☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פאליציי = פאלנע מערדער!

פאליציי = פאלנע מערדער!

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5454
בלאט: 1 2

שעפטל » פרייטאג יולי 18, 2014 12:24 am

· #212486
עטס ווילטס וויסן וואס מיינט מערדער, קוקט דעם קליפ און ליינטס די מעשה...

בקיצור נמרץ... איסאה גארנער א 6 פיס און 4 אינטשיגע, אריבער 400 פונטיגער טאטע פון 6 קינדער און זיידע פון צוויי אייניקלעך, פון  וואס ליידט אויף אזסמא‏ האט -לויט זיין חבר וואס האט אפגעכאפט די ווידיא- אפגעטיילט דריי מענטשן אינמיטן א געשלעג, און נישט אנדענטעפעצירטע פאליציי האבן אריבער געוואקט, זעהנדיג אז עפעס איז פארגעגאנגן, און קענענדיג דעם טינקעלן פון בעפאר, נאכן אים ארעסטירן עטליכע מאל פארן פארקויפן ציגרעטליך, האבן אים ווידער געוואלט ארעסטירן, נאך אפאר מינוט זיך טענה'ן אז ער האט דא באמת גארנישט געטוהן, האבן די פאליציי אים נישט אפגעלאזט‏ און אים אנגעהויבן צו אטאקירן צו קענען ארעסטירן, למעשה האבן זיי אים דערשטיקט צום טויט צווישן די פינף וואס האבן זיך אויף אים ארויפגעווארפן און ער האט געכאפט א קלאפ אין קאפ ווען מ'האט אים אראפגעווארפן.

זיינע געשרייען "כ'קען נישט אטעמען! כ'קען נישט אטעמען!" זעקס מאל האט נישט געהאלפן און נישט דערהערט געווארן, ביז די פאליציי האבן באמערקט אז דאס קינד איז פארטיג! ער רירט זיך נישט..

פאראמעדיקס זענען גערופן געווארן, ער איז אפגעפירט געווארן צום ריטשמאנד יונעווערסעטי מעדיקעל סענטער און דארטן דערקלערט געווארן טויט.

די אינטערנעל אפפערס האט געעפענט אן אינוועסטיגעשאן.

יעצט קוקט דעם ווידיא און ליינט אביסל מער
Staten Island man dies after NYPD cop puts him in chokehold — SHOCKING VIDEO‏

---
ניין איך מעק עס נישט אויס, אפילו @קעגן די נעט האט עס געלייגט אינמיטן מיין טייפן.... ביי

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 18, 2014 12:28 am

· #212488
דאס גייט נישט אדורכגיין גלאטיג. די פאליציי גייען פליען אויב נישט זיצן!

אפטעמיסט » פרייטאג יולי 18, 2014 12:42 am

· #212491
נעבעך. די הארץ רייסט

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 18, 2014 12:55 am

· #212494
שרעקליך!! דאס איז אין אמעריקע?

ישמעאל, ביי גדעון באש הי"ד זענען דען פאליציי געפלויגן? איך בין גארנישט אזוי זיכער אז דא וועט יא. די פאליציי וועלן טענה'ן אז ער האט רעזיסטעד ארעסט און פארטיג... טיפיקל אמעריקע.

ישראל קאפקע » פרייטאג יולי 18, 2014 12:58 am

· #212495
אומגלויבליך!

petergrifin » פרייטאג יולי 18, 2014 1:07 am

· #212496
זאל על שארפטאן מאכען א רײאט אפשר אזוי װעלן די רוצחים האבן א משפט.

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 18, 2014 1:17 pm

· #212534
New York City Mayor Bill de Blasio (dih BLAH’-zee-oh) is promising a full investigation into the death of a man who appeared to have been put in a choke hold when police officers tried to arrest him.
The mayor said, “We have a responsibility to keep every New Yorker safe, and that includes when individuals are in custody of the NYPD.” “That is a responsibility that Police Commissioner Bratton and I take very seriously.”

