☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

486 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3293
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 7, 2013 10:25 am

· #122761
דער רבי האט גערעדט ביים דינער לטובת שיעור ד' פון קרית יואלע ישיבה. ער האט געזאגט בערך אזוי (איבערגעטייטשט אויף קאווע שטיבעל שפראך) "איצא גליק איז געקומען בעטען התאחדות זאל עס פירן. אויך האט ער פארלאנגט דאס און יענץ און כ'האב אים געזאגט stop right here קענסט פירן. קענסט זיין יושב ראש קענסט האבן וואס דו ווילסט. איך דארף נישט רעדן שומע כעונה.און עס גייט מיך נישט אן ווער עס רעדט. נעם קרעדיט פאר וועם די ווילסט עס דארף זיין ווי מער מענטשען דאס איז מיין איין איינציגסע ציהל מיטן פראטעסט.

(אפאר קרישקעלעך: די אהרונישע עסקנים טוען אלעס. די אהרונישע עשירים באצאלען. די אהרונים גייען נאך חתימות. די זאלונים זענען בייז און רוב גייען נישט. דער איד שרייט חי וקיים עס איז זייער המצאה און די קווינס בחורים זענען העפי ביז גאר.)

יעצט אויב מעג איך זיין א חכם הרואה את הנולד. אויב וועט זיין א סוקסעס זונטאג איז עס נאר ווייל דער טשאטער האט געהייסן גיין און דער סקולענער האט גחתמט. אויב וועט זיין דאס מינדעסטע פראבלעם אפילו אויב וועט רעגענען איז אלעס ווייל א"ט האט גערופען.


דאס שטייט אין בחדרי וועבסייט
ארבעים ושמונה שעות לקראת ההפגנה, שככל הנראה תהיה הגדולה בהיסטוריה של הציבור החרדי בארה"ב, מפת העצרת הולכת ומתבהרת.

היום (ו) התבשרו מארגני העצרת כי האדמו"ר מבעלזא הביע את תמיכתו, והורה לחסידיו בארה"ב להשתתף. גם האדמו"ר מצאנז-קלויזנבורג הודיע כי הוא תומך בעצרת, והבטיח את השתתפותו, לצד כל גדולי ישראל וראשי הישיבות שכבר צירפו את חתימתם.

עסקנים מקרב שני הפלגים של סאטמר ישבו אתמול ודנו יחד בכל ההכנות הלוגיסטיות הנדרשות לקראת העצרת.

אמש נשא האדמו"ר מסאטמר דברים בדינר שהתקיים לטובת שיעור ד' של הישיבה הגדולה של סאטמר בקרית יואל, והרחיב שוב בדבריו אודות גודל צו השעה וחומרת המצב. האדמו"ר הטעים, כי הוא בטוח שאם דודו האדמו"ר בעל ה'דברי יואל' מסאטמר זצ"ל ואביו האדמו"ר ה'ברך משה' מסאטמר זצ"ל, היו חיים בימינו, הם היו יוצאים ללא ספק לרחובה של עיר כדי להפגין. "לפיכך על כל אחד, לצאת ולמחות כנגד הגזרה הנוראה", אמר.

עוד בנושא:
• מויליאמסבורג למנהטן: אלפים יצעדו בלבוש שק
• אחרי 14 שנה: אדמו"רי סאטמר יפגינו יחד
• זיגזג • מה הוביל להסכמה המחודשת של פלג מהרי"י?

האדמו"ר ניצל את הבמה כדי להדוף טענות שהושמעו כלפיו, מדוע לא הוצב ברשימת הנואמים דרשן מקרב קהילתו:

"אנו יוצאים עכשיו למלחמה ולא לפאנל קהילתי. איננו בוחנים מי נואם טוב יותר ומי פחות. הרי כולנו יוצאים כאיש אחד להפגנה. כולם מתכוונים לדבר אחד - להרים קולנו בזעקה נגד הגזרה. מה זה משנה מי יסביר את עמדת היהדות החרדית? אנו נצא ידי חובת שמיעה, כמאמר חז"ל 'שומע כעונה', ולא נרד לזוטות כדוגמת אלו, האם יהיה דובר מטעמנו או לאו".

בהמשך הזכיר האדמו"ר, כי ביום שהתקיימה עצרת בארה"ב בנושא שנוגע לצביון היהדות, היה ה'דברי יואל' שרוי בתענית.

"אמנם מכיוון שזה יוצא ראש חודש, איננו יכולים לצום. אבל אנו מודעים בהחלט לגודל האחריות, לבטל אברכים ובחורים מתלמודם, כמו בעלי בתים מעבודתם - לצורך ההפגנה. העצרת צריכה להתנהל בכובד ראש. הזהירות הנדרשת בשמירת העיניים במנהטן, היא חיונית ביותר. לפיכך גם גדולה האחריות. בגין כך, החלטנו כי תבוטל התהלוכה המתוכננת מויליאמסבורג. התלמידים עוטי השקים, 4000 במספר, יעמדו עם שלטים בידיהם במקום ההפגנה, וברחובות הסמוכים להפגנה, ובכך יביעו מחאתם".

המארגנים נערכים לבואם של כ-150 אלף משתתפים, ולשטח הובאו כסאות ישיבה עבורם.

