☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3381
בלאט: 1 2 3 4 5 6

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:14 pm

· #102685
איך זעה מהאט שוין געבלאקט דער יוטוב וידיו אויך. ברויך מען זוכען א צווייטער עצה. וואס איז די קאנספירעסי דא?

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:23 pm

· #102689
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

חשבון » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:26 pm

· #102690
ווידער דא שפעט. איך מיין איך טויש מיין נאמען צו נולד מאוחר.

וואס איז געווען די נאמען פון די ווידאו?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:27 pm

· #102691
איך בין אויך אנגעקומען נאך די מילך, קען איינער טרעפען די ווידיא? פליז האשעם.

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:33 pm

· #102694
זיי האבן אראפגענומען די ווידיאו און גייען עס אביסל איבערטוישן
עס גייט זיין שפעטער עוועליבעל

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:35 pm

· #102697
איך וועל עס מארגן קענען ארויפלייגן אי"ה, מיין אפלאוד ספיד איז שטייט און זאגט מיר אז עס וועט דויערן 290 מינוט...
-----

אויס מענטש האקט.

אויס מענטש » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:37 pm

· #102698
אדרבה לייג ארויף די אלטע ווייל איך וויל זעהן וואס זיי גייען טוישן
איינער פון די שפילערס האבן באקומען אביסל קאלטע פיס עלמיר זעהן צו עס וועט עפעס אויס מאכן

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:41 pm

· #102700
נו נו ער גייט, פארטאגס אויב קיינער וועט נאך נישט עספיען עס ארויפלייגן וועל איך עס פאוסטן.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:43 pm

· #102701
די ווידיאו האט נישט געברויכט זיין עוועיליבעל פאר די פובליק לתחילה ווייל ס'איז נאכנישט געווען אין די פיינעל ווערסיע. ס'האט געליעקט. ס'קען זיין אז די פראדוצירער ווילן דאס פיטשן צו א נעטווארק און ממילא ווילן זיי עס נאכנישט רעליעסט. זיי וועלן ווארשיינליך בלאקירן יעדע יוא טוב ווידיאו וואס ווערט געפאוסט. כך שמעתי.

דאט קאם, לאז 'חשבון' וויסן צייטליך ווען ס'איז ארויפגעלאדענט.

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 10:49 pm

· #102702
געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.

מאטי » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:33 pm

· #102707
געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.

גנדי » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:44 pm

· #102710
moti107

אויב דייטשלאנדס פירער און רוב דייטשלאנד האלטן אז מען זאל הרגענען אלע אידן - זאל מען בעטן אמעריקא זיך אריינמישן ראטעווען?

אויב די מדינה איז געווארען מיוסד אויף פרייהייט און רוב זענען פריי - זאל מען זיי שטערן האלטן א פארקינג לאט אפן שבת, אדער גראבן קברים?

א מדינה וואס איז מיוסד אויף INDIVIDUAL FREEDOM אין נישט דיסקרימינערן קעגן קיינעם - מעגן מען דארטן מאכן א שטעטל וואס דיסקרימינירט?

ממרום שלח אש » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:45 pm

· #102712
מענין לענין שלא באותו ענין.
כאב אמאל גערעדט מיט א אטעאיסט איבער רעליגיע, וועגן הריגת שבעה עממים, לא תחיה כל נשמה, זאגט ער וואס זענט עטס בעסער ווי בין לאדין, זאג איך, עס איז גארנישט ראנג מיט אים, אויב האט ער עס געטון ריין אן קיין פניות, ווייל ער האלט באמת אז זיין רעליגיע פאדערט דאס, קוק איך אים טאקע ארויף.
זאגט ער, ער וויל דיך הרג'נען, זאג איך, איך וויל אים אויך הרג'נען, חייך קודמין, אבער אין הארץ קען ער זיין א סעינט.

