☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא?! אשתגע דרא!

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

338 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4593
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

חיים הערש » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:03 am

· #541136
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך האב ב"ה א "48 בעט, און איך קאנסידער מיר אלס א ערליכע איד. און איך זע נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.

whatever » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 1:05 am

· #541137
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך רעד פון ברייטערע ווי 48, וואס זענען געמאכט געווארן עמטליך צו שלאפן צוזאמען.

whatever » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:21 pm

· #541190
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך מיין אויך, אפשר בין איך נישט גערעכט, ווייל עס ווייזט ארויס הנהגות וואס דארפן ווערן געהאלטן בצניעות, ענליך צו דעם וואס מ'דארף זיך האלטן בצניעות ווען מ'גייט אין מקוה, און ממילא איז עס זיכער נישט אויסגעהאלטן צו פארשפרייטן בילדער דערפון אין א היימישע אויסגאבע.

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 5:10 pm

· #541203
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
שרעקליכע פירצה

צום מעורר: פארוואס האסטו באמערקט אז די בעט איז ברייט, און וואס מיינט עס צו דיר?

moody » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:21 pm

· #541362
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
די גמרא רופט א בעט "פוריא" ע"ש דיזע זאכן וואס מ'דארף האלטן בצניעות

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:31 pm

· #541369
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך האב ב"ה א "48 בעט, און איך קאנסידער מיר אלס א ערליכע איד. און איך זע נישט קיין שום פראבלעם דערמיט.

שני דברים, צוויי זאכן.
איינס, אז דו קאנסידערסט זיך זעלבסט אלס ערליכער איד, מיינט נאך נישט אז ביי די פארפרומטע ביסטו אויך קאנסידערט אן ערליכער איד.

צווייטענס, אזוינע גרויסע בעטן "48, וואס טוהסטו אין אזוינע גרויסע בעטן? 🤣

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז "48 איז קאנסידערט גרויס. מיין 3 יעריגער שלאפט אין א "39, די עלטערע האבן אלע ברייטערע. די מעסטער אן א "52 שפיר איך ווי איך פאל אראפ? (ניין, איך בין נישט איבערוואגיג).

רוני » דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 6:50 pm

· #541494
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
קען איך א זין פון עפעס א אדמו"ר פון א גרויסע קהילה, וואס זיין טאטע האט איהם געשיקט ער זאל זיך דרייען ביי עלטערע חסידים, איז ער אנגעקומען צו איינער וואס פארן קריג איז ער געווען א חסידישער און ער האט געהאט אסאך וואס צו דערציילן פון דערהיים, אהיימקומענדיג פרעגט איהם זיין פאטער וואס האט געהערט דארט, זאגט דער זוהן אינטערסאנט "ער האט א רבי'שע בעט..."

עמקות התם » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 6:11 am

· #541613
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
whatever #
שמעקעדיג #
שרעקליכע פירצה

למעשה איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטן אין א היימישע אויסגאבע, די פאקט איז אז ערליכע יודן האבן נישט אזעלכע בעטן, ווייל יעדער ווייסט פארוואס עס איז געמאכט געווארן, נאכדערצו ווען מ'זעהט צוויי נאכט שענקלעך פון ביידע זייטן.
קען זיין אז דו האסט יא אזא בעט, און דו האלטסט אז יעדער דארף האבן אזא בעט, אבער דאס איז נישט די דעת פון די ערליכע יודן.
איך וייס נישט ווי איר וואוינט לכאורה אין ברורקלין, ממילא איז פשוט נישט שייך צו האבען עפעס גרעסערס, וויל דעם דירה פארמאגט נישט דעם חלל, איז אז מען זעט עפעס מער, איז עס לכאורה נישט אידישלעך, ווייל דיין גאנצע יודישקייט איז געבעסט אויף דיין ערציונג, איך לדוגמה וואוין נישט אין דעם מקום איז ביי מיר דעם נארם 60״ בעטען און איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען אונגיין אנדערש אין חיי החיים, איז לסך הכל איז אלס געוואנדען ווי אזוי ביסט רגיל

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:40 pm

· #541629
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:49 pm

· #541630
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
וואס? על פי אריז״ל. א מקור ביטע…

טראפעלע » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:05 pm

· #541631
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
א פראבלעם אז וואס?

