תורת דזשאו הגדול
79 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4412
תורת דזשאו הגדול
ד״ת לפרשת ראה
דזשאו הגדול
די סיבה פארוואס פרשת ראה איז לעבן פרשת עקב איז ווייל עס איז דא צוויי אופנים וויאזוי א מענטש פארשייט עפעס
1) כוח השמיעה
2) כוח הראיה
ביידע האבן מעלות און חסרונות
שמיעה הערט איין זאך אויפ א מאהל און די נענטע מ׳גייט די מער מ׳הערט און די בעסער מ׳הערט
ראיה זעהט מען די גאנצע בילד אויפ איינמאהל, ווי ווייטער מ׳גייט אלץ זעהט מען מער פונעם בילד אבער די מער פון די בילד מ׳זעהט די ווייניגער זעהט מען די קליינע דעטאלן
דאס האט משה אינז געוואלט זאגען ״עקב תשמעון״ און ״ראה״ ווען עס קומט צו די תורה זאל מען נוצען די מעלות פון ביידע, זעהן די גאנצע בילד און אויך מקפיד זיין אויפ די קלייניקייטן.
ד״ת לפרשת ראה
דזשאו הגדול
לא תוסף עליו ולא תגרע ממנו
די תורה זאגט אינז דא אהן אז מ׳זאהל נישט צולייגן אדער אראפ נעמען פון אלעס וואס שטייט אין די תורה. די שטייגער פון די וועלט איז אז ווען א ארבייטער חתמ׳נט א קאנטראקט דארף ער טוען לכה״פ וואס שטייט דארט, אבער אויב ער טוט מער איז ער א בעסערע ארבייטער, פארוואס ביי אידישקייט זאגט די תורה ״לא תוסף״?
נאר די תורה איז נישט א rule book וואס די אויבערשטער האט געמאכט ווייל ער איז געווען bored אדער ווייל ער האט אינז געוואלט רודפ׳ן, נאר די תורה איז א חלק פון די גאנצע פלאן, א חלק פון א גרעסערע בילד. און פונקט ווי מ׳פארשטייט אז אויב איינער לייגט צו נאך א נאז צו א painting פון George Washington האט ער עס חרוב געמאכט אזוי אויך ווען איינער קומט און לייגט צו הלכות צו גאט תורה מאכט ער עס נאר חרוב.
ודו״ק כי זה נכון ועמוק...
ווער איז זשאו הגדול?
א ראשון , אחרון, תלמידי בעש״ט?
סע זייער שיינע תורה. איך בין נייגעריג ווער סע איז.
איך וויל דא עפענען אן אשכול מיט א ווייטאגליכע נושא.
פאר אן אומבאקאנטע סיבה איז דער פאפא חסידות געווארן דער חוזק פון גאנץ כלל-ישראל. ווען איינער וויל מאכן לצנות, איז עס אויפן חשבון פון פאפא. עס מוז אפילו נישט מאכן סענס וואס יענער זאגט, מען קען האקן אבי געזונט, אבער אויב זאגט מען "פאפא" לאכט יעדער. א חבר מיינער קלאפט מיר אין טיר און איך פרעג "ווער איז דארט?", קומט די תשובה פון אונטערן טיר "פאפער רב"! פארוואס זאגט ער נישט "ניקלשבורגער רבי"?, עס איז געווארן עפעס אזא מין לצנות וואס מען קען ניטאמאל מסביר זיין. אז מען וויל זאגן אז איינער איז א שוטה זאגט מען ער איז א פאפאנער. מען זאגט נאך פון יארמער רב, אז איינער האט אים געבעטן אז ער זאל זאגן א גוט ווארט, זאגט ער "ברוינפן" - זאגט אים יענער, "איך וויל הערן עפעס א דזשאוק" - ענטפערט יארמער רב "פאפא".
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און נארישקייט. עס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף זיי א סטיגמא פון טפשות און בהימישקייט. פיל ניגונים ווערן געזינגען דורך אונזערע קינדערלעך אלס לצנות פאר פאפא, און די עלטערע שטייען און שמייכלען מיט הנאה, קיינעם פאלט ניטאמאל ביי צו זאגן "יונגעלע, מען טאר נישט חוזק מאכן..." - אמער, פון זיי מעג מען דאך, ווייל זיי זענען... טפשים. אויב וועסטו שמועסן מיט א ביזנעסמאן און ער וועט דיר אויסקוקן ווי א קלוגע מענטש, פלוצלינג וועסטו הערן אז ער איז א פאפא'נער, וועסטו פלוצלינג באקומען אן אנדערן בליק אויף אים - ער איז דאך א פאפענער, נע, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט... וויפיל ווערטליך האט איר שוין צוזאמענגעהערט אין אייער לעבן אויף פאפא? - אלע לשון-הרע דרשות און משמורות איז אויף זיי נישט געזאגט געווארן, זיי זענען דאך פאפא, אויף זיי מעג מען רעדן... מען האט געוואלט שיסן זייער שמש אין מח, נאך וואס מען האט געפינען ר' יחזקאל שמש געשאסן, אבער ער האט נישט קיין מח, וכו' וכו'.
פארוואס איז פאפא געווארן דאס לצנות פון שטעטל? - וואס האבן זיי זיך פארזינדיגט פאר די וועלט? - זענען זיי דען נישט אזוי ווי יעדע חסידות, א רבי מיט חסידים, פירט טיש זינגט ניגונים... כ'מיין, זענען זיי אזוי ווייט משוגע ווי מען מאכט זיי? - וואספארא היתר איז דאס זיך צו אינדעקעווען אויף זייער בלוט?
