אשריך בעולם הזה?
46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4260
אשריך בעולם הזה?
עס איז באקאנט די ווארט פון צדיקים אז ווען יעדער זאל אראפלייגן זיין פעקל צרות אין איין שטוב, וואלט זיך יעדער צוריק גענומען זיין אייגענעם פעקל, קיינער ברויך נישט יענעמ'ס פעקל צרות.
זאגט מיר איינער אז ווען ער זאל טרעפן אזא פלאץ ווי ער קען אראפלייגן זיין פעקל צרות, וואלט ער עס אראפגעלייגט און געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארט, ווער עס וויל קען זוכה זיין דערין מן ההפקר, ער ברויך נישט זיין פעקל און ער ברויך נישט יענעמ'ס פעקל.
דער פראבלעם איז נאר אז דערווייל איז נאכנישט דא אזא פלאץ, דער פעקל קלעבט צום מענטש ווי דער הויקער צום רוקן פונעם קעמל, און מען קען דערפון נישט פטור ווערן. יעדער ליידט פון אנדערע זאכן, איינעם דרוקט פרנסה, א צווייטן קינדער, א דריטן די שלום בית, איינער ווארט גאר אויף זיין שידוך, אסאך מוטשען זיך נעבעך מיט געזונט פראבלעמען איינער פיזיש און איינער גייסטיש, און אזוי ווייטער יעדער מיט זיינע שוועריקייטן, הצד השוה שבהן אז קיינער לעקט נישט קיין האניג אויף דער וועלט.
דכורני ווען איך בין געפארן איין יאר קיין אומן אויף ראש השנה, בין איך געזעצן אויפן פליגער נעבן א איד, און פארשטייט זיך אז במשך די וועג האט זיך אנטוויקלט שמועסן צווישן אונז, איז עפעס אריינקומען איינמאל אין שמועס אז איך האב אים געזאגט אז יעדער מענטש אויף דער וועלט ליידט עפעס, קיינעם גייט נישט אלעס גוט. ער האט עס קאטעגאריש אפגעלייקנט, ער האט גע'טענה'ט אז אים גייט אלעס גוט, ער האט א שיינע משפחה א ווייב און קינדער און אייניקלעך, ער האט געלט בשפע, אלע זענען געזונט. אקיצור, אים פעלט גארנישט, ער האט א פיינע לעבן אן קיין שום צרות און פראבלעמען.
איך האב אים נישט געקענט אפפרעגן, ווייל איך האב נישט געקענט זיין פריוואטע לעבן, און איך ווייס נאך אלץ נישט ווער ער איז, איך האב אים נאר אזויפיל געזאגט אז אויב איז עס אמת וואס ער זאגט איז ער טאקע אן אויסנאם, אייביג איז דאך דא א יוצא מן הכלל, אבער בדרך כלל האט זיך יעדער זיינע שוועריקייטן און שטיינער אין לעבן.
למעשה ווען מיר זענען אנגעקומען אין קיוב, זענען מיר געוואויר געוואוירן אז אונזערע פעקלעך זענען געבליבן ביים סטאפ אין פראנקרייך, און דער איד וואס האט פריער נישט געוואוסט וואס עס מיינט א פראבלעם בכלל, איז פלוצלונג געווארן אויס מענטש, און נישט געוואוסט וואס צו טוהן קודם.
עכ"פ די מציאות איז אז יעדער מענטש אויף דער וועלט האט זיך זיין פעקל צרות, קיינער איז נישטא זיך אפצורוען מיט די פיס ארויף.
און אויב אזוי שטעלט זיך א שווערע קשיא: אם כן למה זה אנכי? אויב יעדער ליידט, צו וואס פעלט אויס די גאנצע זאך? דער אייבערשטער האט טאקע באשאפן די וועלט נאר צו ליידן? עס מוז זיכער זיין א וועג ווי אזוי א מענטש קען האבן א פרייליך לעבן אויף די וועלט מיט די אלע צרות וואס ער האט, טאקע כמות שהוא אזוי ווי עס שטייט און גייט.
דער תירוץ אויף דעם איז, אז דאס איז לגמרי נישט קיין סתירה, מיט די גאנצע פעקל צרות וואס יעדער האט, קען מען נאך אלץ האבן א צופרידענע געשמאקע לעבן.
לאמיר נעמען א משל א אינגערמאן ר' משה, ער האט ב"ה א ווייב און קינדער, און א גוטע פרנסה שטעלע וואו ער ארבעט שווער במשך דעם טאג. איין טאג ווען ער איז געווען אין די ארבעט איז אים עפעס אלעס געגאנגען קאפויער, וואס ער האט געוואלט טוהן האט ער נישט מצליח געווען, דער בעה"ב האט אסאך געשריגן אויף אים, אקיצור ער האט נישט געלעקט קיין האניג יענעם טאג. ער קומט אהיים ביינאכט, ער האט געהאפט אז אינדערהיים וועט ער זיך קענען אביסל אפרוען און קומען צו זיך, אבער נאך פון אינדרויסן פון די טיר האט ער געהערט די געשרייען פון זיין ווייב און קינדער, ער האט שוין געשמעקט אז עס איז ששון ושמחה אינדערהיים. ער קומט אריין, די הויז איז איבערגעדרייט, פיל מיט וועש און שפילצייג אויף דער ערד, דער דאך אויפן פלאר און די פלאר אויפן דאך, די סאפפער איז אודאי נאכנישט גרייט א.א.וו.
ער איז געווארן אזוי אויפגערעגט, ער האט געמיינט אז ער וועט אהיים קומען צו א שיינע רוהיגע הויז, זיין ווייב וועט אים שיין אויפנעמען און פרעגן ווי אזוי זיין טאג איז אדורך, און ער וועט זיך קענען אביסל אויסרעדן זיין שווער הארץ און קומען צו זיך פונעם שווערן טאג. אבער ווי וואס ווען, די הויז פארט אויף רעדער, גארנישט איז נישט אויפן פלאץ, גארנישט איז גרייט, און ער האט געהאט אסאך יסורים פון דעם.
שפעטער איז ר' משה געגאנגען דאווענען מנחה מעריב, אינצווישן באקומט ער מעסעזש אויפן פאון אז עס האט אויסגעבראכן א שרעקליכע פייער ביי זיין קארנער, א גאנצע משפחה איז פארכאפט אין די פלאמען, עטליכע שווער פארוואונדעט, מיט גאר גרויסע געלד שאדענס. "אוי רבש"ע, דאס איז דאך מיין הויז" ער לויפט אהיים מיט איין אטעם, אבער ווען ער קומט אן זעהט ער אז עס איז ברוך ה' נישט ביי זיין הויז, נאר אקעגן איבער די גאס, ער לויפט אריין אין זיין הויז און דאנקט דעם אייבערשטן אז זיין ווייב און קינדער זענען געזונט און שטארק און אז זיין הויז האט זיך נישט פארברענט.
יעצט אינטערעסירט אים שוין נישט צו די הויז איז שיין אויפגערוימט אדער נישט, צו די ווייב האט אים יא שיין אויפגענומען אדער נישט, צו עס איז יא דא סאפפער אדער נישט. דער עיקר איז אז יעדער איז געזונט, און די הויז איז נישט פארברענט.
