איך ווייס נישט וואס די ווארט זשאב אן האלד דארף צו מיינען, אינעם גאנצן דאקומענט שטייט נישט קיין שום הסבר פארוואס עפעס דער זשאב זאל זיין אויף האלד, עס שטייט נאר באריכות פארוואס דער פערמיט איז יא געווארן גע'אישו'ט.
בכל אופן, אטעטשד צו די תלמידי רבינו אימעיל איז דא דער בריוו וואס די בילדינג דעפארטמענט האט היינט געשיקט צו דעם לאיער פון די אהרונים, און פון דעם בריוו איז זייער קלאר אז די זאלי'ס האבן געווינען דעם נייעם שול דורך דעם אונטערטירל. וועלמיר דארפן ווארטן און זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן, און וואס דער זשאב אויף האלד דארף מיינען.
ווער עס קען זאל ארויפלייגן דעם בריוו.
אימייל תלמידי רבינו
ב"ה דער עולם אין די קאנטרי איז שוין מער ווייניגער אויסגעפאקט, און דער עולם אין די שטאט איז שוין אויף וואקאציע מיט ברייטע לופטיגע גאסן און מער ווי גענוג פארקינג, קען מען שוין אביסל אפאטעמען און זיך אביסל צוזאמנעמען און צוריק קוקן מיט א קלארן בליק אויף די געשעענישן פון די פארגאנגענע וואך.
עס דרייען זיך ארום אסאך פון אונזער עולם מיט אראפגעלאזטע נעזער און פרעגן די נארישע קשיא, הלמאי? די ארונים גייען באקומען דעם ארמארי? דער עולם כאפט זיך נישט אז ווען מ'איז צוגעבינדן צו די אלע נארישע מעסעזשעס און טוויטער גרופס פון דעם צד שכנגד פאנגען אן די ברעינוואשינג טאקטיקן פון דעם לץ און משכיל שמואל ווידער צו האבן אן אפעקט אויך אויף אונזערע מענטשן, און פרישע ספינס קומען צו יעדע פאר סעקונדעס אזש מען קען גרינג צומישט ווערן און זיך פארלירן, און אומוועלנדיג אנפאנגען צו נוצן דעם מהלך המחשבה ווי א חלה דעקל.
דער עולם ברויך צו וויסן אז די ארונים געבן אויס אסאך צייט, כח, און געלט צו ברעינוואשן זייער ציבור אז זייער עולם זאל זיך נישט כאפן אז זיי זענען טיף אין דער ערד און אנהייבן פרעגן קשיות און רעוואלטירן אויף די רבית'טווע מיט די ווערטשאפט וואס ווערט געפירט מיט א מאדנעם קינדערישן צוגאנג כדי צו זעטיגן דעם פירער'ס "קיין ריקצוג" און "אני ואפסי" טענטראמס, ווען זייער עולם איז ווען נאר האלב ביים באוואוסטזיין זענען ווען זאכן היינט אינגאנצן אנדערש.
זייער מח וואשן סטראטעגיע ארבעט ווי א קאמבינאציע פון פסיכאלאגיע מיט אנטי דעפרעסענטס אויפאמאל, צום ביישפיל: א וואך צוריק איז דער דיון געווען אויף די קעמפס, און די ארונים האבן זיך געשוואוירן ביי דעם בארד פון זייער מנהיג אז אונז גיימער נישט "באקומען" די קעמפס (מען קען באלד מיינען אז א צווייטער דארף אונז דאס געבן) ווייל דער גאווערנאר האלט עס צוריק סיידן אונז זעץ מיר זיך מיט זיי פארהאנדלען, ביני לביני זענען די פערמיטס אנגעקומען אן קיין פראבלעם, אן קיין גאווערנאר, און אן קיין פארהאנדלונגען, פלוצלינג הערט מען א נייע ווערסיע: אונז דארף מיר דען די אלטע פארפוילטע קעמפס?! אונז ברויך מיר עס בכלל נישט, די מלחמה איז אויפן ארמארי, איי וואס איז געשען מיט די קעמפס מיט די דיעלס מיטן גאווערנאר און מיט די פארהאנדלונגען? תיקו! הצד השוה שבהם: נייע שול עוואקואציע, מצה בעקעריי, חומותיך, פראטעסט מיטוואך, וכו, וכו, וכו, ואין קץ לדברי הרוח.
