☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ברוך שפינאזע

ברוך שפינאזע

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2333
בלאט: 1 2

לעיקוואד » מוצ"ש נאוועמבער 10, 2012 11:48 pm

· #60156
ברוך שפינאזע
אזויווי דער עולם האט זיך דא אינרעסירט איבער דער באוווסטער יידושער פילאסאף שפינאזע, וועל איך דא שרייבען בקיצור די היסטאריע פון עם און פון זיינע שיטות. בעיקר וועל איך אנרירען די היסטאריע פון עם און זיינע רעיונות, און די התייחסות פון גדולי ישראל צו דעם. איך וועל נישט מאריך זיין מבאר צו זיין פונקטליך זיינע שיטות ווייל דאס גייט אריין אין גאר טיפע און דקותדיגע ענינים, נאר אויפן שפיץ גאפל, און ווער עס וויל קען אליינס נאכקוקען.


ברוך שפינוזה איז געווען א האלאנדישער יוד וואס האט געוואוינט אין אמסטערדאם און איז געווען אן אייניקל פון אנוסים וואס זענען אנטלאפען פון פארטוגאל און האבען זיך באזעצט אין האללאנד, ווי עס איז געווען גרינגער פאר אידן צו וואוינען.
ברוך האט געלערנט אינעם אידישער תלמוד תורה אזויווי אלע אידישער קינדער פון אמסטערדאם, צווישען זיינע רבי'ס איז געווען ר' שאול מורטירה, דער רב פון דער ספרדישער געמיינדע "עץ חיים" אין אמסטרדם, און ר' מנשה בן ישראל, וועמנ'ס נאמען איז מער באוואוסט.
מען שפעקולירט אז ער איז געווען אן עילוי און וואלט געקענט אויסשטייגען שטארק אין תורה, למעשה אבער איז שפינאזע נישט געבליבען אין ישיבה און אינם עלטער פון זיבעצן יאר איז ער שוין ארויס פון ישיבה צו ארבעטן אין זיין משפחה'ס ביזנעס. זייענדיג א גוטע קעפל האט ער זיך באקענט מיט פארשידענע חכמים וואס האבען עם געפענט צו פארשידענע חכמות ולימודים.

אינ'ם טאג ו' אב תט"ז, האט דער קהילה אין אמסטערדאם ארויסגעגעבן א שארפער חרם אויף שפינוזה, דער חרם ליינט זיך אזוי (פון ויקי):
האדונים מן המעמד [קרי, הפרנסים] מודיעים לכבוד מעלתכם כי מאחר שמזה זמן נמסר על השקפותיו ומעשיו הרעים של ברוך דה אספינוזה, והם ניסו בדרכים ובהבטחות שונות להשיבו מדרכיו הרעים, אך לא עלה בידם לתקנו, ואדרבה, כל יום הגיעו לידיעתם ידיעות נוספות על כפירות נוראות שעשה ולימד, ומעשים עצומים שחולל, ויש בידם עדויות רבות וראויות לאמון שנמסרו כולן בנוכחות האדונים החכמים [קרי, הרבנים] לכן נמנו וגמרו על דעתם של אלה כי אספינוזה הנ"ל יוחרם וינודה מעדת ישראל, והרי הם מטילים עליו את החרם דלהלן: "בגזירת עירין ובמאמר קדישין אנו גוזרים חרם, נידוי, אלה ושמתא על ברוך דה אספינוזה, בהסכמת האל יתברך וכל הקהל הקדוש הזה.. ארור יהיה ביום וארור בלילה, ארור יהיה בשוכבו וארור בקומו, ארור בצאתו וארור בבואו, וא[דוני] לא ירצה בכפרתו ותבער בו חמת א[דני] וקנאתו... "ואתם הדבקים בא[דני] א[להיכם] חיים כולכם היום" ואנו מזהירים שאיש אינו רשאי להתקשר עמו בעל פה או בכתב, ולא לעשות לו שום טובה, ולא לשהות עמו תחת קורת גג אחת... ולא לקרוא שום חיבור שעשה או שכתב.


אזויווי מקען זעהן פון די ווערטער וואס איך האב מדגיש געווען, שרייבען זיי נישט קלאר ארויס וואסארא דברי כפירה עצומים ער האט געזאגט און על מה חרי האף הגדול הזה. למעשה דונגען זיך היסטריקער עד היום פונקטליך וואס עס האט גורם געווען דער חרם, הגם אז פון זיינע ספרים וואס ער האט געשריבען שפעטער זעהט מען נישט 'קלאר' קיין איין זאך, וואס וואלט דאס געקענט גורם זיין, דאך דינגט מען זיך ארום דעם פאר כמה סיבות. איינס איז, אז פארשידענע זאכען וואס ער זאגט לאזט זיך ספק'נען צו דאס איז כפירה אדער נישט, און עס איז אינטרעסאנט צו זעהן וויאזוי די קהילה אין אמסטערדאם האט אויפגענומען אזעלכע חידושים. צווייטענס איז דא וואס טענה'ן אז די עיקר שארפקייט פונ'ם חרם איז געוווען דורך פרעשור פון די קריסטליכע קירכעס וואס האבן תובע געווען פון די קהילה מחרים צו זיין וויל ער האט כופר געווען אין תנ"ך וואס איז זיי אויך הייליג.

עס איז כדאי אנצומערקן אז אויף די חרם זענען נישט אונטער געחתמ'ט די אויבענדערמאנטע רבני הקהלה וואס זענען געווען גדולי ישראל, נאר די פרנסים, דהיינו די ראשי קהילה פון אמסטערדאם. וואס דאס מאכט א ספק וויפיל מ'קען זיך לערנען פון דער חרם לגבי יסודות פון השקפה. נאך מער, איז דא וואס טענה'ן אז דער רב ר' שאול האט גאר אויך געהאלטן מיט געוויסע זאכן אזויוי שפינאזע, ווי מקען ליינען אין דער וויקי ארטיקל וואס איך האב געלינקט אויף עם. פאשרטייט זיך אויך אז דאס עפענט א פתח צו טענה'ן אז דער עיקר חרם איז געווען פאר כל מיני סיבות וואס פאסט מער פאר עסקנים ווי פאר רבנים.

איבער דער יחס פון גדולי ישראל אין שפעטערדיגע דורות צו דער חרם קען מען ליינען דא אין דער פורום ספרים וסופרים, מיט פילע אינטרעסאנטע מקורות ביניהם א מורחבדיגע תשובה פון הרב הערצאג, ווי אויך דא אין פורום עצכח.

נאך דער חרם איז שפינאזע אוועק פון אמסטערדאם און האט געוואוינט אין פארשידענע אנדערע שטעט, ער האט זיך גענומען א לאטינישער נאמען benedictus אנשטאט ברוך, און האט זיך געחבר'ט און געשריבען מיט פארשידענע גויישע דענקערס און פילאסאפען. פרנסה האט ער געמאכט בעיקר פון מאכען לענזעז פאר מיקרסאסקאפס וכדומה. קיין תומ"צ האט ער נישט געהיטן, אבער זיינע ביאגראפערס באשרייבען עם, ווי איינער וואס האט געלעבט דער ריכטיגער פילאסאפישער לעבן, דהיינו ערליך און בעיקר עוסק געווען אין ענינים פון פילאסאפיע און מחשבה.

בחייו האט ער ארויסגעגעבן נאר איין ספר, דער Theological-Political Treatise, אדער "מאמר תיאולוגי מדיני", וואס איז אפשר דער מערסטע כפירהדיגער ביכל זיינע, ווי ער רעדט וועגן רעליגע און פרייהייט, און תורה מן השמים. הגם ער האט עס ארויסגעגעבן בעילום שם, האט עס אבער אויסגערופען גרויס אלארם ביי די דעמאלטס'דיגער גלייבעדיגע וועלט אזוי אז מער האט ער נישט געדרוקט קיין ספרים בחייו.
לאחר מותו האט מען געדריקט אנדערע ספרים זיינע, בעיקר זיין עטיקס, אדער "ספר המדות, וואס איז באטראכט אלס זיין עיקר ספר, הגם עס איז גאר שווער צו פארשטיין און ארויסהאבן פונקטליך וואס ער וויל און איז זעהט אויס געשריבען דווקא אזוי אז מזאל נישט פארשטיין וואס ער האט באמת געהאלטן.

