☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3945
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

פרייוויליג » מיטוואך מאי 4, 2016 8:59 pm

· #331691
על המחיה
פרייוויליג
ר׳ פנחס אליהו שרייבט וואס מיר וואלטן געטראכט אבער וואלטן זיך נישט געוואגט עס צי דריקן אויף א פאפיר...


זייער אינטרעסאנט!
ווער איז דער ר' פנחס אליהו?

<a class="postlink" href="https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7%A0%D7%97%D7%A1_%D7%90%D7%9C%D7%99%D7%94%D7%95_%D7%94%D7%95%D7%A8%D7%91%D7%99%D7%A5">https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7 ... 7%99%D7%A5</a>

פרייוויליג » דאנערשטאג מאי 5, 2016 3:17 pm

· #331810
רבי יעקב עמדין זאגט אז עס איז א מצוה רבה מפרסם צו זיין אז יעדער איד זאל נעמען א פילגש, אן דעם איז נישט מעגליך מען זאל זיך האלטן בקדושה. ער פירט אויס אבער אז ער נעמט נישט קיין אחריות און יעדער זאל פרעגן זיין מורא הוראה:

בשו"ת שאילת יעבץ חלק ב' סימן ט"ו האריך מאוד לברר דברי הראשונים והפוסקים והמשיבים בזה והעלה להיתר ברור מצד דין קדשה, ובסוף דבריו כתב דברים שיש בהם כמה יסודות גדולים וחשובים בענייני קיום התורה באופן כללי: "דכבר נתבאר לעיל דפילגש לא נאסרה כלל במנין ולא נודע שקבלוה לאיסור. אדרבא רבו המתירין והיחיד שנמשך אחר דעת הרמב"ם בטלו דבריו מחמת שאין להם על מה להשען. ומה שנמנעו במדינות הללו מפילגש מעצמם ומאליהם נמנעו בחשבם שיש בו איסור. ומנהג בטעות אינו מנהג ומתירין אותו בפניהם אם נהגו מחמת שהיו סבורים שהוא אסור. ובאמת הוא מותר ולסייג לא קבלוהו מעולם (אע"פ שנטה לדעת זו מאן דמחמיר בה אעפ"כ לא נתקבלה בהסכמה כלל) רק מחסרון ידיעה בלבד עשו כן או שהמורה לאסור אף הוא טעה, ואמנם האיסור אין בו משום סייג כמו שכתבתי לעיל. אדרבא ההפך הוא סייג לתורה אי משום להרחיק מן העברה ההפקר והזנות ולמעט בזמה דנשג"ז [נדה שפחה גויה זונה] להוצאת שכבת זרע לבטלה מן הבלתי נשואים. וגם הנשואים בעת שאין נשותיהם מצויות להם ואם כדי לסייע בקיום מצות עשה הגדולה דפריה ורביה שנמנעת פעמים הרבה אף מן הנשואים בסבת התקשרם באשה אחת בלבד לכן אין אומה ראויה להרבות בנשים אלא האומה הקדושה. לפיכך התירה התורה אותן לאיש הישראלי מפני שאסרה לו הזנות והנאוף. וגם אשתו אסורה לו בימים רבים של נדה וזבה ולידה למען יוכל עמוד בהן לפיכך לא לחנם התירתן תורה. וגם כדי להרבות זרע ישראל ובדין שיאסרו האומות עליהן יותר מאחת שבלאו הכי הם רבים ואין צריכים אלא לישוב המדינה ומהראוי היה למנוע מלאסור ליהודי שתי נשים משום איסור דבחוקותיהם לא תלכו, רק משום שהוא בשב ואל תעשה וגם מחמת הסכנה ליהודים השוכנים בין הערלים. כשנושאים שתי נשים הוצרך רבינו גרשם מאור הגולה לגזור איסור זה שלא מן הדין. וכו'
…
והשלישית לאסור דבר המותר לאותם שאינם בני תורה כבני בשכר ובני גבלא ודכוותייהו שאני הנהו דלא הוו שכיחי רבנן גבייהו משא"כ האידנא אע"ג דלא אכשור דרי, מ"מ בני תורה הם במקומות הללו שנתפשט בהן התלמוד וספרי הוראה וכל דבריהם עושים על פיהם אין כאן בית מיחוש בלי ספק וכענין שכתבתי בכיוצא בה במו"ק א"ח סתנ"ג. וכו'
…
לכן לדעתי הוא דבר מצוה רבה לפרסם ההיתר. ביחוד בדורנו זה שהכנעני אז בארץ שאהב את הזמה ובפרטות אחר שנתערבו בישראל המופקרים כת ש"ץ שר"י שר הנואפים הרוצים שיכלו הנשמות עם הגופות למען הביא משיח לפי טומאו עם שפחות חרופות מלבד שאר כתות דבהפקרא ניחא להו דטבא עבדינן להו כי היכי דלשבקו איסורא וליכלו היתרא. לא לגעו באיסורי דאורייתא כרת ומיתת בית דין. ואע"פ שמובטח אני שלא תצא תקלה מתחת ידי. כמזכה את הרבים שאין חטא בא על ידו. ותודה לאל זכו רבים על ידי בכמה גופי תורה ושמירות וסייגות לתורה ע"י חיבוריי. שכל מגמתי בהם לזכות את ישראל ולשפות שלום ביניהם לאביהם שבשמים. וביחוד מסרתי נפשי והפקרתי חיי וממוני בשביל טובתם ותקנתם ותועלתם האמתית בזה ובבא. וזולת זה כבר אבדה האמונה מפיהם. לולי ד' שהיה לנו. והציגני למשול עמים ולשום רסן על לחייהם. והסכים על ידינו לתת כבוד לשמו. וחשף את זרוע קדשו לעיני העמים למען לא תאבד תורה מישראל חלילה.
מכל מקום איני רוצה שיסמוך אדם על ידי בזה כי אם על פי הסכמת גדולי הדור. ואם ייטבו דברי אלה בעיניהם. יהי חלקי עמהם הריני נמנה ונלוה אליהם לדבר מצוה וסניף לאריות כי קטן יעקב ודל. מכונה יעבץ.

