☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3483
בלאט: 1 2 3 4 5

ישובניק » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:18 am

· #164088
לעמיל
[ציטאט אראפגענומען]

קיינמאל נישט געוויסט

==געוואוסט

יישר כח

ישובניק » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:24 am

· #164089
שמעקעדיג
א גרייז וואס איך טרעף אפט, אפילו אין פראפעסיאנאלע אויסגאבעס.
דער חילוק צווישן ווערט / ווערד
ווערט איז פשוט, א יונגל ווערט א בחור, א בחור ווערט א טאטע,
ווערד (worth) איז "וויפיל איז דאס ווערד"?
רוב שרייבן אלץ מיט א ט', וויפיל איז עס ווערט? דאס איז א טעות.



ווערט איז אויך ריכטיג, נישט קיין טעות.

ישובניק » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:29 am

· #164090
דייטל
נהורא נפישא
דייטל

צ"ל אלס.
צ"ל זיי דיך.
צ"ל אריינגערעכנט
די שטומע הא"ס, איינשטימיג צי נישט, אזוי שרייבן היינט רוב מנין ובנין פון גוטע שרייבער, מ'האט אפיציעל געדראפט דעם איבעריגן דייטשן ה"א, ס'נאריש זיך צו עקשנ'ן דערויף. אפגערעדט צי ס'איז גערעכט צי נישט.
צ"ל אלנפאלס.
צ"ל דער עיקר ביי
צ"ל גראמאטיק.
ותן לחכם ויחכם עוד

גראמאטיג לדוגמא איז געווען א טעות סופר
אגב איך פלעג אסאך ליינען דעם אלגעמיינער זשורנאל ( די זשעקאבסאהנס זענען באגאבטע שרייבער) מיר דוכט ( דאכט) זיך אז ביי זיי שרייבט מען "אלטץ"
נאך א חילוק פון אונזער יידיש (אידיש) און די רוסישע, זיי שרייבן ליידיק אנשטאטס ליידיג, רוהיק אנשטאטס רואיג, וכדומה
איבער "זייט" ביזטו גערעכט אבער ס'ווערט למעשה ברייט באנוצט היינט צוטאגס, אמאל פלעגט עס אויך באדייטן ווי היינט "זענט"
וואלטס דיר (זיך?) געקענט שטעלן אויף "דיך" און זאגן צ"ל דיר



איבער "דער עיקר איז" בין איך מסכים
דאס איבריגע (איבריקע) בין איך לאו דוקא מסכים
גראדע יעצט נאכקוקענדיג האב איך געפינען אז סיי די אלגעמיינער און סיי די פארווערטס שרייבן "אלס" אנשטאט "אלטץ"



"זייט" איז בוודאי א ווארט, נאר אין איר ריכטיגן ארט.
מ'קען זאגן ווי @דער פינטעל איד האט געשריבן אויבן - "זייט אייך" [נישט מייאש], אבער ווען מ'נוצט נישט דעם ערנפולע "אייך". נאר אנשטאט, דעם פראסטן "דו". פאסט צו שרייבן "זיי דו".

נאך א באדייט פאר די ווארט "זייט" איז דאס וואס מ'נוצט היינט "זייט" אנשטאט "זינט".

און אז דו רעדסט פון אלטע שרייבער, קענסטו אויך שרייבן "ביזסטו" ווייל אזוי קומט דאס ווארט אריגינאל אזוי ווי קענסטו, מעגסטו, הערסטו, זעסטו, האסטו, וכו' וכו'. די זי"ן ווערנדיג נבלע אינ'ם ווארט פאלט דאס ארויס.

==לאו דווקא. ביסטו איז אויך קארעקט.

די דיך\דיר\זיך סוגי' איז נישט אנגעקומען צו א קלארער גאנג צווישן די שרייבער ועולם כמנהגו נוהג, יעדער לויט ווי אים שמעקט.

==דיך איז אקוזאטיוו (ווען די פעולה האט א דירעקטן עפעקט); דיר - דאטיוו (ווען ס'איז נוגע נאר אומדירעקט צו יענס/יענעם).
==זייט זיך ניצט מען אזוי ווי זייט אייך. אויך בלשון יחיד: זיי זיך.
==אלץ - אלעס. אלס - ווי.

