☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3483
בלאט: 1 2 3 4 5

Kool man » זונטאג אפריל 19, 2015 4:26 pm

· #267431
ביי די יודישע שרייבעריסטען איז דא א פענאמענע פון רידיזיינען לע"ז ווערטער, און אזוי ארום עס יודישיזירען, כגון פון ענגלישען ווארט רעסטאראנט נעמט מען אראפ דעם ענדגילטיגען ט, און והנה און נון ס'יז א יודישע ווארט רעסטאראן, מ'האט עס קונה געוועהן בשעת מעשה בשינוי מעשה.

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 19, 2015 4:28 pm

· #267434
געב א משל פון נאך אזא רידיזיינט ווארט

איך אויך » זונטאג אפריל 19, 2015 4:46 pm

· #267441
ישמעאל הכהן
לעצטענס האבעך באמערקט אסאך טוישן אויף 'ענליך' מיט 'ענדליך'.

ריכטיג איז אזוי, משה 'ענדלט' אין אהרן. אדער, איך בין 'ענליך' צו דיר.
אבער 'ענדליך' איז נאר ווען משיח וועט קומען וועט מען זאגן אה 'ענדליך' איז ער אנגעקומען.

א אלטע זאך ,אבער איך נוטץ יא ענדליך לדוג' דו ענדילסט אין מיר זאגט מען ענדילסט נישט ענליך.

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 19, 2015 4:48 pm

· #267442
זאגסט נישט אנדערש ווי מיר. איך שרייב אז מ'זאגט טאקע למשל משה 'ענדלט' אין דיר אדער דו ענדילסט אין משה.

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 22, 2015 10:14 am

· #268507
"פערזענליך" נישט "פערזענדליך"

"געווענליך" נישט "געווענדליך"

מאטי » מיטוואך אפריל 22, 2015 10:56 am

· #268521
הגה אדער הגע בעצמך?

אפטעמיסט » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:00 am

· #268522
הגע

ישראל קאפקע » מיטוואך אפריל 22, 2015 12:28 pm

· #268548
ישמעאל הכהן
פון וואו נעמט זיך דאס ווארט 'רעסטאראן' אנשטאט רעסטאראנט? ס'דא וואס שרייבן עס אזוי דא, אויך מאמענט מאכט דעם טעות

Kool man
ביי די יודישע שרייבעריסטען איז דא א פענאמענע פון רידיזיינען לע"ז ווערטער, און אזוי ארום עס יודישיזירען, כגון פון ענגלישען ווארט רעסטאראנט נעמט מען אראפ דעם ענדגילטיגען ט, און והנה און נון ס'יז א יודישע ווארט רעסטאראן, מ'האט עס קונה געוועהן בשעת מעשה בשינוי מעשה.


עס איז נישט קיין טעות, עס נעמט זיך נישט פון ענגליש און איז נישט קיין אידישיזם.

במקורה שטאמט די ווארט פון פראנצויזיש restaurant, פון restaurer, אן עסן טיילער. ווי דער שטייגער אין פראנצויזיש ליינט מען עס נישט פאנעטיש, נאר מיט א שטילן t (און n).
אלע מערב אייראפעאישע שפראכן האבן גע'ירשנ'ט ס'ווארט מיטן פראנצויזישן אויסלייג, טייל (ווי ענגליש שפאניש) זאגן ארויס די ט, אנדערע (דייטש) האבן א שטימען 'ט'.

אבער ס'איז יתכן אז אידיש האט עס גענומען פון די מזרח אייראפעאישע/סלאווישע שפראכן, און אזויווי זיי נוצן אנדערע בוכשטאבן, איז עס שוין ביי זיי אויסגעלייגט אן דעם T, און בערך אזויווי מען זאגט עס ארויס אין פראנצויזיש (פון מזרח אייראפע איז עס אריין אין רוב אזיאטישע שפראכן, טערקיש, אזערי, פארסי, ארמעניש, טורקמען, אוזבעק, אורדו, טאדזשיק, יאפאנעזיש און נאך.

דעריבער, סיי פון פראנצויזיש און סיי פון דייטש אדער סלאוויש איז ריכטיג עס צו שרייבן און ליינען אין אידיש 'רעסטאראן'.

דא איז טאקע דאס ארט צו רעדן פון א צווייטן פענאמענאן, (כאטש דיין פראבלעם איז אויך ריכטיג, טיילמאל), ווי היימישע אידיש רעדנדע מיינען אז ענגליש איז די אור-קוואל פון שפראך. לויט דעם אומריכטיגן בליק איז באנק, אטאמאביל, טעלעפאן, טעלעגראם, אלקאהאל, גאז, לעקטער, באלאן, באנקראט, אינפארמאציע, דעלעגאציע, סטאנציע פאציענט...... פלעי"ן ענגלישע ווערטער וואס מ'האט געקאפיע"ט פון ענגליש.

