☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וויפיל אדמורי"ם/רבנים גייען מיט שטיוול?

וויפיל אדמורי"ם/רבנים גייען מיט שטיוול?

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6681

יין שרף » מיטוואך יוני 25, 2014 11:57 pm

· #208141
וויפיל אדמורי"ם/רבנים גייען מיט שטיוול?
וויפיל אדמורי"ם/רבנים גייען מיט שטיוול?

ברייט באקאנט איז האדמו"ר המפורסם מסקווירא-שיכון סקווירא
וואס אזוי אויך געיען אזוי אלע זיינע קינדער און איידעמער (חוץ איין איידעם י"י בן ר"י אב"ד וויזניץ מאנסי, וואס ער גייט נאר אזוי אין העיליגן שטעטל) אזוי אויך רוב אייניקלעך און חסידים גייען דערמיט.

ווי אויך האט זיך הגרמ"מ אדמו"ר ממרכז וויניץ זיך אנגעטוהן שטיוול אינדערוואכן, ע"פ פקודת קודש פון זיין הייליגן טאטען אין חלום...

אינטרעסאנט צוצולייגען אז האדמו"ר מקאשוי - מאנסי שליט״א, האט נאכן חתונה געוואוינט אין שיכון סקווירא, און שטייטזעך ר'איז געגאנגען מיט ווייסע זאקן שב"ק. און ווען געוויסע חסידים האבן אים געפייניגט אז ער זאל זיל אנטוהן שטיוול שבת און ער האט דאך נישט געוואלט, האט ער זיך אנגעטוהן קורצע שטיוול אז מען זאל ארויס זעהן די ווייסע זאקן... 😂

נאך איינער...?

הירשל ציג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:45 am

· #208143
אדמו"ר מסערט-ויז'ניץ שליט"א

דריידל » דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:06 am

· #208145
אדמו"ר מ'פאפא, האב איך אמאל געזעהן מיט שטיוול. קען זיין צוליב א שניי - איך געדענק נישט.

אגב, איינער איז אמאל ארויסגעגאנגען מיט איין שטיוול. אויף די פראגע פארוואס נאר איינס? האט ער געענטפערט אז די וועטער האט פארגעזאגט איין פוס שניי

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:24 am

· #208178
א בעסערע שאלה איז... פאר די אלע וואס גייען מיט שטיוועל אפי' אין די גאר הייסע זומער. ווי אזוי קענען ענקער בני בית אויסהאלטען דעם שיינעם שמעק ווען ענק טוען עס אויס?

אדער אפשר זענען זיי שוין צוגיוואונט דערצו ווייל זיי טארן זיך דאך נישט שויערען

גאלד » דאנערשטאג יוני 26, 2014 10:59 am

· #208185
פארוואס איז דער סקווערער פון ב"פ געגאנגען מיט בלויז אראפגעלאזטע הויזן, (סטראקעס יא)

טיטאניק » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:12 am

· #208189
די קשיא איז נישט אויף סקווער בפ די קאשיא איז אויף דער סקווער שיכון
אין רוסלאנד איז קיין איין רבי נישט געגאנגען קיין קארצע הויזען (הויזען זאקען) נאר לאנגע הויזען
אבער סטראקעס איז מען יא געגאנגען
ווען ר יעקב יוסף מסקווער איז געווארען א איידעם ביי ר' פנחס מאוסטילא וואס איז געווען א איידעם ביי מהרי"ד מבעלז איז ר' יעקב יוסף אנגעקימען קיין בעלז מיט לאנגע הויזען און די יושבים (בעלזע צאפעס) האבען עם אינטער געשניטען די הויזען
ר' יעקב יוסף האט זיך נישט געזיכט קיין צרות מיט די צאפעס אבער אויך נישט געוואלט משנה זיין מדרכי אבותיו דערפאר האט ער אנגעטין שטיוועל לכסות ההויזען
קימט אויס אז די בעלזע צאפעס האבען מיט איין שניט אין די הויזען איינגעמיירעט גאנץ סקווער צי שלעפען שטיוועל אפילו אין די הייסע זימער שבתים
און מכאן למדים וואס פאר א פנים חסידישע קפידות האבען 🙄 🙄 🙄 🙄
ווייל אין בעלז האט מען געשניטען הויזען מיז דער סקווערע אייניקעל זיך שלעפען אלע 7 ימי השבוע מיט שטיוועל זימער און ווינטער
און דאס גייט ביז מסירת נפש ממש

זעמיר משוגע אדער קראנק?

