זוכט אלטע פאשקעווילן
212 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5547
איין שטיק ליצנות. טאקע דאס איז ממש דער איינציגסטער מאמר נאכצוזאגן פון סאטמאר רב.
איך האב מיט אייך נישט וואס צו רעדן.
שמעק,
ניין דאס איז דער מאמר וועלכער איז אויפן באוואוסטזיין פון א סטמאר חסיד שוטה.
ותו לא מידי.
ר' ליטוואק פון בודא-פעשט: איך וואלט דיר געלייקט פאר דיין איצטיגן מאמר. דו זאגסט גאנץ גוטע זאכן. אבער ביסט א גוטער לץ אויכעט . דו לייגסט אראפ כאילו סאטמאר רב זצ"ל איז נאר געוועין ביזי מיט ביי האר און ציונות. ער האט נישט אויפגעמאכט קיין ספר. און אין די סאטמארע קהילה איז נישט געווען אידן תלמידי חכמים וואס לא פסיק פומייהו מגירסא. דו ברענגסט עפעס א מאדנע מעשה פון א איד א גביר וועלכער האט דעם קאפ אין ביזנעס און מפני טורח הדרך האט ער זיך פונקט נישט געקענט דערמאנען עפעס א מאמר אדער א חידוש פון זיין רעבין. דאס דארף זיין א ראי' אז אין סאטמאר עסט מען נאר קוגל און מ'איז ביזי מיט שטותים. קאמ-אן. ווען דו קומסט און זאגסט מיר אז דער ראש ישיבה אדער דיין אין סאטמאר האט נישט געקענט נאכזאגן קיין חידוש, ניחא.אבער דאאאס איז דאך סתם ליצנות. עניוועי. צוואנציג תגובות צוריק האב איך שוין געזאגט אז איך געב אויף אויף דיר. ס'איז נישט מיין תפקיד בעולם מיישר צו זיין דיינע עקמומיות שבלב (ומוח(. 🙄 😕 😂 😠 😛 😳 😢 😮
בערל, א דאנק פארן ארויסשרייבן באריכות מיינע מחשבות.
מען נעמט א נארישע מעשה וואס האט - אדער יא אדער נישט - פאסירט, און מען מאכט דערפון א תורה שלימה, כאילו סאטמאר רב האט נישט משים געווען לילות כימים און געהארעוועט אין תורה כל ימי חייו, אנשטאט גיין שלאפן אין א בעט האט ער אפילו אין די שווערסטע צייטן געלערנט, און גראדע ער האט כסדר געפאדערט פון זיינע בחורים אך ורק תורה, נישט קיין חסידות, נאר שווערע סוגיות אדורכאקערן, זיין גאנצע חיות אויף דער וועלט איז געוען תורה, ממש כל רז לא אניס ליה, כידוע כמה מעשיות ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף די תוה"ק זאת נחמתי בעניי, נאך אלע צרות וואס ער איז אדורך און פארלוירן אלע קינדער בחייו ה"י.
צי מען קען טרעפן פעלערן אויף אים? מעגליך, ער איז נאך אלעם געווען א מענטש, און אפילו משה רבינו האט געקענט מאכן א טעות, אבער עטליעסט זעה אז דער פעלער זאל מאכן סענס אויף אים! אז דו ווילסט זאגן ער האט איבערגעטריבן מיט צניעות, ציונות, קען איך כאטש דערהערן דיין טענה, אבער אוועקמאכן זיין תורה און גאונות וואס דאס איז איינע פון זיינע שטארקסטע מעלות און מדריגות וואס גדולים וטובים גאונים זענען נשתומם געווארן דערפון צוליב א נארישע מעשה, איז ביליגע ליצנות.
היימישער ליטוואקשמעק,
ניין דאס איז דער מאמר וועלכער איז אויפן באוואוסטזיין פון א סטמאר חסיד שוטה.
ותו לא מידי.
אין מביאין ראיה מן השוטים.
איך ווייס נישט צי איך בין א שוטה, אבער איך האב בעסערע מאמרים ווי דעם.....
היימישע ליטאים:
קוקט אביסעל א באריכות'דיגער שמועס פון צוויי און פופציג זייטען איבער'ן השתכחות דרך הבעש''ט געשריבען כמדומה דורך א סאטמארער
אולי וועלן אייך זיך בארואיגען
עי' בקובץ אשל אברהם שיצא לאור לאחרונה ונכתב ע''י שם המכונה ישראל ראקאוויער
דאס איז געווען א וויץ, נישט קיין מעשה שהיה. און שמעקעדיג, אז דו האסט טאקע בעסערע מעשה'ס, ביטע אל תמנע טוב מבעליו, און ברענג זיי אפיר. זאלען מיר אלע הנאה האבען.
דער נקודה פון דער וויץ איז ארויסצוברענגען א נקודה וועגען די השפעה פון דער סאטמארער רב. מ'וויל אונז זאגען אז ס'איז זיין קדושה, תורה, קלוגשאפט, זכות אבות, א.א.וו. אבער למעשה כנראה ס'איז א חלק פונ'ם זעלבער פארטיי רייד און בלאף פון אלע אנדערע ערטער. אז די מענטשען וואס האלטען זיך זיינס ווייסען מער פון די געזעלשאפט זאכען און מעשה'לעך ווי פון די וויכטיגער זאכען קע'מיר לייכט זען וואס טוט זיך. און טאמער דו וועסט ענטפערען "וואס איז מיר א חילוק פארוואס מ'היט תורה ומצוות, אבי מ'טוט עס" לא מחכמה שאלת זאת. א יסוד פון בלאף האט נישט קיין קיום, און מ'האט נאך נישט געזען דער סוף פון די אלע זאכען. מ'קען זיך נאך טוישען, און מסתמא איז דא אנ אנדערע השפעה אויף סאטמארער אידען אחוץ די בלאף, אבער דאס וואס איז געבויט אויף בלאף האט נישט קיין עכטער קיום.
ר' בערעל - דו באשולדיגסט מיר מיט ליצנות. ווען איך וועל קענען אויפווייזען אז דער ליצנות איז נישט מיר, און למעשה האט מען אסאך מער געהערט פונ'ם בעל דברי יואל וועגען ביי - האר און ציונות ווי וועגען לערנען, און יעדער וואס האט געוואלט וויסען ואס ער האלט אויפ'ן אמת (נישט אויף צו פארענטפערען פאר א נעריש'ער ליטוואק) וועט קיינמאל נישט קענען זאגען אז לערנען איז געווען אן עיקר ביי איהם, וועסטו מודה זיין אז דער ליצנות איז גאר פון א צווייטען? אדרבה, מאכט א חשבון, ווי אפט האט ער גערעדט פון ביי-האר, און ווי אפט האט ער גערעדט פון לערנען?
מ'האלט שוין אינ'ם זיבעטער דף פון דער אשכול, און כל מיני מענטשען האבען פראבירט צו רעדען און פראקלאמירען וועגען דער בעל דברי יואל'ס גאונות הארעוואניע ברייטקייט וכדו'. איך האלט אין איין בעטען איין זאך: ווייז אויף. ווי איז דער תשובה, דער שטיקעל תורה, דער קלארער ראיה צו די אלע זאכען. ווען מ'פרעגט עס אויפ'ן אמת'ער גדולי תורה גדולי ישראל, קען איך עס גלייך אויפווייזען פון זייערע זאכען. פארוואס ווען ס'קומט צום סאטמארער רב איז שא שטיל, ס'לאזט זיך אויס מיט א קול רעש קטן. 'דער רבי איז געווען צדיק הדור, אנ"ד דעט"ס אי"ט". איין מאל פאר אלעמאל, ווייז אויף ותו לא.