בדחן » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:51 pm

· #102713
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה, און פארגעסט נישט, דא רעדט מען פון מענטשן וואס זענענן מודה אויפן פילם אז זיי זענען נישט קיין קרבנות פון קיין סיסטעם נאר פשוט בטבע אזוי פון געבוירט אויס.

צווייטענעס, איך בין נישט דן קיינעם און איך זאג נישט ווי אזוי מען זאל זיך פירען און איך פראביר קיינעם נישט צו בארעדן אדער דיסקרעדיטען איך רעד בכלל נישט אריין און א צווייטענס לייף סטייל, אי האלט אבער אז א מוסד מעג און דארף האבן פרינצפען וועלכע קינדער זיי נעמען אן, דאכט זיך מיר - נישט זיכער - אז א אטעיאסט וועט נישט איינשרייבען זיינע קינדער און א קריסטליכע מוסד, א מוסד מעג האבן תקנות פון וועלכע שטיבער זיי ווילען נעמען קינדער, אכציג פערצענט עלטערן וואס צאלען בליטיג אויסגעהארוועטע שכר לימוד געלט וועלן ארויסשרייבען זייערע קינדער פינעם מוסד אויב זיי וועלן וויסען אז דער מוסד נעמט קינדער מכל הבא ליד, פאר א סיבה צאלט מען שכר לימוד, רוב עלטערן וואס שיקען די קינדער אינעם סאטמערען מוסוד ווילען אז מען זאל נעמען קינדער וואס פירען א סאטמערע שטוב, מען קען עפענענן א נייע מוסד פאר געוועזענע סאטמערע שטובער (עס וועט האבן היבש אסאך קינדער) אדער קען מען בלייבען און קר״י און שיקען אויף מאנסי, אבער העצן פאר דען גוי כאילו מען האט בא׳עוולט איינעם בשעת מען איז מודה תוך כדי דיבור אז מכן איז נישט קיין קרבן פון קיינעם נאר בטבע אזוי איז שטארק נישט אויסגעהאלטען.

מאטי » מאנטאג אפריל 8, 2013 11:59 pm

· #102715
ממרום שלח אש
מענין לענין שלא באותו ענין.
כאב אמאל גערעדט מיט א אטעאיסט איבער רעליגיע, וועגן הריגת שבעה עממים, לא תחיה כל נשמה, זאגט ער וואס זענט עטס בעסער ווי בין לאדין, זאג איך, עס איז גארנישט ראנג מיט אים, אויב האט ער עס געטון ריין אן קיין פניות, ווייל ער האלט באמת אז זיין רעליגיע פאדערט דאס, קוק איך אים טאקע ארויף.
זאגט ער, ער וויל דיך הרג'נען, זאג איך, איך וויל אים אויך הרג'נען, חייך קודמין, אבער אין הארץ קען ער זיין א סעינט.

ברוך שכוונתי דאס האב איך אמאל געשריבן
יאיר האט געשריבן:
moti107 האט געשריבן:
לא יבא ממזר בקהל השם
כהן לוי ישראל
זר הקרוב ימת
מלכות בית דוד

ראסיזם פון מיין פראספעקטיוו איז all men created equal under god און ווער ביסטו קליינע מענטשעלע צו מאכן חילוקים וועגן color nationality religion
אבער גאט מעג יא !! סאיז זיין וועלט כחומר ביד היוצר אויב גלייבסטו אז די תורה קומט פון גאט איז נישט דא קיין קושיות
והשתא דאתית להכא איז אלע דוחקים וואס לעקוואד וחביריו האבן געמאכט צו פארענפערן יאיר וחבריו לכאורה איבריג.

דעמאלט פארוואס האבן מיר טענות אויף די אינקוויציע אין שפאניע, זיי האבן געגלייבט אז גאט וויל אז מען זאל פארברענען די אידן און מען קען נישט פרעגן קיין קשיות?

אה״נ דער אימוויסענדער פויער וואס איז איינגערעדט געווארן פון זיין שמייליגער אז דאס וויל גאט איז בעצם גערעכט פון זיין פרעספעקטיוו.

