☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דיסקרימענאציע קעגן פאפא

דיסקרימענאציע קעגן פאפא

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
בלאט: 1 2 3 4 5

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:24 am

· #139645
איך קען נארישע פאפא חברה. א פאקט!

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:25 am

· #139646
איך האב געזען א פאפא'נער פריער עסן סאשי פיש און ביי יעדע בייס האט ער געשריגן ימח שמו!

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:27 am

· #139647
פאפא האט די מערסטע גבירים אין ווילאסבורג,אפשר אלץ לא לחכמים
לחם ?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:28 am

· #139648
שמעקעדיג
איך קען קלוגע פאפא חברה. א פאקט!

ווילאנג מ'זאגט דאס אלץ א חידוש, האלט מען נאך אלץ ביים אלטן. משל דומה "ס'דא שווארצע וואס זענען נישט קיין רוצחים".
מענטשן אינערהאלב א קהילה האבן גארנישט אין קאממאן. איך קען איידעלע סאטמארע אינגעלייט!

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:28 am

· #139649
ווער איז אן עושר חוץ מענצער??

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:29 am

· #139650
בעל הבית
אפשר אלץ לא לחכמים לחם ?

משה שמואל זופניק איז א פאפא?

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:45 am

· #139653
שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:08 am

· #139665
בני תורה פעלט אויך נישט אין פאפא ,הרב יצחק אהרן גאלדבערגער,הרב משה מנחם ווייס,הרב אייזיק ואחיו ר'שמעלקא פריעדמאן ,פישער,הרב גבריאל ואחיו ר'שמשון צינער ,גבריאל גאלדבערגער,

ניו יארק » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:16 am

· #139667
אבער אז מען רעדט שוין במילא....
א גראבע פאפאנע איז געשטאנען לעבן א חדר ווען די קינדער זענען אהיים געגאנגען,
פרעגט אים די מנהל ״די ווארטס אויפ א קינד״?
ענטפערט אים די פאפא׳נע ״ניין!! איך בין סתם גראב״

קענסט עס לייגען אויף סאטמאר אויב דאס וועט די מאכן מער העעפי, די אנדערע פארשטייט זעך...

מח-החושב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:42 am

· #139677
ווער אימער עס נעמט אנטייל דא אין דעם שפיכות דמים אשכול, צי האלט ער זיך פאר סתם קלוג, צי גאר פאר אן אמתער כופר בעיקר לויט די סטאנדארטן פון דעם וועבזייטל, איז ווארשיינליך א יונגערמאנטשיק שלא נפתחו עיניו און מיינט ס'איז א וויץ גלאט אזוי חויזיק צו מאכן פון א גאנצע קהלה, עטליכע הונדערט משפחות, א פאר טויזנט אידישע נפשות.

עס זענען זיכער דא פון פאפא יונגעלייט אדער מעגליך ערוואקסענע וואס בלאנדזשען אריין אין דעם אשכול און ווערן רויט פאר בושה, און דאס הארץ זינקט זיי צום טיפן אפגרונד זעענדיג ווי מען מאכט פון זיי דאס גענאר בחנם על לא דבר, און מען געט זיי ניטאמאל קיין שאנס, כאילו זיי זענען נישט געבוירן געווארן מיט די רעכט, צו הייסן נארמאל קלוג.

פאר די אין דעם פארום וואס גלויבן נאך עפעס אין די תורה, פאר זיי איז גענוג צו דערמאנען דעם פסוק ארור מכה את רעהו בסתר, וואס קען נישט האבן קיין בעסערן באדייט ווי זיצן אינדערהיים און שרייבן באהאלטענערהייט אויפ'ן סמארט פאון, און זיך אונטערלאכן פון זיך אליין ווי געלונגען און ווי מעכטיג ער איז אז ער קען חוזיק מאכן פון גאנץ ק"ק פאפא און קיינער קען אים נישט כאפן ווייל ער שרייבט דאך אונטער א מאסקע פון א ניק.

און פאר די וואס גלויבן נישט אין גארנישט, חברה, לאכטס וויפיל איר קענט, דאס איז א מציאות וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מאמין דערצו, ווייל די יארן ערפארונג צייגט דיר דאס קלאר אין די אויגן, אז ווען איינער טשעפעט יענעם, סיי וועמען, קומט דאס צוריק אהיים און אפטמאל זייער ביטער.

