☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

220 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3954
בלאט: 1 2 3 4 5

געפילטע פיש » מאנטאג יוני 3, 2013 11:10 pm

· #120992
ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.
טאמבל סאס
איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?

זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.

@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 11:47 pm

· #121036
טאמבל סאס
מ'כאפט מ'כאפט. נאר שפאר ביטע נישט קיין ווערטער פאר אונז קליינע מוח'לעך.
------------------
איז דיין שאלה הייסטאס, א פיליזאפישע? - פארוואס מענטשן קימערן זיך בכלל אין וויסן און אין באשטימען חוקי הטבע? און וויאזוי זיי קענען עס אנרופן חוקי הטבע בשעת ס'קען פאר די זעלבע טשאנס זיך מארגן טוישן?

אט אזוי! סיי מען דארף זיך נישט קימערן אין וויסן סייענס, ווייל די סייענס האט נישט קיין שום ערך, עס איז בלויז איינס פון ביליאנען טשענסעס וואס זענען פערצופאל אויסגעקומען, און סיי אז ס'עקזיסטירט בכלל נישט קיין חוקים דא, ס'איז אלעס איין גרויסע מישמאש פון טשענסעס על גבי טשענסעס וואס פאר אונזערע נארישע אויגן זעט עס אויס ווי חוקים.

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 11:53 pm

· #121044
געפילטע פיש
ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.
טאמבל סאס
איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?

זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.

@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.

ווען דו האלטסט אינמיטן ליינען דעם וואונדערבארן מאלפע העמלעט, דו האסט שוין געליינט צען בלעטער, און דו זעסט אז ביז אהין איז עס נאכקאפירט שעיקספעיר, וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול. (אויב דו גלייבסט באמת אז די ערשטע צען בלעטער זענען געשריבן דורך א ריינע צופאל). אפגערעדט פון דעם וואס דו וועסט בכלל נישט זאגן אז ס'איז דא דא עפעס א 'חוק' וואס באשטימט אז די ערשטע צען בלעטער זאלן זיין נאכקאפירט פון שעיקספעיר. ס'איז פשוט א טעות וואס איז פערצופאל געלונגען.
לענינינו, מיר האבן באטראכט די אוניווערס פאר עטליכע הונדערט יאר, און געזען אז ס'איז פארהאן א סדר, פאר'ן אטעאיסט איז דאס א שווערער פראבלעם, און ער דרייט זיך ארויס אז ס'איז באמת א גאר זעלטענער צופאל וואס זעט אויס ווי סדר. פיין און וואויל. אבער קום מיר נישט נאכדעם זאגן מיט זיכערקייט אז דער זעלטענער צופאל וועט אויך פאסירן אין די קומענדיגע הונדערט יאר. ס'איז א תרתי דסתרי.

יאיר » מאנטאג יוני 3, 2013 11:55 pm

· #121047
יידל
יאיר
יידל
יאיר'ל, העי נישט מיט אד האמינוםס. כ'האב אגב נאכנישט געליינט קיין איין דאקינס'ס בוך חוץ "די סעלפיש דזשין", וועלכע בארירט כמעט נישט די נקודה פון וואס מיר טענה'ן זיך דא.
מיין ענטפער אויף דיין קושיא איז אז די גאראנטי איז מיין אבזערוואציע אז דאס איז וואס פאסירט. מיין אבזערוואציע אז עס איז דא א סיסטעם איז מיין גאראנטי אז עס איז דא א סיסטעם.

זאלן דיינע אויערן הערן וואס דיין מויל רעדט! דו גלייבסט, באזירט אויף דיין אבזערוואציע, אז ס'איז דא א סיסטעם-סדר אונטער די בריאה. דאס מיינט אז דו האלטסט אז זאכן געשעען נישט ביי טשענס. און דאס מוז זיין צוליב דעם וואס דו האלטסט אז ס'ליגט סדר, נישט טשענס, אונטער די גאנצע בריאה, אפגעזען וואס די סיבה ראשונה איז. אויב נישט, איז עס אזוי ווי דו זאלסט זאגן, "איך בין זיכער אז וויבאלד די ערשטע דריי נומערן פון מיין סאשעל סעקיוריטי זענען פערצופאל אויסגעקומען נומער אכט (א זעלטענע צופאל), מוז זיין אז די איבריגע נומערן זענען אויך פערצופאל נומער אכט (נאכמער א זעלטענע צופאל)."

איך גלייב נישט - באזירט אויף אן אבערזערוואציע - אז ס'דא א סדר אונטער די בריאה, נאר אז די בריאה האט א סיסטעם. דאס מיינט אבער נישט אז די סיסטעם ערלויבט נישט קיין רענדאמנעסס. דיין משל מיטן סאשעל סעקיוריטי נומער איז נישט דומה צום נמשל.

אפשר קענסטו מיר מסביר זיין אין פלעין אידיש וואס דאס מיינט א "סיסטעם"?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:27 am

· #121081
געפילטע פיש
ט"ס פרעגט א שאלה און קיינער ענטפערט נישט, נישט שיין.
טאמבל סאס
איך דארף וויסן. יעצט איז ערנסט גערעדט? אדער א געוויסע סארט משל וואס איך דארף מדמה זיין צום ענין?

זיי טענה'ן זיך אינעם אוראלטן ויכוח ציווישן די זייגערמאכער און שייקספיר'ס מאלפע.

@יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו טענה'סט, אויב זע איך אז א מאלפע האט אפגעטייפט 'העמלעט', דארף איך מורא האבן אז מארגן גייט זיך עס אויסמעקן? מיט דארפן נישט מער ווי אן איינמאליגע טעות (קאאיצידענס) וואס אגב האט א מאטאמאטישע חשבון אז מן הנמנע אז ס'זאל געשעהן, וואס די טעות איז אזוי וואונדערבאר אז ס'האט אוועקגעשטעלט אונזער הערליכע טיפע סיסטעם.

א סיסטעם וואס איז געשען בטעות איז נישט הערליך און נישט טיף. איך האב נאך קיינמאל נישט געזען איינעם זיך אויסדרוקן, "פשש, דאס איז דאך אזא הערליכער טעות", אדער "דער טעות איז גאר א טיפער געדאנק". עס איז נישטא קיין שום סיבה צו באוואונדערן א האמלעט וואס איז פראדוצירט געווארן בטעות צווישן איינס פון א ביליאן (אויסער אויב טיף אין הארצן שטעלסטו זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א טריק ווי אזוי דאס איז געשען).

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:40 am

· #121096
יאיר
צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

איך כאפ נישט פארוואס ווען דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה איז 'גאט' דאן האסטו נישט קיין פראבלעם אז עס/ער האט אייביג עקזיסטירט און עס/ער איז סותר די טבע, ווייל ער איז דאך העכער ווי די טבע אליין, אבער אויב דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה זענען די חוקי הטבע, נאר דעמאלט ווערט אבסורד צו זאגן אז די חוקי הטבע האבן אייביג עקזיסטירט. הצד השוה שבהן, מיר ווייסן נישט וואס גאט מיינט, מיר ווייסן אויך נישט וואס חוקי הטבע מיינט. ביידע האבן אייביג געקענט עקזיסטירן, אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט.

יאיר, דו האסט שוין עטליכע מאל פראבירט צו-צוטיילן געטליכקייט פאר די חוקי הטבע, סיי צו פארמינערן א כוח העכער איהר און סיי איהר ארויס-צוהייבן העכער גשמיים.

פארשטיי איך אבער נישט, ממ"נ, איז ער אליין א 'חוק', א געוויסע ציור - אזוי און נישט אנדערש [ווי מען זאגט אין חב"ד], האט ער דאך א סיבה וואס האט איהם מגביל געווען, איז ער נאר מגביל אנדערע - די געשעהנישן אין בריאה, איז ער דאך דער גאט וועמען מען מיינט טאקע?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 12:46 am

· #121103
ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 12:57 am

· #121115
יאיר
די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.

יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.

אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.

אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאזט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.
-----------------
ונבנתה האקט איך מיין אז איך קען זאגן ברוך שכונתי

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 1:01 am

· #121121
moti107
יאיר
די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.

יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.

אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.

אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.

1) אויב דיין איינציגסטע דעפינישאן פון גאט איז "עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן", מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן"?
2) קיינער קען נישט הערן און פילן די חוקי הטבע, מען קען בלויז פילן און אנטאפן די תוצאות וואס געשעען דורך זיי.
3) אויב די חוק פון גראוויטי איז לימיטעד ווייל עס "מוז" שלעפן זאכן איינס נעבן צווייטן, פארוואס איז גאט נישט לימיטעד ווייל ער "מוז" בלייבן לעבן און קען נישט באגיין זעלבסטמארד?

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 1:05 am

· #121124
יאיר
ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?

אה״נ די אלע נעמען און מידות איז נאר א משל וכדי לסבר את האוזן. סך הכל לויט וויאזוי די רעסיווער קוקט אן די זאך איז דאס די מערסטע ענדליך צו רחום, חנון, ארך אפים וכו׳ אבער גאט בלייבט ווייטער בלי גבול

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 1:09 am

· #121127

וואס מיינט גאט?

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 1:14 am

· #121131
יאיר
moti107
יאיר
די נארישע אויפטו פון א שאנס פון איינס אין א ביליאן מאל איז עס געלונגען טוט דא גארנישט אויף, עס איז א טפשות'דיגע המצאה צו אוועקמאכן אונזער גאנצע עקזיסטענץ און סייענס. מיין פוינט איז אז מען דארף זיך ערגעץ אפשטעלן, פארוואס מעג מען זיך אפשטעלן ביי גאט אבער נישט ביי חוקי הטבע.

יעדע זאך וואס איז דיזיינט איז לימיטעד, אויב ס׳איז לימיטעד האט אים געמוזט מקדים זיין א דיזיינער וואס האט אים געלימיטעד.

אויב דער דיזיינער איז אויך דיזיינט, האט אים עימיצער אויך מקדים געווען,און אזוי פארט דאס צוריק ביז צום ערשטען חומר.
דעריבער, חוקי הטבע און אויך יעדע יצירה וואס מ׳קען זען/הערן/שמעקן/טאפן/באגרייפן איז דיזיינט והא ראיה דו האסט אים באגריפן! און אויב דיין מוח וואס איז לימיטעד קען אים באגרייפן מוז דער באגריפענער אויך זיין לימיטעד און דיזיינט ס׳זאל קענען אריינפיטן אין דיין פארשטאנד.

אלזא, איז מסתבר צו זאגן אז גאט! - וואס איז נאך עד היום נישט באגריפן - איז דער קדמון און אין סוף און מיר קענען אים נישט באגרייפן ווייל טאמער יא! מיינט דאס בהכרח איז ער איז דיזיינט און דאס זאגט בהכרח אז ער האט א דיזיינער. משא״כ חוקי הטבע - וואס איז זיכער דיזיינט און לימיטעד - איז בהכרח נישט געווען פון אייביג ווייל עס לאט נישט קיין פלאץ פאר זיין דיזיינער.

1) אויב דיין איינציגסטע דעפינישאן פון גאט איז "עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן", מיט וואס איז דאס אנדערש ווי זאגן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן"?
2) קיינער קען נישט הערן און פילן די חוקי הטבע, מען קען בלויז פילן און אנטאפן די תוצאות וואס געשעען דורך זיי.
3) אויב די חוק פון גראוויטי איז לימיטעד ווייל עס "מוז" שלעפן זאכן איינס נעבן צווייטן, פארוואס איז גאט נישט לימיטעד ווייל ער "מוז" בלייבן לעבן און קען נישט באגיין זעלבסטמארד?

דו פרעגסט די באקאנטע שווערע שטיין שאלה

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 4, 2013 1:16 am

· #121132
יאיר
ונבנתה, א גוטע הערה. (אגב, איך האב הנאה אז דו געדענקסט אזוי גוט מיינע תגובות...).
לאמיר נאר זען אויב אן ענליכע שאלה איז שייך לגבי גאט, אויב האט ער א געוויסע ציור (ער איז דער מקור החכמה, מקור הטוב, וכדו') דעמאלט ווער האט אים באשאפן און מגביל געווען אויף דעם ציור, און אויב פארשטייסטו אז כאטש גאט האט געוויסע דעסקריפשאנס וואס ער איז און וואס ער טוט, און אף על פי כן דארף ער נישט קיין מסבב, ווייל ער איז נישט קיין גשם אדער מורכב, פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע לגבי די חוקי הטבע?
ווייטער אויב האט גאט אינגאנצן נישט קיין ציור, פון וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל?

אויב מיינסטו צו פרעגן אז 'מקור החכמה' איז א ציור ווייל עס שליסט אויס די היפוך פון חכמה, דאן איז דאס די קשיא צו גאט קען מאכן אז ער זאל נישט קענען עפעס, וואס אויף דעם איז לכאורה די פשוט'סטע תירוץ אז נישט האבן א חסרון איז נישט א חסרון, ממילא אז איך זאג אז ער איז נאר חיובי און האט נישט קיין היפוך פון חיוביים [למשל רע] הייסט עס נישט קיין ציור.

אויב האסטו געמיינט צו פרעגן אז די עצם הגדרה 'מקור החכמה' איז א פראבלעם [אהן די חלק פון שלילת ההיפוך], נלענ"ד אז דאס איז נישט ציור, מען טיילט איהם נישט צו א געוויסע פעולה אדער ריסטריקשען, מען זאגט נאר אז ער און חכמה [דער מושג פון חכמה, נישט די פעולה] זענען איינס, וועל, דער רמב"ם האט דאך שוין מעיד געווען אז אין כח ביד האדם להבינה על בורי'.

און דאס איז אויך אמת אז פון עצמות מצד עצמו קען מען טאקע נאר רעדן בשלילה [עכ"פ אין חב"ד].

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 1:20 am

· #121138
יאיר האט געשריבען
וואס מיינט גאט?

גאט איז דער מוכרח׳דיגער דיזיינער פאר א יעדן חומר וואס איז זיכער דיזיינט והא ראיה איך האב אים באגריפן און אויב איז גאט אויך דיזיינט דאן איז זיין דיזיינער דער גאט .
אויב דו ביסט מודה אז יעדע דיזיין האט א דיזיינער זאגסטו בהכרח אז ס׳איז דא א גאט.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 4, 2013 3:20 am

· #121171
יאיר
ווען דו האלטסט אינמיטן ליינען דעם וואונדערבארן מאלפע העמלעט, דו האסט שוין געליינט צען בלעטער, און דו זעסט אז ביז אהין איז עס נאכקאפירט שעיקספעיר, וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול. (אויב דו גלייבסט באמת אז די ערשטע צען בלעטער זענען געשריבן דורך א ריינע צופאל). אפגערעדט פון דעם וואס דו וועסט בכלל נישט זאגן אז ס'איז דא דא עפעס א 'חוק' וואס באשטימט אז די ערשטע צען בלעטער זאלן זיין נאכקאפירט פון שעיקספעיר. ס'איז פשוט א טעות וואס איז פערצופאל געלונגען.
לענינינו, מיר האבן באטראכט די אוניווערס פאר עטליכע הונדערט יאר, און געזען אז ס'איז פארהאן א סדר, פאר'ן אטעאיסט איז דאס א שווערער פראבלעם, און ער דרייט זיך ארויס אז ס'איז באמת א גאר זעלטענער צופאל וואס זעט אויס ווי סדר. פיין און וואויל. אבער קום מיר נישט נאכדעם זאגן מיט זיכערקייט אז דער זעלטענער צופאל וועט אויך פאסירן אין די קומענדיגע הונדערט יאר. ס'איז א תרתי דסתרי.