ומי ישא דברים?
על פי המסתמן, זו תהיה מתכונתה של העצרת:
דברי פתיחה: הרה"ג ר' יעקב ווייס, מראשי ישיבת סאטמאר בקרית יואל.
יו"ר ומנחה העצרת: הרה"ג ר' יצחק גליק, ספרא דדיינא של התאחדות הרבנים.
נואם ראשון: הרה"ג ר' אליהו בער וואכטפויגל, ראש ישיבת סאוט פולסבורג.
נואם שני: האדמו"ר מגאלנטא.
נואם שלישי: הגאון רבי נח אייזיק אלבוים, רב בקווינס.
נואם רביעי: נאום באנגלית לתקשורת.
נואם חמישי: הרה"ג ר' יעקב הורביץ, ראש ישיבת בית מאיר.
נואם שישי: הרה"ג ר' יששכר דוב כ"ץ, אב"ד דושינסקי.
נואם שביעי: הרה"ג ר' יעקב נחמן שטויבר, ר"מ בישיבת סאטמאר קווינס.
תהילים: הרה"ג ר' אריה שכטר, ראש ישיבת חיים ברלין.
ראש העיר של לייקווד ישא נאום קצר ויביע תודה לכל כוחות המשטרה, המארגנים והגורמים השונים שחברו להצלחת המעמד.
המארגנים הדפיסו 'קול קורא' של למעלה מ-160 אדמו"רים ורבנים, הקוראים לציבור לצאת ולהשתתף במחאה הגדולה. כמו כן יצא-לאור גיליון מיוחד לקראת ההפגנה, המסביר לציבור את הסכנות ההרסניות שגזרת הגיוס מתכוונת להטיל על הציבור. הגיליון יחולק באידיש ובאנגלית בכל השכונות החרדיות בניו-יורק וניו ג'רסי, במהלך ערב שבת.
הרבנים התבקשו על ידי המארגנים, לשאת דברים במהלך השיעורים שהם נושאים בשבת בפני בני קהילותיהם, להעלות את נושא העצרת, להסביר את מהותה ולקרוא לכולם ליטול בה חלק.

שרייבער » פרייטאג יוני 7, 2013 10:42 am

· #122766
ס'איז א פלא פון א זאך, איך מיין ס'איז די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס התאחדות פאארופט א פראטעסט בעל פה, קוקט אויס מען האלט נאך אינמיטן מאכן די בליי צו קענען זעצן די אותיות פאר די קול קורא, א וואונדער מען האט געבעטן מער צייט, ס'דויערט כאטש צוויי וואכן צו מאכן א צעטל

איך קוק מיך ארום ווער ס'האט א לעדער העד געט ארויס א צעטל צו קומען צום פראטעסט, אפילו די זאלי פריינדליכע עדה החרדית
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=696718#p696718">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 18#p696718</a>
און וואונדער איבער וואונדער, קיינער שרייבט נישט אז התאחדות פאררופט עס

איך בין נייגעריג צו התאחדות געט אפילו איין פעני פאר די גאנצע זאך, אין די סאטמארע בתי מדרשים גייט מען ארום צוזאמען נעמען געלט פאר די הוצאות

(יעצט גייט קומען זר און זאגן, פּע פּע פּע, זיי שרייבן אויך נישט אז מהר"א פאררופט עס, אבער דער תירוץ ווייסט יעדער)

אוהב ספרים » פרייטאג יוני 7, 2013 12:46 pm

· #122786
די רבנים וואס גייען ארום צו אדמורים זענען פון צד מהר"א על פי רוב
אין קלוזנבורג איז נעכטען געווען א משלחת פון רבנים בראש ר' משה פר"מ דומ"ץ סאטמאר ב"פ, דומ"ץ פאפא ב"פ און הרב הלברשטם פון טארטיקאוו
אין מונקאטש איז געווען נעכעטן הגרמ"מ ט"ב אב"ד קיט"ל וומסב"ג

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 7, 2013 3:38 pm

· #122857
פאראיאר ביים כינוס כללי אין סיטי האט מען געמיינט נאר סקלענע רבי קען מאחד זיין. יעצט זעה איך סאטמאר רבי מהר"א קען אויך.

גדעון » פרייטאג יוני 7, 2013 4:03 pm

· #122869
אסאך מאל ווינדער איך מיך" פארוואס טוט עס עס? האט ער זיך נאכנישט גענוג אפגעבריט מיט זיין לויזע צינגל די לעצטע צענדליגע יארן? פארוואס האט ער זיך נישט געקענט איינהאלטן פון אריינווארפן א פלאקען אויף אזא האקעלע זאך, אויף א זאך וואס מ'ארבייט שוין אזוי לאנג אז ס'זאל צושטאנדקומען, וויאזוי האט ער נישט מורא געהאט און כמעט אינטערגעברענגט די פאראיינוגונג פון קהילות וואס מ'האט אזוי פיל געשוויצט צוזאמצוברענגן? וויאזוי שעמט ער זיך נישט מיט אזא דרשה ווי 'אני ואפסי' מאך דעם פראטעסט אבער 'איך' געב קרעדיט פאר יעדן, אבער געדענקטס 'איך' מאך עס. וויאזוי האט ער אפילו געקענט חלומ'ן אז די אלע קהילות קול קורא'ס וואס קומען בלויז יעצט ארויס וואלטן ארויסגעקומען ווען ער ברעכט זיך נישט, וואס קלערט ער אז ווייל ער האט געכאפט הייסע לאקשען און פרובירט צו שמיני עצרת'ן דעם פראטעסט און שטארק אראפגעברענגט די גאנצע מערכה וועט א פרעמעדער אפקויפן אז ער פירט דער וועלט, ער איז מאחד.

ווען איך לייען די תגיבות דא איז מיר אלעס פארענטפערט, ער דארף פשוט פיטערן זיינע אייגענע מענטשן ופשוט הוא

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 4:19 pm

· #122873

news10 » פרייטאג יוני 7, 2013 4:26 pm

· #122876
קול קורא פון חברי התאחדות הרבנים
קול קורא פון הגאונים והצדיקים שליט"א חברי התאחדות הרבנים
kol koira.jpg

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 4:40 pm

· #122881
גדעון איך מוז דיך גראטולירן, נאך אזא שווערע וואך האלסטו דיך שטארק און פעסט, דו ספינסט ווייטער געהעריג. און דו פראבירסט נאך ארויסצונעמען די גוטע חלק דערפון - אז ס'איז דיר פארענטפערט געווארן א הארבע מהר"א. אין די זעלבע צייט האבן טייל פון דיינע קאלעגעס שוין אויפגעגעבן, למשל זר זהב שרייבט אז אים אינטערעסירט נישט די גאנצע זאך. עס קומט זיך דיר קרעדיט.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 4:42 pm

· #122882
ס'וועטיר נישט העלפן דיין ספינען. מהר"א האט מיט'ן פראטעסט גארנישט. און ווען נישט התאחדות פאררופט עס אפיציעל אזוי ווי ס'אלע יארן געווען וואלט סאטמאר נישט געגאנגען!

