יעדע לאנד האט זיך איר קולטור און לייף-סטייל, און קוקן אויף די וועלט מיט אנדערע פרעספעקטיוו'ס לויט זייער מסורה. ווי איך האב שוין געשריבן אינעם
ארץ ישראל אשכול, זענען פאראן א געוואלד פארשידנהייטן צווישן די דארטיגע מנהגים און אמעריקע.
דעריבער איז מיר געווען אינטרעסאנט צו ליינען עטליכע נאטיצן פון די יאפאנעזער לייף סטייל.
1. דער נומבער 4 ווערט כמעט נישט גענוצט, נאר לצורך גדול מאוד. דער נומער 4 ווערט פראנאנסירט ענליך צו דעם ווארט 'טויט' אין יאפאנעזיש, ממילא איז דאס נישט א גוטער סימן, און אלעס וואס אנבאלאנגט דעם נומער 4 איז א בדיעבד גדול (א שטייגער ווי 13 אין אמעריקע).
2. זיך בלאזן די נאז אין פאבליק איז נישט מענטשליך. בלאזן די נאז איז ענליך ווי גיין אין ביהכ"ס – עס ווערט געטון אין א פריוואטע פלאץ (און ניין, נישט אינעם מקוה האנטוך...)
3. געבן א "טיפ" פאר איימיצן – א שטארקע אנגענומענע זאך אין אמעריקע – איז גאר א בושה און אן "אינסאלט".
4. עס פאסט נישט צו עסן אויפן גאס! איידעלע מענטשן..
5. עס זענען פאראן ספעציעל דעזיגנירטע מענטשן ביי די באנען וועלכע "שטופן אריין" מיט דער געוואלד מענטשן ביי די ראש-אוער שטונדן כדי צו פארזיכערן אז יעדער איינציגסטער קומט אן אויפן באן און ווערט נישט ארויסגעפאלן אדער פארכאפט אין די טירן.
6. אז מען רעדט שוין פון די באנען, ווי מידע מענטשן רייזן דארטן ארום פאר לענגערע שעות, מאכט זיך אפט אז דיינע שכנים וועלן איינשלאפן אויף דיין אקסל, און עס איז אקצעפטירט אז דו וועסט דאס טאלערירן! (דא אין אמעריקע איז געווען א גאנצע סענזאציע נישט לאנג צוריק ווען עס איז געווען א 'אחת היתה ופירסמה הכתוב' מעשה אז א איד האט געלאזט א גוי שלאפן אויף זיין אקסל).
7. סליפפערס.. מען מאכט אן אישו פון די סליפערס, מען טוישט עס ביי געוויסע פלעצער, ווי רעסטוראנטן, מוזעאמ'ס, און טעמפלס. און בעיקר ווען מ'גייט אין ביהכ"ס.
8. אויב איינער לאדנט דיר אין זיין הויז, איז דאס א "כבוד" וואס מען קען נישט אפזאגן, און מען ברויך נאך מיטברענגען א מתנה! (א גוטע וועג צו מאכן א טיי אווענט...)
9. מען גיסט זיך קיינמאל נישט אן אליינס א טרונק! (לויט ווי איך פארשטיי איז עס נאר אין פובליק). דו מעגסט בלויז אנגיסן א טרונק פאר אנדערע, און האפן אז יענער וועט דיר אנגיסן דיין ליידיגן גלעזל.... נאך מער, אפילו נאכן אנגיסן טארסטו נישט אנהויבן טרונקען ביז דער אנטרינקער רופט אויס "קאנפאי" (טשירס בלע"ז)....
10. אריינשלעפן די לאקשן פונעם זופ אינעם פיסק הויך אויפן קול איז א צייכן אז מען האט הנאה דערפון און עס איז געשמאק...
11. עס איז א נארמאלע זאך אז מענטשן שלאפן איבער אין פיצעלע פארמאכטע קיוביקלעך ווען מען איז אוועק פון דערהיים, צי פאר ביזנעסלייט אונטערוועגנס אנשטאט א טייערע האטעל, אדער א מענטש וואס האט פארשפעטיגט דעם באן, וכדומה.
<a class="postlink" href="http://finance.yahoo.com/news/11-japanese-customs-shocking-foreign-175809790.html">http://finance.yahoo.com/news/11-japane ... 09790.html</a>