תמים » פרייטאג יולי 18, 2014 1:41 pm

· #212539
א שרעק!! א זיסע גראבע שווארצע גוי, ענדיגט זיין לעבן פון איין מינוט אויפן צווייטן פאר פרובירן צי זיין וואויל און אפשטעלן א קריגעריי!! א פחד ווי מיר וואוינען!! איך הייב אהן צי פארשטיין די אנטי רעגירונג אנארכיסטן.
הי"ד !!

משבק » פרייטאג יולי 18, 2014 2:14 pm

· #212541
שרעקליך!! אפשר איז געקומען צייט צו טוישן די ר"ת פון CPR וואס סשטייט אויף יעדע פאליס קאר צו Cארופטירט Pאליס Rוצחים !!! אבער שמעקעדעיג איך מיין אז ביי גדעון באש האט די פאליציי געטענהט אז ער האט געפאכעט מיט א האמער ? <a class="postlink" href="http://observer.com/1999/09/police-quashed-critical-accounts-in-hasid-shooting-witnesses-say/">http://observer.com/1999/09/police-quas ... esses-say/</a>

אליצפן » פרייטאג יולי 18, 2014 5:29 pm

· #212570
אומגלויבליך איז נישט דאס ווארט.
שאקירנד איז נישט דאס ווארט.
הארצרייסענד איז נישט דאס ווארט.
ס'איז פשוט נישט דא קיין ווערטער נאכן זעהן אזא ווידיא. אין מה להגיד. מיר וואוינען אין א לאנד וואו רוצחים אנגעטון אין שיינע מונדירן און בעדזשעס דרייען זיך פראנק און פריי אין די גאסן, און רודפ'ען, רצח'נען, פייניגן וועמען עס שמעקט זיי, פאר סיי וועלכע סיבה עס שמעקט זיי און זיי ווערן "קיינמאל נישט" ענד איי ריפיעט "קיינמאל נישט" געברענגט צו יוסטיץ. איך האב שוין געליינט און געוואטשט הונדערטער מעשיות און קליפס פון פאליציי ברוטאליטעט און הריגות, און עס איז נישט קיין גוזמא צו זאגן אז זיי ווערן ממש קיינמאל נישט באשטראפט.
און אפילו אין דער one in a million פאל וואס דער קעיס גייט יא צו א דזשורי, ווערן זיי אדער ריינגעוואשן, אדער באקומען זיי עפעס א ליצנות'דיגע אורטייל פון 4-5 יאר תפיסה, און נאך צוויי יאר זענען זיי ארויס.
איך האף גאר שטארק אז אין דעם פאל וועט זיך ארויסשטעלן אנדערש. ערשטנס, ווייל אונזער מעיאר דיבלאזיא איז א שטארקע ליבעראל וואס געווענליך נעמען זיי זיך אן פאר די נרדף, און נישט די פאליציי. און אויך ווייל אין דעם פאל איז דא קלארע ווידאו וואס צייגט אז דער קרבן הי"ד האט ממש גארנישט געטון, און די פאליציי זענען די וואס האבן אנגעהויבן מיט די מעשה רציחה אוט אף די בלו.
ימים ידברו, אבל אם מה שקרה בכל מקרה כזו בעבר, יקרה גם כאן, שום דבר לא יקרה לשוטרים הרוצחים הארורים במקרה זה.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 18, 2014 6:38 pm

· #212578
תמים
א שרעק!! א זיסע גראבע שווארצע גוי
הי"ד !!

