צוליב דעם וואס מ'האט דא ארוסגעברענגט אז פאפא פילט זיך צוקלאפט, טהון דא חבירי השטיבל מסדר זיין א קבוצה צו גיין דאוונען אין פאפא, מען לאזט זיך ארוס בעדפארד קאר ווילסאן מ'וועט אראפ גיין לענגאויס בעדפארד ביטע ווארטס ביי אייער קאר ביז איר זעיט אונז,שת וועט אונגרייטען פלעצער מיט סידרום ע"פ נוסח פאפא,כולנו לפאפא!!!!!!
דיסקרימענאציע קעגן פאפא
244 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
פונקט דער שבת ביי שלש סעודות ווען אין מיטען דרור יקרא האט איינער ארויסגעלאזט מיט גרויס פרייהייט א ריח ניחוח פין דער גאנצער שבת, נאך א סעודת ליל שבת א קידוש און בייטאג סעודה און א שלש סעודות שמעקט זיך גאר אנדרעש.
רופט זיך אהן איינער, איינער וואס איז מער פין די ליצים אזוי געזאגט, שלום עליכם פאפער רב, און אלע ארומיגע הייבען אהן לאכען.
עס האט מיר גענומען צייט צוכאפען וויאזוי דער פאפער רב קומט דא אריין צו דרור יקרא, אבער נאכן כאפען, און געדענקענדיג פין דעם געשרייבעכץ דא האב איך גאר שטארק מוחה געוועהן אויף דער זילותא דרבנן.
שוין, זאל דער אויבערשטער העלפען ומלאה הארץ.דעה און דער דיסקרימינאציע זאל נעקר ווערען.

boxcoverשוין צייט זיך צו אפשאקלן פון די אלע נעגאטיווע שטעלונגן, נאר כדי צו פילען גוט. פארוואס קען דער סאטמארער נישט פילן גוט אז ער איז מעכטיג און האט אויך א מעכטיגע שכן פאפא (לויט די וואס זאגן אז גאס איז די סיבה פון די סטיגמא. איך מיין נישט ח"ו צו אַפראָווען די שטעלונג).
גראדע ביסטע נישט גערעכט מיט דיין שאלה, ווייל כידוע מישען די פאפא ראשי קהלה א טאפ - מעגליך אן די הסכמה פון דעם פאפא עולם - אין די סאטמערע מחלוקות.
נישט צו מאכן דא א צימעס.
מיינסטו ״די פאפא ראשי קהלה״ = די צוויי דזאסעפס?
דוכט זיך זיי זענען נישט די פאפא ראשי קהלה. און זיי זענען אפארטוניסטס וואס זוכן ווי מען קען אנהוקען מיט פאלאטישאנס. מאכן א טולער און באשיינען די העדליינס.

כ'הגעהערט אמאהל פון איינעם וואס האט געהערט פונעם קליינעם פאפא רב ז"ל פון מאנטריאל, אויפן פאפא רבי שליט"א, איז ער נישט קיין גרויסע חכם אבער ער איז אן ערליכע איד..
אין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........
בעל הביתאין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........
?????
און דער ראפשיצער רב האט שוין לאנג געזאגט, אז א בעל עבירה איז בעסער ווי א נאר, ווייל א בעל עבירה קען תשובה טוהן, אבער נאר בלייבט נאר.
קאצקע ציקערבעל הביתאין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........
?????
לאז דער איז א סאטמארא חזיר, גיי פארצייל עם אז הרב קוטשי פאפא איז געוון א ת"ח מפורסם און א יר"ש מרבים אנגענומן ביי אלע גלייך נישט קיין חילוק ווי מען באלאנגט.
בעל הביתיא גרעכט אבער מיין כוונה איז האדמו"ר ר' ישראל מנחם שליט"א
אהה. דאס גרעינעצט צעך מיט "אפיקורסות.". די וויליאמסבורגער חסידים האבן דאך עים נעבעך גוט מסדר געוועין. אזויווי איינער פון די יושבים ראשונה במלכות האטצעך אויסגעדרוקט "אונץ וועלמער מאכן זיכער אז ער וועט נישט זיין פאפ'ער רבי".
רעג דיך נישט אזוי,איך רעדט פין א פרעזנליכע שטאנדפוקט, די ווייסט נישט אלעס, רוף מיך נישט חזיר איך האב מורא פין נחום
בעל הביתאין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........
