☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

ס'איז מיר געווען אינטערסאנט ווען כ'האב געזעהן....

339 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3945
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

משה געציל » זונטאג יולי 14, 2013 11:56 pm

· #133619
מנהגי מהרי"ל - אשתו=הויז פרוי
"מהר"י סגל כשהיה מדבר על אשתו עם אחרים היה אומר בלשון אשכנז 'מיין הויז פרויא"

מנהגי מהרי"ל ליקוטים.

קאווע טרינקער » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 11:47 pm

· #169477
דברי חיזוק
הרב יונתן זאקס:

The word for crisis, mashber, also means a 'childran cahir'. The Jewish reflex is to see difficult times as birth pains
Something new is being born

Future Tense: Jews, Judaism, and Israel in the Twenty-first Century
By Jonathan Sacks
Page 55

לעיקוואד » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 12:04 am

· #169478
ויש מפרשים, אז האבען א קינד איז א שטיקל משבר.

מאראנצןזאפט » מאנטאג יאנואר 6, 2014 9:11 pm

· #174095
פלא יועץ, ערך מחשבה :

ותהיה כל כבודה בת מלך פנימה. ושבח אני את בני ישמעאל בענין זה, שמסתירים נשותיהם מכל איש.


קרני צבי וואלט מיר געמעגט געבן א לייק פאר אזא גוטס.

#נישטאוםניטלגערעדט

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:19 pm

· #185676
צעהלימ'ער רב שליט"א שרייבט:
אין זיין הקדמה צו זיין טאטע'ס ספר, כוכב מיעקב, שרייבט דער בן המחבר ומו"ל, הרב יוסף משה גרינוואלד שליט"א אב"ד ק"ק צעהלים אין וויליאמסבורג, מער באקאנט אלץ בעל-מכשיר פון "קדם וויינערי"
אמר המו"ל בן המחבר, בבואי לחרוט כמה שורות מתולדות אבי הגאון והצדיק זצ"ל, מוכרחני להקדים כי כל מה שאביא לפני הקורא הוא רק ממה ששמעתי וקלתי אזני מאחרים, בני המשפחה והתלמידים של אבא זצ"ל, כי לדאבוני לא זכיתי להכירו, דרק שבועות מועטים היתה לנו ישיבה אחת בעולם, ובעודי תינוק מוטלת בעריסה לוקח תפארתי מעל ראשי, ונשמת אבי הקדשו עלתה השמימה מעורפלת בערפלי טוהר מתוך להבות אש, במזבח הגדול של מחנה אוישוויץ.
לצערי אוכל להמליץ עלי כי שלשה אבות אני יודע, כי אמי הצדיקת זכתה להיות ג"כ מחברתם של הני אשלי רברבי, כ"ק הגה"צ מסטראפקוב זצוק"ל, וכ"ק הגה"צ מצעהלים זצוק"ל, בצילם גדלתי ועל ברכיהם חונכתי, אבל מאבי מולידי לא היתה לי שעת הכושר לקבל לקח וליהנות מזיו תורתו וחסידתו.
📎 1.jpg

אי איתמר » זונטאג פעברואר 23, 2014 3:52 pm

· #185701
שמעתי אז ער איז געבוירען געווארען אין א באן אויפן וועג צום לאגער,
ער דערמאנט עס דארט?

ונבנתה העיר » דינסטאג מערץ 18, 2014 1:38 am

· #191040
אין ארחות חיים להרא"ש (בחלוקת יום השבת) איז ער מזהיר 'להניח תפילין בכל יום'.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 18, 2014 8:36 am

· #191057
ונבנתה העיר
אין ארחות חיים להרא"ש (בחלוקת יום השבת) איז ער מזהיר 'להניח תפילין בכל יום'.

נעה, ער מיינט אוודאי רבינו תם'ס..

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 2, 2014 3:04 pm

· #194371
מארק טוועין אין זיין בוך איבער זיין 1867 נסיעה איבער די וועלט, ווען ער איז געווען אין טאנדשיר:
My eyes are resting upon a spot where stood a monument which was seen and described by Roman historians less than two thousand years ago, whereon was inscribed:

"We are the canaanites. We are they that have been driven out of the land of Canaan by The Jewish Robber, Joshua."