חיים הערש » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:54 pm

· #541634
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
[ציטאט אראפגענומען]
ווען זי איז ריין? וואס איז די פראבלעם?

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:29 pm

· #541642
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
כ'אגעוויסט אז דער עולם ווייסט נישט

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:47 pm

· #541644
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך טרעף עס נישט אין כתבי אריז"ל ממש, אבער אין ספר אור צדיקים פון דער מסדר של כתבי אריז"ל און דעם וועם ס'איז צו פארדאנקען די התפשטות כתבי אריז"ל בארצות מזרח אירופה - הרבי מאיר פאפירש ז"ל.
למעשה האבן זיך חסידישע אידן געפירט אזוי, איז עס גאווערן אזא "גויעישע בעטן" קאנצעפט.
וזה לשונו
ישכב תמיד במטה מיוחדת בפני עצמו, ואם צריך לשמש לשם מצות פריה ורביה אחר גמר השימוש כמו חצי שעה יקום וישוב למטתו המיוחדת לו

רוני » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:23 pm

· #541649
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חיים הערש #
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
וואס? על פי אריז״ל. א מקור ביטע…
די וועלט זאגט א ווערטל אויפן מאמר חז"ל כל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כפתה ונתנה לפני הארי.
אז ביי דער עם הארץ מאכט זיך פראבלעמען אז די ווייב קען הלכה בעסער ווי עהם, און ווען ער מאכט א טעות פרעגט עהם די ווייב שטייט דאך אין הלכה אז מטוט פארקערט,
איז דער עם הארץ האט אלעמאל א גרייטע תירוץ, אז על פי הלכה טוט מען טאקע אזוי אבער על פי אר"י טוט מען פארקערט... דאס איז כאילו נתנה לפני אר"י...

סוף טוב הכל טוב » זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:32 pm

· #541650
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
רוני #
חיים הערש #
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
וואס? על פי אריז״ל. א מקור ביטע…
די וועלט זאגט א ווערטל אויפן מאמר חז"ל כל המשיא בתו לעם הארץ כאילו כפתה ונתנה לפני הארי.
אז ביי דער עם הארץ מאכט זיך פראבלעמען אז די ווייב קען הלכה בעסער ווי עהם, און ווען ער מאכט א טעות פרעגט עהם די ווייב שטייט דאך אין הלכה אז מטוט פארקערט,
איז דער עם הארץ האט אלעמאל א גרייטע תירוץ, אז על פי הלכה טוט מען טאקע אזוי אבער על פי אר"י טוט מען פארקערט... דאס איז כאילו נתנה לפני אר"י...
😂 😂

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:49 pm

· #551911
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
געוואלדיג!!
📎 Chidish.jpg

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:58 pm

· #551912
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
א חידוש אין דער ביזנעס וועלט!
והיה מחניך קדוש!
א משגיח וועט אראפקומען צי אייך אין אפיס און אפמעסטן די סקירטס פון אייערע ארבעטארירענס, אויך איז ער א מומחה און בודק זיין די קליידער פון די פרויען סעקרעטעריס אז ס׳איז נישט צי טייט, ווי אויך וועט ער זיי ארייטרעינען אין סדר לבישת הבגדים פאר די מיידלעך
(מיר מעסטן אויך די הויזען פון אייערע אינגלעך)

צועקים וזועקים » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:20 pm

· #551913
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
געוואלדיג!!
וואס איז שלעכט? עס איז שווערע הלכות און אסאך אידן זוכן ב"ה צו פאלגען דעם שו"ע.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:31 pm

· #551916
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...

צועקים וזועקים » מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:38 pm

· #551917
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...
יחוד איז זייער קאמפלעצירט.

עס איז שוין דא אפיסעס 3000 יאר? נישט געוויסט... עירובין באלאנגט טאקע פארן דיין אלע יארן.

אגב רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!

אדרבא אפשר העלפט איר מיך אביסל מסדר זיין די אפיס מיט הלכות יחוד?

אלע צוזאמען » מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:03 pm

· #551920
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
צועקים וזועקים #
אגב רוב אמאליגע תפילין זענען געווען פסול און מצות, חמץ. יא ב"ה אכשר דרא!

פאר די זעלבע געלט זענען אלע אידן היינט ממזרים ווייל רוב גיטין וקדושין זענען נישט געווען גוט.....