דו האסט עים מסתמא נישט געקענט. אדער האסטע סתם געשאסן א סטעיטמענט לשם מליצה.
אז איך ווייס נישט דאן קלער מיך אויף ,לויט וויפיל איך ווייס (און איך ווייס גאר אסאך) איז ער געווען ממש א זעלטענהייט פון א רב וואס ממש אלע שיכטן און קרייזן פון סאטמאר ביז ליובאוויטש און אלעס אינדערמיט האבען ליב געהאט און געהאט פאר אים דעם פולסטען דרך ארץ.
איך בין זייער מחשיב דיינע ידועת, ווען איינער זאגט עפעס א פאקט,שרייט מען נישט וויא האן,לאז דיך לערנען
בעל הביתאויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?
איך קען דיר פארענטפערן די קשיא. נאר נישט ברבים. אין אישי, ביטע.
דו האסט נישט געזאגט קיין שום פאקט נאר ארויסגענפחט ווי א סאטמארע חזיר.
איך אויךדו האסט נישט געזאגט קיין שום פאקט נאר ארויסגענפחט ווי א טיפיקל סאטמארע חזיר.
ביטע שרייב ארויס קלאר. וועים מיינסטו. דעם בעל הבית אדער דעם בעל העגלה. איך ווארט שוין אומגעדולדיג אויף דיין תשובה. ייש"כ.
דער בעה"ב שטייט זיך.
ר' איך אויך נ"י, איך האב מיט סאטמאר גארנישט,איך ס"ה איינמאל געזען סאטמאר רב ז"ל נאך אין ארשווא
איך אויךקאצקע ציקערבעל הביתאין אויפן קליינע פאפא רב קען מען זאגן פונקט די פערקערטע, א קלוגער,אבער נישט........
?????
לאז דער איז א סאטמארא חזיר, גיי פארצייל עם אז הרב קוטשי פאפא איז געוון א ת"ח מפורסם און א יר"ש מרבים אנגענומן ביי אלע גלייך נישט קיין חילוק ווי מען באלאנגט.
איך אויך, ער איז נישט קיין סאטמארער (און אודאי נישט קיין חזיר), כפי מה ששמעתי זענען די פאפא ב. פ. חסידים זייער אויפגערעגט אויפן קיטשי פאפא ווייל זיי האלטן (און אפשר מיט רעכט) אז ער איז דער וואס איז ידו במעל אז דער אינגערער ברודער זאל גארנישט באקומען, פרטים בין איך נישט באקאנט אבער די מעשה גייט עפעס אזוי, פרעג די נאך ביי אדמסהון אדער ביי בעל בית און א רואיגע מינוט.
בעל הביתר' איך אויך נ"י, איך האב מיט סאטמאר גארנישט,איך ס"ה איינמאל געזען סאטמאר רב ז"ל נאך אין ארשווא
ידידי שמעקי היקר האט מיר מעורר געווען אז די ווארט 'טיפיקל' טוהט וויי פאר די נארמאלע סאטמארערס דאהי ,און איך נעם אן זיין שטעלונג אז זיי דארפן נישט ליידן פין דיין התנהגות מעק איך עס.
איך האב פאראכטען און געטוישט צוויי דריי ווערטער, און עס ליינט זיך פיל אנדערש.
מח-החושבווער אימער עס נעמט אנטייל דא אינעם שפיכת דמים, צי האלט ער זיך פאר סתם קלוג, צי גאר פאר אן אמתער כופר בעיקר לויט די סטאנדארטן פון דעם וועבזייטל, איז ווארשיינליך א יונגערמאנטשיק שלא נפתחו עיניו און מיינט ס'איז א וויץ גלאט אזוי חויזיק צו מאכן פון א גאנצע קהלה, עטליכע צענדליגער משפחות, א פאר טויזנט אידישע נפשות.
עס זענען זיכער דא פון סאטמערע יונגעלייט אדער מעגליך ערוואקסענע וואס בלאנדזשען אריין אינעם שטיבעל און ווערן רויט פאר בושה, און דאס הארץ זינקט זיי צום טיפן אפגרונד זעענדיג ווי מען מאכט פון זיי דאס גענאר בחנם על לא דבר, און מען געט זיי ניטאמאל קיין שאנס, כאילו זיי זענען נישט געבוירן געווארן מיט די רעכט, צו הייסן נארמאל קלוג.
