☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3945
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 12:07 pm

· #355620
איך האב פארשטאנען זיין כוונה אז דער הבטחה צו א בוטח איז תלוי אויף זיין אלגעמיינער מדרגה, און בטחון אליינס איז נישט גענוג צו וויסען דער אויסקומפף פון זיין מעשים.

ונבנתה העיר » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:01 pm

· #355671
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

פליקער » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:19 pm

· #355676
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
דאס האט דער רבי שליט''א מעורר געווען אינעם קליפ, אז אינדערהיים פלעגט מיט נישט גיין אראפ געלאזטע פיאות בכלל, ווייל די גוים האב געהאט א מנהג צו ציען אידישע פיאות.

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:56 pm

· #355685
און היינטיגע צייטן גייען נישט די קינדער מין אראפגעלאזטע פיאות וועגן די מלמדים

ירח בן יומו » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 3:27 pm

· #355779
דברים בגו???

לית דין בר נש » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 4:51 pm

· #355786
קען איך אינסטאלן א קעמרא אין מיין קאר אז יעדע מאל די באס ציט זיך נישט אריין און באס לעין נאר פיקט אויף די מענטשן אינמיטן די גאס אז איך זאל אים נישט קענען פעסן זאל די סיטי אים צושיקן א $250 טיקעט?

קלוגע יודל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:37 am

· #355838
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
ירח בן יומו

קען דאס איינער באשטעטיגן?

קינד_אן_קייט » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 5:52 pm

· #359646
אז די פראדוצירער פונעם פילם ״בן-חור״ האבן זיך גלאט באנוצט מיט׳ן הימען פון חסידי הגר״ש אויערבאך ״ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה״ (בניגון חב״ד של הצמח צדק, נתפרסם לאחרונה ע״י בערי וועבער) עטליכע מאל דורכאויס דעם פילם.

אפאר דוגמאות:



ובמקור:


ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:03 am

· #359967
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
היינט במקרה געזען א מדרש אין פרשת וישב.

 ויקנהו פוטיפר איש מצרי גבר ערום ומה הוות ערימותיה אמר בכ"מ גרמני מוכר כושי וכאן כושי מוכר גרמני אין זה עבד אמר להם הביאו לי ערב ואין לשון מיד זה אלא ערב המד"א (בראשית מג) אנכי אערבנו וגו' על כן אמר מיד הישמעאלים א"ר לוי עבדא זבין ובר אמתא מזבין ובר חורין עבד לתרויהון:

קודם שטייט דא א פשטות אז א טונקעל הויטיגע דארף זיין א קנעכט צו די ווייס הויטיגע.
נאך שטייט דארט אז די ישמעאלים דארפען אויך זיין קנעכט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאנסי אינגערמאן » דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:40 am

· #359982
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
קלוגע יודל
ירח בן יומו

קען דאס איינער באשטעטיגן?

אויב איינער קען דאס באשטעטיגן וואלט איך עפפרישיעיט

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 18, 2017 3:13 am

· #360063
דער פארפאסער פונ'ם מדרש הייסט אפשר לעבאוויטש. יואלי. אויף זיין ערשטן נאמען...?!

החוקר » מאנטאג יאנואר 23, 2017 1:40 am

· #360388
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
קוקט אויס ווי חמשה עשר, נישט אזוי?

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:29 am

· #360393
החוקר: אבער ווער איז די רבי...?!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 23, 2017 4:11 am

· #360399
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
דאס איז דער לעלאווער רבי פון בית שמש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג יאנואר 23, 2017 7:47 am

· #360404
הפצת מעינות כפשוטו

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:49 pm

· #360703
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
📎 IMG_20170125_174912.jpg

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:56 pm

· #360705
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
📎 IMG_20170125_175612.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 27, 2017 2:29 pm

· #360938
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
בחדרי חדרים האט קאפיס פון דער ספר פון הרמ"ד וואלי, א תלמיד חבר פון דער רמח"ל, ווי ער רעדט פון דער ענין פון רייכערין און שמעקען טאבאק.
<a class="postlink" href="http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=114429">http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=114429</a>

