קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידישקייט
149 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3341
בדחןא איד מען נישט אזוי רעדן אפילו על צד ספק
מהיכן דנתנו?
מאראנצען זאפט זאגט בסך הכל אז מען ווערט דיקטירט מיט פריערדיגע מיינונגען וואס איז יא אדער נישט בארעכטיגט. טאר מען דען דאס נישט זאגן? יעצט אויב קומט איינער און וויל מפריך זיין דעם פונקט טאר מען דאס נישט מברר זיין? מען רעדט נישט ח"ו אפי' א צד ספק אז עס איז אמת. מען רעדט נאר לפי דעתו המוטעה פון דעם הייפאטעטישן בחור און יאיר'ס משל.
פון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
בדחןא איד מען נישט אזוי רעדן אפילו על צד ספק
ווי אזוי? אז ס'איז דא מענטשן וואס האלטן אז קריסטנטום איז אמת און נישט אידישקייט? דאס איז נישט קיין ספק, ס'איז א ודאי. מיין ספק איז צו ס'איז דא א מאראלישע טענה צו א אידיש קינד וואס באשליסט זיך אנצושליסן מיט זיי.
בדחןפון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
ביטע זיי אביסל מער ספעציפיש. די ווערטער קלעקט פאר עניטינג ענד עווריטינג.
פוןדעסטוועגןדאךבדחןא איד מען נישט אזוי רעדן אפילו על צד ספק
מהיכן דנתנו?
מאראנצען זאפט זאגט בסך הכל אז מען ווערט דיקטירט מיט פריערדיגע מיינונגען וואס איז יא אדער נישט בארעכטיגט. טאר מען דען דאס נישט זאגן? יעצט אויב קומט איינער און וויל מפריך זיין דעם פונקט טאר מען דאס נישט מברר זיין? מען רעדט נישט ח"ו אפי' א צד ספק אז עס איז אמת. מען רעדט נאר לפי דעתו המוטעה פון דעם הייפאטעטישן בחור און יאיר'ס משל.
איך האב דיר שוין גענפערט נאך פאר דו האסט צוגעלייגט די שטיקעל וואס איך און די פארשטייען במילא נישט, איך האב זיך בכלל נישט באצויגען צו מאראנצעןזאפט.
lease don't speak in plurals
און מצד דיין יחידישדיגע הבנה, קוקט אויס אז נישט נאר פארשטייסטו נישט וואס מען שרייבט, דו ווייסט אפי' נישט אז עס איז זינלאז מגיב צו זיין אויף ווערטער אהן וויסן אויף וואס מען באציהט זיך.
פוןדעסטוועגןדאךבדחןפון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
ביטע זיי אביסל מער ספעציפיש. די ווערטער קלעקט פאר עניטינג ענד עווריטינג.
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
אזוי איך האב א מסורה איש מפי איש אז מען מעג פרעגן אזא שאלה, וועל איך ווארטן אז אלע וואס שעירן מיין מסורה זאלן זיך אנרופן מיט אן ענטפער.
בדחןפוןדעסטוועגןדאךבדחןפון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
ביטע זיי אביסל מער ספעציפיש. די ווערטער קלעקט פאר עניטינג ענד עווריטינג.
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
א שיינע משל פון Circular reasoning. מען טאר אפי' נישט טראכטען צו עס איז דא א צד פארקערט, איז דאך בהכרח אז דו וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט, און ממילא וועסטו אוודאי בלייבען מיט א גיטע מקור. געוואלדיג!
גראדע האלט איך ווי דיר, אבער ולאו מטעמיך. אויב די ultimate value איז צו לעבן מיטן אמת, דאן ביזטו מופרך מעיקרא. אויב אבער די שאיפה איז צו לעבן א געשמאקע לעבן אויף די וועלט [וועלט תרתי משמע], דאן אויב דיר איז געשמאק ביזטו גערעכט מיט נישט נישטערן.
די פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך.
ואחרי העיון שוב חשבתי אז איך בין מסכים צו דיר אפי' מטעמיך. ווייל אויב איז דיר געשמאק צו האלטען אז דו האסט דעם אמת, פארוואס זאל מען זיך טאקע נישט פרובירען צו קאנווינסען אזוי? איינער האט ליב וואנילע, איינער טשאקאלעד, און איינער צו האלטען אז ער האט דעם אמת. על טעם וריח אין להתווכח. וחוזר חלילה.
elter-zeideאיך וויל איין זאך אויפמערקזיין מאכען, אז ווען א קינד פארט אף פין אידישן וועג וועלען די עלטערין נישט נאך גיין זיין/איר וועג, דאס האט נאך נישט פאסירט, אבער ווען א פרייער ווערט ערליך האט שוין פאסירט אז דע עלטערין זענען אויך פרים געווארען וועגין קינד, י
מאן ייאמר? ווייל די 'משפחה' האט עס נישט געדריקט? האסט שוין געליינט די קריסטליכע משפחה?
אין בכלל, וואס ברויך דאס צו פראווען?