דאס שוין א מדריגה אין............. וד"ל. 😛 🙂

אליצפן » פרייטאג יולי 18, 2014 7:02 pm

· #212582
בכלל דער גאנצע וועג וויאזוי זיי האנדלען אזא מעשה איז קארופטירט און אפגעפרעגט עד לב השמים. אינעם נייעס ארטיקעל אליינס שטייט אז internal affairs עפענט אן אינוועסטיגעישאן, דער DA's office עפענט אן אינוועסטיגעישאן, ועוד ועוד אינוועסטיגעישאנס. פרעג איך אייך איז דען דא וואס צו אויספארשן דא? מען זעהט דאך אויפן ווידאו קליפ און קלאר אז דא איז פארגעקומען א קאלטבלוטיגע מארד לעיני השמש! ס'נישט משנה קיין כי הוא זה וואס ער האט געטון פארדעם, ער איז געשטאנען אויף איין פלאץ, קיינעם נישט געטשעפעט, און די פאליציי האבן אים אטאקירט און גע'רצח'ט. האט איינער א הוה אמינא אז ווען אזא קליפ שווימט ארויף פון א ציווילע פארשוין וואלט ער נישט ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ? וואספארא מין קאפ פארדרייעניש איז דאס עפענען "אינוועסטיגעישאנס"?? שומו שמים! ארעסטירט די מערדערישע פאליציאנטן אויפן פלאץ! אבער שוין!

פליקער » פרייטאג יולי 18, 2014 7:23 pm

· #212585
ליידער איז עס פיל ערגער אליצפן, דא איז כאטש דמו נדרש, ווייל די השגחה האט געפירט אז עס איז געוועין א קאמערע וואס האט אפגעכאפט די מעשה רצח, וויפיל בליט ווערט פארגאסן און קיינער ווערט ניטאמאל געוואויר, עס זענען דא צעינליגע הינדערטער מעשה'ס וואס מענטשען ווערן געפייניגט ג'רצח'ט און ג'טיקעט'ד פאר גארנישט און פאר נישט, נאר ווייל דער פאליציי איז אלע מאל גערעכט, אנטיל פראווען אדער ווייז, א ווארט קעיגן א ווארט, ווען א פאליס האט מיך אפגעשטעלט פיר יאר ציריק מיר געגעיבן א טיקעט פארן רעדן אויפן סעלפאן בשעת איך האב געהאט א ריזיגע העד פאן, האט מיר גארנישט געהאלפן, רבותי ווידיא אין די קארן, פארשעימען דעי בלוי קאהד אוו שקרנים.

משבק » פרייטאג יולי 18, 2014 7:36 pm

· #212587
אינטערסאנט אז אויפן ווידיאו זעט אויס ווי אפילו נאכן זיך שטיקן פרובירן זיי אים ניטאמאל צו געבן די נויטיגע הילף?

ישמעאל הכהן » פרייטאג יולי 18, 2014 8:21 pm

· #212588
דער מעיאר האט אפגעשטיפט זיין וואקאציע טריפ קיין איטאליע וואס ער האט היינט געדארפט אנהויבן. אלעס וועגן די געשיכטע. די צוויי פאליציי זענען אוו די סטריטס דערווייל

לאליפאפ » מוצ"ש יולי 19, 2014 5:49 pm

· #212589
ישמעאל הכהן
דער מעיאר האט אפגעשטיפט זיין וואקאציע טריפ קיין איטאליע וואס ער האט היינט געדארפט אנהויבן. אלעס וועגן די געשיכטע. די צוויי פאליציי זענען אוו די סטריטס דערווייל

דערווייל?

לאליפאפ » מוצ"ש יולי 19, 2014 11:33 pm

· #212602
דער הרוג'ס ווייב פאלט צאם ביי א דעמאנסטראציע היינט!
VIDEO: Wife of man who died during NYPD arrest collapses in grief at rally: <a class="postlink" href="http://t.co/kV3Uh8j1np">http://t.co/kV3Uh8j1np</a>

משבק » זונטאג יולי 20, 2014 12:23 am

· #212606
אכזרוית פון איזראעלי פאליציי
א איזריעלי איז מוחה אקעגן די אקופאציע און כאפט ביטערליכע קלעפ <a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=Z--ZxkfjcVU">https://www.youtube.com/watch?v=Z--ZxkfjcVU</a>