יעצט קענט עטץ אלע נעמען מיך אויפ'ן צימבל און חויזיק מאכן פון מיר ווי גרויס דאס יאר איז, עטץ קענטס שרייען איך בין אליין א פאפא חסיד, עטץ קענסט שרייען איך בין נאאיוו און סטופיד, וואס אימער איר ווילט. איך בין נישט אזוי געלונגען ווי ענק וועלכע זענען פאפירענע טיגערס און קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל באהאלטענערהייט אין טוילעט און זיך קלאפן אין בויך ווי געלונגען איר זענט. פארפאלן איר דאס אויבערשטע פונעם שטייסל פון דער מענטשהייט. אבער אפחויזיקן סתם אזוי פון מענטשן איז רשעות און קינדיש. אלע גרויסע מויל מאכערס פון מיין עידזש האבן ערגעץ אין די יארן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זיך פארמאכט דאס מויל, און קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס זיי זענען פלוצלינג נשתנה געווארן לאיש אחר, ווייל געווענליך איז שוין די אורזאך באקאנט אין די גאנצע שטאט.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:43 am

· #139678

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:00 am

· #139700
מח החושב, שטארקע דבירים האסט גיט ארוסגעברענגט די מויל מאכער נקודה


עס איז גארנישט קיין דזאק , די וועלט איז נישט הפקר

NAVY SEAL » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:07 am

· #139702
בעל הבית
שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד


נישט יעדער וועם דו האסט דא אויסגערעכנט וואוינט און ווילי, סכאפט נישט קיין נפקא מינה במילא, אבער חזקי קריצלער פון לאנדאן וואס ער האט מיט פאפא ווייס איך נישט אבער אזויפיל ווייס איך יא אז ער דרייט זיך און סאטמאר דארט דאווענט ער לערנט ער שיקט זיינע קינדער און סאטמאר און ער איז פון די גרויסע תומכים פאר מוסדות סאטמאר לאנדאן

בעל הבית » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:17 am

· #139705
די חכם ,ער איז אכטע פאפאנער ,ווי זאל ער זיך דרייען אין לונדון ?פאפא האט נישט קיין ביהמ"ד דארט ,אין סאטמער 86 איז זייער א נאטראל פלאטץ רוב מאנטשן האבן מיט סאטמער גארנישט, מאטיאש,גליק ,שנעק, ריינער,אבערלאנדער,

אין אז מען רעדט שון יא פין פאפא- לאנדאן איז כדי אונצומערקן אז הרה"ג ר' משה פאללאק מו"ץ התאחדות קהילות החרידים איז אויך א תלמיד פין פאפא רב ז"ל

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:26 am

· #139708
יארמע רב זאגט, די אונגארישע זענען בעצם נישט אזעלכע נאראנים, מען האט זיי פשוט אזויפיל מאל זיי דאס געזאגט, אז זיי האבן שוין אנגעהויבן גלייבן...
די זעלבע איז מיט פאפא.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 9:37 am

· #139714
מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:08 am

· #139723
מורינו הרב
מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.


סאטמאר רב ז'ל האט כידוע כסדר געמאכט ווערטלעך.
איך גלייב אז טאמער ער האט דאס געזאגט, איז עס נאר געווען א ווערטל.
מי יעמוד בסוד קדושים...

boxcover » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:55 am

· #139747
ווי איך האב זיך נעכטן געשריבן אין אן אנדערע אשכול איבער די זעלבע נושא, עס איז שוין צייט פאר די היימישע יושבי קופסה (איך בין כאטש ביים דעקל...) צו איינזעהן אז ראסיזם איז אוט אוו סטייל (גוגל וואלט געטייטשט ארויס פונעם נוסח). עס איז נישט יושר, נישט אידישליך, נישט בא'טעמ'ט - ספיציעל ווען מען דערזעהט זיך מיט איינעם פון די חברה אינעם קרייז, און אפילו נישט גויאישליך! און אונז בני ישראל וואלטן ערשט געדארפט דאס איינזעהן און עפרישיעט'ן.

איך רעד דא זיי סיי ראסיזם פון איין חסידות צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין שטאט צו א צווייטען (די אלאמנייס פון סאטמר קעמפס ווייסן זיכער פון וואס כ'מיין), סיי ראסיזם פון איין טיפ יוד צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין רעליגיע צו א צווייטען, און סיי ראסיזם פון איין הויט-קאליר צו א צווייטען.

אויב האט איר - חס וחלילה - נישט די פארשטאנד דאס צו באגריפן - איר פארפעלט צו פארשטיין אז טשעפענען איז שלעכט, הן מה"ת והן מדין גברא, האב כאטש די העפעלכקייט (courtesy) און רעד נישט אזוי ברבים. נאר פאר די צוליבקייט פון חילול שם שמים. די וועלט איז היינט קלענער ווי סיי ווען אימער, און דיין אידיש באהאלט היינט גארנישט. (עיין ערך שמריה.)

