☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא?! אשתגע דרא!

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

338 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4593
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

שלום על ישראל » דינסטאג נאוועמבער 17, 2015 4:14 pm

· #309286
יידל
יא, איך ווייס אז עס זענען פארהאן א טוץ אשכולות איבער דעם נושא, און ס'איז שוין אזוי צוקייעט געווארן דא אין שטיבל אזש מ'מאלט שוין וואסער ווען ס'קומט צום טעמע פון אכשר דרא. דאך, שפיר איך אז מיט די לעצטע ניי-אויפגעקומענע חומרא/משוגעת איז מען אריבער אלע גרעניצן און וויבאלד די נייע "חומרא" קען האבן ערנסטע קאנסעקווענצן לרע עפן איך אויף א נייער אשכול, און אז די גבאים שפירן אז עס איז נישט ריכטיג קענען זיי מצרף זיין דעם אשכול מיטן אכשר דרא אשכול מיסודו של שרגא.

די מעשה איז אזוי. אין וויליאמסבורג ארבעט שוין יארן א געטרייער דאקטאר מחסידי אומות העולם, דר. שאנדו פאטעל. די וואס זענען באקאנט אין די ענינים ווייסן אז דר. פאטעל איז פון די גרעסטע דאקטוירים, אויב נישט דער גרעסטער דאקטאר, אין וויליאמסבורג. דר. פאטעל האט שוין דיאגניזירט צענדליגע אידן מיט קענסער ווען אנדערע דאקטוירים האבן דאס פארזען, דאקטער פאטעל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון הונדערטע אידן בלי שום גוזמא. אפגעזען פון דר. פאטעל'ס סיבות פארן דינען אין וויליאסמבורג אנשטאט זיך ארויפארבעטן אין א גרויסן שפיטאל (וואס ער וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קפאליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון), נעמט דאס נישט אוועק פון דעם פאקט אז דער מענטש האט געטריי באדינט און טוט ווייטער געטריי באדינען דעם וויליאמסבורגן ציבור, און איז בלי שום ספק בגדר חסיד אומה"ע.

עס איז ווי פארשטענליך אז דר. פאטעל, דינענדיג אונזער ציבור פאר צענדליגע יארן, האט זיך באקענט מיט אונזער פאלק פון דער נאענט. דר. פאטעל ווייסט פון פסח און פון פורים, פון חנוכה און פון סוכות. און יא, פון א דאקטער קען מען זעט אויס גארנישט באהאלטן, ווייל דר. פאטעל קען אויך יעדן פאליטיק און וויליאמסבורג, פון ארוני/זאלוני ביז פריוואטע משפחה געפעכטן. גלייבטס מיר, ווען דר. פאטעל שרייבט ווען א בוך איבער וויליאמסבורג וועט ער האבן צו פאקן סחורה ווי גאלד (אדער סחורה ווי גללים, געווואנדן פון וועלכע פערספעקטיוו איר קוקט עס אן).

און יעצט צום פונקט. דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. מען האט זיך שטארק געבעטן ער זאל בלייבן, און אין די ענדע האט ער אויסגעארבעט אן אפמאך מיט ODA אז ער וועט דינען אלץ הויפט פון זייער פידיאטריק יוניט, און אלע אנדערע דאקטוירים וועלן דינען אונטער אים. אן אפמאך וואס איז זה נהנה וזה נהנה וזה נהנה, דר. פאטעל בלייבט אין דאקטעריי, וויליאמסבורג קען ווייטער געניסן פון דר. פאטעל און ODA קען זיך אויפטון מיט דעם לעגענדארישן דאקטאר.