אז די דערמאנסט שוין, אין די פסח עמי באשרייבן זיי א משפחה וועלכע זענען אפגעפארן פון קריסטינדום און האבן זיך געטויפט צו אידישקייט. די עמי דריקט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות די טראגעדיע אז איין טאכטער איז נעבעך געבליבן געטריי צו די רעליגיע מיט וואס זי איז נתחנך געווארן. אבער אינעם ארטיקל זעלבסט ליינט זיך קלאר אז דער טאטע איז טאלערענט פון זיין טאכטער. הפנים, עמי האט געבויגן די געפיל פונעם מעשה ס'זאל שטימען מיטן סענטימענט פונעם ליינער וועלכע האלטן אז דער טאטע ברויך זיין בצער סיי ווען דאס קינד טוישט זיך יא און סיי ווען נישט.
פונדעסטוועגן דאךדי פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך.
זיי מעיין אין מיין חתימה.
יואלישelter-zeideאיך וויל איין זאך אויפמערקזיין מאכען, אז ווען א קינד פארט אף פין אידישן וועג וועלען די עלטערין נישט נאך גיין זיין/איר וועג, דאס האט נאך נישט פאסירט, אבער ווען א פרייער ווערט ערליך האט שוין פאסירט אז דע עלטערין זענען אויך פרים געווארען וועגין קינד, י
מאן ייאמר? ווייל די 'משפחה' האט עס נישט געדריקט? האסט שוין געליינט די קריסטליכע משפחה?
אין בכלל, וואס ברויך דאס צו פראווען?
אז די דערמאנסט שוין, אין די פסח עמי באשרייבן זיי א משפחה וועלכע זענען אפגעפארן פון קריסטינדום און האבן זיך געטויפט צו אידישקייט. די עמי דריקט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות די טראגעדיע אז איין טאכטער איז נעבעך געבליבן געטריי צו די רעליגיע מיט וואס זי איז נתחנך געווארן. אבער אינעם ארטיקל זעלבסט ליינט זיך קלאר אז דער טאטע איז טאלערענט פון זיין טאכטער. הפנים, עמי האט געבויגן די געפיל פונעם מעשה ס'זאל שטימען מיטן סענטימענט פונעם ליינער וועלכע האלטן אז דער טאטע ברויך זיין בצער סיי ווען דאס קינד טוישט זיך יא און סיי ווען נישט.
איך בין עלטער פין עמי אין משפחה אינאיינעם, אין ליין זיי אפילו נישט, איך דערצייל וואס איך האב אליין געזען, ווי פרייע עלטערען זענען געווארען פרים כדי דאס קינד זאל וועלען זיי ביי זיי אין שטיב, י
עלטערן ווערן נישט פרום נאר אז דאס קינד זאל בלייבן ביי זיי. זיי קענען אפשר היטן אויף כשרות וכדומה ווען דאס קינד איז דארט אבער זיי ווערן נישט פרום בלויז צוליבן קינד אן קיין אייגענע הכרה. און די זאכן וואס זיי היטן יא ווען דאס קינד איז מיט זיי איז נישט פשט אז זיי היטן דאס נאר זיי טאלערירן דאס.
ער רע דט פון עלטערן וואס באקומען - אדער האבן - א גילטי קאונטשעס, און בתוך תוכם ווייסן זיי אז זיי דארפן זיין אידיש. זיי דארפן נאר דעם פוש.
דעת תורהער רע דט פון עלטערן וואס באקומען - אדער האבן - א גילטי קאונטשעס, און בתוך תוכם ווייסן זיי אז זיי דארפן זיין אידיש. זיי דארפן נאר דעם פוש.
elter-zeide
איך בין עלטער פין עמי אין משפחה אינאיינעם, אין ליין זיי אפילו נישט, איך דערצייל וואס איך האב אליין געזען, ווי פרייע עלטערען זענען געווארען פרים כדי דאס קינד זאל וועלען זיי ביי זיי אין שטיב, י
נו, דאס - דאס קינד זאל וועלן זיין דארט - איז דער פוש.
ער איז דיין זיידע אז דו ווייסט פונקטליך וואס ער האט געמיינט?
פוןדעסטוועגןדאךבדחןפוןדעסטוועגןדאךבדחןפון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
ביטע זיי אביסל מער ספעציפיש. די ווערטער קלעקט פאר עניטינג ענד עווריטינג.
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
א שיינע משל פון Circular reasoning. מען טאר אפי' נישט טראכטען צו עס איז דא א צד פארקערט, איז דאך בהכרח אז דו וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט, און ממילא וועסטו אוודאי בלייבען מיט א גיטע מקור. געוואלדיג!
גראדע האלט איך ווי דיר, אבער ולאו מטעמיך. אויב די ultimate value איז צו לעבן מיטן אמת, דאן ביזטו מופרך מעיקרא. אויב אבער די שאיפה איז צו לעבן א געשמאקע לעבן אויף די וועלט [וועלט תרתי משמע], דאן אויב דיר איז געשמאק ביזטו גערעכט מיט נישט נישטערן.
די פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך.
ואחרי העיון שוב חשבתי אז איך בין מסכים צו דיר אפי' מטעמיך. ווייל אויב איז דיר געשמאק צו האלטען אז דו האסט דעם אמת, פארוואס זאל מען זיך טאקע נישט פרובירען צו קאנווינסען אזוי? איינער האט ליב וואנילע, איינער טשאקאלעד, און איינער צו האלטען אז ער האט דעם אמת. על טעם וריח אין להתווכח. וחוזר חלילה.