דרייט זיך ארום א גאנצע קהילה, א שיינע גרויסע קהילה מיט אסאך מענטשן, און באהאלטן זיך אין די מייזן לעכער פון דאס גענאר וואס מען מאכט פון זיי. די יונגעלייטלעך שעמען זיך צו דערציילן אז זיי זענען פאפענער, און אויב זיי מוזן עס יא זאגן, בייגן זיי אראפ דעם קאפ פאר בושה. אין יעדע אנדערע חסידות האלטן זיך די יוגנט שטאלץ און גרויס מיט די חסידות און זייער רבי, און זיי מוזן נעבעך איינמאכן. א פאפענער יונגל שעמט זיך צו דערציילן פאר זיין סאטמארן חבר אז ער איז א פאפענער, בשעת דער חבר רעדט מיט שטאלץ פון סאטמאר און פונעם רבי'ן. זייט וויסן אז פאפא חסידים האבן אויך בלוט און פלייש, זיי האבן אויך הרגישים, מיינט נישט אז זיי שפירן אנדערש ווען מען טשעפעט זיי, עס באדערט זיי אויך. וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען געבוירן פאפא? - קומט זיך זיי מיתה דערפאר? - זיי זענען פאפא. דעטס איט.
אז מען פרעגט מיר, עס איז יעצט חודש אלול, אלע רבנים זאגן דרשות וואס מען דארף מתקן זיין אויף די וועלט און וואס מען דארף טון פאר תשובה און תיקון המעשים. די תשובה ליגט אונטער אייער נאז... דא אין שטאט איז פאראן א קהילה וועמען די שטאט לייט דיסקרימענירן. מען דארף מעורר זיין דעם קהל, אז אויב מען זעט א פאפענער חסיד, זאל מען אים מחזק זיין און זאגן אז ער טוט גוט, ער איז א פאפענער, איז וואס? - אים זאגן אביסל דברי חיזוק און מקרב זיין די פאפענער חסידים. די רבנים דארפן רעדן דערוועגן און זאגן אז מען טאר נישט טשעפענען פאפער חסידים און אז זיי זענען מענטשן פונקט ווי יעדער איינער.
און פאר די פאפער חסידים: הייבט אויף אייערע קעפ, שעמט אייך נישט, קומט ארויס און זאגט הויך "מיר זענען פאפענע חסידים" - איר דארפט אייך נישט שעמען, טראגט דעם פאפא פאן מיט שטאלץ, וואו איר גייט און שטייט, שרייט אויס און מאכט זיכער אז מען זאל וויסן אז איר זענט פאפא און איר זענט שטאלץ דערמיט. הויבט אויף אייערע פענער און לאזט אייך הערן.
דאס איז פון דזשאו הגדול
דאס איז פון קאווע שטיבעל
איך פארשטיי נישט דעם גרויסן fuss וואס דו מאכסט. די סאטמארע רודפ'ט מען אז זיי זענען רשעים און קיינער פון זיי גייט נישט מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ, טראץ דעם מוטב להיקרות שוטה כל ימיו, ולא להיעשות שעה אחת רשע... די ליובאוויטשער הייסן משיח'יסטן און משוגעים און קיינער פון זיי גייט נישט מיט אן אראפגעבויגענעם קאפ....
אקארשט ווי איך האב זיך יעצט דעשריבן אין אישי מיט איינעם איבער אן ענליכען נושא, עס איז שוין צייט פאר די היימישע יושבי קופסה (איך בין כאטש ביים דעקל...) צו איינזעהן אז ראסיזם איז אוט אוו סטייל (גוגל וואלט געטייטשט ארויס פונעם נוסח). עס איז נישט יושר, נישט אידישליך, נישט בא'טעמ'ט - ספיציעל ווען מען דערזעהט זיך מיט איינעם פון די חברה אינעם קרייז, און אפילו נישט גויאישליך!
און אונז בני ישראל וואלטן ערשט געדארפט דאס איינזעהן און עפרישיעט'ן.
אויב חס וחלילה איר האט נישט די פארשטאנד דאס צו באגריפן - איר פארפעלט צו פארשטיין אז טשעפענען איז שלעכט, הן מה"ת והן מדין גברא, האב כאטש די העפעלכקייט (courtesy) און רעד נישט אזוי ברבים. נאר פאר די צוליבקייט פון חילול שם שמים. די וועלט איז היינט קלענער ווי סיי ווען אימער, און דיין אידיש באהאלט היינט גארנישט. (עיין ערך שמריה.)
און די זעלבע צייט בעט איך די געטרייע הנהלה וואס ארבייט שוין יעצט מיט שווערע כוחות צו קוראַטירן די שטיבל מיט א קאווע זופ, ביטע - בכל לשון של בקשה - לאז אויך באריכטן תגובים וואס האבן ראסיסטישע באמערקונגען און בילדער.
עס קומט פון דא
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/139305">viewtopic.php?p=139305#p139305</a><!-- l -->
אז מען רעדט שוין, איז כדאי צו דערמאנען אז אפילו די אידן וואס גייען מיט גאר ברייטע היטן
שווארצע רעקל מיט ווייסע ספרינקעלס זיי דארף מען אויך טאלערירן. הגם אין הארצן שפירט איר אפשיי, קען ער דאך זיין פונקט אזא תינוק שנשבה אין זיין מצב ווי אויפן אנדערן עקסטרעים.
ד״ת לפרשת שופטים
ושפטו העם משפט צדק
דזשאו הגדול
לכוראה איז שווער וואס איז פשט אין משפט צדק וכי יעלה על הדעת אז די תורה וויל אז די שופטים זאלן פסק׳נן א משפט וואס איז נישט צדק?