צו וועלכע איבעריגע ביסטו נישט מסכים? נא לפרט.

ישובניק » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:31 am

· #164091
דייטל
נהורא נפישא
@דייטל קוקסט מיר אויס צו זיין א מומחה אינעם געביט פון גראמאטיק.
not really, רעלאטיוו.

וואלט איך געוואלט פרעגן איבער די-דער-דאס וואס זייער באנוץ ווענדט זיך צו דער שם עצם אדער שם תואר איז פונעם מענערישען אדער ווייבערישען מין אדער פלוראל, איז טאקע אין יידיש אזויווי דויטש און נאך שפראכן (ספאניש, פראנצוזיש, אלט-ענגליש, העברעאיש, אראביש, און נאך) פארהאן אויף נישט לעבעדיגע אביעקטן אדער באגריפן אז ס'זאל זיין אדער פונעם מענערישען אדער פונעם ווייבערישען מין ? און אז יא וויאזוי דערקענט מען זיי ?
ס'איז פארהאן, וויאזוי מ'דערקענט זיי איז איינע פון די שווערסטע שאלות, בעצם איז נישטא וואס צו דערקענען אין א זאך וואס איז נישט לעבעדיג, נאר דאס איז זעט אויס הסכמת השפות ווי דער אבן עזרא זאגט בפ' ויצא כל דבר שאין בו רוח חיים זכרהו ונקבהו, ברויך מען דאן אזוי צו טון.
ס'דא וואס ווילן זאגן אז מ'דערקענט עס מצורת האות נישט פונ'ם אביעקט, שטימט עס אבער נישט דווקא.
די שאלה - וואס איז וואס? איז א ברענעדיגע. איינער הייסט קוקן לויט לשון הקודש, אן אנדערער לויט דייטש, דער לעצטער האט ווארשיינליך מער רעכט.

==ווענדט זיך ווי אזוי ס'איז נתגלגל געווארן דאס ווארט אין אידיש, צי דורך דייטש, צי דורך סלאווישע שפראכן (רוסיש, פויליש וכו'), וואס דעמאלט האט עס איבערגענומען דעם מין פון יענער שפראך אויך אויב דער ערשטער מקור איז דייטש.

די פשוט'סטע וועג איז צו קוקן אין ווערטער-ביכער וואס האבן אנגעצייכנט נעבן א noun אויב ס'איז ז' אדער נ'.


"אזויווי" "וויאזוי" שרייבט מען טאקע אזוי ?
אויב דו מיינסט צו פרעגן צי מ'שרייבט עס אין איין ווארט אדער צוויי ? די גוטע שרייבער שרייבן עס אין צוויי ווערטער כזה "ווי אזוי".
אויב דו מיינסט צו פרעגן עפעס אנדערש נא לפרש, בעצם איז דאס ווארט "אזוי" איבעריג, און אין געוויסע מקומות [אזוי] ווי אין אר"י לאזט מען גענצליך אויס, מ'הערט זיי פרעגן פראגעס "ווי הייסטו"? "ווי פאסט עס" "ווי איז דער דין".
ווען מ'וויל מדמה זיין צוויי זאכן קענסטו זען אז מ'זאגט "דאס איז פונקט [אזוי] ווי דאס". מיר שרייבן יא כסדר "אזוי". סיי ביי "ווי אזוי" און סיי ביי "אזוי ווי".


קען מען שרייבן "פלוראליסטיש" אנשטאטס "אין פלוראל"
פלוראליסטיש מיין איך איז א פיליזאפישע אויסדרוק, און טייטשט נישט ריכטיג אפ דאס באדייט פון לשון רבים אין שפראך.

אגב קען זיין אז כ'האב אריינגעווארפן אפאר איבריגע עי"ןס
מודים דרבנן היינו שבחייהו! i admire you for being humble

"אלנפאלס" איז טאקע א לשון קצרה א סינאנים פאר דעם איז דא "אין איעדנספאל" (אדער אין יעדנספאל)

ברסלבער » דאנערשטאג דעצעמבער 5, 2013 2:33 pm

· #166495
ווייסט איינער דער חילוק פון 'דאן' און 'דעמאלט'?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 1:50 am

· #166647
וואס איז די חילוק צווישן then און at that time?