פאר די אין דעם פארום וואס גלויבן נאך עפעס אין די תורה, פאר זיי איז גענוג צו דערמאנען דעם פסוק ארור מכה את רעהו בסתר, וואס קען נישט האבן קיין בעסערן באדייט ווי זיצן אינדערהיים און שרייבן באהאלטענערהייט אויפ'ן סמארט פאון, און זיך אונטערלאכן פון זיך אליין ווי געלונגען און ווי מעכטיג ער איז אז ער קען חוזיק מאכן פון גאנץ ק"ק סאטמער און קיינער קען אים נישט כאפן ווייל ער שרייבט דאך אונטער א מאסקע פון א ניק.
און פאר די וואס גלויבן נישט אין גארנישט, חברה, לאכטס וויפיל איר קענט, דאס איז א מציאות וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מאמין דערצו, ווייל די יארן ערפארונג צייגט דיר דאס קלאר אין די אויגן, אז ווען איינער טשעפעט יענעם, סיי וועמען, קומט דאס צוריק אהיים און אפטמאל זייער ביטער.
יעצט קענט עטץ אלע נעמען מיך אויפ'ן צימבל און חויזיק מאכן פון מיר ווי גרויס דאס יאר איז, עטץ קענטס שרייען איך בין אליין א סאטמער חסיד, עטץ קענסט שרייען איך בין נאאיוו און סטופיד, וואס אימער איר ווילט. איך בין נישט אזוי געלונגען ווי ענק וועלכע זענען פאפירענע טיגערס און קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל באהאלטענערהייט אין טוילעט און זיך קלאפן אין בויך ווי געלונגען איר זענט. פארפאלן איר דאס אויבערשטע פונעם שטייסל פון דער מענטשהייט. אבער אפחויזיקן סתם אזוי פון מענטשן איז רשעות און קינדיש. אלע גרויסע מויל מאכערס פון מיין עידזש האבן ערגעץ אין די יארן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זיך פארמאכט דאס מויל, און קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס זיי זענען פלוצלינג נשתנה געווארן לאיש אחר, ווייל געווענליך איז שוין די אורזאך באקאנט אין די גאנצע שטאט.
באלבאסטער ,אז דו ביסט פון אורשיווע האסטו אזויפיל כאטשיק געדארפט וויסן וויפיל אונגארישע סאטמארע דער קוטשי פאפא האט ארויסגעהאלפן נאך די קריג כאב נאמן (זיי האבן ליידער נישט געהאט אייגענע זש''ק) מיט לייב און לעבן בלי הבדל מין וגזע. פרעג עני פון די לעצטע געבליבענע עלטערע פון יענע דור ,איך רעד שוין נישט זיין רבנות און זיך אוועקגעבן פאר יענעם פשוטו כמשמעו זיבעציג יאר אין א צוה יומם ולילה.
איך אויך זאגסט גוט!
טענקס פאר די בעק אפ!
בעל הביתר' איך אויך נ"י, איך האב מיט סאטמאר גארנישט,איך ס"ה איינמאל געזען סאטמאר רב ז"ל נאך אין ארשווא
דרך ארץ פאר אן עלטער'ן איד. א זקן מופלג. דעם דברי חיים פון צאנז און דעם מיטל'ן בעלזער רב האט איהר אויכעט געקנט ❓ ❗
בעל הביתצוליב דעם וואס מ'האט דא ארוסגעברענגט אז פאפא פילט זיך צוקלאפט, טהון דא חבירי השטיבל מסדר זיין א קבוצה צו גיין דאוונען אין פאפא, מען לאזט זיך ארוס בעדפארד קאר ווילסאן מ'וועט אראפ גיין לענגאויס בעדפארד ביטע ווארטס ביי אייער קאר ביז איר זעיט אונז,שת וועט אונגרייטען פלעצער מיט (סידרום) [סידורים] ע"פ נוסח פאפא,כולנו לפאפא!!!!!!
אין די פאפא בתי מדרשים דאווענט מען פון די באקאנטע "קול יעקב" סידורים.