נאר עס איז דא צוויי סארטן justice systems איינס איז וואס עס איז דא אין די גאנצע וועלט, א סיסטעם וואס איז געשטעלט אויפן שכל הישר, און די צווייטע סיסטעם איז די דין תורה די פסקים פונעם תורה. די ערשטע דרך איז א משפט אבער עס קען נישט זיין צדק פאר צוויי סיבות
1) די שופט מיז זיך בארעכענען מיטן עונש וואס שטייט אויפן ביכער ער קען נישט אייביג פסק׳נן אויפ א קעיס ביי קעיס בעיסיס (mandatory sentences בלע״ז)
2) ווען חצקל הרגט זרח און די שופט הרגט חצקל איז עס טאקע א משפט אבער עס איז נישט צדק ווייל חצקל׳ס קינדער זענען געווארן יתומים על לא עול בכפם
ווען עס קומט צום באשעפער, ער קען מאכען א משפט צדק ווייל ער זעהט די גאנצע בילד און ער איז נישט צוגעבינדען צו א שכל׳דיגע סיסטעם. וועגען דעם זאגט די תורה ושפטו העם משפט צדק אז אויב מ׳גייט לויט די אידישע געזעצן וועט שוין די אייבישטער מאכען זיכער אז עס וועט זיין צדק.
ד״ת לפרשת שופטים
ובאת אל הכהנים הלוים ואל השופט אשר יהיה בימים ההם ודרשת והגידו לך את דבר המשפט ועשית על פי הדבר אשר יגידו לך מן המקום ההוא אשר יבחר ד׳ ושמרת לעשות ככל אשר יורוך
דזשאו הגדול
די פסוקים זענען די יסוד פונעם גאנצען תורה שבע״פ, און דער סיסטעם פון גיין צו דער כהן אשר יהי בימים ההם האט אנגעמאכט גרויסע מחלוקתן און געטיילטע גרופעס דורך אינזער היסטוריה ממילא פרעגט זיך די קשיא למה עשה ד׳ ככה, פארוואס טאקע דעם סיסטעם?
נאר מקען עס פארשטיין מיט די מעשה וואס די גמרא ברענגט, ווען משה איז ארויף ברענגען די תורה און די אייבישטער האט אים געוויזען ר׳ עקיבא ווי ער זיצט און לערנט און משה האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט און געהאט גרויס עגמת נפש ביז א תלמיד האט געפרעגט ר׳ עקיבא א טעם אויפ א הלכה און ר׳ עקיבא האט אים גענטפערט הלכה למשה מסיני דעמאלס האט זיך משה בארואיגט,
לכוראה איז שווער ווי איז שייך אז משה האט נישט פארשטאנען די תורה וואס ר׳ עקיבא מיט זיינע תלמידים האבן יא פארשטאנען?
ועוד פארוואס נחה דעתו ווען ער האט געהערט הלכה למשה מסיני, איז משה דען געווען א בעל גאווה וואס האט פשוט געוואלט קרעדיט אפי׳ אהן פארשטיין?
נאר עס איז דא צוויי תורות איינס איז די יסוד, תורה שבכתב, און איינס איז די בנין וואס מ׳בויט אויפן יסוד, תורה שבע״פ. תורה שבכתב לייגט אראפ די יסודות פון אידישקייט און דערנאך אין יעדע דור קומט זיין גדול אין פסק׳נט א נייע פסק אויפן אלטע יסוד. ווען משה איז ארויפ אין הימל האט ער געזען ר׳ עקיבא לערנען זאכען וואס ער האט נישט פארשטאנען ווייל עס איז נאכנישט געווען אין זיינע צייטן, (פונקט ווי די בעש״ט וואלט נישט געקענט פארשטיין וואס א סעלפאון איז) און וועגען דעם האט ער מורא געהאט ווער ווייסט ווי זיי בלאנדזשען? אבער ווען ער האט געהערט אז די נייע שאלות ווערט געפסקנט מיט מסורה ״הלכה למשה מסיני״ נחה דעתו.
יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס אינז האבן די סיסטעם פון הכהן אשר יהי׳ בימים ההם, די איינציגע וועג אידישקייט זאל אנהאלטען אין א נייע וועלט ווי עס קומט ארויס נייע טעכנעלאגיע יעדע טאג איז דורך די שילוב פון ״כהן״ וואס דאס ווייזט אויפן תורה שבכתב, די גאר הייליגסטע, מיט ״בימים ההם״ וואס דאס ווייזט אויפן היינטיגען פוסק.
שאולדיספריםפאקערדאס איז פון דזשאו הגדול
עס איז נישט פון אים.
ג׳ אלול
יומא דהילולא קדישא של רבינו הקדוש והטהור רשכבה״ג הרב אברהם יצחק הכהן קוק זצוק״ל
דזשאו הגדול
רבינו הקדוש איז נפטר געווארן אויפ ג׳ אלול און כידוע אז עס איז מקובל אז א יום הפטירה פון א צדיק האט א טיפערע ענין און עס האט א שייכות מיטן צדיק, אט דאס קען מען זעהן ביים רבין זי״ע, ג׳ אלול פאלט על פי רוב אין פרשת שופטים (כהאי שעתא) און אין פרשת שופטים ווערט געברענגט די 4 עמודים פון כלל ישראל, מלך, שופט, כהן און נביא. כידוע אז אין תורת ח״ן איז דא גאר אסאך אויף די יסוד פון אידישקייט וואס דאס איז די משכן וואס דארט איז געווען די התחלה פון די שכינה שוכן זיין למטה מעשרה טפחים. משכ״ן איז ר״ת מ׳לך ש׳ופט כ׳הן נ׳ביא.
