☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

220 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3954
בלאט: 1 2 3 4 5

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:46 am

· #122176
יאיר, כדאי צו ענטפערן דיין שאלות ברויך איך וויסן דיין דעפינישן פון ״סדר״. דרס וואס די פרעגט פון וואס די חוקי הטבע זענען געמאכט: זיי זענען נישט געמאכט. ״חוקי הטבע״ איז די נאמען מיר געבן די מעטאמאטישע חשבונות וואס געבן פארשטיין פארן מענטשליכן שכל ווי אזוי די טבע ארבעט.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:47 am

· #122177
קול דודי
מוח, בייאלידזי איז נישט פיזיקס. דהיינו, נישט אלע סייענסעס קען מען מסביר זיין מיט מעטאמאטישע חשבונות (כעאס טעארי איז שיין מסביר פארוואס. ס׳איז פשוט נישט מעגליך.) פאר א טעארי צו זיין א טעארי אין נישט קיין האנ״טש ברויך עס קענען מסביר זיין אסאך אסאך זאכן בעסער אין שענער ווי אן אנדערע טעארי. עוועלאציע איז א זעכערע טעארי לויט די הגדרה. ס׳איז הערליך מסביר די פונקטליכער מאס ענדליכקייט פון אסאך דזינס פון פארשידענע בעלי חיים. ס׳איז שיין מסביר פארוואס למשל באקטעריע אין שפיטאל שרעקן זיך נישט פון אנטיביאטיק. ס׳איז אפולו שיין מסביר פארוואס פארשידענע דזינס ארבעטן ווי אזוי זיי ארבעטן. ס׳איז שיין מסביר פארוואס מיר האבן א וויידל אין פארוואס א וואלפיש האט פינגער. ס׳איז כסדר מסביר נייע זאכן וואס מיר ווערן אט נאר וואס געוואר (למשל פארוואס קראמאסאם 2 האט טעלאמיר״ע --telomere-- אינדערמיט) וואס איז איינס פון די שוארקסטע ראיה וואס מיר האבן אז א טעארי איז קרוב אל האמת.

קול דודי, וואס דו זאגסט איז ריכטיג, און עס איז גענוג גוט צו אפפרעגן די קריעשאניסטס. אבער לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו נאר ראיות אז די פאקט פון עוואלוציע האט פאסירט. דו האסט אויך א חשבון פארוואס רענדאם מיוטעישאנס האט געקענט פראדוצירן די דייווערסיטי וואס מיר האבן אין די באשטימטע צייט-אפשניט פון די קעמבריען עקספלאזיע? (נישט אז דו מוזט האבן, איך פרעג סתם, אויב עס איז בכלל שייך צו האבן)

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:48 am

· #122179
יאיר
ר' מוח לעבן, ביטע זיי נישט ברוגז, אבער איך בין נישט גרייט צו אויפגעבן מיינע הגדרות אויף די וועלט און זאגן אז זיי זענען אלעס אילוזיעס. ערשטנס, ווייל דעמאלט וועל איך זיך נישט קענען טענה'ן מיט דיר, ווייל טענות באשטייען פון לאגישע מוגדר'דיגע ווערטער, און איך האלט נישט ביים זאגן טענות וואס זענען אילוזיעס. צווייטנס, ווייל מיין אינטואיציע וואס זאגט מיר אז אונטער אלע הגבלות שטייט עפעס וואס איז בלתי מוגבל, זאגט מיר אויך אז עס זענען פארהאן הגבלות אויף די וועלט. מה עדיף האי אינטואיציה מהאי?
ועוד יותר מזה, דו שרייבסט אז די הנאה איז צו ארויסגיין פון די הגדרות און לעבן אין לאוו אדער אחדות. העי, לאוו איז א הגדרה.
אלזא, אפילו אויב ס'איז דא א סתירה צווישן די הגדרות און די אין סוף, בין איך ענדערש גרייט צו לעבן מיט די סתירה ווי צו אויפגעבן אויף סיי וועלכע פון מיינע בהחלט'דיגע אינטואיציעס. א סתירה איז דאך לאגיש, און מיר שמועסן אז מיר גייען נישט מיט לאגיק, נישט אזוי?
מכל הלין טעמא בין איך בהחלט נישט מודה אז גאט מאכט ללעג ולקלס אלע אונזערע הגדרות. פארקערט, ער האט זיי באשאפן, און מסתם קען ער לעבן מיט זיי, עס מוז מיר נישט אינטערעסירן ווי אזוי. דערפאר וועל אויך זיין גרייט צו זאגן אז די גאנצע בריאה באשטייט פון רוחניות און גשמיות. ואת"ל, די חוקי הטבע און די טבע. ואת"ל, גאט און די ברואים. אויב מיר וועלן זיך קענען פאראייניגן אויף דעם וועט דאס זיין א היסטארישע מאמענט און קאווע שטיבל, און מיר וועלן טרינקען לחיים אויף א גלעזל קאווע.
וועגן מיינע ערשטע צוויי פוינטס, ביטע זע מיינע תגובות אנגעהויבן פון די צווייטע בלאט. ווען דו פארשטייסט וואס איך וויל קענסטו זיך אפשטעלן. וועגן דעזיין אין די חוקי הטבע, (אריינגערעכנט חוק האבלוציה) יעדע חוק איז ביי דעפינישן א סיסטעם, און יעדע סיסטעם איז ביי דעפינישאן סדר, און יעדע סדר איז ביי דעפינישאן דעזיין, און יעדע דעזיין איז ביי דעפינישאן חכמה.

איך האב נישט פרובירט דא צו רעדן וועגן אילוזיעס.
מיט וואס זאג איך אנדערש ווי וואס דו שרייבסט און דעם תגובה[אויף דעם נקודה כלליות דיינער]? אפי' איך זאל דא זאגן אז עס איז א דמיון, נו דמיון איז אויך עפעס. נמצא אז איך בין אוודאי מסכים אז עס איז דא הגבלות. איך האב אויבן אפי' אריינגעווארפען דעם מימרא פון כשם שיש לו כוח בבלי גבול כך יש לו כוח בגבול. איך זאג נאר אז עס איז געשמאק אייביג צו געדענקען טאקע דאס וואס דו ברענגסט ארויס, אז עס איז ביידע צוזאמען אפי' נניח איך ווייס נישט פונקט וויאזוי. אזוי ווי ווען מיין דענטיסט דריללט מיין צאן, פון די פרטיותדיגע בילד איז עס סתם סותר מיין מציאות, און דאס טוט גאר שטארק וויי. ווי למשל איך זאל ווען יעצט ווערן געפייניגט ביי טעראריסטן און זיי ווילן מיך פשוט ווי טוהן און צומזיק'ן. אויב אבער איך זעה דעם גרויסען פיקטשער ווי דארט איז עס נישט קיין סתירה צו מיין מציאות, ווייל מיין צאן ווערט פארראכטען, איז לויט וויפיל דער גרויסער פיקטשער דאמינירט מיך, אויף אזויפיל גיי איך ארויס פון די יסורים.
איך וועל מקיים זיין דברי חכמים און קוקען אויבן וואס דו שרייבסט.
וועגן דעזיין בחוקי הטבע פארשטיי איך נישט פארוואס די סדר פון 11112133343343 איז א דעזיין. עס איז סדר אבער עס ברענגט נישט גארנישט, ממילא איז עס לכאורה נישט קיין דעזיין.
אויב דו האסט אויבן דאס מסביר געווען וועל איך עס נעמען פון דארט.
ווען נישט דו זאגסט סאררי, וואלט איך נישט געוואוסט אז דו גיסט אויס צארן. 🙂

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:52 am

· #122181
קול דודי
יאיר, כדאי צו ענטפערן דיין שאלות ברויך איך וויסן דיין דעפינישן פון ״סדר״. דרס וואס די פרעגט פון וואס די חוקי הטבע זענען געמאכט: זיי זענען נישט געמאכט. ״חוקי הטבע״ איז די נאמען מיר געבן די מעטאמאטישע חשבונות וואס געבן פארשטיין פארן מענטשליכן שכל ווי אזוי די טבע ארבעט.

סדר איז דאס פארקערטע פון כאאס.
איך פארשטיי נישט. דו זאגסט אז די חוקי הטבע עקזיסטירן און זיי זענען די וואס זענען גורם אז די טבע זאל ביהעיוון אזוי ווי מיר זעען איר. (די לאך פון די פאדל וואס פארעמט אויס די וואסער). אויב זיי עקזיסטירן און זיי קענען מאכן די גאנצע אוניווערס ארבעטן דעמאלט דארף מען עס דאך קענען מגדיר זיין און זאגן פון וואס דאס באשטייט. אויב נישט איז עס דאך פונקט ווי גאט, עפעס וואס מען קען נישט משיג זיין. למשל, אויב איך זאג אז עלעקטריק מאכט אז מיין ניי מאשין זאל ארבעטן, דעמאלט דארף איך קודם האבן עפעס א הגדרה אויף עלעקטריק. נישט אזוי?

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:54 am

· #122182
יאיר
קול דודי
מוח, בייאלידזי איז נישט פיזיקס. דהיינו, נישט אלע סייענסעס קען מען מסביר זיין מיט מעטאמאטישע חשבונות (כעאס טעארי איז שיין מסביר פארוואס. ס׳איז פשוט נישט מעגליך.) פאר א טעארי צו זיין א טעארי אין נישט קיין האנ״טש ברויך עס קענען מסביר זיין אסאך אסאך זאכן בעסער אין שענער ווי אן אנדערע טעארי. עוועלאציע איז א זעכערע טעארי לויט די הגדרה. ס׳איז הערליך מסביר די פונקטליכער מאס ענדליכקייט פון אסאך דזינס פון פארשידענע בעלי חיים. ס׳איז שיין מסביר פארוואס למשל באקטעריע אין שפיטאל שרעקן זיך נישט פון אנטיביאטיק. ס׳איז אפולו שיין מסביר פארוואס פארשידענע דזינס ארבעטן ווי אזוי זיי ארבעטן. ס׳איז שיין מסביר פארוואס מיר האבן א וויידל אין פארוואס א וואלפיש האט פינגער. ס׳איז כסדר מסביר נייע זאכן וואס מיר ווערן אט נאר וואס געוואר (למשל פארוואס קראמאסאם 2 האט טעלאמיר״ע --telomere-- אינדערמיט) וואס איז איינס פון די שוארקסטע ראיה וואס מיר האבן אז א טעארי איז קרוב אל האמת.

קול דודי, וואס דו זאגסט איז ריכטיג, און עס איז גענוג גוט צו אפפרעגן די קריעשאניסטס. אבער לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו נאר ראיות אז די פאקט פון עוואלוציע האט פאסירט. דו האסט אויך א חשבון פארוואס רענדאם מיוטעישאנס האט געקענט פראדוצירן די דייווערסיטי וואס מיר האבן אין די באשטימטע צייט-אפשניט פון די קעמבריען עקספלאזיע? (נישט אז דו מוזט האבן, איך פרעג סתם, אויב עס איז בכלל שייך צו האבן)

נאמבערס איז נישט שייך ביי אזאך אזוי קאמפליצירט ווי בייאלידזי. מיר ווייסן אבער למשל אז ס׳זענען דא בעלי חיים וואס ערנערן זיך בלויז פין ניילא״ן, וואס איז א מאטיריאל וואס איז בערך 100 אדער 150 יאר אלט. דאס ווייזט ווי שנעל בעלי חיים קענען זיך טוישן.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:59 am

· #122187
מוח, איך פארשטיי נישט דיין דמיון. די נומערן וואס דו ברענגסט זאגן טאקע גארנישט, דערפאר איז עס נישט קיין סדר. די חוקי הטבע ברענגען אבער אז די זון זאל אויפשיינען יעדן טאג, טאג איין טאג אויס. דערפאר איז עס יא א סדר. איז דאס אזוי מחודש'דיג אדער נאריש אז קיינער וויל נישט צושטימען צו מיר? 😕

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:01 am

· #122188
יאיר
קול דודי
יאיר, כדאי צו ענטפערן דיין שאלות ברויך איך וויסן דיין דעפינישן פון ״סדר״. דרס וואס די פרעגט פון וואס די חוקי הטבע זענען געמאכט: זיי זענען נישט געמאכט. ״חוקי הטבע״ איז די נאמען מיר געבן די מעטאמאטישע חשבונות וואס געבן פארשטיין פארן מענטשליכן שכל ווי אזוי די טבע ארבעט.

סדר איז דאס פארקערטע פון כאאס.
איך פארשטיי נישט. דו זאגסט אז די חוקי הטבע עקזיסטירן און זיי זענען די וואס זענען גורם אז די טבע זאל ביהעיוון אזוי ווי מיר זעען איר. (די לאך פון די פאדל וואס פארעמט אויס די וואסער). אויב זיי עקזיסטירן און זיי קענען מאכן די גאנצע אוניווערס ארבעטן דעמאלט דארף מען עס דאך קענען מגדיר זיין און זאגן פון וואס דאס באשטייט. אויב נישט איז עס דאך פונקט ווי גאט, עפעס וואס מען קען נישט משיג זיין. למשל, אויב איך זאג אז עלעקטריק מאכט אז מיין ניי מאשין זאל ארבעטן, דעמאלט דארף איך קודם האבן עפעס א הגדרה אויף עלעקטריק. נישט אזוי?

וואס איז דאס כאאס? (די פארקערטע פון סדר?) די חוקי הטבע זענען די חוקים פונ׳ם טבע. דאס הייסט, ס׳איז דער אופן וואס די טבע ארבעט. עס עקזעסטירט נישט אלס א דבר מושלל פונ׳ם טבע. ס׳איז די טבע אליינס. די טבע איז די לאך, די ויניווערס איז דער פאדל. וואס איז טאקע דער טבע אליינס? די טבע אליינס איז די לאך ארום די פאדל פונ׳ם יוניווערס.

