☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

245 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3483
בלאט: 1 2 3 4 5

פידלער » מוצ"ש יוני 1, 2013 10:42 pm

· #120088
די אשכול געפעלט מיר. איך האב א פילינג אז מיינע ווערטער וועלן אפט אנקומען אהער. אינטערעסאנט אז פונקט יעצט איז אין די נייעס א קאנטראווערסי וועגן די ספעלינג פון transliterated אידיש.

<a class="postlink" href="http://www.nytimes.com/2013/06/01/nyregion/some-say-spelling-of-a-winning-word-wasnt-kosher.html">http://www.nytimes.com/2013/06/01/nyreg ... osher.html</a>

פרישער » מוצ"ש יוני 1, 2013 10:51 pm

· #120095
אוי ציטער איך אז מעצעך נעמען דא איבער מייו געביין, ביטע נאר ניצען קליינע שטיינדלעך.

געפילטע פיש » מוצ"ש יוני 1, 2013 11:00 pm

· #120097
דא אימענאר מתקן אידיש, ניש פרידיש. האניש מורא.

בן תמליון » מיטוואך יוני 5, 2013 9:28 am

· #121603
איינער האט ג'עפנט א אשכול וועגן "רייכענען" איך מיין עס איז "רייכערן".

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 7, 2013 9:47 am

· #122753
"ענליך", מיינט ס'איז גלייך, אין ענגליש זאגט מען עס similar, עס קומט נישט א ד' אינמיטן ווארט. (דער סגול פונעם ע' איז א "געדריקטער" כאילו עס וואלט געשטאנען "עינליך").
אסאך שרייבער שרייבן עס "ענדליך", מיט א ד', וואס מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש (finally), און דא דריקט מען נישט נישט דעם ע' אזוי שטארק.
מישן די 2 ווערטער איז א גרויסער טעות וואס דארף ווערן גענומען אין באטראכט בשעת'ן שרייבן.

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 17, 2013 10:57 am

· #125443
א גרויסער עולם דא שרייבט "צירוק" אנשטאט "צוריק".
WRONG

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 2:05 am

· #129143
די טעות וואס איך באמערק (און מאכט נערוועז) דאס מערסטע, איז און מיט אין.

מען שרייבט און ער איז אריין אין צימער.

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 2:06 am

· #129144
דאס איז נישט אזא שלעכטע טעות, ס'מער אן אידענטיטעט. ביטע לאז עס אזוי, וד"ל

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 2:08 am

· #129149
זר זהב
דאס איז נישט אזא שלעכטע טעות, ס'מער אן איידענטיטי. ביטע לאז עס אזוי, וד"ל

כ'כאפ נישט

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 2:10 am

· #129150
רוב פון די וואס מאכן די סארט קינדערישע מיסטעיקס שרייבן געווענליך שטותים מיט הבלים. ס'איז גרינגער אויפ'ן הארץ עס צו ליינען מיט קינדערישע ספעלינג מיסטעיקס (נישט געמיינט פרישער)

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 2:10 am

· #129151
האט שוין איינער געשריבען די חילוק פון די און דו?

מען שרייבט דו האסט ארויס די זאך.

boxcover » זונטאג יוני 30, 2013 2:36 am

· #129169
איז פארהאן א ריכטיגע און נישט-ריכטיגע ספעלינג פאר אלץ אדער אלס?

זר זהב » זונטאג יוני 30, 2013 2:42 am

· #129172
ס'האט דען די זעלבע באדייט? "אלץ וואס פרעגסטו?" איז אנשטאט "פארוואס". און "אלס" איז פארן ווארט "אלעס"

קארעקט מי איף איים קארעקט

שמעקעדיג » זונטאג יוני 30, 2013 2:56 am

· #129177
סאונדס ראנג.

