תל אביב גיהנם מארטש
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9098
תל אביב גיהנם מארטש
ווידער קומען זיך ליידער צוזאם אלע אויסגעשפראכענע מנוולים סיי פון די מדינה און סיי פון די וועלט קיין תל אביב ווי זיי טוען שטאלצירן מיט זייערע געמיינע תועבות. ווי געמיינער אלץ בעסער. זיי רופן עס די געיהינם מארטש. כפארשטיי די האסט תאוות. כפארשטיי סאיז א דעמאקראטיש קאנטרי. כפארשטיי די ווילסט ווייזן דעם ככל הגוים בית ישראל אבער עד מתי. ווי איז די רויטע לייט. יעצט האלט עס שוין נאך א שטאפל מיט די קראנקע טרענסגענדע'רישע פאריקטע מענטעלי צורודערטע חברה. רח"ל די שכינה הקדושה קוקט דאס נעבעך צו ומי יודע וויפיל פראבלעמן דאס ברענגט. און ווי זענען די רעליגיעזע די וואס זעהן די מדינה אלץ א התחלתא דגאולה. זיי האבן דא אויך א תירוץ זיי זאגן נאך אז אין איראן וואלט מען געהרגט פאר אזא זאך. מיר אבער האבן א נארמאלע מדינה. די שוטה לויט די תורה הק' ביזטו דאך אויך חייב מיתה. ווי קען מען שטיל זיין. איז דאס שוין אויכעט א סאטמארע שיטה ענין. ווי איז זייערע שכל. ווי איז די וועלט. ווי זענען די רבנים. ווי זענען די נארמאלע פאליטישאנס. ווי איז די שכל פון אט די חוטאים בנפשותם שווייג כאטשיק. זינדיג אפ. טו תשובה גיי פאר הילף. ווי משוגע דארף מען צוזיין זיך צו גרויסן לעיני השמש מיט די נידעריגע זאכן. לאמיר איבערבעטן דעם רבש"ע אז נישט פאר דעם ברויכען מיר ארץ ישראל. משיח זאל אוודאי קומען ווי פריער ולירושלים עירך ברחמים תשוב
Re: תל אביב גיהנם מארטש
אויב וואוינט איר אין שטאט קען איך אייך רעקאמענדירען א גוטן דאקטאר וואס וועט אייך העלפען זיך בארואיגען
במסכת יבמות סה, ב : "אמר רבי אילעא משום רבי אלעזר ברבי שמעון: כשם שמצווה על אדם לומר דבר הנשמע, כך מצווה על אדם שלא לומר דבר שאינו נשמע. המהר"ל בחידושי אגדות מבאר את דברי רבי אילעא, כשאומרים דבר שנשמע, יהודי מוכיח את חברו ואומר לו את דבר ה,' והחבר מקבל - יש כאן קידוש ה', כבוד ה' מתגדל. לעומת זאת, כשאומרים לחבר את ההלכה, את דבר ה', והחבר אינו מקבל - יש כאן ביזיון לתורה, הן יהודי לא הסכין לקבל את רצון ה'! במקום כזה, שיש חילול ה', עדיף לשתוק ולא להוכיח.
גענומען פון כדורי.נטדער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די עוואנגעליסטן.
אין די צייטן פון ירבעם, עמרי און אחאב ועוד, איז אזא אויפפירונג געווען מענדעטארי, אז עמיצער האט זיך דערוואגט זאגן א ווארט דערקעגן האט מען אים באלד דערהארגעט, די ערליכע לייט האבן זיך געמוזט באהאלטן פאר זייער לעבן. ב"ה ס'איז אכשיר דרא.. היינט איז די ממשלה נישט בעד און נישט דערקעגן, אידן וואס ווילן זיין טריי צו די תורה קענען אנגיין אומגעשטערט, נאך מיט א קליינע חלוקה'לע אין די זייט, פלוס א פטור פון צבא.
מפוזרידער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די ענגוואליסטן.
??
די קעגנערשאפט קעגן דעם איז בפירוש א
יודעא-קריסטליכער ענין.
ס'איז פאראן א גרויסער אונטערשייד פון טאלערירן דעם וואס איז לכאורה אן אונס ביז צו מאכן פון דעם א טראסק. ס'איז גענוג קלאר אז דער מאראל פון דער ליבעראלער וועלט שטימט נישט מיט תורת משה, און צו זאגן אז דער שוידער קעגן דעם טראסק שטאמט נאר פון עוואנגעליסטן איז סתם געזאגט.
פלאוויוסמפוזרידער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די ענגוואליסטן.
??
די קעגנערשאפט קעגן דעם איז בפירוש א
יודעא-קריסטליכער ענין.
ס'איז פאראן א גרויסער אונטערשייד פון טאלערירן דעם וואס איז לכאורה אן אונס ביז צו מאכן פון דעם א טראסק. ס'איז גענוג קלאר אז דער מאראל פון דער ליבעראלער וועלט שטימט נישט מיט תורת משה, און צו זאגן אז דער שוידער קעגן דעם טראסק שטאמט נאר פון עוואנגעליסטן איז סתם געזאגט.
??