שפינאזע איז געשטארבן אין שנת 1677, תל"ז, זייענדיג אלט 44 יאר. ער ווערט עד היום הזה בארעכנט אלס איינע פון די גרעסטע און ערשטע פילאסאפן פון דער נייער תקופה, זייענדיג פון די ערשטע וואס האט גענצליך געטראכט אליינס אן קוקען צו רעליגיע אויף וואס מ'מעג טראכטן, און האלטנדיג שטארק פון דער רעכט פון יעדער איינער צו לעבן און טראכטן וויאזוי ער וויל אן א קהילה און עליגיע זאל עם זאגן וואס צו טוהן און טראכטען. מאנכע באטראכטן עם אלס דער ערשטער פרייער יוד", און דער ערשטער "בייבל קריטיקירער".

אין דער קומענדיגע קאפיטל וועל איך בל"נ אנרירען די עיקר חלקים פון זיין שיטה און זייער יחס צו אידישקייט.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 12:06 am

· #60159
[הערה: רוב לינקס צו וויקי געב איך צו דער העברייאישער וויקי ווייל מן הסתם איז דאס גרינגער פאר אונזערע ליינערס צו ליינען ווי ענגליש, דאך דארף איך אנמערקן אז בדרך כלל איז דער ענגלישער רייכער און מער פונקטלעך. מקען אנקומען צו דער ענגלישע אויף די זייט פון יעדער פעידזש אין וויקי איז דא א קנעפל פאר דער ארטיקל אין אנדערע שפראכן. אויף מסובכדיגע נושאים פון פילאסאפיע אד"ג איז וויקי בכלל נישט מדוייק און בעסער איז צו ליינען אויף עמטליכע פילאסאפישע סייטס וואס איך וועל לינקען בל"נ ווען איך וועל שריבען איבער זיין פילאסאפיע.]

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:30 am

· #60187
א דאנק הרב מלעיקוואוד פאר דיין אינהאלטסרייכע מאמר. איך וויל צולייגן עטליכע פונקטן. שפינאזע איז געווארן גאר שטארק צוריקגעצויגן אין זיינע לעצטע יארן, ער פלעגט זיצן פארשפארט ביי זיך אין צימער שעות ארוכות און שרייבן און ליינען. זיין השפעה אויף די גוי'אישע וועלט איז אומשאצבאר, כאטש דאס איז געווען מער לאחר מיתתו. ער ווערט באטראכט אלס דער פאטער פון דער ענלייטענמענט. דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער, פילע פאר אים האבן שוין פרובירט צו אפפרעגן דער מסורה אז משה רבינו האט געשריבן די גאנצע תורה מפה הקדוש ברוך הוא, סיי פון די אידישע וועלט און סיי פון די קריסטליכע וועלט. לויט ווי איך געדענק האט מען געוויסע פון זיי געצווינגען דורך די קאטוילישע קירכע צוריקצוציען פון זייערע רייד. אלענפאלס, איז דאס געווען א מורא'דיגע קוראזש פון ברוך שפינאזע ארויסצוטרעטן אפן און אזוי שארף קעגן אלעם הייליגן ביי אידן, און נאכמער אז ער האט זיך נישט געשראקן פון די חרם ווען ער איז געווארן אויסגעשלאסן פון די גאנצע אידנטום. (אלס א ביישפיל קענט איר זיך פארשטעלן, ער איז געווען אויסגעשלאסן פונקט ווי נ. ר. היינטיגע צייטן, אפשר נאך ערגער). אלזא, אפגעזען אויב מען שטימט צו מיט זיינע שיטות, קען מען נתפעל ווערן פון זיין קוראזש אליינס ארויסצוטרעטן קעגן די גאנצע וועלט.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:02 am

· #60197
[ציטאט אראפגענומען]

גערעכט. דער כוונה איז אז ער האט זיך גערופען ביים לאטיינישער ווערזיע. נאר קוריוז איז אז ער ווערט געדענקט אלץ "מוחרם" בשעת ווען א וועג דאס צו זאגן איז "ברכוהו" בלשון סגי נהור 😉

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:45 am

· #60203
[ציטאט אראפגענומען]

פון דעם קומט אויך דער נאמען ברוך בענדיט, אזוי ווי יצחק אייזיק.
דאכט זיך מיר אז ער איז נישט געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער, פילע פאר אים האבן שוין פרובירט צו אפפרעגן דער מסורה אז משה רבינו האט געשריבן די גאנצע תורה מפה הקדוש ברוך הוא, סיי פון די אידישע וועלט און סיי פון די קריסטליכע וועלט.

שבתי וראיתי אז מסתם האט לעיקוואוד געמיינט אז ער איז געווען דער ערשטער ביבל קריטיקירער אויפ'ן פארעם וואס איז היינט אנגענומען ביי די אקעדעמיקער, איך ווייס נישט אויב מען מעג עס מסביר זיין אויף קאווע שטיבל.

חאצקל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:57 am

· #60204
עס דארף הייסן אז איינשטיין האט זיך פארריפן מיט עטליכע זאכן אויף שפינאזע, זאגנדיג אז ער איז געווען דער שליסל פון זיין בליק אויף דער טבע.

יואליש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:59 am

· #60207
שפינאזע אליין זאגט אבער אז דער אבן עזרא איז געווען דער ערשטער. והמשכיל ידום.

איחוד פעלד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:14 am

· #60216
יואליש
שפינאזע אליין זאגט אבער אז דער אבן עזרא איז געווען דער ערשטער. והמשכיל ידום.

ערשטער אויף וואס?

איז דא שיטות פין שפינוזה וואס זענען נישט כפירה אזוי אז מען זאל קענען זיין תוכו אכל?
אינטרעסירט מיר נישט קיין סאך זיימע מיטמאכענישען און השפעה און גדלות קטנות און וויסעכוואס אלץ.

וואס האט ער געזאגט פאראגוט יאר?

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:55 pm

· #60322
<a class="postlink" href="http://www.yiddishbookcenter.org/books/search">http://www.yiddishbookcenter.org/books/search</a> לייגט אריין ביי די קיווארד סורזש, שפינוזה, קען מען טרעפען אסאך ביכער אין אידיש
זיין לשון איז״ ברור כשמש שחמשת חומשי תורה לא נכתבו בידי משה ״ דאכט זיך אז זיין ריאה איז פין די אבע״ז אויף דברים א׳ ה׳ ,קען איינער מסביר זיין די ריאה
הרב קוק בספרו עקבי הצאן, אין מאמר דעת אלוקים איז מסבר די פראבלעם מיט זייינע השקפות

געפילטע פיש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:27 pm

· #60342
א ריאה דארף מען בודק זיין, נישט מסביר זיין.

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:33 pm

· #60343
געפילטע האסט עפעס א חוש יעדעס מאל מיר צו מאכן לאכן מיט די פאסיגע ווערטער.....

יואליש » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:39 pm

· #60345
אוהב דעת
http://www.yiddishbookcenter.org/books/search לייגט אריין ביי די קיווארד סורזש, שפינוזה, קען מען טרעפען אסאך ביכער אין אידיש
זיין לשון איז״ ברור כשמש שחמשת חומשי תורה לא נכתבו בידי משה ״ דאכט זיך אז זיין ריאה איז פין די אבע״ז אויף דברים א׳ ה׳ ,קען איינער מסביר זיין די ריאה


אני הקטן פרעג אנדערש. קען איינער מסביר זיין דעם אבן עזרא אין דברים, מיט אלע זיינע רעפרענצען צו רענדאם פסוקים, אויב נישט אזוי ווי שפינאזע?


הגם ס'איז בכלל נישט מוכרח אז דער אבן עזרא האט געגרייכט די זעלבע מסקנה ווי שפינאזע, איז לכאורה קלאר אז דער אבן עזרא האט געליסט די אלע פסוקים אלס האבענדיג די זעלבע "פראבלעם. "

אין פאקט, אין וישלח גייט דער אבן עזרא ארויס אין א שארפע סארקאסטישע מלחמה קעגן איינער יצחקי איבער די מסקנה. פון די אנדערע זייט איז ער זייער שטיל און סודות'פול ווען די ענינים קוועטשן אים. קען זיין ער האט נישט געמעגט שרייבן מער אפען?

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:52 pm

· #60349
דער אבן עזרא האט זיך מעיקרא אריינגעלייגט אין א קראנקען בעט ווי מ'זאגט, מיט זיין אדיקות צום פשט הפשוט.

יואליש, רוב מענטשן וועם מ'דרוקט צום וואנט איבער דעם אבן עזרא וועלן צום סוף מסכים זיין אז ידי זרים שלטו בו.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 2:59 pm

· #60350
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

דר"א דער א"ע איז אין פסוק ב'.

ונבנתה העיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:00 pm

· #60351
געפילטע פיש
א ריאה דארף מען בודק זיין, נישט מסביר זיין.

הה"ד סר"ך ראי'...