און ניין מיר אינטערעסירט עס בכלל נישט! איך גיי נישט נישט קיין חילוק ווער ס'רופט עס.

די באטטאם ליין איז אז ס'האט גארנישט עקסלוסיוו מיט דיין מהר"א. סאטמאר וואלט נישט געגאנגען אויב ער פאררופט עס.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:11 pm

· #122887
קרעטשניפע רבי האט נארוואס ארויסגעבעקט פונעם פראטעסט! ער האט געוואלט אז מ'זאל לאזן זיין הוז בחור רעדן, און מ'האט זיך עפעס נישט געקענט פארגלייכן.

עמרם כהן איז יעצט אויפ'ן וועג צו אים, פרובירן וואס מ'קען טון די פראטעסט זאל נישט צאמפאלן.

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:21 pm

· #122893
בד"וו זר ווער מיר געוואר ווער סאכדעס איז, נאכדעם וועלן מיר רעדן ווער ס'האט עס פארופן...

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:22 pm

· #122894
הו-עווער ס'איז געווען "אלע" יארן, ווען זיי זענען דיר נאך גוט געווען.

די באטטאם ליין איז אז ס'האט גארנישט עקסלוסיוו מיט מהר"א. סאטמאר וואלט נישט געגאנגען אויב ער פאררופט עס.

פיינע קאווע » פרייטאג יוני 7, 2013 5:25 pm

· #122895
גדעון די צינגל נאר ארום אין קאווע שטיבל. דערווייל צינגלט מהר"א ארום און אלע רבנים פון נוא יארק קומען צו לויפן.
עפעס הער איך התאחדות האט יעצט פרייטאג נאכמיטאג זיך דערוועקט און אפגעדריקט אין איילעניש א קול קורא מיט אסאך חתימות. מהסתמא וועלן עס די קווינס בחורים פלייסיג ארום הענגן מוש"ק און אלע וועלן אנערקענען אז דער איד איז גערעכט התאחדות און איצא האבן פארופען א פראטעסט מטעם כ"ק אדמו"ר עט"ר.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:27 pm

· #122899
מהר"א קען קאלן ביז מארגן און איבער מארגן, אויב וואלט סאטמאר רבי החונה ב'550 ראסס סטריט נישט געקומען וואלט מהר"אס רופן נישט ווערט געווען דעם קוואדער.

איך העיט צו דארפן באסטן דיין באלאן אזויפיל מאל.

דעת תורה » פרייטאג יוני 7, 2013 5:32 pm

· #122900
סאיז הויך יום- טוב ביי די ליטאים. ר' שמואל קאמינעצקי האט נארוואס פארעפנטליכט א בריוו אין וועלכע ער שרייבט אז מען זאל בשום אופן נישט גיין. ער שרייבט אז ר' חיים קאניעווסקי האט אים היינט געשריבן א בריוו אז מען זאל נישט גיין. לעומת זה טענהט הרב וואכטפויגל בשם הגר"ח בשם בנו אז ער האלט יא דערפון.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:35 pm

· #122902
איז דאס וועגן שטיינמאן?

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:35 pm

· #122903
סאכדעס האט קיין קורא נישט געדריקט. נאר א בריוו אן אינטערשריפטן. די קול קורא שטייט נאר חברי התאחדות.

און יעצט צו דיר זר, איך דארף ב"ה דיר פרובירן מסביר צו זיין ווער ס'פירט די פראטעסט נאכדעם וואס קיין איין איינציג רעדנער איז נישט אראפגענומען געווארן זייט די סאכדעס ספין, נאר צוויי צוגעקומען. און אזוי אויך אנפאנג האט סאכדעס (ליין זאלי'ס) געשריגן אז די צייט און פלאץ איז נישט גוט און "מ'מוז טוישן" אבער סאום האו איז עס נישט געשעהן....

יעצט שטייטעלעך, פארוועם גיימער זיך דא טענה'ן ווער ס'פירט עס? דיך און אלע זאלי'ס (יעצט נעם דו דיך ארויס...) וועט קיינער נישט קענען אויפווייזן [אויב מ'האט נאכנישט]. פאר דעם אהרוני וועסטו אויך נישט קענען אויפווייזן. יעצט מיינט מען דא די פרעמדע, באלאנגט ער צו א קהילה וואס קומט זאל ער שיינערהייט גיין פרעגן די גבאי פון זיין רבי/רב/דיין ווער ס'האט יענעם איינגעלאנדענט, צו ס'איז געווען מ'צד סאטמאר (מהר"א) צו איינער פון סאכדעס פון אמעריקע און קאנאדא...?

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:35 pm

· #122904
זר זהב
איז דאס וועגן שטיינמאן?

יא שטיינמאן פארארבייט מעשים ווי קיינמאל בעפאר

דעת תורה » פרייטאג יוני 7, 2013 5:37 pm

· #122905
דאס איז ווי פארשטענדליך אין רעזולטאט פון מהר"א'ס טיפישע פחז כמים. וועט דער פראטעסט ווייניגער אויפטון נאך קאנטרי ווי יעצט?

לעומת זה, איך האף עס וועט ווערן א רייץ ביי די סרים למשמעתו של הרב אויערבאך צו דוקא יא אנטייל נעמען, אזוי ווי די הפגנה אין ירושלים.

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:38 pm

· #122907
די פראבלעם איז נאר אז הרב אויערבאך האט נישט צופיל סרים דא

דעת תורה » פרייטאג יוני 7, 2013 5:39 pm

· #122908
שעפטל, זר פרובירט נישט צו לייקענען אז דער פראטעסט כרגע איז ר' אהרן'ס ארבעט. ער זאגט נאר אז אן ר' זלמן לייב'ס הסכמה וואלט ר' אהרן געקענט גיין איינער אליין.