און אזוי דרייט מען מיט די קעלבלעך יעדן שני וחמישי, און זיי אלע דרייען זיך נעבעך ארום מיט אויסגעפלאגטע מוחות און ווערן געפירט דורך רעמאוט קאנטראל פון דעם לץ שמואל ווידער און זיי זינגען נאך וואס מען פיטערט זיי אין בלאט, אודאי זענען זיי פרייליך, אז דער קאפ איז אזוי פארטעמפט און אויסגעשאלטערט, אז מען נוצט נישט דעם שכל, אז מען איז אויף אינטערווינעס צום בלאט אז מען זעט נישט קיין פאקטן שווארץ אויף ווייס און מען כאפט זיך אפילו נישט ווי אין דער ערד מ'איז, פארוואס נישט זיין אויפגעלייגט? ס'איז דאך איין געווינס נאכ'ן צווייטן, גיי טענה זיך אויף א בפירוש'ן בלאט.....
איינע פון די הויפט זאכן מיט וואס שמואל ווידער צייכנט זיך אויס איז: פאבריצירן, ער וועט פאבריצירן אלעס וואס פעלט זיך אויס כדי צו האלטן די שעפעלעך אין ראם, זאל דאס זיין סתם א נייעס, צו אן מ'כלומרשטע אימעיל, צו אפילו אפיציעלע בריוו, און דאס גייט אפילו ביזן פאבריצירן אייגענע געזעצן און פארשריפטן פון די רעגירונג.
די אלע פאבריצירטע זאכן פארקויפט ער פאר זיין סטאדע אויף צענדליגער אופנים, ווי למשל: טעקסט, בחצרות סאטמאר אימעיל, קול סאטמאר, טוויטער גרופס, דער בלאט, דער מעסעזש אויף יעדער פון די טשאנעלן איז אויסגעארבעט צו צילן פארן אודיענץ וואס ליינט זיי, מער מילד פאר די עלטערע ציגן, און אביסל ווילדער פאר די אינגערע שאף, אזוי אז יעדער באקומט זיין ריכטיגע דאזע פסיכאלאגיע מיט אנטי דעפרעסיע צו דער באשטימטער צייט און עס ארבעט ווי א שווייצער זייגערל.
לאמיר נעמען דעם ריקארדינג וואס זיי האבן געהאט מיטוואך נאכט אויף קול סאטמאר און אנאליזירן:
ברעיקינג נויס: היסטארישע אנטוויקלונג, הרחבת גבולי הקדושה, הנהלת קהילתינו האלט אט ביים אונטערשרייבן א ליעס אויפן גאנצן שטח פונעם ארמארי,
דער דורכברוך קומט נאך אכט חדשים פארהאנדלונגען איבער די פיר קעמפס וואס ווערן באנוצט דורך אנדערע שלא ברשות, נאכדעם וואס די לעגאלע מעגליכקייטן פונעם צד שכנגד זענען טאטאל איינגעשרינקען און זיי האבן נישט געקענט באקומען קיין פערמיטס אן די צושטימונג פון קהילתינו,
נאכדעם וואס אלע פארהאנדלונגען למען השלום איז אפגעווארפן געווארן דורכ'ן צד שכנגד, איז יעצט ביינאכט באשטעטיגט געווארן דורך ראשי קהילתינו אז מען שטימט צו און מען גיבט רשות אז די רעגירונג זאל היי יאר יא שענקען די פערמיטס פאר די וואס האבן עס גענוצט די לעצטע יאר,
אין די זעלבע צייט וועט ערמעליכט ווערן פאר קהילתינו צו שליסן א לאנגיעריגע ליעס אויפן ארמארי בנין,
הנהלת הקהלה טוט שוין מאכן די נויטיגע פלענער און צוגרייטונגען וויאזוי צו נוצן דעם בנין.