און די זעלבע צייט בעט איך די געטרייע הנהלה וואס ארבייט שוין יעצט מיט שווערע כוחות צו קוראַטירן די שטיבל מיט א קאווע זופ, ביטע - בכל לשון של בקשה - לאז אויך באריכטן תגובים וואס האבן ראסיסטישע באמערקונגען און בילדער.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:07 am

· #139750
איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:16 am

· #139753
איך וויל וויסן.

קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?
ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?
ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?
פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?
נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:16 am

· #139754
שת.אדמזאהן
איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:40 am

· #139760
לכבוד שבת קודש
איך וויל וויסן.
קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?

פאפא באשטייט פון צווישען 1000 און 2000 משפחות. איך קען נישט פארטרעטען יענעםס געפילן.
אויב איר פרעגט איבער מיינע געפילן?
סתם אזוי, איינער וואס מאכט חוזק פון א צווייטען איז ביי מיר אראפגעקוקט. בפרט ווען יענער זאגט סתם "ביסט דאך אזא פאפאנער", זאגט ער דאך גארנישט..
בדרך כלל, א מיטגעליד פון א קהילה אדער א חסיד, א וויזניצער, א בעלזער און א סקווירער, וועלן נישט חוזק מאכן פון פאפא, עס איז געווענדליך נאר א סאטמארער, אויף דעם זאגן שוין חז"ל הכל לפי המבייש.

לכבוד שבת קודש
ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?

עס וועט זיכער ווייטוהן פאר געוויסע חסידים.
זייער ריאקציע וועט זיין לכאורה איינע פון די פאלגענדע:
"שוין, די אינטערנעט ליידיגייערס"
"וואס איז יעצט געשעהן, ס'שטיל געווארן אין קאורט?"
"נעבעך, זיי זענען מקנא אונזער באשיידענקייט"

לכבוד שבת קודש
ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?

איך ווייס נישט. לאמיר ערשט זעהן קעגען וועם דו ווילסט דאס מעסטען? וועם מיינסטו מיט "אנדערע"?

לכבוד שבת קודש

פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?

דאס קומט פון וואוינען בשכינות פון א קהילה וואס איז געבויט מיט א שיטה "אונז זענען העכער פון יעדעם".

לכבוד שבת קודש

נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

יא. איך בין נישט קיין חסיד. איך געהער צו די קהילה, איך בין מחשיב דעם רבי'ן פאר זיין געטריי שאפט צו זיינע חסידים, און צו זיין מוסדות. און בעיקר פאר זיין זיך פראבירן צו האלטן נארמאל און אזא משוגענע שטאט.

לכבוד שבת קודש
בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.

וואס מיינט "א פאפא בליק"?

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:43 am

· #139761
א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:44 am

· #139763
I'm back
שת.אדמזאהן
איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.


עס איז שווער צו מעסעטן פאפא ת"ת, מיט דריי פאראלעל קלאסען קעגען אנדערע ריזיגע חדרים.
אין פאל אז עס איז אמת וואס איר זאגט, איז די תירוץ אז די הנהלה געט זיך אפ מיט דעם. זיי זענען נישט פארנומען מיט פאליטיק.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:45 am

· #139765
לכבוד שבת קודש
א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.

א בליק אויף וואס?
פרעג מער פרטיתדיג

(איך קען נישט רעדן פאר גאנץ פאפא, איך רעד פאר מיר)

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 11:56 am

· #139773
וויפיל פראצענט פון די קהילה זענען חסידים און וויפיל באלאנגען סתם צו די קהילה (אזוי ווי דיר)?

צווישן די בחורים אין ישיבה, איז דא א חסידות מצב? - מען רעדט אמאל מופתים פונעם רבי'ן?

מאכט זיך אמאל א מענטש וואס ווערט א פאפענער, צוליב דעם וואס ער ווערט איבערגענומען פונעם רבי'ן אדער פון די חסידות?

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:05 pm

· #139776
לכבוד שבת קודש
וויפיל פראצענט פון די קהילה זענען חסידים און וויפיל באלאנגען סתם צו די קהילה (אזוי ווי דיר)?

איך ווייס נישט

לכבוד שבת קודש
צווישן די בחורים אין ישיבה, איז דא א חסידות מצב?

ווי א זמן, ווי א תקופה.
אפילו ווען חסידות איז בתקפו איז דאס נישט עקסטרים.

לכבוד שבת קודש
מען רעדט אמאל מופתים פונעם רבי'ן?

ווער יונגע בחורים? שיחת נערים? קען זיין.
ערוואקסענע, קיינמאל נישט.
אפילו אויף די רבי ז"ל (בעל ויחי יוסף) פארציילט מען נישט קיין מופתים. נישט דאס איז געווען זיין גדלות.

