☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דיסקרימענאציע קעגן פאפא

דיסקרימענאציע קעגן פאפא

244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
בלאט: 1 2 3 4 5

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:49 pm

· #141296
שעפעלע איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט ,אבער איך האב שוין געהערט די טעיפ פון יענע דרשה ווארשיינליך פאר דו ביסט געבוירן און איך פארזיכער דיר אז דער ב"מ האט יא געזאגט די דברי בלע. אויב עפעס האבען די סאטמארע מאפיאנערן געפעלטש בעלזער רב'ס קול און צוגעלייגט שטיקלעך צום באקאנטער שטייעדיגע תורה.

בעריש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:31 am

· #141355
איך אויך
שעפעלע איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט ,אבער איך האב שוין געהערט די טעיפ פון יענע דרשה ווארשיינליך פאר דו ביסט געבוירן און איך פארזיכער דיר אז דער ב"מ האט יא געזאגט די דברי בלע. אויב עפעס האבען די סאטמארע מאפיאנערן געפעלטש בעלזער רב'ס קול און צוגעלייגט שטיקלעך צום באקאנטער שטייעדיגע תורה.

זעסטי דוקא דא זע איך מיין ילדות (פערצן און א האלב) אלץ א מעלה איבער דיין זקנה.
ווייל מיר קומט פאר אז די זקנה אפעקטירט שוין די זיכרון דיינער, ס'איז שוין עפעס נישט אזוי שארף און מישט שוין ארום צווישען וואס דער ברך משה האט געזאגט און וואס דער מחנה האט געשריבן און וואס מהאט פארקויפט און בעלזער מקוה.

בעל הבית » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:39 am

· #141356
ווייסט איינער אויב פאפא פארן קריג האט געהאט די זעלבע סטאטוס? אדער דאס איז נאר געשען אין אמירקה

דולה ומשקה » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:23 pm

· #141472
בעל הבית
ווייסט איינער אויב פאפא פארן קריג האט געהאט די זעלבע סטאטוס? אדער דאס איז נאר געשען אין אמירקה


דאס האט זיך אנגעהויבן בימי ה'ויחי יוסף', אבער געווארען מער אפציעל ביין רבי'ן שליט"א, אין ווי לענגער ער איז רבי, אלס לענגער ווערן מענטשן קאנווינסט אז יש דברים בגו. פארוואס איהם? האט מיר איינער מסביר געוועהן אין איין שורה "קוק אן די בילדער פון איהם..."
נניח, זאל זיין אזוי, אבער וואס האט דאס מיט דער עצם חסידות בכלל אין אויף פאפאנע חסידים כל אחד ואחד בפרט?

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:32 pm

· #141477
דולה ומשקה
[האט מיר איינער מסביר געוועהן אין איין שורה "קוק אן די בילדער פון איהם..."

א סעמפעל
image.jpg

זר זהב » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:35 pm

· #141481
נישטא וואס צו רעדן, אין די היינטיגע בילדער וועלט איז שווער צו זיין א סוקסעספולע רבי אן א הדרת פנים. דער עולם גייט פאר LOOKS .

גוד פאר יו מהרז"ל מסאטמאר!

לכבוד שבת קודש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:50 pm

· #141491
סושי. אזא בילד קענסטו טרעפן אויף אסאך גרויסע רבי'ס... בעלז, סאטמאר (ביידע) און נאך אסאך אנדערע... ס'זאגט נישט גארנישט.

סאשי פיש » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:10 pm

· #141500
טאקע אזוי
אבער ביי אים איז רוב בילדער אזוי

בעל הבית » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 3:52 pm

· #141520
ממש אבי גרעדט,ס'טוט מיר וויי, ווי מען מאכט חזוק סתם אין די וועלט אריין אויף אזא חסידש הערליכע מקום, פליז סטאפס,

אין פאר פאפא וויל איך זאגן, עטץ האץ ענק גארנישט וואס צו שעמען חזק ואמץ


קוקטס שיינע פיקטשערס, כאשר יענו אתו כן ירבה

<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/252573">http://www.jdn.co.il/news/252573</a>

קעגן די נעט » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 7:42 pm

· #141618
איז פאפא דו צווייט גרעסטע קהילה מיט מוסדות אין וומ"ס ?

שת.אדמזאהן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:01 pm

· #145069
קעגן די נעט
איז פאפא דו צווייט גרעסטע קהילה מיט מוסדות אין וומ"ס ?

