☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » די זיסע אוה"ח הק' - זענט איר צופרידן?

די זיסע אוה"ח הק' - זענט איר צופרידן?

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2657
בלאט: 1 2

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 8:57 pm

· #74499
די זיסע אוה"ח הק' - זענט איר צופרידן?
לאור דעם נייעם גאסט וואס מיר האבן דא ביינונז אין שטיבל, און זייענדיג אביסל באקאנט אין די נושא פונעם פארקערטן קוק-ווינקל, ערלויב איך מיר צו עפענען דעם אשכול, ווי מיר וועלן פרידליך און איידל דעבאטירן די פארצווייגטע נושא, און האפענטעליך וועט ארויסקומען א קלארקייט אינעם ענין.

די נושא איז ארויף דא בין שותי הקאווע ווען שלום דין פונעם וועבזייטל 'אנפייעס' האט ערקלערט אז ער האט אינעם פרייען וועלט נישט געפונען דעם געשמאקן אוה"ח הק' לימוד וואס ער פלעג אמאל.
איז דאס א אנדייטונג אז עס בענקט זיך אים צום גליקליכן אמאל? צום געשמאקן אידישן שטעטל לעבן? ער וויל צוריק לויפן צום טאטענס שויס...
אדער ניין, ער וויל פון דעם נישט הערן און געדענקען, פארט איז ער אויפריכטיג מיט זיך און מיט אונז אז דוקא דעם ספעציפישן טעם טרעפט מען נישט אין די פרייע גאסן, אבער צו קומען אהיים דאס טועם זיין, דאס נישט, ווארום עס קאסט צו טייער

נ.ב. די נושא איז נישט 'שלום דין', עס איז א כלליותדיגער און נוגע צו איך, מיך, און דיך..
ביזטו צופרידן ווי דו ביזט? אדער זאגסטו אזוי ווייל אזוי לוינט דיר?

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:09 pm

· #74507
קענען די גבאים אהערשטעלן מיין אוחה"ק סומעטאכע תגובה? (כ'האב געהאט א קבלה נישט אריינצוגיין אינעם סומעטאכע אשכול, און בין דורכגעפאלן נאכדעם וואס איינער האט מיר פריוואט געמאלדן אז ס'יעכעט זיך אין אנדערע נושאים.)

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:12 pm

· #74508
איין מעגליכקייט האסטו נישט דערמאנט, ר' לעמאן זשוס. ס'קען זיין אז איינער האט געשפירט גאר א דערהויבענע טעם אין אוהח"ק פרייטאג צונאכטס, אבער נאכן דורכגיין א טויש אין זיין מוח, הויפטזעכליך אין זיין אמונה, איז אוממעגליך ער זאל נאכאמאל שפירן דעם טעם. סאו אלו ואלו דברי אלוקים חיים, סיי ער האט נישט געטראפן דעם טעם ערגעץ אנדערש, אבער אויך אינדערהיים קען ער עס מער נישט האבן.

כ'שפעקוליר.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:14 pm

· #74510
בעניותי מוז איך מודה זיין אז איך האב קיינמאל נישט געשפירט קיין טעם אין אוה"ח הק', נישט אין פרומען לעבן און אודאי נישט ווען איך וואלט חלילה געווארן פריי, כאטש מיין טאטע האט פרובירט אריינצוהאקן אין קאפ דעם 'געשמאק' פון לערנען השכל מושכל ישכול ונשכל און חושק המוחשק לנחשק.
אין שאגת אריה אדער יערות דבש האב איך אבער יא, ב"ה, א טעם ביז'ן היינטיגן טאג. איר זעט, יעדער איד האט זיך זיין חלק אין די תורה.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:18 pm

· #74512
אסך מאל איז די געשמאק לאו דוקא דעם פירוש עה"ת, אבער די גאנצע מצב: א פראסט אינדרויסן, פארהויכטע פענסטער, ווארעם אינעווייניג מיט לעכט צאנקן, א חבריא פון חסידישע אינגעלייט זיצן רינגס ארום איבער אויפגעמישטע אוהח"ק און זינגן קה אכסוף, מ'סערווירט טרויבן, טענזשערינס, הייסע קעסטן, קאלטע שוויציגע ביר, און די דימיון לויפט אז מ'איז יעצט דעם ממשיך דרכו פון די תלמידי בעל שם און ר' מענדעל וויטעפסק זעלבסט.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:20 pm

· #74513
יואליש
איין מעגליכקייט האסטו נישט דערמאנט, ר' לעמאן זשוס. ס'קען זיין אז איינער האט געשפירט גאר א דערהויבענע טעם אין אוהח"ק פרייטאג צונאכטס, אבער נאכן דורכגיין א טויש אין זיין מוח, בעיקר און זיין אמונה, איז אוממעגליך ער זאל נאכאמאל שפירן דעם טעם. סאו אלו ואלו דברי אלוקים חיים, סיי ער האט נישט געטראפן דעם טעם ערגעץ אנדערש, אבער אויך אינדערהיים קען ער עס מער נישט האבן.

כ'שפעקוליר.

דא שטעקט דער חידוש וואס איז מיר נתחדש געווארן היינטיגן טאג, אז אפילו איינער איינער וואס גלייבט נישט אין קיין איין ווארט וואס עס שטייט אין אוה"ח הק' ווערט נאכאלס נתעורר דערפון. איך וואלט זייער מכיר טובה געווען פאר דיען אויב ער קען דאס מיר ערקלערן.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:24 pm

· #74516
יאיר
יואליש
איין מעגליכקייט האסטו נישט דערמאנט, ר' לעמאן זשוס. ס'קען זיין אז איינער האט געשפירט גאר א דערהויבענע טעם אין אוהח"ק פרייטאג צונאכטס, אבער נאכן דורכגיין א טויש אין זיין מוח, בעיקר און זיין אמונה, איז אוממעגליך ער זאל נאכאמאל שפירן דעם טעם. סאו אלו ואלו דברי אלוקים חיים, סיי ער האט נישט געטראפן דעם טעם ערגעץ אנדערש, אבער אויך אינדערהיים קען ער עס מער נישט האבן.

כ'שפעקוליר.

דא שטעקט דער חידוש וואס איז מיר נתחדש געווארן היינטיגן טאג, אז אפילו איינער איינער וואס גלייבט נישט אין קיין איין ווארט וואס עס שטייט אין אוה"ח הק' ווערט נאכאלס נתעורר דערפון. איך וואלט זייער מכיר טובה געווען פאר דיען אויב ער קען דאס מיר ערקלערן.