חסידי סאטמאר תושבי וומ"ס זענען פרייליך, הרחיבי מקום אהלך, ורוח הקודש אמרת כן יפרוץ.....
ווען מען כאפט א ברייטערן בליק אויף די לעצטע וואך מיט אלע געשעענישן, און ווען מ'שטעלט דאס נאכדעם צוזאם מיט זייערע פאבריצירטע פאקטן און אנטי דעפרעסיע מעסעזשעס פאר זייער ציבור, קען זיך פאר א פרעמדן מענטש דאכטן די פאלגנדע:
אז די מחנות רב טוב זענען אונטער פולן קאנטראל טאג צו טאג ווערטשאפט פון די ארונים.
אז זיי "געבן רשות" יעדעס יאר צו נוצן די קעמפס.
אז דער גאווערנאר מיט די סטעיט רעדן זיך טעגליך דורך, און נעמען דירעקציעס מיט אנווייזונגען פון די ארונים.
אז דער גאווערנאר קען צונעמען און טיילן פראפערטיס פון יחידים און קארפארעישנס פאר וועם ער וויל, געוואנדן וויאזוי זיין פרישטאג איז געלונגען.
אז דער גאווערנאר טיילט די פערמיטס פון די העלט דעפט פאר אלע אפליקאנטן, ועל פיו יבאו.
אז דער גאווערנאר קען צווינגען מענטשן צו קומען מאכן פשרות אויף סיי וואסערע נושא לויט זיין גוסטע.
אז דער ארמארי באלאנגט פאר אונזער קהל.
אז אונזער קהל נוצט יעצט דעם ארמארי און דער גאווערנאר גייט אונז ארויסווארפן ווייל אונז האב מיר זיך נישט מפשר געווען מיט די ארונים.
אז דער גאווערנאר וויל פארדינגען די ארמארי פאר די ארונים.
אז דער ארמארי איז א סטראשע שטעקן פאר אונזער קהלה.
וכהנה, וכהנה.
חוץ מזה שטעלט זיך די פאלגנדע שווערע קשיות אויף דעם ריקארדינג:
איין מאל זאגט ער אז מיר נוצן עס שלא ברשות, און א צווייט מאל זאגט ער אז זיי געבן יא רשות, ווען און פארוועם האט מען געגעבן דעם רשות?
פארוואס האבן זיי פאראיאר נישט געקענט הייסן דעם גאווערנאר אז ער זאל נישט געבן קיין רשות?
וויאזוי איז מעגליך אז דער גאווערנאר האט אונז געלאזט נוצן דעם קעמפ פאראיאר שלא ברשות?
אויב איז דער גאווערנאר שולדיג אין אלעם פארוואס האבן זיי גענומען דעם קאונטי עקזעקיוטיוו מייק היין אויפן צימבל?
אפשר האבן זיי גאר יא געגעבן רשות פאראיאר, מיר האבן פשוט נישט געוואוסט דערפון?
זענען אונזערע לעגאלע מעגליכקייטן מער איינגעשרינקען היי יאר פון פאראיאר?
זייט ווען איז דער ארמארי דער סטראשע שטעקן? האמיר אונז דאס נישט געוואלט פאר זיי סייווי אוועקגעבן למען השלום און אפילו באצאלן דערפאר אנשטאט זיי זאלן דאס דארפן באצאלן?
וכהנה, וכהנה.
