☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3945
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

רביה''ק זי''ע » זונטאג יוני 24, 2018 2:56 pm

· #407044
נע ס'מיינט נישט כפשוטו. (איך ווייס אז סקומט נישט אריין דא, אבער כ'האף עטס וועטס פארשטיין)

איש חזון » מאנטאג יוני 25, 2018 11:45 am

· #407116
ליטוואק פון בודאפעסט
דער חזו"א איז אוועק פלוצלונג, אויף א ליל שבת אין מיט'ן נאכט. צופרי, ווען דער שמועה איז צושפרייט געווארען, האבען בני ברק איינוואונער געשטראמט צו זיין שטוב און איהם אנגעוואונטשען א גוט שבת!!

דא

(עס איז דא דארט א ט''ס, צ''ל ''ברטלר'' במקום ''פרנקל'')

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יוני 28, 2018 10:32 pm

· #407565
רש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...

(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)

איש חזון » דאנערשטאג יוני 28, 2018 11:14 pm

· #407567
ונבנתה העיר
מיוחס לרש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...

(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 6, 2018 1:13 pm

· #408243
אין מוריה שנת תשמ"ב, האבען זיי געדרוקט די צוואה פון דער בעל לחם הפנים, חתנו של בעל מגן אברהם.
שרייבט ער דארט וויל פאלגענד:
באתי לגזור עליכם שלא תשתו שום רפואה משום רופא שבעולם אף מן רופא מומחה כי הטבעים נשתנו והם עושים כל מיני רפואות ע"פ ספרים ישנים ושם נכתבו העשבים והסממנים לפי הטבעים שהיו בעתים ההם ועכשיו נשתנו ורובם מתים ונאספו בלא זמנם וללא משפט ע"י הרופאים לאפוקי רפואות שחוץ לגוף אם אינו מועיל לא יזיק ומעודי עד היום הזה ברוב שנותי לא רציתי לקבל שום רפואה לשתות משום רופא מהאי טעמא


מ'זאל זיך דוקא נישט פארלאזען אויף אלטע רפואות.

דא האט איהר דער בילד פון זיין ווערטער
📎 אוצר החכמה_108067.jpg

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 6, 2018 2:53 pm

· #408259
ונבנתה העיר
רש"י אין דברי הימים: יש מפרשים אזוי, וי"מ כך, וזה וזה אין בהם רוח חיים...

(מ'דארף סתם אזוי עפענען אן אשכול פאר מליצות ופאנים. בערל?)

ונבנתה העיר: ייש"כ. די פראבלעם איז אז ס'פאלט מיר איין א גוטע מליצה אדער א פאן (מיט א פ"א דגושה און קמ"ץ) ווען איך בין נישט ביים קאמפיוטער. למשל אינמיטן דאווענען. אדער ווען איך דרייוו דעם באס. און ביז איך קום אן צו די מאשינקע האביך עס שוין פארגעסן...!

berlbalaguleh » פרייטאג יולי 6, 2018 2:58 pm

· #408260
ונבנתה העיר: נאר אויף דיין פריער'דיגע מליצה פון די רש"י אין דברי הימים..."י"מ כך. וי"מ כך"... דאס דערמאנט מיך. אז מ'איז אמאל געגאנגען פרעגן פון א געוויסן גרויסן אדמו"ר, וואס די וועלט האט געמיינט אז ער איז א תלמיד חכם וידען, א געוויסע שאלה. האט ער (נעבעך נישט וויסנדיג די תשובה איבער די הלכה אדער מנהג.) האט געענטפערט זייער קלוג...."ס'איז דא א טייל וואס פיהרן זיך אזוי. און א טייל פיהרן זיך אזוי...!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אקטאבער 21, 2018 9:29 am

· #414817
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
אין אגרות משה חלק ח׳, אז די סבה פארוואס די אידיש שפראך איז געבליבען לאנג נאך דעם וואס אידען האבען פארלאזט דייטשלאנד, איז צוליעב די ברכה פון יפת אלקים ליפת, וואס אשכנז איז פון יפת און זייער שפראך האט א פלאץ אין אהלו של שם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ונבנתה העיר » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:17 pm

· #414955
סידור אדמוה"ז (הללו את ה' מן השמים):

וכנראה בטבע, הזכר נוטה לחסד יותר מן הנקבה, שמלאה דינין ורוגז כו'.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 1:21 pm

· #414957
יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני

איש חזון » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 2:42 pm

· #414962
שרה עיניה צרה באורחין

בנימין » מאנטאג אקטאבער 22, 2018 4:50 pm

· #414976
ומפני מה האיש מקבל פיוס ואין אשה מקבלת פיוס זה ממקום שנברא וזו ממקום שנבראת (נדה לא:)
רש"י - מקבל פיוס - נוח לרצות: זה ממקום שנברא - אדמה עפר תיחוח נוח ליבטל אבל בשר ועצמות קשין:

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 4, 2018 8:49 pm

· #417969
אז יוסיפון באנוצט זיך שוין מיט'ן פסוק מהרסיך ומחריביך ממך יצאו, במשמעותו המליצי.

