אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3483
אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג
אסאך מאל קומט אויס דא אין שטיבל מען ליינט ווי חברים שרייבן און עס גריצלט אין די אויערן שלעכטע אויסלייג און גראמאטיק, איר האט א דרוק צו קאמענטירן און פארעכטן אבער עס פאסט נישט סתם סיקירן יענעם. אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.
וואלפה שרייבט:
פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים
אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".
איך שטיץ שטארק דעם געדאנק, עס וועט זיכער זיין לתועלת.
[ציטאט אראפגענומען]
קיינמאל נישט געוויסט
יישר כח
ייש"כ ר' יאנקל. און "ווי" קומט ווען? "שרייבן דארף מען ווי יאנקל?"
ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
לעמיל[ציטאט אראפגענומען]
קיינמאל נישט
געוויסט יישר כח
געוואוסט!!
גאש...
אזוי מיינעך
געפילטע פישווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי
בן תמליוןוואלפה שרייבט:
פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים
אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".
ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.
מאראנצןזאפטגעפילטע פישווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.
געפילטע פישווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
דאכט זיך "נער" איז נאר לשון קודש, און עס מיינט יונג (אינג?).
א טיפוש ווערט געשריבן "נאר", סיידן איר האט טאקע געמיינט יונג דא.
איך האלט ווי יאנקל מ'זאל נישט שרייבן קיין נעמען, בלויז ציטירן דעם טעות, און דאס מתקן זיין.
איך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.
בן תמליוןאסאך מאל קומט אויס דא אין שטיבל מען ליינט ווי חברים שרייבן און עס גריצלט אין די אויערן שלעכטע אויסלייג און גראמאטיק, איר האט א דרוק צו קאמענטירן און פארעכטן אבער עס פאסט נישט סתם סיקירן יענעם. אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.
"גרילצט"
"דאס" שלעכטע אויסלייג
"פארריכטן"
"צו" "סעקירן" יענעם.
"אן" אשכול
"וואו" ווער עס וויל "פארריכטן"
עטליכע שטריכלעך ליתן ריוח בין הדבקים
בענדזשאמין פרענקליןבן תמליוןוואלפה שרייבט:
פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים
אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".
ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.
בענדזשאמין היקר: פארשטיי איך זיך נישט מיט דיר.
ס'קוקט מיר אויס כאילו דו ביסט דער גרויסער מבין אויף אידיש, וואס קען אפשאצן צי וואלפה קען יא אדער נישט ספעלן. ווי איך זעה האסטו ניטאמאל געהאט די ידיעה איבער דיין אידישן נאמען 'בנימין פראנקפורטער', און זיך געמוזט רופן מיטן גוי'אישן נאמען דיינער 'בענדזשאמין פרענקלין'. דו קענסט בכלל אידיש? - איך קען דיר פארהערן? - איך וויל דיר נישט פארשעמען, אבער איך האב גראדע נאכגעקוקט דיינע באשרייבונגען, איך שוין דיר זייער, און איך וויל נישט זאגן ווי אזוי ס'קוקט אויס... דוכט זיך מיר אז אזוי איז דער כלל, אז דער וואס האט דער פעלער, הענגט עס אן אינעם אנדערן....
האסט געהערט א חוצפה? קומט זיך אן אזא מאדערענער איד, עפעס א פיינשמעקער וואס רופט זיך אפיציעל ביים גוי'אישן נאמען, און ער וועט אונז זאגן ווי אזוי וואלפה גייט אנגעטאן און ווי חסידי'ש ער איז... כ'מיין ווער ביסטו בכלל? - דו האסט דאך ניטאמאל א אידישע צורה, ביסט א 'בענדזשעמין' מיט אלע מפרשים...
און פאר איך פארגעס: זיין נאמען איז 'וואלפה' מיט א ה' - ער הייסט נאך א באבע און דעריבער שרייבט מען עס מיט א ה'...
פיקציעאיך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.
גאמאני מיצטארעף!!
די בעסטע וואלט ווען געוועזן ווען מ'לייגט עס סיי ארויס פארן פובליקום שלא תמות כמו שמת "נייגעריגער"....
און אחוץ דעם שיקט מען מיר עס אריין אין פאסט-קעסטל אז איך זאל וויסן ולא יזידון עוד.....
[ציטאט אראפגענומען]
איך האלט שטארק ווי יאנקל, נאר איך האב נישט געהאט די העזה עס צו בעטן אין פובליק.