עוד אני מעיד במי שרוצה לסמוך על הוראתי זאת עכ"פ לא יעשה כזאת עד שימלך ברב ומורה צדק לעדתו. שיסדר לו ההתר ע"פ יחוד גמור בטוח ממכשול דהיינו לייחד לה חדר בביתו ולהזהירה מיחוד כל שאר אדם. ושבאם תמצא שעברה ולא נזהרה ישלחנה מיד מביתו. וכן יצוונה שתטבול בזמנה ויודיענה שאין בזה בושה כלל. ולבאר לה ג"כ שהבנים שתלד ממנו כשרים כשאר מיוחסים שבישראל כשתשמור בריתה ותהא נאמנת לאיש הזה. משא"כ אם תזנה עליו אזי בניה בני זנונים וחייבים עליה משום קדשה על כל ביאה וביאה בין איש זה בין אחרים. ובאופן זה אם ישמעו ויעשו ככל האמור אזי אין אחריות מכשול עון כל שהו בדבר זה ולמצוה יחשב להרים המכשלות את הרשעים. וגם ת"ח צריכים לכך ביותר שכל הגדול מחברו יצרו גדול וראוי להיות לו פת בסלו ולקיים זרע אם אינו זוכה לו מאשתו שנפלו בגורלו והכל הולך אחר כוונת הלב. בלבד שיכוין אדם דעתו לשמים. רחמנא לבא בעי. רגלי חסידיו ישמור. ושמר רגליהם מלכד ואל תהי צדיק הרבה למען לא תרשע הרבה כמו שהוכיח הנסיון גם בבני אדם גם בבני איש. ודי בזה. וכבר הארכתי יותר מדי למבין ומשכיל על דבר. שהוא משום עת לעשות וגו'".

וואלווי » דאנערשטאג מאי 5, 2016 5:47 pm

· #331842
די "מהיכן דנתוני" האמער שוין, יעצט דארף מען טרעפען די "אייגענע" מורה הוראה...

אחד העם » זונטאג מאי 15, 2016 12:08 am

· #332989
די רעדע פון הרב ש"י עגנון זצ"ל, ווען ער האט באקומען זיין פרס נובל.

מתוך קטסטרופה היסטורית שהחריב טיטוס מלך רומי את ירושלים וגלה ישראל מארצו, נולדתי אני באחת מערי הגולה, אבל בכל עת תמיד דומה הייתי עלי כמי שנולד בירושלים. בחלום בחזון לילה ראיתי את עצמי עומד עם אחי הלווים בבית המקדש כשאני שר עמהם שירי דוד מלך ישראל. נעימות שכאלה לא שמעה כל אוזן מיום שחרבה עירנו והלך עמה בגולה, חושד אני את המלאכים הממונים על היכל השירה שמיראתם שאשיר בהקיץ מה ששרתי בחלום השכיחוני ביום מה ששרתי בלילה, שאם אחי בני עמי שומעים לא היו יכולים לעמוד בצערם מחמת אותה הטובה שאבדה לה. כדי לפייס אותי על שנטלו ממני לשיר בפה נתנו לי לעשות שירים בכתב.