פידלער » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 8:17 am

· #166666
געפילטע פיש
וואס איז די חילוק צווישן then און at that time?


די מיינונג קען זיין די זעלבע, אבער ווען מ'דארף נוצן וועלכע ווענדט זיך אין context. געב סענטענסעס examples.

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 9:21 am

· #166673
גענוי וואס כ'האב געמיינט צו ענטפערן הרב ברעסלבער.

ברסלבער
ווייסט איינער דער חילוק פון 'דאן' און 'דעמאלט'?


די מיינונג קען זיין די זעלבע, אבער ווען מ'דארף נוצן וועלכע ווענדט זיך אין context. געב סענטענסעס examples.

פידלער » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 9:35 am

· #166674
אה! סארי, an obtuse moment.

ברסלבער » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 9:38 am

· #166675
[list]ווען דו וועסט מיר עס גוט מסביר זיין דאן/דעמאלט וועל איך עס פארשטיין.
למעשה נאכדעם וואס דו האסט עס גוט מסביר געווען דאן/דעמאלט האב איך עס שוין פארשטאנען.
ווען עס וועט ארויס קומען די נייע ווערסיע דאן/דעמאלט וועל איך עס קויפן.
ווען עס איז ארויס געקומען די נייע ווערסיע דאן/דעמאלט האב איך עס געקויפט.
מיט פופציג יאר צוריק, דאן/דעמאלט איז נאכנישט געווען קיין קאמפיוטערס, האב מען געשריבן אויף פאפיר.
ווען איך ווייס באמת אז דער באשעפער איז מיט מיר, דאן/דעמאלט האב איך נישט קיין מורא.[/list:u]

@געפילטע פיש, גענוג משלים?
אפשר האט עס צוטוהן מיט להבא און לשעבר? דאן איז להבא און דעמאלט איז לשעבר?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 10:57 am

· #166689
אויף פונקטליכע כללים וועסטו מוזן ווארטן פאר די דיקדוק חכמים, אבער אין רוב פלעצער זענען די צוויי אינטערטדעינדזשעבעל, אבער לשון עתיד איז באקוועמער דאן, און לשון עבר קלינגט בעסער דעמאלט\דענסמאל.

אפטעמיסט » פרייטאג דעצעמבער 6, 2013 11:09 am

· #166692
סאיז דא ווערטער וואס מען ניצט ביים רעדן, און סאיז דא ווערטער וואס מען ניצט ענדערש נאר ביים שרייבן. 'דעמאלט' איז א רעגולארע ווארט וואס מען ניצט ביים רעדן, ווידער 'דאן' איז אז ווארט וואס מען זעהט געווענליך נאר געשריבן.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2013 11:03 pm

· #171036
דער לשון רבים פון 'בריוו' איז אויך 'בריוו'.

Josh » דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:33 pm

· #176467
וואו, איז: Where,
ווי, איז: How, Like, Etc.

יעצט איז מיין שאלה. ווען מ'וויל למשל זאגן פון וואנען ווייסטו. קען מען זאגן וויאזוי ווייסטו אויך.

למעשה, געוויס אלס קירצונג, שרייבט מען "וואו/ווי ווייסטו וכו'.

אין ענגליש איז דא פעלער ווען מ'זאגט How do u know, אין פעלער וואס מ'זאגט: From where etc.
וויל איך וויסן אין אידיש, אין וועלכע וועג נוצט מען דאס?

פידלער » מיטוואך יאנואר 15, 2014 7:33 am

· #176528
מען זאגט נישט אין ענגליש "From where do you know"
דאס איז grammatically incorrect.

אפטעמיסט » פרייטאג יאנואר 17, 2014 10:27 am

· #177131
איך האב נעכטן געפענט אן אשכול לזיכוי הרבים, מיטן נאמען "דער מצוה אשכול". ביים שרייבן דעם קעפל בין איך נישט געוועהן זיכער צי כ'זאל שרייבן אזוי, אדער שרייבן "די מצוה אשכול". כ'האב אפגעמאכט אז דאס ווארט "דער" באציט זיך אויף דאס ווארט "אשכול" און כ'האב דעריבער געשריבן "דער" נישט "די". בין איך גערעכט אדער מ'דארף שרייבן "די" און ס'גייט ארויף אויף דאס ווארט "מצוה"?