פליקער » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 9:34 pm

· #418060
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
א פרישע מעשה, א בר מצוה מתנה פרעס טראק

דער גאלדענער אדלער » מיטוואך דעצעמבער 5, 2018 11:55 pm

· #418081
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
פליקער
א פרישע מעשה, א בר מצוה מתנה פרעס טראק
ברוך הבא פליקער. ס'דא האפענונג.
אינז וועלן זיך נישט באגעניגן מיט אן איין שורה'דיגן מעסדזש פון אכט אהאלב ווערטער, מיר ברויכן גאנצעטע ארטיקלעך ווי אמאל. חדש ימינו כקדם!!

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 6, 2018 10:25 am

· #418113
נישט קיין נייער געדאנק, שוין דא אין יוראפ מער ווי 10 יאר. עס איז איינעם איינגעפאלן א געדאנק פאר פרנסה און כדרכם של יודעלעך האט ביז א קורצע צייט ארויסגעשפראצט קאמפעטישן, און היינט האט שוין יעדע ספרים געשעפט א אייגענע בר מצוה מתנה טראק ולא זכר איש את המסכן וואס האט עס אנגעהויבן.

קל לראש » מאנטאג יאנואר 14, 2019 3:46 am

· #422105
געפילטע פיש
berlbalaguleh
שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!

ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט סעק*סואלע נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.

למשל עקידת יצחק און משה רבינו'ס רעאקציע צום עגל, פינחס רעאקציע צו מעשה זמרי און אפשר גאר השי"ת עונשים צו דעם אלעם.

קל לראש » מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:36 am

· #422106
ליטוואק פון בודאפעסט
אז דאנאלד טראמפ איז א קרוב מיט פיהל אידען. דער וואס האט געליינט 'בוסתנאי' פון מארקוס לעהמאן ווייסט אז ער איז דער יחיד מבית דוד וואס איז געבליבען פון א פוטש פונ'ם פארסישען קעניג און ער האט שפעטער חתונה געהאט מיט'ן טאכטער פון יענע קעניג (נאך איהר גיור, פארשטייט זיך) הרב שרירא גאון און שפעטער דער מהר"ל זענען דארט אייניקלאך. דאנאלד טראמפ איז אן אייניקעל פון יענער פארסישע קעניג

ערשטנס, רב שרירא גאון שרייבט קלאר אין זיין באקאנטע תשובה
"ואבהתא דילנא דבי נשיאה אינון, מיהו
שבקוה כל הני ארחתא בישתא דנשיאות ועיילו ברבנן במתיבתא
למבעא עונה ושפלות ונמיכות. ולא מבני בסתנאי אנחנא אלא מקמי'
הכי עיילי זקננו ברבנן דמתיבתא"

און אויב די יחוס בריוו פון מהר"ל איז אמת שטייט דארט אז ער איז אן אייניקל פון רב האי גאון. ממילא איז ער נישט קיין קרוב מיט להבדיל טראמפ.
אויסער דעם שטייט דארט אז בוסתנאי האט געהאט צוויי ווייבער.

איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 14, 2019 6:33 am

· #422108
כוכב
יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני

פארוואס איז איז אין וומס"ג לייכטער צו דרייוון ווי אין ב"פ? ווייל אין ב"פ איז דא מער נשים דרייווערס.

יעלה ויבא » מאנטאג יאנואר 14, 2019 7:04 am

· #422109
איסר האטלקי

פארוואס איז איז אין וומס"ג לייכטער צו דרייוון ווי אין ב"פ? ווייל אין ב"פ איז דא מער נשים דרייווערס.

