעם גרויסער שיעור שמיני שבשמיני בשיעור חזו''א וואס פילע פון אייערע געמיינדע האבען אז ווען ס'דא אביסעל אנגעלייגטע סברות כרסיות קיש קיש קריא ווי ס'מב' בגמ' אויף די שוואכערע אפשטאמיגע אז ס'הערט זיך א גרויסער רעש ווען זיי האבען אביסעל אין זיך
נאכאמאל ליטאים טייערע איר העט משוגע ווערן פאר התפעלות זעהנדיג א מבהיל'דיגע גאונות פון א גאר באשיידענער יודעל וואס ביי אייך וואלט ער שוין געווען דער גאנצער מרן הדור
......................
ליטוואק מען זעהט אויף דיר אז ביז משה רבינו האסטו טאקע נישט קיין שייכות צו קיין קיבל ומסרה קיבל ומסרה כמב' באבות איר זענט א כמו גר וואס האט זיך נאר יעצט אריינגעריקט אינעם עם ישראל און נעמט זיך טיילען דעות דער יא און דער נישט, האלט'ר רואיג מ'ברויך נאך מברר זיין ביים בי''ד וואס האט זיך אפגעגעבן מיט'ן גיור
שוין.. ס'גייט שוין אריין אין א שאלה פון טשעפענען א גר
berlbalagulehהיימישער ליטוואק: אין דיין לעצטע תגובה זאגסטו זאכן וועלכע זעען אויס תרתי-דסתרי'דיג. לשיטתך געסטו א נותן טעם פארוואס חסידות האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען אין די ליטא. ווייל ליטוויש איז לאגיש (מח) און חסידות איז לב?) אבער די אנטיטהעסיס פון מח , מחשבה און לאגיק. איז וואס טוט זיך מיט קוידענאוו?! דאס איז דאך א ליטוויש חסידות?. און קארלין און ליובאוויטש, וואס איז מקוריות'דיג א ליטוויש חסידות?! לויט ווי איך בין אינפארמירט איז געווען אין די ליטא גאנץ קאלטע ברואים (אין אידישקייט) וועלכע האבן געקענט רעדן דעם חסיד'ישן שפראך. לפענ"ד פארוואס חסידות האט ניט געהאט א קיום דארטן איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין מיטל-קלאס (פון רעליגיעזן שטאנדפונקט.) אדער איז געווען גאר שטארקע פרומאקעס וועלכע האבן געפייניגט זיך און די ארומיגע מיט אומנויטיגע סיגופים, ווי פאסטן למשל א יעדן ערב ראש חודש און זאגן יו"כ קטן. און נישט עסן פלייש פון שבעה עשר בתמוז. נגד השו"ע. אדער איז געווען אפיקורסים וועלכע האבן נישט געגלייבט אין גאט און נישט מקיים געווען קיין מצוות. 🙄 😠 😛 😳 😢 😮
קען זיין דו ביסט גרעכט, קען זיין אז נישט.
פ.ד.א. (=פאר דיין אינפארמאציע) עטליכע קאממענטס. ליובאוויטש איז רוססלאנד, נישט ליטא. די חומרות פון ליטא איז לפי ערך א נייע ערשיינונג, דער ליטווישער קולטור איז נישט מער מחמיר ווי דער גווענטליכער אשכזישער ייד. דער גאון זצ"ל פארזענליך איז גווען מחמיר אין כמה ענינים און תלמידיו אחריו אויף ספעציפישע זאכן (שקיעה, חדש, שינה בסוכה, היתר עיסקא ועוד כמה) אבער איך מיין אז דו מישט אריין בריסק מיסודם של ר' יושוע לייב ור' יושע בער הבית הלוי וועלכע זענען גווען מחמירים אין אלעם, ומשם התחילה התופעה.
לגבי דיין שאלה איבער קאיידענוו. איך רעד פון דעם רוב, פארשטייט זיך אז אין יעדער קולטור זענען פאראן פרינדשעס און יושבי על הגדר וועלכע האבן ספעציעלי גברויכן וואס חסידות האט זיי דאס צוגעשטעלט. איך רעד נאר היתכן חסידות האט נישט איינגעשלונגען ליטא ווי עס האט גטוהן צו פוילן און גליציה און רוססלאנד. ווי עס האט באוואוזן אפילו אין אונגערן אויך איינצונעמן וואו עס האט אראפגשטעלט א פוס.
און קוק אין אונזערע מאדערנע היסטוריה, ווער האט זייט די וועלטס מלחמה זיך גשטעלט אלס קאנטר-כח צו חסידות און חסידים, נאר די ליטווישע. אלעס אנדערע, זענען גפאלן צו די חסידים. חוץ די וועלכע האבן זיך פאראייניגט מיט דעם ליטווישן קולטור און קהילה.
ר' היימישער ליטוואק: ייש"כ פאר אויפמערקזאם מכן מיר אז ליובאוויטש איז א רוסיש, נישט א ליטוויש חסידות. נאר איין נקודה וויל איך אויפמערקזאם מאכן. אין די ליטא איז אויך געווען עפעס העכערע מושגים ווי די אזוי גערופענע טרוקענע לאגיק פון די לומדים, וועלכע האבן געדרייט מיט'ן גראבן פינגער און געזאגט סברות לכאן או לכאן און אלץ איינגעטיילט אין סיווג פון "גברא און חפצא". דאס איז די תורת המוסר פון ר' ישראל סלנטר ותלמידיו זצ"ל. אני הקטן האב א ביסל מעיין געווען אין די ביאגראפיע און עצם תורת המוסר פון די בעלי המוסר. דאס איז געווען א מין קאנטער באלאנס אדער א סאבסטיטוט פאר תורת החסידות. אריינקוקנדיג אין די ספרים זעט מען אז זיי האבן געהאט זייער אן ענליכן דרך אין א סאך עניינים צו תורת החסידות. אבער אט דאס האט זיך אויך נישט אריינגעכאפט צווישן דעם המון עם, אזוי ווי חסידות האטציך פארשפרייט אין פוילן, גאליציע, בוקאווינע און אונגארן. 🙄 😠 😛 😳 😮
הרב הפרייליכער - עליך אמר קרא, אויף דיר גייט דער וועלטס ווערטעל "א נער (נאר) ווייזט מען נישט קיין האלב ארבעט". וואס האט משה רבינו מקבל געווען אויף בארג סיני? וואס האט ער געטוהן דערמיט? וואס איז ווייטער געשען? קוק אין רבינו יונה אויפ'ן ארט און אין הקדמה לספר היד פונ'ם רמב"ם, וועסטו זעהן אז דער מסורה האט זיך אגעשטעלט ווען רבינא און רב אשי האבען אראפגעשריבען וואס זיי האבען מקבל געווען. פון דעמאלס איז הפך בה והפך בה דכולה בה, מ'דארף לערנען תורה פון אינעווייניג און פארשטייען. דער מושג פון קבלה אין פסק איז געבאקען דורך בעלי גאוה וואס פוילען זיך צו לערנען, און ווילען נאך אלס זיין מענטשען צום טיש, האבען זיי זיך געבאקט א שטרודעל און תמימות'דיגער מענטשען האבען עס אפגעקויפט.
אינטרעסאנט, האסט געטראפען א רבי משה פיינשטיין פון אונזערע צייט, וואס זאגט שלעשידעס תורה'ס, אבער דו האלט'ס נישט ביים ארויסגעבען זיין נאמען. 😂
איך וויל דא מאכן א קליינע הערה: לויט ווי דער אשכול גייט האט ער גאר גוטע אויסזיכטן (טשענסעס) אז ער (אדער זי) זאל אי"ה איבערשטייגן דעם אשכול פון די וועבערמאן סומאטוכע. הן בכמות והן באיכות. 🙄 😎 😂 😠 😛 😳 😮
בתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת. איך בין טאקע נייגעריג ארומצורעדען און זיך צו דערוויסען פון אלטע פאשקעווילען. מ'קען זען א שטארקע שינוי וויאזוי מ'גייט צו דו די מערכות אין די פאשקעווילען, וועמען וויל מען איינרעדען, מיט וואס וויל מען זיגען וכדו'. ס'איז דא אסאך צו רעדען, און ס'איז א שאד אז ס'האט סיך פארוואנדעלט אין א זייטיגע שמועס, ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.
דא האסטו
📎 IMG_20140121_094245570.jpg
ליטוואק פון בודאפעסטבתם לבבי ובנקיון כפי עשיתי זאת. איך בין טאקע נייגעריג ארומצורעדען און זיך צו דערוויסען פון אלטע פאשקעווילען. מ'קען זען א שטארקע שינוי וויאזוי מ'גייט צו דו די מערכות אין די פאשקעווילען, וועמען וויל מען איינרעדען, מיט וואס וויל מען זיגען וכדו'. ס'איז דא אסאך צו רעדען, און ס'איז א שאד אז ס'האט סיך פארוואנדעלט אין א זייטיגע שמועס, ווי וויכטיג עס זאל נאר זיין.