וואס איז יעצט געשעהן פון א שעה פריער ביז א שעה שפעטער, אז זיין מהלך המחשבה האט זיך אזוי שטארק געטוישט? די נקודה איז אז יעצט האט זיך געטוישט זיינע "ערווארטונגען", פריער האט ער ערוואטעט אז ער וועט אהיים קומען און אלעס וועט קלאפן אויפן בעסטן און שענסטן אופן, און ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט אזוי האט ער זיך זייער אויפגערעגט. און יעצט האט ער ערווארטעט צו טרעפן זיין הויז פארברענט און זיין ווייב און קינדער אין שפיטאל און ווען ער האט געזעהן אז עס איז נישט אזוי האט ער זיך זייער געפריידט, און עס האט אים שוין נישט געשטערט די זייטיגע זאכן.
קומט אויס אז אלעס ווענדט זיך לויט די ערוואטונגען פונעם מענטש, ווען א מענטש ווייסט אז עס קומט אים גארנישט, קיינער איז אים גארנישט שולדיג. דער אייבערשטער איז קיינעם גארנישט שולדיג, מי הקדימני ואשלם, און מענטשן זענען אים אויך גארנישט שולדיג. ווען א מענטש טראכט אויף אזא וועג דעמאלט וועט ער נישט ווערן גערעגט ווען עס גייט נישט ווי אזוי ער וויל, ווייל ער האט בכלל נישט ערווארטעט אז עס קומט אים עפעס גוטס, און ווען עס גייט אים יא גוט, וועט ער נאר דאנקן דעם אייבערשטן און זיך פרייען מיט דעם, "אזוינס? אויף אזא גוטס האב איך זיך גארנישט געראכטן!". אבער ווען א מענטש פיהלט אז עס קומט זיך אים אלעס, דעמאלט וועט ער קיינמאל נישט זיין צופרידן, ווייל אייביג וועט זיין עפעס נישט ווי אזוי ער וויל, און דאס וועט אים אויפרעגן.
מיט דעם איז רבי נתן ברסלבער זי"ע מסביר די משנה אין אבות "כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל, אם אתה עושה כן אשריך וטוב לך, אשריך בעולם הזה, וטוב לך לעולם הבא" מילא 'וטוב לך לעולם הבא' דאס קען איך נאך פארשטיין, אז דו וועסטיך מוטשענען אויף תורה וועסטו באקומען אויף יענע וועלט שכר, אבער 'אשריך בעולם הזה?' וואסע פשט פון דעם? ווי גליקליך קען מען שוין זיין אויף די וועלט מיט אביסל ברויט און זאלץ, אביסל מאגערע וואסער, מיט א דרימל אויף דער ערד?!
אבער דער אמת איז אז יא! "נאר" אזוי קען מען האבן א פרייליך לעבן אויף די וועלט! נאר ווען א מענטש מאכט אפ אז ער ערווארט נישט צו באקומען אויף די וועלט מער ווי אביסל ברויט און וואסער און ער וועט זיין צופרידן אפילו מיטן שלאפן אויף דער ערד, נאר דעמאלט קען ער האבן א גליקליך און צופרידן לעבן אויף די וועלט, ווייל וואס ער וועט נאר האבן עפעס מער פון דעם וועט דאס אים מאכן פרייליך. "איך האב נאך פוטער אויף די ברויט אויך? ממש א מחי'!" און ווער רעדט נאך ווען ער האט נאך א פיינעם סענדוויטש, איז ער אויסער זיך פאר פרייד. "איך דארף נישט שלאפן אויף דער ערד, איך האב נאך א מאטראץ צו שלאפן דערויף? ממש א מחי'!" און ווער רעדט נאך ווען ער האט נארמאלע בעט, איז ער דאך איבערגליקליך.
אבער ווען א מענטש ערווארט אז עס קומט אים אלע מעדנים, דעמאלט ווען עס פעלט אים נאר א קלייניקייט וועט ער שעלטן אלע רוחות, און ער וועט – פארשטייט זיך - קיינמאל נישט זיין צופרידן, ווייל אייביג וועט אים עפעס פעלן, און ווען ער וועט שוין יא האבן אלעס, וועט ער דארפן נאך מער, מי שיש לו מנה רוצה מאתיים, קיינמאל וועט ער נישט זיין פרייליך.
איזהו עשיר? השמח בחלקו!
זייער פיין געזאגט, זייער תוכן'דיג
ברעסלאבער ביסט א כבוד פאר אונזער שטיבל כה לחי גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת הקודש.
זייער שיין, איידל און געפיליש.
כאטש וואס איז בין מער נוטה צו דיין שכן אין פליגער. יא, ס'דא מענטשן וואס אלץ גייט זיי גוט! עראי'דיגע פראבלעמען וועלן אייביג אינטערקומען בדרך הטבע, א קאר סערוויס וועט אנקומען שפעט; פארלירען א שורעם; פארגעסן צו גיין צו א חתונה. אבער בדרך כלל גייט אים אלעס גוט, געזונטע משפחה, געלט, הויז, וכו'.
בכל אופן, דו שרייבסט דברים שבלב, קיפ גא'אינג
חכם מחוכםזייער פיין געזאגט, זייער תוכן'דיג
הערליך!! ווארעם, הייליג, און חיזוק'דיג.
איך ווייס נישט צו וועם צו נוטה זיין, אבער דאס פארלירן א רענצעל איז עפעס גאר א מיינאר שבמיינאר זאך., נישט פון דעם רעדט מען, און נישט דאס איז וואס מאכט א גענצליך גוט לעבן (אויב ס'פארהאנען אזאנס) אויס גוט לעבן.
קאווע טרינקערזייער שיין, איידל און געפיליש.
כאטש וואס איז בין מער נוטה צו דיין שכן אין פליגער. יא, ס'דא מענטשן וואס אלץ גייט זיי גוט! עראי'דיגע פראבלעמען וועלן אייביג אינטערקומען בדרך הטבע, א קאר סערוויס וועט אנקומען שפעט; פארלירען א שורעם; פארגעסן צו גיין צו א חתונה. אבער בדרך כלל גייט אים אלעס גוט, געזונטע משפחה, געלט, הויז, וכו'.
בכל אופן, דו שרייבסט דברים שבלב, קיפ גא'אינג
אויסער אויב דו ביזט טאקע דער מענטש וועם עס גייט אלעס גוט, קען איך דיר נישט גלייבן אויף א צווייטן. ווייל עס זענען דא מענטשן וואס שפילן זייער גוט דעם שפיל אז מען קען גאר נישט חלום'ען אז זיי האבן צרות. און דאס איז אפילו ביי נאנטע שבנאנטע.
ניין, איך ווייס, ווייל איין שפילער דערקענט א צווייטע שפילער... סאו ווען ס'עכט, ווייסעך אז ס'עכט.
זייער שיין אראפ געלייגט, ברסלבער. עס פארלאנגט שווערע און שטענדיגע עבודה צו קענען לעבן מיט אזא געדאנקן גאנג. הלוואי!
זייער שיין, ברסלבער.
קאווע טרינקערזייער שיין, איידל און געפיליש.
כאטש וואס איז בין מער נוטה צו דיין שכן אין פליגער. יא, ס'דא מענטשן וואס אלץ גייט זיי גוט! עראי'דיגע פראבלעמען וועלן אייביג אינטערקומען בדרך הטבע, א קאר סערוויס וועט אנקומען שפעט; פארלירען א שורעם; פארגעסן צו גיין צו א חתונה. אבער בדרך כלל גייט אים אלעס גוט, געזונטע משפחה, געלט, הויז, וכו'.
