☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דיסקרימענאציע קעגן פאפא

דיסקרימענאציע קעגן פאפא

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
בלאט: 1 2 3 4 5

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:41 pm

· #139838
ווייזט דאס נישט אויף קורצקעפיגקייט?

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:50 pm

· #139848
מיר האט אמאהל געזאגט א פאפאנער, אז דער וועלט טוט זייער אונטערשאצען פאפא רבי, מען האלט פאר אסאך א שוואכערע בעל שכל און בעל מדות און ת"ח ווי ער איז באמת.

און אז מען רעדט שוין, אויף דער עיקר שאלה פארוואס מען מאכט אזויפיל חוזק פין פאפא, איז דא צוויי סיבות,

איינס ווייל עס איז אין ווילי, און די סאטמארע מאכען אייביג זיכער אז זיי זענען קעניג, און דער אנדערע איז אפילו קיין עבד אויך נישט, און זיי טוהן זיי דערנידערען אויף ווי ווייט מעגליך.

צוויי, ווייל זייער רבי איז לכאורה די שוואכסטע פין אלע רביס, ודי בזה לעת עתה. מען דארף נישט מאריך זיין בדרוש, אבער יעדער פארשטייט אליין, אז ווען עס קומט צו מעלות און חסרונות, דארף מען נישט מאריך זיין אין חסרונות.


אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:52 pm

· #139851
זר זהב
ווייזט דאס נישט אויף קורצקעפיגקייט?

לאו דוקא. ס'איז לענ"ד די זעלבע קעפיגקייט פון סאטמאר רב צו פארלאנגען פאלם אין זיינע מוסדות.
אבער לאמיר הערן פון אדמזאהן זיין אפיניאן.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:53 pm

· #139853
עקסקיוז מי? האט סאטמאר רב געפייערט א גוטע פרינציפעל און געלאזט פאלן א סקול צוליב סימס?

דו ביזט א שוואכער פארגלייכער

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:54 pm

· #139855
און וואס האט סימס מיט סאטמאר אדער פרומקייט? איך זעה פרויען אין פלעטבוש מיט שטרימפ פיס קאליר און ס'האט למען השם שווארצע סימס. איז זי אויך א סאטמארער?

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:56 pm

· #139856
איך קען נישט זאגן בעסער ווי אייך, הרב שמעקעדיג.
ביי יעדעם קלאפט אויס די קורצקעפיקייט ערגעץ אנדערשט.

בנוגע מאנסי, ווייס איך גארנישט. איך האב גארנישט געהערט, איך וועל פרעגן מיינע חברים פון מאנסי.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 2:59 pm

· #139860
איחוד פעלד

אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?


מן הסתם פרעגסטו מיר. איך בין נישט קיין "נציג" פון פאפא.
דיין שאלה איז געווען [פאסיג] ווען דער אשכול האט נאך געהאט די ברוינע קאליר.

איחוד פעלד » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:01 pm

· #139861
שת.אדמזאהן
איחוד פעלד

אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?


מן הסתם פרעגסטו מיר. איך בין נישט קיין "נציג" פון פאפא.
דיין שאלה איז געווען ווען דער אשכול האט נאך געהאט די ברוינע קאליר.


ברוין שווארץ, וואס א חילוק.

וואס איז די מעשה מיט די ליספ?

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:12 pm

· #139866
אקעי, נאך איינער האט עפעס דברי בזיון אויף די פאפא רבי, וואס איך גלייב האט נישט געטשעפעט קיין איינער פון ענק דא?

מען קען מאכן א וויץ און געגאנגען ווייטער. אבער צו וואס דארף יעדער צווייטע ניק קומען און מסביר זיין ווי נישט קלוג ער איז לויט ווי עטס פארשטייטס?
עס איז שוין יא דא א רבי און א חסידות וואס פירט זיך און גלייבט מיט א פשטות, דארף מען האלטן אין איין חוזק מאכן?

איך פארשטיי נישט פארוואס די גבאים מעקן נישט טייל תגובות.

