☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

486 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3293
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:04 pm

· #122392
למעשה קוקט אויס זייער קלאר אז לעיקוואד קומט נישט. ווייס איך נישט וואס עס האט געברענט פאר די זאלי'ס מיט צו גיין מיט די אהרונים.

חלום » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:05 pm

· #122393
א בפירושע תלמידי רבינו, און דעת תורא האלט אויך אזוי, מה נענה אנן בתריה

גדעון » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:06 pm

· #122394
פאקטן וואס די ארונים ווילן איר זאלט פארגעסן:
געפלאנטע פראטעסט געווען באריכטעט אין דער איד פרשת בחוקותי
פאראייניגטע פראטעסט ווערט באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער פרשת שלח ווי דא

איך וואלט נאך געקענט מאריך זיין, ווי רא"ט האט געשפילט פאליטיק מיט אזא האקעלע מערכה, אבער איך מיין אז די צוויי פאקטען רעדן פאר זיך,

נעמטס ארויס דו מסקנות,
גדעון אוט.

נאטרוליסט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:11 pm

· #122398
גדעון
פאקטן וואס דו ארונים ווילן איר זאלט פארגעסן
געפלאנטע פראטעסט געווען באריכטעט אין דער איד פרשת בחוקותי
פאראייניגטע פראטעסט ווערט באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער פרשת שלח ווי דא

איך וואלט נאך געקענט מאריך זיין, ווי רא"ט האט געשפילט פאליטיק מיט אזא האקעלע מערכה, אבער איך מיין אז די צוויי פאקטען רעדן פאר זיך,

נעמטס ארויס דו מסקנות,
גדעון אוט.


מיין מסקנא קומט דורך א קלאץ-קשיא:

וויפיל שאנצן זענען פאראן אז עס וואלט פארגעקומען א פראטעסט א' חקת תשע"ג - אדער אפילו תשפ"ד הבעל"ט - ווען נישט די "נארישע", משוגענע" "ווילדע" און "קינדישע" הכרזה ביים כינוס אויף טעילאר א' קרח במעמד אלפים?

עס איז באמת נישט וויכטיג צו ענטפערן.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:14 pm

· #122400
איך ווייס נישט וויפיל ס'האט געהאט מיט דעם. אבער אויב דאס דארף ווייזן פירערשאפט וויליך דיר פרעגן וויפיל טשאנס אז ס'וואלט פארגעקומען א כינות אויף טעילאר ווען נישט סאטמאר רבי פון 550 ראסס פאררופט א לשמור ולעשות?

יעצט ווער א זאלי

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:17 pm

· #122401
נאטרוליסט
גדעון
פאקטן וואס דו ארונים ווילן איר זאלט פארגעסן
געפלאנטע פראטעסט געווען באריכטעט אין דער איד פרשת בחוקותי
פאראייניגטע פראטעסט ווערט באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער פרשת שלח ווי דא

איך וואלט נאך געקענט מאריך זיין, ווי רא"ט האט געשפילט פאליטיק מיט אזא האקעלע מערכה, אבער איך מיין אז די צוויי פאקטען רעדן פאר זיך,

נעמטס ארויס דו מסקנות,
גדעון אוט.


מיין מסקנא קומט דורך א קלאץ-קשיא:

וויפיל שאנצן זענען פאראן אז עס וואלט פארגעקומען א פראטעסט א' חקת תשע"ג - אדער אפילו תשפ"ד הבעל"ט - ווען נישט די "נארישע", משוגענע" "ווילדע" און "קינדישע" הכרזה ביים כינוס אויף טעילאר א' קרח במעמד אלפים?

עס איז באמת נישט וויכטיג צו ענטפערן.



זערא פלאן + קוק זייער מעסיזש נעכטן שרייבן זיי שחור ע"ג לבן נישט דא קיין פלאן

נאטרוליסט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:17 pm

· #122402
זר זהב
איך ווייס נישט וויפיל ס'האט געהאט מיט דעם. אבער אויב דאס דארף ווייזן פירערשאפט וויליך דיר פרעגן וויפיל טשאנס אז ס'וואלט פארגעקומען א כינות אויף טעילאר ווען נישט סאטמאר רבי פון 550 ראסס פאררופט א לשמור ולעשות?