א שיינע משל פון Circular reasoning. די לייגסט אראפ א יסוד אז מיט "שכל", אין נאר מיט "שכל", קען מען וויסען דעם אמת. דאס אלס ווייל אזוי זאגט דיין "שכל" . איז דאך בהכרח אז ווילאנג דיין שכל זאגט אזוי וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט.
מיין "experience" ווייזט (אגב, סייענס זאגט די זעלבע) אז שכל קען מען נישט trusten. שכל איז זייער bias
btw פארוואס האסטו נאר געגעבן 2 options (שמחה, אמת דארך מח) ? איז דאס א שיינע משל פין אויפסעטן א straw man ?
קרעדיט "מיין" שכלדעת תורהער רע דט פון עלטערן וואס באקומען - אדער האבן - א גילטי קאונטשעס, און בתוך תוכם ווייסן זיי אז זיי דארפן זיין אידיש. זיי דארפן נאר דעם פוש.
אויב איר האט באמערקט, האב איך געשריבן ביים קינד "ערליך" אין ביי די עלטערין "פרים" ווייל דאס קינד מיינט עס ערליך אבער נישט דע עלטרין, למעשה זענט איר ביידע גערעכט, עס איז דא עלטערין וואס ווייסען דעם אמת נאר זיי דארפין נאר חיזוק, אין זיי ווערין אמתדיג ערליך, נאך מער, אפילו ביי פרומע עלטערען זענען דא וואס זיי האלטן זיך נאר וועגין דע קינדער, אבער אז פרומע עלטערין זאלין נאכגיין א קינד אין איבערלאזין אידישקייט האב איך נאכנישט געזען, קען זיין אז אין א קריסטליכע מאגאזן "משפחה" איז יא דא אזעלכע פעלער, אבער איך ליין נישט "משפחה", י
בדחןפון מיין עלטערן און מיינע רבי׳ס.
פוןדעסטוועגןדאךבדחןפוןדעסטוועגןדאךביטע זיי אביסל מער ספעציפיש. די ווערטער קלעקט פאר עניטינג ענד עווריטינג.
סאום האו ווי לאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פארקערט איז עס פאר מיר גענוג א גיטע מקור, איך גלייב אין מסורה, און איך בין מקבל וואס איך זע און לערן ביי מיינע עלטערן און רבי׳ס.
א שיינע משל פון Circular reasoning. מען טאר אפי' נישט טראכטען צו עס איז דא א צד פארקערט, איז דאך בהכרח אז דו וועסט קיינמאל נישט האבען קיין הוכחה פארקערט, און ממילא וועסטו אוודאי בלייבען מיט א גיטע מקור. געוואלדיג!
גראדע האלט איך ווי דיר, אבער ולאו מטעמיך. אויב די ultimate value איז צו לעבן מיטן אמת, דאן ביזטו מופרך מעיקרא. אויב אבער די שאיפה איז צו לעבן א געשמאקע לעבן אויף די וועלט [וועלט תרתי משמע], דאן אויב דיר איז געשמאק ביזטו גערעכט מיט נישט נישטערן.
די פלא איז אז עולם הפך ראיתי. די מענטשען וואס פארפירען פארן "אמת", זענען די וואס לאזען נישט פרעגן. און די מענטשען וואס וואלטן לכאורה געדארפט זעהן אז מען קען נישט וויסן דעם אמת פונקטליך און מען זאל פשוט זיין בוחר בחיים ובשמחה, די זענען גאר וואס צופיקעווען זיך און ווערן דערטראנקען אינעם מים שאין להם סוף, ואין מים אלא תורה'לך ופילוזפיע'לך.
ואחרי העיון שוב חשבתי אז איך בין מסכים צו דיר אפי' מטעמיך. ווייל אויב איז דיר געשמאק צו האלטען אז דו האסט דעם אמת, פארוואס זאל מען זיך טאקע נישט פרובירען צו קאנווינסען אזוי? איינער האט ליב וואנילע, איינער טשאקאלעד, און איינער צו האלטען אז ער האט דעם אמת. על טעם וריח אין להתווכח. וחוזר חלילה.
דארפסט פארשטיין אז טייל כאפען נישט אז פרעגן סתם לשם פרעגן, און נישט האבענדיג די באטעם ליין ידיעה איבער די נושא וואס זיי פרעגן, און זיי פרעגן סתם ווי למשל א צווייטער וואס פרעגט ווען עס איז די זמן ערש״ק, גייט בכלל נישט אריין און די גדר פון חקר׳נן אז ער זאל קענענן ווערן אנגעריפן ווי איינער וואס פרעגט לשם פארשטיין און ער לעבט מתוך הבנה נישט סתם מתוך ידיעה, אנשטאט זיך ארוםנעמען מיט היי לעוועל ענגלישע נעמען איז בעסער אז מען האט ארויס די סוגיא איבער וואס מען רעדט און דערויף איז מען א שואל כענין,
למשל ביי די ענין, (כמעט) יעדער ווייסט אז א איד טאר נישט לייקענענן זיין אידישקייט, מען טאר נישט זאגען אז מען איז א גוי.
יעצט ווען מען פרעגט איבער מהיכן דנתי, איז עס בכלל נישט שואל כענין עס איז נישט מער ווי א שאלה מחמת חוסר ידיעה.
די זעלבע איז געווען מיט מיין הערה איבער וואס די האסט זיך באצויגען, עי״ש.