הגם, סאיז שלא מן הצדק צו רעדן פון הרב עגנון ז"ל, און נישט מרחיב זיין איבער זיין ברייט פארצווייגטע פערזענליכקייט, און זיינע דערהויבענע ווערק, אבער א שטיקל הצדקה, איז די פאקט שהזמן יכלו והם לא, אבער כהאף בקרוב עפעס ארויסצושטעלן איבער אים און זיינע הייליגע ווערק.
אגב, איז אינטרעסאנט צו מציין זיין, אז סאיז דא א רעקארדירונג וויאזוי מען רופט אים מודיע זיין די בשורה אז ער איז ערוועלט פארן פרס, עפעס א נייעס אגענטור האט אים גערופן רעדן מיט אים איבער דעם, און ער האט אפילו נישט געוואוסט, און אויך קען מען הערן זיין עדינות הנפש וויאזוי ער רעדט זיך אפ אז ער איז נישט ראוי פארדעם. יבואו המלנקקים.

טאמבל סאס » זונטאג מאי 15, 2016 3:26 am

· #333000
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
<a class="postlink" href="https://youtu.be/KuAkEO_QTpM">https://youtu.be/KuAkEO_QTpM</a>

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

אחד העם » זונטאג מאי 15, 2016 8:42 am

· #333010
טאמבל סאס
https://youtu.be/KuAkEO_QTpM

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

יא דאס איז דער לינק.
א דאנק אייך @טאמבל סאס.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 19, 2016 1:18 pm

· #333760
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
אבודרהם.

שמעון וואלף » זונטאג יולי 31, 2016 11:27 pm

· #344068
אז ר' ברוך (בורי) הענדלער האט זיך אנגעטהון א קראך היט.
נישט אז א היט איז מעלה ומוריד אבער ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט ווען כ'האב עס געזעהן.

באמת פארדינט ר' ברוך אן אשכול אין אנשי שם. אנגעהויבן פון זיין ותיקין געדאווענעכץ, ארימגיין צו קדישים שבת (שוין נאכ'ן סעודה) זיין חברותה'שאפט מיט'ן ברך משה, זיין עליה קיין ארץ ישראל וכו' וכו'

ונבנתה העיר » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:42 pm

· #347078
רד"ק מלכים י"א.

כמו שהוא מנהג היום במלכי ישמעאל שיעשו פרץ במבצריהם, שאם יקומו על המלך בני העיר שיברח משם ויקראו שמו שער הבגד.

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:50 pm

· #347080
שמעון וואלף
אז ר' ברוך (בורי) הענדלער האט זיך אנגעטהון א קראך היט.
נישט אז א היט איז מעלה ומוריד אבער ס'איז מיר געווען אינטערעסאנט ווען כ'האב עס געזעהן.

באמת פארדינט ר' ברוך אן אשכול אין אנשי שם. אנגעהויבן פון זיין ותיקין געדאווענעכץ, ארימגיין צו קדישים שבת (שוין נאכ'ן סעודה) זיין חברותה'שאפט מיט'ן ברך משה, זיין עליה קיין ארץ ישראל וכו' וכו'

שמעון וואלף: דו, (אלס געוועזענער? ) היימישער סאטמאר'ע תלמיד/חסיד דארפסט דאך צו וויסן אז די היינטיגע שטאפענע היטן/טשאלנט טאפ אין סאטמאר זענען נישט אזוי ווי די אמאליגע וועלכע האבן געהאט א טיפן קנייטש. די היינטיגע קומען דאך רינדעכיג פון די פאבריק, און ווי מער אויפגעקלערט איינער איז הייסט ער דעם הוטן פארקויפער ער זאלל מאכן א קלענערן קנייטש. און פון דארט ביז א קראך-הוט איז שוין נישט קיין גרויסער מרחק. דער וואס איז נאך א ביסל מער אויפגעקלערט גייט שוין אפיציעל מיט א קראך הוט. ושלום על ישראל. און אונז ווייסן דאך יא וואספארא פערזענליכקייט בורי הענדלער שליט"א לאויט"א איז... 😂

שמעקעדיג » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:14 pm

· #347874
.
📎 Yirei.jpg

אברך משי » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:30 pm

· #347931
ונבנתה העיר
רד"ק מלכים י"א.

כמו שהוא מנהג היום במלכי ישמעאל שיעשו פרץ במבצריהם, שאם יקומו על המלך בני העיר שיברח משם ויקראו שמו שער הבגד.


ווייזט טאקע אויס אז דאס איז שוין א אור אלטער מנהג און טאקע ביי די בני ישמעאל דייקא. דאס מוכאמעדל פאלט נישט ווייט פונעם קעמל.