לויט ווי איך פארשטיי זענען מיר מחולק וואו מיר שטייען אין משל, דו זאגסט אז די מאנקי האלט אינמיטן שרייבן, יעדע אות וואס די מאנקי שרייבט ווייטער וואס מאכט סענס איז נאך א נס\קאאיצידענס\טעות, ממילא יעדע צוגעקומענע אות ווערט די פראביביליטי אז די נעקסטע אות גייט אויך זיין צום דבר מולטיפלייעד ביי די מספר אותיות אינעם אלפא ביתא, ממילא לאגיק דירטירט מיר אז די נעקסטע אות גייט ער מאכן א טעות. איך זאג אבער, און דאס דוכט זיך זאגט די אינפיניט מאלפע טעארעם, אז אונז האבן מיר שוין א פארטיגע אפגעשריבענע ביכל פון אלע שייקספירס ארבעט, מיר האבן א יוניווערס וואס ארבעט שוין יארן אויף א ספעציפישע וועג, מיט געוויסע געזעצן וואס טוישן זיך נישט, די געזעצן, די חוקי הטבע זענען די נמשל פון 'העמלעט', נישט די זון אויפגאנג פון היינט איז פעידזש 271 און די זון אויפגאנג פון מארגן איז פעידזש 272.

וויפיל שאנסן וועסטו עס געבן אז די איבריגע פיר הונדערט בלעטער זענען אויך נאכקאפירט ווארט ביי ווארט פון שעיקספעיר? מסתמא נאנט צו נול.

נאנט צו נול איז נישט נול, אויב האסטו א אינפיניט מספר פון מאלפעס און אינפיניט צייט (אינפיניט איז אין סוף, למעלה מהשגתינו) וועסטו ארויסקומען מיט די גאנצע שייקספיר שרייבערייען פון די רענדאם מאלפע קלאפערייען, און אפילו ווייניגער ווי איפיניט, אז דו וועסט רעכענען די סומע וויפיל קאראקטערס ס'דא אויפן טייפערייטער, און דאס מולטיפלייען איין מאל פאר די ערשטע קאראקטאר פון די ערשטע ווארט פון העמלעט, און נאכאמאל פאר די צווייטע, אא"וו, וועסטו אנקומען צו די נאמבער קאראקטארן וואס פעלט אויס דערצו, און דאס איז א מספר, טאקע גאר א הויכער, וואס לאזט זיך קוואנטיפיצירן, מגביל זיין, אראפ שרייבן.

יאיר
א סיסטעם וואס איז געשען בטעות איז נישט הערליך און נישט טיף. איך האב נאך קיינמאל נישט געזען איינעם זיך אויסדרוקן, "פשש, דאס איז דאך אזא הערליכער טעות", אדער "דער טעות איז גאר א טיפער געדאנק". עס איז נישטא קיין שום סיבה צו באוואונדערן א האמלעט וואס איז פראדוצירט געווארן בטעות צווישן איינס פון א ביליאן.

פארוואס נישט? אויב ענהאלט עס שיינע קינצערישע ווערטער און ברענגט ארויס געפילן, וואס גייט מיר אן ווי אזוי דאס איז געשעהן, איך קען שעפן התפעלות פון איינער וואס האט בטעות אריינגעקראכט און געהארגעט א נאצי וואס איז געווען שולדיג אין זיין זיידענס טויט, טאקע א קאאינצידענס, אבער פארט אינטערעסאנט.
יאיר
(אויסער אויב טיף אין הארצן שטעלסטו זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א טריק ווי אזוי דאס איז געשען).

די מדובר דא איז נישט וואס איך גלייב טיף אין הארץ, נאר אין די גילטיקייט פונעם אין סופ'יגע מאלפע הנחה.

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 3:33 am

· #121173
למעשה איז דאך אבער נישט געווען דער מארגענדיגער זון אויפשיין נו וויאזוי מאכסטו דאס פאר א געשעענדע קאווינסידענס נאך איידער עס פאסירט?
ווילסטו זאגן אז א געוויסער טעות איז געשען וואס האט געמאכט אז דער זון זאל בהכרח אויפשיינען יעדן טאג ?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 4, 2013 3:49 am

· #121176
דאס זאג איך, ס'איז נישט קיין אנגייענדע טעות, נאר א טעות וואס איז געשען אין די מאמענט פון די וועלט באשאף, ווען אונזערע חוקי הטבע האבן זיך געפארעמט, (טעות איז נישט די ריכטיגע ווארט דא, נאר ענדערש קאאינצידענס). אונזער וועלט האט דאמאלס באקומען געזעצן, און די געזעצן דיקטירן אז די זון גייט מארגן אויפשיינען אויף מזרח. גלייבסט מיר נישט? ווארט צו אפאר שעה וועלמער זען צו איך בין גערעכט אדער נישט.

יידל » דינסטאג יוני 4, 2013 9:06 am

· #121201
הערות קצרות אויפן צווייטן תגובה פון טאמבל סאס.
טאמבל סאס
פריינט: אויב איז די בריאה געווארן יש מאין, מוז זיין אז עפעס האט עס געמאכט. ווייל אויב אין דער בריאה זעלבסט איז נישט פאראן אזא מציאות ווי יש מאין, איז אוממעגליך צו זאגן אז די בריאה אליין האט יא זיך אליין געמאכט. ווייל דאס זאגט אין אנדערע ווערטער אז די בריאה האט זיך באשאפן אויף אן אופן וואס איז סותר מיניה וביה זיין עקזיסטענץ. דאס איז א לאגישער אבסורד.

עס איז טאקע אבסורד פון א קאמען סענס פערספעקטיוו, אבער ווער זאגט אז די וועלט פאלגט נאך דעם מענטשליכן לאגיק? עיין ערך קוואנטום פיזיקס. און גענוג קוואנטום פיזיקער (א שטייגער ווי עלען גוטה און לאורענס קרויס) זענען מסביר וויאזוי אויפן קוואנטום לעוועל האלטן אין איין פאסירן יש מאינ'ס. (נישט אז כ'פארשטיי וואס זיי זאגן.)
טאמבל סאס

די צווייטע ברירה, אז די בריאה האט אייביג עקזיסטירט און וועט בלייבן אייביג עקזיסטירן, איז טאקע נישט מחייב קיין בורא. אזא סארט "בריאה" - די כלל-כולו בריאה, "עז עי האלל" - איז אין אנדערע ווערטער אן אין סוף, הי' הוה ויהי', אחד יחיד ומיוחד, ראשית ואחרית. בנוסף לזה, איז די בריאה (די "בריאה" אלץ דבר השלם: די גאנצע בריאה, דער קאסמאס) עפעס וואס מען קען מיט'ן שכל נישט משיג זיין. מיר - אונזער שכל און השגה, ווי ווייט, ברייט און טיף זיי זאלן נאר נישט גיין - זענען ווי א פרט אינערהאלב דער "בריאה". . . .
און דאס איז נישט קיין צופאל. די סיבה פארוואס מיר ניצן בהכרח די זעלבע ווערטער איז: ווייל די צוויי - א בריאה אין סוף און גאט - זענען באמת איינס און די זעלבע זאך. גאט איז דאס, וואס מען קען נישט משיג זיין.

דער עיקר פראבלעם מיט גאט ליגט אין דעם וואס דער מושג, דער אי-הגדרה, איז במשך דער צייט געווארן קאנצעפטואליזירט. אפילו דער טערמין "אין סוף" איז באמת טיף אין אונזערע מוחות אזא מין עקזיסטענץ - אזא "ריזיגע זאך", וואס איז אזוי גרויס ווי "אין סוף". דאס איז דאך אבער פאלש, ווי דער עצם טייטש פון די ווערטער זאגט: אין סוף, דהיינו, לא ניתן למוגבל להשיג משמעותו.
ט"ס: . . .
איז דאס נישט "שפינאזעס" גאט? . . .
פריינט: שפינאזא איז געווען א טיפער מוח. ער איז אבער נישט געווען מער ווי א מענטש, און א מענטש קען דאך נישט באשאפן קיין גאט ... די איינציגע זאך וואס שפינאזא האט געקענט טאן -- בעסער ווי א סך מענטשן - איז טראכטן. נו, דאס טוען מיר דאך אויך. לאמיר טראכטן מיט אונזער שכל.

האסטו דאך אים גארנישט געענטפערט. ווען ער האט געפרעגט צו דאס איז שפינאזא'ס גאט האט ער נישט געמיינט זאלסט אים מגדיר זיין שפינאזא, ער האט נאר גענוצט דעם טערמין וואס די וועלט נוצט ווען איינער זאגט אז די חוקי הטבע איז/זענען גאט. וויאזוי האסטו נאר הרב פריינד מסביר געווען? "ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואספארא נאמען מען גיט פאר דער "זאך". קיין שום נאמען באצייכנט עס דאך נישט, באמת. נאר אויב ווילן מענטשן קענען רעדן און זיך פארשטיין אין דער נושא, מוז מען בהכרח עס געבן עפעס א נאמען -- פשוט לשם פראקטישקייט."
טאמבל'ס שאלה איז א לעגעטימע פראגע: צו טוסטו הרב פריינד פארשלאגן א פאנטעאיסטישער גאט? און - if I may dare say - די ענטפער איז אז יא. איז אידישקייט compatible מיט פאנטעאיזם? תלוי את מי שואלים. (לעיקוואד, איפה אתה?) ראדיקאל איז עס זיכער. נישט אז דאס זאגט צו עס איז אמת אדער נישט.

פריינט: אט אזוי. איין קליינער שינוי נאר צו וואס כ'האב לכתחילה געשריבן. די צוויי וועגן זענען באמת איינער און דער זעלבער. די מסקנא אין ביידע היכי תמצא'ס איז אז ס'איז דא עפעס וואס איז "שולדיג" אז די בריאה איז דא, און דער "עפעס" לאזט זיך נישט מגדיר/מתאר/ממחיש זיין. דער חילוק פון 1) ביז 2) ליגט דער אין דעם מהלך וואס פירט צו דער מסקנא -- וואס איז אבער אין ביידע פעלער די זעלבע. ווייל ווידעראמאל: איינמאל די "זאך" איז אין סוף, איז דאך שוין נישט שייך צו זאגן "אזוי" צי "אזוי", ווייל ס'איז אלעס און אייביג. אלעס און אייביג קען אין אונזער שכל נאר פארטייטשט ווערן אויף איין אופן: "אין סוף". ס'איז בכלל נישט שייך צוצוגעבן נאך פרטים און באצייכענונגען, ווייל יעדעס ווארט נעמט נאר אראפ פון "אין סוף".

עס איז נישט ריכטיג, ווייל אלץ מענטשן זענען מיר פראגראמירט (דורכ'ן אין סוף) צו מגדיר זיין זאכן און באצייכענען אירע כאראקטעריסטן. איז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישן א טרוקענעם "סיבה ראשונה" (first cause) און פאנטעאיזם?

פאר מיר הייבן אן רעדן וועגן סייענס און סייענסטיסטן, לאמיר פאר א רגע נאר רעדן וועגן דער נקודה וואס דו מאכסט אין דער לעצטער שורה. ס'איז אמת אז איך קען נישט משיג זיין דעם מוח פון עמיצן וואס איז קלוגער ווי איך. אבער ווען דער דאזיגער חכם מאכט א סטעיטמענט, גיי איך עס נישט אפקויפן בלויז דערפאר, ווייל ער איז קלוגער. די איינציגע נפק"מ למעשה צווישן יענעם און מיר איז נאר דאס, אז ער, מיט זיין טיפערן מוח, איז בכוח אויפצוקומען מיט עפעס וואס מיין מוח קען נישט. פיין. אבער בכדי איך זאל עס מקבל זיין, דארף ער עס מיר מסביר זיין. בלינדערהייט אפקויפן א סברה איז נישט שכל'דיג, ווייל מאן יימר ער איז גערעכט: אפשר וועט עמיצער וואס איך נאך טיפער ווי אים אויפקומען מיט א נאך טיפערער סברה וואס וועט אים אפפרעגן לחלוטין? אויב איך פארשטיי עס אבער, קען איך זאגן אז "איך פארשטיי זיין סברה." דאס אלעס. און אויב איך פארשטיי עס נישט, איז עס *פאר מיר* נישט אמת. פאר אים קען עס זיין אמת; אבער נישט פאר מיר -- אזוי לאנג ווי איך פארשטיי עס נישט.

👍

(אגב: כ'האב געזען א דאקומענטערי וועגן סאפיסטיקירטע טעארעטישע פיזיקס. איינער פון די פראפעסארן דארט איז מיט א צייט צוריק אויפגעקומען מיט א הנחה וואס הייסט "סופער גראוויטי". קיינער אין דער סייענטיפישער וועלט האט עס נישט אפגעקויפט, הגם קיינער האט נישט באוויזן אפצופרעגן זיין יסוד, וואס האט פארענטפערט רוב ברענענדיגע קשיות אין פיזיקס בעסער ווי סיי וועלכע אנדערע פאפולערע טעאריע. ער אליין זאגט אז ער האט זיך דערפון טיילווייז אפגעלאזט, ווייל היות דער סייענטיפישער עסטאבלישמענט האט נישט געוואלט אנערקענען אין זיין אויפטו, האט ער עס אויך נישט געקענט לערנען מיט זיינע תלמידים. בקיצור, כי ארכו הימים האט סייענס אנגעהויבן שענקען אויפמערקזאמקייט צו זיין אויפטו, מכוח אנדערע סיבות. זאגט דער פראפעסאר דארט פארן אינטערוויוער: איך האב אייביג געוואוסט אז איך בין גערעכט, נאר אין דער סייענטיפישער וועלט גייט עס פונקט ווי אין דער וועלט בכלל: עס זענען דא די אנגענומענע חכמים און חכמות, און אויב גייסטו קעגן שטראם ביזטו אפגעפרעגט, אפגעזען צי דו ביזט גערעכט אדער נישט.)

אבער זאגסט דאך אז כי ארכו ימים האט מען יא אנגעהויבן נעמען דעם טעאריע אין באטראכט. איז עס נישט וואונדערבאר אז די סייענטיסטן זענען זיך מתגבר אויפן נאטור צו גיין מיט די שטראם, און דאס פאסירט פעם אחר פעם? - סתם, רק להעיר בדרך אגב.

דער זייער תמציתדיגער ענטפער איז, אז דער אמת ליגט ביי יעדן און קיינעם. יעדער האט א שטיקל פון איין ריזיגן "אמת", צו וואס ס'איז אוממעגליך צוצוקומען. עכ"פ דא זיכער נישט. "שכר ועונש" מיינט זיכער נישט "האסטו א פראסק פארן נישט פאלגן" און "נאדיר א טייך אפרסמון פארן זיין וואויל". ס'איז אין א געוויסן זינען א המשך פון דעם לעבן דא, נאר אין אן אנדערער פארעם פון עקזיסטענץ, וואס פירט זיך, כלומר, מיט אנדערע "חוקי הטבע". מען קען עס אנקוקן עפעס ווי סייענס זעט היינט די טעאריע פון "פאראלעלע אוניווערסן": עס איז פאראן א בריאה, מיט כללים און געזעצן -- וואס קומט כמו המשך פון אונזער עקזיסטענץ דאהי.
עס איז ריכטיג אז צום אמת'ן אמת קען מען נישט צוקומען אבער ווי כ'האב נאכגעזאגט פון רענדי פריער אין דעם אשכול, איז מעגליך צו זאגן אויף געוויסע זאכן: "דאס זיכער נישט!". ס'הייסט, כ'ווייס נישט אויב משה רבינו ליגט אין ג'בל מוסא אדער נישט, אבער אין וויליאמסבורג ליגט ער זיכער נישט. ודו"'ק

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 9:45 am

· #121211
געפילטע פיש
דאס זאג איך, ס'איז נישט קיין אנגייענדע טעות, נאר א טעות וואס איז געשען אין די מאמענט פון די וועלט באשאף, ווען אונזערע חוקי הטבע האבן זיך געפארעמט, (טעות איז נישט די ריכטיגע ווארט דא, נאר ענדערש קאאינצידענס). אונזער וועלט האט דאמאלס באקומען געזעצן, און די געזעצן דיקטירן אז די זון גייט מארגן אויפשיינען אויף מזרח. גלייבסט מיר נישט? ווארט צו אפאר שעה וועלמער זען צו איך בין גערעכט אדער נישט.