ישראל קאפקע » זונטאג יולי 20, 2014 12:45 am

· #212608
ער איז אן אמעריקאנער בירגער א איד, (כאטש ער קוקט נישט אויס צו זיין צוגעוואוינט צו טראגן א קאפל)
אוודאי וועט אמעריקע נישט זאגן קיין ווארט,
?Israel shares our values! Don't you think

קינד_אן_קייט » זונטאג יולי 20, 2014 1:00 am

· #212610
משבק
א איזריעלי איז מוחה אקעגן די אקופאציע און כאפט ביטערליכע קלעפ

ער שטעלט זיך פאר און זעהט זיך אויס צו זיין אן אמעריקאנער בירגער, די ״דעמאקראטישע״ באנעמונג פון משטרת ישראל איז א חוכא וטלולא, זייער מענטליטעט איז לגמרי קאמוניסטיש.

מאטי » זונטאג יולי 20, 2014 1:12 am

· #212612
איך זע נישט קיין מערדערליכע מכות, סך הכל ארעסטירט מיט גרויס קראפט.

תמים » זונטאג יולי 20, 2014 1:38 am

· #212619
שמעקעדיג
תמים
א שרעק!! א זיסע גראבע שווארצע גוי
הי"ד !!

דאס שוין א מדריגה אין............. וד"ל. 😛 🙂


שמעקעדיג איך האב געוויסט איך בין א תמים, אבער נאכאלץ געהאלטן איך בין א מבין, אבער דא כאפ איך מישט! אפשר לאז מיך אריין אין מאחורי העל איך פארשטיין..

אליצפן » זונטאג יולי 20, 2014 1:45 am

· #212621
פאליציי ברוטאליטעט איז נישט קיין חידוש, און עס קומט פאר דא אין אמעריקא אויף א פיל ערגערע פארנעם ווי אין ארץ ישראל. מ'דארף נישט מער ווי א זוך טון אין יוטוב די ווערטער police brutality אין טויזענטער ווידיאס שווימען ארויף ווי שוואמען נאך א רעגן. דאס איז א חלק פון לעבן וואס גייט נישט אוועק, נישט קיין חילוק וואו מ'וואוינט. אונז זעמער נישט אזוי באקאנט דערמיט, אבער אין די שווארצע, און מער קריים רידען געגענטער איז עס ממש מעשים בכל יום.
ס'דא דער באקאנטער שטודיע פון עפעס א אוניווערזיטעט, כ'געדענק נישט אויפן מינוט דער נאמען, וואו מ'האט אוועקגעשטעלט א כמו תפיסה פון סטודענטן, און עס האט אויפגעוויזן אז אפילו מ'נעמט די איידעלסטע מענטשן, און מ'לייגט זיי אין א פאזיציע פון אוטאריטעט, וועלן זיי ביז געציילטע וואכן זיך אנהייבן אויפפירן ווי די ברוטאלסטע פערשוינען, ממש כחית השדה.
מילא פאליציי ברוטאליטעט און אכזריות איז א זאך וואס האט אייביג פאסירט און וועט אייביג פאסירן, אבער רציחה איז שוין א צווייטע מעשה.

מאטי » זונטאג יולי 20, 2014 1:51 am

· #212623
ווי שטארק דאס בלוט קאכט מיר פון די מעשה אלצפן, מוז מען לייגן זאכן אין פּערספּעקטיוו. זיי האבן אים בעצם גע'הרג'ט בשוגג.

קינד_אן_קייט » זונטאג יולי 20, 2014 1:54 am

· #212624
אליצפן
ס'דא דער באקאנטער שטודיע פון עפעס א אוניווערזיטעט, כ'געדענק נישט אויפן מינוט דער נאמען, וואו מ'האט אוועקגעשטעלט א כמו תפיסה פון סטודענטן, און עס האט אויפגעוויזן אז אפילו מ'נעמט די איידעלסטע מענטשן, און מ'לייגט זיי אין א פאזיציע פון אוטאריטעט, וועלן זיי ביז געציילטע וואכן זיך אנהייבן אויפפירן ווי די ברוטאלסטע פערשוינען, ממש כחית השדה.