ביים רבין איז געווען אט די 4 ענינים ער איז געווען א:
מלך ישראל, בישראל, די נענסטע וואס אינז האבן געהאט צו א מלך.
שופט, ער איז געווען די לעצטע שופט וואס אינז האבן פארמאגט, ער איז נישט נאכגעגאנגען די סיסטעם, ער האט ג׳פסק׳נט א נייע דרך (א דרך פאר אינזער דור)
כהן, ער איז טאקע געווען א כהן, נישט סתם א כהן נאר א עכטע כהן הגדול מאחיו
נביא, די ווייטע בליקן און די אפענע רוה״ק וואס מ׳האט געזעהן ביי יעדע טריט און שריט (דאס איז אהן ארום רעדען די ענין פון תלמיד רבינו, הנזיר הקדוש, שאכמ״ל)
איז טאקע נישטא קיין מער פאסיגע צייט פאר אינזער רבין ארויפ צו גיין לישיבה של מעלה ווי פרשת שופטים.
בין איך דער איינציגער וואס גריצעלט אינעם אויער דעם נאמען דזשאו "הגדול", קודם ווער איז זשאו הקטן אז ער איז גדול הימנו, און לאמיר שוין יא זאגן אז ער האט געטראפן עפעס א זשאוי הקטן וואס ער האלט זיך העכער פון יענעם זעט מיר עפעס אויס אז עס איז דא אויך גילטיג דעם כלל פון עלובה עיסה שנחתומיה מעידין עליה.
בענדזשאמין פרענקליןבין איך דער איינציגער וואס גריצעלט אינעם אויער דעם נאמען דזשאו "הגדול", קודם ווער איז זשאו הקטן אז ער איז גדול הימנו, און לאמיר שוין יא זאגן אז ער האט געטראפן עפעס א זשאוי הקטן וואס ער האלט זיך העכער פון יענעם זעט מיר עפעס אויס אז עס איז דא אויך גילטיג דעם כלל פון עלובה עיסה שנחתומיה מעידין עליה.
מחאה וגילוי דעת!!! אוי לנו כי הושברנו!!! בושה וחרפה מזעזעת!!!
בכי אבכה וקינה אקונן!!! הנוכל לשתוק?!?! עד אנה ינאצוני?!?!
חילול הקודש והמקדש!!!לא חרבה ירושלים עד שבזו בה תלמידי חכמים
על זה דוה לבינו, על כי יצא איש מבית יהודי בדרך אשר לא הנחילו אבותינו, וישלח לשונו לפגוע ולבזות את גדול הדור
בדברים אשר לא יסבלום נקיי הדעת אף בקשר לאנשים פשוטים, עפרא לפומיה.
דזשאו הגדול, לא פסק פומיה מגירסא, עמל בתורה, ובקי בחדריה ומקצועותיה
דזשאו הגדול, מפורסם בחסידותו, ובפרישותו, ובזהירתו הרבה לקלה כבחמורה
דזשאו הגדול, רוח הבריות נוחה הימנו, כי רק יראת ד׳ לנגד עיניו
ורחוק הוא אפילו משמץ של גאווה או התנשאות ח״ו כרחוק מזרח ממערב!!!!!
עד כי כל רואיו מעידים ״אשרי אביו שלמדו תורה כמה נאים דרכיו כמה מתוקנים מעשיו״
אם על כבודו של ת״ח אשר אלה לו, לא נחוס, אז הרי ח״ו גלה כבוד מישראל, ונגדעה קרן התורה ר״ל, וכבר נצטווינו מסיני במצות עשה לכבד החכמים. וז״ל הרמב״ם פ״ו מת״ת כל ת״ח מצוה להדרו וכו׳ ובשו״ע עון גדול הוא לבזות את החכמים או לשנאותן. ומאמר רז״ל לא חרבה ירושלים עד שבזו בה ת״ח שנאמר ויהיו מלעיבים במלאכי האלוקים וגו׳ וכל המבזה את החכמים אין לו חלק לעולם הבא והרי הוא בכלל כי דבר ד׳ בזה. וכמבואר ב׳כהן ונביא׳ כרך ב׳ (מר׳ מאיר כהנא הי״ד) כל מי שמדבר נגד ת״ח נקרא אתאיסט, כופר ורשע. עכ״ל הקוה״ט
איך בין נישט קיין קאווע שטיבל טרינקער אבער ווי נאר עס האט דעגרייכט צו מיינע אויערן די מורא׳דיגן ביזיון התורה וואס איז פארגעקומען דא ברבים איז מיר נישט געבליבן קיין ברירה נאר זיך אנצונעמען פאר מיין שמינית שבשמינית.
ובזה אני קורא לכל אשר יכול להשפיע על בן בליעל מר. בענדזשימען פרענקעלין לחזור בו מהדברים האסורים אשר כתב תבוא עליו ברכה.
ולאחב״י גם אנחנו צריכים לעשות חשבון הנפש, איך יצא מאיתנו אדם עם דעות כוזבות כאלה??? ולכן אני מכריז על צום ומספד ושביתת מלאכה למשך שלושים יום ונתאסף ברחובה של עיר אנשים נשים וטף ברב עם להוקיע מר. פרענקלין ולזעוק זעקה גדולה ומרה, ונאמר קבלת עול מלכות שמים, ו36 פעמים ׳פוי פוי׳ עד אשר יסור חרון אפו מעמנו ונזכה כולנו לאורו של משיח ודזשאו הגדול בראשנו בב״א
החותם מתוך קנאת ד׳
יום ב׳ לסדר ובערת הרעה מקרבך
הק׳ דזשאו הגדול
אזא בעל גאווה!!!