אלץ מיינט: אייביג, שטענדיג, כסדר. "אלץ פאסירט עס צו מיר"... "אלץ ווען איך רעד צו דיר ווער איך איגנארירט".
אלס מיינט: זייענדיג. "אלס רבי אין חדר האט עס פאסירט". "אלס קינד האב איך עס געגליכן".

געפילטע פיש » זונטאג יוני 30, 2013 3:13 am

· #129182
איך מיין @מאראנצןזאפט זאגט דא פונקט פארקערט.

___
אוי שמעקעדיג האט שוין פאראכטן.

boxcover » פרייטאג יולי 5, 2013 4:07 pm

· #131076
פארוואס דו בלשון נוכח ספעלט זיך מיט א וואו, און דיר און דיך ספעלן זיך מיט א יוד? איז מעגליך אז ארגינעל האט זי זיך אייביג געספעלד די מיט א יוד?

איחוד פעלד » זונטאג יולי 7, 2013 2:47 am

· #131153
איך בין נישט מקפיד צו שרייבען דו, אך שרייב שטענדיג די.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 7, 2013 4:01 am

· #131165
א גרייז וואס איך טרעף אפט, אפילו אין פראפעסיאנאלע אויסגאבעס.
דער חילוק צווישן ווערט / ווערד
ווערט איז פשוט, א יונגל ווערט א בחור, א בחור ווערט א טאטע,
ווערד (worth) איז "וויפיל איז דאס ווערד"?
רוב שרייבן אלץ מיט א ט', וויפיל איז עס ווערט? דאס איז א טעות.

איחוד פעלד » זונטאג יולי 7, 2013 9:04 am

· #131172
ווייל ווערד איז אויך א פראגראם פין מייקראסאפט.

מאראנצןזאפט » זונטאג יולי 7, 2013 11:35 am

· #131179
איחוד פעלד
איך בין נישט מקפיד צו שרייבען דו, אך שרייב שטענדיג די.

און פארוואס שרייבסטו נישט סטרויבערי און הערינג מיט די זעלבע אותיות?
עס איז צוויי אנדערע ווערטער און דארף ווען אנדערש ארויסגעזאגט ווערן.
דו קומט מיט א מלאופים וואס וואלט זיך געדארפט הערן מיט דער קלאנג ווי you.
און די זאגט מען מיט א חיריק וואס הערט זיך ווי דער קלאנג פון key.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 7, 2013 12:45 pm

· #131190
וויאזוי אז טאקע די דויטשע du געווארן דו מיט א חסידישע מלאופים וואס הערט זיך ווי "די"? ווען איז די du געווארן Dee? איז עס געשעהן איבער נאכט, אדער איז דאס געווען א מיט עוועלוציע?

בן תמליון » זונטאג יולי 7, 2013 12:49 pm

· #131191
אינעם ליטווישן/ירושלימער אידיש איז מלואפים געבליבן du. דער אונגאריש חסידישער אידיש האט פאר אומבאקאנטע סיבות פארגרייזט דעם מלואפים צו א חיריק.

געפילטע פיש » זונטאג יולי 7, 2013 1:05 pm

· #131193
יא, אבער די מלאופים איז געווארן א חיריק סאך פאר (כ'שטעל מיך פאר) זיי האבן אדאפטירט די du פון דויטש, און אויף דעם שטעלט זיך מיין שאלה. קען זיין איך בין ראנג און זיי זענען ביידע געשעהן ביינאזאם.

boxcover » דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:00 pm

· #134560
איחוד פעלד
ווייל ווערד איז אויך א פראגראם פין מייקראסאפט.

וואָרד, נישט ווערד. ווערד זאגט זיך ווי פערד, און ווארד קומט בשורש ווארט.

ברסלבער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:19 pm

· #146039
ווי אזוי שרייבט מען? טויזנטסטע, טויזנסטע, אדער טויזנטסע?

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:21 pm

· #146040
טויזענטסטע

מאראנצןזאפט » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 9:44 pm

· #146222
רוב שרייבער האבן שוין לאנג באזייטיגט דעם איבריגן עי"ן. טויזנטסטע.

