☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » סאטמארער קעמפס

סאטמארער קעמפס

237 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #565
בלאט: 1 2 3 4 5

מח-החושב » מאנטאג יוני 17, 2013 8:04 pm

· #125607
צוריק צו די קעמפס, ברעיקינג: זיי האבן עס!

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 8:06 pm

· #125608
גיי ענדערש צוריק אין בעט און בלייב דארט

מח-החושב » מאנטאג יוני 17, 2013 8:39 pm

· #125616
איך בין אין בעט, אבער דו האסט געהערט אנדערש?

שרייבער » מאנטאג יוני 17, 2013 8:44 pm

· #125617
דא האסטו א ציטאט פונעם פערמיט

ALTERATION TYPE 3 - GEN. CONSTR.
APPLICATION FILED TO CLEAN,SECURE AND MAKE SAFE THE CONSTRUCTION SITE. NO WORK
SHALL BE PERFORMED
THAT RELATES TO NB 300149970 OR NB 300443777. NO CHANGE IN
USE, EGRESS OR OCCUPANCY.

און דא א ציטאט פון תלמידי רבינו מעסעזש

אין אנדערע פרייליכע נייעס איז אויפגענומען געווארען מיט גרויס שמחה די פרייליכע ידיעה אז די שטאטישע אינסטאנטען האבן געגעבען א פערמיט צו
"פארטיגן און ניצען דעם נייעם בית המדרש"
(חאטש די ארונים טרייסטען זיך, אז דער פערמיט איז נאר צו קלינען און פארעכטען)

פרייליך » מאנטאג יוני 17, 2013 8:44 pm

· #125618
@SatmarHQ No camps ant No army ant Not Wilson sull so stop wet your BS
9:35 p.m. Mon, Jun 17

פרייליך » מאנטאג יוני 17, 2013 9:02 pm

· #125624
די זאליס בלאפען כדרכם א אימעיל
היינט איז געווען א מיטונג אין אלבעני וועגען די באוויסטע ארמערי דיעל, און ביידע צדדים זענען געזיצען און פארהאנדלעט אויסצוארבעטען וואס אלץ עס זאל זיין אריין אין דעם דיעל, ביזדערווייל איז נאכנישט געקומען צו קיין באשטימטע החלטה
 
אין אנדערע פרייליכע נייעס איז אויפגענומען געווארען מיט גרויס שמחה די פרייליכע ידיעה אז די שטאטישע אינסטאנטען האבן געגעבען א פערמיט צו 
"פארטיגן און ניצען דעם נייעם בית המדרש"
(חאטש די ארונים טרייסטען זיך, אז דער פערמיט איז נאר צו קלינען און פארעכטען)
 
------------------------------------------------
 
הרבני הנגיד העסקן המפואר
ר' ישראל הארטמאן הי"ו
פון פלעטבוש יצ"ו
לאדענט איין דעם עולם צו די חתונה פון זיין חשובען זון
אין די זאל
 עטרת חינקא
שמחה ונחת  

עפל סדר » מאנטאג יוני 17, 2013 9:50 pm

· #125632
עפל סדר
Mark my words, the zalys have the new bhm"d

ניו יארק » מאנטאג יוני 17, 2013 10:08 pm

· #125640
ביים פראטעסט
📎 Image06172013191929.jpg

שרייבער » מאנטאג יוני 17, 2013 10:17 pm

· #125643
ניו יארק
ביים פראטעסט

איז דאס א פירוש חי אויפן פריערדיגן תגובה?

שרייבער » מאנטאג יוני 17, 2013 10:21 pm

· #125646
עפל סדר
Mark my words, the zalys have the new bhm"d

איך מארק דיינע ווערטער, איך גיי עס אפשר לייגן אויף מיין חתימה צו קענען לאכן א גוטס אין א זויערע מינוט

איך בין לעצטענס געווען א ראדני נאך א צייט אפשניט פון אפשר 8 יאר, די זאליס האבן אפגע'מל'ט די שול אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן, געשניטן פון רעכטס צו לינקס, דער עיקר צו קענען אקאדאמירן דעם 'ריזן' ציבור.

די זאליס האבן נישט וואס צו טון מיט ראסס, חוץ נילעס החג, דער עיקר די ארונים זאלן עס נישט האבן, זיי וואלטן עס אפילו פארברענגט, דער עיקר גם לי גם לך לא יהי'.

עפל סדר, מארק מיינע ווערטער, איך ווייס נישט אויב די ארונים גייען עס אמאל האבן, אבער דאס קענסטו זיכער זיין, אן קיין דיעל גייען עס די זאליס קיינמאל! קיינמאל! נישט האבן, מען וועט קענען קלינען ביז איבערמארגן, עטץ וועט פון דעם קיין ביהמ"ד קיינמאל נישט מאכן מיטן מצב ווי מען שטייט היינט (זאכן קענען זיך טוישן נאך א דיעל, איך רעד דער מצב איז די לעצטע יארן)

עפל סדר » מאנטאג יוני 17, 2013 10:29 pm

· #125651
שרייבער

wait and see 👍

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 10:49 pm

· #125663
ס'שוין דא א דיעל. מ'קריגט זיך נאר איבער דעם. יעדער וויל דאס געבן פאר'ן צווייטן

the westeren wall.jpg

האלאנד » מאנטאג יוני 17, 2013 10:51 pm

· #125664
עפל סדר איך האב דורך געקוקט דיינע אלע תגובות איך זעה נישט זאלס זיין אזא ווייסער סוי יוא געט מאי פאוינט...

