☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

486 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3293
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10

השמים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:41 am

· #122208
לאמיר עפעס קלאר מאכן.

ביז פאריגע וואך האט מהר"א זייער געוואלט גיין צוזאמען, אבער נאכן זעהן אז די פארהאנדלונגען נעמען נישט קיין ענדע און עס ווערט שפעט, ווי אויך נאכן זעהן ביים כינוס אז די צווייטע זייט האט גאר אן אנדערע אגענדע, און די ליטווישע האבן פראבלעמען מיט ר' שטיינמאן האט ער ענדליך אויפגעגעבן און מחליט געווען מען גייט אליין און ווער עס וועט מיטקומען פון אנדערע קרייזן איז הכל ריוח. למעשה האט די הכרזה יא אויפגעשטורעמט אנדערע קרייזן און זיי האבן געמאלדן זייער אנשלוס.

מאנטאג נאכט, נאכן זעהן אז די פראטעסט שטורעמט, האט איצא גליק געקאלט אז ער איז וויל פארהאנדלען, מען האט איהם געענטפערט אז אויב ער וויל קען ער גערן אויך הענגן צעטלעך רופן דעם עולם בשם התאחדות וזהו. דינסטאג האבן די זאליס איינגעזעהן אז פון אלע קרייזן שטעלט מען זיך צו, און מען דארף זעהן עפעס צו טוהן, האט רז"ל אריבערגערופן רב וואכטפויגל און רב הורוויץ און זיי פארגעהאלטן היתכן מען האט געהאלטן אינמיטן פארהאנדלן און מען לאזט זיי יעצט אין די זייט. רב הורוויץ האט ארויסגעשיקט די גבאים און גע-עפנט א מויל אויף רז"ל אויף וואס ער וויל יעצט, ביז יעצט האט מען געצעגערט און געשלעפט, תנאים ארויף און אראפ, רעדט מיט דעם רעדט מיט יענעם, מען וויל נאר ווייזן בעלות און עס אליין אנפירן וכו' וכו'. אין ענדע איז געבליבן אז רז"ל איז מסכים צו קומען אויב עס וועט הייסן אז התאחדות פארופט דעם פראטעסט און איצא גליק וועט זיין ביים מיקאראפאן. רב הורוויץ האט אנגערופן צו מהר"א און ער האט תיכף מסכים געווען דערצו אבי עס זאל זיין א גרעסערע ציבור. מען האט אבער קלאר געמאכט אז זיי קומען שוין צו א פארטיגע זאך, אלע דרשות און פלענער זענען שוין מסודר און אויף דעם וועט בשום אופן נישט שייך זיין צו פארהאנדלן, די ארוינים וועלן עס ווייטער אנפירן, און התאחדות אדער צד רז"ל וועלן נישט האבן קיין שום ווארט דערויף, התאחדות וועט בלויז קענען פארופן דעם פראטעסט אין זייער נאמען און איצא וועט קענען זיין יו"ר און אנפירן דעם שוין צוגעגרייטן פראגראם, אויך אז אויפן סיין אויפן אויבן אן וועט נישט שטיין התאחדות כדי די פרעמדע קרייזן זאלן זיך שפירן באקוועם. עכ"פ אלעס אויסער יו"ר און אפיציעלע פארופער וועט בלייבן ווי ביז איצט, אז די ווילסט קום און אז נישט נישט.

אויף דעם ארויף איז איצא אריבערגעקומען צו מהר"א איבערצושמועסן און הערן די פלענער, למעשה האט ער דאן פארלאנגט אז דושינסקיא רב זאל אויך רעדן. מהר"א האט איינגעשטימט. און עס איז געבליבן אז רז"ל וועט 99.99 פראצענט קומען און וועט געבן ענדגילטיגע תשובה מיטוואך 10 אזייגער. אינמיטן נאכט איז געקומען א אפיציעלע מעלדונג פון HQ אז זיי שליסן זיך אהן וויבאלד ס'איז אונטער התאחדות. דאס איז אפשר געווען א טעות מצדם, אבער למעשה האט דאס גורם געווען אנצונעמען אז זיי קומען טאקע און די נייעס האט זיך שטארק פארשפרייט, שלומי אמוני כלל ישראל האט זיך שוין געפרייט אז מען קען יא באווייזן צו לייגן כבוד שמים העכער פאליטיק און זיך פאראייניגן לוחם צו זיין מלחמות השם.

מיטוואך אינדערפרי האט מהר"א געגעבן זיין רעזיגנאציע רעדע, און האט אויפגעפאדערט זיינע בחורים נישט צו שטערן אדער פרובירן צו ווייזן בעלות. אבער שפעטער אביסל האט פון צד רז"ל אנגעהויבן צו קומען פרישע פארלאנגן, ווי צ.ב.ש ר' נפתלי בלומענפעלד זאל רעדן, וכו', עס האט אנגעהויבן אויסצוזעהן אז מען איז נישט צופרידן דארט פון דעם באשלוס און זיי האבן מחליט געווען צו פרובירן איבערצונעמען אינגאנצן די קאנטראל אויפן פראטעסט אז עס וועט נישט געלונגען וועלן זיי דאס דראפן. והך קאווע.

אויפדערנאכט איז אנגעקומען א העסליכע שונד-אימעיל געשריבן מיט גיפטיגע שוימיגע שנאה, פול מיט שקרים וכזבים, מעשיות שלא היו ולא נברא, און צום סוף פירט דאס אז אז וויבאלד מהר"א האלט זיך נישט צום אפמאך און מען שטעלט ארויס אייגענע צעטלעך דעריבער קומען זיי נישט. באמת איז דאס א שקר גס, קיין שום פרישע צעטל בשם מהר"א איז נישט געווארן אויסגעהאנגען, און די נייעס באריכט איז נאך אריין בעפאר די הסכם איז צושטאנד געקומען. עס איז פשוט און קלאר אז נישט דאס איז די סיבה.

וואס יא, עס איז שייך צו טראכטן צוויי אפציעס, איינס אז איצא גליק האט זיי נישט געהעריג קלאר געמאכט אז התאחדות וועט נישט האבן קאנטראל און זיי האבן זיך דאס הערשט שפעטער געכאפט און געווארן אנטוישט. אדער אז דאס איז תלוי דארט און די מחלוקה פון מ"ג וכת דיליה וועלכע ווילן פאר קיין שום פרייז נישט פארהאנדלן, נאכגעבן סיי וואס, והיינו טעמא דקעפס, כינוס וומ"ס, כינוס ק"י וכו' וכו', לעומת יעקב בער וכת דיליה וועלכע זענען יא גרייט דערויף.

עכ"פ צד מהר"א האט זיך שוין מייאש געווען פון זיי, און ביזדעווייל בלייבט אלעס ביים אלטן, די אנדערע קרייזן און די ליטווישע וועלכע האבן ביז יעצט געהאלטן ביים קומען וועלן ווייטער קומען, און די באן פארט ווייטער.

כ'זאג נישט, די זאליס קענען נאך אסאך קאליע מאכן, זיי קענען נאך מאכן א שטינק וואס זאל גורם זיין אז אנדערע קרייזן זאלן זיך צוריק צוהן. ווי אויך קען זיין אז זיי זאלן זיך יא צום סוף צושטעלן, ונזכה ונחי' ונראה.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:53 am

· #122209
זייער שיין. אבער פארוואס נישט מיט דיין געהעריגע ניק?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:53 am

· #122210
ברעיקינג! מ'פאראייניגט זיך ווידער!


ווי ס'קוקט יעצט אויס שטעלן זיך צד הגז"ל יא צו און זיי גייען יא אנטייל נעמען ביים פראטעסט! וועלן מיר ווארטן אויף HQ צו קאנפירמען און דער איד גייט שוין צום דריק....

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:55 am

· #122211
אוי וואט די העק. סוי בלומפעלד גייט יא רעדן?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:59 am

· #122213
ניין

רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:25 am

· #122214
שעפטל, מקור?

רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:27 am

· #122215
שעפטל, מקען האבן נאר איין וואטסעפפ פער דיווייס.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 8:28 am

· #122232
ברעקינג ארויף ברעקינג אראפ, איך זאג ענק די זאליס קומען נישט זונטאג, די שאלה נאר וויפיל חורבנות זיי וועלן פרובירן אנצוזייען ביז דעמאלטס

די תירוצים פון צעטלעך איז גוט זיך צו פארענטפערן, זיי האלטן נישט ביי גארנישט, פאליטיק איז העכער אלעם דארט

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 8:32 am

· #122234
אז מען לעבט דערלעבט מען, קוק דעם טוויט

<a class="postlink" href="https://twitter.com/RodneyShtiper/status/342601118586638336/photo/1">https://twitter.com/RodneyShtiper/statu ... 36/photo/1</a>


אבער דערווייל נעם איך נאך אלס נישט אראפ מיין חתימה, איך האב צייט זונטאג נאכט

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:25 am

· #122240
Safety Alert! Buckle Up, Cuz Another Few Unexpected Sharp Turns Are Awaited By The Zalis..

outspoken » דאנערשטאג יוני 6, 2013 9:26 am

· #122241
א

רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:06 am

· #122257
ער מעג נעמען קרעדיט פאר א מציאות. ער האט זייער שווער געארבעט, און אסאך נאכגעגעבן. און ער פארגלייכט זיך נישט צי זיי, ער זאגט נאר אז ער טוט דא די זעלבע זאך ווי זיי

מ גפני » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:08 am

· #122259
SatmarHQ: Breaking: Agreement has been reached that All Khilas will go to Protest this coming Sunday in Manhattan under Hisachdus Hurabunim Leadership

newkave » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:20 am

· #122263
All kehilos? ??