ונבנתה העיר » מיטוואך סעפטעמבער 7, 2016 1:14 pm

· #348714
דער חת"ס, או"ח סי' י', שרייבט אונטער זיין תשובה צו די צוויי שוואגערס, ר' יוסף שאול און ר' מרדכי זאב, 'שש בשלותם'. אינטרעסטינג.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג סעפטעמבער 8, 2016 10:43 pm

· #348979
שו"ת מהרש"ל סו"סי' מ"ה בשם ספר הפרדס אז אלע חו"ל איינוואוינער האבן א דין פון חולה שאיב"ס.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:22 am

· #349115
לערנענדיג אביסל בנ"י אויף אלול.... אז דער הייליגער בני יששכר זאל רעקאמענדירן צו זוכן קולות ע"פ תורה!

.
📎 Bnei_Yisos.jpg

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:39 pm

· #349211
@שמעקעדיג די קאלעכסט?

ס'איז דאך דא א גאנצער אשכול אויף דעם, און די ביסט די ראש המגיבים דארט

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:54 pm

· #349218
יוש, איך ציטער אז עס קומט פון קאלעך!
אינטרעסאנט ווי איך האב עס געקענט פארגעסן.
אבער כ'מיין אז נאך 4 יאר קען שוין שולט זיין דער שר של שכחה.

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:55 pm

· #349220
שמעון וואלף
@שמעקעדיג די קאלעכסט?

ס'איז דאך דא א גאנצער אשכול אויף דעם, און די ביסט די ראש המגיבים דארט


לשונו הזהב פון שמעקעדיג אין יענעם אשכול:

שמעקעדיג
גיי מיר דאס ארויספרינטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אויף ריזיגע פלאקאטן, און ארויסהענגען אויף אלע גאסן, און דערמיט איבערדעקן די אלע מחאה צעטלעך פון די חוה"מ מחאות אויף די עירוב טראגערס און אנדערע א.ג. פערצעס.


זעט אויס די קידוש לבנה אותיות זענען נישט געווען גענוג גרויס....

וואלווי » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:57 pm

· #349221
שמעקעדיג, נאך אזוי פיל רבבות הודעות איז מען אייך אודאי מוחל

פליקער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:38 am

· #349234
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
עס איז מיר געווען אינטערעסאנט ווען איך האב געזען אלע לעקטער שטאנגען אויפן ברוקלין בריק האבן שלעסער, עס זענען דארט דא הינדערטער שלעסער, וואסי פשט?

אהרן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:47 am

· #349235
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
דאס רופט זיך א 'ליבשאפט שלאס'.

ווען א פארפאלק האט חתונה גייט מען צום בריק (לאו דוקא ברוקלין) מען לייגט ארויף א שלאס און מען ווארפט דעם שליסל אין ים אריין, בבחינת אן אייביגער בונד.

רויטע וואנצעס » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:04 am

· #349236
לעצטענס איז דא ווייניגער ווי אמאל זינט די פאליציי האט אנגעהויבן הענגן סיינס אז מ'גייט טיילן טיקעטס.

טמיר » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:03 am

· #349248
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
די מאור עינים סוף ראה זאגט אז עשר בשביל שתתעשר מיינט נישט עשירות במובן הפשוט, נאר השמח בחלקו

ירח בן יומו » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:32 pm

· #349375
אהרן
דאס רופט זיך א 'ליבשאפט שלאס'.

ווען א פארפאלק האט חתונה גייט מען צום בריק (לאו דוקא ברוקלין) מען לייגט ארויף א שלאס און מען ווארפט דעם שליסל אין ים אריין, בבחינת אן אייביגער בונד.

וויפיל פון די בעלי השלעסער זענען נאך צוזאמען?

אהרן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:37 pm

· #349376
ירח בן יומו

וויפיל פון די בעלי השלעסער זענען נאך צוזאמען?

אפשר גאר פארדעם לייגן זיי עס אז ווען מען וועט שוין נישט זיין צוזאמען זאל כאטש בלייבן עפעס לזכרון..

mevakesh » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 1:40 pm

· #349476
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
אז דער רמבם איז מסביר די משנה אין פאה אלו דברים שאדם אוכל פירותיהן בעולם הזה אז ווייל ווען א מענטש טוט די זאכן וואס איז בין אדם לחבירו איז ער גורם אז אנדערע פיהרען זיך אזוי צו איהם ממילא האט ער א גוט לעבן
אגב אין דעם זעלבן שטיקעל זאגט ער אז כבוד חכמים איז א מצוה בין אדם לחבירו וואס דאכט זיך איז א גרויסע חידוש על כל פנים לויט אונזער חרדישן געדאנקענגאנג

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 1:59 am

· #349833
קאווע שטיבל אין אן עפיזאד אויף טעלעוויזיע וועגן רעבעלן ובתוכם שרולי שטיין
בערך 18:40

איך אויך » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:42 am

· #349851
אוי וויי זי רופט דעם קראנקן זכר He יעצט דארף ער זיך באליידיגן.