ווייז מיר וואו אין תנ''ך אדער ש''ס מאכט מען אן עסק פון מ''ז א מעין דמעין פון אשת איש? היינט אין אמעריקע איז אשת איש אפילו נישט קיין בושה אלץ מאראל און רעליגיע, ס'בלויז א שאלה וועגן דעם פארטנערס געפילן און אויב ס'איז בהסכמה איז עס העכטס מאראליש.
די ענגוואליסטן אין זייער קאנסערטיווער קאמף אנצוהאלטן די נאסטאלגישע אמאליגער ווערטן האבן שוין אויפגעגעבן אויף אשת איש, און אפילו קעגן די משכב זכור'ניקעס איז דער קאמף בעיקר אלץ טראדיציע, אנצוהאלטן די א.ג. טראדיציאנאלער משפחה יוניט. קיין שייכות צו גאט וואס האט פונקט אזוי פיינט אשת איש.
דאס איז אמת אז די ענגוואליסטן זענען מושפע פון די יודעא-קריסטליכער השפעה. אבער מיט אידישקייט האט עס ניקס.
@מפוזרי, איך פארשטיי נישט דיינע ווערטער. ס'זענען דא צוויי באזונדערע שמועסן:
1) איז פריצות/אשת איש וכו' מאראליש?
2) וויאזוי דארף מען זיך באציען צו א מצעד וואס הייבט ארויס דאס וואס ווערט באטראכט אלס אוממאראליש?
דער ענטפער אויף נומער 1 איז:
לויט ליבעראלן איז עס מאראליש. לויט תורת משה איז עס נישט מאראליש.
דער ענטפער אויף נומער 2 איז:
א מארש אויף דעם וואס איז אוממאראליש מעג אויפשוידערן דעם וואס האלט עס פאר אוממאראליש.
איך האב נישט פארשטאנען דיין ארגומענט קעגן דעם.
מ"ש איסור זה מאיסור אחר
מפוזרידער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די ענגוואליסטן.
נכונים הדברים מאד מצד הסברא און מצד די גמרא. די גמרא און אפילו ראשונים באציען זיך צו די איסור ווי סתם אן איסור, אבער דא עקא אז אין אגרות משה שרייט ער חי וקים קעגען דעם.
מצעד הגאווה למתגברים על יצרם דבר יום ביומו
פלאוויוס@מפוזרי, איך פארשטיי נישט דיינע ווערטער. ס'זענען דא צוויי באזונדערע שמועסן:
1) איז פריצות/אשת איש וכו' מאראליש?
2) וויאזוי דארף מען זיך באציען צו א מצעד וואס הייבט ארויס דאס וואס ווערט באטראכט אלס אוממאראליש?
דער ענטפער אויף נומער 1 איז:
לויט ליבעראלן איז עס מאראליש. לויט תורת משה איז עס נישט מאראליש.
דער ענטפער אויף נומער 2 איז:
א מארש אויף דעם וואס איז אוממאראליש מעג אויפשוידערן דעם וואס האלט עס פאר אוממאראליש.
איך האב נישט פארשטאנען דיין ארגומענט קעגן דעם.
לויט תורת משה איז עס אסור, אבער ווער זאגט עס איז אוממעראליש. אפשר צו טרעטן אויף מענטשען וואס זענען ליידער געבוירען מיט א נאטור וואס זיי קענען קיינמאל נישט האבען קינדער וכו' און זיי רופען אלע מינע נעמען אינעם נאמען פון גאט איז אוממעראליש?! ריכטיג אז עס איז נישט דא קיין שום היתרן, אבער עס איז א סאך גרינגער מלמד זכות זיין אויף זיי ווי אויף איינער וואס איז עובר אשת איש אדער אנדערע מינע עברות. אפשר זאלען מיר מאכען דא א מצעד הגאווה פאר מענשטען וואס האבען אזא נאטור אבער זענען זיך מתגבר אויף דעם. זיי קומט טאקע א גרויסע הכרה! לאמיר זעהן אויב מען קען זיך מאחד זיין זיי צו שטיצן!
דאס אז מ'ווערט אויפגעשוידערט פון די אוממאראלישקייט פון מ.ז. און אויף די אוממאראלישקייט פון א''א גיבט מען נישט קיין hoot, צייגט אז מ'זארגט נישט אויף גאטס מאראל, נאר אויף צו פרעזערוון דעם אלטן סדר החיים.
ר' אביגדור מילער האט גע'אסר'ט צו שטימען פאר קאנדידאטן וואס שטיצן נישואי תועבה אפגעזען די תועלת. ער האט אפילו געשיקט זיין תלמיד דירעקט אטאקירן און באשמוצן רבנים וואס האבן יא געשטיצט אזוינע. אבער מיט א קאנדידאט וואס האט אליינס מזנה געווען מיט אן א''א האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם.
מעיאר בלומבערג האט חתונה געהאט מיט א גויטע, דער גרעסטער עבירה אין אידנטום. אבער מ'האט נאר גערודערט וועגן זיין שטיצן נישואי תועבה.
מפוזרי, איך מיין אז דו מישסט צוויי באזונדערע שמועסן, ווי איך האב פריער ערווענט.