זייער שיין געשריבן, אבער דו האסט מיר נישט געזאגט פון וואו דו ווייסט דאס. אפשר דיקטירן די געזעצן וואס מיר האבן דעמאלט באקומען אז שנת תשע"ד זאל די זון אויפשיינען פון מערב? בשלמא איך גלייב אז דאס וואס די זון האט ביז יעצט אויפגעשיינט יעדן טאג פון מזרח ווייזט אויף א סדר אין די בריאה, ממילא שטעל איך זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א געזעץ אונטער דעם וואס זאגט אז די זון זאל שטענדיג אויפשיינען פון מזרח, אבער דו זאגסט דאך אז דאס וואס די געזעצן דיקטירן אז ביז שנת תשע"ד יעצט זאל די זון אויפשיינען יעדן טאג פון די זעלבע פלאץ איז פשוט א קאאינצידענט, עס ליגט נישט קיין שום סדר אונטער דעם, ממילא קען זיין אז אין די געזעצן שטייט פערצופאל אז שנת תשע"ד זאל די גאנצע וועלט ווערן תוהו ובוהו, דו האסט נישט קין שום גאראנטי צו וויסן וואס עס שטייט אין די געזעצן אזוי לאנג ווי די זעסט עס נישט פאר דיינע אויגן. פון כאאס און צופאלן קען מען נישט מאכן קיין שום הנחה אויפ'ן עתיד.
לויט ווי איך פארשטיי זענען מיר מחולק וואו מיר שטייען אין משל, דו זאגסט אז די מאנקי האלט אינמיטן שרייבן, יעדע אות וואס די מאנקי שרייבט ווייטער וואס מאכט סענס איז נאך א נס\קאאיצידענס\טעות, ממילא יעדע צוגעקומענע אות ווערט די פראביביליטי אז די נעקסטע אות גייט אויך זיין צום דבר מולטיפלייעד ביי די מספר אותיות אינעם אלפא ביתא, ממילא לאגיק דירטירט מיר אז די נעקסטע אות גייט ער מאכן א טעות. איך זאג אבער, און דאס דוכט זיך זאגט די אינפיניט מאלפע טעארעם, אז אונז האבן מיר שוין א פארטיגע אפגעשריבענע ביכל פון אלע שייקספירס ארבעט, מיר האבן א יוניווערס וואס ארבעט שוין יארן אויף א ספעציפישע וועג, מיט געוויסע געזעצן וואס טוישן זיך נישט, די געזעצן, די חוקי הטבע זענען די נמשל פון 'העמלעט', נישט די זון אויפגאנג פון היינט איז פעידזש 271 און די זון אויפגאנג פון מארגן איז פעידזש 272.

איך זאג נישט אז דער מאלפע האלט אינמיטן שריייבן, (כאטש איך האלט גראדע אז דאס איז אויך אמת לויט דיין הבנה) איך זאג נאר אז דו האלטסט אינמיטן ליינען. דאס איז ממש גלייך צו מיין משל, דו ליינסט יעצט א שוין געשריבענע מאלפע-האמלעט, צייט האלט אינמיטן אויפוויקלען די שוין געשריבענע געזעצן. אזוי לאנג ווי דו האסט נישט אפגעליינט דעם גאנצן בוך, אזוי לאנג ווי דו האלטסט נישט ביי די ענד אוו טיים, קענסטו נישט זאגן וואס דארט שטייט. מיר האבן שוין טאקע דורכגעליינט א פערצן ביליאן בלעטער, אבער עס זענען דא נאך ביליאנען בלעטער און מיר האבן נישט קיין השגה וואס דארט שטייט. אויב דו מאכסט נישט פריער א הנחה אז די איבריגע בלעטער מוזן זיין געבויט אויף סדר, דעמאלט איז פונקט אזוי מעגליך אז נאך שנת תשע"ד, דאס הייסט, נאכ'ן עקזיסטירן פאר פערצן ביליאן יאר מיט טשעינדזש, איז דער אוניווערס געפראגראמט צו גיין קראכן.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 9:50 am

· #121212
ונבנתה העיר
אויב האסטו געמיינט צו פרעגן אז די עצם הגדרה 'מקור החכמה' איז א פראבלעם [אהן די חלק פון שלילת ההיפוך], נלענ"ד אז דאס איז נישט ציור, מען טיילט איהם נישט צו א געוויסע פעולה אדער ריסטריקשען, מען זאגט נאר אז ער און חכמה [דער מושג פון חכמה, נישט די פעולה] זענען איינס, וועל, דער רמב"ם האט דאך שוין מעיד געווען אז אין כח ביד האדם להבינה על בורי'.

און דאס איז אויך אמת אז פון עצמות מצד עצמו קען מען טאקע נאר רעדן בשלילה [עכ"פ אין חב"ד].

אפשר זענען די חוקי הטבע אויך אין כח באדם להבינה על בוריה און מען קען נאר רעדן דערפון בשלילה? פונקט ווי מיר ווייסן בלויז אז גאט האט באשאפן א אוניווערס כאטש מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס גאט איז, אזוי אויך האט די גראוויטי געזעץ געמאכט אז זאכן זאל צוציען איינס צום צווייטן און מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס דער כח איז.
און בכלל וויל איך פארשטיין וואס דאס מיינט אז מצד עצמו קען מען נאר רעדן בשלילה. פון וואס רעדט מען דא בכלל? דו מוזט דאך זאגן וואס דאס איז כדי מען זאל פארשטיין וואס דו רעדסט, ס'איז נישט גענוג אז דו זאגסט וואס עס איז נישט.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 9:55 am

· #121214
moti107
יאיר האט געשריבען
וואס מיינט גאט?

גאט איז דער מוכרח׳דיגער דיזיינער פאר א יעדן חומר וואס איז זיכער דיזיינט והא ראיה איך האב אים באגריפן און אויב איז גאט אויך דיזיינט דאן איז זיין דיזיינער דער גאט .
אויב דו ביסט מודה אז יעדע דיזיין האט א דיזיינער זאגסטו בהכרח אז ס׳איז דא א גאט.

אלזא, דער דעפינישאן פון גאט איז 'עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן'? אויב אזוי זענען די חוקי הטבע א גוטע קאנדידאט דערויף. איך ווייס נישט פון קיינעם וואס האט באגריפן וואס די חוקי הטבע אליין זענען, ס'איז עפעס א רוחניות'דיגע כח וואס קיינער פארשטייט נישט. אויסער דעם, וועל איך דיר איבערפרעגן וואס איז דער חילוק צווישן "איך ווייס נישט וי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן" אדער "די וועלט איז באשאפן געווארן דורך עפעס א סיבה וואס איך קען נישט באגרייפן"?

מאטי » דינסטאג יוני 4, 2013 10:22 am

· #121219
יאיר
moti107
יאיר האט געשריבען
וואס מיינט גאט?

גאט איז דער מוכרח׳דיגער דיזיינער פאר א יעדן חומר וואס איז זיכער דיזיינט והא ראיה איך האב אים באגריפן און אויב איז גאט אויך דיזיינט דאן איז זיין דיזיינער דער גאט .
אויב דו ביסט מודה אז יעדע דיזיין האט א דיזיינער זאגסטו בהכרח אז ס׳איז דא א גאט.

אלזא, דער דעפינישאן פון גאט איז 'עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן'? אויב אזוי זענען די חוקי הטבע א גוטע קאנדידאט דערויף. איך ווייס נישט פון קיינעם וואס האט באגריפן וואס די חוקי הטבע אליין זענען, ס'איז עפעס א רוחניות'דיגע כח וואס קיינער פארשטייט נישט. אויסער דעם, וועל איך דיר איבערפרעגן וואס איז דער חילוק צווישן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן" אדער "די וועלט איז באשאפן געווארן דורך עפעס א סיבה וואס איך קען נישט באגרייפן"?

1) וואס רופסטו אן חוקי הטבע ? די סיבה ראשונה, נאכדעם וואס סייענס איז דערגאנגען דאס טיפסטע וואס ס׳נאר פארהאן פארן מענטשליכע פארשטאנד, און אויפן לעצטן ״אבער פארוואס״ וואס זאגט פאר די טבע האלט זיך צום טבע ? אויף דעם איז דער ענטפער יא דאס איז גאט!!

2) ״איך ווייס נישט וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן״ מיינט, אלע אפציעס זענען אפן אפילו אז חומר איז דא פון אייביג.
״איך ווייס אז א בורא בלי גבול האט באשאפן דער וועלט אבער איך כ׳קען אים נישט משיג זיין״ , שליסט אויס יעדע זאך וואס איז לימיטעד און דיזיינט אז ס׳קען זיין פון אייביג.

מאראנצןזאפט » דינסטאג יוני 4, 2013 3:26 pm

· #121332
און וואס נעם איך ארויס פון דער גאנצער שמועס?
אז טאמבל סוס איז גוד לאקינג!
😳 😢
אפשר אין קומענדיגן גלגול, יעצט איז נישט מיין טשאנס.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 4, 2013 3:50 pm

· #121340
😕
אפשר וויל ער זיין.
🙄

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 4, 2013 4:42 pm

· #121363
יאיר
ונבנתה העיר
אויב האסטו געמיינט צו פרעגן אז די עצם הגדרה 'מקור החכמה' איז א פראבלעם [אהן די חלק פון שלילת ההיפוך], נלענ"ד אז דאס איז נישט ציור, מען טיילט איהם נישט צו א געוויסע פעולה אדער ריסטריקשען, מען זאגט נאר אז ער און חכמה [דער מושג פון חכמה, נישט די פעולה] זענען איינס, וועל, דער רמב"ם האט דאך שוין מעיד געווען אז אין כח ביד האדם להבינה על בורי'.

און דאס איז אויך אמת אז פון עצמות מצד עצמו קען מען טאקע נאר רעדן בשלילה [עכ"פ אין חב"ד].

אפשר זענען די חוקי הטבע אויך אין כח באדם להבינה על בוריה און מען קען נאר רעדן דערפון בשלילה? פונקט ווי מיר ווייסן בלויז אז גאט האט באשאפן א אוניווערס כאטש מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס גאט איז, אזוי אויך האט די גראוויטי געזעץ געמאכט אז זאכן זאל צוציען איינס צום צווייטן און מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס דער כח איז.
און בכלל וויל איך פארשטיין וואס דאס מיינט אז מצד עצמו קען מען נאר רעדן בשלילה. פון וואס רעדט מען דא בכלל? דו מוזט דאך זאגן וואס דאס איז כדי מען זאל פארשטיין וואס דו רעדסט, ס'איז נישט גענוג אז דו זאגסט וואס עס איז נישט.

איך מיין צו זאגן אזוי, פאר גאט טיילט מען 'אלעס' צו, חכמה, טוב וכו' וכו', נאר ווי אזוי עס בלייבט א יחוד נאכדעם וואס יעדע מושג קומט זיך צוזאמען אין איינעם אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז אין כח להבינו, משא"כ די חוק פון גראוויטי איז דאך 'נאר' ציור, עס איז איין ספעציפישע תכונה, כאילו איך וואלט געזאגט אז חכמה איז גאט.

אבער אה"נ, אויב קענסטו דערהייבן די חוקים פון זייערע ספעציפישע הגדרות, און דו וועסט זיי קענען צושטעלן די תנאים וואס דער רמב"ם רעכנט אין פ"א מיסוה"ת, זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו נמצאים (גראוויטי צום עפל), און אלע חוקים וועלן זיין אחד ולא שנים (וואס איז לכאורה נאר שייך אויב עס איז דא עפעס וואס ער האט אין זיך די אלע חוקים, משא"כ די חוקים מצד עצמם), דעמאלטס וועט דאס טאקע זיין גאט.

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 4, 2013 5:59 pm

· #121381
יאיר
זייער שיין געשריבן, אבער דו האסט מיר נישט געזאגט פון וואו דו ווייסט דאס. אפשר דיקטירן די געזעצן וואס מיר האבן דעמאלט באקומען אז שנת תשע"ד זאל די זון אויפשיינען פון מערב? בשלמא איך גלייב אז דאס וואס די זון האט ביז יעצט אויפגעשיינט יעדן טאג פון מזרח ווייזט אויף א סדר אין די בריאה, ממילא שטעל איך זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א געזעץ אונטער דעם וואס זאגט אז די זון זאל שטענדיג אויפשיינען פון מזרח, אבער דו זאגסט דאך אז דאס וואס די געזעצן דיקטירן אז ביז שנת תשע"ד יעצט זאל די זון אויפשיינען יעדן טאג פון די זעלבע פלאץ איז פשוט א קאאינצידענט, עס ליגט נישט קיין שום סדר אונטער דעם, ממילא קען זיין אז אין די געזעצן שטייט פערצופאל אז שנת תשע"ד זאל די גאנצע וועלט ווערן תוהו ובוהו, דו האסט נישט קין שום גאראנטי צו וויסן וואס עס שטייט אין די געזעצן אזוי לאנג ווי די זעסט עס נישט פאר דיינע אויגן. פון כאאס און צופאלן קען מען נישט מאכן קיין שום הנחה אויפ'ן עתיד.

איך כאפ נישט די נפקא מינא אויפן פרעדיקציע אויפן עתיד ציווישן אויב די סיבה ראשונה איז intelligent design, אדער איינס פון א ביליאן טריי אוטס וואס איז 'געלונגען'. איך ווייס נישט פארוואס לויט דיר דארף זיין מער סדר, און דו קענסט זיך רואיג פארשטעלן אז מארגן גייט די זון אויפשיינען, ווייל דיין דיזיינער קען אויך מחליט זיין מארגן אז ס'געענדיגט, די אינטערנעט אסיפה איז דורכגעפאלן, ער מאכט אלעס חרוב. לויט ווי איך פארשטיי עס האלטן מיר ביידע פונעם זעלבן סדר, די זעלבע חוקי הטבע, נאר די מחלוקת איז אויב ס'איז מוכרח מחמת דעם טענה אז ס'זאל זיין א סיבה ראשונה, אבער סדר איז זיכער דא! די חוקים גייען שוין אן ווילאנג מיר קענען מעסטן, און די איינמאליגע קאאינצידענס פון ביליאנע יארן צוריק האט זיי געקענט אריינברענגן אין עקזיסטענס, אין מאל דאס איז געשעהן דארף מען שוין נישט קיין מאלפע זאל טייפן.

יאיר
איך זאג נישט אז דער מאלפע האלט אינמיטן שריייבן, (כאטש איך האלט גראדע אז דאס איז אויך אמת לויט דיין הבנה) איך זאג נאר אז דו האלטסט אינמיטן ליינען. דאס איז ממש גלייך צו מיין משל, דו ליינסט יעצט א שוין געשריבענע מאלפע-האמלעט, צייט האלט אינמיטן אויפוויקלען די שוין געשריבענע געזעצן.

ניין! איך האלט נישט אינמיטן לייענען ווייל די זון פון כ"ז סיון תשע"ג האט נאכנישט אויפגעשיינט, אויב עפעס האלטן מיר אינמיטן לייענען ווייל עדיין לא ירדנו לסוף דעתו פונעם בריאה, מיר האבן נאכנישט קיין תירוץ אויף אלעס, אבער די זעלבע פעידזש אין די בוק וואס האט געמאכט די זון אויפשיינען כ"ו סיון, מאכט אויך אז ס'זאל אויפשיינען כ"ז סיון.

טאמבל סאס » דינסטאג יוני 4, 2013 6:47 pm

· #121395
אנטווארט צו יידל פון מיין פריינט/ד
פריינט: יידל, איך וועל דיר ענטפערן, אבער קודם וויל איך דיר באדאנקען פאר'ן מיר העלפן זיך קלאר מאכן. איך האב נישט קיין קלארע, אויסגעבויטע שיטה אין די אלע זאכן. און דאס איז טאקע דער עיקר סיבה פאר מיין שמועס מיט טאמבל סאס -- עס העלפט איינשטעלן א סדר אין קאפ, און ווייזט אן וואו מען טראכט קרום.