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:24 am

· #122265
איך זעה שוין נישט קיין טויש אין די באטייליגונג, רז"ל גייט קומען אנהאלטנדיג די נאז, זיינע חסידים וואס זענען קאלט דערצו, וועלן מסתם זיצן אינדערהיים דאס רוב, און יעדע פלאפ וואס העט זיך פונקט מאכן גייט מען אנלייגן אויף ר' אהרן,

מארק מיי ווארד,

יונגערמאנטשיק » דאנערשטאג יוני 6, 2013 10:40 am

· #122272
איין זאך איז זיכער, שעפטיל שטעלט זיך ארויס צו זיין גאר קראנט מיט זיין אינפארמאציע.

נאטרוליסט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:18 am

· #122287
אויב עס זאל אמת זיין אז צד מהרז"ל שטעלט זיך צונויף, איז דער גרעסטער פארלירער דער מנהל ר' נפתלי בלומענפעלד.
און איך וואונדער זיך אז די זאליס לאזן אים פאלן אין די צייט וואס ער איז געווען דער אפישעל שלעגער ביי אלע דרשות.

מה צדקו דברי חכמינו ז"ל אין סנהדרין דף כ"ט: סהדי שקרי אאוגרייהו זילי.

אז ר' יעקב ווייס רעדט יא און ר' נפתלי בלומענפעלד רעדט נישט, איז דאס גוטע לערן געלט: זיי נישט דער שלעגער פאר יענעם. יענער האט דיך אין באד!

אבי גערעדט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 11:23 am

· #122289
ברעיקינג!!! נעכטן נאכט באישון לילה איז געקומען די אנטוישטע מעלדונג פון די אדמו"ר הגז"ל הויפטקווארטיר אז זיי ציען צוריק ווידער אין ווילן יא מיטקומען צום ריזיגען עצרת מחאה וואס איז פארופן געווארן דורך מרן רבינו שליט"א, ווי מ'האט מכריז געווען פארגאנגענעם זונטאג ביים מאסן אסיפה "חומותיך ווילאמסבורג" אויף טעילאר סט. כידוע,

וואס האט פאסירט? וואס האט געטריבן די דעפרעסטע פארטיי זאל שוין ווידער טוישן זייער פריערדיגע באשלוס נישט צו זיך משתתף זיין ביים פראטעסט? דארף מען אראפברענגען די פאקטן צו פארשטיין זייער "חוזר חלילה" טאנץ.....

מאנטאג אווענט נאכ'ן זען אז די הכרזה פון סאטמאר זונטאג נאכט אז מרופט א מאסן פראטעסט, האט געשלאגן ווארצלען ברחבי תבל, אין אלעס קאכט מיט די נייעס אז סאטמאר מיט נאך קהילות אין ישיבה'שע קרייזן גייען ארויס ברחובה של עיר לזעוק זעקה גדולה ומרה אויף די גזירה נוראה פון גיוס בני הישיבות! האבן זיי זיך געטראפן אין א שווערע דיעלעמא אין זייער אומ'בטעמ'טע סיטואציע! ווען יעדער טייטלט מיט'ן פינגער אין פרעגט: "וואו זענט עטס?" עטס פארופטס ענק מיט'ן נאמען סאטמאר אין אויף א פראטעסט קומט איר נישט??" איז פארגעקומען א שטורעמישע אסיפה אין די זאלי העדקווארטערס, וואס טוט מען? יעדער לאכט פון אונז! האט מען באשלאסן צו איינשפאנען ר' איצא גליק אין מאכן א שליח אריינצוגיין צום סאטמאר'ע רבי אין זאגן אז זיי ווילן יא קומען צום פראטעסט! נאר זיי האבן אפאר באדינגונגען, די פלאן האט געלויטעט אז מ'וועט שטעלן תנאים צוביסלעך ביז מ'וועט אנקומען צו א פארדאקסישע תנאי וואז יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'קען עס נישט נאכגעבן אין אזוי וועט זיין א תירוץ ארויסצוציען פון פראטעסט מיט'ן טענה אז מ'קען זיך נישט אויסקומען מיט דע ארונים!

אומר ושותה, איצא גליק מאכט אן אוידיענץ דינסטאג נאכט ביים סאטמאר רבי'ן, ווי פריער אפגעשמועסט מיט דע סאטמאר החדש פארטיי שטעלט ער אראפ פאר'ן רבי'ן זייערע תנאים, אז זיי מוזן ברענגען א רעדנע ר' בערל כ"ץ, אין אז ער איצא מוז זיין יושב (על ה)ראש, צו זיין גרויס איבעראשונג!! די רבי ענטפערט על אתר אן קיין "איבערקלערן" יא! מסכים אויף אלעם! דע עיקר איז צו להקהל יחד להעביר רוע הגזירה! עס איז קענטליך געווען אויף ר' איצא'ן די גרויסע אנטוישונג.... נישט חלומ'עדיג אז די רבי וועט מסכים זיין אזוי שנעל, האט ער געזאגט רוב זיכער זיי קומען מיט, נאר אז ער גייט איבערגעבן די באשלוס פאר די חברה אין מארגן גייט ער פיינעלייזן 100% זייער באטיילונג,

ויהי ערב ויהי בוקר, די אנדערע אינדערפרי די זאליס זענען אין טיעפן דיעלעמא וואס טוט מען דא? איז דען שייך צו גיין מיט זיי? ווען מ'כלומר'שט זענען אונז די קנאים...? איז געבליבן מגייט לייגן פרישע תנאים, דהיינו, אז די סאטמארע רבי מוז זאגן ידי מסולקת! אין ער מאכט נישט די פראטעסט נאר סאחדעס! וואס אונזערע עסקנים האבן געזאגט מסכים צו דעם אויך! ווי די באקאנט האט די רבי אפילו אפיציעל ברבים ערקלערט אזוי, האבן זיי אנגעהויבן צו פארלאנגען מער אבסודר'דיגע פארלאנגען אז די בלון זאל פלאצן.. אין הערט אין שטוינט, זיי פארלאנגען אז דער הפקר יונג נפתלי בלומענפעלד וואס איז נודע בשערים מיט זיין שמוציג פיסקל אין א רעקארד פון פוער פיו זיין אויף גדולי דורינו זאל באקומען אן אפיציעלע רעדע ביים פראטעסט! דא האט מען שוין געזעהן ווי אהין זיי צילן, אין זיי מיינען שוין גארנישט קיין מיטשטיין, האט מען געזאגט עד כאן! דעס שוין נישט! מער האבן זיי נישט געברויכט, אין זיי האבן אנגעהויבן מיט זייער ספינס אין שקר אפאראט אויף אימעיל, טעקסט, אין אנדערע סארט מעסעזש סיסטעמען, מיט לאנגע דרשות אין היפיקריטיע די אנהויב האט נישט געשטימט מיט די ענדע... אבער וואס א חילוק? וואס טוט מען נישט אז די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן...? והעיקר, האט מען זיך גענומען צו די רבנים הגאונים שליט"א וואס זענען געווען אויף די ליסטע אז זיי גייען אויפטרעטן! אין אנגעהויבן א לאנגע קייט פון טעראר אין לחץ אז זיי זאלן זיך אפזאגן פון די פראטעסט, די חשבון איז געווען, אז פונקט ווי זונטאג האבן רובא דרובא רבנים נישט גענומען קיין שטעלונג אין זייער כינוס אויף יוניאן לאט, אזוי אויך וועלן יעצט די רבנים פרשטיין אז ס'איז פאליטיק אין וועלן זיך אפזאגן איינס צוויי, אין די זאך איז מסודר! נאך פאר ס'איז זיי אפילו געלונגען משכנע צו זיין איין רב/ ראש ישיבה האבן זיי שוין ארומגעשיקט אויף זייער שמוץ-אימעיל אז "אלע" רבנים האבן זיך שוין פאקטיש אפגעזאגט פון רעדן אין אויפטרעטן...