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:02 am

· #122189
קול דודי
יאיר
קול דודי
מוח, בייאלידזי איז נישט פיזיקס. דהיינו, נישט אלע סייענסעס קען מען מסביר זיין מיט מעטאמאטישע חשבונות (כעאס טעארי איז שיין מסביר פארוואס. ס׳איז פשוט נישט מעגליך.) פאר א טעארי צו זיין א טעארי אין נישט קיין האנ״טש ברויך עס קענען מסביר זיין אסאך אסאך זאכן בעסער אין שענער ווי אן אנדערע טעארי. עוועלאציע איז א זעכערע טעארי לויט די הגדרה. ס׳איז הערליך מסביר די פונקטליכער מאס ענדליכקייט פון אסאך דזינס פון פארשידענע בעלי חיים. ס׳איז שיין מסביר פארוואס למשל באקטעריע אין שפיטאל שרעקן זיך נישט פון אנטיביאטיק. ס׳איז אפולו שיין מסביר פארוואס פארשידענע דזינס ארבעטן ווי אזוי זיי ארבעטן. ס׳איז שיין מסביר פארוואס מיר האבן א וויידל אין פארוואס א וואלפיש האט פינגער. ס׳איז כסדר מסביר נייע זאכן וואס מיר ווערן אט נאר וואס געוואר (למשל פארוואס קראמאסאם 2 האט טעלאמיר״ע --telomere-- אינדערמיט) וואס איז איינס פון די שוארקסטע ראיה וואס מיר האבן אז א טעארי איז קרוב אל האמת.

קול דודי, וואס דו זאגסט איז ריכטיג, און עס איז גענוג גוט צו אפפרעגן די קריעשאניסטס. אבער לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו נאר ראיות אז די פאקט פון עוואלוציע האט פאסירט. דו האסט אויך א חשבון פארוואס רענדאם מיוטעישאנס האט געקענט פראדוצירן די דייווערסיטי וואס מיר האבן אין די באשטימטע צייט-אפשניט פון די קעמבריען עקספלאזיע? (נישט אז דו מוזט האבן, איך פרעג סתם, אויב עס איז בכלל שייך צו האבן)

נאמבערס איז נישט שייך ביי אזאך אזוי קאמפליצירט ווי בייאלידזי. מיר ווייסן אבער למשל אז ס׳זענען דא בעלי חיים וואס ערנערן זיך בלויז פין ניילא״ן, וואס איז א מאטיריאל וואס איז בערך 100 אדער 150 יאר אלט. דאס ווייזט ווי שנעל בעלי חיים קענען זיך טוישן.

כיהודה ועוד ליאיר, פרעג איך צו דאס ווייזט דוקא אויף די ווארהייט פון די מעכאניזם פון רענדאם מיוטעישאנס צוזאמען מיט סורווייוועל אף די פיטעסט. אפשר איז די מעכאניזם מכח Stuart Kaufman's טעאריע פון self organization? אדער עפעס אן אנדערע טעאריע וואס מיר ווייסן נאך נישט?
אדרבא, אפשר אז מיר האבן אזא קורצע אפשניט פון הונדערט פיפציג יאר און עס האט געמאכט אזעלעכע דראסטישע קאמפלעקס פארשריט, וואלט לכאורה געווען א ראי' אז עס נישט די נאטורליכע צוגאנג פון mutations? דארט וואלט מען לכאורה יא געקענט ארבעטן אויף נאמבערס, ניין?

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:05 am

· #122191
יאיר
מוח, איך פארשטיי נישט דיין דמיון. די נומערן וואס דו ברענגסט זאגן טאקע גארנישט, דערפאר איז עס נישט קיין סדר. די חוקי הטבע ברענגען אבער אז די זון זאל אויפשיינען יעדן טאג, טאג איין טאג אויס. דערפאר איז עס יא א סדר. איז דאס אזוי מחודש'דיג אדער נאריש אז קיינער וויל נישט צושטימען צו מיר? 😕

גוט, יעצט פארשטיי איך וואס דו זאגסט.
וויל איך דיך פרעגן. אויב זאל מען ווען יא האבן נאמבערס פאר עוואלושען, און מען וואלט קלאר געזעהן אז מצד די רענדאמנעס איז בהחלט שטארק יתכן אז עס זאל ארויסקומען גאר א קאמפליצירטע בריאה, וואלסטו אט די רענדמאנעסס אויך גערופען דיזיין?
ד.ה. אויב מיר זעהן אז דער גאנצער כוח פון שאפען קאמפלעקסיטי איז מכח די רענדמאם מיוטעישאן וכו', ממילא וואלטן מיר פארשטאנען אז די בריאה וואלט צושטאנד געקומען מיט סיי וואסארא חוקים פשוטים. דער עיקר וואלט מען געדארפט אז עס זאל זיין אפאר בעיסיק מציאות'ן. עס איז מובן מאליו אז א בריאה פון גבול וועט האבן לימיטיד ריסוירסעס, און ממילא וועט זיין א מלחמת קיום ווער עס באקומט די ריסוירסעס. נמצא אז די חוקי הטבע זענען טאטעלי רענדאם. עס איז טאקע דא אפאר מציאות'ן, אבער די אויסשטעל פון די מציאות'ן וואלטען געקענט זיין וויאזוי אימער. הייסט דאס דיזיין? אדער סדר אהן דיזיין? אזוי ווי די סדר פון די נאמבערס וואס איך האב געקלאפט אויבן.

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:06 am

· #122192
מוח, קול דודי טענה'ט אז עס איז פשוט נישט שייך פראקטיש צו מעסטן מיט נאמבערס, ווייל מיר האבן נישט די כלים צו מעסטן אזא קאמפליצירטע מעכאניזם. אזוי לאנג ווי דו קענסט נישט אויפווייזן אז מאטעמאטיש שטימט עס נישט, קענען מיר אננעמען מטעם אקאמ'ס רעזאר אז סעלף ארגאניזאציע מוז נישט עקזיסטירן. אזוי ווי מען קען נישט אויסרעכנען מאטעמאטישע נומערס אויף פסיכאלאגישע שטודיעס, און פונדעסטוועגן וועט קיינער נישט זאגן אז ס'איז מעגליך דא עפעס א באהאלטענע כוח אין פסיכאלאגיע וואס מיר זעען נישט וויבאלד מען קען עס נישט אויסרעכענען. (כ'ווייס דער משל איז א שוואכער, ס'איז שוין נאך חצות).

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:08 am

· #122193
מוח שליט
יאיר
מוח, איך פארשטיי נישט דיין דמיון. די נומערן וואס דו ברענגסט זאגן טאקע גארנישט, דערפאר איז עס נישט קיין סדר. די חוקי הטבע ברענגען אבער אז די זון זאל אויפשיינען יעדן טאג, טאג איין טאג אויס. דערפאר איז עס יא א סדר. איז דאס אזוי מחודש'דיג אדער נאריש אז קיינער וויל נישט צושטימען צו מיר? 😕

גוט, יעצט פארשטיי איך וואס דו זאגסט.
וויל איך דיך פרעגן. אויב זאל מען ווען יא האבן נאמבערס פאר עוואלושען, און מען וואלט קלאר געזעהן אז מצד די רענדאמנעס איז בהחלט שטארק יתכן אז עס זאל ארויסקומען גאר א קאמפליצירטע בריאה, וואלסטו אט די רענדמאנעסס אויך גערופען דיזיין?

יא. די תנאים פאר עוואלוציע זענען בהכרח געבויט אויף סדר. (די ען עי רעפליקעיט זיך כסדר, מוטאציעס געשעען כסדר, כאטש אויף א רענדאם וועג, כ'האף אז דו כאפסט די דיסטינקשאן). אויסער דעם, איך דארף נישט צוקומען צו עוואלושען, פיזיקס אליין האט א געוואלדיגע סדר אין זיך וואס טוישט זיך קיינמאל נישט (על כל פנים העכער די קוואנטום לעוועל).

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:11 am

· #122194
מוח שליט
קול דודי
יאיר
קול דודי
מוח, בייאלידזי איז נישט פיזיקס. דהיינו, נישט אלע סייענסעס קען מען מסביר זיין מיט מעטאמאטישע חשבונות (כעאס טעארי איז שיין מסביר פארוואס. ס׳איז פשוט נישט מעגליך.) פאר א טעארי צו זיין א טעארי אין נישט קיין האנ״טש ברויך עס קענען מסביר זיין אסאך אסאך זאכן בעסער אין שענער ווי אן אנדערע טעארי. עוועלאציע איז א זעכערע טעארי לויט די הגדרה. ס׳איז הערליך מסביר די פונקטליכער מאס ענדליכקייט פון אסאך דזינס פון פארשידענע בעלי חיים. ס׳איז שיין מסביר פארוואס למשל באקטעריע אין שפיטאל שרעקן זיך נישט פון אנטיביאטיק. ס׳איז אפולו שיין מסביר פארוואס פארשידענע דזינס ארבעטן ווי אזוי זיי ארבעטן. ס׳איז שיין מסביר פארוואס מיר האבן א וויידל אין פארוואס א וואלפיש האט פינגער. ס׳איז כסדר מסביר נייע זאכן וואס מיר ווערן אט נאר וואס געוואר (למשל פארוואס קראמאסאם 2 האט טעלאמיר״ע --telomere-- אינדערמיט) וואס איז איינס פון די שוארקסטע ראיה וואס מיר האבן אז א טעארי איז קרוב אל האמת.

קול דודי, וואס דו זאגסט איז ריכטיג, און עס איז גענוג גוט צו אפפרעגן די קריעשאניסטס. אבער לויט ווי איך פארשטיי ברענגסטו נאר ראיות אז די פאקט פון עוואלוציע האט פאסירט. דו האסט אויך א חשבון פארוואס רענדאם מיוטעישאנס האט געקענט פראדוצירן די דייווערסיטי וואס מיר האבן אין די באשטימטע צייט-אפשניט פון די קעמבריען עקספלאזיע? (נישט אז דו מוזט האבן, איך פרעג סתם, אויב עס איז בכלל שייך צו האבן)

נאמבערס איז נישט שייך ביי אזאך אזוי קאמפליצירט ווי בייאלידזי. מיר ווייסן אבער למשל אז ס׳זענען דא בעלי חיים וואס ערנערן זיך בלויז פין ניילא״ן, וואס איז א מאטיריאל וואס איז בערך 100 אדער 150 יאר אלט. דאס ווייזט ווי שנעל בעלי חיים קענען זיך טוישן.

כיהודה ועוד ליאיר, פרעג איך צו דאס ווייזט דוקא אויף די ווארהייט פון די מעכאניזם פון רענדאם מיוטעישאנס צוזאמען מיט סורווייוועל אף די פיטעסט. אפשר איז די מעכאניזם מכח Stuart Kaufman's טעאריע פון self organization?
אדרבא, אפשר אז מיר האבן אזא קורצע אפשניט פון הונדערט פיפציג יאר און עס האט געמאכט אזעלעכע דראסטישע קאמפלעקס פארשריט, וואלט לכאורה געווען א ראי' אז עס נישט די נאטורליכע צוגאנג פון mutations? דארט וואלט מען לכאורה יא געקענט ארבעטן אויף נאמבערס, ניין?

גערעכט, ס׳איז נישט קיין ראיה אויף רענדאם מיוטעישאנס דייקא. ס׳איז אויך מעגליך למשל אז עפעס א גאט מאכט די מיוטעישאנס, און ס׳איז נישט רענדאם. פשטות זאגט מען רענדאם פשוט אלס Occam's razor; רענדאם מיוטעישאנס קוקן אויס געניג גוט אויף דערווייל. קיינער האט נאכנישט אויפגעוויזן אז ס׳מיז זיין מער ווי רענדאם.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:13 am

· #122195
איך האב נישט באמערקן אז יאיר האט שוין געזאגט גענוי דאס. ישר כח יאיר! ס׳איז מיר אביסל שווער צי שרייבן אויף יודיש.

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:19 am

· #122197
קול דודי
גערעכט, ס׳איז נישט קיין ראיה אויף רענדאם מיוטעישאנס דייקא. ס׳איז אויך מעגליך למשל אז עפעס א גאט מאכט די מיוטעישאנס, און ס׳איז נישט רענדאם. פשטות זאגט מען רענדאם פשוט אלס Occam's razor; רענדאם מיוטעישאנס קוקן אויס געניג גוט אויף דערווייל. קיינער האט נאכנישט אויפגעוויזן אז ס׳מיז זיין מער ווי רענדאם.

ווען מיר האבן א וועלט ווי אונזער און לו יציור מיר ווייסן קלאר אז עס איז נאר אלט צען טויזענט יאר, מיט די זעלבע fossil רעקארד ווי מיר האבן יעצט, וואלט Occam's razor אויך דיר געזאגט אז פשטות איז דאס רענדאם מיוטעישאנס?
אדער כלך לדרך זו. אויב זאל די בריאה זיין טריליאנען מאל מער קאמפלעקס ווי עס איז יעצט, וואלט Occam's razor דיר אויך געזאגט דאס זעלבע?
בכלל איז מיר שווער צו פארשטיין וויאזוי אקקעמ'ס רעיזאר קען אוועקשטעלען אז די נאמבערס [וואס מיר זענען נישט ביכולת אויסצורעכענען אויב איז עס אמת] זענען אמת און ריכטיג. קוק דא ווי עס איז משמע אז מען דארף האבן א טעאריע וואס מיר ווייסן אז עס שטימט, דעמאלט קומט דער רעיזאר און שניידט אפ די אנדערע מער קאמפליצירטע טעאריע'ס. אויב ווייסט מען בכלל נישט צו די נאמבערס שטימן, האט מען דאך נאך נישט קיין טעאריע. מען האט א צד אז עס איז דא א טעאריע, ניין?
מער פון אלעם וויל איך וויסן צו דאס איז טאקע אלעס וואס עס איז דא לאמת תורה אבלוציה. קען זיין אז דאס איז גענוג. איך וויל נאר וויסן צו עס איז דא ראיות חוץ פון די טענה פון אקקעמ'ס רעיזאר וכו'.
איך זעה אז דו האסט געשריבן וועגן דזשינס, איז שייך דאס בעסער צו עקספלעינען.
להוי ידוע, איך פרוביר צו פארשטיין נישט אפווענדען. איך בין פשוט זייער נייגעריג צו וויסן אויב דאס איז טאקע וואס איז דא מצד די ראיות. איינמאל איך ווייס די רויע אינפא, קען איך דערנאך טראכטן וואס מיין קליינע מוח'ל איז שוקל.