יידל
איך אנערקען אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו פארשטיין ביזן סוף, אבער דאס איז זיכער אז עפעס איז מעגליך צו פארשטיין. לדעתי, איינער וואס טראכט טיפער און טיפער ביז ער קומט צו צו א נקודה ווי עס איז אוממעגליך צו פארשטיין און דערפאר דרייט ער זיך ארום און זאגט אז אויך אלעס וואס ער האט געטראכט ביז יעצט איז אונטער א פראגע צייכן, האט א פנים וואו איינער וואס האלט אז רעלאטיוויטי איז נישט אמת וויבאלד אויפן קוואנטום לעוועל שטימט עס נישט.

ס'איז נישט ממש אז "אלעס וואס ער האט געטראכט ביז יעצט איז אונטער א פראגע צייכן." ס'איז ליבערשט אז ס'איז מיט'ן שכל בזה העולם אוממעגליך צו פארשטיין. אפילו דאס וואס מיר נעמען אן אלץ קלאר און זיכער, איז אויך קיינמאל נישט קלאר און זיכער. אלץ וואס איך זאג איז אז צום "אבסעלוטן אמת" איז נישט מעגליך אנצוקומען.

און ווי דיין משל מיט "רעלאטיוויטי": ס'איז נישט אז רעלאטיוויטי איז נישט אמת היות עס שטימט נישט אויפ'ן קוואנטום לעוועל, נאר אז רעלאטיוויטי איז נישט קיין *אבסעלוטער* אמת, והא ראי' אויפ'ן קוואנטום לעוועל שטימט ער נישט. רעלאטיוויטי איז אמת רעלאטיוו כלפי - רעלאטיוויטי.

יידל
דאס הערט זיך, במח"כ הרב החבר, זייער ניו-עידזשי. כ'טראג דאך יעצט דעם אוואטאר פון דזשעימס רענדי וועל איך נאכזאגן א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט בשמו: "קיינער קען נישט האבן קיין 100 פראצענטיגע קאנטראל אויף ריאליטעט. אבער איך וויל האבן דאס מערסטע קאנטראל וואס שייך און דערפאר וועל איך נאכגיין ריאליטעט דאס מערסטע וואס שייך". צו זאגן אז דער אמת ליגט נישט אין ערגעץ און דערפאר קען מען בלייבן משוקע אין ליגנט מכף רגל ועד הראש האט נישט קיין פשט, נאר אז מען איז אן עקסטרעמער ניהיליסט.

איך האב געמיינט צו זאגן אז ארויסלאזן זיך וואנדערן מיט'ן ציל צו געפינען דעם ענדגילטיגן אמת איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל מען קען אים במילא נישט געפינען. איך זאג נישט אז מען זאל בלייבן משוקע אין ליגנט, נאר אז איך רעד זיך נישט איין אז דורך איינזען אז קלעים פלוני איז ליגנט וועל איך אנקומען צום אמת. ווי איך האב פארשטאנען טאמבל סאס'עס קשיא האט ער גערעדט פון מוח-ווייטאג, נישט פון לעבן אין א געזעלשאפט וואס שטימט נישט מיט דיינע איבערצייגונגען. אויף דעם האב איך געענטפערט אז די ספיקות טוען וויי כל זמן מען טראכט אז זיי האבן לעזונגען. איינמאל מען קומט צו א מסקנא אז "ספק" איז סוף פסוק, שטערן זיי סך ווייניגער.

רענדי קומט פון גאר אן אנדער ריכטונג: ער לאזט זיך נישט פארקויפן קיין לאקשן. אבער רענדי אליין, גלייב איך, דערווארט נישט אנצוקומען צום איינציגן אמת דורך אויפווייזן די שקרים און דמיונות פון שקרנים און בעלי דמיון.

יידל
נישט נאר עס סאונדט פאנאטיש נאר עס *איז* פאנאטיש זיך איינצורעדן אז די *זעלבע* פראבלעמען זענען דא איבעראל. אודאי זענען דא איבעראל פראבלעמען, אויף דעם בין איך (קיינער?) נישט מחולק. אבער די זעלבע פראבלעמען? אודאי נישט. איי אז עס זענען דא פראבלעמען איבעראל, צו וואס זיך זיכען בעסערע גליקן ערגעץ אנדערש? די תירוץ איז ווייל יעדער אינדיווידואל האט אנדערע פרעפערענצן, און וואס זענען ביי דיר נישט געפערליך קען פאר א צווייטן ברענען די הויט, און ווייס-ווערסע.

בשורשם, פאלן רוב פראבלעמען אריין אין איינער פון עטליכע געציילטע קאטעגאריעס (ליבע, סיפוק/שמחת החיים, געלט אא"וו). די דאזיגע פראבלעמען זענען פאראן כמעט איבעראל, הגם זיי נעמען אן אנדערע פארמען און לבושים. ביי אונז איז עס דער שידוכים-סיסטעם, וואס שטעלט צו באגאבו קערידזש צו באגאבו קערידזש און פעפעטע הויזן צו פעפעטע הויזן. אין דער סעקולערער געזעלשאפט טראגט די גאנצע סוגיא גאר אן אנדער פנים. אבער די פראבלעם פון ליבע איז דארט פונקט אזוי (אקעי, נישט "פונקט", נאר ווייניגער, צי מער -- יו געט דהי פאינט) שכיח. קוקנדיג פון דא זעען מיר סך מער פרייהייט און ברירות. מיר פארזעען אבער אז דער אויסגאנג, דער ציל, פירט נישט דארט צו קיין סך בעסערע רעזולטאטן. יעדער יחיד האט טאקע אנדערע פרעפערענצן. איך רעד אבער נישט פונעם יחיד, נאר פונעם סיסטעם כללי פאר א כלל. (איך מיין אז איך האב עס געשריבן שפעטער אינעם שמועס.)

יידל
וואס הייסט דו ביזט פולשטענדיג בעל הבית? דו קענסט אנצינדן און אויסליעשן מיינונגען און קושיות ווי זיי וואלטן געווען לייט-סוויטשעס?

הלוואי וואלט דאס געווען א מעגליכקייט... איך האב געמיינט צו זאגן, אז איך מיין קאפ בין איך בעה"ב און קען מאכן וועלכע מסקנות מיך שמעקן, אפילו זיי שטימען נישט מיט וואס מען האט מיך אלע יארן פארקויפט.

יידל
מ'קען זיין מחלק אויף דעם הנחה אבער עס זענען דא צוויי סארטן מוח-ליידעניש. איינס איז אויף א צווייטנס מעשים און איינס איז אויף די אייגענע. עס איז א וועלט פון א חילוק צווישן א סאסייעטי וואס דער טראכטענדער מוח איז אין אנגסט פון זיינע אייגענע מעשים הסותרים את מחשבותיו און א סאסייעטי אין וועלכער דער טראכטענדער מוח ליידט פון די ארומיגע'ס מעשים. יחי ההבדל הקטן.

אויף למעשה ביזטו גערעכט. איך רעד דערווייל נאר פון די יסורים וואס זיך מוטשען מיט די אייביגע פראגן וואס האבן נישט קיין תירוצים ברענגען. די אנגסט פון וואס דו רעדסט איז שוין א צווייטע זאך.

יידל
פרעגסט גוטע קושיות, אבער ביזט נישט גערעכט. ערשטנס, עוואלוציע געבט זיך בכלל נישט מיט אביאגענעסיס נאר מיט די רגע דערנאך און דאס איז נישט די ציל פון עוואלוציע, כאטש עס איז יא די ציל פון די סייענס פון ביאלאגיע. אבער די סיבה פארוואס עס איז די ציל פון בילאגיע איז וויבאלד - און דאס איז א נקודה וואס לדעתי האסטו פארפעלט - וויבאלד ביז דארט האבן מיר שוין ענדגילטיגע ענטפערס! מיר פארשטייען שוין אזוי גוט אז די צייט איז רייף זיך צו נעמען צו די סאמע שווערסטע שאלות! און דאס ברענגט מיך צו מיין צווייטע נקודה, טראכט נאר א רגע וויאזוי דער טראכטער וועלכער האט געלעבט בעפאר דארווין האט זיך געפלאגט מיט דאפלט די קושיות וואס דו האסט אויסגערעכנט. און דער הרב פריינד פון די 19'טע יאר הונדערט האט מסתמא געזאגט די זעלבע זאך "רוב גוטע קושיות האבן נישט קיין אמת'ע ענדגילטיגע תירוצים", און אינעם חשבון אריינגערעכנט די דיווערסיפיקעשאן אף ספישיס וכו'. קנאפע צוויי הונדערט יאר שפעטער, און די וועלט האט שוין אראפגעשניטן מיט אן ענדגילטיגקייט האלב פון די קושיות. האלט אויס רואיג, און you might get surprised. אז נישט דו, דאן דיינע אייניקלעך.

ביזט גערעכט. עוואלוציע איז טאקע א שלעכטער משל. איך מיין אבער אז מיין נקודה איז נאך אלץ אמת. סייענס מאכט פראגרעס בלויז מיט'ן פארגרעסערן זיין ארסענאל פון ידיעות. עס זעט אבער נישט אויס ווי סייענס זאל קומען א סך נאענטער צום בראשית. ווייל דער פאקט איז אז יעדע נייע טעאריע האט פריער צי שפעטער אויפגעברענגט נייע קשיות און תמיהות -- וואס זענען פריער נישט געווען פשוט ווייל סייענס איז נאכנישט דא געווען. די וועלט האט אראפגעשניטן האלב פון די קשיות וואס זענען געווען אויף דער בריאה ווי מען האט זי פארשטאנען *דעמאלט*. מיר ווייסן היינט שוין סך מער. און אין יעדן תחום וואוהין מיר קומען אן, טרעפן מיר זיך מיט פרישע קשיות.

עס קען זייער מעגליך זיין אז מיט'ן געדולדיג צואווארטן וועלן אלע קשיות פארענטפערט ווערן. דערווייל פארט עס אבער נישט אין דער ריכטונג. איך קען זיך נישט אויס'משל'ן א מציאות אין וועלכן סייענס האט אפגעזאגט דאס לעצטע ווארט.

יידל
דאס איז אבער א נייער רעליגיע. דאס איז נישט ארטאדאקסיע. דיין נייע רעליגיע נעמט אריין שמירת תורה ומצוות, אבער מיט ארטאדאקסיע האט עס גארנישט איינגעלייגט, ווייל ארטאדאקסיע לייגט א גרויס דגוש אויף וואס האט דאן פאסירט.

יא, אבער ארדאקסיע (וואס פארלאנגט שטרענג צו גלייבן דעם טעקסט כמו שהוא אן קיין קונצן) ווייסט דאך אויך נישט גענוי וואס דארט איז געשען. ("רואים את הקולות"? "וירד השם על ההר"? המממ.) איך גלייב אז וואס די תורה זאגט איז אמת ויציב; כ'פארשטיי נאר נישט גענוי וואס זי זאגט. אויף וויפיל ס'איז מיר, ארטאדאקס, נוגע איז געווען אזא מעמד און אלץ וואס איז דארט איבערגעגעבן און פארשטאנען געווארן איז אמת קאי וקיים.

יידל
ווידער מיט די ניו-עידזש מעשיות. ניו,עידזש ארבעט ביים קוואנטום לעוול. עיין לעיל. נישט חלילה אז איך ערלויב דיר נישט צו האלטן אזוי, אבער כ'שפיר (נישט כ'טראכט, דייקא "כ'שפיר") אז עס קומט פון דיין הרגש, נישט פון דיין מוח.

וואס ביזטו אזוי ברוגז אויף ניו-עידזש מעשיות 😂 (נאר ברסלב מעג?...) ביזט אבער נישט אינגאנצן גערעכט. עס קומט יא פון מוח, נאר נישט פון דעם ראציאנאלן, לאגישן חלק שבו. דו ביזט דען נישט מסכים אז די בריאה איז טיפער און ברייטער ווי לאגיק, סדר, און סתירה? אינעם טאג טעגליכן עולם העשי' זענען חשבונות און לאגיק וויכטיג ביז גאר. אבער אין קאפ? דארט קען מען קריכן סך ווייטער ווי דעם. ס'איז פונקט ווי א סך אנדערע דערשיינונגען אין לעבן, וואס ווען באטראכט פון דער נאענט זעט אויס כאאטיש, אבער ווען אנגעקוקט פון א גרעסערן פערספעקטיוו זעט מען א געוויסן סדר און אדענונג. א שטורעם ווינט קען אויסזען כאאטיש, אבער ווען אנגעקוקט ווי טייל פונעם וועטער סיסטעם האט עס א סיבה און א חשבון. איין צופעליג שטיקל אינמיטן א קלאסישער סימפאניע האט קיין טעם וריח.

קענסט זאגן אז מיין הנחה אז דאס איז אמת פאר ממש אלעם אין דער בריאה, אן האבן ראיות דערויף, איז ניו עידזשי. נו, איך ניץ דאך ניו עידזשינעס נאר דארט וואו מיין שכל האט במילא נישט קיין צוטריט...

(קען זיין אז איך נאַר זיך, און די אלע זאכן זענען גילטיג נאר אין עולם הדמיון -- וואס איז אבער ווייטער טייל פונעם "מציאות": עס עקזיסטירט דאך...)

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 8:03 pm

· #121458
געפילטע פיש
יאיר
זייער שיין געשריבן, אבער דו האסט מיר נישט געזאגט פון וואו דו ווייסט דאס. אפשר דיקטירן די געזעצן וואס מיר האבן דעמאלט באקומען אז שנת תשע"ד זאל די זון אויפשיינען פון מערב? בשלמא איך גלייב אז דאס וואס די זון האט ביז יעצט אויפגעשיינט יעדן טאג פון מזרח ווייזט אויף א סדר אין די בריאה, ממילא שטעל איך זיך פאר אז ס'איז דא עפעס א געזעץ אונטער דעם וואס זאגט אז די זון זאל שטענדיג אויפשיינען פון מזרח, אבער דו זאגסט דאך אז דאס וואס די געזעצן דיקטירן אז ביז שנת תשע"ד יעצט זאל די זון אויפשיינען יעדן טאג פון די זעלבע פלאץ איז פשוט א קאאינצידענט, עס ליגט נישט קיין שום סדר אונטער דעם, ממילא קען זיין אז אין די געזעצן שטייט פערצופאל אז שנת תשע"ד זאל די גאנצע וועלט ווערן תוהו ובוהו, דו האסט נישט קין שום גאראנטי צו וויסן וואס עס שטייט אין די געזעצן אזוי לאנג ווי די זעסט עס נישט פאר דיינע אויגן. פון כאאס און צופאלן קען מען נישט מאכן קיין שום הנחה אויפ'ן עתיד.

איך כאפ נישט די נפקא מינא אויפן פרעדיקציע אויפן עתיד ציווישן אויב די סיבה ראשונה איז intelligent design, אדער איינס פון א ביליאן טריי אוטס וואס איז 'געלונגען'. איך ווייס נישט פארוואס לויט דיר דארף זיין מער סדר, און דו קענסט זיך רואיג פארשטעלן אז מארגן גייט די זון אויפשיינען, ווייל דיין דיזיינער קען אויך מחליט זיין מארגן אז ס'געענדיגט, די אינטערנעט אסיפה איז דורכגעפאלן, ער מאכט אלעס חרוב. לויט ווי איך פארשטיי עס האלטן מיר ביידע פונעם זעלבן סדר, די זעלבע חוקי הטבע, נאר די מחלוקת איז אויב ס'איז מוכרח מחמת דעם טענה אז ס'זאל זיין א סיבה ראשונה, אבער סדר איז זיכער דא! די חוקים גייען שוין אן ווילאנג מיר קענען מעסטן, און די איינמאליגע קאאינצידענס פון ביליאנע יארן צוריק האט זיי געקענט אריינברענגן אין עקזיסטענס, אין מאל דאס איז געשעהן דארף מען שוין נישט קיין מאלפע זאל טייפן.