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:44 pm

· #367342
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
פארוואס הייסט א מעסער פון שחיטה א חלף?
יעצט געזען פון ר׳ עקיבא איגר


Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 28, 2017 4:58 pm

· #367348
ס'איז נאך היינט דא ווער ס'שחט מיט די פארצייטישע מתנגדישע סכינים ?
מיר דאכט זיך אז היינט עסט שוין ליידער יעדער איינער פון שחיטות וואס זענען גענוצט געווארן די סכינים וואס די רשעים האבן ממציא געווען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 5:27 pm

· #367354
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
איך קען נישט דער נושא, אבער פארוואס הייסט׳ס מתנגדישע סכינים? ספרדים האבען עס נישט גענוצט? אלע האבען עס גענוצט ביז די מתחדשים זענען אנגעקומען.

טאמער איינער האט א לינק צו א באשרייבונג אויף דער נושא פון סכינים, וואלט איך געווען דאנקבאר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:03 pm

· #367358
איך האב געזעהן איבער דעם שוין לאנג צוריק ממילא קען זיין אז איך מאך טעותים, אבער וויפיל איך געדענק האט דער בעל התניא לויטן באפעל פונעם גרויסן מגיד באויפטראגט געווארן צו טוען איבער די נייע סכינים.
צום סוף פון שו"ע הרב יו"ד איז געדרוקט עטליכע בריעוו איבער דעם ענין.
דוכט זיך מיר אז דער ערוך השולחן רעדט אויך פון די מחלוקה. בעיסיקלי זענען די נייע סכינים געווארן געמאכט מיט געגאסענע אייזן ווי איידער מיט אראפגעהאקטע. דאס האט ערמעגליכט צו מאכן שארפע דינע מעסערס ווי איידער די פארצייטישע נישט שארפע הגם גלאטע מעסערס. די נייע מעסערס זענען פארשטייט זיך געווען מער פראקטיש ווי אויך לכאורה מער מהודר ווייל די פגימות זענען געווארן גרינגער צו באמערקן.
פון די אנדערע זייט האט אבער נישט פאר די מתנגדישע רבנים געשמעקט אז אט די פאלקישע באוועגונג פירט איין נייע זאכן. אויך האבן די נייע מעסערס געברענגט דערצו אז די אופן הבדיקה אבישרא איז בטל געווארן צוליב די שארפקייט פון די סכינים און מ'איז געבליבן מיט די בדיקה אטיפרא, און לויט די פשטות הלכה פאדערט זיך ביידע. בכל אופן היינט ווייס איך נישט צו מ'וואלט אפילו צוגעלאזט שחיטה מיט די פארצייטישע סכינים.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:07 pm

· #367360
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
איך האב אויך פארשטאנען אז די נייע מעסערס ווערען שנעלער נפגם.

מסתמא נוצט מען היינט נישט דאס און נישט דאס, נאר א דריטע זאך.

פון רעק"א׳ס בריוו זעט זיך אויס אז מ׳האט געהאלטען אז דער כת נוצט די נייע סכינים כאדרת שער למען כחש, אוועק צו שלעפען אידען פון תורה, און אזוי האט ירבעם בן נבט געטוהן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:13 pm

· #367362
מסתמא איז עס גאר א דריטע זאך ???
דידן נצח איי איי יאדידאם.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:14 pm

· #367363
Re: ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....
די מציאות האלט זיך אין איין טוישען, און מ׳פאבריצירט נישט אייזען די זעלבע ווי אמאל, ופשוט.

וואס איז דער דידן נצח? מ׳רעדט היינט פון סכינים בכלל?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:16 pm

· #367364
די קריטיק פון די מתנגדים גילט שוין נישט היינט, יא אדער ניין ?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 28, 2017 6:38 pm

· #367365
איך האב ערשט היינט באקומען מיין קאפי פון חסידים ומתנגדים (זוך אויף עמעזאן פאר chassidim umisnagdim און קויף דיינס) איך וועל זעהן וואס מ'האט דעמאלס געהאלטען און נאך דעם וויסען צו היינט איז אזוי ווי דעמאלס צו נישט.