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 17, 2014 12:14 pm

· #177155
כ'ווייס נישט, אבער "די מצוה" אשכול וואלט געמיינט עפעס אנדערש, און וואלט געדארפט זיין אין מאחורי.

יואב » פרייטאג יאנואר 17, 2014 3:38 pm

· #177201
אפטעמיסט
איך האב נעכטן געפענט אן אשכול לזיכוי הרבים, מיטן נאמען "דער מצוה אשכול". ביים שרייבן דעם קעפל בין איך נישט געוועהן זיכער צי כ'זאל שרייבן אזוי, אדער שרייבן "די מצוה אשכול". כ'האב אפגעמאכט אז דאס ווארט "דער" באציט זיך אויף דאס ווארט "אשכול" און כ'האב דעריבער געשריבן "דער" נישט "די". בין איך גערעכט אדער מ'דארף שרייבן "די" און ס'גייט ארויף אויף דאס ווארט "מצוה"?

דער איז גוט. מצווה איז מסביר וואספארא "אשכול" דאס איז.

מאראנצןזאפט » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 6:43 pm

· #177209
ווי איך פארשטיי איז אשכול א לשון נקיבה, והראי' אז מ'זאגט אשכולות און נישט אשכולים, און דעריבער וואלט מען געדארפט שרייבן די מצוה אשכול.
דאכט מיר אז @אנאנים נעמט אויך אן אזוי, ואין מהרהרין אחריו.
@יואב פון וואו נעמסטו דיין הנחה מיט אזא זיכערקייט?

אפטעמיסט » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 6:55 pm

· #177211
וַיָּבֹאוּ עַד-נַחַל אֶשְׁכֹּל, וַיִּכְרְתוּ מִשָּׁם זְמוֹרָה וְאֶשְׁכּוֹל עֲנָבִים אֶחָד (במדבר יג כג).
דא איז משמע אז ס'איז א לשון זכר ("אחד").

יואב » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 9:38 pm

· #177247
מאראנצןזאפט
ווי איך פארשטיי איז אשכול א לשון נקיבה, והראי' אז מ'זאגט אשכולות און נישט אשכולים, און דעריבער וואלט מען געדארפט שרייבן די מצוה אשכול.
דאכט מיר אז @אנאנים נעמט אויך אן אזוי, ואין מהרהרין אחריו.
@יואב פון וואו נעמסטו דיין הנחה מיט אזא זיכערקייט?

כ'האב בעיקר געפריווט אונטערצושטרייכן אז מ'רעכענט זיך נישט מיטן ווארט "מצווה", נניח אשכול איז לשון זכר. אבער דא האב איך אמאל געזען אז אשכול איז לשון זכר.
<a class="postlink" href="http://m.milog.co.il/">http://m.milog.co.il/</a>אשכול

נהורא נפישא » מוצ"ש יאנואר 18, 2014 10:16 pm

· #177250
מאראנצןזאפט
ווי איך פארשטיי איז אשכול א לשון נקיבה, והראי' אז מ'זאגט אשכולות און נישט אשכולים, און דעריבער וואלט מען געדארפט שרייבן די מצוה אשכול

אשכול איז א לשון זכר, אמת אז בד"כ ביי א לשון רבים ענדיגט מען ביי א ל' זכר ים און ביי ל'נקיבה ות, זענען אבער דא יוצאים מין הכלל לדוגמא אב וואס איז א לשון זכר זאגט מען אבות, אשה וואס איז א לשון נקיבה זאגט מען נשים.

יואב » זונטאג יאנואר 19, 2014 5:28 am

· #177284
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, דאס אז אפילו אויב אין לשון קודש וואלט דאס געווען לשון נקיבה, וואלסטו דאס נאך אלץ גענוצט אלס לשון זכר אין אידיש. דיין נקודה איז, אז אזא ווארט ווי "אשכול" למשל, וואס אין די תורה האט מען נישט געמיינט קאווע שטיבל'ס אשכולות, מילא איז מען דן ביינונז וואספארא מין אזא ווארט וואלט געטראגן, אדער מיינסטו אז בכלל ברויך מען אין אידיש זעהן כללים אנדערש ווי אין לשון קודש. ביטע עלאבאריר, א דאנק.