בדרך כלל זענען די גאסן ברייטער.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 14, 2019 9:19 pm

· #422238
כוכב
יא, כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין כרחם אב על בנים אז דער טאטע האט מער רחמנות אויף די קינדער ווי די מאמע.
שטייט שוין אין חז"ל אז א פרוי בעט זיך שווערער איבער.
אויב מעג איך ווייטער זיין א סעקסיסט, ווען איך רוף א פירמע און די רעסעפשאניסט איז א מאן בין איך אלץ מער מצליח און ס'איז א לייכטערע ערפארונג ווי א פרוי ואתכם הסליחה.
#לאוו_יו_האני

כוכב: ווען איך רוף ערגעץ צו א קאמפאני און דער רעסעפשאניסט איז א מאן. נישט א פרוי. ווייס איך אז ער איז (מסתמא) א ל.ג.ב.ט. קיו. און די פירמע האט איהם געדינגען ווייל זיי וויללן זיין פאליטיקלי קארעקט...!

ונבנתה העיר » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 12:06 am

· #441591
דער רמב"ן אנפאנג וירא באוואשט דעם רמב"ם אין מורה וועלכער לערנט אז די גאנצע מעשה איז געווען במראה הנבואה, מיט די ווערטער: אסור לשומעם אף כי להאמין בהם.

ווער איז דער מחבר פון די ווערטער? דער רמב"ם אליין... אין מורה ח"א פס"א: לא יאות לאדם שלם לשמעם כל שכן שיאמינם. @מי אני...

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 2:21 am

· #441604
ונבנתה העיר
דער רמב"ן אנפאנג וירא באוואשט דעם רמב"ם אין מורה וועלכער לערנט אז די גאנצע מעשה איז געווען במראה הנבואה, מיט די ווערטער: אסור לשומעם אף כי להאמין בהם.

ווער איז דער מחבר פון די ווערטער? דער רמב"ם אליין... אין מורה ח"א פס"א: לא יאות לאדם שלם לשמעם כל שכן שיאמינם. @מי אני...


און די רמב"ם אליינס פון ווי האט ער עס גענומען..?

אלא מאי, ס'געווען אן אויסדרוק בימים ההם, ושני משה'ס נתנבאו בסגנון אחד

ונבנתה העיר » פרייטאג מאי 1, 2020 5:24 pm

· #447414
אז וכל אדם לא יהי' באוהל מועד, גייט אן אגאנץ יאר בשעת הקטרת הקטורת.

במדבר » זונטאג מאי 3, 2020 1:20 pm

· #447555
תוס' (ר' אלחנן) און מנחות (ט ע''ב) טראכט: אז פארדעם האט מען ''בר הי הי'' און ''בן בג בג'' געריפן אזוי, ווייל זיי זענען געווען גרים, ''בני אברהם ושרה'', וואס האבן ביידע צוגעלייגט א ''הי'' צו זייער נאמען, אין די זעלבע איז מיט ב-ג וואס איז = ה. (לדעתי איז עס אקעדעמיש אויסגעהאלטן)

במדבר » מאנטאג מאי 4, 2020 9:22 am

· #447623
די אימגעשריבענע ים געזעץ.
ביז 1852: איז געווען אנגענימען די כלל אז בשעת די רעטונג פון אַ זינקענדע שיף אז: "יעדער מענטש פאר זיך". אבער די זינקונג פון די ''HMS Birkenhead'', איינס פון די ערשטע אייז'נע שיפן און די בריטישע ים פלאטע, אין יענע יאר האט געבראכט א ענדערונג.
ווען די שיף האט אנגעהויבן צו זינקען, ביי א מיסיע צו ברענגן טרופן צו ''Algoa Bay'' (דרום אפריקע), האבענדיג אויף זיך 643 פאסאנזשירען, כולל 20 ווייבער און קינדער, האט דער שיפס קאפיטאן מודיע געווען, ווי דער כלל לויט: "יעדער מענטש פאר זיך", אָבער די הויפט אפיציר, אלעקסאנדער שטיין, האט איבערגענימען די ארדענונג און באפוילען די מענטשן צו זיך האלטן צו סדר און דיסעפלין.
ער האט געהייסן שטעלן די ווייבער און קינדער ערשט, ''Women and children first'', און דאס איז שוין געבליבן די מאראלישע קאוד ביי יעדע נויטפאל סטואציע.