זעהט אויס אז די שקצים האבן אנגעפאנגן ביי החודש הזה לכם...

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 10:12 am

· #194493
טאמער באקומט איר מער ווי 100 לייקס, גייט נישט שטיין ווער האט דיך עס געשאנקען,
די מערסטע וואס ס'קןו ווערן אויסגערעכנט איז 100
למשל @מאראנצןזאפט הערליך'ע קול מבשר ארטיקעל שטייט אויס גערעכנט 100 ניקס וואס האבן געלייקט, אין דערנאך שטייט נאר ''אין נאך דריי האבן געלייקט''.
שוין, אונז אלע זאלן זוכה זיין צו תגובות מיט איבער 100 לייקס אמן.

ונבנתה העיר » זונטאג יולי 27, 2014 5:31 pm

· #213967
ר' שלמה איגר שרייבט אין ספר העיקרים (אעל"מ אשכול ה') אז די טעם פארוואס כל מידי דאמר רחמנא לא תעביד אי עביד לא מהני איז וויבאלד אין אדם חוטא אא"כ נכנס בו רוח שטות, האט ער בשעת מעשה א דין פון א שוטה, ואין מעשה שוטה כלום.

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:43 am

· #216044
אין המודיע מאגאזין א דיפלאמע פון 'מוסד מרכזי למורות בית יעקב' אין טשערנאוויץ משנת ת"ש, בחתימת האדמו"ר מסקולען ז"ל, איז מעיד אויף עלמה פלונית אז זי איז ראוי' צו זיין א מורה אין בית יעקב ווייל זי האט געענדיגט די קאורס אין:

תורה, נביאים וכתובים. קורות עם ישראל מראשיתו עד זמנינו. פרקי אבות. תפלות. דינים. דקדוק לה"ק. פרקים מובחרים מקורות העולם והספרות העולמית. יסודות הפסיכולוגי' ופדגוגי' ?. גאוגרפי' א"י ועולמית. ושפה רומנית.
📎 14.jpg

כוכב » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:32 pm

· #216491
שו"ת מקדש ישראל, להרב ישראל דוד הארפענעס

ומשם הגה''צ מלאנדסבערג ז''ל שמעתי שנשים מותרין להתקלח שיש להם תמיד ריח עכ''ד, מיהו לאו כללא הוא שיש להם תמיד ריח, אבל אם המציאות כן ודאי שפיר דמי.

😂

ונבנתה העיר » זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:53 pm

· #217217
דער רידב"ז איז געווען רב א שטיק צייט אין שיקאגא, אין יאהר תרס"ד האט ער דארט געדרוקט זיין ספר 'נימוקי רידב"ז', אין די הקדמה רעדט ער זיך געפערליך אפ אויף אמעריקא [שוה עיון], בתוך הדברים טענה'עט ער אזוי:

והעם לא שם אל לבו מי הוא השו״ב ומי הוא הבוטשער ומי הוא הרב המשגיח עליהם, וסומכים על מאמר העולם ״אז מי רופט איהם מענדיל מעג מען עסען פון זיין פענדיל״ (ופלא גדולה עליהם א׳׳כ כמו כן, אז מי רופט איהם יעוואן מעג מען עסען פון זיין פאן).