טאמער ענק אלע וואלטען געווען גערעכט, און מנהיגי ישראל זענען געמאסטען לויט זייער טעטיגקייט און אויפטוהן, דארף מען זיך רעכענען היינט. ס'איז דא א איד, הרב באלד, וואס האט געמאכט אן איבערקערעניש. ער האט אויפגעשטעלט ארגון שיעורי תורה, און מסדר געווען שיעורים אין דער גאנצער וועלט. ער האט צוגעשטעלט תורה פאר יעדער איינער אין זומער, יו"ט חוה"מ וכדו'. (איך האב עס נישט פערזענלעך דערלעבט, ווייל אין לעיקוואוד איז דא גאנץ וויניג, אבער אזוי שטייט אין צייטונג). מסתמא איז ער מנהיג הדור, אדער כאטש ממנהיגי הדור. איז פארוואס גייט מען פרעגען סקולענער רבי'ן וועגן מאכען סיטיפילד אסיפות? פארוואס איז מט. סאלאמאן דער אדרע"ס פאר אזוי פיל שאלות אין דער וועלט? פון דעם קע'מען זען אז דער תירוץ פון מנהיגים איז נאר א תירוץ. ס'איז נישט קיין אמת'ער זאך, נאר דער וואס וויל זייער שטארק פיהרען ווערט א פיהרער. ס'איז נישט געבויט אויף א מיינונג אין מנהיגות, נאר הכנעה צו מאכט. און צום סוף ווערט דער דור אזוי אויפגעהאדעוועט אז די בעלי דעה זענען די עסקנים און די תהלים זאגער'ס, נישט תלמידי חכמים וואס קענען תורה. און ווען מ'פרעגט א שאלה, זוכט מען נישט צו וויסען וואס שטייט אין תורה וועגען דער זאך, ווייל דער נשאל קען דאך נישט מער ווי תהלים. און מ'האט זיך אויסגעדרייט פונ'ם ריבונות פון תורה, פון דער עבודה פון פאלגען דער מאמר פיו פון דער אויבעשטער וואס איז זיין תורה, נישט חלומות ומופתים.
נאר דער ענין איז, מ'איז געווארען פארגרעפט, מ'גלויבט שוין נישט אין דער כח התורה צו לייזען אלע פראבלעמען, און מ'איז שוין נישט מחנך די קינדער אין די רבונות פון תורה. ווען מ'זאגט א קינד אז לערנען איז דער עיקר, און למעשה מ'ברענגט איהם אויף ברכות און כבוד צו א תהלים זאגער, און ווען מ'זעט אן איידעלע תלמיד חכם וואס האט נישט די אנדערע קוואליטעטען פון תהלים זאגער'ס, שפעט מען אין איהם, בלייבט מען מיט א דור אהן תורה.
יא יא, זאג דיין קינד אז דער וואס עסט נישט אינדערויסען פון זיין שטוב און שלאפט נישט אין א בעט און דאווענט פינעף שעה א טאג, איז נישט אזוי חשוב בעיני התורה ונותנה ווי א איד וואס טרינקט 'חלב סתם' און דאווענט א דריי פערטעל שעה שחרית און שלאפט אין א בעט, אבער הארעוועט אין א תוספות א גאנצע טאג. זאג איהם אז דער וואס ענדיגט ש"ס יעדער יאר איז נישט אזוי וויכטיג ווי דער וואס פארשטייט אויפ'ן אמת וואס די הלכה מיינט. זאג איהם אז נאר מיט פלאג און מיה צו טרעפען דער אמת'ער פשט קומט מען אהן צום תכלית פון לערנען, וואס דאס איז וויסען וואס וויל דער אויבעשטער אין זיין תורה פון זיין פאלק. און ווען לערנען מיינט א פרומער זאך צו טוהן אזוי ווי שאקעלען לולב, און ווען יעדער סארט לערנען איז אייניג, און ווען גאנץ לערנען איז נאר אזוי ווי אלע אנדערע מצוות, בלייבט מען מיט א קרומע קוק אויף לערנען.
אגב, פאר דער וואס וויל וויסען, איך בין נישט קיין סאטמארער מחונך וואס איז היינט אן אויבער חכם און וויל לייקענען מיין עבר. איך זוך נישט צו שרייען אויף מיין טאטע זיידע און איך נוץ דער סאטמארער רב דערצו. איך בין טאקע א ליטוואק מיט אלע פירושים, ביי מיין טאטע אין שטוב האט מען גערעדט ענגליש און געדאווענט אשכנז און זאגאר געגעסען מאשין מצות פסח (פאר דער וואס האט געוואלט) און איך בין אויפגעהאדעוועט מער ווייניגער אזוי ווי איך רעד. ווען איך בין אנגעקומען אין אמעריקא און איך האב געזען סאטמאר און געליינט זייערע צייטונגען און זייערע געזעלשאפט, און פון חברים אין לעיקוואוד (יעצט אין וומסב"ג) און אין קר"י און ארום געלייינט וואס ס'איז דא, און גערעדט מיט מענטשען פון פארשידענע שטאנדפונקטען, און דערנאך זיך אליינס איבערגעצייגט פון די ספרים דברי יואל ויואל משה אגרות דברי יואל וכדו'.
ר' ליטוואק פון בודא-פעשט: איך האב נאר געליינט דעם צווייטן און דריטן פאראגראף פון דיין איצטיגן מאמר. דארט וואו דו אדרעסירט דיך צום "פאקט" אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט נאר גערעדט וועגן ביי האר און ציונות. און קיינמאל וועגן לערנען. אדער ווערק פון זיינע הלכה'דיגע תשובות. וויל איך דיר פרעיגן א שאלת תם. פון שו"ת דברי יואל אויף ד' חלקי שולחן ערוך האסטו געהערט? און וועגן זיינע חידושים אויף פארשידענע סוגיות הש"ס האסטו געהערט?! און אפילו די תורה'ס אויף די פרשיות השבוע איז אויך מלא וגדוש מיט מאמרים פון גאנץ ש"ס און מדרשים. דו מוזסט נישט גלייבן בבחינת חסיד, ח"ו. נאר דו קענסט זיך איבערצייגן, אריינגייענדיג אין סיי וועלכן ספרים געשעפט אין וויליאמסבורג אדער בארא-פארק. נאר מסתמא נישט אין עיה"ק לעיקוואוד, יצ"ו. לא ראיתי אינו ראי'. נאר דער סאטמר רב בעל דברי יואל דארף מיך נישט אלס לאיער. ער קען זיך ב"ה אליינס באשטיין זיין שטעיטל.