צועקים וזועקים » מיטוואך פעברואר 28, 2024 2:10 pm

· #551921
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
די רבנים זענען נישט געווען מסדרי גיטין וקידושין?

אגב אויף דעם איז אויך דא הלכות חזקות ועוד, די שו"ע קאווערט אלעס ומינה לא תזוע.

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:15 pm

· #551933
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...
און דערפאר האמיר געהאט אזא צדיק, גאון וקדוש ווי הרב פאלק, זכותו יגון עלינו. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו וקומתו מברר צו זיין אט די שווערע הלכות וואס דאס גאנצע אידישקייט הענגט אויף דעם. ער האט עס אלעס באשריבן און באארבעט אין זיין ספר. אדער עטליכע (העיליגע) ספרים.

דארט שטייט פונקטליך אויסגערעכנט וויאזוי מ'מעסט די לענג פון א (פרויען) סקוירט.. פון מענער סקוירטס האט ער נישט גערעדט. ווייל דאס איז נאר שכיח אין סקאטלאנד. ביי גויים רחמנא ליצלן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער אונטער די קניה עס דארף זיך ענדיגן. אויך די סליעווס און דער האלז (נעק) וויפיהל מילימעטער ס'מעג זיין אפן, רח"ל.

אויך דער שיעור פון א קלייד. ווען הייבט עס אן צו ווערן אנגערופן "געפאסט". אז די התאחדות הרבנים זאללן ארויסגעבן א קול קורא אויף דעים.

זיינע תלמידים האבן אויך געטראפן א כתב יד פון חלק ג' פון זיינע שו"ת ספרים. דארט רעדט ער איבער די שיעור פון הויזן פאר יונגלעך ווען ס'הייסט "טייט". און מ'שיקט זיי אהיים פון די תלמוד תורה. און מ'דארף מוחה זיין אויף די געשעפטן וואס פארקויפן דאס.

נאר ער איז ליידער נתבקש לישיבה של מעלה. עכ"פ אונז דארפן מיר זיך אנשטרענגען און לאזן דרוקן אלע חלקים פון זיינע ספרים.

היום » מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:27 pm

· #551935
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...
מיר קענען מסכים זיין אז מען לפעמים ציעט מען איבער מיט פרטי פרטים, און יענעמס קישקעס אריין.
אבער וואלסטו געזאגט די זעלבע ווען דער שו״ע איז מחובר געווארן?
די זעלבע טו מיר א טובה…?
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות מער פראקטיש און עקסעסיבל.

היום » מיטוואך פעברואר 28, 2024 4:41 pm

· #551937
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh #
און דערפאר האמיר געהאט אזא צדיק, גאון וקדוש ווי הרב פאלק, זכותו יגון עלינו. ער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו וקומתו מברר צו זיין אט די שווערע הלכות וואס דאס גאנצע אידישקייט הענגט אויף דעם. ער האט עס אלעס באשריבן און באארבעט אין זיין ספר. אדער עטליכע (העיליגע) ספרים.

דארט שטייט פונקטליך אויסגערעכנט וויאזוי מ'מעסט די לענג פון א (פרויען) סקוירט.. פון מענער סקוירטס האט ער נישט גערעדט. ווייל דאס איז נאר שכיח אין סקאטלאנד. ביי גויים רחמנא ליצלן. וויפיהל צענטימעטער העכער אדער אונטער די קניה עס דארף זיך ענדיגן. אויך די סליעווס און דער האלז (נעק) וויפיהל מילימעטער ס'מעג זיין אפן, רח"ל.

אויך דער שיעור פון א קלייד. ווען הייבט עס אן צו ווערן אנגערופן "געפאסט". אז די התאחדות הרבנים זאללן ארויסגעבן א קול קורא אויף דעים.

זיינע תלמידים האבן אויך געטראפן א כתב יד פון חלק ג' פון זיינע שו"ת ספרים. דארט רעדט ער איבער די שיעור פון הויזן פאר יונגלעך ווען ס'הייסט "טייט". און מ'שיקט זיי אהיים פון די תלמוד תורה. און מ'דארף מוחה זיין אויף די געשעפטן וואס פארקויפן דאס.