אסאמא בין לאדין קען אויך מיט אן אמת האלטן אז ער טוט גאטס ארבייט און זיך שפורן גערעכט,אבער ווער פרעגט אים?

מייזן אין ראטן מאכן כסדר מיטינגען וויאזוי קער צו נעמען פון די אכזריותדיגע exterminator's

יואליש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:00 am

· #102716
בדחן
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט.

אויס שטירמער?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:02 am

· #102717
DotCom
[ציטאט אראפגענומען]

נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?

גערעכט, די גאנצע ענין האט מען דא זייער ברייט אויסגעשמיעסט עי״ש והדבר פשוט מאוד אז א מיעוט גייט נאך א רוב,

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:02 am

· #102718
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:04 am

· #102720
יואליש
בדחן
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

יואליש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:07 am

· #102721
בדחן
יואליש
בדחן
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

אמת אז דאס בילד אויפן פילם איז פון די סידו"ק, אבער מ'האט אויף דאס פארפאלק געווארפן פאשקעווילן אין גאנצן שטאט. כ'געדענק עס. כ'האב עס געזעהן.

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:11 am

· #102723
שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:14 am

· #102725
DotCom
געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.

סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

מאטי » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:15 am

· #102726
יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:17 am

· #102728
moti107
יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:18 am

· #102729
געפילטע פיש
DotCom
געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

די לאגיק איז זייער פשוט, סטאטוס קווא איז ערשט, אבער עס קען געטוישט ווערן אויב רוב הציבור וויל אדער טוט עפעס, איך פארשטיי נישט וואס איר פארשטייט נישט.

סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

מילאן פערצענט זאלסט אנטלויפן ווי פריער, עס איז לאגיש און תורה׳דיג און מעגליך אויך געזעצליך אז זאלסט אנטלויפן פון אזא מקום סכנה ווי פריער.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:25 am

· #102732
ר' שמחה
קאך_לעפל
אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)

האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.

דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.

ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.

למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.

נישט נאר שקרים וכזבים, חלומות ודמיונות, נאר טייל פון די סאטמערע PR.

א גרויסער שקויעח ר' שמחה פארן דאס מעורר זיין. דאס איז שקר, שטותים און פערדעריי. דאס איז הוצאות שם רע אויף איד א צדיק תמים ונשגב, א תלמיד חכם און א בנן של קדושים, פון וועמען עס זענען געבליבן ערליכע אידישע דורות דא אויף די וועלט. עס איז נארישע סאטמארע פי אר, און עס איז נאריש ווייל עס זענען נאך דא היינט מענטשן ביי וועמען מען קען עס מברר זיין. און איך מיין נישט דעם רשע ושקרן הידוע זריעל גליק

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:31 am

· #102733
גנדי
moti107
געפילטע פיש
@dot_com,
אפילו ס'רוב וויל מ'זאל אומברענגען די אומגלויביגע אויפן אוטא-דע-פעי?

אויב קענען די ספאנישע פירערס מאראליש אויפווייזן אז אומגלויביגע איז א מצווה צו פאברענען און זיי בויען א לאנד על שם זאת און רוב ציבור פארשטייט אזוי און טוען דאס לשם שמים וואלט איך געהאלטן אז ס׳איז א גוטע איידיע דארט צו בלייבן אנלעסס ביסט נישט אויף א סואיסייד מיסיע.
די פוינט איז אז דער קילער אין קעי דשזעי מעג האלטן אז דער פרומער איז נישט גערעכט מיט זיינע תקנות אבער מיט דעם אלעם אויב טוען דאס נישט די פירערס צוליב קארופציע נאר זיי מיינען לשם שמים אויף זייער שטייגער דארף דער יחיד זיך בייגען פארן רוב.
הרג׳נען מענטשן איז בעצם נאר א פראבלעם ווילאנג איינער שרייט אז ס׳איז א פראבלעם אויב רוב וועלט נעמט אן מיט א פשטות אז רציחה איז סך הכל אן עקזאטיק ספאורט קען זיך דער מיעוט וואס האלט נישט אזוי אפווישן די נאז.

