☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא?! אשתגע דרא!

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

338 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4593
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

סוף טוב הכל טוב » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 1:02 am

· #559567
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
whatever #
טמיר #
א מאדנע זאך וואס מ'קען יעצט בייגעוואוינען אין די גראסעריס. אין די זעלבע וועגעלע קענסטו זעהן אלע מינים געפראסעסטע עסן כשר לפסח, אבער די מייערן און סעלערי מוז למען השם זיין מיט די ערד, ווייל "מ'מישט זיך נישט".
אויך געטראכט די זעלבע זאך ווען כ'האב עס באמערקט, אבער למעשה זאג איך אלעמאל, כאטשיג דאס... כאטשיג האלט ער איין מסורה...
ועפר תאכל...
א מצוות עס'ה דאורייתא

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 8:21 am

· #559570
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
yesiknow #
שמעון וואלף #
שמעקעדיג #
גארנישט שלעכט.

עס האט נישט אויסגעפעלט פאר קרוב צו 3,000 יאר, און עס פעלט ווייטער נישט אויס.

מען קען מיינען אז אונזערע עלטערן און זיידעס זענען נישט געווען געהעריג נזהר דערין און אכשר דרא מיר גייען ווערן געהעריג ערליך. מען קען אפשר אויך מיינען אז יחוד איז אזוי קאמפליצירט ווי הלכות עירובין אזש רבנים מומחים דארפן אראפקומען מסדר זיין די אפיסעס.

טו מיר א טובה...

100% גערעכט, אבער דאס האט נישט דוקא צו טון מיט פרומקייט.

אסאך היינטיגע יונגעלייט האבן נישט קיין השגה וויאזוי צו עפענען א שו"ע און נאכקוקן א הלכה, אנגעהויבן ביי תלמידים פון די "לומדישע" ישיבות וואס קענען נישט מער ווי דרייען מיטן פינגער אויף א ר' נפתלי, און געענדיגט ביי סתם שטיקער וואס קענען נישט קיין צורת האות.

"חוץ מזה", ווערט מען היינט געפראגרעמט אז דער יחיד קען נישט אליין דעסיידן אויף גארנישט. פאר יעדע זאך דארף מען צוקומען צו די וואס זארגן זיך פאר דיין גשמיות און דיין רוחניות. מ'האט נישט די קאנפידענטס אליינס אפצומאכן וואס איז ריכטיג און וואס נישט.
וועלוועלע,

נישט חוץ מזה נאר משום זה, ווי די אליינס זאגסט זיי קענען נישט אליינס נאכקוקען הלכות.
חכמים הזהרו בדבריכם גיימער דאווינען
ווייל מ'איז געווארן אזוי געפראגראמט אז אויף א יעדע זאך. אפילו אומ-וויכטיגע זאכן דארף מען האבן א "דעת תורה". איך זאג נישט אז דאס איז שלעכט. נאר ס'דארף זיין מיט א מאס. בטוב טעם ודעת. וועלכע פיס מ'זאל ערשט אריינלייגן אין די הויזן דארף מען נישט פרעגן פון א רב. דאס פארשטיט א יעדער אליין.

היימלינד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:20 am

· #559580
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
whatever #
טמיר #
א מאדנע זאך וואס מ'קען יעצט בייגעוואוינען אין די גראסעריס. אין די זעלבע וועגעלע קענסטו זעהן אלע מינים געפראסעסטע עסן כשר לפסח, אבער די מייערן און סעלערי מוז למען השם זיין מיט די ערד, ווייל "מ'מישט זיך נישט".
אויך געטראכט די זעלבע זאך ווען כ'האב עס באמערקט, אבער למעשה זאג איך אלעמאל, כאטשיג דאס... כאטשיג האלט ער איין מסורה...
וועלעכע מסורה? ס'איז סתם א joke בערך אזוי ווי די וואס קויפען מאסט אנשטאט גרעיפ דזשוס

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:37 am

· #559585
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
whatever #
טמיר #
א מאדנע זאך וואס מ'קען יעצט בייגעוואוינען אין די גראסעריס. אין די זעלבע וועגעלע קענסטו זעהן אלע מינים געפראסעסטע עסן כשר לפסח, אבער די מייערן און סעלערי מוז למען השם זיין מיט די ערד, ווייל "מ'מישט זיך נישט".
אויך געטראכט די זעלבע זאך ווען כ'האב עס באמערקט, אבער למעשה זאג איך אלעמאל, כאטשיג דאס... כאטשיג האלט ער איין מסורה...
נאר די אריגינאלע מטרה און פועל יוצא (רעזולט) פון נישט מישן זיך איז געוען אז מ'זאל אום פסח נישט ניצן קיין שום געפראסעסטע פראדוקטן. מ'זאל אלעס מאכן אליין.