קדש הילולים » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:58 am

· #217399
קאווע טרינקער
דער באקאנטער גאון און מחבר ספרים ר' מנחם מענדל כשר, שרייבט אין זיין ספר "התקופה הגדולה" (חלק ב' אנהייב פרק ד'. אין די נייע מהדורה איז דאס אויף עמוד 603)
בשכונת שערי חסד בירושלים גרו במשך שנים רבות ה"ה הרה"צ רבי דוד בהר"ן זצ"ל והר' בצלאל גולדשטיין ז"ל שהיה ידוע אף הוא כת"ח מופלג, שניהם נהגו גם ללמוד בצוותא ותוך כדי לימודם גילה רבי דוד לר' בצלאל שהוא התעמק בדברי הגר"א בקשר לקץ הגאולה ונדמה לו שהצליח לפענח סוד זה. ר' בצלאל הפציר בו מאד שיגלהו סוד זה או לפחות ירמז לו שמץ מנהו. רבי דוד נעתר להפצרותיו ואמר לו לפני ביאת המשיח תהיינה שלוש פקידות ובהן יתארעו מאורעות גדולים ובאחד מהן או בסופן יבוא מלך המשיח, ואלו הן שלוש הפקידות:
בשנת תש"ז-תש"ח
בשנת תשי"ז-תשי"ח
ובשנת תשכ"ז-תשכ"ח
(יש לציין שרבי דוד זצ"ל נפטר בשנת תש"ו כשנתיים לפני מלחמת השחרור).
בשלוש התקופות האמורות ארעו כידוע האירועים האלה:
בשנת תש"ז תש"ח = מלחמת השחרור
בשנת תשי"ז תשי"ח = מלחמת סיני
בשנת תשכ"ז תשכ"ח = מלחמת ששת הימים

ר' אברהם קורמאן אין זיין ספר "האמונה הישראלית" פרק "משיח", עמוד 297, ברענגט אראפ דעם מעשה, און שרייבט צו:
הדברים, כאמור, פורסמו לאחר המאורעות האלה....


ס'איז מיר געווען אינטערסאנט נאכצוקוקען בפנים אין התקופה הגדולה, זעה איך ווי הרב כשר איז טאקע מוסיף:
שמעתי את כל הנ"ל מהר' יעקב גליס והר' יהושע לוי שיחיו, ולדבריהם היו הדברים ידועים ומפורסמים בין תושבי שכונת שערי חסד עוד לפני הכרזת המרינה בתש"ח.

נישט קיין גרויסע נפק"מ, ווייל עדיין אין בן דוד בא.

עס איז א שטיקל נפק״מ, וויל דער״גרויסער גאון און פוסק״ ברענגט דאס לשיטתו אז דו מדינה איז א אתחלתא דגאילה, שיטת המזרחי, במילא איז פשוט אינטירעסאנט צו וויסן מה היה עם חלומותיו...(פאר דו וואס ווייסן ווער ר' מ. כשר איז געווען)

כוכב » דינסטאג אוגוסט 19, 2014 1:06 pm

· #217423
חידושי תורה להרה"ק מסאטמאר זי"ע, השמטות – מקץ, דף תקכ"ה

יש בחור אחד בישיבתינו הק', בחור טוב וירא שמים, שיש לו מלחמת עם הוריו, שהם רוצים שילמוד תורה אבל רוצים שיעסוק גם בספרים חיצונים (שטודירן ביכער) כדי שיתלמד.


פלא והפלא, פון די 3000 סאטמארער עלטערן איז נישטא אפילו איינער וואס וויל אז דער זון זאל גיין אין קאלעזש. און מ'זאגט נאך אז די דורות פאלן.

געפילטע פיש » פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:40 pm

· #218114
א פיוט\זמירות שבת וואס רעדט אויך וועגן עיליענס\extra terrestrials.

די זמר רעדט וועגן די סאלאר סיסטים, די זון, פלאנעטן, און אירע לבנה'ס. אין זיבעטן חרוז זאגט ער אזוי:
ברגע תזרה צדקה לקרובים ורחוקים, ותרפא צבאה בכנפיה
תשפות שלום לעם ועם אשר ברא אלוה-ים, על אחת אחת בנותיה.
תשפיע שפע הנה והנה...

און אזוי נאך אפאר מאל אינעם זמר.



געפעלט מיר אויך ווי ער הויבט אן דארט "דעו משוררים! כי לא משורר אנכי: ואם חטאתי נגד הכללים אשר כללתם, כפרו נא בעדי, וד' יכפר בעד חטאתכם, אם תשגו כמוני".

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 14, 2014 4:34 pm

· #228929
עס זענען דא וואס נעמען ארויס צוויי פסוקים פון ספר יהושע.