אויב דייטשלאנדס פירער און רוב דייטשלאנד האלטן אז מען זאל הרגענען אלע אידן - זאל מען בעטן אמעריקא זיך אריינמישן ראטעווען?

אויב די מדינה איז געווארען מיוסד אויף פרייהייט און רוב זענען פריי - זאל מען זיי שטערן האלטן א פארקינג לאט אפן שבת, אדער גראבן קברים?

א מדינה וואס איז מיוסד אויף INDIVIDUAL FREEDOM אין נישט דיסקרימינערן קעגן קיינעם - מעגן מען דארטן מאכן א שטעטל וואס דיסקרימינירט?

דייטשלאנד'ס פירער, פארן מחליט זיין צו הרג'ענען, האב זיי קודם געטרייט צו פארטרייבן. און נאר נאכדעם וואס זיי האבן געזעהן אז קיינער, נאכאמאל, קיינער, וויל זיי נישט ארייננעמען, האבן זיי מחליט געווען צו הרג'ענען. און דו פרעגסט צו זיי זענען געווען גערעכט? זעסט דאך אז קיינער האט זיך נישט געקימערט. אפילו נישט אמעריקא, אפילו נאכדעם וואס זיי האבן קלאר געוויסט וואס עס גייט פאר. זיי זענען געווען זייער העפי אז יענער טוט עס.

צו איז דאס ריכטיג?

ניין. און טאקע דערפאר וואוין איך נישט אין קרית יואל. מיט אסאך יארן צוריק האט מיך א קרוב געמוטשעט איך זאל קומען מיט אים וואוינען אויף ק"י ווייל מען קען דארט קויפן דירות פאר ביליג. איך האב אים געענטפערט: איך אינוועסטיר נישט נישט אין איראן, נישט אין איראק, נישט אין סאודי אראביע, נישט אין סקווער און נישט אין קרית יואל.

הדד בן בדד » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:33 am

· #102734
און צום לעצט לייג איך צו א בקשה, איך האב נאך נישט געזעהן דעם קליפ, און איך וויל זען דעם אריגינעלן. פליז, ווער עס קען דאס ממציא זיין וועל איך אים זייער שטארק באדאנקן. אפילו אין אישי אדער אימעיל

מאטי » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:33 am

· #102735
יאיר
moti107
יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

יא! איך גלייב. אבער איך האלט אויך אז אויב די גאנצע וועלט נעמט אן פאר א פשטות א זאך וואס איז אין מיינע אויגן קעגן abselute truth אלץ מאראליש. וועל איך מיך גלייך רעגיסטרירן אין א משוגעים הויז אלץ דער איינציגסטער נארמאלער מענטש אין נישט ווארטן אז איך זאל ווערן איינגעשפארט מיט קייטן.

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:34 am

· #102736
הדד בן בדד
ר' שמחה
קאך_לעפל
אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ

דארפסט נישט שרייבען קעגן איינעם כדי דערמיט ארויסצוהייבען א צווייטען, איך פראטעסטיר קעגן די ביליגע לשונות וואס די ניצט,

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:35 am

· #102737
בדחן
געפילטע פיש

סאו אויב רוב ציבור אין מיין שטעטל וויל אומברענגען אלע וואס גלייבן נישט אין בעל פעור, און ווילן אריבערפירן אלע קינדער פארן מולך, טאר איך נישט פראטעסטירן, נאר זאל מיך אויפהייבן אן קיין ווארט אן זיך אריבערציען. אפילו אויב ס'איז ביכלתי זיך קעגן שטעלן די געזעץ.

מילאן פערצענט זאלסט אנטלויפן ווי פריער, עס איז לאגיש און תורה׳דיג און מעגליך אויך געזעצליך אז זאלסט אנטלויפן פון אזא מקום סכנה ווי פריער.