פרייליך » פרייטאג יוני 7, 2013 5:41 pm

· #122909
Satmer news
@satmermonseyhq
Braking: satmer belz visnits skver bobev spinke telz klusenburg @More will take a part at the mass protest sonday
6:38 p.m. Fri, Jun 7

שעפטל » פרייטאג יוני 7, 2013 5:42 pm

· #122911
בקיצור אויף דעם וועט מען זיך קענען שלאגן א גאנצע נאכט פשוט ווייל קיינער קען דיר נישט אויפווייזן פאקטליך וויאזוי "ס'וואלט ווען געווען"

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:42 pm

· #122912
ניין ס'מיין ארבעט! איך האב נעכטן גערופן דעם זאלביטובער צום פראטעסט.

אקעי צוריק צו די ארבעט, איינער האט די נומער פון מישקאלצע רב?

גדעון » פרייטאג יוני 7, 2013 5:43 pm

· #122913
דעת תורה
שעפטל, זר פרובירט נישט צו לייקענען אז דער פראטעסט כרגע איז ר' אהרן'ס ארבעט. ער זאגט נאר אז אן ר' זלמן לייב'ס הסכמה וואלט ר' אהרן געקענט גיין איינער אליין.

עקזעקטלי! קיינער פארלייקענט נישט ר' אהרן האט דא פארקאכט א קאשע. די שאלה ווי וואלט ער אנגעקומען מיט זיין חכמה, און וואס ער האט שאדן אין די מערכה געמאכט ציליב פאליטישע אינטערעסן, און וויאזוי ס'וואלט אויסגעזעהן די לאנג געפלאנטע פראטעסט - וואס וואלט סיי ווי פארגעקומען- אויב וואלט ער זיך איינגעהאלטן.

דעת תורה » פרייטאג יוני 7, 2013 5:44 pm

· #122914
שעפטל
די פראבלעם איז נאר אז הרב אויערבאך האט נישט צופיל סרים דא


נישט אזוי זיכער. שטילערהייט איז לעיקוואוד - וועלכע איז דאך ממש בריסק - נישט קיין גרויסע אנהענגער פון הרב שטיינמאן. זיי פארן נאר מיט מיטן ווינט, היות ר' מלכיאל מאנגלט אין רוקן ביין. אבער אפשר וועט דער עולם מחליט זיין צו קומען?

עס וואלט געווען א פאסיגע זאך צו הענגען צעטלעך, בריוון און קול קורא'ס אין לעיקוואוד, אראנזשירן פילע באסעס, איך בין נישט זיכער עס וועט אוועקפארן ליידיג.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 5:51 pm

· #122915
זר זהב
ס'וועטיר נישט העלפן דיין ספינען. מהר"א האט מיט'ן פראטעסט גארנישט. און ווען נישט התאחדות פאררופט עס אפיציעל אזוי ווי ס'אלע יארן געווען וואלט סאטמאר נישט געגאנגען!

און ניין מיר אינטערעסירט עס בכלל נישט! איך גיי נישט נישט קיין חילוק ווער ס'רופט עס.

די באטטאם ליין איז אז ס'האט גארנישט עקסלוסיוו מיט דיין מהר"א. סאטמאר וואלט נישט געגאנגען אויב ער פאררופט עס.



ווער דער ספינער איז, איז זיך נישט שייך צו טענהן, מ'קען אפיהרזוכן אלע תגובות בנוגע דעם פראטעסט און זעהן יעדער פאר זיך. אזוי אויך קען מען זעהן די אלע אקטיוויטעטן וואו זיי ווערן געפיהרט, ווער ס'רופט די רבנים, און צו וועם התאחדות איז זיך געקומען מעלדן, ווער מאכט די פלאקאטן ועוד ועוד.

איין זאך איז זיכער, דיין ספין אז ס'אינטערעסירט דיך נישט די גאנצע זאך גלייבט שוין קיינער נישט! יעדע תגובה וואס שטומט נישט 100 פראצענט מיט ענקער ספין פיהלסטו פאר וויכטיג צו פאררכעטן.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:54 pm

· #122916
מיר גייט נישט אן וואס דו גלייבסט. דער עצם פראטעסט אינטערעסירט מיר נישט. דאס אז מהר"א איז דער אינציאטירער דערפון איז א ליגענט, און דאס פאררעכט איך.

יונגערמאנטשיק » פרייטאג יוני 7, 2013 5:57 pm

· #122918
ס'גייט דיך נישט אן, ס'איז פשוט ליגענט פאררעכסטו עס. קאמענטארן זענען איבעריג.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 5:58 pm

· #122919
עקזעקטלי!! די ליגענט גייט מיר אן, נישט קיין חילוק וואו דער ליגענט שטייט איין! צי איז ביי א פראטעסט אדער ביי אריזאנע ווייץ. גאט איט?

ר' שמחה » פרייטאג יוני 7, 2013 6:29 pm

· #122924
האסט שוין געטראפן אמאל א ליגענט ביי (צד) רז"ל ?

דעת תורה » פרייטאג יוני 7, 2013 6:30 pm

· #122925
אקעי, לעיקוואוד איז לכאורה דערנאך.

ישיבה וואוירלד ניוס, וועלכע איז די מערסטע רב אויערבאך גענויגט, האט אויך ארויף געלייגט מיט א פשטות דעם בריוו פון הרב קאמינעצקי אן דערמאנען אפילו די שטעלונג פון הרב אויערבאך וועלכער שרייבט קלאר א בריוו אין שטיצע.

מען דארף זאגן פאר אייזיק דאסקאל זאל קענסלען די "צענדליגער צענדליגער" באסעס דארטן.

וואס איז מיט גור? איך ערווארט זיי זאלן זיך צושטעלן אויב רופט מען זיי, אפילו נאר פשוט ווייל רב שטיינמאן איז דערקעגן.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 7:05 pm

· #122935
ר' שמחה
האסט שוין געטראפן אמאל א ליגענט ביי (צד) רז"ל ?