נהורא נפישא » דינסטאג מערץ 28, 2017 7:29 pm

· #367369
לויט ווי איך זעה יעצט אין ערוך השולחן איז שוין בימיו אפגעקילט געווארן די מחלוקה עד כדי כך די ערוך השולחן דרוקט זיך אויס אז אלו ואלו דברי אלקים חיים.
פון די תשובה פון הגר"ז זעט מען אז די המצאה איז געווען צו לייזן א הלכהדיגע פראבלעם. די אלטע מעסערס האבן געקענט זיין אדערזייער גלאט אבער נישט אזוי שארף, אדער האט מען עס טאקע געקענט מאכן שארף אבער דעמאלטס האט מען געמוזט מפשר זיין אויף די גלאטקייט נישט אז עס זאל זיין פראבלעמאטיש מדינא דאס הייסט א פגימה האוגרת וואס האנקערט, נאר א פגימה וואס מ'איז מחמיר לכתחלה מכח אין אנו בקיאין. מיט דיי נייע מעסערס האט מען געקענט אהערשטעלן ביידע בתכלית ההידור. די טענות פון די מתנגדים זענען מסתם טאקע געווען מערערע, צי וואס כ'האב אויבן דערמאנט צו אז די חסידים זענען זיך מתחסד און מוציא לעז אויף די פריערדיגע. די בעל התניא שטעלט אבער קלאר אז מדינא זענען די אלטע מעסערס כשר בלי שום פקפוק.

ארי נוהם » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:58 pm

· #367374
אז דער רמב"ם האלט, אז אוריה החתי איז נישט געווען קיין איד נאר א גר תושב (מעם החתים), און וועגן דעם האט דוד המלך אפילו נישט געזינדיגט מיטן איר הייראטן. זיין חטא איז נאר געווען אז ער האט עס געטון אויף אן אומפאסיגער וועג.

וז"ל רבינו אברהם בן הרמב"ם בתשובותיו סי' כ"ה: "ואבא מארי זצו"ל היה סובר שאוריה החתי גר תושב".


זע אויך דא א לענגערע שיינע אפהאנדלונג איבער די פרשה פון דוד ובת שבע.

ארי נוהם » מאנטאג אפריל 3, 2017 12:33 am

· #367985
אז די טיפע נושא פון "קוקוריקו" פארנעמט גאנצע צוויי בלעטער פשטים אין פורום אוצר החכמה... <a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=12103#p12103">http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=12103#p12103</a>

וואלווי » מיטוואך מאי 10, 2017 6:53 pm

· #370525
[ציטאט אראפגענומען]


פונקט אזוי וויכטיג און ריכטיג ווי מפרסם זיין הכרת הטוב פאר אוצר הספרים פון ר' פישלע אדער א צווייטער קאלעקטאר פון הארד קאפי'ס ס'נאר מענטשליכקייט. אין די סעקולער וועלט איז זייער שטרענג צו סייטען א יעדע סאורס אפי' ביז די לעצטע וועבסייט דיטעיל.

נאר די צווייטע פערעגרעף, ואיני רוצה לפרטם כי רבים הם, מעיקס נאו סענס... פארוואס זאל ער נישט וועלען, ואינו יכול כצ"ל, וכן הוא נוסח המליצה. חוץ אז ער באהאלט עפעס ובאמת "אינו רוצה".

שוין. גענוג פילאפאסירט פאר איין טאג.

וואלווי » מיטוואך מאי 10, 2017 11:18 pm

· #370573
אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...

איסר האטלקי » מיטוואך מאי 10, 2017 11:32 pm

· #370574
וואלווי
אזוי ווי מ'זאגט אויפ'ן תוא"י רבי אז ווען ער זאגט נאך פון תלמידי בעל שם מיינט עס דער אמרי חיים זי"ע...

יאסל קרויזער דערציילט אז ווען רבי עובדיה יוסף איז אוועק, האט אים איינער נאכגעזאגט בשם המגיד רבי אשר ווייס, אז זינט דער רמב"ם איז נאכנישט געווען אזא גדול בתורה ווי רבי עובדיה.
ווען דער תולדות אברהם יצחק רבי האט דאס געהערט איז ער אויפגעשפרינגען: "וואס הייסט? ער ווייסט נישט אז עס איז געווען אן אמרי חיים?..."