450 מענטשן זענען דעטראנקען געווארן אין די אומגליק, אבער א דאנק די עקשנות פון די אפיציר זענען געראטעוועט געווארן אלע ווייבער און קינדער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 2, 2020 9:48 am

· #450254
איך האב היינט דאס באמערקט אין דער ספר לפרקים פון הרב יחיאל יעקב וויינברג
📎 אוצר החכמה_600766.jpg

ליב צו וויסן » דינסטאג יוני 2, 2020 7:40 pm

· #450332
במדבר
ביז 1852: איז געווען אנגענימען די כלל אז בשעת די רעטונג פון אַ זינקענדע שיף אז: "יעדער מענטש פאר זיך". אבער די זינקונג פון די ''HMS Birkenhead'', איינס פון די ערשטע אייז'נע שיפן און די בריטישע ים פלאטע, אין יענע יאר האט געבראכט א ענדערונג.
ווען די שיף האט אנגעהויבן צו זינקען, ביי א מיסיע צו ברענגן טרופן צו ''Algoa Bay'' (דרום אפריקע), האבענדיג אויף זיך 643 פאסאנזשירען, כולל 20 ווייבער און קינדער, האט דער שיפס קאפיטאן מודיע געווען, ווי דער כלל לויט: "יעדער מענטש פאר זיך", אָבער די הויפט אפיציר, אלעקסאנדער שטיין, האט איבערגענימען די ארדענונג און באפוילען די מענטשן צו זיך האלטן צו סדר און דיסעפלין.
ער האט געהייסן שטעלן די ווייבער און קינדער ערשט, ''Women and children first'', און דאס איז שוין געבליבן די מאראלישע קאוד ביי יעדע נויטפאל סטואציע.

450 מענטשן זענען דעטראנקען געווארן אין די אומגליק, אבער א דאנק די עקשנות פון די אפיציר זענען געראטעוועט געווארן אלע ווייבער און קינדער.


סארא Sexist...

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 25, 2020 2:48 pm

· #457537
רש"י אין כריתות לערנט, אז ואם חיסר א' מכל סממניה חייב מיתה רעדט מען יו"כ אין קודש הקדשים, און די חיוב מיתה איז אלס ביאה ריקנית.

כרם זית » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2020 9:01 pm

· #458187
אז נתן העזתי האט געריפן מזאל אויפהערן דאווענען נוסח האר''י, וויבאלד עס פעלט מער נישט אויס די תיקונים ווען משיח איז שוין דא. (מקור.)

וואס איז מערקעוויג איז אז חסידים וועלכע זענען באשילדוגט געווארן מיט שבתאות האבן יא געדאווענט נוסח האר''י. (און טיפיקל גרשום שלום צו באשילדוגן דער חתם סופר אין שבתאות וויבאלד ער שרייבט אין א תשובה קעגן טוישן צו נוסח האר''י... 😃 )

כרם זית » זונטאג סעפטעמבער 13, 2020 2:07 am

· #458736
דא אין שטיבל איז אסאך מאל באהאנדעלט געווארן ווי אזוי מיר אידן, אלס די אור לגוים דארפן זיך אויפירן צו אונזערע שכנים דא אין אונזער וועלטל, די 70 אנדערע אומות. זה אומר בכה וזה אומר בכה. איז אינטערעסאנט צו ברענגען א מכתב געשריבן דורכן גאון ר' אלעזר פלקלס, דער גרויסער תלמוד פון דער נודע ביהודה, צו דער קריסטליכע צענזור פון פראג קרול פישער, [ווועלכע איז איראניש געווען אן אוהב ישראל און געשריבן פליסיג לשון הקודש,] איבער די מנהג ישראל נישט צו לערנען אויף ניטל נאכט.

לפע''ד קען מען זיך אסאך לערנען פון די בריוו ווי אזוי א איד דארף אנקוקן און האנדלן מיט גוים:

קובץ אור ישראל.

כלבאשבוע » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2022 2:53 pm

· #508975

ונבנתה העיר » זונטאג יוני 18, 2023 1:16 am

· #528717
לערנענדיג דעם שבת אינעם הייליגן טאג-בוך פון דזשאן קווינסי עדעמס, האביך געזען א נייעם פשט אין לא תהיה אחרי רבים לרעות. וזל"ק:
Read Sermons 9. and 10. Vol. 7. of the English Preacher— On the folly of imitating popular and fashionable Vices, and on Justice— The precept “thou shalt not follow a Multitude to do evil,[”] is one of the most difficult to be practised, of all the Virtues prescribed in the Bible— Few of us are sensible how much we yield to the prevailing Spirit of others; nor is it always perfectly clear when compliance and when resistance is the duty— A just and sober judgment, a pure intention, and an ardent desire to do right are the qualities for which it becomes us to offer unceasing prayers to Heaven

צקון לחש » דינסטאג יולי 11, 2023 7:07 pm

· #531271
אן אלטע מעלות
.
📎 20230711_190035.jpg

איציקל » זונטאג יולי 30, 2023 11:21 am

· #532547
דברי מנחם
ר"ר מענדעלע מרימונוב זצ"ל - דברי מנחם פ' ואתחנן
📎 chrome_screenshot_1690729868973.png אינטרעסאנט ווי איינער פון די עקסטרעמיסטישטע חסידישע רבי'ס איז מחשיב חכמה.