בכל אופן, דו שרייבסט דברים שבלב, קיפ גא'אינג
עמך אנכי בצר"ה, מען דארף מחלק זיין צווישן די אמת'ע חשבונות בסוגיית הצרות און די שיין-גלאנציגע אויבערפלעכליכע וועטער און נחמות וואס זענען נישט מער ווי שכר לאובד.
יעדער האט צרות? well, כ'גלייב אז עס פעלט אמאל זאלץ אין ביל געיטס' אייערשפייז, אבער וואלט א היימלאזער מאן מיט יענע מעשה [
וי"א: קענסער] זיך נישט געטוישט פעקלעך מיט ר' ביל? [ווי האט יענער געזאגט, א רעגענדיגע זונטאג איז ווי א מאנגאליאן מיט יענע מעשה...].
יעדער וואלט זיך גענומען דעם אייגענעם פעקל? חוץ פון דעם וואס ווען נישט דעם שיינעם חיזוק-קלאנג וואס עס האט וואלט מען זיך געשעמט איבערצוזאגן אזא דבר חכמה, קלעבט עס פשוט נישט מאטאמאטיש, ווי קען זיין אז יעדער האט די לייכסטע פעקל צרות? איז דען שייך מער ווי איין לייכסטע?
ונבנתה, ביסט היפש ראנג. האסט אנגעכאפט א משל פון א היימלאזער פארשוין ווס. ביל געיטס, אפשר אין אזא מציאות ביסטו גערעכט. די פוינט איז אז ס'איז כמעט נישט דא אזא מציאות. ווארען באפעט למשל איז טויט קראנק, אויב האט ער א שטארקע ווילן צו לעבן, וואלט ער זיך גאנץ מעגליך גערן געטוישט מיט אט דעם היימלאזן פארשוין. אוי, יענער איז אויך קראנק? גערעכט, אזא מציאות טאקע נישט. אבער מיט א אנדערן היימלאזן וואס איז יא געזונט, אבער הערט נישט אויף מקנא זיין ווארען באפעט, מיט יענעם וואלט ער זיך יא געטוישט.
די נקודה פון די פעקל איז אז דו ווייסט וואס יענער מאכט מיט, וואס סתם אזוי זעט דיר אויס יענעם'ס גראז מער גרין, אבער אז דו קוקסט אריין אין ביידע פעקלעך זעהסטו אז דו דארפסט שוין ליבערשט דיין פעקל.
מיין נקודה איז אזוי: יעדער האט זאכן וואס גייען איהם גוט און זאכן וואס גייען איהם שלעכט, יעצט מאך דיר א תענוג סקעיל - א געוויסע מאס תענוג איז א פונקט, דערנאך מאך א צרות סקעיל - יעדע שטעך אין הארץ איז א פונקט אויפן סקעיל, יעצט קענסל אויס איינע מיט די אנדערע, וועסטו בלייבן מיט א געוויסע נומבער עודף - אדער תענוג אדער צער, טענה איך אז עס איז נישט מעגליך אז יעדע מענטש זאל בלייבן מיט פונקט די זעלבע נומבער.
דעת תורהדי נקודה פון די פעקל איז אז דו ווייסט וואס יענער מאכט מיט, וואס סתם אזוי זעט דיר אויס יענעם'ס גראז מער גרין, אבער אז דו קוקסט אריין אין ביידע פעקלעך זעהסטו אז דו דארפסט שוין ליבערשט דיין פעקל.
און פארוואס - נאכ'ן אריינקוקען - דארף נישט יענער מיין פעקל? קען דען זיין מער ווי איין פעקל וואס דער עולם זאל וועלן?
ברסלבער, גאר שיין כדרכך בקודש.
אבער דו ברענגסט אויף מחשבות אין מיר, איך וואקל מיר שוין א לאנגע צייט צי כ'זאל עפענען אשכולות אויף די ענינים, עס עגבערט מיר אסאך קשיות אין ספיקות אין די סארט נושאים.
עכ"פ, לויט די אלע חיזוק וואס איך הער כסדר, איז א מענטש בכלל נישט העפי און האט נישט וואס צו דאנקען השי"ת, נאר ווייל עס איז דא אנדערע וועלכע ליידן מער, דאס בארואיגט אז ,אה... ברוך ה', איך לייד נישט ווי יענער. אויך מיר א הודאה.
וואס מיינט דאס? וואס מיינט דאס "קיינער קומט דיר נישט גארנישט"? אז ה' האט מיר באשאפן און וויל פון מיר א געוויסע תפקיד, עקספעקט איך אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס וואס איך דארף, מאן דיהיב חייי יהיב מזוני,
איז טאמער מוטשע איך זיך מיט פרנסה, בין איך אויפגערעגט, איך בין נישט צופרידן. יעצט ווען איך הער מארגן אז איינער האט אנגעזעצט מיט הונדערט אלפים, דאן זאג איך אה... ב"ה אז איך האב נישט פארלוירן אזויפיל, נאר פופציג.... כ'מיין, קאמאן! וואספארא צפרידנהייט איז דאס?
אין דיין משל, וויבאלד ביים צווייטן איז געשעהן א פייער דארף איך פלוצלינג ווערן פרייליך און דאנקען פאר מיינע "חסדים"?
די משל מיט'ן פייער איז בלויז דיר צו פראוון וויאזוי דו אליינס ווערסט בארואיגט, און די פריערדיגע 'צרות' ווערן פארשוואונדן....
אבער דאס איז דאך א פאלשער בארואיגונגס פיל. אזא איינשלאף שפריץ.
איך מיין אז דו האסט דא געזאגט די הנחה וואס טאקע דאס האט ברסלב'ער געוואלט אויסרייסן.
דו זאגסט
וואס מיינט דאס? וואס מיינט דאס "קיינער קומט דיר נישט גארנישט"? אז ה' האט מיר באשאפן און וויל פון מיר א געוויסע תפקיד, עקספעקט איך אז ער זאל מיר צושטעלן אלעס וואס איך דארף, מאן דיהיב חייי יהיב מזוני,
אבער פרעגט ברסלבער, פארוואס עקספעקסטו דאס אזוי? מאן יימר אז ווייל ה' האט דיך באשאפן און וויל פון דיר א געוויסע תפקיד, מיינט דאס שוין אויטאמאטיש אז עס איז עקספעקטעד ער זאל דיר אלעס צושטעלן? און בכלל, געשעט אין דיין פראגע א שטיקל אקסימאראן, ווייל אויב דארף עס קומען אזוי צוליב סיי וועלכע מעגליכע סיבה און דאס איז טייל פון דיין תפקיד אז עס זאל דיר נישט גיין אזוי גוט, דעמאלט וויאזוי קענסטו זאגן אז עס איז ערווארטעט פון אים דיר צו מאכן אלעס גיין גוט? דאס איז דאך אפשר א חלק פון דיין תפקיד און די מעסטער פלען?
שרגא, עס איז אן אריכות גדול מאוד. איך קען שרייבן בלעטער, ואין הפנאי עמדי כעת, ואי"ה עוד חזון.
אבער בקיצור נמרץ, ווען וועלט וואלט געווען וועלט, אן א געצווינגענע סיסטעם, וואלט איך לויט מיין "באקומען פון הימל" אויסגעשטעלט מיין סדר החיים.
למשל, אז איך זעה אז כ'האב נישט קיין געלט צו באצאלן שכר לימוד, מסתמא איז ה' נישט אינטרעסירט אז זיי זאלן לערנען דארט. ווייל אויב יא, וואלט ער מיר דאך געגעבן דערפאר. אפשר וואלט ער אפראווט וואוטשערס.