איי געס באריסטא איז למעשה נישט קיין פאפא חסיד... 😉

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:15 pm

· #139867
זר זהב
ווארט קודם לייג אריין א עד


@זר זהב, ווען געסטו א אינטערוויא אויף חצר הרה'צ ר' יעקב מאיר?

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:15 pm

· #139868
אויב מיינסטע מיר ביניך בכלל נישט אויף דעם טשעפע וואגאן. איך האב נאר רעאגירט צו שמעקעדיג'ס געשיכטע. איך האב קיינעם נישט באשמירט. יענע געשיכטע קוקט נישט אויס ווי א קלוגער אקט

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:16 pm

· #139869
ווער האט עס ארויסגענומען פון צימעס און געלייגט אין געזעלשאפט????

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:17 pm

· #139871
איך האב גראדע דיר נישט געמיינט. @זר זהב

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:21 pm

· #139872
איחוד פעלד
מיר האט אמאהל געזאגט א פאפאנער, אז דער וועלט טוט זייער אונטערשאצען פאפא רבי, מען האלט פאר אסאך א שוואכערע בעל שכל און בעל מדות און ת"ח ווי ער איז באמת.

און אז מען רעדט שוין, אויף דער עיקר שאלה פארוואס מען מאכט אזויפיל חוזק פין פאפא, איז דא צוויי סיבות,

איינס ווייל עס איז אין ווילי, און די סאטמארע מאכען אייביג זיכער אז זיי זענען קעניג, און דער אנדערע איז אפילו קיין עבד אויך נישט, און זיי טוהן זיי דערנידערען אויף ווי ווייט מעגליך.

צוויי, ווייל זייער רבי איז לכאורה די שוואכסטע פין אלע רביס, ודי בזה לעת עתה. מען דארף נישט מאריך זיין בדרוש, אבער יעדער פארשטייט אליין, אז ווען עס קומט צו מעלות און חסרונות, דארף מען נישט מאריך זיין אין חסרונות.


אגב, און דאס איז א שאלה צו דער נציג פין פאפא, איז דא אן ענין צו רעדען אין פאפא מיט א ליספ? לערענט מען אזוי אויס אין די מוסדות צו רעדען?

גאנץ מעגליך אז פה קבור הכלב ,למעשה האט דער רבי א רעפוטאציע אין גאס אלס נישט צו גרויסער חכם. קען זיין עס איז א פאלשע אימפרעשון אבער דאס איז די מציאות און מעגליך אז דאס געבט ארויס די בליק אויף זיין עולם.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:23 pm

· #139873
מהרז"ל מסאטמער הייסט אויפען גאס א גרעסערער תלמיד חכים? אה באמרעק יעצט איר זאגט חכם נישט ת"ח

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:28 pm

· #139875
נאר אזוי ישמעאל הכהן... שוין די צווייטע מאל וואס דו פראבירסט צו פארפירן דעם אשכול צו דיינע אינטערעסן. אפשר ביים דריטן מאל וועט עס דיר ענדליך גיין.

נייס טריי.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:29 pm

· #139877
וואס מיינט וואס זענין מיינ אינטערעסען?

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:30 pm

· #139878
סאשי פיש
ווער האט עס ארויסגענומען פון צימעס און געלייגט אין געזעלשאפט????

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:33 pm

· #139880
זר זהב
עקסקיוז מי? האט סאטמאר רב געפייערט א גוטע פרינציפעל און געלאזט פאלן א סקול צוליב סימס?

דו ביזט א שוואכער פארגלייכער

נישט דאס האב איך געמיינט צו זאגן. אדער האב איך נישט פארשטאנען דיין שאלה.
איך האב געוואלט ארויסברענגען אז פונקט ווי סאטמאר רבי האט געהאט זיינע תקנות און איז געווען אן טאפ פון זיינע מוסדות, איז דער פאפא רב אויכעט (עכ"פ לויט די מעשה),
(און אז דו פרעגסט שוין, יא, גלייב איך אז אויב א פרינציפעל וואלט זיך אקענגעשטעלט סאטמאר רב'ס צניעות תקנות וואלט ער איר אויך אפגעזאגט, אדער לכה"פ קאנווינסד.)