כ'האב אים נישט געהערט זאגן אז ער האט נאך היינט די מעגליכקייט פון שפירן אזא טעם. דאס איז אבער נישט קיין סתירה מיטן זאגן אז ער האט אמאל געהאט די מעגליכקייט פון שפירן און האט טאקע געשפירט אזא טעם און האט נישט געשפירט דאס זעלבע סארט טעם אין עפעס אנדערש.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:37 pm

· #74525
גערעכט, יואליש, איך האב עס נישט אויפגעפאסט. בלייבט מיר נאר איבער צו חקר זיין אויב אזעלכע געהויבענע מאמענטן פון קדושה און דביקות קענען איבערצייגן אז עס איז טאקע פארהאן עפעס טיפער, אדער דאס קען זיין בלויז אן אילוזיע. (נישט אין ספעציפישע פעלער, נאר אויף דעם גאנצן ענין בכלליות).

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:44 pm

· #74531
יאיר
גערעכט, יואליש, איך האב עס נישט אויפגעפאסט. בלייבט מיר נאר איבער צו חקר זיין אויב אזעלכע געהויבענע מאמענטן פון קדושה און דביקות קענען איבערצייגן אז עס איז טאקע פארהאן עפעס טיפער, אדער דאס קען זיין בלויז אן אילוזיע. (נישט אין ספעציפישע פעלער, נאר אויף דעם גאנצן ענין בכלליות).


ער האט אמאל געשריבן אויף זיין בלאג דערוועגן. כ'וועל לאזן שלום'ען אליין לינקן, אדער גאר מסביר זיין אין אידיש זיין מיינונג. (דרך אגב, ער האט גאר א געשמאקע אידיש.)

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 9:54 pm

· #74536
כבוד הרב, די נושא איז נישט געבונדן צו אורח חיים הק׳ פון הרב עטר, עס איז נאר א דוגמא

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:35 pm

· #74554
דער נושא איז זייער א ברייטער און רירט אן יסודות פון פיליזאפיע און פסיכאלאגיע אינאיינעם

די עיקר אינטערעסאנטקייט פון די שאלה איז צו די הרגש בשעת דעם געשמאקן חסידיש ספר איז עפעס העכער אדער א פשוטע גשמיות׳דיגע באפרידיגונג

דאס איז דאך ידוע דאס וואס מען זאגט נאך פון גוטע יודן אז ׳יענע וועלט ווייסט מען נישט, אבער עולם הזה האט זעכער נאר א עהרליכע יוד׳ אפצוטייטשן די ווערטער איז אן אריכות, אבער אויב עס איז אמת איז די שאלה צו דאס איז מכח דעם ספיריטואלן געפיל וואס באפרידיגט שטערקער און בעסער ווי וועלכע סארט מאטריאליסטישע נאכגיבונג פארן פליישיגן געביין

דהיינו, ווי די אלטע פיליזאפן ווי אריסטאטעל און זיינע חבירים פלעגן פאסטן און לעבן בידודות אין די וועלדער מכח כמה סיבות. ערשטענס, נישט צו ווערן אראפגעשלעפט צו פליישיגע געברויכן און דערונטער פארלירן דעם קלארקייט אין קאפ אויף טיפע דערטראכטונגען, פשוט ווייל אז דאס גוף איז נישט באפרידיגט נאר מיט ערדישע געברויכן ווערט די דראנג אין קאפ אויף שכליות אפגעשוואכט

צווייטענס, זיי האבן פשוט פאר׳מיאוס׳ט אין די מאטריאלע געברויכן אלס רעזולטאט פון זייער חכמה און טיפע איינזעהעניש אז די אלע געברויכן זענען צייטווייליג און גיבט נישט דעם זעהל גארנישט, עס איז שטארבעדיג און דערפאר האט עס קיין שום ווערדע אפילו בשעת די הנאה, ווייל מיט טיפע פארשטאנד איז צייטווייליג גארניש בלויז אומענדליכקייטן וואס רירט אן דאס נפש וואס איז אומשטארבעדיג דארף ווערן צופרידן דורך גרעסער ווערן, און גרעסער ווערט דער נפש נאר דורך עסן רוחניות-דהיינו דעת, און דעת אלקית איז אין הויפט אבער לאט דוקא נאר מיט יעדע פארשטאנד וואקסט דער שכל, אבער דער עיקר איז אז עס איז א זאך וואס בויעט דאס אינערליכקייט, דאס וועזן פונעם מענטש נישט די פלייש און בלוט

יעצט צוריקקומענדיג צום שטארקן געפיל וואס אינעם פרייען וועלט איז נישטא צום אוה״ח הק׳ לאזט זיך דערפאר שטארק דעבאטירן צו די כוונה איז כלפי די געבוי פונעם נפש וואס דערשפורט זיך אזוי שטארק בשעת׳ן עוסק זיין אין א שטיקל תורה וואס איז נצחי, און למעשה אין ׳יענע גוטע צייטן׳ האט ער געשפירט דעם טעם מחמת זיין דאמאלסדיגע אבערגלויבן וואס האט אים געפיטערט מיטן געפיל אז ער איז עוסק אין סאמען דבר וואס דערפירט אים צו הויכע שטופעס אין נפש ונשמה, ממילא כאטש אז איצט איז אנדערש די גלויבונג, דאך זוכט און גארט אט יענע געפילן צו דערשפירן דעם שפורינג אז מען קריכט אויף א הויכן לייטער צו אייביגקייט איז לכאורה קען זיך דאך אינעם פרייען וועלט אויך מאכן דעם הייליגן רגש בשעת מען איז עוסק אין בלויזע חכמה, אפגעזעהן וואסארא סארט לערנונג דאס איז, איז עס עפעס וואס טראגט דעם מענטש צו א גוט פלאץ ממילא קען מען נעמען חכמה ביכער, אדער אפילו תורה אויב פעלט עס אויס

אדער, די בענקשאפט איז צו די שיינע, ריינע, איידעלע, גליקליכע וועלט אין וואס יעדעס יידיש יונגעלע ווערט אויפגעצויגן און ביז מען זוכט נישט אויף די דרויסענדע וועלט לעבט דער מענטש אין אזא סארט עולם הבא, אנדערע וועלן עס רופן א קינדערישע געפיל וואס איז בעיקר געבויט אויף איגנאראנס און שטארקע תמימות וואס וויל נישט פארלירן דאס אינאנסענטסי. דער געפיל וואס מען זעהט אפט ביי קינדער פון צעהן יאר וואס שאקלען זיך שרעקלעך שטארק פרייטאג צו נאכט אין מזמור שיר ליום השבת אריין און אסאך (גליקליכע) וואקסן קיינמאל נישט ארויס דערפון

ויש מקום להאריך

BAL TSHIVA » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:02 pm

· #74570
Me lemon juice sorry but I guess you don't know.the history from Aristotle that you can make such a statement check out what he answered when asked how come went so low as to do mishkav z

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:03 pm

· #74571
לאמיר זאגן א פארקערטע משל, א קריסט האט זיך מגייר געווען, געווארן א מדקדק בקלה כבחמורה, א פארברענטע חאניאקישע חסידישע איד מיט אלע פיטשיווקעס. כאפ איך א שמועס מיט עם, זאגט ער אז די גוטע פילינג פון גיין צום גלח זיך מתודה זיין אויף די עבירות, און ארויסוואקן מיט א מחול לך מחול לך מחול לך, כתינוק שנולד, אן קיין חטא, דאס האט ער נישט געטראפן ביי אונז. מיינט דאס אז ער וויל צוריק לויפן ווערן א קריסט נאר ער האט מורא? ער קען נישט זאגן ניין? חלילה! סך הכל איין זאך בענקט ער זיך, אבער די פעקעדזש דיל איז עם אוודאי בעסער צו פאסטן בה"ב און זיך אויסוויינען שובבי"ם אויף זיין חטאת נעורים.
די זעלבע זאך דא.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:08 pm

· #74575
BAL TSHIVA
Me lemon juice sorry but I guess you don't know.the history from Aristotle that you can make such a statement check out what he answered when asked how come went so low as to do mishkav z


משכב זכר אין גריכישע קולטור איז געווען א נארמאלע ערשיינונג.