ר' ליטוואק פון...: נאך גוט אז דו האסט דיך דערמאנט די אריגינאלע מטרה פון דעים אשכול. ס'דא אזא מעשה. (און אויב נישט גיימיר עס יעצט אפבאקן.) צוויי אידן, סוחרים (וואו שטייט געשריבן אז אלע מעשיות מוזן זיך אנהייבן מיט א פריץ און אן ארענדאר און א קרעיטשמע.?!) האבן זיך באגעיגנט אויפ'ן באן, פארנדיג צום יריד קיין לייפציג. נאכ'ן ערשטן שלום עליכם האט זיך אנטוויקלט א שמועס איבער משפחה. שטעלט זיך אויס אז זיי זענען גאר דריטע קאזינס פון די מאמע'ס זייט. אזוי שמועסנדיג ווייטער איבער די משפחה פארציילט איינער פון זיי אזוי כבדרך אגב אז זיין טאכטער זאל זיין געזונט , זייער א געלונגען מיידל, א מלומדת און א קלוגע ווערט אי"ה קומענדיגן אדר א' אכצן יאר ביז 120. רופטצעך אן דער צווייטער. איך האב א זון, ב"ה א געלונגענער בחור א מתמיד און א יר"ש, מיט אלע מעלות, וועלכער איז יעצט דעם פארגאנגענעם ר"ח טבת געווארן אכצן יאר. אזוי שמועסנדיג ווייטער געט דער ערשטער מחותן א שפרונג אויף. "איך האב א וואונדערליכן געדאנק. אפשר ווער מיר מחותנים. דיין זון פאר מיין טאכטער" זאגט דער אבי החתן. "אזוי ווי אינז פארן דאך קיין לייפציג מאכן געשעפטן. לאמיר ענדיגן די ביזנעס קודם. און נאכדעים עמיר ארבעטן אויפ'ן שידוך." מסכים". זאגט דער צווייטער מחותן. די באן איז ווייטער געפארן א דורך פעלדער און וועלדער וואו מ'האט געזעען בהמות פאשען זיך רואיג. ס'איז נאך פארבליבן מער פון צוויי שעה אין די נסיעה. די צוויי אידן האבן ווייטער געשמועסט, און איינער פרעיגט אויס דעם צווייטן אלע פרטים פון זיין לעיבן. בתוך הדברים איז אויסגעקומען א שמועס צו וועלכן רעבין א יעדער פארט. האבן זיי זיך גענומען קריגן וועימענ'ס רעבע איז גרעסער. ביז ס'האט אויסגעבראכן א פייערדיגע מחלוקת צווישן זיי. און זיי זענען געגאנגען זיצן א יעדער אין אן אנדערע זייט פון די באן. ענדליך איז די באן אנגעקומען קיין לייפציג און א יעדער פון זיי האט ב"ה שטארק מצליח געווען. נאך צוויי וואכן זענען זיי געפארן אהיים. ממש השגחה פרטית אז זיי האבן זיך ווידעראמאל געטראפן אויפ'ן באן. צוערשט זענען זיי געזיצן אין א שטילשווייגעניש. (שתיקין באדישתא). נאך א האלבע שעה רופציך אן איינער פון זיי. נו. לאמיר צוריקגיין צו אינזער ערשטן שמועס. ווי האמיר געהאלטן?.... 🙄 😎 😂 😛 😠 😮
berlbalagulehר' היימישער ליטוואק: ייש"כ פאר אויפמערקזאם מכן מיר אז ליובאוויטש איז א רוסיש, נישט א ליטוויש חסידות. נאר איין נקודה וויל איך אויפמערקזאם מאכן. אין די ליטא איז אויך געווען עפעס העכערע מושגים ווי די אזוי גערופענע טרוקענע לאגיק פון די לומדים, וועלכע האבן געדרייט מיט'ן גראבן פינגער און געזאגט סברות לכאן או לכאן און אלץ איינגעטיילט אין סיווג פון "גברא און חפצא". דאס איז די תורת המוסר פון ר' ישראל סלנטר ותלמידיו זצ"ל. אני הקטן האב א ביסל מעיין געווען אין די ביאגראפיע און עצם תורת המוסר פון די בעלי המוסר. דאס איז געווען א מין קאנטער באלאנס אדער א סאבסטיטוט פאר תורת החסידות. אריינקוקנדיג אין די ספרים זעט מען אז זיי האבן געהאט זייער אן ענליכן דרך אין א סאך עניינים צו תורת החסידות. אבער אט דאס האט זיך אויך נישט אריינגעכאפט צווישן דעם המון עם, אזוי ווי חסידות האטציך פארשפרייט אין פוילן, גאליציע, בוקאווינע און אונגארן. 🙄 😠 😛 😳 😮
בערלע, האב איך אמאל גשריבן אז אין די ליטא איז נישט דא העכרע מושגים? דער גאנצער נפש החיים איז נישט העכערס? די קבלת הגר"א וכו' וכו'. איין זאך, דאס וואס מען זאגט דארף "קלאפן", איז דאס א פשט אין א גמרא זאל דאס זיין אין גמרא, איז דאס א גוויסע מדה טובה דאן לערנט מען דאס יסודותדיג אפ אן מען ארבייט דאראויף.
קאמפעיר תנועת המוסר מיט תנועת החסידות און זע פאר זיך, וויפיהל זאכן האט מוסר גדארפט צו פארדרייען אדער זאגן קרומע תורות און גוזמאות. ואידך פירושא.
ר' היימישער ליטוואק: ס'קומט דיר א האלבער לייק. דער משמעות, די איפשוטא פון דיין מאמר געפעלט מיר נישט. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
פארפאלן. ליטוואק בלייבט ליטוואק!! 😂
PLEASE EXPLAINE
היימישער ליטוואקPLEASE EXPLAINE
אויב איך פארשטיי גוט איז דיין שאלה אין פארגלייכן תורת המוסר צו חסידות א רעטארישע שאלה. "וויפיל זאכן האט מוסר געדארפט פארקרומען און זאגן גוזמאות?! 🙄 😕 🙄 😠 😛 😳 😮
still x understand, please try to explain again.
היימישער ליטוואקstill x understand, please try to explain again.
ר' היימישער ליטוואק: דו וואלסט שוין גמעגט הייסן אונגערישער ליטוואק. דו זאגסט אין דיין לעצטן מאמר ווי ס'ווערט פארגלייכט תורת המוסר צו תורת החסידות (זאל זיין אן "תורת") אין די פארם פון א רעטארישע שאלה ווי פאלגנד. "וויפיל האט (דען) תורת המוסר פארקרומט און געזאגט גזומאות?! איז די משמעות אז תורת החסידות האט יא פארקרומט און געזאגט גוזמאות כדי ס'זאל שטימען מיט'ן מציאות און נתקבל ווערן.
נ.ב.: כ'האב מעירע אז מיר האבן געטוישט ראלעס דא. איך בין דער ליטוואק און איהר זייט דער אונגערישער.... 😂 😂 😂 😮
דאס וואס מיין לאנד'סמאן זאגט וועגן די מוסרניק'עס, נעם איך נישט קיין אחריות. דער מוסר באוועגונג, וואס איז קלאר נישט אוועקגעשטעלעט נאכצומאכען חסידים, איז אויך נישט קיין סאך בעסער ווי די חסידיש'ער באוועגונג. פון די גאנצע חדר איז שווער צו טרעפען אן עכטע תלמיד חכם. אחוץ ר' נפתלי טראפ איז אפילו קיין איין ראש ישיבה ארויסגעקומען, און איך גלויב נישט אז קוקענדיג ר' נפתלי'ס תורה וואלט מען געמיינט אז ער איז א רשכבה"ג. ר' ישראל סאלאנטער האט געהאט א תלמיד וואס איז נישט אזוי באקאנט, און אלע זיין מוסר תורה'ס זענען פארברענט געווארען אין א פייער, און ס'איז נאר געבליבען פון איהם זיין תורה'ס אויף הלכה, איז מעגליך אז ער איז דער אויסנאם פון דער עולם המוסר, אבער בכל אופן רוב די מוסר תורה'ס זענען אויך בויך תורה'ס געבויט אויף אייגענער געדאנקען און געפילען און נישט עפ"י תורה. רוב גדולי ישראל האבען נישט געהאלטען פון דער תנועת המוסר, אדער האבען זיי נישט געזאגט קיין מיינונג, און ב"ה ס'איז גענצליך בטל געווארען היינטיגע צייטען, מער ווייניגער.
איך בין נישט קיין "חסיד" פון תנועת המוסר, אבער דו ביסט רונג אויף עטליכע נקודות. ערשט, ר' זונדל און ר' ישראל זענען גווען נישט סתם ת"ח נאר וועלט גאונים, כידוע. מתלמידי ר' ישראל רבי נפתלי אמסטרדאמער, רבי לייב בלוך, רבי איצל בלאזער אטו קטלי קניא באגמא הוו?
מוסר'ניקס זענן מטבעם גווען באהאלטן און נישט ארויסגוויזן זייער גדלות (כידוע הסיפר עם ר' איצל והביה"ל). ואם תאמר זאגן דאך די חסידים דאס זעלבע? וי"ל, אז חסידים האבן גפירט טישן און גזאגט אז באמת איז דא מדרגות נאר עס איז באהלטן, משא"כ די בעלי מוסר זענן גזעסן א גאנצן טאג ביים שטענדר, נאר נישט גבלאזן פון זייער תורה.
און איך בין מודה אז די גרעסטע און שארפסטע לומדים זענן נישט גווען קיין מוסרניקס.
רוב מוסר שמועסן זענן מיוסד אויף התפשטות פון מאמרי חז"ל, כנלע"ד.
עס איז נישט בטל גווארן, עס איז סינטיסייזד גווארן אין די ישיבות. כמעט אלע ישיבות האבן סדרים אויף מוסר, מוסר שמועסן, און משגיחים. סו, ר' ישראל'ס חלום איז נישט אינגאנצן מקויים גווארן, אבער האט איבערגלאזט א שטארקן רושם.