האלאנד » מאנטאג יוני 17, 2013 10:54 pm

· #125665
סאיז מאה שערים אין די קאנטרי.. זר

גאלד » מאנטאג יוני 17, 2013 11:17 pm

· #125670
איך מיין דאס איז די גאס ווי רשי'ס מאמע האט געהאט די נס.. זר

זר זהב » מאנטאג יוני 17, 2013 11:18 pm

· #125671
אנדערע זאגן אז דארט האט בלעמ'ס אייזל זיך איינגעהאנקערט..

למדן » דינסטאג יוני 18, 2013 11:31 am

· #125789
די גארבעדזש קען אין טוילעט איז נאך דארט?

בדחן » דינסטאג יוני 18, 2013 12:56 pm

· #125857
איך מיין אז די ארונים פאפען זיך אליינס, אדער פראבירען איינרעדן ליגענט בנוגע די פערמיט,

דאס אז די זאליס האבן באקימען א פערמיט פאר די ווילסן ביהמ"ד, אפילו עס איז נאר צו קלינענן און פארעכטן, ווייזט אז די געים איז אווער פאר די ארונים, איך האב למשל פריער פראבירט צו באקימען א פערמיט צו קלינענן און פארעכטן זר זהב'ס הויז און מען האט מיר ארויסגעווארפן פון סיטי אפיס, מען קען - לכאורה - נישט באקימען קיין שום פערמיט אויף א צווייטענס פראפעטי.

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יוני 18, 2013 1:01 pm

· #125859
בדחן, דו מיינסט נאר אזוי, אבער ס'דא א מעגליכקייט אז דו פאפ'סט דיך און ס'איז ווייט פון געים אווער, שטומט?

גאלד » דינסטאג יוני 18, 2013 1:05 pm

· #125863
איך וואלט געזאגט - לכאורה - אויב די אהרונים וואלטן פארלאנגט א פערמיט צו קלינען און טון סעיפטי ארבעט, וואלטן זיי עס אויך באקומען,

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יוני 18, 2013 1:31 pm

· #125869
גאלד, איך בין נישט זיכער דערמיט, איך האלט אז דא איז זיי געלונגען דורכצופיהרן א שפיצל, וואס איך ווייס נישט ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן. ווייטער פון דעם גייט דאס ווארשיינליך נישט גיין.

שמעקעדיג » דינסטאג יוני 18, 2013 1:32 pm

· #125871
קען איינער מסביר זיין פארוואס מהרז"ל דארף אזא גרויסן שול?
מ'קען זיך דארט פארבלאנזשען...

יונגערמאנטשיק » דינסטאג יוני 18, 2013 2:03 pm

· #125887
יא איך קען.

די ערשטע און וויכטיגסטע סיבה איז: מהר"א זאל דאס נישט האבן.

די אנדערע סיבות: נעילת החג. טראצדעם וואס די מעכטיגע נעילת החג טיש פיט אריין אין אין ראדני ביהמ"ד ברוח, ווען ס'איז אין דעם שטח קוקט דאס אויס פיהל בעסער, און מ'קען מאכן בעסערע בילדער און דערנאך ווייזן פאר די קינדערלעך אז "מיר זענען מער ווי די ארוינים", קוק אויף די פיקטשער.

ריעל עסטעיט. די פראפערטי איז ווערט זייער אסאך.

סטארידזש. מ'האלט דארט די פארענטשעס און די אלטע בענק וואס מ'האט ארויסגענומען פון ראדני און נאך אנדערע זאכן.

מסיבות. דורכאויס דעם יאר מאכט מען כסדר מסיבות, און ס'קאסט געלט צו דינגען זאלן, דא קענען זיי האבן א זאל בחנם. (כ"א כסלו, פסח יריד, חתונות וכו')

סוכות. טראצדעם וואס פאר א יאר און פאר צוויי יאר האט מען מסביר געווען פארן עולם אז די סיבה פארוואס מ'מאכט נישט די סוכה דארט איז צוליב מאנגל אין פלאץ, דאך ווילן זיי ענדערש האבן די סוכה דארט, און די 'ספינערס' וועלן שוין 'ספינען' מיטן עולם פארוואס מ'האט צוריקגעטוישט.

זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 2:16 pm

· #125892
בדחן
איך האב למשל פריער פראבירט צו באקימען א פערמיט צו קלינענן און פארעכטן זר זהב'ס הויז און מען האט מיר ארויסגעווארפן פון סיטי אפיס.

דאס איז דערפאר , ווייל די סיטי ווייסט אז מיין הויז איז ציכטיג ריין און ס'נישטא גארנישט וואס צו פאררעכטן... בעט א פערמיט אויפצוקלינען יחזקיהו המלך'ס פרידזשדער וועסט גלייך באקומען איינס

gehlungen » דינסטאג יוני 18, 2013 6:27 pm

· #126002
זר זהב
איז ביז יעצט געווען א דזשאדזש אינוואלווד אין די קעמפס אישו ?