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 3:02 pm

· #60352
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:45 pm

· #60431
יידל
דער אבן עזרא האט זיך מעיקרא אריינגעלייגט אין א קראנקען בעט ווי מ'זאגט, מיט זיין אדיקות צום פשט הפשוט.

יואליש, רוב מענטשן וועם מ'דרוקט צום וואנט איבער דעם אבן עזרא וועלן צום סוף מסכים זיין אז ידי זרים שלטו בו.

וואס מיינט רוב מענטשען?
סתם מעמטשן אדער פארשטייער'ס?

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:47 pm

· #60436
סליחה, נישט רוב מענטשן, רוב ארטאדאקסן.

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:55 pm

· #60442
כהאב אמאל געהערט עפעס אן אויבערחכמישע ריספאנס פון שפינאזע לגבי דעם חרם. ווייסט איינער מער דערוועגן?

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 5:57 pm

· #60445
יידל
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

אין דעם מאמר פרעגט הרב ברויער אפ די אלע ריאות וואס שפינוזא ברענגט פין אבע״ז
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm">http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm</a>

זר זהב » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:00 pm

· #60446
זיין בילד דערמאנט מיר פון איינע פון די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענטן?!?

יידל » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:05 pm

· #60449
אוהב דעת
יידל
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

אין דעם מאמר פרעגט הרב ברויער אפ די אלע ריאות וואס שפינוזא ברענגט פין אבע״ז
<a class="postlink" href="http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm">http://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/deot/broyer.htm</a>

ער פרעגט נישט אפ, ער ברענגט נאר יואליש'ס נקודה וועגן דעם אבן עזרא'ס מלחמה מיט דעם קראי יצחקי, און ער טענה'ט אז זיינע סודות מיינען טיפערס.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:25 pm

· #60455
נולד מאוחר
כהאב אמאל געהערט עפעס אן אויבערחכמישע ריספאנס פון שפינאזע לגבי דעם חרם. ווייסט איינער מער דערוועגן?

שפינאזע אליינס האט זיך גאנץ וייניג געקימערט וועגן דער חרם. און האט נישט געשפירט אז ער פארלירט אסאך פונ'ם אויסגעשלאסען ווערן פון דער יידושער געמיינדע אין וועמנס אמונה ער האט סייווי נישט געגלייבט. לויט ווי מפארציילט האט ער למעשה געשריבען אן אנטווארט זיך צו פארענטפערן פאר די קהלה, וואס איז פארלוירען געווארן, אבער וואס מאיז משער איז אז דארט איז נישט געווען קיין סאך הכנעה פאר די תורה און ראשי הקהילה נאר מער אויפן נוסח פון דער מאמר תיאולוגי מדיני זיינע וואס נעמט זיך שטארק אן פאר די רעכט פון טראכטן פריי און אפען.
עס ווערט פארציילט אז ווען מהאט עם געזאגט וועגן דער חרם האט ער זיך אנגערופען עפעס צום עפעקט פון"זייער גוט, דאס צווינגט מיר נישט צו טוהן קיין שום זאך וואס איך וואלט נישט געטוהן אן דעם ווען איך האב נישט מורא פון א סקאנדאל".

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:28 pm

· #60458
איך זעה אז דער עולם קאכט זיך דא בעיקר וועגן זיין בקורת המקרא און אויב ער איז גערעכט אז דער אב"ע מיינט אויך עפעס אזוי. סאיז דא וואס צו דערציילען דערוועגן אבער איך האב נישט געקלערט מזאל גיין אויף דער ריכטונג. דער נושא פון דער אב"ע מיט זיינע סודות געהערט לענ"ד עקסטער א אשכול אויפן אב"ע.

איך האב געוואלט שרייבען מער וועגן שפינאזעס שיטה וועגן אלקות און די פארשידענע מחלוקתן וואסזענען דא ארום דעם הן אין יידושקייט והן מבחוץ, וואס דאס איז שפינאזע'ס גרעסטער אויפטוה. דער עולם איז אינטרעסירט?

נולד מאוחר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:50 pm

· #60462
וואס איז די שאלה בכלל?
אז איינער איז גרייט מסביר זיין לאמיר הערן.

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:52 pm

· #60493
איז נישט א גרויס חלק פין זיין פאלעזאפע /השגחת אלקית, גענומען פונם פאקט וואס לשיטתו האט נישט משה געשריבען די תורה? אויב יא לאמער אפשר קודם מברר זיין זיינע יסודות

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 8:59 pm

· #60495
אוהב דעת
יידל
ונבנתה העיר
ווען דער א"ע שרייבט אז עס איז א סוד באציהט ער זיך נישט צו קבלה?

ברור אז נישט.

אין דעם מאמר פרעגט הרב ברויער אפ די אלע ריאות וואס שפינוזא ברענגט פין אבע״ז
h

ער פרעגט גארנישט אפ. רב ברויאר איז געווען גענוג קלוג און ברייטקעפיג צו וויסן אז עס איז נישטא וואס אפצופרעגן. ער מאלט ווערטער און ער קומט צו צו די זעלבע מסקנא. ער האט נאר טענות אויף שפינאזע אז ער האט נישט דערגרייכט צו זיינע קאסטום מעיד מסקנות. איך מיין אז די אמת'דיגע טענות וואס דער אבן עזרא האט געהאט אויף יצחק המהביל איז נישט געווען אויף זיינע קשיות, נאר אויף זיינע תירוצים, ווי עס איז ניכר פון אנדערע פלעצער. דער אבן עזרא האט סך הכל אויסגעברייטערט וואס שטייט שוין אין גמרא, יצחק האט מסתם געצויגן אנדערע מסקנות ענליך צו שפינאזע כאטש נישט אזוי אפן. דאס איז איינע פון די עיקר חידושים פון שפינאזע, די פריערדיגע האבן געהאט קשיות, שפינאזע האט געהאט תירוצים.
אגב, א קנאקעדיגע שורה פון הרב ברויאר:
"אשר לחומר הנפץ [שיש בשיטה] - הלוואי והיה זה אמת, ויהודים דתיים היו מתעוררים לקול הפיצוץ. אך זו תפילת שווא. על יהודים דתיים נאמר 'וישנו שנת עולם ולא יקיצו' (ירמיהו נ"א, לט)".

יאיר » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 9:05 pm

· #60496
לעיקוואד
איך זעה אז דער עולם קאכט זיך דא בעיקר וועגן זיין בקורת המקרא און אויב ער איז גערעכט אז דער אב"ע מיינט אויך עפעס אזוי. סאיז דא וואס צו דערציילען דערוועגן אבער איך האב נישט געקלערט מזאל גיין אויף דער ריכטונג. דער נושא פון דער אב"ע מיט זיינע סודות געהערט לענ"ד עקסטער א אשכול אויפן אב"ע.

איך האב געוואלט שרייבען מער וועגן שפינאזעס שיטה וועגן אלקות און די פארשידענע מחלוקתן וואסזענען דא ארום דעם הן אין יידושקייט והן מבחוץ, וואס דאס איז שפינאזע'ס גרעסטער אויפטוה. דער עולם איז אינטרעסירט?

אודאי זענען מיר אינטערעסירט, נאר מיר טוען פונקט ווי דער אבן עזרא, א בחינה פון "איך וואלט עס קיינמאל נישט געזאגט, נאר אז דו האסט שוין אנגערירט דארט ווי עס טוט וויי, קענסטו מיר נישט באשולדיגן פאר'ן ארויסלאזן א וויי געשריי..."
אקעי, רב לעיקוואוד. צוריק צו אונזער שמועס. אלזא, לאמיר אייך שטעלן א שאלה. וואס איז דער חילוק צווישן דעם אר"י הק', להבדיל ברוך שפינאזע, און ריטשארד דאוקינס?
נאך א שאלה. איינשטיין איז אזא מין ראבער וואס יעדער שלעפט אים צו זיין זייט. די רעליגיעזע האלטן אים פאר א מאמין, בעת די אטעאיסטן ציטירן אים אלס אן אטעאיסט. אפשר קענט איר אונז איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן ווער איז גערעכט?

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:28 pm

· #60512
שפינאזע'ס מעטהאד
אקעי, אזוי ווי דער עולם זעהט אויס אינטרעסירט, און פעהיג מיטצוהאלטן מיט דברים העומדים ברומו של עולם, וועל איך פראבירן אביסעלע אראפלייגען די מעשה מיט שפינאזע און וואס ער האט געזאגט איבער געטליכקייט. איך וועל זיך פראבירען מתייחס זיין אויך צו די נקודות וואס זעהט אויס זענען אינטרעסאנט פארן עולם דא, ווי למשל די אמונה פון איינשטיין וכו'. וזה החלי.