איך וועל מיט איין שאס שיסן צוויי פיגל (פויגלעך/ן). מיין תגובה איז געווענדעט צו ביידע טייערע אידן די ליטוואקעס. דער היימישער און דער בודאפעסטער שליט"א. לפענ"ד (אלס אזוי-גערופענער חאסיד.) איז דא צוויי תקופות (און אפשר מער) פון די תנועת המוסר. די אריגינאלע. פון דעם דור המייסדים. הרהגה"צ ר' ישראל סלנטר ותלמידיו, ה"ה ר' זונדל וחבריו. און די שפעטערדיגע משגיחים און תופשי ישיבות ווי ר' ברוך בער לייבאוויטש, דער חפץ חיים ותלמידו ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד. און די נאך שפעטעריגע ווי ר' אליהו לאפיאן, ר' אליהו אליעזר דעססלער און דער בארימטער (אונגארישער?) משגיח ר' יחזקאל לעווינשטיין זכר צדיקים לברכה. כמעט פארגעסן. ר' שרגא פייוול מנדלוביץ, מנהל פון תורה ודעת. די ערשטע דור האט געשריבן א תורת המוסר. און באותו זמן געארבעט אויף מדות. ביי די שפעטערדיגע בעלי מוסר איז נישט געווען ספעציעלע ספרים, חוץ פון פארשריבענע מכתבים און זייטיגע הוראות. נאר זייער טאג-טעגליכער לעבן און התנהגות. דאס איז געווען דער מוסר ספר. ר' ברוך בער לייבאוויטש האט געפיהרט חסיד'ישע טישן פאר זיינע תלמידים. געזונגען זמירות און פארטיילט מאכלי שבת פאר די תלמידים. רעדנדיג איבער די פ' השבוע און די סוגיא וואס מ'האט דאן געלערנט אין ישיבה. סוף פסוק. די תנועת המוסר. אלס שיטה אדער דרך החיים איז געווען זייער שטארק אין עולם הישיבות. אפשר נישט ביים המון עם. אבער ס'איז נישט געווען אוועקצומאכן. גייט מען צוריק צו די רישא פונ'ם שמועס וואס איך האב קובע געווען. אז אין די ליטא איז ניט געווען קיין מיטל-קלאס פון רעליגיעזן שטאנדפונקט. אדער פרומאקעס ביז גאר. אדער אפיקורסים און אידן וועלכע האבן ניט מקיים געווען קיין מצוות. לעומת ביי חסידים אין די אלע מדינות איז יא געווען. 🙄 😕 😂 😠 😛 😳 😢 😮
היימישער, ר' זונדעל איז גאנץ ווייט פון א מוסרניק. ר' ישראל האט געזען אין איהם גרויסע מעלות, אבער צו אלע חידושים פוון ר' ישראל, באריכטעט אין אור ישראל מיט כוכבי אור, האט ער גאנץ א קליינער שייכות געהאט. אבער אז איינער וויל זיך איינעקשענ'ען, וועט דאס זיין א ראיה צום מרחק פון מוסר מיט חסידות, ווייל ר' זונדל איז געווען אן עקסטרעמער שארפער מתנגד. כמעט אלע מקורות פונ'ם חרם און ארום און ארום קומען פון איהם, כידוע ליודעי דבר, וע"ע בספה"ק 'הגאון' פון ר' דוב אליאך שליט"א.
דער חידוש פון מוסר איז נישט צו לערנען א ביסל מוסר, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אין ישיבות (מער גע'ערט אינ'ם פרצה ווי אינ'ם קיום, אבער דאס איז אן אנדערע שמועס), נאר דער עבודת המוסר, דער זיך אריינטוהן אין געוויסע מדות און אפשאצען דער מענטש שטענדיג לויט זיין אינערליכע געדאנקען, און נאכאנאנד מבקר זיין וואס מ'טוט און טראכט. אויכ'ט איז געווען דער מוסר בהתפעלות וכדו'. דאס איז א נייעם חכמה, וואס איז נישט געבויט פונ'ם פריערדיגע דרך, און רוב גדולי ישראל האבען זיך נישט מיטגעשטימט, און ס'איז נישטא קיין זכר אין נארמאלע סביבות היינט. נאר אין די ווייבערעישע מאגאזינ'ס רעדט מען נאך פון די זאכען, און דאס איז סתם פון ליידיגייען און 'נעיווע"ל געיזינ"ג' (אויף אידיש: באלעמוטשען).
ר' יחזקאל לעווענשטיין איז נישט קיין אונגארישע געווען, ער איז געבארען געווארען אין ווארשא. ר' ברוך בער איז א מוסרניק!? כנראה דו ווייסט קיין היסטאריא. אין סלאבאדקא איז געווען א ישיבה וואס די מוסרניקס האבען איבערגענומען, און געגעבען א נאמען 'כנסת בית ישראל' נאך ר' ישראל סאלאנטער. רוב בחורים האבען קעגען געשטימט, און זי זענען ארויס פונ'ם ישיבה, און זיי האבען געבויט א נייע ישיבה מיט'ן נאמען כנסת בית יצחק נאך ר' יצחק אלחנן. זיי האבען אריינגעברענגט ר' ברוך בער אלס ראש ישיבה, און אזוי האט ער אנגעהויבען זיין לעבען אלס ראש ישיבה. ער איז געווען ווייט פון א מוסרניק. אין קאמעניץ האט ער געברענגט א שוואגער זיינער צו זיין א סארט משגיח, אבער קיינער געדענקט איהם נישט, און ווען נישט אז ער האט אן אייניקעל מיט מיר אין חדר, וואלט איך ניטאמאל געוואוסט פון איהם צו זאגען. אדרבה, פראביר אויסצוגעפונען זיין נאמען. ער האט נישט געטיילט קיין שיריים, און ער האט נישט געפיהרט קיין טישען. בחורים האבען געגעסען ביי איהם שבת, און ער האט אפשר סערווירט, אזוי ווי משה רבינו, אבער ביז צום א.ג. 'קדושה' פון שיריים זענען זיי נשיט געקומען, און ס'איז נישט געווארען קיין cult of personality אזוי ווי די רבי'ס. ר' שרגא פייבעל איז געווען אן עסקן לש"ש און א מחנך, אבער ער איז אין ערגעץ נישט אנגענומען אלס אחד מגדולי הדור, און פערצופאל איז ער אן אונגארישער, נישט קיין ליטוואק.
דער חפץ חיים מיט ר' אלחנן האט מען קיין שום מוסרניק מעשה'ס נישט געזען, אלס איז נארמאל, געלאסען און געבויט אויף חז"ל, נישט קיין רעיונות פון די אלטע'ס און נישט קיין עבודות פון נאווארדאק וכדו'. די זיינען נישט קיין מוסרניקס.
איך וויל וויסן זייט ווען קלייבט מען אידישע מנהיגים לויט זייער עילוי׳שאפט און בקיאות אדער גאונות? אין מיין תורה שטייט:
יִפְקֹד ה' אֱ-לֹהֵי הָרוּחֹת לְכָל בָּשָׂר אִישׁ עַל הָעֵדָה. ״אֲשֶׁר יֵצֵא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יָבֹא לִפְנֵיהֶם וַאֲשֶׁר יוֹצִיאֵם וַאֲשֶׁר יְבִיאֵם״ וְלֹא תִהְיֶה עֲדַת ה' כַּצֹּאן אֲשֶׁר אֵין לָהֶם רֹעֶה.
יהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל. יא ס׳געווען א כהן גדול אן אורים ותומים א סנהדרין וואס האט גע׳פסק׳נט שאלות. אבער צו זיין א מנהיג, א לידער, בלויז ווייל מ׳קען תורה כמונח בקופסא, און דעריבער זענען אלע מנהיגים וואס האבן ווייניגער געקענט לערנען, אבער צוליב דעם פארשטאנען צו מענטשן, זייערע תכונות הנפש פסיכיאלאגן, און געקענט משפיע זיין (נישט השפעת פון צינורות נאר) טוישן א אידס שלעכטע געוואוינהייטן מקרב זיין צום אמת. זיי רופט ער ׳׳טאמעיטא דיפ עסערס״ .
איך רוף דוד המלך; אהארפ שפילער, און שמשון הגבור א בלעק בעלט פרא. זיין אפשאצונג אויף מנהיגים איז פונקט אזא געפילישער תורה חדשה ווי זאגן אז רביים וואס פארענטפערן רבבח״ה מעשיות זענען מנהיגים.
״ליטוואק פון ווער אווער הי איז קאמינג פראם״ , שפילט זיך מיטן געפיל: אז גאון, בעל זכרון עילוי = מנהיג ישראל, און עימיצער וואס קען אפשר זיין אסאך א גרעסערער כלי מוכשר להשפיע, איז אבער כקליפת השום צו דער וואס זיצט אין קלויז. פארוואס?
בד״וו ליטוואק פון ב האלט אז שבת איז געמאכט פאר קורצע סעודות כדי צו קענען לערנען אפאהר שעה (מקור?) אין מיין שו״ע שטייט אז שבת זאל מען מענג זיין מיט וואס מ׳האט ליב, כולל טאמעטא דיפ, דזשעלאפינאו דיפ, פאסטן (ט״ז) לערנען, יעדער וואס ס׳שמעקט אים. ס׳שטייט נישט אין ערגעץ אז שבת איז געמאכט בלויז צו לערנען, ווייטער געפיל...
מאטייהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!).
דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך.
איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
לכאורה לויט דיין זיכערע טאון ביסטו לכאורה גערעכט, זאגסט אבער נישט פארוואס, א שאד. אויב דו וואלסט מעיין געווען אין די סגנון פון מיינע ווערטער וואלסטו געכאפט אז כ'האב געמיינט סארקאסטיש דאס פארקערטע. און מיר חושד זיין אלס א חסיד שוטה דעם איז פשוט אבסורד. זאג מיר אין וועלכען חסידישער. הויף כ'וואלט געקענט אזוי רעדן.
היימישער ליטוואקמאטייהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!).
דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך.
איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
ר' היימישער ליטוואק: במחכת"ה. איך זעה נישט וואו ס'דא דברי כפירה אין מאטי'ס ענטפער. ער האט קיינעם נישט אוועקגעמאכט א יעדער פון די גדולי ישראל אין היסטאריע בלייבט מיט זיינע מעלות און חשיבות. ער האט נאר אנגעצייכנט אז די אנדערע גדולים וחשובים האבן זיך ניט אויסגעצייכנט מיט די מעלה פון מנהיגות. שמשון הגיבור האט זיך געהאט זיינע מעלות. אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז ר'איז געווען א גאון עולם. די זעלבע אויף שאול המלך. געווען א גיבור און א צדיק. אבער א גאון עולם?! ער קען אפשר זיין ראנג פון אן היסטארישן שטאנדפונקט. אבער קיין כפירה איז עס נישט. 🙄 ❓ ❗ 😛 😳 😮
berlbalagulehהיימישער ליטוואקמאטייהושע איז לאו דוקא געווען א למדן! ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע ס׳איז מסתם געווען גרעסערע עילוים ווי ער. גייט ווייטער שופטים: יפתח הגלעדי, שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך. א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער אבער מנהיגי ישראל...
ווען דא וואלט גווען א שטרענגע צענזור וואלט מען דאס גדארפט אויסמעקן (אין אייוועלט: חוסם גווען!).
דער לימוד זכות אויף דיר איז, אז דו ביסט אויפגוואקסן מיט אזא מין פארדרייטע חסיד'ישע סארט קוק אויף מנהיגי ישראל. נו, תינוק שנשבה... נעבאך.
איך גיי נישט זיך מתפלפל זיין בדברי כפירה ולגלוג על נביאי ה' ומשיחו.
ר' היימישער ליטוואק: במחכת"ה. איך זעה נישט וואו ס'דא דברי כפירה אין מאטי'ס ענטפער. ער האט קיינעם נישט אוועקגעמאכט א יעדער פון די גדולי ישראל אין היסטאריע בלייבט מיט זיינע מעלות און חשיבות. ער האט נאר אנגעצייכנט אז די אנדערע גדולים וחשובים האבן זיך ניט אויסגעצייכנט מיט די מעלה פון מנהיגות. שמשון הגיבור האט זיך געהאט זיינע מעלות. אבער ס'שטייט נישט אין ערגעץ אז ר'איז געווען א גאון עולם. די זעלבע אויף שאול המלך. געווען א גיבור און א צדיק. אבער א גאון עולם?! ער קען אפשר זיין ראנג פון אן היסטארישן שטאנדפונקט. אבער קיין כפירה איז עס נישט. 🙄 ❓ ❗ 😛 😳 😮
יהושע איז לאו דווקא גווען א למדן, ווען אין פסוק שטייט אז לא ימיש מתוך האוהל. יע, איך ווייס אויך אז חז"ל זאגן אז עס זענען גווען גרעסרע פון אים, אבער די זעלבע חז"ל זאגן אז זיין מעלה איז גווען פון מסדר זיין די ספספלים אין בית המדרש (נישט ווייל "ער האט פשוט פארשטאנען צו אנטראפאלאגיע" ), און די זעלבע חז"ל נוצן יהושע אלס דער משל פון דעם גרעסטן ת"ח נאך משה רבינו ("אלמלא אמרה יהושה בן נון לא צייתנא...").
יפתח שמשון שאול דוד, זענן נישט גווען מנהיגי ישראל כאטש זיי זענן גווען "א באנדע שלעגער, פאעזיער, אינספירירער", זיי זענן גווען גדולי ישראל און נביאים. איינער וואס פארשטייט נישט דאס פעלט אין זיין פונדאמענטל יידישקייט. און, פארשטייטזיך, איז קעגן צאללאזע מאמרי חז"ל.
און טאקע דאס באדערט מיר! אז לויט דער לאגיק פון ליטוואק פון ב. הייבט זיך מנהיגות אן ביי גאונות און ענדיגט זיך דארט. אלע מעלות א חוץ תורה איז פשוט ווערט אזויפיל ווי איך האב געזאגט אויבן (כפירה לפי דעת היימישע ליטוואק). אודאי דארף א מנהיג זיין ערליך און נישט פארברענגען זיין צייט מיט ביטול הזמן און קענען פארשטיין תורת אלהים חיים. אבער צו האלטן האסטידש אלע אידישע מנהיגים פון אונזער היסטאריע ביז היינט בלויז צו ווי גרויס זיין לומדות, פילפול, חריפות, בקיאות איז געוועזן, איז פשוט גאוה און קיצוניות.
און בלויז א פריינדליכע דערמאנונג : איך האב אראפגעברענגט א פסוק אין די תורה וואו משה רבינו זאגט צו גאט וואספארא קרעדענשיעלס א מנהיג ברויך פארמאגן, און ס'איז נישט די זעלבע וואס ליטוואק האט פארגעברייט.
מאטי, שלום עליכם. מיר שאצען יעדער נייער וואס קומט טרינקען קאווע מיט אונז. אבער לגופו של ענין, ווייס איך נישט וואס דו האסט געזען אין מייו ווערטער. דו האסט גערעדט פאר מיר, געמאכט א גאנצע שיטה פאר מיר, און מיר מיט אלס מוציא געווען. אפשר קענט איהר דאווענען א מאל א מנחה פאר מיר אויך?
איך האב נישט גערעדט פון מנהיג הדור, נישט פון שופטים אין נ"ך, און נישט פון אינספיירע"ן און קיין אנדערע זאך נישט. איך האב געזאגט אז חסידים, וואס האבען געמאכט אן עיקר פון אנדערע זאכען אחוץ לערנען, האבען פארלוירען פון זייערע לערנען, און די אלע מעלות וואס זיי טענה'ן זיי האבען געקראגן פון זייערע עבודות האט זיי נישט געהאלפען לערנען נאר געשטערט. אלזא, ווילסט זיך דינגען? ווייז אויף אז איינער וואס טוט די אנדערע זאכען קען אויך לערנען. דאס אז סאטמארער רב האט צו אסאך געטויגט, און ס'לוינט זיך צו הערען זיין עצות ותושיות, ווייל ער איז געווען א קלוגע מנהיג, איז ריכטיג, אבער צו א וועלטס תלמיד חכם קומט עס נישט, און ביי מיר אין תורה שטייט בי מלכים ימלוכו, אז כבוד קומט א תלמיד חכם, און מ'דארף מחנך זיין קינדער צו שעצען א תלמיד חכם און צו שטרעבען צו זיין א תלמיד חכם. דאס האט מען נישט געזען ביים חינוך פונ'ם בעל דברי יואל און נישט פון אנדערע חסידים.
אגב, דיין טייטש אין פסוק איז פשוט א גרייז. משה רבינו האט געבעטען פונ'ם אויבישטער אז ער זאל צו שטעלען פאר כלל ישראל א מענטש וואס וועט טוהן די ארבעט פון אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם, ס'שטייט נישט אז ער זאל האבען די מעלות פון א יוצא לפניהם. זיין מעלות זענען אנשי חיל שונאי בצע וכדו', ד.ה. איש חיל אין תורה, א מענשט מיט אויסגע'ארבעטער מדות און אלע מעלות פון א איד וואס ווערט גערעכענט אין תורה. (אגב, עי' רש"י אויפ'ן פסוק אשר יצא לפניהם אין די צווייטע פשט, בזכיותיו, נישט אין פארשטאנען ותו לא מידי). א מנהיג דארף ערשט זיין א וועלטס תלמיד חכם. יעצט נאך דעם דארף ער האבען שכל און פארשטאנען צו מענטשען און א נאטור וואס קען טוהן זיין ארבעט, און טאקע ר' משה פיינשטיין האט נישט אונטערגענומען זאכען צו וואס ער האט נישט געטויגט, נאר פסקנ'ען און דן זיין דיני תורה. אבער שאצען שאצט מען איהם ערשט, ווייל אין די עיקר קרוין וואס א איד קען פארמאגען: א תלמיד חכם, איז ער דער תלמיד חכם מיט'ן ה"א הידיעה, וואס אין זיין דור האט נישט געהאט קיין פארמעסט.
א נביא מוז זיין א תלמיד חכם מופלג, איז אלע מנהיגים דיינער האבען געמוזט זיין תלמידי חכמים, טאמער זיי זענען געווען נביאים, אזוי ווי דוד המלך. יפתח, וואס דער גמרא רופט אהן קלי עולם, ווייס איך נישט. איך האב אפאר מאל געלערנט ספר שופטים, און איך פארשטיי נישט דער גאנצע מהלך דארט, וואס איז דער נבואה הנצרכה לדורות, פארוואס איז דן זיין אידען לכף זכות גענוג צו ווערען א מנהיג, און אויב יא, פארוואס האט מען איהם נאכאמאל געפרואווט מיט א נסיון פון צוברעכען דער מזבח, און וואס זאגען חז"ל דערצו. טאמער איינער קען א יסודותדיג'ער ספר וואס איז מסביר עפ"י חז"ל, ביטע מעלדט זיך, ווייל איך פארשטיי נישט. (איך האב געהערט אז דער אברבנאל האט אן אריכות דערויף, אבער איך טרעף עס נישט) אבער אזוי פיל האב איך נישט געטראפען אז מ'מוז פאלגען א שופט פונ'ם פסוק, און זיי זענען נישט קיין חלק פונ'ם מסירת התורה מדור לדור, כמבואר ברמב"ם בהקדמה לספר היד, ממילא ווייס איך נישט וואס איז דער וויכטיגקייט פון זיי ברענגען. זיי זענען באשטימט מן השמים ארויסצוהעלפען אידען ווען זיי האבען געדארפט. יא, היינט איז דא געווען א מנהיג וואס ער רופט זיך בנימין בן גוריון, וואס האט געוועלדיגט אויף אסאך אידען, און ער האט גוט פארשטאנען צו הנהגה און מלחמה און פאליטיק, און ס'איז נאך מעגליך אז ער האט אסאך מענטשען געהאלפען. אז אין דיין אויגען איז ער דער מנהיג, און ממילא פארנעמט ער דער פלאץ פון ר' משה פיינשטיין אונ'ם בעל דברי יואל, ביסטו געליידענט צו נעמען דער שטעלונג, און לאזען דער נער,,פרייליך מיט קעניגרייך מיט נאך אזעלכע סאטמארער תלמידים דיר אראפבייסען דער קאפ.