כלבאשבוע » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 1:14 pm

· #349890
איך אויך
אוי וויי זי רופט דעם קראנקן זכר He יעצט דארף ער זיך באליידיגן.

די וידיאו איז ארויסגעקומען ״קודם החטא״, קוק צום סוף דערמאנען זיי דעם טויש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:45 am

· #350700
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
אז דאנאלד טראמפ איז א קרוב מיט פיהל אידען. דער וואס האט געליינט 'בוסתנאי' פון מארקוס לעהמאן ווייסט אז ער איז דער יחיד מבית דוד וואס איז געבליבען פון א פוטש פונ'ם פארסישען קעניג און ער האט שפעטער חתונה געהאט מיט'ן טאכטער פון יענע קעניג (נאך איהר גיור, פארשטייט זיך) הרב שרירא גאון און שפעטער דער מהר"ל זענען דארט אייניקלאך. דאנאלד טראמפ איז אן אייניקעל פון יענער פארסישע קעניג

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 9:56 am

· #350701
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
דא האט איהר פון geni.com
bat Hisdai ben Ahunai 
his mother
→
Hisdai Shahrijar "Sheshna" ben Bustanai, Exilarch & Gaon of Sura 
her father
→
Sassanid Princess Dara Izdadwar 
his mother
→
Yezdagird III, Shah of Persia 
her father
→
Maryam Zauja-e-Shehreyaar Zauja-e-Shehreyaar bin Shairooba 
his mother
→
Mauricius, Byzantine Emperor 
her father
→
Petrus Augustus 
his brother
→
Flavia Juliana 
his daughter
→
Ardabasto 
her son
→
Ervigio, rey de los visigodos 
his son
→
Cixilo 
his daughter
→

Fávila Flávio Wittica (ou Vitiza/Witiza), duque de Cantabria 
her son
→
Flavio Sisebuto, conde de Coimbra 
his son
→
Flavio Ataulfo de Coimbra, Rey de Asturias 
his son
→

Flávio Alarico "Atanarico" de Coimbra 
his son
→
Flávio Teodósio (ou Flávio Thiodo, ou Fayão) Soares de Coimbra, Conde de Coimbra 
his son
→
Guterre Hermenegildo de Coimbra 
his son
→
Conde Don Mendo 
his son
→
Aldonza Menéndez 
his daughter
→
Adosinda Gutiérrez, reina consorte de León 
her daughter
→
Ordoño III, rey de León 
her son
→

Bermudo II el Gotoso, rey de León 
his son
→
Alfonso V 'el Noble' de León, Rey de León 
his son
→
Sancha I, reina de León 
his daughter
→
Alfonso VI the Brave, King of Castile and León 
her son
→
Urraca I, reina de Castilla y León 
his daughter
→
Alfonso VII the Emperor, King of of Castile and Leon 
her son
→
Fernando II, rey de León 
his son
→

Alfonso IX el Baboso, rey de León y Galicia 
his son
→
Ferdinand III the Saint, King of Castile 
his son
→
Eleanor of Castile, Queen consort of England 
his daughter
→
Edward II of England 
her son
→
Edward III of England 
his son
→
John of Gaunt, 1st Duke of Lancaster 
his son

John Beaufort, 1st Earl of Somerset 
his son
→
Joan Beaufort, Queen of Scots 
his daughter
→
John Stewart, 1st Earl of Atholl 
her son
→
Elizabeth Stewart 
his daughter
→
Elizabeth Gordon, Countess of Sutherland 
her daughter
→
Alexander Gordon, 12th Earl of Sutherland 
her son
→

Jane Gordon, Lady 
his daughter
→
Donald Mackay, 1st Lord Reay, fiar of Strathnaver 
her son
→
Anna Munro 
his daughter
→
Isabella MacKay 
her daughter
→
Alexander Mackay 
her son
→

Robert Mackay, tacksman of Halmdary 
his son
→
Ansus Mackay, tenant in Kinlochbea 
his son
→
Mary Mackay 
his daughter
→
Donald Macleod, of Whitefield, near Thurso 
her son
→

Catherine / Christian MacLeod 
his daughter
→
Alexander MacLeod 
her son
→
Malcolm (Calum) MacLeod 
his son
→
Mary Anne Trump (MacLeod) 
his daughter
→
Donald Trump 
her son

יהושע חיים » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 2:48 pm

· #350748
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
גוים האבן ניט קיין יחוס [emoji6]

