☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

257 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3381
בלאט: 1 2 3 4 5 6

בן תמליון » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:39 pm

· #102537
יואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).

ממרום שלח אש » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:40 pm

· #102538
לעמאן דזשוס
אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?

אין א שמועס מיט שלום דין האט ער מיר אנפארטרויעט אז ער איז נשתומם געווארן פון די טעמפקייט פון די שותי קאווע, זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין אז איינמאל מען גלייבט נישט האט נישט קיין זון אנצוהאלטן עפעס. און פארדעם האט ער געסטאפט צו שרייבן.

זעט אויס ער האט דיר געמיינט.

בן תמליון » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:41 pm

· #102542
לעמאן דזשוס
אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?

פערצופאל האב איך דאס באמערקט:

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2jMJPshAUNQ&feature=youtu.be">http://www.youtube.com/watch?v=2jMJPshA ... e=youtu.be</a>

עס זעט נישט אויס ווי אזא סארט משוגעת אן א טראפ מחשבה און אדיאלאגיע וועט האבן א לענגערן טערמיניגן קיום.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:44 pm

· #102544
בן תמליון
יואליש אז פאמיליע גאלדבערגער וועט בלייבן חאטש לפנים שומר שבת און כשרות איז עס באגריסענסווערד. (איך ווייס נישט די פאקטן למעשה).

האמיר א שוין א שטיקעלע מחלוקה'לע: ממרום ווס. בן תמליון.

דרך אגב, פראנק, פאר וואס ס'איז ווערט, שטאט אפ באזיכן אין דעם שול. אבער די אינדיגס דארט נעמען זייער אינספיראציע פון בראדי.

לעמאן דזשוס » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:45 pm

· #102545
ממרום, דארפסט נישט מיינען אז ער האט מיר געמיינט. די שמועס האט זיך דאמאלס באצויגן צו אים. זוך עס אויף דא אין שטיבל.

אינטערעסאנט, מיר אלע זענען פארטעמפט און דין איז דער חכם עתיק וואס לאזט אפ א יעדע שפור און שייכות מיט זיינע פארגייער און קאמיוניטי. גערעכט.

ביידיוועג אויף שלום איז די קושיא נישט אזוי גרויס ווייל זיינע עלטערן זענען בעלי תשובה צו וואטעווער. אבער די אלע יידישיסטן און איזמען למיניהם אפילו די מדינת ישראל יידן האקן נישט איבער אלע שטריקן. פרעג יצחק נוסבוים און טעאדער הערצל און אויב ווילסטו פרעג שמעון פרס מיט ביבי.

מאטי » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:47 pm

· #102546
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך
? אפילו אין קראלי ווי די ברענגסט א הכחה לצידך אז אנהייב האט מען געלעבט בשלוה איז טאקע געווען ווייל ביידע צדדים האבן פארשטאנען זיך אפצוטיילן. אודאי אויב סאיז יא בערבוביא איז דא א מענטשליכע און א אוממענשליכע (לייען ציממערמאן׳דיגער) וועג זיך צו באפאסן דערמיט אבער אפילו א שחור קען פארשטיין אז אין איסט ניו יארק פאסט מער אנצושפריצען דורכפארערס ווי און א בעסערער געגענט.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:49 pm

· #102547
די זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:51 pm

· #102548
moti107
[ציטאט אראפגענומען]

