[הגיענו כ]פול וכעדשה. הרואה פיל בחלומו.
אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3483
ענדערש איך פיהל נישט גוט
מען שרייבט צוריק, נישט צירוק.
ודומה לזה, צוליב, נישט צילוב.
ודומה לזה, צוליב, נישט צילוב.
אויב קוקט מען אן אדמו"ר ווי א ראשי תיבות ווארט איז די ערשטע ריכטיג. אויב ניצט מען עס ווי א סלענג ווארט, קומט לענ"ד בכלל נישט קיין שטרעכלעך.
בקיצור יין שרף האט נישט קיין שום צד...
אין א"י איז טאקע אזוי, למשל מען וועט שרייבן (זאגן) תתי"ם און מוצי"ם, פאר אנשטאט די אמת'ע ראשי תיבות ווי "תלמודי תורה" (?) און מורי צדק.
ווי אזוי שרייבט מען, "געווארן" אדער "געווארען" מיט אן ע'?
עס זענען פאראן א געוואלד ווערטער וועלכע קענען געשריבן (געשריבען) ווערן (ווערען) מיט אדער אן אן ע', רוב פראפעסיאנאלע אויסגאבעס שרייבן אן דעם איבריגן ע'. נכלל אלע היינטיגע צייטונגען (חוץ ביי ווערטער וואס עס מאכט א חילוק ואכמ"ל).
אבער אינטרעסאנט אז אין די אלטע צייטונגען פון דער איד פלעגט מען יא שרייבן מיט אן ע', ווי דאס פאלגענדע שטיקל (וואס איך האב דא מעתיק געווען):
באמערקט די פאלגענדע ווערטער מיט אן ע', די אלע וערטער וואלטן היינט-צו-טאגס נישט באקומען קיין ע':
וועלען
וועגען
האבען
געשלאגען
צעבראכען
לעצטענס
דאזיגען
באוויזען
געווארען
געגעבען
גלויבען
באשטעטיגען
פונדעסטוועגען
קעגען
סאדיסטישען

אינעם קעפל שטייט געשלאגן (מעגליך עס איז נישט געווען גענוג פלאץ) און אינעם ארטיקל געשלאגען.
"בוך" בלשון יחיד שרייבט מען מיט א וואו, בלשון רבים שרייבט מען "ביכער" מיט א יוד, וכן "ביכל".
יישר כח 😛 נישט געוואוסט.
אפטעמיסט"בוך" בלשון יחיד שרייבט מען מיט א וואו, בלשון רבים שרייבט מען "ביכער" מיט א יוד, וכן "ביכל".
דאס זעלבע איז מיט פוס-פיס שוך-שיך ברודער-ברידער וכו'
לשון יחיד איז מיט א ואו, און לשון רבים מיט א י,
חוץ ווען מען וויל זאגן קליינטשיג זאגט מען אויך מיט א י, למשל פיסעלע, שיכעלע, ברידערל, אפילו בלשון יחיד.
אז דער פרעימער פון מדינת ישראל שרייבט אזוי איז מן הסתם ריכטיג, אבער איז דען טאקע אזוי? אט ליינט זיך דער ערשטער פאראגראף פון ביבי נתניהו'ס בריוו צו דאס יהדות הגולה: the Jewish people always comes together. איז דען נישט ריכטיג צו שרייבן come (בלשון רבים)?
@פידלער קום ארויס פון דיין לאך.
@פידלער קום ארויס פון דיין לאך.
איך וויל מאכן א קליינע באמערקונג בנוגע נוצן דעם ריכטיגן טערמין צו ווערטער. כ'האף דאס וועט נישט פארדריסן פאר דעם אזרח הלמאי ס'קומט זיך דא א גר, און נאך בעפאר'ן כאפן א טבילה דא כדת ודין זוכט ער שוין יענעמ'ס טעותים. דער אמת איז אז איך גראב אריין מיין קאפ אין דעם אקטיוון פאעזיע-פארמעסט זע איך אך ורק שעפערישקייט פון א גאר הויכן קאליבער. פארט זע איך ווי א קליין טעות ווערט נאכאנאנד איבערגע'חזר'ט. איך קלער אז אפשר וועלן די וועלכע האבן דעם גרייז מיך דאנקבאר זיין ווי איידער צייגן רוגזה.
פאעזיע איז נישט דאס ריכטיגע ווארט צו באציען זיך צו א poem. ס'איז ליבערשט דער אלגעמיינער טערמין אין דער צווייג פון שריפט וואס מען רופט אויף דער ענגלישער שפראך "poetry".
דאס ליד זעלבסט ווערט אויף יידיש גערופן "פאעמע". אויף ענגליש poem.