L O L

שרייבער » מיטוואך יוני 19, 2013 11:41 am

· #126241
ברעיקינג! ברעיקינג! ברעיקינג!

די זאליס האבן א פערמיט פאר "אלע" קעמפס

א פערמיט צו קלינען!!!

=====
אין אנדערע נייעס האט מיין גויטע אויך באקומען די וואך א פערמיט צו קלינען מיין הויז

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 11:57 am

· #126246
מה כל הרעש איבער א פערמיט?

יעדער קען די מעשה פינעם גוי וואס איז געקימען צום רב דעם צווייטען טאג פסח אז ער וויל צורקיציען פינעם מקח פון אפקויפן די חמץ, דער רב האט אים געענפערט אז ער איז יעצט זייער טרוד און ער זאל צוריק קימען ביז זיבן טאג.. און ער וועט דעמלאטס צורקיציען און ער וועט צוריק באקימען די געלט, א ענליכע מעשה זאגט מען אויך אויף איד וואס מען האט אים געהייסט ציווארפען זיין סוכה און ער האט צוגעזאגט אז ביז אכט טאג איז עס ציווארפען..

די זעלבע קענענן די זאליס טיען דא אויך קודם וועלן זיי אריינגיין און ביז ווי וואס ווען איז שוין נאכען זומער.

נאטרוליסט » מיטוואך יוני 19, 2013 12:32 pm

· #126258
דערווייל קוקט אויס אז צד מהרז"ל פארט 200 מייל א שעה צו אקופירן די פיר מעכטיגע קעמפס מחנה רב טוב אין די קעטסקיל בערג, און לאכן זיך אויס פון די ארונים, סטעיט און קאונטי.

דערווייל קוקט אויס אז צד מהרז"ל טריאומפירט און גייט אין די קעמפס אן א פערמיט, אן א דיעל מיט די ארונים, אן צאלן איין פרוטה, און פייפן זיך אן.

די סעצענע שפילט זיך אפ אין העכסטן דראמא: נישט נאר מ'מאכט נישט קיין דיעל, מ'האט גאר ארויסגעשליידערט די מעסיגע פארהאנדלער יוחנן מענדלאוויטש און מאשקאוויטש וועלכע זענען פון די יושבים ראשונה אין די מלוכה און זיי געמאכט ללעג וקלס און צו לייטנס געלעכטער. זיי האט מען אויפגעטוישט מיט אזעלכע געניטע מלחמה לייט ווי שלום דייטש און כהנא, הארטע רעוולוציאנערע קעמפער, העלדנמוטיגע מיליטערישע פירער וועלכע גייען אין שפאן פונעם ארכי מלחמה פירער משה פריעדמאן.

אויבן-אויף קוקט אויס ווי מ'פירט די ארונים צו די שחיטה ווי א יאר צוריק, און מ'וועט זיי שיין איינרעדן אז "נעקסטעס" יאר מיערצאשעם, וועט מען נישט באקומען קיינע פערמיטן און מ'וועט מוזן פארהאנדלען.

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 1:51 pm

· #126281
אז מ'שפירט די היץ פארקויפט מען שטרוי
פון תלמידי רבינו אימעיל:

ויסעו מברוקלין ויחנו במחנה רב טוב‬‬
‫‫
‫‫מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן אז מיר האלטן שוין ב"ה ביים אט אט אריינגיין אין די קעמפס מחנה רב טוב דסאטמאר אויף די קומענדיגע זומער מאנאטן, טראץ אלע שוועריקייטן און מניעות האלטן מיר שוין אין די מזל'דיגע שעה. ברוך השם אז מיר האלטן דא ברוב רחמיו וחסדיו.‬‬

‫‫יעדער ווייסט אז די מהרסים ומחריבים די מוסרים און רשעים האבן פראבירט מיט אלע שמוציגע מיטלען אונז אפצושטעלן מיט אלערליי אופנים, אבער מיט די הילף פון בוכ"ע זענען זיי דורכגעפאלן און מיר זענען ב"ה דא, על צד היותר טוב ב"ה. מיר האבן ב"ה נישט געמאכט קיין שום פארהאנדלונגען מיט קיינעם, טראץ דעם גרויסן פרעשור וואס זיי האבן געלייגט פון אלע זייטן וד"ל, האבן מיר זיך נישט געלאזט פון זייערע שמוציגע טאקטיקן און נישט געמאכט קיין שום פשרות מיט זיי. - ברוך השם אז עס איז זיי נישט געלונגען.‬‬

‫‫מאנכע פרעגן וואס וועט זיין מיט די פערמיטן? מעג מען אריינשיקן קינדער אן א פערמיט אין קעמפ?‬‬

‫‫אויף דעם איז דער ענטפער אז די הנהלה טוט אלעס לויט די פארשריפטן פונעם געזעץ מיט די באראטונג פון פראפעסיאנעלע אדוואקאטן און געטרייע עסקנים מומחים און אלעס מיט דער גוטהייסונג פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס על פיו יצאו ועל פיו יבואו. - און אלעס וועט אי"ה זיין מסודר אויפן בעסטן ארדענונג - וד"ל.‬‬