@אליצפן, דו מיינסט די ״סטענפארד עקספערימענט״ אדער די ״מילגרעם עסקפערימענט״ ?

אליצפן » זונטאג יולי 20, 2014 2:02 am

· #212625
קינד_אן_קייט

סטענפארד עקספערימענט איט איז. א דאנק פארן אויפפרישן דעם זכרון.

קינד_אן_קייט » זונטאג יולי 20, 2014 2:08 am

· #212626
מאטי
ווי שטארק דאס בלוט קאכט מיר פון די מעשה אלצפן, מוז מען לייגן זאכן אין פּערספּעקטיוו. זיי האבן אים בעצם גע'הרג'ט בשוגג.

@מאטי, נ״ל דזה אינו שוגג כיון שנתכוין לחנקו והוה פסיק רישיה ולא ימות.

אליצפן » זונטאג יולי 20, 2014 2:20 am

· #212629
מאטי
ווי שטארק דאס בלוט קאכט מיר פון די מעשה אלצפן, מוז מען לייגן זאכן אין פּערספּעקטיוו. זיי האבן אים בעצם גע'הרג'ט בשוגג.

@מאטי לייגן א מענטש אין טשאקהאלד, און נאכער איגנארירן זיינע געשרייען אז ער קען נישט אטעמען, און נאכדעם לאזן ליגן ווי א פגר און נישט אפילו פרובירן CPR, דאס אלץ equals רציחה במזיד אין מיין בוך.

פליקער » זונטאג יולי 20, 2014 2:25 am

· #212631
למעשה איז דער שחור עפעס שילדיג און זיין אייגענע מארד, היות ער האט געמאכט א החלטה אז ער גייט זיך נישט לאזן ווערן ארעסטירט, יעבור עליו מה, עסארמינערט נישט די רציחה, אבער ער האט געמאכט גאר א שוידערלעכער באשלוס.

דער שכן » זונטאג יולי 20, 2014 2:33 am

· #212632
ווער געדענקט נאך די מעשה פון ר׳ משה שמשון שווארץ האט געדרייווט א היימישע סקול-באס מיט מיידעלעך, די פאליציי האט אים ארעסטעד בלא עוול בכפו? טאק-שוי דעמאלץ בערי גרעי (ליידער א ׳איד׳) באט אונז אלע אידען באוואשן אז מיר האבען אייזענע טעפפס אויף די אלדען שיך כדי מען זאל קענען צאםשלאגען שווארצע ביי כאפטצעםס.. די רשעות׳דיגע פאליציי ביי יענע מעשה זענען שווארצע, דאכצעכמער א מאן מיט א פרוי.

ווער געדענקט ווען פאליציי אינעם פאליס סטעישען האבען אריין געשטיפט א פלאנדזשער שטעקען אין א (שווארצער) ארעסטאנט אריין אין זיין נקבים חלולים!?

די פאליציי געוועהנליך זענען די זעלעבע חיות ווי אנדערע גוים. איינער איז דיסיפלינד מער, דזשוינט ער די פאלייציי force. דער אנדערער דזשוינט די מאפיא. אלס דער זעלבער. על חרבך תחי׳ גייט ארויף אויף אלע גוים חיות טורפים מערדערערס.

שמעקעדיג » זונטאג יולי 20, 2014 10:48 am

· #212647
מערקווירדיג אז אין דער איד די וואך, אין דעם חלק ווי ער ברענגט אראפ אויסשניטן פון די אלטע צייטונגען פאר 50 יאר צוריק, ברענגט ער א ענליכע מעשה (ממש תורה לשמה...) גראדע מיט די ישראל'ישע פאליציי, און אויך זיי זענען ארויס פריי. אבער על הכלל כולו יצא אז די פאליציי זענען רוצחים.

