☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אכשר דרא?! אשתגע דרא!

אכשר דרא?! אשתגע דרא!

338 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4593
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

diff » דאנערשטאג אוגוסט 3, 2017 3:18 pm

· #381264
וואס!

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 3:00 pm

· #381364
diff
וואס!



גארנישט אזא אשתגע דרא. זיי זענען היבש גערעכט (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 4, 2017 6:09 pm

· #381387
וואלווי
diff
וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

diff » זונטאג אוגוסט 6, 2017 7:51 am

· #381437

diff » זונטאג אוגוסט 6, 2017 8:46 am

· #381439

diff » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 5:36 am

· #381536
בעולמם של חרדים

ר' יואל מסאטמאר היה חכם אסר ללמוד דף היומי וללכת לכותל שאם חלילה מישהו בסאטמאר יתפקר הוא ילמד דף היומי ויילך לכותל רח"ל

מאת סאטמארער

געווען גאר א קלוגער איד דער סאטמארער רב ז"ל. ער האט גע'אסר'ט צו גיין צום כותל און צו לערנען דף היומי. ער האט עס געטאן בכוונה תחלה, אז ווען א סאטמארער חסיד וועט וועלן אפפארן פון אידישן וועג וועט ער גיין צום כותל אדער לערנען דעם דף און זיין זיכער אז ער איז א גוי גמור, ערגער ווי א בועל ארמית אין יום כיפור. ס'זענען דא היינט צענדליגער עקס-סאטמארער וואס גייען צום כותל און לערנען דעם דף און שטראלן פאר שמחה יעדעס מאל וואס זיי טוען דאס.

לעצטנס האב איך געזען א פעיסבוק פאוסט פון א משפחה מיטגליד פון סאטמאר רב, אן אייניקל פון זיין יורש, האט ער געשריבן אז ער איז יעצט ביים כותל און איז גערירט ביז טרערן. עטליכע וואכן פריער האט ער נאך שטאלצירט אז ער גייט עסן חזיר, און דא איז ער ביים כותל און וויינט פאר שמחה טראכטנדיג אז זיין עלטער פעטער וואלגערט זיך אין קבר פון גרויס צער. פרעג איך אייך, איז דער סאטמארער רב נישט געווען קיין חכם?

פון די אנדערע זייט זענען פאראן צענדליגער סאטמארער, געוועזענע סענדז סטריט תלמידים, וואס זענען נאך שטאלצע סאטמארער, זיי קימערן זיך קנאפ איבער אידישקייט. אבער ווען זיי הערן דאס ווארט כותל גייען זיי ניסלעך. ווי יענער איד וואס האט געקוקט טעלעוויזיע אין א שענק (באר) ווען פלוצלינג איז ארויסגעקומען א בילד פונעם כותל. ער האט געכאפט א בעיסבאל בעט און צעשמעטערט דעם סקרין. אזוינע רשעים די ציונים, דאס ערגסטע וואס זיי האבן געקענט טאן איז בויען דעם כותל.

אקעי דאס איז א וויץ, אבער כ'קען באמת א איד, שוין א מגולח וואס שיקט שוין די קינדער אין א היברו דעי סקול, אבער ער האט געווארנט ליפא שמעלצער אז אויב לייגט ער אריין א ניגון איבער'ן כותל קויפט ער נישט זיין סי-די. מיט'ן בארד און גיהנום ניגון האט ער נישט קיין שום פראבלעם. פרעג איך דיר, פון וועלכע תלמידים האט דער סאטמאר רב מער הנאה.

אגב, דער סקווערער רבי ז"ל האט געהאט אן אנדערן מהלך אין אידישקייט, וואס איז אויך זייער עפעקטיוו; ער האט געמאכט זיינע חסידים גיין מיט די קליינטשיגע סקווערער פאה'לעך, רונדעכיגע טלית קטנ'ס און שטיוול אום שבת.