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:35 pm

· #139881
@ישמעאל הכהן, א פשוטע עצה אז קיינער זאל דיר ניטש אטאקירן פארן אריינמישן סאטמאר אין אנדערע אשכולות:

מאך אויף א אשכול 'ישמעאל הכהן'ס אשכול'. יעדער מאל די ווילסט שרייבן עפעס וועגן סאטמאר אין א אשכול ווי עס קומט נישט אריין, שרייב עס אין דיין אשכול, און לייג א לינק אויף וואס ארויף די שרייבסט עס.

מורינו הרב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 3:39 pm

· #139886
פשי, איי'ם בעק, יעצט האסטו גערעדט מיט חכמה, צו דער זאך... ממש ווי א פאפענער.

(עה, נישט געמיינט חוזק צו מאכן פון פאפא. איך רעד נאר לויט דעם אשכול, וד"ל)

diff » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:26 pm

· #139919
לכבוד שבת קודש


פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:28 pm

· #139925
I'm back
איך האב גראדע דיר נישט געמיינט. @זר זהב

אם אינו ענין לכאן תנהו לענין אחר.
דא שרייבט @זר זהב אזוי:
פאפא רב זצ"ל איז דאך געשטאנען מיט סאטמאר רב. די היינטיגע פאפא איז שוין סתם א מיקס פון אויבער חכמים... און דזשעלעס מענטשן

I'm back » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:29 pm

· #139927
דעמאלס שריי די... איך בין נישט די בדחן דא...

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:30 pm

· #139929
@שת.אדמזאהן
דאס איז אמת. אבער דאס איז נישט צו זאגן אז זיי זענען טיפשים צו ווייסיך וואס. יעדער נארמאלער מענטש קען זיין דזשעלעס און א אויבער חכם. סאטמאר האט נישט פון וועם צו זיין דזשעלעס, מילא איז עס בכלל נישט א מעלה פון זייער זייט אז זיי זענען נישט דזשעלעס אויף קיינעם.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:31 pm

· #139933
אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm

· #139943
זר זהב
אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!

לאו דוקא.
ס'דא געזונטע און ס'דא קראנקע. פונקט ווי יעדער.

זר זהב » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:39 pm

· #139944
אקעי. באט יו גאט מיי פוינט

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:51 pm

· #139952
diff
לכבוד שבת קודש


פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .

אולי ווייל כעלעם מיט חולם איז לשון נופל על לשון.

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 4:54 pm

· #139954
@שמעקעדיג, חולם גופא איז על שם כעלעם.

כך ראיתי פעם בוויקי.
ולענ"ד, כינוי "חולם" על גולם ע"ש חולם חלום.

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:50 pm

· #139977
מען דארף איינער זאל מאכען א סך הכל פון די גאנצע אשכול
ווי איז @מאראנצןזאפט ווען מען דארף עם?

איך טראכט ווי אזוי די אשכול זאל הייסען צו

א פאפאנער אן אריגינעל

פאפא ידיד ה׳

פאזיטיווע ליכט אויף פאפא אין די אידישע מידיא

פאפא- א חכם אין שטוב אדער א טיפש

פאפא א סימבאל אדער סגולה?

דער פאפאנער מיטן ....

גנדי » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 8:58 pm

· #140040
געהערט פון א פאפא חבר:

יארן מאכן די סאטמער'ע חוזק פון פאפא אז זיי מאכן נאך סאטמאר. איז געקומען צום עירוב האט פאפא אפגעמאכט זיי גייען האבן אן אייגענע מיינונג, טראכטן פאר זיך און נישט נאכטאנצען סאטמאר...

האבן זיך די סאטמער'ע אנגעהויבען צו רעגן היתכן פאפא האלט נישט ווי סאטמאר!

האלאו! די מאכסט חוזק פון מיר ווען איך טו ווי דיר - און די פארלאנגסט איך זאל ווייטער נאכטוהן?


היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:01 pm

· #140062
גנדי

היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...