דו פירסט א מלחמה קעגן די וואס טאלערירן אשת איש אבער טאלערירן נישט אנדערע איסורים. איך מיין אבער אז דער שמועס איז בכלל נישט איבער דעם, נאר איבער דעם וואס מ'מארשירט ארויסצוהייבן אן איסור. איז אמאל געווען אזא ביישפיל מיט נידה/אשת איש?
*
נאך עפעס: מ'מישט דא צוזאם אמעריקע און ארץ ישראל.
כדי צו לעגאליזירן חתונות פונעם זעלבן מין אין ארץ ישראל פעלט זיך אויס א שינוי אינעם סיסטעם פון דער רבנות, און ממילא אן ענדערונג אינעם אידישן כאראקטער פונעם לאנד. וואס מענטשן טוען בצינעא איז איין זאך, אבער דאס וואס דארף דורכגיין אן אפיציעלע פראצעדור מטעם דער רעגירונג איז אן אנדער ענין. מ'באשטראפט נישט קיינעם אין ארץ ישראל פאר'ן טון עבירות בחדרי חדרים, אבער אז ס'האנדלט זיך וועגן איבעראנדערשן דעם חתונה סיסטעם איז עס פשוט נישט מעגליך דורכצופירן אנעם אויסליידיגן די אידישע מדינה פון איר אידישקייט.
אין אמעריקע איז טאקע אויך שייך דער זעלבער פראבלעם פאר די וואס גלייבן אז אמעריקע איז אין אמת'ן א קריסטליכע מדינה און ס'מוז ממילא האבן א קריסטליכן כאראקטער, אבער די ליבעראלן זענען מחולק מיט דעם יסוד. בנוגע ארץ ישראל איז דער רוב מסכים אז ס'דארף האבן א אידישן כאראקטער און איך אליין גלייב זיכער אזוי.
אויבערלענדער חכםמפוזרידער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די ענגוואליסטן.
נכונים הדברים מאד מצד הסברא און מצד די גמרא. די גמרא און אפילו ראשונים באציען זיך צו די איסור ווי סתם אן איסור, אבער דא עקא אז אין אגרות משה שרייט ער חי וקים קעגען דעם.
הגר''מ איז געווען אן איש קדוש און וועלטס גאון. ער איז אויך געווען א פארצייטישער איד וואס האט נישט געקענט אראפשלונגן דעם שינוי סדר אינעם איינגעוואוינטן מהלך החיים.
מפוזריאויבערלענדער חכםמפוזרידער גאנצער טראסק און א.ג. שוידער פון דעם מצעד התועבה האט נישט מיט אידישקייט. ס'איז א קריסטליכע השפעה. עפ''י תורה איז אשת איש און נדה דער זעלבער חיוב כרת און דער זעלבער תועבה. דער קעמף פאר טראדיציאנאלער הייראט קומט פון די ענגוואליסטן.
נכונים הדברים מאד מצד הסברא און מצד די גמרא. די גמרא און אפילו ראשונים באציען זיך צו די איסור ווי סתם אן איסור, אבער דא עקא אז אין אגרות משה שרייט ער חי וקים קעגען דעם.
הגר''מ איז געווען אן איש קדוש און וועלטס גאון. ער איז אויך געווען א פארצייטישער איד וואס האט נישט געקענט אראפשלונגן דעם שינוי סדר אינעם איינגעוואוינטן מהלך החיים.
כל זה מרומז ב"דא עקא" שכתבתי.
@אויבערלענדער חכם, די עבירות וואס געהערן צו שבע מצוות בני נח איז אנגענומען אז זיי ווערן באטראכט לויט דער תורה ווי אוניווערסאלע מצוות. אין אונזער שפראך הייסט דאס אז די תורה באציט עס צו דעם אינסטינקטיוון מאראל.
דאס וואס דו שרייבסט אז ס'איז א סתירה מיט דעם מאראל פון דער ליבעראלער וועלט איז א שמועס פאר זיך, און אז גאט וועט מיר געבן צייט וועל איך דאס באהאנדלען. בכל אופן איז אבער קלאר אז דאס איז דער מאראל פון תורת משה.
צ"ע בדעת הגראה"מ זצ"ל
[ציטאט אראפגענומען]
ברוך ה' שזכיתי לשמוע הרבה תורה ומוסר מפי הכהן הגדול הגה"צ ר"א מילר זצ"ל, אבער טראץ דעם וואס כמעט יעדער ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל קען מען ווייזען אויף מקורות נאמנים אויף זיי. זיין אויסזונדערען משכב זכר פון שאר עבירות שבתורה האט לכאורה נישט קיין מקור. דרך אגב, ער איז נישט געווען א גרויסע חסיד פונעם ספר אגרות משה, וקבלה בידי אז ער האט עס נישט אריין געלאזט אין זיין בית מדרש. למעשה, עס קען זיין ווי איר זאגט אז פריוואט וואלט ער נישט פאדאמט איינער וואס איז נכשל אין משכב זכר מער ווי איינער וואס איז נכשל אין אשת איש, ווי חז"ל זאגען קשה עוונו של לבן יותר מתכלת, נאר די ברבים שבו האט עם גע'ארט, אבער עס איז שווער צו גלויבען אז די היינטיגען בליק אויף משכב זכר, וואס איך גלייב מפוזרי איז גערעכט אז עס שטאמט פון די קריסטן [אולי יש לזכור אותם לטוב שלחמו בכל עוז נגד איסור זה שקודמיהם היו שקועים בהם מאד מאד עד שגזרו חז"ל על כל הגויים שהם כזבים שלא יהיו בחורי ישראל מצויים אצלם כיון שהם רגילים במשכב זכר] און שווער צו ווייזען אויף א אידישע מקור. סך הכל לויט א סאך ראשונים איז עס אסור ווייל עס האט נישט קיין תכלית ווייל מען קען נישט מקיים זיין די מין מיט עס.