ויהי ערב, ס'איז מיטוואך נאכט "דער איד" איז שוין ביים דרוק פלאץ, אין.... מ'זעט זיך מיט די אמת'ע פאקטן אז קיין איין איינציגע רב, ראש ישיבה, האט זיך נישט אפגעזאגט פון רעדן אויפ'ן פראטעסט!! וויפיל די מחרחרי ריב האבן פראבירט מסביר צו זיין וויפיל פאליטיק ס'שטעקט דא אין אז מ'נעמט א צד, ווייל ר' אהרן איז געווען די ערשטער ממילא ווייסט יעדער אז "ער מאכט עס עכט" אין מ'קען נישט גיין מיט אים וכו' וכו' וואס די חשובע רבנים/ראשי ישיבות האבן ממש געהאט א גועל נפש געווען פון די מיאוסע שפראך וואס דע חברה זענען באקאנט צו נוצען... אבער זייער באשלוס האבן זיי נישט געטוישט! אין געזאגט פאר יצחק שטערן קליפ אין קלאר אז זיי געבן נישט אויף בשום אין אופן! אויב ווילן זיי קענען זיי זיך נאך צושטעלן! וירא כי כלתה אליהם הרעה! א שטורעמישע מיטונג איז פארופן געווארן אין גרויס איילעניש אויף 550 בעדפארד עוו. כדת מה לעשות, וואס מ'טוט דא, וויזוי מ'זעט זיך ארויס, דער איד איז געלייגט געווארן אויף א "האלד סטעטוס" מיט די אפציע צו קענען טוישן ס'דעקל פראנט פעיזש אין עטליכע עדס אינעווייניג, נאך לאנגע שעה'ן פון קראצן די קאפ האבן זיי באשלאסן צו קומען מיט נאך תנאים צו די עסקנים פון וועד משמרת חומותיך ירושלים, אין איינגעטוישט זייער פארלאנג פון בלומענפעלד אויף א נייער פערזאן ר' נחמן שטויבער שליט"א ר"מ בקווינס, וואס די עסקנים האבן באלד מסכים געווען, אין הרצים והסוסים יצאו דחופים מ'האט געטוישט די דעקל פון "דער איד" אין אנגעפירקלט מיט הויכע ערקלערונגען אין באמבאסטישע מעלדונגען, אין מ'האט צוזאמגעקראצט א שטיקל נוסחא פאר זייער יאסעלע צו טוויטערן די קאלבן.... אין כעת הייסט אז זיי שטעלען זיך יא צו צו פראטעסט אבל וחפוי ראש! מיט באמבאסטישע ערקלערונגען אז "התאחדות מאכט עס" אין אלע קהילות אין אויך ר' אהרן שטעלט זיך צו די מרות פון איצא גליק!.... והעיר שושן צהלה לפנים.... מיר ווראטן מיט שפאנונג זייער נעקסטע שריט...

איך אויך » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:02 pm

· #122299
רוזעוולט
זר,שעפטל, גאלד, פיינע, שרייבער, וכו', פליז קומטס ענק טענה'ען אויף וואטסעפפ, סאיז אסאך גרינגער...


באקומסט א גאלדענע מעדאל פאר די ערשטע נארמאלע תגובה און דיזע און אלע אנדערע סאטמארע חאזעריי אשכולות.

רבותי גענוג איז גענוג!!

בעריש » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:06 pm

· #122300
דעת תורה
פון תלמידי רבינו

ברעיקינג: התאחדות הרבנים זאגט פארן קרית יואלער רבי'ן: ידינו מסולוקת, מיר גייען נישט מיט'ן פראטעסט!

א קליין הסבר אויפן שפיץ גאפעל
וואס גייט פאהר מיט דעם פראטעסט?

קודם כל, להוי ידוע, אז שוין זייט פון בעפאר פסח האי שתא זענען די ראשי ישיבות פון די קנאי'שע ליטווישע קרייזן, ווי הרב וואכטפויגל פון פאלסבורג און זיין תלמיד הרב יעקב הורוויץ פון ישיבה בית מאיר, געווען ביי די גרויסע רבי'ס בעטן, אז מען מוז מאכן א כינוס כלל ישראל סארט עצרת קעגן די גזירה פון גיוס בני ישיבות. אלע האבן געזאגט אז זיי זענען מסכים זיך צו צושטעלן און מען וועט אויסארבעטן די דעטאלן דאס זאל קענען צושטאנד קומען.

איז אבער געווען דער רשכבה"ג וואס האט באשלאסן ארויסצונעמען דאס מאקסימום פאר זיינעט וועגן, און ער האט שוין שבת הגדול און חוה"מ פסח געפעדערט יעדן, מעלדנדיג, אז "ער" מאכט אן עצרת כלל ישראל, ברחובה של עיר, און ער בעט די וואס שטערן אלעס, זאלן איצט נישט שטערן.

דער רבשכבה"ג האט געוואוסט אז עס איז נישט ער וואס פאררופט עס, אבער "ער מיט שמואל ווידער און הערצקא צוויבעל" האבן אויך געוואוסט אז מרדכי לאנדא מיט הערץ הערשקאוויטש וועלן מיינען אז ער איז דער וואס פאררופט דעם כלל ישראל, און ער איז ממש דער סאטמאר רב! דאס האט ער אבער נישט געוואוסט, מחמת טפשתו, אז מיט אזעלכע שיסנדע פראזן וועט קיין עצרת כלל ישראל נישט זיין. יעדער נארמאלער רב און ראש ישיבה וואס איז נישט איינגעטונקען אין די טינופות, קען דאך נישט דולדן אזא סארט גערעדעכץ און וועט זיך אפשאקלען אין דער ענדע.

למעשה זענען די ליטווישע ראשי ישיבות געווען אין דער טונקעל. זיי האבן נישט נאכגעהערט וואס דער רשכבה"ג רעדט אלץ און זיי האבן געוואוסט אז סאטמאר איז צוזאמגעשטעלט און מ'וועט גיין אינאיינעם.

(דער צוויבעל פלאן פון חול המועד זעקס פארטאגס)

דעם זונטאג נאכט, נאכן גרויסן געווינס פונעם טעילאר כינוס, באקומט הרב וואכטפויגל א פאון-קאל פון הירצקע צוויבל, (נוסח הערצקא צוויבעל כידוע לי"ח, ווי אזוי ער איז געווארען אין כולל? וויאזוי ער האט פרובירט מאכען דעם קרית יואל רב פאר רב הצעיר לכל העולם כלו...) האט דער צוויבעל גערופען הרב וואכטפויגעל, אז מ'האט שוין אנאנסירט דעם גרויסן עצרת און מ'האט שוין רעדנערס און א פלאץ. אלעס אלעס איז מסודר. הרב וואכטפויגל רופט אן ר' יצחק שטערן און פרעגט היתכן מען האט אלעס באשלאסן אליינס אנדערש ווי געשמוסט? און, צי עס איז טאקע ביים מדינת ישראל קאנסולאט? ווייל מ'האט דאך געשמועסט אז מ'וועט עס מאכן ערגעץ וואו די ליטווישע קרייזן וועלן אויך קענען גיין! זאגט אים ר' יצחק שטערן, אז ער ווייסט פון גארנישט, נאר איין זייט סאטמאר האט דאס פאררופן און זיי נוצן דאס אויס פאר זייער פאליטיק. עס איז ליצנות. זיי האבן מיט אונז קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן.

(הגם זייט נאך פסח האט מען שוין פרובירט צו ארבעטען אינאיינעם אויף א פראטעסט, און מען האט שוין פון די ערשטע מינוט געזען אז זיי זענען פשוטע לצים מופקרים, ווייל פון אלע צדדים הן פון סאטמאר הן פון די ליטווישע האט מען צוגעשטעלט עסקנים חשובים וואס זענען עוסק אין די ענינים די אלע יארען האט דער קרית יואלער רבי צוגעשיקט מצדו שמואל ווידער און אברמי רובין וד"ל)

דער הרב וואכטפויגל האט זיך געשפירט זייער אפגעפאטשט. אמער, ער איז דער וואס פרובירט צוצושטעלן די ליטווישע קרייזן און דערווייל איז סאטמאר נישט אינאיינעם. און הלמאי, מ'האט אים אויסגעשפילט און אויסגערופן איינזייטיג, געמאכט אליין פלענער, און ברחובה של עיר ווען מען האט געשמועסט פון אן עצרת??? א.א.וו. (און בכלל האבן אלע עסקנים געהאלטען אז הגם ביי אלע גזירות האבן מיר געהאלטן אז מצות מחאה אקעגען איזרעלישע קאנזאלאט, אבער די איצטיגע גזירה וואס די גויאישע וועלט וועט נישט פארשטיין איז מער פאסיג א ריזיגע עצרת.... ואכמ"ל)

נו, מוז מען צוריקציען, האט מען שנעל געטוישט דעם 'ברחובה של עיר' צו 'בקצה העיר' און געטוישט דעם דאטום אויף זונטאג ווייל די ליטאים האבן געזאגט אז מ'דארף געהעריג אפשמועסן מיט זיי קודם א זמן, און הירצקא צוויבל קען נישט אפמאכן זאכן אויף די אייגענע האנט.