בד"וו: איך האב מכח איזה סיבה משפחתית געזוכט צו קויפן דעם ספר "מכתב מאליהו" אין די בארא פארק'ער ספרים סטארס האטמען געמיינט אז איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. איך בין זיכער אז אין לעיקוואוד קענמעון עס טרעפן (כמעט) אויף א יעדן טיש. איך פערזענליך בין א "יוניווערסאל" מענטש? איך קען הערן ביידע צדדים. ולא קרב זא אל זה. 😂 🙄 😠 😛 😳 😮 😕
דארט וואו דו אדרעסירט דיך צום "פאקט" אז דער סאטמאר רב זצ"ל האט נאר גערעדט וועגן ביי האר און ציונות. און קיינמאל וועגן לערנען.
מ'קען זיך אליינס איבערצייגען צו בערעל דער דרייווער זאגט א גוזמא צו ער ברענגט פונקטליך וואס איך האב גערעדט.
אבער לגבי די תשובות דברי יואל. אפשר קענסטו מיר זאגען אין וועלכע תשובה זעט מען די גאונות פון וואס דו רעדסט? איך זעה נאר בעיקר בריווען און קליינער תשובות. פון מיין זכרון געדענק איך א רשימה פון מקוואות וואס מ'דארף נאכקוקען, א ברייו וועגען רב קוק (אז די עשקני ירושלים באשולדיגען איהם מיט כפירה, און ממיל אטויג ער נישט 😃 ) אויסמוסר'ן איינער וואס וויל וויסען די הלכה וועגען א הנהגה פון א טייל אידען צו מ'מעג עס נאכגייען ווייל לכאורה איז עס נגד ההלכה, א תשובה פאר איינער וואס האט געזינדיגט, א בריוו וועגען דרך הלימוד, ווייל ער האט געטראפען א תשובות ר"י מיגאש און ממילא קען מען אפווענדען דער דרך הלימוד פון דורות פון גדולי ישראל, הלכות שטאטוסקווא עפ"י הש"ס, א שווערע ישמח משה, און א בריוו צו דערמאנען א מענטש אז ספק פיקו"נ איז דוחה יוהכ"פ. איך האב נישט געזען קיין איין תשובה וואס ווייזט א מענטש וואס האט גרונטליך געקענט לערנען און ארויסברענגען הלכות פונ'ם יסוד הסוגיא והראשונים. איבערקייען תשובות און מעורר זיין דא דארט - יא, אבער אפלערנען א סוגיא האב איך נישט געזען. זיין גרויסע תשובה וועגען הזרעה מלאכותית, ווי ער האט אינגאנצען אויפגעוויזען זיין מלחמתה של תורה, איז געבויט אויף א גאנג פון טעמי המצוות, און א בויך סברא וואס יעדער האלבע למדן קען אפווענדען. כנראה איז זיין ספר צו פארמעסטען מיט'ן חיי הלוי פון סקווער, נישט מער. דער דברי יואל עה"ת איז דרוש, נישט קיין תורת אמת, און נישט אויפגעבויט א סוגיא. ס'איז טאקע א כשרון, אבער דאס מיינט נישט געקענט לערנען.
און אז דו ווילסט זאגען אנדעריש, זאג א קלארער מראה מקום, נישט וויפיל בענדער צו וואס, נאר א חלק מיט א סימן וואו מ'קען זען אט די גדלות.
ווער איז דער ר' שלמה מיללער וואס דו ברענגסט צו אז ס אנגענומען להיתר הזרעה מלאכותית? הגם כ'האב קיינמאל נישט געהעריג פארשטאנען דעם איסור ממזרות נאר די שמא ישא אחותו מאב וואס איז נישט דא ביי א נכרי
און ווער זענען די היימישע רבנים (חסידיש צו ליטוויש) וואס זענען דאס מתיר?
און אז מ' רעדט שוין פאר וואס איז דאנאר עמבריאו הארבער ע"פ הלכה? (אזוי האב איך אמאל פארשטאנען פון א שמועס)
וועגען דער ספר מכתב מאליהו, ווייס איך נישט וואס איהר מיינט. אין אמעריקא איז דאס נישט קיין ספר יסוד ביי ישיבה'לייט, און אז דו קענסט עס יא טרעפען צו נישט טרעפען איז נישט קיין נ"מ. עכ"פ אין לעיקוואוד זעט מען דער ספר דעת תורה פון ר' כרוחם לייוואויץ אויף יעדער טיש, און דאס איז מסתמא ווייל ער האט אסאך אייניקלאך און א גאנצע מוסד על שמו, און דעריבער שטופט מען איהם אריין ווי מ'קען נאר.
ZIM LITVAK
Did you EVER see his Chidushei Sugyos 9-10 Answers on STIRAS RASHI YAIMAR bar CHUSHI at sigye TOIFES L'BAL CHOV b'mukom s'hchov l'acheirem ??????? Are you for real ...I saw him FURLERNEN SIGYE after his full day of dealing with major problems ALL OVER THE WORLD...Manhigei Emes dont have the time to do a MINCHAS YITZCHOK.....
ר' שלמה אליהו מילר איז אנגענומען אלס פון די גרעסטער פוסקים אין לי ליטווישער\ישיביש'ער וועלט אין אמעריקא היינט. ער וואוינט אין טאראנטא, אבער מצודתו פרוסה אויף לעיקוואוד, און ער האט דארט א כולל און דאהי א כולל, און ער פסקנ'ט אלע גרעסער שאלות וואס קומען אויף (עפ"י רוב). ס'הערשט א שטיקעל רייבעריי ביי דער ליטווישער וועלט צווישען ר' משה היינעמאן, ר' ישראל בעלסקי און ר' שלמה מילר אויף מי בראש. אויך אין לעיקוואוד האלטען אסאך ת"ח אז ר' אליהו לוין איז גרעסער ווי זיי אלע. אבער עכ"פ אין פסק ביי בני תורה איז ר' שלמה מילר'ס ווארט זייער וויכטיג.
דיין אנדערע שאלות האב איך געפרעגט מענטשען ביים שטח און זיי האבען מיר נישט צופרידען געשטעלט. איך ווייס נישט וואס איז דער סוגיא בכלל.
די מתירים ביים 'היימישע' ציבור זענען, דוכט זיך, ר' מיכל שטיינמץ זצ"ל, להבחל"ח ר' בנימין לאנדא און איבערהויפט ר' שמואל וואזנער. אזוי מיין איך. הרב אלישיב זצ"ל פלעגט עס מתיר זיין, און ס'איז אזוי געווארען אנגענומען ביי די קלענערע פוסקים אז דאס איז מותר. ד.ה. אז זיי פסקנ'ען שוין אליינס אין די זאכען לויט וואס זיי קוקען אהן אלס דער אנגענומענער פסק.
כ' האב ר' בנימין לאנדא קיינמאל נישט געפרעגט די ספעסיפישע שאלה אבער איך האב נאך נישט גיהערט אז א היימישע (חסידיש און ליטוויש) יונגערמאן זאל נוצן דעם היתר, אולי בינעך מיך טועה
איך האב נישט ריכטיג מסביר געווען. איך האב געפרעגט וועגן IUI וואס דער דברי מלכיאל אסר׳ט און דער מהרשם איז מתיר. איך האב געוואלט רעדען מיט איהם אין לערנען האט ער מיר אפגעשטעלט און געזאגט, איידעלעהייט, אז למעשה איז אנגענומען להיתר און אזוי איז ביי יעדע נייער טעכנאלאגיע אז ס׳נעמט צייט ביז די פוסקים קומען ארויס מיט א קלארער פסק און דער דברי מלכיאל איז איו אמהייב פונ׳ם שמועס געווען.