ר' סענדער דייטש, פלעגט זאגן אויף דעם: סאטמאר איז דער גרעסטע קהילה אין וומ"ס, נאך דעם קומט סאטמאר, נאך דעם קומט נאכאמאל סאטמער, א.א.וו. נאך צען מאל סאטמאר קומט פאפא.
כלומר, פערצופאל איז אין וומ"ס נישטא קיין קהילה אין סייז, צווישען סאטמאר און פאפא. אבער דאס מאכט נישט פאפא גרויס. ווען בעלזא וואלט נישט אנטלאפען פון וומ"ס וואלטן זיי לכאורה געווען גרעסער, וויבאלד רוב בעלזא חסידים פון ב"פ, די ראשי משפחות, זענען געוועזענע וויליאמסבורגע תושבים.

בעל הבית » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:43 pm

· #145084
שת. קודם א ברכת שלום עליכם, אין נאכדעם א מזל טוב פארן פאפא-סאטמער שידוך

שת.אדמזאהן » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:46 pm

· #145085
בעל הבית
שת. קודם א ברכת שלום עליכם, אין נאכדעם א מזל טוב פארן פאפא-סאטמער שידוך

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/4594#p145081">viewtopic.php?f=33&t=4594#p145081</a><!-- l -->

לכבוד שבת קודש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:20 pm

· #145440
עס קען זיין אז מאנכע האבן אנגענומען מיין ארטיקל, אלס חוזק און לצנות אויף פאפא, וויל איך דא קלארשטעלן אז מיין כוונה איז נישט דאס געווען. פאפא איז באמת א שיינע חסידות, הערליכע מוסדות התורה והחינוך. דער פאפא רב שליט"א זעלבסט האט באוויזן אויפצובויען און ארויפברענגען דאס חסידות אויף הויכע שטאפלען ווי קיינמאל פריער, זיין הנהגה איז מיט אן ערליכקייט און פרומקייט, ער מיינט נישט פאליטיק, ער מיינט נישט חשבונות. דוכט זיך אז ער איז פון די איינציגסטע אדמורי"ם אויף וועמען מען רעכט זאגן אז ער מיינט טאקע ריין לשם-שמים, ער איז אן אמת'ער ערליכער איד, און דאס איז א זאך וואס קיינער איז נישט מחולק דערויף. אנדערע רבי'ס האבן די וואס וועלן זאגן אז ער איז קדוש הדור און אנדערע וואס וועלן זאגן אז ער מיינט זייטיגע חשבונות, אויף פאפא רב איז כולי עלמא מודי אז ער מיינט טאקע לשם-שמים, צו דעם אלעמען איז ער א תלמיד-חכם, ירא שמים און ערליכער איד. געדענקט טייערע אידן! - תמימות איז קיין זינד נישט, פאליטיק און ווייטאן אנדערע אידן קען זיין א זינד, עס איז נישט קיין ספק אז חוזק מאכן פון אזא איד איז א גרויסער זינד.

די חסידות אליין פעלט אויך גארנישט. הערליכע מוסדות התורה, זייערע חדרים אין אלע שטעט זענען פון די שענסע און בעסטע, און ווערט געפירט מיט חכמה און א שטארקע האנט, וואס איז זעלטן צו געפינען. אז מען טראכט באמת אריין מיט א ניכטערן בליק, איז קלאר אז פאפא איז פון די שענסטע קהילות וואס עקזיסטירן היינטיגע טעג אויפן כדור הארץ. זיי זענען די ריינסטע פון מחלוקת, פון די חשוב'סטע בחלק ההנהגה, און יא, זיי באווייזן אויפצוטון אין די פעלד פון חינוך א געוואלד, און דאס קען מעיד זיין אלע וואס קענען זיך אביסל אויס אין די מוסדות. ווידער אין די גשמיות'דיגע חלק פעלט זיי אויך גארנישט, געלט און גבירים גיסן זיך ביי זיי.

עס איז א הערליכע חסידות לשם ולתפארת.

און אמת'דיג גערעדט! נעמט אייך אונטער אויפן נייעם יאר, מכבד צו זיין אנדערע פלעצער בכלל, און אט די הייליגע חסידות בפרט. איך קען אייך צוזאגן מיט מיינע העכערע כוחות וואס מען האט מיר געשאנקען פון הימל (זייענדיג א איד און פארמאגנדיג זכות אבות), אז אויב איר וועט זיך אונטערנעמען אויפן נייעם יאר שמירת הדיבור אין די סארט הינזיכטן, און מוחה זיין ווען איינער טשעפעט זיך מיט אט דעם פאל, בין איך אייך מבטיח אויף א אמת'ע גוט געבענטשט יאר, און אלע זאכן וואס איר דארפט וויכטיג אין לעבן, און איר זענט מתפלל דערויף אין די הייליגע טעג, וועלן נתקיים ווערן בתכלית השלימות.