נאר ער איז ליידער נתבקש לישיבה של מעלה. עכ"פ אונז דארפן מיר זיך אנשטרענגען און לאזן דרוקן אלע חלקים פון זיינע ספרים.

איך קען נישט דער הרב פאלק, און איך ווייסט נישט וואס ער פארקויפט, אדער וואס שטייט אין זיינע ספרים.

אויב איז ער מחדש עפעס, א קלארע ליקוט, א פראקטישע הסברה, קען גוט די מציאות אויף הלכה למעשה, וכדו'? דאן האט ער א פלאץ אין כלל ישראלס ספרים שאפע, און איך פארשטיי נישט דער אויסברוך דא.
מען מעג (כמובן) פרעגן און זיך דינגען אויף וואס מען האלט אנדערש.

איז ער סתם א פאשקעוויל שרייבער און א קול קורא׳ס מלקט פון פארפרומטע קרענק?

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:13 pm

· #551954
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
היום #
מיר קענען מסכים זיין אז מען לפעמים ציעט מען איבער מיט פרטי פרטים, און יענעמס קישקעס אריין.
אבער וואלסטו געזאגט די זעלבע ווען דער שו"ע איז מחובר געווארן? די זעלבע טו מיר א טובה...?

ווילסט באמת פארגלייכן נתינת התורה ווען די תורה/הלכות זענען מתוקן געווארן צו די היינטיגע איבערגעטריבענע פרומקייט?

עס איז דא אזא קאנצעפט אז מען קומט אראפ צו יענעם טוהן געוויסע הלכה'דיגע סערוויסעס וואס איז שווער פאר'ן פשוט'ן עמך איד, ווי למשל בדיקת מזוזות אראפנעמען און ארויפלייגן, אדער כשר'ן פאר פסח, און אויבנאויף קען אויסקוקן אז די נייע יחוד סערוויס איז ענליך, אבער פאר סאם ריעזאן (כ'ווייס נישט וועלכע...) קוקט מיר עס אויס געפערליך איבערגעטריבן.

אולי בין איך זיך טאקע טועה. למעשה מיין אינטואישען האט מיר געזאגט אז דאס איז שרעקליך איבערגעטריבן..

צקון לחש » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:50 am

· #552012
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סוף טוב הכל טוב #
איך טרעף עס נישט אין כתבי אריז"ל ממש, אבער אין ספר אור צדיקים פון דער מסדר של כתבי אריז"ל און דעם וועם ס'איז צו פארדאנקען די התפשטות כתבי אריז"ל בארצות מזרח אירופה - הרבי מאיר פאפירש ז"ל.
למעשה האבן זיך חסידישע אידן געפירט אזוי, איז עס גאווערן אזא "גויעישע בעטן" קאנצעפט.
וזה לשונו
ישכב תמיד במטה מיוחדת בפני עצמו, ואם צריך לשמש לשם מצות פריה ורביה אחר גמר השימוש כמו חצי שעה יקום וישוב למטתו המיוחדת לו
א דאנק פאר די מראה מקום, אינטערסאנט וואס דארף מען טוהן ווען מען דארף משמש זיין 'נישט' פאר פריה ורביה? דאס מוז זיין דייקא אויפ'ן קיטשען קאונטער? 😮

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:08 am

· #552015
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...

100% גערעכט, אבער דאס האט נישט דוקא צו טון מיט פרומקייט.

אסאך היינטיגע יונגעלייט האבן נישט קיין השגה וויאזוי צו עפענען א שו"ע און נאכקוקן א הלכה, אנגעהויבן ביי תלמידים פון די "לומדישע" ישיבות וואס קענען נישט מער ווי דרייען מיטן פינגער אויף א ר' נפתלי, און געענדיגט ביי סתם שטיקער וואס קענען נישט קיין צורת האות.

חוץ מזה, ווערט מען היינט געפראגרעמט אז דער יחיד קען נישט אליין דעסיידן אויף גארנישט. פאר יעדע זאך דארף מען צוקומען צו די וואס זארגן זיך פאר דיין גשמיות און דיין רוחניות. מ'האט נישט די קאנפידענטס אליינס אפצומאכן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:04 am

· #552027
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
היום #
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות מער ווייניגער פראקטיש און עקסעסיבל.
FTFY

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 8:01 am

· #552029
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
מ'פארצייילט אויף הרב הנגיד הצדיק והחסיד ר' אייליש ענגלענדער הי"ו אז ווען ער האט אין זיין אפיס געדארפט איבערגעבן עפעס א מעסעדזש פאר זיין סעקרעטערי האט ער אריינגעוואקט צוריקצוועגס (בעק-אפ). און אזוי איבערגעגעבן דעם מעסעדזש אדער דיקטירט א בריוו...! 😮

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:30 am

· #552034
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעון וואלף #
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...