עטליכע האבן שוין פראבירט צו מאכן א "פאפא סידור", אבער דער עולם איז צופרידען פון די פשוט'ע סידורים.
פסוקי דזמרה ענדעלט שטארק צו נוסח התהילים, און ביי שמו"ע, די עטליכע צוגעלייגטע "מהרה"ס און "סלה"ס לאזט מען אויס.
בדחן
גראדע ביסטע נישט גערעכט מיט דיין שאלה, ווייל כידוע מישען די פאפא ראשי קהלה א טאפ - מעגליך אן די הסכמה פון דעם פאפא עולם - אין די סאטמערע מחלוקות.
פאר די ראשי קהילה (פון פאפא און פון וויען און פון וויזניץ און פון קליוולאנד) לוינט זיך צו זיין נאנט, בשלום, מיט די ראשי קהילה פון די גרעסערע קהילות אין שטאט, איש את רעהו יעזורו, בפרט ווען עס איז נוגע שטאטישע פראגראמען וכו'. אויב זיין גוט מיט אין זייט, מיינט זיין א שונא פאר די צווייטע זייט, איז דאס אייער פראבלעם, נישט פאפא'ס.
שת.אדמזאהןפאר די ראשי קהילה (פון פאפא און פון וויען און פון וויזניץ און פון קליוולאנד) לוינט זיך צו זיין נאנט, בשלום, מיט די ראשי קהילה פון די גרעסערע קהילות אין שטאט, איש את רעהו יעזורו, בפרט ווען עס איז נוגע שטאטישע פראגראמען וכו'. אויב זיין גוט מיט אין זייט, מיינט זיין א שונא פאר די צווייטע זייט, איז דאס אייער פראבלעם, נישט פאפא'ס.
גערעכט, און אזוי אויך ווען איינער אדער אסאך מענטשן מאכט חוזק פון פאפא איז עס פאפא'ס פראבלעם נישט סאטמער'ס,
און אגב, אכמ"ל וואס עס גייט אלץ אריין אינעם גדר פון "זיין גוט מיט אין זייט" איך וועל זיך אבער נישט אריינמישען על ריב לא לו, די סאטמערע פייט האט זילטש מיט מיר.
איך אויךאז איך ווייס נישט דאן קלער מיך אויף ,לויט וויפיל איך ווייס (און איך ווייס גאר אסאך) איז ער געווען ממש א זעלטענהייט פון א רב וואס ממש אלע שיכטן און קרייזן פון סאטמאר ביז ליובאוויטש און אלעס אינדערמיט האבען ליב געהאט און געהאט פאר אים דעם פולסטען דרך ארץ.
אויב סאטמאר האט אים ליב געהאט דאן פארוואס שרייבט דער קליינער-פאפא-רב ז"ל אין זיינע זכרונות (געדרוקט און דא צו באקומען), אז נאך זיין קומען אויף ניו יארק צו די חתונה פון בן זקונים פון פאפא רב ז"ל, ד.ה. די חתונה פונעם "דיין" הרב ר' אהרן, מען האט אינסטאלירט א "כפתור אזעקה" ביי אים אין שטוב, על כל צרה שלא תבוא... ער האט געציטערט פאר זיין לעבן. - קיין בעל דמיון איז ער נישט געווען.
(פרעג נאר זיין בעל אכסניה דאהי אין וויליאמסבורג)
בדחןגערעכט, און אזוי אויך ווען איינער מאכט חוזק פון פאפא איז עס פאפא פראבלעם נישט סאטמער'ס,
איר מיינט צו זאגן אז פאפא ליידט דערפון. יא, אמת.
אבער דער באשאפער פון דעם "פראבלעם" זענען די סאטמארע - אויב פארשטייט איר נישט דאן ניצט דעם פייערלעשער משל.
מיין פייעלעשער משל/שכל האב איך פראבירט צו ניצען אויף צו פארשטיין דיין הסבר פארוואס פאפא ראשי קהלה מעגן מישען א טאפ אין סאטמער,
אבער איך געבליבען סטאק איך האב עס נישט פארשטאנענן, אויב די קענסט ארויסהעלפן תבוא עליך ברכה.
אבער איך געבליבען סטאק איך האב עס נישט פארשטאנענן, אויב די קענסט ארויסהעלפן תבוא עליך ברכה.