‫‫כ"ק רבינו שליט"א האט ממנה געווען א קאמיטע פון ערנסטע עסקנים וועלכע האבן דן געווען די אלע זאכן בכובד ראש און אלעס ווערט געטאן על פיהם וועלכע האבן די נויטיגע קאנטאקטן ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וד"ל, און אונז מעסעדזש איז קלאר פאר די גאנצע וועלט: מיר פארן אין אונזערע קעמפס גענוי ווי אלע יארן און קיינער האט נישט אריינצורעדן אין די ענינים נישט מבית און נישט מבחוץ, כ"ק רבינו שליט"א איז דער העכסטער אויטאריטעט און די מהרסים מוסרים און רשעים וועלן אונז נישט איינטיילן ווען צו פארן און וויאזוי צו פארן. אלע ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר. המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ומלכינו בראשינו אמן.‬‬

‫‫הנהלת מחנה רב טוב

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 2:13 pm

· #126287
שעפטל

‫‫מיר האבן ב"ה נישט געמאכט קיין שום פארהאנדלונגען מיט קיינעם, טראץ דעם גרויסן פרעשור וואס זיי האבן געלייגט פון אלע זייטן וד"ל, האבן מיר זיך נישט געלאזט פון זייערע שמוציגע טאקטיקן און נישט געמאכט קיין שום פשרות מיט זיי. - ברוך השם אז עס איז זיי נישט געלונגען.‬‬

אויף דעם איז דער ענטפער אז די הנהלה טוט אלעס לויט די פארשריפטן פונעם געזעץ מיט די באראטונג פון פראפעסיאנעלע אדוואקאטן און געטרייע עסקנים מומחים און אלעס מיט דער גוטהייסונג פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס על פיו יצאו ועל פיו יבואו. - און אלעס וועט אי"ה זיין מסודר אויפן בעסטן ארדענונג - וד"ל.‬‬

‫‫כ"ק רבינו שליט"א האט ממנה געווען א קאמיטע פון ערנסטע עסקנים וועלכע האבן דן געווען די אלע זאכן בכובד ראש און אלעס ווערט געטאן על פיהם וועלכע האבן די נויטיגע קאנטאקטן ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וד"ל, און אונז מעסעדזש איז קלאר פאר די גאנצע וועלט: מיר פארן אין אונזערע קעמפס גענוי ווי אלע יארן און קיינער האט נישט אריינצורעדן אין די ענינים נישט מבית און נישט מבחוץ, כ"ק רבינו שליט"א איז דער העכסטער אויטאריטעט און די מהרסים מוסרים און רשעים וועלן אונז נישט איינטיילן ווען צו פארן און וויאזוי צו פארן. אלע ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר. המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ומלכינו בראשינו אמן.‬‬

די זאליס שיקען די אימעילס..?? זיי שיקען ארום אז זייער רבי - מוהרז"ל - איז א שלעגער, און אז ער איז דא פאר מחלוקות און ער איז דער וויל נישט פארהאנדלען??

דא רעדט מען דאך מער נישט פון קיין יודשקייט.. דא איז נישט די רעדע פון קיין פראטעסט... ניטאמאל פון א כינוס.. אויך נישט פון סיטי פילד... נישט קיין תקנות... און נישט קיין חינוך,יעצט כהיום יום איז עס א ריין ריעל עסטעיט סכסוך איבער בנינים איער גאנץ ניו יארק.. פארדעם שיקען די חסידים אימעיל'ס אז זייער רבי איז א טאף קוקי, א נישט נועם המידות, א הארט נעקעיגער, און אז ער איז דא צו ווייזען...?? פארוואס פארשעמען זיי זייער רבי?? איז דארט דא א אינערליכע פייט צווישען די אימעיל שיקער מיט זייער רבי'ן און זיי ווילען אים פארשעמען?? איז דא זאכען וואס מען ווייסט נישט???

איך גלייב זייער שווער אז די אימעיל האבן די זאליס געשיקט...! אויב איז עס געקימען פון זייער אימעיל אקאונט מוז זיין אז די ארונים האבן עס געהעקט...

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 2:13 pm

· #126288
בדחן

יו געט די פוינט, מען גייט אי"ה אריינגיין אין די קעמפעס די וואך, מאנטאג ווען די אינספעקטרס גייען אנקימען אין פארלאנגען אז מען זאל גיין פון דארט, וועט זיך אנהייבן מיט קאורט אהין און צירוק, און מען גייט עס אפילען און נאכאמאל אפילען, קיין איין דאדזש גייט נישט הייסן ארויס וווארפן עטליכע טויזענט קינדער אויפן גאס בין יום ולילה, און אי"ה ביז צוויי חדשים ווען די קארטס וועט נאך זיין אימיטען די אפעלאטן וועט מען שוין זיין אינדרויסן, דערנאך וועלן זיי באקימען א קנס פון מן הסתם טויזענט דאלער א טאג וואס זיי זענענן געווען אפן אן א פערמיט, צו א סך הכל פון צוויי חדשים וואס איז זעכציג טויזענט דאלער, מען וועט פארהאנדלען און צאלען נאר א דריי א פערטיל, והכל על מקומו יבוא בשלום.