זאג פשוט אז אזוי וויל איך און פארטיג. זאג נישט אז "ווילאנג עס איז נישט דא קיין הוכחה פאקערט" וכו'. עס קען זיך דאכטן אז דו גייסט מיט א ראציאנאלער צוגאנג. דו ביסט דאך אבער מודה אז לא מיניה ולא מקצתיה. נישט זיך לאזען שפעקולירן ביידע צדדים איז אוסדריקלעך נישט ראציאנאל.
אבער דאס האט נישט מיט דיין ערשטע תגובה דא. מען קען נישט מגיב זיין אהן קוקען אויף וואס עס גייט ארויף. באטטאם ליין די שמועס קומט אהן צו גארנישט. איז דאך א שאד די ווירטואלע טינט.
הקטן זאגט אז שכל איז נישט מאסגעבנד. אויב אזוי איז יא ניין, און ניין איז עפל קאמפואט. פורים א גאנץ יאר.
דא איז דא נאך א נקודה, מיט וואס מען קען מסביר זיין ווינער רב'ס פליאה.
דער טאטע האט א צער ווען דאס קינד פארט אפ, אבער פון די צער איז נאר למחצה לשליש ולרביע זיין יראת שמים, די צער השכינה, וכדומה. בעיקר איז עס די סטיגמא, וואס וועט די גאס זאגן, איך גיי ווערן אפגעשטעמפלט אלס אזא שטוב מיט א אפגעפארענעם, איך קען פארגעסן פון שיינע שידוכים, וכו' וכו'.
עס איז נישט קיין עוולה, אבער אסאך מאל שפירט דאס דער קינד, און דערפאר זוכט ער נישט צופרידנצושטעלן דעם טאטן, ער קוקט אים אן אלס "סעלפיש", ווייל ער וויל האבן א שיינעם נאמען אין גאס מוז איך זיך צושטעלן צו איהם? איך ווייס דאך יא ווער ער איז, והא ראיה אז אינדערהיים, ווען ער שפילט נישט "שיינער איד", איז ער דאך אויך א חיה רעה, אדער טוט אומריכטיגע זאכן, ער וויל פשוט האבן א גוטן נאמען, און איך זאל שפילן די געים מיט אים... נאו וועי!
איך האב אמאל געהערט פון א טעראפיסט וועלכער האט באקומען א גליטשעדיגן בחור, און האט געפרעגט דעם טאטן צי ער זאל ארבעטן מיטן פנימיות פונעם בחור צו קודם אויף חיצוניות, ער זאל צוריק אנטון דעם גאנצן לבוש אפילו דעם גארטל, דער טאטע האט געזאגט "דער עיקר איז מיר יעצט די חיצוניות". עס האט אים נעבעך געברענט דער "מה יאמרו הבריות". וויבאלד דער בחור'ל האט זיך דערוואוסט דערפון, האט ער געזאגט "שלום, לא להתראות" פארן טעראפיסט, און זיך געזעגנט. א רחמנות אויפן טאטן.
און אגב, פאר אונז איז עס א לעקציע, נישט צו דן זיין א צווייטן אין אזעלכע סיטואציעס, אז מענטשן וועלן וויסן אז די גאס פארשטייט איהם און קוקט אים נישט אראפ, וועלן זיי גרינגער מסכים זיין צו ארבעטן אויפן פנימיות הנפש פון די קינדער, וואס איז בלי ספק פיל וויכטיגער.
ודו"ק כי קצרתי.
פוןדעסטוועגןדאך
הקטן זאגט אז שכל איז נישט מאסגעבנד. אויב אזוי איז יא ניין, און ניין איז עפל קאמפואט. פורים א גאנץ יאר.
נאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased
נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4
אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
א קאטץ וועט זיך שווערן אז א college degree איז ארויסגעווארפען די געלט אין צייט ווייל אזוי זאגט קאטץ שכל. מענטש מיט x1000 שכל איבער קאטץ איז איבערצייגט אז זיין שכל איז אויסגעהאלטן. גיי ווייס?
הקטןנאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased
נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4
אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
אויב איז דיין פוינט אז וויבאלד שכל איז נישט גענוג צו קענען ציען מסקנות איבעראל ממילא קען מען עס בכלל נישט טראסטן, דעמאלט מיינט דאס אז צוויי מאל צוויי קען אויך זיין פינף. אויב איז דיין פוינט אז מען קען עס נישט אייביג טראסטן, דעמאלט דארפסטו מסביר זיין פארוואס דער אויבנדערמאנטער שמועס באלאנגט צו די גלאבעל ווארמינג קאטעגאריע וואו מען קען נישט טראסטן שכל לשיטתך.
יאירהקטןנאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased
נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4
אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
אויב איז דיין פוינט אז וויבאלד שכל איז נישט גענוג צו קענען ציען מסקנות איבעראל ממילא קען מען עס בכלל נישט טראסטן, דעמאלט מיינט דאס אז צוויי מאל צוויי קען אויך זיין פינף. אויב איז דיין פוינט אז מען קען עס נישט אייביג טראסטן, דעמאלט דארפסטו מסביר זיין פארוואס דער אויבנדערמאנטער שמועס באלאנגט צו די גלאבעל ווארמינג קאטעגאריע וואו מען קען נישט טראסטן שכל לשיטתך.