בענדזשאמין פרענקלין
איך אויך, ער איז נישט קיין סאטמארער (און אודאי נישט קיין חזיר), כפי מה ששמעתי זענען די פאפא ב. פ. חסידים זייער אויפגערעגט אויפן קיטשי פאפא ווייל זיי האלטן (און אפשר מיט רעכט) אז ער איז דער וואס איז ידו במעל אז דער אינגערער ברודער זאל גארנישט באקומען, פרטים בין איך נישט באקאנט אבער די מעשה גייט עפעס אזוי, פרעג די נאך ביי אדמסהון אדער ביי בעל בית און א רואיגע מינוט.
אין בין פון די אינגע דור, און פונקטליך וואס איז פארגעגאנגען וועל איך קיינמאל נישט וויסען.
עס איז זיכער אז עס פעלט א פרק פון די ובא-וזרח השמש תקופה. אנגעהויבן מיט די נאך-אלץ-נישט געטראפענע צוואה, און פונקטליך פארוואס דער בארא פארקע רב מעג נישט זיין א רבי, וכו'.
און ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, מיר זענען פונקט ווי יעדער, מיר האבן זיך צומאל פארנארישט, און צומאל געזינדיגט, און שוין.
בדחןמיין פייעלעשער משל/שכל האב איך פראבירט צו ניצען אויף צו פארשטיין דיין הסבר פארוואס פאפא ראשי קהלה מעגן מישען א טאפ אין סאטמער,
אבער איך געבליבען סטאק איך האב עס נישט פארשטאנענן, אויב די קענסט ארויסהעלפן תבוא עליך ברכה.
שוין, וועט איר מוזן ווארטן פאר די הושענא רבה משל.
ואסיים בשים שלום/שכל.
שת אדמזאהן איז א עכטע פאפאנע נאמען. ניין?
*** אויסגעמעקט ע"פ בקשת .... אין אישי***
P.S. דעתי נוטה אז פאפא חסידות/עולם פעלט נישט גארנישט, איך שרייב עס נאר לויטען המשך האשכול for entertainment purposes only
P.S. דעתי נוטה אז פאפא חסידות/עולם פעלט נישט גארנישט, איך שרייב עס נאר לויטען המשך האשכול for entertainment purposes only
😂
בדחןאיך שרייב עס נאר לויטען המשך האשכול for entertainment purposes only
די תוכן פון אייערע תגובות ווייזט אויף גאנץ א שוואכע אינטערטעינער.
אדמזאהן.... ניטאמאל פראבירן זאלסטו צו מאכן בדחן פאר א פאפאנער..
נעווער גענע העפפן..
נעווער גענע העפפן..
שת.אדמזאהןאיך אויךאז איך ווייס נישט דאן קלער מיך אויף ,לויט וויפיל איך ווייס (און איך ווייס גאר אסאך) איז ער געווען ממש א זעלטענהייט פון א רב וואס ממש אלע שיכטן און קרייזן פון סאטמאר ביז ליובאוויטש און אלעס אינדערמיט האבען ליב געהאט און געהאט פאר אים דעם פולסטען דרך ארץ.
אויב סאטמאר האט אים ליב געהאט דאן פארוואס שרייבט דער קליינער-פאפא-רב ז"ל אין זיינע זכרונות (געדרוקט און דא צו באקומען), אז נאך זיין קומען אויף ניו יארק צו די חתונה פון בן זקונים פון פאפא רב ז"ל, ד.ה. די חתונה פונעם "דיין" הרב ר' אהרן, מען האט אינסטאלירט א "כפתור אזעקה" ביי אים אין שטוב, על כל צרה שלא תבוא... ער האט געציטערט פאר זיין לעבן. - קיין בעל דמיון איז ער נישט געווען.
(פרעג נאר זיין בעל אכסניה דאהי אין וויליאמסבורג)
עטליכע האבען מיר טאקע געבעטן צו שרייבען דערפון און וואס ליגט ביהיינד באלבאסטערס חאזעריי.