ליטוואק פון בודאפעסטוועגען דער ספר מכתב מאליהו, ווייס איך נישט וואס איהר מיינט. אין אמעריקא איז דאס נישט קיין ספר יסוד ביי ישיבה'לייט, און אז דו קענסט עס יא טרעפען צו נישט טרעפען איז נישט קיין נ"מ. עכ"פ אין לעיקוואוד זעט מען דער ספר דעת תורה פון ר' כרוחם לייוואויץ אויף יעדער טיש, און דאס איז מסתמא ווייל ער האט אסאך אייניקלאך און א גאנצע מוסד על שמו, און דעריבער שטופט מען איהם אריין ווי מ'קען נאר.
You are completely missing my point. I would expect a "Sharp" Litvak to be able to distill the essence of my message. What a surprise! 🙄 😠 😛 😳 😢 😮
BTW: Who exactly is R' Crucham Leivovitz. I heard of a certain rabbi Yerucham Leivovitz. ❓ ❗ 🙄
איך וויל דיך איבערבעטן בשער בת רבים
איך האב שלעכט אויסגעטייטשט פון דיינע ווערטער אז די היתר פון ר' משה לגבי הזרעה מלאכותית איז ברייט אנגענומען להיתר וואס למעשה האב איך נאך נישט גיהערט אז היימישע רבנים זאלן זיך פארלאזן אויפן היתר
הרב הלמדן, איהר דארפט נישט איבערבעטען, ס׳איז נישט געווען קיין שטאך. נאר מיט היימיש האט עס נישט. די שאלה איז א זעלטענע אזוי ווי ר׳ משה שרייבט. עפ׳׳י רוב איז די פראבלעם פון איהר זייט, ווי אויך וועלכע מאן וועט צולאזען נעמען פון א פרעמדן?
אין דיין פריערדיגע תגובה איז מסתמא אגב חורפיה לא דק. ׳שמא ישא בת אחותו׳ דאס איז גאר א מצוה. האסט געמיינט שמא ישא אחותו.
ע"פ רוב איהר פראבלעם? אפשר ע"פ הלכה.
איך האב מיך געכאפט אויפן טעות הדפוס אבער אביסל צו שפעט האב איך שוין נישט פאראכטן.
כ' האב ווייניג געשמועסט מיט נישט היימישע ממילא האב איך נישט ארויס גיהעריג זייער בליק אויף דעם ענין
למדן - אמאל האט מען געזאגט אז בערך צען פערצענט פון פראבלעמען זענען פונ'ם מאן און זעכציג פונ'ם פרוי. אזוי ליגט מיר אין קאפ. דאס איז פון א מעדיצינישע שטאנדפונקט. איך ווייס נישט וואס זיי זאגען היינט.
איך גלויב נישט אז אסאך מענטשען פארלאזען זיך אויף ר' משה'ס היתר וועגען דער אויבענדערמאנטע פראבלעם, און דאס האט נישט מיט היימישקייט, נאר מיט פראקטישקייט.
ר' כרוחם לייוואויץ איז געווען א freudian slip. איך האב טאקע געמיינט ר' ירוחם. מיין שארפקייט דערגרייכט נישט דיינס און איך ווייס נישט וואס ס'האט מיט מכתב מאליהו. נאר איין זאך קען איך דיר זאגען אז דער סאטמארער רב איז זייער געשעצט אין לעיקוואוד. איך האב אמאל געהערט א קלויזענבורגער חסיד אין לעיקוואוד ווי ער רעדט זיך אפ "איך האב געמוזט קומען פון בארא פארק קיין לעיקוואוד צו הערען אז דער סאטמארער רב איז געווען צדיק הדור". רעדען הויך קעגען איהם איז נישט קיין קלוגער זאך צו טוהן. איך האב שוין געכאפט א פארציע פון דער מחבר פון איינער פון די ביאגראפיע"ס אויף ר' אהרן קאטלער. ס'איז נישט אזוי ווי הרב דעסלער אין בארא פארק.
און נאר,,פרייליך - פונקט נעכטען ווען כ'האב געזיין דיין תגובה, האט מיר מיין ברודערקע געשיקט א לינק צו דיין קובץ
דא. איך האלט אין מיט'ן ליינען. ס'איז אבער געשריבען זייער קינדעריש און פארטייש. ער רעדט נישט צו איינער וואס האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, כאילו ער קען נישט משיג זיין א מענטש וואס האט סאטמאר אין בוידעם. און אויך ער ברענגט נערישע משלים פון דער מציאות און מאכט חוזק פון פערזענליכע מענטשען. ווען ער וואלט זיך געהאלטען צום נושא אהן רעדען פון מענטשען פערזענליך, וואלט עס געהאט א גרעסערע השפעה, ווייל דער עיקר דא איז טאקע דער זאך נישט דער מענטש. נישט סקווערע רעבע איז דער פראבלעם, נאר די גלויבונג וואס באשאפט אזעלכע יצורים, ווי אויך חב"ד, בעלז-בילגאריי, גער וכו'.
ר' ליטוואק פון בודא-פעשט: איין זאך האב איך איינגעזעהן. אז א חוץ פון דיינע אנדערע מעלות ביזסטו אן עניו אויך. מיין פוינט איז געווען. אז נישט נאר דו ביסט פארעקשנ'ט און נערראו מיינדעד, נאר פיהל אנדערע מענטשן אויך. לעומת אני הקטן האב א מער אוניווערסאלן בליק אויף זאכן, געשעענישן און פערזענליכקייטן. . ווייל איך בין ארומגעפאהרן אין פארשידענע מדינות און געזעהן און עקספיריענסד אנדערע קולטורן און קהילות. משא"כ ווען איינער וואקסט אויף אין די אייגענע ד' אמות און גייט קיינמאל נישט ארויס (פיזיש און מעטאפאריש) פון זיין "קאמפארט-זאון"/ באקוועמליכקייט ספערע. 🙄 ➡️ 💡 ❓ ❗ 😮
בערעל- If you only knew. איך בין אפשר נישט דער כליל המעלות, אבער נישט ארויס גייען פון מיין קאמפארט זאון, איז נישט מיין חסרון. מיין חברים אין לעיקוואוד האלט׳ן אין איין טשעפערען זיך מיט מיר, ׳פארוואס ביסט פאראינטרעסירט אין יעדע ווינקעל בכדור העולם? אין חב׳׳ד טע׳אלאגיע און הער׳׳י פאטע׳׳ר און פארצייטישע אידישיסטישע ביכער?׳ איך ווייס ניטאמאל צו כ׳האב נאך א קאמפאר׳׳ט זאו׳׳ן.