וואס האב איך געזאגט וועגען ווי לאנג א שבת טיש דארף נעמען? איך געדענק נישט אזא זאך, ביטע אויפווייזען.
מיין מליצה פון טאמעט"א די"פ איז נישט גענוג ערקלערט דא. איך מיין דערמיט חוזק צו מאכען פונ'ם מושג פון א 'היימישע איד', א זאך וואס האט נישט מיט תורה, נישט מיט פארצייטישקייט, נישט מיט מסורה, נישט מיט חסידות, נאר מיט ווייבערישע מושגים פונ'ם אייגענע מענטשען און פריינדשאפט. מ'מיינט אז מ'איז מקפיד נישט משנה זיין א 'זיז כל שהוא', און דער וואס איז יא משנה, איז אביסל אנדעריש, און ס'איז שווער זיך צו פארלאזען אויף אזא איינער. דערווייל לאזט מען צו שינויים, אבער נאר ווען ס'קומט פון א מענטש, וואס אין אנדערע הינזיכטען איז ער נישט משנה. דעמאלס מעג ער דאס משנה זיין. דערנאך קען ער משנה זיין א צווייטע זאך א.א.וו. דער משל דערצו איז דער מאדערנע מאכל פון טאמעט"א די"פ, וואס מ'האט נישט געגעסען אינדערהים. מ"מ היינט איז דאס א היימישע מאכל. פרעג איך אייך, איהר וואלט זיך משדך געווען מיט איינער וואס עסט טאמעטא זופ פרייטיג צו נאכט? אוודאי נישט, ווייל ער איז נישט היימיש. ט'וויאזוי קענסטו אריינלאזען טאמעט"א די"פ אין שטוב. נאר ווייל למעשה אין דער איד אדווערטייזט מען טאמעט"א די"פ און נישט טאמעט"א זופ. דאס איז א אידישקייט פון טאמעט"א די"פ, אן חוקים, אן גבולות, אפילו די ווייבערישקייט און נערישקייט שטימט נישט מיט אירע אייגענע כללים. לייג אלס אוועק און גיי צוריק צו די תורה.
קודם כל, א הארציגן יישר כח פאר דיין לעגיטימאציע צו שעצן נייע ניקים. פון אוגוסט דעם 27'טער ביז דעצעמבער דעם 19'טר 2012 בין איך ארומגעגאנגען פאר'דאגה'ט, פול מיט קאמפלעקסן אז ס'הערשט דא ביגאטרי קעגן פרישע איינוואוינער. יעצט, איז דאס אראפגעלאדנט פון מיין ברוסטקאסטן ב"ה.
איצט צום ענין: כ'מוז דיר זאגן, אז כ'האב שוין געהאט איינגעטונקען מיין קולמוס אין דיו צו שרייבן מיין קאנצעסיע תגובה נאכן איינזעהן אז כ'האב פוגע געווען על לא דבר אין אזא ת"ח ווי דיר - טאקע נישט אזא "וועלטס" ת"ח ווי ר' משה ז"ל, אבער פארט אין כלל פונעם את דרבי עקיבא לרבות.. מ'דארף נאך אלס מכבד זיין אפילו ס'דא "גרעסערע" אינעם דור--
כ'האב געמיינט אז מיין טעות איז געווען כתחילת דבריך. אז דער גאנצע מבוכה דא איז געווען בלויז א קאנטעסט וואו ס'איז פראדוצירט געווארן גרעסערע גאונים. צו אינעם ווייטן ליטאעניע דורך דעם "אין התורה מתקיימת אלא במי שממית עצמו עליה", אדער גאר כרבי ר' זושא מהאנאפאלי זצ"ל וואס איז פאר גרויס צער נישט פארשטייענדיג א רי"ף איינגעשלאפן, והנה הרי"ף בחלומו אין זאגט אים דעם ריכטיגן פשט כתינוק במעי אמו.
אבער ווי ערשטוינט בין איך געווארן צו זען - ליינענדיג נאך אפאר שורות געשריבן אזוי "בדרך אגב" - ווי דאס דיו אינעם קולמוס האט אנגעהויבן טרוקענען. הפנים זי האט דערשמעקט א שורה'לע וואס ליינט זיך: "א מנהיג דארף ערשט זיין א וועלטס תלמיד חכם."
ס'טייטש? דו האסט יא א קריטעריע אויף א מנהיג!.. וואס איז דאס א "וועלטס" ת"ח? א פאפולער סעלעברעטי? נע דו לאכסט דאך פון די זאכן...
נו אויב דו מיינסט דער גרעסטער ת"ח אין דער וועלט, נו פארוואס האט נישט ר' משה ז"ל געשטעלט אין שאטן דעם סאטמאר'ן רבי'ן נהנה צו זיין עצה ותושיה אלס א מנהיג וחכם, וואס דו טיילסט אים אזוי ברייט צו אינעם פריערדיגען פאראגראף.
דו שרייבסט ווייטער: "יעצט נאך דעם דארף ער האבן שכל און פארשטיין צו מענטשן און א נאטור וואס קען טוהן זיין ארבעט, און טאקע ר' משה פיינשטיין האט נישט אונטערגענומען זאכן צו וואס ער האט נישט געטויגט, נאר פסקנ'ען און דן זיין דיני תורה. אבער שאצן שאצט מען איהם ערשט, ווייל אין די עיקר קרוין וואס א איד קען פארמאגן: א תלמיד חכם, איז ער דער תלמיד חכם מיטן ה"א הידיעה, וואס אין זיין דור האט נישט געהאט קיין פארמעסט."
דא איז זי שוין אינגאנצן נקרש געווארן ממש כדי להעמיד רביעית על כזית. דו שרייבסט קליפ און קלאר אז נאר א ת"ח מיטן ה"א הידועה וואס ממש נישטא קיין פארמעסט אין זיין דור נאר אזא איינער קען זיין וואס? א מנהיג? מהיכן דנתני?
דאס וואס דו זאגסט אז משה האט נאר געבעטן "אשר יצא" צו טון די ארבייט פון אשר יצא, נו נאך אזא שארפן קלארן פסק, וואלט נישט געווען מן הנימוס אז קודם זאל משה זיכער מאכן אז זיין שטעלפארטרעטער זאל פארמאגט די "עיקר קרוין" וואס א איד קען פארמאגן? אדער קען זיין אז משה האט זיך שוין פארשטאנען מיטן אייבירשטן אז דאס מוז זיין "פרי קאנדישאנד" אין די נעגאשיעשאנס....
אנשי חיל פשוט פשט מיינט אזוי ווי גיבור חיל, א בראווער מענטש, ויש דורשים מה שדורשים.
עכ"פ, ענלייטן מיר צו דו האסט א שיטה ווי אזוי א מנהיג דארף אויסקוקן. און טאמער יא, וואס איז דאס? און צו מ'מעג נאך נהנה זיין עצה ותושיה פון די קלענערע ת"ח אינעם דור.
לגבי דער ענין פון די שיעור עריכת שלחן שבת וואס דו האסט געפרעגט, דאס האסטו געשריבן:
"שבת קודש מיינט נישט א טאג מיוחד צו לערנען תורה נאך א שווערע וואך אין ביזנעס, נאר צו פארברענגען לאנגע סעודות און זאגן מדרש פליאה תורה'ס אדער הערן פרק שיעור און זיך אפרוען פון דער ארבעט. ראש השנה איז נישט קיין טאג וואס מ'דאווענט און נאך דעם עסט מען שנעל א סעודה, און דערנאך זעצט מען זיך לערנען עטליכע שעה, נאר א טאג וואס דער סיסטעם האט זיך אונטערגענומען צו באשעפטיגען דער מענטש א גאנצע טאג כדי ער זאל זיך חס ושלום נישט טרעפן קיין צייט וואס ער דארף בוחר זיין בטוב און זיך זעצן לערנען".
אקעי מסתם האסטו גערעדט פון ר"ה שחל בשבת אויך ניין? סתמא קתני.
ס'מיר א ווינדער אויף אזא ליטאי מיטען גאנצען שטאלץ און טיילט איין און זאגט דיעות איבער חסידישע צו חת''ם סופר תלמידים צו זיי זענען בארעכטיגט בהנהגה צו ניש
ביטע כאפט אייך אריבער קיין איזראעיל באטראכט אביסעל די גדעלים וויאזוי זיי ווערן געקרוינט דורכען דגל פארטיי און ווי ביליג די מנהיגים זעלבסט קריגען זיך ארום
ניצענדיג די הייליגסטע מושגים פון כלל ישראל בלויז מיטן ציל צו צודריקען יענעם ווייל יענער האלט אז מ'ברויך זיין פעסטער בנוגע די גזירת המלכות
אויב 'יענער' האלט אז מ'ברויך א שטייפערער פירערשאפט בנוגע די מדינה אפגערעדט צו ער איז יא א ת''ח צו ניש קודם איז ער א פסול לעדות פסל'ט ספרי תורה וכל המהרהר כמותו איז חייב סקילה ועוד ועוד, ווי איז געהערט געווארען מנהיגים זעלבסט זאלען זיך אזוי פירען??
וואט עי שעים און חוצפה וגאות א ליטאי בזמנינו ברויך האבען היינט צו גיין קריטיקירען איבער יענעמ'ס גדולים
(א היינטיגער פאשקעוויל)
עי' בספה''ק כלי יקר די וואך ביי די כפורת איבער די חעברע וואס לערנען בלויז אויף 'זעך' גרויס צו מאכען.
נאר פרייליך אז דו ווילסט רעדן פון ישראל'שער פאליטיק, עפן ביטע א פרישער אשכול.