געציילטע פילאסאפען אין דער היסטאריע פון דער מענטשהייט האבען מצליח געווען אויפצובויען א גאנצע שיטה וואס באנעמט די גאנצע עולם ומלואו, און גיט אן ענטפער אויף די אלע גרעסטע מעטאפיזישע שאלות וואס דער מענטש פרעגט. און האבן ממש געעפנט א נייער וועג וויאזוי זיך מתייחס זיין צו כמעט אלע ענינים פון פילאזאפיע. צווישען די וואס האבן מצליח געווען רעכנט מען אזעלכע ריזען ווי אפלטון, קאנט, און שפינאזע. [דאס מיינט נאכנישט אז זיי זענען גערעכט מיט זייער שיטה, איך מיין נאר ארויסצוברענגען די גרויסקייט פון טוהן אזא זאך וואס אין די גאנצע היסטאריע קען מען אפשר וייזען אויף עטליכע צענדליגע לכל היותר וואס האבען דאס געטוהן.]

אזויווי אויבן דערמאנט, איז דער עיקר און גרעסטע ספר וואס שפינאזע האט געשריבען באטיטלט "ethics" דהיינו מידות. דאס הייסט אז אין דער ספר בויט ער אויף א גאנצע שיטה, פון די הנחות וועגן וואס דער וועלט איז און וואס גאט איז, ביז פון דעם, קומט ארויס וואס די תפקיד פון א מענטש דארף זיין אויף דער וועלט ומה חובתו של אדם בעולמו.

די אייגענארטיגקייט פון דער ספר איז אז ער רופט דאס "עטיקס דעמאנעסטרירט אויף א געאמעטרישע סדר", ד"ה אז אנשטאט שרייבען לאנגע מגילות אויפן נוסח פון נארמאלע פילאסאפיע, שרייבט ער דער ספר מסודר אזויווי געאמעטרישע מאטעמאטישע הוכחות, און וייזט וויאזוי פון 'די און די' הנחות קומט ארויס 'די און די' מסקנות וכו'. די סיבה פאר דעם עטוואס מאדנע וועג פון שרייבען, איז נישט אינגאנצן קלאר ביי עם; און עס זענען דא אין דעם פארשידענע הסברים, אבער דאס איז זיכער אז עס ווייזט אויף א מוראדיגע קלארקייט פון מחשבה, און אויף די גרויסקייט פון דער מיסיע וואס שפינאזע האט גענומען אויף זיך, צו ווייזען אלעס וואס איז וויכטיג אויף א אופן וואס איז קלאר ארויסגעוויזען.
למעשה אבער מאכט דאס, (און זיין סטייל פון שרייבען בכלל,) דער ספר גאר שווער צו ליינען און פארשטיין פונקטליך וואס ער וויל, און ווי מיר וועלן זעהן, האט דאס א שטארקע עפעקט אויף די פילע וויכוחים וואס פירען זיך עד היום הזה, איבער וואס שפינאזע'ן האט באמת געמיינט.

מהאט דא מעיר געווען אויב דער כלליוות'דיגער שיטה זיינער האט א שייכות מיט די בייבל קריטיק, און זיין אלגעמיינע קריטיק אויף רעליגיע און אידישקייט בפרט. די תשובה אויף דעם איז יא! און ניין!.
קודם כל ניין, די שיטה זיינע איז געבויט ריין אויף שכל אנושי, און איז נישט תלוי בכלל אין די שאלה צו ער האט יא אפגעפרעגט די תורה אדער נישט; און אוודאי צו משה האט געשריבען די תורה צו נישט, האט גארנישט צוטוהן מיט זיין פילאספיע זעלבסט. דאס זענען צוויי באזונדערע נושאים בכלל, און היינט דער וואס לערנט פילסאפיע, באקענט זיך מיט שפינאזע דער פילאסאף; און דער וואס לערנט בייבל קריטיק באקענט זיך מיט עם אלץ דער קריטיקירער; - ולא קרב זה אל זה.

נישט נאר דאס. מאנכע טענה'ן גאר, און א חלק פון דעם טענה'ט ער אליינס, אז חלקים נרחבים פון זיין שיטה "שטימען דירעקט מיט אידישקייט" אדער עכ"פ מיט געוויסע אידישע גרויסע פילאסאפען ווי דער רמב"ם, דער רלב"ג, אבן עזרא, ר' חסדאי קרשקש, און נאך. ווי מיר וועלן בל"נ ווייטער דערציילען.

מצד שני אבער, האט דער קריטיק זיינער אויף רעליגיע - א גרויסע השפעה סיי צו פארשטיין זיין מעטאד, און סיי צו פארשטיין וויאזוי ער איז אויפגענומען געווארען ביי די וועלט. קודם איז על דרך השלילה, כדי צו קענען בויען א שיטה ריין אויף מענטשליכע שכל, האט ער דאך געדארפט קודם באפעסטיגען אז די אמת אויף ענינים פון פיליזאפיע, טרעפט זיך נישט אין דער תורה. און גרויסע חלקים פון זיין מאמר תאלוגי זענען געווידמעט אויף מסביר זיין אז גאט'ס ווילען און אמת ווערט נישט מתגלה 'נאר' אדער 'בכלל' אין כתבי הקודש; נאר אויך בכלל אין דער וועלט דורך "שכל אנושי". ער טענה'ט אויך אז דער עיקר ענין פון די נביאים איז נישט געווען צו מגלה זיין אמת'ע מטאפיזיקס, נאר מוסר זאגען די מענטשען זאלן זיין גוט און וואויל. [די אלע נקודות קען מען טרעפן צו זיי ענליכעס, ביי אנגענומענע אידישע דענקערס, נאר איך בין מקצר יעצט אין דער פרט, צוליב וואס איך וויל אנקומען צו זיין אמונה]. מיט דעם האט ער געשטעלט דער יסוד, אזוי אז נאכדעם בלייבט עם איבער נאר פאר דער שכל אנושי, ריין מגלה צו זיין, דער אמת פון דער וועלט.

שפינאזע רעכנט זיך פאר איינער פון די דריי גרויסע פריע רציאנאליסטען, אין איינעם מיט דקארט, פון וועמנס תורה ער איז געווען גאר מושפע. און לייבניץ מיט וועם ער האט זיך געחבר'ט. רציאנאליסטען מיינט מען דא אז זיי האבען געהאלטן אז דער שכל אנושי קען מגלה זיין דער אמת אהן צו דארפען קוקען אויף דברי נבואה, און אויך אהן זיכען עמפיריקעל עווידענס, אנדערש ווי די מער סקעפטישע [-כלפי מטאפיזיקס] סייענטיפישע שיטה וואס קוקט בעיקר צו דער דרויסענדיגע וועלט און וואס מרופט עמפירישע ראיות מגלה צו זיין דער אמת.
דקארט, וואס אנדערש ווי שפינאזע איז געווען א גלייביגע קריסט, הייבט אן זיין באווסטע ספר meditations on first philosophy', מיט דער הכרזה אז ער הייבט יעצט אן צו טראכטען פון דאסניי, ווי כאילו ער ווייסט גארנישט און איז זיך מסתפק אין אלצדינג, און אזוי בויט ער אויף טריט ביי טריט די הוכחות צו זיין שיטה.
אינטרעסאנט אז ער אויך, האט געדארפט שרייבען א גאנצע הקדמה ווי ער איז מסביר אז עס איז מותר חוקר צו זיין מיט שכל אנושי, כדי מוכיח צו זיין די אמונה לויט די קירכע. שפינאזע נעמט אן אינגנאצען די נקודה פון דקארט, און טראכט אינגאנצען אליינס.

דאס וואס ער האט געשריבען קעגן רעליגיע אין זיין מאמר תאולוגי מדיני, ווי אויך דאס וואס ער קומט למעשה צו גאר ווייטע מסקנות, אנדערש ווי דקארט וואס קומט אן לבסוף צוזאגן אז עס איז דא א גאט און א נשמה און א מענטש האט בחירה, האט ער שפינאזע, זיך קונה שם געווען אלץ א כופר און א עטאיסט. סיי אין זיין צייט און אויך אפילו יארען שפעטער, אפילו ביי די ענלייטענמענט עפאכע, איז געווען ממש א סקאנדאל אנצוהענגען אין שפינאזע'ס שיטה. [ווי איך האף צו דערציילען אביסעל]. דער נאמען אטעאיסט אויף עם איז אבער נישט דווקא געווען ווייל ער גלייבט נישט אין גאט, אדרבה ער רעדט אסאך פון גאט, כאטש ס'איז נישט קלאר פונקט וואס ער מיינט מיט דעם כמשי"ת, אבער דער עיקר שלעכטער נאמען האט ער באקומען אלץ איינער וואס האט זיך עפנטליך געשטעלט קעגן די 'כתבי הקודש' און די 'רעליגיעזע עסטאבלישמענט' בכלל.