לכבוד שבת קודש

מאכט זיך אמאל א מענטש וואס ווערט א פאפענער, צוליב דעם וואס ער ווערט איבערגענומען פונעם רבי'ן אדער פון די חסידות?

ניין.
עס מאכט זיך אז א נישט פאפא מיטגעליד שיקט זיינע קינדער צו פאפא מוסד, און מיט די צייט ווערן זיי כאחד מהם.
אדער אז אן איידעם ביי א פאפא מיטגעליד דאווענט ביי זיי שווער, און מיט די צייט ווערט ער א מעמבער כאחד מהם.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:13 pm

· #139777
דו שטעלסט אוועק זייער א קאלטע מצב ארום פאפא און איר רבי. מיין שאלה איז אויב אין די צייטן פון רבי'ן ז"ל, בעל ויחי יוסף, איז אויך געווען אזא קאלטקייט אדער דעמאלס האט מען מער געהאלטן פונעם רבין?

איך וויל נישט חלילה קריטיקירן, אבער לויט דיינע ווערטער מיינט עס אז פאפא שטייט גאנץ שוואך אין פארגלייך צו אנדערע חסידות'ן און עס פארמאגט בכלל נישט דער דמות פון א חסידי'שע הויף.

א נארמאל פלאץ איז דער רבי דער בריח התיכון, וואס צוליב זיינע טאלאנטן, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, ווערן מענטשן איבערגענומען פון אים און גייען אים נאך. אין רוב פלעצער וועסטו געפינען סתם בחורים אדער אפילו סתם אידן וועלכע זעען עפעס איין אין א פרעמדע רבי, און זענען מחליט אים נאכצוגיין אדער שטיצן, ווייל זיי ווערן פארקויפט פאר זיין מהות.

אין פאפא איז עס נישטא.

דאס מיינט אז דער רבי איז א געהעריגע פורים רב (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק) וואס בעצם פארקויפט ער גארנישט. עס נעמט נישט אוועק פון די עולה פון די וואס מאכן חוזק פון פאפא, וואס איז אן עולה פאר זיך, אבער פאפא כשלעצמו איז א שוואכע זאך לויט דיינע ווערטער. קען זיין אז איך האב עס נישט ארויס. ביטע זיי עס מסביר קלארער.

בכלל, איז די רבי נאנט מיט די בחורים? - האט ער א ווארט אין די מוסדות? - ער מישט זיך אמאל?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:15 pm

· #139779
בקיצור איך האב גאנץ א גוטע שמעק.... לכבוד קיעפ איט אפ...

למדן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:25 pm

· #139781
ווען איז די לעצטע מאהל וואס א פרעמדער האט איינגעזעהן די מעלות און געווארן א מעמבער אין סאטמאר?
אויב עפעס פאלן נאר ארויס מעמבערס יערליך.
דער פאפא רב הייסט א גרויסער ת"ח און האלט צוזאם זיינע חסידים (רוף עס קהילה אז דו ווילסט), טוט אויף פאר זיינע יודן אין אלע ענינים און איז די גרעסטע קהילה נאך סאטמאר אין וויליאמסבורג (דאס אז סאטמאר איז אסאך גרעסער פון זיי מאכט זיי נאך נישט קלענער)
און איך דיעל מיט אסאך פאפא'ער חסידים און זיי זענען קלוגע פיינע נארמאלע און געשמאקע מענטשן צו פארברענגן און דיעלן מיט.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:27 pm

· #139783
לכבוד שבת קודש
איך וויל נישט חלילה קריטיקירן

לא הביישן למד. אדרבה, פרעגט.

לכבוד שבת קודש

אבער אויב אזוי מיינט עס אז פאפא שטייט גאנץ שוואך אין פארגלייך צו אנדערע חסידות'ן און עס פארמאגט בכלל נישט דער דמות פון א חסידי'שע הויף.

פארוואס הייסט דאס "שוואך"? איך זעה דאס אלץ "שטארק", אלץ א מעלה.
וואס ווילסטו? עס זאל נאר זיין איין מנין קידוש לבנה?
ווער עס קומט נישט אויף שבת נחמו אין שטעטל זאל מען ארויסווארפן פון מוסד?
אין פאפא פילט זיך יעדער באקוועם, א קליין גרופע עולם שפירט זיך ווי אין א "חסידישע הויף", זיי ווייסען אלץ ווי דער רבי געפינט זיך, און וויפיל אייניקלעך דער רבי האט, די דאטום פון די קומענדיגע חתונה וכדומה, און דער גרעסערע עולם, איז זיך משתתף ווען זיי שפירן פאר וויכטיג אדער פאסיג. קיין לחץ.