איך גלייב ס'דא ליגענט איבעראל

שרייבער » זונטאג יוני 9, 2013 12:18 am

· #122976
ביים פארהאנדלונג מיטוואך נאכט האט זיך יצחק שטערן פארפליכטעט אז ער ברענגט אריין האלב פון די הוצאות פונעם פראטעסט

פרייטאג צופרי טרעפט משה אהרן האפמאן דעם יצחק שטערן און פרעגט אים, וואס גייט פאר מיט דיר? א פעני האסטו נאכנישט געברענגט?

זאגט אים יצחק, זאג נאר, די בזיונות וואס דו האסט אונז געמאכט די וואך איז דיר נישט גענוג געלט ווערט....

שרייבער » זונטאג יוני 9, 2013 12:19 am

· #122977
אין אנדערע נייעס קומט יעצט א מעלדונג
מען האט פארהאנדלט אז מאנטאג נאכט ווען די רבי (מהר"א) מאכט חתונה א אייניקל, אז התאחדות גייט פירן די חתונה, אזוי וועט זיך רז"ל א עלטער פעטער פון חתן זיך קענען משתתף זיין

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 12:24 am

· #122982
ווי מאכט ער חתונה? וועלכע אייניקל?

ר' שמחה » זונטאג יוני 9, 2013 12:26 am

· #122983
בן חתנו ר' ברוך ט"ב, בבימ"ד בוויליאמסבורג.

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 12:27 am

· #122985
thanks

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 12:29 am

· #122987
די פראטעסט איז אין פעדעראל פלאזא, פלאזא איז ראשי תיבות (ר') אהרן (ר') זלמן לייב פראטעסטירן אינאיינעם....

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 12:31 am

· #122988
פלאזא איז ראשי תיבות (ר') אהרן, (ר') זלמן, ליטוואק'ס, פראטעסטירן אינאיינעם....

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 12:34 am

· #122990
אבער איינמאל דו הייבסט אן אריינצולייגן אנדערע קומען די זאבעלטאבע און לייגן זיך אריין אנשטאט זלמן, און ר' זיידל קרעטשניפע ווילן טוישן צו א פלאץ וואס האט א ק'..

ר' שמחה » זונטאג יוני 9, 2013 12:52 am

· #122994
נו, אין די ווארט פעדעראל פלאזא סקווער, איז דא פלאץ פאר נאך עטליכע.

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 1:13 am

· #122997
א מורא'דיגע קידוש ה' צו זעהן ווי בחורי מהר"א הענגן צעטליך מיטן בריוו פון הגז"ל דערינען, און אזוי אויך פארקערט. אדרבה גייט אריבער צום ביהמ"ד הגדול ד'סאטמאר אויף הופפער סט. און זעהט ווי די צוויי פראקציעס בחורים וואס קענען זיך ניטאמאל, אלע געבוירן געווארן אן קיין בחירה... שוין אויפגעוואקסן אלס ארונים צו זאלי'ס, אבער ארבייטן יעצט אינאיינעם און נעמען צעטליך צו הענגן איבער די גאסן וואס אין נארמאלע (?) אומשטענדן וואלטן זיי דאס גאר אראפגעריסן...

ניו יארק » זונטאג יוני 9, 2013 1:17 am

· #123004
הופפער סט.
📎 IMG-20130609-WA0000.jpg

שעפטל » זונטאג יוני 9, 2013 1:24 am

· #123007
אינטערוויו מיט ר' שמואל ווידער און ר' יעקב שפירא איבער די פראטעסט אויף זאב ברענער שאו

BAL TSHIVA » זונטאג יוני 9, 2013 11:16 am

· #123068
[quote="שרייבער"]אקעי קאנפירמד
נעכטן נאכט האט רז"ל אריבערגערופן עטליכע ראשי ישיבות צו זיך און געוויינט פארוואס מען לאזט אים ארויס פון פראטעסט, די האבן געעפענט אויף אים א קיתון של שופכים וויסנדיג ווער ס'איז דער שלעפער די לעצטע צוויי חדשים, למעשה האט רז"ל געזאגט ער וויל זיך צושטעלן ער האט אבער א תנאי
וואס איז די ריזיגע תנאי?
איצא גליק דארף זיין דער יו"ר
האבן זיי געענטפערט, פון די תנאי האט מען שוין גערעדט א חודש צוריק, און מהר"א האט שוין לאנג מסכים געווען.
אקעי, האט ער געבעטן ער האט נאך א תנאי, ר' בערל כ"ץ דארף אויפטרעטן
די ראשי ישיבות האבן גערופן פרעגן בבית מהר"א, און דער רבי האט געענטפערט 'בכבוד גדול קען ער רעדן'.

איז געבליבן נעכטן נאכט אז מען גייט

Being a Talmud of the Rosh yeshiva it's not 100% the way you say it but you are close the Rosh yeshiva and Rabbi Horowitz don't have to much good to say on the way Rabbi zalmen and his people handled the negotiations

גדעון » זונטאג יוני 9, 2013 9:09 pm

· #123356
באקומען
לאורו נסע ונלך, לקדש שם שמים!

טייערע אנשי שלומינו היקרים, חברי קהלתינו הקדושה, הולכים בדרך רבינו הקוה"ט זי"ע וסרים למשמעתו של כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א ובית דינו הצדק!

מיר שטייען יעצט אין זייער גורל'דיגע מינוטן, בלויז געציילטע שעה בעפאר רבבי רבבות ישראל פון איבער גרעיטער-ניו-יארק — ובתוכם אלופי אלפי אנ"ש חברי קהלתינו הקדושה תלמידי וחסידי סאטמאר — וועלן זיך ארויסלאזן אויף די גאסן פון מאנהעטן אויסשרייען קבל תבל ומלואה, לפני העמים והשרים, אונזער ביטער פארצווייפעלטן פּראטעסט-געשריי צו די שולטים עריצים אין מדינת ישראל: אל תגעו במשיחי! נעמט אראפּ אייערע פאר'טריפה'טע לאפּעס פון אונזערע בחורי חמד, דאס הייליגסטע וואס מיר פארמאגן! זייט נישט מטמא אונזערע דורות אינעם מקור הטומאה — דער שוידערליכער גזירת שמד פון 'גיוס בני הישיבות' מוז קומען צו אן ענדע!