איצט קומט אריין רבינו שליט"א אינעם בילד. דער ראש ישיבה בית מאיר איז אריבערגעקומען צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים, איך פאררוף נישט קיין פראטעסט און איך גיי נישט צו קיין פראטעסט, נאר אויב די התאחדות הרבנים פירט עס אן אזוי ווי ס'איז אייביג געווען. אז זיי וועלן עס אנפירן און די רבנים חברי התאחדות הרבנים וועלן מסכים זיין, וועל איך מיך צושטעלן.

די ליטאים האבן גלייך געזאגט אז זיי גייען זיך נישט צושטעלן נאר אויב ביידע אדמורי"ם מסאטמאר גייען און ארבעטן אויס אז עס זאל קלאפן.

אז דער רשכבה"ג האט געזען אז עס איז צרות מיט זיין גראנדיעזן "צוויבעל פלאן" מרדכי לאנדא זאל זען אז ער איז דער מנהיג הדור, ער האט געזען אז אן די אנדערע סאטמאר, וועלן די ליטאים נישט מיטשטיין, האט ער מסכים געווען אז די התאחה"ר זאל עס אנפירן. ער האט נאכמער געזאגט, אז ער איז אויף אלעם גרייט מוותר צו זיין, ווייל ער מיינט בלויז דעם כבוד שמים.

רבינו האט געבעטן אז התאחה"ר זאל פאררופן אן אסיפה פון אלע רבנים און אינאיינעם זען צי ס'איז נאך אפילו שייך צו מאכן א פראטעסט אויף זונטאג, ווען עס איז קלאר פאר אלעמען אז עס איז זייער א קורצע צייט פאר אן עכט סוקסעפולער עצרת. אזוי איז געבליבן אז מיטוואך וועט זיין אן אסיפה אין דער התאחדות, וואו אלע רבנים וועלן אנטיילנעמען, ביז... דער רשכבה"ג האט געקאלט אז ער קומט נישט און ער ווארפט זיך אינגאנצן אונטער וואס די התאחדות וועט מחליט זיין.

דערווייל האט מען אין קרית יואל און אין די ארוינישע שולן אנגעפירקלט די גאסן, אז עס גייט פארקומען א' חקת א פראטעסט און אויך מיט צעטלען פון קהל יטב לב אז זיי פאררופן דעם פראטעסט. אהרן האט שוין מכבד געווען דעם גאלאנטער רבי מיט א דרשה, און די אהרונישע פי.אר. האט געשיקט מעלדונגן פאר די ישראלישע פרעסע מיטן פונקטליכן סדר היום. אלע ישראלישע פרעסע האבן שוין היינט געמאלדען אז רשכבה"ג רופט א פראטעסט און לכבודו של הליטאים אפגעשטופט אויף זונטיג און פאר כבוד שמים געט ער אלעס נאך כדי אלע זאלען קומען וכו' וכו' וכו'

דער ראש ישיבה בית מאיר האט געבעטן, אז ער האלט אז דאס מאל מיינט דער רשכבה"ג יא ערנסט און ער וויל זיך טאקע צושטעלן. ער איז דאך מסכים אויף אלעם, ער מצדו איז מוותר אויף א רעדנער און ער איז גרייט נאכצוגעבן וואס אונז ווילמער. פששששש. אזא ערנסטער מענטש!

דינסטאג ביינאכט איז דער רשכבה"ג געווען אין שטאט, זענען אריבערגעקומען איצא גליק און דער ר"י בית מאיר, אין שליחות צו ביידע רבי'ס, וואס איז געפארן אהער און אהין. ביז דער ר"י פון בית מאיר, האט שוין פארשטאנען אליין אז מ'האט צוטון מיט ביליגע לצים וואס האבן מיט שם שמים נישט קיין שייכות, זייער ווארט איז קיין ווארט און זיי האבן איין מטרה: ווייזן! אלעס צו ווייזן!

איצא גליק האט געזאגט פארן רשכבה"ג, אז אויב די התאחדות פירט עס אן, פארוואס דעמאלט הענגט מען קהל יטב לב צעטלען? האט דער רשכבה"ג געענטפערט אז דאס זענען סתם יונגלעך און ער גייט עס טאקע אפשטעלן. די התאחדות הרבנים האט אפגעשמוסט, אז יעדע צד זאל צושטעלן דריי עסקנים און זיי זאלן אויסארבעטן אלע פרטים, ווי צייט, פלאץ און דרשנים א.א.וו., וואס אויף דעם האט דער רשכבה"ג געענטפערט פאר איצא'ן אז ער וועט אים ענטפערן מארגן - מיטוואך 10 אזייגער צופרי.

אבער דער 10 אזייגער האט געהאט א פלאן פון פאראויס,
עס איז אריינגעגאנגען אין "נייעס באריכט" א מודעה, אז קהל יטב לב פאררופט א פראטעסט פארן גאנצן כלל ישראל. ס'איז אויך ארויסגעקומען זייער פלאן פון רעדנער און א פלאן צו שפאצירן אויפן ברוקלין בריק. האט מען געזען אז דא איז דא איין מטרה: זיך צו בויען. ווייל אויב וויל מען די ליטווישע קרייזן, איז נישט מעגליך צו מאכן א מארש אויפן ברוקלין בריק, עס איז א פשוט אן אומ'אחריות'דיגער קינדישער שריט אזאנס צו מאכן. דאס איז איינס. צווייטנס אויב פירט דאס די התאחדות, וואו אין דער וועלט איז דא א ליסטע פון רעדנערס ווען מ'האט נאך אפילו נישט געמאכט א מיטינג דערויף, ווי פירט מען אזא הייקעלע מערכה אויף אזא קינדישן און נארישן וועג?

און אקוראט דאס האט צוגעפירט אז סיי די התאחדות און סיי די ליטווישע קרייזן זענען געקומען צו דער זעלבער החלטה, אז דער רשכבה"ג איז טאקע דאס, וואס יעדער בר-דעת האט געוואוסט ער איז: א גרויסער גארנישט.

אלע פארמיטלער האבען איננגעזען אז עס איז נישטא קיין התאחדות, קיין וותרנות, קיין שם שמים, און עס איז נישטא מיט וועם צו ארבעטן. האט די התאחדות הרבנים זיך אפגעשאקלט, ממילא האט זיך רבינו אפגעשאקלט, און אז איין זייט סאטמאר גייט נישט, האט זיך הרב וואכטפויגל אפגעשאקלט
M
בלייבט אלעס אזוי ווי דוד המלך האט געזאגט
אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה'...
ובשם השם נעשה ונצליח!

דאכט זיך אז נעכטן האטסטי דא איינעם בטיטלט מיט "שוטה" ווען ער האט נאכגעברענגט געוויסע דיטעילס אביסל עקזדשרעיטעט
מיטאמאל זע איך אז די ביסט אוקעי אהערציברענגען דא הויל ספין וואס פאסט פאר ערגעץ און די פריע תש"ס יארן, און אויך נאר פאר עטוואס קלענערע מוחות ווי די שיינסט צי זיין.

השמים » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:11 pm

· #122303
עס איז צום שטוינען וויאזוי די ראלעק קאוסטער דרייט זיך דא, די זאך איז לכאורה נאכנישט פארטיג, היינט איז ווידער געקומען אן אימעיל מיט שקרים וכזבים, אבער לשבחם איז דאס מער א נארמאלערע לשון, עס איז צום פארשטיין אז מען מוז געבן עפעס אן אויסרייד פארוואס מען קומט יא, בפרט נאכן די נעכטיגע אימעילס און מעסעדזשעס.

עכ"פ עס איז געבליבן אז ר' נחמן שטויבער, זייער א אנטשטענדיגע מענטש און איינגעשטעלטע אין קווינס, וועט באקומען א דרשה און דאס וועט זיין די פתח חרטה יא אנטייל צו נעמען.