וועלכאם טא די קלאב רעביי
@big joe אז דו ביסט שוין דא נוץ דיין פעדער אונז צו מהנה זיין
בענדזשאמין פרענקליןקודם ווער איז זשאו הקטן אז ער איז גדול הימנו
איינער איז אמאל געקומען צו ר' דוד צבי הילמאן ז"ל מיט א ספר פון איינע פון די ראשונים וואס ער האט ארויסגעגעבן, און אויפן שער בלאט איז געשטאנען דער טיטול "מגדולי הראשונים". האט אים רד"צ געזאגט, ווילאנג דו קענסט נישט אויסרעכענען 3 ראשונים קלענער פון אים שרייב נישט 'מגדולי'...
big joeבענדזשאמין פרענקלין
על זה דוה לבינו, על כי יצא איש מבית יהודי בדרך אשר לא הנחילו אבותינו, וישלח לשונו לפגוע ולבזות את גדול הדור
בדברים אשר לא יסבלום נקיי הדעת אף בקשר לאנשים פשוטים, עפרא לפומיה.
@big joeגוט, חוזרני בי, אבערנאר מיטן תנאי אז איר ציט צוריק פון אייער ארונישע קללה: עפרא לפומיה. ווייל ידע תדע אז זייט איר האט געשריבן "עפרא לפומיה" פיל איך און יעדע מאכל א טעם עפר; פאלאטשינטא טעסט פון ערד, ראפאגאש האט א טעם פון זאמד; און אייער-שפייס שפירט זיך ווי מאראסט. און בכלל מעגט איר וואטשען וועם איר זענט מכבד מיט אזא קללה, דאס איז ספציעלע קללה וואס איז מיוחד פאר רבנים אדער בנש"ק און איך בין ביז דערווייל נאך נאך נישט קיין קשוי'ער אייניקעל אדער א אוסר חלב, איז ממילא הרוף ממני ווייל אויב נישט ואשמידך.
יום ב׳ לסדר כי יהיה ריב בין אנשים
[יום הדיבאטע למושל ניו יארק והגלילות]
אל כבוד ידידי ותלמידי החשובים כאו״א בשמו הטוב יברך
שאול שאלתם את חוות דעתי בענין המושלים (המכונה מעיאר במקומתיכם) בעיר הגדול ניו יארק יצ״ו, ומחמת טירדות רבות בזמן האחרון לא היה לי ישוב הדעת והנפש לברר הדבר עם כל הדיקדוקים. אבל עכשיו נאזרתי בגבורה לחקור ולדרוש איזהו דרך הטוב אשר ילכו האדם, והנה מעט ממה שמצאתי,
בעיר ניו יארק יש שני אנשים שתובעים את כסא המלכות מר. א. ווינער ומרת ק. קווין, ואין לנו להתעסק עם הפוליטקה ועם המחלוקת ביניהם שכבר אמרו חז״ל שלא יתגרו באומות. אבל יש דבר נורא שעומד על הפרק, והוא מצות מציצה בפה!!! ובעוה״ר יש קיטרוג גדול בשמים, עד כדי שאנשים שרוצים את הקול שלנו אומרים בפה מלא שהם נגד המנהג הקדוש הזו, אשר יסודותיו בהררי קודש ויש רזין דרזין בתורת ח״ן בענין זו, והרבה כבר קידשו את השם יתברך במסירת נפש ממש בדורות הראשונים על מצוה זה וכמאמר חזל ״שש אנכי על אימרתך כמוצא שלל רב זו מילה״ וכמבואר במס׳ שבת ״כל מצוה שקיבלו עליהם בשמחה סופו להתקיים בשמחה כגון מילה״ ואם ראשונים כמלאכים אנו כבני אדם וכו׳ ונדהמתי ונשתוממתי איך מגיע אדם לשפלות נורא כזו לאסור חלק ממצות מילה, אמרתי בלבי נלך ונחקור, אחרי שראיתי וקראתי באתי להבנה עמוקה, שמרת קווין אומרת בפירוש שהוא נגד המצוה ר״ל היה לא תהי׳ והיא רוצה להמשיך בשיטות העוכר ישראל המרוח אשך הידוע, מר. בלומנבורג שר״י שעליו נאמר מחריבך ומהרסיך ממך יצאו. ומר ווינער אינו מביע עמדתו בכלל וחקרתי האם זה בגלל שהוא רוצה את הקול היהודי או שהוא פשוט מפחד מהקול של הגוים. אחרי כמה תעניתים ותפילות נתגלה אלי התשובה בתענית חלום שמרת קווין אינה שונאת ישראל או מצוות מילה ח״ו אלא שהיא מה שנקרא בשפה של הגוים לעסביע״ן פירושו שהיא אוהבת נשים בענייני בינה לבינה, וממילא היא אינה יכולה להבין את ענין המציצה כלל וכלל. ומר. ווינער הוא היפך גמור וראיתי בחזון ציורים כאלה של מקום מילתו ומיד כשראיתי צעקתי בקול רם וחזק למעלה מדרך הטבע ״נתגלה העטרה״ ואין כאן מקום להאריך (אבל בציור יש ארוכות גדול ממש בבחינת כושי ושחור, וקשה להאמין שהוא יהודי) היוצא לנו מדברינו שצריכים לבחור במר א. ווינער למושל בעיר ניו יארק מפני שיש לסמוך על האסמכתא שבכל ענייני מילה ואביזריהו הוא לא יעשה לנו בפרט, ולכלל האכלוסיא בכלל, שום צרות וגזירות.