יעצט ווער א זאלי


זר, דאס הייסט געענטפערט אומגעטראכט.
ווען נישט די נארישע האנדלונג פון אדמו"ר מהרז"ל דורך יצחק שטערן, וואלט טאקע קיין כינוס אויף טעילאר נישט פארגעקומען. און דאס זאג איך מיט ווייטאג. הלמאי פאר פאליטיק האט מען געמאכט ליצנות פון אזא ערנסטן ענין.

זר ליבער, דיין תירוץ מאכט די קשיא שטערקער.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:19 pm

· #122404
נישט געווען ליצנות. ס'געווען א ריזיגע כינוס פון טויזענטער מענטשן.

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:20 pm

· #122406
שעפטל
גדעון
גאלד
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?

גראדע האט מען יא גערעדט געווען באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער ווי דא:
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763">http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763</a>

פארהאנדלונגען דארט צייט ס'איז אלץ געווען געפלאנט פאר די קאנטרי סעזאן, ביז רא"ט האט עס קונה געווען מיט ערקלערן אז ער מאכט די פראטעסט מיטוואך קעגן די איזרעילי קאנסולאט, למעשה האט ער געמוזט טוישן די צייט און פלאץ

נאכאמאל, וויאזוי איז די פראטעסט וואס מ'פלאנט שוין חדשים געווארן ר' אהרן'ס? איז די סיבה ווייל ער האט עס דערקלערט אלס זיינס?

אינטערסאנט נאר אז נאך אלעמען האט מען נאך אלס גענומען רבי אהרן'ס דאטום און פלאץ...


מיינסט די געטוישטע דאטום און פלאץ...

נאטרוליסט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:29 pm

· #122409
זר זהב
נישט געווען ליצנות. ס'געווען א ריזיגע כינוס פון טויזענטער מענטשן.


אויב מ'האט נישט געלאזט רעדן דעם אפיציעלן רב פון א קהילה (וואס האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן קיינעם פון אנדערן צד) צוליב פאליטישע אורזאכן, הייבט עס געמאכט ליצנות. די רבני העיר האט דוכט זיך געוויזן קלאר אז זיי פראטעסטירן!

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:29 pm

· #122410
ניין. געשטוישט די דאטום נאך פאר די זאלי'ס זענען אפילו געקומען צום טיש, און אפילו די זאלי קעפ מיט סאכדעס צוזאמען זענען ס'ערשטע מאל געוואר געווארן פון א פלאץ פאולי סקווער פון סאטמאר לייוו

כ'האב הנאה אז די געים האט זיך געטוישט פון (SatmarHQ) אז די אהרונים שטעלן זיך צו, צו א נייע ווערסיע אז ס'איז בכלל נישט רבי אהרן'ס... ער פרובירט נאר צו פארכאפן...

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:30 pm

· #122411
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך,
וויפיל שאנסן געבט איר אז ס'וואלט געווען א פראטעסט א' חוקת תשע"ג אין מאנהעטן ווען נישט ר' אהרן ט"ב,

החותם בכבוד והערצה,
גאלד,

משגיח » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:31 pm

· #122412
גדעון
איינער קען מיר זאגן וויאזוי א פראטעסט וואס מ'פארהאנדלט שוין חדשים איז פליצלינג געווארן ר' אהרן טייטעלבוים'ס פראטעסט?

אויב איינער לייקענט אז מ'רעדט שוין חדשים דערוועגן זאל ער זיך ביטע אויך אנרופן, אזוי זאל איך וויסן ווי איך האלט מיט אים.

איך מיין אז דאס זעלבע איז געווען בא לשמור ולעשות מען האט פארהאנדעלט חדשים פארדעם אפשר וועסטו אויך זאגן אז מהר"א איז געווען א חלק דערפון?

משגיח » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:32 pm

· #122414
די ארונים האבן נאך קיינמאל נישט אזוי הנאה געהאט פון די ציונים ווי היינט און די ציונים האבן נאך קיינמאל נישט אזוי צוגעפיקסט דיזאליס ווי היינט

אפשר פארקערט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:33 pm

· #122416
באקומען אין אימעיל:

בס"ד

האיום והמהפך!