יאנקעל איך אנערקען אז דער וועג וויאזוי מ׳באנעמט זיך מיט די אזויגערופענע שוואכערע עלעמענטן איז צריך תיקון גדול מאוד מאוד.
אבער צו ביסטו נישט מודה אז אויב איינער איז מייסד א שטעטל מיט א ציהל צו א געוויסע קריטעריע און השקפה אין אידישקייט און בויעט מוסדות אויף דעם מהלך און מענטשן ציען זיך אהין דאס צו פראקטיצירן פאר זיך און די קינדערלעך אז זיי האבן די רעכט צו זיין ברוגז אויף די וואס שטערן מיט זייער אויפירונג דעם מהלך?
וואס וואלסטו געזאגט צו אפאהר שחורים וואס עפענען אויף א פייער היידרענט און מילבעיסן און שפריצען אן די אינפיניטיס וואס פארן דארט אדורך
? אפילו אין קראלי ווי די ברענגסט א הכחה לצידך אז אנהייב האט מען געלעבט בשלוה איז טאקע געווען ווייל ביידע צדדים האבן פארשטאנען זיך אפצוטיילן. אודאי אויב סאיז יא בערבוביא איז דא א מענטשליכע און א אוממענשליכע (לייען ציממערמאן׳דיגער) וועג זיך צו באפאסן דערמיט אבער אפילו א שחור קען פארשטיין אז אין איסט ניו יארק פאסט מער אנצושפריצען דורכפארערס ווי און א בעסערער געגענט.

און מיינסטו אז אין קראלי שפעטער איז יא אלעס געגאנגען מיט זיידענע הענטשיך, פרעג נאר ר' עזריאל גליק עוד בו נשמתו וואס דארט האט זיך אפגעטון

בן תמליון » מאנטאג אפריל 8, 2013 3:54 pm

· #102551
ממרום שלח אש
לעמאן דזשוס
אמת, יואליש איך האב דאס אמאל שטארק גע׳טענה׳ט בנוגע שלום דין דא אין שטיבל. זוך עס אויף.

הגם, מיין טענה איז געוועהן; טרעף עפעס א לעוועל. און זיי גייען און ׳שאפן׳ א פרישן לעוועל...עפעס א נייע סארט היפי סטייל לייף קען זיין אז יסודתם בהררי קרליבך...

און וואס זאגט מורינו ר׳ מוטה?

אין א שמועס מיט שלום דין האט ער מיר אנפארטרויעט אז ער איז נשתומם געווארן פון די טעמפקייט פון די שותי קאווע, זיי האבן נישט געוואלט פארשטיין אז איינמאל מען גלייבט נישט האט נישט קיין זון אנצוהאלטן עפעס. און פארדעם האט ער געסטאפט צו שרייבן.

זעט אויס ער האט דיר געמיינט.

נשתומם געווארן פון די טעמפקייט? האט נישט קיין זין? נעבעך לעבט אין עקשנות. דאס דראפן אלעס ווייזט דער פאקט איז א דיזעסטער אויף אלע אופנים. אזוי שווער איז צו טראגן א קליין קאפל, א סענטימעטער בארד און עסן טשאלנט שבת? איז עס נישט ווערט די אייגענע קינדער און געוועזענע משפחה?

ממרום שלח אש » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:01 pm

· #102553
יואליש

האמיר א שוין א שטיקעלע מחלוקה'לע: ממרום ווס. בן תמליון.

איך גלייך זייער א שיינע מחלוקלה,
די פראגע איז, צו לויט די אידישע רעליגיע איז עס א נפק"מ, לויטן רמב"ם זיכער נישט, לויט חסידות מסתמא יא, "ווילאנג די לעכטעלע ברענט" "כל זמן מאיז מחובר צום שורש" וכו.

סאיז טאקע זייער איראניש, א תלמוד פון YU ווואס גלייבט נישט אין מציאות הבורא און תורה מן השמים האט מיר געזאגט אז ער ווייסט אז לויטן רמב"ם איז ער נישט קיין איד, אבער די רמב"ם איז געווען עקסטרעם, לויט די חסידים קוקט מען נישט אויף די זאכן.
ווער סאיז אביסל באהאווענט אין די היסטאריע פון השכלה און אלטערנעטיווע אידישקייט פארשטייט ווי קאמיש עס איז.
צייטן טוישן זיך...