גאלד » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:35 am

· #208192
מיין שיטה בכלליות איז אז ס'לעולם קיין שום עוולה אז איינער שפירט א הרגש מיטן נאכטאן פונקטליך וויזוי זיין רבי האט געטאן, נישט קיין נפק"מ וויזוי פונקטליך דער מנהג איז געווארן,
וואס קען דען שאטן אז א איד טוט סיי וועלכע זאך וואס איז מעורר דביקות בצדיקים הקודמים, אפי' מינדעריקע זאכן, אדרבא ס'א דבר טוב,
ס'ווערט נאר א גרויסע פראבלעם ווען מ'צווינגט עס ארויף אויף אנדערע וואס שפירן קיין שום הרגש אדער נאסטאלאגיע און דעם מנהג, און מ'מאכט עס פאר א קפידה,

מקוה איד » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:58 am

· #208194
אדמור מראחמיסטריווקא ארה"ב ובניו זענען אלע ג'גאנגען שטיוויל ביז 20 יאר צוריק טאקע וועגען סקווירא.
פארוואס זיי האבען געטוישט צו קורצע הויזען מיט שווארצע זאקען פארשטיי איך נישט.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:07 pm

· #208196
גאלד
פארוואס איז דער סקווערער פון ב"פ געגאנגען מיט בלויז אראפגעלאזטע הויזן, (סטראקעס יא)


ווייל ער איז געווען א נארמעלע מענטש און נישט א סקווערע בעהעימע

הירשל ציג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:31 pm

· #208198
מקוה איד
אדמור מראחמיסטריווקא ארה"ב ובניו זענען אלע ג'גאנגען שטיוויל ביז 20 יאר צוריק טאקע וועגען סקווירא.
פארוואס זיי האבען געטוישט צו קורצע הויזען מיט שווארצע זאקען פארשטיי איך נישט.


ער האט געהאט פראבלעמען מיט די פיס, און די דאקטורים האבען מציע געווען אויסטוהן די שטיוול

יין שרף » דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:13 pm

· #208207
ציבעלע-קיגל
גאלד
פארוואס איז דער סקווערער פון ב"פ געגאנגען מיט בלויז אראפגעלאזטע הויזן, (סטראקעס יא)


ווייל ער איז געווען א נארמעלע מענטש און נישט א סקווערע בעהעימע

קום מיר זאגען ווי נארמאלע מענטשען זיי זענען....
נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די פראבלעם מיט לאנגע הויזן, נאר רבי יעקב יוסף זצ״ל אלץ בעלזא יושב...

מקוה איד » דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:57 pm

· #208213
אבער פארוואס נישט לאנגע הויזען ווי זיין טאטע, ברודער וכו'

פלעין יודיש » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:01 pm

· #208214
מנשה
ווי ביסטו, סקווירא נידס העלפ

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 26, 2014 3:16 pm

· #208218
ער געפינט זיך אין הייליג לאנד דוכט זיך

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:37 pm

· #208269
יין שרף
ציבעלע-קיגל
גאלד
פארוואס איז דער סקווערער פון ב"פ געגאנגען מיט בלויז אראפגעלאזטע הויזן, (סטראקעס יא)


ווייל ער איז געווען א נארמעלע מענטש און נישט א סקווערע בעהעימע

קום מיר זאגען ווי נארמאלע מענטשען זיי זענען....
נאר זיי האבן פשוט נישט געהאט די פראבלעם מיט לאנגע הויזן, נאר רבי יעקב יוסף זצ״ל אלץ בעלזא יושב...