א פלאטשיגע הוט איז געווען אין אונגארן א רבנישע טראגע.
די הויכע ביבער הוט וואס פאפא אנ"ש גייען, קומט פון דעם וואס רבותינו ז"ל האבן זיך געהאלטן פאר בעלזא חסידים, און אין גאליציע איז דאס געווען די חסידישע הוט.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:05 pm

· #140063
שת.. אסאך אריינגעארבעט היינט, כ'האף אז ס'איז נישט לריק...
זאג, כ'האב איין קליינע פראגע.
וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

שת.אדמזאהן » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:12 pm

· #140067
קאווע טרינקער

וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

א פאפא קהילה איד, אזוי ווי איך, פילט נישט און טראכט נישט א גאנצען טאג אז ער איז א פאפאנער, וואו ער גייט, אין וועלכע בית המדרש ער פאלט אריין, שפירט ער זיך באקוועם. מען דערקענט אים נישט אויף זיין גארטעל, ציצית (סקווירא/רחמיסטריווקא), פיאות (כנ"ל), נוסח התפילה (כנ"ל, בעלזא, ועוד), הוט (וויזניץ).

איין זאך יא, ווען מען האנדעלט מיט מאדערנע אידן, און זיי פרעגן וואו דו וואוינסט, און דו ענטפערסט "וויליאמסבורג", פרעגן זיין "איר זענט סאטמאר?" - דאס קען אמאל ווייטוהן.

shefele » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 10:17 pm

· #140074
איך דערמאן מיך א גיט ווארט וואס איך האב געהערט מיט יארן צירוק.

אמאל איז פאפא געווען א קליינע סאטמאר, היינט איז סאטמאר א גרויסע פאפא.....

גנדי » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:00 am

· #140117
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 1:02 am

· #140118
מ'קען אבער ס'זייער שווער. מ'דארף מאכן ש"י טבילות 40 טעג אין א צי אין ראדני מקוה איינס אזייגער נאכמיטאג. אסאך סורווייווען עס נישט.

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 8:24 am

· #140155
אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?

I'm back » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 9:31 am

· #140163
בעל הבית
אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?


צוליב די זעלבע סיבה פארוואס בעלזא איז קעגן די מחנובקה.
אזוי געשעט ווען מען וויל משנה זיין פון וואס יעדער האט געוואוסט אז עס וועט בפשטות זיין.

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 9:48 am

· #140171
לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה דידן

boxcover » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 10:29 am

· #140176
בעל הבית
לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה הדן

וואס איז ראנג מיט אונז?! זאל איך עפענען א דיסקרימענאציע קעגן קלויזענבורג אשכול? די איינציגסטע וועג פון אוועקמאכן די שלעכטע סטיגמא קעגען פאפא איז מיטן טרעפן א צווייטען צו ארויפווארפן די סטיגמא?

שוין צייט זיך צו אפשאקלן פון די אלע נעגאטיווע שטעלונגן, נאר כדי צו פילען גוט. פארוואס קען דער סאטמארער נישט פילן גוט אז ער איז מעכטיג און האט אויך א מעכטיגע שכן פאפא (לויט די וואס זאגן אז גאס איז די סיבה פון די סטיגמא. איך מיין נישט ח"ו צו אַפראָווען די שטעלונג).

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 11:08 am

· #140184
גנדי
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

די בני יואל דארפן נישט אנקומען צו פאפא. זיי האבן אייגענע זכותים. 😐

מורינו הרב » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 11:18 am

· #140187
איין מינוט.

"קדוש קדוש קדוש ה' צבאות מלא כל הארץ כבודו"

די שורה איז געווידמעט פאר מתפללי בית מדרשינו. כ'בין זיכער אז שבת וועלן זיך ארומדרייען קאפיס פון דעם אשכול אין פאפא בית-המדרש. יונגעלייט וועלן דאס ברענגען צו מזכה זיין חברים אין שוהל און מען וועט דאס ליינען מיט א גרויסן שמייכל אויף די געזיכט.

איך האב זיך דעריבער אפגעשטעלט א מינוט, ווייל דער חזן האלט יעצט ביי קדישה, אז מען זאל זאגן קדוש פון אינדערווייניג.

יעצט ליינט ווייטער.