ס'נאך נישט קיין סכנה, איך קען אנפייפן און אנדרייען די מידיע מבטל צו זיין די געזעץ. זאל איך אוועקמופן מארצי וממולדתי כדי נישט פוגע צו זיין אין די בעל פעור'ניקעס, אדער זאל איך פראבירן צו בלייבן נאנט צו מיין משפחה, חברים, און פעיוורעט גראסערי, און פראבירן זיך באקוועם צו מאכן ווי ווייט מעגליך?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:40 am

· #102741

און רום זאלסטע זיך פירען ווי די רוימער, אויב דו קענסט נישט דאן מוף אוועק פון רום ווייל די וועסט קיין גרויס נחת נישט דערלעבן,

אויב איז די רוב פון א קאמינוטי קעגן דיינע אינטערעסן,דאן פאק פעק און זיך א צווייטע קאמינוטי, די שכל זאגט אז די רוב וועט סיי ווי אויספירען וואס זיי ווילען, געזעצליך צו אומגעזעצליך איז אירעליווענט עס איז א פאקט און שכל׳דיג אז די רוב איז בעה״ב, דערפאר איז ווערט צו פארקוקען אויף די באקוועמע גראסערי און גיין... און זיכער אזוי ווען די משפחה שעמט זיך מיט דיר און קען באשטיין אז זאלסט מופען אויף יהופץ...

אברעמעל » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:42 am

· #102743
יואליש
בדחן
יואליש
בדחן
אויב ווילען זיי עס לייגען אויף א נעטווארק זאלן זיי קודם אראפנעמען די ליגענט כאילו מען האט געווארפן פאשקעווילען קעגן א יחיד, נישט יעדע זאך קעגגן שותומ״צ דארף זיין מיט אזא העצע נוסח דער שטירמער ווי די נאציס..

מ'האט יא געווארפן פאשקעווילן אויף די פאמיליע. ס''איז קיין ליגענט. אויס שטירמער?

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

אמת אז דאס בילד אויפן פילם איז פון די סידו"ק, אבער מ'האט אויף דאס פארפאלק געווארפן פאשקעווילן אין גאנצן שטאט. כ'געדענק עס. כ'האב עס געזעהן.

נישט ממש אזוי, זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אויף מאנראוי (האבענדיג חתונה געהאט אין וויליאמסבורג).
איינע פון די שכינים האט געווארפן די פאשקעווילן קעגן זיין ווייב איבער איר צניעות אוו נאר אויף יענע גאס און ארום.
צופרי האט מען דאס צאמגענומען. געהייסן האט עס אז וועד הצניעות האט עס צאמגענומען ווייל דאס איז נישט געווען פון זיי, ווי אויך זענען זיי געווען דערקעגן.

עניוועי די קליינע חלק מאכט נישט אויס.

matovu » דינסטאג אפריל 9, 2013 12:53 am

· #102754
אוי וויי איל פייגער עס צי זעהן,

הההההצצצצללללללההההה

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:01 am

· #102758
matovu
אוי וויי איל פייגער עס צי זעהן,
הההההצצצצללללללההההה

יענטץ איז נישט דא מער. אבער איך האב אנדערע אינטערסאנטע דאקיומענטרי פילם וואס דו קענסט זעהן.

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:06 am

· #102763
וועלכע?!

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:09 am

· #102767
זאג מיר וואס די גלייכסט?! איבער ערפלאנענן? סובמארינס? ליבאוויטשער רבי? דא און קאווע שטיבל איז דא א גאנצע אשכול מיט אסאך דאקיומענטרי פילם׳ס איך וועל עס אפיר זיכען פאר דיר.

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:10 am

· #102769
moti107
יאיר
moti107
יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

דו גלייבסט אין abselute truth?