זייער רבין'ס טאטע האט געהאט דער פראבלעם נישט זיי.
און אויב ער וואלט געווען אלערג'יק צו טישוס וואלטען זיי טאקע אלע גענוצט פעפר טאול אין בית הכסא

ימי קדם » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:21 pm

· #212447
אין סקווירא איז מען געגאנגען ווייסע זאקן אינדערוואכן, און עס איז דא א באקאנט בילד פון רבי ר' דוד'ל (אבי ר' יעקב יוסף) מיט ווייסע זאקן. לאנגע הויזן האט געהייסן מאדערן. נאר אין ווייס רוסלאנד זענען די רבי'ס געגאנגען לאנגע הויזן.
רבי יעקב יוסף איז אויפגעוואקסן ביי זיין ברודער, רבי יצחק'ל קעשינובער וואס איז איז געווען אן איידעם און רוסלאנד, מילא איז ער געגאנגען לאנגע הויזן. ווען רי''י האט חתונה געהאט האט ער נישט געוואלט גיין קיין לאנגע הויזן, ווייל עס איז מאדערן, אבער ווייסע זאקן האט ער נישט געוואלט גיין פארן כבוד פון זיין ברודער, האט ער זיך אנגעטוהן ווייסע זאקן און עס איבערגעדעקט מיט שטיוול (וואס האט אגב געהייסען א חסידיש לבוש אין אייראפע). און פארדעם, און פאר די סטראקעס האט מען אויסגערודפט אין בעלזא.
אין ראחמיסטריווקא איז מען מלכתחילה געגאנגען מיט די גאנצע טשערנאבילער לבוש (דער לעצטער טשערנאבילער רבי צו גיין מיטן פולע טראגע, דהיינו די קאלירטע סטראקעס [כנהוג היום בבאבוב ונאדבורנא], ווייסע הויזן און ווייסע זאקן, איז געווען האדמו''ר ממאחנובקא ז''ל פון א''י). אבער זיי האבן געהאט א מסורה אז ביי יעדע גרויסער מלחמה גיט מען אוועק איין לבוש פארן שטן, כדוגמת שעיר לעזאזל, אזוי אז נאכן מלחמה זענען זיי שוין געבליבן נאר מיט די פשוטע בעקיטשע און לאנגע הויזן. ווען רבי איציקל האט חתונה געהאט האט זיך זיין שווער, סקווערער רבי אויסגענומען אז ער זאל נישט גיין לאנגע הויזן, אבער ער האט נישט פארלאנגט דירעקט שטיוול, אבער היות אין ראחמיסטריווקא גייט מען נישט קיין ווייסע זאקן, איז ער געבליבן ביי די שטיוול. ער פלעגט זיך אבער אלץ אפרעדן אז עס איז שווער וכו', איז ווען ער האט געמופט קיין ב.פ. האט ער זיך עס אויסגעטוהן. נא, ווייסע זאקן גייט מען נישט, צוריק אנטוהן לאנגע הויזן קען מען נישט, ווייל דער שווער האט דאך פארלאנגט נישט צוגיין, איז עס געבליבן ביי שווארצע זאקן.

ימי קדם » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:24 pm

· #212448
און דרך אגב יום כיפור גייט מען טאקע ווייסע זאקן אין סקווירא.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:39 pm

· #212449
וועגן די שאלה צו ס'שטינקט ווען מ'גייט זומער דערמיט.
ווער ס'ווייסט וויאזוי צו טראגן שיך, און אויך אנדערע וועש ס'זאל נישט שטינקן, שטינקט דאס אויך נישט.
און איך אליין גיי דערמיט שבת ויום טוב, און כ'שפירט א שטארקע געהויבנקייט אלץ א ספעציעלע שבת ויו''ט לבוש, א פאקט.
און ווער ס'האט א פראבלעם דערמיט, און ס'איז עהם למשא איז אין א פראבלעם, ווייל פאר יענעם שוויצט א טלית אויך, און א קאפל אויך, און א שטריימל אויך, און ווער ס'האט א געפיל פאר א לבוש וואס איז געאייגענט פאר שבת, ווייסט וויאזוי זיך שפירן גוט דערמיט אויך.

petergrifin » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:48 pm

· #212451
אפשר פארצײלסטו דער סוד װי אזוי מען שװיצט נישט?

יין שרף » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:51 pm

· #212452
יישר כח @ימי קדם, זייער אינפארמאטיוו.
דרך אגב פארוואס איז הגרי"י זצ"ל אויפגעוואסן ביים ברודער? געווען א יתום אלץ אינג קינד?