פלאוויוסמפוזרי, איך מיין אז דו מישסט צוויי באזונדערע שמועסן, ווי איך האב פריער ערווענט.
דו פירסט א מלחמה קעגן די וואס טאלערירן אשת איש אבער טאלערירן נישט אנדערע איסורים. איך מיין אבער אז דער שמועס איז בכלל נישט איבער דעם, נאר איבער דעם וואס מ'מארשירט ארויסצוהייבן אן איסור. איז אמאל געווען אזא ביישפיל מיט נידה/אשת איש?
*
נאך עפעס: מ'מישט דא צוזאם אמעריקע און ארץ ישראל.
כדי צו לעגאליזירן חתונות פונעם זעלבן מין אין ארץ ישראל פעלט זיך אויס א שינוי אינעם סיסטעם פון דער רבנות, און ממילא אן ענדערונג אינעם אידישן כאראקטער פונעם לאנד. וואס מענטשן טוען בצינעא איז איין זאך, אבער דאס וואס דארף דורכגיין אן אפיציעלע פראצעדור מטעם דער רעגירונג איז אן אנדער ענין. מ'באשטראפט נישט קיינעם אין ארץ ישראל פאר'ן טון עבירות בחדרי חדרים, אבער אז ס'האנדלט זיך וועגן איבעראנדערשן דעם חתונה סיסטעם איז עס פשוט נישט מעגליך דורכצופירן אנעם אויסליידיגן די אידישע מדינה פון איר אידישקייט.
אין אמעריקע איז טאקע אויך שייך דער זעלבער פראבלעם פאר די וואס גלייבן אז אמעריקע איז אין אמת'ן א קריסטליכע מדינה און ס'מוז ממילא האבן א קריסטליכן כאראקטער, אבער די ליבעראלן זענען מחולק מיט דעם יסוד. בנוגע ארץ ישראל איז דער רוב מסכים אז ס'דארף האבן א אידישן כאראקטער און איך אליין גלייב זיכער אזוי.
נידה און אשת איש מארשירן נישט ווייל ס'איז שוין לעגעטים. די מארש פון די גאים קומט ארויסהייבן אז זיי זענען נישט ווייניגער לעגיטים. ועפ''י תורה איז טאקע נישט דא קיין חילוק.
בנוגע ארץ ישראל, אוודאי בין איך אויך מתנגד מ'זאל טוישן די געזעץ. מיין תמיה איז אויף די בעתה וחלחלה וואס מ'כאפט פונקט דא. אנטקעגן די וואס אגיטירן מ'זאל איינפירן נישואים אזרחיים הערט מען עס נישט.
מאראל פון תורת משה
פלאוויוס@אויבערלענדער חכם, די עבירות וואס געהערן צו שבע מצוות בני נח איז אנגענומען אז זיי ווערן באטראכט לויט דער תורה ווי אוניווערסאלע מצוות. אין אונזער שפראך הייסט דאס אז די תורה באציט עס צו דעם אינסטינקטיוון מאראל.
דאס וואס דו שרייבסט אז ס'איז א סתירה מיט דעם מאראל פון דער ליבעראלער וועלט איז א שמועס פאר זיך, און אז גאט וועט מיר געבן צייט וועל איך דאס באהאנדלען. בכל אופן איז אבער קלאר אז דאס איז דער מאראל פון תורת משה.
הונדרעדט פערצענט! עס איז דער מאראל פון תורת משה אז תאוות המשגל אן די תכלית פון קינדער איז אוממעראליש. אדער עס איז די מאראל אז א מין תאווה וואס קען גורם זיין promiscuity איז אוממעראליש. ווען מען האט חתונה מיט א פרוי איז מען מער ווייניגער איינגעצוימט צו איין פרוי און צו א משפחה וואס מען וויל נישט חרב מאכען. אלע אנדערע relationships האבען נישט די שמירה און זיי זענען שלא ע"פ רוח תורת משה. נישט די טעמים זענען פארוואס מענטשען זענען אזוי repulsed כאטש אפילו פון די גמרא און ראשונים איז מער משמע אזעלעכע טעמים. נישט ווייל עס איז unnatural און נישט ווייל marriage is defined by one man and one woman. די לשון ווייסט אויף זיך אז עס איז נוצריש, ווייל נישט דאס איז marriage ע"פ תורה. עס קען דאך זיין מערערע פרויען.