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:08 pm

· #74576
געפילטע פיש מיט אור החיים הק'. וואס קען זיין בעסער.

יואליש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:09 pm

· #74578
געפילטע פיש
לאמיר זאגן א פארקערטע משל, א קריסט האט זיך מגייר געווען, געווארן א מדקדק בקלה כבחמורה, א פארברענטע חאניאקישע חסידישע איד מיט אלע פיטשיווקעס. כאפ איך א שמועס מיט עם, זאגט ער אז די גוטע פילינג פון גיין צום גלח זיך מתודה זיין אויף די עבירות, און ארויסוואקן מיט א מחול לך מחול לך מחול לך, כתינוק שנולד, אן קיין חטא, דאס האט ער נישט געטראפן ביי אונז. מיינט דאס אז ער וויל צוריק לויפן ווערן א קריסט נאר ער האט מורא? ער קען נישט זאגן ניין? חלילה! סך הכל איין זאך בענקט ער זיך, אבער די פעקעדזש דיל איז עם אוודאי בעסער צו פאסטן בה"ב און זיך אויסוויינען שובבי"ם אויף זיין חטאת נעורים.
די זעלבע זאך דא.


מוצאי יוה"כ נאך מעריב?

יאיר » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:12 pm

· #74582
מיין טאטע דערציילט אז דער גוי אין ישיבה פלעגט זאגן אז ער איז גרייט צו ווערן א איד בלויז פאר די תענוג פון אויספאסטן אויף א גלעזל הייסע קאווע מיט קאקאש קעיק.

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:14 pm

· #74583
BAL TSHIVA
Me lemon juice sorry but I guess you don't know.the history from Aristotle that you can make such a statement check out what he answered when asked how come went so low as to do mishkav z

די לעגענדע (נישט היסטאריע) פון אריסטו'ס פערזענליכער דורכפאל נעמט נישט אוועק די אמת'דיגקייט פון זיין פילאזאפישע מיינונג (אויף וויפיל עס איז טאקע אמת).

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:15 pm

· #74584
אויב איך האב נישט ליב צו לערנען אור החיים הקדוש, מיינט עס אז עס פעלט מיר עפעס?

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:17 pm

· #74585
יאיר
מיין טאטע דערציילט אז דער גוי אין ישיבה פלעגט זאגן אז ער איז גרייט צו ווערן א איד בלויז פאר די תענוג פון אויספאסטן אויף א גלעזל הייסע קאווע מיט קאקאש קעיק.

אה, וואס ווייסט דען דער גוי איבער אידישע תאוות?

BAL TSHIVA » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:19 pm

· #74587
יואליש
BAL TSHIVA
Me lemon juice sorry but I guess you don't know.the history from Aristotle that you can make such a statement check out what he answered when asked how come went so low as to do mishkav z


משכב זכר אין גריכישע קולטור איז געווען א נארמאלע ערשיינונג.

Exactly

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:22 pm

· #74590
געפילטע פיש דיין צושטעל איז פון איין גלויבן צום צווייטן, דאס איז לכאורה א שווערערע שאלה,

פלאס, דו רעדסט ספעסיפיש פונעם גוטן געפיל אז מען איז פריי פון עוונות, דאס איז נישט אונזער שמועס


אונזער שמועס אין קורצן איז; צו איז די זיסקייט פון אור החיים הק׳ דאנערשטאג נאכט באזירט אויף עפעס וואס מען קען נישט געפונען אין די פרייע גאס, און דעריבער איז דאס א סיבה צו האבן מער גוטס ווי דער פרייער, מוחל זיין פרייקייט אדער נישט

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:24 pm

· #74591
לעמאן דזשוס, פארוואס האסטו אין דיין לעצטע תגובה באשלאסן צו טוישן די נושא האשכול?

לעמאן דזשוס אין זיין לעצטע תגובה
אונזער שמועס אין קורצן איז; צו איז די זיסקייט פון אור החיים הק׳ דאנערשטאג נאכט באזירט אויף עפעס וואס מען קען נישט געפונען אין די פרייע גאס, און דעריבער איז דאס א סיבה צו האבן מער גוטס ווי דער פרייער, מוחל זיין פרייקייט אדער נישט


לעמאן דזשוס אין זיין ערשטע תגובה
די נושא איז ארויף דא בין שותי ה׳קאווע ווען שלום דין פונעם וועבזייטל אנפייעס האט ערקלערט אז ער האט אינעם פרייען וועלט נישט געפונען דעם געשמאקן אוה״ח הק׳ לימוד וואס ער פלעג אמאל

איז דאס א אנדייטונג אז עס בענקט זיך אים צום גליקליכן אמאל? צום געשמאקן אידישן שטעטל לעבן? ער וויל צוריק לויפן צום טאטענס שויס...

אדער ניין, ער וויל פון דעם נישט הערן און געדענקן, פארט איז ער אויפריכטיג מיט זיך און מיט אונז אז דוקא דעם ספעציפישן טעם טרעפט מען נישט אין די פרייע גאסן, אבער צו קומען אהיים דאס טועם זיין, דאס נישט, ווארום עס קאסט צו טייער

ביזטו צופרידן ווי דו ביזט? אדער זאגסטו אזוי ווייל אזוי לוינט דיר

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:25 pm

· #74593
בעל תשובה, און דעריבער....

איז ער דורכגעפאלן אין ערגסטן פאל..ממילא פרעגט עס אפ זיין העכערן לעבנסשטייגער

איך האב פאר דיר גאנצענע ליסטעס מיט אונזערע דורכפעלער, א דורכפאל צייגט אז א מענש איז סוף סוף יא נישט קיין ג-ט נישט מער

מיר האבן אסאך ׳אל תאמין בעצמך׳ פעלער

BAL TSHIVA » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:26 pm

· #74596
יידל
BAL TSHIVA
Me lemon juice sorry but I guess you don't know.the history from Aristotle that you can make such a statement check out what he answered when asked how come went so low as to do mishkav z

די לעגענדע (נישט היסטאריע) פון אריסטו'ס פערזענליכער דורכפאל נעמט נישט אוועק די אמת'דיגקייט פון זיין פילאזאפישע מיינונג (אויף וויפיל עס איז טאקע אמת).

