מיט א ריכטיגע בּליקמנשה לוסטיגווי באקאנט האט מען אין סאטמאר אויסגעווארצעלט יעדע זיק של אמונה אין צדיקים, מ'האט געפרעדיגט כפירה אין אמונה פון איינעם אנדערש אויסער ר' יואליש פון ראדני, וואס די נאכווייען הערט זיך גוט ארום דא און דארט ווי נאר א חרדישער יוד פארגליטשט זיך און עפענט א בלאג צו דאס גלייכן.
מיר איז זיכער און איך גלייב וואס מיין זיידע ע''ה א הייסע סאטמורי האט מיר געזאגט מיט לייד, אז סאטמארע רב האט שוין געוויינט בימיו אויף דעם חורבן, ווען די סאטמארע קלאס הידוע האט דערגרייכט זייער נייעס ביז די גויאישע מידיא און אנגעמאכט בושות פאר עהם, און האט דאן געזאגט אז אוודאי כאן מצא בעל חוב לגבות את חובו, און מ'וועט זאגן אז גאנץ סאטמאר איז מיוסד אויף שפייען און שלאגן, אדער גיין עד התהום מיטן אלעס אפלאזן.
ובכן, באמת טרעפט מען ברוך השם אסאך אסאך גוטע יודען מנהיגי הדור אשר לא כרעו לבעל וואס הייסט די שיטה און האבן ליבערשט אנגעהאלטן די אלטע אמונה בצדיקים אן קיין חקירות, און האבן באוויזן אויפצושטעלן ערליכע דורות למיניהם כמתכונתם, און האבן ניטאמאל עקסעס צו אינטערנעט.
פון די איינער מנשה וואס איז דא בעוונותינו הרבים, איז דא כנגדו צענדליגע סאטמורים א כבוד פאר די ממלכת הכפירה, וואס האט גענוג און נאך פארטרעטערס אינעם נעץ ווארק ווי מ'געבט זיך א קער.
וואס א שטייגער דארף איך מיך לערנען פון די מיאוסע רייד וואס מ'הערט אלץ פון די סאטמארע פיסקעס? כ'דארף זאגן זו סאטמאר וזו חינוך? אדער זאל איך בעסער זיך אומקוקן דארט ווי מ'לעבט מיט איין מהלך נישט כל הישר בעיניו יעשה.
אדרבה, שפייעט אויס אייער ווייטיג, ס'איז פאר מיר קליפ און קלאר אז אויסער פאטשען קאנט איר גארניקס. פארקויף מיר א לעגענדע מיט צאנז וואס אויך זייער ממשיך האט איר געהארגעט כמעט עד חרמה
מנשה לוסטיג, פאר דו מאכסט דיינע קינדערישע מיינונגען קעגן קודש הקדשים רשכבה"ג רבינו יואל מסאטמאר זצוק"ל, קודם שװענק אױס דיין פּיסק מיט מיסטער קלין & בליטש הונדערט מאל.
פאר איך געב דיר דא מנה אחת אפּים װעל איך מקדים זיין מיט א זיסע װערטל װאס איך האב נארװאס געהערט. א יודעלע זיצט זיך אױפן פליגער געמיטלעך פארזינקען אין זיינע געדאנקען, פלוצלינג קומט צו עהם א ערל און פרעגט עהם צי ער מעג עם פרעגן א סענסיטיװע קשיא װאס עס ליגט עהם אױפן הארץ שױן יארן. היות פאר ביזנעס סיבות איז ער זייער אסאך אױפן פליגער און עס איז שוין אױסגעקומען זייער אסאך צו זיין מיט חסידישע אידן אױפן פליגער, װאס ער װינדערט זיך שטארק איז די נישט-רואיגקייט װאס די חסידישע אידן האבן. מען לױפט אהער און אהין הונדערט מאל אין א נישטיגע אכט אדער ניין שעה'דיגע פלייט, פארװאס סיי װעלכער פון זייערע קענען זיצן שעות אױף שעות מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט, און עטץ האסידעם ניטאמאל איין שעה???
דער יוד זאגט עהם, הער מיך צו מיסטער. װי דו װייסט אודאי האבען אונזערע זיידעס מיטגעמאכט א האלאקאסט, מען האט זיי פארטריבען א שיינעם טאג פון זייערע הייזער די פארשאלטענע נאציס ימח שמם וזכרם לעולמי עד האבן יעדן אריינגעטריבן אין בהמה װאגאנען פירענדיג קיין אױשװיץ. אלזא מר, רובא דרובא װעלכע זענען געזיצן שיין די גאנצע װעג האבען נעבעך געענדיגט אין די קרעמאטאריומ'ם אדער אין די ביטערע לאגערן ה"י, די ביסעלע יודעלעך װעלעכע האבען נישט געקענט איינרוהען זענען ארויסגעטאנצן, און די דאזיגע האבן איבערגעלעבט, און מיר זענען אייניקלעך פון דע טאנצערס..... פארשטייט זיך דער ערל איז נישט געװען צו באקומען נאך אזא קלארע תשובה..