איך פיל ווי די מגיהים וועלכע פארעכטן מיינע טעותים טוען מיר א גרויסע טובה מיטן אויסבעסערן מיין שפראך, האב איך נישט געזוכט זיי צו באמיען מיט איבעריגע ארבעט מיר צו דארפן אישי'ען. אבער אויב יאנקל איז גרייט דערויף איז תבוא עליו ברכה!!
נייגעריגערפיקציעאיך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.
גאמאני מיצטארעף!!
די בעסטע וואלט ווען געוועזן ווען מ'לייגט עס סיי ארויס פארן פובליקום שלא תמות כמו שמת "נייגעריגער"....
און אחוץ דעם שיקט מען מיר עס אריין אין פאסט-קעסטל אז איך זאל וויסן ולא יזידון עוד.....
גאמאני מיצטארעף!! אמאהל כאפ איך אז איך שרייב נישט גוט אבער כ'געדענק נישט וויאזוי איז יא גוט, יעצט גיי פרעג איינעם, וועם וואלפא? בענדזי? קופער? איז דאס איז גאנץ א גוטע פלאן, ולשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכה..
בענדזשאמין פרענקליןבן תמליוןוואלפה שרייבט:
פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים
אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".
ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.
בנימין א נביא בוסטו ?, פון ווי האסטו אזוי גוט צוגעטראפן אז איך בין א מגולח?.
א ביסל אינטערגעשאצט, איך שנייט נאר די פאת הזקן , די איבריגע חלק זקן איז ווילד באוואקסען, ווי איבערגעבליבענע פערפל האבען זיך פלאצירט, שטיקער אייער ליגען שוואך באהאפטן, און יאגערט כאפט זיך שטארק אן מיט לעצטע כוחות אויף די אינטערשטע קווארטל האר.
איך פלעג טאקע וואוינן אין וואשינגטאן הייטס, אבער נאכן מאסיוון באבע-גאנאש צונאמי האב איך זיך אריבער געצויגען קיין אינטער ווישען.
ווי פון דארט האט מיר א שטילע זכר באנדל ווינט געבלאזן קיין הימפאסוועטריקא ,ד'יאפטשיק וואס איז אינצווישן מזרח און צפון דערפל.
נאכען ווערן באפאלן פון פארפרוירענע קושקע און ווארעמע סעלטצער, בין איך געקומען וואוינן דא אין קאווע שטיבל. איך האב א שטאקע הכרות הטוב אז דו ביסט מיך שטארק מקרב, און די שלאגסט זיך פאר מיין כבוד, אז איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל האבן א מקום מנוחה, שכוח...
און בנוגע מיין חשובע נאמען האט מיך שוין מורינו הרב מער ווייניגער פארענטפערט.
למען האמת, ביי אונז ספרדים איז עס גאר א חשובע נאמען.
וואס בין איך שילדיג אז מיין טאטע האט נישט געקענט ספעלן ביי מיין ברית באבא שלאמצא דבאשא וואלפא-ה ע"ה'ס נאמען, (דער עיקר איז אז מען רופט מיך נישט מיט א "ת" צום סוף ווייל אויב נישט וועל איך אויסזעהן ווי מרגליא-ה מרגלית נאמען )
ונבנתה העירמאראנצןזאפטגעפילטע פישווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.
ווי אפט איז how often ס'העלפט דיך?
לויט וויך איך בין באקאנט שרייבן די היינטיגע שרייבער וויאזוי אלס איין ווארט און איך האב נישט געזען מ'זאל אננעמען דעם אויבנדערמאנטן חילוק.
בן תמליון . אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.
פאסיק אדער פאסיג?
משולם שטיינפעלדבן תמליון . אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.
פאסיק אדער פאסיג?
ביי אונז חסידים שרייבט זיך פאסיג, די אידישיסטען שרייבן פאסיק הייליק אא"וו, מיר געפעלט עס בעסער.
דעמאלטס איז נישט הייליג ליעב צו האבן הייליק..
פאסיק? דאס באלאנגט פאר די טאטעס וועלכע שמייסן די קינדער..
אין לשה"ק זענען דא געציילטע ווערטער וועלכע דער עולם איז זיך זייער אפט טועה. זייער אסאך שרייבן דעם י' בעפאר דעם ו' ביי די פאלגענדע 2 ווערטער: מקוים, מחויב. מען קען עס אפשר שרייבן מיט 2 יודי"ן, מקויים, מחוייב, כדי זיכער צו מאכן אז מען שרייבט נישט פארקערט, כזה: מקיום, מחיוב. דער טעות שטאמט ווייל ווען מען שרייבט דעם ווארט אן דעם מ', באלאנגט עס יא חיוב, קיום, דער יו"ד קודם.