איך זע אז איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען. איך זוך בכלל נישט צו מוכיח זיין אז גאט האט באשאפן די וועלט, איך זוך נאר צו מוכיח זיין אז עס איז דא א דעזיין אויף די וועלט. מעגליך אז די דעזיין איז פון זיך אליין באשאפן געווארן, דאס איז נישט מיין ציל יעצט. אבער לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער גלייבסטו אויך אין עפעס א דעזיין, דו גלייבסט אז עס הערשט סדר אויף די בריאה, און עס איז נישט סתם כאאס. דאס מיינט דעזיין, דהיינו, אין סדר ליגט חכמה. כאאס איז א סימן פון טשענס, און סדר איז א סימן פון דעזיין. אלזא, פארשטיי איך נישט פון וואו דו ווייסט אז עס איז דא סדר אויף די וועלט, ואם תמצי לומר אז פון דעם וואס דו זעסט אז די לעצטע פאר טויזנט יאר פארט אלעס אויף א סדר, תקשי לך, אפשר זענען דא טריליאנען יוניווערס, און אין אלע פון זיי הערשט טאטאל כאאס, עס איז נישט פארהאן קיין שום חוק אדער סדר, אריינגערעכנט אונזערס. און עס האט זיך פונקט געמאכט ביי טשענס אז די לעצטע פאר טויזנט יאר זאל די זון אויפשיינען פון מזרח, (דו זאגסט דאך אז אויב ס'איז דא אן אינפינייט צייט קען אלעס געשען), אבער בעצם איז נישטא דא קיין שום דעזיין.
מה שאין כן איך גלייב אז אויב איך זע אז די וועלט פארט אויף א סיסטעם, מוז זיין אז דאס איז א דעזיין. עס איז נישט קיין טשענס. ממילא האב איך א רעכט צו גלייבן אז מסתמא וועט דער דעזיין ווייטער אנהאלטן (כאטש עס איז נאכאלס מעגליך אז דער דעזיין אדער דער דעזיינער וועט גיין קראכן, אבער איך געב דאס א שוואכע טשענס, מושכל ראשון איז אז די זעלבע סיבה פארוואס ס'איז נעכטן געווען דעזיין וועט אנהאלטן מארגן אויך).
אין אנדערע ווערטער, איינמאל דו ביסט מודה אז עס איז דא עפעס א סדר אין די בריאה, פארוואס צווינגסטו זיך נאך צו זאגן אז דער אופן ווי אזוי עס איז אויסגעשטעלט איז ביי טשענס, נישט ביי סדר, כאטש דאס גייט קעגן שכל, (ווייל שכל זאגט אז ווען מיר זעען א קלוגע דעזיין איז דאס א דעזיין און נישט א טשענס דורך ביליאנען מאלפעס). אויב ווילסטו זיך איינשפארן דאס דארפן גלייבן אין א דעזיינער, האסטו גארנישט אויפגעטון, ווייל אין עפעס א סדר גלייבסטו אויך, און אויף יענץ קענסטו פונקט אזוי פרעגן, פארוואס איז דא חוקים און סדר, נישט כאאס, און דו וועסט מוזן ענטפערן אז ס'איז פארהאן איינער וואס האט איינגעשטעלט דעם סיסטעם. עס איז נישט דא נאך א גרעסערע חכמה ווי דער מושג פון א פראגראם וואס מען שטעלט אן איין מאל און אלעס פארט פון זיך אליין פאר ביליאנען יארן.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 8:08 pm

· #121462
moti107
יאיר
moti107
יאיר האט געשריבען
וואס מיינט גאט?

גאט איז דער מוכרח׳דיגער דיזיינער פאר א יעדן חומר וואס איז זיכער דיזיינט והא ראיה איך האב אים באגריפן און אויב איז גאט אויך דיזיינט דאן איז זיין דיזיינער דער גאט .
אויב דו ביסט מודה אז יעדע דיזיין האט א דיזיינער זאגסטו בהכרח אז ס׳איז דא א גאט.

אלזא, דער דעפינישאן פון גאט איז 'עפעס וואס מען קען נישט באגרייפן'? אויב אזוי זענען די חוקי הטבע א גוטע קאנדידאט דערויף. איך ווייס נישט פון קיינעם וואס האט באגריפן וואס די חוקי הטבע אליין זענען, ס'איז עפעס א רוחניות'דיגע כח וואס קיינער פארשטייט נישט. אויסער דעם, וועל איך דיר איבערפרעגן וואס איז דער חילוק צווישן "איך ווייס נישט ווי אזוי די וועלט איז באשאפן געווארן" אדער "די וועלט איז באשאפן געווארן דורך עפעס א סיבה וואס איך קען נישט באגרייפן"?

1) וואס רופסטו אן חוקי הטבע ? די סיבה ראשונה, נאכדעם וואס סייענס איז דערגאנגען דאס טיפסטע וואס ס׳נאר פארהאן פארן מענטשליכע פארשטאנד, און אויפן לעצטן ״אבער פארוואס״ וואס זאגט פאר די טבע האלט זיך צום טבע ? אויף דעם איז דער ענטפער יא דאס איז גאט!!

2) ״איך ווייס נישט וויאזוי די וועלט איז באשאפן געווארן״ מיינט, אלע אפציעס זענען אפן אפילו אז חומר איז דא פון אייביג.
״איך ווייס אז א בורא בלי גבול האט באשאפן דער וועלט אבער איך כ׳קען אים נישט משיג זיין״ , שליסט אויס יעדע זאך וואס איז לימיטעד און דיזיינט אז ס׳קען זיין פון אייביג.

אויב די סיבה פארוואס די טבע האלט זיך צום טבע איז גאט, איז דאך דאס שפינאזע'ס גאט. טרוקענע חוקי הטבע וואס ארבעטן אן אויפהער בלינדערהייט. איך פארשטיי אז דו ווילסט מוכיח זיין עפעס א לעבעדיגער גאט וואס האט פערזענליכע רצונות און צילן.

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 8:13 pm

· #121466
ונבנתה העיר
יאיר
ונבנתה העיר
אויב האסטו געמיינט צו פרעגן אז די עצם הגדרה 'מקור החכמה' איז א פראבלעם [אהן די חלק פון שלילת ההיפוך], נלענ"ד אז דאס איז נישט ציור, מען טיילט איהם נישט צו א געוויסע פעולה אדער ריסטריקשען, מען זאגט נאר אז ער און חכמה [דער מושג פון חכמה, נישט די פעולה] זענען איינס, וועל, דער רמב"ם האט דאך שוין מעיד געווען אז אין כח ביד האדם להבינה על בורי'.

און דאס איז אויך אמת אז פון עצמות מצד עצמו קען מען טאקע נאר רעדן בשלילה [עכ"פ אין חב"ד].

אפשר זענען די חוקי הטבע אויך אין כח באדם להבינה על בוריה און מען קען נאר רעדן דערפון בשלילה? פונקט ווי מיר ווייסן בלויז אז גאט האט באשאפן א אוניווערס כאטש מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס גאט איז, אזוי אויך האט די גראוויטי געזעץ געמאכט אז זאכן זאל צוציען איינס צום צווייטן און מיר ווייסן נישט פונקטליך וואס דער כח איז.
און בכלל וויל איך פארשטיין וואס דאס מיינט אז מצד עצמו קען מען נאר רעדן בשלילה. פון וואס רעדט מען דא בכלל? דו מוזט דאך זאגן וואס דאס איז כדי מען זאל פארשטיין וואס דו רעדסט, ס'איז נישט גענוג אז דו זאגסט וואס עס איז נישט.

איך מיין צו זאגן אזוי, פאר גאט טיילט מען 'אלעס' צו, חכמה, טוב וכו' וכו', נאר ווי אזוי עס בלייבט א יחוד נאכדעם וואס יעדע מושג קומט זיך צוזאמען אין איינעם אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז אין כח להבינו, משא"כ די חוק פון גראוויטי איז דאך 'נאר' ציור, עס איז איין ספעציפישע תכונה, כאילו איך וואלט געזאגט אז חכמה איז גאט.

אבער אה"נ, אויב קענסטו דערהייבן די חוקים פון זייערע ספעציפישע הגדרות, און דו וועסט זיי קענען צושטעלן די תנאים וואס דער רמב"ם רעכנט אין פ"א מיסוה"ת, זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו נמצאים (גראוויטי צום עפל), און אלע חוקים וועלן זיין אחד ולא שנים (וואס איז לכאורה נאר שייך אויב עס איז דא עפעס וואס ער האט אין זיך די אלע חוקים, משא"כ די חוקים מצד עצמם), דעמאלטס וועט דאס טאקע זיין גאט.

די פיזיקער ארבעטן אויף א יוניפייד פיעלד טעאריע, אזוינס וואס איז דער סאמע יסוד פון די חוקי הטבע און אויף וואס די גאנצע טבע לאנט זיך אן. אלזא, ווען מ'וועט טרעפן די טעאריע, וועסטו דאס באטיטלען אלס גאט? עס דארף נישט אנקומען צו קיין נמצאים, דער חוק אליין קען זיין קבוע וקיים אז לו יצוייר עס קומט אריין א יוניווערס הייבט עס אן ארבעטן, און מיר קענען אויך אריינפאקן חכמה און טובה אין דעם פעקעדזש דיעל, דער חוק איז דאך איין שטיק חכמה, און טובה איז בעצם א תוצאה פון חכמה. האבן מיר א בלינדער, מאטעמאטישער גאט. ביסטו מסכים דערצו?

יאיר » דינסטאג יוני 4, 2013 8:26 pm

· #121471
פריינט
יא, אבער ארדאקסיע (וואס פארלאנגט שטרענג צו גלייבן דעם טעקסט כמו שהוא אן קיין קונצן) ווייסט דאך אויך נישט גענוי וואס דארט איז געשען. ("רואים את הקולות"? "וירד השם על ההר"? המממ.) איך גלייב אז וואס די תורה זאגט איז אמת ויציב; כ'פארשטיי נאר נישט גענוי וואס זי זאגט. אויף וויפיל ס'איז מיר, ארטאדאקס, נוגע איז געווען אזא מעמד און אלץ וואס איז דארט איבערגעגעבן און פארשטאנען געווארן איז אמת קאי וקיים.

א גרויסן יישר כח פאר'ן מסביר זיין דיינע ווערטער, און בכלל פאר דעם גאנצן שמועס. איך וויל וויסן, אויב איך גלייב אז בשעת מתן תורה זענען די אידן געקומען צו די מסקנא פון זייער אייגענע שכל אז גאט עקזיסטירט און אז עס איז א ריכטיגע זאך צו עסן כשר'ס און היטן שבת. צו קען דאס ווערן נכלל אלס אן ארטאדאקסישע גלויבן?

געפילטע פיש » דינסטאג יוני 4, 2013 10:21 pm

· #121498
יאיר
איך זע אז איך האב זיך נישט גוט מסביר געווען. איך זוך בכלל נישט צו מוכיח זיין אז גאט האט באשאפן די וועלט, איך זוך נאר צו מוכיח זיין אז עס איז דא א דעזיין אויף די וועלט. מעגליך אז די דעזיין איז פון זיך אליין באשאפן געווארן

דאס איז א נייע זאך פאר מיר, דיזיין מיינט אז ס'האט א דיזיינער, און ווער דען איז די דיזיינער אויב נישט א deity?
יאיר
דאס איז נישט מיין ציל יעצט. אבער לויט ווי איך פארשטיי פון דיינע ווערטער גלייבסטו אויך אין עפעס א דעזיין, דו גלייבסט אז עס הערשט סדר אויף די בריאה, און עס איז נישט סתם כאאס.

מיר טענה'ן זיך בכלל נישט אין מציאות השם דא, נאר אין די זייגערמאכער ווערסעס די אינפיניט מאלפע טעארום, און אויב דאס סדר אין די בריאה איז מכריח אינטעלידזשענט דיזיין, עכ"פ אזוי האב איך געמיינט ביז יעצט.
יאיר
דאס מיינט דעזיין, דהיינו, אין סדר ליגט חכמה. כאאס איז א סימן פון טשענס, און סדר איז א סימן פון דעזיין. אלזא, פארשטיי איך נישט פון וואו דו ווייסט אז עס איז דא סדר אויף די וועלט, ואם תמצי לומר אז פון דעם וואס דו זעסט אז די לעצטע פאר טויזנט יאר פארט אלעס אויף א סדר, תקשי לך, אפשר זענען דא טריליאנען יוניווערס, און אין אלע פון זיי הערשט טאטאל כאאס, עס איז נישט פארהאן קיין שום חוק אדער סדר, אריינגערעכנט אונזערס.

ניין, אונזערס זעען מיר דאס אז ס'האט א סדר, אונזערס איז איינס אין א טריליאן וואו ס'הערשט סדר.
יאיר

און עס האט זיך פונקט געמאכט ביי טשענס אז די לעצטע פאר טויזנט יאר זאל די זון אויפשיינען פון מזרח, (דו זאגסט דאך אז אויב ס'איז דא אן אינפינייט צייט קען אלעס געשען), אבער בעצם איז נישטא דא קיין שום דעזיין.
מה שאין כן איך גלייב אז אויב איך זע אז די וועלט פארט אויף א סיסטעם, מוז זיין אז דאס איז א דעזיין.

זיי ביטע מסביר וואס מיינט דעזיין, איז מעגליך אז וואס איך רוף סדר רופסטו דעזיין, און ביידע זאגן מיר די זעלבע זאך?
יאיר
עס איז נישט קיין טשענס. ממילא האב איך א רעכט צו גלייבן אז מסתמא וועט דער דעזיין ווייטער אנהאלטן (כאטש עס איז נאכאלס מעגליך אז דער דעזיין אדער דער דעזיינער וועט גיין קראכן, אבער איך געב דאס א שוואכע טשענס, מושכל ראשון איז אז די זעלבע סיבה פארוואס ס'איז נעכטן געווען דעזיין וועט אנהאלטן מארגן אויך).
אין אנדערע ווערטער, איינמאל דו ביסט מודה אז עס איז דא עפעס א סדר אין די בריאה, פארוואס צווינגסטו זיך נאך צו זאגן אז דער אופן ווי אזוי עס איז אויסגעשטעלט איז ביי טשענס, נישט ביי סדר, כאטש דאס גייט קעגן שכל.

איך צווינג נישט גארנישט, איך זאג ס'איז מעגליך.
יאיר
(ווייל שכל זאגט אז ווען מיר זעען א קלוגע דעזיין איז דאס א דעזיין און נישט א טשענס דורך ביליאנען מאלפעס). אויב ווילסטו זיך איינשפארן דאס דארפן גלייבן אין א דעזיינער, האסטו גארנישט אויפגעטון, ווייל אין עפעס א סדר גלייבסטו אויך, און אויף יענץ קענסטו פונקט אזוי פרעגן, פארוואס איז דא חוקים און סדר, נישט כאאס, און דו וועסט מוזן ענטפערן אז ס'איז פארהאן איינער וואס האט איינגעשטעלט דעם סיסטעם.

יא, און דער איינער קען זיין די מאלפע, איינמאל אין א טרילאן איז עס געלונגען, און פארדעם זעט עס אויס פאר אונז ווי ס'דא א סדר, ווייל מיט געפונען זיך פער צופאל אין דעם סדר, אבער פאר די אנדערע יוניווערסעס וואו ס'הערשט נישט קיין סדר, זיי זעען די מאלפע בחוש, אז ס'איז סתם אבי געהאקט אויפן טייפערייטער.
יאיר
עס איז נישט דא נאך א גרעסערע חכמה ווי דער מושג פון א פראגראם וואס מען שטעלט אן איין מאל און אלעס פארט פון זיך אליין פאר ביליאנען יארן.
מיט דעם ביסטו גערעכט, הונדערט פראצענט!

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 4, 2013 11:45 pm

· #121522
יאיר
ונבנתה העיר
איך מיין צו זאגן אזוי, פאר גאט טיילט מען 'אלעס' צו, חכמה, טוב וכו' וכו', נאר ווי אזוי עס בלייבט א יחוד נאכדעם וואס יעדע מושג קומט זיך צוזאמען אין איינעם אויף דעם זאגט דער רמב"ם אז אין כח להבינו, משא"כ די חוק פון גראוויטי איז דאך 'נאר' ציור, עס איז איין ספעציפישע תכונה, כאילו איך וואלט געזאגט אז חכמה איז גאט.