בענין עצרת הענק בארה"ב נגד גזירת הגיוס

אמש בלילה הודיע הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאולסבורג לעסקנים מצד כ"ק אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, שלאור דיווח שמקבל מהרה"ג ר' יצחק שטערן שליט"א העומד מצד כ"ק אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א שהעצרת אינו מנוהלת על ידם כאשר בעתון "די צייטונג" פורסמה ביום רביעי מודעה מטעם קהילת סאטמאר מהר"א, שהעצרת מאורגנת ע"י האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וקהילתם, וזו בניגוד למה שסוכמה שהעצרת צריכה להתנהל ע"י "התאחדות הקהלות".

נוסף על כך טען הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א, שאלו שניהלו את ארגון העצרת עד כה זפירסמו שלבקשת ראשי ישיבת לייקוואוד שליט"א אשר רוצים להשתתף בעצרת דחו את העצרת מיום רביעי פר' קורח ליום א' פר' חוקת, בגלל שישיבת לייקוואוד מקיימת דינר לטובת הישיבה ביום רביעי, ולאחר בירור התברר שהגאון ר' מלכיאל קוטלער שליט"א ראש הישיבה לא עודכן כלל שיהא עצרת על ידי התאחדות הקהלות ואינו מתכוון להשתתף בעצרת כזו, ולא יורה לתלמידיו ללכת, ואף התברר שכל דחיית העצרת באמתלא של דינר בלייקוואוד היתה ספין מכוער על גב הרה"ג ר' יצחק הנ"ל.

והתאחדות הקהלות אשר ראו שמהעצרת זו רק תצא חורבן ופורען למערכת התאחדות הקהלות, החליטה לקיים עצרת ענק בתאריך אחר, וכבר הכינו מודעת החלטה אשר היתה צריכה להתפרסם בעתון הידועה לשמצה "דער איד"

אמש בלילה התכנסה "וועד הפעולה" של התאחדות הקהלות ודנה עם הרבנים שליט"א על סדר העצרת תוכנית העצרת ואופייה, ולאור שיטת רביה"ק מסטאמר זי"ע לנאום בשפת המדינה בעצרת כזו, והוחלט עוד החלטות בכדי להציל את התאחדות הקהלות מכשלון ולתת את האשרות שראשי ישיבות מהמיזר החסידים הקרובים והרחוקים ישתתפו בה.

הרה"ג ר' יצחק שטערן שליט"א הדמות התורנית שניהל ועמד מאחורי ארגון "פירוד כלל ישראל" ביום א' העעלט סילק לידיו אמש את מושכות העצרת, ומנסיונו זה רבות בשנים ינסה עד זיבולא בתריתא להצלחתו הפרטי והשומץ הי' לא תהי'.

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:39 pm

· #122424
רבותי, פארוואס זיך טענה'ן דא האט איר קלארע דיבורים פון "תלמידי רבינו" נעכטן

"...זאגט אים ר' יצחק שטערן, אז ער ווייסט פון גארנישט, נאר איין זייט סאטמאר האט דאס פאררופן .."

"...און דער רבי זאגט אים, איך פאררוף נישט קיין פראטעסט און איך גיי נישט צו קיין פראטעסט..."

"...עס איז קלאר פאר אלעמען אז עס איז זייער א קורצע צייט פאר אן עכט סוקסעפולער עצרת..."


עטס הערטס א מעשה נעכטן שרייבט עטס קלאר אז עטס האטס גארנישט מיט די פראטעסט, פלוצלינג ווערן זיי מיר מחותנים וואס ארבעטן שוין אויף דעם זייט פסח? וויזוי ארבעט דאס?

החותם בקידה והשתחוי'
גאלד,

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:41 pm

· #122426
גאלד
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך,
וויפיל שאנסן געבט איר אז ס'וואלט געווען א פראטעסט א' חוקת תשע"ג אין מאנהעטן ווען נישט ר' אהרן ט"ב,

החותם בכבוד והערצה,
גאלד,


איך בין זיכער אז ס'וואלט געווען א פראטעסט (איך ווייס נישט צו א' חוקת) תשע"ג אין מאנהעטן ווען נישט ר' אהרן ט"ב פירט זיך אויף ווי א בעבי צו וועלן ווייזן אז ער פירט עס...