רעב מאטעל שלום עליכם !
ליינט אביסעל פריער וויאזוי די ליטאים האבען געשריבען איבער אנדערע גדולים האב'ך בלויז געוואלט איבערצייגען דעם ליטאי אביסעל זיך אומקוקען ביי זיך אינדערהיים
צוריק צום נושא:
אלטע פאשקעווילען
דאס קעפל וואלט שוין לאנג געדארפט געטוישט ווערן צו "גדולי חסידים VS. גדולי ליטע."
מאטידאס קעפל וואלט שוין לאנג געדארפט געטוישט ווערן צו "גדולי חסידים VS. גדולי ליטע."
אדער חסידי ה'ליטאים vs חסידי ה'חסידים
מאטי - א וועלטס ת"ח איז א ת"ח אויף א וועלטס פארנעם. דאס הייסט אז אפילו צווישען אלע אנדערע תלמידי חכמים פון דער וועלט, ווערט ער אויך גערעכענט אלס ת"ח.
ר' משה'ס עצה'ס זענען נישט געווען ווייניג ווי אנדערע גדולים. איך וואלט איהם פריער געפאלגט ווי דער בעל דברי יואל, גאר וועגען דעם אז אין משנה שטייט אז נהנין ממנו עצה ותושיה. נאר למעשה זיין פעהיגקייט איז נישט געווען אין בויען אדער איינרעדען יענעם אינ'ם חיצוניותדיג'ער אופן ווי די מנהיגים וואס מ'זעט. זיין השפעה, אויף אן איידעלע אופן, איז געווען אסאך גרעסער ווי מ'האט געזען מיט קורצזיניגע אויגען, און די הצלחה פונ'ם בעל דברי יואל איז געווען אסאך מער באגרעניצט ווי מ'זעט מיט גאס אויגען. דער וואס ציילט טליתים וועט אפשר מיינען אז סאטמארער רב האט מצליח געווען, אבער די וואס לעבען מיט דער מהלך פון 'אין מוכרין בשר אדם באיטליז' קוקען קיינמאל נישט מיט די אויגען פון דער גאס, און ציילען מענטשען איז נישט דער וועג פון מעסטען הצלחה, און מ'קען נישט לייקענען אז די אלע פראבלעמען פון וואס סאטמאר ליידט היינט (אז דו ביסט אן אהרוני איז ז"ל, און אז דו ביסט א זאלי איז דאס אהרן, איך בין ביידער נישט, ממילא באשולדיג איך זיי ביידער) איז א פועל יוצא פון זיין הנהגה, און ממילא איז אפשר זיין עצה ותושיה אביסל מער קורצזיניג ווי מ'וואלטען גלייך געזען. ער איז נאך אלס א חכם און אן אריגינעלער מענטש, אבער די חסרונות קומען אפשר פון די זעלבע פלאץ ווי די חסרון אין לערנען. א גרעסערע תלמיד חכם פארשטייט פארט בעסער און ווייטער.
איך האב גערעדט פון שעצען, רעדסטו פון מנהיג. איך רעדט פון א אידישע חינוך, וויאזוי מ'איז זיך מחנך, וואס איז דער ערך על פון א איד, וויאזוי צו ערציהען קינדער זאלען היטען תורה ומצוות ווי א איד ברויך, און דא ברענגסטו ווער איז א מנהיג? כנראה אז דו מיינסט נאר פון מאכט, און דו האסט דאס אויסגעמישט אז דאס מיינט גאר כבוד. מאכט איז פאר גבירים ונגידים און פאליטישענ"ס, א שטייגער ווי די וואס הרגנ'ען זיך יעצט אין מיטל מזרח, און כבוד איז בי מלכים ימלוכו, אין כבוד אלא תורה. מיר דארפ'ן מכבד זיין ת"ח און לאזען די אטענשע"ן זוכער'ס זייערע אטענשע"ן, און די מאכט זוכער'ס זייערע מאכט.
משה רבינו דארף נישט איינטיילען דער אויבעשטער וואס צו טוהן. ער האט געבעטען פון דער רבש"ע א מנהיג פאר אידען. וואס מיינט א מנהיג 'אשר יצא לפניהם ואשר יבא לפניהם'. די כוחות וואס א מנהיג דארף ברענגען צום טיש איז נישט אשר יצא לפניהם נאר א תלמיד חכם א בעל מדות א ארנטליכע מענטש און א שטארקע בעל דעה אין תורה. דערצו ברענגט יעדער מענטש זיין פערזענליכע כוחות צום טיש און ער באנוצט זיך מיט דעם צו טוהן וואס ס'פעהלט אויס. און דאס האט אונז דער אויבעשטער געגעבען מיט א יהושע בן נון וואס ער איז געווען דער שר התורה פונ'ם תורה און דער מוסר התורה פון משה רבינו צו די מנהיגים.
צו דערצו, ווילסט ברענגען ראיות פון נ"ך וואס מ'ווייסט נישט וואס איז דארט געווען. אין די לעצטע דריי הונדרעט יאר וואס מ'זעט יא וואס איז געווען, האט כלל ישראל געהאט איין מנהיג, וואס למעשה על פיו ישק ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו אלע ענייני התורה אינ'ם דור (נישט ברכות און פערפעל, נאר אלס וואס יהושע בן נון האט גטוהן בזעיר אנפין) וואס איז נישט געווען דער וועלטס ת"ח? דער חת"ס איז נאר דער מנהיג, אבער א צווייטע איז געווען גערעכענט אלס גרעסערע ת"ח צווישען תלמידי חכמים אין זיין דור? ר' חיים עוזר איז נאר געווען אן עסקן, אבער פסקנ'ען האט ער נישט געקענט? די פוסקי הדור און די משיבי הדור און די וואס זענען געשטאנען פאר'ן מלכות משתדל צו זיין פאר'ן צרכים הרוחניים פונ'ם דור זענען געווען קטלא קניא'ס אין לערנען? ר' איצילע וואלאזינער, דער חפץ חיים, דער בית הלוי, ר' יצחק אלחנן, די אלע האבען גענומען דער אחריות פאר'ן דור אין הנהגה, ווי אויך זענען זיי געווען די חכמי הדור, וואס צווישען תלמידי חכמים האט מען געוואוסט אז אין אחרי המלך כלום אין לערנען. ברענגען פון די ווייטע היסטאריע איז נישט קיין חכמה, ס'איז געבויט אויף אי ידיעה.
דאס דארף יעדער בעל דעת מיט אויגען זע'ען אז ווען אן עסקן טוט עפעס האט עס נישט קיין שייכות צו וואס א תלמיד חכם טוט. ווען א ת"ח לייגט זיך צום ארבעט און ער עפענט א מוסד, אדער ער טוט א חסד פאר א מענטש אדער ער נעמט זיך אין דער הענט אריין צו פסקנ'ען א זאך ווי עס דארפט צו זיין, זעט עס אויס אינגאנצען אנדעריש ווי ווען א בעלעבאס אן עסקן טוט עס, אפילו ווען ביידע מיינען עס לש"ש. פונקט יעצט האט מיר איינער א חבר פון אויסלאנד פארציילט אז אין זיין שטאט איז געווען א קבוצה פון בחורים בני מצוה וואס מ'האט געוואלט עפעס מחזק זיין זייערע לערנען. מ'האט געמאכט א חבורה פאר זיי מוצ"ש אז מ'זאל לערנען און דער גרעסטע למדן אינ'ם שטאטישע כולל האט זיי געזאגט א שיעור. ער האט מיר געזאגט "שטעל זיך פאר ווען יענער און יענער עסקנים גרינדען דער חבורה. זיי וואלטען עס געמאכט געשמאק, געברענגט פיצה אדער טשולענט און געטיילט פרייזע"ס. יעדער וואלט געזאגט 'אה, זיי האבען געראטעוועט א דור'. יעצט אז א ת"ח האט עס געטוהן, זעט יעדער איינער אז ס'האט הצלחה אהן אלע חיצוניות." ער איז נתפעל געווארען פון די פשוט'ער טעות אין וואס א מענטש וואלט געקענט לייכט אריינפאלען. אזוי אויך דיר, אוודאי האבען מיר עסקנים לש"ש, אבער אויף יעדער מענטש וואס טוט עפעס קען מען צייגען א פינגער, 'ווען דו וואלטס גענוצט דיין כוחות קודם אויף לערנען וואלט דער גאנצע זאך אנדעריש אויסגעקוקט'. און דאס איז דער פאריבעל אויפ'ן בעל דברי יואל. אזא בעל כשרון און בעל מרץ, ווען ער וואלט נאר גענוצט זיין בחוריש'ע כשרונות אויף לערנען, ווען ער וואלט נישט גע'עפענט קיין ביהמ"ד פאר'ן צוואנציג, ווען ער וואלט ווייניגער געזעסען אין ביה"כ, ווען ער וואלט ווייניגער געטראכט פון חטא הידוע און ציונות, ווען ער וואלט אוועקגעפארען פון זיין טאטע אויף א ישיבה צו ליגען אין לערנען אהן קיין שום כבוד, ווען ער וואלט נישט געזעסען אגאנצע טאג און געטראכט פון זיין טאטע זיידע מסורה נאר געטראכט פון תורה און א שווערע תוספות, וואלט מיר געהאט פיל מער פון זיין כוחות און חכמה. און דאס איז פאר כלל ישראל א גרויסע שאד.
דער חזו"א האט געזאגט אויף די ירושלימ'ער קנאים 'א שאד אויף מענטשען מיט אזעלכע ערליכקייט און כוחות, ווען זיי וואלטען אביסל מער געלערנעט וואלטען די מדות געווען אויסג'ארבעט און כלל ישראל וואלט עפעס געהאט פון זיי".
