שרייבער
שמעקעדיג האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט און צולייגט, אבער אין די לעצטע שורה בין איך אביסל מחולק מיט דיר, ווייל זינט ווען טיילט מען איין וועלכע פילטער צו האבן? איך וואוין אין קרית יואל איך האב מיינע קינדער אין די מוסדות, און איך האב מיר אליין אויסגעוועלט וועלכע פילטער איך וויל, און ס'האט מיר נאך קיינער נישט געפרעגט וועלכע פילטער איך האב.
אינעם פעלד פון קאמפיוטער האט מען מיר ס"ה איין זאך איינגעטיילט, איך זאל נישט האלטן קיין קאמפיוטער אינדערהיים, חוץ מזה טיילט מען גארנישט איין. (ס'קען זיין איינער וואס האט שוין אנדערע פראבלעמען לייגט מען שוין דאס מיט מיטן פעקעדזש דיעל, אבער איך רעד פון רעגולע נארמאלע מענטשן)
זיך אנגעשטאלפערט אין די תגובה און איך באווינדער וואס א חילוק צוויי יאר מאכט. 😛