ראש המדברים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:42 pm

· #122427
שפרייט שנעל אויס א קארפעט ווייל די וועסט זיך נאך דארפן אסאך ביקן בקידה והשתחוי'

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:46 pm

· #122429
עפל סדר
גאלד
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך,
וויפיל שאנסן געבט איר אז ס'וואלט געווען א פראטעסט א' חוקת תשע"ג אין מאנהעטן ווען נישט ר' אהרן ט"ב,

החותם בכבוד והערצה,
גאלד,


איך בין זיכער אז ס'וואלט געווען א פראטעסט (איך ווייס נישט צו א' חוקת) תשע"ג אין מאנהעטן ווען נישט ר' אהרן ט"ב פירט זיך אויף ווי א בעבי צו וועלן ווייזן אז ער פירט עס...


איך פארשטיי נישט, אויב נאך 3 חדשים האט זיך גארנישט גערירט, פארוואס קלערסטו אז ס'וואלט בכלל געווען עפעס, מאי שנא היום מיומים?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:50 pm

· #122433
זייער פשוט, מ'דארף יישב הדעת... פון זינטאג ביז מיטוואך/זינטאג איז צו שנעל, פון מיטוואך פארטאגס (דערנאך דאנערשטאג פארטאגס) ביז זינטאג איז סאאאאך לענגער...

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:52 pm

· #122436
גאלד
אויב נאך 3 חדשים האט זיך גארנישט גערירט, פארוואס קלערסטו אז ס'וואלט בכלל געווען עפעס, מאי שנא היום מיומים?


מען האט אמאל איינעם געפרעגט צי ער קען לערנען זאגט ער איך האב נאך נישט פרובירט אבער מן הסתם קען איך

אין א זייטיגען נאטיץ פאר 2 צי 3 וואכן צוריק האבן די זאלי'ס געמאכט א פראטעסט צי א פיקעטניג וואס איז געווען א וועלטס ליצנות אזוי ווי תמיד זייערע פראטעסן מרדכי ברילל שרייט דער קליינער אייזיק ווייס קרייט

צי אן ערנטסן פראטעסט פארשטיין זיי נישט אין טויגן נישט אלעס איז ביי זיי אני ואפסי אין פאליטיק

אין יעצט שעלטן זיי ווייל האדמו"ר מסאטמאר מהר"א ווייזט וואס א פראטעסט מיינט אין ס'זאל האבן די ריכטיגע פארבען אין רעספעקט

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:53 pm

· #122438
זיין פעטער ווייסט נאך אלץ בעסער. ווי נישט ווי איז מהרא נאך נישט א פראפעשענעל מוחה

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:56 pm

· #122440
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:00 pm

· #122441
דא דארף מען שוין גלייבן אז זיי האבן זיך ארויסגעצויגן...

נאטרוליסט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:02 pm

· #122442
עפל סדר
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?



עפל, במחילת כבודך:
ס'איז נישט קיין ענין צו גלייבן דאס אייגענע געבעקס. - קיינער האט נישט ארויסגעצויגן.
די טוויטער'לעך וואס בר מצוה קינדער שיקן ארום קוואט נישט ביטע.

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:02 pm

· #122443
עפל סדר
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

לכאורה ווייל זיין זענען איבערצייגט אז ר' זלמן לייב איז די עכטע סאטמאר רבי, און ר' אהרן איז די פעיקע סאטמאר רבי

וואס קלערסטו דשיניעס? הא?


האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?

פארוואס נישט, דו מיינסט אז דער לייקוואדער איז אזוי אויסגעקאכט אין די סאטמארע דרעק ווי איך און די, קריך ארויס פון דיין באקס ביטע

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:03 pm

· #122444
עפל סדר
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?



פארוואס די זאלי'ס האבן זיך אויס געצויגן אין אריין געצויגן אין ארויס געצויגן ווייסט יא ?

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:05 pm

· #122445
גאלד
עפל סדר
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

לכאורה ווייל זיין זענען איבערצייגט אז ר' זלמן לייב איז די עכטע סאטמאר רבי, און ר' אהרן איז די פעיקע סאטמאר רבי

וואס קלערסטו דשיניעס? הא?


האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?