מוח שליט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:31 am

· #122201
יאיר
יא. די תנאים פאר עוואלוציע זענען בהכרח געבויט אויף סדר. (די ען עי רעפליקעיט זיך כסדר, מוטאציעס געשעען כסדר, כאטש אויף א רענדאם וועג, כ'האף אז דו כאפסט די דיסטינקשאן). אויסער דעם, איך דארף נישט צוקומען צו עוואלושען, פיזיקס אליין האט א געוואלדיגע סדר אין זיך וואס טוישט זיך קיינמאל נישט (על כל פנים העכער די קוואנטום לעוועל).

אבער די די ען עי סדר ווייסן מיר דאך קלאר אז עס קומט פון טאטעל נישט דיזיין. מיר ווייסן דאך אז עס וואלט געקענט זיין סיי וואסארא אנדער חמרים ראשונים און מיט רענאמנעסס וואלטן מיר באקומען א הערליכע וועלט. קענסטו דען רופען די רענדאם חמרים ראשונים, דיזיין?
ווען איך ווייס אז סיי וואסארא סדר פון רענדאם נאמבערס איך לייג אריין אין דעם רענדאם מאשין, קומט ארויס א הערליכע איקוועישאן, הייסן די נאמבערס וואס איך לייג אריין, דיזיין?

יאיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:47 am

· #122216
קול דודי
ואס איז דאס כאאס? (די פארקערטע פון סדר?) די חוקי הטבע זענען די חוקים פונ׳ם טבע. דאס הייסט, ס׳איז דער אופן וואס די טבע ארבעט. עס עקזעסטירט נישט אלס א דבר מושלל פונ׳ם טבע. ס׳איז די טבע אליינס. די טבע איז די לאך, די ויניווערס איז דער פאדל. וואס איז טאקע דער טבע אליינס? די טבע אליינס איז די לאך ארום די פאדל פונ׳ם יוניווערס.

א) איך בין נישט קלאר וואס דו רופסט טבע. איז דאס די פשוט'ע הארטע מציאות וואס מיר זעען, איידער מיר ווייסן פון סייענס צו זאגן? אדער איז דאס די חוקים פון די טבע? וועלכעס רופסטו די פאדל און וועלכעס רופסטו די לאך? אויב זענען די חוקים און די טבע די זעלבע זאך, איז דאך דאס פשוט א דאפלט לשון. וואס איז די פארגלייך צו א פאדל און א לאך וואס זענען צוויי באזונדערע זאכן?
ב) לאמיר דיר פרעגן, צו איז דא בכלל עפעס אין די יוניווערס וואס דו רופסט אן סדר? אויב נישט, דעמאלט מיינט דאס אז מיר האבן זיך נישט וואס צו טענה'ן אויב די חוקי הטבע האבן סדר אין זיך, ווייל דו האסט בכלל נישט די ווארט סדר אין דיין דיקשאנערי. אויב יא, וואלט איך קודם געוואלט הערן א דוגמא וואס דו רופסט סדר, און פארוואס דו באטראכסט עס אלס סדר. אזוי וועלן מיר זיך קענען פרובירן צו פאראייניגן אויף א דעפינישאן פון דאס ווארט סדר. דערנאך, אויב עס קומט דיר נישט אן שווער צו ענטפערן, וואלט איך דיר געוואלט פרעגן אזא קשיא. לויט דיר איז די טבע די איינציגסטע זאך וואס עקזיסטירט, עפעס אנדערש איז נישט פארהאן. קומט אויס אז די דוגמא פון סדר וואס דו גייסט ברענגען איז בהכרח א חלק פון די טבע. אבער דו טענה'סט דאך אז טבע האט נישט קיין סדר, קומט אויס אז יענע דוגמא, וואס איז א חלק פון די טבע, קען אויך נישט האבן קיין סדר אין זיך. אלזא, בלייב איך מיט מיין פריערדיגע מסקנא אז לויט דיר איז נישטא אזא זאך ווי סדר, און מיר האבן זיך נישט אויף וואס צו טענה'ן בכלל. ענדערש זאלן מיר זיך טענה'ן אויב עס איז בכלל דא אזעלכע מושגים ווי סדר און כאאס.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:36 pm

· #122331
יאיר

א) איך בין נישט קלאר וואס דו רופסט טבע. איז דאס די פשוט'ע הארטע מציאות וואס מיר זעען, איידער מיר ווייסן פון סייענס צו זאגן? אדער איז דאס די חוקים פון די טבע? וועלכעס רופסטו די פאדל און וועלכעס רופסטו די לאך? אויב זענען די חוקים און די טבע די זעלבע זאך, איז דאך דאס פשוט א דאפלט לשון. וואס איז די פארגלייך צו א פאדל און א לאך וואס זענען צוויי באזונדערע זאכן?

די יוניווערס איז די הארטע מציאות, די פאדל. די טבע איז די לאך. די חוקים זענען ווי אזוי מיר זענען מסביר די שעיפ פונ'ם לאך, דארעך מאטעמעטישע עקוועישאנס.

יאיר

ב) לאמיר דיר פרעגן, צו איז דא בכלל עפעס אין די יוניווערס וואס דו רופסט אן סדר? אויב נישט, דעמאלט מיינט דאס אז מיר האבן זיך נישט וואס צו טענה'ן אויב די חוקי הטבע האבן סדר אין זיך, ווייל דו האסט בכלל נישט די ווארט סדר אין דיין דיקשאנערי.

סדר איז די פארקערטע פון כאאס. כאאס איז דאס:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Chaos_theory">http://en.wikipedia.org/wiki/Chaos_theory</a>

מערק אז ביידע, כאאס און סדר, זענען א חלק פון טבע און פארנעמען די זעלבע חכמה. למשל די וועטער, אדער די טשייניז וואסער רעדל.

די לאך זעלבסט איז נישט קיין חכמה, ס'איז פשוט אייביג דארט געווען.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:40 pm

· #122334
יאיר
אבער דו טענה'סט דאך אז טבע האט נישט קיין סדר

איך טענה נישט אזא זאך. איך טענה אז דער דעפינישן פון ביידע, כאאס און סדר, זענען פראפערטי"ס (properties) פונ'ם פאדל, נישט פונ'ם לאך.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:45 pm

· #122337
קול דודי
יאיר
אבער דו טענה'סט דאך אז טבע האט נישט קיין סדר

איך טענה נישט אזא זאך. איך טענה אז דער דעפינישן פון ביידע, כאאס און סדר, זענען פראפערטי"ס (properties) פונ'ם פאדל, נישט פונ'ם לאך.

און ביידע שטאמען פונדעמענטאל פונ'ם שעיפ פון דעם לאך. וואלט דער לאך געהאט אן אנדערע שעיפ, וואלט אונזער דעפינישן פון כאאס און סדר אויך געווען אנדערש.

קול דודי » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:55 pm

· #122340
מוח שליט

מער פון אלעם וויל איך וויסן צו דאס איז טאקע אלעס וואס עס איז דא לאמת תורה אבלוציה. קען זיין אז דאס איז גענוג. איך וויל נאר וויסן צו עס איז דא ראיות חוץ פון די טענה פון אקקעמ'ס רעיזאר וכו'.

איך בין נישט קיין בייאלאגיסט, אבער אבולוציה פארענטפערט *א געוואלד* פון זאכן וואס זענען זייער שווער צו פארענטפערן אדערש. איך האב דערמאנט אויבן עטליכע. דאס הייסט א שטארקע טעארי.

ווי רוב אנדערע טעאריס און סייענס (חוץ פון פיזיקס!) זענען די ענטפערס *נישט* און פארעם פון מעטאמאטישע חשבונות.

טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:21 pm

· #122467
המשך פון פריינט'ס אנטווארט צו יידל
(הערות אויף דא)
יידל
עס איז טאקע אבסורד פון א קאמען סענס פערספעקטיוו, אבער ווער זאגט אז די וועלט פאלגט נאך דעם מענטשליכן לאגיק? עיין ערך קוואנטום פיזיקס. און גענוג קוואנטום פיזיקער (א שטייגער ווי עלען גוטה און לאורענס קרויס) זענען מסביר וויאזוי אויפן קוואנטום לעוועל האלטן אין איין פאסירן יש מאינ'ס. (נישט אז כ'פארשטיי וואס זיי זאגן.)

פריינט: ביזט אבער מסכים אז לאגיש איז מיין טענה אויסגעהאלטן? אויב גייט מען נישט מיט לאגיק, פאלט דער גאנצער ויכוח אוועק.

ליידער קען איך נישט קיין קוואנטום פיזיקס. טאמבל סאס האט מיר געשיקט איין אזא דעבאטע פון לאורענס קרויס, אין וועלכער ער זאגט דאס, אז אויפ'ן קוואנטום לעוועל ווערן זאכן באשאפן יש מאין; אבער ער איז נישט מסביר וואס דאס מיינט. (קען זיין אז ס'איז שווער מסביר צו זיין אן פריער קענען די יסודות פון קוואנטום פיזיקס.) אבער אויב דאס איז ממש אזוי אמת ווי עס הערט זיך, פארשטיי איך נישט פארוואס לאורענס קרויס און זיינע קאלעגן פענסיאנירן נישט. וואס זוכן זיי נאך אין דער לאבאראטאריע?

יידל
האסטו דאך אים גארנישט געענטפערט. ווען ער האט געפרעגט צו דאס איז שפינאזא'ס גאט האט ער נישט געמיינט זאלסט אים מגדיר זיין שפינאזא, ער האט נאר גענוצט דעם טערמין וואס די וועלט נוצט ווען איינער זאגט אז די חוקי הטבע איז/זענען גאט. וויאזוי האסטו נאר הרב פריינד מסביר געווען? "ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואספארא נאמען מען גיט פאר דער "זאך". קיין שום נאמען באצייכנט עס דאך נישט, באמת. נאר אויב ווילן מענטשן קענען רעדן און זיך פארשטיין אין דער נושא, מוז מען בהכרח עס געבן עפעס א נאמען -- פשוט לשם פראקטישקייט."
טאמבל'ס שאלה איז א לעגעטימע פראגע: צו טוסטו הרב פריינד פארשלאגן א פאנטעאיסטישער גאט? און - if I may dare say - די ענטפער איז אז יא. איז אידישקייט compatible מיט פאנטעאיזם? תלוי את מי שואלים. (לעיקוואד, איפה אתה?) ראדיקאל איז עס זיכער. נישט אז דאס זאגט צו עס איז אמת אדער נישט.

איך בין נישט זיכער צי איך פארשטיי באמת שפינאזא'ס גאט. איך מיין ער זאגט אז גאט און עקזיסטענץ ("נאטור," ווי ער רופט עס) זענען איינס און די זעלבע; דהיינו, דער גאנצער יקום אינאיינעם באטרעפט גאט. "גאט" איז דער שם הכולל פאר דער בריאה. איך פארשטיי נאר נישט ווי ווייט פאנטעאיזם נעמט דעם כלל. למשל, איז אין דעם אריינגערעכנט "פאראלאלע אוניווערסן"? וואס איז מיט רוחניותדיגע וועזנס: אויב זאל סייענס אזא פענאמען אמאל אנטדעקן, איז עס אויך אין דעם כלל? און וואס טוט זיך מיט דער קאנצעפט פון "גארנישט"? אפילו אויב פאנטעאיזם איז כולל ממש אלעס, בין איך דערמיט אויף אזויפיל באקוועם ווי צו זאגן, אז דאס איז דער בעסטער אופן ווי איך, מענטש, קען זיך באציען צו גאט. נישט מער. פאנטעאיזם קען איך משיג זיין (הגם נישט מקיף זיין), און איך בין נישט באקוועם מקבל מרות זיין פון א גאט וואס פיט אריין אין מיין קאפ. (מיין אומבאקוועמליכקייט מיינט אוודאי גארנישט; אבער היות שפינאזא האט נישט קיין קלארע באווייזן אז ס'איז דווקא אזוי -- און אנדערע קלוגע מענטשן האלטן אנדערש -- בין איך נישט מחוייב ארויפצוצווינגען זיין השערה אויף מיין מוח.)

יידל
עס איז נישט ריכטיג, ווייל אלץ מענטשן זענען מיר פראגראמירט (דורכ'ן אין סוף) צו מגדיר זיין זאכן און באצייכענען אירע כאראקטעריסטן. איז טאקע נישט דא קיין חילוק צווישן א טרוקענעם "סיבה ראשונה" (first cause) און פאנטעאיזם?

יא, אוודאי אזוי. אבער ווען מען נעמט דעם אנאליז פון מגדיר זיין און באצייכענען ביז'ן סוף (דהיינו, ביז וואו מיר זענען ביכולת עס צו טראגן), טרעפן מיר זיך מיט דער זעלבער זאך: עפעס וואס איז אייביג און איבעראל, און קען בשום אופן נישט פארשטאנען ווערן. דאס באצייכענען און מגדיר זיין איז נאר שייך כל זמן מען האלט נאך אינמיטן זיך פשט'לען. ביים סוף איז אלץ איינס און די זעלבע: עפעס וואס איז אייביג/איבעראל, אבער לאזט זיך נישט משיג זיין מיט עפעס מער ווי אן אי-הגדרה.

וועגן פאנטעאיזם, ווייס איך נישט. איך מיין אז פאנטעאיזם גיט זיך נישט אפ מיט סיבה ראשונה און אנהייב, נאר ליבערשט מיט וואס די זאך איז, ווי זי איז. גאט איז ווי א peacock וועלכעס האט זיך צעעפנט די פעדערן אויף אלע זייערע קאלירן -- סתם, כדי אלע זאלן וויסן וואס איך האב צו פארקויפן... (הגם לויט פאנטעאיזם בלייבט נישט איבער פאר וועמען זיך אויפצוטאן.)