[היות ונתארכו הדברים, בלייבט דער שטיקל איבער זיין מעטהאד, און אינעם קומענדיגע קאפיטל וועל איך ארומרעדן מער די עיקר שיטה זיינע וועגן גאט]

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 10:48 pm

· #60517
האט ער קלאר געהאלטן אז עס איז נישטא קיין גאט? דאכט זיך אז איינשטיין שהלך לשיטתו האט געזאגט עפעס אז :עס איז נישט מוכרח אז עס איז דא א גאט עס קען זיין אז עס איז יא דא ,אבער ווילאנג ער איבערצייגט נישט אז יא ,גלייבט ער נישט אז עס דא

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:21 pm

· #60527
שפינאזע'ס גאט
איינע פון די גרעסטע און וויכטיגסטע שאלות פון די מענטשהייט איז פארשטייט זיך דער נושא פון גאט.
מען דינגט זיך שוין יארען יארען צו איז יא דא צו איז נישטא?, און ווען סאיז יא דא, וואס מיינט דאס פונקטליך? און וואס פארא נפקא מינא מאכט דאס פאר דער מענטש'ס לעבן און פרק מענטשהייט בכלל?.

וויבאלד דאס איז גאר סענסעטיווער נושא, פראביר איך מאכן די זאך ווי פשוט מעגליך, אן אריינגיין אין צופיל פארפלאנטערטע נקודות.

לאמיר דאס מאכען אזוי, עס זענען דא צוויי עיקר שאלות וואס מען דארף פרעגן איבער גאט. שוין אין שער הייחוד פון חובת הלבבות וועט איר טרעפן די צוויי שאלות.
איינס איז צו איז דא אזא זאך גאט?. און דער צווייטער איז וואסארא מין זאך דאס איז?.
לכאורה איז קלאר אז קודם דארף מען מחליט זיין אויב עס איז דא, און שפעטער קען מען קלערן וואס דאס איז? און צו מען קען בכלל קלערן ריכטיג, און פארשטיין וואס דאס איז.
איינער וואס רעדט וועגן די נושא פון דער 'מהות' פון גאט, איז קען מען פון דעם דרינגען פשוט אז ער האלט אז עס איז דא א גאט; ווייל אויב איז נישטא איז אויף וועמנ'ס מהות רעדט ער? איז אבער דא אמאל, ווען פון דאס אליין וואס איינער איז מסביר וועגן דער מהות פון גאט, ווערט שוין א ספק צו ער האלט אז עס איז דא א גאט בכלל אין דער "נארמאלער זין" פון דער ווארט. דאס איז בקיצור נמרץ דער ספק לגבי שפינאזע'ס גאט.

ווער עס ליינט כתבי שפינאזע, זעהט קלאר ווי ער רעדט אן אויפהער פון גאט. סיי אפילו אין זיין מאמר תאלוגי, און אוודאי אין זיין עטיקס, ווי דער גאנצער ערשטער חלק איז געווידמעט אויף די הסברה פון די נושא פון גאט, און די גאנצע ספר שפעטער איז געבויט אויף דער יסוד פון גאט, און וואס עס קומט ארויס פון דעם. נאר וואס איז די פראבלעם?

די פראבלעם איז אז לויט ווי ער איז מסביר דער מושג פון גאט, בלייבט א שטארקע ספק צו ער גלייבט בכלל אין דער גאט "פון וועם אונז רעדן" "און וועמען מיר מיינען" ווען מ'רעדט געווענליך פון גאט.

לאמיר אביסעל קלארער מאכען וואס זיין גאט איז קלאר "נישט"; און לאמיר זעהן ווי קומט דאס אן.
קודם כל דאס זאגט ער קלאר, "אז גאט איז נישט משגיח בפרטיות אויף מענטשען, און ער גיבט זיי נישט שכר ועונש אויף זיינע מעשים. שוין, אלזא דאס איז 'שוין' זיכער אוועק געגאנגען פון דער פשוט'ער אמונה וואס רוב רעליגיעזע מענטשען אויף דער וועלט האבן. דאס אז דער אייבישטער איז משגיח און גיט שכר ועונש, "וואס מען רופט א פערסענאל גאט", איז זיכער דער יסוד פון רוב רעליגיעס היינט -- וואס טענה'ן אז גאט האט א רצון און איז מעניש ומשכיר ומשגיח וכו'.

יעצט שטעלט זיך די שאלה, איז דאס אבער נישט קיין גאט בכלל? קען מען רופען איינער מיט אזא גאט אן עטאיסט? איז קלאר אז "נישט"! למעשה גלייבט ער אין א גאט! א סיבה ראשונה וואס האט באשאפען די וועלט! און ער קען אפילו זאגען אז מענטשען זענען אים [גאט] שולדיג הכרת הטוב, אדער סתם 'הכרה' אין זין געטליכקייט און גרויסקייט וכו'. יעצט, קען מען זאגען אז אזא מאמין איז א כופר לויט יידושקייט? איז אויך שווער צו זאגען. ווייל ווער עס קען די פארשידענע אידישע פילאסאפיעס, פונ'ם רמב"ם ביז אפילו דער קבלה, ווייסט אז דער גאט פון דער אמונה פשוטה וואס איז ממש א 'פערזענליכע גאט', איז גארנישט אזוי פשוט און 'וויאזוי' מען זאל 'אים' נאר פרובן אפלערנען, זענען די אלע מודה אז דאס איז נישט אזוי פשוט ווי מלערנט אין חדר.

וואס פונקטליך יא? איז נישט דא, דער פלאץ, און צייט, פונקטליך אויסרעדן די פארשידענע דרכים. עכ"פ דאס איז זיכער אבער, אז נישט גלייבען אין השגחה פרטית וכו' כפשוטו מאכט נאך קיינער נישט פאר א כופר א אטעאיסט. הגם עס איז טאקע גאנץ ווייט פון וואס מלערנט אין חדר. [אויב איז ער מיט דעם מכחיש תורה משמים איז ער יא א כופר, אבער דאס איז שוין אן עקסטערע נושא] .

דער פראבלעם פון שפינאזע'ס גאט ליגט אין דעם וואס ער גייט נאך אפאר טריט ווייטער פון דעם.
דורכאויס זיין מסביר זיין, 'אז עס איז דא א גאט', און 'וואס דאס איז', קומט ער צו, צו זאגען א געוויסע הבנה אין גאט, וואס איז גאר ווייט פון דער 'פשוטער' הבנה פון דער נושא. דער גאט פון וועם די רעליגיעס רעדן נארמאל, ווי אויך אין וועמען, די אטעאיסטן זענען כופר נארמאל. איז א גאט וואס געפונט זיך "אינדרויסען" פון דער וועלט, און פון דער מציאות וואס מיר קענען. ער איז טאקע נישט קיין גוף וכו', אבער ער איז נישט קיין חלק פון דער וועלט, און ער באשאפט, און איז איר מנהיג, "מבחוץ", זייענדיג פיהל גרעסער, און בכלל נישט אין פארגלייכונג צו דער וועלט. שפינאזע נוצט אזא שפראך ווען ער רעדט פון 'גאט און דער וועלט' -- אזאנס וואס מאכט עס אויסקומען, אז "ביידע זענען איינס".

לויט שפינאזע איז נישטא קיין צווי מציאות'ן בכלל, גאט און דער וועלט, נאר עס עקזעסטירט נאר "איין זאך בכלל", און, "דער זאך" איז גאט.

זיין שפראך איז כאמור נישט גענוג קלאר אז עס זאל זיין קלאר וואס פונקטליך ער האט געמיינט; און הגם אין איין פלאץ זאגט ער קלאר, האט ער אבער אין דער לאטינישער ווערסיע , און אין די דוטשע ווערסיע ארויסגענומען די ווארט "Deus, sive Natura", דאס איז טייטש "גאט, אדער נאטור". דהיינו אז זיי זענען איינס און דער זעלבער.

איצט זענען דא אסאך וועגן צו פארשטיין וואס ער האט געמיינט און וואס דער שיטה מיינט בכלל.
באופן כללי מיין איך אז עס זענען דא דריי וועגן פון קוקען אויף דעם: 1- איז צו זאגען אז ער האט בעצם נישט געגלייבט אין גאט בכלל, ער האט געהאלטן אזויווי אלע אטעאיסטן אז עס איז נישטא נאר טבע, און האט סך הכל דאס באהאלטען און פארדרייט, דורכן אנרופען דער טבע - "גאט"; און ממילא ווען ער שרייבט 'גאט', מיינט ער נישט אנדערש ווי 'טבע' אזויווי יעדער אנדערע סייענטיסט-אטעאיסט.