רבותי, טייערע ברידער, דאס קריטישקייט פונעם ענין, דער ברענענדיגער חובת השעה, צווינגט אונז ארויסצוקומען און רעדן צום ציבור אנ"ש פּערזענליך זייער קלאר און אפן:

יעדער פון אונז דארף וויסן קלאר, אז היינט 4 אזייגער נאכמיטאג איז א שעת מבחן פאר אונזער קהלה קדושה, פאר אונזער עדה הקדושה, וואס איז כמעט נאך נישט געווען בדומה לה די לעצטע 14 יאר!

די גאנצע אידישע וועלט שטייט און קוקט ארויס צו זען און זיך צו איבערצייגן, צי איז דאס טאקע אמת ונכון הדבר אז בלויז די תורה הקדושה איז נר לרגלינו!! צי בלויז דרך ושיטת רבינו הקדוש זי"ע איז אור לנתיבתינו!! צי דער דעת תורה ופסק הלכה פון אונזערע דיינים ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א איז טאקע וואס איז מחייב יעדן פון אונז, לבלתי סור מן הדרך ימין ושמאל.

טייערע ברודער, מאכט נישט קיין טעות! די ראשי ועיני עדתינו הקדושה פארשטייען גענוי די אלע געפילן, אלע אויפריכטיגע פראגעס און טענות, וואס עגבערן ביי א גרויס טייל פון ציבור, הלמאי מ'האט זיך צוגעשטעלט צו אן עצרת וואס ווערט געזען דורך מאנכע — און זיי אליין האבן עס אזוי אויפגעשפּילט אין די ערשטע טעג זינט דער פּראקלאמאציע — אלס נאך א פּראפּאגאנדע מיטל פונעם צד שכנגד צו קענען שפּעטער שלאגן דערפון פּאליטישן קאפּיטאל און זינגען 'דידן נצח', אן קיין טראפּעלע ערנסטקייט פאר'ן כבוד שמים; אונזערע אידן ווילן פארשטיין ווי האט מען נישט מורא אז זיי וועלן אונטערשטעלן פיסלעך, פּאסטקעס, שטיקלעך, ווי מ'האט זיך אזויפיל מאל ארויסגעוויזן בעבר ווען מיר האבן זיך אזויפיל צרות יגון ואנחה צוזאמגעליטן פון זיי, ועדיין לא באגרוף רשע קעגן קהלתינו ומוסדותינו הק'?!

רבותי, גענוי איין וואך צוריק, זונטאג פ' חוקת, האבן מיר אלע רבבות אנשי שלומינו געהאט דעם גרעסטן און בעסטן איבערווייז אויף דעם געוואלדיגן דגוש, אויף דעם אויסטערלישן אחריות'דיגן צוגאנג פון אנזערע עיני העדה אין דעם געביט פון זיך רעכענען מיט'ן כבוד הציבור, מיט'ן קוקן אויפ'ן תכלית ומטרת הענין; און אין דער רגע מ'האט געזען אז די חברה זענען נישט אויסן פאר קיין שום ערנסטקייט, פאר קיין שום תכלית, פאר קיין שום אידישקייט, נאר בלויז צו בויען דעם אייגענעם אני ואפסי, האט מען זיך נישט אוועקגערירט פון קיין שום פּרינציפּ קיין כי הוא זה! מ'האט צונויפגעשטעלט א מעמד אדיר כולו קודש לה', און די פּראכט דערפון, די הצלחה דערפון, די מורא'דיגע תועלת דערפון, רעדט דאך פאר זיך אליינס און ליגט ביי יעדן אין די ביינער. דער עצרת לשמור ולעשות ווערט פארשריבן אלס איינער פון די סוקסעספולסטע פארזאמלונגען בקורות ימי קהלתינו הק'!

רבותי, אט די זעלבע עיני העדה וואס האבן אונז באפוילן ארויסצוקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג פאר'ן כבוד שמים ועתיד הדורות, ועל פי דיבורים היינו נאספים — באפעלן אונז בכח תורתם אז דעם זונטאג איז ווידעראמאל אן עת כנוס פאר אנשי שלומינו, און "חיובא רמיא על כל אחד ואחד להשתתף אצל עצרת מחאה אדירה"!!

יעצט, ממש מאמענטן בעפאר מ'לאזט זיך ארויס צום מעמד, איז נישט די צייט פאר קיין אריכות, איבערצו'חזר'ן דעם השתלשלות הענינים פון דעם יעצטיגן עצרת מחאה קעגן גזירת הגיוס, וואס רוב דערפון איז שוין סייווי באקאנט פאר אנשי שלומינו. אזויפיל קען מען יא זאגן קלאר און דייטליך: דעם עצרת האבן זיי נישט פאררופן, זייער פאררופן איז קיינעם נישט — און אודאי נישט אונז — מחייב, און אויב איז איינער דער בריח התיכון פון דעם פּראטעסט איז עס דער עמוד האש ההולך לפני מחנה ישראל, הוד כ"ק מרן רבינו עטרת ראשינו שליט"א, והמפורסמות אינן צריכין ראי'.

ס'איז יעדן קלאר ווי דער טאג, אז ווען נישט כ"ק מרן רבינו שליט"א וואלט דער היינטיגער פּראטעסט קיינמאל נישט צושטאנד געקומען, פּונקט אזוי ווי ס'איז יעדן קלאר ווי דער טאג — און ס'איז פארשריבן אין דער היסטאריע אויף אייביג — אז אן כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט זיין דעת תורה וואס איז בינדענד אויף צענדליגער טויזנטער אידן יראים ושלמים, וואלט דער כינוס כלל ישראל אין סיטי-פיעלד נישט געקענט צושטאנד קומען. עד היום ווייסן אלע אז "סאטמאר" איז געווען דער רובא דמינכר פון די רבבות ישראל וואס האבן געבילדעט דעם כינוס כלל ישראל.