כ'טרייב נישט קיין ליצנות. ס'זענען פאראן הונדערטער סקווערער "באמס" וועלכע גייען מיט לאנגע געקרייזלטע פיאות, און זענען זיכער אז זיי גייען גיין אין גיהנום דערפאר. דא ארבעט ביי אונז אין אפיס א יונגערמאן וואס האט אראפגעלאזטע נאטור-באאוילטע פיאות, א וועסטל מיט א פארקער פען אריינגעשטעקט אין די קעשענע, און אונטער דעם א גרויסן וואלענעם שמוציגן טלית קטן, מיט א V שניט, אנשטאט א סקווערער שניט. זאגט ער מיר בהאי לישנא. "מענטשן וואס קוקן מיך אן און זעען וויאזוי איך קוק היינט אויס קענען נישט גלייבן אז א יאר צוריק בין איך נאך געווען פרום..."

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 7:10 am

· #381537
פליז, דו מיט איש הערטס אויף אנצוחזרן ק''ש מיט בחדרי און שאול תחתית דרעק. מען האט שוין גענוג מאל געבעטן אז ווער עס זוכט די מינע סחורה ווייסט אליינס די אדרעסן.

diff » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 7:25 am

· #381538

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 2:13 pm

· #381598
געוואלדיג
וואלווי
diff
וואס!


... (אויב ס'איז אן עכטע סיין...)


אוודאי נישט

געוואלדיג: ס'איז אבער א גוטער דמיון וויאזוי דער מצב וואלט אויסגעקוקט אויב די חילונים זאללן אננעמען אונזערע סטענדערדס פון זאגן דיעות פאר א צווייטן. מיט וואספארא רעכט קענען אזוי-גערופענע קנאים זאגן דיעות פאר פרייע חברה. און זיי איינטיילן וויאזוי זיי זאללן גיין אנגעטון...! דער ווילדער קנאי פון בית שמש וועלכער שפייט אויף א קליין מזרחי'סטיש מיידל פון אכט יאר און אויף איהר מאמע. ער מוז דאך נישט קוקן וויאזוי די נשים גייען אנגעטון...!

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 5:48 pm

· #382740

diff » זונטאג אוגוסט 20, 2017 5:58 pm

· #382923
הרבי הזהיר: אסור לטייל עם האשה ברחוב

במהלך סעודת יארצייט שערך האדמו"ר ממכנובקא-בעלזא, הורה לחסידיו "לטייל יחד עם האשה ברחוב הוא דבר האסור על פי שו"ע"

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 1:54 am

· #382954
עצה טובה מ'בערל בעל העגלה. הרבי שליט"א יתעסק במצות ובעבירות יותו נחוצות לעם ישראל. מאשר בשטויות האלו. מ'הסחורה הזו יש לנו יותר ממספיק. אנחנו צריכים מישהו נורמלי שינהג את עם ישראל. או חלק ממנו...!

diff » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:05 pm

· #385185

חיים יואל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2018 2:49 pm

· #419427
[ציטאט אראפגענומען]

נישט צו גלייבן

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:05 pm

· #422235
אשתגע דרא אויף סטערוידס...!

ס'איז דא טעראפי אויף דעם...?!
אפשר זאלל דער מאמענט/נפשי ווידמען א גאנצן מעגעזין פאר דעם...?!

חיים יואל » זונטאג מאי 19, 2019 10:19 am

· #430724
[ציטאט אראפגענומען]

Cute

מונטסורי » זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:05 pm

· #482979
אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל
📎 3ED81F43-9B8D-4E4F-8D5F-8543F55DE007.jpeg

berlbalaguleh » זונטאג אקטאבער 10, 2021 9:23 pm

· #482982
איך בין מציע אז מ'זאלל עס צוריקשיקן צו די פאבריק. אומ-אויסגעוואשן...!