עפעס גוט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 12:49 am

· #150438
דער פאלגנדער סיפור איז געברענגט געווארן אין דעם גליון "מבאר רבותינו", פ' תשא תשע"ב, גליון תרמ"ד, עמ' ב':

שמעתי מזקני הגאון מראדימישעל זצ"ל כשהיה קטן הי' ילד שובב, ופ"א הי' רץ בחדר שישב הרה"ק מצאנז, והי' אז בן ח' ואחז אותו
הרה"ק מצאנז, ושאל לו יונגעלע וואס לערענסטו, אמר תקפו כהן, שאל לו קושיא ענה לו תי', אמר גוט. ובשנה האחרת הי' ג"כ שאחז בו,
ואמר לו יונגעלע אני רוצה לומר לך ג' דברים, א', שלא תלמוד לכתוב אפי' "אידיש", כי שמעתי אומרים שיש לך מח טוב, וזה
מטמטם המח. ב', תתפלל בתוך סידור. ג', תציית לאמך, שלמה המלך ציית לאמו ונעשה מלך. כשנתמנה לרב (בחייו של הרה"ק הנ"ל),

אמר עכשיו הוא מבין מה שאמר לו מלך, שהי' קשה לו למה אמר מלך, אמנם הלא מבואר מאן מלכי רבנן. (שיח זקנים ח"א דף ש"ט)

נו וואס פארפירסטו.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 2:36 pm

· #158632
אוקעי, @ברסלבער. היער ווהי גאו.

יענעם'ס.
דארף זיין: יענעמס (צי "יענעמ'ס").
סיבה: מען שרייבט נישט קיין ענדע-אות אינמיטן א ווארט, אפילו ווען דער לעצטער אות איז נישט טייל פונעם עצם ווארט.

פיהלן.
דארף זיין: פילן.
סיבה: מ'ניצט היינט מער נישט קיין שטומע ה"א'ס, דאס הייסט: א ה"א אינמיטן ווארט, וואס ווערט נישט ארויסגעזאגט.

וואלענטור.
דארף זיין: וואלונטיר.

נהורא נפישא » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 2:50 pm

· #158633
און וואס איז מיט דעם וואס ברסלבר שרייבט כהאי לישנא:
און א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.
פעלט נישט דא עפעס א ווארט?
און אלטץ א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.
ברסלבר זייט דיך נישט מייאש מ'קען ביי יעדעם טרעפן עפעס, אריינגערעכענט מיין יעצטיגע תגובה.
@פשוט-קאמפליצירט וועגן די שטומע הא'ס בין איך נישט איינשטימיג, ווייל יידיש איז נישט קיין אפיציעלער שפראך וואס ווערט רעגולירט אזויווי די וועלט'ס שפראכן למשל די ירושלימער יידיש איז נישט ווי די חסידישער יידיש און די חסידישער יידיש איז נישט ווי די יידישיסטישע יידיש, אין אייראפע האט מען נישט געקארגט קיין הא'ס, איך גראדע נוץ אויך אסאך די הא'ס, און גראדע ביי די פוילישע איז דאס אפילו נישט קיין שטומע הא זיי זאגן דאס ארויס.
אלענפאלס די עיקר ביי גראמאטיג איז מ'זאל זיך האלטן צו געוויסע כללים יעדעס מאל די זעלבע.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:05 pm

· #158635
דער "זייט דיך" איז נישט אזוי איי איי
"זייט" קען נאר ארבעטן אויב איר שרייבט נאכדעם "אייך", "זייט אייך"