אבער אה"נ, אויב קענסטו דערהייבן די חוקים פון זייערע ספעציפישע הגדרות, און דו וועסט זיי קענען צושטעלן די תנאים וואס דער רמב"ם רעכנט אין פ"א מיסוה"ת, זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו נמצאים (גראוויטי צום עפל), און אלע חוקים וועלן זיין אחד ולא שנים (וואס איז לכאורה נאר שייך אויב עס איז דא עפעס וואס ער האט אין זיך די אלע חוקים, משא"כ די חוקים מצד עצמם), דעמאלטס וועט דאס טאקע זיין גאט.

די פיזיקער ארבעטן אויף א יוניפייד פיעלד טעאריע, אזוינס וואס איז דער סאמע יסוד פון די חוקי הטבע און אויף וואס די גאנצע טבע לאנט זיך אן. אלזא, ווען מ'וועט טרעפן די טעאריע, וועסטו דאס באטיטלען אלס גאט? עס דארף נישט אנקומען צו קיין נמצאים, דער חוק אליין קען זיין קבוע וקיים אז לו יצוייר עס קומט אריין א יוניווערס הייבט עס אן ארבעטן, און מיר קענען אויך אריינפאקן חכמה און טובה אין דעם פעקעדזש דיעל, דער חוק איז דאך איין שטיק חכמה, און טובה איז בעצם א תוצאה פון חכמה. האבן מיר א בלינדער, מאטעמאטישער גאט. ביסטו מסכים דערצו?

ניין, דו האסט נאר פארענטפערט אחדות.

חוץ פון דעם וואס דו האסט איהם נאר געגעבן חכמה און נישט אלע אנדערע מושגים ['רחום' וועט ער קיינמאהל נישט זיין], איז די עיקר חילוק גאר עפעס אנדערש - א חילוק אין איכות, ווען דו זאגסט מיר אז א חוק איז חכמה איז עס נאר א השתמשות אין מדת החכמה שחוץ הימנו - פונקט ווי איינשטיין האט באנוצט חכמה, גאט'ס רילעישענשיפ מיט חכמה איז אז ער איז די עצם מושג פון חכמה.

ממילא קענען מיר נישט בלייבן מיט א בלינדער מאטאמאטישער גאט, אונזער גאט מוז [נישט נאר האבן, נאר זיין] יעדע תכונה און מושג וואס איז פארהאן, אינקלאודינג ידיעת עצמו, וכלשון הרמב"ם אין פ"ב מיסוה"ת:

הקב"ה מכיר אמתו ויודע אותה כמו שהיא, ואינו יודע בדעה שהיא חוץ ממנו כמו שאנו יודעין, שאין אנו ודעתנו אחד, אבל הבורא יתברך הוא ודעתו וחייו אחד מכל צד ומכל פינה ובכל דרך ייחוד.

שאלמלי היה חי בחיים ויודע בדעה חוץ ממנו היו שם אלוהות הרבה, הוא וחייו ודעתו, ואין הדבר כן אלא אחד מכל צד ומכל פינה ובכל דרך ייחוד, נמצאת אתה אומר הוא היודע והוא הידוע והוא הדעה עצמה הכל אחד, ודבר זה אין כח בפה לאומרו ולא באוזן לשמעו ולא בלב האדם להכירו על בוריו, ולפיכך אומר חֵי פרעה וחֵי נפשך ואין אומר חֵי ה' אלא חַי ה'. שאין הבורא וחייו שנים כמו חיי הגופים החיים או כחיי המלאכים.

לפיכך אינו מכיר הברואים ויודעם מחמת הברואים כמו שאנו יודעין אותם, אלא מחמת עצמו ידעם, לפיכך מפני שהוא יודע עצמו יודע הכל, שהכל נסמך לו בהוייתו.

וכאמור, אז דו וועסט דאס אלעס קענען אריינלערנען אינעם יוניפייד פיעלד טעאריע, איז ער טאקע גאט.

דר"א, יש לעיין טובא אין וואס דו האסט געשריבן 'עס דארף נישט אנקומען צו קיין נמצאים, דער חוק אליין קען זיין קבוע וקיים אז לו יצוייר עס קומט אריין א יוניווערס הייבט עס אן ארבעטן'.

קול דודי » מיטוואך יוני 5, 2013 1:42 am

· #121545
הרב פריינד, צוויי נקודות. דאס וואס דו זאגסט אז מ׳קען קיינמאל נישט צוקומען צום ענדגילטיגן אמת איז מסתמא אמת (נישט ענדגילטיג אמת...). אבער יותר קרוב לאמת קען מען אייביג, אין דאס איז וואס איז דער חובת האדם בעולמו.

משל למה הדבר דומה (דאכט זיך הרב סאגאן ז״ל האט געזאגט בערך אזא זאך): אמאל האט מען געמיינט אז די וועלט איז פלאך. דערנאך איז מען אויפגעקומען אז די וועלט איז רונדעכיג ווי א באל. אבער דאס איז נישט ריכטיג! יעצט ווייסן מיר אז די וועלט איז בערך ווי אן איי. אבער דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג אויך נישט, ווייל עס שטארצט ארויס מער אינדערמיט וכו׳ וכו׳. נו, לאמיר זאגן אז די פינקטליכע שעיפ וועט מען קיינמאל נישט וויסן; היעלה על הדעת צי זאגן אז לאמיר צוריק גיין צום גלייבן אז די וועלט איז פלאך? אוודאי נישט! ווייל אפילו מ׳קען קיינמאל נישט וויסן די פונקטליכער אמת, אבער אסאך נאנטער צום אמת קען מען יא צוקומען. והפרט על הכלל כולו יצא.

והשנית, דאס וואס די זאגסט אז איבעראל איז דא די זעלבע פראבלעמען, דאס איז בהחלט נישט אזוי. איבעראל איז דא די זעלבע *דאגות*, אמת. מיר זענען דאך אלע פון איין טייג געקנאטן. אבער ס׳איז קלאר אז למשל די מענטשן פין מלחמה-געליטענע אפריקע האבן די זעלבע פראבלעמען ווי די עליטע סאסייעטי און דוביי איז אן אבסורד. וכגון דא צו זאגן אז אונזער אנטי-אינטעלעקטואלע כמו-קול״ט סאסייעטי האט די זעלבע פראבלעמען ווי די ליבעראלע אמעריקאנער מיטל-קלאס איז פונקט אזא אבסורד. (איך זאג נישט וועמענס פראבלעמען זענען גרעסער אדער שווערער, אבער די זעלבע איז עז זיכער נישט.)

קול דודי » מיטוואך יוני 5, 2013 1:55 am

· #121552
יאיר, איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין טענה. אבער ווי איך זעה איז דיין טענה א לשיטתך טענה. דהיינו, אויב ביזטו מודה אז ס׳איז דא א סדר אויף שטענדיג מיז דאך זיין א מסדר הסדר. (ווי דערמאנט, פארשטיי איך נישט פונקטליך דיין טענה.) וויל איך אבער פרעגן דאס: פארגעס פון לשיטתי. פונוואנעט טאקע ווייסטו אז ס׳איז דא א שטענדיגער סדר? אפשר וועט די זון *נישט* אויפשיינען מארגן? אפשר, דעם זימער, ווען די שפרינגסט אריין און דעם שווים-באסיין וועט די פריזינג פוינט פון וואסער פלוצלינג זיך טוישן צי הינדערט דיגרי, און בשעת די ביזט און דער לופטן וועט עס ווערן א שטיק אייז און ווען די פאלסט אויפן וואסער וועסטו זיך צוברעכן אלע ביינער ח״ו. אפשר טאקע, המממממ? האסטו א ראיה אז נישט?

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 10:20 am

· #121613
קול דודי

קודם, שלום עליכם. שוין לאנג נישט געהערט פון דיר!
יא, מיין טענה איז כעין א לשיטתו. אויב דארפסטו סיי ווי צוקומען צום סוף צו עפעס א סדר, וואס פארדינסטו פון די גאנצע מאלפע טעאראם. דו האסט עס גוט ארויס. און אין הכי נמי, אויב הייסטו דייוויד הום דעמאלט איז מיין טענה נישט קיין טענה. דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען, אז אויב נעמט מען אמת'דיג אן די מאלפע טעאראם ביז'ן סוף, דעמאלט דארף מען אינגאנצן מבטל זיין סייענס. ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז ס'איז דא סיי וואספארא סדר אדער חוק אין די וועלט. אלזא, מען וויל אונז צוריקנעמען צו די אור אלטע עפאכע ווען מענטשן האבן געהאלטן אז די גאנצע וועלט ווערט געפירט ביי טשענס און קען זיך יעדע מינוט טוישן לויט ווי אזוי די עבודה זרות האבן אפגעמאכט. דער חילוק איז נאר אז אמאל איז עס געווען אומזעהבארע עבודה זרות, היינט איז עס אומזעהבארע מאלפעס. פארדעם האב איך עס באצייכנט אלס א נארישע מהלך, כאטש איך קען עס נישט אפפרעגן טעארעטיש.
אבער צווישן אונז גערעדט, יעדער איינער פון אונז גלייבט יא אז עס איז דא עפעס סדר אין די וועלט, דאס איז צו א שטארקע אינטואיציע צו קענען מבטל זיין בפה מלא און זאגן אז אין הכי נמי, דער שאנס אז מארגן זאל די זון אויפשיינען פון מזרח איז איינס אין א ביליאן. (אפשר דאס מיינען די חסידישע ספרים אז די טבע איז אויך ניסים...) ממילא הוא הדין באטראכט איך די גאנצע מאלפע טעאראם אלס א נישט קלוגע עטעמפט צו מבטל זיין אונזער אינטואיציע אז אונזערע חוקי הטבע זענען קלוג דעזיינט.
איך וויל נאכאמאל צולייגן אז איך זוך נישט אויפצואוייזן אז גאט האט עס באשאפן, דאס איז שוין מיין אייגענע מסקנא אלס פריוואטער מאמין. לאגיש גערעדט קען מען דאס נישט אויפווייזן, פונקט ווי מען קען נישט אויפווייזן אז גאט האט אנגעצינדן די ביג בענג אפילו אויב ס'איז אינגאנצן נישט דעזיינט. מיין ציל איז נאר צו זאגן, אז אונזער אינטואיציע זאגט אז די חוקי הטבע גייען אריין אין גדר פון קלוגע דעזיין. מעגליך אז קלוגע דעזיינס קענען באשאפן ווערן פון זיך אליין. אפשר איז דא עפעס א באהאלטענער כח אין די יונווערס וואס האט אייביג עקזיסטירט אז עס שפריצט ארויס קלוג דעזיינטע ביג בענגס. אבער אויב עס איז דא עפעס וואס מיר רופן אן דעזיין, דעמאלט זענען די חוקי הטבע אויך נכלל אין דעם.

מאטי » מיטוואך יוני 5, 2013 3:49 pm

· #121875
די גאנצע מאלפע טעאראם גייט מיר נישט אין קאפ אריין די מאלפעס מוזן האבן פון פאראויס קיבאורדס און באשטימטע אלפעביט און קלאפן. דאן קען זיך מאכן שעיקספעיר׳ס חכמה מיט אינפיניט זמן. אבער אויב לייגסטו נישט צו די מאלפעס צום קיבאורד דאן קען דורך גיין וויפיל יאר דו ווילסט נאר און ס׳וועט קיינמאהל גארנישט ארויסקומען.
די זעלבע זאך דא פאר ס׳איז עפעס בכלל געווען, זאל אפילו דורך גיין אינפיניטי טיימס איפיניטי פארוואס זאל זיך בכלל עפעס אנהייבן ?
און בכלל איז נאך נישטא אזא זאך ווי זמן אדער טשענס דאס אלעס קומט הערשט נאכן באשאף, וויאזוי נעמט מען כללים פון נאך וועלט באשאף און מ׳אפלייעט דאס צו פאר וועלט באשאף און דורך דעם אויפבויען טעאריעס?

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 7:00 pm

· #122004
געפילטע, עס זעט מיר אויס ווי מיר האלטן שוין ביים איבער'חזר'ן די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל, ממילא ווייס איך נישט צו עס האט א פשט צו גיין ווייטער. לאמיר נאר פרובירן צו קומען פון אן אנדער ריכטונג, און אויב דא וועלן מיר זיך אויך נישט פארשטיין וועט מען מוזן איבערלאזן דעם ויכוח. איך וויל וויסן, לויט די מאלפע טעאראם זענען דאך פארהאן טריליאנען יוניווערסן. אלזא, אויב די ארכעאלאגן וועלן טרעפן א הויכע הויז פון פיר צימערן, מיט גלאטע ווענט, געבויט פון שטיינער איינס העכער'ן צווייטן, פון צען טויזנט יאר צוריק, דאן וועלן מיר אודאי אננעמען אז פאר צען טויזנט יאר צוריק האבן שוין מענטשן געקענט בויען הייזער פון שטיינער. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב עס זענען דא טריליאנען אוניווערסעס, און אין יעדע אוניווערס איז דא טריליאנען פלאנעטן, און אין יעדע פלאנעט איז דא מיליאנען בערג פון שטיינער אנגעהויפנט איינס אויפ'ן צווייטן, איז דאך לא ימלט אז אין איינע פון די הויפענעס זאלן די שטיינער אויסזען ווי א הויז. נו, אפשר איז דאס געשען פערצופאל ביי טשענס אז אויף איין הויפן האבן זיך די שטיינער אנגעהויפנט בצורת הויז? אויב אזוי דארף מען ארינשרייבן אין אלע טעקסט ביכער אז אויבנאויף קוקט עס טאקע אויס ווי א הויז, אבער לויט די מאלפע טעאראם איז דאס נישט קיין הויז, נישט אזוי?

מוח שליט » מיטוואך יוני 5, 2013 8:06 pm

· #122022
טאמבעל, א געוואלדיגע ארבעט. כ'האב נאכנישט געהאט קיין געלגענהייט דורכצוגיין בעיון דיין לאנגע הערליכע דיסקוסיע, אבער אויף אזוי פיל זעה איך אז מען רעדט דא פון הערליכע טיפע מחשבה. יישר כוח אייך.
חברה, טו דע בעסט אף מיי נאלעדזש, בין איך נישט דער פריינט און טאמבעל'ס טשעט. נעווערדעלעס, איי פיל אנערד פאר די חשד 🙂

כאמור, וויל איך איבערגיין דאס גאנצע שמועס און צו ווארפן מיינע צוויי סענט. לעת עתה האב איך ווייטער געסקיממט און געזעהן דעם מדובר וועגן טשענס, און וויאזוי די מושג פון גאט פארענטפערט דעם פראבלעם פון טשענס, וכו' וכו'...
וכאן הבן שואל.
א- וויל דען נישט תורת עוואלושען מסלק זיין די פראבלעם פון טשענס? פארוואס רעדט מען ווי גלייך עס איז א פאקט אז דא איז געווען א מקרה שבמקרים. איז דאס ווייל איר האלט נישט פון תורת עוואלוציא?
ב- כדי צו זעהן צו די 'גאט הייפאטעסיס' נעמט קער פון די פראבלעם פון טשענס, וואלט איך געוואלט קודם פארשטיין וואס מען מיינט ווען מען זאגט 'גאט'. און דאס ברענגט מיך צו מיין נעקסטע פונקט.
ג- הרב יאיר שרייבט אז אויב רעדט פון א גאט וואס האט נישט קיין הגדרה, דעמאלט וואס אין די וועלט רעדט מען דא בכלל. וויל איך וויסן צו דו מיינסט צו טענהן אז עקזיסטענץ מיז האבן הגדרה כדי עס זאל עקזיסטירן? נמצא דו זאגסט אז די הגדרה פון די זאך איז די עקזיסטענץ דערפון. נמצא אז דאס עקזיסטענץ אירע איז די לימיט אירע. די גבול וואס איז מגדיר די זאך און זאגט אז עד פה תבא, דאס איז גאר די זאך אליינס. איז דאס נישט קיין סתירה מניה וביה? איך וואלט פארשטאנען אז כדי מגדיר צו זיין עפעס דארף קודם זיין עפעס און דערנאך קען מען רעדן פון א הגדרה. אפשר קענסטו מיר מסביר זיין ווי מיין טעות שטעקט.
אויב בין איך גערעכט מיט מיין הבנה אז די נקודה פון עקזיסטענץ איז נישט געבונדען מיט הגדרות והגבלות, דארפן מיר אייביג געדענקן אז מען קען נישט בעטן א הסבר והגדרה אויף דעם נקודה זעלבסט. אזא שאלה איז א סתירה צו דעם קאנסעפט זעלבסט.
אט דעם אולטימאט עקזיסטענץ, וואס איז נישט געבינדען מיט הגדרות והגבלות, איז דאס וואס מאנכע רופן 'די גאט הייפאטעסיס'. און יא, ר' יאיר איז כשר גערעכט, נקודת של עקזיסטענץ קען מען נישט מגדיר זיין, עס איז נישט מוגדר.
א
אבער דאך.... וואס יא? ר' יאיר פרעגט פארט גוט.
פארשטיי איך אזוי. אויב בין איך גערעכט און עס איז אמת אז מיין אולטימאט עקזיסטענץ איז נישט מוגדר ומוגבל, דארף איך פשוט ארויסקריכן פון מיין פראגראמירטע מיינדסעט אז מציאות/עקזיסטענץ איז כל כולו געבינדען מיט הגדרה. איינמאל איך וועל דאס שולל זיין, וועל איך אויטאמטיש אנקומען צו מיין אמתע טיפע מציאות. מען דארף נישט און מען קען נישט זוכען הגדרות אויף דעם אולטימאט נקודה פון עקזיסטענץ, אז מען עלימנירט די טעותים, בלייבט מען איבער מיט די מציאות וויאזוי עס איז. מען דארף נישט קיין הסברים, ווייל מען איז דאס.