לכבוד שבת קודש
א נארמאל פלאץ איז דער רבי דער בריח התיכון, וואס צוליב זיינע טאלאנטן, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, ווערן מענטשן איבערגענומען פון אים און גייען אים נאך. אין רוב פלעצער וועסטו געפינען סתם בחורים אדער אפילו סתם אידן וועלכע זעען עפעס איין אין א פרעמדע רבי, און זענען מחליט אים נאכצוגיין אדער שטיצן, ווייל זיי ווערן פארקויפט פאר זיין מהות.
אין פאפא איז עס נישטא.

אין די לעצטע 150 יאר זענען די רבי'ס נישט געווארן אויפגענומען צוליב זייערע "טאלאנטען, רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע".
אין פאפא זענען פארהאנען אסאך מענטשען וואס גייען צו אנדערע רבי'ס און צדיקים, נאנטע און ווייטע, פאר הדרכה אדער א ברכה. יעדער שפירט זיך באקוועם.

לכבוד שבת קודש

דאס מיינט אז דער רבי איז א געהעריגע פורים רב (אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק) וואס בעצם פארקויפט ער גארנישט.
קען זיין אז איך האב עס נישט ארויס. ביטע זיי עס מסביר קלארער.

ער איז דער מנהיג פון די קהילה און מוסדות, דבר גדול ודבר קטן, אלעס גייט דורך זיין הסכמה. ער איז א שטארקע (אביסעל איבער די מאס) פרומער, און פראבירט זיך צו האלטן פארצייטיש.
די וואס האבן ליב שיינע דרשות, זענען זייער באקוועם צו גיין אויף וויען צו שלש-סעודות. קיינער האלט נישט חשבון.

פורים רב איז מימים ימימה, ר' לייבוש רובינשטיין.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:29 pm

· #139785
נישט יוסף הערש שווארץ? אה ער לויפט אפשר צו ר' ארענען?

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:33 pm

· #139787
הרב שת.

קודם כל שכוח פארן ענטפערן קלאר, דבר דיבור על אופניו, אנע דעם וואס דו זאלסט ווערן באליידיגט.

קוק אריין, וועסטו זען אז איך האב געאפגרעיט מיין תגובה, ביטע אפדעיט דיינס אויך.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:35 pm

· #139788
איר זענט מוסיף צו אייער שאלה, נאך וואס איך ענטפער. פראבירט דאס נישט צו טוהן (און פאל איר האט נאך וואס צו פרעגן)
לכבוד שבת קודש
דו שטעלסט אוועק זייער א קאלטע מצב ארום פאפא און איר רבי. מיין שאלה איז אויב אין די צייטן פון רבי'ן ז"ל, בעל ויחי יוסף, איז אויך געווען אזא קאלטקייט אדער דעמאלס האט מען מער געהאלטן פונעם רבין?

די רבי ז"ל איז געווען א שטיק יראת-אלוקים, תורה און עבודה. גארנישט מער. אביסל חסידות, אביסל מעשיות. ער איז נישט געווען קיין מנהיג פאר די וועלט. הרבצת תורה און הוראה פאר משכימי לפתחו איז געווען זיין עולם הזה. ער האט נישט געמאכט קיין ווערטלעך אויף אנדערע גדולי ישראל, און אוודאי נישט פארברענגט מיט מקורבים טאג און נאכט.
עס איז נישט געווען שייך נישט צו האלטן פון אים. אבער, למען האמת, יא, אסאך האבן געהאט קריטיק בנוגע זיין זיך נישט אזוי גוט צושטעלן בכל הנוגע צו "בויען די זאך..."

לכבוד שבת קודש
בכלל, איז די רבי נאנט מיט די בחורים?

פאר די וואס זוכען דאס נישט, ניין.
פאר די וואס זוכען דאס יא, ווייסען אז דער רבי וועט נישט ווערן זייער חבר, אפשר וועט דער רבי זיך שפירען אביסעל באקוועמער צו רעדן מיט זיי.

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:38 pm

· #139790
סא, דו זאגסט בעיסיקלי, אז דער פריעדיגע רבי איז געווען גרויס, דערפאר איז מען געווען חסידים, און דער היינטיגע רבי איז קליין, דערפאר איז מען נישט חסידים.

דאס איז וואס דו זאגסט?

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:43 pm

· #139793
לכבוד שבת קודש
סא, דו זאגסט בעיסיקלי, אז דער פריעדיגע רבי איז געווען גרויס, דערפאר איז מען געווען חסידים, און דער היינטיגע רבי איז קליין, דערפאר איז מען נישט חסידים.
דאס איז וואס דו זאגסט?

געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.
עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:52 pm

· #139797
שת.אדמזאהן

געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.


נישט ממש אזוי...
געווענליך האלטן אזוי די עלטערע חסידים. די יונגע ווערן שוין עכטע חסידים פונעם נייעם רבי'ן, פאר זיי גייט שוין נישט אזוי שטארק אן וואס דער אלטער איז געווען, זיי זענען שוין מקושר צום נייעם. אין געוויסע פלעצער גייט דאס מער עקסטרעם, אז צווישן די יונגווארג זענען פאראן אויך אזעלכע וואס שישקען זיך אז יפה כח הבן מכח האב... אבער אפילו אין די נארמאלע פלעצער, וועלן די יונגווארג זיך מקשר זיין מיטן נייעם רבי'ן און אפילו מען וועט מחשיב זיין דעם אלטן, און אפשר אפילו האלטן אז ער איז חשוב'ער, אבער מען ווערט פארבינדן מיטן נייעם רבי'ן און דאס איז זייער רבי אויף שטענדיג, און נישט דער אלטער רבי.

משא"כ אין פאפא איז עס אנדערש - א זאך וואס ווייזט לכאורה אויף א שטיקל חסרון, אדער אויפן רבי'ן זעלבסט, אדער אויף די חינוך פון די חסידים, אז זיי ווערן עפעס נישט מקושר מיטן נייעם רבי'ן, און ער ווערט נישט אנגעקוקט אלס זייער רבי.

און דערויף איז מיין שאלה - פארוואס?

שת.אדמזאהן

עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".


פארוואס טאקע איז נישט אזוי ביים היינטיגן רבי? - פארוואס לערנט ער נישט פאר, פארוואס פארהערט ער נישט? - אין אנדערע ווערטער: פארוואס איז ער נישט משפיע פאר זיין עולם?

עס קוקט אויס ווי עפעס א דיסקאמיוניקאציע צווישן דער רבי מיט די חסידים. דער עולם איז נישט געבינדן מיט אים, מען קוקט אים נישט אן אלס זייער רבי, נאר ענדערש אלס סימבאל פאר די חסידות, א זכר צו אן אמאליגע רבי (אויב דאס יא).

בן תמליון » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 12:58 pm

· #139798
איך בין נישט קיין פאפא'נער כ'האב אבער מיר דארט געדרייט א תקופה אין מיינע אויגן איז דער עוועריזש פאפא אינגערמאן נאך אזוי קלוג ווי עני סאטמארער צו אנדערע חסידות'ן. זיי זענען זיכער מער מענטשליך און באזעסן. עס איז יא דא עפעס נאריש אין די וועג ווי די צעטליך און מודעות ווערן געשריבן און פובליצירט דורך די פירערשאפט. די האלב העברעאישע וועדים המארגנים אנשטאט נארמאל פשוט אידיש מאכט עפעס א אומ'באחנטן איינדרוק.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:08 pm

· #139799
לכבוד שבת קודש
שת.אדמזאהן

געווענדליך איז דאס אזוי אין אלע קהילות און הויפן, אז דער ממשיך דרכו איז נישט בדרגה פון די די פריערדיגע.

נישט ממש אזוי...
געווענליך האלטן אזוי די עלטערע חסידים. די יונגע ווערן שוין עכטע חסידים פונעם נייעם רבי'ן, פאר זיי גייט שוין נישט אזוי שטארק אן וואס דער אלטער איז געווען, זיי זענען שוין מקושר צום נייעם. אין געוויסע פלעצער גייט דאס מער עקסטרעם, אז צווישן די יונגווארג זענען פאראן אויך אזעלכע וואס שישקען זיך אז יפה כח הבן מכח האב... אבער אפילו אין די נארמאלע פלעצער, וועלן די יונגווארג זיך מקשר זיין מיטן נייעם רבי'ן און אפילו מען וועט מחשיב זיין דעם אלטן, און אפשר אפילו האלטן אז ער איז חשוב'ער, אבער מען ווערט פארבינדן מיטן נייעם רבי'ן און דאס איז זייער רבי אויף שטענדיג, און נישט דער אלטער רבי.
משא"כ אין פאפא איז עס אנדערש - א זאך וואס ווייזט לכאורה אויף א שטיקל חסרון, אדער אויפן רבי'ן זעלבסט, אדער אויף די חינוך פון די חסידים, אז זיי ווערן עפעס נישט מקושר מיטן נייעם רבי'ן, און ער ווערט נישט אנגעקוקט אלס זייער רבי.
און דערויף איז מיין שאלה - פארוואס?