אז כ'האב נישט געלט חתונה צו מאכן 14 קינדער, מסתמא איז נישט זיין רצון אז איך זאל דאס טון, און נישט האבן אזויפיל קינדער.
יעצט אויב גיבט ער מיר יא די נויטיגע פאנדן, לערן איך פשט אז ער קען יא באשטיין, דאס איז זיין מעסטער פלאן, און איך טוה נאר אויספאלגן זיין בלופרינט. אויב אזוי, וואו קומט דא אריין "לויבן"? וואס איז מיין גרויסע גליק מיט "אשריך בעוה"ז"?
מאן דיהיב חיי יהיב מזוני נעמט די גמרא אן ווי א פשטות. איך פארשטיי נישט פארוואס כ'דארף מאכן א ברכה און בענטשן אויפן עסן. איך מוז עס טון ווייל אז נישט שטארב איך דאך. ה' האט געמאכט אז איך מוז עס האבן פאר מיין חיות. ס'איז נישט עפעס א באונוס אויף וואס איך בין זייער דאנקבאר.
ווי געשריבן, פון יעדע שורה דא קען איך מאכן א אשכול, איך האב אסאך אין מאגן.
שמעקעדיגמאן דיהיב חיי יהיב מזוני נעמט די גמרא אן ווי א פשטות. איך פארשטיי נישט פארוואס כ'דארף מאכן א ברכה און בענטשן אויפן עסן. איך מוז עס טון ווייל אז נישט שטארב איך דאך.
אויף דעם שטייט דאכט זיך, אז ער וואלטיר געקענט מאכן לעבן מיט עסן זאמד אזוי ווי דער שלאנג... דו קענסט עסן פארשימעלטע פאטעיטעס זיך צו דערהאלטן ביים לעבן. אנשטאט, האסטו פאר דיר הערליכע פרוכטן, שפייאכטס רינעדיגע סטעיק סענדוויטשעס, אייז קריעמען פון אלע קאלירן און אייז קריעם דארף מען דאך נישט צום לעבן... פאר דעי אלע גוטע זאכן דארף מען לויבן
זר זהבשפייאכטס רינעדיגע סטעיק סענדוויטשעס,
לאמיר זעהן, ווען איך האב פארשימעלטע פאטעיטעס, דארף איך לויבן השי"ת און מאכן דערויף א ברכה און א נאך ברכה, גענוי ווי אויף אייקריעם?
אונז דאנקען מיר עפעס אויף די "גוטע" עסן דווקא? אין מיין בענטשער שטייט עס נישט (נאר דערמאנט אויף א"י ארץ חמדה טובה ורחבה)
און אז מען רעדט שוין, דאס איז נאך א חלק פון מיין קשיא.
א פלא אז רובא דרובא זאכן וואס מיר לויבן ה', איז זאכן וואס ער האט אונז באשאפן מיט א צורך דערפאר, מיר קענען נישט אנדערש מאכן.
איך מוז גיין אין ביהכ"ס ווייל אזוי האט ער מיר באשאפן. די ברכת אשר יצר איז נאר ווייל אזוי האבן די אנשי כנה"ג מתקן געווען, נישט ווייל איך בין אזוי העפי דערמיט.
און אפילו ברכת תודה אדער קרבן תודה (ווי מען האט שוין אסאך אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות), איז אויך בלויז ווייל השי"ת האט מיר אריינגעפירט אין דעם זומפ און דערנאך געראטעוועט. ממש אומפארשטענדליך,
@נולד מאוחר האט עס שוין אויפגעברענגט ביי פסח ווי מ'דאנקט אויף יציאת מצרים, וואו ה' זעלבסט האט אונז אריינגעשטעלט, און ברכת הגומל וארבעה צריכים להודות, האט אים ה' געמאכט קראנק און דערנאך אויסגעהיילט, וכן השאר. וואס איז דער גרויסער תודה? ס'איז אומפארשטענדליך אויף וואס מען לויבט.
משא"כ אויף עקסטערע באנוסעס, זאכן וואס איך האב נישט קיין NEED דערפאר, נאר עס איז באמת א עקסטערע צוגאב, ווי למשל באקומען א פיינעם מאסאזש (...), אדער א ספעציעלע געשמאקע וועטער, גיין אויף וואקאציע און זעהן הערליכע פאנאראמעס פון נפלאות הבריאה, אדער האבן ספעציעלע גוטע עסן (כנ"ל) צו שפירן דעם טעם און דעם ריח, און אפילו תשה"מ, אויף די אלע זאכן האט מען נישט מתקן געווען צו דאנקען און מאכן א ברכה. הפלא ופלא.
(2 הערות, גראדע אויף א פיינעם וועטער אדער א געשמאק ווינטל זעהט מען יא ווי איינער פון די תנאים (ר' יוחנן?) האט געזאגט ווי שטארק דארפן מיר לויבן השי"ת דערפאר, הגם נישט קיין ברכה קבועה, און א גוטן ריח פון עסן איז אויך נישט לכתחילה צו שמעקן אן א ברכה, אין הל' ברכת הפירות ברענגט דער מ"ב אז ערליכע אידן האבן זיך געפירט נישט צו שמעקן די פרישע חלות, און ברכת הריח איז יא א אויסנאם אז מען מאכט א ברכה בלויז פאר א באונעס, ווי שמעקן בשמים וכדומה, כאטש עס איז נישט פאראן קיין שטארקע צורך דערפאר. און צומאל איז פאראן א פארקערטע אויסנאם, למשל מען וואלט געקענט דאנקען השי"ת פאר די גוטע עירקאנדישאן אום זומער, אבער עס איז דאך ווייטער נישט שייך ווייל ער האט דאך אויך באשאפן די ברוטאלע היץ און יומידעטי, ממילא איז עס פונקט ווי קראנק מאכן און שיקן א רפואה. וקצרתי מאוד).
"..."
@שמעקעדיג. דו זאגסט אסאך גוטע נקודות, אבער עס איז צוזאם געווארפן אסאך ענינים אינאיינעם. לאמיר עס צונעמען אחת לאחת.
וועגן זיך פרייען נאר ווייל יענער האט ווייניגער פון דיר. פון דעם האב איך בכלל נישט גערעדט, דאס איז טאקע תנחומין של הבל, כאטש מען קען עס אויך צומאל נוצן אלץ א בארוהינגס פיל. מען טאר זיך נישט אנשטאפן מיט פילן, אבער פון מאל צו מאל פעלט עס אויך אויס צו נעמען.
מיין נקודה איז איין זאך, אז שמחה און צופרידענהייט קומט נישט לויט וויפיל געלט מען האט, אדער לויט וויפיל גוטס מען האט. עס ווענדט זיך נאר אין די ערווארטונגען וואס מען האט. 100 מיליאן דאלער וועט דיר מאכן פרייליך? עס ווענדט זיך. אויב דו וועסט מאכן א גוטן דיל און אריינווישן 100 מיליאן דאלער, דעמאלט וועסטו זיין פרייליך. אויב אבער דו וועסט געווינען די לאטערי פון 550 מיליאן דאלער, ומשום איזה סיבה וועט די רעגירונג דעסיידן אז מען געבט דיר נאר 100 מיליאן דאלער, וועסטו זיין טרויעריג. ווייל אלעס ווענדט זיך אין די ערווארטונגען.