די ערליכע אידן פונ'ם פריער'דיגן דור האבן געקויפט זייער ווייניג זאכן פון דרויסן אום פסח. די איינציגע "קעיק" וואס מ'האט אריינגעברענגט ביי אונז אין שטוב איז געווען "לעידי פינגערס". רחמנא ליצלן מהאי דעתא. שפעטער, ווען די "פרומע" אידן האבן מעורר געווען איבער דעים האט מען אויסגעמעקט די "לעידיס" און ס'איז נאר געבליבן פינגערס.

היימלינד » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 11:53 am

· #559587
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh #
שפעטער, ווען די "פרומע" אידן האבן מעורר געווען איבער דעים האט מען אויסגעמעקט די "לעידיס" און ס'איז נאר געבליבן פינגערס.
וי"ג בעיבי פינגערס
אלו ואלו דברי...

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 18, 2024 12:08 pm

· #559590
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
היימלינד #
berlbalaguleh #
שפעטער, ווען די "פרומע" אידן האבן מעורר געווען איבער דעים האט מען אויסגעמעקט די "לעידיס" און ס'איז נאר געבליבן פינגערס.
וי"ג בעיבי פינגערס
אלו ואלו דברי...
די "בעיבי פינגערס" זענען געקומען נאך ד לעידי פינגערס. נאר ס'האט זיך נישט גוט פארקויפט. ווייל די מענטשן האבן געמיינט אז דאס איז בעיבי פוד. נאך שפעטער איז עס געווארן נאר "פינגערס". אבער דאס האט אויך נישט געטויגט. ואי אפשר להרחיב את הדיבור. ווייל די מענטשן דארפן ענדערש א דאקטער. אדער נאך בעסער. א דזשאב.

שיינע איד » פרייטאג אפריל 19, 2024 1:25 am

· #559666
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
בעסער זיי נישט מרחיב ווייל נאר שרייבען לעידיס קען ברענגען צי הירהורים

צקון לחש » פרייטאג אפריל 19, 2024 10:26 am

· #559677
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שיינע איד #
בעסער זיי נישט מרחיב ווייל נאר שרייבען לעידיס קען ברענגען צי הירהורים

אויך שיינע איד 😂

הכנה דרבה » פרייטאג אפריל 19, 2024 11:21 am

· #559680
דאס פארטוישן די לעידי פינגערס צו בעיבי פינגערס האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט פארמיידן הירהורים, פונקט פארקערט, ס׳געוועהן א פארלאנג פון די הייליגע פעדאפילן וואס זיצן אויבן ביים שטייסל, נאר למעשה האט ביזנעס באזיגט פעדאפיליע.

נאך א שמויגער » פרייטאג אפריל 19, 2024 7:15 pm

· #559726
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
א ״לעידי״ וואס האט פינגערס אזוי ווי איך געדענק לעידי פינגערס ברענגט נישט קיין הרהורים.

סתם אזוי » פרייטאג אפריל 19, 2024 7:36 pm

· #559730
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
יאך קויף איםגעוואשענע ווייל די זופ איז פשוט בעעסער, איך וואלט עס געקויפט אגאנץ יאר

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 20, 2024 11:28 pm

· #559751
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נאך א שמויגער #
א ״לעידי״ וואס האט פינגערס אזוי ווי איך געדענק לעידי פינגערס ברענגט נישט קיין הרהורים.
אין די היינטיגע צייטן ביי די וועלכע האבן א נייע תורה ברענגט עס יא. אפילו בילדער פון צניעות'דיגע פרויען טויג אויך נישט.

חדשים » מיטוואך יולי 10, 2024 9:51 pm

· #567817
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אכשר/אשתגע דרא...
📎 IMG_0850.jpeg 📎 IMG_0849.jpeg

אורות » מיטוואך יולי 10, 2024 11:24 pm

· #567821
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חדשים #
אכשר/אשתגע דרא...
וואס בלייבט?