דער מציאות איז אז אט די אלע דערמאנטע זאכן זענען פאבריצירט געווארן דורך די פסיכאלאגיע אפטיילונג פון שמואל ווידער, און קיין איינע פון די זאכן זענען נישט ריכטיג, אפילו אויב שמואל ווידער פרובירט דאס צו פארקויפן אויפן יעדן אופן פאר יעדן פרייז,
יעדער קען זיך קען זיך היינט אליינס איבערצייגן פון די קלארע פאקטן וואס זענען ידוע לכל.
אונז האב מיר בעזר השם באקומען די פערמיטס אן דעם גאווערנאר, און אן קיין פארהאנדלונגען, און נישט דער גאווערנאר און אפילו נישט דער פרעזידענט יר"ה קענען איינטיילן פארוועם עס באלאנגט סיי וואספארא בנין, ווייל אויב יא וואלט דער מצב געווען גאר אנדערש נאכדעם וואס די ארונים האבן אויסגענוצט די גרעסטע פאליטישע כוחות און פראטעקציע מיט השתדלות וואס זיי האבן אויפן גאווערנארס אפיס, עד כדי כך אז דער איש המעש, רודף צדקה וחסד, שטוב איז אפן, הארץ פון פוטער, דיפלאמאט, פיינער מענטש, נישט אינוואלווד, נאר א שליח, לעים דאק, ווייסט נישט וויאזוי מען טשעפעט א פליג: אברהם ווידער איז געווען 3 מאל אין אלבאני זייט שבועות שתד'לען און סטראשען אז אונז זאל מיר נישט באקומען די קעמפס, און מיט דעם אלעם איז עס זיי נישט געלונגען.
(די נעקסטע ספין גייט זיין אז דער גאווערנאר קען באמת יא געבן די קעמפס, נאר ער מיט זיין שטאב, אייזנער, וכו, זענען קארופטירט און אונטערגעקויפט פון ר' אליעזר קעסטנבוים און ווערן געפירט דורך דעם מאפיא באס משה גבאי)
צוריק צום ארמארי, דער ארמארי בנין איז א פעט שטיקל ריעל עסטעיט וואס די שטאט גייט נישט פארקויפן אונטער נארמאלע אומשטענדן פאר א רויטן צענט אונטער 50 מיליאן טאלער, ס'איז דא מער ווי גענוג אידישע און נישט אידישע קונים וואס זענען עס גרייט צו נעמען פאר דעם פרייז, צו פאר בויען דירות, צו פאר סטודיא ספעיס, און די פרייז גייט זיך נאך הייבן ווען עס גייט ארויס אויף פובליק אוקשן.
אפאר ביזנעסלייט זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס עס וועט זיין שוה לכל, מען גייט פארקויפן די ארמארי בנין פאר "גאנץ סאטמאר" פאר האלב פרייז, און די זאלונים גייען באצאלן דעם האלבן חלק פון די ארונים, דער גאווערנאר וועט פארדינען, ביידע קהילות וועלן פארדינען, און די ביזנעסלייט וועלן פארדינען, דער איינציגער וואס וועט נישט פארדינען איז די סטעיט, אבער מיט א גוטן פארשטענדליכן הסבר.
דער גאווערנאר וועט פארדינען א געוואלד פאזיטיווע פובליסיטי מיט א לענדסלייד וואל סעזאן, ער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער אלס דער וואס האט גאמאכט ארדענונג אין סאטמאר.
די ארונים וועל פארדינען ריעל עסטעיט פאר זייערע מוסדות בחינם.
די זאלונים וועלן פארדינען מנוחה ושלוה, און ביליג(ערע) ריעל עסטעיט פאר זייערע מוסדות.
די ביזנעסלייט וועלן פארדינען א פראצענט אלס בראוקערעזש.
די פארמיטלער האבן פארגעשטעלט דעם פלאן פארן גאווערנאר און עס איז אים שטארק געפאלן, זיי זענען נאכדעם אריין צו רבינו שליט"א אפאר וואכן פאר פסח און פארגעלייגט דעם ענין, רבינו שליט"א האט אויסגעשמועסט דעם ענין און זיך פארשטענדיגט מיט די הנהלה און מען האט דאן געגעבן די הסכמה צו גיין ווייטער, די פארמיטלער זענען דאן אריבער צו די ארונים.