Right but don't say he was not in to humanly Needs

יידל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:31 pm

· #74600
וואס האט דאס מיט דעם אדער יענעם פערזענליך? ער זאגט א נקודה אז זיך אפשיידן פון תענוגי העולם מאכט א מענטש טראכטן קלארער, נעם עס אן אדער פרעג עס אפ נישט רייס ארונטער דעם מעסענדזשער פארן מעסעדזש. און אגב, ווי באטאנט איז דאס נישט מער ווי א לעגענדע וועלכע איז באשאפן געווארן הונדערטע יאר אויב נישט טויזענטע נאך אריסטו'ס לעבן.

לעמאן דזשוס » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:38 pm

· #74605
איך קען נישט זיין היסטאריע, אבער אין בני יששכר ווערט דערמאנט דעם דורכפאל עטליכע מאל

גראדע נישט משכב זכר נאר אשת איש שרייבט ער

אבער ווי געשמועסט נעמט א דורכפאל גארנישט אוועק פון א פול רייך לעבן ביזן און נאכן דורכפאל

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:52 pm

· #74613
לעמאן זיסער, (פאראדאקס?) איך האב געענטפערט אויף די שאלה אז דאס אז איינער בענקט צו איין פרט פון אידישקייט מיינט דאס אז בעצם בענקט ער צוריק און וויל ווערן צוריק א פרומער איד, אדער איז דאס פשוט א פרט צו וואס ער בענקט זיך, אבער בדרך כלל איז ער צופרידן פון זיין לעבענס שטייגער.
אויב ווילסטו רעדן וועגן די פיליזאפישע שאלה אויב דאס וואס מיר רופן "תענוג רוחני" קען אן אומגלויביגער אויך פילען, דאס קען מען דאס עקסטער דן זיין.
און ניין, מיין דוגמא פון מחילת עוונות מיין איך נישט דוקא דעם ספעציפישן געפיל, נאר א דוגמא, אויב ווילסטו דוקא קען איך דיר געבן אן אנדערע דוגמא.

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:12 am

· #74621
געפילטע פיש ב׳טעם׳טער(אויך פון די זיסקייטן פון אידנ׳זים),

אזוי ווי איך האב טאקע אויסגעשמועסט מיט ידידינו היקר יידל אין אישי,

איז די שאלה צוטיילט אין צווייען

א׳ איז דאס געשמאק עפעס וואס מען קען נישט געפונען אינדרויס/?

ב׳ איז דאס א סיבה אויף חרטה, ווייל דאן איז לכאורה דא אויף טריט און שריט פולע אזוינע מצבים אינעם חיי יום יום, נישט נאר אור החיים, שלום דין כאפט אן איינס פון אסאך אנדערע געשמאקן!

איצט אויב די ערשטע שאלה איז מען פושט אז ניין! דהיינו עס רעדט זיך וועגן קינדערישע, תמימותדיגע געפילן, דאן איז צד ב׳ אויטאמאטיש נפשט אז שלום האט נישט חרטה, איי ער שרייבט אינעם סאמאטוכע אשכול אז ער האט נישט געטראפן אזא זאך אינדרויסן? מיינט דאס נאר (לצד זה) סתם א קינדישע נאסטאלגישע בענקשאפט

אויב איז מען אבער פושט אז צד א׳ איז ריכטיג, דאן איז נאך אלס דא מקום צו הערן אז שלום האט פארט נישט חרטה ווייל למעשה געפינט ער זיך גוט, בלויז אז טייל שטיקער לעבן פעלט אים

און ווי ערווענט קען טייל פון די גוטע געפיל אפשר אפילו ווערן ערזעצט מיט רוחניותדיגע סיפוק אינדרויסן אויך דורך ממלא זיין את הנפש מיט ספיריטואלע בלויזע חכמה דערטראכטענישן לאו דוקא יידישע

איך מוז אבער באטאנען, אז די אור החיים הק׳ משל איז דוקא נישט אזאנס וואס איז דוגמת הייסע מקוה שבת אינדערפרי, אדער קידוש לבנה מוצאי יוה״ק...וכולי. נאר דייקא עפעס העכערע נפשיות׳דיגע געפילן וואס נעמט זיך מכח ממלא זיין דעם מהות האדם מיט גייסטרייכע דערקוויקענישן

אויך רעדט מען נישט דא פונעם סאציאלן שטאנדפונקט וואס יידישקייט שטעלט צו ווי, הצלה, חסד, חבירים, און אח לצרה, און מוסדות קערפערשאפטן וכולי.דאס איז גאר א באזונדערע שמועס..וואס האט אויך שטארקע עמקים פון שפורן טייל פון א ריזן בילד נישט א יתמות׳דיגע איינזאמע אראפגעפאלענע צווייג פון א פרוכטבארע בוים...ואין כאן המקום לזה, עוד חזון

דענקער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:18 am

· #74624
יואליש
געפילטע פיש
לאמיר זאגן א פארקערטע משל, א קריסט האט זיך מגייר געווען, געווארן א מדקדק בקלה כבחמורה, א פארברענטע חאניאקישע חסידישע איד מיט אלע פיטשיווקעס. כאפ איך א שמועס מיט עם, זאגט ער אז די גוטע פילינג פון גיין צום גלח זיך מתודה זיין אויף די עבירות, און ארויסוואקן מיט א מחול לך מחול לך מחול לך, כתינוק שנולד, אן קיין חטא, דאס האט ער נישט געטראפן ביי אונז. מיינט דאס אז ער וויל צוריק לויפן ווערן א קריסט נאר ער האט מורא? ער קען נישט זאגן ניין? חלילה! סך הכל איין זאך בענקט ער זיך, אבער די פעקעדזש דיל איז עם אוודאי בעסער צו פאסטן בה"ב און זיך אויסוויינען שובבי"ם אויף זיין חטאת נעורים.
די זעלבע זאך דא.


מוצאי יוה"כ נאך מעריב?

מוצאי יו"כ נאך מעריב האט מען שוין ווידער געזינדיגט מיט חיפערן מעריב.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:24 am

· #74625
א פערזענליכע באטראכטונג איבער דעם נושא פון שלום דין זעלבסט.
Ex-Hasid at Rainbow: Memories of a Hasidic Tisch
SHULEM DEEN


Growing up as a Hasidic boy in Borough Park, Brooklyn, I would, on occasion, attend the tisch of one or another rebbe in my largely Hasidic neighborhood. None of them would have the impact of the tisch I attended in the all-Hasidic village of New Square, N.Y. — headquarters of the Skver Hasidim — one evening in December of 1988. I was thirteen years old, attending a Skver school in Brooklyn, and the principal had declared that all students were expected to participate.