א

נישט ממש אזוי.
מ'קען נישט באקומען קיין פראגראמען אויב האט מען נישט קיין פערמיטס. דאס איז פאר 6000 קינדער מינימום פון טויזענט דאלער א קינד, מאך די חשבון אליינס.
און די מאראלישע קלאפ נאך די בית החיים, אפשפארן ווילסאן (לאמיר נישט אריינגיין אינעם קלינען פירמעט, למעשה קען די זאליס נישט בויען דארט גארנישט "יעצט", וואס גייט זיין ווייסט נאר איין באשעפער. פינקט ווי נאך די סקייפאלס אינדרויסן האבן זיי גארנישט געקענט טוהן), און יעצט די קעמפס נישט דא קיין פערמיטס.

עס איז א שטארקע מאראלישע קלאפ, פלאס גאר שטארק פינאנציעל

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 2:22 pm

· #126290
שוין אפגערעדט אויב געשעט עפעס אינעם סווימינג פול, אדער ערגעץ אנדערש אין קעמפ (בעיקר דארט), דאס קען שוין אריינגיין אין ערענסטע קלאגעס. איך פארשטיי נישט זייער חשבון. אבער ווי אזוי שרייבט דער תלמידי רבינו אימעיל? וד"ל

נאטרוליסט » מיטוואך יוני 19, 2013 2:22 pm

· #126291
איך ווייס נישט וואס מ'דינגט זיך ארום.

פאקט נומער 1: א דיעל איז געווען אונטערגעשריבן דורך אן עמטליכע לעגיטימע קאמיטע. א קלארע פארהאנדלונג-אגרימענט מיט די ארונים. פאר פסח העעל"ט.
פאקט נומער 2: דער דיעל האט געהאט דעם גוטהייסונג פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מהרז"ל.
פאקט נומער 3: מ'האט צוריקגעצויגן דעם דיעל נאכן אונטערשרייבן.
פאקט נומער 4: מ'איז געזעסן קרוב צו 200 שעה מיט פארהאנדלונגען נייע מענטשן מיט אלטע מענטשן פון אלע שיכטן און ראנגען פון צד מהרז"ל. צד מהר"א האט קיין איינמאל נישט געטוישט קיינעם.
פאקט נומער 5: אלע פארהאנדלונגען, אלע הבטחות פון אלע מענטשן זענען געווארן צונישט. מ'האט געמאכט דאס גענאר פון די העכסטע אויטאריטעטן אין די סטעיט אוו ניו יארק. פינטל.

ווער עס האט נאך א פראגע נאך די 5 פאקטן, זאל עס ביטע איבערלעזן נאכאמאל.

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 2:29 pm

· #126296
קען זיין..

שרייבער » מיטוואך יוני 19, 2013 2:48 pm

· #126308
בדחן ביסט לגמרי נישט גערעכט

קען זיין די ארונים האבן געכאפט א שנעלקע ווייל מען האט זיך געשוואוירן אז אן א דיעל גייען זיי נישט אין ערגעץ, אבער די זאליס ווייסן זייער גוט אז זיי גייען יעצט אויף א צוקער שטריק, און יעדע ריר קען זיי טייער קאסטן, אפגערעדט פון דעם וואס איך גלייב אז דער גאווערנער איז גוט ברוגז אויף זיי פארן מאכן פון אים דאס גענאר.

דאס מיינט סאו סייד! און אלעס פאר? כבוד שמים! הע!

זשה"כ נועם המדות בתפארתה

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 2:57 pm

· #126313
בדחן
מהנשתנה
נישט ממש אזוי. מ'קען נישט באקומען קיין פראגראמען אויב האט מען נישט קיין פערמיטס. דאס איז פאר 6000 קינדער מינימום פון טויזענט דאלער א קינד, מאך די חשבון אליינס. און די מאראלישע קלאפ נאך די בית החיים, אפשפארן ווילסאן (לאמיר נישט אריינגיין אינעם קלינען פירמעט, למעשה קען די זאליס נישט בויען דארט גארנישט "יעצט", וואס גייט זיין ווייסט נאר איין באשעפער. פינקט ווי נאך די סקייפאלס אינדרויסן האבן זיי גארנישט געקענט טוהן), און יעצט די קעמפס נישט דא קיין פערמיטס.

חביבי, זיי נישט קיין תמים, אויב
לו יהא אז די זאליס גייען דערלייגען זיבן הינדערט און פופציג טויזענט דאלער מיט אלע פראגראמען אינאיינעם... איז עס דען נישט ווערט פטור צו ווערן דערמיט פון זייערע נודניקעס..?? איז עס דען נישט ביליגער ווי פארהאנדלען?? זיי גייען זינגען חסל סידור פסח..

אין מיין קאלקעלעיטער איז 6000 מאהל 1000 דאלער פער קינד, פלוס די עונש געלט, מער פון 750 אלפים.