הונדרעדט פערצענט! עס איז דער מאראל פון תורת משה אז תאוות המשגל אן די תכלית פון קינדער איז אוממעראליש. אדער עס איז די מאראל אז א מין תאווה וואס קען גורם זיין promiscuity איז אוממעראליש. ווען מען האט חתונה מיט א פרוי איז מען מער ווייניגער איינגעצוימט צו איין פרוי און צו א משפחה וואס מען וויל נישט חרב מאכען.
דו מיינסט דאס נישט ערנסט!!! איך ווייס גאר נישט וואו אנצוהייבן....
מפוזרינידה און אשת איש מארשירן נישט ווייל ס'איז שוין לעגעטים. די מארש פון די גאים קומט ארויסהייבן אז זיי זענען נישט ווייניגער לעגיטים. ועפ''י תורה איז טאקע נישט דא קיין חילוק.
אויף נידה און אשת איש האט מען נישט מארשירט אפילו ווען ס'איז געווען אומדערהערט, וויבאלד ס'איז אן ענין וואס געהערט פאר מענטשן פריוואט.
דאס יעצטיגע מארשירן איז אנדערש אין מערערע בחינות (בעיקר אז ס'באגנוגנט זיך נישט מיט דער פריוואטער ספערע, נאר ס'פאדערט אן אפיציעלע הסכמה מצד דער געזעלשאפט). ס'איז דערפאר נאר נאטירליך אז ס'זאל ארויסרופן אויפברויז מצד טראדיציאנאליסטן.
מאטידו מיינסט דאס נישט ערנסט!!! איך ווייס גאר נישט וואו אנצוהייבן....
"וטעם הזכור והבהמה מפורסם, כי הוא דבר נתעב ואיננו בקיום המינין, כי אדם ובהמה לא יולידו" - די ווערטער האט געשריבען די הייליגע רמב"ן [עיין שם באבן עזרא] ער מיינט עס אויך נישט ערענסט?
[ציטאט אראפגענומען]
נישט ריכטיג, אויב איז דער קאנדידאט אליינס געווען א משכב זכור'ניק האט ער פילפאכיג געשימפט און אפילו אויב דער קעגנער האט אויך געשטיצט די געזעצן. אדרבא היינט איז שוין כמעט נישט דא קיין קאנדידאטן וואס שטיצן נישט די געזעצן און בעיקר רודערט מען היינט אויב דער קאנדידאט איז אליינס פון זיי.
זיין פראבלעם איז דירעקט געווען ספעציפיש מיט דער עבירה וואס ער האט געהאלטן איז אוממענטשליך און דור המבול'דיג מער ווי אנדערע עבירות.
בד''וו, בלומבערג זינדיגט נישט מיטן גויטע, ער לעבט מיט איר לעגאל, און רופט אויס אז ס'קיין פראבלעם חתונה האבן מיט גוים. וה''ה לליברמן ועוד ואין פוצה פה. אלס גאטס פארכטיגער איד וואלט מען געדארפט ווערן אויפגעשוידערט.
ואגב דאגב פראקטיצירן משכב זכור איז שוין לאנג לעגאל. דער קאמף איז אויפ'ן סימבאלישער אנערקענונג. און בלומבערג'ס גויטע איז אויך א סימבאלישער אנערקענונג.
לקח טוב, חינוך, כשיטת הרמב"ן הנ"ל
פסיקתא זוטרתא (לקח טוב) ויקרא פרשת אחרי מות [דף מו עמוד ב] - תועבה היא. תועה בה שהרי אין לו ממנו זרע אנשים.
ספר החינוך מצוה רט - משרשי המצוה, לפי שהשם ברוך הוא חפץ ביישוב עולמו אשר ברא. ולכן ציוה לבל ישחיתו זרעם במשכבי הזכרים, כי הוא באמת השחתה שאין בדבר תועלת פרי ולא מצות עונה... ומזה השורש אמרו זכרונם לברכה [שם ע"ו ע"ב] שאסור להשיא אשה לקטן דכעין זנות הוא, וכן שלא ישא אדם זקנה ועקרה שאינה ראויה לילד.
תועה אתה בה שעוזבים נשותיהם
תלמוד בבלי מסכת נדרים דף נא עמוד א - א"ל בר קפרא לרבי: מאי תועבה? הכי אמר רחמנא: תועבה - תועה אתה בה.
תוספות מסכת נדרים דף נא עמוד א - תועה אתה בה - שמניחין נשותיהן והולכין אצל משכב זכור.
ר"ן מסכת נדרים דף נא עמוד א - מאי תועבה - דכתיב גבי משכב זכור. תועה אתה בה - שמניח משכבי אשה והולך אצל זכר.
פירוש הרא"ש מסכת נדרים דף נא עמוד א - תועה אתה בה. שמניחין נשותיהן והולכין אחר משכב זכור:
פלאוויוסמפוזרינידה און אשת איש מארשירן נישט ווייל ס'איז שוין לעגעטים. די מארש פון די גאים קומט ארויסהייבן אז זיי זענען נישט ווייניגער לעגיטים. ועפ''י תורה איז טאקע נישט דא קיין חילוק.
אויף נידה און אשת איש האט מען נישט מארשירט אפילו ווען ס'איז געווען אומדערהערט, וויבאלד ס'איז אן ענין וואס געהערט פאר מענטשן פריוואט.