ווי ס'זעהט אויס פארסטו אין אלע סארט מקומות מיט איין מטרה! צו שטודירען און איבערצייגען אז בלויז די צלם-הארציגע האבען מקבל געווען תורה מסיני
טוה דיר אביסעל אריין ביי יענעם לשם הערן מקבל זיין וואס יענער פארמאגט זיינע הנהגות מסורה ועוד, ואולי יש תקוה
ליטוואק פון בודאפעסטאון נאר,,פרייליך - פונקט נעכטען ווען כ'האב געזיין דיין תגובה, האט מיר מיין ברודערקע געשיקט א לינק צו דיין קובץ
דא. איך האלט אין מיט'ן ליינען. ס'איז אבער געשריבען זייער קינדעריש און פארטייש. ער רעדט נישט צו איינער וואס האט גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט, כאילו ער קען נישט משיג זיין א מענטש וואס האט סאטמאר אין בוידעם. און אויך ער ברענגט נערישע משלים פון דער מציאות און מאכט חוזק פון פערזענליכע מענטשען. ווען ער וואלט זיך געהאלטען צום נושא אהן רעדען פון מענטשען פערזענליך, וואלט עס געהאט א גרעסערע השפעה, ווייל דער עיקר דא איז טאקע דער זאך נישט דער מענטש. נישט סקווערע רעבע איז דער פראבלעם, נאר די גלויבונג וואס באשאפט אזעלכע יצורים, ווי אויך חב"ד, בעלז-בילגאריי, גער וכו'.
איך מיין די ביסט דיר טועה מיטן מהות הכותב מיר זעהט נישט אויס ווי דער וואס באהאלט זיך אינטער ראקאוויוער זאל בכלל זיין א סאטמארער ווייל פילע זאכען וואלט ער ווען נישט געברענגט
נאר די מהלך איז אויסגעשטעלט על דברי הרה''ק מ'סאטמאר איבער'ן השתכחות דרך הבעל שם, און דער עורך הקובץ איז גראדע א איד המתקריא סאטאמארער האט ער עס מסדר געווען אויף אזא סטיל.
מיין מטרה פאר'ן דיר אהינשיקען איז געוועזען צו צייגען ווי עס איז א תמי' דיינע רייד בתורת פאר'צלמ'טער אז פונקט דער איד מעדת החסידים וואס האט געשטורעמט איבער די השתכחות ה'תורה' וואס א חלק פון איר איז אויכעט דער דרך הבעל שם, דייקא אים ניצטו אלס וואפען,
ממילא נעמסט א קדוש פון סקווער הררי''י זצ''ל צו הקדוש מבעלז הרר''א זצ''ל אינאך פארשטענדליך
דאס צייגט אויף היבש פארקנאקטקייט, ועל זה ידוו כל הדווים
אקעיי, גלויב וואס דו ווילסט. איך האב נישט געמיינט פיזישע רייזע׳ס, נאר גייסטישע, אבער איך גיי מיר נישט אויסטוהן נאקעד.
דאס גופא וואס דו טענה׳סט אויף מיר איז דער שליססעל. קאלאראש/סקווער און בעלזא רעדען פון זאכען וואס האבען נישט מיט מיר. אז איינער (ווי מנשה לוסטיג) וויל באקען א נייע מושג אין אידישקייט וואס הייסט א ׳רעבע׳ וואס איז געמאסטען מיט אן אנדערע קנה מדה און האט א נייע עבודה אין דער וועלט, ווייס איך נישט וואס ער רעדט. אבער ווען מ׳קומט מיר איינרעדען אז עפעס א רעבע א קאניבאל איז א פאר המדות, וועל איך שרייען ׳פארדריי נישט קיין מושגים׳ דאס איז א מושחת נישט קיין בעל מדות. אז דו ווילסט זיך טענה׳ן אז ער איז אן אויסגעהאלטענע רעבע, געזונטעהייט. ס׳איז נישט קיין תורה מושג און די שקר אדער אמת דערפון איז נישט וויכטיג.
ווען אבער איינער וויל זאגען אויף א מיטעלמעסיגע ת׳׳ח אז ער איז רשכבה׳׳ג, הייסט עס ער האט באנידריגט דער דאך פון לערנען. דאס איז א חינוך, א וועג פון טראכטען וואס פארדרייט די מושגים פון לערנען. על זה נאמר אל תגעו במשיחי, ריר נישט צו א הייליגע זאך. דעריבער האב איך זיך פארלייגט אויפ׳ן סאטמארער רב.
ליטוואק פון בודא-פעשט: און סאטמאר רב האט זיך זייער שטארק דערשראקן ווייל עפעס א אידעלע פון מאדיאר-ארסאאג וועלכער איז געווארן א ליטוואק האט אוועקגעמאכט זיין גדלות אין תורה (נישט טעירע!), זיין מנהיגות און צידקות פון אריבער זיבעציג יאר. און די אנדערע צדיקים משנות דור, וועלכע האבן דערהאלטן און מקרב געוועהן אידן לאבינו שבשמים פיהלן זיך שטארק געטראפן אז דו ווילסט נישט נעמען קוגל וואס מ'האט געטיילט ביי זייערע טישן. 😂 😂 😂 🙄 😈 😈 😠 😛 😛 😛 😳 😮
אחי הליטאים !!
איים סארי טו טעל יו, אבער נעמען לייט וואס בסך הכל האבען זיי געקריגען א נייער דרך אין מאכען מאדנע חילוקים ולחדש כמה וכמה סברות כרס און דערויף באשליסען אז דא הייבט זיך אהן און דא ענדיגט זיך תורה, וזהו.....
איז אדער אפגעלייקנט אין עצם התורה, אדער בכלל ניש פארשטאנען וואס מען האט געגעבן אויפען בארג סיני.
סארי פאר'ן זיין אזוי שארף, אבער דאס טוט איר ליידער.
נאר,,פרייליךווי ס'זעהט אויס פארסטו אין אלע סארט מקומות מיט איין מטרה! צו שטודירען און איבערצייגען אז בלויז די צלם-הארציגע האבען מקבל געווען תורה מסיני
נאר,,פרייליך
מיין מטרה פאר'ן דיר אהינשיקען איז געוועזען צו צייגען ווי עס איז א תמי' דיינע רייד בתורת פאר'צלמ'טער
איך בין מוחה אויף דיין אנרופן א גאנצע עדה פון כלל ישראל ובתוכם גדולים וקדושים גאונים וצדיקים, מיט אזא ביליגע פוסטע אויסדרוק. יא, איך ווייס אז אלטע פאנאטישע חסידים האבן אויך אזוי גזאגן, סו וואט? דאס איז ניט א מתיר אויף הוצאת שם רע ובזיון חיים ומתים. וכידוע מהקדוש הח"ח ז"ל שהמדבר לה"ר על עדה גדולה חייב על כל אחד ואחד.
היימישער ברודער'ל איך האב חלילה נישט גערעדט פון די אלע אידען מעדת ה'ליטאים
איך האב גערעדט צו די וואס קוקען מיט פאר'צלמ'טע ברילען כידוע העובדא מא' מצדיקים איבער וואס מען געפינט אין אזעלכע הערצער וואס רעדן אזוי מיאוס און ביליג אויף גרויסע לייט.
נאר,,פרייליךאחי הליטאים !!
איים סארי טו טעל יו, אבער נעמען לייט וואס בסך הכל האבען זיי געקריגען א נייער דרך אין מאכען מאדנע חילוקים ולחדש כמה וכמה סברות כרס און דערויף באשליסען אז דא הייבט זיך אהן און דא ענדיגט זיך תורה, וזהו.....