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:10 pm

· #102556
מען טאר נישט זעהן דעם קליפ.
כ'האב דאס היינט אינדערפרי געזעהן אויף מרס וויזעל'ס פעידזש. איך זאג אייך ס'סכנה.... איך האב באקומען אזא חשק זיך אריבערציען קיין עירמאנט.... מ'זעהט די הני נשיא וואס ווארטען אפ די מענער מבי מדרשא ... כמותם ירבו בישראל

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:16 pm

· #102558
[ציטאט אראפגענומען]

על פי געזעץ ביסטו גערעכט, אבער אויב גייסטו על פי תורה (נישט על פי חסידות אדער השקפה) וואס די אידן זאגן אז זיי ווילן נאך האלטן, זענען זיי לגמרי נישט גערעכט

מאטי » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:17 pm

· #102559
יואליש
די זענען נישט מענטשן וועלכע האבן זיך אנגעריקט דארט. זיי זענען געבוירן געווארן, מחונך געווארן, און געווארן חתונה געמאכט דארט.

פארוואס איז דיין חילוק מחלק? סוף כל סוף שטערן זיי מענטשן וואס האבן אינוועסטירט צו קענען וואוינען און לעבן אזוי ווי זיי האבן געזען פאר רעכט
ס׳איז טאקע א פרייע קאנטרי סאיז טאקע דא דער געפיל אז זיי זענען אייגענע. אבער למעשה איז דא א מאראלישע מענטשליכע פליכט נישט צו סטעפן אויף יענעמס הינער אויג. ס׳איז גראדע דא א שמועס דא אין שטיבל אן א דאמעסטיק לעוועל לגבי טאטע און קינד וויאזוי זיך צו פירן כאטשיג מ׳האלט אנדערש.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:23 pm

· #102561

פיין, פראטאקאלירט: מ'ברויך זיך איבערפאלנצן מיטן גאנצן האב און גוטס, איינמאל מיין שכן איז נישט צופרידן מיט מיין אויסוואל אין לעבן. כ'בין מחולק, כל זמן דאס קינד האט נישט געהאט א ברירה ווי צו וואוינען, זיך ערציען, אנקניפן חברותות, און זיך פארעמען דאס איינציגסטע געזעלשאפט במציאות. אז דאס טייג וואס די מאמע האט איינגעקנוייטן האט איבערגעיורן איז דאס נישט דאס קינד'ס פראבלעם.

לאמיר אבער אנעמען דיין מהלך אויף די מינוט. יעצט ווי ווייט גייט דאס?

אויב איך האב א סובסקריבשאן צו נעשענאל געאגרעפיק און מיין שכן'ס אינגל פון כתה ח' מיז זיך נעבעך צוקוקן ווי א טאטע מיט בארד און פיאות נעמט ארויס אזא מאגאזין פון פאסט שאכטל בשעת אונטערן ארעם האלט ער א טלית ותפילין, רשי'ס און ר"ת'ס. איז דאס געניג סיבה אז מ'זאל מיך ארויס'רודפ'ן פון שטאט?

קאך_לעפל » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:25 pm

· #102563
[ציטאט אראפגענומען]

נישטא קיין ווערטער, די דאזיגע ווערטער פון יענקל, איז ווערט מער וואו גאלד און זילבער, דאס ווייסט דאס קרימע און טיפשותדיגע מהלך המחשבה, פון די אלע עוברי עבירה, איצט זעען מיר אלע, אז רבינו שליט''א מיט די הנהלה רחניות פונעם שטעטל זענען 100% גערעכט, און מען דארף די חברה אויס רוימען, וואו א מען רוימט אויף א מיסט קאסט, לא תחמול עליו, מען דארף פון זיי פטור ווערן וואו מען ווערט פטור פון קרעטץ, שכוח יענקל!

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:27 pm

· #102564
פאו'ס לאו?

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:49 pm

· #102570
אין וומסב"ג ב"פ מאנסי וכו' ביסטו גערעכט, אבער א שטעטל וואס איז נתייסד געווארן מיט די מטרה, אפילו ביסט דארט געבוירן און אויפגעוואקסן, אויב באשליסטו ווילסט זיך פירן אנדערש ווי דארט, בכל הכבוד, אבער גיי ערגעץ ווי ס'איז אקצעפטירט

גייסטו מיר ענטפערן, אז מען קען נישט גרינדן א שטעטל מיט אזא מטרה, און ס'איז פרידאם, דעמאקראטיע, קענסט מיר נישט איינטיילן וואס צו טון