We tend to use words to convey our experiences, but there are some experiences — including that evening in New Square — for which words are inadequate. For the first time, the tisch — the people, the food, bodies pressed tightly together, swaying in unison to slow and somber melodies, the Hasidim’s warm smiles, even their smells — inexplicably captivated me. Slowly, I was swept up in the fervor of the crowd, and when the tunes turned joyful, I joined the other Hasidim dancing in place, hand in hand, shoulder to shoulder, children and their fathers, yeshiva boys and the elderly, lifting their feet and stomping them on the floorboards. It occurred to me then, for the first time, that being a Hasid allowed for more than the daily grind of studying Talmud and adhering to the minutia of our religious laws.

Over the next decade or so, as my attachment to Hasidic teachings deepened and my religious views matured, I would come to see the tisch not merely as a place for song and dance, but as a vessel for experiencing the transcendent — what the behavioral psychologist Abraham Maslow called “peak experiences” — that is, moments of clarity when the whole cosmic mess that we call our universe is suddenly beautiful and orderly and one’s place within it is suddenly clear. In those moments, our very insignificance is suddenly magnified in a way that all we can do is tremble in awe at the wondrousness of our existence.

Twenty years after attending that first tisch, I left the Hasidic world, the only lifestyle I’d ever known. My departure was dramatic. The only way to assert my growing disenchantment with religious life — and a variety of psychological burdens it had imposed — was to detach from it completely, to undergo a change in appearance and behavior that led to the inevitable dissociation from former friends and family. Over the better part of the decade prior, beginning in my mid- to late-20s, I had begun to question and re-evaluate every one of my core beliefs, and, for reasons beyond the scope of this essay, found them lacking. Eventually, I found that I no longer believed in the Hasidic lifestyle, in the concept of divine revelation, in the very idea of the divine, or even the idea that we, as humans, can intuit the existence of anything beyond the empirical.

And then I was out, living as a secular New Yorker who didn’t observe Shabbat, didn’t keep kosher, didn’t attend synagogue or pray or perform any of the religious rituals that had, in my intensely religious years, been so meaningful. And through it all, I wondered: Where did secular folks go to experience that which I once felt at the tisch?

At one point, I wondered if a rock concert might do it. My mother, who had not been raised to be observant, told me of her experiences as a teenager listening to Bob Dylan and the Beatles, of attending Woodstock, and of the intensity of those experiences, to which she would later credit her religious awakening. I’d heard from Grateful Dead fans who described their experiences as being very similar to what they would later feel at a Hasidic rebbe’s tisch. But when I sought out such events, they evoked nothing at all.

And then one day it came, not with the full force that I’d wished for, but with an approximation of it, triggered by a Native American chant in the middle of the Allegheny National Forest in Pennsylvania. It was the summer of 2010, and I, along with a dozen friends, had taken off from our frenzied urban consumerist lives to participate in that year’s Rainbow Gathering, an annual event of living off the grid for several days with peace, love, and thousands of unshowered bohemians. We weren’t seeking spiritual experiences, but we went, rather, as tourists roughing it for the weekend, with scornful amusement.

“Hai yana, ho yana, hai yah nah,” the crowd sang as several people sat on the ground and banged on their bongo drums. The steady rhythm increased as the numbers of percussion instruments of various shapes and sizes grew from an initial group of three or four into a circle of several dozen. Across an enormous meadow, several thousand people in circles like this waved their hands and shimmied their hips to the cacophonous symphony of drums, rattles, tambourines, and every other conceivable noise-making device, conventional or improvised.

“Hai yana, ho yana, hai yah nah,” the crowd kept repeating, and after every repetition, they chanted a line or verse to the elements of nature, the trees, the mountains, the rivers, the sun, the moon, and the sky. One man sat on the ground in the circle’s center, swaying back and forth almost exactly like a Hasid in prayer or one sitting over a Talmud volume, and suddenly all I wanted was to join this circle and be part of it, to dance with these people, to feel what they were feeling.

“The rivers are our sisters… The trees are our brothers…

“We are one with the infinite sun, forever and ever and ever.

“Hai yana, ho yana….”

But I was no longer thirteen years old, no longer able to embrace the immediately gratifying without being cynical or detached. Though I wanted to join them, I kept wondering: “We are one with the infinite sun”? Really? “The rivers are our brothers”? What does that mean? The concepts didn’t work for me — even on the level of metaphor. As beautiful as the sentiments were, I wasn’t sure what I would do with them once I got back to Brooklyn, to alternate-side parking, to my cable bill, and to the perpetually unreliable G-train. I now lived deeply and fundamentally suspicious of anything that smacked of ideology or dogma, of subjective values presented as Great Truths. While I wanted to care more about the sun and the rivers and the sky, about loving my fellow humans radically, and about finding the sacred within our universe somewhere, I found that I simply didn’t.

Over time, as I thought back to that weekend, I realized that what I longed for was not the tisch of my past, but a return to a time and place when ideas moved me even if they didn’t make perfect sense — a time when I allowed myself to be fired up with passion for something, anything, because it held a “truth” that had made itself evident during a moment of inspired consciousness.

The following year, I accepted the invitation of a friend to attend a non-Orthodox Shabbat service at a synagogue in Manhattan’s Upper West Side. Having spent a lifetime among the Hasidim and the ultra-Orthodox, I thought I had done enough praying to last me a lifetime. I had never before experienced a musical service — and when the congregation sang the traditional “Mizmor L’David,” I found myself unexpectedly moved. When the crowd rose to dance at the end of “Lecha Dodi,” I recalled the dancing at the rebbe’s tisch, the endless circle snaking around the large shul that often lasted for hours.

The congregation quieted down for the Amidah, the silent prayer, into which each worshiper disappeared with his or her private meditations. It had been years since I recited it, and I found myself tripping over some of the words, surprised at my loss of fluency — however minor.

“Atah kidashta… You have blessed this day out of all days, as it is written in Your Torah: Vayechulu…”

I imagined a primordial world in which only God, Adam, and Eve had each other for company, when the two solitary humans looked around at the sun and the rivers and the trees and the sky, and declared, as the Midrash tells us they did: “Mah rabu ma’asecha Adonai.” “How wondrous are your works, O God.” And for the loss of my faith, for being unable to fully embrace the mythic beauty of those words, from feeling detached from all those things that I once held dear, I stood and wept.


<a class="postlink" href="http://www.shma.com/2011/12/ex-hasid-at-rainbow-memories-of-a-hasidic-tisch/">http://www.shma.com/2011/12/ex-hasid-at ... dic-tisch/</a>

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:25 am

· #74626
אויך אויף זיין בלאג האט ער אמאל געשריבן דערוועגן, אבער א דירעקטע לינק איז יעצט נישט עוועיליבעל. אנשטאט האב איך דאס פון די אינטערנעט ארכיוון.