יין שרף » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 11:41 am

· #239021
אז די רשב״ם לערענט פשט אז די פיר הונדרעט מענטשען וואס עשו האט מיטגענומען מיט זיך אנקעגן צו גיין יעקב איז פשוט געווען פאר יעקב׳ס כבוד!
IMG_20141205_114004.jpg

הצלה מאן » פרייטאג דעצעמבער 5, 2014 11:59 am

· #239024
וואס די טייטש פון די ווארט הצלה איז, פון ווי נעמט זיך די ווארט מציל, רש"י אויפן פסוק בראשית ל"א פסוק ט"ז כי כל העושר אשר הציל אלקים, לשון הפריש וכן כל לשון הצלה שבמקרא לשון הפרשה שמפרשו מן הרעה ומן האויב,

אם כן דארף וועין ענדערש חברה שומרים האבן דעים נאמען הצלה
בראשית לא פסוק טז.PNG

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 8:09 pm

· #239082
ונבנתה העיר
מארק טוועין אין זיין בוך איבער זיין 1867 נסיעה איבער די וועלט, ווען ער איז געווען אין טאנדשיר:
My eyes are resting upon a spot where stood a monument which was seen and described by Roman historians less than two thousand years ago, whereon was inscribed:

"We are the canaanites. We are they that have been driven out of the land of Canaan by The Jewish Robber, Joshua."


זעהט אויס אז די שקצים האבן אנגעפאנגן ביי החודש הזה לכם...

די נטורי חרתא און נטרונא האלטן אויך אזוי....!

יין שרף » מוצ"ש דעצעמבער 6, 2014 9:27 pm

· #239096
די כלי יקר זאגט פארוואס שמעון ולוי האבן געהייסן אלע אנשי שכם צו מאכן א ברית מילה, ווייל דערנאך ווען מען וועט זיי אלע אויס׳הרג׳ענען וועט זיך קיינער נישט אנעמען פאר זיי, ווייל זיי זענען דאך אידן...

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:13 am

· #239140
יין שרף
אז די רשב״ם לערענט פשט אז די פיר הונדרעט מענטשען וואס עשו האט מיטגענומען מיט זיך אנקעגן צו גיין יעקב איז פשוט געווען פאר יעקב׳ס כבוד!

דאן ווי אזוי לערנט ער פשט ווייטער, ויירא יעקב מאוד וייצר לו... אם יבא עשו אל המחנה האחת והכהו? און ווייטער יעקב'ס בקשה, הצילני נא מיד אחי מיד עשו כי ירא אנכי אותו פן יבא והכני אם על בנים?

מנחם » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:24 am

· #239145
לכאורה האט ער נישט געוויסט עשו'ס כונה.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 12:36 am

· #239148
כ'פארשטיי נישט. זאגסט דאך אז די מלאכים האבן דאס פארציילט פאר יעקב אבינו!

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:02 am

· #239152
@שמעקעדיג די רשב״ם לערענט אז די מלאכים האבן געזאגט פאר יעקב אז די האסט טאקע נושא חן געווען אין זיינע אויגן, נישט נאר דאס נאר ער פרייט זיך אזוי שטארק דיר צו זעהן אז ער ברענגט מיט 400 מענטשען פאר א קבלת פנים.
ווען יעקב האט דאס געהערט האט ער חושש געווען אז עשו האט מיר נישט ״אזוי״ שטארק ליב צו מיר מאכן אזא גרויסן ״בואכם לשלום פארטי״ ממילא מיינט ער עפעס שלעכט, דהיינו פאר מיינע שלוחים זאגט ער ״יא עס איז פאר מיין ברודערס כבוד״ אבער עכט וויל ער מיר הארגענען, נאר ער וויל נישט איך זאל אנטלויפן. וועגן דעם האט ער זיך צוגעגרייט למלחמה for just in case...

פישלע העררינג » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:54 am

· #239158
... א צעטל אויף א לייט פאל אין וויליאמסבורג מוצאי שבת, אז קריאת שמע בזמנה איז "פון די איינציגסטע פארבליבענע מצוות עשה" וואס מען קען נאך מקיים זיין בזמן הזה"! נאכגעפאלגט מיט דער גענויע סוף זמן קרי"ש.

האמנם? פון די איינציגסטע פארבליבענע מצוות עשה בזמן הזה?