נו אויב אזוי בלייב מיר ביי דעם, און צו דו האלטסט יא אז מען קען איינטיילן צו נישט, טוט מען דאס סיי ווי למעשה

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:51 pm

· #102572
מ'פרעגט מיר אין אישי:
"נו, פארוואס טאקע ציעסטו דיך נישט אריבער קיין עירמאנט?"...
מיין תשובה:
איך גלייך נישט די רב. ער האט נישט קיין סמיכה פון YU

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:54 pm

· #102576
מיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:57 pm

· #102577
יענקל, די וועלכע אדוואקאטירן פאר אינפארסירן נאר תקנות פון ווען די זיידע האט זיך ארויסגעצויגן ברויכן נאך ענטפערן וואס טוט זיך מיט פריש אויפגעקומענע תקנות געבאקן נאך פסח תשע"ב? מעג מען ארויסטרייבן פון שטאט איינער מיט אן אומגעפילטערטע אייפאן?

בן תמליון » מאנטאג אפריל 8, 2013 4:58 pm

· #102578
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:00 pm

· #102579
ווילסט מיר זאגן אז אין ויואל משה אדער בני יואל קומט דאס נישט פאר?

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:02 pm

· #102580
יואליש
מיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.

דאס איז א גוטע טענה פאר אידן וואס וואינען אין ק"י אדער אין סקווירא, אבער נישט א תירוץ צו טון וואס מען וויל

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:04 pm

· #102581
שרייבער
יואליש
מיט וואספארא רעכט לייגט מען ארויף א קינד אויף די שינעס אין א געזעלשפאט וואס אויב שטאלפערט מען זיך אן דאס מינדעסטע איז דא איין עצה: זיי עוקר. דאס איז אזא סדום בעטל צו וואס יעדער מיז זיך צופאסן אפי' די נאטור זאגט אז איינער וואקסט העכער און אן אנדערער נידריגער. אבער סדום האט אויך געהאט תקנות המקום דורי דורות.

דאס איז א גוטע טענה פאר אידן וואס וואינען אין ק"י אדער אין סקווירא, אבער נישט א תירוץ צו טון וואס מען וויל

מיינסט, נישט קיין תירוץ צו טוהן וואס דער שכן וויל נישט?

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:04 pm

· #102582
בן תמליון
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

אמת ער האט אזוי געזאגט לגבי קהלות, אבער ער האט קלאר געוואלט אז מען זאל זיך פירן מיט די פונדמאנטעלע יסודות אין אידישקייט ווי מען האט זיך געפירט אין די אלטע היים
ואגב, דאס טעראריזירן אויף אייגענע האר איז נאך פארגעקומען אין וומסב"ג בימי רבינו יואל, די היינטיגע זענען שוין נאר תלמידים

שרייבער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:10 pm

· #102587
ניין, און מען רודפ'ט נישט קיינעם וואס קויפט 82 פלייש (איך רעד נישט משפחה ומשפחה וואס דארט איז עס פארקערט אויך)

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:11 pm

· #102588
[ציטאט אראפגענומען]

לויט דיך מעג מען מאכן אן עירוב אין וויליאמסבורג?! היה לא תהיה!

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:14 pm

· #102591
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אמת.
ביי-האר האט די רבי זכרונו לברכה געהאלטן אז ס'איז מעכב די גאולה! משא"כ צימעס.

בן תמליון » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:14 pm

· #102592
שרייבער
בן תמליון
עס איז וואיל באקאנט סאטמאר רבי ר' יואליש האט געזאגט ווען מען האט געבויט דעם שטעטל ער וויל יעדע קהילה זאל זיך טרעפן דאס פלאץ דארט אפילו אן אשכנזישע קהילה וויל איך דא האט ער געזאגט. (און פאקטיש איז געווען אזאנע אין אנהייב איך מיין איינער אן אמעריקאנער בירנבוים דוכט זיך האט ער געהייסן, זיין ווייב איז געגאנגען אייגענע האר, האט זיך אריבערגעצויגן קיין ק"י און דער רבי האט איהם זייער מקרב געווען). דאס גאנצע מושג פון טערעראזירן און בודק זיין קעפ פון פרויען איז א היינטיקע פראדוקציע פון היינטיקע טעראריסטן און מנוולים.