זאקן » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:21 am

· #567829
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חדשים #
אכשר/אשתגע דרא...
קראנקע מענטשן, איך בין סתם נייגעריג ווי אזוי די תקנות גייט צו, יעדער פון די וועד קומט זיך צוזאם און יעדער זאגט וואס ברענגט אים צו טראכטן פון פרויען?? למשל ה.ט. געט זיך א רוף אן ווען איך זעה א פיקטשער פון א שייטל ווער איך הייס, פ.ל. זאגט ווען איך זעה א פיקטשער פון א פרוישע קלייד הייב איך אן שפרינגען, אין אזוי ווייטער, און ווען די אסיפה ענדיגט זיך געט מען ארויס א צעטל פון וואס די וועד מעמבערס ווערן אנגערייצט??
איך בין עכט נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די תקנות ווערן געמאכט.

מ׳דארף נעמען די וועד מעמבערס און ארויף לייגן אויף א שיף און אריבערפירן צו די אנדערע זייט סמבטיון.

שיינע איד » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:40 am

· #567831
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
זאקן #

געהערט אמאהל אז מען בינדט צי א גלעקעל ביי ,מקום מילה אין מען ווייזט די וועד מיטגלידער בילדער דארט ווי מען הערט קלינגען ווייסט מען אז מען ברויך אסר׳ן

a new member here » דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:05 am

· #567834
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חדשים #
אכשר/אשתגע דרא...
🙄 🙄
Is this real?
Unbelievable

יקנהז » דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:48 am

· #567836
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אמת ווייל אין אלע אפציעלע אויסגאבעס אין ק"י זענען די תקנות ווייעלעיטעד אנגעהויבן אין די באלעבאאסטע ביז דער איד-בלאט וכו'

היום » דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:58 am

· #567839
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שיינע איד #
זאקן #
חדשים #
אכשר/אשתגע דרא...
קראנקע מענטשן, איך בין סתם נייגעריג ווי אזוי די תקנות גייט צו, יעדער פון די וועד קומט זיך צוזאם און יעדער זאגט וואס ברענגט אים צו טראכטן פון פרויען?? למשל ה.ט. געט זיך א רוף אן ווען איך זעה א פיקטשער פון א שייטל ווער איך הייס, פ.ל. זאגט ווען איך זעה א פיקטשער פון א פרוישע קלייד הייב איך אן שפרינגען, אין אזוי ווייטער, און ווען די אסיפה ענדיגט זיך געט מען ארויס א צעטל פון וואס די וועד מעמבערס ווערן אנגערייצט??
איך בין עכט נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די תקנות ווערן געמאכט.

מ׳דארף נעמען די וועד מעמבערס און ארויף לייגן אויף א שיף און אריבערפירן צו די אנדערע זייט סמבטיון.
געהערט אמאהל אז מען בינדט צי א גלעקעל ביי ,מקום מילה אין מען ווייזט די וועד מיטגלידער בילדער דארט ווי מען הערט קלינגען ווייסט מען אז מען ברויך אסר׳ן
דיין דמיון ארבעט אויווערטיים, אויף א לעוועל...

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:25 am

· #567846
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
היום #
דיין דמיון ארבעט אויווערטיים, אויף א לעוועל...

דיין דעטעקטיוו דארף א בעטערי טויש

חדשים » דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:27 am

· #567847
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
יקנהז #
שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אמת ווייל אין אלע אפציעלע אויסגאבעס אין ק"י זענען די תקנות ווייעלעיטעד אנגעהויבן אין די באלעבאאסטע ביז דער איד-בלאט וכו'
ווי איך פארשטיי איז עס נייע רעגולאציעס.

אחידוש » דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:38 am

· #567848
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
נייע נאמען
פלעגט שוין פון וועד הצניעות

סקעפטיקער » דאנערשטאג יולי 11, 2024 10:52 am

· #567849
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
רופטס אן די נומבער דארט משוגע מאכן

Yesh » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:10 am

· #567852
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
וויאזוי קענען זיי דאס איפארסירן בכלל?

חדשים » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:19 am

· #567857
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
Yesh #
וויאזוי קענען זיי דאס איפארסירן בכלל?
לאזן נישט פארקויפן די אויסגאבעס אין די געשעפטן, נעמען אוועק די אומזינסטע אויסגאבעס פון די גאסן, ועוד...