יעצט צום היינטיגע שמועס. מנשה לוסטיג, הער מיך אויס א מינוט. ויהי אחר המבול, אין די ערגסטע שפל המצב אין די היסטאריע פון כלל ישראל, װען זעקס מיליאן אידן זענען גע'הרג'עט געװארן על קידוש השם, מען האט אװעקגענומען די שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל צדיקים קדושים וטהורים פון פּולין - גאליציע -אונגארן וכו' וכו' וכו', געבליבן זענען נאר א מיעוטא דמיעוטא פון אמאליגע רבנים, און אפילו די מיעוטא דמיעוטא זענען געװען מער-װייניגער קינדער פון אמאליגע צדיקים, א שטייגער װי רבי שלמה מבאבוב ז"ל. אחד בעיר ושנים ממשפחה זענען געבליבן. דאס ביסל אידען װאס האבן געלעכצט װידער אױפצושטעלן ערליכע דורות זענען געװען שבור ורצוץ, עס איז נישט געװען װי צו גיין װי זיך צו װענדען ואכמ"ל.
יעצט צוריק צום ענין, כ"ק מרן רבינו קודש הקדשים רשכבה"ג רבינו יואל מסאטמאר זצוק"ל איז געװען באװואסט מיט זיין זעלעטענע אױסערגעװענליכע השלמה אין אלע הינזיכטן, אין תורה איז ער געװען א חד בדרא, געקענט כל התורה כולה בבלי ירושלמי ראשונים אחרונים, ער איז געװען א חד בדרא אין כל כתבי אריז"ל זוהר וכו' וכו', אין עבודה ער אויך געװען א חד בדרא, אין א המשך פון א װאך איז פינף-צען שעה שלאף געעװען די והותר, עטליכע לעפלעך זופ א טאג איז געװען פרישטאג מיטאג נאכטמאל, זיין זעלעטענע פרישות און עבודה איז א מסכת פאר זיך, ואכמ"ל. אין גמילת חסד װייס איך אפילו נישט ווי אנצופאנגען, הקיצור ער איז געװען קדוש בכל מיני קדושות. זײן זעלטענע חכמה צו רעדן הזמן יכלו והם לא יכלו. זיין קלאסישקייט, ער האט איבערגענומען א מענטש אין עטליכע מינוט רעדן ואכמ"ל. זיין דאװענען איז געװען אױסערגעװענליך, מען האט געקענט צוגיין פאר מתיקות א פשוט'ע שבת'דיגע דאװענען. װער רעדט נאך פון זיין לעכטיגע הייליגע צורה, אשרי עין ראתה זאת, ער איז דאך געװען אין הנהגה דער אב המון גױם. פירות הנושרים, ער איז געװען א מנהיג און צדיק הדור צונאזאם מיט א זעלטענע השלמה.
פארשטייט זיך די אלע אידן װאס האבן געלעכצט װידער אױפשטעלן ערליכע דורות אדער פשוט באקומען א גוט װארט אדער הדרכה אין לעבן, איז סאטמאר'ער רב געװען די "אױסשליסליכע" אדרעס, ער האט באגלייט און צוריקגעברענגט טויזענטער אידן לאביהם שבשמים, אונזערע עלטערן האבן געלעכצט פאר א "אמת'דיגע" גוט װארט און חיזוק אנצוהייבן א פריש לעבן, װער נאך װי סאטמערע רב איז געװען אזױ געבענטשט בכל מדות שמנו חכמים. אלזא שטעלט זיך א קצות קשיא, װעלכע אידעלע האט גשפירט בעסער פאר זיין צובראכענע נפש צו גיין צו סיי װעלכע רעבעלע און פארטױשן מיט קודש הקדשים רשכבה"ג רבינו יואל מסאטמאר זצוק"ל? אלא מאי?? איז ער געװען א בהמה א פערד, אדער א בארירטע מלחמה איבערלעבער, אדער גאר א אױבער-חכם. רובא דרובא פון אונזערע עלטערן האבן פאר די מלחמה מיט סאטמאר קײן ספעציעלע שײכות געהאט, הגם ער איז שױן געװען פאר די מלחמה קדוש ונערץ, אבער נאך די מלחמה איז די קליינע חאטקע פינף הונדערט בעדפארד געװען די תל תלפיות פאר די לבבות נשברות. מען האט געקענט זיצן ביים קלױזעבורגער עטליכע יאר און זיין א עבד נאמן, אבער װי נאר רבינו הקדוש האט אריינגעטראטען אין אמעריקע האבען מיר אלעס איבערגעלאזט און זיך מדבק געװען מיטן "אמת'דיגן" צדיק וקדוש.
דער קלױזעבורגער האט נעבעך דאס מערסטע געשפירט דאס סאטמערע רב קומען קיין אמעריקע וד"ל, אפילו חסידים פין פולין אפשטאם האבן איבערגעלאזט זייער רבי'ן, װי א שטײגער משפחת װיזענפעלד - באכנער (באבוב) - ריבא - װערטהיימער - קלאגסבאלד וכו' וכו' וכו', פארװאס איז הרה"ח בעל מסירות נפש רבי יוסל ריבא געקימען נאר צו רבינו הקדוש, האט ער דען געװיסט װי אזוי מען ספעלט טייטלבוים? אלא מאי, מען דארף נישט קיין תירוץ..
יעצט מנשה'לע דיין גללים איז מיר אים אינטערסאנט איך גלייב דו ביזט א אײניקעל פון א...... וד"ל, פארשטאנען? עס איז איבריג יעדע װארט.