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 3:02 pm

· #126317
מ'האט ענק אויסגעטוהן נאקעט און ענק אראפשפאצירט לי עוויניו. קיינער האלט שוין נישט אז ענק זענען קהל ייטב לב דסאטמאר.
אפילו א פערמיט האבן ענק נישט געקענט באקומען אויף "ענקערע" קעמפס. אויב טוט די קעמפ פאטש אזוי "נישט" וויי ווי די בית החיים פאטש, בין איך העכסט צופרידן און איך האב נישט געקענט זיך וואונטשן פאר עפעס בעסערס. נאך 5 אזעלכע "נישט" פעטש און איך בין שבת טאטע

דעת תורה » מיטוואך יוני 19, 2013 3:07 pm

· #126321
שעפטל
פון תלמידי רבינו אימעיל:

ויסעו מברוקלין ויחנו במחנה רב טוב‬‬
‫‫
‫‫מיט גרויס פרייד ווערט געמאלדן אז מיר האלטן שוין ב"ה ביים אט אט אריינגיין אין די קעמפס מחנה רב טוב דסאטמאר אויף די קומענדיגע זומער מאנאטן, טראץ אלע שוועריקייטן און מניעות האלטן מיר שוין אין די מזל'דיגע שעה. ברוך השם אז מיר האלטן דא ברוב רחמיו וחסדיו.‬‬

‫‫יעדער ווייסט אז די מהרסים ומחריבים די מוסרים און רשעים האבן פראבירט מיט אלע שמוציגע מיטלען אונז אפצושטעלן מיט אלערליי אופנים, אבער מיט די הילף פון בוכ"ע זענען זיי דורכגעפאלן און מיר זענען ב"ה דא, על צד היותר טוב ב"ה. מיר האבן ב"ה נישט געמאכט קיין שום פארהאנדלונגען מיט קיינעם, טראץ דעם גרויסן פרעשור וואס זיי האבן געלייגט פון אלע זייטן וד"ל, האבן מיר זיך נישט געלאזט פון זייערע שמוציגע טאקטיקן און נישט געמאכט קיין שום פשרות מיט זיי. - ברוך השם אז עס איז זיי נישט געלונגען.‬‬

‫‫מאנכע פרעגן וואס וועט זיין מיט די פערמיטן? מעג מען אריינשיקן קינדער אן א פערמיט אין קעמפ?‬‬

‫‫אויף דעם איז דער ענטפער אז די הנהלה טוט אלעס לויט די פארשריפטן פונעם געזעץ מיט די באראטונג פון פראפעסיאנעלע אדוואקאטן און געטרייע עסקנים מומחים און אלעס מיט דער גוטהייסונג פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, וואס על פיו יצאו ועל פיו יבואו. - און אלעס וועט אי"ה זיין מסודר אויפן בעסטן ארדענונג - וד"ל.‬‬

‫‫כ"ק רבינו שליט"א האט ממנה געווען א קאמיטע פון ערנסטע עסקנים וועלכע האבן דן געווען די אלע זאכן בכובד ראש און אלעס ווערט געטאן על פיהם וועלכע האבן די נויטיגע קאנטאקטן ביי די רעגירונגס אינסטאנצן וד"ל, און אונז מעסעדזש איז קלאר פאר די גאנצע וועלט: מיר פארן אין אונזערע קעמפס גענוי ווי אלע יארן און קיינער האט נישט אריינצורעדן אין די ענינים נישט מבית און נישט מבחוץ, כ"ק רבינו שליט"א איז דער העכסטער אויטאריטעט און די מהרסים מוסרים און רשעים וועלן אונז נישט איינטיילן ווען צו פארן און וויאזוי צו פארן. אלע ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקינו נזכיר. המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, ומלכינו בראשינו אמן.‬‬

‫‫הנהלת מחנה רב טוב

אלס תלמידי רבינו סובסקרייבער קען איך באשטעטיגן אז זיי האבן נישט געשיקט דעם אימעיל.

היסטאריקער » מיטוואך יוני 19, 2013 3:14 pm

· #126323
דעת תורה

‫‫אלס תלמידי רבינו סובסקרייבער קען איך באשטעטיגן אז זיי האבן נישט געשיקט דעם אימעיל.

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 3:15 pm

· #126324
ייש"כ דעת תורה, יעצט האב איך נאכאנאל איבערגעליינט די אימעיל און מען זעטטאקע קלטא אז עס איז אינטערגעשטעלט..

koidesh » מיטוואך יוני 19, 2013 3:17 pm

· #126325
camps
btw can sombody give me the email address from talmedei rbeine thanks

בעריש » מיטוואך יוני 19, 2013 3:19 pm

· #126327
מהנשתנה
בדחן
מהנשתנה
נישט ממש אזוי. מ'קען נישט באקומען קיין פראגראמען אויב האט מען נישט קיין פערמיטס. דאס איז פאר 6000 קינדער מינימום פון טויזענט דאלער א קינד, מאך די חשבון אליינס. און די מאראלישע קלאפ נאך די בית החיים, אפשפארן ווילסאן (לאמיר נישט אריינגיין אינעם קלינען פירמעט, למעשה קען די זאליס נישט בויען דארט גארנישט "יעצט", וואס גייט זיין ווייסט נאר איין באשעפער. פינקט ווי נאך די סקייפאלס אינדרויסן האבן זיי גארנישט געקענט טוהן), און יעצט די קעמפס נישט דא קיין פערמיטס.

חביבי, זיי נישט קיין תמים, אויב
לו יהא אז די זאליס גייען דערלייגען זיבן הינדערט און פופציג טויזענט דאלער מיט אלע פראגראמען אינאיינעם... איז עס דען נישט ווערט פטור צו ווערן דערמיט פון זייערע נודניקעס..?? איז עס דען נישט ביליגער ווי פארהאנדלען?? זיי גייען זינגען חסל סידור פסח..