היימלינד » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:19 am

· #567859
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
Yesh #
וויאזוי קענען זיי דאס איפארסירן בכלל?
לייגען טעראר אויף די אויסגאבעס און אויף די פלעצער ווי די אויסגאבעס ווערען פארשפרייט

חדשים » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:23 am

· #567860
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אחידוש #
נייע נאמען
פלעגט שוין פון וועד הצניעות
ריעברענדעד.

א גוט יאר » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:25 am

· #567861
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חדשים #
אחידוש #
נייע נאמען
פלעגט שוין פון וועד הצניעות
ריעברענדעד.
געווארפן אפאר משגיחים

היימלינד » דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:53 am

· #567863
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
אז מען רעדט שוין וועגען זייער וועד הצניעות קען איינער מסביר זיין וואס דאס איז פונקטלעך ? וואס ווילען זיי ? איז א מטרה ?

סאדאם חוסעין » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:09 pm

· #567864
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
זיי זענען מענטשן פונקט ווי אונז און זיי ווילן וויסן וואו מען קען האבן פאן

עסקן בדברים » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:11 pm

· #567865
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שיינע איד #
געהערט אמאהל אז מען בינדט צו א גלעקל ביים מקום מילה און מען ווייזט די וועד מיטגלידער בילדער, דארט וואו מען הערט קלינגען ווייסט מען אז מען ברויך אסר'ן

דאס קען נישט זיין אמת, ווייל אויב זיי וואלטן געניצט אזא סייענטיפישע מהלך וואלטן זיי גע'אסר'ט גאנץ אנדערע זאכן

היימלינד » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:20 pm

· #567867
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
סאדאם חוסעין #
זיי זענען מענטשן פונקט ווי אונז און זיי ווילן וויסן וואו מען קען האבן פאן

יא יא דאס ווייס איך אויך,
און דאס אז זיי האבן ליב צו קאנטראלן אנדערע פארשטיי איך אויך,

אבער נישט דאס האב איך געפרעגט, וואס זאגן זיי איז זייער מטרה?
לשיטתם אז זיי זענען גוט און ערליך, וואס שטעלן זיי צו, און פארוואס דייקא אין קר"י און נישט אין אנדערע פלעצער? נאר דארט איז דא א צורך?
איך וויל באמת פארשטיין זייער אגענדע.

שמחהלע קאפשטיק » דאנערשטאג יולי 11, 2024 12:27 pm

· #567868
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
דאס ווייסעך יא, אז ס’דא דארט אסאך איינגעשטעלטע פאר געלט, ובתוכם היימישע אידן וואס ארבעטן פאר די גאווערמענט אין אנדערע פלעצער, (detectives) און זיי ווערן באצאלט פונעם וועד...

יקנהז » דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:43 pm

· #567873
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
א גוט יאר #
חדשים #
אחידוש #
נייע נאמען
פלעגט שוין פון וועד הצניעות
ריעברענדעד.
געווארפן אפאר משגיחים
וועמען?

יקנהז » דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:46 pm

· #567874
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
חדשים #
יקנהז #
שווער צו גלייבן אז די צעטל איז אמת ווייל אין אלע אפציעלע אויסגאבעס אין ק"י זענען די תקנות ווייעלעיטעד אנגעהויבן אין די באלעבאאסטע ביז דער איד-בלאט וכו'
ווי איך פארשטיי איז עס נייע רעגולאציעס.
זייער נישט מסתבר אז די בלאט גייט אויפהערן אריינלייגן עדס פון דזשי ענד דזשי מיט פענימער פון מענער אדער פון פרויען קליידער די ווי די וכו' און די בלאט פארשטייט זיך גייט מען נישט סטאפן פארקויפן אין ק"י איינמאל ער לאזט דורך זיינע פארטייאישע זאכן קען ער שוין נישט שרייען אויף די באלעבאאסטע וכו'.

Yesh » דאנערשטאג יולי 11, 2024 3:16 pm

· #567882
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
באלעבאאסטע גייען זיי זיך נישט וואגן נאכאמאל צו טערערעזירען. ער האט שוין געוויזן אז ער איז שטערקער

יצחק אייזיק » דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:20 pm

· #567893
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
Yesh #
באלעבאאסטע גייען זיי זיך נישט וואגן נאכאמאל צו טערערעזירען. ער האט שוין געוויזן אז ער איז שטערקער
ווען? וויאזוי?

Yesh » פרייטאג יולי 12, 2024 10:00 am

· #567917
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ביי צדקות העיר
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7