סעגאל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:08 am

· #483129
דאס נישט שרייבן פרויען נעמען גייט שוין אן אפאר יאר אבער דאס איז די ערשטע מאל איך זע עס אין א אינוועטעשן וואס איך פארשטיי נישט איז א אינוועטעשן שיקט מען געווענטליך נאר פאר משפחה און חבירים וועמען שטערט די פרויען נעמען נאכמער מאדנע ווערט עס ווען מען טראכט אריין אז די חלק אינוועטעשן איז נישט א מנהג אז מען שרייבט אלע נעמען פין די זיידעס נאר אפיציעל שרייבען עס די זייעס נאר אנשטאט זיי זאלן דארפען שרייבן א עקסטערע בריוו לייגט מען עס דארט אריין.
📎 20211012_220440.jpg

קהל'ס נער » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:13 am

· #483130
סעגאל
דאס נישט שרייבן פרויען נעמען גייט שוין אן אפאר יאר אבער דאס איז די ערשטע מאל איך זע עס אין א אינוועטעשן וואס איך פארשטיי נישט איז א אינוועטעשן שיקט מען געווענטליך נאר פאר משפחה און חבירים וועמען שטערט די פרויען נעמען נאכמער מאדנע ווערט עס ווען מען טראכט אריין אז די חלק אינוועטעשן איז נישט א מנהג אז מען שרייבט אלע נעמען פין די זיידעס נאר אפיציעל שרייבען עס די זייעס נאר אנשטאט זיי זאלן דארפען שרייבן א עקסטערע בריוו לייגט מען עס דארט אריין.


ווארט נאך אביסל און מען וועט שוין מער נישט שרייבן די נאמען פון די כלה, (בכלל וואס פעילט אויס א כלה צי די חתונה?)

אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.

ליב צו וויסן » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:30 am

· #483132
קהל'ס נער
אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.


?????

Nanach » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:57 am

· #483135
ליב צו וויסן
קהל'ס נער
אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.


?????

די common טיטלען וואס מען שרייבט אויפן כלה, הכלה ה"בתולה" המהוללה

סעגאל » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 10:41 pm

· #483174
קהל'ס נער


ווארט נאך אביסל און מען וועט שוין מער נישט שרייבן די נאמען פון די כלה, (בכלל וואס פעילט אויס א כלה צי די חתונה?)

אבער די עיקר איז מען זאל געדעינקען צי שרייבן אויפן אינוועטעישען, וואס טיט זיך ביים כלה דארט אינטן.

דאס איז שוין לאנג איינגעפירט אין די אשת חיל אדער עקרת הבית(געדענק נישט וועלכע) אז ביי שידיכם שרייבט מען נאר הכלה מרת תחי' .

צפור בודד » מיטוואך אקטאבער 13, 2021 11:07 pm

· #483177
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
[ציטאט אראפגענומען]
"מיין שוועסטער בענטשט הויך אויפן קול" איז א פירצה נוראה אשר תוצאותיה מי ישורנה ובלי שום ספק מצווה הבאה בעבירה ואביזרייהו דגילוי עריות וביהרג ועל יעבור ממש.

ביים בענטשן אויפן קול איז לא ימלט א נוסח זאל זיך נישט אריינכאפן וואס דאס איז שוין קול באשה וואס א מאן קען חלילה הערן ר"ל און אזוי ארום צוקומען צום ערגסטנס ורבים חללים הפילה ואכמ"ל.

און ווער רעדט נאך די הרהורים פון הערן פון דער אשה חצופה ועוברת על דת ישראל די ווערטער "ועל בריתך שחתמת בבשרינו". לבב מי לא ימס? אבר מי לא יתקשה ר"ל? און פון זיך מתבונן זיין אין "ועל תורתך שלימדתנו" קענען זיי נאך צוקומען צו לערנען חומש, רש"י הש"י וואס גדולי ישראל מקדמת דנא האבן פה אחד בכל חומר גע'אסר'ט. היל"ת!

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 12:52 am

· #483200
ציפור בודד: דו ווייסט דאך אז ס'איז דא נאך לשונות וואס מ'קען נוצן. ס'איז ב"ה דא א פולער סטאק פון לשונות. עיין ב..."איד"... אדער ..."בלאט"...!

צפור בודד » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:04 am

· #483204
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh
ציפור בודד: דו ווייסט דאך אז ס'איז דא נאך לשונות וואס מ'קען נוצן. ס'איז ב"ה דא א פולער סטאק פון לשונות. עיין ב..."איד"... אדער ..."בלאט"...!
אוודאי ויותר ממה שקראתי לפניך כתוב שם וד"ת עניים במקום אחד...