דער מהלך קען זיין אמת אויף שפינאזע דער מענטש, הגם אז לענ"ד איז עס נישט ריכטיג, וויבאלד אז אויב וואלט ער געהאלטן אזוי האט דאך זיין גאנצע עטיקס נישט קיין זין. איך האב נישט מתאר געווען דא פונקטליך זיין עטיקס, אבער אין קורצען קען מען זאגען אז לויט עם איז תכלית האדם, א זאך וואז ער רופט "אהבת אלקים שכלית", ד"ה אז א מענטש זאל מכיר זיין גאט, וואס מיינט לויט אים -- "אלעס" וואס איז דא, און האבן א מין דבקות אין דעם וכו'.
איך מיין אז אויב מיינט גאט ביי עם איינפאך "גארנישט", האט דאס נישט קיין זין בכלל, צוזאגן דאס פריערדיגע. עכ"פ דאס איז זיכער אז ווען אנדערע רופען זיך אן, אז זיי גלייבען אין שפינאזע'ס גאט, מיינען זיי דערמיט, אז זיי גלייבען אין עפעס מער ווי טריקענער טבע, ווארום זיי, האבן דאך נישט קיין סיבה וואס מקען טענה'ן, (אזוי ווי שפינאזע זעלבסט, האט געהאט) צו דארפן באהאלטען זייער כפירה. [ובזה אני מחולק קצת עם ריצרד דוקינס כלפי איינשטיין, אבער איך האף נאך צו קומען צום ווארט וועגן דעם באלד]

2- די צווייטע וועג אים אפצולערנען, איז צו פארשטיין אז ער מיינט צו זאגען וואס מיר אלע וייסען פון דער בעל שם טוב און דער שער היחוד ואמונה פון בעל התניא, אז אין עוד מלבדו מיינט, נישט נאר 'עס איז נישטא נאך א גאט', נאר אז עס איז נישטא נאך א מציאות בכלל!, קומט דאך אויס קלאר אז 'טבע' איז נאר נאך א נאמען פאר 'גאט'. און ווי מיר וויסען פון פילע ספרים אז הטבע בגי' אלקים און אלץ איז נאר גאט וכו'.

3-איז צו זאגען אז ער מיינט טאקע צו זאגען אז 'אלעס' - איז - 'גאט', אבער נישט אז גאט איז דער טבע, אזויווי דער בעש"ט זאגט, נאר פונקט פארקערט, אז דער טבע - איז גאט. און דאס איז שוין גאר נאנט צו דער ערשטער מהלך אז ער איז בעצם אן עטאיסט. נאר נישט א פשוטער עטאיסט, אלא א נייער שיטה וואס מען רופט פנאתאיזם וואס דאס הייסט אז דער טבע איז דער גאט. פארקערט פון וואס דער בעש"ט זאגט אז אפילו טבע איז "גאט", זאגט ער גאר אז אפילו גאט איז "טבע".

איז דא באמת א חילוק צווישען 2 און 3? איז דאס נישט צוויי זייטען פון דער זעלבער זאך, אויב טבע איז גאט איז דאך גאט טבע, ניין? ניין. סזענען דא פילע חילוקים וואס איז מיר שווער מסביר זיין אזוי אויף א רגע.

וויבאלד עס ווערט שפעט קען איך נישט אנקומען צו אלעס וועל איך נאר ענדיגען דא מיט א הערה כלפי שפינאזע אליינס. און ווייטער וועל איך געבן פארן עולם א רווח להתבונן און בל"נ מארגען וועל איך ווייטער שרייבען וואס עס בלייבט נאך צו שרייבען איבער די היסטאריע פון שפינאזעס גאט בכלל און ביי אונז.

דאס איז קלאר אז שפינאזע גלייבט נישט אין נסים. דאס הייסט אז למעשה איז זיין שיטה פארקערט פון דער בעש"ט. בשעת וואס דער בעש"ט טענה'ט אז אלץ איז גאט, און ממילא נס און טבע זענען בכלל נישט צוויי באזונדערע זאכען, ווייל דער טבע איז גאט פונקט ווי דער נס איז גאט; זאגט למעשה שפינאזע פארקערט, אז עס זענען נישטא קיין נסים, און סדארף נישט זיין קיין נסים, ווייל גאט איז מגולה אינם טבע, פונקט ווי אינעם נס.

ממילא בפועל איז זיכער דא א חילוק וואס איז פשוט. נעמליך, שפינאזע גלייבט נישט אין נסים והשגחה, און דער בעש"ט יא. בלייבט אבער איבער חוקר צו זיין, אויב 'בעומק' איז דא א חילוק אין די מחשבה, דהיינו אז מ'קען זאגן אז לויטן בעש"ט בלייבט גאט אינדרויסען פון טבע, נאר ער איז אויך אין טבע, אבער ווען ער וויל קען ער משנה זיין דער טבע. דער שיטה ווערט אנגערופען פנאנתאיזם, דהיינו אלץ איז גאט! אבער גאט איז נישט נאר אלץ.
אדער איז דאס נישט מער ווי א פרטותדיגע וויכוח, צו סאיז דא אמאל זאכען וואס גייען ארויס פון כללי הטבע אבער למעשה איז נישטא קיין חילוק ביסוד.

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:35 pm

· #60533
אין ליבאוויטש זאגט מען נאך פון די תניא ״ גאט איז אלץ-אלץ איז גאט ״שטימט דעס מיט וויאזוי די ביזט מסביר שיטת הבעל שם?
דא איז זיין בוך ״עטיקס״ איבערגעטיישט אויף אידיש <a class="postlink" href="http://ia600408.us.archive.org/24/items/nybc210519/nybc210519.pdf">http://ia600408.us.archive.org/24/items ... 210519.pdf</a>

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:35 pm

· #60534
איך האף נאך צו שרייבען מער איבער דער יחס פון גדולי ישראל צו דעם, וויס איך אבער נישט ווען דא וועט זיין, צייכען איך צו דערווייל אפאר נקודות.

הרב קוק, אין זיין ספר עקבי הצאן מאמר דעת אלקים רייסט שטארק אראפ שפינאזע און זיין דרך.

דאך איז דא א שטיקל פון עם וואס איז נישט געדרוקט געווארן אין זיינע ספרים, איך ברענג עס אראפ כלשונו:

השיטה השפינוזיסטית עם סיגיה יחד היא הפוכה לגמרי מאורן של ישראל. על כן היתה יד ד' בהרגשה של הרבנים הצדיקים באמשטרדם להרחיקו מישראל. היא חוללה את העת החדשה עם כל רעותיה ובכלל האנטישמיות, עד ששפינוזה וביסמרק הם דוגמת בלעם והמן. אם לא הורחק היה מתערב עם כלל ישראל והיה מחבר חיבורים עיקרים והיו מתקבלים כערך המורה נבוכים הכוזרי וכיו"ב. ובודאי עם זה היה מחבר איזה חידושים תורנים בהלכות או בהגדות כפי כשרונו והיו גורמים להתקבלות דעותיו באלהות והיו חלילה גורמים לפוצץ את יסודם של שונאי ישראל. אלא שהיו מתגלות התולדות בימים הבאים ובנסיבות רבות. אמנם מתוך שהיה עם כל זה מזרע ישראל על כן יש בפנימיות שלו עיקר יסודי שאחר צירוף מרובה הוא נכנס אל המחנה. המתחיל לצרפו היה הרמבמ"ן אבל הבעש"ט צרפו בלא ידיעה את מי הוא מצרף מפני שלא היה לו צורך למקורו, כי הוא שאב את הידיעה ממקורה הפנימי וצרפה, ועדיין לא נגמר העיבוד, והולך הוא ונגמר, וכשיגמר הענין לגמרי, יהיה יוצא מכלל ארור ויבוא לכלל ברוך.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:37 pm

· #60535
אוהב דעת
אין ליבאוויטש זאגט מען נאך פון די תניא ״ גאט איז אלץ-אלץ איז גאט ״שטימט דעס מיט וויאזוי די ביזט מסביר שיטת הבעל שם?

לכאורה יא, ווייל ביידע נוסחאות דא קומען נאכנישט צו שולל זיין אז גאט איז גארנישט אויזער אלעס.

לעיקוואד » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:49 pm

· #60540
יאיר

נאך א שאלה. איינשטיין איז אזא מין ראבער וואס יעדער שלעפט אים צו זיין זייט. די רעליגיעזע האלטן אים פאר א מאמין, בעת די אטעאיסטן ציטירן אים אלס אן אטעאיסט. אפשר קענט איר אונז איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן ווער איז גערעכט?