דער מחבר, אויף ענגליש poet, ווערט אויף יידיש גערופן א דיכטער.( טייל שרייבן דאס ווי אין ענגליש, פאעט.)

[ציטאט אראפגענומען]
גערעכט. אזוי ווי גרופע, עולם וכדו', ווערטער וואס אין באדייטונג באציען זיי זיך טאקע צו א רבים, אבער זיי ווערן גענוצט בלשון יחיד.
@נפש יהודי
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
דאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?
ישראל קאפקע@נפש יהודי
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
גוגל טרענסלעיט "פעינטינג" פון ענגליש-עיברית איז "ציור."
"ציור" פון עיברית-אידיש, זאגן זיי "צייכענונג"
ישראל קאפקע@נפש יהודי
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
מ'קען אויך נוצן מאלעריי. איך בין אגב נישט אזא ידען. כ'האב נאר אן אינטערעס אין דעם פעלד, איך בין דא ללמוד פונקט צו נאך מער ווי אויף ללמד.
צי נאך מער.
אפטעמיסטדאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?
דאס ווארט people קען ווערן גענוצט סיי בלשון רבים ( ווי געווענליך), און אויך בלשון יחיד. אין יענעם פאל איז דאס א לשון יחיד, און צו מאכן אזא ווארט פאר א לשון רבים וועט דאס ווערן peoples. דאס איז ספעציעל ווען מ'וויל זיך באציען צו א גרעסערער גרופע פון מענטשן, א באפעלקערונג וכדו'.
כוכבצי נאך מער.
גערעכט. כ'האב געמאכט א טעות. דאכט זיך אבער אז אין דעם היימישן אידיש נוצט מען צי נאר פאר שלעפן.
צי אזוי צי אזוי שרייבט מען אויך על פי רוב מיט א 'צי'.
ריכטיג איז צו שרייבן "צי" וכן נוהגים, אבער פון מרת ראטה איז משמע אז "צו" איז נישט גרייזיג. אלו ואלו דברי אלוקים חיים.
'ראיות', נישט 'ריאות', חוץ אז מען מיינט לונגן.
איך 'זוך' מיינע גלעזער - 'איך זיך' איז א דאבעל נעגאטיוו 😉
ונבנתה העיר'ראיות', נישט 'ריאות', חוץ אז מען מיינט לונגן.
לונגען
בנוגע צו\צי איז די חילוק פשוט.
איך האב גערעדט צו ראובן, ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט, האב איך אים געגעבן א צי זיין רעקל.
כן נראה פשוט לענ"ד.
איינער איז מחולק?
איך האב גערעדט צו ראובן, ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט, האב איך אים געגעבן א צי זיין רעקל.
כן נראה פשוט לענ"ד.
איינער איז מחולק?
זה הוא, נישט זה הא.
די טעות שטאמט לכאורה פון די ליטווישע/ישראלישע הברה.
די טעות שטאמט לכאורה פון די ליטווישע/ישראלישע הברה.
שמן זיתבנוגע צו\צי איז די חילוק פשוט.
איך האב גערעדט צו ראובן, ער האט זיך געמאכט ווי ער הערט נישט, האב איך אים געגעבן א צי זיין רעקל.
כן נראה פשוט לענ"ד.
איינער איז מחולק?
די כללים זענען שוין כמה פעמים אויסגעשמועסט געווארן.
רוב שרייבער האלטן זיך צו דעם כלל, ווען צי דינט אלס אדער, צי אזוי צי אזוי, טאג צי נאכט, צי יא צי ניין, שרייבט מען צי נישט צו.
מאטיישראל קאפקע@נפש יהודי
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
גוגל טרענסלעיט "פעינטינג" פון ענגליש-עיברית איז "ציור."
"ציור" פון עיברית-אידיש, זאגן זיי "צייכענונג"
מאטי: גוגל טרענסלעיט איז ראנג. (עז יוזשועל.). ווייל די ענגלישע איבערטייטש פון צייכענונג איז "סקעטש". און דאס טוט נישט באשרייבן א הערליך געמאלן בילד...!
אפטעמיסטדאס ווייס איך; אזוי מען שרייבט "דער עולם" וכדו'. דארף מען אבער שרייבן comes?
שרייבסט דער עולם קומט אדער דער עולם קומען?
מיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.
געפילטע פישמיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.
געפילטע: דאס ריכטיגע ווארט איז "עודך". נאר מ'נוצט דאס ווארט "אודך" פון הלל אלס א מליצה...!