יידל
עס איז ריכטיג אז צום אמת'ן אמת קען מען נישט צוקומען אבער ווי כ'האב נאכגעזאגט פון רענדי פריער אין דעם אשכול, איז מעגליך צו זאגן אויף געוויסע זאכן: "דאס זיכער נישט!". ס'הייסט, כ'ווייס נישט אויב משה רבינו ליגט אין ג'בל מוסא אדער נישט, אבער אין וויליאמסבורג ליגט ער זיכער נישט. ודו"'ק

אבער אפילו דאס, אז געוויסע זאכן זענען "זיכער נישט אמת", איז אויך עפעס וואס מען געפינט ביי יעדער שיטה און אידאלאגיע. מיין נקודה איז דער "אבסעלוטער אמת" ליגט ביי קיינעם; דער גאנצער אמת איז צוזאמגעשטעלט פון דער "גאנצער זאך"; ס'איז קאמבינאציע פון אלעם און אלעמען. (פאנטעאיסטישער אמת!)

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 1:43 am

· #122698
אנטשולדיגט מיר פאר די דילעי, כ'האב נישט געהאט די צייט זיך אראפצוזעצן לייענען אלע תגובות דא ביז יעצט.
יאיר
דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען, אז אויב נעמט מען אמת'דיג אן די מאלפע טעאראם ביז'ן סוף, דעמאלט דארף מען אינגאנצן מבטל זיין סייענס. ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה צו זאגן אז ס'איז דא סיי וואספארא סדר אדער חוק אין די וועלט. אלזא, מען וויל אונז צוריקנעמען צו די אור אלטע עפאכע ווען מענטשן האבן געהאלטן אז די גאנצע וועלט ווערט געפירט ביי טשענס און קען זיך יעדע מינוט טוישן לויט ווי אזוי די עבודה זרות האבן אפגעמאכט. דער חילוק איז נאר אז אמאל איז עס געווען אומזעהבארע עבודה זרות, היינט איז עס אומזעהבארע מאלפעס. פארדעם האב איך עס באצייכנט אלס א נארישע מהלך, כאטש איך קען עס נישט אפפרעגן טעארעטיש.

דאס איז וואס איך פראביר מחלק צו זיין, ביי אונזער נקודת הבריאה איז געשעהן א מורא'דיגע זאך, פון די מאסיווע 'בענג' וואס וואלט געקענט פאראורזאכן אסאך תוצאות, וואס דעמאלס האט זיך געקאכט די טשולענט וואס האט באשאפן אונזערע 'חוקי הטבע', חוקי הטבע רוף איך וואס איז געשעהן נאכן ביג בענג, דאס אז ס'האבן זיך אנגעהויבן פארעמען פארטיקעלס, די דיימענשענס פון ספעיס און טיים זענען ארויסגעקומען מהכוח אל הפועל, בשעת מעגליך אנדערע דיימענשענס זענען געבליבן פארשטעקט אין סטרינג טעאריע, די כוחות וואס האלטן די וועלט, עלעקטראמאגנעטיזם, גראוויטי, וואס אן די אלע פרטים וואלט קיין פיזיקאלע וועלט קיינמאל נישט אומשטאנד געווען, די קעיק וואלט צופאלן און גארנישט וואלט נישט געווארן פון דעם, נאר א גאנצע טשולענט פון אומאויסגערעכענטע 'חוקים לא חוקים' וואס וואלטן נישט געקענט טוהן גארנישט חוץ בלאנדזשענען אינעם תוהו ובוהו. דאס אלעס איז וואס איך רוף 'חוקי הטבע'. יעצט זאג מיר אויב דו רופסט דאס אן דיזיין, ווייל אויב יא זאגן מיר די זעלבע זאך און מיר קענען טרונקן לחיים.

יעצט וואס האט דאס פאראורזאכט, פארשטייט זיך מיר אלס מאמינים ווייסן מי ברא אלה, אבער מיר רעדן אויב מחמת די טענה קען מען 'אויפווייזן' אינטעלידזשענט דיזיין, לויט וואס דו זאגסט מאכסטו עפעס א חילוק ציווישן דיזיין און אינטעליגענץ, אז ס'קען זיין דיזיין אן א דיזיינער, און דאס איז וואס איך מיט מיין קליינטשיג מוח'ל פארפעל צו פארשטיין. אבער וואס מאלפע טעראום זאגט איז אז מאטעמאטיש גערעדט, מיט גענוג צייט און גענוג מיסטעיקס, מאכט סענס אז איין מאל נאך טריליאנע פראוון זאל עס געלונגען, און 'פונקט' זאל זיך אוועקשטעלן א וועלט מיט אונזער laws if physics, און פארדעם, ווייל מיר האבן די געזעצן ווייס איך אז איך קען זיי שטודירן, און אז מארגן גייט די זון אויפשיינען.

יאיר
מעגליך אז קלוגע דעזיינס קענען באשאפן ווערן פון זיך אליין. אפשר איז דא עפעס א באהאלטענער כח (באהאלטענע כח ובורא עולם מאי ביניהו?) אין די יונווערס וואס האט אייביג עקזיסטירט אז עס שפריצט ארויס קלוג דעזיינטע ביג בענגס. אבער אויב עס איז דא עפעס וואס מיר רופן אן דעזיין, דעמאלט זענען די חוקי הטבע אויך נכלל אין דעם.

אזוי ווי געזאגט, עס איז די זאץ וואו איך ווער סטאק,

moti107
די גאנצע מאלפע טעאראם גייט מיר נישט אין קאפ אריין די מאלפעס מוזן האבן פון פאראויס קיבאורדס און באשטימטע אלפעביט און קלאפן. דאן קען זיך מאכן שעיקספעיר׳ס חכמה מיט אינפיניט זמן. אבער אויב לייגסטו נישט צו די מאלפעס צום קיבאורד דאן קען דורך גיין וויפיל יאר דו ווילסט נאר און ס׳וועט קיינמאהל גארנישט ארויסקומען.
די זעלבע זאך דא פאר ס׳איז עפעס בכלל געווען, זאל אפילו דורך גיין אינפיניטי טיימס איפיניטי פארוואס זאל זיך בכלל עפעס אנהייבן ?
און בכלל איז נאך נישטא אזא זאך ווי זמן אדער טשענס דאס אלעס קומט הערשט נאכן באשאף, וויאזוי נעמט מען כללים פון נאך וועלט באשאף און מ׳אפלייעט דאס צו פאר וועלט באשאף און דורך דעם אויפבויען טעאריעס?

פארשטייט זיך אז די מאלפעס און די טייפערייטערס זענען בלויזע משלים אויף מאטעמאטישע שאנסן, די נמשל איז אז די ביג בענג איז נישט געווען די איינציגסטע, נאר איינס אין ווער ווייסט וויפיל, אבער אלע אנדערע זענען געווען א ברכה לבטלה. (איי וועסטו פרעגן ווער איז גורם די בענגס? כ'ווייס טאקע נישט). דאס וואס דו זאגסט אז ס'נישט געווען קיין מושג פון זמן, די אמת איז אז מיר ווייסן נישט, ס'קען זיין ס'געווען זמן נאר ס'האט געארבעט אנדערש, ס'קען זיין ס'געווען למעלה מן הזמן און אלעס איז געשען אויף אמאל, מיר קענען דאס (דערווייל) נישט וויסן, אין אנדערע ווערטער, למעלה מהשגתינו).

יאיר
געפילטע, עס זעט מיר אויס ווי מיר האלטן שוין ביים איבער'חזר'ן די זעלבע טענות נאכאמאל און נאכאמאל
כ'ווייס, אבער מיין רבי פלעגט זאגן ולא הביישן למד, אז מ'פארשטייט נישט פרעגט מען איבער.
יאיר
ממילא ווייס איך נישט צו עס האט א פשט צו גיין ווייטער. לאמיר נאר פרובירן צו קומען פון אן אנדער ריכטונג, און אויב דא וועלן מיר זיך אויך נישט פארשטיין וועט מען מוזן איבערלאזן דעם ויכוח. איך וויל וויסן, לויט די מאלפע טעאראם זענען דאך פארהאן טריליאנען יוניווערסן. אלזא, אויב די ארכעאלאגן וועלן טרעפן א הויכע הויז פון פיר צימערן, מיט גלאטע ווענט, געבויט פון שטיינער איינס העכער'ן צווייטן, פון צען טויזנט יאר צוריק, דאן וועלן מיר אודאי אננעמען אז פאר צען טויזנט יאר צוריק האבן שוין מענטשן געקענט בויען הייזער פון שטיינער. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב עס זענען דא טריליאנען אוניווערסעס, און אין יעדע אוניווערס איז דא טריליאנען פלאנעטן, און אין יעדע פלאנעט איז דא מיליאנען בערג פון שטיינער אנגעהויפנט איינס אויפ'ן צווייטן, איז דאך לא ימלט אז אין איינע פון די הויפענעס זאלן די שטיינער אויסזען ווי א הויז. נו, אפשר איז דאס געשען פערצופאל ביי טשענס אז אויף איין הויפן האבן זיך די שטיינער אנגעהויפנט בצורת הויז? אויב אזוי דארף מען ארינשרייבן אין אלע טעקסט ביכער אז אויבנאויף קוקט עס טאקע אויס ווי א הויז, אבער לויט די מאלפע טעאראם איז דאס נישט קיין הויז, נישט אזוי?

פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה. אבער דאס וואס דו זאגסט צום סוף פארשטיי איך ווייטער נישט, וואס גייט מיר אן אויב מאנקיס האבן עס געבויעט (מעטאפאריש גערעדט) אויב זעט עס אויס ווי א הויז, שמעקט ווי א הויז, קרייעט ווי א הויז, איז עס א הויז!

מוח שליט
וכאן הבן שואל.
א- וויל דען נישט תורת עוואלושען מסלק זיין די פראבלעם פון טשענס? פארוואס רעדט מען ווי גלייך עס איז א פאקט אז דא איז געווען א מקרה שבמקרים. איז דאס ווייל איר האלט נישט פון תורת עוואלוציא?

איך מיין דו מישט צאם די לאו'ס אוו פיזיקס מיט אבלוציה, עוועלושען האט נאר געקענט געשעהן אין א פיזיקאלע וועלט וואס שטייט שוין, און דאס איז געשעהן סאך שפעטער, די דיימענשענס און ספעיס-טיים האבן נישט עוואלווד, און אזוי אויך נישט די געזעצן פון עלעקטראמאגנעטיזם.

קול דודי
יאיר, איך זעה נישט וואס אינפיניט מאלפעס האט א שייכות מיט וואס איך האב געשריבן. וואס איך האב געשריבן איז אמת אפילו ס׳איז נאר בנמצא *איין* פאדל, נישט קוון אינפיניט פאדלס. און ווי אזוי זעסט ״חכמה״ און דעם פאדל האסטו נישט מסביר געווען.

אויך בין איך נישט קיין פאנטעאיסט (חוץ אז די ״טעאיסט״ חלק האט קיין טייטש נישט, דהיינו עס קען מיינען אלעס אין אלסדינג) אבער דאס איז א שמועס פאר זיך.

דאס וואס דו זאגסט איז עפעס אנדערש, אז פארוואס זעט אויס אונזער וועלט וואונדערבאר פאר אונז, ווייל מיר געפונען זיך אין איר, מ'קען טאקע אזוי זאגן, אבער פון די אנדערע זייט קען א ביג בענג גיין אלע וועגן, וואס באשאפן נישט גארנישט, נישט נאר אז זי באשאפט נישט א וועלט וואס מיר קענען פארשטיין, נאר בכלל, די קעיק געלונגט נישט און ס'איז ווייטער תוהו ובוהו, איי האופ איי מעיק סענס העיר.

יאיר » פרייטאג יוני 7, 2013 2:18 am

· #122711
געפילטע פיש
פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה.

אה, ענדליך! עפעס הייבן מיר שוין אן זיך צו פארשטיין. אלזא, דו פארשטייסט אז די מאלפע טעאראם איז אזא בדיעבד תירוץ, ווען מ'האט נישט קיין אנדערע אויסוועג. נאר אין א פאל וואס מ'טרעפט דעזיין אויף א פלאנעט וואו מען איז זיכער (כלשונך) אז עס איז נישטא קיין דעזיינער, אין דעם פאל פון מיין משל איז עס מענטשן, נאר אין אזא פאל נעמען מיר אן בלית ברירה דעם מאלפע טעאראם. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב ווען מיר זעען דעזיין איז אונזער ערשטע החלטה אז עס איז געווארן דעזיינט, און נאר נאכדעם וואס די דעזיין הייפאטעטיס שטימט נישט וועלן מיר גיין צום מאלפע טעאראם, לאמיר ארייננעמען די חוקי הטבע אין בילד. די חוקי הטבע זעען אויס דעזיינט, און דער טעאיסט נעמט אן אז עס איז טאקע דעזיינט און עס האט א דעזיינער, יעצט דארף דער אטעאיסט מוכיח זיין אז דער דעזיינער היפאטעטיס שטימט זיכער נישט און ערשט נאכדעם קען ער בלית ברירה אננעמען די מאלפע טעאראם! אלזא, ווי לאנג דער אטעאיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז גאט עקזיסטירט נישט, (און כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין הוכחה דערצו) פארוואס גייט ער צום מאלפע טעאראם? ווער זאגט אז גאט איז נישט קיין גוטע הסבר פאר די דעזיין וואס מיר זעען?
וועגן דיינע איבריגע נקודות. יא די חוקי הטבע רוף איך דעזיין מיט דעם אז זיי ארבעטן אויף א סדר און מיט הארמאניע. אבער איך האב א גאנצע צייט פארשטאנען אז מיר זענען פאראייניגט אויף דעם פרט, די איינציגע שאלה איז נאר צו ווייל עס זעט אויס דעזיינט איז עס טאקע דעזיינט אדער אפשר איז די דעזיין נאר אן אילוזיע און באמת איז עס די תוצאה פון מיליאנען קלאפערייען פון מאלפעס.
וועגן צודעזיין איז מוכיח א דעזיינער וועל איך נישט יעצט אריינגיין. סיי ווייל איך וויל איך האלט אז סוף כל סוף זאגט אינטואיציע אז ס'איז יא דא א דעזיינער אפילו לאגיש קען איך עס נישט מוכיח זיין, און סיי וועל איך וויל נישט דו זאלסט זאגן אז א פלעשל טינט האט זיך אויסגעגאסן און האט געשריבן דעם תגובה. 🙂

יאיר » פרייטאג יוני 7, 2013 2:22 am

· #122716
געפילטע פיש
דאס וואס דו זאגסט איז עפעס אנדערש, אז פארוואס זעט אויס אונזער וועלט וואונדערבאר פאר אונז, ווייל מיר געפונען זיך אין איר, מ'קען טאקע אזוי זאגן, אבער פון די אנדערע זייט קען א ביג בענג גיין אלע וועגן, וואס באשאפן נישט גארנישט, נישט נאר אז זי באשאפט נישט א וועלט וואס מיר קענען פארשטיין, נאר בכלל, די קעיק געלונגט נישט און ס'איז ווייטער תוהו ובוהו, איי האופ איי מעיק סענס העיר.