למשל אויב מיר וועלן אהנעמען אז עס איז דא אן איך [משל בעלמא], האלטסטו אז א דריי יעריג קינד לעבט נישט מיט זיין "איך", פשוט ווייל ער האט נישט ארטוקיולירט קיין הגדרות אויף דערויף? אוודאי קען ער לעבן מיט זיין "איך".
גייענדיג מיט דעם משל ווייטער, נניח אז ער ווערט פראגראמירט אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "איך". מען זאגט אים אז "איך" האט נישט קיין הגדרה, ממילא עקזיסטירט דאס נישט. יעצט כדי ער זאך זיך ארויסדראפען פון זיין טעות, פעלט אויס איין זאך - זיי שולל די טעות. מען גייט נישט פרובירן מגדיר זיין דעם איך [ווייל מען קען נישט, ווייל עס איז נישט קיין מוגדר] מען גייט פשוט אוועקנעמן די טעותים און דערנאך וועט ער צוריק לעבן מיט זיין עכטע אומפארדרייטע מציאות, זיין "איך". [דעס איז א משל וואס גייט לפי די מהלך אז עס איז יא דא אן "איך". ובאמת איז דער משל אויך די נמשל. ווייל לויט די שיטה אז עס איז דא א בלי הגדרדיגע "איך", איז דער "איך" היינו הך מיט דעם מושג פון גאט. ואכ"מ]

איימאל איך לעב מט מיין טיפע עקזיסטענץ אהן די פארדרייטע מיינדסעט פון מגדיר זיין אלעס, וועל איך בכלל נישט פרעגן פאר קיין הגדרות אויף עקזיסטענץ.

אויב קען מען ענטערטעינען אז נקודת העקזיסטענץ איז נישט געקניפט און געבינדען מיט הגדרה כנ"ל, דעמאלט זאגט מען דאך אז דער נקודת העקזיסטענץ האט נישט קיין שום הגדרות והגבלות כלל וכלל. נו, מיט אקצעפטירן אזא מושג, איז מען מניה וביה מסכים אז דער עקזיסטענץ קען פון זיך מאכן וואס אימער. אדרבה וואס האלט אפ? וואס איז מגביל? נמצא אז דער פילוזפישער קאנצעפט נעמט קער פון דעם פראבלעם פון טשענס. ווייל מיט אט דעם קאנצעפט פארשטייען מיר וויאזוי א וועלט געשעהט. מער פונקלטיך גערעדט, לאו דוקא אז מיר האבן א הגדרה דערין, אבער מיר האבן נישט קיין סתירה דערויף. און דער גאנצער ענדעווער פון שכל און לאגיק איז פטור צו ווערן פון סתירה, הנקרא the law of non-contradiction.

יאיר » מיטוואך יוני 5, 2013 8:33 pm

· #122039
אה, וועלקאם מוח שליט! כ'האב שוין געווארט זאלסט אריינקומען מאכן סדר. אלזא, לאמיר זען. קודם, בנוגע עוואלוציע, איך מיין אז דאס גיבט נאר פאר די יוניווערס א געוויסע סעט פון באשטימטע רולס וואס נאטור פאלגט עס, אבער דאס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די וואונדערליכקייט פון די רולס, ווי אזוי אלעס איז אויסגעשטעלט אז עס זאל קענען ארבעטן אין הארמאני און פארן אויף א געוואלדיגע סיסטעם.
ב - יעצט בנוגע גאט און שאנס. ווי איך האב פריער געשריבן, איך ווייס נישט אויב גאט האט א שייכות מיט די דעזיין וואס איך זע אין די יוניווערס, על כל פנים, לאגיש קען איך דאס זיכער נישט אויפווייזן. מיין ציל איז נאר צו אויפווייזן אז אויב עס איז פארהאן עפעס וואס מיר רופן 'דעזיין' דעמאלט זענען די חוקי הטבע נכלל אין דעם.
ג - איך בין מסכים אז גאט האט נישט קיין הגדרות, איך בין אויך מסכים אז די הגדרות זענען נאר די גבולים וואס באצייכענען יעדע זאך. דער עצם זאך אליין קען מען נישט מסביר זיין מיט לאגיק, ווייל לאגיק זאגט דאך נאר די הגדרה. די עצם זאך אליין דארפן מיר משיג זיין מיט אונזער געטליכע כוח וואס מיר רופן קאנשעסנעס. אין אנדערע ווערטער, ווען מיר ווילן אויפווייזן אז עפעס וואס האט נישט קיין הגדרות עקזיסטירט (גאט) גייען מיר נישט קענען נוצן קיין לאגישע הוכחות, ווייל לאגיק איז מוגדר. און יעדער וואס רעדט זיך איין אז ער האט לאגישע ראיות אויף גאט עקזיסטענץ האט נישט צופיל אויסזיכטן צו געווינען א דעבאטע.
למעשה מוזן מיר אבער פארשטיין וואס דער בלתי מוגבל גאט איז, און דערויף קען מען נוצן אונזער אינטואיציע. מיט אינטואיציע קענען מיר 'שפירן' (כאילו) וואס אלקות איז. נאכדעם ווען מיר קומען צוריק צו די מוגבל'דיגע וועלט און מיר וועלן דעסקרייבן ווי אזוי דער בלתי מוגבל שפירט זיך, וועלן מיר נוצן אזעלכע ווערטער ווי 'חכמה', 'טוב' 'נצחיות', וכדו'.
אבער מיין הבנה איז אז למעשה ווען מיר רעדן פון גאט, מוזן מיר נוצן אזעלכע ווערטער ווי חכמה, מיר קענען נישט סתם זאגן בלתי מוגבל און פארטיג, ווייל דעמאלט איז דאס נישט גערעדט לאגיש, און כדי מיר זאלן פארשטיין מוז מען דאך רעדן לאגיש (אפילו מיר ווייסן אז באמת איז דאס נאר כעין א הגדרה, נישט אן עכטע הגדרה).
ועוד פארשטיי איך נישט, מיט וואס טוסטו אויף אז אלעס קען פאסירן אין א בלתי מוגבל? איך וויל דאך נישט אז אלעס זאל קענען פאסירן, איך וויל דאך אזא גאט וואס נאר חכמה קען פאסירן דורך דעם. דאס קען מיר ערקלערן די עקזיסטענץ פון חכמה אין די בריאה. אויב אלעס קען פאסירן בפועל דורך דעם איז דאך דאס גארנישט בעסער ווי טשענס, און אויב אלעס קען פאסירן אויף א בלתי מוגבל'דיגע לעוועל, האסטו דאך ווייטער גארנישט געזאגט. אין מיינע אויגן איז דאס פונקט ווי רעדן פון א גאט וואס איז איינס און דריי אויף איינמאל.
ביטע זאג מיר צו מיינע רייד מאכן בכלל סענס, ווייל איך בין אליין נישט קלאר דערין.

מוח שליט » מיטוואך יוני 5, 2013 10:30 pm

· #122088

פשיהאא, שקויעך פאר אזא ווארעמע אויפנאמע.
א- און ב-. איך וועל מוזן בעסער דורכליינען דיינע פריערדיגע תגובות. פון דיינע קורצע ווערטער דא פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו זאגסט. בנוגע א- פארשטיי איך נישט פארוואס דו האלטסט אז מלחמת קיום, און 'נצחון פון דער וואס איז מער געאייגנט פאר נצחון' [survival of the fittest], זענען עפעס וואונדערליך. בנוגע ב- פארשטיי איך נישט פשוט פשט. וואס מיינט אז חוקי הטבע זענען נכלל אין דעזיין. כאמור, דארף איך פשוט איבערקוקן וואס דו האסט אויבען געשריבן. אויב קענסטו מיר לינקען די וויכטיגע שטיקלעך שכתבת למעלה וועל איך דיר בענטשען מיט א ברכת הדיוט מהודר.
ג- פאראגראף 1. אפשר קען אבער לאגיק מאכן ללעג ולקלס פון דאס גאנצע מציאות פון הגדרות אלס דער אולטימאטער עקזיסטענץ. אויב איז אמת אז עס איז א סתירה מניה וביה צו זאגן אז הגדרות זענען די עקזיסטענץ זעלבסט, כנ"ל און מיין פריערדיגע תגובה, קומט אויס אז לאגיק שטופט מיך ארויס פון הגדרות.
אמת, ער קען מיט מיר נישט מיטקומען ווייטער. ער זאגט מיר אבער זיי מיך שולל, איך בין א אויבערפלעכליכע מהלך. וכמו שכתבתי למעלה אז איינמאל מען פארלירט דעם טעותדיגען מיינדסעט בלייבט מען איבער מיט די מציאות כאשר הוא.
קומט אויס אז לאגיק קען יא אריינרעדן און מיך שטיפן צו די 'גאט הייפאטעסיס'. מיט דעם אלעם בין איך אויך מסכים צו וואס דו זאגסט, אז 'גאט' איז נישט קיין הגדרה ומושג וואס מען איז משיג, מען קען עס/אים נאר לעבן און זיין.
ג- פאראגראף 2. ליידער האב איך נאכנישט 'געלעבט' בלי גבול, דעריבער קען איך נישט רעדן וויאזוי איך וועל דאס עקספלעינן. דאס איינציגע זאך וואס איך קען רעדן פון, נאך זייענדיג 'דא', איז אז דאס איז עפעס א נקודה פון אחדות. פשוט ווייל 'בלי גבול' קען במציאות נישט האבן צוויי. צוויי מיינט דאך אז ערגעץ ענדיגט זיך א' און עס פאנגט זיך אהן ב'. אהה א רגע, איך פארשטיי אויך אן ענין פון 'טוב'. פשוט ווייל איך פארשטיי אז די אפטייטש פון שלעכט איז אז עפעס שטערט און שלאגט זיך מיט מיר. נו, אויב איז נישטא גארנישט אינדערויסען פון מיר, איז דאך נישט דא קיין רע. איך וואלט עס נישט גערופען טוב, איך וואלט נאר געזאגט אז עס איז נישט דא קיין שלעכטס. [און פאר אונז מענטשען וואס לעבן און א וועלט פון צער, איז דאס גופא טוב. ווייל טוב איז פשוט די געשמאק פון די עלימינאציע פון רע]
ווארט ווארט, איך בין אויך מסכים אז קיין טיפשות איז נישט שייך ביי בלי גבול. עס איז נישטא קיין מקום פאר טיפשות וטעות, עס איז פשוט נישטא קיין אנדערע צד. [ולפי"ז איז אויך אמת אז ביחס צו אונזער הגדרהדיגער וועלט וואס איז פול מיט טעותים וואס מיר מאכן און לעבן דערמיט, איז טאקע יא שייך צו רופען דעם בלי גובל א וועלט פון חכמה. ווייל חכמה איז פשוט די העדר פון טעותים]
ג- פאראגרף 3. איך פארשטיי אביסל אנדערש. וכעין מה שכתבתי אויף פאראגרף 1. פארוואס קען איך נישט מסביר זיין לאגיש פאר א מענטש אז ער זאל אויפהערן צו ניצען לאגיק אלס א tool זיך צו ברענגן, לדוגמא, צו אהבה? אפשר קען מען אים קאנווינסען לאגיש אז ער זאל אפלאזען זיין מוח, און לאזן זיין לב שולט זיין. חאטש אז די הארץ ארבעט נישט מיט לאגיק. אפשר קען מען האלטן ווי שיטת השלילי, אז מען קען לאגיש אויפווייזען די שלילות וטעות פון הגדרות, און דאס זאל מיך צושטיפן אז איך זאל מיך לאזן ווערן איבערגענומען פון מיין טיפערע בלי הגדרותדיגע מציאות?
ג- פאראגראף 4. אמת, בלי גבול קען מאכן טיפשות אויך. די בריאה איז פול מיט חכמה און אויך פיל מיט טיפשם וטיפשות. דאס איז אלע פון דעם בלי גבול. טיפער גערעדט, יעדע הגבלה גמורה, איז א טעות. ווייל דער הגבלה וואס זעהט נאר דעם מוגבלדיגען מציאות, זעהט נישט דעם גאנצען בילד, דעם אמת'ן בלי גבולדיגען בילד. נמצא אז די גאנצע וועלט פון הגבלה איז א וועלט וואס איז ביסודו טעות וטיפשות. מצד שני אבער, אויף וויפיל דער בלי גבול שטעלט יא אויס חכמה איז וויל ער דאס און ער טוט דאך וואס ער וויל. קומט אויס אז אויף וויפיל איך זעה חכמה אין די בריאה, ווייס איך אז אט דער מאס חכמה האט ער געוואלט אהערשטעלן דא. קיינער קען דאך אים/עס נישט אפהאלטן, ער האט נישט קיין מגביל.
ומבשרי אחזה, איך קען אין מיין מוח, מיין בלי גבולדיגע קאנשעסנעס, דמיונ'ן און אויפבויען קאמפליצירטע Rube Goldberg סטרוקטערס, און איך קען אויך אהערשטעלן אין מיין חלום טיפשים וטיפשות וואס גארנישט שטימט נישט איינס מיטן צווייטן. אז איך וועל דערציילן מיין חלום ודמיון פאר מיין חבר, איז לויט וויפיל חכמהדיגע זאכן איך האב געמאכט וועט ער וויסען אז אט דער לעוועל פון חכמה האב איך געוואלט אין דעם ספעציפישען חלום. בלי גבול קען אוודאי מאכן פיל מיט חכמהלעך, אבער ער מוז נישט. ועולם הטיפשים יוכיח.
איך בין בכלל נישט קלאר אין די ענין פון שאנס. דאס ביסל וואס איך פארשטיי קוקט מיר אויס אז דער פארבלעם מיט שאנס איז אז בתוך תוכן איז עס איז א סתירה פונקט ווי א סתירה פון זאגן א רונדיגע מרובע. נעם א קאמפיוטער - עס האט סך הכל כך וכך פיזישע שטיקעלעך אין דעם מאמעברעט. די הגדרה פון יעדע שטיקל באזינדער איז אז עס האט נישט קיין אייגענער כוח פון זיך קאמבינירען אויף א ספעציפישע מייסטערפולען אופן. פונקט ווי דו פארשטייסט אז אויב זאגסטו אז יעדען אינדערפרי האט זיך איין קליין שטיקעל chip, צוגעטעשעפעט צו א צווייטען אויף א מייסטערפולען אופן, וכן הלאה, ביז עס האט געבויעט דעם ענדגילטיגען קאמפליצירטע מאשין, האסטו מיט דעם געשאפען א קביעותדיגע הגדרה. דהיינו דו האסט אוועקגעשטעלט אז די הגדרה פון די זאך איז זיך צאמצושטעלן מיט אנדערע זאכן אז עס זאל ארויסברענגן א מעסטערפיס. מצד שני שרייסטו דאך אז די טשיפס האבן בכלל נישט דעם הגדרה. קומט אויס אז דאס איז א סתירה.
דער עיקר וואס מען פארדינט פון בלי גבול, איז אראפנעמען די ווייטאג פון סתירה אויף אלע לעוועלס. מען דארף נישט קיין הסברים, מען וויל נאר נישט קיין סתירה. פארוואס א וועלט? פארוואס נישט? סתירה אבער, איז שוין עפעס אנדערש.