מען האט קיינמאל נישט געפרעדיגט אויף דעם.
ווי שוין געזאגט, איך רעד וואס איך שפיר און טראכט, אבער אוודאי געוויס, עס זענען דא חסידים, צווישען זיי אויך נארמאלע קלוגע מענטשן, וואס זעהן אינעם רבין א מנהיג, א טאטע, א צדיק, וכו'.

לכבוד שבת קודש

שת.אדמזאהן

עס איז דא נאך א חילוק, אז ביים רבי ז"ל זענען אלע געווען "תלמידים" מיט פולען משמעות, ער פלעגט פארלערנען יעדען טאג, און פארהערן "אלע" בחורים אויף "אלע" לימודים "יעדע וואך".

פארוואס טאקע איז נישט אזוי ביים היינטיגן רבי? - פארוואס לערנט ער נישט פאר, פארוואס פארהערט ער נישט?

איך ווייס נישט.
אוודאי איז דא א גרעסערע נאנטשאפט און הערצה ווען חסידים זענען אויך תלמידים.
איך שטעל זיך פאר אז תלמידים פון ישיבת סאטמאר אין קרית יואל וואס זיצען ביים שיעור פון סאטמאר רבי'ן שפירען אן פערסענאל הערצה פאר אים.

לכבוד שבת קודש

אין אנדערע ווערטער: פארוואס איז ער נישט משפיע פאר זיין עולם?

ער איז יא משפיע, פאר די וואס זענען מקבל.

לכבוד שבת קודש

עס קוקט אויס ווי עפעס א דיסקאמיוניקאציע צווישן דער רבי מיט די חסידים. דער עולם איז נישט געבינדן מיט אים, מען קוקט אים נישט אן אלס זייער רבי, נאר ענדערש אלס סימבאל פאר די חסידות, א זכר צו אן אמאליגע רבי (אויב דאס יא).

ווי שוין געזאגט. יש ויש.
בנוגע "דיסקאמיוניקאציע", שוין אויך געזאגט. די וואס זוכען א נאנטשאפט, טרעפן דאס.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:11 pm

· #139803
בן תמליון
איך בין נישט קיין פאפא'נער כ'האב אבער מיר דארט געדרייט א תקופה אין מיינע אויגן איז דער עוועריזש פאפא אינגערמאן נאך אזוי קלוג ווי עני סאטמארער צו אנדערע חסידות'ן. זיי זענען זיכער מער מענטשליך און באזעסן. עס איז יא דא עפעס נאריש אין די וועג ווי די צעטליך און מודעות ווערן געשריבן און פובליצירט דורך די פירערשאפט. די האלב העברעאישע וועדים המארגנים אנשטאט נארמאל פשוט אידיש מאכט עפעס א אומ'באחנטן איינדרוק.

מיר געפעלט דוקא מודעות געשריבן אין לשון הקודש, נישט אין אידיש. בפרט ווען זיי זענען אדרעסירט צו מענער.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:22 pm

· #139811
וואס איז דיין מיינונג בנוגע די האנדלונג פון די ראשי-הקהילה, וואס טייל האבן דא ערווענט אז זיי האבן כסדר פראבירט נאכצומאכן סאטמאר, און זיך אריינלייגן אין גרויסע הויזן וואס איז גרעסער פון זייער מאס.

וואס האלסטו איבער דעם? - יש דברים בגו?

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:24 pm

· #139813
שת.אדמזאהן
איך ווייס נישט.
אוודאי איז דא א גרעסערע נאנטשאפט און הערצה ווען חסידים זענען אויך תלמידים.
איך שטעל זיך פאר אז תלמידים פון ישיבת סאטמאר אין קרית יואל וואס זיצען ביים שיעור פון סאטמאר רבי'ן שפירען אן פערסענאל הערצה פאר אים.


אין וואס שטעלט איר זיך פאר וועגן די תלמידים אין קווינס וואס זיצן ביי סאטמער רבי'ס שיעור?

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:27 pm

· #139815
שוין מען איז אנגעקומען.

יעדע אשכול מוז אריינפארן אין די סאטמארע פאליטיק. יא, עס האט טאקע גענומען אביסל, אבער די חברה זענען דא.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:28 pm

· #139817
מורינו הרב
נאך איין שאלה:
וואס איז דיין מיינונג בנוגע די האנדלונג פון די ראשי-הקהילה, וואס טייל האבן דא ערווענט אז זיי האבן כסדר פראבירט נאכצומאכן סאטמאר, און זיך אריינלייגן אין גרויסע הויזן וואס איז גרעסער פון זייער מאס.
וואס האלסטו איבער דעם? - יש דברים בגו?