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:11 pm

· #158636
נהורא נפישא
און וואס איז מיט דעם וואס ברסלבר שרייבט כהאי לישנא:
און א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.
פעלט נישט דא עפעס א ווארט?
און [b]אלטץ[/b] א מתן שכרה בצדה געב איך א לייק פאר ווער עס וועט מיר אויסבעסערן אין כללי כתיבה בל"נ.
ברסלבר זייט דיך נישט מייאש מ'קען ביי יעדעם טרעפן עפעס, אריינגערעכענט מיין יעצטיגע תגובה.
@פשוט-קאמפליצירט וועגן די שטומע הא'ס בין איך נישט איינשטימיג, ווייל יידיש איז נישט קיין אפיציעלער שפראך וואס ווערט רעגולירט אזויווי די וועלט'ס שפראכן למשל די ירושלימער יידיש איז נישט ווי די חסידישער יידיש און די חסידישער יידיש איז נישט ווי די יידישיסטישע יידיש, אין אייראפע האט מען נישט געקארגט קיין הא'ס, איך גראדע נוץ אויך אסאך די הא'ס, און גראדע ביי די פוילישע איז דאס אפילו נישט קיין שטומע הא זיי זאגן דאס ארויס.
אלענפאלס די עיקר ביי גראמאטיג איז מ'זאל זיך האלטן צו געוויסע כללים יעדעס מאל די זעלבע.

צ"ל אלס.
צ"ל זיי דיך.
צ"ל אריינגערעכנט
די שטומע הא"ס, איינשטימיג צי נישט, אזוי שרייבן היינט רוב מנין ובנין פון גוטע שרייבער, מ'האט אפיציעל געדראפט דעם איבעריגן דייטשן ה"א, ס'נאריש זיך צו עקשנ'ן דערויף. אפגערעדט צי ס'איז גערעכט צי נישט.
צ"ל אלנפאלס.
צ"ל דער עיקר ביי
צ"ל גראמאטיק.
ותן לחכם ויחכם עוד

ברסלבער » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:12 pm

· #158637
יישר כח @פשוט-קאמפליצירט און @נהורא נפישא פאר די הערות.
האט זיך עס שוין געלוינט געוואויר צו ווערן עטליכע כללים וואס איך - און מן הסתם נאך אנדערע - האבן נישט געוואוסט ביז יעצט.

אגב, וועגן "אלטץ", וואס איז טאקע די ריכטיגע וועג עס צו שרייבן, אלס, אלץ, אדער אלטץ?

----
דייטל האקט

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:13 pm

· #158638
אלץ איז ברסלבר געשמאק צו לייענען.
אלס ברסלבר גלייך איך דעם ניק ברסלבר.
כאפסט?

ברסלבער » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:15 pm

· #158640
און אלטץ? איז בכלל נישט קיין ווארט?

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:15 pm

· #158641
מ'שרייבט נישט אזוי, ניין.

פשוט-קאמפליצירט » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:27 pm

· #158642
נהורא נפישא
@פשוט-קאמפליצירט וועגן די שטומע הא'ס בין איך נישט איינשטימיג, ווייל יידיש איז נישט קיין אפיציעלער שפראך וואס ווערט רעגולירט אזויווי די וועלט'ס שפראכן למשל די ירושלימער יידיש איז נישט ווי די חסידישער יידיש און די חסידישער יידיש איז נישט ווי די יידישיסטישע יידיש, אין אייראפע האט מען נישט געקארגט קיין הא'ס, איך גראדע נוץ אויך אסאך די הא'ס, און גראדע ביי די פוילישע איז דאס אפילו נישט קיין שטומע הא זיי זאגן דאס ארויס.

זיכער פארמאגט אידיש כללים, וואס ווערן אויך רעגולירט - הגם דורך נישט-פרומע מענטשן. לייען ביכער פון הונדערט+ יאר צוריק, וועסטו אויך זען אז אלע פאלגן נאך מער-ווייניגער די זעלבע גראמאטישע כללים (הגם מיט אויסלייג זענען זיי טאקע נישט אינגאנצן איינהייטליך).