יעצט דו האלטס אז אזוי ווי דער אייבערשטער האט דיר באשאפן פאר א געוויסע תפקיד און ער פארלאנגט עפעס פון דיר דארף ער דיר אלעס צושטעלן. קודם איז עס נישט אזוי זיכער, נאכדערצו ווען דו האסט טאקע נישט אויסגעפירט דיינע תפקידים 100 פראצענט. ועוד די מציאות איז אז דער אייבערשטער האט זיך נישט מחייב געווען דיך אלעס צוצושטעלן אויף א גאלדענעם טאץ, דאס איז דער פאקט. פארוואס דאס איז אזוי איז דא אסאך סיבות, מפני מה היו אמותינו עקרות מפני שהקב"ה מתאווה לתפלתן, אמאל איז דאס די סיבה ווייל אויב וועט ער אלעס געבן וועט מען אינגאנצן פארגעסן פון אים, און אזוי זאגט די גמרא אויך ביי די מן אז דערפאר האט עס דער אייבעשרטער געגעבן יעדן טאג עקסטער און נישט איינמאל פאר א גאנץ יאר, ווייל אזוי וועט מען יעדן טאג דארפן נאכאמאל בעטן. נאכדעם קען זיין נאך סיבות וועגן גלגול וכדו'. אבער עס איז נישט משנה די סיבה פארוואס דאס איז אזוי, אבער דאס איז זיכער אז די מציאות איז אז דער אייבערשטער האט זיך נישט מחייב געווען צו געבן אלעס אזוי פון פאראויס, אלעס זאל לויפן גוט. ממילא ווען מען לעבט מיט דעם געדאנק אז עס "קומט נישט" אז מען זאל האבן אלעס גוטס, נאר יעדע גוטע זאך איז א באזונדערע חסד, דעמאלט איז מען שטענדיג פרייליך.
און די מימרא וואס דו ברענגסט מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, שטייט נישט אין ערגעץ. עס קומט פון א לשון הגמרא אין תענית "כי יהיב רחמנא שובעא לחיי הוא דיהיב", וואס דאס האט גאר אן אנדערע אפטייטש, אז עס איז געווען דעמאלט צוויי פראבלעמען, א הנגער און א מגיפה, האבן די חכמים געזאגט אז מען זאל בעטן נאר אויף עסן, און עס פארשטייט זיך אליין אז לכבוד דעם וועט זיך מוזן אויפהערן די מגיפה, ווייל טויטע מענטשן קענען נישט עסן.
הכלל, גארנישט קומט נישט. אלעס איז קלארע חסדים. אבער דער אייבערשטער איז א גוטער, ער געבט בשפע, און אויב מען דארף מער קען מען בעטן נאך און ער געבט, אבער אויף אלעם דארף מען זאגן ש'כח.
און נאך א נקודה. מען מעג זאגן ש'כח און דאנקן אפילו ווען ער מוז געבן אויך, ווען דו געבסט פאר דיינע קינדער א נייע סוט, ערווארטסטו אז זיי זאלן דיר זאגן ש'כח, אפילו ווען דו דארפסט עס סיי ווי קויפן.
און מיט דיינע אלע קשיות וואס דו פרעגסט דא ווערט זייער גוט פארענטפערט דיין לעצטע קשיא פארוואס מען האט נאר מתקן געווען צו מאכן א ברכה אויף די דברים הכרחים. טאקע דערפאר ווייל אויבן אויף טראכט א מענטש אז מילא די עקסטערע געשמאקע זאכן וואס דער אייבערשטער געבט, אויף דעם דארף איך אים דאנקן, אבער פאר די דברים הכרחים דאס דארף מיר דאך דער אייבערשטער סיי ווי געבן, עס קומט אים נישט קיין ש'כח פאר דעם. דערפאר האט מען דוקא אויף דעם מתקן געווען צו מאכן א ברכה ווייל דאס פארשטייט מען נישט אליין.
און ווי געזאגט, אויב מען נעמט דאס טאקע גוט אריין אין קאפ און מען לעבט מיט דעם, האט מען שטענדיג א פרייליכע לעבן.
איך מיין אז איך האב אנגערירט אלע נקודות וואס דו האסט געשריבן. און אויב נישט לאז דיך הערן.
א קליינע הוספה. תוספות אין מסכת ברכות זאגט פשט אין די ברכה פון בורא נפשות, בורא נפשות רבות וחסרונן - דאס זענען די דברים הכרחים. על כל מה שבראת - דאס איז די זייטיגע געשמאקע זאכן וואס מען וואלט געקענט לעבן אן דעם, תוספות כאפט אן אלץ משל "עפל", אז מען וואלט געקענט לעבן אן דעם אויך, עס איז נאר באשאפן געווארן "לתענוג בעלמא".
(ומכאן קצת סתירה צו די וואס האלטן אז דער אייבערשטער איז ברוגז אויב מען ענדזשויט זיך אויף די וועלט)
איינע פון די מפרשי השו''ע שרייבט אז דעריבער זאגט מען נברך 'אלוקינו' שאכלנו משלו, ווייל די אייבישטער איז מחויב ע''פ דין אונז צו שפייזן. וכשמעקעדיג.
איך וויל אריינווארפן מיינע צוויי סענס איבער די נושא.
לאמיר זאגן איין טאג וועלן סייענטיסטס אויפקומען מיט א קאר וואס קען רעדן און האט עמאשינס, און דאן וועל איך קויפן דעם קאר. צו וועל איך דען ערווארטען אז דער קאר זאל מיך זאגן א גרויסע ברייטע יישר כח יעדעס מאל איך מאך אן אויל טשעינזש אדער איך טויש א פלעט טייער? אוודאי נישט, ווייל יעדער בר דעת פארשטייט אז ווען א מענטש קויפט א קאר איז אוטאמאטיש אריינגערעכנט און דעם אז מען מוז כסדר קעיר נעמען פון עס און פארעכטן.
יעצט לאמיר זעהן די נעקסט לעוועל, ווען א מאמע זייגט אדער געט א באטי פאר א פיצל קינד וואלט זי דען ערווארטעט א ייש''כ לו יהא דער קינד קען רעדן?
מסתבר איז אז נישט ווייל די מאמע פארשטייט אז ווען זי נעמט זיך אונטער צו האבן א קינד קומט דאס מיט א פעקעדזש דיעל וואס רעכנט אריין זייגן, באטי'ס וכדו'. און פארדעם טאקע רוב נישט היימישער יודן זענען נישט רעדי צו האבן א פעמילי ביז די דרייסיג-פינפ און דרייסיג.
אויב אזוי האט מיך אלעמאל געבאדערט וואס איז דער גרויסער חיוב אז איינמאל דער קינד קען שוין רעדן און פארשטייט שוין זאכן מוז ער דאנקען און מכבד זיין זיין טאטע פאר אלעס וואס ער טוט פאר אים? דער חובת הלבבות איז פיל מיט דעם צוצוגלייכן דער חיוב פון כיבוד אב צו דער חיוב פון עבדות השם ווייל מען מוז האבן הכרת הטוב. אבער לויט ווי איך פארשטיי איז ביי ביידע נישט שייך קיין הכרת הטוב אדער דאנקבארקייט. ווייל סך הכל געט זיך דער טאטע אפ מיט א קאר וואס ער האט געקויפט מרצונו הטוב (אדער אולי מחמת תאוותו..) און דער באשעפער מאכט אז דער קאר וואס ער האט באשאפן זאל האבן גאז מיט אויל טשעינזשעס דהיינו אונז מענטשן זאלן האבן עסן מיט לופט וואס אן דעם קענען מיר נישט עקזיסטירען.
לפי זה קומט דער גאנצער מושג פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט נישט אריין סיי כלפי א טאטע און סיי כלבי הקב''ה.