.
📎 Police.JPG

galitzyana » זונטאג יולי 20, 2014 1:35 pm

· #212682
I see on this video they didn't even try helping him with CPR defibrillator A bunch of rotzchim

<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/172087/2014/07/20/staten-island-ny-video-reveals-nypd-officers-offered-no-medical-assistance-to-dying-man/">http://www.vosizneias.com/172087/2014/0 ... dying-man/</a>

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 21, 2014 12:13 pm

· #212838
נישטא וואס צו רעדן, אסאך פון די פאליציי רשעות קען פארמיטן ווערן דורך ווידיאו קעמרעס. לקיים והוקע אתם לנגד השמש. די דעשבאורד קעמרעס איז א ישועה פאר דרייווערס, און סתם סמארטפאונ'ס קען צוניצקומען ביי אזעלכע מעשיות ווי דעם שווארצן ערמארדעטן, און בילט אין סורוועילענס קעמרעס קען צוניצקומען ביי אזעלכע מעשיות ווי דער בחור וואס די פאליציי האבן אים ברוטאל באפאלן.

אט איז א זיסע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט לעצטנס.

.
📎 פאליציי טרעילאר.jpg

פליקער » מאנטאג יולי 21, 2014 2:18 pm

· #212856
👍 נאר אזוי, טאמזאפ

מאטי » מאנטאג יולי 21, 2014 2:21 pm

· #212859
כ'האב ליב דעם אויסדרוק "וואויליש יונגעריש"

קינד_אן_קייט » מאנטאג יולי 21, 2014 9:38 pm

· #212928

ישראל קאפקע » מאנטאג יולי 21, 2014 10:30 pm

· #212933
קינד_אן_קייט

It's actually quite hilarious,

משבק » דינסטאג יולי 22, 2014 10:45 am

· #212980
היאך החי יכול להכחיש? <a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/172352/2014/07/22/new-york-ny-nypd-preliminary-report-on-staten-island-sidewalk-death-makes-no-mention-of-chokehold">http://www.vosizneias.com/172352/2014/0 ... -chokehold</a>

קליגער אינגערמאן » פרייטאג אוגוסט 1, 2014 3:25 pm

· #215042
יעצט קומט אריין די נייעס פונעם מעדיקעל עקזעמינער אז די טויט פון עריק גארנער פון סטעטען איילענד איז הינדערט פראצעט א רוזעלטאט פונעם טשאק-האלד און נישט פון עזמע, הארץ אד"ג וואס מ'האט קודם געמייט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 8:56 am

· #382710
און דא איז א פרישע מעשה פון די פאליציי, ממש די זעלבע מעשה ווי זיי איזדיעקעווען זיך אויף א פשוט'ע בירגער, וואס איז שפעטער געווארן געפינען אומשולדיג. טענקס גאד פאר דעש קעמ'ס! לייענטס די קאמענטס צו זעהן ווי דאס פאלק שוימט אקעגן די פאליציי.

נידער מיט די רשעות!!

<a class="postlink" href="https://finance.yahoo.com/news/rape-cop-woman-suing-police-190001242.html">https://finance.yahoo.com/news/rape-cop ... 01242.html</a>

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 8:30 am

· #383379
שוין באלד נישט קיין נייעס... נאכאמאל און נאכאמאל די זעלבע ברוטאליטעט.

וויפיל מאל נאך זאל איך עס איבערזאגן? אבער איך זאג עס מיט פאטאס: דאנק ג-ט פאר דעש-קעמס און סעלפאן קליפס. א שאד זיי זענען נישט געווען 20 יאר פריער. אסאך אומשולדיגע קרבנות וואלטן נישט באשטראפט געווארן א דאנק די פאלשע ווערסיעס פון די פאליציי וועלכע זענען ליידער אומ'יושר'דיג באגלייבט אין געריכט.

Dashcam video shows white cop punching black man during stop

<a class="postlink" href="https://www.yahoo.com/news/dashcam-video-raises-questions-officer-force-164857397.html">https://www.yahoo.com/news/dashcam-vide ... 57397.html</a>
בלאט: 1 2