דאס יעצטיגע מארשירן איז אנדערש אין מערערע בחינות (בעיקר אז ס'באגנוגנט זיך נישט מיט דער פריוואטער ספערע, נאר ס'פאדערט אן אפיציעלע הסכמה מצד דער געזעלשאפט). ס'איז דערפאר נאר נאטירליך אז ס'זאל ארויסרופן אויפברויז מצד טראדיציאנאליסטן.
אמאל אז מ'האט איינעם געפאקט (מיט א געפינטעלע פ) מיט אן אשת איש איז עס געווען א כתם בל ינוקה און ס'האט געענדיגט זיין קארעריע. היינט קען ער רואיגערהייט ווערן ראש הממשלה.
לגבי דיין צווייטע נקודה: הוא אשר אמרתי, ס'איז נאטורליך אז ס'ברויזט אויף טראיציאנאליסטן. אבער ס'האט נישט מיט גאט.
רבינו יהודה החסיד
כתב במושב זקנים (ויקרא יח, כב) וז"ל, כתב הרמב"ן טעם הזכר והבהמה מפורסם כי הוא דבר נתעב ואינו בקיום המינין וכו' והרי"ח [רבינו יהודה החסיד] פירש מה שאסרה התורה משכב זכר כדי שישאו להם נשים, ובזה יקיימו מצות פרייה ורבייה, עכל"ק.
דאס איז די מאראל פון די תורה! מען דארף האבען קינדער! פרו ורבו! א קאנדידאט וואס האט מער קינדער דארף באקומען אונזער שטיצע. יעדער איינער פארשטייט אבער, אז איינער וואס קען נישט האבען קיין קינדער ל"ע איז א רחמנות און מען דארף עם מחזק זיין. "כי כה אמר ה' לסריסים אשר ישמרו את שבתותי ובחרו באשר חפצתי ומחזיקים בבריתי ונתתי בביתי ובחומתי יד ושם טוב מבנים ומבנות וגו'". דאס מיינט אז איינער וואס איז נעבעך געבוירען [אדער אזוי געווארען מאיזו סיבה שהיא] באופן וואס ער קען זיך נישט באציען מיטן אנדערע מין, אז א רחמנות, און מען דארף זיי אונטערהאלטען און נישט צודריקען. דאס איז די מאראל פונעם תורת משה!
אויבערלענדער חכםפסיקתא זוטרתא (לקח טוב) ויקרא פרשת אחרי מות [דף מו עמוד ב] - תועבה היא. תועה בה שהרי אין לו ממנו זרע אנשים.
ספר החינוך מצוה רט - משרשי המצוה, לפי שהשם ברוך הוא חפץ ביישוב עולמו אשר ברא. ולכן ציוה לבל ישחיתו זרעם במשכבי הזכרים, כי הוא באמת השחתה שאין בדבר תועלת פרי ולא מצות עונה... ומזה השורש אמרו זכרונם לברכה [שם ע"ו ע"ב] שאסור להשיא אשה לקטן דכעין זנות הוא, וכן שלא ישא אדם זקנה ועקרה שאינה ראויה לילד.
ולא מצות עונה...
כ'האף אז דיינע יסודות אין אידישקייט איז נישט געבויט אויף מדרשים און שאלעשידעס תורות.
צ"ע בדעת מאטי
מאטיאויבערלענדער חכםפסיקתא זוטרתא (לקח טוב) ויקרא פרשת אחרי מות [דף מו עמוד ב] - תועבה היא. תועה בה שהרי אין לו ממנו זרע אנשים.
ספר החינוך מצוה רט - משרשי המצוה, לפי שהשם ברוך הוא חפץ ביישוב עולמו אשר ברא. ולכן ציוה לבל ישחיתו זרעם במשכבי הזכרים, כי הוא באמת השחתה שאין בדבר תועלת פרי ולא מצות עונה... ומזה השורש אמרו זכרונם לברכה [שם ע"ו ע"ב] שאסור להשיא אשה לקטן דכעין זנות הוא, וכן שלא ישא אדם זקנה ועקרה שאינה ראויה לילד.
ולא מצות עונה...
כ'האף אז דיינע יסודות אין אידישקייט איז נישט געבויט אויף מדרשים און שאלעשידעס תורות.
קען מיר איינער געבען צו פארשטיין וואס ער וויל? איך ווייז אויף גדולי הראשונים און ער שרייט שאלאשידוס טורה?!
הרב אויבערלאנדער, אוודאי איז דא אן ענין זיך מזווג צו זיין לשם מצוות פרו ורבו, אדער צו אנהאלטן קיום העולם, אבער נישט דאס איז דער איינציגע מטרה, ס'איז בלויז איינע צווישן אנדערע.
די קריסטן זענען אויפגעקומען מיטן אויסטרעף אז די "איינציגע" מטרה פון האבן געשלעכטליכע באציאונגען איז בלויז (און בדיעבד) צו ריפראדוצירן, און אפילו אויף דעם דארף מען א כפרה, און דערפאר איז יעדע בר נש אוטומאטיש א זינדיגער בלויז מיטן אראפקומען אויפן עולם.
און יא! מיר אידן זענען נשפע געווארן פון דעם מענטאליטי במשך די 1500 יאר וואס נצרות האט שולט געווען אויף רוב וועלט.