ועל זה באתי על החותם
מתוך כבוד הערצה וקנאה לאיברו של מר ווינער
הקטן מאוד (יחסית) דזשאו הגדול
ס'האלט שוין נאך כדי הקאה, איר זענט שוין פטור.
הכ"ד כאש הקטן מאוד שליחא דרחמנא הגדול מאוד בגדלנות משגעת.
פארוואס איז ער נישט מוציא חן בעיני החברים דפה?
ער קומט נישט צו צו די שוואכסטע תגובה משה געציל, אבער..
בענדזשאמין פרענקליןbig joeבענדזשאמין פרענקלין
על זה דוה לבינו, על כי יצא איש מבית יהודי בדרך אשר לא הנחילו אבותינו, וישלח לשונו לפגוע ולבזות את גדול הדור
בדברים אשר לא יסבלום נקיי הדעת אף בקשר לאנשים פשוטים, עפרא לפומיה.
@big joeגוט, חוזרני בי, אבערנאר מיטן תנאי אז איר ציט צוריק פון אייער ארונישע קללה: עפרא לפומיה. ווייל ידע תדע אז זייט איר האט געשריבן "עפרא לפומיה" פיל איך און יעדע מאכל א טעם עפר; פאלאטשינטא טעסט פון ערד, ראפאגאש האט א טעם פון זאמד; און אייער-שפייס שפירט זיך ווי מאראסט. און בכלל מעגט איר וואטשען וועם איר זענט מכבד מיט אזא קללה, דאס איז ספציעלע קללה וואס איז מיוחד פאר רבנים אדער בנש"ק און איך בין ביז דערווייל נאך נאך נישט קיין קשוי'ער אייניקעל אדער א אוסר חלב, איז ממילא הרוף ממני ווייל אויב נישט ואשמידך.
דאכט זיך מיר אז עפ"ל האט געדינט ווי אן אפענטפער אויפן סקול דיסטריקט, וואס דאס האט שוין איינמאהל
צוטאן מיט בענזשאמין פרענקלין
איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנונג ווער דער דזשאו הגדול איז. קען מיר איינער ערקלערן? מיט קללות, ברכות, אדער סתם?
Too... hmmm se.. To discuss...
יואבאיך האב נאך אלץ נישט קיין אהנונג ווער דער דזשאו הגדול איז. קען מיר איינער ערקלערן? מיט קללות, ברכות, אדער סתם?
"ואני בתוך הגולה", האני הפנימי אינו מתגלה לאדם, רק לפי מדת הטהרה והקדושה שלו, לפי המידה שבה הנשמה מאירה באדם. חטא האדם הראשון בכך שהתנכר לעצמו, בכך שהקשיב לדעתו של הנחש ואיבד את קולו הפנימי.
הרב קוק זצ״ל באורות הקודש (ג' ק "מ)
זשאו שרייבסט זייער פיין, אבער זיי שוין נישט אזוי סך ביזי מיטן ואני ואפסי, און פאנג אן צו שרייבן אויך אין אנדערע אשכולות, און אנדערע טעמעס ; עס מוז נישט זיין אין לשון קדוש; עס מוז נישט זיין קיין נבלות; און עס מוז נישט זיין קיין לאנגע דרשות; און ניין, עס מוז אויך נישט זיין מורא'דיג,
wow א גאונישע טוויסט!!
בענדזשאמין פרענקליןזשאו שרייבסט זייער פיין, אבער זיי שוין נישט אזוי סך ביזי מיטן ואני ואפסי, און פאנג אן צו שרייבן אויך אין אנדערע אשכולות, און אנדערע טעמעס ; עס מוז נישט זיין אין לשון קדוש; עס מוז נישט זיין קיין נבלות; און עס מוז נישט זיין קיין לאנגע דרשות; און ניין, עס מוז אויך נישט זיין מורא'דיג,
ווי זאגט די וועלט ״א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל״ דאס קאווע שטיבל אפעראציע איז זייע קאמפליצירט און עס נעמט צייט פאר א נייע מיטגליד זיך צו באקענטיגען מיט אלע פיטשיווקעס, למשל אויב מ׳וויל שרייבן אויף עפעס א ענין און מ׳וויסט נישט אויב איינער האט שוין אנגעהויבן א ׳צווייג׳ אויפן ענין איז מען אין א קלעם און ווער רעדט נאך ווען עס קומען די רוצחים, די כאפערס, די עושקי לינקים ממקומם, און זיי טוען דאס פארווארפן און די הרי חושך צוזאמען מיט אשמדאי. מ׳דארף דורך גיין שבעה מדורי גיהנם, צווי טעראפיסטן, 30 טעג תהלים כולל און לערנען גליון אור החיים 40 טעג ביז מ׳טרעפט עס, ממילא ווען איינער וואלט געוואלט טוען א טובת הכלל וואלט ער געשריבן
אין קורצן פאר די %70 חרדים וואס האבן ADD און פאר די %20 וואס האבן ADHD די חוקים ומשפטים אשר ילכו בה. און פאר די %10 וואס האבן OCD פאר זיי איז גוט די לאנגע ״צווייגעליך״ מיט די תרי״ג מצוות פון קאווע שטיבל
נב ווען איך וועל קענען די סיסטעם בעסער וועל איך ...
בענדזשאמין פרענקלין עס מוז נישט זיין אין לשון קדוש; עס מוז נישט זיין קיין נבלות; און עס מוז נישט זיין קיין לאנגע דרשות; און ניין, עס מוז אויך נישט זיין מורא'דיג,
וועט ער דאך זיין אזוי ווי מיך..