איז אדער אפגעלייקנט אין עצם התורה, אדער בכלל ניש פארשטאנען וואס מען האט געגעבן אויפען בארג סיני.
סארי פאר'ן זיין אזוי שארף, אבער דאס טוט איר ליידער.
וואלט איר איבערגלייענט וואס
איך האב גשריבן, וואלט איר פארשטאנען. איך רעד נישט פון די חידושי תורה, פון די חילוקים און סברות. כידוע איז יעדע פאר דורות דא אן אנדרע דרך, און אין יעדע מקום אנדערש. חכמי ספרד/אשכנז/פרובינס/איטליה. דרך הראשונים, חילוקי ר"י פולק, פלפולי פולן/הונגריה/גליציה. וכו' וכו'.
(ומהאי טעמא, איז נישט קיין פירכא פון די תנועת המוסר, כאילו עפעס א אפנויג פון דער ליטווישן דרך. זו טעות. יעדער קולטור האט א גאנצער ספאקטרום און רענדש פון מיינונגען און סטילס, ואחד מהם זו תנועת המוסר. מקען מחולק זיין מיט איר, מקען האלטן דערפון אבער עס איז בתוך דעם גרויסן סטרוקטור פון דעם דרך בני תורה פון דעם ליטווישן חדר. ודוק כי קצרתי.)
נישט אין דאס ליגט בהאלטן דער נקודת החילוק.
הער איינמאל קלאר און פארשטיי.
דער חילוק איז צו איז תורה דער הויפט זאך, דהיינו לימוד התורה ווי עס שטייט אין חז"ל אז ביטול תורה איז חמור ושקול כנגד כולם וכו', אדער איז תלמוד תורה א מצוה ווי אלע מצוות.
די שאלה איז וויפיל מ'פראקטיצירט דאס למעשה.
די שאלה איז אויך וויפיל מ'רעד איבער דעם.
די שאלה איז וויפיל דגוש דו לייגסט אויף אנדערע ערכים, וואס דורך דאס ווערט אויטומאטיש דער ערך עליון פון תורה.
די שאלה איז וויפיל איז די הלכה קובע אויף הלכה למעשה. אדער פילינגס און כוונה און לשמה און דבקות און נגינה ושירים און מחשבה איז מער פרומינענט אין די מעשים.
די שאלה איז וויפיל בויעט מען אויף גמרא ושולחן ערוך. און וויפיל אויף מעשיות'לאך, אדער סו-קאללד "עובדות", פון רביס און חסידים פון רבי'ס.
די שאלה איז וויפיל בויעט מען אויף נגלות התורה און וויפיל איז גבייסט אויף סו-קאללד קבלה און נסתר.
טייל רביים פעססן דעם טעסט אויף טייל שאלות, אבער דוק ותשכח אז אויף אנדרע שאלות זענן זיי גנוג מעססד-אפ...
ובל"נ עוד אמשיך בזה.
היימישער לאנדסמאן, איהר דארפט צו לייגען:
די שאלה צו ער זעט די איינציגסטע מקור פאר אידישע אויפפירען, אידישע גלויבונג, אידישע ערכים איז פון די תורה.
די שאלה איז צו ער זעט דער תורה אלס א שווערע וויכטיגע זאך, וואס יעדע קשיא לוינט זיך דער פלאג און דער מיה אויסצוגעפונען א תירוץ.
די שאלה איז צו ער זעט אז הלכה איז נאר געבויט אויף אזא הארעוואניא.
די שאלה איז צו ער שעצט די צייט וואס ער מוטשעט זיך צו אויסצוגראבען די עמקות פונ'ם סוגיא אלס דער שפיץ עבודת ה'.
און לגבי דאס אז ער רופט אונז אהן פארצלמ'טע הערצער. לאז איהם אפ, ער איז דאך א תינוק שנשבה לגבי דעם. אדער ער אדער זיין העלדען האבען אמאל געלייגט
אזא צעטעל, נו וואס ווילסטו פון זיי.
מיר שטערט עס נישט, נאר ווען ער ברענגט א פאקט וואס פון דעם דארף איך זיך שעמען. ביזדערווייל האט ער נאך נישט באוויזען אפיר צו ברענגען איין פאקט.
ר' בערעלע - יא, פון מנהיגות האב איך נשיט קיין אהנונג וואס דאס איז אין דער ליכט פונ'ם תורה. פאר דעם איז ער פונקט ווי בעלזער רב וכדו'. אבער פארצייל מיר נישט קיין מעשה'ס פון רשכבה"ג אין לערנען, און זיין דעה, עכ"פ אין תורה, איז נישט גלייך צו דער דעה פון די גאר גרויסע וואס האבען גרונטליך געקענט תורה בהקיפה ורומה. ער איז נאך אלס נישט דער בר פלוגתא, אין תורה (וואס, ווי דערמאנט, איז דער איינציגסטער מקור פאר אידישע אויפירונג), פון דער חזון איש, דער בריסקער רב, ר' משה פיינשטיין, ר' אהרן קאטלער, דער טשעבינע רב, ר' יונתן שטייף, ר' משולם ראטה, און למעלה בקודש: ר' חיים עוזר, דער חפץ חיים
היימישער ברידערקע !!
הער גיט איין ! ! !
די תורות לאקשען דיינע גיי פארקויף אין א צווייט געשעפט, היינט ב''ה איז דא פילע שטארקע חבורות ביי די חסידישע הויפען לרחצה,
די חילוק איז ענדערש צו מען זאל בכלל לייגען א דגוש אויף היטען מחשבה ראי' דיבור, ווייל דאס קען שטערן פון עוסק זיין אין בויך מהלכים צו פארטייטשען תורה לפי גסות הרוח ולמלאות הכרסים מיט גאות און שחצנות
צו מען זאל דעיטען צוואנציג פרויען ביפאר'ן נעמען איינעם וועם מען איז בוחר וואס פילע ערליכע פון אייערע ראשי ישיבות שרייען אז ס'איז א הרס וחורבן ר''ל
צו מען זאל לאזען א בחור'ל זיך פארטון אביסעל אינעם יראתו קודמת לחכמתו בשנות בחרותו, ווען מען ברויך אביסעל קעיר נעמען פינעם קב חומטין,
אטע דאס איז די פראגע וואס ווערט געפרעגט איידער איר שיקט אייער זין לערנען צו ער זאל גיין צו די ליטאים אדער די חסידים
דאס שרייב איך ניש פון סענדז סטריט ארויס נאר נאכען אפזיצען אין די גרעסטע ישיבה'שע צענטער'ן פילע יארען גלויבענדיג זייערע לאגיק און לערע ווי כאילו די קרוינען ביי נעשה ונשמע האט מען אנגעטון נאר פאר די געקראכטע היטלאך
הייסט׳ס ווען נישט אז ס׳איז דא א ר׳ חיים בריסקער אין דער וועלט, וואלט איך אויך געהאלטען אז דער התעסקות בפריה ורביה פון דער ליטוואק ווייזט עפעס אויף דער בעל דברי יואל׳ס קענשאפט אין לערנען.
מ׳גייט מערצעשעם צולייגען נאך א לחיים צו כ׳׳א אב דאנקען פאר אט דער הצלה.