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 4:35 am

· #239166
פישל'ע העררינג
... א צעטל אויף א לייט פאל אין וויליאמסבורג מוצאי שבת, אז קריאת שמע בזמנה איז "פון די איינציגסטע פארבליבענע מצוות עשה" וואס מען קען נאך מקיים זיין בזמן הזה"! נאכגעפאלגט מיט דער גענויע סוף זמן קרי"ש.

האמנם? פון די איינציגסטע פארבליבענע מצוות עשה בזמן הזה?

חוץ פארפברענען דעם איזראעלי פאן און שרייען "פוי" אויף נתניהוא אין וואשינגטאן... 😂

לית דין בר נש » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 9:53 am

· #239186
פישל'ע וואס פארשטייסטו נישט דער איד וואס האט געמאכט דער צעטל איז פון די אידן וואס האבן געפיקט פינף מצות און דאס לעבן זיי יומם ולילה לא ישבותו און פארדעם מאכט ער דער צעטלעך זיך צו קאכן אין זמן קר"ש ביינאכט אויך
נו איז ווי דארף ער צו וויסן אז עס איז דא אידן וואס האבן 613 מצות און זיינען אלץ מקיים חוץ ברענגען קרבנות.

מאטי » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:23 pm

· #239238
ר' יואל טייטלבוים מ'סאטמר זצ"ל שרייבט אין ויוא"מ אנהייב מאמר ישוב א"י, וזל"ק: וח"ו לא באתי להכריע מאומה, כי מה אני, אלא באתי לבאר לפי קט שכלי לתרץ כל דברי הראשונים ז"ל כאו"א לפי שיטתו ולהבין דברים ברורים היוצא מתוך דבריהם לדינא.

רויטע וואנצעס » זונטאג דעצעמבער 7, 2014 1:56 pm

· #239249
מאטי, ארויס פון אנ"ש טעלפאן בוך! ס'גייט מיר נישט אן אז דיין שווערס שווער איז געווען א סאטמערער.

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:29 am

· #239530
דבר תמיה מאד
איינער קען מסביר זיין ווערטער פונעם רשב''א [א' ס']:

''ואין הנקיבה נחשבת בבריאה, שאינה אלא כדבר הטפל אל העיקר [הבעל], ולקוח ממנו ולצורך תשמישו[!]. וזהו שקראהו רבותינו ז''ל 'זנב' (ברכות ס''א.)..[שו''ת הרשב''א ח''א ס'].
פלאי פלאות!!

מילכיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 2:34 pm

· #239605
פשוט כפשוטו.
דאס אז ס'איז דא וואס קלערן אנדערש מאכט עס נאכנישט פאר פלאי פלאות.

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 5:55 pm

· #239673
העי, טו דאס נישט, קיינער האלט דאס נישט פאר א פשוטו, אפ' די אלטרא אלטרא ירושלמי'ס, וואס גייען מוט די שווארצע העלמעט'ס, [און לב טהור'ס שיטה קען איך נישט].
כ'בעט בשם אלע היימישע פרויען וואס איך קען, אלע אין מיין ווייבער שול, און אלע ארום די וועלט, און ווי אויך די 'אידישע פרויען ארגענעזאציע' , 'נשי הכותל' , 'נשי ציון' , 'א אידישע מאמע' , 'נשים למען המקדש' , און די וועכינטליכע 'אמי ליווינג' [וואס איז כידוע שטארק מפרסם די אידישע מאראל פונעם פרוי] , אז די זאלסט דיך פערזענליך אנטשולדיגען אויפן 'כלומרשטע' טעות וואס האסט געזאגט , וואס האסט זיכער נישט געזאגט אין א נעגעטיווע סארט וועג כדי צו טשעפענען מוט די געפילען פון אזעלעכע סארט 'גרופעס' , און האסט נאר געמיינט צו זאגען עפעס א געוויסע סארט זאך בנוגע פרויען, בקיצור, מ'האט נישט געהעריג פארשטיינען. האסט עס געזאגט אין א טעות'דיגע וועג.
טאמיר קומסטו נישט ארויס מוט א אנטשולדיגונג, גיי איך ארויס שטעלען א שטארקע 'פארדאמונג'! ה''י..

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:10 pm

· #239722
לערנענדיג אביסל הלכות חנוכה, זעה איך אז העליפורנוס האט געהאט אזא מנהג פון "כל ארוסה תיבעל לטפסר תחילה". כ'האב נישט געוואוסט דערוועגן.