אין מיין קאלקעלעיטער איז 6000 מאהל 1000 דאלער פער קינד, פלוס די עונש געלט, מער פון 750 אלפים.

נישטא קיין 6000 קינדער און די קעמפס אפשר 4000

blauvelt » מיטוואך יוני 19, 2013 3:23 pm

· #126329
i like the way the aronim all of the sudden are telling the zalonim how many kids they have in camp
because sometimes they say about 2000 i guess it depends on vi the chamoir shteit ein

מהנשתנה » מיטוואך יוני 19, 2013 3:23 pm

· #126330
ווי די חמור שטייט איין זיכער

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 3:24 pm

· #126331
האלאו, רוב חברה דא שרייבען יודש, ביטע זיך אנשטערענגן צו שרייבען אידיש.

גוט געזאגט » מיטוואך יוני 19, 2013 3:47 pm

· #126339
איך וויל בלויז רעאגירן אויף די מעס. פון תלמידי רבינו. צו עס איז טאקע פון זיי צו נישט, למעשה מיט דעם זענען זיך די זאליס מחזק...
אייגענטליך מי אנכי ? ער שרייבט דאך מיט זיין זאפטיגן שפראך "קיינער האט נישט אריינצורעדן אין די ענינים נישט מבית און נישט מבחוץ, כ"ק רבינו שליט"א איז דער העכסטער אויטאריטעט" אבער איך וועל זיך נעמען די כבוד במחלילת כבוד תורתו פון ר' זלמן.
איר קענט שרייבן וויפיל מאל רשעים מהרסים ועוד ועוד, ווען מיר זענען געווען אויף צרות האבן מיר געשריבן די זעלבע שיינע טיטלען אויף ענק...
כבוד קדושת ר' זלמן קען אויפנעמען וויפיל "קאמיטעען פון ערענסטע עסקנים" ער וויל, און ער קען זיין דער "העכסטע אויטאריטעט" וויפיל ער וויל, נאך אלעם אפילו איר גייט זיך אריינכאפן אין קעמפ אן א פערמיט זענט עטס די גרעסטע לאזערס! ביז יעצט איז געגאנגען די ניגון "מיר האבן אלעס" "מיר האבן אלע בנינים אין וויליאמסבורג", אלעס בלייבט ביים אלטן... די פיר קעמפס זענען די בעסטע און שטערקסטע באווייז אויף ענקער בעלות אויף אלע פארכאפטע בנינים אין וויליאמסבורג! מען דארף זיך אריינכאפן אום לעגאל און טרומפייטערן אז מיר זענען געוואונערס ווייל מיר זענען דא אום לעגאל... די ליצנות איז דאך אין לשער! זאג נאר טייערע תלמיד רבינו, ביזטו אזוי פארזיכערט מיט ראדני? ביסטו אזוי פארזיכערט מיט אלע בנינים ווי עטס זיצט דערווייל? אין א שיינעם טאג וועט איר זיך דערזען מיט פראבלעמען מיט ראדני און ווייטער, די סך הכל איז "איר זענט נישט פארזיכערט מיט קיין שום בילדינג דא אין וויליאמסבורג!!!" און די קעמפס איז די גרעסטע ראי' דערויף, און פריי דיר בשמחה עצומה אז עטס וועטס ענק אריינכאפן אין קעמפ..

blauvelt » מיטוואך יוני 19, 2013 3:52 pm

· #126341
you mean kyl buildings uta buildings are in willy last time i checked

היסטאריקער » מיטוואך יוני 19, 2013 5:12 pm

· #126390
just got in email, true?

כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים - מה ר"ב טו"ב הצפון לאנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר!

אין די יעצטיגע מינוטן קומט ב"ה אן די פרייליכע בשורה פון מר. זשאו פּעקאוקע, פון גאווערנאר קאומא'ס אפיס, אז ער האט אריבערגעפירט א גאר שארפן אומצוויידייטיגן מעסעדזש צום כת המוסרים ומסרבים לדין העולמי, אין נאמען פונעם גאווערנאר, אז די הייליגע מחנות רב טוב ווערן צעטיילט אויפ'ן היי-יאריגן זומער אין צוויי; צוויי פאר אונזערע קינדער פון אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, און די אנדערע צוויי פארבלייבן ביי די אלטע פארוואלטער פונעם קעמפּ.

מר. פּעקאוקע האט אנגערופן פּערזענליך אנגערופן אונזערע ראשי קהלה און העלדישע גענעראלן לבית סאטמאר, וואס ארבעטן שוין חדשים לאנג אין געהיימע באראטונגען מיט די העכסטע רעגירונגס-אינסטאנצן וד"ל, און באפוילן מ'זאל אנהייבן צוגרייטן די קינדערלעך פון אונזערע מוסדות הקדושים אז זיי וועלן ארויספארן אי"ה אין די צוויי קעמפּס פון מחנה רב טוב - סיידן אויב מ'וועט נאך דורכפירן דעם 'ארמארי דיעל' ביז היינט נאכמיטאג, וואס ביזדערווייל זעט נישט אויס דאס זאל פּאסירן, צוליב די נייע הארטנעקיגע ליניע וואס די כת מסרבים לדין האט לעצטנס אנגענומען. ער האט קלאר דערקלערט פאר די ראשי קהילה אז ער פעזענליך קומט אראפ היינט נאכט זיך טרעפן מיטן מנהיג פון יענעם כת און אים איבערגעבן דעם באשלוס.