איבער איינשטיין, גיב איך דא אפאר לינקס וואס דארף זיין גענוג קלאר מאכען דער נושא.
איך מאך נאר א הקדמה וואס איך האב געליינט פון א קלוגער יוד א ת"ח און א חוקר. איינשטיין איז טאקע געווען א שטארקע סייענטיסט, ער איז אבער געווען גאר א שוואכער פילאסאף. און זיינע דעות איבער די נושאים זענען גאנץ אויבערפלעכליך און סאיז נישטא קיין סיבה אז עס זאל מאכען א נפק"מ וואס ער האט געגלייבט אויזער דעם וואס ער איז א באוואסוטער פובליק פיגור.

ויקיפדיה -די רעליגיעזע דעות פון איינשטיין

א סייט געווידמעט נאר אויף די נושא און כתבים פון איינשטיין און רעליגיע

קוואטס פון איינשטיין אויף רעליגיע

נאך וויכטיגע ציטוטים פון איינשטיין איבער סייענס און רעליגיע

א בריוו פון איינשטיין צו א קליינע מיידל איבער די שאלה צו סייענטיסטן דאווענען -געברענגט אן באהאנדלט אויף ר' נתן סליפקין'ס בלאג.

אוהב דעת » זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:54 pm

· #60544
פרומאק
איך ווייס נישט צופיל פין דער שפינוזה, אבער מיין רבי זי"ע האט מיר אמאל געזאגט אז שפינוזה איז א גלגול געווען פין אבן עזרא און ער האט געדארפט מתקן זיין און האט נאך ערגער געמאכט ל"ע.

ווער איז דיין רבי ,אין וואס זיין מקור?

זר זהב » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:16 am

· #60555
איך מוז אריינהאקן מיט איין קליינעם אני מאמין וואס אויב גלייבט מען נישט דערין איז מען קיין איד נישט, און נאכער קען מען ווייטער שמועסן. בתקוה להבנה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:40 am

· #60570
הרב לעיקוואוד, איך האב נישט קיין ווערטער, אזוי שיין און קלאר צענומען. איך האף נאר אדורכצוטון אייערע ווערטער מער בעמקות, אבער קודם וויל איך מרחיב זיין אביסל אויף די זאכן וואס ווערן דערמאנט, ואולי בשינוי קצת.

פאנטעאיזם איז לכאורה עפעס וואס יעדער ראציאנעלער מענטש מוז גלייבן, ווייל יעדער איינער פארשטיי אז די וועלט ווערט געפירט דורך חוקי הטבע, און די חוקי הטבע זענען נישט עפעס וואס מען קען אנטאפן און אנאליזירן, עס איז אויסער די גרעניצן פון דעם פיזישן רעאלם. ווי קארל סעיגען דרוקט זיך אויס, "all you have to do is watch an apple drop" כדי צו פארשטיין אז עס זענען דא חוקי הטבע. די חוקי הטבע איז דער "גאט" פון דאוקינס, און דאס איז וואס ער וויל אריינלערנען אין איינשטיין'ס גאט, און ווי פארשטענדליך איז דאס גענצליך אין קעגנזאץ מיט וואס מיר רופן געווענליך אן גאט, און ער קען רואיג ווערן אנגערופן אן אטעאיסט.

מצד שני, די וואס זענען שוין מסכים צו גלייבן אין א גאט וואס איז אן טאפ פון די חוקי הטבע, אבער ער איז נישט קיין פערסאנעל גאט. לויט ווי איך פארשטיי איז ער פונקט ווי די חוקי הטבע, נאר אויף א העכערע פארמאט, דאס הייסט ער איז דער קאמפיוטער פונ'ם קאמפיוטער. די אנהענגער פון די שיטה זענען דיאיסטס, און זענען נענטער צו דעם טעאיסט ווי דער פאנטעאיסט. באמת קען מען דן זיין וואס אזא גאט פעלט בכלל אויס, פארוואס זענען די חוקי הטבע נישט גענוג. קען מען זאגן אז די חוקי הטבע לאזן איבער לעכער וואס פארלאנגען אז עס זאל קומען א שטערקערער כח וואס איז העכער זיי און קענען ערפילן די לעכער. לכאורה איז דאס געווען דער אמת'ער גאט פון איינשטיין. און דאס איז ענליך צו אריסטו'ס גאט.

ביידע זענען אבער אין דירעקטער קעגנזאץ מיט דעם אידישן גאט, ווייל דער אידישער גאט איז אויסדריקליך א בעל רצון. ער האט געוואלט האבן א וועלט, דעריבער האט ער עס באשאפן. ער האט געוואלט דער מענטש זאל אים דינען, דערפאר האט ער אים באשאפן. דעריבער כדי צו זיין א מאמין מוז מען אויסדריקליך גלייבן אין א פערזענליכער גאט, מען קען בלויז דן זיין ווי ווייט פערזענליך עס איז שייך צו מאכן אזא מושג פון גאט, אבער דאס איז קלאר אז ער האט רצונות און פארלאנגען.

איך וועל ענדיגן מיט איין הערה, איך וואלט געוואלט וויסן אויב איינער קען מיר ערקלערן ווי אזוי איז דער זאך אז א מענטש האט פערזענליכקייט בכלל געקומען אויף דער וועלט לויט די דעאיסטן. דער אטעאיסט האט נישט קיין פראבלעם דערמיט ווייל ער גלייבט דאך נישט אין קיין שום געטליכער מושג, און לויט אים איז דער מענטש פונקט ווי א קאמפיוטער, אבער דער דעאיסט וואס האט נאר א פראבלעם מיט דעם פערזענליכן גאט, און ער פארשטייט אז מיר מוזן צוקומען צו גאט, צו וועט ער אויך מוזן האלטן אז א מענטש איז נאר א קאמפיוטער? איך גלייב שווער אז איינשטיין האט געהאלטן אז דער מענטש איז נאר א מאשין.

אוהב דעת » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:43 am

· #60573
זר זהב
איך מוז אריינהאקן מיט איין קליינעם אני מאמין וואס אויב גלייבט מען נישט דערין איז מען קיין איד נישט, און נאכער קען מען ווייטער שמועסן. בתקוה להבנה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.

אונז מיט די תימענע האבען נישט די זעלבע תורה,אויך אונז מיט רש״י (פרשת תרומה )האבען נישט פונקט די זעלבע נוסח.... סא מוזטו מיר מודה זיין אז עפעס איז דא נישט גלאטיג

יאיר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 12:51 am

· #60577
וואס דארפסטו קריכן צו פרשת תרומה, מיר האבן דאך א רש"י לעצטע וואך סוף פרשת חיי שרה.
אבער דאס איז שוין אן אלטע שמועס, קרי וכתיב וכדומה, עס האט גארנישט מיט די אויבנדערמאנטע הערות. דעריבער לאמיר אלע צוזאמען מיטזאגן מיט זר זהב אזוי ווי מען האט אונז געלערנט אין חדר: אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה וכו'. געענדיגט? פיין. יעצט, אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים וכו'. יעצט קען מען זיך פארקאטשען די ארבל.
דאס העלפט נאך אזוי גוט ווי די וואס מאכן אזא גילוי דעת יעדן צופרי עפעס אז יעדע מעשה טוט מען לרצון הבורא, נאכדעם קען מען גיין זינדיגן א גאנצן טאג.

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:20 am

· #60586
לעקווואד , באמת א מוראדיגע ארבייט. אראפשרייבען זאלכע דקותדיגע נקידות wow.
איך דארף נאך מעיין זיין און די דריי מהלכים. איך האב שוין כמהה פעמים פראבירט עם ציפארשטיין, נאר אלץ האב איך געליינט אדער היברו אדער ענגליש ,במילא בון איך געבליבעןשטעקן אונדערמיט. יעצט האבן מיר דאס אין מאמע לשון. וועט עס זיין סאך לייכ

קודם פארשטיי איך נישט .וואס מיינט דאס ווארט גאט ווען מען זאגט אז גאט איז די טבע און מער איז גארנושט דא.
3 און 1 איז די זעלבע. וואס בוסטו מחדש ווען די לייגסט צי דו ווארט גאט צי טבע, סאיז די זעלבע ווי איינער זאגט סנאר דא טבע ?
דו ווארט גאט מיינט נארמאל אדער א בורא אדער א מסבב. וואס מיינט דאס און 3? שפנידע האלט און יש מאין אדער קדמות?
אויב דו טבע איז גאט און פארטיג דאן איז גאט מוגבל? דו חקי הטבע איז מוגבל . די פילוספן האבן אלעע געהאלטן אז גאט איז בלי גבול.