ישובניק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:10 am

· #180302
אפטעמיסט
איך האב נעכטן געפענט אן אשכול לזיכוי הרבים, מיטן נאמען "דער מצוה אשכול". ביים שרייבן דעם קעפל בין איך נישט געוועהן זיכער צי כ'זאל שרייבן אזוי, אדער שרייבן "די מצוה אשכול". כ'האב אפגעמאכט אז דאס ווארט "דער" באציט זיך אויף דאס ווארט "אשכול" און כ'האב דעריבער געשריבן "דער" נישט "די". בין איך גערעכט אדער מ'דארף שרייבן "די" און ס'גייט ארויף אויף דאס ווארט "מצוה"?


זייער ריכטיג. אויב דער קאנצעפט וואלט באשטאנען פון די ביידע ווערטער "די מצוה" דאן וואלט עס געווען דער. א גוטער סימן אנצואווייזן קלארער אויף וואס מ'באציט זיך אין אזא פאל איז דער באהעפטונג שטריך {-}. ווען מ'שרייבט דער מצוה-אשכול, איז קלאר אז דער באציט זיך אויף אשכול, און דעריבער אויך אז דער איז ריכטיג.
גערעכט איז אויך ווער עס זאגט אז אויך אויב עס וואלט געווען אין לה"ק א ל' נקבה, וואלט אשכול אין אידיש באטראכט געווארן פון מענליכן מין.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:20 am

· #180307
זאגט מען ''ווי'' אדער ''פון''? למשל מ'זאגט ''איך בין א גרעסערע נערוון קריכער פון עם''. מ'זאגט ''איך בין מער אויפגעקלערט פון יענעם'', ''איך קען שנעלער עסן גיד הנשה פון יענעם'' (אלעס משלים, איך עס נישט גיד הנשה אפילו ווען איך בין פונקט מיט מיינע אויפגעקלערטע חברים און זיי עסן יא, ס'נישט פון מיינע תאוות).
דא אבער שטימט עס נישט: ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי יענער'' ס'שטימט מער ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי פון יענעם''. אדער ווען מ'פרעגט איינעם ''שרייבט דיין חבר בעסער ווי דיר'' אדער זאגט מען ''שרייבט דיין חבר בעסער פון דיר''?

אפטעמיסט » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:28 am

· #180316
וויאזוי דו וועסט נאר זאגן וועט גוט זיין. קענסט זאגן "איך ווער משוגע פון פינטעל", און מ'קען זאגן "פינטעל איז מער ווי משוגע". לייג נאר דאס ווארט "פינטעל" מיט "משוגע" אין איין שורה- און ס'איז אקעי.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:30 am

· #180318
א וואס?
זאג איך האב מער לייקס פון דיר אדער דו האסט מער לייקס ווי מיר?

ישובניק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:59 am

· #180339
דער (פינטעל) איד
זאגט מען ''ווי'' אדער ''פון''? למשל מ'זאגט ''איך בין א גרעסערע נערוון קריכער פון עם''. מ'זאגט ''איך בין מער אויפגעקלערט פון יענעם'', ''איך קען שנעלער עסן גיד הנשה פון יענעם'' (אלעס משלים, איך עס נישט גיד הנשה אפילו ווען איך בין פונקט מיט מיינע אויפגעקלערטע חברים און זיי עסן יא, ס'נישט פון מיינע תאוות).
דא אבער שטימט עס נישט: ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי יענער'' ס'שטימט מער ''איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי פון יענעם''. אדער ווען מ'פרעגט איינעם ''שרייבט דיין חבר בעסער ווי דיר'' אדער זאגט מען ''שרייבט דיין חבר בעסער פון דיר''?