פארוואס נישט, דו מיינסט אז דער לייקוואדער איז אזוי אויסגעקאכט אין די סאטמארע דרעק ווי איך און די, קריך ארויס פון דיין באקס ביטע


מ'דארף נישט זיין אויסגעקאכט דערצו דאס צו פארשטיין, מיינסט זיי זענען משוגה?

blauvelt » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:07 pm

· #122448
yes more then you think satmar is not krasna and when you tell them satmar is making a protest they ask aron or zaalmen leib
and if you tell them only one side what do you think they will go and the the next week the other side will call him he will have to
go again. gold i think you should come out of your bubble everyone knows exactly that there is two huge satmars and no one is interested in mixing in

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:11 pm

· #122454
of-course they know there is 2 but they may not know the level of animosity, sadly

עפל סדר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:14 pm

· #122456
גאלד
עפל סדר
קען איינער מיר ביטע ענטפערן אנעסטלי אן קיין דריידליך

אויב איז אמת אז ס'איז געווען ר' אהרן'ס איידיע צו מאכן א פראטעסט
פארוואס האבן די ליטווישע זיך ארויסגעצויגען ווען זיי האבן געהערט אז נאר די ארוינים גייען?

לכאורה ווייל זיין זענען א]יבערצייגט אז ר' זלמן לייב איז די עכטע סאטמאר רבי, און ר' אהרן איז די פעיקע סאטמאר רבי

וואס קלערסטו דשיניעס? הא?


ניין ווייל זיי ווילן א פאראייניגטע פראטעסט

האבן זיי געהאלטן איין מינוט אז די זאליס וועלן גיין צו א פראטעסט וואס ר' אהרן האט פארריפען?

פארוואס נישט, דו מיינסט אז דער לייקוואדער איז אזוי אויסגעקאכט אין די סאטמארע דרעק ווי איך און די, קריך ארויס פון דיין באקס ביטע

מ'דארף נישט זיין אויסגעקאכט דערצו דאס צו פארשטיין,

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:15 pm

· #122457
איך געדענקט נישט אין מיין לעבן צו זיין אזוי דיזי ווי פון דיזער אשכול
ווען איך וואלט געהאט איבעריג צייט וואלט איך דא געמאכט ליצנות פון יעדע תגובה באזונדער, ממש יעדע איינע איז "ברעיקינג", אוי בינעך שוין צובראכן פון אזויפיל ברעיקינג ספינס,
איר טראכט אז אין 10-20 יאר ארום ווען איר גייט איבערליינען אייער געמויזעכץ גייט איר זיך נישט באגראבן פאר בושה?
מ'שלאגט זיך דא ווי אין כיתה ענדע-ד'.

למדן » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:16 pm

· #122458
בין איך דער איינציגסטער וואס זעהט נישט די גרויסע טובה אז די אגודה מיט לעיקוואד זאלן זיך צוזאמשטעלן צו סאטמאר אויף די אסיפה?
זיי ווילן נישט הערן וואס סאטמאר האט צו פארציילן, זיי ווילן נישט הערן דעם ויוא"מ פארגעלערנט אויף אויסעווייניג, און אוודאי נישט אויף די גאס.
זיי זאגן כסדר אז זיי זענען נישט מוחה (ברבים עכ"פ זיכער נישט) אויף די עצם קיום מדינה, און זיי האבן נישט געוואלט מאכן א פראטעסט נאר א עצרת תפלה (ווי מ'זאל חלילה נישט רעדן צו שארף) ווי אויך איז דאס צו א גרויסע חילול השם העכער זייערע כוחות (לשיטתם)

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:18 pm

· #122461
אמת, קיינמאל נישט פראטעסטירן. פארוואס ווען מ'רירט אן די בנע טעירע (בני תורה) קומען זיי צו די חסידים אז מ'זאל פראטסעטן?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:22 pm

· #122468
דאך האט די עדה (אזוי האב איך געהערט) ס'ערשטע מאל זיך אונטערגעגעבן צו רעדן עיברית ביי א פראטעסט אין ירושלים, אלעס איז די בנעי טעירע זאלן קומען און ס'זאלן זיין ווי מער מענטשן

בעריש » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:29 pm

· #122473
דעת תורה
גאלד
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?