די ארונים האבן אנגעפאנגען מיט זייערע שטיק, אז נאר די בית החיים מיט די מצה בעקערי זאלן זיין אינעם פארהאנדלונג, א זאך וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל, ווייל אז מען פארהאנדלט דארפן אלע נכסים זיין אין דעם פארהאדלונג ובתוכם די ישיבה גדולה אין ק"י ווי אויך דער הויז פונעם בעל ב"מ זי"ע אין ק"י, און נאכדערצו ווען זיי זענען אומשטאנד צו מאכן מהומות אין ביהמ"ד שוין נאכן פארהאנדלען מיטן ציל ארויסצופרעסן נאך געלט, אונזער צד האט פארשטייט זיך נישט מסכים געווען, די ארונים זענען דאן געגאנגען פארפירן און העצן ביים גאווערנאר דורך צענדליגער אופנים אז אונזער צד מאכט שווער און שטעלט זיך נישט צו, דער גאווערנאר האט זיך אינטרעסירט הלמאי די פארהאנדלונגען גייען נישט ווייטער און האט אראפגעשיקט זיין פערזענליכן טשיף אוו סטעף זשאו פערקאקא נעכטן מיטוואך אל ביתו נאוה קודש הערן וויאזוי מען קען זען אז די זאך זאל פארן ווייטער, דער רבי שליט"א מיט די ראה"ק האבן אים דאן נאכאמאל קלאר געמאכט און פארזיכערט אז פון אונזער צד איז נישטא קיין שום אפהאלט כל זמן מען רעדט פון א יושר'דיגן געשעפט און אלע נכסים זענען אויפן טיש, א זאך וואס ווי דער עולם ווייסט וועט ביי אהרן ט"ב אב"ד ור"מ קהל אני ואפסי קיינמאל נישט דורכגיין, ווייל זיי זוכן נישט קיין שלום זיי זוכן נאר ווי מען קען אלץ אפטון און שלעכט טון פאר אונזער ציבור, און ווי אויך ווייל ביי זייער מנהיג איז דאך ביי אונז בכלל נישט דא קיין ציבור, און ווייל ער ווייסט נאר פון די "קיין ריקצוג" סטראטעגיע, אין זיין ווערטער בוך זענען נישט פארהאן די ווערטער און טערמינען ווי: נאכגעבן, קאמפראמיסן, פארהאנדלען. ביי אים איז דא נאר: איך! מיך! זיך!
זשאו פערקאקא איז אין די לעצטע טעג געווארן מער ווייניגער באהאווענט מיט וועם מ'האט דא צוטאן און ווער עס זענען די שטערער פונעם דיעל, ער האט זייער קלאר געמאכט אז עס גייט פאר דעם גאווערנאר אין לעבן צו האבן א דיעל מסודר פאר די הייליגע טעג,
פערקאקא האט אויך קלאר געמאכט פאר ביידע צדדים אז דער ארמארי שטייט נאר צום פארקויפן פאר א "פאראייניגטע סאטמאר" פאר האלב פרייז, און האט בתוך הדברים מרמז געווען אז ס'וועט זיך פאר ביידע צדדים נישט לוינען אויב מען וועט דא ארומצעגערן מיט שטותים, ער האט מיט וואס צו האלטן ביידע צדדים ביים גענאק, די ארונים מיט'ן פייפליין, טעפ, סטעיט גרענטס פאר די וויליזש, און א האלבן ארמארי. די זאלונים מיט טעפ, און א האלבע ארמארי.