Re: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
berlbalagulehמאטיישראל קאפקע@נפש יהודי
אז מיר האבן שוין יא אזא קענער אין אידיש, לאמיר פרעגן, וויאזוי זאגט מען 'פעינטינג' אין אידיש, איך נוץ געווענליך 'געמעל', איז פאראן עפעס א בעסערן ווארט?
גוגל טרענסלעיט "פעינטינג" פון ענגליש-עיברית איז "ציור."
"ציור" פון עיברית-אידיש, זאגן זיי "צייכענונג"
מאטי: גוגל טרענסלעיט איז ראנג. (עז יוזשועל.). ווייל די ענגלישע איבערטייטש פון צייכענונג איז "סקעטש". און דאס טוט נישט באשרייבן א הערליך געמאלן בילד...!
גוגל טרענסלעיט אויף אידיש איז שוואכע מאנסעס.
פארוואס נישט מאלעריי?
Re: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
berlbalagulehגעפילטע פישמיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.
געפילטע: דאס ריכטיגע ווארט איז "עודך". נאר מ'נוצט דאס ווארט "אודך" פון הלל אלס א מליצה...!
עודך איז נישט קיין אמת'ע ווארט. ס'וואלט געדארפט זיין עוד פעם אדער עפעס אזוי אבער מען ניצט א מליצה פון אודך כי עניתני
נופת צופיםberlbalagulehגעפילטע פישמיר האט מען מגיה געווען אין פה-סח פון אודך (נאכאמאל) אויף עודך. איז דאס טאקע גערעכט? איך ווייס אז דאס קומט פון אודך כי עניתני וואס מ'זאגט איבער צוויי מאל.
געפילטע: דאס ריכטיגע ווארט איז "עודך". נאר מ'נוצט דאס ווארט "אודך" פון הלל אלס א מליצה...!
עודך איז נישט קיין אמת'ע ווארט. ס'וואלט געדארפט זיין עוד פעם אדער עפעס אזוי אבער מען ניצט א מליצה פון אודך כי עניתני
נופת צופים: דו ביסט גערעכט. דאס אליין איז א מליצה. נאר אז מ'נוצט שוין א מליצה שרייבט מען שוין א פסוק פון הלל/תהילים...!
לפי זיכרוני (פון צען יאר צוריק) שרייבט מען אין 'מעלות' אודך און נישט עודך (ס'עקזיסטירט נישט אזא ווארט).
עודך מסתולל בעמי. א פסוק אין שמות. ס'מיינט: נאכאלץ.
כקאווע ועוד. אזוי אויך שטייט ווען יעקב האט געזאגט פאר יוסף: אחרי ראותי את פניך כי עוֹדְךָ חי. אזוי אויך ווען נתן גבאי האט פארגעשלאגן זיין עצה פאר בת-שבע וויאזוי זי זאל זיכער מאכן אז דער רבי זאגט קלאר אז דער אינגערער ברודער גייט ווערן רבי', שטייט "הנה עוֹדָךְ מדברת". אביסל אנדערש געפינטלט און מיט עטוואס אן אנדער משמעות, אבער ביידע קען מען אריינשטופן אין דעם ווארט "עדיין".
יעצט "אודך" פון דער אנדערער זייט טייטש "איך וועל דיך לויבן". וזה הוא.
ביידע פון זיי אבער אידענטיפעצירן זיך נישט מיט דעם צוועק פאר וואס אונז ווילן דאס. אבער אויב דארף איך וועלן פון צווישן די צוויי דאס ווארט וועלכע איז מער ענליך וואלט איך זיכער געזאגט "עודך".
א צד צו זאגן "אודך": א מליצה איבערצוזאגן א זאך צוויי מאל, ווי מ'זאגט איבער ביי הלל דעם אודך כי עניתנו. משום זה וואלט מען אבער געקענט זאגן "אבן" צי "זה". איך וועל אבער מודה זיין אז "אודך" איז געווען א בעסער אויסוואל ( אויב שטייצעך מ'האט דאס בכלל גענומען. ס'קען גאר זיין מ'רעדט פון "עודך")
או יאמר, פאלט מיך איצט ביי אז מ'מיינט גאר דעם מזמור שיר חנוכת'ס "לעולם-אוֹדֶךָּ", און אין אמת'ן באציט מען זיך צום לעולם; ס'טייטש אויף אייביג, ס'פאסירט/מ'זאגט עמען נאכאמאל און נאכאמאל. איי פארוואס דאן זאגט מען אוֹדְךָ און נישט אוֹדֶךָּ? ווייל באמת איז דאס ווארט "עודך", נאר אז מ'נעמט שוין יא מיט אן אל"ף זאל כאטש די נקודות זיין אזוי ווי דעם עודך. איי עודך אליינס שטייט אנדערש געפינטלט ביי נתן אין מלכים, נו, דיין טאטע האט געזאגט אוֹדְךָ, דיין זיידע האט אזוי געזאגט, זיי נישט קיין אויבער-חכם, פארשטיי נישט בעסער. נו, הא תינח כלפי די נקודות, אבער מאן יאמר אז ער האט געזאגט מיט אן אל"ף אפשר האט מיין זיידע געזאגט "עוֹדְךָ"? איז קודם כל זאגט דאך הוגה אז ס'עקזעסטירט נישט אזא ווארט בכלל; והשנית, אז בערל זאגט" אודך" דעמאלט האט דיין זיידע נישט געזאגט "עודך". בערל וואלט נאך געקענט זיין דיין עלטער-זיידע.