מיין פוינט איז נישט אז עס איז דא צוויי סארט "שכל'ס" אייינס וואס איז 100 פארצענדיגע אמת דידעקטער אין די אנדערער שכל איז קוועשטענעבל. מיין פוינט איז אז שכל איז זייער א גיטע tool אויף פראקטיש וויאזוי זיך צי פירען ווי למשל פאר אקאנטינג ווי 2 + 2 אין ווען איז פורים אז"וו אדער אפילה פאר פיליזאפיע פאר די וואס האבן עס ליעב. אבער אויב ווילסיטו ניצען די tool אלס אן "אמת דיטעקטער" דארפסטו קודם calaberateען דיין שכל מיט א master שכל וואס איז ווערעפייד אז עס דיטעקט די אמת אין נאר די אמת א
יעדעס מאל בדרך אגב מיין שכל איז נישט אזוי זיכער אז 2 + 2 איז 4 אין א יעדן פאל ווי למשל אין quantum physics. חאטש נישט calaberateעט שכל האט דאס אמאל נישט געקענט באגרייפן
אויס מענטשאין בית המדרש בלא חידוש.
בזמננו נתקטנו הביצים, האבן מיר נישט די balls צו מאכן די טויש.
און איר מיינט אודאי אז איר מאכט א ווערטל...
זעה איך פרייטאג צו נאכטס ביי לכה דודי, אין שערי תשובה אורח אנהויב סי' קנ"ו, אז אונזערע גדולים האבן שוין מקיש געווען אייערס להדדי...
זאגט דער שערי תשובה, אז כאטש ס'ווערט געברענגט פון פריערדיגע אז מ'זאל זאגן ביעים אנשטאט ביצים, ווייל אזוי איז מער א לשון נקייה, ווייל ביצי אויף אראמיש איז טייטש א בלאטע, אבער בזמננו, רופן מענטשן אן די "ביצים דלמטה" (לשונו ממש) ביעים, זאל מען פון היינט און ווייטער צוריק אנהייבן זאגן ביצים.
ובריך רחמנא שכיוונתם...
דאכסט זיך אז היינט רופט מען די ביצים שלמטה "ביצים" נישט ביעים, קען מען לכאורה צוריקגיין צום אלטען מנהג............
אויף ענגליש זאגט מען אבער "באללס" לכאורה וועגען דעם זאגען ערליכע אידען באל מיט א פתח, באַל.
איחוד, פעךך.
יאירדער גאנצער נחת טענה איז גאר מאדנע און קוריאז ביז גאר. דער בחור און מיידל ווערן געבוירן כדי צו ברענגען נחת פאר זייער עלטערן, וועלכע זענען אליין געבוירן זייענדיג די זיבעצנסטע קינדער ביי זייערע עלטערן כדי זיי צו ברענגען נחת, נאכדעם האבן זיי חתונה, מיט'ן ציל צו אויפשטעלן לעכטיגע דורות ישרים מבורכים, און דערנאך האבן זיי טאקע הויפענעס מיט קינדער ביז די ווייב כאפט א נערוון בראך, אלס כדי זיי און די זיידע באבע זאלן קענען שעפן נחת, שפעטער וואקסן זייערע קינדער אויף, און זיי ערווארטן אודאי אז זיי וועלן אויך חתונה האבן און ברענגען נאך הויפענעס מיט נחת צו אנשטאפן דעם נחת אקאונט. אבער פלוצים האט זיך דער נחת קייט איבערגעריסן, ער האלט נישט ביים סערווירן דעם טאפ נחת! יעצט קומט ווינער רב מיט א טענה, מען האט דיר דאך באשאפן ספעציעל מיט'ן ציל צו ברענגען נחת, דורך מענטשן וועלכע מען האט אליין באשאפן כדי צו ברענגען נחת, אויב ברענגסטו נישט קיין נחת, פארלירסטו דיין גאנצע זכות קיום.
אבער איין רגע, אויב האט דער טאטע געמעגט באשאפן קינדער פאר זיין אייגענע נחת, פארוואס טאר נישט דאס קינד מחלל שבת זיין פאר זיין אייגענע נחת?
אבער למעשה, האב איך רחמנות אויף די נעבעכדיגע עלטערן, זיי זענען דורך שבעה מדורי גיהנום כדי צו ברענגען נחת פאר זייערע עלטערן, און יעצט ענדליך, ווען עס קומט שוין זייער רייע צו באקומען זייער פארציע נחת וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט נאך אזויפיל יארן ארבעטן און אהיימשיקן די נחת אין קליינע פלאסטיק בעגס צו זייערע עלטערן, באקומען זיי עס נישט, בלייבן זיי קרח מכאן וקרח מכאן. נעבעך.
זה מזכיר לי קטע 'נפלא' שראיתי בספר 'אגרות בעל התניא', מתוך טענותיו של אותו מתנגד לחסידים בפני הממשל הרוסי. הוא טוען בשם החסידים שאין האדם מחוייב בכיבוד הוריו: וכי מפני שרצו למלא תאוותם יש לי לכבדם?!
כעין רעיון זה (לא למעשה ח"ו, והרי כתיב ארור מקלה) מוזכר בחובת הלבבות ריש שער עבודת האלקים - שטובת האב על הבן, מן הידוע שמכוון לתועלת עצמו, וסיים שאעפ"כ הקבלה והשכל מחייב שחיוב הוא לכבדם.