אמת ער האט אזוי געזאגט לגבי קהלות, אבער ער האט קלאר געוואלט אז מען זאל זיך פירן מיט די פונדמאנטעלע יסודות אין אידישקייט ווי מען האט זיך געפירט אין די אלטע היים
ואגב, דאס טעראריזירן אויף אייגענע האר איז נאך פארגעקומען אין וומסב"ג בימי רבינו יואל, די היינטיגע זענען שוין נאר תלמידים

איי דאנט טינק סאו. עס איז נישט געווען קיין ארגענעזירטע וועד אין אנפאנג איז געווען גענוג אייגענע האר מיט א גרויס חלק ביהמ"ד אן בערד. די פרומקייט איז אויפגעקומען שפעטער ווען דער נייער דור נאך תשכ"ז איז אינטערגעוואקסן. עובדא ידענא מען האט ארויסגעשטעלט איינעם פון סאטמאר ווייל ער האט געהאט א טעלעוויזשן און דער רבי דער דברי יואל האט געשריגן אויף ליפא פרידמאן קולות האסט שוין נישט געטראפן וועם ארויסצו ווארפן?

ממרום שלח אש » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:18 pm

· #102595
[ציטאט אראפגענומען]

דא פארלירסטו מיר, אויב מוז מען זיך נישט פירן ווי די מיסד, פארוואס מוז מען היטן שבת? עפעס קוקט מיר אויס אז דו האלסט טאקע נישט אז ק"י ברויך זיין אויף סאטמאר רב'ס סטאנדארט, אבער אויף יענקל'ס סטאנדארט יא...

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:23 pm

· #102598
ס'דערקענט זיך אז מיר זענען בני איש אחד... איין זיידע

משה בער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:34 pm

· #102600
אפילו די נידעריגע גוים אין שפאניע האבן ביים גירוש פארשטאנען וויזוי זיך אן עצה צו געבן מיט אזעליכע אויבער חכמים. צוויי ברירות האבן זיי געגעבן, אדער האלט מיט און שמד זיך אדער פוץ אפ צו אלע רוחות. חכמה בגוים תאמין.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:40 pm

· #102602
שלום עליכם משה בער... וואס טוט זיך מיט אסתי אקערמאן?

kliger » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:40 pm

· #102603
קאווע טרינקער
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אמת.
ביי-האר האט די רבי זכרונו לברכה געהאלטן אז ס'איז מעכב די גאולה! משא"כ צימעס.

ביי האר מיינט נאר ווען עס שטעקט זיך ארויס

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:43 pm

· #102604
ביי האר מעג זיך ארויסשטעקן מבעד לצמתן, אבער אז צומות איז אויך אסור, איז שוין נישט דא קיין היתר פאר ביי האר.

יואליש » מאנטאג אפריל 8, 2013 5:48 pm

· #102609
די רבי יוה"ק באנאכט האט געשריגן "וויי האר" ביז די גידין האבן זיך ארויסגעשטעקט חוץ לצמתן

__

דרך אגב, האב איך אמאל געהערט דאס פאלגענדע:

מונקאטשע רב זז"ג, אלץ בחור אין טעלז, האט אים ר' מרדכי גיפטער געפרעגט, ער האט געזעהן חידושי תורה פון סאטמאר רב אויף כל-נדרי, ער רעדט עפעס פון "ביי האַר".. וואס מיינט דאס?
האט אים משה ליב גע'ענטפערט וואס ביי האר איז.