מע דארף נישט קענען די סיסטעם. אויב סיז שוין דא די זעלבע זאך וועט מען עס שוין לייגען ווי סע באלאנגט.
שטעל דיך פאר אז יעדע נייע מעמבער זאל אזוי טראכטען וועט מען נאר בלייבען מיט די אלטע.
[ציטאט אראפגענומען]
We see that we are not crawling out of this "phony scandal" Big-Joe-gate. So let us explain, even though we wanted to extend the nonsense a little more. Big Joe is a tall person so when he was young and played basket ball his non-jewish neighbor called him Big Joe, and the named sticked. It has nothing to do with anything else
My name is Big Joe and I approve this message
paid by friends of Big Joe super pac 501 (c) 3
קען זיין ס'קומט נישט דא אריין, אבער אז דו האסט קאטאגארירט דעם ציבור מיט פראצענטן האב איך זיך דערמאנט א וויץ פון הרב החסיד ר' אלקנה רוטנבורג זצ"ל. פלעגט דער צדיק זאגן: אכציג פראצענט פון אונזער עולם איז אויף פילן, און פון די איבריגע צוואנציג ליידן מיר. זכותו יגן עלינו.
sixty three and a half percent of all statistics are made up 5 minutes before being used
יואבקען זיין ס'קומט נישט דא אריין, אבער אז די קאטאגארירסט דעם ציבור מיט פראצענטן האב איך זיך דערמאנט א וויץ פון הרב החסיד ר' אלקנה רוטנבורג זצ"ל. זאגט ער אז 80% פראצענט פון אונזער עולם איז אויף פילן, און פון די איבריגע צוואנציג ליידן מיר. זכותו יגן עלינו.
קען זיין ס'קומט נישט דא אריין, אבער
@יואב, אפשר שיקסטו מיר די בילד וואס איר האט מתחילה געוואלט ניצען פארן אוואטאר? אין אישי, פארשטייט זיך.
קוק דא וועגען די אוועטער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/141879">viewtopic.php?p=141879#p141879</a><!-- l -->
סאשי פישקוק דא וועגען די אוועטער
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/141879">viewtopic.php?p=141879#p141879</a><!-- l -->
ייש"כ (מכוון געווען צו ראש הקהלס באגער)
פרשת כי תצא - סוד החסידות
כי תצא למלחמה על איביך וכו׳
דזשאו הגדול
איינער פון די מערסטע קאנטרעווערסיאל זאכען וואס די דרך החסידות האט מחדש געווען איז אז אידישקייט איז נישט א פשוטע שווארץ און ווייס מוחלט׳דיגע זאך. תורת חסידות טוט אינז לערנען אז א מצוה קען גאר אמאל זיין א עבירה און עבירה קען גאר זיין א מצוה. צ.ב.ש. תפילין חוה״מ איז א מצוה וואס די בעש״ט האט געזאגט אז מ׳זאל נישט לייגען, מקוה בשבת ועוד. וכן להיפך אין תורת החסידות טרעפט מען אז דוד׳ס עבירה איז גאר געווען א מצוה און אזוי אויך יהודא ותמר, זמרי בן סלוא וכו׳ (עי׳ מי השילוח פר׳ פנחס) אט די חידוש האט גאר שטארק געבאדערט די ׳איסטעבלישמענט׳ יודן, עס קומט צו גיין א היימלאזע וואלד וואוינער א מאדנער פערשוין א יתום פון יונגווארג קיינמאהל קיין געהעריגע חינוך נישט באקומען ממש א מורד ב׳סיסטעם׳ הקדושה און פראבירט צו טוישען די יסודות פון אידישקייט.
אבער למעשה וואס איז טאקע פשט, פארוואס האט די בעש״ט מחדש געווען א נייע דרך?
די תי׳ טרעפט מען אין די היינטיגע פרשה ביי יפת תואר, לכוראה איז זייער שווער פארוואס ווערט א אשת איש מותר, פשוט ווייל איך בין אין מלחמה און איך האב א תאוה? און רש״י׳ס הסבר איז נאכמער שווער צו פארשטיין, ״לא דיברה תורה אלא כנגד יצר הרע״ א נייע היתר!?!? מיין יצר הרע וויל, ממילא מאך עס מותר?!?!
נאר די תירוץ איז ווי די הייליגע תולדות איז מסביר דא; ובזה יובן כי תצא למלחמה על איביך רצה לומר שיוצא לחוץ מגדר קדושה לעבור עבירה, והיא מכל מקום נגד היצה״ר שיבא תכלית טוב לשמה... כי זה תכלית טוב הוא בשבי אצל יצה״ר והעבירה... עכלה״ק אז עס איז דא א מושג ווי א עבירה לשמה וואס ווערט א בחינה פון א מצוה (די איזביצע איז עס מסביר מיט א אריכות אין פנחס) ממילא ושבית שביו, ווען די ביסט געפאנגען אין א נסיון און די זעסט נישט קיין וועג ארויס, קען זיין אז דאס איז גאר א עבירה וואס איז א תיקון אויף גאר א הויכען מדריגה אזוי ווי די בעש״ט זאגט לגבי דוד המלך׳ס נשמה; וזה סוד ותשליך במצולות הים וגו׳ ונקה, שבכל עבירה יש ניצוץ קדוש ויש לבררו ולנקות עכלה״ק וועגען דעם זאגט רשי לא דברה תורה אלא כנגד יצר הרע ווען איז עס מותר? נאר ווען די עבירה איז אקעגן די רצון פונעם יצה״ר.