חיי אדם חלק א כלל סז
יסכר פי דוברי שקר האומרים שאינם צריכים להחזיק טובה לאב ואם כי להנאת עצמם היו מכוונים וממילא נולד וכיון שנולד מהם נתן הקדוש ברוך הוא הטבע שהאב והאם יגדלו בניהם בטבע ככל בהמה חיה ועוף שמגדלים בניהם ואין הבנים מחזיקים טובה לאבותיהם, יתאלמון וישתתקון ויתחרשון, כדכתיב [תהילים לא, יט] תאלמנה שפתי שקר, כי הם בעצמם מעידים עליהם שהם כבהמה, ולא חלק ה' להם לב לדעת ולהבין. ועל זה אמרו חכמים, כל הכופר בטובתו של חבירו, סוף כופר בטובתו של הקדוש ברוך הוא, דלדבריהם גם אינם צריכים לכבד ולירא מהמקום ברוך הוא, כיון שאנחנו מעשי ידיו של הקדוש ברוך הוא, מהראוי להיטיב ולחמול על מעשי ידיו. ואין ספק, שהאומרים כן שהם כופרים בלבם:
נעתק,
<a class="postlink" href="http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=27343#p27343">http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 343#p27343</a>
הקטןיאירהקטןנאך א שיינע משל פון א straw man fallacy. שכל איז א valuable tool צי וויסען די נ"מ פין עפל קאמפאט vs. עפל סיידער סאיז אבער ווייט פין perfect און זייער biased
נעם למשל 2 + 2 וועט א יעדער מיט שכל זאגן 4
אבער ווען עס וועט קימען צי man made global warming וועלן 2 שכלדיגע מענטטשן אנקימען צי גאר אנדערע מסקנות. אין ביידע קען זיין ניצען שכל אלס זייער tool
אויב איז דיין פוינט אז וויבאלד שכל איז נישט גענוג צו קענען ציען מסקנות איבעראל ממילא קען מען עס בכלל נישט טראסטן, דעמאלט מיינט דאס אז צוויי מאל צוויי קען אויך זיין פינף. אויב איז דיין פוינט אז מען קען עס נישט אייביג טראסטן, דעמאלט דארפסטו מסביר זיין פארוואס דער אויבנדערמאנטער שמועס באלאנגט צו די גלאבעל ווארמינג קאטעגאריע וואו מען קען נישט טראסטן שכל לשיטתך.
מיין פוינט איז נישט אז עס איז דא צוויי סארט "שכל'ס" אייינס וואס איז 100 פארצענדיגע אמת דידעקטער אין די אנדערער שכל איז קוועשטענעבל. מיין פוינט איז אז שכל איז זייער א גיטע tool אויף פראקטיש וויאזוי זיך צי פירען ווי למשל פאר אקאנטינג ווי 2 + 2 אין ווען איז פורים אז"וו אדער אפילה פאר פיליזאפיע פאר די וואס האבן עס ליעב. אבער אויב ווילסיטו ניצען די tool אלס אן "אמת דיטעקטער" דארפסטו קודם calaberateען דיין שכל מיט א master שכל וואס איז ווערעפייד אז עס דיטעקט די אמת אין נאר די אמת א
יעדעס מאל בדרך אגב מיין שכל איז נישט אזוי זיכער אז 2 + 2 איז 4 אין א יעדן פאל ווי למשל אין quantum physics. חאטש נישט calaberateעט שכל האט דאס אמאל נישט געקענט באגרייפן
און דיין גאנצע תגובה וואס מאכט חילוקים ווען שכל איז יא א גוטע tool און ווען סאיז בייעסד אויך סך הכל שכלדיג נא אפשר איז דער אמת פארקערט accounting איז אזויווי גלאבאל ווארעמונג און ווייסא ווירסא
!this is exactly my point
איך האב סך הכול געשריבן וואס מיין שכל האט געזאגט אין יענע מעניט (איך האב נישט קיין וועג צי וויסען אויב איך בין גערעכט - אויב סאיז בכלל שייך אזא זאך ווי "גערעכט")
מיין שכל, יעצט, זאגט אז שכל איז אן עפעקטיוו tool צו ניצען אויף שרייבן אין קאווע שטיבל
elter-zeideיואלישelter-zeideאיך וויל איין זאך אויפמערקזיין מאכען, אז ווען א קינד פארט אף פין אידישן וועג וועלען די עלטערין נישט נאך גיין זיין/איר וועג, דאס האט נאך נישט פאסירט, אבער ווען א פרייער ווערט ערליך האט שוין פאסירט אז דע עלטערין זענען אויך פרים געווארען וועגין קינד, י
מאן ייאמר? ווייל די 'משפחה' האט עס נישט געדריקט? האסט שוין געליינט די קריסטליכע משפחה?
אין בכלל, וואס ברויך דאס צו פראווען?