100% גערעכט, אבער דאס האט נישט דוקא צו טון מיט פרומקייט.

אסאך היינטיגע יונגעלייט האבן נישט קיין השגה וויאזוי צו עפענען א שו"ע און נאכקוקן א הלכה, אנגעהויבן ביי תלמידים פון די "לומדישע" ישיבות וואס קענען נישט מער ווי דרייען מיטן פינגער אויף א ר' נפתלי, און געענדיגט ביי סתם שטיקער וואס קענען נישט קיין צורת האות.

"חוץ מזה", ווערט מען היינט געפראגרעמט אז דער יחיד קען נישט אליין דעסיידן אויף גארנישט. פאר יעדע זאך דארף מען צוקומען צו די וואס זארגן זיך פאר דיין גשמיות און דיין רוחניות. מ'האט נישט די קאנפידענטס אליינס אפצומאכן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.
וועלוועלע,

נישט חוץ מזה נאר משום זה, ווי די אליינס זאגסט זיי קענען נישט אליינס נאכקוקען הלכות.
חכמים הזהרו בדבריכם גיימער דאווינען

צועקים וזועקים » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:11 pm

· #552057
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
[ציטאט אראפגענומען]
עס איז געווען געמאכט פון עור בהמה דקה וואס ווערט שנעל פסול.

היום » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:53 pm

· #552129
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ברוך שפינוזה #
היום #
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות מער ווייניגער פראקטיש און עקסעסיבל.
FTFY
מוחל/מוחה טובות!

וויפל די ביסט נאר בארעכטיקט צו האבן דיין מיינונג,
ביסטו נישט נישט וועלקאם צו עס ארויף לייגן אויף מיין נאמען, אדער פארדרייען מיינס.
אוקי?

אויב די ווילסט קענסטו מיר פרובירן משכנע זיין אדער אויפווייזן אויף וואס עווער פוינט די ווילסט ארויסגעבן.
פארשטאנען?

טיע נישט נאך אמאל אזאוינס, ש׳כח!

היום » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:13 pm

· #552134
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
היום #
ברוך שפינוזה #
היום #
און יא, און די לעצטע 3000 יאר זענען כסדר געווען חידושים ווי אזוי צו מאכן די תורה און הלכות מער ווייניגער פראקטיש און עקסעסיבל.
FTFY
מוחל/מוחה טובות!

וויפל די ביסט נאר בארעכטיקט צו האבן דיין מיינונג,
ביסטו נישט נישט וועלקאם צו עס ארויף לייגן אויף מיין נאמען, אדער פארדרייען מיינס.
אוקי?

אויב די ווילסט קענסטו מיר פרובירן משכנע זיין אדער אויפווייזן אויף וואס עווער פוינט די ווילסט ארויסגעבן.
פארשטאנען?

טיע נישט נאך אמאל אזאוינס, ש׳כח!
יעצט, על עצם העניין.

אויב האלטסו נישט פון חובת האדם בעולמו, מקיים זיין תרי״ג מצות עד כמה שידינו מגעת, על פי חז״ל והשולחן ערוך, דאן טרעט איך שוין אפ, ולאו בעל דברים דידי את.

אויב יא, דאן פון ווי ווילסטו אנהייבן?
תורה שבכתב אן גמרא? רמב״ם? שו״ע? ספרי שו״ת? פוסקים וואס זענען חוקר מציאות זמנינו לדמות מילתא למילתא? אדער מלקטים וואס ברענגן הלכה למעשה צו האבן אינטער די הענט ווען מען דארף?.

וועלעכע פון פון זיין זענען איבעריג, אדער מאכן נישט די תורה והלכותיה מער פראקטיש און עקסעסיבל? לדעתך?