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:33 pm

· #158643
פשוט-קאמפליצירט

ריכטיג.
הגם מיט אויסלייג זענען זיי טאקע נישט אינגאנצן איינהייטליך

דאס איז געווען אמאל ווען די וועלט איז נאך געווען גרויס, אבער זינט די וועלט איז קליין געווארן שרייבט מען מער-ווייניגער [מ'פרובט עכ"פ] די זעלבע אויסלייג.

נהורא נפישא » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 3:34 pm

· #158644
דייטל

צ"ל אלס.
צ"ל זיי דיך.
צ"ל אריינגערעכנט
די שטומע הא"ס, איינשטימיג צי נישט, אזוי שרייבן היינט רוב מנין ובנין פון גוטע שרייבער, מ'האט אפיציעל געדראפט דעם איבעריגן דייטשן ה"א, ס'נאריש זיך צו עקשנ'ן דערויף. אפגערעדט צי ס'איז גערעכט צי נישט.
צ"ל אלנפאלס.
צ"ל דער עיקר ביי
צ"ל גראמאטיק.
ותן לחכם ויחכם עוד

גראמאטיג לדוגמא איז געווען א טעות סופר
אגב איך פלעג אסאך ליינען דעם אלגעמיינער זשורנאל ( די זשעקאבסאהנס זענען באגאבטע שרייבער) מיר דוכט ( דאכט) זיך אז ביי זיי שרייבט מען "אלטץ"
נאך א חילוק פון אונזער יידיש (אידיש) און די רוסישע, זיי שרייבן ליידיק אנשטאטס ליידיג, רוהיק אנשטאטס רואיג, וכדומה
איבער "זייט" ביזטו גערעכט אבער ס'ווערט למעשה ברייט באנוצט היינט צוטאגס, אמאל פלעגט עס אויך באדייטן ווי היינט "זענט"
וואלטס דיר (זיך?) געקענט שטעלן אויף "דיך" און זאגן צ"ל דיר
איבער "דער עיקר איז" בין איך מסכים
דאס איבריגע (איבריקע) בין איך לאו דוקא מסכים
גראדע יעצט נאכקוקענדיג האב איך געפינען אז סיי די אלגעמיינער און סיי די פארווערטס שרייבן "אלס" אנשטאט "אלטץ"

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:45 pm

· #158656

"זייט" איז בוודאי א ווארט, נאר אין איר ריכטיגן ארט.
מ'קען זאגן ווי @דער פינטעל איד האט געשריבן אויבן - "זייט אייך" [נישט מייאש], אבער ווען מ'נוצט נישט דעם ערנפולע "אייך". נאר אנשטאט, דעם פראסטן "דו". פאסט צו שרייבן "זיי דו".

נאך א באדייט פאר די ווארט "זייט" איז דאס וואס מ'נוצט היינט "זייט" אנשטאט "זינט".

און אז דו רעדסט פון אלטע שרייבער, קענסטו אויך שרייבן "ביזסטו" ווייל אזוי קומט דאס ווארט אריגינאל אזוי ווי קענסטו, מעגסטו, הערסטו, זעסטו, האסטו, וכו' וכו'. די זי"ן ווערנדיג נבלע אינ'ם ווארט פאלט דאס ארויס.

די דיך\דיר\זיך סוגי' איז נישט אנגעקומען צו א קלארער גאנג צווישן די שרייבער ועולם כמנהגו נוהג, יעדער לויט ווי אים שמעקט.

צו וועלכע איבעריגע ביסטו נישט מסכים? נא לפרט.

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:52 pm

· #158658
@נהורא נפישא
איך וויל מיך אפיציעל אנטשולדיגן אויב ס'קען זיך דוכטן פון מיין פאוסט אז איך זוך אייך צו כאפן ביי גרייזן. כלל נישט, ס'האט מיר געשיינט אז עולם גולם לייגט דא ארויס זאצן צו פארריכטן, און ווי דו שרייבסט אויבן "אריינגערעכנט מיין יעצטיגע תגובה".