<a class="postlink" href="http://webcache.googleusercontent.com/search?q=cache:5RubBHYS7_0J:hasidicrebel.blogspot.com/2009/05/religion-as-fairytale.html+&cd=1&hl=en&ct=clnk&gl=us">http://webcache.googleusercontent.com/s ... clnk&gl=us</a>

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:42 am

· #74629
תודה רבה ר׳ יואליש פארן ברענגן מיר צו, יא, טרערן. איך שטיי און וויין מיט מיט שלום, אין די אפפער מאנהעטן שול, והנחילנו, עס גארט און לעכצט מיין נפש צו אט דעם פארבארגענעם פלאץ וואס שלום זוכט

תודה לק־ל איך האב נאך די זכי׳ מקבל שבת צו זיין מתוך רוב שמחה נאך א לכה דודי אין שול מיט יידעלעך אינאיינעם, קלאטשענדיג פאטשענדיג


דרך אגב, איך מיין אז כ׳וויל פארן קיין סקווירא צום רעבין מיטהאלטן א שבת.

נארמאלער » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:40 am

· #74641
אין יעדע Lifestyle איז דא געוויסע געשמאקייטן .אפשר קען עמיצער וואס האט געטוישט זיין Lifestyle ארויסבּרענגן פין "זיין פּריספּעקטיוו" וואסארע REAL געשמאקייטן אונזער Traditional Lifestyle טוט פארמאגן ,סאיז ממש אשאד נישט נהנה צי זיין.

בדחן » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:43 am

· #74643
וואס הייסט? האבן פרישע מעקדאלאנדס ווי אימער, קענענן טרעוולען און וויקענד, ווילסט נאך..?

( איך מיין נישט קיין יחיד )

יאיר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 1:54 am

· #74647
Eventually, I found that I no longer believed in the Hasidic lifestyle, in the concept of divine revelation, in the very idea of the divine, or even the idea that we, as humans, can intuit the existence of anything beyond the empirical.

אין דעם זאץ זאגט ער אלעס ארויס. ער איז געגאנגען פון א גלויביגער אין א פערזענליכער גאט צו א מאטעריאליסט. (לאו דוקא אז דאס איז געווען דער סדר). דער שרייבער פון דעם ארטיקל איז קענטיג א שטארקער בעל הרגש, און אין א מאטעריאליסטישע וועלט האבן הרגשים נישט קיין ארט, עס איז בלויז אן אילוזיע, און דאס איז א גרויסע פארלוסט פאר איינעם וואס איז סיי א בעל הרגש און סיי אן אויפריכטיגער מענטש וואס האלט זיך נישט ביים פאפן. אבער באמת קען מען זייער באקוועם זיין סיי א כופר און סיי א ספיריטואליסט.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:19 am

· #74655
יאיר
Eventually, I found that I no longer believed in the Hasidic lifestyle, in the concept of divine revelation, in the very idea of the divine, or even the idea that we, as humans, can intuit the existence of anything beyond the empirical.

אין דעם זאץ זאגט ער אלעס ארויס. ער איז געגאנגען פון א גלויביגער אין א פערזענליכער גאט צו א מאטעריאליסט. (לאו דוקא אז דאס איז געווען דער סדר). דער שרייבער פון דעם ארטיקל איז קענטיג א שטארקער בעל הרגש, און אין א מאטעריאליסטישע וועלט האבן הרגשים נישט קיין ארט, עס איז בלויז אן אילוזיע, און דאס איז א גרויסע פארלוסט פאר איינעם וואס איז סיי א בעל הרגש און סיי אן אויפריכטיגער מענטש וואס האלט זיך נישט ביים פאפן. אבער באמת קען מען זייער באקוועם זיין סיי א כופר און סיי א ספיריטואליסט.


דאס ארבייט געווענליך נאר מיטן גיין צום עקסטרים מיט די סקעפטעציזים, און מ'ברענגט נאך ריאות פון קוואנטאם פיזיקס אז גארנישט עקזזעסטירט נישט. ס'איז א סוספענשאן אוו דיסבעליוו, וואס איז זייער געזינט פאר פיקציע ליינען.

יאיר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:33 am

· #74660
נישט דאס האב איך געמיינט, יואליש. אודאי כדי צו ווערן אויס מאטעריאליסט מוז מען גלייבן אין עפעס א פארעם פון זאכן וואס זענען נישט עמפיריקעל, אבער מען מוז נישט דערפאר שפרינגען צו א מסקנא אז עס איז פאקטיש דא א גאט וועלכער האט באשאפן די וועלט. פאקטיש איז דער מאטעריאליסט אויך נישט קיין גענצליכער מאטעריאליסט אויב ער איז א ראציאנאליסט, ווייל ער גלייבט למשל אז עס זענען דא חוקי הטבע וואס מען קען נישט זען, און ער גלייבט אז אונזער עקזיסטענץ איז נישט קיין אילוזיע, כאטש עס איז נישט דא קיין עכטע עמפיריקעל עווידענס דערויף, אויב אזוי פארוואס קען ער נישט גלייבן אז דער מענטש פארמאגט א געוויסער העכערער כח וואס מען נישט זען?

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:45 am

· #74661
און וואס וועט זיין די סיבה ער זאל דאס גלייבן? ווייל דאס לעבן איז אים באקוועמער אזוי?

יאיר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:46 am

· #74662
און פארוואס זאל ער גלייבן אז זיין עקזיסטענץ איז נישט קיין אילוזיע?

יאיר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:49 am

· #74663
הצד השוה שבהן, עס איז קעגן די אינטואיציע צו זאגן אז עס עקזיסטירט נישט קיין 'איך' און עס איז נאר אן אילוזיע, פונקט ווי עס איז קעגן די אינטואיציע צו זאגן אז דער גאנצער עקזיסטענץ איז אילוזיע.

בונעס איירעס » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:53 am

· #74664
....

יאיר » מיטוואך יאנואר 2, 2013 2:56 am

· #74666
יואליש
און וואס וועט זיין די סיבה ער זאל דאס גלייבן? ווייל דאס לעבן איז אים באקוועמער אזוי?

על כל פנים, דאס זעט אויס גאנץ זיכער, אז דיען בענקט זיך נישט נאך זיין אור החיים הק', דאס קען מען טרעפן אין דער פרייער וועלט, ער בענקט זיך נאך זיין 'איך', וואס דאס קען מען נישט טרעפן אין דער מאטעריאליסטישער וועלט, כאטש אין דער פרייער וועלט קען מען דאס טרעפן. אין אנדערע ווערטער, עס האט נישט מיט אידישקייט-אפיקורסות צוטון, נאר מיט מאטעריאליזם און ספיריטואליזם. דאס וואס דו פרעגסט איז סך הכל איינע פון די סיבות וואס האט אים געברענגט צו מאטעריאליזם, עס האט נישט מיט דעם שמועס.