שת.אדמזאהן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 2:37 pm

· #140230
גנדי
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט?

ווי באקאנט האט ר' משה פרידמאן (גבאי) געשריגען אויף ר' שמואל אבערלאנדער "גיי דיר צוריק קיין פאפא" (אין די (געוועזענע) סאטמארע סוכה אויף ראסס סטריט, און איינע פון די אנגעצויגענע אריבערגאנג/צוטיילונג פון די הנהגה אין סאטאמר).
ומי יבוא אחר המלך, עבד מלך כמלך. - האט איר שוין די תשובה.

גנדי

איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?
קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

וויבאלד דער "פראבלעם" וואס איר האט בכוונה, איז דאך נישט קיין עצם פראבלעם, נאר דבר חיצוני, א זאך וואס קומט פון די פרעמד, איז דאס דאך תלוי אין זיי, זיי וועלן נאך אלץ נוצען דעם סלאגן "ביסטאך אזא פאפאנער" (אין פאל ווען עפעס אנדערשט ליגט זיי נישט אין מויל)

גנדי

די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

ב"ה אז דער רבי האט זיי געמאכט ענג דעם פלאץ, דורך צושפארן די לעקטער און ארוני-קודש נאך סוף זמן תפילה.

שת.אדמזאהן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 2:49 pm

· #140233
בעל הבית
אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה, נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי,

אין א קהילה קענען זיין שווענץ אויך.

בעל הבית

וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ? אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?

לויט די תקנת המקום (תרתי משמע, הקב"ה און להבדיל באריסטא) איז לשון הרע נישט ערלויבט דא, ממילא איז אביסל שווער צו מסביר זיין די פרשה.
ודי לחכימה ברמיזא. תושבי ב"פ האבן נישט געוואלט אז ב"פ זאל זיין א באזונדערע קהילה, נאר אז ב"פ זאל זיין אונטער וויליאמסבורג. און אזוי איז געווען אנגענומען פאר עטליכע יאר שוין נאך די פטירה פון פאפא רב ז"ל. ביז מאנכע פון ב"פ האבן געוואלט זיך אפטיילען, וכך הוה. געלט פון וויליאמסבורג האט אויפגעהערט צו קומען ביז די ב"פ מוסדות איז אונטערגעגאנגען פון זיך אליינס.
עד היום, ווערט ער אויסגערופן ביי פאפא אסיפות/מסיבות/שמחות און לוויות "בארא פארקער רב". דער ב"פ דיין, ר' משה מנחם ווייס איידער ער האט אנגענומען זיין פאסטען האט ער באקומען די פולסטע הסכמה פון בארא פארקער רב.

ביטע נישט רעדן וועגן דעם ענין, עס קען שטארק שטערן פון די מתפללים אין בית המדרש תולדות יוסף פאפא, בארא פארק (53).

שת.אדמזאהן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 2:52 pm

· #140237
בעל הבית
לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה דידן

זייענדיג די מערסטע אקטיוו אין דעם אשכול, פיל איך פאר א חוב צו מעיר זיין.
יא, איר זענט גערעכט!
אייער "דעת" איז "עניה". וואלט איר געהאט מער דעת, וואלט איר נישט געטראכט, און אוודאי נישט געשריבן, אזוי.

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:23 pm

· #140249
הייסט לויט דיין אופשאצונג, בין קאליפצירט צו זיין א פאפאנער?

שת.אדמזאהן » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 3:35 pm

· #140254
בעל הבית
הייסט לויט דיין אופשאצונג, בין קאליפצירט צו זיין א פאפאנער?

לויט אייער הודעות אין דעם אשכול, זעהט מיר אויס אז איר זענט שוין א פאפאנער.
אויך אין אנדערע אשכולת, למשל
דא שרייבט איר
למשל ביי אונז אין פאפא

און דא שרייבט איר
פאפא רבי א וואולער איד

בעל הבית » פרייטאג אוגוסט 9, 2013 4:14 pm

· #140274
יא גרעכט אבער מיין כוונה איז האדמו"ר ר' ישראל מנחם שליט"א
בלאט: 1 2 3 4 5