עס איז שוין געשטאנען אין איד דערוועגן 5 וואכן צוריק. עס האט זיך געהאלטן אינמיטן קאכן, אבער אויף לאו. מהר"א'ס ספאנטאנע אויסברוך זונטיג נאכט האט געטשעינזשד די רולס פון די געים.

די רעדע פון אן עצרת גייט שוין אן פון פאר פסח ווען ר"מ קאטלער איז געווען דער וואס האט פרובירט אנדרייען, ער איז דאן געווען ביי ביידע אדמורי"ם, אבער ער האט איינגעפאקט קורץ דערנאך ווען אנשי חצר הרב שטיינמאן האבן געפאכעט מיטן פינגער און געוויסע פירער מצד הנהלת הגשמי דארט האבן געלייגט א וועטא דערויף.
עטליכע וואכן נאך פסח איז אריינגעשפרינגען דערין רא"ב וואכטפויגל ווייטער גייענדיג צי ביידע אדמורי"ם און פרובירט עפעס אהערצישטעלן אבער אויך ער האט זיך שנעל דערזעהן אז ס'איז נישט כדי זיך איינצירייסען מיט אנשי חזון איש 5
א וואך נאך שבועות האט דער עלטערער פון די צוויי סאטמארע רבי'ס אריבער גערופען צי זיך הרב גליק פון התאחדות און געבעטן אז היות מצד די ליטווישע קוקט נישט אויס סמאכט זיך עפעס זאל ער זעהן צי מאכן אן היימישע מערכה און האט ציגעלייגט אז ער ברויך גארנישט פאר זיך וואס קען שטערן כאטש וועמען.
הרב גליק האט געסאונדעד זייער עקסיידעט און פארשפראכן צי טאן די אומגלויבליכע און ציזאמברענגען די צוויי ביטערע יריבים פאר די איינציע זאך וואס ברויך זיי לכאורה נאך יא יונייטען.
די בעק ענד פארד איז אנגעגאנגען ביז פינקטלעך פאריגע וואך מיטוואך ווען ער האט געהויבן די האנט (לכאורה א פועל יוצא פון די פארגיפטעטע אטמעספערע)
מהר"א האט זיך דערזעהן אז ער איז אליינס, אבער דאך באשלאסן אז ער גייט יא ווייטער טענהנ'דיג אז די קאנטרי סעזאן איז 3 וואכן אוועק און מ'לויפט אויס פון צייט.
ביי די עמערדזשענסי מיטונג פאריגע וואך דאנערשטאג איבער דעם כינוס איז אויך באשלאסן געווארן אלע דיטעילס איבער די פראטעסט וואס מען וועט אנאנסען טאקע זינטאג ביים כינוס וכך הוה.
עקסטער האט מהר"א ביים ווינטשען מז"ט פארן גאלאנטער זינטאג אים פריוואט געבעטן ער זאל קומען רעדן (און נישט איבער די השתתפות פונעם צד אחר)
מאנטיג האט ר"י הארעוויץ א תלמוד פון רא"ב וואכטפויגעל אנגערופען אז זיין רבי וויל יא קומען און פארשפראכן אז ער ברענגט מיט אן ערך פון 10 ראשי הישיבות פן די מער קאנסערוואטיווען חדר פון די ליטאים (אויערבאך) און מ'זאל גיין בשותפות, פארשטייט זיך אז עסקני מהר"א האבן זיך דערצי ציגעכאפט ווי צי א געבראטענס און אנגעהויבן ארבייטן ביינזאם וואס האט פארשטייט זיך געטוישט די דעיט און פלאץ.
דינסטאג האבן די עסקני וואכטפויגל געזאגט אז ס'איז דא א הוה מינא אז מ'וועט קומען אפילו פון לעיקוואוד צי די גרויס שמחה פון עסקני מהר"א
פון דארט און ווייטער לאז איך דיר אליינס שפעקעלירן וויאזוי די כישוף ראד האט זיך ווייטער געדרייט!