פארשטייט זיך אז ODA נוצט אויס די געלעגנהייט פאר זייער PR, און נוצט דר. פאטעל זיך צו אדווערטייזן. לכאורה, נישט קיין שלעכטער זאך. דר. פאטעל האט לכבוד דעם אדווערטייזמענט זיך געלאזט כאפן א בילד מיט א פראפעסיאנאלעם פאטאגראפירער און געשריבן א קליין בריוול צו די זייט, און מ'האט פון דעם געמאכט א הערליכן אדווערטייזמענט. אבער ווען דער אדווערטייזמענט איז אנגעקומען צום אפיס פון דבר יום ביומו, האבן זיי (אדער אפשר איז עס נאר א יחיד, נישט קיין נפקא מינא) באשלאסן אז וויבאלד דר. פאטעל איז דאך א דאקטער און אויף דאקטוירים שטייט דאך אז טוב שברופאים לגיהינום, נו, קומט דאך אויס אז דר. פאטעל איז א רשע. אויב אזוי, וויאזוי קען די תורה-טרייע פלוג-בלעטעל פון וויליאמסבורג, לוחם מלחמת הקודש, "דבר יום ביומו" מכשיל זיין חלילה טויזענטע וויליאמסבורגע אידן מיטן עובר זיין אויפן איסור נורא פון אסור להסתכל בפני רשע? אומר ועושה, מר. דבר יום ביומו האט זיך נישט געפוילט נאר תיכף ומיד געעפענט ODA'ס אדווערטייזמענט אין פאטאשאפ, סעלקטירט דעם בלור קנעפל און זיכער געמאכט אז ס'זאל חלילה נישט איבערבלייבן קיין שריד ופליט פון אפילו איין פיקסל פון דר. פאטעל'ס פנים. שמח וטוב לב, האט מען געשיקט דעם בלעטל צום דריקער און אזוי איז עס פארשפרייט געווארן אין אלע וויליאמסבורגע בתי מדרשים.

עס איז ביי מיר ברור הונדערט און איין פראצענט אז דער צעטל וועט אנקומען צו דר. פאטעל. און איר קענט זיך אלע אליין פארשטעלן וואס זיין רעאקציע וועט זיין. איך זאג נישט אז עפעס ערנסט וועט געשען. אבער פארוואס אין די וועלט דארפן מיר אויפרעגן דעם געטרייען דאקטער וואס באדינט אונז שוין צענדליגע יארן? ווי אין די וועלט נעמט א אינגערמאן דאס טיפשות הלב אויסצומעקן די פנים פון א מענטש וואס האט שוין געראטעוועט דאס לעבן נישט פון איין נאר פון צענדליגע אדער אפילו הונדערטע אידישע קינדער? וואס די מצוה איז ראנג מיט אונז?

איך האף אז מיט דעם בין איך יוצא ידי חובת מחאה. איך האב אריינגערופן אין אפיס פון דבר יום ביומו און געלאזט א מעסעדזש אויסדרוקענדיג מיינע דברי מחאה אויף דעם רשעות'דיגן און טפשות'דיגן אקט, און איך פאדער אויף מיינע פריינט דא אויף קאווע שטיבל אויפצוהייבן א טעלעפאן אדער אפשרייבן אן אימעיל און אויסדרוקן אייער אנטריסונג מיט דבר יום ביומו'ס אויפפיראכטס. זייער טעלעפאן איז 718-384-4631 און זייער אימעיל אדרעס איז <!-- e --><a href="mailto:Ads@DvarYoim.com">Ads@DvarYoim.com</a><!-- e --> .

צוויי נקודות:
[list]
[*]דו שרייבסט אז [דר. פאטעל] וואלט גראדע געקענט טון אלס זיין קוואליפיקאציעס אויס נאר צוליב סיבות שאכמ"ל קען ער דאס נישט טון. איך מיין אז דא איז דוקא המקום להאריך פארוואס אזא הויך-באשפריצטע כל-בו דאקטער זאל נישט אנקומען אין א טיטשינג-שפיטאל אדער עפעס א יוניווערסיטי.[/*:m]
[*]דו שרייבסט אז דר. פאטעל האט לעצטנס באשלאסן צו רעטייערן און פארמאכן זיין דאקטער'ס אפיס. דער אמת איז אבער אז מ'האט פון אים צוגענומען די אפיס-ספעיס פאר די אויסברייטערונג פון די סאטמארע ביקור חולים קאך.[/*:m][/list:u]

שושן פורים » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:47 am

· #309649
ביי די וויזניץ'ע חתונה אין חולון די וואך האט מען ב"ה פארדעקט די פריצותדיגע צורת אישה וואס האט שוין צוגעברענגט אין די פארגאנגענהייט לידי מכשולות חמורות רח"ל
viznitz.jpg

petergrifin » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2015 8:44 pm

· #309752
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ל''ע אינגאנצן פארנערט. איי געס די זעלבע קלארין/הארמאונס וואס אזא בילד איז גורם א קיצעל איז אויך שולדיג אין א נקיבה אין א זכר'ס גוף.

טמיר » דינסטאג יאנואר 26, 2016 9:28 am

· #318999
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איינע פון די מערקבארע אכשר דרא'דיגע דוגמאות איז די חגא פון טו בשבט. מען קארגט נישט קיין געלט אז מען זאל ח"ו נישט אויסלאזן אפילו איין פרוכט.

אבער וואס איז פשט פון די פיינעפל געקויפאכטס, און ס'מוז נאך דוקא זיין די געטריקענטע??