נאכאלס (עודך) איז נישט קיין קרוב מיט נאכאמאל.
און די קאנטעקסט אין וואס ס'ווערט גענוצט ביי אונזערע עולם, "איך האב גערייניגט די גאנצע שטוב, אבער כ'האב אודך געדארפט איבערמאכן אלעס וועגן זרח איז אריין מיט א קוקי אינעם בעדרום", דא קומט נישט אריין קיין עודך, און נישט קיין אוֹדֶךָּ, איי וועסטו פרעגן פארוואס נישט אבן, מאת, אדער זה, קודם כל וואסארא פנים וואלט געהאט, "כ'האב געדארפט שטיין אין ליין אבן פון אנהויב" אדער "האסט אויסגערעדט? זאג מאת איבער פון אנפאנג"? קיין אידיש טעם האט עס נישט, אודך איט איז, און אודך וועסטו זאגן, צווייטענס, אודך איז דאס דאס ערשטע, נקוט לישנא קמא.
Re: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
קאווע טרינקערעודך מסתולל בעמי. א פסוק אין שמות. ס'מיינט: נאכאלץ.
דער "ך" אין עודך מיינט דא דיר משא"כ דער עודך אדער אודך פון וואס מיר רעדן האט גארנישט מיט "דיר"
אודך - איך וועל דיר לויבן.
ונבנתה העיראודך - איך וועל דיר לויבן.
ונבנתה העיר: דאס איז דער ריכטיגער פשט. אבער ווען מ'וויל שרייבן א מליצה ערלויבט מען זיך צו שפילן מיט דיקדוק און הברה. ס'איז פונקט אזוי ווי א "פאן" (מיט א פינטל) אויף ענגליש. ס'איז א לשון נופל על לשון...! פאר מיר האט א אידעלע אמאל געזאגט דעם פאלגנדן סענטענס..."יש גוי בדבר"...איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט מכח עם הארצות. אדער ער האט געוואלט זאגן א מליצה פון ..."יש דברים בגו"...!
Re: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
נופת צופיםקאווע טרינקערמשא"כ דער עודך אדער אודך פון וואס מיר רעדן האט גארנישט מיט "דיר"עודך מסתולל בעמי. א פסוק אין שמות. ס'מיינט: נאכאלץ.
ונבנתה העיראודך - איך וועל דיר לויבן.
דער אודך פון וואס מיר רעדן מיין איך צו זאגן דעי מליצה.
איך האב געזאגט אז עודך איז נישט קיין אמת'ע ווארט (פאר דאס וואס מ'נוצט עס) ממילא איז אודך לכאורה ריכטיג
אויף דעם האט קאווע געזאגט אז ס'איז יא ריכטיגע ווארט אזויווי ס'שטייט עודך מסתולל בעמי
האב איך אים געענטפערט אז ווען מ'נוצט אודך אלץ מליצה, האט עס גארנישט מיט "דיר"
לעצטענס האבעך באמערקט אסאך טוישן אויף 'ענליך' מיט 'ענדליך'.
ריכטיג איז אזוי, משה 'ענדלט' אין אהרן. אדער, איך בין 'ענליך' צו דיר.
אבער 'ענדליך' איז נאר ווען משיח וועט קומען וועט מען זאגן אה 'ענדליך' איז ער אנגעקומען.
ריכטיג איז אזוי, משה 'ענדלט' אין אהרן. אדער, איך בין 'ענליך' צו דיר.
אבער 'ענדליך' איז נאר ווען משיח וועט קומען וועט מען זאגן אה 'ענדליך' איז ער אנגעקומען.
Re: אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
ענדליך איז איינער געקומען און געמאכט אן אפשייד צווישן צוויי ענליכע ווערטער.
פון וואו נעמט זיך דאס ווארט 'רעסטאראן' אנשטאט רעסטאראנט? ס'דא וואס שרייבן עס אזוי דא, אויך מאמענט מאכט דעם טעות