דער אויבעשטער האט דיר געשאנקען שכל. פארפאטשקע עס נישט
רבי שמעון אומר, שלשה כתרים הם, כתר תורה וכתר כהנה וכתר מלכות, וכתר שם טוב עולה על גביהן
Klal yisroel is governed by three branches with checks and balances over each other to maintain the balance
יא, אוודאי ס׳איז דא דריי חבורות; לעיקוואוד, בית התלמוד, סאוטה פאלסבערג.
👍
יעך ,יעך,פעך
@diffאיך האב א הנאה פון א צו-דער-זאך תגובה. למעשה, ביסטו טועה, די משנה רעד פון דער שיינקייט וועלכע איז א חלק פון דער שלמות פון א מענטש. דהיינו, אפילו ער האט די מעלה פון תורה אויב האט ער נישט קיין שם טוב פעלט אים - בגדול - א שלמות. און איך בין דער לעצטער צו זאגן אז תורה אן מדות טובות איז אלעס. אדרבה.
די משנה רעדט אבער נישט פון וועלכע איז די גרעסטע מצוה. מלכות איז נישט קיין מצוה. ווי אויך די מציאות פון זיין א כהן.
@ליטוואק פון בודאפעסטאיך מיין אז דיינע הוספות זענן שוין בכלל מיינע שאלות, דו שרייבסט נאר ארויס פרטים. (למשל דיין 1טע שאלה איז נכלל אין מיין 5טע, דיין 2טע אין מיין 1טע, און אזוי ווייטער.)
@נאר,,פרייליך איך האב נישט פארשטאנען דיין אנטווארט. כנראה איז דאס צו טיף פאר מיר.
wrote the mishna only for melitza. The fact is we are gouverned by three. With one alone there are always problems
What do you have with halacha
You really need to find a sense of humor..
Here's some humor
באחת מהחתונות שהתקיימו בווילנא, היו המחותנים מב' צידי המתרס - חסידים ומתנגדים. כיאה לחתונה מכובדת בה נטלו חלק כל נכבדי העיר מב' הצדדים, הוחלט להביא כבדחן החתונה את גדול הבדחנים – הר"ש מונקעס. בשיאה של שמחת החתונה, כטוב לב המלך ביין, עלה ר' שמואל אל הבימה ונשא את דברו:
"ישנה מחלוקת בחז"ל האם אחשורוש מלך טיפש היה או מלך חכם היה. לפי הדעה שהיה מלך טיפש, אפשר להבין מה ראה לשטות זו, להביא לפני השרים והעמים את ושתי בכתר מלכות (בלבד) לראשה, ולבזות אותה לעיני כל העמים, אך כיצד אלו הסוברים כי אחשורוש מלך חכם היה יסבירו שטות מטופשת זו?"...
המסובים חככו ידיהם בציפיה דרוכה לתירוצו של ר' שמואל, והוא לא איכזב, והמשיך בדרשתו: "אחשורוש ציווה על כל אנשי העיר להשתתף במשתה, ואכן, 'דינא דמלכותא דינא', וכל היהודים הגיעו להשתתף במשתה, אך הגיעו לשם אבלים וחפויי ראש, על כך שהוכרחו לבוא ולהשתתף בסעודתו של אותו רשע.
כולם מסביב חוגגים, והיהודים טומנים את ראשם בצלחת ומסתובבים עם פנים עצובות, תקועים למלך כמו עצם בגרון, ומשרים אווירת נכאים על כל הסביבה.
עד שהגיע היום השביעי.
משהגיע יום השבת-קודש, לקחו החסידים כוסית משקה, ועוד אחת, ועוד אחת, שכחו היכן הם נמצאים והתחילו לשמוח ולהתוועד. עמד אחשורוש בצד, וחכך את ידיו בהנאה, "סוף סוף גם היהודים משתתפים בשמחתי ובהצלחתי".
אך לפתע הוא הבחין כי לא כל היהודים הצטרפו לחגיגה. השולחן של ה'מתנגדים' לא טמנו את ידם בבקבוק, ולא הרטיבו את גרונם ביי"ש, וממילא לא הצטרפו לחגיגה, ונשארו אבלים כמקודם.
חשב אחשורוש, ועלה בדעתו: נביא את ושתי בכתר מלכות לראשה, ואז ודאי המתגדים יצאו מהצער שלהם ויצטרפו למסיבה! – הדא הוא דכתיב "ביום השביעי . . אמר להביא את ושתי המלכה"".
סיים ר' שמואל את דבריו, ירד מהבימה, והשאיר אחריו אלפי אנשים המומים ופגועים, כל עדת פרנסי וחשובי וילנא המתנגדית.
במשך שבועות ארוכים המתה העיר וילנא מהעלבון הצורב שר' שמואל הטיח בהם, והדברים הגיעו עד לאזני קודש הקדשים כ"ק אדמו"ר הזקן, ולא מצאו חן בעיניו.
ויהי היום ור' שמואל נכנס ליחידות אצל כ"ק אדמו"ר הזקן, וישאל אותו אדמו"ר הזקן: כיצד עלה בדעתך לעשות כך ולפגוע בהם, והרי בדיוק לצורך כך כתב את אגה"ק "קטונתי"?!...
השיב הר"ש: "אם היו עושים לרבי שלכם את מה שעשו לרבי שלי, אני מוכן להבטיח כי גם אתם הייתם נוהגים כך!"
credit ny_ny
diff - איך וויל נאך אזעלכע. אפשר שרייבסטו א לינק.
נאר,, - איך האב שוין דורכגעליינט רוב דער קונטרס דארט. איך וויל נאר וויסען, טאמער נשתכחה וכו' וד"ל, הייסט'ס אז די אלע מחודש'דיגער עבודות וואס שטייט נישט אין ש"ס און פוסקים און אלגעמיינער מוסר ספרים, זענען שוין נישט גילטיג פאר'ן היינטיגע דור און מ'דארף זיי אויפגעבען, ווייל נאר די וואס האבען פארשטאנען חסידות האבען זיך געמעגט פירען דערמיט, ווייל זיי האבען עס טאקע פארשטאנען.ניין?
איז אויב אזוי פארוואס האט דער בעל הנשתכחה נישט זיך געפיהרט אזוי? ווי אין פוסקים רעדט מען פון דערמאנען דער נאמען פון ר' הערשעלע ליסקע פאר'ן תקיעות? פון וואנעט קומט דער מושג פון דרייען מיט'ן פיש ביים שבת סעודה? פארוואס איז ער פטור געווען פון אוכלת עמה משבת לשבת? וואס האט ער געטוהן מיט'ן תפילין של ראש? וכהנה וכהנה. (זאג מיר נישט 'וואס פארשטיין מיר אונז? דאס איז אויך נשתכחה, פאר חסידים האט מען נישט גערעדט דער שפראך, און אחוץ פון ביי חסידים, האט מען נישט געהערט דער שפראך) איז נשתכחה טאקע נאר פאר יענעם?