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

מונטסורי » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 9:47 am

· #483227
מונטסורי
אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל

נאך וואס די מענער האבן זיך אפגערעדט פארגאנגענע פרייטאג אין די דבר יום ביומו אויף די אומ׳צניעות׳דיגע נאקעטע פערשטען ביי די נשים, האבן זיך די נשים צדקניות תיכף ומיד אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפען למען קדושת מחנינו און ערצייגט די שפאגל נייע פוס-אונטערציערס וואס איז יעצט דא צו באקומען אין שווארץ און בעיזש. אויך וועט קורצליך זיין צובאקומען ווייסע אונטערציערס פאר די מיידלעך.

בזכות נשים צדקניות עתידים להיגאל!

די בייגעלייגטע עד איז ערשינען אין וויליאמסבורג shoppers route נעכטען
📎 D9BD1F71-55A9-48E3-993C-750426E09415.jpeg

קהל'ס נער » דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 10:56 am

· #483233
מונטסורי
מונטסורי
אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל

נאך וואס די מענער האבן זיך אפגערעדט פארגאנגענע פרייטאג אין די דבר יום ביומו אויף די אומ׳צניעות׳דיגע נאקעטע פערשטען ביי די נשים, האבן זיך די נשים צדקניות תיכף ומיד אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפען למען קדושת מחנינו און ערצייגט די שפאגל נייע פוס-אונטערציערס וואס איז יעצט דא צו באקומען אין שווארץ און בעיזש. אויך וועט קורצליך זיין צובאקומען ווייסע אונטערציערס פאר די מיידלעך.

בזכות נשים צדקניות עתידים להיגאל!

די בייגעלייגטע עד איז ערשינען אין וויליאמסבורג shoppers route נעכטען


היה לא תהיה דאס איז דאך די פריצה'דיגע זאקן וואס פרויען טיען ליידער אן אויף די טייץ.

איך אויך » מאנטאג מערץ 27, 2023 3:23 pm

· #519783
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.

שמחהלע קאפשטיק » מאנטאג מערץ 27, 2023 6:34 pm

· #519796
איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
יומען העיר

ועוד יש לומר: שעטנז

צוזאמגעדרייט » מאנטאג מערץ 27, 2023 7:01 pm

· #519801
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
קען זיין מען פלעגט עס שטריקן אין בית הכבוד.

דיכטער » מאנטאג מערץ 27, 2023 7:06 pm

· #519802
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
אז ס'האט נישט קיין חשש פון יומען טרעפעקינג און מאדערן סלעיווערי...

יין שרף » מאנטאג מערץ 27, 2023 10:10 pm

· #519818
איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
געב עס אפאר יאר, און א קל וואס גייט מיט א גארטל אן א הכשר באקומט נישט קיין עליה...

But in a serious note... א גארטל איז דאך להפסיק בן ליבו לערוה, קען זיין דאס איז בהשגחתם...

כרם זית » מאנטאג מערץ 27, 2023 11:54 pm

· #519824
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
עס איז דאך א בפירושע פסוק אז גארטל עכו''ם איז כשר: עם לבן גרתי.

עס קען אבער זיין אז זיי האבן געמאכט א ג''ש צו ציצית, פינקט ווי ציצית איז כפול שמונה און עס דארף זיין לשמה, אף חגור וואס איז כפול שמונה דארף זיין לשמה.

צקון לחש » מאנטאג מערץ 27, 2023 11:55 pm

· #519825
יין שרף
איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
געב עס אפאר יאר, און א קל וואס גייט מיט א גארטל אן א הכשר באקומט נישט קיין עליה...

But in a serious note... א גארטל איז דאך להפסיק בן ליבו לערוה, קען זיין דאס איז בהשגחתם...
סיריעס נאוט מיי פוט 😃

צפור בודד » דינסטאג מערץ 28, 2023 12:37 am

· #519826
איך אויך
היינט געזעהן א עד פאר האנד געשטריקטע גארטלעך בהשגחת הרבנים. גיי ווייס וואס מען האט ביז היינט אריינגעליגט אין די גארטלעך רח"ל.
ווען די רבנים וועלן מיך לאזן געבן א הכשר אויף זייער לב און ערווה וועל איך זיי צולאזן צו געבן א הכשר אויף מיין הפסק.