פרעגסט מיך? איך בין נישט פון די ראשי הקהילה, ממילא ווייס איך נישט וואס טוט זיך אפ ביי קהל'ס מיטונגען.
וואס מיינט איר נאכצומאכן סאטאמר? מיט שפריצען ספרעי פעינט אויף בתי מדרשים? ווארפן פאשקעווילען אין די גאסען? איבערפארן מענטשען? גיין צו ערכאות?

לכבוד שבת קודש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:32 pm

· #139818
טענק יו מיסטער אדאמסאהן פאר דיין אינטערוויו וואס דו האסט געגעבן אויף קאווע שטיבל, מיר פארשטייען אז דיין צייט איז געענגט און מיר טוען דעריבער אפרישיעיטן וואס דו האסט אונז געשאנקען פון דיין צייט אויפצוקלערן דער נושא.

איר האט נאך עפעס א מעסעזש איבערצוגעבן פארן ציבור, איידער מיר ענדיגן דעם אינטערוויו?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:34 pm

· #139819
ווארט קודם לייג אריין א עד

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:38 pm

· #139820
לכבוד שבת קודש

איר האט נאך עפעס א מעסעזש איבערצוגעבן פארן ציבור, איידער מיר ענדיגן דעם אינטערוויו?


ניין.
-
איך וועל זיין צוריק שפעט נאכמיטאג צו ענטפערען נאך פראגעס (אויב עס וועט זיין).

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 1:40 pm

· #139821
אדאמסאן קען נישט פארפאסן זיין טעגליכע נאכמיטאג ברעיק וואס ער האט יעדן טאג.
פארפאלן; א ברעיק איז א ברעיק, ער איז יעצט אויף לאנטש.

יואב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:25 pm

· #139831
איינער האט ער מיר אהער געלינקט, און איך וויל בעזר ה' מגיב זיין איבער אזא שאנדפולע נושא. איך בין פשוט זייער פארנומען יעצט. איך האב אדורך געבלעטערט דעם אשכול בלויז גאר גאר אויבערפלעכליך, ליינעדיג מייסטענס די קליינטשיגע תגובות. וואס מאכט מיר יא יעצט שרייבן, איז סתם צו זאגן פאר איך אויך, ניו יארק, און אנדערע ניקס. איך ווייס נישט צו ס'איז טיפשות, צו רשעות, אבער עט ליעסט אינעם דאזיגן אשכול באלאנגט נישט קיין וויצן אויף פאפא. אביסל שכל, און מענטשליכקייט. לדעתי זאלן דאס די גבאים אויסמעקן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:34 pm

· #139834
שת.אדמזאהן

ער איז דער מנהיג פון די קהילה און מוסדות, דבר גדול ודבר קטן, אלעס גייט דורך זיין הסכמה. ער איז א שטארקע (אביסעל איבער די מאס) פרומער, און פראבירט זיך צו האלטן פארצייטיש


א מאנסיער שוואגער מיינער האט מיר פארציילט (בערך א האלב יאר צוריק אדער מער) וועגן עפעס א פאליטיק וואס האט זיך אפגעשפילט אין די מאנסי פאפא מיידל סקול, ווי דער פאפא'ר רבי האט אפגעזאגט די הויפט פרינציפל וועלכע האט געפירט יארן לאנג די סקול אויף א הערליכען פארנעם (ער זאגט מיר אז ס'איז געווען פון די בעסטע סקולס אין אירע הענט, אבער כ'קען עס נישט מברר זיין), וועגן עפעס א פרומקייט אין לבוש וועלכע דער פאפא רבי האט געוואלט איינפירן אין די מוסד און זי האט אים מסביר געווען אז פארן היינטיגן דור איז עס צופיל, און עס איז נישט כדאי, און זי האט עס נישט געוואלט פארלאנגען. ער זאגט מיר אז זינט דעמאלס גייט די סקול כאדאראם (פ.הירש דרייעט זיך דא?) און עס איז שוין אפילו אראפגעפארן א גרופע רבנים פון מאנסי צו פאפא רבי'ן זיך איינבעטן ער זאל איר צוריקנעמען, אבער והוא בשלו ער וויל נישט הערן דערפון.

איך האב שוין גראדע לאנג פארגעסן פון די שמועס - וועלכע איז דאן נאר געווען בדרך אגב בתוך אחת השיחים - אבער ס'איז מיר יעצט ארויפגעשווימען אין זכרון נאכדעם וואס הרב אדמזאהן האט געשריבן דאס אויבנדערמאנטע, איך מייין עס שטימט יעדע ווארט.
בלאט: 1 2 3 4 5