ונבנתה העיר » מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:22 pm

· #556836
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ר"ש מולכו שרייבט אין חית קנה, והנה אנכי מגלה על זה סוד גדול, דעו כי המלאכים וכו' ואין לי רשות לגלות יותר.

דער גאנצער פחדימ'דיגער סוד שטייט אבער אין תוס' סנהדרין (ל"ז:) בשם תשובת הגאונים.

ס'דערמאנט מיר וואס רב"צ ליפשיץ טענה'ט אויף די גניזה החרסונית, אז ווי ער האלט שוין ענדליך אט אט ביים זאגן עפעס ממשות'דיג, כאפט אים פלוצלינג א התלהבות אז דאס קען ער אים נאר זאגן פא"פ...

ונבנתה העיר » דינסטאג יוני 11, 2024 1:55 pm

· #564850
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
פון דעם ליובאוויטשער רבי'נס פארברענגען, שבועות תשכ"ד.

יענעם מוצאי שבועות איז געבוירן געווארן הרב בערל לאזאר.
📎 7d7d76c4d43e49e0acfa76a473f2f810.jpg -----------

אויפן פסוק הַנָּשִׁים יֹשְׁבוֹת מְבַכּוֹת אֶת הַתַּמּוּז (יחזקאל ח, יד), שרייבט דער רד"ק:

והרב החכם הגדול רבינו משה בר מימון ז"ל כתב כי נמצא כתוב בספר מספרי העבודות הקדמונים כי היה איש מנביאי עכו"ם ושמו תמוז וקרא למלך אחד וצוהו לעבוד ז' כוכבי לכת וי"ב מזלות והמיתו המלך ההוא מיתה משונה ובליל מותו התקבצו כל הצלמים מקצות הארץ אל היכל בבל לצלם הזהב שהוא צלם השמש והיה זה הצלם תלוי בין שמים וארץ ונפל לתוך ההיכל וכל הצלמים סביבו והיה מספר להם מה שאירע לתמוז הנביא והצלמים כולם בוכים וסופדים כל הלילה וכאשר היה בבקר עופפו כל הצלמים להיכליהם בקצות הארץ והיה זה להם לחוק עולם בתחילת יום ראשון מחדש תמוז בכל שנה יספדו ויבכו על התמוז.

ווייסט איינער וואו דער רמב"ם איז?

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג יוני 11, 2024 3:00 pm

· #564853
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ונבנתה העיר #
פון דעם ליובאוויטשער רבי'נס פארברענגען, שבועות תשכ"ד.

יענעם מוצאי שבועות איז געבוירן געווארן הרב בערל לאזאר.

7d7d76c4d43e49e0acfa76a473f2f810.jpg

קען מיר איינער איבערטטייטשען אויף אידיש-טייטש וואס דער רבי האט געזאגט?

מתתיהו » דינסטאג יוני 11, 2024 3:15 pm

· #564854
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ונבנתה העיר #

אויפן פסוק הַנָּשִׁים יֹשְׁבוֹת מְבַכּוֹת אֶת הַתַּמּוּז (יחזקאל ח, יד), שרייבט דער רד"ק:

והרב החכם הגדול רבינו משה בר מימון ז"ל כתב כי נמצא כתוב בספר מספרי העבודות הקדמונים כי היה איש מנביאי עכו"ם ושמו תמוז וקרא למלך אחד וצוהו לעבוד ז' כוכבי לכת וי"ב מזלות והמיתו המלך ההוא מיתה משונה ובליל מותו התקבצו כל הצלמים מקצות הארץ אל היכל בבל לצלם הזהב שהוא צלם השמש והיה זה הצלם תלוי בין שמים וארץ ונפל לתוך ההיכל וכל הצלמים סביבו והיה מספר להם מה שאירע לתמוז הנביא והצלמים כולם בוכים וסופדים כל הלילה וכאשר היה בבקר עופפו כל הצלמים להיכליהם בקצות הארץ והיה זה להם לחוק עולם בתחילת יום ראשון מחדש תמוז בכל שנה יספדו ויבכו על התמוז.

ווייסט איינער וואו דער רמב"ם איז?
מורה נבוכים ח"ג פרק כ"ט

-----------

געווען אינטערסאנט צו זעהן אין ב"ח סימן תפ"ג ווי ער ברענגט א לשון מהרש"ל: "מצאתי בשם הגאון מה"ר משה יניק" און ער מיינט מיט דעם די רמ"א.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7