ביידע זענען ריכטיג, אבער פאלגנד זענען די חילוקים.
איך בין א גרעסערער וכו' פון אים, אבער -- ווי ער (באדייט: ווי ער איז).
מער...פון יענעם, אבער ווי יענער.
איך בין מער באקאנט...ווי יענער, אבער פון יענעם. ס'וואלט זיך געלייענט קלארער אזוי: איך בין מער באקאנט ווי יענער (אדער פון יענעם) אין אייראפע.
איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי פון יענעם - דאס איז נישט קיין ווערטער. איך בין מער באקאנט אין אייראפע ווי יענעם -- וואלט באדייט מער באקאנט אין אייראפע ווי אין יענעם.
דיין חבר שרייבט בעסער ווי דו [שרייבסט], אדער פון דיר, אבער נישט ווי דיר. דיין חבר שרייבט אים בעסער ווי דיר -- וואלט באדייט שרייבט פאר אים בעסער ווי פאר דיר.
דו איז נאמינאטיוו.
ווי איז א פארגלייך-ווארט, אייגנטליך א פארבינדונג-ווארט (קאניוקציע) וואס הייבט אן א [באהאלטענעם] נייעם זאץ-טייל.
דיר איז נאר אין דאטיוו, דעריבער קומט עס נאך פון וואס איז א פרעפאזיציע.
דיך איז אקוזאטיוו - איך קען דאס אזוי גוט ווי דיך -- וואלט באדייט איך קען דאס אזוי גוט ווי איך קען דיך.

ישובניק » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:02 am

· #180340
דער (פינטעל) איד
א וואס?
זאג איך האב מער לייקס פון דיר אדער דו האסט מער לייקס ווי מיר?


מער לייקס פון דיר איז ריכטיג
אזוי אויך מער לייקס ווי איך [האב]
נישט מער ווי מיר, וואס וואלט באדייט -- ווי מיר (ל' רבים) האבן.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:35 pm

· #180498
אוי סאיז אביסל צו טיף פאר מיר איך כאפ עס נישט אינגאנצן אבער אביסל זע איך יא וואס דו זאגסט. שכח!


ישובניק
דער (פינטעל) איד
א וואס?
זאג איך האב מער לייקס פון דיר אדער דו האסט מער לייקס ווי מיר?


מער לייקס פון דיר איז ריכטיג
אזוי אויך מער לייקס ווי איך [האב]
נישט מער ווי מיר, וואס וואלט באדייט -- ווי מיר (ל' רבים) האבן.

דאס איז א חידוש פון א העזה אריינצורעדן אין עפעס וואס דו קענסט גאר קיין ידועה נישט האבן ... דו האסט דאך נאך קיינמאל נישט געלייקט. 😂 😂 😂

מאטי » דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:08 pm

· #180555
"ידיעה"

ישובניק » דאנערשטאג פעברואר 6, 2014 5:04 pm

· #182089
ריכטיג, רוב לשון-הקודש ווערטער אין אידיש זענען "דער", אויסער די וואס ענדיגן זיך מיט -ות (אין לשון יחיד), וואס זענען אמאל די, אמאל דאס. אפילו אזעלכע ווערטער ווי זכות, טלית, וכדו', זענען אויך ל' זכר אין אידיש.
עס זענען יא דא קלארע כללים אין אידיש וועלכע ווערטער זענען זכר, נקבה, אדער נייטראל, אבער די סיבה פארוואס א ווערטערבוך קומט צונוץ איז סיי ווייל עס זענען אויך דא זייער אסאך אויסנאמען, און אויך פאר די וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די כללים.
די ווערטער וואס קומען נישט פון דייטש, נאר פון אנדערע שפראכן, זענען אין אידיש איןל' זכר, א חוץ א פאר אויסנאמען, צום ביישפיל, די וואס ענדיגן זיך מיט -ור, -יק, -אנץ, -ענץ, -יטעט, -יי, -עם, און נאך א פאר.

ונבנתה העיר » מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:09 pm

· #185035
איך זעה עפעס נישט אן אשכול אנצופרעגן ווי אזוי מען ספעלט א ווארט.

וואס טוהט מען ווען א ווארט הייבט זיך אהן מיט די זעלבע אותיות ווי די שימוש וואס מען וויל צו איהר צולייגן?

ער האט זיך געשטופט צוצוקומען, ער האט זיך נישט געיאגט צוצולייגן, וכדומה.

ברסלבער » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 11:54 am

· #185132
און וואס טוט מען ווען דער "צו" קלאפט זיך צוזאם מיט נאך א ו', ווי למשל צו-וואקסן, דער בוים האט זיך שיין צווואקסן/ציוואקסן/צעוואקסן?