האט דער ראש ישיבה אפגעפרעגט: ס'קען נישט זיין ער מיינט דאס.. ער זאגט דאך אז דאס איז מעכב די גאולה....

newkave » מאנטאג אפריל 8, 2013 6:03 pm

· #102618
איך קען נישט זען די ווידיא מיט דער פעסווארד airmont. איינער האט אפשר א אנדערע פעססוארד?

town1 » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:01 pm

· #102629
די חברה האבן געזען וואס עס קומט דא אלץ פאר אויף קאווע שטיבל, ווי קיינער וויל נישט זיין אידישקייט זאל אויסקוקן ווי זייער אידישקייט, אין קיינער גלייכט נישט זייער דיפרעסטע לעבן אן קיין שום סיפוק, אין קיינער ווערט נישט איבערגערדט צו אהינגיין וואוינען, און צו מחנך זיין די קינדער אזויווי זיי זענען מחנך זייערע קינדער, און די דאקאמענטרי וואס זיי האבן געמאכט טוט נישט אויף וואס זיי האבן געוואלט עס זאל אויפטון, און עס איז ממש א שאד א יעדע מינוט וואס עס אפן פאר די קאווע שטיבל ליינער, האבן זיי שנעל געטוישט די פעסווארד כדי קיינער זאל עס מער נישט קענען זען

מאטי » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:37 pm

· #102633
[ציטאט אראפגענומען]

פון דא איז משמע אז א חבדסקער וואס מופט קיין מאנראו און זיינע טעכטער גייען אנגעטוען סעקסי צניעות וואלט מען געקענט האבן טענות אויף אים גיי צוריק קיין עטרה הייטס.
די קהילה אין עזה איז געגרינדעט געווארן וואו ערליכע גאט-פארכטנדע מענטשן נעמען זיך צוזאמען כאיש אחד בלב אחד צו דינען דעם אויבערשטן לויט זיינע געבאטן, און דער "ועד הצניעות" באשטייט פון ערליכע מענטשן וועלכע זעען אז די שטאט זאל נישט חלילה פארפעסטיגט ווערן מיט ליידיגגייער און אומצופרידענע יונגען. איינער וואס איז נישט צופרידן קען זיך גיין פון דא

וואס וואלסטו געזאגט נאכן צווייטען quote צו דעם פריערדיגער חבד׳סקער.

אלא מאי ס׳איז דא א ליין וואס מקען נישט קראוסן אפילו ביזט דא געבוירן סתם פון א מענטשליכען (לאו דוקא רעליגיעזער)שטאנדפונקט.
אויב נישט! וויאזוי קען דער אמעריקאנער גאווערמענט ארויפצווינגען א קאנסטוטאציע אויף מיר ווייל בענזשאמין פרענקלין (דער עכטער) האט אזוי באשלאסן מילא די וואס האבן דעמאלטס געלעבט,אבער איך בין דא געבוירן איטס עי פרי יוניווערס, מיר שמעקט דאס נישט, איך אלץ א שופט האלט אז מקען נישט פליען די פיפט אין קאורט.
הגע בעצמך אביעקטיוו אויב די outcome פון דיינע טענות וואלטן געגעבן גערעכט פאר די פרומע צו די וואלסט נישט געזען די אנדערע זייט מטבע קוק נאך מיינע תגובת איך בין בכלל נישט נחשד אלץ א וואסער טרעגער אדער צו בדחן׳ען דא אין שטיבעל איך גיי אבער נישט מיטן קאפ אין וואנט צו באשולדיגען די פרומע .
און יא איך בין מודה אז די הנהגה איז קאראפטורט און ס׳איז למעשה יצא שכרו בהפסדו אפילו מיט מיינע אויגן גלעזער.

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 7:53 pm

· #102639
[ציטאט אראפגענומען]

נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?

חשבון » מאנטאג אפריל 8, 2013 8:31 pm

· #102653
איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?

ר' שמחה » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:18 pm

· #102671
קאך_לעפל
אין די שטאט קראלי אין רומעניע, איז געווען רב הגה''צ רבי שאול בראך זי''ע, און ער האט געפירט די שטאט ביד רמה, למעשה איז געווען אין קראלי א היפשע פאר יודן, וואס זענען נישט געווען אזוי פרום און ערליך ווי די אלגעמיינע איינוואוינער, זיי האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטער די שטרענגע תקנות וואס דער רב האט אראפגעשטעלט אינעם שטאט למשמרת הדת, (דא אינעם קאווע שטיבל ריפט מען דאס "אויפגעקלערט", אבער אין דער אלטער היים האט מען אזאנע גערופן "נישט אזעלכע ערליכע יודן".)