אחד העם » זונטאג אקטאבער 2, 2016 4:36 am

· #351634
וואס הרה"ג רבי אהרן ליכטענשטיין זצ"ל שרייבט אויף א פלאץ, וואו ער איז אביסל מגלה, וואס איז געווען די מקור פאר זיין אמונה אין די צייט פון זיינע סטראגגעלס בין קודש לחול, צווישען מאדערניזעם און רעליגיע, יומעניזים און הלכה, אין צווישען די ווערטער שטייט דאס:

אבער, די מקור פאר מיין גלייבען איז נישט דווקא מיינע רבי'ס וואס זענען נאנט צו מיר, וואס איך האב זיי פיזיש געקענט. אין א געוויסע צייט אין מיין יוגענט, האבן מיר געבאדערט געוויסע עטישע שאלות, ווי די חיוב פון מחיית עמלק, עיר הנדחת וכדומה, וויאזוי זיי שטימען מיט מאראל און עטיקס. איך האב זיך דערמאנט וואס איך האב געליינט א קורצע צייט פארדעם, אז רבי חיים בריסקער פלעגט אויפשטיין אינמיטן די נאכט זעהן אויב עמיצער האט איבער געלאגט א אסופי ביי זיין טיר. איך האב דאך געוואוסט אז מיין שלאף ווערט נישט געשטערט, בין איך צוגעקומען צו די מסקנה, אויב אזא וואונדערליכע איש החסד האט זיך געקענט ספראווען מיט די סארט הלכות (ווי מחיית עמלק וכדומה), איז קרוב לוודאי אז מיין אומרואיגקייט מיט די הלכות קומען נישט פון קיין איבריגע סענסעטיווע געפילען, נאר דווקא פון מיין שוואכע אמונה, און גלייך האב איך עס געזוכט צו פארשטערקערן.

אינטרעסאנט זענען אסאך זאכן, איינע פון זיי, אז א מאדערנע דענקער ווי רבי אהרן ז"ל, וואס ביקורות און לאגיק איז געווען אויפן העכסטן לעוול, האט זיך געקענט פארענטפערן מיט אזאנע פשטות.
רבי אהרן איז דאך considered צו זיין א חידוש.

וואלווי » זונטאג אקטאבער 16, 2016 1:36 am

· #352560
לכאורה ע"פ דקדק זאגט מען אלוה "אלוא" מיט אן אלף אזוי ווי משיח וכדו' דער אות ה ווערט בכלל נישט ארויס געזאגט און ממילא גראמט עס אלס דער נקודות נישט דער מבטא האותיות

אהרן » דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 12:39 am

· #353297
זיך פרובירענדיג ארויסצודרייען פון וואס ער איז באגאנגען האט אדם הראשון פרובירט זיך צו פארענטפערן אז 'האשה אשר נתת עמדי', חז"ל לערנען דאס אפ אז כאן כפר בטובה ווי עס ווערט געברענגט אין רש"י.

אין רמב"ן שרייבט ער אז דאס איז געווען אזא שליחות לדבר עבירה משא ומתן, וז"ל.

וטעם האשה אשר נתת עמדי" - כלומר האשה אשר אתה בכבודך נתת אותה לי לעזר היא נתנה לי מן העץ והייתי חושב שכל אשר תאמר אלי יהיה לי לעזר ולהועיל וזהו מה שאמר בענשו "כי שמעת לקול אשתך" שלא היית ראוי לעבור על מצותי בעבור עצתה, ורבותינו (במסכת ע"ז ה) קורין אותו בזה כפוי טובה ירצו לפרש שענה אותו אתה גרמת לי המכשול הזה שנתת לי אשה לעזר והיא יעצתני להרשיע.

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 1, 2016 11:36 am

· #353315
אנאנים: דו דערמאנסט מיר אן אינטרעסאנטע הערה. (וואס איך האב שוין אמאל אויפגעברענגט.)
דער אופן פון ביטוי פונ'ם אות ח', מיט וואס די גויים בד"כ אין אונזערע מדינות האבן שוועריגקייטן. זיי זאגן עס ארויס אזוי ווי א ה'. אבער אין געוויסע מדינות אין דרום און צענטראל אמעריקע, וואו דער אות ח' (פארשטייצעך אין זייער שפראך) איז א טייל פונ'ם וואקאבולאר, האט די אלגעמיינע באפעלקערונג קיין שום פראבלעמען מיט מבטיא זיין דעם אות. פונקט אזוי ווי די אשכנזים....!
די אות...J זאגט מען ארויס אזוי ווי ...ח'...!
Jose... is pronounced...Khosay...! Jaime...is pronounced as the Hebrew name...Chaim...חיים...!

הוגה » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2016 9:43 pm

· #353628
זייענדיג אין די שבוע שחל בו האלאווין, וואלט געווען גאר פאסיג ארויפצוברענגן דעם העכסט אינטערעסאנטע ברייתא וואס ווערט געברענגט אין מסכת סנהדרין.