טרויבן88 » מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 9:34 pm

· #386446
📎 IMG_20171014_213201.jpg
פאראינטערעסירטע ביטע רופט

וואלווי » מוצ"ש אקטאבער 14, 2017 10:03 pm

· #386447
אויב איינער האט גאטס זיך צו אמפערען מיט א דזשאיש מאדער אין לאו קוואליפייד ער אלס א דזשו מיט גאטס?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:17 am

· #390163
פונקט געזען היינט נאכגעברענגט אין א ספר בשם דער מהרי"ץ חיות אין יבמות, און איך האב עס נאכגעקוקט.
📎 5755.jpg

מפוזרי » מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 8:14 pm

· #390214
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:32 pm

· #390296
מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד

וואלווי » דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:34 pm

· #390297
האסט מקיים געווען דעם ראוי לפרסמו עיי"ש. אז וועסטעס טון פערציג טעג קענסטו געהאלפן ווערן אויך...

געוואלדיג » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 8:36 am

· #390308
און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 10:33 am

· #390315
געוואלדיג
און איך האב נאך אמאל געמיינט אז ''בנו מ''מ'' וואס אלע קהילות שרייבן מיינט בנו ממלא מקומו...


מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


שני נביאים מתנבאים בסגנון אחד.....

געוואלדיג » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 11:32 am

· #390321
לאו דווקא, מפוזרי רעדט אין הלכות יבום וחליצה אין איך רעד אין הלכות חסידות והמסתעף...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג דעצעמבער 1, 2017 11:55 am

· #390322
מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.

וואלווי » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2017 7:14 pm

· #390330
וואלווי
מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.


לכאורה נישט קיין עמקות, דאס איז די פשטות פון יבום להקים שם לאחיו, דאכצעך די נשמה קומט צירוק אינ'ם בן הנולד


לכאורה יא אן עמקות...

מפוזרי » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2017 9:22 pm

· #390338
מפוזרי
געוואלדיג! איך האב קיינמאל נישט געכאפט די עמקות פונעם טיטל 'בנו מ"מ'.

שמעון וואלף » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2017 9:49 pm

· #390339
די אבן עזרא ברענגט אז ס'זענען דא וואס זאגן אז "גיד הנשה" איז גאר די אבר תשמיש


בגיד הנשה - ידוע כאשר העתיקו קדמונינו ז"ל ואין בו ספק כי אם לחסרי הדעת ותולדות שמפרשים שהוא האבר ויפרשו הנשה, מגזרת נשים. לדעת זה המלאך שנראה ליעקב שהוא גוף יתבאר לך אם השם יפקח את לבבך בפרשת כי שמי בקרבו:

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג דעצעמבער 3, 2017 5:36 am

· #390364
יא יא, חסרי הדעת רעדען אזוי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 6, 2017 10:51 am

· #390559
איך האב יעצט אויסגעהערט דער וואודרידזשער רב שליט"א חומש מיט רמב"ן אויף פרשת וישלח, ווי ער דערמאנט א מעשה השם פון הרב אלעזר אשכנזי, אין פרק ל"ג וואס זאגט
ולהיות שנמשך נזק ליעקב בנגיעת כף הירך שלא הוליד עוד, לזכר זה נצטוה ישראל לבלתי אכול גיד הנשה

האט דאס א שייכות מיט די ווערטער פון די אבן עזרא?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 11, 2017 2:07 pm

· #391012
דער חזו"א איז אוועק פלוצלונג, אויף א ליל שבת אין מיט'ן נאכט. צופרי, ווען דער שמועה איז צושפרייט געווארען, האבען בני ברק איינוואונער געשטראמט צו זיין שטוב און איהם אנגעוואונטשען א גוט שבת!!

דא

יין שרף » זונטאג יוני 24, 2018 2:54 pm

· #407043
שו"ת דברי חיים
Untitled.png
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7