אז די דערמאנסט שוין, אין די פסח עמי באשרייבן זיי א משפחה וועלכע זענען אפגעפארן פון קריסטינדום און האבן זיך געטויפט צו אידישקייט. די עמי דריקט מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות די טראגעדיע אז איין טאכטער איז נעבעך געבליבן געטריי צו די רעליגיע מיט וואס זי איז נתחנך געווארן. אבער אינעם ארטיקל זעלבסט ליינט זיך קלאר אז דער טאטע איז טאלערענט פון זיין טאכטער. הפנים, עמי האט געבויגן די געפיל פונעם מעשה ס'זאל שטימען מיטן סענטימענט פונעם ליינער וועלכע האלטן אז דער טאטע ברויך זיין בצער סיי ווען דאס קינד טוישט זיך יא און סיי ווען נישט.
איך בין עלטער פין עמי אין משפחה אינאיינעם, אין ליין זיי אפילו נישט, איך דערצייל וואס איך האב אליין געזען, ווי פרייע עלטערען זענען געווארען פרים כדי דאס קינד זאל וועלען זיי ביי זיי אין שטיב, י
<a class="postlink" href="http://www.jewinthecity.com/2013/04/chesed-from-a-chasid-a-lesson-in-kindness-from-satmar-chasidim/">http://www.jewinthecity.com/2013/04/che ... -chasidim/</a>
<a class="postlink" href="http://www.unpious.com/2013/04/making-families-a-priority/">http://www.unpious.com/2013/04/making-f ... -priority/</a>
איך זע נישט פונקט ווי דאס קומט אריין צו "קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערן.."ס'איז ענדערש עלטערן וואס גייען אוועק פון די קינדערס וועג אין אידישקייט און די אופן וויאזוי די קאמיוניטי די באגוואלדיגווען די עלטערן וואס זענען שוין נישט פרום. איך מיין אז דאס קומט צו זיין אין אן אייגענעם אשכול.
האסט שוין באמערקט? רוב שרייבערס דא אין שטיבל ליינען נישטאמאל דארעך וואס מ'שרייבט, אבער אנטווארטן גלייך, י
דבילהאיך זע נישט פונקט ווי דאס קומט אריין צו "קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערן.."ס'איז ענדערש עלטערן וואס גייען אוועק פון די קינדערס וועג אין אידישקייט און די אופן וויאזוי די קאמיוניטי די באגוואלדיגווען די עלטערן וואס זענען שוין נישט פרום. איך מיין אז דאס קומט צו זיין אין אן אייגענעם אשכול.
קען טאקע זיין. אדרבה מאך אזא אשכול און ברענג עס דארט. איך האב פשוט א מנהג מעדיף צו זיין מוסיף זיין אין א אלטער אשכול ווי מאכען א נייע, ובהיות סהאט א קשר בעקיפין האב איך עס געברענגט דא.
<a class="postlink" href="http://finkorswim.com/2013/06/05/leah-vincents-eloquent-appearance-on-katie-couric-and-a-word-about-footsteps/">http://finkorswim.com/2013/06/05/leah-v ... footsteps/</a>
הפלא ופלא. גאר שיין צו זען א פרוי וואס איז אריבער אזויפיל זיך אהערשטעלן מיט אזוין שטארקייט. און א גרעסערע חידוש (אדער אפשר נישט???) ווי א טאטע קען זיין אזא בהמה און שיקן א בריוו צו די טעלעוויזיע מיט אזעלכע נארישקייטן.
דולה ומשקה שרייבט אין א באזונדערע אשכול לגבי די באבובער אסיפת חינוך, אז איינער פון די רעדנערס האט געזאגט אז קיינער פון באבוב איז נישט אפגעפארן.
איז דאס טאקע אזוי?
איך זעה א הערליכע תגובה פון א פארווייטוגטע אבער נאכאלץ ליבעדיגע טאטע, די ווערטער וואס זי לייגט צו זאגט ער נישט.
newkaveדולה ומשקה שרייבט אין א באזונדערע אשכול לגבי די באבובער אסיפת חינוך, אז איינער פון די רעדנערס האט געזאגט אז קיינער פון באבוב איז נישט אפגעפארן.
איז דאס טאקע אזוי?
אין סאטמאר איז אויך קיינער נישט אפגעפארן. די אפגעפארענע זענען מחוץ למחנה און קיינמאל נישט מן המנין, ממילא בלייבט די קהילה אויסשליסליך בלויז חסידים ואנשי מעשה (דער איד) שלומי אמוני ישראל (דער בלאט).
אמת גערעדט, כ'ווייס נישט וועגן באבוב.
אין באבוב פארט מען נישט "אפ", מ'פארט "אן", מיט א קמץ.
מ'גייט אראן די שטיגען וכו'
משה האט מיר באליידיגט, כ'האב אים גוט אנגעטוהן...
א אויסצוג פון א שמועס מיט סאטמאר רב זי"ע (נישט זיכער עס באלאנגט דא):
📎 4.jpg
און וואס איז מיט בחירה, שכר ועונש?
וואס איז שווער?
קיינער איז נישט גלייכ, און שכר ועונש נעמט אלעס אריין אינעם חשבון
גימפלאון וואס איז מיט בחירה, שכר ועונש?
בחירה איז רעלאטיוו.
לויט דיין מצב, איז דא א בחירה.
כלומר, עס איז דא אזעלכע וואס זיי האבען נישט קיין יצה"ר צו עריות, אבער האבען א יצה"ר צו גניבה, אנדערע האבען צו שלטנות, אדער צו רשעות, אנדערע האבען צו כפירה, וכו'.
יעדער האט א בחירה אין זיין מצב.