למעשה זע איך אז א צווייטער ניק האט געהאט געבעטן מ'זאל אים פארריכטן און דאס איז נישט געווען על כלל כולו יצא, אז שגיתי ואתי תלין משוגתי, והוא רחום יכפר בעדי.

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:54 pm

· #158661
דייטל
"זייט" איז בוודאי א ווארט, נאר אין איר ריכטיגן ארט.
מ'קען זאגן ווי @דער פינטעל איד האט געשריבן אויבן - "זייט אייך" [נישט מייאש], אבער ווען מ'נוצט נישט דעם ערנפולע "אייך". נאר אנשטאט, דעם פראסטן "דו". פאסט צו שרייבן "זיי דו".

הסבר הדברים, ווייל ווען מ'רעדט בלשון כבוד, רעדט מען נישט בלשון יחיד נוכח, נאר בלשון נסתר רבים. דען טוישט זיך אלעס צו פלורעל, והבן.

נהורא נפישא » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 4:56 pm

· #158663
דייטל דארפסט ברענגן א חטאת אדער גיין גלות ליידן.
אלענפאלס Vs אלנפאלס ווערט גענוצט ביידע.
איך טראכט יעצט אריין אז "זייט" איז א לשון כבוד פרובירט צוצושטעלן "אייך" אנשטאטס "דיך" וועסטו זעהן (זען) אז איר וועט מוזן זאגן "זייט" אנשטאטס "זיי"

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 5:17 pm

· #158670
נהורא נפישא
דייטל דארפסט ברענגן א חטאת אדער גיין גלות ליידן.

🙂
גלות פאר רציחת נפש בשגגה [אזיל סומקא] פארשטיי איך נאך, אבער חטאת ? וועלכע פון די חייבי כריתות איז דאס?

נהורא נפישא
אלענפאלס Vs אלנפאלס ווערט גענוצט ביידע.

ווערט גענוצט אפשר אבער קומט באמת נישט אזוי, ווייל דאס איז גארנישט אנדערש ווי אלע עי"ן'ס וואס [מ'פלעגט אמאל, און מאנכע מתחילים טוען דאס נאך אלץ] אריינלייגן אין יעדע ווארט, על לא דבר. אזוי ווי דו שרייבסט נישט ליידען, שרייבען, באדייטען, און אויך נישט מיילען און היילען.

נאך א למ"ד וועט נאר קומען א עי"ן אויב ס'איז נאך א consonant ווי למשל "הימלען" אבער נישט נאך א vowel.

אגב, ברענגען קומט יא מיט א עי"ן.

דייטל » פרייטאג אקטאבער 25, 2013 5:22 pm

· #158671
בכלל איז אלנפאלס א מקרא קצר, פונקט ווי מ'זאגט נישט אין לה"ק "כל פנים".
דאס איבערטייטש פון "על כל פנים" איז = אויף אלען פאל[ס], אויף איעדן פאל. אין איין ווארט וואלט עס געדארפט עכט זיין "אויפאלנפאלס" למעשה זאגט מען "אויף אלנפאלס" און פון דארט איז עס אריבער צו "אלנפאלס". [וועם ס'שטערט זאל ביטע אריינלייגן די עי"ן'ס דארט וואו עס געהערט..]