הגע בעצמך, ווי אזוי מעג מען בעת זי איז א מעוברת, מינקת, חדל להיות אורח כנשים? וואס איז דאס מצוות עונה?
ביי זיי איז אן אידיאל צו בלייבן א רווק א גאנץ לעבן און (כלומרש'ט) זיך האלטן ריין! ביי אונז איז איז דא א מצוה פון ודבק באשתו והיה לבשר אחד.
אינציקלופידה הלכתית רפואית
אין די ספר "אינציקלודפיה הלכתית רפואית" (ערך מיניות, משכב זכור, 5ב, ד"ה חומרת האיסור וטעמו) איז ער מסכם אין קארצען אללע טעמים וואס ווערט געברענגט אויף די איסור. פון די טעמים קענען מיר דערגיין די מאראל וואס ליגט אין תורת משה. איך וועל צולייגען אין סוגריים די מקורות וואס ער ברענגט אין הערות שוליים אויף די טעמים עם תוספת משלי, וירא העם וישפוט וועלכע טעמים זענען פון ראשונים און גמרא (בלוי) און וועלכע לאו דוקא (רויט).
יש המסבירים את האיסור בכך שהקב"ה חפץ ביישובו של עולם ולכן ציווה שלא להשחית הזרע במעשה שאין בו כל סיכוי כלל ליישוב העולם (חינוך מצוה רט - ועיין לעיל שהבאנו דבר זה בשם הלקח טוב, הרמב"ן, ורבינו יהודה החסיד) מלבד העובדה שעניין זה הוא טירוף נמאס ומכוער בעיני כל בעלי השכל (חינוך שם) יש המסבירים אותו בכך שמניח את אשתו והולך אצל זכרים ובכך הורסים את התא המשפחתי ופוגעים קשות באשה (תוספות ורא"ש נדרים שם - ועיין לעיל שהבאנו כן גם בשם הר"ן) ויש מי שכתב שמשכב זכור הוא מהתועבות הגדולות ואין צורך לזה שום טעם במה שהוא תועבה והוא איסור ערווה ואין זה רק כדי שישאו אשה ויקיימו מצות פריה ורביה. (אגרות משה ח"ג סימן קטו)
מאטיהרב אויבערלאנדער, אוודאי איז דא אן ענין זיך מזווג צו זיין לשם מצוות פרו ורבו, אדער צו אנהאלטן קיום העולם, אבער נישט דאס איז דער איינציגע מטרה, ס'איז בלויז איינע צווישן אנדערע.
די קריסטן זענען אויפגעקומען מיטן אויסטרעף אז די "איינציגע" מטרה פון האבן געשלעכטליכע באציאונגען איז בלויז (און בדיעבד) צו ריפראדוצירן, און אפילו אויף דעם דארף מען א כפרה, און דערפאר איז יעדע בר נש אוטומאטיש א זינדיגער בלויז מיטן אראפקומען אויפן עולם.
און יא! מיר אידן זענען נשפע געווארן פון דעם מענטאליטי במשך די 1500 יאר וואס נצרות האט שולט געווען אויף רוב וועלט.
הגע בעצמך, ווי אזוי מעג מען בעת זי איז א מעוברת, מינקת, חדל להיות אורח כנשים? וואס איז דאס מצוות עונה?
ביי זיי איז אן אידיאל צו בלייבן א רווק א גאנץ לעבן און (כלומרש'ט) זיך האלטן ריין! ביי אונז איז איז דא א מצוה פון ודבק באשתו והיה לבשר אחד.
איינער פון די השפעות וואס מיר האבען פון נוצרים איז די ענין אז מיר זענען מגדיר אונזער תורה ע"י די קאנטראסט מיט זיי. דאס אויך איז א תוצאה פון גלות. דאס מיינט אז מיר קוקען נישט אריין אין די תורה צו זוכען ווי אזוי די תורה קוקט אויף חיי אישות, נאר מיר קוקען אלעמאל צו זעהן וואס איז די "חילוק" צווישען נוצרות און אונז. דאס ברענגט אויך צו מען זאל נישט ריכטיג אנקוקען אן ענין.
די דגש וואס מען לייגט אויף די "והיה לבשר אחד" לעומת די נוצרים וואס א גלח בלייבט אן אלטען בחור, איז גורם מען זאל צופיל אריין טייטשען אין דעם. סוף כל סוף משה רבינו האט אויך פורש געווען מאשתו, און אין די שלשת ימי הגבלה איז גאנץ כלל ישראל פורש געווען מנשותיהם כדי מקבל זיין די תורה. אויב אלע "שבע ברכות תורה" (זעהט אויס אז דאס געפעלט אייך בעסער פון שלש סעודות) איז אזוי ריכטיג, און אז די שלמות האדם איז נאר "איש ואשתו" וכו' וכו' וכו', וואלט די מקבל התורה און כלל ישראל בשעת קבלה געדארפט זיין אין די מצב פון שלמות. בן עזאי וואלט דוקא געדארפט חתונה האבען צו זיין "נפשו חשקה בתורה" וכו' ויש להאריך בזה עוד ובוודאי יש בזה ענינים לכאן ולכאן ואין כאן מקומו רק באתי להעיר.