איז אזוי ,ביי די באקאנטע מערכה ווען דער ב"מ פער פיו כנגד א עדה קדושה בישראל און געשימפט ברבים אז זיי זענען פונקט ווי די נעלאגען אינדערהיים ועוד ועוד הבלים אז אזר כגיבור חלציו און דער קוטשי פאפא האט געהאלטן א דרשה מחזק זיין די נרדפים אנשי שלומו וואס ווי יעדער ווייסט זענען זיי געווען כשה אחד בין שבעים זאבים ועוד מעט וסקלונו. ער האט ספעציעל צונימען אויף קליינגעלט דאס וואס דער ב"מ האט געשריגן אז אין די בעלזא ישיבה גדולה שפילט מען פוטבאל! (זיינע מאפיאנערן האבען עם געוויזן א בילד פון 'גן סאקר' וואס איז אריבער די גאס פון די ישיבה און מען האט עם געזאגט אז דאס איז בעלזע בחורים) און דאס האט דער פאפע רב זצ"ל גוט צונימען שלא כדרכו כלל.
אויף דעם חטא האט מען פארגעסן אלע זיינע מעשים טובים פון פריערט און ער איז געווען בסכנת חיים במובן הפשוט של המילה ,ווי ער שרייבט עטוואס דערפון אין זיינע זכרונות ועוד הרבה לקח איתו עלי קבר.
איך גאראנטיר אייך אז דאס איז די איינציגסטע סיבה פאר באלבאסטערס אויסבראך אויך אזא באליבטע רב און פערזענליכקייט.
נ.ב. יענע דרשה איז סתם אזי אינטרעסאנט צו הערען פאר וועם עס אינטרעסירט די היסטאריע פון יענע פרשה כאובה.
קאווע טרינקעראדמזאהן.... ניטאמאל פראבירן זאלסטו צו מאכן בדחן פאר א פאפאנער..
נעווער גענע העפפן..
פארוואס נישט? איז זיך א נייע חסידות מיט די פאלגענדע תנאים, עס זאל זיין נישט צו פרום און נישט צו פויער'יש, עס זאל נישט האבן קיין סיסטעם אבער עס זאל פארט יא האבן א שטיקעל מהלך {סיסטעם} ווי אזוי די קהלה/ מוסדות זאל זיך פירען, עס זאל נישט האבן קיין מחלוקות טאג און נאכט אבער פארט זאל די רבי האבן צוויי עלטסע קינדער א בנו הדול און א א בנו יקירו ווייל נאר אזוי באקימט אלע בענעפיטען, מען זאל וויינען ר"ה ביים דאווענען איבעראל ווי מען וויינט אין סאטמער אבער מיט א הערליכע בעל תפלה, און נאך און נאך.
עני אינפאו?
זאלביטוב. עוד ויותר
וופיל בית החיים'ס האבן זיי? איך הייב נישט אן וויסען אז עס איז דא א אנדערע בית החיים און קעיס... און וופיל קינדער האט די רבי? ער מוז האבן פינקטליך צוויי קינדער נישט מער און נישט ווייניגער..
בדחןקאווע טרינקעראדמזאהן.... ניטאמאל פראבירן זאלסטו צו מאכן בדחן פאר א פאפאנער..
נעווער גענע העפפן..
פארוואס נישט? איז זיך א נייע חסידות מיט די פאלגענדע תנאים, עס זאל זיין נישט צו פרום און נישט צו פויער'יש, עס זאל נישט האבן קיין סיסטעם אבער עס זאל פארט יא האבן א שטיקעל מהלך {סיסטעם} ווי אזוי די קהלה/ מוסדות זאל זיך פירען, עס זאל נישט האבן קיין מחלוקות טאג און נאכט אבער פארט זאל די רבי האבן צוויי עלטסע קינדער א בנו הדול און א א בנו יקירו ווייל נאר אזוי באקימט אלע בענעפיטען, מען זאל וויינען ר"ה ביים דאווענען איבעראל ווי מען וויינט אין סאטמער אבער מיט א הערליכע בעל תפלה, און נאך און נאך.
עני אינפאו?
איר זענט העפליך געלאדענט, אבער קודם א טבילה אין די פאפא מעין מקוה, לשם גיור.
בנוגע די רבי'ס קינדער קען איך אייך נישט פאראויס זאגן די עתיד.
בנוגע וויינען ר"ה, ווייסעך נישט צו אין סאטמאר וויינט מען מער ווי אין אנדערע בתי מדרשים. שבועות זינגט מען נישט ביי אהבה רבה, אבער עס איז נישט קיין פראבלעם, איר קענט דאווענען שבועות אין סאטמאר!