אגב, איז דער ענין פין בחירה עפ"י חסידות גאר אנדרעש, דהיינו, אז לאחר החטא שטעלט זיך אויס אז דער מענטש האט נישט געהאט קיין בחירה, נאר דער אויבערשטער האט אזוי גוואלט, און דער עונש איז פארוואס ער האט נישט מתפלל געוועהן גענוג אז פין הימל זאל מען אים נישט מכשיל זיין.
אזעלכע יסודות האט מען געסטריפט פין היינטיגע חסידות ווייל עס איז דברים שאין הדעת סובלתן, און מען קען דאס נישט אינקאפארעיטען מיט "נארמאלע" מחשבות און הילוך החיים.
איחוד פעלד

וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען
הקטן
וואו און אלט חסידות שטייט דאס, (ר' צדוק זאגט דאס נישט.) אין ניי חסידות האב איך דאס שוין געזען
כ'ווייס נישט פון וואו איחוד האט עס גענומען, אבער ספרי מוהר''ן ומוהרנ''ת מברסלב שטייט עס אסאך מאל ממש כמעט ווארט ביי ווארט כלשונו.
אבער לאמיר פארגעסן פאר איין מינוט די מקורות. דו האלטסט אז די באשעפער ווייסט בעצם נישט?
אויב מעגליך, ברענג פליז איין שטיקעל וואס זאגט דאס אזוי ווי איחוד האט דאס געשריבן. (אותיות מחכימות)
פליז נישט פין קיין new age חסידות ווי בגן האמונה.
Re: קינדער וואס גייען אוועק פון זייער עלטערנס וועג אין אידיש
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10977">viewtopic.php?f=47&t=10977</a><!-- l -->
לעיקוואדוועסטו פרעגן, אויב אזוי איז דאך א סתירה, אויב דער טאטע דארף זיין א מענטש הייסט דאך אז דער טאטע האט נישט קיין רעכט צו פאדערן פונ'ם זון, איז חזר הדין אז דער זון קען טון וואס ער וויל. איז דער תשובה אז דער מאראלישער פליכט פון א מענטש צו א צווייטער איז נישט סימעטריש, איך האב א חיוב צו זיין א מענטש אויך צו דער וואס איז נישט א מענטש צו מיר, כל זמן סאיז נישט עובר א געוויסער גבול. ואכמ"ל נקודה זו.
בענין די אסימעטרי אין די מאראליטי און ווער עס דארף זיך צו פירן דא מאראליש, איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צו דר. דוד בענאטאר׳ס טענה בנוגע
אנטינעיטעליזם. ער טענה׳ט (בתוך די סוגיא פון
העדאניזם) אז ס׳איז בעצם מאראליש
אומריכטיג אראפצוברענגען קינדער אויף די וועלט מכח ווייל ס׳איז דא
אן אסימעטרי אין (די אפשאצונג פון) תענוג וצער פאר מענטשן אויף די וועלט (וכעין הגמרא בעירובין יג:, ועיין
כאן).
קומט דאך אויס אליבא זה אז א מענטש׳נס עלטערן זענען באגאנגען א מאראלישע עוולה דורכ׳ן נישט אין אכט נעמען די אסימעטרי דערין ווען זיי האבן אים געבוירן. און יעצט בעהט מען פון דעם קינד ווייטער אז אפגעזעהן פון וואס די מאראלישע פליכט אויף א צווייטן [זיינע עלטערן] זענען, דארף ער באטראכטן אין אכט נעמען דאס אסימעטרי ביי מאראליטעט ווען זיינע עלטערן האבן נישט אין אכט גענומען דאס אסימעטרי ביי תענוג וצער וואס דאדורך האבן זיי זיך אויפגעפיהרט אומאראליש לגבי אים מעיקרא מיט׳ן אים מוליד זיין.
ר' שמחה
חיי אדם חלק א כלל סז
יסכר פי דוברי שקר האומרים שאינם צריכים להחזיק טובה לאב ואם כי להנאת עצמם היו מכוונים וממילא נולד וכיון שנולד מהם נתן הקדוש ברוך הוא הטבע שהאב והאם יגדלו בניהם בטבע ככל בהמה חיה ועוף שמגדלים בניהם ואין הבנים מחזיקים טובה לאבותיהם, יתאלמון וישתתקון ויתחרשון, כדכתיב [תהילים לא, יט] תאלמנה שפתי שקר, כי הם בעצמם מעידים עליהם שהם כבהמה, ולא חלק ה' להם לב לדעת ולהבין. ועל זה אמרו חכמים, כל הכופר בטובתו של חבירו, סוף כופר בטובתו של הקדוש ברוך הוא, דלדבריהם גם אינם צריכים לכבד ולירא מהמקום ברוך הוא, כיון שאנחנו מעשי ידיו של הקדוש ברוך הוא, מהראוי להיטיב ולחמול על מעשי ידיו. ואין ספק, שהאומרים כן שהם כופרים בלבם:
אין דעם איז מערקווידיג צוצוצייכענען צום תוס׳ יו״ט (ברכות פ״ז מ״ג):
דבברכת הזימון תקנו אלהינו ובברכת התורה ה'. אמנם זה מבואר כי המזון הדין נותן לכלכל את ברואיו ולפיכך תקנו זה השם שהוא מדת הדין והוראתו אלהות ואדנות.