לענין די אריכות פונ'ם שבת טיש, עי' שו"ע או"ח סי' ר"צ און אין נו"כ דארט וואס א בעלעבאס דארף צו טוהן שבת, ותו לא מידי. (דער שנעלע סעודה ר"ה איז סייווי, ווייל מ'ענדיגט דאווענען הארט פאר'ן שקיעה, איך האב נאר געזאגט אז מ'זאל עסען יענער סעודה מיט פינעף שעה פריער, און נישט פארדרייען ר"ה אויף א טאג פון נישט לערנען)
מאטי: איך ווייס אז דער ליטוואק פון בודאפעשט האט נישט גערעדט צו מיר. דאך שפיר איך מיר אלס א שטיקל מחותן צו דעים אשכול. וועל איך קאמענטירן קורץ און "שארף"? כדאמרן לעיל. א ליטוואק בלייבט ליטוואק. דו וועסט איהם נישט איבערמאכן. איך האב שוין אויפגעגעיבן. . 🙄 🙄 🙄 😂 😠 😛 😳 😢 😮 😉
בעלעגלה, דאס הייסט פראבירט? ! ברענג א פאקט, א רעיון ווי מאטי, עפעס וואס איז ווערט איבערצוזאגען, נישט האלבע קשיא׳ס און א פאק
ליטוואק, א קורץ ווארט נאר, איך מיין אז סאטמאר רבי איז דא סתם אטאקירט געווארן אין קראסס פייער. איך בין נישט דא אים צו דיפענדן אלס א מנהיג קעגן ר' משה. איך האב נאר אלס משל אים גענומען אויפן צימבל. פשוט ווייל ער איז געווען ממין הטענה אינעם משך האשכול. מיין טענה איז לגבי אלע מנהיגים פון די פריערדיגען דורות. כ'וועל מגיב זיין בהרחבה אויף דיין תגובה כשאפנה.
ליטוואק פון בודאפעסטבעלעגלה, דאס הייסט פראבירט? ! ברענג א פאקט, א רעיון ווי מאטי, עפעס וואס איז ווערט איבערצוזאגען, נישט האלבע קשיא׳ס און א פאק
און א WHAAAT??????....... 🙄 🙄 🙄 😂 😕 😮
איך ווייס נישט ווי ס׳איז פארשוואונדען געווארען דער לעצטע ווארט. ׳עמאטיקאנ׳ס׳ איז געווען דאס ווארט. אנטשולדיגט פאר׳ן אומאיינגענעמ׳קייט.
איך האב מיין תגובה איבערגעליינט און איך האב באמערקט א גרייז וואס מ׳קען זיך טועה זיין.
יהושע בן נון איז געווען דער שר התורה פון ׳דור׳ און דער מוסר התורה צו די ׳זקנים׳, און נישט ווי ס׳שטייט..
ליטוואק פון בודאפעסטאיך האב מיין תגובה איבערגעליינט און איך האב באמערקט א גרייז וואס מ׳קען זיך טועה זיין.
יהושע בן נון איז געווען דער שר התורה פון ׳דור׳ און דער מוסר התורה צו די ׳זקנים׳, און נישט ווי ס׳שטייט..
וטעות לעולם חוזר. און דאס ווארפט גאר אן אנדער ליכט אויף די גאנצע פרשה. 😂 😎 😕 😃 🙂 😮
בערעלע טייערע - איך האב זיך געוואלט באשיצען פון מאטי וואס טייטשט יעדער ווארט בנוגע מנהיג. איך האב בטעות זיך באנוצט מיט'ן ווארט מנהיג, האב איך נישט געוואלט אז ער זאל זיך טועה זיין.
ליטוואק פון בודאפעסטבערעלע טייערע - איך האב זיך געוואלט באשיצען פון מאטי וואס טייטשט יעדער ווארט בנוגע מנהיג. איך האב בטעות זיך באנוצט מיט'ן ווארט מנהיג, האב איך נישט געוואלט אז ער זאל זיך טועה זיין.
ר' ליטוואק פון בודאפעסט שליט"א: מ'דערציילט אז ס'געווען אמאל צוויי חסידים וועלכע האבהן געשמועסט און פארציילט אותות ומופתים א יעדער פון זיין רבי. זאגט דער ערשטער חסיד. "מיין רבי איז אזוי גרויס. ס'געווען אין א ערב שבת. ס'נישט געווען קיין פיש אין שטעטל. איז דער רבי ארויסגעגאנגען צום טייך און געגעבן א מאך מיט די פאטשיילע און ס'האט אנגעהויבן צו שטראמען פישן פון אלע סארטן, גרויסע און קליינע. זאגט איהם זיין חבר. דאס איז גאר קיין מופת נישט. ביי מיין רבי איז געווען אמאל ווען ס'נישט געווען קיין לבנה. מ'האט נישט געקענט מחדש זיין. איז ער ארויס אין הויף און האט געמאכט מיט די פאטשיילע און ס'האט אנגעהויבן שטראמען לבנות, גרויסע און קליינע. זאגט איהם זיין חבר. דאס קען נישט זיין. דו זאגסט א גוזמא. האט ער איהם געענטפערט. "אויב דו וועסט נאכלאזן פון די פיש, וועל איך נאכלאזן פון די לבנה'ס.... 🙄 🙄 😎 😂 😂 😠 😛 😳 😮
נישט בעבא צירל איז דאס געווען?
דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אזו ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס האט עס נישט. דער ליטוואק איז נישט קיין פארטיי פון מענטשען וואס צילען צו איין זאך. ס'איז א חינוך, א וועג ווי אנצוקוקען א זאך. יעדער קען זיך באטייליגען. דער חתם סופר פון דייטשלאנד און סלאוואקיי איז נישט ווייניגער ביי מיר ווי איינער פון שקלאוו. דער וואס זוכט אונטערצוברענגען תורה איז דער זעלבע חסיד ווי אהרן ט"ב, צו ער הייסט מרן ראש הישיבה אדער כ"ק אדמו"ר שליט"א. דער וואס האט נישט קיין חלק אין תורה און באשעפטיגט זיך מיט סיגופים אדער חטא הידוע, איז אלס דער זעלבע פראבלעם.
ליטוואק, ביז היינט האב איך געלייענט דיינע נארישע תגובות געשריבן זייער אומאיידל - מילד גערעדט - אקעגן אידן קדושים וטהורים, אבער כ'האב זיך נישט גענומען די מיה צו ענטפערן, פשוט איך בין נישט דער גרויסער ידען צו פארשטיין יעדן גדול זיינע מעלות און חסרונות און איך האב נישט דער מעסטער וואס דו פארמאגסט צו מעסטן יענעמ'ס גרויסקייט, איך לאז עס איבער למי שה'מעסטער שלו, אויבן אין הימל, ס'איז זיינע דאגות, נישט מיינע.
אבער דא איז פאראן איין גרויסע טעות וואס דו האסט, וואס צוליב דעם קוקסטו אן די אלע זאכן מיט זייער א קרומע מיינונג, און - כ'וועל נוצן דיינע אייגענע דיבורים - "דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין פארטיי מיינונג אז ס'איז אוממעגליך צו פארשטיין א לעבענסשטייגער וואס איז אנדערש".
אין איין ווארט: דו האסט באשלאסן אז תורה איז אלעס, אלעס, אלעס. נישטא גארנישט אויסער דעם. אלע אנדערע זאכן וואס צדיקים וקדושים טוען אויף פאר אידישקייט איז כאפס וכאין אקעגן א איד וואס זיצט ביי זיך אין צימער און לערנט א גאנצע טאג תורה. צי גיי איך אוועקמאכן די חשיבות פון אזא איד וואס איז כל כולו תורה? חס מלהזכיר. איך האב די גרעסטע רעספעקט פאר אזוינע אידן. אבער תורה איז נישט אלעס!! הערסט?? ניין, און נאכאמאל ניין! מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט. אפילו אזא גדול ווי דער חזון איש זצ"ל האט אויך געמוזט אוועקלייגן די גמרא אין א זייט גענוג מאל כדי אויפצוטון פארן דור, און איך קען דיר טרעפן צענדליגער מאמרי חז"ל וואס הייבן ארויס די גרויסקייט פון אידן וואס זענען מפקיר זייער אייגענע ד' אמות של הלכה כדי ארויסצוהעלפן אנדערע אידן און אויפשטעלן אידישקייט -- און דאס מיינט א ריכטיגער מנהיג! איינער וואס לערנט אויכעט (נישט קיין ליידיגגייער), פירט זיך יעדע זאך לויטן דין (און אפילו לפנים משורת הדין) און במשכ'ן טאג טוט ער אויף גדולות ונצורות למען ה' ותורתו למען הכלל.
אך און וויי וואלט געווען פאר כלל ישראל ווען עס זאלן נאר זיין גדולים וועלכע לערנען אך ורק תורה און תורה און קוקן נישט אויף קיין צווייטן. "היינו דאמר רבי כמה גדולים מעשי חייא.... דלא תשתכח תורה מישראל". צדיקים זענען ארומגעגאנגען אויפטון פאר אנדערע, קוק אן במשך הדורות, טויזענטער דוגמאות פון הייליגע אידן וואס דאס איז געווען זייער ציל אין לעבן, ובזכותם אנו חיים וקיימים.
אודאי איז "ותלמוד תורה כנגד כולם", אבער פארגעס נישט פונעם 'כולם', עס מוז געטון ווערן.
יעצט נעם דיר דעם איינעם פונקט אין האנט, און קוק איבער דיינע ווערטער פון אנהויב אשכול, וועסטו זעהן אז דיין גאנצע בסיס פאלט ארונטער, דיינע ווערטער האבן נישט קיין שום משמעות, דו בויעסט אויף הוילע לופט. דו"ק ותשכח.
שמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.
היימישער ליטוואקשמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.