אפטעמיסט » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 12:01 pm

· #185133
מען שרייבט צעוואקסן. (עי' ערך צעפראסקעט).

ישובניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:59 pm

· #185328
אין דעם פאל שרייבט מען אזוי ווי אפטעמיסט האט פארגעשלאגן - צעוואקסן.
אויב מען וויל אבער זאגן אז איינער וועט אביסל וואקסן, זאגט מען: ער וועט צואוואקסן -- מיט אן א' אינדערמיט, ווי מאדנע עס זאל נישט אויסזען. אז מ'קען זיך אן עצה געבן מיט אן אנדער ווארט איז אוודאי גוט. די אידישיסטן פינטלען דעם ערשטן וואו מיט א מלאפום. ס'איז אמאל געווען א פרואוו ביי טייל פון זיי צו באשאפן א נייעם אידישן בוכשטאב א V וואס דאס זאל זיין אנשטאט דעם טאפלטן וואו.

ישובניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 9:59 pm

· #185329
ונבנתה העיר
איך זעה עפעס נישט אן אשכול אנצופרעגן ווי אזוי מען ספעלט א ווארט.

וואס טוהט מען ווען א ווארט הייבט זיך אהן מיט די זעלבע אותיות ווי די שימוש וואס מען וויל צו איהר צולייגן?

ער האט זיך געשטופט צוצוקומען, ער האט זיך נישט געיאגט צוצולייגן, וכדומה.


ריכטיג.

איש עברי » פרייטאג מערץ 7, 2014 6:45 am

· #189281
פאשוואונדענע ניק'ס וואו זענט עטץ?, אדער פארוואונדענע ניק'ס וואו זענען ענק?

אפטעמיסט » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:40 pm

· #194545
וויאזוי איז ריכטיג צו שרייבן, "דיין געבורטסטאג 'געפאלט אויס' דעמאלט", אדער "דיין געבורסטאג 'געפאלט' דעמאלט"? און, וואס איז ריכטיג: "געבורטסטאג" אדער "געבורטאג"? (אינספייערד צוליב דאס).

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:45 pm

· #194551
געבורטסטאג
די ערשטע פראגע זענען ביידע לכאורה גוט

ישובניק » פרייטאג אפריל 4, 2014 4:06 am

· #194636
פאלט אויס

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:14 am

· #194672
פיל אדער פול? למשל פילע קאסע, אדער פולע קאסע?

אפטעמיסט » פרייטאג אפריל 4, 2014 10:19 am

· #194675
אנגעפילט (הגם וואס דער שורש איז "פול"). פיל= אסאך.

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:45 pm

· #194697
פולע.

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 4, 2014 1:53 pm

· #194698
רויטע וואנצעס
פיל אדער פול? למשל פילע קאסע, אדער פולע קאסע?

עס איז דא "פיל" געלט אין א "פולע" קאסע.

ונבנתה העיר » פרייטאג אפריל 4, 2014 2:16 pm

· #194701
מיר האט זיך אויך אזוי געדאכט, כ'האב זיך אבער דערמאנט אז דער ליובאוויטש'ער רבי ז"ל פלעגט זאגן/שרייבן 'א פולע' אין די הבנה פון 'אסאך'.

יואב » זונטאג אפריל 6, 2014 5:10 am

· #194831
פול - (Full (adjective
פיל - (Fill (verb

ישובניק » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:48 pm

· #195135
אפטעמיסט
אנגעפילט (הגם וואס דער שורש איז "פול"). פיל= אסאך.


ריכטיג.

ישובניק » מאנטאג אפריל 7, 2014 8:50 pm

· #195136
יואב
פול - (Full (adjective
פיל - (Fill (verb


לאו דווקא. פיל קען זיין אן אדווערב (אמת, אמאל אויך א ווערב איך פיל אן) - פיל אויפטון, אבער פונקט אזוי אויך אן אדיעקטיוו: פיל זאכן. בקיצור, איז דער חילוק: פול מיינט אנגעפילט און פיל מיינט אסאך.

מאראנצןזאפט » מאנטאג אפריל 7, 2014 9:14 pm

· #195139
ווי אויך האט פיל נאך א באדייט: איך פיל נישט גוט.
בלאט: 1 2 3 4 5