לתועלת ולהצלחת הענין איז נישט כדאי מען זאל יעצט באשמוצן יענע צד נאר כל זמן עס קומען נישט אונטער פרישע פראבלעמען זאל מען טאקע פרובירן צו ווייזן אז מען גייט אינאיינעם לקדש שם שמים.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:19 pm

· #122305
וואס זאגן די ארונים? מיר וואלטן גענומען ר' נחמן פאר א רעדנער לכתחלה ווען ער איז ווען נישט איינגעשטעלט אין קווינס (אפילו ער באלאנגט נישט אהער), ר' נחמן איז א נארמאלער אנשטענדיגער מענטש, ער זיצט דארט ווייל דארט איז ער געזיצן אלע יארן און אויף דער עלטער האט ער נישט געהאלטן ביים טוישן

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:21 pm

· #122306
נעכטן נאכט באישון לילה איז געקומען די אנטוישטע מעלדונג פון די הגז"ל הויפטקווארטיר אז זיי ציען צוריק ווידער אין ווילן יא מיטקומען צום ריזיגען עצרת מחאה וואס איז פארופן געווארן דורך מרן רבינו שליט"א, ווי מ'האט מכריז געווען פארגאנגענעם זונטאג ביים מאסן אסיפה "חומותיך ווילאמסבורג" אויף טעילאר סט. כידוע, וואס האט פאסירט? וואס האט געטריבן די דעפרעסטע פארטיי זאל שוין ווידער טוישן זייער פריערדיגע באשלוס נישט צו זיך משתתף זיין ביים פראטעסט?  דארף מען אראפברענגען די פאקטן צו פארשטיין זייער "חוזר חלילה" טאנץ.....

מאנטאג אווענט נאכ'ן זען אז די הכרזה פון סאטמאר זונטאג נאכט אז מרופט א מאסן פראטעסט, האט געשלאגן ווארצלען ברחבי תבל, אין אלעס קאכט מיט די נייעס אז סאטמאר מיט נאך קהילות אין ישיבה'שע קרייזן גייען ארויס ברחובה של עיר לזעוק זעקה גדולה ומרה אויף די גזירה נוראה פון גיוס בני הישיבות!  האבן זיי זיך געטראפן אין א שווערע דיעלעמא אין זייער אומ'בטעמ'טע סיטואציע! ווען יעדער טייטלט מיט'ן פינגער אין פרעגט: "וואו זענט עטס?" עטס פארופטס ענק מיט'ן נאמען סאטמאר אין אויף א פראטעסט קומט איר נישט??"

איז פארגעקומען א שטורימעשע אסיפה אין די זאלי העדקווארטערס, וואס טוט מען? יעדער לאכט פון אונז! האט מען באשלאסן צו איינשפאנען ר' איצא גליק אין מאכן א שליח אריינצוגיין צום סאטמאר'ע רבי אין זאגן אז זיי ווילן יא קומען צום פראטעסט! נאר זיי האבן אפאר באדינגונגען, די פלאן האט געלויטעט אז מ'וועט שטעלען תנאים צוביסלעך ביז מ'וועט אנקומען צו א פארדאקסישע תנאי וואז יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'קען עס נישט נאכגעבן אין אזוי וועט זיין א תירוץ ארויסצוציען פון פראטעסט מיט'ן טענה אז מ'קען זיך נישט אויסקומען מיט דע ארונים! אומר ושותה, איצא גליק מאכט אן אוידיענץ דינסטאג נאכט ביים סאטמאר רבי'ן, ווי פריער אפגעשמועסט מיט דע סאטמאר החדש פארטיי שטעלט ער אראפ פאר'ן רבי'ן זייערע תנאים, אז זיי מוזן ברענגען א רעדנע ר' בערל כ"ץ, אין אז ער איצא מוז זיין יושב (על ה)ראש, צו זיין גרויס איבעראשונג!! די רבי ענטפערט על אתר אן קיין "איבערקלערן" יא! מסכים אויף אלעם! דע עיקר איז צו להקהל יחד להעביר רוע הגזירה! עס איז קענטליך געווען אויף ר' איצא'ן די גרויסע אנטוישונג נישט חלומ'עדיג אז די רבי וועט מסכים זיין אזוי שנעל, האט ער געזאגט רוב זיכער זיי קומען מיט, נאר אז ער גייט איבערגעבן די באשלוס פאר די חברה אין מארגן גייט ער פיינעלייזן 100% זייער באטיילונג,.

ויהי ערב ויהי בוקר, די אנדערע אינדערפרי די זאליס זענען אין טיעפן דיעלעמא וואס טוט מען דא? איז דען שייך צו גיין מיט זיי? ווען מ'כלומר'שט זענען אונז די קנאים...? איז געבליבן מגייט לייגן פרישע תנאים, דהיינו, אז די סאטמארע רבי מוז זאגן ידי מסולקת! אין ער מאכט נישט די פראטעסט נאר סאחדעס! וואס אונזערע עסקנים האבן געזאגט מסכים צו דעם אויך! ווי די באקאנט האט די רבי אפילו אפיציעל ברבים ערקלערט אזוי, האבן זיי אנגעהויבן צו פארלאנגען מער אבסודר'דיגע פארלאנגען אז די בלון זאל פלאצן.. אין הערט אין שטוינט, זיי פארלאנגען אז דער הפקר יונג נפתלי בלומענפעלד וואס איז נודע בשערים מיט זיין שמוציג פיסקל אין א רעקארד פון פוער פיו זיין אויף גדולי דורינו זאל באקומען אן אפיציעלע רעדע ביים פראטעסט! דא האט מען שוין געזעהן ווי אהין זיי צילן, אין זיי מיינען שוין גארנישט קיין מיטשטיין, האט מען געזאגט עד כאן! דעס שוין נישט!

מער האבן זיי נישט געברויכט, אין זיי האבן אנגעהויבן מיט זייער ספינס אין שקר אפאראט אויף אימעיל, טעקסט, אין אנדערע סארט מעסעזש סיסטעמען, מיט לאנגע דרשות אין היפיקריטיע די אנהויב האט נישט געשטימט מיט די ענדע... אבער וואס א חילוק? וואס טוט מען נישט אז די קליינע קינדערלעך זאלן נישט איינשלאפן...? והעיקר, האט מען זיך גענומען צו די רבנים הגאונים שליט"א וואס זענען געווען אויף די ליסטע אז זיי גייען אויפטרעטן! אין אנגעהויבן א לאנגע קייט פון טעראר אין לחץ אז זיי זאלן זיך אפזאגן פון די פראטעסט, די חשבון איז געווען, אז פונקט ווי זונטאג האבן רובא דרובא רבנים נישט גענומען קיין שטעלונג אין זייער כינוס אויף יוניאן לאט, אזוי אויך וועלן יעצט די רבנים פרשטיין אז ס'איז פאליטיק אין וועלן זיך אפזאגן איינס צוויי, אין די זאך איז מסודר! נאך פאר ס'איז זיי אפילו געלונגען משכנע צו זיין איין רב/ ראש ישיבה האבן זיי שוין ארומגעשיקט אויף זייער שמוץ-אימעיל אז "אלע" רבנים האבן זיך שוין פאקטיש אפגעזאגט פון רעדן אין אויפטרעטן...

ויהי ערב, ס'איז מיטוואך נאכט "דער איד" איז שוין ביים דרוק פלאץ, אין מ'זעט זיך מיט די אמת'ע פאקטן אז קיין איין איינציגע רב, ראש ישיבה, האט זיך נישט אפגעזאגט פון רעדן אויפ'ן פראטעסט!! וויפיל די מחרחרי ריב האבן פראבירט מסביר צו זיין וויפיל פאליטיק ס'שטעקט דא אין אז מ'נעמט א צד, ווייל ר' אהרן איז געווען די ערשטער ממילא ווייסט יעדער אז "ער מאכט עס עכט" אין מ'קען נישט גיין מיט אים וכו' וכו' וואס די חשובע רבנים/ראשי ישיבות האבן ממש געהאט א גועל נפש געווען פון די מיאוסע שפראך וואס דע חברה זענען באקאנט צו נוצען... אבער זייער באשלוס האבן זיי נישט געטוישט! אין געזאגט פאר יצחק שטערן קליפ אין קלאר אז זיי געבן נישט אויף בשום אין אופן! אויב ווילן זיי קענען זיי זיך נאך צושטעלן!  

וירא כי כלתה אליהם הרעה! א שטורעמישע מיטונג איז פארופן געווארן אין גרויס איילעניש אויף 550 בעדפארד עוו. כדת מה לעשות, וואס מ'טוט דא, וויזוי מ'זעט זיך ארויס, דער איד איז געלייגט געווארן אויף א "האלד סטעטוס" מיט די אפציע צו קענען טוישן ס'דעקל פראנט פעיזש אין עטליכע עדס אינעווייניג, נאך לאנגע שעה'ן פון קראצן די קאפ האבן זיי באשלאסן צו קומען מיט נאך תנאים צו די עסקנים פון וועד משמרת חומותיך ירושלים, אין איינגעטוישט זייער פארלאנג פון בלומענפעלד אויף א נייער פערזאן ר' נחמן שטויבער שליט"א ר"מ בקווינס, וואס די עסקנים האבן באלד מסכים געווען, אין הרצים והסוסים יצאו דחופים מ'האט געטוישט די דעקל פון "דער איד" אין אנגעפירקלט מיט הויכע ערקלערונגען אין באמבאסטישע מעלדונגען, אין מ'האט צוזאמגעקראצט א שטיקל נוסחא פאר זייער יאסעלע צו טוויטערן די קאלבן.... אין כעת הייסט אז זיי שטעלען זיך יא צו צו פראטעסט אבל וחפוי ראש! מיט באמבאסטישע ערקלערונגען אז "התאחדות מאכט עס" אין אלע קהילות אין אויך ר' אהרן שטעלט זיך צו די מרות פון איצא גליק!....