צוזאמגעדרייט » דינסטאג מערץ 28, 2023 9:26 am

· #519850
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
ער גייט שוין היינט צוטאגס מיט אן OU גארטל...

מחונך » דינסטאג מערץ 28, 2023 10:07 am

· #519853
איך האב אויך געזען וואסער פון באר מים מיט א השגחה פון סאחדעס. איך שגץ טרינק אן א הכשר...

פרנס החודש » דינסטאג מערץ 28, 2023 1:03 pm

· #519867
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
האיך מעשרים את המלח… classical virtue signaling.

צפור בודד » מיטוואך מערץ 29, 2023 3:32 am

· #519950
לאך, לאך ווייל דער נאר ביסט דו און דער ד'זאוק איז אויף אונז. אז אונז קויפן שמן זית אויף חנוכה דווקא מיט א הכשר, און זילבער פאפיר מיט א הכשר, און וואסער מיט א הכשר, און פלאסטיק קאפס מיט א הכשר, און מאביילס און סמראטפאונס און פילטערס מיט א הכשר, און מי יודע וואס נאך, איז פארוואס נישט אויך א גארטל? הכשרים פונקציאנירן ווי מאפיא שוץ געלט. מ'שיסט טאקע קיינעם נישט און מ'ברענט נישט אפ געשעפטן (חוץ אמאל א סמארטפאון געשעפט פון א מומר להכעיס), אבער די געשעפטסלייט ווייסן אליין וואס די קליענטן 'דארפן' און איבער די פראדוקטן וואס זיי קרומען מיט דער נאז ווען ס'איז חלילה סמוך ונראה צו אן 'ערליכער' היימישער הכשר. און טאמער פארגעסן זיי, וועט מען אנקלעבן דער שטאט מיט 'להסיר מכשול' פלאקאטן דעם עולם צו דערמאנען.

שמעון וואלף » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:30 am

· #539402
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
איך האב פארהערט מיין אינגעל די וואך:

שני גיים בבטנך - צוויי פעלקער זענען אין דיין לייב

אין דיין וואס?

אין דיין לייב

אקעי, איך הייבט הענט.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 4:11 am

· #539417
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעון וואלף: ס'איז דא א גרופ פון "פרומע" יונגעלייט וואס וויל אנהייבן צענזורירן דעם חומש (און רש"י אויך). זיי'עללן מאכן 2 מאל א יאר שמחת תורה.

די ש"ס בבלי וירושלמי האבן שוין די "פרומע" יונגעלייט פון לאנג צענזורירט.זיי מאכן א יעדעס יאר א סיום הש"ס., ווייל ס'איז דא געוויסע מסכתות וואס מ'לערנט אינגאנצן נישט. איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן זייער נאמען..ווי למשל כתוב-- און נד-- (רחמנא ליצלן מהאי דעתא)

Salford » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:17 pm

· #539439
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
berlbalaguleh #
שמעון וואלף: ס'איז דא א גרופ פון "פרומע" יונגעלייט וואס וויל אנהייבן צענזורירן דעם חומש (און רש"י אויך). זיי'עללן מאכן 2 מאל א יאר שמחת תורה.

די ש"ס בבלי וירושלמי האבן שוין די "פרומע" יונגעלייט פון לאנג צענזורירט.זיי מאכן א יעדעס יאר א סיום הש"ס., ווייל ס'איז דא געוויסע מסכתות וואס מ'לערנט אינגאנצן נישט. איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן זייער נאמען..ווי למשל כתוב-- און נד-- (רחמנא ליצלן מהאי דעתא)
פרומע?

קהל'ס נער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 2:14 pm

· #539442
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
Salford #
berlbalaguleh #
שמעון וואלף: ס'איז דא א גרופ פון "פרומע" יונגעלייט וואס וויל אנהייבן צענזורירן דעם חומש (און רש"י אויך). זיי'עללן מאכן 2 מאל א יאר שמחת תורה.