(אגב אז מען רעדט שוין, ביי אונז ווערט מען אויפגעשוידערט ווען די רוצחים פון אייסיס ימ"ש שניידן אראפ דעם קאפ פון א מענטש ה"י, און להבדיל מיליאן הבדלות ביי נס חנוכה טרעפן מיר אז א פשוט'ע אידענע האט געטון דאס זעלבע, און מען לערנט עס מיט אזא פשטות, קינדער קומען אהיים און פארציילן די שיינע מעשה ווי א מאמע האט אראפגעשניטן די קאפ פון דעם קעניג רשע...)

.
📎 יהודית.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:50 pm

· #239751
שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 8:58 pm

· #239756
דאס האב איך געטראפן אין סמעדרעש. איי געסס ביסט פון אלטן דור און דו גלייכסט דעם ש"ס פון זיטאמיר.

וועגן העליפורנוס' קאפ, שטייט אז מען האט דאס ארויפגעשטעלט אויפן מויער אז די שונאים זאלן אלע זעהן ויצאו עיניהם.

יין שרף » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:00 pm

· #239758
berlbalaguleh@ אליפורנוס'ס קאפ האט מען אויפגעהאנגען אויפן חומת ירושלים, און ווען די חיילי השונא האבן עס געזעהן זענען זיי אלע אנטלאפן פאר פחד


----------
שמעקעדיג האקט

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:04 pm

· #239761
שמעקעדיג
דאס האב איך געטראפן אין סמעדרעש. איי געסס ביסט פון אלטן דור און דו גלייכסט דעם ש"ס פון זיטאמיר.

וועגן העליפורנוס' קאפ, שטייט אז מען האט דאס ארויפגעשטעלט אויפן מויער אז די שונאים זאלן אלע זעהן ויצאו עיניהם.

שמעקעדיג: איך ווייס נישט וועגן דעם ש"ס זיטאמיר. אבער משנה ברורה האביך זיכער ליעב די אלטע, טראדציאנאלע אויסלייג... 😂

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:06 pm

· #239762
יין שרף
berlbalaguleh@ אליפורנוס'ס קאפ האט מען אויפגעהאנגען אויפן חומת ירושלים, און ווען די חיילי השונא האבן עס געזעהן זענען זיי אלע אנטלאפן פאר פחד


----------
שמעקעדיג האקט

או.קעי. איך צוה צוריק. מיין פשעטל ארבעט נישט.... 😂 😳

chusid » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 10:13 pm

· #239773
ווי אויכט כלפי דיין ערשטע חילוק אז דארט האט מען אפגעהאקט פון א רשע, לשיטת אייסיס זענען זייערע קרבנות אויכט רשעים... ביידע אליפורני און די אייסיס קרבנות זענען רשעים מכח ראליגיע

לית דין בר נש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:29 am

· #239881
שמעקעדיג
לערנענדיג אביסל הלכות חנוכה, זעה איך אז העליפורנוס האט געהאט אזא מנהג פון "כל ארוסה תיבעל לטפסר תחילה". כ'האב נישט געוואוסט דערוועגן.

איז נישט ביי כת העלבראנס אויך דא אזא גזירה/מצוה?

לא להנאת גופי » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 2:52 pm

· #239934
כ'האב מיך אלעמאל געווינדערט וויאזוי די חשמונאים האבן געקענט מסדר זיין אזוינע 'רבים ביד מעטים'דיגע הצלחות' , באט טאמיר די טענה'סט אז זיי זענען געגאנגען בנוסח אייסיס איז עס נישט מער ווי פארשטענדליך, ואייסיס עצמו תוכיח, נו פרעגט זיך די באקאנטע שאלה, א''כ ווי איז די נס?? בשלמא לויט די ב''י אז די מלחמה ווערט נישט גערעכנט, שפיר, אבער לויט די פר''ח איז דאך שווער. [און דאס איז טאקע פשט, מסרת גיבורים, 'גיבורים ממש', אבער ביד חלשים?, און פארדעם טאקע קבעו 'ימי חנוכה', די אכט טעג חנוכה, און טאקע חנוכה דייקא..ודו''ק]

געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 10:57 pm

· #240064
berlbalaguleh
שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!

ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט סעקסואלע נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.

ישראל קאפקע » דינסטאג דעצעמבער 9, 2014 11:14 pm

· #240066
זיצן דא חשובע ניקס וואס יעדער קען זיי פאר קלוגע פארשטענדליכע אינגעלייט, און וואונדערן זיך וואס קען זיין די חילוק צווישן אייסיס הרגענען האולסעיל אומגלויביגע אין יאר 2014, צו די חשמונאים אפהאקן די קאפ פון א גענעראל פון אן אקופירנדע מיליטער, וואס צווינגט א רעליגיעזע פאלק עובר צו זיין אדער נישט מקיים זיין די עקרים פון זייער אמונה, אין א וועלט פון צוויי טויזנט יאר צוריק.
זעט איר באמת נישט קיין חילוק?

איי דזשאסט דאונט געט איט!

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:26 am

· #240124
ישראל קאפקע
זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג
להבדיל מיליאן הבדלות

ישראל קאפקע » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 10:39 am

· #240128
שמעקעדיג
ישראל קאפקע
זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג
להבדיל מיליאן הבדלות

איך מיין נישט א 'להבדיל-אלף-אלפי-הבדלות' חילוק, דו זעסט נישט א לאגישער פראגמאטישער חילוק אין די צוויי פעלער?

זוכער » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:59 am

· #240148
געפילטע פיש
berlbalaguleh
שמעקעדיג: קודם צום ענין. דער חילוק איז אז הליפורנוס איז געווען א גרויסער רשע. אויך האט מען נישט געוויזן פאר א יעדן דעם קאפ. משא"כ ביי אייסיס. זיי הרג'נען אומשולדיגע מענטשן. אויך. מ'ווייזט עס אויף ווידיאו אין די גאנצע וועלט.
שלא מן העניין: איך באמערק אז דו לערנסט פון די נייע סטייל משנה ברורה. די נייע נישט טראדיציאנעלע מאכט מיך געפערליך נערוועיז. כאטש זיי שרייבן אז דאס טוט פארגרינגערן דעם לימוד... נישט ביי מיר...!

לשיטתם הארגענען זיי אויך רשעים, ס'הייסט? זיי זענען כופר אינעם נביא מוחמד!

ס'דא וואס טענה'ן טאקע אז פונקט ווי מ'צענזורירט סעקסואלע נושאים אין חומש ווען מ'לערענט מיט קינדער, זאל מען אויך צענזורירן די גראפישע ווייאלענס חלקים. זיי האבן א טענה.


וואס וואלסטו געטאן מיט דעם פרעזידענט אין אמעריקע (רעפבוליקאנער אדער דעמאקראט), וואס מאכט א געזעץ אז איידער א מיידל גייט אונטער די חופה דארף ער קודם האבן יחידות מיט איר? וואלסטו געלאזט דיין טאכטער גיין?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:01 pm

· #240259
שמעקעדיג
לערנענדיג אביסל הלכות חנוכה, זעה איך אז העליפורנוס האט געהאט אזא מנהג פון "כל ארוסה תיבעל לטפסר תחילה". כ'האב נישט געוואוסט דערוועגן.


.

תיבעל להגמון תחילה גייט נאך היינט אן לויט מר. גאטליב

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 6:14 pm

· #240260
ישראל קאפקע
שמעקעדיג
ישראל קאפקע
זעט איר באמת נישט קיין חילוק?


שמעקעדיג
להבדיל מיליאן הבדלות

איך מיין נישט א 'להבדיל-אלף-אלפי-הבדלות' חילוק, דו זעסט נישט א לאגישער פראגמאטישער חילוק אין די צוויי פעלער?

וואטעווער די אלע ווערטער מיינען, אודאי פארגלייך איך נישט די 2 אין קיין שום הינזיכט, איך האב נאר גערעדט לגבי דעם מיתה משונה פון אראפשניידן א קאפ, אפגעזעהן פון ווער/צו וועמען מען טוט דאס. ואם שגיתי ה' הטוב יכפר.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7