יא! איך גלייב. אבער איך האלט אויך אז אויב די גאנצע וועלט נעמט אן פאר א פשטות א זאך וואס איז אין מיינע אויגן קעגן abselute truth אלץ מאראליש. וועל איך מיך גלייך רעגיסטרירן אין א משוגעים הויז אלץ דער איינציגסטער נארמאלער מענטש אין נישט ווארטן אז איך זאל ווערן איינגעשפארט מיט קייטן.

בקיצור, פון אן אביעקטיווער שטאנדפונקט, איז היטלער געווען א מאראלישער מענטש אדער נישט?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:12 am

· #102772
זיכער נישט, יר האט געהאט נאך אסאך מאראלישע פעלערן חוץ זיינע גרויליגע רציחות,

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:14 am

· #102773
בדחן
זיכער נישט, יר האט געהאט נאך אסאך מאראלישע פעלערן חוץ זיינע גרויליגע רציחות,

אבער ווען נישט די פעלערן וואלט אים די רציחות אליין נישט געמאכט פאר אן אוממאראלישער מענטש?

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:18 am

· #102775
וואס איז אפילו די פראגע? מעגליך אז זיין אוממאראאל האט אום צוגעברענגט אז ער זאל מיינען אז עס איז מאראליש עס צוטיען, אבער אזא רוצח קען נישט זיין נאר איינער וואס איז אוממאראליש,

גנדי » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:21 am

· #102777
moti107
יאיר
ממרום און מאטי, איר ווייסט אז היטלער האט באמת געהאלטן אז ער האט א מאראלישע פליכט צו אויס'הרג'ענען אלע אידן? איז היטלער טאקע געווען א מאראלישער מענטש?

פון זיין פרעספעקטיוו אודאי אויב האט ער געהאלטן אז דאס איז א גוטער פרינציפ

יעצט פארשטיי איך די נטורי קרתא.

אחמאדינעזשאד און די אייאטאלאס האלטן עס איז א חוב קדוש צו הארגענען די קינדער פון די מאלפעס און די דבר אחר׳ס.

פארדעם קישן זיי אים. פאר די געוואלדיגע מאראלישע מענטש וואס וויל באשיצען די רוב אראבערס זאלן זיך נישט אפלערנען פון די מיעוט אידן.

געפילטע פיש » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:26 am

· #102780
בדחן
און רום זאלסטע זיך פירען ווי די רוימער, אויב דו קענסט נישט דאן מוף אוועק פון רום ווייל די וועסט קיין גרויס נחת נישט דערלעבן

און ווען אין תרח'ס שטוב, טוה ווי תרח, ווען אין חרן, טוה ווי לבן, און נישט תרי"ג מצוות.

בדחן
אויב איז די רוב פון א קאמינוטי קעגן דיינע אינטערעסן,דאן פאק פעק און זיך א צווייטע קאמינוטי, די שכל זאגט אז די רוב וועט סיי ווי אויספירען וואס זיי ווילען, געזעצליך צו אומגעזעצליך איז אירעליווענט עס איז א פאקט און שכל׳דיג אז די רוב איז בעה״ב, דערפאר איז ווערט צו פארקוקען אויף די באקוועמע גראסערי און גיין... און זיכער אזוי ווען די משפחה שעמט זיך מיט דיר און קען באשטיין אז זאלסט מופען אויף יהופץ...

דו קומסט מיר געבן אן עצה טובה, פאר מיין אייגענע סעיפטי זאל איך אוועקגיין, מוחל טובות, איך וועל זיך זארגן דערפאר, איך האב געפרעגט פון א מאראלישע שטאנדפונקט, ברויך איך זיין סענסיטיוו צו א פארבויגענע צודרייטע סעקטע וואס דינט זייער פעור דורך קאקן אויף א געטשקע, און אויס סענסעטיווקייט זיך אוועקציען פון מיין געבורט ארט, אדער קען איך זיך טוהן מיינס, לעבן מיין לעבן דבוק בה' אחד, און פארבלייבן ציווישן די שבעים זאבים?