האט דער רב רבי שאול זי''ע געמאכט פאר זיי אן עקסטערע מנין, וואו זיי האבן זיך געדאווענט אויף זייער שטייגער, (איך גלייב נישט אז זיי האבן געפירט אינגאנצן אויף נוסח עירמאנט, אבער עפעס אזא גאטונג) און ער האט געמאכט זיין זון הרה''ג רבי אלעזר ז''ל פאר רב דארט, און אלעס איז געווען על מי מנוחות.

דערנאך האט געדינט דארט אלס רב רבינו הק' מסאטמאר זי''ע, און ער האט זיך געפירט אויף די זעלבע וועג ווי דער פריערדיגער רב הרה''ק רבי שאול זי''ע, און אלעס איז געווען בכי טוב, יעדער האט פארשטאנען וואו ער באלאנגט, קיינער האט זיך נישט געמישט אין דעם צווייטענס געשעפטן, און שלום און מנוחה האט געהערשט אינעם שטאט.

ווען רבינו הק' זי''ע האט פארלאזט קראלי, און איז געווארן אויף גענומען פאר רב אין סאטמאר, זענען די אלע נישט פרומע ארויסגעקראכן פון די מייז לעכער, און זיי האבן זיך משתלט געווען אויף די צענטראלע קהלה, און געברענגט א רב קיין קראלי, הרה''ק רבי אביש האראוויטץ זי''ע, דער טאטע פון הרה''ק רבי הערשלע ספינקער זי''ע.

למעשה האבן די ערליכע יודן אין די שטאט נישט געוואלט דעם רבי אביש פאר רב, צוליב פארשידענע סיבות. דאס האט געברענגט א פייערדיגע מחלוקת, פון די ערלכע יודן מיט די נישט פרומע, עס איז געווען פון די גרויליגסטע מחלוקות וואס איז נאר אמאל געווען אין די יודישע היסטאריע, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען א גאנג.

נישט נאר שקרים וכזבים, חלומות ודמיונות, נאר טייל פון די סאטמערע PR.

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:23 pm

· #102672
חשבון
איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=rLOyEAuUfuY#">http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... OyEAuUfuY#</a>!

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:23 pm

· #102673
ממרום שלח אש
[ציטאט אראפגענומען]

דא פארלירסטו מיר, אויב מוז מען זיך נישט פירן ווי די מיסד, פארוואס מוז מען היטן שבת? עפעס קוקט מיר אויס אז דו האלסט טאקע נישט אז ק"י ברויך זיין אויף סאטמאר רב'ס סטאנדארט, אבער אויף יענקל'ס סטאנדארט יא...

מיר האבן שוין עסטעבלישד אז געזעצליך און מענטשליך איז נישט רעכט ארויפצוצווינגען אויף איינעם א לייף סטייל אויף די ארט ווי ער איז געבוירן, די שאלה איז נאר געבליבן ע"פ תורה, נא, און ע"פ תורה איז מען נישט מחויב אויסצופאלגן סאטמארער רב'ס ווערסיע פון אידישקייט.

moti107
אלא מאי ס׳איז דא א ליין וואס מקען נישט קראוסן אפילו ביזט דא געבוירן סתם פון א מענטשליכען (לאו דוקא רעליגיעזער)שטאנדפונקט.
אויב נישט! וויאזוי קען דער אמעריקאנער גאווערמענט ארויפצווינגען א קאנסטוטאציע אויף מיר ווייל בענזשאמין פרענקלין (דער עכטער) האט אזוי באשלאסן מילא די וואס האבן דעמאלטס געלעבט,אבער איך בין דא געבוירן איטס עי פרי יוניווערס, מיר שמעקט דאס נישט, איך אלץ א שופט האלט אז מקען נישט פליען די פיפט אין קאורט.
הגע בעצמך אביעקטיוו אויב די outcome פון דיינע טענות וואלטן געגעבן גערעכט פאר די פרומע צו די וואלסט נישט געזען די אנדערע זייט מטבע קוק נאך מיינע תגובת איך בין בכלל נישט נחשד אלץ א וואסער טרעגער אדער צו בדחן׳ען דא אין שטיבעל איך גיי אבער נישט מיטן קאפ אין וואנט צו באשולדיגען די פרומע .
און יא איך בין מודה אז די הנהגה איז קאראפטורט און ס׳איז למעשה יצא שכרו בהפסדו אפילו מיט מיינע אויגן גלעזער.