און ענליך צו דעם, איז דא א חילוק צווישן "מיקל" און "מקיל". מ'שרייבט "מען קען מקיל זיין", נישט מיקל זיין. זייער אסאך שרייבערס דא זענען זיך טועה דערין.
שמעקעדיג, איך בין יעצט אהערגעקומען צו שרייבן ממש וועגן דעם.
חוץ ווען די מ"ם איז א משמש, דעמאלטס שרייבט מען יא מחיוב, נפטר מחיוב הנחת תפילין.
מאראנצןזאפטונבנתה העירמאראנצןזאפטגעפילטע פישווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.
איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי
לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.
ווי אפט איז how often ס'העלפט דיך?
איך קלער נאכאלץ אז דאס קומט פון דעם וואס 'ווי' שטעלט מיט זיך פאר א געוויסע ציור - א סינעריא, ווי יאנקל דער גביר, ווי אין א גרינעם דינסטאג, ממילא נוצט מען עס שוין אויף צו פרעגן אויך, 'ווי אפט' ד.ה. אז 'אפט' איז א געוויסע ציור פון געשעהנישן, און איך וויל וויסן צו וועלכן ציור עס שטעלט זיך צו, צום ציור פון איינמאהל א טאג אדער צום ציור פון איינמאל א וואך.
אנשטאט שרייבן "יונגעלייט", וואס איז א צוזאמענטשטעל פון 2 ווערטער, "יונגע לייט", זענען דא מאנכע וועלכע שרייבן "יונגערלייט", מיט א איבעריגן ר'.
בעיקר קען מען דאס טרעפן ביי די וועלכע שרייבן עס אין ענגליש, Yungerleit (אויף 'וואס איז נייעס' אין די קאמענטס טרעפט מען עס אפט) אדער ביי די וועלכע רעדן נישט א היימישן אידיש.
דער טעות שטאמט ווארשיינליך צוליב דעם וואס בלשון יחיד זאגט מען "יונגערמאן", וועלכע איז פולשטענדיג ריכטיג (אויך 2 ווערטער: "יונגער מאן"), אבער ביי א לשון רבים, פאלט אוועק דער ר', אבער נישט אלע געדענקען אים אוועקצונעמען.
כ'האב שוין כמ"פ געטראפן דא עטליכע ניקס שרייבן אזוי. (ע"פ רוב פאררעכט איך עס).
זייער א וויכטיג אשכול, ייש"כ.
איך בין ווייט פון שלימות. (אגלה סוד, ווען איך ווייס נישט וויאזוי אויסצולייגען די ווערטער, נוץ איך מיין רעליגיע שפראך, היברו.)
בעיקר וואס מיך באדערט, ווען דער שרייבער איז נישט מבחין בין "די" ל"דו", ס'שטערט דעם/דאס רצף הקריאה.
איך בין געשלאגן אין דעם, איך שרייב "אינגערלייט", וועלמער פראבירן צו שרייבן אן די רי"ש פון היינט און ווייטער, און וואס איז מיט די אל"ף ווערסעס יו"ד, איז אינגעלייט נישט מער אידיש, און יונגעלייט מער יידיש?
רוב פראפעסיאנאלע שרייבער היינט צוטאגס שרייבן יונגעלייט, יונג, און נישט אינג.
פון דא: בדחןדי צעטיל איז נאך א באווייז מיט וואס פאר כאפטע קליין שטעטעלע משוגעים מען האט צוטיען,
זאל רמ"מ האבן הצלחה צוצישטעלן כשר פלייש פאר יודן, און די הינט זאל ווייטער בילען ביז עס וועט זיי נמעס ווערן.
כמדומה אז דער ווארט פארמיאוסן אויף לשה"ק קומט געספעלט "נמאס" און נישט "נמעס"....
איז דאס די איינציגסטע טעות וואס דו האסט באמערקט?
קום אהער און לייג זיך איבער...
ניין, ניין, ניין!
דאס האב'ך יעצט באמערקט [און יעצט בינעך אין א מאאד פון קריטעקירן]
און ווען כ'וועל טרעפן נאך [נישט גוטע מאאד'ס] וועל'ך ברענגן נאך !
שמעקעדיג מיינט נישט צן פרעגן בכלליות, נאר אויב דאס איז די איינציגסטע טעות וואס דו האסט געטראפן אין דעם דאזיגן תגובה.