לויט ווי איך פארשטיי מיינט נישט קול דודי די אנטראפיק פרינציפל, נאר ער וויל עפעס זאגן אז די טבע אליין עקזיסטירט, און עס איז נישט שייך צו פרעגן אויב דאס איז דעזיין אדער נישט דעזיין, חכמה אדער טפשות. אזוי איז עס און אזוי וועט עס זיין. (האב איך גוט מסביר געווען דיין שטעלונג, קול דודי?)

יאיר » פרייטאג יוני 7, 2013 2:25 am

· #122717
קול דודי

יאיר

ב) לאמיר דיר פרעגן, צו איז דא בכלל עפעס אין די יוניווערס וואס דו רופסט אן סדר? אויב נישט, דעמאלט מיינט דאס אז מיר האבן זיך נישט וואס צו טענה'ן אויב די חוקי הטבע האבן סדר אין זיך, ווייל דו האסט בכלל נישט די ווארט סדר אין דיין דיקשאנערי.

סדר איז די פארקערטע פון כאאס. כאאס איז דאס:
<a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Chaos_theory">http://en.wikipedia.org/wiki/Chaos_theory</a>

מערק אז ביידע, כאאס און סדר, זענען א חלק פון טבע און פארנעמען די זעלבע חכמה. למשל די וועטער, אדער די טשייניז וואסער רעדל.

די לאך זעלבסט איז נישט קיין חכמה, ס'איז פשוט אייביג דארט געווען.

יעצט פארשטיי איך בעסער וואס דו זאגסט. יעצט לאמיר דיר פרעגן, איז לויט דיר בכלל דא אזא זאך ווי חכמה אויף דער וועלט? אויב יא, ווי אזוי איז פלוצלינג אריינגעטאנצן חכמה אין א וועלט וואס האט גארנישט מיט חכמה. סוף כל סוף זענען מיר אלע איין גרויסער חלק פון די פאדל און די גאנצע פאדל ווערט געפירט דורך די לאך, און אין די לאך אליין, זאגסטו, איז נישט פארהאן קין שום חכמה?

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 2:45 am

· #122720
יאיר
געפילטע פיש
פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה.

אה, ענדליך! עפעס הייבן מיר שוין אן זיך צו פארשטיין. אלזא, דו פארשטייסט אז די מאלפע טעאראם איז אזא בדיעבד תירוץ, ווען מ'האט נישט קיין אנדערע אויסוועג. נאר אין א פאל וואס מ'טרעפט דעזיין אויף א פלאנעט וואו מען איז זיכער (כלשונך) אז עס איז נישטא קיין דעזיינער, אין דעם פאל פון מיין משל איז עס מענטשן, נאר אין אזא פאל נעמען מיר אן בלית ברירה דעם מאלפע טעאראם. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב ווען מיר זעען דעזיין איז אונזער ערשטע החלטה אז עס איז געווארן דעזיינט, און נאר נאכדעם וואס די דעזיין הייפאטעטיס שטימט נישט וועלן מיר גיין צום מאלפע טעאראם, לאמיר ארייננעמען די חוקי הטבע אין בילד. די חוקי הטבע זעען אויס דעזיינט, און דער טעאיסט נעמט אן אז עס איז טאקע דעזיינט און עס האט א דעזיינער, יעצט דארף דער אטעאיסט מוכיח זיין אז דער דעזיינער היפאטעטיס שטימט זיכער נישט און ערשט נאכדעם קען ער בלית ברירה אננעמען די מאלפע טעאראם! אלזא, ווי לאנג דער אטעאיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז גאט עקזיסטירט נישט, (און כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין הוכחה דערצו) פארוואס גייט ער צום מאלפע טעאראם? ווער זאגט אז גאט איז נישט קיין גוטע הסבר פאר די דעזיין וואס מיר זעען?
יאיר, דו זאגסט ווידער גוט! אבער, פארשטייט זיך ס'דארף אלעמאל זיין א אבער, שתי תשובות בדבר, איינס מ'קען מחלק זיין ציווען א דיזיינער טבעי און א דיזיינער אל טבעי, און אין אקקאמס ראזאר, קומט לדעתי קודם א מענטשליכע נאטורליכע דיזיינער, דערנאך עניטינג וואס קען געשעהן ביי טשאנס, און ערשט דערנאך עניטינג למעלה מדרך הטבע. צוויי, איך מיין אז מאטעמאטיש גערעדט אפילו טרילאנען יאר בויעט זיך נישט קיין הויז מיט שטיינער, צעמענט, געפלאסטערטע ווענט, דאס געשעהט נישט ביי טשענס, נישט קיין חילוק וויפיל צייט און מאל דו טרייעסט, משא"כ אז מיר ווייסן אז א ביג בענג האט פאטענציאל ארויסצוגעבן חוקים, נאר ס'געשעט איין מאל אין כפליים כיוצאי מצריים אז ס'שטעלט זיך אויס אויף א קאמפריהענסיוו וועג, און אפשר איז דאס מער מעגליך ס'זאל געשעהן.
יאיר

וועגן דיינע איבריגע נקודות. יא די חוקי הטבע רוף איך דעזיין מיט דעם אז זיי ארבעטן אויף א סדר און מיט הארמאניע. אבער איך האב א גאנצע צייט פארשטאנען אז מיר זענען פאראייניגט אויף דעם פרט, די איינציגע שאלה איז נאר צו ווייל עס זעט אויס דעזיינט איז עס טאקע דעזיינט אדער אפשר איז די דעזיין נאר אן אילוזיע און באמת איז עס די תוצאה פון מיליאנען קלאפערייען פון מאלפעס.
וועגן צודעזיין איז מוכיח א דעזיינער וועל איך נישט יעצט אריינגיין. סיי ווייל איך וויל איך האלט אז סוף כל סוף זאגט אינטואיציע אז ס'איז יא דא א דעזיינער אפילו לאגיש קען איך עס נישט מוכיח זיין
יא יא, אבער נישט דאס איז די מדובר דא.
יאיר
און סיי וועל איך וויל נישט דו זאלסט זאגן אז א פלעשל טינט האט זיך אויסגעגאסן און האט געשריבן דעם תגובה. 🙂
ווער ביסטו בכלל, נישט מער ווי א מאניפעסטאציע פון מיין דמיון...

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 2:47 am

· #122721
אזוי שפעט אין דער נאכט אריין שרייבט מען אזאנע טיפלבנה'דיגע תגובות!!

מי כעמך ישראל, עם חכם ונבון!

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 2:52 am

· #122722
יאיר
געפילטע פיש
דאס וואס דו זאגסט איז עפעס אנדערש, אז פארוואס זעט אויס אונזער וועלט וואונדערבאר פאר אונז, ווייל מיר געפונען זיך אין איר, מ'קען טאקע אזוי זאגן, אבער פון די אנדערע זייט קען א ביג בענג גיין אלע וועגן, וואס באשאפן נישט גארנישט, נישט נאר אז זי באשאפט נישט א וועלט וואס מיר קענען פארשטיין, נאר בכלל, די קעיק געלונגט נישט און ס'איז ווייטער תוהו ובוהו, איי האופ איי מעיק סענס העיר.

לויט ווי איך פארשטיי מיינט נישט קול דודי די אנטראפיק פרינציפל, נאר ער וויל עפעס זאגן אז די טבע אליין עקזיסטירט, און עס איז נישט שייך צו פרעגן אויב דאס איז דעזיין אדער נישט דעזיין, חכמה אדער טפשות. אזוי איז עס און אזוי וועט עס זיין. (האב איך גוט מסביר געווען דיין שטעלונג, קול דודי?)

איך האב פארשטאנען אז מיט די פאדעל מיינט ער צו זאגן אז ס'גארנישט דא קיין חכמה אינעם יוניווערס, דאס וואס מיר פריסיווען אלס חכמה איז נישט מער ווי די פאדל, וואס זעט אונז אויס ווי חכמה ווייל מיר געפינען זיך אין דעם, און בעצם יעדע אוטקאם פון יעדע ביג בענג (אויב\ווען ס'זאל געשעהן) איז בורא א וועלט וואו די איינוואינער פון יענע וועלט רעדן זיך איין אז ס'איז חכמה. אויף דעם האב איך געזאגט אז נישט יעדע טערעטישע ביג בענג באשאפט א וועלט מיט פיזיקס וואס האט א קיום.

געפילטע פיש » פרייטאג יוני 7, 2013 2:53 am

· #122723
זר זהב
אזוי שפעט אין דער נאכט אריין שרייבט מען אזאנע טיפלבנה'דיגע תגובות!!

מי כעמך ישראל, עם חכם ונבון!

דער נאכט פויגל זעט בעסער ביינאכט.

קול דודי » פרייטאג יוני 7, 2013 11:33 am

· #122775
געפילטע פיש
אויף דעם האב איך געזאגט אז נישט יעדע טערעטישע ביג בענג באשאפט א וועלט מיט פיזיקס וואס האט א קיום.

איך זאג אינגאנצן להיפך. דער ביג בענג האט נישט באשאפן די טבע ("פיזיקס"); די פאדל האט נישט אויסגעפארעמט די לאך! די לאך איז געווען דארט אייביג, אין די פאדל האט זיך בהכרח אויסגעפארעמט ווי די לאך.

קול דודי » פרייטאג יוני 7, 2013 11:44 am

· #122777
יאיר

יעצט פארשטיי איך בעסער וואס דו זאגסט. יעצט לאמיר דיר פרעגן, איז לויט דיר בכלל דא אזא זאך ווי חכמה אויף דער וועלט? אויב יא, ווי אזוי איז פלוצלינג אריינגעטאנצן חכמה אין א וועלט וואס האט גארנישט מיט חכמה

נישט זיכער אז איך פארשטיי די קשיא. וואס מיר רופן אן סדר, חכמה, כאאס, נארישקייט אין אלעס אנדערש זענען אייניגשאפטן פונם *פאדל* וואס איז אויסגעפארעמט לויט דער לאך. וואלט דער לאך געווען אנדערש וואלט "סדר, חכמה, כאאס, נארישקייט אין אלעס אנדערש" געמיינט עפעס גאר אנדערש אויך.

יאיר » פרייטאג יוני 7, 2013 12:01 pm

· #122781
קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 7, 2013 1:44 pm

· #122804
צו ערגעץ ציהלט ער, איך ווייס נאכנישט וואו....

קול דודי » פרייטאג יוני 7, 2013 3:16 pm

· #122850
יאיר
קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?

גענוי אזוי! יישר כח פארן שיין ארויסברענגען.

די אייגנשאפט וואס מיר ריפן אן "חכמה" איז מיינונגסלאז אהן דעם אור המקיף ("לאך", "טבע") וואס איז אונז באקאנט.

מוח שליט » פרייטאג יוני 7, 2013 5:17 pm

· #122889

מיר איז אויך משמע אז חכמה איז נישט מער ווי אויסרעכענען די מציאות/טבע אדער וואטעווער. עס קען דעריבער נישט זיין חשובער ווי די זאך וואס עס רעכענט אויס.
בהרחבת ביאור. חכמה איז ווי מען קלאסיפירט אין דעפינירט אלע פונקטליכע הגדרות פון עקזיסטענץ. פארשטייט זיך אז א חלק פון די הגדרה פון יעדע זאך איז וויאזוי עס פירט זיך אויף און אלע סארטען אומשטענדן. וואס געשעהט ווען עס איז אין א קאלטע פלאץ וכו', וואס געשעהט ווען די מציאות פון די בריאה איז נשתנה געווארן באופן וואס מיר רופען שנוי זמן. חכמה איז דאס אוועקשטעלן די פונקטליכע מציאות וויאזוי דאס איז דא- דארט, היינט- מארגן. מיר זענען צוגעוואוינט צו זאגן אז חכמה זאגט predictions. באמת איז דאס פשוט אפגעטייטש די הגדרות פון די זאך אויף אלע אופנים און אלע circumstances. ווען איך זאג אז אייז לאזט זיך אויף ביי א געוויסע טעמפרוטאר, איז עס פשוט אפגעטייטשט די הגדרה פון די כעמישע באשטאנדטיילן פון אייז. דהיינו אז די באשטאנדטיילען האבען אזא און אזא לעוועל פון ענערגיע, און דערפאר ווען עס קומט אן אנדער ענערגיע וואס איז שטערקער פון דעם לעוועל, לאזן זיך די עלעמענטן אפ איינער פון אנדערן. עס איז אייביג נישט מער ווי א גיטער פונקטליכער אפטייטש פון די מציאות. וה"ה ווען מען זאגט predictions. מען פארטייטשט גענוג גוט אפ די לעוועל און אויסשטעל פון די ענערגיע דערפון, וועט מען פארשטייט זיך וויסן ווען און וויפיל אנדער ענערגישע כוחות טוישען איר. זמן איז דא נישט מער ווי א געוויסע set פון circumstances.
קומט אויס אז דער פאקט איז קעניג.
די גאנצע ארבעט פון חכמה איז אוועקצונעמן די טעותים וואס האבן זיך אריינגעווארצעלט אין מיין קאפ. איך בין פשוט מסדר ריכטיג וואס איך זעה באמת. די פראסעס אף עלימינעישאן איז אוועקנעמען די נישט ריכטיגע דעפינישען'ס פון זאכן. נאכ'ן עלימינרען די טעותים בלייב איך פשוט איבער מיט'ן פשוט'ן פאקט/טבע/מציאות. וואס איז שוין די גדולה מיט דעם. עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.
עפעס איז דא א מימרא פון ישיע' לייבאוויץ אויף גרשום שלום'ס חקירות אויף קבלה כעין זה.