געדענקט! בלוט איז נישט קיין וואסער.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:22 pm

· #145442
זענען פאפא'נע חסידים בדרך כלל אזוי ריין פון בארעדן אנדערע אז דו באשיצט זיי אזוי? אפשר שרייבסטע עפעס א מוסר פארציע פאר זיי אויך

לכבוד שבת קודש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 6:25 pm

· #145445
פון בארעדן אנדערע, אויפן אופן ווי אנדערע בארעדן זיי? - יא, זיי זענען ריין דערפון!

שלום על ישראל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:02 am

· #145956
IMG-20130828-WA0009.jpg

גנדי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 11:35 am

· #145968
I have a dream that my four Pupa friends will one day live in a Williamsburg where they will not be judged by the Impression of their Rabbi but by the content of their own character

Martin Luther King
August 28 1963

נצבד » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:01 pm

· #146063
א שאנדפולער אשכול!!

קיינער דא העכער די פופצען יאר האלט נישט באמת אז א פאפענער אינגערמאן איז מיט עפעס ווינציגער ווי א אינגערמאן פון עני אנדערע חסידות, ענקער חזרה פון די נארישע גירסא דינקותא,איז אן עקל און א גרויל.

"איך בין איין פאפאנער"

סלינקי » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:37 pm

· #146122


א דאנק דעם אשכול איז פאפא געווארן א פאפולערע טרענד די לעצטע פאר וואכן, ס'האט זיכער געהויבן זייערע סטאקס.

טעפל » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:50 am

· #146306
כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"

zurich » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 12:07 am

· #146644
אבער דאכציך מיר אז די אשכול איז געעפענט געווארן ארויסצוברעינגן די שאנדע אז פאפא איז דיסקרעמענעידעד, דערווייל איז עס געווארן פונקט פארקערט ס׳געווארן א פאפא,פורים, חעלם אשכול

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 10:28 am

· #146981
טעפל
כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"

I really think this ESHKOL doesn't make any sense and its just not fair and it makes us look like idiots

טעפל » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 3:15 pm

· #147056
gehlungen
טעפל
כמאמר הפסוק "פאפא שטייט און וועט שטיין"

I really think this ESHKOL doesn't make any sense and its just not fair and it makes us look like idiots

איך ווייס נישט צו די וייסט אבער דאס קומט פון פאפא די מאמר פאפא שטייט אין וועט שטיין, פרעג דיך נאך..

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 1, 2013 9:38 pm

· #147192
I think it's time to stop this nonsense 😈

חייםהערש » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 3:59 pm

· #147426
יום ב' דסליחות תשע"ג

ווען איך האב געזעון דעם אשכול האט איך געהאלטען אז ער האט א מוראדיגער פונקט, אין איך האב מיך באמת מקבל געווען נישט חוזק צו מאכען פון דעם קהלה על לא עוול בכפם, א זאך וואס איך בין מתוך רגילות שטארק נכשל.

מצד שני האב איך קלאר געזען דעם מתוך שבחם בא לידי גנותם, און עס איז באמת א חרפה מיט א בושה אז אינגעלייט קענען שרייבען זייער מוראדיגער שטותים אין דעם אשכול כאילו אידן פון יעדער קהילה'ס בלוט איז הפקר.

אגב אז מען שמועסט פונען קליינער פאפא רב. בעיני ראיתי ביי די חתונה פון בן זקונים פונעם פאפער רב דער ויחי יוסף אין ראיאל האל האט איך געזען ווי ער כאפט מכות אין א גרופע אינגעלייט האבען געמוזט שפעטער שטיין אויף אים שמירה כדי ער זאל נישט כאפען מער,
איינער פון די שלעגער איז היינט מראשי קהילת סאטמאר, איך פארצייל נישט וועלעכע.

I'm back » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 6:33 pm

· #147465
הייסט נאך די הייליגע טעג וועסטו שרייבן זאפטיגע מעשיות??

גאלד » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 6:56 pm

· #147472
דאס העל איך דיר אויך לאזן וויסן נאך די הייליגע טעג

נתן_עוזר23 » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 10:42 pm

· #147550
סליחות אין פאפא
805416918.jpg

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:51 pm

· #147575
נתן_עוזר23
סליחות אין פאפא


ס'זעהט אויס א פילערע ביהמ"ד ווי ראדני

קאווע טרינקער » מאנטאג סעפטעמבער 2, 2013 11:52 pm

· #147576
פיינעלי זעה איך שוין דעם ארון קודש וואס יעדער רעדט.
אפשר ברענגט איר נאך בילדער

גנדי » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:16 am

· #147591
קאווע טרינקער
פיינעלי זעה איך שוין דעם ארון קודש וואס יעדער רעדט.
אפשר ברענגט איר נאך בילדער


וואס רעדט יעדער? איך האב נישט געהערט רעדן...