Punctuation Rules
מ'בלעימט נישט קיינעם, מיר ווייסן פונקטליך פון וועלעכע חדר איר האט גראדואירט, און ווען נישט וואלט איר דאך נישט געזיצן דא אינעם שטיבל.
עס איז ראטזאם יעדער זאל א בליק טאהן אויף די פאנקטשועישן ראלס, וועלעכע נעמט געציילטע מינוטן אדורכצוטוהן.
אפילו אויב איר שפירט איר קענט נישט זיין פונקטליך, דאן פראבירט לכל הפחות צו ענדיגן דעם זאץ מיט א Period (.) און נישט מיט א Comma (,) .
פאלגענד איז א ליסטע פון אלע מארקס.
כ'האב נישט קיין צייט יעצט צו שרייבן פונקטליך ווען מ'נוצט וואס, געוויס האט איר א געפיל ווען צו נוצן וואס, און אפילו נישט, נעמט דאס איינס צוויי אדורכצוטוהן.
The Comma [ , ]
The Semicolon [ ; ]
The Colon [ : ]
The Period or Full Stop [ . ]
The Interrogation or Question Mark [ ? ]
The Exclamation Mark [ ! ]
The Dash [ — ]
The Parenthesis [ ( ) ]
The Quotation Mark [ " " ]
פון דא:קאווע טרינקערנישט אז זיין טאטע איז בעסער, זיי ביידע זענען low lifes אין פילן זין פון ווארט
אזוי
גרוילעג צו רעדן אויף א רב?
דרך ארץ! ביטע.
גרויליג, כצ"ל.
זר זהבדעמאלטס איז נישט הייליג ליעב צו האבן הייליק..
מאך נאר זיכער ווען די שרייבסט "הייליקייט" צו פארגעסן דעם גימ"ל..
פון דא:elter-zeideלשבר את האוזן וועל איך דאס אזוי משבר זיין, למשל "צייט" צייט איז דא עבור אין עתיד, נעכטן איז עבור (24 שעה) אייער נעכטן איז נאך פריר א יאר איז נאך פריר, 10 יאר 20 יאר 100
יאר 1000 יאר ביז ווי לאנג א מענטשליך שכל פארנעמט, פריר פון דעם איז א מענטשליך שכל באגרענעצט, ער פארנעמט נישט מער, פינקט ווי א בהמה אדער א חיה פארשטייט נישט ווי אזוי א קאר אדער א פלען פארט אדער פליט, נישט אמאל פארשטייט ער צי פרעגען וויאזוי דאס פארט, אזוי פארשטייט נישט א מענטשליך שכל א אהנהייב פין צייט, אויך דאס זעלבע מיט "פלאץ" א מענטש איז דא אזא מין זאך ווי איין אינטש איין פיס איין מאאל אדער טאג ליכט, אזוי אויך מיט הויעך ווי הויעך איז נאר מעגלעך ענדיגט זיך דאס נישט, ווייטער דער כל יכול ביי עם איז דאס א פשט'ע זאך, נישט דא ביי עם אזא מין זאך צייט, ווייט, הויעך, דאס איז טייטש אין דע אני מאמין, ואין לו שום דמיון כלל, אין פינקט ווי דע חיות פארשטייען נישט אינץ מענטשען, פארשטייען מיר נישט זאכען וואס ביי זיי איז עס א פשטע זאך, ווייטער דער באשעפער פארשטייט אלס אין נאך אסאך מער עד אין סוף, דאס איז נאר בקיצור מ'קען שרייבען אין רעדען דערפין עד אין סוף, י
פריער
באגרעניצט
פונקט
מעגליך
אונז
פשוט'ע
דערפון
ויש להוסיף (די בלויע):
פון דא:elter-zeideלשבר את האוזן וועל איך דאס אזוי משבר זיין, למשל "צייט" צייט איז דא עבור אין עתיד, נעכטן איז עבור (24 שעה) אייער נעכטן איז נאך פריר א יאר איז נאך פריר, 10 יאר 20 יאר 100
יאר 1000 יאר ביז ווי לאנג א מענטשליך שכל פארנעמט, פריר פון דעם איז א מענטשליך שכל באגרענעצט, ער פארנעמט נישט מער, פינקט ווי א בהמה אדער א חיה פארשטייט נישט ווי אזוי א קאר אדער א פלען פארט אדער פליט, נישט אמאל פארשטייט ער צי פרעגען וויאזוי דאס פארט, אזוי פארשטייט נישט א מענטשליך שכל א אהנהייב פין צייט, אויך דאס זעלבע מיט "פלאץ" א מענטש איז דא אזא מין זאך ווי איין אינטש איין פיס איין מאאל אדער טאג ליכט, אזוי אויך מיט הויעך ווי הויעך איז נאר מעגלעך ענדיגט זיך דאס נישט, ווייטער דער כל יכול ביי עם איז דאס א פשט'ע זאך, נישט דא ביי עם אזא מין זאך צייט, ווייט, הויעך, דאס איז טייטש אין אני מאמין, ואין לו שום דמיון כלל, אין פינקט ווי דע חיות פארשטייען נישט אינץ מענטשען, פארשטייען מיר נישט זאכען וואס ביי זיי איז עס א פשטע זאך, ווייטער דער באשעפער פארשטייט אלס אין נאך אסאך מער עד אין סוף, דאס איז נאר בקיצור מ'קען שרייבען אין רעדען דערפין עד אין סוף
עבר
פלעין / עראפלאן
פרעגן
אנהייב
מייל
הויך
אים
אלעס
שרייבן און רעדן
וואס מאכט מען חוזק פון אן אלטע-זיידע?