טעפל » מיטוואך יאנואר 2, 2013 4:29 am

· #74673
ר' לעמאן, איך בין גאנץ צופרידן און באסמאקעווע זיך מיט אמאל מיט א שטיקל אור החיים (וואוו א געזונטע דרימל אויף דעהם איז ממש א מחיה!) נאך דערצו אזוי ווי ר' יואליש האט עס אראפגעלייגט, און יעצט זאגט דער צדיק ר' שלום דין (קיין אנונג נישט ווער דאס איז) אז ער האט עס אויך ליב, שוין איז וואס איז יעצט דיין שאלה? ווארטס צו הערען פון נאך איינע וואס האט אפגעגליטשט וויאזוי ס'פילט זיך יעצט מיט'ן אור החיים?

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:36 am

· #74701
יאיר, יואליש, לעמאן, ועוד. ממש קילורין לעינים. איך פארסמאקעווע מיך מיט ענקערע ווערטער. כמעט אזויווי ביים לערנען א חסידיש ספר 😃 .

אגב, איך טראכט אריין די פשט פין חסידישע אידן לערנען אוחה"ק.

דער בעל שם האט דאך בהכרח מחדש געווען עפעס מעידזאר אין ראדיקאל. מען קען דאס זען פין די אומגלויבלעכע מערכה אנטקעגען חסידים. אלע אונזער מערכות היינט זענען א קישמישקא אין פארגלייך צו יענע מערכה.
א ריבוי פין גדולי הדור האבען אונטער געשריבען אז מען דארף צונעמען אלע פרנסות פין די חסידים, ארויסווארפען פין שטאט, אין אוודאי נישט פארדינגען קיין דירות פאר זיי. מען טאר זיך נישט משדך זיין מיט זיי, מען טאר נישט רעדן מיט זיי, ולהדפם ולרדפם עד חרמה.

ווער רעדט נאך פין די טרויעריג בארימטע "רודף הנעלם". ווי מען האט איינגעפירט מטעם הקהלה אז א יעדע חודש זאל זיין איינער וואס זאל אויסרודפ'ען די חסידים. אין כדי די חסידים זאלען נישט געוואור ווערן ווער רודפט זיי אין דאן זיך אנטקעגען שטעלן וכדו', האט מען איינגעפירט אזא מין ראטאציע. א יעדע חודש איז עס געווען א צווייטנס אויפגאבע צו רודפ'ן די חסידים, אין דערנאך נעלם ווערן. עפעס ענכליס צו אונזער וועד הצניעות וואס עקזיסטירט נישט אין האט קיינמאל נישט עקזיסטירט.

טראכט אריין וואס עס מיינט צונעמען פרנסות פאר א משפחה פין קינדער [אהן פוד סטעמפס], אדער ארויסווארפען פין שטאט, סכנות נפשות ממש. במיעוט ידיעתי ווייס איך נישט פין נאך א מערכה ביי אידן וואו מען האט מפקיר געווען א חלק פין כלל ישראל אויף אזא אופן. [די צווייטע פאזע פין די מחלוקה אויף חסידות ד.ה. די צאנזע מחלוקה אויף ריזון, איז געווען כמעט אזוי אבער דאך נישט ממש]. מען האט עס מסתמא געטון מיט קראים אויך, אבער ביי זיי איז די מערכה געלונגען [דעי אר נאט העיר טו טעלל דע סטארי]. משא"כ חסידים זענען געבליבען א חלק פין כלל ישראל, אין אפשר גאר האבען זיי די אויבערהאנט. ממילא קענען מיר צוריקוקען אין באטראכטען די ברידער קרוג וואס עס איז דארט פארגעגאנגען.

עכ"פ, פין די רעאקציא קען מען דאך זען די אקציע, כידוע ליודעי פרינציפיע. ד.ה. עס מיז זיין אז דער בעל שם זי"ע האט געזאגט עפעס אזאנס ראדיקאליש אז דאס האט גורם געווען אזא ראדיקאלישע קאונטער אקציע.

איז דאך אויב אזוי אינגאנצען נישט מסתבר צו זאגען אז א שטילער מארקאנער איד הצדיק ר' חיים אבן עטר, זאל האבען מחדש געווען אט די ראדיקאלישע אנשאוינגען.

ממילא איז מיר אביסעלע שווער פארוואס ביי חסידים האט מען זיך אזוי צוגעכאפט צו זיינע ספרים. א שטייגער וואו עס זאל זיין אין סאטמאר אן ענין צו לערנען איינמאל א וואך די ספר אם הבנים שמחה, אדער גאר אגרות הראי"ה.

אבער, צוריק צום נושא האשכול והמסתעף.

איז דען נישט די פאקט אז מיר חסידישע פארחניאקטע אידן לעבן היינט אין מער גשמיותדיקע באקוועמליכקייטן וואו דער קעניג פין טויזענט יאר צוריק?
דאס שרייבען אין זיך אדורך רעדען מיט אזעלכע חכמים ווי אייך דא, אין נאך דערצו זיך אליינס אהער שטעלן ווי א גאנצער חכם מיטן הילף פין וויקי, איז שוין אליינס עפעס א זיסע וואונערבארע זאך, וואס אפי' דער מושל בכיפה פין אמאל האט נישט געהאט. ווער רעדט נאך אז מיר קענען ברגע כמימרא זיך צו הערען צו ראחמאנינופ'ס צווייטע אין דריטע פיענא קאנצערטא, מיטן הילף פינעם אינטערנעטס.

וכן הלאה, אין 500 יאר ארום וועלן די מענטשען האבען אזעלעכע אויסטערלישע באקוועמליכקייטען וואס מיר קענען זיך היינט אינגאנצען נישט משער זיין.

וכאן הבן שואל. וואס נאך דארף מען האבען כדי צו קענען זיין צופרידען? וויפעל נאך באקוועמליכקייטן 'וויל דא דע טריק'?

איז דען נישט נראה לעין, אז עס איז נישט די פרייהייט פין קענען רייכערען שבת אדער וואקען אויפן גאס מיט שארטס, וואס וועט אינז געבן צופרידנקייט?

איז דען נישט קלאר אמת די 'קלישע' אז די 'סיטי אוף העפפינעס איז לאקעטעד אין די סטעיט אוף מיינד'?

וואס איז דאס געזוכעניש פאר נאך אביסל מאטריאלישע הנאות ווען דאס איז נישט די ישועה?

שרייען דען נישט רוב חכמי האומות אז רוב וועלט לעבט אין 'סיילענט דעספערעישען'?

איז דען די עצה פאר אומצפרידענהייט צו לויפען אהין?

אויב דער אמעריקאנער גוי מבטן ומלידה האט זיך ערווארבען דעם נאמען 'פראזעק נעישאן', מה יעשה אזובי הקיר. וואס פארא לעבן זאל האבען דער חסידישער איד וואס לאזט איבער זיין ווייב, זיין טאטע מאמע, ברידער שוועסטער, חברים אין גיטע פריינט, און, העולה על כולנה, זיינע זיסער קינדערלך.