קאווע טרינקער » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:21 am

· #147594
געליינט אין משפחה

גנדי » דינסטאג סעפטעמבער 3, 2013 12:58 am

· #147621
קאווע טרינקער
געליינט אין משפחה


משפחה איז גע׳אסרט

איך ליין נאר wired עס האט נאך נישט קיין איסור.

berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 2:59 am

· #148191
zurich
אבער דאכציך מיר אז די אשכול איז געעפענט געווארן ארויסצוברעינגן די שאנדע אז פאפא איז דיסקרעמענעידעד, דערווייל איז עס געווארן פונקט פארקערט ס׳געווארן א פאפא,פורים, חעלם אשכול

נו, אז מ'ברענגט אזעלכע פיקטשערס פון די רבי שליט"א און די גבאים איז נישט קיין וואונדער. 😳

לאליפאפ » זונטאג סעפטעמבער 8, 2013 5:28 am

· #148197
חולים ביקור
📎 image.jpg

gehlungen » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:46 am

· #150183
נתן_עוזר23
סליחות אין פאפא

I think it's amazing beautiful big Beis medresh & I also think that this unnecessary Eshkol should stop already

איך אויך » זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 3:12 pm

· #150240
חייםהערש
יום ב' דסליחות תשע"ג

אגב אז מען שמועסט פונען קליינער פאפא רב. בעיני ראיתי ביי די חתונה פון בן זקונים פונעם פאפער רב דער ויחי יוסף אין ראיאל האל האט איך געזען ווי ער כאפט מכות אין א גרופע אינגעלייט האבען געמוזט שפעטער שטיין אויף אים שמירה כדי ער זאל נישט כאפען מער,
איינער פון די שלעגער איז היינט מראשי קהילת סאטמאר, איך פארצייל נישט וועלעכע.

איך בין זיי גאנץ ווייניג מקנא.

לעמיל » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 12:01 pm

· #157131
ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?

עוד מישהו » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:08 pm

· #157175
לעמיל
ווייסט איינער פון וואס ער רעדט?


אונז אלע ווייסן אז שאולזאהן קען מען נישט נעמען ערנסט, קודם כל נישט אלעס ווייסט ער, מענטשן שיקן אריין זייער בויך וויי און ער לייגט עס ארויף, אדער שפילט ער כאילו מענטשן שיקן אים אבער ער שרייבט זיין אייגענע פאסט וואס ער שיקט צו זיך.
אמאל קען מען ארויסהאבן די פרשה פון תגובות וואס מענטשן ענטפערן, נישט אייביג איז עס שייך ס'קען אבער געשען.
די שאלה איז אזוי, איינער וואס בלייבט אנאנים, פרעגט אפ געוויסע פרטים אין די ארטיקל, ס'קוקט אויס אז יענער איז א פאפא'נער אדער קען פאפא גענוג גוט. קען מען גלייבן יענעמס תגובה, אדער וויל יענער באהאלטן פאפא שמוץ?

דולה ומשקה » דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:31 pm

· #157192
פאפא - מיט פינטעל אין ביידע 'פ', א פינטעל סיי אין דער ערשטע 'פ', אין א פינטעל סיי אין דער צווייטע 'פ'. ס'איז דא מאנכע וואס לאזען לפעמים אויס בשעת רעדן אדער דער ערשטע פינטעל אדער דער צווייטער, אדער אמאל לאזט מען אויס אינגאנצען די פינטלעך וואס באלאנגען אין דער אות 'פ', דאס לכאורה דארף זיין כאילו א ליצנות אדער א שפעט אויסדרוק, אדער קען זיין מענטשען זענען אומבאוויסענט, אין ווייסען בכלל נישט אז דער 'פ' קומט מיט א דגוש, דער אמת איז אז זיי זענען גערעכט ווייל על פי רוב זעהט קיינמאהל נישט די פיר אותיות פ-א-פ-א, על כל פנים די אותיות 'פ', מיט א פינטעל, סא פון ווי דארף איינער וויסען ווי אזוי פונקטליך ארויס צו זאגען דעם ווארט, ווי עס באלאנגט יא א פינטעל אין ווי באלאנגט נישט. פארוואס טאקע לאזען זיי אויס די פינטעלעך?

לאמיר אלע שרייען אינאיינעם: פאפא

@לכבוד שבת קודש ווייסט שוין נאך עפעס...

יין שרף » זונטאג אוגוסט 24, 2014 3:26 pm

· #218340
.
Bv0qMk_CUAA3t16.jpg

חקרן » דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:46 pm

· #329239
נו פאפא? - איר קענט דאך יא... הענרי איז צו דער זאך, ריכטיג?

האלט אייך שטאלץ.

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 13, 2017 10:10 pm

· #375014
חקרן
נו פאפא? - איר קענט דאך יא... הענרי איז צו דער זאך, ריכטיג?

האלט אייך שטאלץ.

געווען אן אשכול דערפון דאכצוך
בלאט: 1 2 3 4 5