אפשר אמאל גערעדט אנדערשט מ'האט?
ברעט מענינגווי אזוי קען זיין אז מען האט פארגעסען פין די גאנצע מעשה דורך אויס די גאנצע 10 יאר?
אין נאכדעם קול, פין די גאנצע 10 יאר האבן זיי נישט געטראפען קיין מינוט זיך ארויסציראטעווען?
פאני!
פרוידיען סליפ?
זייער אסאך וועלענדיג אונטערשטרייכן עטליכע פונקטן , שרייבן זיי "נאכדעם כל".
דאס איז לכאורה גרייזיג.
ס'קומט "קודם כל", דערנאך "צווייטנס", דריטנס, אא"וו.
"יואב", ביסט זיכער גערעכט אז "נאכדעם כל" האט נישט קיין שום פשט דארט וואו מ'נוצט עס! אבער, לדעתי מיינט עס נישט דער עולם אלץ די טייטש פונעם ווארט, נאר ס'איז מער אזא סלענג!
פין/פון
ווען שרייבט מען פין און ווען שרייבט מען פון?
אויב איך ווייס גיט איז נישטא קיין ׳פין׳ מיט א יוד, נאר פון מיט א וואו.
איך זע אז איך האב בטעות געשריבן איינמאל מיט א יוד, עס איז נישט געווען דירעקט.
MickyMouseאויב איך ווייס גיט איז נישטא קיין ׳פין׳ מיט א יוד, נאר פון מיט א וואו.
איך זע אז איך האב בטעות געשריבן איינמאל מיט א יוד, עס איז נישט געווען דירעקט.
וכן דעתי.
פאר פריינד פ' פלעגט פירקלען פארוםינו פלעגט פין פאני פאר פאראיין פון.
(גיט) גוט.
א סעיפטי פין!
אסאך שרייבן דעם אויסדרוק "יש דברים בגוי", דער לעצטער יו"ד איז א טעות סופר, בגוי מיינט "אין א גוי", מען דארף שרייבן בגו (מען פינטעלט עס מיט א חול"ם), צב"ש בגו עדן גינתא, בגו מיינט "דערין".
שמעקעדיגאסאך שרייבן דעם אויסדרוק "יש דברים בגוי", דער לעצטער יו"ד איז א טעות סופר, בגוי מיינט "אין א גוי", מען דארף שרייבן בגו (מען פינטעלט עס מיט א חול"ם), צב"ש בגו עדן גינתא, בגו מיינט "דערין".
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/89870">viewtopic.php?p=89870#p89870</a><!-- l -->
מאנכע שרייבן דא (און אויף אנדערע מקומות) עס איז נישט "געאייניגט" פאר דעם. די ריכטיגע וועג איז צו שרייבן "געאייגענט", א לשון פון "פאסיג".
מדי דברי בו, זענען אויך דא אסאך וואס מאכן א טעות ביים שרייבן, א דירה צו פארדינגען פאר א "צוגעגליכענע" פרייז. ס'איז צו שטוינען וויפיל מאל איך האב שוין געטראפן דעם טעות, כמעט אין יעדע אויסגאבע קען מען עס טרעפן. דער ריכטיגער ווארט איז "צוגענגליכע" (לכאורה מלשון going).