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:52 am

· #60594
אוהב דעת וואס איז אנדערשט ביי דו תמינער תורה ?

וואס איז די רשי פרשת תרומה?

zurich » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 2:17 am

· #60596
איך פארשטיי נישט איין זאך,לויט שפינאזע מיט די אלע אנדערע אטיעטיזים אין אפיקורסים וויזוי איז די ערשטע מענטש באשאפן געווארן?? וועלכע קאמפיוטער האט עס געמאכט??!!

אוהב דעת » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:41 am

· #60598
נולד מאוחר
אוהב דעת וואס איז אנדערשט ביי דו תמינער תורה ?

וואס איז די רשי פרשת תרומה?

די תימענע תורה האט 14 אותיות אנדערשט ווי אונז

Gen. 4: 13  -----   גדול עוני מנשא  (The word מנשא is written without a "waw")
• Gen. 7: 11  -----   נבקעו כל מעינת(The word מעינת is written without a "waw")
• Gen. 9: 29  -----   ויהיו כל ימי נח  (The word ויהיו is written with an additional "waw")
• Gen. 41: 46 ----    כל פוטיפרע תיבה אחת
• Exo. 25: 31 -----   תעשה המנורה(The word תעשה is written without a "yod")
• Exo. 28: 26 -----   אל עבר האפד  (The word האפד is written without a "waw")
• Lev. 7: 23   -----   פרשת כל חלב  (This section is written as an "Open Section")
• Lev. 10: 28  -----   פרשת המקריב (This is neither a "Closed" nor an "Open" Section)
• Num. 1: 17  -----     אשר נקבו בשמת(The word בשמת is written without a "waw")
• Num. 10: 10 ----     ובראשי חדשיכם(The word חדשיכם is written with a "yod")
• Num. 22: 5  -----   בלעם בן בער(The word בלעםis written without a "waw")
• Num. 25: 12 ----   בריתי שלום (The letter "waw" in שלום is written as all other "waws")
• Deut. 22: 2   -----   פצוע דכא  (The word דכא is written with an "aleph")
 

 
 



די רש״י און תרומה איז אויף די ווארט ׳ואת׳ זאגט רשי אז מען איזדאס נישט גורס מיט א ו , אין אונזער חימוש שטייט עס אן א ו זאגט די שפתי כחמים אז אין רש״יס ספ״תאיז געשטאנען מיט א ו (אין מיט זיין רוח הקודש האט ער משיג געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע גרסא)


 

נולד מאוחר » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:43 pm

· #60721
תימינער תורה איז די dead sea scorls?

אוהב דעת » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:23 pm

· #60741
נולד מאוחר
תימינער תורה איז די dead sea scorls?

איך מיין אז נישט, מיין שאלה איז וויאזוי קען איך מיט א תימנע איד מיט רש״י זאגען אני מאמין אז די תורה האט ד׳ געגעבן בסיני ווען אונז האמער נישט אלע די זעלבע תורה אויף די האר? ( דאכט זיך אז אונזערע מסורה איז פון די רמב״ם וואס האט אנגענומען אזוי ווי בן אשר ביז דעמאלס איז געווען פארשידענע גרסיות)
אויב די ווילסט קען מען אויך רעדען פין די אנדערע אני מאמין ״שזאת התורה לא תהי מחלפת...״ אונז ווייסען פון אפאר זאכען וואס סגייט זיין אנדערשט ,עבודה בבכורים ,אכילת חזר,כל הימים טובים בטלים חוץ.... נא וויאזוי איז מען דעס מסביר עפ״י פשטות?

יואליש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 3:47 pm

· #60753
נולד מאוחר
תימינער תורה איז די dead sea scorls?


ניין.

zurich » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:04 pm

· #60762
zurich
איך פארשטיי נישט איין זאך,לויט שפינאזע מיט די אלע אנדערע אטיעטיזים אין אפיקורסים וויזוי איז די ערשטע מענטש באשאפן געווארן?? וועלכע קאמפיוטער האט עס געמאכט??!!

יואליש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:39 pm

· #60768
זר זהב
איך מוז אריינהאקן מיט איין קליינעם אני מאמין וואס אויב גלייבט מען נישט דערין איז מען קיין איד נישט, און נאכער קען מען ווייטער שמועסן. בתקוה להבנה.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁכָּל הַתּוֹרָה הַמְּצוּיָה עַתָּה בְיָדֵינוּ הִיא הַנְּתוּנָה לְמֹשֶׁה רַבֵּנוּ עָלָיו הַשָּׁלוֹם.


פאר די וואס ווייסן אביסעל מער פון וואס די "קעטש פראזע" אינעם סידור זאגט, איז א דבר פשוט אז מ'קען זיין א איד, און ס'זענען טאקע געווען אידן אין אלע דורות, נישט סתם אידן נאר חכמינו ז"ל, וועלכע האבן נישט מודה געווען צו דעם גענוי וויאזוי דו לערענסט עס אפ.

לאמיר פארשטיין. די פראזע טוט אנדייטן אז די כתר ארם צובא איז נישט קיין מענטשליכע ווערק וועלכע האט צוזאמגעשמאלצן די מערערע חילוקים אין תנ"ך צו א איינצעלע "מסורה." יעדע היסטאריען ווייסט אז דאס איז נישט ריכטיג. נאך מער, חז"ל און שפעטערדיגע חכמי ישראל נעמען אן פאר א פשטות דאס ענין פון תיקון סופרים, חסרות ויתרות (אינהו בקיאי בחסירות ויתרות, אנן לא בקיאינן), מספר האותיות, תיבות ופסוקים. אפי' אינעם סאמען עשרת הדברות זענען דא שינו נוסחאות: אין ירושלמי ווערט געברעגט א נוסח אנכי ה' אלהיך אשר הוצאתך מארץ מצרים, אנשטאט הוצאתיך פון אונזער היינטיגע ספרי תורה. ס'איז באקאנט דער מדרש אז ר' מאיר'ס ספר תורה האט געהאט געשריבן טוב מות אנשטאט טוב מאד, און כתנות אור אנשטאט עור. דער רמב"ם, וועמען'ס אני מאמין מיר ניצן, האט געהאט א מסורה נענטער צו די תימני ווי צו אונזער.

מ'קען שרייבן גאנצעטע ספרים, און ס'זענען טאקע דא ספרים, וועלכע דאקומענטירן די הונדערטער ראיות אז אנדערע דורות האבן געהאט אנדערע תיבות ופסוקים.

ס'איז באקאנט די מאמר חז"ל (ווערט געברענגט אין מערערע פלעצער אין חז"ל) וואס זאגט אז ווען ס'האט זיך געמאכט א ספק איז אונזער מסורה באשטימט געווארן בלויז דורכן גיין נאך רוב: "שלשה ספרים מצאו בעזרה ספר מעוני וספר זעטוטי וספר היא באחד מצאו כתוב מעון אלהי קדש ובשנים כתיב (דברים לג) מענה אלהי קדם וקיימו שנים וביטלו אחד. באחד מצאו כתוב וישלח את זעטוטי בני ישראל ובשנים כתוב (שמות כד) וישלח את נערי בני ישראל וקיימו שנים וביטלו אחד. באחד מצאו כתוב תשע היא ובשנים כתיב אחד עשר היא וקיימו שנים ובטלו אחד."

להלכה ווערט גע'פסקן'ט אין שו"ע אז אונזערע ספרי תורה האבן נישט קיין הונדערט פראצענטיגע מסורה: "והא דמוציאין אחרת דוקא שנמצא טעות גמור אבל משום חסרות ויתרות אין להוציא אחרת שאין ספרי התורה שלנו מדוייקים כל כך שנאמר שהאחרת יהיה יותר כשר."

דאס איז געשריבן אין די שנעלעקייט, און נאך איידער מיר קומען צו צום פונקט אויב משה האט דוקא געשריבן יעדעס ווארט אדער פרשה. ס'איז דא געניג חז"ל און קדמונים און ראשונים וועלכע זאגן לאו דוקא, אדער דוקא לאו. אבער דאס איז איז שוין א לענגערע שמועס.

יואליש » מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 4:42 pm

· #60773
[ציטאט אראפגענומען]


זאגסט דאך זייער גיט. סאו וואס מיינט המצואה בידנו עתה? און וואס מיינט היא הנתונה למשה רבינו? די סיכום הענין?

ווען איינער זאגט אז די און די ווארט איז לאו דוקא געשריבן געווארן דורך משה, איז ער א כופר?
בלאט: 1 2