אט דאס איז געווען די חידוש פונעם בעש״ט (און פון אר״י הקדוש) ווען זיי האבן געזעהן אז די סיסטעם ארבייט שוין נישט האבן זיי דראסטיש געטוישט די גאנצע סיסטעם כדי צו ראטאווען כלל ישראל כדי שח״ו לא תשתכח תורה מישראל. אפילו אויב עס פעלט אויס צו לערנען פשט אנדערש אין פסוק אז עס זאל מיינען אינגאנצען אנדערש ווי מ׳האט עס פארשטאנען ביז היינט.
פארדעם זעהט מען די פרט פונעם סוד החסידות אין אזא פרשה און אויף אזא אופן, די פרשה איז פול מיט מצוות וואס געשעהט מיט א מענטש פון זיך אליינס ווי ער האט בכלל נישט קיין השפעה צ.ב.ש. שילוח הקן, יציאה מהמחנה נאך א מקרה לילה, השבת אבידה, תמחה את זכר עמלק דאס זענען זאכען וואס מ׳קען זיך נישט צוגרייטן אויף, די סיסטעם קען עס נישט פארזעהן. ווען עס געשעהט דארף מען עס טוען אויפן פלאץ. און ביי יפת תואר אויך, מ׳קען נישט פלאנען פאר דעם עס מאכט זיך אינמיטן א מלחמה. אט די זעלבע זאך האט רבינו אור שבעת הימים געטוען ווען ער האט געזעהן אז די סיסטעם ארבייט נאר פאר די לומדים און פרושים און עס האט אויפגעהערט ארבייטן פאר די המון עם ווי די שרייבערס פון יענע צייטן שרייבן אז די פשוטי עם זענען געווען צובראכן ווייל זיי האבן געמיינט אז אויב מקען נישט זיצען און לערנען 18 שעה א טאג און אויפוואקסען א גאון דארף דיך נישט די באשעפער. האט ער פארשטאנען אז די סיסטעם מאכערס האבן נישט אויף דעם געמאכט די סיסטעם, נאר ווער עס איז דארט ווען די באן פארט אראפ פון די שינעס ער דארף מאכען א נייע סיסטעם. האט ער גענומען די דראסטישע שריט און געזאגט אז מיט שמחה און מעשים קען אפילו די פשוטסע איד מאכען א גרעסערע נחת רוח פאר׳ן בורא כל עולמים ווי די גרעסטע מתמיד.
(נ.ב. ועל זה בכה רבי ״נשתכחה תורת הבעש״ט״ די חורבן איז אז די וואס פארהאלטן זיך אלץ ממשיכים פונעם דרך הבעש״ט זיי זענען די וואס מאכען בידים חרוב די דרך החסידות און גייען צירוק צום אלטן סיסטעם)
ד''ת לפרשת כי תצא
דזשאו הגדול
לא יהיה לך בכיסך אבן ואבן גדולה וקטנה
די תורה זאגט דא אז מ׳מעג נישט האבן צוויי אנדערע וואג-שטיינער, לכוראה איז שווער ווי אינז ווייסן אז ס׳נישטא קיין איין איבעריג ווארט אין די תורה, אויב אזוי פארוואס שטייט די ווארט ״לך״? עס וואלט געקענט שטיין לא יהיה בכיסך אבן ואבן גדולה וקטנה.
נאר מ׳קען עס פארשטיין מיט א מעשה וואס ווערט פארציילט, א בחור איז אמאל געפארן קיין קאצק אויפ אפאר וואכן, ווען ער איז אהיים געקומען האט זיין פאטער אים געפרעגט
״וואס האסטו געלערנט אין קאצק?״
האט די בחור גענטפערט ״כ׳האב געלערנט אז לא תגנוב״
האט זיין טאטע געלאכט ״יעדע ווייסט דאס״
האט די זון גענטפערט ״ביי דיר מיינט לא תגנוב אז מ׳זאל נישט גנב׳נן פון א צווייטע, אין קאצק האט מען געלערנט אז מ׳מעג זיך נישט אליינס בא׳גנב׳נן״
דאס קומט די תורה אינז זאגן לא יהיה לך, עס זאל נישט זיין ביי דיר אבן ואבן גדולה וקטנה, די זעלבע מידות וואס די פאדערסט פון אנדערע זאלסטו אליינס האבן. זיי נישט קיין בעל גאווה וואס פאדערט פון אנדערע ענוה, אדער א שקרן וואס פאדערט אמת א.א.וו.
איז וואס גייט זיין? גייסט טוישן צו דזשאו הקטן? אדער דזשאו הגדול מיט א לא"ך?
טאמבל סאסאיז וואס גייט זיין? גייסט טוישן צו דזשאו הקטן? אדער דזשאו הגדול מיט א לא"ך?
כ'האב שוין געטוישט אויף "דזשאו הגדול" פון "דזשאו הגדול הגיבור והנורא וכו'"
על דא ועל הא כבר נאמר פתגם החכם; אמ"ג
אמב"ג'
ווד"מ
ווד"פ
נא, שלא שינו את לשונם! בצת ישראל ממצרים וכו' מעם לועז, פארוואס ענגליש?
טאמבל סאסווד"פ
צריך לומר ודפ"ח
ודברי פי חכם
משה געצילנא, שלא שינו את לשונם! בצת ישראל ממצרים וכו' מעם לועז, פארוואס ענגליש?
הא הא הא הא
וואס מיינסטו זיי האבן גערעדט אידיש, געטראגען געבלומטע בעקיטשעס מיט סטראקיס און ר״ת גאטקעס, און געהייסן אליקים געציל.