והעיר שושן צהלה לפנים....

מיר ווארטן מיט שפאנונג זייער נעקסטע שריט...

קאך_לעפל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 12:21 pm

· #122307
אונטערעסאנטע פונקטען וואס שטעלן זיך ארויס:

א') ווען משה פר''מ האט געמאכט הרז''ל פאר רב און און וויליאמסבורג, און דערנאך אויב רב און גאנץ ברוקלין והגלילות, האבן אלע ערליכע סאטמארע חסידים, געוויינט און געשריגען, אז עס וועט ברענגן א חורבן אויף יודישקייט,

אבער משה פר''מ מיט זיין קליקע, האט דאס אפגעווארפן, מיטן טענה, אדרבה דאפעלט איז שטערקער, עס וועט נאר פארשטארקן יודישקייט, און עס איז א פרישע כוח, עס איז משל צו א ליכט, וואס מען צינד אן פון א צווייטער ליכט, עס נעמט גארנישט אוועק וואו דעם ערשטען, מען מיינט נישט קיינעם, סאטמאר גייט ח''ו נישט ווערן צוטיילט, נאר מען מיז האבן א לאקאלען רב, למה ניגרע פון מאנסי קרית יואל, וואס דארט איז דא א לאקאלען רב וכו' וכו,

למעשה: האט דאס גברענגט א חורבן שאין בדיגמתו, יעדע זאך ווערט א פאליטיק, אפי' די שטערקסטע יסודות, וואו כשרות, אונטערנעט, מלחמת ה בעמלק, אלעס גייט כאדאראם, וועגן דעם לאקאלען אנשיקעניש וואס משה פר''מ האט אונז אנגברענגט. וואו ביטער גערעכט זענען די סאטמארע חסידים געווען מיטן שרייען אז דער לאקאלער רב זאל מאריך ימים זיין וועט ברענגען א חורבן.

ב') ווען עס קימט צו יודישקייט זאכן, וואו החזקת לימוד התורה,מקוה, כשרות, אונטערנעט, מלחמת ה' בעמלק, מציצה בפה, וכו' איז דא נאר איין סאטמארער רבי כ''ק מהר''א שליט''א,
און ווען עס קימט צו לעמפליך, ריזיגע באגלייטנ'ס, הערליכע אויג פארכאפענדע אוטו'ס, טשערי לייט'ס מיט פאפערייען, טוויטערס, פאמפע דראמפע, איז ווייטער דא נאר איין סאטמארער רבי הרז''ל שליט''א.

ג') ווען די רז''ל קליקע פארלירט אויפן פאלטישען שך ברעט, נעמן זיי אפיר א לץ, א קלאען, איינמאל הייסט ער אלימלך שטערן מח''ס מתי שוא, אדער נפתלי בלומענפעלד, אדער יעקב מאיר פערענץ, און אלעס ווערט מיטאמאל גוט, מען שיסט זאפטיגע לייצנות, אונטערגעשלאגען מיט חלומות און דימיונות, מען בויעט אויף יסודות, און דער באן פארט ווייטער, אזוי זיי האבן איצט געטאן מיט דעם אימעל וואס איז ארום געפארן,

ד') טראץ דעם וואס הרז''ל איז שוין א טשיף רבי 7 יאר, זענען נאך זיינע נאכשלעפער נאך אלס נישט זיכער אז ער איז א עכטע רבי, זיי ווילן זיך נאך אליינס איבערצייגען אז יא, ער איז טאקע א רבי, דעריבער ביי יעדע געשענעניש, וואס זיי זענען חושש, אז אפשר וועט זיך ארויסשטעלן אז רז''ל'ס גרויסע ברידער איז דער עכטע סאטמארער רבי, וועלן זיי טאן יעדע פעולה און די וועלט, צו סאבאטאשירן דעם געשענעניש, אזוי גרויס איז זייער פחד, אז אפשר וועט די וועלט נישט איינזען און אנערקענען, אז רבי זלמן, איז צדיק הדור.

פיינע קאווע » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:27 pm

· #122328
סתם שטותים. הגז"ל איז נאר ביזי בצרכי הכלל. היינט נאכט גייט ער ערשיינען ביי א טיי אווענט פון זיין פרענד איינער טייטעלבוים ערגעץ אויף לארימער.

רוזעוולט » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:38 pm

· #122333
איך אויך
רוזעוולט
זר,שעפטל, גאלד, פיינע, שרייבער, וכו', פליז קומטס ענק טענה'ען אויף וואטסעפפ, סאיז אסאך גרינגער...


באקומסט א גאלדענע מעדאל פאר די ערשטע נארמאלע תגובה און דיזע און אלע אנדערע סאטמארע חאזעריי אשכולות.

רבותי גענוג איז גענוג!!

ווי איז מיין מעדאל?...
מיין מעדאל וועט זיין אז מסיינט זיך אויף אויפן גרופ...

גדעון » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:53 pm

· #122338
איינער קען מיר זאגן וויאזוי א פראטעסט וואס מ'פארהאנדלט שוין חדשים איז פליצלינג געווארן ר' אהרן טייטעלבוים'ס פראטעסט?

אויב איינער לייקענט אז מ'רעדט שוין חדשים דערוועגן זאל ער זיך ביטע אויך אנרופן, אזוי זאל איך וויסן ווי איך האלט מיט אים.

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 1:58 pm

· #122343
אויף די ערשטע זייט פון איד זעה איך א קאפיע פון די ערשטע זייט איד בחוקותי, דארט שטייט שוין וועגן א פראטעסט פלאנירט פון התאחדות

גאלד » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:01 pm

· #122346
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:12 pm

· #122349
אין פאקט האט טאקע האדמו"ר מהר"א גערעדט מיט איצא גליק און גאלאנטא רבי זייט שבת הגדול איבער א פראטעסט, אבער התאחדות האט זיך נישט געריקט מיט גארנישט.

פאריגע וואך האט מהר"א באשלאסן גענוג איז גענוג און מ'הערט אויף שלעפן, ער האט זיך פארבינדן מיט ליטווישע ראשי ישיבות און זיי האבן געזאגט מיטצושטיין.

זינטאג טאקע האט מען עס אויסגערופן ביים מעמד חומותיך וויליאמסבורג, און דערנאך איז מהר"א אריבערגעגאנגן צום גאלאנטא רבי און -אפיציעל- מכבד געווען מיט א דרשה, גלייכצייטיג אויך געבעטן אז ער זאל זעהן אז התאחדות זאל זיך צושטעלן און אז איצא קען ווערן אינוואלווד.

פון דארטן און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די ראלער קאסטער...

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:13 pm

· #122350
די זאלי'ס גיין צי דעם פראטעסט נישט אנגעקומען

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:23 pm

· #122354
יאזעף געבעלס וואלט רויט געווארן פין איבער זאגן די זאלי'ס ליגענ'ט

די זאלי'ס האבן פארלאנגט
1) אז נפתלי בלומנפעלד מיז רעדן
2) ס'מיז זיין א מיטניג אין די סאכדעס
3) אין אז דער טאג מיטן פלאץ זענען נישט געאיינגעט פאר א פראטעסט מען מיז מאכן די פראטעסט אין א בילדניג
נאך האט מהרז"ל ציגעלייגט אז מען קען נישט מאכן קיין כאפ לאפ פראטעסט מען מיז האבן יושב הדעת

( לול פאר מרדכי ברילל/אייזיק ווייס פראטעסט'ן פין מאנטאג אויף דינסטאג יעדן שני ושלישי )

נאכדעם שיקן זיי נעכטן א כעס'יגען קינד'ישען מעסיזש אז די סאכדעס הרבנים מאכט נישט קיין פראטעסט ס'איז נאך נישט דא קיין פלאץ

יעצט צים פאקט


ס'איז נישט געווען קיין שום מיטניג אין די סאכדעס איבער דעם פראטעסט
נפתלי בלומנפעלד טאר נישט רעדן
אין די מיטניג קומט פאר דארט ווי האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וויל אין אן הגז"ל'ס אזוי געריפענעם יושב הדעת

די זאלי'ס קומען צי די חתונה ווי געסט פין אויסלאנד

חלום » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:27 pm

· #122356
זלמן זאפיר
די זאלי'ס גיין צי דעם פראטעסט נישט אנגעקומען

דאס וואלט איך נישט געזאגט
אבער דאס איז זיכער אז 'זר' גייט נישט קומען
ועל אלה אני בוכיה

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:28 pm

· #122358
שעפטל
אין פאקט האט טאקע האדמו"ר מהר"א גערעדט מיט איצא גליק און גאלאנטא רבי זייט שבת הגדול איבער א פראטעסט, אבער התאחדות האט זיך נישט געריקט מיט גארנישט.