אין די שעות קומען שוין פאר העפטיגע אסיפות צווישן די חברי הנהלת המוסדות, די מנהלים רוחניים, און הנהלת המחנה, וויאזוי אמבעסטן איינצוטיילן די קלאסן, מי ומי ההולכים, ווער ס'וועלן זיין די גליקליכע אפּטיילונגען צו קענען ארויספארן אין די הייליגע קעמפּס, וואס זענען נתקדש געווארן בקדושה של מעלה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, און מיר רבבות אנשי שלומינו קוקן שוין ארויס אזויפיל לאנגע יארן צו קענען דארט ווייטער שיקן אונזערע קינדער, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!! דער דרך התורה האט ב"ה ווידעראמאל מנצח געווען!! ס'איז א היסטארישע מאמענט פאר רבבות אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און ס'איז זיכער אז כ"ק מרנן רבותינו הקדושים בגנזי מרומים שעפּן נחת דקדושה ווען ס'פארווירקליכט זיך דער "והשיב את הגזילה" מיט אלע פּירושים, און מ'זעט קלאר ווי צוביסלעך, טריט נאך טריט, באקומען מיר צוריק אלעס וואס מ'האט פון אונז אוועקגערויבט שלא ביושר - און מיר זענען מתפּלל: עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ואל יתשנו ה' אלוקינו לנצח!

אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

בדחן » מיטוואך יוני 19, 2013 5:17 pm

· #126393
אנדערע געבן איבער אז מען זאל נישט ווערן עקסיידעט ביז נעקסטע וואך דינסטאג דעמלאטס וועט שוין זיין א מער קלארע בילד ווי וואס ווען,

שעפטל » מיטוואך יוני 19, 2013 5:20 pm

· #126394
היסטאריקער
just got in email, true?

כי לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים - מה ר"ב טו"ב הצפון לאנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר!

אין די יעצטיגע מינוטן קומט ב"ה אן די פרייליכע בשורה פון מר. זשאו פּעקאוקע, פון גאווערנאר קאומא'ס אפיס, אז ער האט אריבערגעפירט א גאר שארפן אומצוויידייטיגן מעסעדזש צום כת המוסרים ומסרבים לדין העולמי, אין נאמען פונעם גאווערנאר, אז די הייליגע מחנות רב טוב ווערן צעטיילט אויפ'ן היי-יאריגן זומער אין צוויי; צוויי פאר אונזערע קינדער פון אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר, און די אנדערע צוויי פארבלייבן ביי די אלטע פארוואלטער פונעם קעמפּ.

מר. פּעקאוקע האט אנגערופן פּערזענליך אנגערופן אונזערע ראשי קהלה און העלדישע גענעראלן לבית סאטמאר, וואס ארבעטן שוין חדשים לאנג אין געהיימע באראטונגען מיט די העכסטע רעגירונגס-אינסטאנצן וד"ל, און באפוילן מ'זאל אנהייבן צוגרייטן די קינדערלעך פון אונזערע מוסדות הקדושים אז זיי וועלן ארויספארן אי"ה אין די צוויי קעמפּס פון מחנה רב טוב - סיידן אויב מ'וועט נאך דורכפירן דעם 'ארמארי דיעל' ביז היינט נאכמיטאג, וואס ביזדערווייל זעט נישט אויס דאס זאל פּאסירן, צוליב די נייע הארטנעקיגע ליניע וואס די כת מסרבים לדין האט לעצטנס אנגענומען. ער האט קלאר דערקלערט פאר די ראשי קהילה אז ער פעזענליך קומט אראפ היינט נאכט זיך טרעפן מיטן מנהיג פון יענעם כת און אים איבערגעבן דעם באשלוס.

אין די שעות קומען שוין פאר העפטיגע אסיפות צווישן די חברי הנהלת המוסדות, די מנהלים רוחניים, און הנהלת המחנה, וויאזוי אמבעסטן איינצוטיילן די קלאסן, מי ומי ההולכים, ווער ס'וועלן זיין די גליקליכע אפּטיילונגען צו קענען ארויספארן אין די הייליגע קעמפּס, וואס זענען נתקדש געווארן בקדושה של מעלה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, און מיר רבבות אנשי שלומינו קוקן שוין ארויס אזויפיל לאנגע יארן צו קענען דארט ווייטער שיקן אונזערע קינדער, תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!! דער דרך התורה האט ב"ה ווידעראמאל מנצח געווען!! ס'איז א היסטארישע מאמענט פאר רבבות אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און ס'איז זיכער אז כ"ק מרנן רבותינו הקדושים בגנזי מרומים שעפּן נחת דקדושה ווען ס'פארווירקליכט זיך דער "והשיב את הגזילה" מיט אלע פּירושים, און מ'זעט קלאר ווי צוביסלעך, טריט נאך טריט, באקומען מיר צוריק אלעס וואס מ'האט פון אונז אוועקגערויבט שלא ביושר - און מיר זענען מתפּלל: עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ואל יתשנו ה' אלוקינו לנצח!

אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

איי געס איטס פעי בעק... דאס איז געקומען פון בחצרות...
בלאט: 1 2 3 4 5