רוב פון אזעלכע ווערטער זענען אינטערנאצינאלע ווערטער, וואס ווערן גענוצט אין כמעט יעדע אינדא-אייראפעאישע שפראך אויפן וועלט, און זענען כשר'ע אידישע ווערטער דאס זעלבע ווי א kosher restaurant selling pizza salami sushi pickles knishes and sauerkraut איז ענגליש. אדער ווי א baby in kindergarten learns the English words bungalow, caboose, limousine and continent.

גאר אסאך פון די סארט ווערטער זענען לעגיטים א טייל פון אידיש נאך אסאך פאר דער הויפט קאנצענטראציע פון אידיש רעדנדע האבן געוואוינט אין ענגליש רעדנדע לענדער, און פאר ענגליש איז געווארן די אינטערנאצינאלע שפראך.

ונבנתה העיר » מיטוואך אפריל 22, 2015 3:07 pm

· #268593
מאטי
הגה אדער הגע בעצמך?

הגע - מוטשע.

ס'איז געווען א פליטת כו'.

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 3, 2015 4:02 pm

· #280256
איך האב היינט באמערקט צוויי מאל דא אין שטיבל געשריבן אויף שלש סעודות של"ש עס קומט צו שרייבן של"ס
קען זיין עס איז ביידע מאל גיוועהן א טייפא ואתכם הסליחה

בן אדם » מיטוואך יוני 3, 2015 4:18 pm

· #280268
ס'נישט קיין טייפא. די וועלט פירט זיך צו שרייבן אזוי. כ'האב געהערט אמאל א הסבר פון מיין רבי אין חדר, אבער רעד דיך נישט איין אז איך געדענק...

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 3, 2015 4:19 pm

· #280271
אדרבה לאז מיר הערן איך האב עס נאך קיינמאל נישט גיזעהן אזוי גיספעל"ט

בן אדם » מיטוואך יוני 3, 2015 4:31 pm

· #280280
כ'אדעך געזאגט אז איך געדענק נישט (אחוץ די מכות וואס ס'איז זיך מער געקומען), וואס ווילסטע???

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:02 am

· #280443
Kool man
ביי די יודישע שרייבעריסטען איז דא א פענאמענע פון רידיזיינען לע"ז ווערטער, און אזוי ארום עס יודישיזירען, כגון פון ענגלישען ווארט רעסטאראנט נעמט מען אראפ דעם ענדגילטיגען ט, און והנה און נון ס'יז א יודישע ווארט רעסטאראן, מ'האט עס קונה געוועהן בשעת מעשה בשינוי מעשה.

קאאל מען: נאר די אידישיסטישע שרייבער האבן עס גענומען פון פראנצויזיש... די אריגינאלע שפראך פון וואו דער ווארט קומט...! ווייל אויף פראנצוזיש איז דער לעצטער "ט" סיילענט. מ'זאגט עס ארויס מיט א לאנגע נון. מיט א מרכא כפולה...נאר איינער וועלכער קען פראנצויזיש פארשטייט וואס דער פסוק מיינט...!

געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:10 am

· #280444
ערעב בערל, אין אורוגוואי רעדט מען פראנצויזיש?

berlbalaguleh » דאנערשטאג יוני 4, 2015 2:26 am

· #280448
געוואלדיג
ערעב בערל, אין אורוגוואי רעדט מען פראנצויזיש?

ניין: אבער איך האב אויך געוואוינט אין א מדינה וואו מ'רעדט פראנצויזיש...!... 😂 🙄 😮

מיימון » זונטאג יוני 14, 2015 10:32 pm

· #282653
אין דעם אשכול האב איך געזען 2 מאל דערמאנט ענגוואליסטן, עס קומט עוואנגליסטן Evangelism מלשון עוואנגליאן דאס איז דער און גיליון וואס ווערט דערמאנט אין מסכת שבת אין השמטות הש''ס דער ברית החדשה

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 24, 2015 11:49 am

· #284871
ווי אזוי ספעלט מען room שטוב אדער שטיב? און אויך rooms שטובער אדער שטיבער?
איך דארף עס אין די נעקסט פיו מינוטס פליז

בן אדם » מיטוואך יוני 24, 2015 11:56 am

· #284872
שטוב/ שטובער
I'm almost sure

ישראל קאפקע » מיטוואך יוני 24, 2015 11:58 am

· #284873
שטוב, שטיבער.
אזויווי בוך שוך ברודער, ביכער שיך ברידער.

לית דין בר נש » מיטוואך יוני 24, 2015 12:00 pm

· #284874
יישר כח ישראל איך האב אויך געטראכט אזוי

ונבנתה העיר » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:39 pm

· #295814
תיכף, נישט תיקף.

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 4:38 pm

· #295838
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: א שאלת (אויבער) חכם. פארוואס ביי ..."שוך, שטוב, און ברודער, קומט דער פלוראל מיט א יוד. און דא נישט...?!
נ.ב.: איך ווייס דעם ענטפער. ס'גלוסט זיך מיר נאר א ביסל צו פארהערן... 😂

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 6:47 pm

· #295855
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: די ענטפער איז פשוט. ..."קלוגער" איז נישט קיין פלוראל פון ..."קלוג"...ס'איז נאר א העכערע מדרגה... 😮

מאטי » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 7:15 pm

· #295858
תכלית, תכלס.

לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 4:40 pm

· #300098
רובה דרובה אדער רובא דרובא?

איך מיין די צווייטע איז גירעכט אבער איך האב גיזעהן איינער האט געשריבן היינט צוויי מאל אזוי ווי די ערשטע וועג

ונבנתה העיר » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:20 pm

· #300110
לית דין בר נש
רובא דרובא

בן אדם » דינסטאג סעפטעמבער 8, 2015 5:55 pm

· #300125
די ערשטע מיינט א שיסער - rifle בלע"ז ( די צווייטע קען זיין מלשון רב, רבי וכדו', מ'ספעלט עס נאר ענליך).

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:01 am

· #301660
''איך האב נישט קיין פראבלעם מיט עס'', שרייבט איינער דא. עס גרילצט. נוץ ''דערמיט'' אנשטאט 'מיט עס'

ליפא » מאנטאג סעפטעמבער 21, 2015 1:05 am

· #301661
אזוי אויך שרייבן אסאך: ''פאר דעם זאגט ער'', ווען ''דערפאר זאגט ער'' הערט זיך סך בעסער. יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.

לאשיצער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:14 pm

· #302377
ליפא
יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.

וואס איז דער מער מיט "פאר דעם"? אין אסאך אידישע דיאלעקטן איז דאס ווארט "בעפאר" נישטא.
דרך אגב ס'איז דא אױך א וויכטיגער אונטערשייד צװישן "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "פאר" מיינט מען "before/in front of him", למשל "איך שטיי פאר אים אין דער ריי", נישט הינטער אים) און "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "אים" מיינט מען "פאר זיינעט וועגן, לטובת אים", נישט פאר קיין אנדערן).

אסאך שרייבן דא "פאר ער איז געגאנגען..." מיר קלינגט בעסער׃ "איידער ער איז געגאנגען...". וואס מיינט מען?

ליפא » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:23 pm

· #302378
געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.

לאשיצער » פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 2:26 pm

· #302379
ליפא
געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.

אקיי פארשטאנען. איך בין מסכים.

שמעקעדיג » זונטאג אקטאבער 25, 2015 1:25 pm

· #306054
עטליכע ניקס האבן זיך שוין באנוצט מיטן אויסדרוק "דברים כדברונות".
דאס איז א גרויסע טעות, דער ר' קומט בעפאר דעם ב', כזה: דברים כדרבונות. וסימנך "דארווין".

בן אדם » זונטאג אקטאבער 25, 2015 3:51 pm

· #306093
דברים כדברונות דארף צו זיין מער מליצה'דיג, ווייל די טייטש פון דרבנות (א שטעכעדיגע נאדל, איא?) קומט נישט אייביג אריין.

לאשיצער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:47 am

· #307789
אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
📎 screenshot.png

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 1:34 am

· #307797
לאשיצער
אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
📎 screenshot.png

לול. ריכטיג איז "אנגעצונדן".

ישראל קאפקע » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:18 am

· #307800
אנגעצינדן נראה לי.

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:37 am

· #307802
ישראל קאפקע
אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 2:41 am

· #307803
יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!

לאשיצער » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 10:27 am

· #307817
berlbalaguleh

יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!

ס'איז דא א ווערטל: בעסער אן אפענער פיינד איידער א נישט אויפריכטיגער פריינד. (א נישט אמת'דיגער, נישט עכטער)

mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 11:46 am

· #307821
ביי אונז וואלט מען געזאגט פאלשער פריינד

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:23 pm

· #307827
אמת, אויפריכטיג מיינט sincere.  אנדערש ווי פארריכטן דעם אויסלייג פון "אנגעצונדן", איז מיין גאנצע תגובה געווען געשריבן  אומפארמאל און נישט אין פלאץ.

יואב » דאנערשטאג נאוועמבער 5, 2015 12:27 pm

· #307830
berlbalaguleh
ישראל קאפקע
אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!

אזוי האב איך אמאל געזען אין יידישע ווערטער-ביכער, און עז פאר איך דענק פון ביכער וואס כ'האב געלייענט אין אידיש איז דאס אזוי.

ברסלבער » דינסטאג יאנואר 12, 2016 12:09 pm

· #317133
אין די מעלות/מאמע לשון חודש שבט רעדן זיי איבער שטעט, אויב מען דארף צולייגן אן אויבערשטרעכל ווען מען רעדט דערפון. צי מען שרייבט ברסלב'ער אדער ברסלבער.
זיי שרייבן אז די סיבה פארוואס מען לייגט אויס די שטאטישע נעמען אויף א לשון הקודש'דיגע וועג איז נאר ווייל מען האט עס אזוי געשריבן אין די אלטע שו"ת ספרים אדער אין כתובות, אין די צייט ווען אידיש האט נאכנישט געהאט קיין געהעריגע כללים, אבער באמת וואלט מען זיי געדארפט אויסלייגן אין אידיש, און דעריבער קומט נישט קיין אויבערשטרעכל.
וואס זאגן אונזערע מבינים דערצו?
בלאט: 1 2 3 4 5