דארף מען דער פרעגן אונזער ר' שלום היקר וואס פארא לעבען ער האט? הרי אדם דן קל וחומר מעצמו.

טייל מענטשען טענה'ן אז "איך קען נישט לעבן מיט די ליגענטס".

פאקט איז אז סיי דער איד אין סיי דער גוי ארבעט אויס פשרות אויף א יעדע ריר אין לעבן. ד.ה. מיר גייען צו דער ארבעט אפי' עס איז נישט לרוחינו, ווייל מיר ווילען דערנאך קענען הנאה האבען פין א גיטען מאלצייט. מיר געבן נאך פארן ווייב אפי' מיר האלטען אז אויסטון די שיך ווען מען קומט אהיים איז אינגאנצען נישט בגדר. מיר זאגען ליגענט פארן ווייב ווי שיין זי איז אפי' מיר האלטען נישט ממש אזוי. יא מיר זאגען ליגענט אגאנצען טאג אין א גאנצע נאכט. דער איד אין דער גוי.

לאמיר אפירזיכען די הנאות וואס מיר זענען געבענטשט מיט.
ווען איז דאס לעצטע מאל וואס מיר האבען זיך צוגעהערט צום קול פין אונזער 6 יעריג קינד וואס שפילט אין לאכט, אין געהאט הנאה? ווען איז דאס לעצטע מאל וואס מיר זענען געזעצען צוזאמען מיט חברים אין באטראכט אז די אלע חברים זענען עכט דא פאר מיר ווען איך וועל זיין אין א טייט ספאט.

ווען האבען מיר דאס לעצטע מאל באטראכט אין הנאה געהאט פין די ווארעמקייט פין אונזער קאמיוניטי?
אז מיר זענען נישט אליין אין א קאלטע איינזאמע וועלט?
אז מיר זענען נישט ווי דער גוי וואס זיצט אין באר אין מאכט אנגעשטעלטע קאנווערסעישענס מיט א פרעמדע מענטש, וואס די מינוט מען וואקט ארויס עקזיסטירסטו מער נישט ביי אים/איר.
יא מען קען רעדן שיינע זאכען אין אפי' אפשר פארברענגען די נאכט וד"ל.
אבער איז דאס דען א טיפע קאנעקשען? מיר זענען דאך טיפע מענטשען ניין? מיר עקעלן זיך פין אויבערפלעכליכע ליגענטס, ניין?
לאמיר בלייבען אין הנאה האבען דא.

א.ק. גענוג געפלאפערט.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:08 am

· #74707
אויב איז אמעריקע א פראזעיק נעשאן, איז וומ"ס א פראזעיק סיטי. קיין שום אונטערשייד פונעם איד ביזן גוי. וויאזוי ס'גוי'אישט זיך אידיש'ט זיך.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:20 am

· #74713
קען זיין די ביסט גערעכט. איך האב נישט די כלים צו מעסטען די מעלות אין חסרונות פין דא, ווערסוס די מעלות אין חסרונות פין דארט. חאטשיק איך בין מער נוטה צו זאגען אז א טיפע לעבן איז מער הנאה ווי א שטחיותדיגע. אבער דאס אליינס קען זיין מכח מיין קולטור.

אבער וואס איך ווייס יא איז, אז איבער לאזען חברים, משפחה, אין קינדער, איז בדרך כלל זייער זייער שווער. סיי פארן חסידישער איד וואס גייט אהין, אין סיי פארן בעל תשובה וואס קומט אהער.

ממילא ברענג איך ארויס אז עס איז דאך דא אזויפיל הנאה וואס מען קען טרעפען אין באשאפען דא. פארוואס זיך אנזאטלען מיט אזא גרויסען משא פין צער אין יסורים פין איבער לאזען אלעס? ווען דאס איז בכלל נישט די ישועה?

בן תמליון » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:40 am

· #74725
מוח שליט
קען זיין די ביסט גערעכט. איך האב נישט די כלים צו מעסטען די מעלות אין חסרונות פין דא, ווערסוס די מעלות אין חסרונות פין דארט. חאטשיק איך בין מער נוטה צו זאגען אז א טיפע לעבן איז מער הנאה ווי א שטחיותדיגע. אבער דאס אליינס קען זיין מכח מיין קולטור.

אבער וואס איך ווייס יא איז, אז איבער לאזען חברים, משפחה, אין קינדער, איז בדרך כלל זייער זייער שווער. סיי פארן חסידישער איד וואס גייט אהין, אין סיי פארן בעל תשובה וואס קומט אהער.

ממילא ברענג איך ארויס אז עס איז דאך דא אזויפיל הנאה וואס מען קען טרעפען אין באשאפען דא. פארוואס זיך אנזאטלען מיט אזא גרויסען משא פין צער אין יסורים פין איבער לאזען אלעס? ווען דאס איז בכלל נישט די ישועה?


איך שטים צו.יואליש פרעגט פארוואס מען איז פארנומען מעסטן צו זיי זענען העפי צו נישט עס איז נישט פשט'ליך. דער תירוץ איז פשוט, פאר איינעם צו איבערלאזן דאס באליבסטע וואס עקזיסטירט ווי קינדער עלטערן חברים און א גאנצע סביבה אנגעווייטאקט און פארטרויערט צו זיכן גליקן אין א נייע לעבן אינדרויסן, איז נאטורליך פאר מענטשן צו ווילן ווייסן נא ביסטו העפי יעצט? האט זיך געלוינט דער גאנצער סומאטאכע? דאס איז טבע אנושי.

יואליש » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:56 am

· #74728
ווי געזאגט, ס'איז נישט דא וויאזוי דאס צו מעסטן, ופרט קען נישט א דרויסענדיגער עס אנאלאזירן ביחס מיט די שוועריקייט פון בלייבן, וואס איז געווענליך ליבא לפומיה לא גליה. דער ויאנחו פונעם בן ישראל איז עפעס וואס קיינער הערט נישט און דערהערט נישט. ממילא איז די שאלה נאר רעטאריש.

ווי אויך, זענען דאך דא מענטשן וואס האבן מקריב געווען זייער גאנצע לעבן און מנוחה אלעס צוליב די עלטערן און די שכינים, ברויך מען זיי אנפרעגן: האט זך עס געלוינט? ביסטו יעצט רואיגער אז דיין שכן איז רואיג? קיינער פרעגט דאס נישט, נאכאמאל, ווייל די פראגע איז אן איין זייטיגע געניצט צו אויסדריקן א מיינונג מער פון געוואר ווערן דעם אמת.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 2, 2013 12:02 pm

· #74731
יואליש,
אמת אז די פראגע ווערט געפרעגט אסאך מאל בלשון תשובה.
אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די גערעכטיגקייט פין די פראגע זעלבסט.
אננעמען אזא שווערע משא פין זיכערע צער, מעג מען נאר ווען מען האט א קלארע cost benefit analysis.
בלאט: 1 2