די ש"ס בבלי וירושלמי האבן שוין די "פרומע" יונגעלייט פון לאנג צענזורירט.זיי מאכן א יעדעס יאר א סיום הש"ס., ווייל ס'איז דא געוויסע מסכתות וואס מ'לערנט אינגאנצן נישט. איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן זייער נאמען..ווי למשל כתוב-- און נד-- (רחמנא ליצלן מהאי דעתא)
פרומע?
צ״ל פארפרומטע

תנחום » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:37 am

· #539683
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעון וואלף #
איך האב פארהערט מיין אינגעל די וואך:

שני גיים בבטנך - צוויי פעלקער זענען אין דיין לייב

אין דיין וואס?

אין דיין לייב

אקעי, איך הייבט הענט.
געהאט די זעלבע ביים פארהערן מיין זוהן לעצטע וואך. אבער ותַּהַר האט ער יא געטייטש "טראגעדיג". כ'האב גראדע געפרעגט מיין זוהן וואס ס'מיינט און ער האט נישט געוואוסט פונקטליך...

Salford » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 8:35 am

· #539690
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
תנחום #
שמעון וואלף #
איך האב פארהערט מיין אינגעל די וואך:

שני גיים בבטנך - צוויי פעלקער זענען אין דיין לייב

אין דיין וואס?

אין דיין לייב

אקעי, איך הייבט הענט.
געהאט די זעלבע ביים פארהערן מיין זוהן לעצטע וואך. אבער ותַּהַר האט ער יא געטייטש "טראגעדיג". כ'האב גראדע געפרעגט מיין זוהן וואס ס'מיינט און ער האט נישט געוואוסט פונקטליך...
ווי ווייט פארקרוכט מען

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 5:02 pm

· #541101
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שרעקליכע פירצה
📎 bed.jpg

חיים הערש » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 5:17 pm

· #541102
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
שרעקליכע פירצה
גראדע האלט איך אז 48 בעטן זענען סאך פרימער, ווייל מען איז נישט אזוי נאנט…. 😢

וואט עי שעים

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 5:22 pm

· #541105
Re:
קהל'ס נער #
מונטסורי
מונטסורי
אין דבר יום ביומו דעם פארגאנגענע פרייטאג, מעורר וועגן נאקעטע פערשט ביי די ווייבער רח״ל
נאך וואס די מענער האבן זיך אפגערעדט פארגאנגענע פרייטאג אין די דבר יום ביומו אויף די אומ׳צניעות׳דיגע נאקעטע פערשטען ביי די נשים, האבן זיך די נשים צדקניות תיכף ומיד אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפען למען קדושת מחנינו און ערצייגט די שפאגל נייע פוס-אונטערציערס וואס איז יעצט דא צו באקומען אין שווארץ און בעיזש. אויך וועט קורצליך זיין צובאקומען ווייסע אונטערציערס פאר די מיידלעך.

בזכות נשים צדקניות עתידים להיגאל!

די בייגעלייגטע עד איז ערשינען אין וויליאמסבורג shoppers route נעכטען
היה לא תהיה דאס איז דאך די פריצה'דיגע זאקן וואס פרויען טיען ליידער אן אויף די טייץ.
על כגון דא נאמר: ...טייערע אידישע מענער, גייטס ארבעטן...!

whatever » דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:55 am

· #541135
Re: אכשר דרא?! אשתגע דרא!
שמעקעדיג #
שרעקליכע פירצה

למעשה איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטן אין א היימישע אויסגאבע, די פאקט איז אז ערליכע יודן האבן נישט אזעלכע בעטן, ווייל יעדער ווייסט פארוואס עס איז געמאכט געווארן, נאכדערצו ווען מ'זעהט צוויי נאכט שענקלעך פון ביידע זייטן.
קען זיין אז דו האסט יא אזא בעט, און דו האלטסט אז יעדער דארף האבן אזא בעט, אבער דאס איז נישט די דעת פון די ערליכע יודן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7