פאריגע וואך האט מהר"א באשלאסן גענוג איז גענוג און מ'הערט אויף שלעפן, ער האט זיך פארבינדן מיט ליטווישע ראשי ישיבות און זיי האבן געזאגט מיטצושטיין.

זינטאג טאקע האט מען עס אויסגערופן ביים מעמד חומותיך וויליאמסבורג, און דערנאך איז מהר"א אריבערגעגאנגן צום גאלאנטא רבי און -אפיציעל- מכבד געווען מיט א דרשה, גלייכצייטיג אויך געבעטן אז ער זאל זעהן אז התאחדות זאל זיך צושטעלן און אז איצא קען ווערן אינוואלווד.

פון דארטן און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די ראלער קאסטער...


און מסתמא וועגן דעם, וויבאלד די ליטווישע זענען מיטגעשטאנען, האט מען פאררופן אויף מיטוואך.

און איך בהמה שטיי און טענה זיך נאך מיט דיר.

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:31 pm

· #122360
זלמן זאפיר



די זאלי'ס קומען צי די חתונה ווי געסט פין אויסלאנד


פארוואס טאקע טוען זיי דאס?

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:34 pm

· #122365
דעת תורה
שעפטל
אין פאקט האט טאקע האדמו"ר מהר"א גערעדט מיט איצא גליק און גאלאנטא רבי זייט שבת הגדול איבער א פראטעסט, אבער התאחדות האט זיך נישט געריקט מיט גארנישט.

פאריגע וואך האט מהר"א באשלאסן גענוג איז גענוג און מ'הערט אויף שלעפן, ער האט זיך פארבינדן מיט ליטווישע ראשי ישיבות און זיי האבן געזאגט מיטצושטיין.

זינטאג טאקע האט מען עס אויסגערופן ביים מעמד חומותיך וויליאמסבורג, און דערנאך איז מהר"א אריבערגעגאנגן צום גאלאנטא רבי און -אפיציעל- מכבד געווען מיט א דרשה, גלייכצייטיג אויך געבעטן אז ער זאל זעהן אז התאחדות זאל זיך צושטעלן און אז איצא קען ווערן אינוואלווד.

פון דארטן און ווייטער האט זיך אנגעהויבן די ראלער קאסטער...


און מסתמא וועגן דעם, וויבאלד די ליטווישע זענען מיטגעשטאנען, האט מען פאררופן אויף מיטוואך.

און איך בהמה שטיי און טענה זיך נאך מיט דיר.

יאפ מ'האט זיך פאררעכענט מיט די לעיקוואדע, וואס וועלן מסתמה אזוי אויך נישט קומען.
די ראשי ישיבת וואס קומען יא זענען א אנדערע פראקציע (מער הרב אויערבאך)

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:36 pm

· #122366
דעת תורה
זלמן זאפיר



די זאלי'ס קומען צי די חתונה ווי געסט פין אויסלאנד


פארוואס טאקע טוען זיי דאס?



ווייל מען געגעבן די זאלי'ס די געלענגהייט זינטאג צי מאכן א כינוס מיט יעדן אין זיי האבן נישט געוואלט
האדמו"ר מהר"א מסאטמאר איז יא גרייט אז יעדער זאל זיך שפירן באקוועם אין איז געגאנגען אין זיך אפילו אראפ געלאזט צי קליינע קינדער
אין ציגעווארפן אפאר לעגאס מיט קליקס אין די קליינע קינדער האבן אויף געלעבט

חלום » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:36 pm

· #122368
דעת תורה
זלמן זאפיר



די זאלי'ס קומען צי די חתונה ווי געסט פין אויסלאנד


פארוואס טאקע טוען זיי דאס?

א זאלי האט מיר אמאל געזאגט
דו מיינסט אז איך קום צו דעם שטריק
איך קום נאר ווייל 'יצאו עיניו של אותו רשע'

מיט אזעלכע חסידים ווער דארף נאך מתנגדים

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:37 pm

· #122369
גאלד
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?


עס איז שוין געשטאנען אין איד דערוועגן 5 וואכן צוריק. עס האט זיך געהאלטן אינמיטן קאכן, אבער אויף לאו. מהר"א'ס ספאנטאנע אויסברוך זונטיג נאכט האט געטשעינזשד די רולס פון די געים.

גדעון » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:38 pm

· #122370
גאלד
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?

גראדע האט מען יא גערעדט געווען באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער ווי דא:
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763">http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763</a>

פארהאנדלונגען דארט צייט ס'איז אלץ געווען געפלאנט פאר די קאנטרי סעזאן, ביז רא"ט האט עס קונה געווען מיט ערקלערן אז ער מאכט די פראטעסט מיטוואך קעגן די איזרעילי קאנסולאט, למעשה האט ער געמוזט טוישן די צייט און פלאץ

נאכאמאל, וויאזוי איז די פראטעסט וואס מ'פלאנט שוין חדשים געווארן ר' אהרן'ס? איז די סיבה ווייל ער האט עס דערקלערט אלס זיינס?

שטאנג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:40 pm

· #122371
אנשטאט צו ארויסהייבן די אנדערע זייט אז זיי זענען מסכים צוצושטיין און פארגרעסערן דעם כבוד שמים, איז מער גאר ביזי יענעם צו אונטערהאקן?

דאס קענט איר רואיג לאזן אויך מאנטאג - אויב ס'וועט נאך דריקן אין געדרים.

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:41 pm

· #122373
מיין איינציגסטע שאלה איז פארוואס גיין נישט די זאלי'ס עקסטער זיי האבן דאך די גאנצע וועלט מיט שיליאנען יודען

וויאזוי זיי טראסן זיי די אהרונים למעשה זענען די אהרונים בעל בית אויף די פערמיט'ס טראץ וואס שלום דייטש שעלט
די אהרונים זענען בעל בית אויף די מייקס
מען קען זיי אין איין מינוט זאגן אז זיי זאלן נישט קומען אין זיי קענען ארויף שטעלן וועלכע רעדנער זיי ווילן

אלא מאי ווייסן אויך די זאלי'ס טיעף אינעווענדיג אז די אהרונים קען מען געטרויען אין זייער ווארט איז א ווארט

ווייס ווערסע די זאלי'ס ווייס איך נישט צי מען קען זיי געטרויען מיט עפעס

שעפטל » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:43 pm

· #122374
גדעון
גאלד
איך האב אנאנדערע קשיא וויזוי איז דאס א פראטעסט וואס מ'פארהאנדעלט שוין 2 חדשים הערט קיינער קיין מוק דערפון ביז ר' אהרן פראקלאמירט עס ביי א חומותיך אסיפה?

גראדע האט מען יא גערעדט געווען באריכטעט אויף פארשידענע פלעצער ווי דא:
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763">http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=169763</a>

פארהאנדלונגען דארט צייט ס'איז אלץ געווען געפלאנט פאר די קאנטרי סעזאן, ביז רא"ט האט עס קונה געווען מיט ערקלערן אז ער מאכט די פראטעסט מיטוואך קעגן די איזרעילי קאנסולאט, למעשה האט ער געמוזט טוישן די צייט און פלאץ

נאכאמאל, וויאזוי איז די פראטעסט וואס מ'פלאנט שוין חדשים געווארן ר' אהרן'ס? איז די סיבה ווייל ער האט עס דערקלערט אלס זיינס?

אינטערסאנט נאר אז נאך אלעמען האט מען נאך אלס גענומען רבי אהרן'ס דאטום און פלאץ...

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:48 pm

· #122379
איך האב איין שאלה גדעון מיט דעת תורה
נעכטן נאכט נאכדעם וואס "אלע" קהלות האבן ארויסגעבעקט, און "אלע" ליטווישע האבן ארויסגעבעקט, פארוואס האט עטץ נישט געקענט לאזן די ארונים מאכן זייער פראטעסט אליין ווי לאזערס, און עטץ זאלטס פאררופן א ריזן עצרת אין א סטאדיום און ווייזן פאר די וועלט ווער ס'פירט סאטמאר
פון ווי האט ביי ענק ארויסגעשפראצט אזא געפערליכע רחמנות געפיל נישט צו לאזן די ארונים בלייבן לאזערס?
זאת ועוד יותר, די ארונים האבן פאררופן די פראטעסט זונטאג, די זאליס (התאחדות) האבן פאררופן דעם פראטעסט ערשט היינט פארטאגס, נו ווי איז די גרויסע ישוב הדעת וואס רז"ל דארף האבן צום פראטעסט?, די ארונים זענען חיות ווייל פון זונטאג ביז זונטאג איז נישטא גענוג ישוב הדעת, משא"כ פון דאנערשטאג ביז זונטאג איז יא דא גענוג ישוב הדעת?