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:30 am

· #102784
דא האט עטץ די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט מיטן ארויסלייגן און פארשפארן דעם פילם!!!
איך געב איבער דער ווארט פאר איינער פון די צוויי פראדעצירער פונעם פילם:
<a class="postlink" href="http://kaylaruble.com/a-shtetl-of-our-own/">http://kaylaruble.com/a-shtetl-of-our-own/</a>
אגב: ברענגט זי דארט א טרעילער פון אפאר מינוט.

בדחן » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:33 am

· #102787
געפילטע פיש
בדחן
אויב איז די רוב פון א קאמינוטי קעגן דיינע אינטערעסן,דאן פאק פעק און זיך א צווייטע קאמינוטי, די שכל זאגט אז די רוב וועט סיי ווי אויספירען וואס זיי ווילען, געזעצליך צו אומגעזעצליך איז אירעליווענט עס איז א פאקט און שכל׳דיג אז די רוב איז בעה״ב, דערפאר איז ווערט צו פארקוקען אויף די באקוועמע גראסערי און גיין... און זיכער אזוי ווען די משפחה שעמט זיך מיט דיר און קען באשטיין אז זאלסט מופען אויף יהופץ...

דו קומסט מיר געבן אן עצה טובה, פאר מיין אייגענע סעיפטי זאל איך אוועקגיין, מוחל טובות, איך וועל זיך זארגן דערפאר, איך האב געפרעגט פון א מאראלישע שטאנדפונקט, ברויך איך זיין סענסיטיוו צו א פארבויגענע צודרייטע סעקטע וואס דינט זייער פעור דורך קאקן אויף א געטשקע, און אויס סענסעטיווקייט זיך אוועקציען פון מיין געבורט ארט, אדער קען איך זיך טוהן מיינס, לעבן מיין לעבן דבוק בה' אחד, און פארבלייבן ציווישן די שבעים זאבים?

די פארשטייסט נישט די עיקר פוינט,

נישט אייביג איז די רוב מאראליש מיט זייערע פארלאנגען און נישט אייביג איז די מיעוט מאראליש אדער אוממראליש, די מציאות איז אבער אז די רוב שפילט די געים און איז בעה״ב, איך זע נישט קיין שום מאראל מיטען זיין א לוזער און קעמפן פאר א זאך וואס מען קען נישט געווינענן.. עס איז מאראליש איינצוזען די מציאות אויפן שטח.. און ......

יואליש » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:37 am

· #102788
אברעמעל
יואליש
בדחן

שב״ש, איך קען די אישו בעפאר די פילם, מען האט נישט געווארפן קיין פאשקעווילען, עס איז בילדער פון ס״ק,

אמת אז דאס בילד אויפן פילם איז פון די סידו"ק, אבער מ'האט אויף דאס פארפאלק געווארפן פאשקעווילן אין גאנצן שטאט. כ'געדענק עס. כ'האב עס געזעהן.

נישט ממש אזוי, זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אויף מאנראוי (האבענדיג חתונה געהאט אין וויליאמסבורג).
איינע פון די שכינים האט געווארפן די פאשקעווילן קעגן זיין ווייב איבער איר צניעות אוו נאר אויף יענע גאס און ארום.
צופרי האט מען דאס צאמגענומען. געהייסן האט עס אז וועד הצניעות האט עס צאמגענומען ווייל דאס איז נישט געווען פון זיי, ווי אויך זענען זיי געווען דערקעגן.

עניוועי די קליינע חלק מאכט נישט אויס.

ווי געזאגט, די דעטאלן מאכן נישט אויס. ווען בדחן איז אויפגעשטיינען איז שוין נישט געווען קיין פאשקעווילן. אבער אני הקטן בין ארויס פון קאר אויף צוויי פלעצער און אויפגעהויבן פאשקעווילן פון דער ערד יענעם אינדערפרי.