און נאכאמאל, איך האב שוין פריער קלאר געמאכט צו מוצא זיין אויב מען רעדט דא פון אזא חיבור וואס איז נישט פון די פריעדיגע סארטן, נאר א פארפרומטע בויך וויי נוסח פאטשקעוויל וכדו׳, עיין שם.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:48 pm

· #552152
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
די ספרים זענען נאך אין ארדענונג. זיי קומען נאך די סטענדערד פון תורה און שכל הישר. נאר די האטליינס וועלכע האבן זיך געמעהרט ווי שוועמלעך נאך א רעגן, זיי זענען די פראבלעים. זיי פארפיהרן דאס אידישע פאלק מיט נארישקייטן און שעדליכע אינפארמאציע.

א יעדער משוגע'נער וואס ס'דריקט איהם אין בויך. אדער ער האט גאנצע 6 פאללאוערס מאכן אויף א האטליין...

היום » פרייטאג מערץ 1, 2024 12:27 am

· #552200
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh #
די ספרים זענען נאך אין ארדענונג. זיי קומען נאך די סטענדערד פון תורה און שכל הישר. נאר די האטליינס וועלכע האבן זיך געמעהרט ווי שוועמלעך נאך א רעגן, זיי זענען די פראבלעים. זיי פארפיהרן דאס אידישע פאלק מיט נארישקייטן און שעדליכע אינפארמאציע.

א יעדער משוגע'נער וואס ס'דריקט איהם אין בויך. אדער ער האט גאנצע 6 פאללאוערס מאכן אויף א האטליין...
בדרך צחות קען מען אויף דעם אויך זאגן אכשר דרא.

שטעל דיך פאר אז דיע חברה משוגעים האבן נישט קיין האטליינס זיך ארויסצושרייען, זיי וואלטן אנשטאטס דעם נאך געלאפן מענטשען אין בית מדרש, און נאך געשריגן ווייבער אויפן גאס…

וע״ש מ״ש
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=66&start=3841

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 1, 2024 1:58 am

· #552214
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
דו רעדסט פון נאכשרייען ווייבער אויפ'ן גאס: האביך מיך דערמאנט א מעשה.

אין די בראשית יארן פון דעם (טמא'נעם) עירוב אין בארא פארק איז הרב הצדיק הקדוש והטהור וואס חנפ'עט זיך צו סאטמאר מוהר"ר יהושע העשיל ביק שליטאאא"א געגאנגען אויפ'ן גאס אום שב"ק. האט ער באמערקט ווי א אידישע פרוי (רח"ל) פיהרט א בעיבי קערידזש . האט ער גענימען שרייען און מוחה זיין אויף דעם חילול שבת. און ער זאגט צו איהר נו, שבת קודש. מחלליה מות יומת... ער האט נאך דאמאלס נישט געהאט א שטריימל. (ווייל זיין טאטע האט אויך נישט געטראגן א שטריימל). זאגט די פרוי צו איהם..."אלטע בחורים טארן נישט רעדן צו פרויען"...!

היום » פרייטאג מערץ 1, 2024 2:44 am

· #552224

גוט גוט גוט
😂

למשל אזא מענטש, ווען ער האט ווען א האטליין ווי צו האקן אויף אלע יודן מחללי שבתות וכו׳ וכו׳, וואלט עס נישט געוווען א טובה פאר׳ן גאנצן שטאט?

שטעל דיך פאר ווען נ״ק חברה האבן נישט קיין ליין, זיי וואלטן באווארפען די שטאט מיט זייערע דרשות וקונטריסים (אסאך מער ווי יעצט), אדער גאר ארום געפארן מיט ספיקרס אויף זייער קארס מפרסם זיין זייערע פעולות, שיטות, ומחאות…

וכהנה וכהנה

צוויי » זונטאג מערץ 3, 2024 12:01 am

· #552386
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh #
די ספרים זענען נאך אין ארדענונג. זיי קומען נאך די סטענדערד פון תורה און שכל הישר. נאר די האטליינס וועלכע האבן זיך געמעהרט ווי שוועמלעך נאך א רעגן, זיי זענען די פראבלעים. זיי פארפיהרן דאס אידישע פאלק מיט נארישקייטן און שעדליכע אינפארמאציע.

א יעדער משוגע'נער וואס ס'דריקט איהם אין בויך. אדער ער האט גאנצע 6 פאללאוערס מאכן אויף א האטליין...
וואס האסטו געוואלט, ער זאל עפענען א פעיסבוק אקאונט? ...