וואלסטו אויך געזאגט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט די רעכט ארויפצוצווינגען אז יעדער זאל זיך שערן אויף א טריפל זיראו? איך האב מיסד געווען דעם לאנד, און אויב ס'געפעלט דיר נישט קראך! אדער אז שפאניע האט די רעכט ארויפצוצווינגן קריסטנום אויף די איינוואוינער? מיר האבן געגרינדעט דאס לאנד כדי צו דינען יוזל קרייסט, און אויב דו פראקטיצירסט אידישקייט קריכסטו אונז אויף די הינעראויגן.

אלא מאי, ביי יעדעם איז די ליין ערגעץ אנדערש, און ביי דיר איז די לענג פון די האר אונטערן שייטל נאר פאר'ן ליין, און ביי אנדערע נישט.

DotCom
[ציטאט אראפגענומען]

נאר תקנות? און וואס וועט זיין ווען איינער וועט מחליט זיין צו עפענען זיין געשעפט אום שב"ק אין סענטער פון שטעטל? אדער א סטריפ קלאב אקעגן דעם דעם גרויסן ווייסן שול? ווי פאנגט זיך אן און ווי ענדיגט זיך די רעכטן פון א קאמיוניטי צו פארלאנגען זייערע פרינציפן אויף די איבעריגע איינוואוינער?

זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:24 pm

· #102674
לעיקוואד
חשבון
איך קום דא אן ווי א גלעזל מילך נאך די קאקאש קעיק. איז נאך דא ערגעץ ווי איך קען זען די ווידיאו אז איך זאל קענען א טייל נעמען אין די שמועס דא?

http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&amp;v=rLOyEAuUfuY#!

לעיקוואד » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:25 pm

· #102675
ייש"כ. סמיר נישט געגאנגען עס צי עמבעדן.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:28 pm

· #102676
כ'האב געזען.

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:39 pm

· #102679
געפילטע פיש

זאג דו אליין, וואו האלטסטו פאנגט זיך אן און ענדיגט זיך די רעכטן פון א שטעטל? מעג מען ארויפצווינגען וואס פארא קאמפאני שיך צו גיין? מעג מען ארויפצווינגען אויף די מענער נאר צו טראגן שווארצע און ווייסע גלעזער? מעג מען לאזן קויפן עסן אין שטוב נאר בהכשר המרא דאתרא? ביי וואס פארא פונקט וועסטו מודה זיין אז דאס מיינט יא אריינגערינגען אין יענעמ'ס פריוואטע לעבן, און ס'הייסט אריבערגעגאנגען די ליין?

זייער סימפל, צוויי מעגליכקייטן, אדער האלט מען אן דעם פלאן פונעם מייסד אדער גיין מיט דעת רוב הציבור, ווייל אויב אוועקגיין איז אין לדבר סוף.

געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:49 pm

· #102683
אפילו אויב דעת המייסד און דעת רוב הציבור איז אז מ'דארף בודק זיין יעדעמס גאטשעס זיכער צו מאכן אז ס'קומט אן לשיעור רבינו תם, און אז מ'כאפט איינעם רעדן ענגליש אינדערהיים ווארפט מען ארויס פון שטעטל?

DotCom » מאנטאג אפריל 8, 2013 9:58 pm

· #102684
אפילו אויב אלעס און גארנישט... איינמאל עס קומט צו חילוקי דעןת פון יחידים קען מען נאר גיין נאך סטאטוס קווא אדער רוב, אייביג וועלן זיין יחידים וואס ליידן און זענען נישט העפי, טו בעד.
בלאט: 1 2 3 4 5 6