אז דו ווילסט עפענען אן אשכול וועגען די ליטווישער דעיטינ"ג סיסטע"ם, קען איך ענטפערען אויף דיין טענות. נאר פערזענליך, האב איך נישט פערזענליך דורכגעלעבט דער סיסטע"ם, ווייל אין מיין היימלאנד איז דער מנהג אביסל אנדעריש נישט ווי אין אמעריקא, אבער איך האב געהאט אסאך חברים און איך האב גערעדט מיט זיי דערוועגען און דער מצב איז נישט ממש ווי מ'וואלט געמיינט פון די פרעמד. אוודאי פאר א חסידיש'ער בחור פון אכצען, זעט עס אויס ווי א פריצות און א צולאזטקייט צו דרייען מיט מיידלאך אזוי, אבער ס'איז נישט ממש אזוי.
ס'איז נישט 'ממש אזוי' נאר פיל פיל ערגער און פארקויף מיר ניש קיין תעירע'ס לאקשען איך האב ביי אייך געלערנט פילע יארען מעגליך גאר מיט דיר איטליכע סטענדער'ס אפגעריקט, מער בפרטיות אינאר שייך באחורי צו אויסשמועסן ווייל ס'איז א פחד.
איך זעה, איר האט דעם מאמר נאכניש בכלל געלעזט אז איר פרעגט זוינע נאנסענס שאלות, ניש איר האט פארשטאנען וואסי נשתכחה און ניש איר האט פארשטאנען וואסי געווען ביפאר נשתכחה
כמב' לעיל איר גייט נאר אלעס קוקען מיט 'איין מטרה' צו קענען קומען בבית ה'קאווע און שרייען אז בלויז די פאר'צלמ'טע האבען געקריגען די כתרים ביי נעשה ונשמע.
נער איינער, - דו האסט א פראבלעם מיט פאקטען? א פאקט האט דיר מאלעסטע"ד אלס קינד? דיין שכן האט געהאט א פאקט ביי זיך אינדערהיים און ס'האט דיר אמאל געשראקען? האסט נאך נישט געטראפען א פאקט מיט א געשמאקע טעם? פארוואס קענסטו קיינמאל נישט ברענגען קיין איין קראנטע פאקט אויף סיי וועלכע נושא?
פאקטען איבער וואס גייט פאר בישיבות ה'ליטאים ברויך מען קיינעם ניש פארציילען אז איר ווילט עס ברחל בתך שמועסן גלייב איך אז די הנהלה וועט עס אריינשמירען אינטערן פרגוד,
פאקטען אז איר האט נישט געליינט דעם קונטרס כהוגן איז דא די פאקט פון אייער תגובה וואס איז געשריבען העכער מיין תגובה פריער.
יא, און דער פאקט איז אז דו ביסט א נער. דאס האט אבער נישט צו אונזער טעמע. ברענג א פאקט לגבי דעם נושא.
ר' היימישער ליטוואק:לגבי דיין טעזע: (טהעסיס, בלע"ז) אז קיין איינע פון די דריי כתרים שטייגט איבער די אנדערע. מיין איך אז דו האסט פארזעהן א בפירוש'ע משנה (נישט א חסידיש ווארט , געזאגט ביי שלוש סעודות).. "וכתר שם טוב עולה על גביהן". דאס מיינט אז א מנהיג ישראל, סיי א חסידיש'ער רבי אדער ראש בית דין ווי ר' חיים עוזר גראדזענסקי אדער דער חפץ חיים, ר' אהרון קאטלער, חזון איש, ר' שלמה זלמן אויערבאך, ר' משה פיינשטיין וכו' וכו', ווען זיי האבן אויסגעהערט א צרת הכלל אדער פון א יחיד האבן זיי עס געטון מיט די גרעסטע מאס מיטגעפיהל. און דאס איז בכלל נישט קיין סתירה צו גדלות אין תורה. מ'רעדט דאך נישט פון אזעלכע וועלכע רופן זיך אן חסידיש'ע רבי'ס אדער גרויסע ראשי ישיבות און כל כולם איז נאר געבויעט אויף מרבה זיין דעם אייגענעם כבוד און ממלא זיין תאוות השררה. און פיהרן זיך אויף ווי קאניבאלן. אזוי ווי הרב ל' פון ב' האט געזאגט . 🙄 😕 😠 😳 😢 😮
berlbalagulehר' היימישער ליטוואק:לגבי דיין טעזע: (טהעסיס, בלע"ז) אז קיין איינע פון די דריי כתרים שטייגט איבער די אנדערע. מיין איך אז דו האסט פארזעהן א בפירוש'ע משנה (נישט א חסידיש ווארט , געזאגט ביי שלוש סעודות).. "וכתר שם טוב עולה על גביהן". . 🙄 😕 😠 😳 😢 😮
און דאס האב איך גשריבן
די משנה רעד פון דער שיינקייט וועלכע איז א חלק פון דער שלמות פון א מענטש. דהיינו, אפילו ער האט די מעלה פון תורה אויב האט ער נישט קיין שם טוב פעלט אים - בגדול - א שלמות. און איך בין דער לעצטער צו זאגן אז תורה אן מדות טובות איז אלעס. אדרבה.
דוכט זיך אז דו דארפטס זיך פארבעססערן אין ריעדינט קומפרעהענשין...
היימישער ליטוואקberlbalagulehר' היימישער ליטוואק:לגבי דיין טעזע: (טהעסיס, בלע"ז) אז קיין איינע פון די דריי כתרים שטייגט איבער די אנדערע. מיין איך אז דו האסט פארזעהן א בפירוש'ע משנה (נישט א חסידיש ווארט , געזאגט ביי שלוש סעודות).. "וכתר שם טוב עולה על גביהן". . 🙄 😕 😠 😳 😢 😮
און דאס האב איך גשריבן
די משנה רעד פון דער שיינקייט וועלכע איז א חלק פון דער שלמות פון א מענטש. דהיינו, אפילו ער האט די מעלה פון תורה אויב האט ער נישט קיין שם טוב פעלט אים - בגדול - א שלמות. און איך בין דער לעצטער צו זאגן אז תורה אן מדות טובות איז אלעס. אדרבה.
דוכט זיך אז דו דארפטס זיך פארבעססערן אין ריעדינט קומפרעהענשין...
ייש"כ פאר אויפמערקזאם מאכן. איך האב מיך שוןין איינגעשריבן פאר א קורס אין "ריעדינג קמפריהענש'ן". נאר איך דרינג מיר אויף פון וואס א מענטש זאגט/האלט. נישט וואס ער האט געליינט. ווייל למעשה מאכסט דו און ל. פון ב. אוועק דעם גאנצן פערזענליכקייט פון א מנהיג, וועלכער איז לשיטתכם המוטעה (אייגנטליך זייט איהר מיס-אינפארמירט) נישט דער גרעסטער גאון אדער סתם א גרויסער גאון און למדן, נאר שטארק אויסגעארבעט אין מידות. 🙄 😕 😠 😛 😳 😢 😮
טאמער דער קורס געלונגט, ביטע זאגט מיר ווי צו געהן, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו מיינסט. איך האב געזאגט אז מדות טובות איז דע וויכטיגסטע און דו דינגסט זיך אז גאונות איז וויכטיגער? אדער פארקערט? אדער גאר א דריטע מיינונג?
מיר באציען זיך נישט בעיקר אויף א מנהיג, נאר אן אויסגעהאלטענע איד, אן אויסגעהאלטענע חינוך, אן אויסגעהאלטענע השקפה.
berlbalaguleh
גם אני מצטרף לדברי ל. פון ב., אין לי שמץ של מושג מה שכתבת?