ער האט זייער קלאר ארויסגעברענגט אז די גאווערמענט "טיילט נישט קיין ארמארי'ס פאר 100 יאר", ווי אויך פארקויפט מען נישט קיין ריעל עסטעיט פאר האלב פרייז נאר ווען ס'איז דא אן אקעגנזייטיגער בענעפיט פאר אלע צדדים און ווי פארשטענדליך דאס מערסטע פארן גאווערנאר, און קיין איין צד זאל ניטאמאל קלערן פון באקומען זייער חלק פון די ארמארי אויב איז נישטא קיין דיעל.
דאס זענען די פאקטן כמות שהם, יעצט האט יעדער בר דעת און בעל בחירה א ברירה וואס ער וויל טון, אדער קען מען ווייטער ליינען שמואל ווידער'ס טוויטער גרופס און ווערן היפנאטייזד און דעפרעסד פון זייערע טעגליכע נצחונות, און מיטהאלטן וויאזוי זיי זיצן שוין אין זייער פאנטאזיע אינעם ארמארי, אדער קען מען נוצן דעם אלטן אויספרובירטן מיטל מיט וואס אונז זעמער אלע וואויל באקאנט, עס רופט זיך: ונזכה, ונחי', ונראה! ובשם השם נעשה ונצליח!
בקיצור ווי מען האלט היינט נאכט,
מען האט דן געווען די לעצטע עטליכע וואכען אויף דריי זאכען,
1) פערמיט אויף קעמפס.
2) ארמערי בילדינוג.
3) בעדפארד ביעמס.
יעצט איז די שאלה ווער האט וואס?
דעת תורה זאגט אז די זאלונים האבן די בעדפארד ביעמ׳ס,
די מציאות זאגט אז די זאלונים האבן די קעמפס,
און ...? זאגט אז די ארונים האבן די ארמערי בילדינוג?
אייגנארטיג, עס קוקט נישט אויס ווי דו האסט געליינט דעם בריוו. דא איז דא א אישו מיט די מארטגעזש האלדער'ס, און עס איז נישטא קיין סיבה בעולם אז דער קאורט זאל זיך אריין מישן אין דעם. די אהרונים האבן פרובירט טענה'ן אז לעגאל קענען די מארטגעזש האלדער'ס נישט. באקומען קיין פערמיט, אוןדי בילדינג דעפארטמענט האט עס שריפטליך אפגעווארפן. אשר על כן, ווי לאנג די אהרונים קענען נישט באיזה אופן ארויסרוקן די מארטגעזש האלדער'ס פונעם בילד, איז די זאך פארטיג.
ווי געשריבן פריער, דערווייל איז נישט קלאר וואס די האלד איז.
איך ווייס נישט פונקטליך וואס דא האט פאסירט, אבער אזויפיל ווייס מיר אלע אז די ראס שול האט שוין געהאט זייער אסאך ups and downs,
ביידע צדדים האבן שוין פראבירט מיט כלערעליי דריידליך צו איבערנעמען די שול, און געפלאפט,
דעריבער מיין איך אז עס וואלט געווען זייער נאיוו צו זאגן אז דאס איז דער לעצטער קאפיטל פון דעם געפעך,
@גאלד, זלמן זאפיר, ווער גייט זיין דער ערשטער דא צו האבן קוראזש ווי א ערוואקסענער און ארקענענן אין פובליק אז די זאליס האבן עס?
פארשטיי די נקודה, אויב זיי האבן די מארגיטיש איז עס זייער'ס,
מען קען מיט פאליטיקעל קאנעקשענס שלעפן נאך עטליכע חדשים אז זיי זאלן נישט באקימען קיין פערמיט, אבער עס איז א האפונגלאזע קאמף, פון יעצו און ווייטער איז די סאטמער מחלוקה אינדרויסן פינעם בילד, עס איז א קאמף צווישן א אינדעווידשעל וואס האט אפעגעקויפט א פארקלוישער פראפעטי צווישן די סיטי וואס וויל אים עס נישט לאזן איבערנעמן, אז ער גייט אין קארט האט ער עס אין א אויגן בליק.