אויסער אפשר איינער וואס האט אן אויסערגעווענליכער גוט לעבן אדער עפעס א ספעציעלער טאטע וואס געבט זיך עקסטרע שטארק אן מיטן קינד. באט לויט וויפיל איך האב שוין געזען פאלן זייער ווייניג מענטשן אריין אין דעם קאטעגאריע. און נישט צויפיל טאטעס פון 10-13 געבן זיך עפעס ספעציעל אן מיט יעדן קינד.
און מחמת טענה זו האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דער חיוב פון הכרת הטוב און דאנקבארקייט כלפי הקב''ה.
און ספעציעל אזעלכע מימרות וואס זענען ממש נישט צום פארשטיין ווי למשל ''על כל נשימה ונשימה תהלל קה'', אדער ''הקב''ה מתאווה לתפילתן של צדיקים'' וואס דארט ווער איך אינגאנצען צומישט. ואכהמ''ל
דער חובת הלבבות איז עס מדמה צו איינער וואס טרעפט א קינד אין די גאס, און נעמט אים אריין צו זיך, פונקט ווי א אייגן קינד.
לגוף הדברים, דוכט זיך דער חובת הלבבות איז עס מסביר אז דער אייבישטער האט ווען געקענט באשאפן דעם מענטש א חסר כל,, ער זאל זיך פלאגן א גאנץ לעבן צו שטעלן א גראדן טריט, וכדו'. כעת, אז מיר זענען צוגעוואוינט אז וואקן קענען מיר אבער פליען נישט, ערווארטן מיר צו קענען וואקן, און מיר וואלטן געווען מלא שבח והודאה אויב ביום מן הימים ריליעסט דער אייבישטער א נייער אפדעיט צום "מענטש" פראדוקט, מיט א פיטשור צו קענען פליען. דער אייבישטער האט אבער געקענט מאכן אז מען זאל קענען גיין נאר מיט א שטעקן.
אגב וואונדער איך זיך לויט די מאמיני עוואלוציע, פארוואס טאקע האט דער מענטש נאכנישט באקומען קיין אפדעיט פאר די לעצטע זעקס טויזענט יאר.
הוגהאיינע פון די מפרשי השו''ע שרייבט אז דעריבער זאגט מען נברך 'אלוקינו' שאכלנו משלו, ווייל די אייבישטער איז מחויב ע''פ דין אונז צו שפייזן. וכשמעקעדיג.
אוודאי, ס'דאך דא א בייט!
הוגהאיינע פון די מפרשי השו''ע שרייבט אז דעריבער זאגט מען נברך 'אלוקינו' שאכלנו משלו, ווייל די אייבישטער איז מחויב ע''פ דין אונז צו שפייזן. וכשמעקעדיג.
תוספות יום טוב אין מסכת ברכות.
@ברסלבער, איך וויל דיר נאך אמאל באדאנקן פאר דער הערליכע ארטיקל (לדעתי באלאנגט עס אין די תורה אפטיילונג). דו האסט א שטארקע כח הכתיבה און דו ברענגסט גוט ארויס א נקודה.
איך וויל דא אבער אביסל מער צונעמען די נושא, בעיקר וויל איך בעז''ה זיך באציען צו די הערות פון
@אליצפן און
@שמעקעדיג. וזאת למודעי שדברות קודש הללו נשמעו מפי קודש ממלל רברבן הוגה'טע תליט''א קודם ברכת המזון בסעודתא דחקל תפוחין קדישין, ותודתינו נתונה בזה להמכון להדפסת דברות קודש שהמציאו לנו פנינים אלו לזכות את הרבים.
מידות און מאראלישע עטיקס זענען נישט געשטעלט צוליב רעכטן אדער צו מאכן בעסער פאר יענעם. עס איז דא 'דיר' צו מאכן בעסער, און צו פארשענערן 'דיין' לעבן.
בעל כרחך אתה חי. ס'איז א פאקט אז דו ביסט דא אויף דער וועלט, און עס איז אויך א פאקט די צושטאנד אין וואס דו געפונסט זיך כרגע, סיי צו עס איז גוט און סיי צו עס איז שלעכט. יעצט ליגט בידך צו טון מעשים וואס קענען דיר בעסער מאכן אדער ערגער.
לאמיר קודם נעמען צוויי מידות לדוגמא, כעס און נקמה. אויב איינער שטויסט דיר איז עס דען נישט מער ווי רעכט אז דו זאלסט אים צוריק שטויסן? כ'מיין אפילו די קל רחום שטראפט מידה כנגד מידה, פארוואס זאלסטו אים נישט צוריק טון כאיוולתו? די ענטפער איז אז דו ביסט גערעכט אז יענעם קומט זיך א שטויס, אבער אויב דו ווילסט זיין א בעסערע מענטש, דו ווילסט אויסארבייטן דיין חומר דאן נעם נישט נקמה, זיי אים מוחל. אויב וועסטו אלעמאל טון וואס איז 'ריכטיג' וועסטו אלץ זיין ביזי שטויסן און שלאגן מיט 'רעכט', אבער אויב וועסטו זיך צוגעוויינען מוחל צו זיין וועסטו זיין א בעסערע רואיגער און מער אויסגעארבייטער מענטש.
די זעלבע איז מיט כעס ווען ספרי מוסר רעדן בגנות כעס, רעדן זיי אין פעלער וואו דו האסט רעכט צו זיין בכעס (ווייל ווען דו האסט נישט רעכט איז עס א דבר פשוט). מיט דעם אלעם אויב וועסטו נישט כועס זיין ווען דו האסט רעכט זיך צו בייזערן, אויב וועסטו זיך צוגעוויינען צו זיין א נח לרצות, א רואיגער מענטש, וועסטו ווערן refined, דיין לעבן וועט דיך ווערן זיסער, און עס וועט זיין מער אנגענעם פאר אלע ארום דיר.
הכרת הטוב איז נישט עפעס וואס מען דארף טון ווייל עס קומט 'יענעם'. הכרת הטוב איז א מיטל ווי אזוי זיך צו פארבעסרן דאס לעבן, און אין די זעלבע צייט זיך זעלבסט צו ריפיינען - ווערן א בעסערע מענטש. א מענטש גייט אלעמאל אדורך אסאך נעגאטיווע עקספיריענסן און אויך אסאך פאזיטיווע עקספיריענסן. אויב וועט די מענטש זיך קאנצעטרירן אויף די נעגאטיווע וועט ער אלץ ארום גיין צוטראגן, ער וועט נישט קענען געהעריג פונקציאנירן אין די טאג טעגליכע געברויכן. סך הכל וועט דאס גורם זיין אז ער וועט זיין א דיפרעסטע מענטש, און זיין ציטראגנקייט וועט ציען צו זיך מער נעגאטיוו. משא''כ אויב גייט ער צו די עקסטרעמע פארקערטע, און ער קאנצעטרירט נאר אויף די פאזיטיווע עקספיריענסן, וועט ער ווערן א פרייליכע מענטש, און זיין גוטע שטימונג וועט ציען מער פאזיטיוו צו זיך. לאמיך אביסל בעסער ערקלערן.
שמעקעדיג (נישט די ניק, כ'רעד פון אן עכטע שמעקעדיג) איז א 28 יעריגע יונגערמאן, זיין ווייב איז אקעי אבער ווייט פון וואס ער וואלט געוואלט אז זי זאל זיין. ער האלט שוין אין זיין פערטע פרנסה אבער דאך דעקט ער קוים די מאנאטליכע בודזשעט, ווער רעדט נאך פון וויקעישאנס אדער קויפן א הויז. איינער פון די קינדער איז אביסל א שווערע נאטור וכו' וכו'.