גדעון » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:49 pm

· #122382
זלמן זאפיר
מיין איינציגסטע שאלה איז פארוואס גיין נישט די זאלי'ס עקסטער זיי האבן דאך די גאנצע וועלט מיט שיליאנען יודען

וויאזוי זיי טראסן זיי די אהרונים למעשה זענען די אהרונים בעל בית אויף די פערמיט'ס טראץ וואס שלום דייטש שעלט
די אהרונים זענען בעל בית אויף די מייקס
מען קען זיי אין איין מינוט זאגן אז זיי זאלן נישט קומען אין זיי קענען ארויף שטעלן וועלכע רעדנער זיי ווילן

אלא מאי ווייסן אויך די זאלי'ס טיעף אינעווענדיג אז די אהרונים קען מען געטרויען אין זייער ווארט איז א ווארט

ווייס ווערסע די זאלי'ס ווייס איך נישט צי מען קען זיי געטרויען מיט עפעס

איך מיין אז מ'דארף נעמן זלמן'ס לעצטע תגובה און גוט אוועקלייגן, צו געדענקען מיט וועם מ'גייט צום טיש דא

נאר איין נקודה:
פארוואס גייען נישט די זאליס עקסטער? ווייל זיי ווילן נישט צוברעכן אזא ערענסטע מערכה (דאס וואס די ארונים האבן פראבירט צו טון מיטן אינטערנעט אסיפה) כאטש וואס רא"ט פראבירט צו הייזשעקען די פראטעסט. ווי לאנג מ'קען ארבייטן און עס ווערט אנגעפירט דורעך נוטראלע עסקנים.

שרייבער » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:49 pm

· #122383
איינער פרעגט מיר היינט צו די זאליס קומען טאקע, האב איך געענטפערט ווענדט זיך, אויב ס'איז פארמיטאג קומען זיי יא, אויב ס'איז נאכמיטאג קומען זיי נישט
אזוי האבן זיך די זאכן געטוישט די לעצטע פאר טעג, ס'האט פשוט מיט די זריחה און די שקיעה, אדער אפשר גאר מיט די אדד און איווען שעות פונעם טאג

סאשי פיש » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:52 pm

· #122385
דאס איז נאך די גרעסטע חידוש
<a class="postlink" href="http://goo.gl/G7SIJ">http://goo.gl/G7SIJ</a>

זלמן זאפיר » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:58 pm

· #122386
גדעון
זלמן זאפיר
מיין איינציגסטע שאלה איז פארוואס גיין נישט די זאלי'ס עקסטער זיי האבן דאך די גאנצע וועלט מיט שיליאנען יודען

וויאזוי זיי טראסן זיי די אהרונים למעשה זענען די אהרונים בעל בית אויף די פערמיט'ס טראץ וואס שלום דייטש שעלט
די אהרונים זענען בעל בית אויף די מייקס
מען קען זיי אין איין מינוט זאגן אז זיי זאלן נישט קומען אין זיי קענען ארויף שטעלן וועלכע רעדנער זיי ווילן

אלא מאי ווייסן אויך די זאלי'ס טיעף אינעווענדיג אז די אהרונים קען מען געטרויען אין זייער ווארט איז א ווארט

ווייס ווערסע די זאלי'ס ווייס איך נישט צי מען קען זיי געטרויען מיט עפעס

איך מיין אז מ'דארף נעמן זלמן'ס לעצטע תגובה און גוט אוועקלייגן, צו געדענקען מיט וועם מ'גייט צום טיש דא

נאר איין נקודה:
פארוואס גייען נישט די זאליס עקסטער? ווייל זיי ווילן נישט צוברעכן אזא ערענסטע מערכה (דאס וואס די ארונים האבן פראבירט צו טון מיטן אינטערנעט אסיפה) כאטש וואס רא"ט פראבירט צו הייזשעקען די פראטעסט. ווי לאנג מ'קען ארבייטן און עס ווערט אנגעפירט דורעך נוטראלע עסקנים.



סך הכל ווייס איך די זאלי'ס האבן געמאכט זינטאג געמאכט א כינוס אין זיי האבן מיט רשעות אין גאוה'שיקייט נישט געוואלט גארנישט נאך געבן
די אהרונים זענען געגאנגען געמאכט אן עקסטער כינוס צאם געברענגט שווערע טויזנטער יודען

יעצט מאכן די אהרונים דעם פראטעסט די זאלי'ס זאגן זיי ווילן אויך קומען מען האט זיך נארמאל אראפ געזעצט אין פארהאנדלט
אין איך מיז געבן קרעדיט פאר יצחק שטערן וואס האט געכאפט א שרעקליכן פליק פין כינוס זיין נער'ישע אין רשעות'דיגע גאוה איז אים אהיים געקומען האט זיך נעכטן געבעטן צי צד מהר"א אז יעצט ווילן זיי יא נארמאל פארהאנדלן ( דערווייל )

די איבריגע קאלקעלאציע רעכן אליינ'ס אויס
אין איך געב דיר רשות גיט אוועק צי לייגן מיין תגובה

חלום » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:58 pm

· #122387
איך מיין אז די גאנצע מהלך פון הגז"ל סיי ביי די כינוס פאריאר, און סיי יעצט איז א סטראטעגיע
ער ווייסט סיי ווי אז ער קען נישט צופרידן שטעלן אלע פראקציעס
אזוי קען יעדער זאגן איך האלט ווי דעם רבין'ס הו"א, און איינער ווי די צווייטע הו"א, וכו'

דעת תורה » דאנערשטאג יוני 6, 2013 3:02 pm

· #122390
תלמידי רבינו פון היינט:


בס"ד

האיום והמהפך!

בענין עצרת הענק בארה"ב נגד גזירת הגיוס

אמש בלילה הודיע הגאון הגדול ר' אלי' בער וואכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאולסבורג לעסקנים מצד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א, שלאור דיווח שמקבל מהרבנים הגאונים חברי הבי"ד דהתאחדות הרבנים שליט"א שהעצרת אינו מנוהלת על ידם כאשר בעתון "די צייטונג" פורסמה ביום רביעי מודעה מטעם קהילת סאטמאר מהר"א, שהעצרת מאורגנת ע"י האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א וקהילתם, וזו בניגוד למה שסוכמה שהעצרת צריכה להתנהל ע"י "התאחדות הרבנים" הגוף שמרן אדמו,ר בעל הויואל משה מסאטמאר זצ"ל כונן לנהל את ענייני הדת

נוסף על כך טען הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א, שאלו שניהלו את ארגון העצרת עד כה זרעו חורבנות להשתתפות ראשי ישיבת הליטאים בעצרת, ובמיוחד בדיווח הכוזב שפירסמו שלבקשת ראשי ישיבת לייקוואוד שליט"א אשר רוצים להשתתף בעצרת דחו את העצרת מיום רביעי פר' קורח ליום א' פר' חוקת, בגלל שישיבת לייקוואוד מקיימת דינר לטובת הישיבה ביום רביעי, ולאחר בירור התברר שהגאון ר' מלכיאל קוטלער שליט"א ראש הישיבה לא עודכן כלל שיש עצרת ושהוא אמור להשתתף בה, ולכך הודיע להתאחדות הרבנים דארה"ב שאינו מתכוון להשתתף בעצרת, ולא יורה לתלמידיו ללכת, ואף הרחיק לכת והודיע שביום ראשון הבא לא יהיה בניו-יארק, התברר שכל דחיית העצרת באמתלא של דינר בלייקוואוד היתה ספין מכוער על גבם.

והתאחדות הרבנים אשר ראו שמהעצרת זו רק תצא חורבן ופורען למערכה נגד הגיוס, החליטה לקיים עצרת ענק בתאריך אחר, וכבר הכינו מודעת החלטה אשר היתה צריכה להתפרסם בעתון "דער איד"

הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א הודיע לשם כך, שבאופן שהעצרת מנוהלת כעת ידו מסולקת מכל הענין.

לאחר הודעה זו, הודיעו העסקנים מצד האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א להגרא"ד וואכטפויגל שליט"א שהם מתקפלים ומוסרים את ניהול העצרת כליל לידי התאחדות הרבנים דארה"ב, ולשם כך התכנסה אמש "וועד הפעולה" של התאחדות הרבנים, ודנה עם הרבנים שליט"א על סדר העצרת תוכנית העצרת ואופייה, ולמרות התנגדות האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א לאיזה בעלי דרשנים, הוחלט שרק ההתאחדות הרבנים יסדרו את סדר היום ובכלל זה יכבדו את בעלי הדרשנים כפי שהתנהג מאז ומקדם...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10