נהורא נפישא » מוצ"ש אקטאבער 26, 2013 7:46 pm

· #158677
@דייטל קוקסט מיר אויס צו זיין א מומחה אינעם געביט פון גראמאטיק.
וואלט איך געוואלט פרעגן איבער די-דער-דאס וואס זייער באנוץ ווענדט זיך צו דער שם עצם אדער שם תואר איז פונעם מענערישען אדער ווייבערישען מין אדער פלוראל, איז טאקע אין יידיש אזויווי דויטש און נאך שפראכן (ספאניש, פראנצוזיש, אלט-ענגליש, העברעאיש, אראביש, און נאך) פארהאן אויף נישט לעבעדיגע אביעקטן אדער באגריפן אז ס'זאל זיין אדער פונעם מענערישען אדער פונעם ווייבערישען מין ? און אז יא וויאזוי דערקענט מען זיי ?
"אזויווי" "וויאזוי" שרייבט מען טאקע אזוי ?
קען מען שרייבן "פלוראליסטיש" אנשטאטס "אין פלוראל"
אגב קען זיין אז כ'האב אריינגעווארפן אפאר איבריגע עי"ןס
"אלנפאלס" איז טאקע א לשון קצרה א סינאנים פאר דעם איז דא "אין איעדנספאל"

דייטל » זונטאג אקטאבער 27, 2013 12:45 am

· #158723
נהורא נפישא
@דייטל קוקסט מיר אויס צו זיין א מומחה אינעם געביט פון גראמאטיק.
not really, רעלאטיוו.

וואלט איך געוואלט פרעגן איבער די-דער-דאס וואס זייער באנוץ ווענדט זיך צו דער שם עצם אדער שם תואר איז פונעם מענערישען אדער ווייבערישען מין אדער פלוראל, איז טאקע אין יידיש אזויווי דויטש און נאך שפראכן (ספאניש, פראנצוזיש, אלט-ענגליש, העברעאיש, אראביש, און נאך) פארהאן אויף נישט לעבעדיגע אביעקטן אדער באגריפן אז ס'זאל זיין אדער פונעם מענערישען אדער פונעם ווייבערישען מין ? און אז יא וויאזוי דערקענט מען זיי ?
ס'איז פארהאן, וויאזוי מ'דערקענט זיי איז איינע פון די שווערסטע שאלות, בעצם איז נישטא וואס צו דערקענען אין א זאך וואס איז נישט לעבעדיג, נאר דאס איז זעט אויס הסכמת השפות ווי דער אבן עזרא זאגט בפ' ויצא כל דבר שאין בו רוח חיים זכרהו ונקבהו, ברויך מען דאן אזוי צו טון.
ס'דא וואס ווילן זאגן אז מ'דערקענט עס מצורת האות נישט פונ'ם אביעקט, שטימט עס אבער נישט דווקא.
די שאלה - וואס איז וואס? איז א ברענעדיגע. איינער הייסט קוקן לויט לשון הקודש, אן אנדערער לויט דייטש, דער לעצטער האט ווארשיינליך מער רעכט.
די פשוט'סטע וועג איז צו קוקן אין ווערטער-ביכער וואס האבן אנגעצייכנט נעבן א noun אויב ס'איז ז' אדער נ'.

"אזויווי" "וויאזוי" שרייבט מען טאקע אזוי ?
אויב דו מיינסט צו פרעגן צי מ'שרייבט עס אין איין ווארט אדער צוויי ? די גוטע שרייבער שרייבן עס אין צוויי ווערטער כזה "ווי אזוי".
אויב דו מיינסט צו פרעגן עפעס אנדערש נא לפרש, בעצם איז דאס ווארט "אזוי" איבעריג, און אין געוויסע מקומות [אזוי] ווי אין אר"י לאזט מען גענצליך אויס, מ'הערט זיי פרעגן פראגעס "ווי הייסטו"? "ווי פאסט עס" "ווי איז דער דין".
ווען מ'וויל מדמה זיין צוויי זאכן קענסטו זען אז מ'זאגט "דאס איז פונקט [אזוי] ווי דאס". מיר שרייבן יא כסדר "אזוי". סיי ביי "ווי אזוי" און סיי ביי "אזוי ווי".

קען מען שרייבן "פלוראליסטיש" אנשטאטס "אין פלוראל"
פלוראליסטיש מיין איך איז א פיליזאפישע אויסדרוק, און טייטשט נישט ריכטיג אפ דאס באדייט פון לשון רבים אין שפראך.