דתניא ר"א אומר מתים שהחיה יחזקאל עמדו על רגליהם ואמרו שירה ומתו מה שירה אמרו ה' ממית בצדק ומחיה ברחמים ר' יהושע אומר שירה זו אמרו ה' ממית ומחיה מוריד שאול ויעל ר' יהודה אומר אמת משל היה אמר לו רבי נחמיה אם אמת למה משל ואם משל למה אמת אלא באמת משל היה ר"א בנו של ר' יוסי הגלילי אומר מתים שהחיה יחזקאל עלו לארץ ישראל ונשאו נשים והולידו בנים ובנות עמד ר"י בן בתירא על רגליו ואמר אני מבני בניהם והללו תפילין שהניח לי אבי אבא מהם.


קלערנדיג פון דער ברייתא איז מיר שווער א צאל קשיות ואיבעיות. ווי אזוי פארשטייט איר דאס וואס רבי יהודה זאגט "אמת משל היה"? עס זענען דא וואס טייטשן עס צו מיינען אז עס איז נאר א משל אבער מיט אן אמת'ע מעסעדזש. אלענפאלס, ווען זאגט מען אז א געוויסע נביאות איז באמת געשעהן און ווען זאגט מען אז א געוויסע נביאות איז נאר א משל? און ווער איז דער וואס האט די כח מחליט צו זיין ווען עס איז א משל און ווען נישט? הלמאי, אומגלויבליכקייט איז דאך נאר רעלאטיוו.

יעצט לויט ר"י בן בתירא איז די מעשה אמת ויציב, מתים האבן זיך אויפגעוועקט, זיי זענען ארויס פון קבר, געזאגט שירה, גלייגט תפילין, מקיים געווען פריה ורביה אין ארץ ישראל און זיך צוריקגעלייגט אין קבר. וויאזוי פארשטייט איר דאס? איז דאס ממש געשעהן אזוי ווי מיר בני בשר ודם פארשטייען עס אדער איז דאס נאר העכערע זאכן? אדער איז אפשר מעגליך אז ר"י בן בתירא האט פשוט געהאלטן אז עס איז וויכטיג צו משקר זיין פאר די קינדער'ס וועגן? און אויב איז עס ממש געשעהן, ווי קומט עס אז רבי יהודה זאל עס לייקענען? סתם ווייל ער האט נישט געהערט פון א קראנטע מקור נעמט ער די דרייסט עס צו לייקענען און זאגן אז עס איז נאר א משל? איז דאס נישט כפירה ממש במובן החרדיזם?

און יעצט צו די תפילין, וואס האט ר"י בן בתירא געוואלט ארויסברענגן מיט דעם פרט פון די מעשה? ער האט דאך נישט געזעהן ווי יענע בר מינן טוט אן די תפילין, ס"ה האט ער זיך געדארפט פארלאזן אז דאס זענען טאקע די דאזיגע תפילין אויף די זעלבע מקור וואס האט אים פארציילט אז די מעשה איז אמת ויציב. מיט וואס מאכט דער פרט שטערקער און מער גלויבליך די גאנצע מעשה? וואס איז טאקע געשעהן מיט די תפילין? איז עס נאך בנמצא היינט אין א מוזעאם?


.

שמערל » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2016 10:17 pm

· #353630
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
וואס האט לערנען נך מיט האלאווין?[emoji6]

לעצם הקושיא וואלט איך געזאגט אז ער טענה'ט אז על פי פשטות הכתוב זאגט יחזקאל אז ער האט געזעהן א מראה וואס איז א משל אויף די תחייה פון כלל ישראל. און פונקט ווי אלע אנדערע מראות וואס יחזקאל האט געזעהן פארשטייט יעדער אז ס'איז נאר א משל אויף עפעס העכערס, און מיינט נישט ווירקליך אז גאט רייט אויף וועגענער מיט פיר פנים'דיגע שרפים, די זעלבע מיינט נישט אז די נבואה פון תחיית המתים איז ווירקליך פארגעקומען, נאר איז נאר א משל.
דאס הייסט אז ר' יהודה לייקענט נישט אין תחיית המתים ווייל ער איז א מורא'דיגער ראציאנאליסט וואס גלייבט נאר אין וואס מאכט סענס , די תנאים ואמוראים האבן גענוג און נאך מעשיות ווי זיי אליין האבן מחיה מתים געווען אין וואס ר' יהודה האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו גלייבן אפילו ווען די מקור הסיפור איז געווען שוואכער ווי א פסוק, נאר פשוט ווייל ב"אמת" משל הוא, פערצופאל דא על פי אמיתת פשט הכתוב איז עס נאר א משל.