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:55 am

· #319012
דאס איז לאו דוקא אכשר דרא, עס איז ענדערש א נייע קאושער ענטערטעינמענט, און אדרבה, ירבו כמותם.

ירא שמים » זונטאג פעברואר 7, 2016 9:27 pm

· #320578
אכשר דרא?! אשתגע דרא!
📎 ImageUploadedByTapatalk1454898406.507342.jpg
<a class="postlink" href="http://mostlymusic.com/products/realistic-production-report-card">http://mostlymusic.com/products/realist ... eport-card</a>
איינער ווייסט פשט פארוואס א אלבום פאר מיידלעך דארף ווערן
געזינגען דורך אינגלעך?!

ירא שמים » זונטאג פעברואר 7, 2016 10:06 pm

· #320583
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
מסתמא זענען די רבנים חושש אז מוועט אנצינדען די טעיפ פאר די מיידלעך און די אינגלעך וועלן הערן.

בן אדם » זונטאג פעברואר 7, 2016 10:17 pm

· #320585
אזא מין ירידת הדורות, שוין לאנג נישט געזען...!

אוי! ווי שטייט מען אויפ'ן וועלט

בן אדם » זונטאג פעברואר 7, 2016 10:26 pm

· #320590
אין אויף די פראנט קאווער מעג יא זיין צורות פון נקיבות??

אהא! און נאכדעם וואונדערט מען זיך נאך...

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 8, 2016 1:10 am

· #320615
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? אינגלעך זינגען קען געהערט ווערן דורך ביידע געשלעכטן, בעת מיידלעך נישט. אויב וואלטן ווען מיידלעך געהאט א פראבלעם מיט קול באיש, וואלט מען זיכער געמאכט עקסטערע אלבום'ס פאר אינגלעך און מיידלעך.

בן אדם » מאנטאג פעברואר 8, 2016 1:13 am

· #320616
דעת תורה
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? אינגלעך זינגען קען געהערט ווערן דורך ביידע געשלעכטן, בעת מיידלעך נישט. אויב וואלטן ווען מיידלעך געהאט א פראבלעם מיט קול באיש, וואלט מען זיכער געמאכט עקסטערע אלבום'ס פאר אינגלעך און מיידלעך.

וואס מיינט ביי דיר א פראבלעם...?

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 8, 2016 1:16 am

· #320617
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אויב עס וואלט געווען א הלכה'דיגע שאלה דערוועגן

Chasidishmashpia » מאנטאג פעברואר 8, 2016 8:21 am

· #320623
אגב: אין איסור קול באשה בילדות לפני בת מצוה. ועל טעיפ וכשאינו מכיר מי ששר גם כן ליכא איסור.

דעת תורה » מאנטאג פעברואר 8, 2016 8:58 am

· #320628
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
די הלכות וועגן א טעיפ וכדו' איז נישט אזוי פשוט. ס'דא כמה מחמירים און די קולא איז נישט ממש מוכרח. בכל אופן, היימישע אידן על פי רוב ווייסן ניטאמאל דערפון, און די רבנים (וואס לאזן זיך הערן אין די נושאים) ווייסן כמעט זיכער נישט דערפון..

ירא שמים » מאנטאג פעברואר 8, 2016 11:02 am

· #320643
אכשר דרא?! אשתגע דרא!
[ציטאט אראפגענומען]

אבער ווי אלט דארף די אינגל זיין? און אפי׳ אז דו רעדסט לגבי דאס וואס איז איינגעפירט, דוכט זיך אז פאר אינגלעך איז מען נישט אזוי מקפיד מיט די הרחקות,
ספאלט מיר יעצט איין אז דאס קען ברענגען א שרעקליכע מכשול אז א אינגל רעדט כאילו ער איז א מיידל, סקען ר״ל אריינברענגען טרענס מחשבות…

ירא שמים » מאנטאג פעברואר 8, 2016 11:22 am

· #320647
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סדא גענוג טעיפס וואס די מיידלעך הערן פון סקול וכדו׳ און זיי געבן אכטונג, סתם צולייגן נאך חששות?

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 8, 2016 12:51 pm

· #320674
דאס וואס יוסי גאלדמאן זינגט - ביילי
און מושי גליק זינגט - קריינדי
וכו' וכו'

איז עפ"י הוראות הרבנים הגאונים שליט"א,
איינער ווייסט ווער זענען די רבנים און די גאונים?