אגב קען זיין אז כ'האב אריינגעווארפן אפאר איבריגע עי"ןס
מודים דרבנן היינו שבחייהו! i admire you for being humble

"אלנפאלס" איז טאקע א לשון קצרה א סינאנים פאר דעם איז דא "אין איעדנספאל" (אדער אין יעדנספאל)

נהורא נפישא » זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:55 am

· #158768
דאס וואס איר ברענגט בשם ראב"ע, כ'האב שוין געהערט אמאל דעם זאץ אבער ווילענדיג נאכקוקן אין וואספארא קאנטעקסט ער זאגט דאס האב איך עס נישט געקענט טרעפן
ווייל ס'איז מיר זייער מאדנע נאך אלעם איז אין תנכישן העברעאיש דוקא יא רוב רובם פון ווערטער קאטיגאראזירט אינטער א געוויסער מין און גראדע נישט מצד דעם אביעקט נאר מצד דעם ווארט וואס באצייכענט דעם אביעקט
וואס איך מיין צו זאגן איז אז לאמיר זאגן אז די עצם לבנה איז נישט מער פעמאנין ווי מוסקאלין איז אבער די ווערטער וואס באצייכענען איר יא געוואנדן וואס דאס איז, צום ביישפיל דער שם עצם לבנה איז א לשון נקיבה (סאיז מערקוועדיג מצד די אויסלאז פונעם הא) ווידעראום ירח איז א לשון זכר, זעט איר פון דעם אז ס'איז נישט די עצם זאך וואס איז אדער א לשון זכר אדער נקיבה נאר ס'איז דוקא די נאמען מיט וואס מ'באצייכענט איר
די זעלבע, שמש איז לשון זכר ונקיבה צוגלייך ווידעראום חמה איז דוקא א לשון נקיבה.

ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 29, 2013 3:37 pm

· #159443
'נייגונג(ען)' שרייבט מען אין לשה”ק 'נטיות', נישט 'נטיעות'.

ישובניק » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:17 am

· #164087
נהורא נפישא
@דייטל קוקסט מיר אויס צו זיין א מומחה אינעם געביט פון גראמאטיק.
וואלט איך געוואלט פרעגן איבער די-דער-דאס וואס זייער באנוץ ווענדט זיך צו דער שם עצם אדער שם תואר איז פונעם מענערישען אדער ווייבערישען מין אדער פלוראל, איז טאקע אין יידיש אזויווי דויטש און נאך שפראכן (ספאניש, פראנצוזיש, אלט-ענגליש, העברעאיש, אראביש, און נאך) פארהאן אויף נישט לעבעדיגע אביעקטן אדער באגריפן אז ס'זאל זיין אדער פונעם מענערישען אדער פונעם ווייבערישען מין ?

==יא

און אז יא וויאזוי דערקענט מען זיי ?

==פארשידענע וועגן. מיט אסאך אויסנאמען.
==מען דערקענט לויט'ן אינערליכן געבוי פון ווארט -- הימל (שוו"א, נאכגעפאלגט פון קאנסאנאנט), שוו"א-קלאנג (ענדיגט זיך מיט ע', ה' וכו'), וכדומה.
==לויט צוגעגעבענע ענדונגען - -ונג, -הייט וכו'
==לויט דער פארם פון דער זאך (דאס האט מער מיט'ן אור-אלטן אפשטאם אפשר, נישט אמת'דיג קיין סימן היינט צו דערקענען דעם מין)

"אזויווי" "וויאזוי" שרייבט מען טאקע אזוי ?
==איך נישט.
קען מען שרייבן "פלוראליסטיש" אנשטאטס "אין פלוראל"
==קיין איינס נישט. אדער לשון-רבים אדער מערצאל.

אגב קען זיין אז כ'האב אריינגעווארפן אפאר איבריגע עי"ןס
"אלנפאלס" איז טאקע א לשון קצרה א סינאנים פאר דעם איז דא "אין איעדנספאל"
בלאט: 1 2 3 4 5