און פארלאפענעם זונטאג איז דאס ווידעראמאל קלאר באשטעטיגט געווארן אז "סאטמאר", "וויליאמסבורג" און "אידישקייט" געפינט זיך ביי אונז, און אויב וויל מען האבן סאטמאר מיט זיך, אויב וויל מען האבן אלגעמיינע באזעסענע שלומי אמוני ישראל מיט זיך — איז דערפאר דא בלויז "איין איינציגסטע אדרעס".

אט דערפאר — ספּעציעל נאך די מורא'דיגע הבחנה פארלאפענעם זונטאג — האט די גאנצע פרעמדע גאס, די ליטווישע ווי די חסידישע, געזאגט בלא מיט אן אל"ף צו יעדן סארט פּלאן וואס דער צד שכנגד האט נאר פּרובירט פארצולייגן, און זייער פּרינציפּ איז געווען קלאר: ווי לאנג זיי הערן נישט פון דעם שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו שליט"א אז ער פאררופט דעם עצרת מחאה, זענען זיי נישט גרייט צו גיין אין ערגעץ, און אויב זיי גלוסט זיך שטארק אני ואפסי שפּילעריי קענען זיי ווידעראמאל אפּשפּארן א פערטל פונעם טעילאר גאס און דארט ווידעראמאל פּראקלאמירן א פּראטעסט אויף מיטוואך… און נאר טאקע דערפאר, בראותם כי כלתה אליהם הרעה און זיי בלייבן אויסגעשפּילט פון אלע וועלטן, זענען זיי געקומען זיך מתחנן זיין צו אונזערע רבנים ועסקנים, ובראשם רבינו שליט"א, און זיך געבעטן מ'זאל אנפירן דעם גאנצן פּראטעסט עס צו פירן עפ"י חות דעתם והוראתם.

יא, דער מציאות האט זיי אזוי ביטער געשמיסן אין פּנים, אז זיי אליין זענען געקומען צום קלארן אנערקענונג אז אליינס קענען זיי "גארנישט", און מיט רבינו שליט"א "אלעס"! יעדן פארלאנג וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט, יעדע תנאי וואס אונזערע עסקנים האבן פארגעלייגט, האבן זיי דערצו צוגעשטימט אחת לאחת, אן אפילו א פּיפּס! אויף אלעמען נענו ראש, אבי די זאך זאל דורכגעפירט ווערן און זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט נאכאמאל צו אזעלכע ביטערע בזיונות ווי דעם פארלאפענעם זונטאג...

אין דער מינוט וואס מ'האט פעסטגעשטעלט אז מ'קען אהערשטעלן דעם עצרת אויפ'ן ריכטיגן אויסגעהאלטענעם ערנסטן אופן, איז רבינו שליט"א ובית דינו תיכף ארויסגעקומען בדעת תורתם אז אלע אנשי שלומינו מכל רחבי ניו-יארק דארפן ארויסקומען מוחה זיין און זיך אננעמען פאר'ן כבוד שמים. אפּגעזען וואס דער און יענער וועט זאגן. מיר קענען אויסרופן קלאר און דייטליך: אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו, אז מיר זענען א טייל פון די עדה הקדושה וואס איז כפוף תחת מרותו פון עטרת ראשינו כ"ק מרן רבינו שליט"א, וואס בלויז דער אמת'ער תכלית וכבוד שמים ליגט פאר זיינע אויגן און עפּעס אנדערש עקזיסטירט נישט, און יעדע שריט זיינע, יעדער דיבור, איז אויסגעהאלטן געמאסטן און געוואויגן מיט'ן דעת תורה הצרופה.

און אויב האט שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו שליט"א ובית דינו באשלאסן אז מיר — אלס די ריכטיגע הולכים בדרכיו ודבוקים בשיטתו פון רבינו הקוה"ט זי"ע — דארפן זיין א טייל פון די רבבות ישראל הנאספים לקדש שם שמים, זיין א טייל פון אן ערשטמאליגן עצרת וואס האט די מעגליכקייט אויפצושאקלען די גאנצע אידישע און גויאישע וועלט איבער דעם שרעקליכן גזירה וואס הויערט אויף יהדות ארץ ישראל, זיין א טייל פון די רבבות ישראל וואס ענטפערן דעם הארציגן רוף פון די שרי התורה חברי הבד"ץ עדה החרדית ובראשם כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, איז על פי דיבורו אנו נאספים און מיר וועלן אלע דארט זיין לקדש שם שמים!!!

מיר מוזן ארויסקומען ברבבותינו און איבערצייגן תבל ומלואה, אז אונזער עדה הקדושה פארמאגט דעם שטארקסטן כח אויף דער וועלט, פון צענדליגער טויזנטער אידן וואס זענען דא בלויז פאר איין הייליגן ציל און מטרה: מקדש זיין דעם שם שמים!! עפּעס אנדערש שטייט אונז נישט פאר די אויגן, און גארנישט אנדערש אינטרעסירט אונז נישט!! מיר זענען כפוף תחת מרותו פון רבינו שליט"א ובית דינו הצדק, און אז אונזער מנהיג באפעלט אונז 'צאו והפגינו' קומען מיר ארויס זקנים עם נערים לקדש שם שמים!! מיר זענען דא פאר'ן תכלית, מיר זענען דא פאר ערנסטקייט, מיר זענען דא פאר אידישקייט, מיר זענען דא פאר די שיטה הקדושה! אלע זייטיגע אינטערעסן לייגן מיר אין דער זייט, מיר קוקן נישט ימין ושמאל, און מיר לאזן זיך נישט פירן פון קיין געפילן, פון קיין 'דידן נצח' אינטערעסן און אנדערע פּערזענליכע עגבערנישן.


ס'איז א מורא'דיגער און היסטארישער שעת מבחן וואס מיר קענען זיך נישט ערלויבן דאס אנצואווערן! מי רואה את אלו יוצאים! רבינו שליט"א, אונזער רועה הנאמן, ולידו זיין בית דין צדק מיט אונזערע שרי התורה ומאורי דרכינו וועלכע פירן אונז אויף יעדן טריט פון אונזער לעבן, וועלן זיין דארט בראשינו, און יחד שבטי ישראל וועלן מיר אינאיינעם אויסשרייען אונזער שארפסטן פּראטעסט קעגן די ממשלת הכופרים פון דער מדינה הטמאה, אפּצורופן די פינסטערע גזירה נגד ה' ותורתו!!