Kool man » מאנטאג פעברואר 8, 2016 12:59 pm

· #320675
אויב ס'יז נוגע נגינה, מוז עס זיין א רב וואס איז א מבין צו נגינה, מסתמא האבען זיי געפרעהגט הגה"צ מבעלעד שליט"א

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג פעברואר 8, 2016 4:27 pm

· #320714
דולה ומשקה
דאס וואס יוסי גאלדמאן זינגט - ביילי
און מושי גליק זינגט - קריינדי
וכו' וכו'

איז עפ"י הוראות הרבנים הגאונים שליט"א,
איינער ווייסט ווער זענען די רבנים און די גאונים?

אזוי האבען זיך אלע משכילים אנגעהויבען. קודם האט מען געפאדערט אז גאון זאל מיינען גאון, דערנאך האבען זיי געפאדערט אז יעדע הלכה זאל זיין געבויט אויף תורה ביז זיי זענען צוגעקומען צו אזא שטאפעל אז.......

מור וקציעה » פרייטאג פעברואר 12, 2016 11:05 am

· #321191
'

שמעקעדיג » פרייטאג פעברואר 12, 2016 12:04 pm

· #321198
פון וואו קומט דאס?
און וואס מיינט ב', ר'?

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 12, 2016 1:30 pm

· #321212
וואס איז דאס "מיס קליין"?? ס'שמעקט משכיליש, גויאיש.

מור וקציעה » פרייטאג פעברואר 12, 2016 2:18 pm

· #321222
שמעקעדיג
פון וואו קומט דאס?
און וואס מיינט ב', ר'?

איני יודע

(עס איז זעלבסט-פארשטענדליך אז עס קומט פונם סאטמראן מחנה (בעקבי הצאן, בית רחל, בנות חיל וכדומה) ווייל אין גור בעלז באבוב רעדט מען נישט פון קיין [דייטשע] צעפ)

shem-tov » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 11:34 pm

· #321269
קודם האט ער זיכער געמאכט אז דער עולם וועט גיין לינקס

שמעון וואלף » מוצ"ש פעברואר 13, 2016 11:38 pm

· #321271
שמעקעדיג
פון וואו קומט דאס?
און וואס מיינט ב', ר'?


ב' - בולשיט
ר' - ריכטיג

פרייוויליג » זונטאג פעברואר 14, 2016 12:19 am

· #321274
ב׳ - באמת.
ר׳ - רשעות׳דיג.

מור וקציעה » מאנטאג פעברואר 22, 2016 10:43 am

· #322271
'

דולה ומשקה » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 11:44 am

· #322624
אי"ה, כ'האב מורא אונז וועלען דאס נאך דערלעבן צו זעהן... היל"ת
די אלע שטיקעס הייבט זיך אן מיט בלויז א וויץ, פון דארט גייט עס ווייטער.
frumkas.jpg

HotCoffee » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 1:27 pm

· #322629
די מוסלמעינער האבן נאך אפילו א סמארטפאן...

שלום על ישראל » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 1:57 pm

· #322633
זעהט אויס אז זייערע קינדער גייען אין ברסלב.

HotCoffee » דאנערשטאג פעברואר 25, 2016 2:12 pm

· #322635
וואס פאר א שייכות האט עס מיט ברסלב?

שלום על ישראל » פרייטאג פעברואר 26, 2016 3:07 pm

· #322752
HotCoffee
וואס פאר א שייכות האט עס מיט ברסלב?

אז זיי קענען האבן א סמארטפון

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:11 pm

· #322855
דער אויבערשטער איז פונעם 'המודיע'
דער אונטערשטע איז פונעם 'המבשר'.

אין 'דער איד' וואלט מען פארמעקט דעם פנים...
המודיע המבשר.jpg

לית דין בר נש » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:19 pm

· #322857

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:22 pm

· #322860
נאר צוויי הערות דולה, 1) @הוגה האט דאס שוין געברענגט איבער 10 טעג צוריק, 2) די אויבערשטע איז פון אלע צייטונגען און די אונטערשטע בילד איז פון המודיע.

דולה ומשקה » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:26 pm

· #322861
איך האב זיך געלערנט איצטערט א לעקציע, אז איך ברויך יעדן טאג באזונדער אדורך קוקן אלע אשכולות, ולא עוד זיך גוט איינ'חזר'ן זייער אינהאלט אולי ואלי.
רבותים, אנטשולדיג מיר, כ'על תשובה טוהן אויף עובר זיין דער גרויסע עבירה, חטאתי עויתי ופשעתי, סלח ומחל.

געוואלדיג » זונטאג פעברואר 28, 2016 4:28 pm

· #322862
ומודה ועוזב ירוחם, והוא רחום יכפר...