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 5:00 am

· #123040
קול דודי
יאיר
קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?

גענוי אזוי! יישר כח פארן שיין ארויסברענגען.

די אייגנשאפט וואס מיר ריפן אן "חכמה" איז מיינונגסלאז אהן דעם אור המקיף ("לאך", "טבע") וואס איז אונז באקאנט.

דיין וועלט אויסקוק איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן. איך וויל פארשטיין, צו איז בכלל דא עפעס וואס האט אן אמת'ע וועליו אין דיינע אויגן? דער ווארט 'חשיבות' עקזיסטירט אין דיין דיקשאנערי? אויב יא, וואס איז אן עקזעמפל פון א חשוב'ע זאך, און פארוואס איז עס חשוב?

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 5:10 am

· #123042
מוח שליט
עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.

ווער זאגט אז עס ליגט נישט קיין חכמה און חשיבות אין די פעולה פון זען אן עלעפאנט און פארשטיין וואס מען זעט? אויב חכמה האט א חשיבות, רעכנט עס אריין אויך די עקוועישאן פון 2+2=4. פארשטייט זיך אז וואס מער א מענטש פארשטייט אלס מער חכמה ליגט אין אים, און אלס מער חשיבות האט ער - אין מיינע אויגן.

קול דודי » זונטאג יוני 9, 2013 3:06 pm

· #123163
יאיר

דיין וועלט אויסקוק איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן. איך וויל פארשטיין, צו איז בכלל דא עפעס וואס האט אן אמת'ע וועליו אין דיינע אויגן? דער ווארט 'חשיבות' עקזיסטירט אין דיין דיקשאנערי? אויב יא, וואס איז אן עקזעמפל פון א חשוב'ע זאך, און פארוואס איז עס חשוב?

ס׳ארא שאלה? אוודאי! חכמה, בינה, שירה, אהבה וכו׳ וכו׳ האבן אן ״אמת׳ע״ חשיבות אין מיינע אויגן. אבל דא עקא אז מיין גאווה איז נישט גענוג גרויס מיך אייצורעדן אז דאס וואס האט אמת׳ע חשיבות אין מיינע אויגן וואלט אויך געהאט אמת׳ע חשיבות און מיינע אויגן און אן אנדערע יוניווערס. ס׳איז ביי מיר א דבר פשוט אז נישט. איך וואלט ניטאמאל געהאט אונזער מושג פון ״חשיבות״ כדאי צו קענען שאצן צי עס האט די זעלבע ״חשיבות״ אדער נישט.

באמת, ברויך מען אפילו נישט אנקומען צי אן אנדערע יוניווערס אדער אפילו אן אנדערע וועלט. וואלט איך באלאנגט צו די משפחה פון די מערסטע סוקסעספול בעלי חיים אויף דער וועלט, די וואס זענען די מערסטע אין נאמבערס אין נוצן אויס אלע אנדערע בעלי חיים בכל מיני אופנים אויף צום לעבן (דאס זענען די באקטעריע) וואלט איך געהאט אינגאנצן אן אנדערע מושג פון ״אמת׳ע״ חשיבות אויך. וועסטו געבן וואס די רופסט אן חכמה אדער אהבה פאר א באקטעריע וועט זי נישט וויסן וואס צו טאן דערמיט, און וועסטו איר מסביר זיין וואס צו טאן דערמיט וועט זי מסתם נישט האלטן אז דאס איז ״באמת״ חשוב. (ווייל איר לעבן וועט יעצט זיין מער ווי א מענטשנ׳ס, וואס איז שווערער און ווייניגער סוקסעספול פון א באקטעריע׳ס.)

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 9:38 pm

· #123373
קול דודי, מיט דיין ערשטע נקודה בין איך האלבוועגס מודה, ווייל חשוב איז רעלאטיוו, און קודם דארפן מיר וויסן פון וואס די אנדערע יוניווערס באשטייט, נאכדעם קען מען וויסן וואס דארטן איז א חשוב'ע זאך. אבער דיין צווייטע נקודה, וואס איך געדענק עס הערן פון סטיווען דזשעי גאלד, גייט מיר שווער אריין אין קאפ. וואס איז מיר א חילוק ווי אזוי די באקטעריע וואלט אנגעקוקט חשיבות? למעשה זענען מיר קלוגער ווי די באקטעריע, און אויב מיר פארשטייען אז חכמה איז חשוב, מסתם ווייסן מיר בעסער ווי איר. משל למה הדבר דומה, אויב דו זאלסט פרעגן דעם באקטעריע וויפיל איז צוויי מאל צוויי, וועט זי מעגליך ענטפערן זיבן און אכציג. נו, צו מיינט דאס אז זי איז מעגליך גערעכט? אודאי נישט, מיר זענען קלוגער און מיר פארשטייען בעסער. הוא הדין ווען עס קומט צו סאביעקטיווע שאלות פון וועליו און מאראל.
באמת לאמיתו איז דאס אליין אויך שווער, בפרט לויט מאטעריאליזם, ווי אזוי קען דער מענטש וויסן אז זיין מאטעמאטיק איז מער אמת ווי דעם באקטעריע'ס. דאכט זיך מיר אז סטיווען האוקינג דערמאנט די שאלה אין זיין 'קורצע היסטאריע פון צייט', און ער דרייט זיך ארויס אז עס איז מסתבר אז מיר האבן די ריכטיגע מהלך ווי אזוי צו באטראכטן זאכן וויבאלד מיר האבן איבערגעלעבט און צוליב סורווייוועל אוו די פיטעסט איז מסתבר אז אונזער געדאנקענגאנג שטימט די בעסטע. פארשטיי איך נישט קודם, די גאנצע סורווייוועל אוו די פיטעסט איז דאך געבויט אויף היומען ריזאנינג, איז דאך דאס א צירקולער ארגומענט. צווייטנס, מאן יימר אז ווייל מיר האבן איבערגעלעבט זענען אונזערע טעאריעס די מערסטע אמת, אפשר זענען אונזערע מאלפע קוזינעס מער נענטער צום אמת וויבאלד זיי האבן אויך איבערגעלעבט?

יאיר » זונטאג יוני 9, 2013 9:49 pm

· #123381
געפילטע פיש
יאיר
געפילטע פיש
פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה.

אה, ענדליך! עפעס הייבן מיר שוין אן זיך צו פארשטיין. אלזא, דו פארשטייסט אז די מאלפע טעאראם איז אזא בדיעבד תירוץ, ווען מ'האט נישט קיין אנדערע אויסוועג. נאר אין א פאל וואס מ'טרעפט דעזיין אויף א פלאנעט וואו מען איז זיכער (כלשונך) אז עס איז נישטא קיין דעזיינער, אין דעם פאל פון מיין משל איז עס מענטשן, נאר אין אזא פאל נעמען מיר אן בלית ברירה דעם מאלפע טעאראם. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב ווען מיר זעען דעזיין איז אונזער ערשטע החלטה אז עס איז געווארן דעזיינט, און נאר נאכדעם וואס די דעזיין הייפאטעטיס שטימט נישט וועלן מיר גיין צום מאלפע טעאראם, לאמיר ארייננעמען די חוקי הטבע אין בילד. די חוקי הטבע זעען אויס דעזיינט, און דער טעאיסט נעמט אן אז עס איז טאקע דעזיינט און עס האט א דעזיינער, יעצט דארף דער אטעאיסט מוכיח זיין אז דער דעזיינער היפאטעטיס שטימט זיכער נישט און ערשט נאכדעם קען ער בלית ברירה אננעמען די מאלפע טעאראם! אלזא, ווי לאנג דער אטעאיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז גאט עקזיסטירט נישט, (און כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין הוכחה דערצו) פארוואס גייט ער צום מאלפע טעאראם? ווער זאגט אז גאט איז נישט קיין גוטע הסבר פאר די דעזיין וואס מיר זעען?
יאיר, דו זאגסט ווידער גוט! אבער, פארשטייט זיך ס'דארף אלעמאל זיין א אבער, שתי תשובות בדבר, איינס מ'קען מחלק זיין ציווען א דיזיינער טבעי און א דיזיינער אל טבעי, און אין אקקאמס ראזאר, קומט לדעתי קודם א מענטשליכע נאטורליכע דיזיינער, דערנאך עניטינג וואס קען געשעהן ביי טשאנס, און ערשט דערנאך עניטינג למעלה מדרך הטבע. צוויי, איך מיין אז מאטעמאטיש גערעדט אפילו טרילאנען יאר בויעט זיך נישט קיין הויז מיט שטיינער, צעמענט, געפלאסטערטע ווענט, דאס געשעהט נישט ביי טשענס, נישט קיין חילוק וויפיל צייט און מאל דו טרייעסט, משא"כ אז מיר ווייסן אז א ביג בענג האט פאטענציאל ארויסצוגעבן חוקים, נאר ס'געשעט איין מאל אין כפליים כיוצאי מצריים אז ס'שטעלט זיך אויס אויף א קאמפריהענסיוו וועג, און אפשר איז דאס מער מעגליך ס'זאל געשעהן.

איך וועל דיר ענטפערן שתים שהן ארבע. אויף די ערשטע שאלה, א) אין הכי נמי, אויב איינער האלט אז מאיזה סיבה איז נישט מסתבר צו אינווענטן א כוח למעלה מטבע, קען איך אים אפשר נישט פראוון אז עס עקזיסטירט, אבער אויב א איד וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט'ן גלייבן אין גאט, מער ווי אין די חוקי הטבע, ער זוכט נאר א סיבה פארוואס ער זאל גלייבן, קען איך אים רואיג געבן די ארגומענט פון דעזיין. ב) ס'איז אמת אז ווען מ'וויל ארויסקריכן פון טבע גייט מען א טריט ווייטער, אבער די גאנצע סיבה פארוואס דאס איז א נעקסטע סטעפ איז וויבאלד דאס איז א חידוש צו וואס מיר האבן נישט קיין ענליכע צושטעל אין אונזער וועלט. אבער אויב די איינציגסטע אויסוואל איז די מאלפע טעאראם, זע איך נישט מיט וואס די גאט היפאטעטיס איז ווייניגער מחודש'דיג ווי טריליאנען מאלפעס וואס זיצן אויף קיבאורדס.
אויף דיין צווייטע שאלה, א) איך בין נישט אזוי זיכער. ווי אסטראנאמער ווייסן פליט כסדר אריין אין די פלאנעטן מעטארייטס, נו פארוואס קען נישט זיין אז ס'איז אויף איינמאל אריינגעפלויגן עטליכע מעטארייטס אויף איין פלאץ און האבן צאמגעווארפן עטליכע שטיינער, דערנאך איז געקומען נאך א מעטאארייט און האט אריינגעקראכט דערנעבן, און פון די קראפט איז די זאמד ארויפגעפלויגן בשעת א פערטע מעטאארייט איז געקומען צו פליען און האט עס צוגעפרעסט. וכו' וכו'. ס'איז א פאני מעשה? איך ווייס. אבער די מאלפע טעאראם זאגט דאך אז אפילו די ווייטסטע געשעענישן קענען פאסירן. און גלייב מיר, איין איינציגע צעל פון דיינע טריליאנען צעלן אין דיין קערפער זענען פיל מער קאמפליצירט ווי א הויז פון שטיינער און ציגל. ב) ואם תמצי לומר, לאמיר עס מוקים זיין ביי א לאטעריע וואס איינער געווינט צען מאל אין א ציה. וועסטו אודאי זאגן אז ער איז א שווינדלער, און נישט אז אין איינע פון די טריליאנען אוניווערסן ווי מ'האלט אין איין שפילן לאטערי האט זיך פונקט געמאכט אזא צופאל.

מוח שליט » מאנטאג יוני 10, 2013 12:36 am

· #123470
יאיר
מוח שליט
עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.

ווער זאגט אז עס ליגט נישט קיין חכמה און חשיבות אין די פעולה פון זען אן עלעפאנט און פארשטיין וואס מען זעט? אויב חכמה האט א חשיבות, רעכנט עס אריין אויך די עקוועישאן פון 2+2=4. פארשטייט זיך אז וואס מער א מענטש פארשטייט אלס מער חכמה ליגט אין אים, און אלס מער חשיבות האט ער - אין מיינע אויגן.

א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אויסצושניצען, לדוגמא, אן עלעפאנט, קען עס האבן מער חשיבות ווי די אויסגעשניצטע עלעפאנט זעלבסט?
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אוועקצושטעלן מיט א קלארקייט אלע מציאות'ן/פאקטן פון די וועלט, קען עס זיין מער חשוב ווי די מציאות'ן און פאקטן?

נאך א שאלה האב איך צו דיר.
וואס מיינט "חשיבות"?

יאיר » דינסטאג יוני 11, 2013 1:08 am

· #123851
מוח שליט
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אויסצושניצען, לדוגמא, אן עלעפאנט, קען עס האבן מער חשיבות ווי די אויסגעשניצטע עלעפאנט זעלבסט?
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אוועקצושטעלן מיט א קלארקייט אלע מציאות'ן/פאקטן פון די וועלט, קען עס זיין מער חשוב ווי די מציאות'ן און פאקטן?