לגבי די טענה פון מצות עונה בשעת עיבור וכו' וכו', הן הן הדברים שדברתי. די תורה וויל נישט א מעשה זנות. נאר מיט א חיי משפחה איז אויסגעהאלטען די ענינים. כדי צו האבען א חיי משפחה מוז מען האבען א היתר בשעת שהיא מעוברת גם כן [כאטש פון נאטור זעהט מען אפשר אז בשעת עיבור איז נישט אזוי נויטיג ודי לחכימא ברמיזא] און אזוי אויך עד שיבה ועד זקנה [עיין לעיל הערה מצד הטבע]. בקיצור די גאנצע ענין איז כדי מקיים זיין פרו ורבו בתוך מצב פון משפחה און נישט אין הפקרות און סתם למלא תאוותו. משכב זכר האט נישט די מעלה פון משפחה [דאס איז די מציאות אז אפילו בפרוצים כמעט שאין קשר של קיימא] און אויך נישט די תכלית פון האבען קינדער. דאס איז די מאראל פון תורת משה, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מענטשען וואס זענען נישט געשאנקען מיט קענען האבען א נאטורליכען משפחה זענען "בהמות" אדער נידערטרעכטיג וכו'. איבערהויבט אז זיי האבען נעבעך די זעלבע תאווה און נישט קיין אופן היתר עס ממלא צו זיין. על זה באתי לעורר.
ווי געזאגט, איך בין נישט מחולק אויפן מטרת המצוה פון מצות פרו ורבו און דאס שטימט זייער פיין מיט דיינע מקורות וואס רעדן ווען מ'איז זיך מייחד מיט א מין שאינו מוליד און מיט דעם מבטל די מטרה פון קיום העולם. רק באתי להעיר אויף דעם וואס איז משמע געווען פון דיינע ווערטער אז ס'איז נישטא קיין שום אנדערע מטרה בלויז דאס. אז מ'קוקט אריין אין תנ"ך זעען מיר אונזערע רוי-מאדעלן ארומגענומען מיט נשים עד נופך מיט פלגשים פאר קינוח.
ריבוי נשים
אויזער אפשר קעניגען וואס האבען געדארפט חתונה האבען מיט מערערע נשים כדי צו שליסען בריתות מיט אנדערע ממשלות, קענט איר מיר ווייזען נאך א [צ"ל סאך] פיגור[ין] אין נ"ך (אויזער אלקנה) וואס האט געהאט מער פון איין ווייב?
הרי נקטינן כר"ש דדרשינן טעמא דקרא, וא"כ בזמנינו אלה שאיכשר דרא, ויש להומואים יכולת לפרות ולרבות ע"י פונדקאית, פקע ליה טעמא דאיסורא, ועכ"פ חומר תועבה וסלידה ממנו לית לן בה.
גדעון, יאיר, שמשון. וואס ליגט מיר איצט אין זכרון.
איך מיין אז דער מקור פון די הרחקה צו משגל ביי יודן איז פונעם רמב''ם וועלכער ברענגט פון אריסטו חוש המישוש חרפה הוא לנו, דער רמב''ם האט אידעאליזירט פרישות, און ער איז דער וואס גיט אן דעם טעם אויף איסורי עריות להרחיק המשגל, פון דארט האט עס גענומען דער רמב''ן און חינוך און דער זוהר, כאטש צווישן די מקובלים איז יא געווען עטוואס א לייכטערן צוגאנג דערצו כמבואר באגרת הקודש המיוחס להרמב''ן והוא מבני חוג גירונה, (דער ראב''ד אין שער הקדושה האט אויך געהאט א שטארקן חלק אין אויפבויען דעם מהלך וצ''ע מהיכן נשפע ), שד''ל זאגט טאקע אנדערע טעמים אויף עריות צו בויען א קשר המשפחה עי' בהמשתדל פ' אחרי ות''נ
[ציטאט אראפגענומען]
נ״ך איז ר״ת נביאים כתובים און איר האט גרר נישט צוגעלייגט
אויבערלענדער חכםאויזער אפשר קעניגען וואס האבען געדארפט חתונה האבען מיט מערערע נשים כדי צו שליסען בריתות מיט אנדערע ממשלות, קענט איר מיר ווייזען נאך א [צ"ל סאך] פיגור[ין] אין נ"ך (אויזער אלקנה) וואס האט געהאט מער פון איין ווייב?
דע באבא סאלי וואס איז געווען באוויסט אלץ א מקובל אין א קדוש וטהור האט געהאט דריי ווייבער א עלטערע א מיטליעריגע אין א אינגע (בכלל ביי די ספרדים איז נישט אנגענומען די זאך פון נאר איין ווייב)
בבא סאלי בנביאים?
אין וועלכע ספר אין נ״ך ווערט ער אדער זיין ווייבער דערמאנט?
ער ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ איך האב אים נאר צוגעברענגט צו מאכען א פוינט אז מיט נישט לאנג צוריק האט נאך געלעבט א ערליכע איד מיט דריי ווייבער
נישט געוויסט אז עס דארף זיין דוקא איינער וואס ווערט דערמאנט אין נ״ך