יאיר » דינסטאג אפריל 9, 2013 1:39 am

· #102790
בדחן
וואס איז אפילו די פראגע? מעגליך אז זיין אוממאראאל האט אום צוגעברענגט אז ער זאל מיינען אז עס איז מאראליש עס צוטיען, אבער אזא רוצח קען נישט זיין נאר איינער וואס איז אוממאראליש,

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אבער אויב עס בלייבט אז די האלאקאוסט כשלעצמו איז אן אוממאראלישער אקט כשלעצמו, נישט קיין חלק ווער עס באגייט עס און פארוואס, מיינט עס אז אפילו אויב רוב מענטשן אין א לאנד, אין אונזער פאל דייטשלאנד, האלטן אז מ'מעג הרג'ענען אלע אידן, און אפילו זיי אליין גלייבן אז ס'איז מאראליש אזוי צו טון, (ווי די נאציס האבן געהאלטן), פונדעסטוועגן איז עס נאכאלס אן אוממאראלישע אקט צו טון. דהיינו, דאס אז רוב מענטשן האלטן אז מ'דארף טון כך וכך בארעכטיגט נישט יעדע איינציגע מעשה פון א מאראלישע שטאנדפונקט, ס'איז דא א ליין וואס מ'טאר נישט אריבערגיין. דו שטעלסט עס דעם ליין ביי רציחה, איך שטעל עס אפ ביים רודפ'ן א פרוי וועגן לאזן וואקסן אירע האר.
יעצט לאז איך איבער פאר יעדן צו מחליט זיין אויב די האלאקאוסט אליין איז געווען אן אוממאראלישע אקט, אפגעזען ווער עס טוט עס, פארוואס מ'טוט עס, און וואו מ'טוט עס. ווער עס האלט אז אין געוויסע פעלער הייסט די האלאקאוסט מאראליש, איז בארעכטיגט צו פארטיידיגן די ועד הצניעות.

גנדי » דינסטאג אפריל 9, 2013 2:26 am

· #102797
Every religious group, while perhaps a majority somewhere, is also inevitably a minority somewhere else. Thus, religious organizations should and do show tolerance toward members of other religious denominations.

Russell M. Nelson

אין קרית יואל אדער אין סקווירא זענען די גאר פרומע די רוב. געדענק גיט אז די רעכטן, הצדקה און תירוצים וואס די געבסט פאר די רוב אין שטעטל - די זעלבע תירוצים וועט מען נוצן קעגן פרומע אידן ווי זיי זענען די מיעוט. וואס דאס איז במציאות אין רוב וועלט.

אין נוי יארק קען דאס דער מעיאר זאגן קעגן מציצה בפה. און ארץ ישראל קעגן אלע פרומע. און אין לעיקוואד קעגן די חסידישע.

מעג לעיקוואד אנהייבן רודפ'ן חסידים וואס גייען מיט א שטריימעל?

מעגן די רוב אין ארץ ישראל זאגן פאר די קנאים וואס שטעלן זיך נישט אפ ביים פייף - אויב שטעלסטו זיך נישט צו, פאק פעק און מוף אוועק?

מעג א גוי׳אישע קאמפאני זאגן פאר די אידישע ארבעטערס. אויב ארבעטסטו נישט שבת. זיך דיר א נייע דזשאב?

DotCom » דינסטאג אפריל 9, 2013 5:48 am

· #102807
<a class="postlink" href="http://youtu.be/4gcUvt-uNXQ">http://youtu.be/4gcUvt-uNXQ</a>

נייגעריגער » דינסטאג אפריל 9, 2013 6:44 am

· #102809
א הערצליכן דאנק מיסטער דאט קאם!!
דו האסט עס אליין אפלוידעט? אויב יא: עצתי נתונה אז זאלסט טוישן דעם ווידיאו טייטל צו עפעס אינגאנצן אנדערש כדי ס'זאל זיין אביסל שווערער פאר די חברה עס צו טרעפן מיט א בלויזע סערטש אויף יו-טוב און קלעימען קאפירייט!
עניוועי: איך האב עס שוין אראפגענומען פאר מיר!
בלאט: 1 2 3 4 5 6