יא, הונדערט פראצענט. דאס הייסט, איך בין מחשיב די כוחות מיט וואס דער סקולפטור האט אויסגעשניצט דעם עלעפאנט, פיל מער ווי איך בין מחשיב דעם עלעפאנט אליין. נאכמער, די גאנצע חשיבות וואס מיר געבן פאר דעם אויסגעשניצטען עלעפאנט איז נאר ווייל עס ליגט א קונץ און א חכמה אין די כוחות פון דעם סקולפטור. והא ראיה, ווען עס וואלטן געוואקסן אויסגעשניצטע עלעפאנטן אויפ'ן בוים וואלט דאס בכלל נישט געווען אינטערעסאנט. עס איז גלייך צו א הערליכע פעינטינג פון א ווינטער נאכט וואס מיר קוקן אן און באוואודנערן און מיר זענען עס מחשיב אסאך מער ווי די ווינטער נאכט אליין.
בנוגע דיין צווייטע שאלה, איז מיר אביסל שוער צו ענטפערן, וויבאלד חשיבות איז א סאביעקטיווע עקספיריענס, נישט עפעס וואס מען קען מגדיר זיין מיט גשמיות'דיגע הגדרות, און נישט עפעס וואס מען קען צונעמען און צוטיילן, ווי דער חכם מכל האדם, אלבערט איינשטיין, האט זיך אויסגעדרוקט:
Not everything that counts can be counted, and not everything that can be counted counts.
אויב דו האסט א וועג ווי אזוי צו מגדיר זיין חשיבות, לאמיר הערן.

מוח שליט » דינסטאג יוני 11, 2013 4:52 am

· #123872

איז דאס נישט קיין לאגישער סתירה? מיר רעדן דא אז די סאמע איינציגסטע מציאות פון דעם tool שלפנינו איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט. דאס איז אלעס וואס עס איז, אן אמצעי פאר דעם איינעם סקולפטור. עס האט נישט קיין שום אנדערע נוצען בעולם. דאס מיינט אז עס האט נישט קיין שום ווערט אויסער פאר דעי ספעציפישן צוועק. טו וויאזוי קען עס האבן מער ערך ווי די מטרה פון דעם אמצעי?
דיין משל פון די ווינטער נאכט וכדו' איז לכאורה אינו דומה לנמשל. די חכמה פון פעינטן ווינטער נעכט איז סאך מער ווי א tool פאר דעם ספעציפישן פעינטינג. עס ברענגט ארויס א tool פאר פעינטן בכלליות. פארשטייט זיך אז א פאך פון פעינטן בכלליות איז סאך מער ווערט ווי איין ספעציפישער פעינטינג. דעריבער איז די חכמה פון פעינטן א ווינטער נאכט מער ווערט.
איך האב דוקא גשריבען מיין שאלה אז "די סאמע איינציגסטע פונקציע" איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט.

חכמה בכלליות איז טאקע א tool פאר סאך מער ווי איין ספעציפישען פעינטינג. עס איז א tool צו פארטייטשען כל המציאות כולה. מיט דעם אלעם איז דיו לבא מן הדין. אויב איר סאמע איינצגיסטע פונקציע איז אלס א אמצעי פון קלאר וויסן די פאקטן פון די בריאה, קען אט די אמצעי קיינמאל נישט זיין חשובער ווי די מטרה. [דעמאלט ווען דאס איז די אמצעי'ס איינציגסטע פונקציע וואס זי פארמאגט]. עס איז נישט חשובער ווי די פשוטע פאקטן.
מיין כוונה איז אראפצשיילן די 'העכערע' חשיבות וואס מאנכע געבן פאר חכמה. איך זאג אז עס איז פשוט א גוטער כוח פון אפטייטשען פאטעיטאס מיט העלצער.

טיפער גערעדט אבער, דארף מען טאקע ענדערש מגדיר זיין וואס מיינט חשיבות
דער עצכ"חער רבי פלעגט טייטשן אז חשב מיינט מלשון חש. די שפירונג פון די זאך. [די כוונה פון די ב' איז "ב"הדבר. ער איז חש "ב"איזושהו דבר]. ס'איז נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט מיט די טייטש. די נקודה אז לענ"ד אמת. חשיבות מיינט וויפל דער ענין נעמט אויף מיין מוח, דהיינו מיין תחושה, מיין awareness אדער מיין consciousness. א גרעסערע זאך, אדער א זאך וואס איז מער כלליותדיג, פארנעמט מער פלאץ און מיין תחושה. אמאל איז דא א סאביעקטיווער חשיבות, ווען עפעס פארנעמט מיין סאביעקטיווער מוח. אדער רעדט פון אן אביעקטיווע חשיבות, דהיינו א קליינע זאך נעמט אביעקטיוו אויף ווייניגער פלאץ ווי א גרויסע זאך. מען איז אביעקטיוו ווייניגער חש בה.
חשיבות איז נישט קיין מיסטישער זאך. עס מיינט פשוט מער תחושה. אלע אבסטראקטע מיסטיש אויסקוקענדע ווערטער זענען בעצם זייער פשוט פיזיש. די חילוק פון פיזיש ביז אבסטראקט איז אז אבסטראקט איז מער כלליותדיג.
א גרעסערע זאך פארנעמט בהכרח אויף מער פלאץ און מיין תחושה. א כלליותדיגע זאך איז [כשמו כן הוא] כולל מער זאכן, דעריבער פארנעמט עס מער מקום ביי מיר.

knowledge און חכמה איז אן אבסטראקטער ווארט וואס איז כולל די גאנצע בריאה. דאס איז דאך די טייטש פון דאס ווארט חכמה: די קלארע דעפיניציע פון כל דבר ודבר בהבריאה כולה. וויבאלד עס איז א כלליותדיגער זאך, איז עס מער און גרעסער ווי יעדע פרט ופרט פון די בריאה באזונדער. אבער עס איז נישט מער און גרעסער ווי אלע פרטים צוזאמען [שטייטסעך].
מיין וויכוח איבער די חשיבות פון חכמה איז נאר ווען דו געבסט פאר חכמה עפעס א העכערע מיסטישע מין ערך. [אגב ערך איז מלשון "ער". וואך. די זעלבע ווי חש] אויף דעם זאג איך אז עס איז נישט מער ווי די פשוטע יעדען טאגיקע פאקטן פון די וועלט. גארנישט מער.

יאיר » דינסטאג יוני 11, 2013 11:30 pm

· #124184
מוח שליט
איז דאס נישט קיין לאגישער סתירה? מיר רעדן דא אז די סאמע איינציגסטע מציאות פון דעם tool שלפנינו איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט. דאס איז אלעס וואס עס איז, אן אמצעי פאר דעם איינעם סקולפטור. עס האט נישט קיין שום אנדערע נוצען בעולם. דאס מיינט אז עס האט נישט קיין שום ווערט אויסער פאר דעי ספעציפישן צוועק. טו וויאזוי קען עס האבן מער ערך ווי די מטרה פון דעם אמצעי?
דיין משל פון די ווינטער נאכט וכדו' איז לכאורה אינו דומה לנמשל. די חכמה פון פעינטן ווינטער נעכט איז סאך מער ווי א tool פאר דעם ספעציפישן פעינטינג. עס ברענגט ארויס א tool פאר פעינטן בכלליות. פארשטייט זיך אז א פאך פון פעינטן בכלליות איז סאך מער ווערט ווי איין ספעציפישער פעינטינג. דעריבער איז די חכמה פון פעינטן א ווינטער נאכט מער ווערט.
איך האב דוקא גשריבען מיין שאלה אז "די סאמע איינציגסטע פונקציע" איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט.

חכמה בכלליות איז טאקע א tool פאר סאך מער ווי איין ספעציפישען פעינטינג. עס איז א tool צו פארטייטשען כל המציאות כולה. מיט דעם אלעם איז דיו לבא מן הדין. אויב איר סאמע איינצגיסטע פונקציע איז אלס א אמצעי פון קלאר וויסן די פאקטן פון די בריאה, קען אט די אמצעי קיינמאל נישט זיין חשובער ווי די מטרה. [דעמאלט ווען דאס איז די אמצעי'ס איינציגסטע פונקציע וואס זי פארמאגט]. עס איז נישט חשובער ווי די פשוטע פאקטן.
מיין כוונה איז אראפצשיילן די 'העכערע' חשיבות וואס מאנכע געבן פאר חכמה. איך זאג אז עס איז פשוט א גוטער כוח פון אפטייטשען פאטעיטאס מיט העלצער.

דו האסט געמאכט א הנחה אז דער איינציגער ציל פון חכמה איז אן אמצעי פאר די בריאה, ממילא האסטו א לאגישע סתירה. איך בין נישט מודה, איך האלט אז חכמה און מחשבה מצד עצמה האבן אן אייגענע חשיבות. הגע בעצמך, אויב יעדע זאך האט נאר א חשיבות וויבאלד עס איז אן אמצעי פאר עפעס אנדערש, האט דאך קיין איין זאך נישט קיין חשיבות, ערגעץ מוז זיך עס אנהייבן. נו, אפשר הייבט זיך עס אן ביי די סאביעקטיווע עקספיריענס פון חכמה? אפשר איז גאר די גאנצע בריאה אן אמצעי פאר די חכמה, כדי די חכמה זאל האבן אויף וואס צו חל זיין?
נאכמער, לויט דיין הבנה דארף אויסקומען אז חכמה האט בכלל נישט קיין חשיבות. ווייל בשלמא א האמער איז כאטש די געצייג אין וואס דער אויסגעשניצטער עלעפאנט איז אנגעוואנדן, ממילא איז עס אן אמצעי פאר'ן עלעפאנט, אבער די בריאה איז נישט תלוי אין די חכמה, פאר די סייענטיפיק רעוואלוציע האט די בריאה אויך עקזיסטירט, ממילא מוזטו על כרחך צוקומען אז חכמה האט אן אייגענע חשיבות, נישט ווייל ס'איז אן אמצעי פאר עפעס אנדערש, ווייל באמת איז עס נישט קיין אמצעי פאר גארנישט (אויסער אויב מיר נעמען אין באטראכט די פראדוקטן וואס דער מענטש איז ממציא דורך סייענס, אבער לויט ווי איך פארשטיי רעדסטו נישט פון דעם).
וועגן די פעינטינג, אויב דער פעינטער קען נאר מאלן ווינטער נעכט, אדער אויב אלע פעינטערס אין די גאנצע וועלט קענען נאר מאלן ווינטער נעכט, צו האט זיין פעינטינג א קלענערע חשיבות? צו וועט מען כאפן ווייניגער התפעלות דערפון?
וועגן דעם שורש פון חשיבות, ס'איז ברור בעיני אז דער שורש איז מחשבה, חשבון, וואס מיינט רעכענען און באטראכטן. א חשוב'ע זאך ווערט גערעכנט און באטראכט אלס מער ווי א נישט חשוב'ע זאך.
איך זע נישט וואו איך געב פאר חכמה עפעס א מיסטישע העכערע מין וועליו. די חשיבות איז טאקע אויף א הויכע דרגה, אבער אין תוכן איז עס גארנישט מער מיסטיש ווי די חשיבות וואס איך גיב פאר א מענטש, א פייגל, אדער אן אטאם.

וועפערייזער » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:13 am

· #185621
איך האב געלייענט א גרויסע חלק פון די שמועס, פון טאמבל-סאס און זיין פריינד, איך האב ארויסגענומען פון די גאנצע שמועס, אז דער פריינד, האט א פראבלעם, ער איז בטבע צו אינטעלגענט אויף צו טראכטן פאנאטיש, און ער וויל נישט אז דער נישט טראכטן פאנאטיש זאל האבן קאנסעקווענצן אויף זיין לעבן.
אלזא, איז ער אויפגעקומען מיט א גאונות׳דיגע געדאנק: לאמיר זיין מער סקעפטיש ווי די סקעפטישע.
דאס הייסט, לאמיר זיך ארויסברענגען טיפער ווי סתם א פאנאטישער, און אפילו ווי סתם א נארישער אטעאיסט, וואס רעדט זיך איין ער פארשטייט אלעס…
ער ערלויבט זיך צו זיין די מאקסימום אויפגעקלערט און דער מינימום קאנסעקווענצן. (ער דערמאנט מיר אביסל ישעיהו ליבוביץ׳, אויף ביידע וואלט איך געזאגט, אז לבי אומר לי, ווען זיי וואלטן געבוירן געווארן נישט-אידן, וואלטן זיי עס אויך נישט געזאגט, כלומר, זיי וואלטן דיר נישט געזאגט אז מ׳דארף מיטגיין מיטן סיסטעם).

טאמבל סאס, איך פערזענליך, האב געזעהן א ביסל אין די שמועס, עטליכע מאל, א ״טענו בחטים והודה לו בשעורים״, ס׳קען זיין אז דו וואלסט איהם געדארפט צודריקן צום וואנט, אז ער זאל דיר פארענטפערן דיינע פראבלעמען, אבער משום איזה סיבה שהוא, האסטו עס נישט געטוהן.
כאטש דא און דארט האט ער גערעדט קלוגע רייד, אבער די גאנצע בילד צוזאמען האט ער - לדעתי - נישט קיין ריכטיגע.
ווייל, ער מישט אויס צוויי עניינים, פילאזאפיע און מציאות.
אין פילאזאפיע, קען יעדע זאך ווערן דעבאטירט צו עס עקזיסטירט, צו נישט, און ווי איך האב אמאל געלייענט, אז חוץ פונעם פאקט אז איך לעב, קען גארנישט ווערן אויפגעוויזן, (ס׳קען דאך זיין אז אלעס איז א דמיון און א חלום).
אבער, נאך אלעם, קען מען נישט לעבן טאג טעגליך מיט פילאסאפישע מסקנות, ס׳איז זייער גוט פאר אינטערטעימענט, פאר די וועלכע גלייכן עס, (נישט מיר אריינגערעכנט, סארי…).