מיט 'רעכט' איז ער באבלאזן אויף זיין ווייב. כ'מיין פארוואס מוז איר פאנדזשעלאו אלעמאל זיין פיר סייזעס גרעסער ווי איר מאס, אזש זי זעהט אויס ווי א מעוברת קבוע? פארוואס קען זי נישט זיין ווי קאווע טרינקער'ס ווייב און אים בעטן צו וואטשען מאוויס? אנשטאט דעם קריטיקירט זי אים אלעמאל. פארוואס קען זי נישט ארויסגיין מיט אים צו די פענסי רעסטוראנטן אין מאנהעטן אזוי ווי זיינע אנדערע פריינט טוען?
און רעדנדיג איבער פענסי רעסטוראנטן, זיינע חברים האבן אלעמאל גענוג געלט ארויסצוגיין און האקן א לעבן, זיי פארן כסדר אויף וואקאציע, און ער דעקט ניטאמאל זיינע צרכים ההחרכיים. און ער זאל נאך זאגן יישר כח באשעפער שעשה לי כל צרכי? פארוואס? און ער איז גערעכט.
אבער די אויסגעארבייטער refined פרייליכע איינגענעמע שמעקעדיג, דרך אחרת היתה לו. ער וועקט זיך אויף אינדערפרי און די ערשטע זאך זאגט ער wow! איך לעב! יישר כח אייבישטער! מודה אני. דערנאך טוט ער זיך אן און ער טראכט צו זיך can you imagine ווען איך וואלט נישט געהאט וואס אנצוטון? איך וואלט געמוזט גיין מיט פידזשאמאס אויפן גאס. אוי וואס פארא בושות וואלט דאס געווען. יישר כח אייבישטער! מלבוש ערומים. ער טוט אן שיך, המכין מצעדי גבר. טרונקט א דעלישעס ווארימע טעיסטערס טשויס קאווע, אה! יישר כח אייבישטער! שהכל נהיה בדברו. זיין עסס-האל בעל הבית רופט אים אריין אין אפיס פאר די חדש'ליכע רעפארט און דערלאנגט אים א גלעזל קאלטע וואסער. ער טראכט צו זיך ווי געשמאק א גלעזל קאלטע וואסער איז אין אזא קאלטע טאג, און ער זאגט ''יישר כח באס פאר די וואסער''. ער קומט אהיים אויסגעמוטשעט פון א שווערע טאג ארבייט און ווי נאר ער מאכט אויף די טיר שמעקט ער די געשמאקע נאכאמאל וואס זיין ווייב האט געקאכט. ער רופט זיך גלייך אן ''אה, ס'שמעקט א מחיה, כ'קען קוים ווארטען צו עסן''.
איך ווייס אז די משל האט גענומען די צוויי עקסטרעמען. אבער זאגט מיר וועלכע שמעקעדיג וואלט איר געוואלט זיין? וועלכע שמעקעדיג וואלט איר געוואלט פאר א מאן, טאטע, זיידע אדער חבר? וועלכע שמעקעדיג איז א מער אויסגעארבייטער און בעסערע מענטש?
די זעלבע איז מיט ברסלבער'ס שמועס. דו מעגסט עקספעקטן מער. דו מעגסט מקנא זיין ביל געיטס אדער אפילו דיין ברודער אדער שכן. אבער אויב ווילסטו א רואיגער, זיסערע, געשמאקערע לעבן דאן זייט נישט מקנא און עקספעקט נישט מער ווי פת במלח, מים במשורה און א בעט אויף דער ערד. ואם אתה עושה כן, אשריך בעולם הזה, וועסט האבן א פרייליכע זיסע לעבן, מענטשן וועלן דיך ליב האבן און זיי וועלן זיך וועלן דרייען מיט דיר. און עס וועט דיר בפועל אויך גוט זיין, ווייל יעדער איינער וויל ענדערש טון ביזנעס מיט א פרייליכע פאזיטיווע מענטש.
איך ווייס אז איך רעד פון מדריגות, און מען קען נאך אסאך מער מאריך זיין בענין זה. אבער טראכט אריין פאר א מינוט, כ'בין זיכער אז איר קענט לכה''פ איין מענטש וואס איז ווי שמעקעדיג נומער צוויי, קוק ווי זיס זיין לעבן איז.
הוגה(לדעתי באלאנגט עס אין די תורה אפטיילונג)
ווען ס'וואלט געווען אין די תורה אפטיילונג וואלט עס נאך נישט געהאלטן ביי 466 צפיות
בהמשך צו מיין פריערדיגע תגובה דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר זענען מחנך אונזערע קינדער צו זאגן ש'כח אויף אלעס, טראץ דעם וואס מעגליך די זאכן קומט זיך זיי ע''פ דין ויושר. ווען מען געוואוינט קינדער צו זאגן ש'כח געוואוינט מען זיין צו פאוקעסן אויף די גוטס און פאזיטיוו. קינדער וואס זענען נישט געוואוינט צו זאגן ש'כח, ווייל עס קומט זיך זיי, וואקסן שפעטער אויף צו זיין נעגאטיווע באדאסטע מענטשן.
יתרוברעסלאבער ביסט א כבוד פאר אונזער שטיבל כה לחי גיי ווייטער אן מיט דיין עבודת הקודש.
הוגה, נקמה באופן וואס דו רעדסט איז נישט דאס וואס מען מיינט, ואכמ"ל.
דעת תורההוגה, נקמה באופן וואס דו רעדסט איז נישט דאס וואס מען מיינט, ואכמ"ל.
. איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט/פרעגסט. דו האלטסט אז מיין נקודה איז נישט ריכטיג?
@הוגה. זאגסט זייער גוט, און דו האסט זייער גוט ארויסגעברענגט מיין נקודה. דאס איז די פאקט אז אויף די וועלט ליידט מען. און ווער עס וויל קען זיך ארום דרייען אויף די וועלט מלא טענות אויף יעדן איינעם. אבער ווער עס וויל יא האבן א פרייליך לעבן, האט ער די ברירה נישט צו ערווארטן צו סאך, און דעמאלט וועט ער האבן א פרייליך לעבן.
אגב, מקור פון דעם איז אין שיחות הר"ן סימן ש"ח. ער זאגט דארט אז דאס קען אפילו א גוי פארשטיין, עס איז פשוט א פראקטישע זאך וואס האט נישט צוטוהן מיט אידישקייט. אפילו א קלוגער גוי פארשטייט אז אויב ער וויל האבן א גוט לעבן, זאל ער נישט ערווארטן צו באקומען כל טוב, ווייל די וועלט איז נאר פיל מיט צער. ער זאגט נאר אז פאר א איד איז עס גרינגער, ווייל ער ווייסט אז ער מוטשעט זיך מיט א ציהל, און דערנאך וועט ער באקומען שכר.
אויב אזוי, פארוואס האקט מען אונז אין קאפ אז אויב מ'איז וואויל וועט אונז זיין גוט? ווען אין פאקט איז דאס שקר.
נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט, גאט מעג טוהן וואס ער וויל, אבער פארוואס פארקויפסטו ליגענט?