בנוגע בעלי תפילות, יעדער האט זיין טעיסט. אין פאפא וועסטו נישט הערן חזנות אדער קרעכציגע תנועות.
@איך אויך, וואו שאפט מען די דרשה?
פרעג די חסידים אין מאנריאל.
לדעתי איז עס א געפערליכע עוולה וואס דער עולם לאזט זיך וואויל גיין אויפן חשבון פון א פיינע ערליכע חסידות, מ'קען קיינעם נישט עכט באשולדיגן, איך מיין צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין פינגער פאונטינג פון ווי ס'האט זיך אנגעהויבן די מין איידיע.
איין זאך וואס עס מוז קלאר געשטעלט ווערן, מ'זאגט כסדר נאך ווערטלעך, און טייל ווערן נאכגעזאכט אין נאמען פון יארמער רב, ווער ס'קען ר יאנקעל מיללער ווייסט אז ער טוהט בכלל נישט אין דעי ליין, ס'איז נישט זיין סדר חוזק צו מאכן נישט פון קיין פריוואטע מענטשען, און אודאי נישט פון קיין רבי אדער חסידות, יעדער שמויגער וואס וויל ברענדן זיין געלונגענע אדער אומגעלונגענע דזשאוק שמירט עס אהן אויף יארמער רב, אזוי לאכט דער עולם בעסער.
Just to set the record straight

Georgeלדעתי איז עס א געפערליכע עוולה וואס דער עולם לאזט זיך וואויל גיין אויפן חשבון פון א פיינע ערליכע חסידות, מ'קען קיינעם נישט עכט באשולדיגן, איך מיין צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין פינגער פאונטינג פון ווי ס'האט זיך אנגעהויבן די מין איידיע.
פארוואס זאגט איר אזוי?
אדרבה, עם איי ראנג? קענסט צוריק גיין אין די לעצטע צוואנציג יאר אין ווייזען ווען, און ווי אזוי?
איך אויך
איז אזוי ,ביי די באקאנטע מערכה ווען דער ב"מ פער פיו כנגד א עדה קדושה בישראל און געשימפט ברבים אז זיי זענען פונקט ווי די נעלאגען אינדערהיים ועוד ועוד הבלים אז אזר כגיבור חלציו און דער קוטשי פאפא האט געהאלטן א דרשה מחזק זיין די נרדפים אנשי שלומו וואס ווי יעדער ווייסט זענען זיי געווען כשה אחד בין שבעים זאבים ועוד מעט וסקלונו. ער האט ספעציעל צונימען אויף קליינגעלט דאס וואס דער ב"מ האט געשריגן אז אין די בעלזא ישיבה גדולה שפילט מען פוטבאל! (זיינע מאפיאנערן האבען עם געוויזן א בילד פון 'גן סאקר' וואס איז אריבער די גאס פון די ישיבה און מען האט עם געזאגט אז דאס איז בעלזע בחורים) און דאס האט דער פאפע רב זצ"ל גוט צונימען שלא כדרכו כלל.
אויף דעם חטא האט מען פארגעסן אלע זיינע מעשים טובים פון פריערט און ער איז געווען בסכנת חיים במובן הפשוט של המילה ,ווי ער שרייבט עטוואס דערפון אין זיינע זכרונות ועוד הרבה לקח איתו עלי קבר.
איך גאראנטיר אייך אז דאס איז די איינציגסטע סיבה פאר באלבאסטערס אויסבראך אויך אזא באליבטע רב און פערזענליכקייט.
נ.ב. יענע דרשה איז סתם אזי אינטרעסאנט צו הערען פאר וועם עס אינטרעסירט די היסטאריע פון יענע פרשה כאובה.
אויף וויפיל איך ווייס (אין אויך געפרעגט פון עטליכע וואס קענען אביסל די פרשה) האט דער ברך משה זצ"ל קיינמאל געשריגן אדער געזאגט דאס ביי א דרשה,
סאיז טראגיש זייער טראגיש אז דאס איינציגע מאל וואס דער באליבטער קליינע פאפא רב איז ארויס פון די געווענליכע גדרים זיינע אין געפאטשקעט און בלאטע איז גאר געווען איבער א דבר שקר מבית היוצר פונעם מחנה חרדי אדער דאס גלייכען.