שמערל » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2016 10:58 pm

· #353637
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ווי פארשטייסטו ר' יהודה, וואס לייקנט אז צאנזער רב האט בכלל אמאל עקזיסטירט בשעת זיין אייניקל שרייט חי וקיים כ'בין אן אייניקל, און גייט קוקטס די ספר תורה פון אים ביי ר' משה שמואל'ן אינדערהיים? סתם ווייל ר' יהודה האט געהאט עפעס א סאדיגערע מסורה פון זיינע זיידעס איז עס גענוג אפצוווענדן א צווייטער?

פליקער » מוצ"ש נאוועמבער 5, 2016 11:29 pm

· #353641
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
שש שוין געווען געניג לאנג פאר א באזינדערע אשכול. איצט ווען די הויט ברענט מיטן אסיף פארנעמסטיך מיט אנדערע עניינים. #סופער יומען

ונבנתה העיר » מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 8:59 pm

· #354367
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 9:25 am

· #354708
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ונבנתה העיר

וואס איז אזוי אינטרעסאנט?

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 9:44 am

· #354711
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
דער ר' ברוך בענטשט זיך מיטן לאביטשער בזכות דעם פנ"י ווי רש"י איז מסביר אויפן פסוק ונברכו בך וכו', קומט דער לאביטשער און איז גובה זכות לעצמו און זאגט הגם מיין שווער וואלט נישט געהאלטן דערפון וועלעך פונדעסטוועגן טראסטן מיין ברודער...

וואס איז ד"א אסס קאווערינג בהרחבו

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ונבנתה העיר » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 12:59 pm

· #354731
אה... טאמבל האט שוין מחשבות זרות...

איך האב פשוט געמיינט דאס אז דער פני יהושע האט עוסק געווען בקבלה וגם חזר בו.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:33 pm

· #354733
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
תודי לי מיהת אז כאטשיק איז עס אפנים ווי אן 'אנגענומענער' סאטמערער זאגט: ס'איז נישט קיין ספק אז זיי האבן עובר געווען אויף די שלוש שבועות (הגם ס'זענען געווען אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז נישט ווי למשל רב קוק עיין אגרות הראי"ה..) און במילא סופארט איך שטארק דעם ספר..

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:39 pm

· #354734
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
חזר בו איז מסתמא בעקבות פולמוסי היעב"ץ שהפנ"י תמך בו. ס'איז נישט קיין התנגדות לקבלה עצמו, נאר צו דער עיסוק דערין. דאס אז מקודם לזה האט ער יא עוסק געווען, איז לכאורה נישט קיין חידוש.

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:46 pm

· #354735
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
טאמבל, ער זאגט דאך קלאר אז כאטש וואס מ'איז קעגן דעם לימוד, זענען פארהאן אזעלכע וואס לערנען יא, און זיי קענען דאך חלילה נכשל ווערן מיט הגשמה, פעלט אויס דעם ספר וואס קומט בעיקרו להזהיר מהגשמה.

טאמבל סאס » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:27 pm

· #354765
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
מפוזרי
חזר בו איז מסתמא בעקבות פולמוסי היעב"ץ שהפנ"י תמך בו. ס'איז נישט קיין התנגדות לקבלה עצמו, נאר צו דער עיסוק דערין.


איים סורי, וואספארא מין חילוק איז דאס. דו מיינסט ס'איז ישיבה דא? ערנסט, איך דערקלער מיך אן עדאלט. מער נעם איך שוין נישט אן אזעלכע תירוציםלעך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 5:56 pm

· #354777
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ער שרייבט דארט: וכבר צווחו קמאי להרחיק מלימוד הקבלה.. מיינט ער נישט דע מאדענא, נאר ווי ער שרייבט בפירוש: בעל חוות יאיר ואביו הגאון החסיד 'המקובל' ר' הירש.. ס'גאנץ קלאר וואס האט זיי געשטערט.

ירמי' » מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:55 pm

· #355107
בטחון במשנת החזו"א
ידוע ווי די חזון איש אין ספרו אמונה ובטחון פרק ב ברענגט ארויס די טעות וואס חסידים האבן אין מדת הבטחון אז מען גלייבט אז עס וועט פאסירן וואס ער מיינט אז דאס איז גוט , און די אמת איז אז אפטייטש פון בטחון איז מען גלייבט כי אין מקרה בעולם און אלעס פירט גאט.

איז מיר מיר געווען אינטערעסאנט ווי ער פירט אויס סוף פרק,
יש עוד ממדת הבטחון, כי על הבוטח שורה רוח קדש ומתלוה עמו רוח ועוז המבשרו כי אמנם יעזרהו ד',וכו' וזה ענין מתחלף לפי מעלת הבוטח ורב קדשו.

והוא לפלא.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7