פרעגטס זייער גוט. אבער דאס איז טאקע דער פאקט. ווען א מענטש זאל האבן א קלארע אמונה, האט ער א געשמאקע גוטע לעבן, און ווי ווייניגער אמונה מען האט, איז די לעבן אלץ שווערער. און ממילא גייט דאס אוטאמאטיש דער שכר ועונש, ביזטו גוט און וואויל, דו טוסט מצות וואס דאס ברענגט אמונה און דאס איז אליין אמונה, אוטאמאטיש וועסטו האבן א גוט לעבן, און פארקערט פארקערט.
ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב, את המות ואת הרע. דאס גייט געקניפט און געבינדען.
תמותת רשע רע. די שלעכטס אליין הרג'ט דעם רשע.
אש יוצאה מגופן של רשעים וזהו הגיהנום.
ועוד הרבה.
יא, איך קען שוין די טריק!
ס'גייט דיר נישט גוט? האסט נישט קיין אמונה!
נאך אלץ נישט גוט? אה, גלייבסט נישט גענוג, און אזוי ווייטער עד כי יבוא שילה.
נישט קיין שום חיוב צו גלייבן אז אלץ וואס גאט טוט איז גוט פארן די מענטש.
פון אפאר העפי-ענד מעשה'לעך, קען מען נישט בויען קיין יסודות.
אז מ'גלייבט אין "השגחה", דאן גלייבט מען אז אלץ איז מן השמים. אבער אז ס'גוט? מאן דכר שמיה?
איך האב נישט גערעדט פון קיין טריקס, און נישט פון קיין שום חיוב. איך האב גערעדט פון א מציאות וואס איך האב אליין אויספרובירט, און איך האב געזעהן אז דאס איז אמת ויציב (עכ"פ ביי מיר).
א טאג וואס איך בין שטארק מיט אמונה, בין איך פרייליך און צופרידן נישט קיין חילוק ווי שלעכט דער טאג גייט. און א טאג וואס איך בין שוואך אין אמונה, בין איך נישט צופרידן אפילו ווען עס גייט מער ווייניגער גוט.
דאס איז די פאקט! און אדרבה פרוביר עס אויך אויס.
כ'מיין אז אמונה דארף צו זיין מוצק, פעסט.
וואס זענען דיינע ספיקות אז איין טאג ביסטו זיכער און דער צווייטער טאג זענט איר מסופק?
די מענטש האט א נאטור אז ער וויל פטור ווערן פון יסירים אויך האט ער א נאטור אז ער וויל כסדר שטייגען, אנקומען צי נאך.
סאיז נישט בכדי שיעשה א מענטש זאל נישט האבן עקספעקטעשנס. אויב די האסט נישט קיין עקספעקטעשענס טוסטו גארנישט.
דער אינגערמאן וואס הערט אז סברענט זיין הויז אויף יענע מינוט עקספעקט ער נישט קיין פרנסה, אויב בלייבט ער און די מצב נאכדעם וואס די פייער קריזיס גייט פארביי, וועט ער נישט זוכען קיין דזשאב.
קאווע, דאס איז זיכער אז אלעס וואס גאט טוט איז גוט פאר א מענטש, כל מה דעביד רחמנא לטב עביד. פארשטייט זיך אז איינער וואס איז אויפן רבוש"ע'ס שווארצע ליסטע, אזוי ווי פרעה וכדומה, איז קלאר אז וואס דער אייבישטער טוט צו אים איז נישט לטובתו. (און אפשר כל מה וכו' קען טאקע נאר ר"ע אדער נחום איש גמזו זאגן).
ס'איז דא מחלוקה צווישן דעם חזו'"א און די ספרי חסידות בגדר הענין פון בטחון, צי די פשט איז אז די עצם זאך וואס זעהט אויס שלעכט איז מצד עצמו גוט, אדער ניין עס וועט שפעטער ארויסקומען א טובה. כרגע געדענק איך נישט די פונקטליכע שיטות, מסתמא אנדערע וועלן וויסן.
ס'שטייט אז א מענטש זאל זאגן כל מה דעביד וכו', פשוט כדי ער זאל נישט קומען לידי מחשבת כפירה. אבער ס'מיינט נישט אז ס'טאקע אזוי.
וואו שטייט דאס? און וואס איז די פשט דערפון? וואס האט פעיסן פעקט מיט כפירה?
הערליך שיין 'ברסלבר'.
בעצם איז די געדאנק איינס פון די גרויסע יסודות פון בעש"ט, אזוי ווי מען ברענגט נאך א טייטש פון עם, לכאורה איז דא א סתירה, מיר ווייס דאך אלע אז די מענטשען ווערט געמשפ'ט אין ראש השנה, און לעומת זה שטייט אויך אין די גמ' אז אדם נידון בכל יום, והיאך יתקיימו שניהם.
נאר וואס דען, ר"ה משפט מען אלעס וואס עס וועט קומען אויף עם לטוב אדער להיפך, אבער בכל יום משפט מען וויאזוי ער וועט דאס אויפנעמען, וואס אויב נעמט ער עס אויף גוט נעמט ארויס די לופט פון די צרה.
און דער בעש"ט האט דאס מסביר געווען מיט א מעשה פון 'חייקל דער וואסער טרעגר'. חייקל פלעגט אריבער גיין יעדען טאג דעם בעש"ט הויז, דער בעש"ט פלעגט עם פרעגן וואס ער מאכט, חייקל פלעגט זיך זייער אפרעדן, אז ער האט א ביטער לעבען, ער ווערט שוין אלט און ער האט נישט קיין כח ארום צוטראגען די שווערע אמפערס וואסער די צו אלע תושבים אין שטאט, און אפילו ווען ער טראגט שוין וואס מאכט ער שוין. איין טאג ווען דער בעש"ט פרעגט חייקל וואס ער מאכט, ענטפערט ער ברוך השם איך עלטער זיך און פריידן מיט מיין ווייב, איך האב כח צו ארבטען און שלעפען וואסער און אויך מאך איך אביסל פרנסה פון דעם, אקיצור ער האט זיך געשפירט מאושר. האט דער בעש"ט געזאגט פאר זיינע תלמידים אז דאס איז דער פשט פון די צוויי מאמרי חז"ל, ר"ה האט מען פארמשפט חייקל צו זיין א וואסער טרעגער און מאכען אזויפיל און אזויפיל פרנסה יעדן טאג, אבער וויאזוי עס אויפצונעמען דאס איז מען דן יעדען טאג ממילא איין טאג איז חייקל טרויעריג און איין טאג פרייליך.
ווייל באמת די עיקר שוועריקייט פון א צרה איז דע געפיל פון ענגשאפט און פון אומזיכערקייט וועגן דעם עתיד וואס נעמט ארום דעם מענטש [uncertainty] ווער ווייסט וואס די צרה וועט ח"ו מיטברענגען מיט זיך און אזוי ווייטער. אבער אויב מען איז א בוטח בה', כגמל עלי אמו, מען שפירט השי"ת גייט א גאנצען צייט מיט מיר ער כאפט מיך אהן, און אזוי וויל ער מיר יעצט טון, איז די געפיל אסאך אנדערש, אסאך רואיגער, סיי פונעם מצב ההווה און סיי מען איז נישט אזוי דערשראקען פונעם עתיד.
ואם תאמר, אז אויב קומען די געפילן פונעם מענטש לויט וויאזוי מען איז דן יעדען טאג, פאלט דאך לכאורה אוועק 'ברסלבר'ס' ארגומענט אז דער מענטש אליינס קען דאס פועל'ן ביי זיך. וייש ליישב בריווח, ווען איך וועל האבען מער צייט [אדער בעסער איז פון ברסלבר אליינס].