געוואלדיג » דינסטאג מערץ 1, 2016 9:19 pm

· #323074
איהר מיינט אז עס זענען שוין דא אלע מיני וועד, האט איהר א טעות געהאט
📎 וועד קשר תפילין.jpg

קל וחומר » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:05 am

· #323102
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך עפען אי"ה א ועד לענייני קשר תפילין של יד

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 7, 2016 7:17 pm

· #323555
ספר טלפונים.
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז דער וואס געפונט זיך נישט אינעם 'ספר' דארף מען חושד זיין...
תמונה%2047.jpg

מור וקציעה » דינסטאג מערץ 8, 2016 11:28 pm

· #323709
בנוגע נסיעת מהר''א ט''ב למירון

מור וקציעה » פרייטאג מערץ 25, 2016 11:59 am

· #326341
קיצונים מטורפים אין מאה שערים הענגען אנשטאט המן, א חרדישע סאלדאט מיט קאפעל און ציצית


מיצג זוועה במאה שערים: בובת חייל חרדי עם ציציות במקום המן


תושבים קיצונים בשכונת מאה שערים בירושלים תלו לכבוד חג פורים במקום את המן - בובה בדמות
חייל צה"ל חרדי הנועל נעלי קרוקס • על שלט לצד הבובה נכתב: "נחלשת? נפלת לצבא? אנא אל תסתובב בשכונותינו עם המדים המאוסים" • המשטרה ופקחי העירייה הוזעקו - והסירו את המיצג
יוסף גרינבוים ט"ו 'אדר ב התשע"ו / 25.03.2016 11:28

המלחמה של חוגים קיצוניים בחיילים החרדים המשרתים בצה"ל, המכונים בפיהם חרדקים, מאבדת רסן וגבולות, כאשר מיצג זוועה חדש הוצג בשכונת מאה שערים בירושלים לקראת חג הפורים.

במיצג החליפה את דמותו של המן הרשע בובה בדמות של חייל חרדי, שהוצגה ברחובות השכונה החרדית.

הבובה, שהולבשה במדי צה"ל עם ציציות ונעלה נעלי קרוקס, נתלתה על חבל, לצד שלטי האזהרות הקבועים המוצבים בשכונה וקוראים שלא להסתובב בלבוש בלתי צנוע.

בשלט שהוצב לצד הבובה נכתב: "נחלשת? נפלת לצבא? אנא אל תסתובב בשכונותינו עם המדים המאוסים".

בשלט נאמר עוד: "הרחקת החרדקים היא הערובה היחידה להצלת צאצאינו".

משטרה ופקחי עיריית ירושלים הגיעו אל השכונה והורידו את מיצג הזוועה.

מור וקציעה » פרייטאג מערץ 25, 2016 12:39 pm

· #326345
רב ברלנד רופט פאר זשיהאד קעגן די ציונים/נאציס איבער מגדל דוד
'

מור וקציעה » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:47 am

· #327516
'
<a class="postlink" href="http://www.mynet.co.il/articles/0,7340,L-4784398,00.html">http://www.mynet.co.il/articles/0,7340, ... 98,00.html</a>

מור וקציעה » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:40 am

· #327541
'

געוואלדיג » מאנטאג אפריל 4, 2016 11:58 am

· #327546
.

כפתור » מאנטאג אפריל 4, 2016 8:13 pm

· #327588

mevakesh » מאנטאג אפריל 4, 2016 8:28 pm

· #327591
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
עס שיינט אז הערשיל קלאר איז נאר א משל צו מוטקה בלוי

מור וקציעה » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:24 pm

· #327606
mevakesh
עס שיינט אז הערשיל קלאר איז נאר א משל צו מוטקה בלוי

מוטקה בלוי פארדינט אן אשכול פאר זיך, אין די צייט וואס הערשל קלאר און יואליש קרויס זענען אויף קיין פאל נישט קיין חלק פון די מעין סטריעם איז אבער מוטקה'לע א צענטראלע פיגור אין די מכלומר'שטע מער מעסיגע שטיינמן פראקציע, ער פירט אן רעגעלמעסיג מיט אסאך פון זייערע קאנפערענצען און טרעפט זיך אפט מיט גפני, ער איז יעצט שטארק אינוואלווד אין די ועידה פון דגל התורה

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 4, 2016 9:44 pm

· #327609
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ווער איז דאס מאטקה בלוי? וואס זענען זיין טעטיגקייטען? וואס האט מען דא אויסגעמעקט אזוי שנעל?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7