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:30 pm

· #122475
שעפטל
דאך האט די עדה (אזוי האב איך געהערט) ס'ערשטע מאל זיך אונטערגעגעבן צו רעדן עיברית ביי א פראטעסט אין ירושלים, אלעס איז די בנעי טעירע זאלן קומען און ס'זאלן זיין ווי מער מענטשן


ס'איז אן עזות אין געמיינשאפט געווען פין די עדה אזאנס צי צילאזן

blauvelt » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:48 pm

· #122492
YES ZALMEN SAFIR YOU JUST SHOWED FOR EVERYONE WHAT A ARONY IS NO RESPECT WHO ARE YOU TO SAY ON THE EIDAH THAT
IT WAS A CHUTSPA TO SPEAK IVRIT BUT WE ALL KNOW WHY YOU SPEAK LIKE THIS ALES SHTINKT FIN KUP

למדן » דאנערשטאג יוני 6, 2013 4:53 pm

· #122495
די (סאטמארער) רבי האט געזאגט אז דער רב איז ראבינער און דאס פאלק איז אויבער ראבינער, אויה האלט ער אז א עולה איז געטון געווארן האט ער א רעכט מוחה צו זיין ,פרעג מיך נישט אפ פון די מעשיות בימים ההם ווייל איך וויס דיר נישט צו ענטפערן.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 5:25 pm

· #122520
blauvelt
YES ZALMEN SAFIR YOU JUST SHOWED FOR EVERYONE WHAT A ARONY IS NO RESPECT WHO ARE YOU TO SAY ON THE EIDAH THAT
IT WAS A CHUTSPA TO SPEAK IVRIT BUT WE ALL KNOW WHY YOU SPEAK LIKE THIS ALES SHTINKT FIN KUP



אאטטטטשששש

בארויג דיך שיין קינד

השמים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 7:58 pm

· #122574
ווער קען טרעפן די צוויי הונדערט-און-פופצון חילוקים צווישן די תלמידי רבינו אימעילס און די דאסקאל מעסעדש (מהודרה ראשונה)?... ס'איז ממש גג על גג, סתירות ע"ג סתירות, לע"ע האט ער דאס אראפגענומען און זאגט ער וועט לייגן א נייע מעסעדזש, עס איז ערווארטעט א פרישע ווערסיע....

גדעון » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:10 pm

· #122602
איך ענקאריזש ווער ס'איז אינטערעסירט וואס איז פארגעקומען אנצורופן 718-831-7000 און דרוקען 1
ער לייגט אראפ (פון א צעטל...) מער ווייניגער וואס איך טענה דא, מער באריכות.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:15 pm

· #122610
וואס הייסט ''פון א צעטיל''? ער ליינט וואס מ'הייסט אים?

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:25 pm

· #122624
איך האב נישט די זעלבע מאס געדולד ווי אנדערע חברים דא צו ענטפערן אלע לגיונות און צו פראבירן אויפווייזן דעם אמת. איך וואלט נאר געראטן ווער ס'וויל וויסן ווער די 'ספינערס' זענען זאל אנהייבן צו ליינען אלע אשכולות וואס רעדן פון די פראטעסט און זיך אליין איבערצייגן.

נאך א זאך וואס איך וויל צולייגן. מיטן פרעגן האלבע אמת'ע פראגעס ווערט נאכנישט די גאנצע סטעיטמענט אמת. גדעון וויל וויסן וויזוי א פראטעסט וואס איז שוין אויפן טיש חדשים ווערט פלוצלינג מהר"א'ס. און ער וויל מיט דעם אויפדרינגען אז די פראטעסט האט התאחדות פארופן. דער אמת איז, ס'איז שוין טאקע געווען אויפן טיש פאר א שטיק צייט, אבער ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, איז אלעס איינגעשלאפן ווען ס'האט זיך פארשלעפט מיט די פארהאנדלונגען.

ווען מ'האט פארהאנדלט איבערן כינוס האט מהר"א געזעהן אז אפילו אזעלעכע ערענסטע זאכן זענען די זאליס גרייט צו פאליטיזירן האט ער אפגעמאכט אז ער זעהט נישט וויאזוי א פאראייניגטע פראטעסט זאל צושטאנד קומען און האט פארופן א מיטונג מיט זיינע עסקנים און געזאגט אז ער וויל האבן א פראטעסט נאך פאר מ'פארט אין קאנטרי, און וויבאלד ס'קוקט נישט אויס אז א קאליציע קען נאך געשעהן, איז ער גרייט צו גיין אליין, און אויב איינער וועט זיך יא צושטעלן איז נאך בעסער.