אבער, לאמיר דיר פרעגן, ווען עס קומט צו לעבנס פראגעס, ווי למשל צו מ׳זאל זיך לאזן אפערירן אדער נישט, גייסטו אנפאנגען צו פילאזאפירן, אפשר, איז די גאנצע זאך א דמיון, ס׳איז דאך נישטא קיין אבסולוטע אמת, וכו׳ וכו׳. אדער דו גייסט טוהן צו דער זאך??
די זעלבע איז בנוגע לענייננו, לאמיר אפלאזן די אלע פילאסאפישע טענות צו עס עקזיסטירט א גאט צו נישט, און לאמיר זיך אריינטוהן אין אן אנדערע נושא, וואס דאס איז, צו די קריסטליכע רעליגיע למשל, איז אמת, לאמיר עס אנקוקן מיט אונזערע פליישיגע אויגן, און קוקן די היסטאריע, וואס האט מען אמאל געגלויבט, און וואס מען גלויבט היינט.

ווען מיסטער פריינד פראבירט דיר צי מאכן דעם חסידישע ספר ווי א פילאסאפישע, דערמאנט ער מיר ווי די וועלכע וועלן אריינטייטשן אינעם פסוק ״ויהי אור״ די ביג-בענג. איך לאך פון די אלע זאכן, און עס רעדט נישט צו מיר, ווייל זיך ארום שפילן מיט טעקסט איז די גרינגסטע זאך (ווער נאך ווי אונז אידן וויסן דאס…), אבער מען דארף אייביג געדאנקען אז ס׳איז דא א פשוט פשט, וואס דער שרייבער פונעם טעקסט, האט אין זיינע צייטן, מיט זיינע ידיעות, און גלויבונגען, אינזין געהאט. און די איבעריגע טייטשן זענען גוט פאר שלש-סעודות תורה.

בדרך אגב, די שאלה צו די וועלט איז א קדמון, איז דא דערצו א פיזישע ראי׳ה אז נישט, דער פאקט אז די הימל איז טונקל ביינאכט.

טאמבל סאס » פרייטאג יוני 6, 2014 2:48 pm

· #204593
קען מיר עמיצער ערקלערן די שיטה פון די סייענטיסטן לגבי די ביג בענג? זיי ווייסן דאך אויך נאכנישט וואס די סיבה ראשונה פאר די ביג בענג איז געווען. און ווען איך זאג אז דאס מוז זיין גאט קומען זיי און טענה'ן אז גאט האט דאך אויך געמוזט האבן א סיבה ראשונה.
אבער לשיטתם אז די ביג בענג האט געקענט פון זיך אליין געשאפן ווערן - אהן א סיבה ראשונה - פארוואס פארשטייען זיי נישט אז גאט דארף אויך נישט האבן קיין סיבה ראשונה? (און קען געשאפן ווערן פון זיך אליינס?)

און אם תמצא לומר אז לויט די געזעצן פון פיזיקס (שוין נאכ'ן געשעהעניש/פאקט) - בלי מקום ובלי זמן - מוז א וועלט ערגעצוואו איינמאל געבוירן ווערן אינטָא עקזיסטענץ, ווידעראום א גאט ווערט נישט ערקלערט לויט די געזעצן פון פיזיקס, וואו אבער קען מען ערווארטן אמאל צו וויסן וואס ס'איז געווען בעפאר די ביג בענג אויב יענע פיזיקאלע קאנדישנס פון די וועלט זענען פונדעמאנטעל אנדערש געווען און וועלן שוין קיינמאל נישט מעגליך זיין צו טעסטן? וואס גייט זיי אן אז מענטשן פרייען זיך אז זיי האבן כאטש א נחמה אויף א זאך וואס איז הויעך אנ-לייקלי אז מ'וועט במילא קיינמאל נישט וויסן דעם אמת אזוי צו אזוי?

די וואס זענען צופרידן אנצוגיין אין לעבן נאר מיט'ן גלייבן זאכן וואס זיי אבזערווירן דארפן סיי ווי נישט צוקומען צו טרייסטנדע השערות. און די וואס קענען נישט אנגיין אהן גלייבן אין עקזיסטענצן וואס גיבן זיי א סיבה אין לעבן זענען במילא נישט ביכולת אויסצופארשן פאקטן אין לעבן ע"פ די סייענטיפישע רולס? (ד.ה אז מ'דארף נישט מורא האבן שמא יתרחש אז עמיצער וועט זאגן, איך ווייס שוין אז עס איז גאט וואס האט געמאכט די ביג בענג און איז די סיבת כל הסיבות ובכן דארף איך מער נישט לערנען).

ונבנתה העיר » פרייטאג יוני 6, 2014 6:42 pm

· #204618
טאמבל סאס
אבער לשיטתם אז די ביג בענג האט געקענט פון זיך אליין געשאפן ווערן - אהן א סיבה ראשונה - פארוואס פארשטייען זיי נישט אז גאט דארף אויך נישט האבן קיין סיבה ראשונה? (און קען געשאפן ווערן פון זיך אליינס?)

איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער איך מיין אז זיי זאגן טאקע אז דערווייל ווייסט מען נישט וואס עס איז געשעהן אין די רגע פונעם ביג בענג.

------------

דר"א, יו"ט האב איך געזעהן אין ספר החקירה פונעם צמח צדק צוויי געשמאקע טענות קעגן די מאמיני הקדמות [אז עולם כמנהגו נוהג פון אלעמאהל און עס איז קיינמאהל נישט באשאפן געווארן - דאכציך אז קיינער האלט שוין היינט נישט אזוי].

יעדע זכר ונקבה האבן - אין עוורידש - מער ווי צוויי קינדער, קומט אויס אז יעדע דור איז גרעסער פונעם פריער'דיגן, אויב אזוי אז מען וועט ארויפקריכן די דורות אויף צוריק וועט מען דארפן אנקומען צו איין מענטש, איז ווער האט איהם באשאפן?

ועוד, אויב יעדע דור ווערט גרעסער און די וועלט שטייט שוין בלי גבול צייט, איז אפי' נאך אלע מלחמות ומגפות וכו', וואלט געדארפט זיין אין סוף מענטשן אויף די וועלט, נישט איין ביליאן [בימיו]?

נולד מאוחר » זונטאג יוני 8, 2014 1:50 am

· #204662
אויב מהאלט קדמות מיינט נישט אז מענטשעהייט איז אלץ געווען.

לעיקוואד » זונטאג יוני 8, 2014 2:57 pm

· #204779
כנולד ונבנתה עוד, די (און פיל אנדערע) הוכחות אנטקעגן "קדמות העולם" זענען נאר הוכחות קעגן דער אריסטאטעלישער (קהלת?) מושג פון קדמות וואס האט געהאלטען אז די וועלט פונקט ווי עס איז היינט האט זיך אזוי געפירט אויף איייביג. היינט האלט קיינער נישט דער שיטה (עכ"פ קיין סייענטיסט), נאר אפילו למ"ד קדמות הייסט דאס אז עפעס א חומר האט עקזעסטירט אבער עס איז קלאר אז די סדר הטבע ווי עס איז היינט איז אריבער שינויים און עוואלאציע וכו'. וכבר כתב הראי"ה קוק בספרו לנבוכי הדור שלפי דרך זו אין את עיקר הניגוד שדברו בה הראשונים בין שיטת הקדמות לאמונה, וכבר כתבו כן בעצם במו"נ ובכוזרי לגבי השיטה המיוחסת על ידם לאפלטון.

ברסלבער » זונטאג יוני 8, 2014 3:14 pm

· #204783
ונבנתה העיר
דר"א, יו"ט האב איך געזעהן אין ספר החקירה פונעם צמח צדק צוויי געשמאקע טענות קעגן די מאמיני הקדמות [אז עולם כמנהגו נוהג פון אלעמאהל און עס איז קיינמאהל נישט באשאפן געווארן - דאכציך אז קיינער האלט שוין היינט נישט אזוי].

יעדע זכר ונקבה האבן - אין עוורידש - מער ווי צוויי קינדער, קומט אויס אז יעדע דור איז גרעסער פונעם פריער'דיגן, אויב אזוי אז מען וועט ארויפקריכן די דורות אויף צוריק וועט מען דארפן אנקומען צו איין מענטש, איז ווער האט איהם באשאפן?

ועוד, אויב יעדע דור ווערט גרעסער און די וועלט שטייט שוין בלי גבול צייט, איז אפי' נאך אלע מלחמות ומגפות וכו', וואלט געדארפט זיין אין סוף מענטשן אויף די וועלט, נישט איין ביליאן [בימיו]?

חיי מוהר"ן אות תט"ז

[list]פַּעַם אַחַת דִּבַּרְנוּ עִמּוֹ וְגִלָּה לָנוּ שֶׁיֵּשׁ מוֹפֵת עַל חִדּוּשׁ הָעוֹלָם, כִּי אִם לא כֵן חַס וְשָׁלוֹם הֵיכָן הָיָה מָקוֹם לְהַחֲזִיק אֶת כָּל בָּאֵי עוֹלָם. כִּי זֶה רוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁבְּכָל פַּעַם נִתְרַבִּין בְּנֵי אָדָם, כִּי מֵאָדָם אֶחָד יוֹצְאִין דּוֹרֵי דּוֹרוֹת אֲלָפִים וְרִבְבוֹת נְפָשׁוֹת, וְכֵן מִכָּל אֶחָד וְאֶחָד. וְאִם כֵּן [רְצוֹנוֹ לוֹמַר אִם הָעוֹלָם קַדְמוֹן וּבְלִי גְּבוּל וּזְמַן חַס וְשָׁלוֹם, כְּדַעַת הַכּוֹפְרִים יִמַּח שְׁמָם] כְּבָר הָיָה רָאוּי שֶׁיִּתְמַלֵּא כָּל הָעוֹלָם וְלא הָיָה מָקוֹם הָעוֹלָם שֶׁהוּא בְּמִדָּה וּגְבוּל יָכוֹל לְהַחֲזִיק מֵאַחַר שֶׁמִּתְרַבִּין בְּכָל פַּעַם מְאד.
שׁוּב פַּעַם אַחַת גִּלָּה מוֹפֵת שֵׁנִי מִן הַמֵּתִים, כִּי כְּשֶׁאֶחָד מֵת וְקוֹבְרִין אוֹתוֹ בָּאָרֶץ, וְנִתְרַבֶּה עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ עַל הָאָרֶץ. וַאֲפִילּוּ אַחַר שֶׁנִּרְקָב וְנַעֲשֶׂה מִמֶּנּוּ תַּרְוַד רָקָב, עַל כָּל פָּנִים נִתּוֹסֵף מְעַט עַל הָאָרֶץ וְעַל הֶעָפָר, וְאִם כֵּן [רְצוֹנוֹ לוֹמַר גַּם כֵּן כַּנַּ"ל] כְּבָר הָיָה רָאוּי שֶׁתִּתְגַּדֵּל הָאָרֶץ עַד לָרָקִיעַ וְיוֹתֵר וְיוֹתֵר לְפִי דַּעְתָּם הַסְּכָלָה וְהַמְשֻׁבֶּשֶׁת שֶׁל הַכּוֹפְרִים, אִם כֵּן אֵיךְ הָיָה מָקוֹם בָּעוֹלָם שֶׁתַּחֲזִיק מַה שֶּׁנִּתּוֹסֵף בְּכָל פַּעַם בְּלִי שִׁעוּר וּמִסְפָּר לְפִי דַּעְתָּם, כִּי עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ נִתּוֹסֵף, וְהַמֵּתִים הֵם בְּלִי שִׁעוּר וּמִסְפָּר לְפִי דַּעְתָּם הַסְּכָלָה [שֶׁאֵין זְמַן לִבְרִיאַת הָעוֹלָם], אִם כֵּן אֵין מָקוֹם שֶׁתַּחֲזִיק אוֹתָם. וְהָבֵן, כִּי הֵם מוֹפְתִים בְּרוּרִים לְמִי שֶׁרוֹצֶה לְהוֹדוֹת עַל הָאֱמֶת וְאֵינוֹ מִתְעַקֵּשׁ לְהַכְחִישׁ וּלְהַכְעִיס חַס וְשָׁלוֹם. הָרִאשׁוֹן מִן הַחַיִּים וְהַשֵּׁנִי מִן הַמֵּתִים.
אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין אָנוּ צְרִיכִין לִכְנס כְּלָל בַּחֲקִירוֹת וּמוֹפְתִים, רַק אָנוּ מַאֲמִינִים בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁבָּרָא אֶת הָעוֹלָם בְּשֵׁשֶׁת יְמֵי בְרֵאשִׁית בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת כְּלָל, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּרֵאשִׁית בָּרָא אֱלהִים אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ. וְלא רָשַׁמְתִּי זאת רַק הוֹאִיל וְיָצָא הַדָּבָר מִפִּי רַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כִּי אֵין רָאוּי שֶׁיּאבַד דִּבּוּר אֶחָד מִדִּבּוּרָיו הַקְּדוֹשִׁים, עַל כֵּן לא יָכלְתִּי לְהִתְאַפֵּק וְרָשַׁמְתִּי זאת כְּדֵי לְנַקֵּר עֵינֵי הַכּוֹפְרִים לְהַרְאוֹת לָהֶם כְּסִילוּתָם וְטָעוּתָם. כִּי אִם יִרְצוּ לָשׂוּם עַיִן בֶּאֱמֶת עַל שְׁנֵי מוֹפְתִים אֵלּוּ יִרְאוּ וְיָבִינוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְסָתְרָם, אוּלַי יִרְאוּ וְיָשׁוּבוּ אֶל הָאֱמֶת.
אֲבָל אֲנַחְנוּ אֵין אָנוּ צְרִיכִים לָזֶה לְשׁוּם מוֹפֵת שֶׁבָּעוֹלָם, אֲפִילּוּ לַמּוֹפְתִים הַנַּ"ל, כִּי אֲנַחְנוּ מַאֲמִינִים בְּנֵי מַאֲמִינִים זֶרַע אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקב, וְאָנוּ מַאֲמִינִים בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְתוֹרָתוֹ הַקְּדוֹשָׁה בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת, רַק בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד. וְזֶה יְסוֹד כָּל הַתּוֹרָה כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'בָּא חֲבַקּוּק וְהֶעֱמִידָן עַל אַחַת, וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה'[/list:u]
בלאט: 1 2 3 4 5