איך וויל נאר וויסן אויב די משנה אין פרקי אבות איז נישט געשריבן געווארן דורך די תנאים?! דארט שטייט "הלומד על מנת ללמד , מספיקין בידו ללמוד וללמד , לשמור ולעשות...." ❓ ❗ 🙄
berlbalagulehהיימישער ליטוואקשמעקדיג, איך האב דיר גלייקט ווייל איך בין מסכים מיט דאס וואס דו שרייבסט.
אבער דו פארשטייסט נישט וואס מיין חברותא שרייבט.
נישט אז מטאר נישט מבטל זיין א רגע פון תורה פאר אנדרע מצוות, אוודאי יא!
די שאלה איז איינער וואס מוז נישט מבטל זיין איצט קיין תורה, זענען דא זאכן וועלכע גרעססער אדער עכ"פ גלייך צו תורה? דעת התנאים והאמוראים ורבותינו הראשונים והאחרונים אז נישט. דעת ומנהג מקצת אדמורי"ם אז יא.
ממילא די אלע פון "דיישטלאנד אן סלאוואקיי" אדער "פון שקלאוו" וועלכע האלטן נישט ווי די צווייטע שיטה זענן אלע גלייך, משא"כ בעלי שיטה השניה.
איך וויל נאר וויסן אויב די משנה אין פרקי אבות איז נישט געשריבן געווארן דורך די תנאים?! דארט שטייט "הלומד על מנת ללמד , מספיקין בידו ללמוד וללמד , לשמור ולעשות...." ❓ ❗ 🙄
מיין היימישער לאנדסמאן איז גערעכט, אבער דער מעשה איז פיל ברייטער און גרעסער ווי דעם.
(דער באקאנטער ט"ז וועגען מרדכי הצדיק דארף איך ענק מסתמא נישט זאגען)
דו זאגסט "מען קען נישט אויפטון פאר אידישקייט מיטן זיצן פאר זיך אין ווינקל פון ביהמ"ד אפילו מען הארעוועט אין תורה די גאנצע צייט." דארט ליגט דער הונט באגראבען. ס'איז נישט דא אזא זאך ווי אידישקייט, מסורה, קבלה אין פסק, דעת תורה, קדושת ישראל א.א.וו. די זאכען זענען פראדוקטען פון די דמיונות פון מענטשען וואס האלטען נישט ביים לערנען. א איד'ס ארבעט אין דער וועלט איז זיך מכניע זיין צום תורה און נאר צום תורה. וואס מ'טוט דארף שטייען אין תורה, און אז מ'האט א ספק דארף מען זוכען אין תורה, און אז דו טרעפסט נישט, אם ריק הוא מכם הוא ריק. אמאל פאדערט דער תורה אז מ'זאל פארמאכען דער גמרא אויף עטליכע געציילטע מינוט צו טוהן עפעס, אדער צו שטיצען דער תורה לויט איהר כללים, אבער דאס איז אלס א חלק פון תורה. דער חזון איש האט אמאל צוגעמאכט דער גמרא, ווען ער האט איינגעזעהן אז מ'גייט טוהן קעגען דער תורה ווען ער טוט עס נישט. דאס איז אלס אונטער'ן רובריק פון תורה. אבער דער זאך ווי 'אויפשטעלען אידישקייט' וואס דאס האט נישט מיט אויסלערנען אידען תורה, דאס האט נישט מיט הכנעה צו תורה און נישט מיט וואס אידען באצייכענען זיך פון הר סיני.
און דעריבער האט מען אלס פארשטאנען אז ווען א מענטש גיבט זיך אפ אין די יונגע יארען נאר צו תורה, וועלען אלע זאכען וואס ער טוט שפעטער זיין א המשך דערפון. דער חזון איש פלעגט זאגען "קוק אהן דער חפץ חיים. ער האט געלערנט שטילערהייט זעכציג יאר, אבער דערנאך אין דרייסיג יאר האט ער געקערט א וועלט." ער דרוקט עס אויס אין אגרות און אין אסאך מעשה'ס פון די געדרוקטע. דער עיקר טובה וואס א מענטש קען טוהן פאר כלל ישראל (אפילו ווען דאס איז זיין ציל) איז צוצושטעלען גדולי תורה וואס קענען אסאך תורה, ווייל נאר פון זיי קע'מען עפעס ערווארט'ן. דאס איז אלס די מימרות פונ'ם חזו"א, וואס האט גוט איינגעזעהן די פרצות הדור און פארשטאנען פון וואנעט קומט דער ישועה.
דאס האב איך געזאגט, אז דער זעלבער בעל דברי יואל, מיט אזעלכע כוחות און כשרונות, ווען ער וואלט זיך נאר איבערגעגעבען צום תורה יונגערהייט, וואלט יעדער מעשה זיינע געהאט אן אנדערע'ן באגריף. דאס אויפשטעלען אידישקייט דאהי, מיט א קליינע אויג אויפ'ן לערנען פראגראם אין ישיבה, און א ברייטע קוק אויף וויאזוי אויסצולערנען קינדער וועגען די 'פייגלעך מיט דער בינעם', דער ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט אין בויען א קרן הצלה און אומאפהענגיגע מוסדות אין א"י, אבער כוללים האט ער כמעט נישט געבויט, איז א דירעקטער תוצאה פון דעם אז לערנען האט פארנומען א קליינער ארט ביי איהם. דאס קען מען נישט לייקענען, נאר אז דו ווילסט קענסטו זאגען אז פון איהם איז א ראיה אז תורה איז נישט אזוי וויכטיג.
יעדער וואס ווייסט קען מעיד זיין אז ר' אהרן קאטלער האט גאנץ ווייניג געקענט לערנען דאהי אין אמעריקא. דאס איז וועגען די גרויסע טרדות פון אלע ענייני הכלל וואס האבען איהם באזארגט, הן באמעריקא הן בא"י. אבער די אלע ארום איהם וואס האבען גערעדט מיט איהם שטענדיג, זענען בעיקר ארויס מיט א השגה פון דער וויכטיגקייט פון לערנען, ליגען אין לערנען, און לכה"פ שטיצען לערנען. דאס איז ווייל די אלע עסקנות זיינע איז געווען די עסקנות פון א מענטש וואס ווייקט זיך נאר אין לערנען.
און טאקע ווען די אלע עסקנות וואלט נאר געקומען פון לערנען, וואלט ביי-האר און ציונות געשפילט א קלענערע ראלע ביי איהם, ווייל זיי זענען אדער מנהגים און נישט הלכות פון תורה, אדער זענען זיי חיצוניות'דיגע ענינים וואס האט נישט מיטן עיקר. נישט די ציונות איז דער פראבלעם, נאר עקירת התורה והדת איז דער פראבלעם. (הייב נישט אהן מיט שלש שבועות, אין רמב"ם שטייט מפורש אז דער וועג וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט עיקרי הדת, און קיינער קען נישט זאגען קיין בויך סברות אפצוווענדן אן אפענע רמב"ם) דאן וואלט ער געקענט וויסען אז דער תשובה צו זיי איז נישט 'פוי' און נישט צייטונגען ארטיקלען, נאר לערנען תורה מיט אידען און מחזק זיין אידען מיט לערנען תורה.
און טאקע, אז דו ברענגסט שוין דער חזון איש, דארט זעט מען דער חילוק פון א מענטש וואס לערנט און ס'גיסט זיך איבער פון זיין לערנען ביז איבערצוקערען א דור. דער חזון איש אין א"י האט בעיקר געטוהן צוויי זאכען. ער האט גע'פסקנ'ט פאר די פארמער'ס פון די מושבות, און ער האט געלערנט בחברותא און גערעדט אין לערנען מיט ישיבה'לייט. יעדער מענטש וואס האט זיך אנטקעגן געשטעלט קעגן די שטראם און געגאנגען לערנען אין ישיבה, האט געוואוסט אז אין בני ברק איז דא אן אדם גדול וואס וויל זיי מחזק זיין און גלויבט אין זיי און וועט זיך אפגעבען מיט זיי. אט אין דער שטילע אופן האט ער מצליח געווען אריינצודרינגען א כבוד און א שטאלץ אין זיין א לומד תורה, ומאלה נפצה כל הארץ. (דער מלחמה אויף גיוס בנות, הגם אז ביי ענק איז דאס מסתמא דער עיקר, איז א קליינע תקופה אין זיין לעבן. איך האב נישט קיין רעכט צו זאגן, אבער קען זיין אין חשבונות שמים אז ער איז געשטארבען אינמיטן דער מערכה, ווייל נישט פאר דעם האט מען איהם געלייגט אין דער וועלט. איך זאג נישט אז אזוי איז, נאר א מחשבה'לע זיין עיקר ארבעט איז געווען שטיצען לומדי תורה)
מ'דערציילט א מעשה: א סאטמארע נגיד איז געפארען קיין א"י, און אזוי ווי סאטמאר האט מכתיר געווען ר' דוד סאלאווייטשיק אלס גדול הדור, איז ער אריין ביי איהם. ר' דוד האט איהם אויפגענומען ווי מ'דארף אויפנעמען א גביר. דער גביר האט איהם געפרעגט "איהר זענט דאך א זוהן פונ'ם בריסקער רב, איהר קענט עפעס איבערזאגען". ר' דוד האט איבערגעזאגט א תורה פונ'ם בריסקער רב. דערנאך פרעגט איהם ר' דוד "צו וועלכע רבי באלאנגט איהר?" האט ער געענטפערט "כ'האב געלערנט ביים סאטמאר רב." האט איהם ר' דוד געבעטען ער זאל עפעס איבערזאגן פון איהם. זיצט דער נגיד און טראכט און טראכט. צום סוף זאגט ער "יא, כ'געדענק שוין. דער רבי זי"ע האט געזאגט אז דער וואס וועט שטיצען זיין מוסדות, וועט ער נישט שולדיג בלייבען."
לך בכוחך זה והושעת את ישראל