פון דא און ווייטער ווייסט שוין יעדער אליין וואס ס'האט פאסירט. דאס פארופן דעם פראטעסט האט אפגעהילכט מיטן זעלבן אפקלאנג פונעם כינוס, און פון אלע עקן איז געקומען מעלדונגען אז מ'שטעלט זיך צו צום פראטעסט.

ווען מ'קוקט צוריק קען מען זעהן ווי איך און אנדערע חברים דא האבן פאראויס געזאגט אז די זאליס גייען טוישן זייער מיינונג און זיי גייען לויט דעם ספינען. ס'איז מיר געווען א געוואלדיגע פארגענוגן צו ליינען די ספינס, אצינד גיי איך שיקן מיין תגובה און ווארטן אויף די קומענדיגע החלטה פון מהרז"ל און די נאכפאלגענדע ספינס.

השמים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:05 pm

· #122641
יונגערמאן, גוט געזאגט!

koidesh » פרייטאג יוני 7, 2013 12:31 am

· #122682
protest
I just spoke to a son of rebbe yakov horowitz he told me his farther is very impressed from rebbe aron how flexable he was and he was mvater on evrything ,so it should come out a bif kiddish hashem
from the other side his farther cant understand how the zoloineshe party is spinning like babys and can not answer normal

איש צדיק תמים » פרייטאג יוני 7, 2013 1:21 am

· #122693
זענט עטץ אלע פאריקטע קינדערלעך?
זיי מהר״א און סיי מהרי״י האבן אן אגענדע (אויזער ציונות און אויזער גיוס בני הישיבות)
זייערע גבאים און שטוב מענטשען און וויכטיג מאכער און ספינער׳ס און פאליטיזירערס און הייסע חסידים דרייען און ספינען פאר זייער רבי.
יעדער פון זיי ביידע קען נוצן אביסעלע כבוד.
פון ביידע זייטן׳ס מעשיות קענט עטץ אלע אוועקשניידן האלב (ווייל 50 פראצענט דערפון איז שקר)
הערטץ ענק אויף שלאגן ווי בעיביס פאר די צוויי ברודערלעך און לאזט זיי זיך שלעפן דעם בארד איינער פארן צווייטן (איך האב מיך זייער פיין אן עצה געגעבן אליינס מיט מיינע ברודער ווען מיר האבן געהאט א מחלוקה׳לע אזוי אויך האבן זיי זיך פיין אן עצה געגעבן מיט מיר)

איש צדיק תמים » פרייטאג יוני 7, 2013 1:22 am

· #122695
אה און ביי דעי וועי איך בין אן (אזויגעריפענע) חסיד פון איינעם פון די צוויי, אבער די נאן סענס קען איך נישט דערליידן...

השמים » פרייטאג יוני 7, 2013 2:13 am

· #122709
מורי ורבותי, אחי ורעי!

עס איז טאקע געווען א גרויסע שטינק די לעצטע פאר טאג, אבער אחרי ככלות הכל, כהיום יום נאכן זיך פאראייניגן, ארבעטן ב"ה די עסקנים פון ביידע זייטן צוזאמען מיט אן אויסערגעווענליכע איבערגעגעבנקייט און אחדות, מען האט אוועקגעלייגט 'אלע' פאליטיק'ס אין די זייט, אלעס לויפט כאילו מען איז איינס, און עס איז שטארק ניכר אז 'יעדער' זוכט דעם סוקסעס פונעם מעמד.

רבותי! לאמיר דאס נישט צושטערן! לאמיר לאזן די זאכן ווייטער גיין געשמירט עס זאל ארויסקומען די ריכטיגע כבוד שמים! סוף כל סוף וועלן דאך ביידע קענען נעמען קרעדיט דערפאר, לאמיר אביסל איבערלאזן די זייטיגע שטותים און האלטן פאר די אויגן די סיבה פארוואס מען גייט ארויס מוחה זיין.

זר זהב » פרייטאג יוני 7, 2013 2:15 am

· #122710
הער שוין אויף מיט די האליער דען דאו בי עס. עפענט א ניק צו פאליטיזירן און נאכדעם ווערט מען הייליג. איין שטיק קרעפ. דזשאסט שרייב נישט און פארטיג. דארפסט נישט אויסברעכן דיינע בויכווייען נישט לרע או לטוב.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10