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יולי 17, 2014 8:57 pm

· #212455
קודם כל איז דא שטיוול, וואס רוב גייען דערמיט ביי אונז, וואס שוויצט נישט, פונקט ווי ס'דא שיך וואס שוויצן און ס'דא וואס שוויצן נישט.
צווייטנס, גייט מען דערמיט אין שול אינעווייניג רוב צייט, וואו עס איז די קלימאט פונקט אזוי קיל ווי אין די ווינטער, און טאפס צוויי שעה דריי שעה וואס מ'גייט דערמיט, און אינדערהיים טוט מען אן סליפערס, אזוי א גאנצע וואך, טו איך אויס די שיך אינדערהיים און גיי סליפערס אין שטוב.
און איך זע נישט פארוואס שטיוול זאל שוויצן מער ווי שיך. וואס עס שטינקט איז די פוס פלאך אויב מ'ווייסט נישט וויאזוי עס צו פארמיטן, נישט די הויעכע קניה חלק.

שכל הישר » זונטאג יולי 20, 2014 1:39 pm

· #212683
טיטאניק
די קשיא איז נישט אויף סקווער בפ די קאשיא איז אויף דער סקווער שיכון
אין רוסלאנד איז קיין איין רבי נישט געגאנגען קיין קארצע הויזען (הויזען זאקען) נאר לאנגע הויזען
אבער סטראקעס איז מען יא געגאנגען
ווען ר יעקב יוסף מסקווער איז געווארען א איידעם ביי ר' פנחס מאוסטילא וואס איז געווען א איידעם ביי מהרי"ד מבעלז איז ר' יעקב יוסף אנגעקימען קיין בעלז מיט לאנגע הויזען און די יושבים (בעלזע צאפעס) האבען עם אינטער געשניטען די הויזען
ר' יעקב יוסף האט זיך נישט געזיכט קיין צרות מיט די צאפעס אבער אויך נישט געוואלט משנה זיין מדרכי אבותיו דערפאר האט ער אנגעטין שטיוועל לכסות ההויזען
קימט אויס אז די בעלזע צאפעס האבען מיט איין שניט אין די הויזען איינגעמיירעט גאנץ סקווער צי שלעפען שטיוועל אפילו אין די הייסע זימער שבתים
און מכאן למדים וואס פאר א פנים חסידישע קפידות האבען 🙄 🙄 🙄 🙄
ווייל אין בעלז האט מען געשניטען הויזען מיז דער סקווערע אייניקעל זיך שלעפען אלע 7 ימי השבוע מיט שטיוועל זימער און ווינטער
און דאס גייט ביז מסירת נפש ממש

זעמיר משוגע אדער קראנק?


די שרייבסט וויא א גאנצער קענער אבער די וויסט נישט וואס די רעדסט און דער וועלט (קודם כל ביספ די געברעין וואשט פון סאטמאר והא ראי' אז אנשטאדט צו שרייבען דער סקווירא רבי ז"ל שרייבסטו ר' יעקב יוסף אפילו נישט קיין ז"ל אבער אזוי איז אנגענומען אין סאטמאר קלפי יעדען וואס האט זיך נישט אינגאנצען מבטל געווען פארן רבי'ן זי"ע זצ"ל וכו' ) צום ענין איז דעם סקווירא רבי'ןס ז"ל טאטע הרה"צ ר' דוד'ל אדמו"ר מסקווירא זצ"ל יא געגאנגען מיט ווייסע זאקן אפילו אונדערוואכען און דער אדמו"ר ר' יעקב יוסף ז"ל האט נישט געוואלט פוגע זיין בכבוד אחיו הגדול וואס איז געגאנגעו מיט לאנגע הויזען האט ער געמאכט א פשרה צו גיין מיט שטיוועל, דרך אגב איז דער אלטע סקווירא רבי זצ" ל געעווען א געוואלדיגע עקשן ער האט זיך נישט געשראקען פון א פאהר בעלזע טעראריסטען

משבק » זונטאג יולי 20, 2014 3:06 pm

· #212701
כהאב נישט געוואוסט אז דאס גיין מיט שטיוול האט אן עפפעקט אויפן שרייבן.. שוין לאנג נישט געזען א תגובה מיט אזויפיל גריייזן