איך בין נישט איבערצייגט אז איך מאך סענס, ווי קען איך זאגן צו דו מאכסט סענס? 😂
אין לך יום שאין קלקלתו מרובה מחבירו. יעדען טאג קען מען זעהן אז מען האט געמאכט נאך א טעות.
די אלע תורהלעך וואס איך שרייב דא איז ביי מיר נישט אזוי חשוב. באמת פרוביר איך צו זאגן ווי ווייניגער פילוזופישע תורהלעך. בעיקר וויל איך נאר שולל זיין פון מיר טעותים. און פשוט האבן דירעקט עקספעריענס פון מציאות. אמממ... נישט ממש ריכטיג. בעיקר וויל איך ענדזשויען לייף. פשוט ווייל דאס גלוסט זיך מיר און איך זעה נישט פארוואס נישט. עס קוקט מיר אויס עפעס אז הגדרות והגבלות זענען אן אינטערסאנטע טשאלענדזש פון די געים אף לייף. די fun איז זיך כסדר ארויסדערזעהן דערפון. יעדע סטעפ איז fun. יעדע סטעפ פון love, און אחדות, איז זיס און געשמאק ומבשרי אחזה... רוף עס אחדות, רוף עס בעלשעמסקע יחודים וואס ווען מען טוט דאס לעבט מען אין ימות המשיח, רוף עס נירוואנע. איטס אלל די סעים.
מיר זענען געבענטשט אז דער בעש"ט האט דאס אונז אזוי שיין געוויזען. נו נשמה'לע העלף מיך ארויס דא.

יאיר, איך האף אז דו גייסט נאך רעדן צו מיר נאך אזעלכע פלוידעריי. 😳

מוח שליט » מיטוואך יוני 5, 2013 11:43 pm

· #122113
לעיקוואד
אן אמת'ער פריינט? מח שליט?

?Are they mutually exclusive

קול דודי » מיטוואך יוני 5, 2013 11:44 pm

· #122114
יאיר, כ׳ווייס נישט פונקטליך וואס די מיינסט מיטן ״מאלפע טעארם״. ווי ווייט איך ווייס איז לא מאלפע ולא סדר. דאס הייסט אזוי: עס איז דא ״געזעצן״ וואס הייסט די יוניווערס וואס זי דארף טאן. די ״געזעצן״ זענען דארט ווייל ס׳מוז דארט זיין, ס׳קען פשוט אנדערש נישט זיין -- לאמיר די געזעצן אנרופן ״סיבה ראשונה״ אז די ווילסט.

די ״סדר״ וואס די זעסט איז פשוט מוכרח לויט די געזעצן. למשל ווען די גייסט אויפן גאס און די זעסט א פאדל (פ״ה דגוש) וואסער זאגסטו נישט ״גיב א קוק אויף דער ווינדערליכען פאדל; ס׳איז אויסגאפארמט מיט א געוואלדיגן פקחות אין סדר אזש גענוי ווי דער פארם פונ׳ם לאך און וואס עס ליגט!״ פארשטייט זיך איעדער חדר יונגל וועט לאכן פון אזא ״ ווינדערליכן סדר״. ס׳איז אויסגאפארמט גענוי ווי דעם לאך טאקע דערפאר ווייל דער לאך האט זי אויסגאפארמט! וואלט דער לאך אויסגעזען אנדערש דעמאלטס וואלט דער פאדל אויך געווען אנדערש. און ווייל די האסט זיך פונקט אנגעשטויסן און דעם לאך מיינט נישט אז דער פאדל איז עפעס מער ווינדערליך אדער מער בסדר ווי א פאדל וואס קוקט אויס אנדערש. והנמשל מובן מאליו.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:03 am

· #122132

דאס איז די מאלפע טעאראם. און אויף דעם האבן זיך באצויגן מיינע אלע תגובות. ווען איך רעד פון דעזיין מיין איך נישט די חכמה ווי אזוי די בריאה זעט אויס, נאר די חכמה וואס ליגט אונטער דעם, די חוקים וואס האלטן עס צוזאמען. וואס דו שלאגסט פאר איז עפעס אנדערש, דו שטעלסט זיך אפ ביי די חוקי הטבע און דו זאגסט עד פה תבא, אזוי איז עס, און איך פרעג נישט פארוואס, דאס איז די סיבה ראשונה. עס אינטערעסירט מיר נישט אויב איך טרעף חכמה אין די חוקי הטבע אדער נישט, (פונקט ווי דער מאמין שטעלט זיך אפ ביי גאט און זאגט אז פון דארט און ווייטער קען מען נישט פרעגן קיין קשיות), זיי עקזיסטירן ווייל זיי עקזיסטירן. זעלבסטפארשטענדליך אז די חוקי הטבע אליין זענען א רוחניות'דיגע זאך, נישט עפעס וואס מען קען אנטאפן און דורכפירן טעסטס דערויף. ממילא ביסטו א פאנטעאיסט, נישט קיין אטעאיסט. איך האב נישט קיין לאגישע הוכחה קעגן פאנטעאיזם, כאטש איך פערזענליך גלייב יא אין א קאנשעס גאט. איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:16 am

· #122145
יאיר, איך זעה נישט וואס אינפיניט מאלפעס האט א שייכות מיט וואס איך האב געשריבן. וואס איך האב געשריבן איז אמת אפילו ס׳איז נאר בנמצא *איין* פאדל, נישט קוון אינפיניט פאדלס. און ווי אזוי זעסט ״חכמה״ און דעם פאדל האסטו נישט מסביר געווען.

אויך בין איך נישט קיין פאנטעאיסט (חוץ אז די ״טעאיסט״ חלק האט קיין טייטש נישט, דהיינו עס קען מיינען אלעס אין אלסדינג) אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:21 am

· #122148
ר' קול דודי כ'האב שוין לאנג געהאפט אייך אמאל צו באגעגענען.
אין אנדערע אשכולות האט זיך ביי מיר אוועקגעשטעלט אז דו ביסט אן אמתער קענער אין פיזיקס. וויל איך דיך עפעס פרעגן און זעהן צו דו קענסט מיך ארויסהעלפן.
איך האב איין כלליותדיגער אי-הבנה אין דעם נושא פון עוואלוציע.
אין דע ענד רעדט מען פון א נאמבער געים. דאס הייסט אויב וויל מען זאגען א הסבר וויאזוי די קאמפליצירטע מציאות וואס מיר זעהן פאר אונזערע אויגען איז געשעהן בלינדערהייט, זאגט מען אוודאי נישט אז עס איז פשוט א מקרה איינס פון טריליאן טריליאן טריליאן כפלים כיוצאי מצרים. מיז מען לכאורה האבן עפעס נאמבערס. די נאמבערס פון קאמפלעקס קאמבינעישאנס וואס די קאמפליצירטער בריאים פארמאגען, די נאמבער פון מעגליכע קאמבינעישאנס, די נאמבער פון אנדער קאמבינעישאנס וואס וואלטען אויך געשאפען קאמפלעקס בריאים. [כמובן אז קאמפלעקס בריאים מיינט ווען די קמפלעקסיטי ברענגט צו א רעזולט וואס העלפט ארויס דעם ארגאניזם וכדו'], די נאמבער פון פראקטישע מעגליכקייט פון טשעינדזעס, אדער און אונזער פאל, mutations, לאורך דעם גאנצען צייט פון תחלת עקזיסטענץ. אין דעם פראקטשיקייט דארף מען אריינרעכענען אז צופיל mutations וועט דאך זיין הפסד מרובה משכר און עס וועט אראפרברענגען די לעוועל פון פארשריט. אין פראקטשיקייט מיז מען אויך אריינרעכענען די פשוטע טיים לימיט, פון דעם גאנצען זמן מראשית הביג בענג, ווי אויך די צייטן וואס איז ידוע אז מען איז צוריקגעפאלען צום א' מכח נאטירליכע דיזעסטערס.
בקיצור לכאורה כדי די טעאריע זאל לכה"פ זיין עפעס מער ווי א hunch, דארף עס חאטש האבען א גוטע נאמבער חשבון. איז דאס בנמצא?
אדער אפשר אפי' אהן קיין שום נאמבערס קען עס אויך אנגערופען ווערן סייענס? אויב איז שייך ביטע, פארשטיין צו געבן.
מיט דאנק פון פאראויס.

איך האף אז דאס איז נישט פארדרייט דעם אשכול. אויב יא ביטע זאג מיר אין וועלכע אשכול דו וואלסט מיר בייוויליג געווען צו ערקלערן דעם ענין.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:23 am

· #122150
ר' מוח לעבן, ביטע זיי נישט ברוגז, אבער איך בין נישט גרייט צו אויפגעבן מיינע הגדרות אויף די וועלט און זאגן אז זיי זענען אלעס אילוזיעס. ערשטנס, ווייל דעמאלט וועל איך זיך נישט קענען טענה'ן מיט דיר, ווייל טענות באשטייען פון לאגישע מוגדר'דיגע ווערטער, און איך האלט נישט ביים זאגן טענות וואס זענען אילוזיעס. צווייטנס, ווייל מיין אינטואיציע וואס זאגט מיר אז אונטער אלע הגבלות שטייט עפעס וואס איז בלתי מוגבל, זאגט מיר אויך אז עס זענען פארהאן הגבלות אויף די וועלט. מה עדיף האי אינטואיציה מהאי?
ועוד יותר מזה, דו שרייבסט אז די הנאה איז צו ארויסגיין פון די הגדרות און לעבן אין לאוו אדער אחדות. העי, לאוו איז א הגדרה.
אלזא, אפילו אויב ס'איז דא א סתירה צווישן די הגדרות און די אין סוף, בין איך ענדערש גרייט צו לעבן מיט די סתירה ווי צו אויפגעבן אויף סיי וועלכע פון מיינע בהחלט'דיגע אינטואיציעס. א סתירה איז דאך לאגיש, און מיר שמועסן אז מיר גייען נישט מיט לאגיק, נישט אזוי?
מכל הלין טעמא בין איך בהחלט נישט מודה אז גאט מאכט ללעג ולקלס אלע אונזערע הגדרות. פארקערט, ער האט זיי באשאפן, און מסתם קען ער לעבן מיט זיי, עס מוז מיר נישט אינטערעסירן ווי אזוי. דערפאר וועל אויך זיין גרייט צו זאגן אז די גאנצע בריאה באשטייט פון רוחניות און גשמיות. ואת"ל, די חוקי הטבע און די טבע. ואת"ל, גאט און די ברואים. אויב מיר וועלן זיך קענען פאראייניגן אויף דעם וועט דאס זיין א היסטארישע מאמענט און קאווע שטיבל, און מיר וועלן טרינקען לחיים אויף א גלעזל קאווע.
וועגן מיינע ערשטע צוויי פוינטס, ביטע זע מיינע תגובות אנגעהויבן פון די צווייטע בלאט. ווען דו פארשטייסט וואס איך וויל קענסטו זיך אפשטעלן. וועגן דעזיין אין די חוקי הטבע, (אריינגערעכנט חוק האבלוציה) יעדע חוק איז ביי דעפינישן א סיסטעם, און יעדע סיסטעם איז ביי דעפינישאן סדר, און יעדע סדר איז ביי דעפינישאן דעזיין, און יעדע דעזיין איז ביי דעפינישאן חכמה.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:29 am

· #122154
קול דודי
יאיר, איך זעה נישט וואס אינפיניט מאלפעס האט א שייכות מיט וואס איך האב געשריבן. וואס איך האב געשריבן איז אמת אפילו ס׳איז נאר בנמצא *איין* פאדל, נישט קוון אינפיניט פאדלס. און ווי אזוי זעסט ״חכמה״ און דעם פאדל האסטו נישט מסביר געווען.

אויך בין איך נישט קיין פאנטעאיסט (חוץ אז די ״טעאיסט״ חלק האט קיין טייטש נישט, דהיינו עס קען מיינען אלעס אין אלסדינג) אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

זיי מיר מוחל פאר'ן פרעגן, האסטו געליינט אלע תגובות ביז אהער? אויב יא דארפסטו פארשטיין פארוואס איך האב געהאלטן אין איין אויפברענגען די אינפיניט מאלפע טעאראם. עניוועי, פארגעס דערפון.
וועגן די חכמה אינעם פאדל, איך זע נישט קיין חכמה אין די פאדל, איך זע חכמה אין די לאך, דאס הייסט, אין דאס וואס דו רופסט די חוקי הטבע. לאמיר גיין צוביסלעך. דו זאגסט אז עס זענען פארהאן געזעצן אין די טבע. אפשר קענסטו זאגן קלארער פון וואס די געזעץ באשטייט? איז עס א פיזישע מאטריאל?
נאך א שאלה. צו איז דא אזא זאך ווי א חוק וואס האט נישט קיין סדר?
א דריטע שאלה, צו איז דא אזא זאך ווי א סדר אן עפעס א דעזיין דערין?

לעיקוואד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:29 am

· #122155
מוח שליט
לעיקוואד
אן אמת'ער פריינט? מח שליט?

?Are they mutually exclusive

התכוונתי פשוט לשאול אם החבר הזה דמיוני או שהוא אחד מניקי השטיבל, ושאלתי אם היינו מח שליט.

למעשה פארשטיי איך אז דאס איז נישט אייך.

דאס זענט איר גערעכט אז א חבר דמיוני מיט מח שליט איז טאקע נישט קיין סתירה, לשיטת מח שליט אז אלץ איז א דמיון..

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:40 am

· #122171
מוח, בייאלידזי איז נישט פיזיקס. דהיינו, נישט אלע סייענסעס קען מען מסביר זיין מיט מעטאמאטישע חשבונות (כעאס טעארי איז שיין מסביר פארוואס. ס׳איז פשוט נישט מעגליך.) פאר א טעארי צו זיין א טעארי אין נישט קיין האנ״טש ברויך עס קענען מסביר זיין אסאך אסאך זאכן בעסער אין שענער ווי אן אנדערע טעארי. עוועלאציע איז א זעכערע טעארי לויט די הגדרה. ס׳איז הערליך מסביר די פונקטליכער מאס ענדליכקייט פון אסאך דזינס פון פארשידענע בעלי חיים. ס׳איז שיין מסביר פארוואס למשל באקטעריע אין שפיטאל שרעקן זיך נישט פון אנטיביאטיק. ס׳איז אפולו שיין מסביר פארוואס פארשידענע דזינס ארבעטן ווי אזוי זיי ארבעטן. ס׳איז שיין מסביר פארוואס מיר האבן א וויידל אין פארוואס א וואלפיש האט פינגער. ס׳איז כסדר מסביר נייע זאכן וואס מיר ווערן אט נאר וואס געוואר (למשל פארוואס קראמאסאם 2 האט טעלאמיר״ע --telomere-- אינדערמיט) וואס איז איינס פון די שוארקסטע ראיה וואס מיר האבן אז א טעארי איז קרוב אל האמת.
בלאט: 1 2 3 4 5