אונזערע געטרייע עסקנים וועלן אויפנעמען אונזער ציבור, מ'האט אלעס צוגעשטעלט צום פולסטן באקוועמליכקייט פון אונזער ציבור, די גאנצע ישיבה הקדושה וועט אי"ה דארט זיין עפ"י הוראתו פון רבינו שליט"א, און אלע אונזערע רבנים וועלן אי"ה באשיינען דעם פני המזרח פונעם עצרת מחאה.

מיר אלע מוזן דארט זיין, מיר אלע וועלן דארט זיין, כאיש אחד בלב אחד, מיר אלע וועלן צייגן קלאר אז בלויז דער כח התורה, בלויז דער דעת תורה, איז וואס דאמינירט אונזער הלוך ילך! מיר וועלן צייגן אז צו קענען ארויסברענגען דעם אמת'ן "כלל ישראל" מוז מען דערצו האבן די צושטימונג פון די אמת'ע "גדולי ישראל"! נישט קיין פּראפּאגאנדע, נישט קיין ביליגע טאקטיקן, נאר דער דעת תורה הצרופה וואס כ"ק מרן רבינו שליט"א חזר'ט מיט אונז שטענדיג, עפ"י דרכו הטהורה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, דער דעת תורה פון אונזערע עיני העדה חברי הביד"ץ דקהלתינו שליט"א, איז וואס פירט אונז ולאורם נסע ונלך לקדש שם שמים!!

חובת השעה —— היינט 4 אזייגער אין פעדעראל סקווער פּלאזא, וועלן מיר אינאיינעם מקדש זיין דעם שם שמים, במקהלות רבבות עמך בית ישראל, ובראשינו מורי ומאורי דרכינו ובראשם כ"ק מרן רבינו שליט"א —— איש בעל יעדר!!

נ.ב. שטייענדיג בעפאר אזא ריזיגן מאסן-צוזאמקום פון אזויפיל טויזנטער אידן, איז קריטיש וויכטיג מדגיש צו זיין דאס וויכטיגקייט פון קאאפּערירן מיט די אנווייזונגען, אויספאלגן דעם סדר, זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, ארנטליכקייט, ערנסטקייט, רואיגקייט און איינגעהאלטנקייט; ס'זאל פון אונז ארויסשיינען די קלאסישע נארמאלקייט און ערנסטקייט וואס טוט אידענטיפיצירן אונזער עדה הקדושה אין יעדן זמן, און אזוי ארום טאקע ברענגען דעם ריכטיגן כבוד שמים והרמת קרן התורה.

פיינע קאווע » זונטאג יוני 9, 2013 9:25 pm

· #123365
איין קליינע פראבלעם. האסט געפאוסט דיין שוואנצאנעס 9:09 pm נאך ווען יעדער איז זיך שוין לאנג צעגאנגען.
היות דו ביזט פון די וואס קענען זיך נאך נישט בארואיגען אז דער גאנצער פראטעסט איז צושטאנד געקומען נאר א דאנק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר. ער האט געהאמערט דערוועגען חדשים לאנג. זיינע עסקנים האבן גענומען די פערמיטס און איינגעלאדענט די רבנים. זיינע נגידים האבן באצאלט אלזא גיי שרייב יעצט נאך צוויי בלעטער און זיי מסביר דיינע פערדען דאס געוואלדיגע סבלנות פון דיין רבין פאר'ן קומען.

גדעון » זונטאג יוני 9, 2013 9:29 pm

· #123368
נעקסט....

גאלד » זונטאג יוני 9, 2013 9:47 pm

· #123380
הנני מוכן ומזומן לקיים הוראת רבינו כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, שלא ליהנות מעבודה זרה,

טייער זאליס, די גאנצע פראטעסט איז אויף ענקער קרעדיט, די גאנצע וועלט קוקט ארויס וואס ר' זלמן לייב הייסט, קיינער רירט זיך נישט אן איהם, אהרן איז סתם א בל גאוה א עטענשן סיקער, יעדער לאכט פון איהם, ווי עס האט זיך באשיינפערליך ארויסגעוויזן ביי די אינטערנעט אסיפות, ווי ביי טעילאר האט איז געווען א קנאפע 250 אפגעשליסענע אידן און מ'האט סתם זיך משוגע געמאכט, ווידעראום ביי יוניאן איז געווען לכה"פ 18,000 אידן כולו לשם שמים, עטס זאליס רירן זיך נישט פון די תוה"ק און ווען דער חזיר מענדעלע וויל רעדן שטייען ענק כחומה בצורה איהם נישט צו לאזן, נישט חלילה ווייל ענק זוכן מחלוקת, חס וחלילה, נאר ענק ווילן פשוט נישט קיין שקצים זאלן פארמיסן ענקער הייליגן כינוס, ווידער אונז אהרונים ביי די פראטעסט, איז וואס ענק האמיר אונז געבעטן האמיר בלית ברירה תיכף מסכים געווען, נישט ווייל אונז ווילן נישט מישן קיין פאליטיק, ווי וואס ווען, אונז זעמיר א באנדע לצים, פשוט ווייל אונז ציטער מיר אימת מות פון די זאליס, יעצט ווען עס האבן זיך צאמגענומען א היסטארישע ציבור, פון אלע שיכטן און קרייזן און מאנהעטן, מיינסטו אז דאס האט דאס מינדעסטע שייכות מיט דעם אהרן, אבערוואס, אדרבא אלס איהם אויס וואלט אפשר גארנישט געווען, דאס גאנצע קרעדיט קומט זיך נאר פאר הרה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א, קינד און קייט ווייסט אז ער איז דער עכטער סאטמארע רבי, און אהרן איז דער נעבעך פון שטאט,
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10