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 3, 2024 2:00 am

· #552398
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ער זאל עפענען זיין טוילעט. איז שלעכט?

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 31, 2024 4:45 pm

· #556949
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
בשורה טובה - געוואלדיגע דורכברוך! - זעלטענע חידוש!!
📎 דורכברוך.jpg

גברא דלא עביד » זונטאג מערץ 31, 2024 8:40 pm

· #556976
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
פאר די נעקסטע פאזע וואלט איך רעקאמענדירט "המגן קאווער complete" פאר אזוינע יודן https://i.dailymail.co.uk/i/pix/2013/04/11/article-2307713-193E4E9B000005DC-456_634x632.jpg
אבער מ'ברויך זעך בויען צוביסלעך...

צקון לחש » זונטאג מערץ 31, 2024 9:10 pm

· #556979
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
גברא דלא עביד #
פאר די נעקסטע פאזע וואלט איך רעקאמענדירט "המגן קאווער complete" פאר אזוינע יודן

אבער מ'ברויך זעך בויען צוביסלעך...

אינטערסאנט אז דעי אלטע פיקטשער איז הערשט נעכטן באנוצט געווארן דורך ביל מעהר אין זיין ניו רול סעגמענט

נפה » דינסטאג אפריל 2, 2024 2:23 am

· #557233
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
אין מאחורי ברענגט איינער פון שבחי בעש"ט אז איינער פון זיינע תלמידים האבן אים געטראפן ליגן אין איין בעט מיט זיין ווייב "כדרך הכפריים" (בעווני האב איך נישט קיין עקסעס אהין יעצט, ווער עס האט קען צוצייכענען די מקור אי דער בעל השמועה).

cictim » דינסטאג אפריל 2, 2024 3:04 am

· #557236
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נפה #
סוף טוב הכל טוב #
פאר די וואס ווייסן נישט.
על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, בימי טהרה.
אבער על פי אריז"ל יא.
מיילא פאר חסידים וועלכע פירן זיך על פי אריז"ל האבן דאס אויסגעריסן.
אין מאחורי ברענגט איינער פון שבחי בעש"ט אז איינער פון זיינע תלמידים האבן אים געטראפן ליגן אין איין בעט מיט זיין ווייב "כדרך הכפריים" (בעווני האב איך נישט קיין עקסעס אהין יעצט, ווער עס האט קען צוצייכענען די מקור אי דער בעל השמועה).
https://www.sefaria.org.il/Shivchei_HaBesht.4.2?vhe=Shivchei_HaBesht,_Kopyst_1815&qh=%D7%9B%D7%93%D7%A8%D7%9A%20%D7%94%D7%9B%D7%A4%D7%A8%D7%99%D7%99%D7%9D

יחי ההבדל - נאר דער שמוציאן וואס האט געליינט שבחי בעש"ט זעהט דארט וואס ער טראכט א גאנצע טאג.

נפה » דינסטאג אפריל 2, 2024 10:17 am

· #557254
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך מיין אז אין מאחורי איז צוגעצייכנט אן אנדערע מעשה, ווער עס האט עקסעס קען עס אהער ברענגען.

סקעפטיקער » דינסטאג אפריל 2, 2024 1:48 pm

· #557284
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!

טמיר » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:25 am

· #559564
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
א מאדנע זאך וואס מ'קען יעצט בייגעוואוינען אין די גראסעריס. אין די זעלבע וועגעלע קענסטו זעהן אלע מינים געפראסעסטע עסן כשר לפסח, אבער די מייערן און סעלערי מוז למען השם זיין מיט די ערד, ווייל "מ'מישט זיך נישט".

whatever » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:31 am

· #559565
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
טמיר #
א מאדנע זאך וואס מ'קען יעצט בייגעוואוינען אין די גראסעריס. אין די זעלבע וועגעלע קענסטו זעהן אלע מינים געפראסעסטע עסן כשר לפסח, אבער די מייערן און סעלערי מוז למען השם זיין מיט די ערד, ווייל "מ'מישט זיך נישט".
אויך געטראכט די זעלבע זאך ווען כ'האב עס באמערקט, אבער למעשה זאג איך אלעמאל, כאטשיג דאס... כאטשיג האלט ער איין מסורה...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7